א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:21 pm

און וואס איז גאווארען מיט די יעניגע וועם זיי זענען געקומען לכתחילה נעמען??.....
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 5:25 pm

הכל הבל האט געשריבן:יישר כח פאר יעדן פאר די פידבעק!מעגליך טוט עס אנפירקלען די אשכול אבער נאך אלעם איז עס וואס טרייבט צו שרייבן ווייטער און טוט ביישטייערן אז נאך באריכטן ווערן געפירקלט..

די ריכטער וועלן דארפן אויסטייטשן די קאנסטיטוציע די בעסטע לויט זייער פארשטאנד אבער אויב זאל זיך עס ווענדן אין אייער שיקול הדעת ווי אזוי וואלטן אונזערע לעגאלע אייוועלט געאורטיילט אין די קעיס?

אין מיין אפיניען הייסט יא פארלעצט די פערטע א עמענדמענט ווען די פאליציי באפאלט איינעם מיט איבערגעטריבענע מאכט אפילו יענעם געלונגט צו אנטלויפן צום סוף. ווייל פאקטיש האבן זיי יענעם אראפגעהאלטן ווי לאנג דו געפעכט האט געדויערט און זיי האבן פארלעצט דעם מענטש׳ס רעכטן ביים זיך באגיין ברוטאל קעגן אים.
אבער אין דעם ספעציפשן פאל - לויט ווי דו לייגסט אראפ די מעשה - זעה איך בכלל נישט ווי זיי האבן פארלעצט די פערטע אמענדמענט. זיי מעגן יענעם אויסטשעקן ווען מען זעהט אויס פארדעכטיג און אודאי מעג מען זיך ווינקן צו ניצן די וואפן ווען יענער לויפט אוועק און צינד אן א קאר וואס קען אריינלייגן די אפיצירן אין א סכנה. און איך רעד שוין נישט אז זיי האבן געהאט א רעכט צו שיסן ווען זיי זעהן אז זיי זענען טאקע אין א סכנה פונעם פארענדיגע קאר. אבער ווי דו שרייבסט איז נישט דאס דער דיון דא.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3957
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך פאברואר 19, 2020 8:34 pm

שכוח הכל!

עטליכע פונקטן וואס כ'דארף ווערן קלאר כדי צו האבן אן שטיקל אפיניאן.

פארוואס האט מען ארעסטירט די פרוי אין שפיטאל? צוליב די אלטע ארעסט ווארענט, צוליב גנב'נען און אנדערן'ס קאר, אדער צוליב אנטלויפן פון די פאליציי?

אויב האט זי געהאט אן אלטע ארעסט ווארענט האט דאך די פאליציי געהאט די רעכט איהר אפצושטעלן איבערדעם?

די פערטע אמענדמענט פארבאט פון ארעסטירן אדער אונטערזוכן מענטשן אהין קיין סיבה, אויספרעגן מענטשן גייט אויך אריין די כלל?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 8:55 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח הכל!

עטליכע פונקטן וואס כ'דארף ווערן קלאר כדי צו האבן אן שטיקל אפיניאן.

פארוואס האט מען ארעסטירט די פרוי אין שפיטאל? צוליב די אלטע ארעסט ווארענט, צוליב גנב'נען און אנדערן'ס קאר, אדער צוליב אנטלויפן פון די פאליציי?

אויב האט זי געהאט אן אלטע ארעסט ווארענט האט דאך די פאליציי געהאט די רעכט איהר אפצושטעלן איבערדעם?

די פערטע אמענדמענט פארבאט פון ארעסטירן אדער אונטערזוכן מענטשן אהין קיין סיבה, אויספרעגן מענטשן גייט אויך אריין די כלל?

מען האט איר ארעסטירט צוליב איר אלטע ארעסט ווארענט אבער ווען די פאליציי האט איר פרובירט פארהאלטן אנהויב פון די אינצידענט האבן זיי ניטאמאל געוואוסט ווער זי איז און האבן זיכער נישט געקומען נאך איר צוליב די ארעסט ווארענט נאר צוליב וואס זי איז געשטאנען פארנט פון א הויז פון איינעם וועם זיי האבן געוואלט ארעסטירן און האבן געקלערט אז זי קען זיין פארבונדן מיט יענעם
אויף אזא פארדאכט קען מען אויספרעגן אבער אויספרעגן קען מען אן פארדאכט אויך און מען דארף נישט זייןו קיין פאליציי מאן פאר דעם
איך קען דיר אויספרעגן איבער אלעם אבער זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז בלויז ווילאנג יענער איז פרייוויליג גרייט צו שענקן צייט פאר דיינע פראגן
"אראפהאלטן" אדער "ארעסטירן" דארף מען שוין האבן פיל מער באווייז פון א פארדאכט לויט די פערטע אמענדמענט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 23, 2020 12:03 pm

זונטאג תרומה





פרעזידענט טראמפ איז אפגעפלויגן קיין אינדיע און ער האט שוין געזאגט אז מען זאל נישט ערווארטן קיין גרויסע האנדל אפמאכן צו די איצטיגע צייט
מען קען מעגליך יא הערן איבער קלענערע דורכברוכן ווי רעדוצירטע אינדיאנע טאריפס אויף הארלי דעיווידסאן מאטאר ביציקלען און אן אפקויף דורך אינדיע פון לאקהיד מארטין העליקאפטערס אין די ווערט פון 2.6 ביליאן דאלער אין צוגאב צו 1.8 ביליאן דאלער ווערט פון אמעריקאנע ארמס עקוויפמענט אריינגערעכנט פארטיידיגונג ראדארן
היינט ווען יעדע ריר ווערט צוגעבונדן צו אינערן פאליטיק ווערט גלייך אויפגעברענגט די פאקט אז רעפובליקאנער פרובירן שוין פאר יארן צו צוצוציען אינדיאנע אמעריקאנער צו זייער וויילער באזע אלץ די שנעלסט וואקסנדע עטנישע גרופע אין אמעריקא וועלכע רעגיסטרירן זיך צו שטימען און שטימען אין הויכע ראטעס
*
אין איראן האבן די קאנסערוואטיוון אפגעהאלטן שטארקע זיגן תצוריקכאפנדיג די מאיאריטעט פון די רוהאני מעסיגע וועלכע האבן געוואונען מיט פיר יאר צוריק אין א קאמפיין פאר מער פארהאנדלונג מיט די מערב וועלט וועלכע האיז איצט אויף הינקעדיגע פיס
*
אטוירני דזשענעראל וויליאם באר וועט אנטייל נעמען בייא רעפובליקאנע סענאט מיטינג די וואך דינסטאג צו דיסקוסירן די אישו פון רעכט פאר רעגירונג סורוועיליענס וועלכע האלט ביים אפלויפן דעם פרילינג
*
ווי ער וועט פרובירן קאנעטיקוט סענאטאר קריס מורפי (ד) האט איצט געזאגט אז ער איז בכלל נישט באזארגט אז בערני סאנדערס וועט נישט קענען געוואונען אקעגן טראמפ און האט פארטיידיגט זיין רעקארד אויף גאן קאנטראל
*
שוין באריכטעט איבער אן אנגעבליכע רעפובליקאנע סופערפעק וועלכע שטיצט די ליבעראלע עריקא סמיט אין די דעמאקראטישע צפון קאראליינע פריימערי וועלכע האט באזארגט עסטאבלישמענט דעמאקראטן און געלט פון דרויסן פון די סטעיט האט אנגעהויבן פליסן צו די קאל קאנינגהעם קאמפיין
דערווייל האט די געלט פלוס געברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן און לויט אן אנקעטע באזיגט ער סמיט מיט 42-17
*
קאל קאנינגהעם האט אויפגעטריבן אינעם איצטיגן למספרם יאר 1.4 מיליאן דאלער און האט נאנט צו 1.5 מיליאן דאלער אין די באנק
*
אכן נודע הדבר
עס איז קלאר געווארן אז די סענאט לידערשיפ פאנד וועלכע איז די סופערפעק אליאירט מיט מיטש מעקאנעל איז פאראנטווארטליך פאר די שפענדונגען אין די דעמאקראטישע סענאט פריימערי אין צפון קאראליינע
סטיווען לאו פון די פעק האט עס אפן אנערקענט און געזאגט אז זיי האבן גערויבט א בלאט פון די טשאק שומער פלעיבוק
*
א קוויניפיעק אנקעטע אין די מישיגען סענאט פארמעסט גיבט פארן אמטירנדן דעמאקראט גערי פיטערס 45% צו 39% פאר דזשאן דזשעימס (ר)
פיטערס געניסט פון א צופרידנהייט ראטע פון 37% צו 20% אומצופרידן און 43 וועלכע ווייסן נישט גענוג איבער אים/זיין ארבעט
אויף דזשעימס האבן 33% א גונסטיגע בליק צו 15% אומגונסטיג און 51% וועלכע ווייסן נישט גענוג איבער אים
*
אין קאליפארניע'ס 25'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקאט קומט פאר אן ערנסטע פארמעסט צו ערזעצן די זיץ פון דעמאקראט קעטי היל וועלכע האט רעזיגנירט
היל האט געפליפט דעם דיסטריקט צו בלוי מיט 54.4 % און 11 קאנדדיאטן (4 דעמאקראטן, 6 רעפובליקאנער און איינער אן קיין פארטיי אפיליאציע) לויפן אין א ספעשל דזשאנגל עלעקשאן פאר דעם זיץ וועלכע איז באשטימט אויף סופער דינסטאג
די דעמאקראטן האפן אז זייערס א קאנדידאט סטעיט אסעמבלי פרוי קריסטי סמיט זאל געוואונען
די רעפובליקאנער מער באקאנטע נעמען אין די פארמעסט זענען געוועזענע קאנגרעסמאן סטיוו נייט, מייק גארסיא, א וועטעראן און ביזנעסמאן און דזשארדזש פאפאדאפולוס
נייט איז אריינגעשפרונגען אין די פארמעסט בלויז 6 וואכן צוריק אבער אויפגעטריבן בלויז 81 טויזנט דאלער ווען גארסיא האט אין די זעלבע צייט אויפגעטריבן 313 טויזנט דאלער
די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע אינאיינעם מיט די קאנגרעס מאיאריטעט פעק האבן אנגעהויבן פארפלייצן די דיסטריקט מיט רעקלאמעס און וועלן סטראטעגיש אטאקירן גארסיא מיט די האפענונג אז די צוויי שטארקסטע קאנדידאטן זאלן זיין סטיוו נייט און קריסטי סמיט וועלכע זאלן דענאך גיין צו א ראנאף
*
אין פענסילוועניע'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט לויפט דער אמטירנדער רעפובליקאנער ברייען פיטצפעריק פאר ווידערערוויילונג און איז טארק פאראויס אין פאנדרעיזינג פון אלע דעמאקראטישע אפאנענטן זיינע
דבורה וואטשפרעס איז געווען די שטארקסטע פאנדרעיזער אין די דעמאקראטישע פריימערי (אבער ווייט אונטערשטעליג פון פיטצפעריק) אבער האט זיך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט דעם וויקענד צוליב קאנטערווערסיאלע אויסדרוקן
*
אריבער צו די אכטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין פענסילוועניע איז דער אמטירנדע דעמאקראט מעט קארטרייט וועכלע איז שוין אין אפיס זינט 2013 למספרם און האט נאכאנאד געוואונען ווידערערוויילונג אבער מיט שרינקנדע ציפערן אין 2016 למספרם האט קארטרייט געוואנען מיט 7% בעת וואס פרעזידענט טראמפ האט געוואנען דעם דיסטריקט מיט איבער 10%
קארטרייט איז דאן געלאפן אקעגן ביזנעסמאן מעטיו קאנעלי און האט ניטאמאל געברויכט אויסגעבן אויף טעלעוויזע רעקלמעס זינט זיין קעגנער האט געהאט סאך א קלענערע קאמפיין קאסע ווי זיינס
די פאקט אז טראמפ און קארטרייט האבן ביידע געוואונען אין אז קארטרייט'ס זיג איז געווען זיין שוואכסטע ביז איצט האט געשטעלט זיין זיץ אלץ הויפט ציהל פאר ביידע פארטייען אין 2018 למספרם טראץ וואס די ערווארטונג איז געווען אז ער וועט ווארשיינליך אנהאלטן זיין זיץ
דאן איז קארטרייט געלאפן אאקעגן א זלעבסטפינאנצירטע קעגנער וועלכע האט אריינגעגאסן אינעם פארמעסט איבער א פערטל מיליאן דאלער מער ווי קארטרייט האט אויפגעטריבן אבער קארטרייט האט געוואנען ווידערערוויילונג מיט 9.3%
אבער איצט ווען טראמפ גייט ווידער זיין אויפן טיקעט טרעפט זיך קארטרייט ווידער אלץ איינע פון די שטארקסטע ציהלן דורך די רעפובליקאנער צו פליפן א זיץ רויט
די רעפובליקאנע פריימערי איז נאך אבער ברייט אפן און פינף קאנדידאטן יאווען זיך צו ווערן די פארטיי נאמיני אבער קיינע פון זיי נישט עפעס גאר באקאנטע נעמען
דזשים באגנעט איז א געוועזענער וויצע פרעזידענט פאר קאמיוניקאציע ביי די עקספארט אימפארט באנק און איז איצט געווארן דער ערשטער ארויסצולייגן א רעקלאמע אויף די ראדיו
*
אין מעין האט דער געוועזענער רעפובליקאנער גאווערנאר פאול לעפעידזש געמאלדן אז ער גייט זוכן צוריקצובאקומען די גאווערנאר שטוהל אום 2022 למספרם
ביזנעסמאן דזשען גארבעט האט זיך אנגעשלאסן אין די אנגעלייגטע יוטא רעפובליקאנע גאווערנאר פריימערי
*
די סופרים קאורט ריכטער פריימעריס אין וויסקאנסין לעצטע וואך האט ארויסגעברענגט א היסטארישע טוירנאוט אויף ביידע זייטן און עס ווערט טיילווייז צוגעשריבן צו די קאנגרעסיאנאלע פריימערי אין צפון וויסקאנסין און לאקאלע עלעקשאנס אין מילוואקי
*
אין א פרישע קלוב פאר וואוקס אנקעטע אין די סענאט פרימערי אין אלאבאמא איז טובערווייל עטוואס פאראויס פון סעשאנס
*
אויף די דעמאקראטישע זייט לויפט אמטירנדער סענאטאר דאג דזשאונס פאר ווידערערוויילונג און האט אויפגעטריבן דערווייל 2.4 מיליאן דאלער אינעם איצטיגן למספרם יאר און זיצט מיט 7.4 מיליאן דאלער אין די באנק
*
קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע אקאסטע קארטעז האט אינדערסירט קריסטענע צינצאן ראמירעז אין די טעקסאס סענאט פריימערי איבער פרוי העיגער וועלכע איז די עסטאבלישמענט בעפארצוגטע קאנדידאט
די פארמעסט איז שטארק אנגעלייגט און אנקעטעס ווייזן אז טראץ ווואס העיגער איז די פראנט ראנער איז נאך די פארמעסט ברייט אפן און מען שאצט אז די פארמעסט קען זייער מעגליך גיין פאר א ראנאף
*
די סופרים קאורט האט פרייטאג אפגעהאלטן זייער וועכנטליכע קאנפרענץ אין גייט מארגן מאנטאג צוריק אריין אין שוואונג נאכן זיין אויף אורלויב זינט די אימפיטשמענט פראצעס
מען האט עהאלטן אן אויג אויף נייעס וועלכע קען ארויסקומען פון די קאנפרענץ איבער די גרייטקייט פון די געריכט אויפצונעמען די אבאמאקעיר קעיס וועעלכע די דעמאקראטן האבן זיך געוואונטשן אבער מיט די שטילקייט פון די קאורט זאגן אנאליסטן אז ווי עס שיינט זענען די ריכטער נישט גרייט עס צו באהאנדלען אינעם איצטיגן טערמין און שאנסן אז די קעיס זאל ווערן אויפגענומען נאך אינעם איצטיגן וואל יאר העכסט ווארשיינליך טויט
*
די סופרים קאורט האט פרייטאג געשאנקן די גרינע ליכט פאר די טראמפ אדמיניסטראציע פאראויסצוגיין מיט א נייע פאליסי וועלכע וועט ערלויבן אפצוזאגן גרין קארד אפליקאציעס פון אימיגראנטן וועלכע זענען ערווארטעט צו פאלן צו לאסט אויף די רעגירונג פראגראמען
די 5-4 ארדער געשטיצט דורך די 5 קאנסערוואטיוון אויפן באנק איז זייער ענליך צו אן ארדער לעצטע למספרם מאנאט וועלכע האט אויך דאן נישט אנגעגעבן קיין ברייטע ערקלערונגען אויף דאס אראפנעמען די פרעלימינערי אינדזשאנקשענס ארויפגעשטעלט דורך נידריגע ריכטער אויף די צייט וואס די קעיס מאכט דורך איר וועיג אינעם יורידישן סיסטעם
די קעיס דאן איז געווען ווען א פעדעראלע ריכטער אין ניו יארק האט ארויפגעשטעלט אן נאציאנאלע אינדזשאנקשען אפעקטירנדיג אלע סטעיטס אבער דאסמאל איז די רעדע געווען פון אן ארדער באגרעניצט צו בלויז אילינאי
ריכטערין סאטאמאיאר האט שארף אראפגעריסן די איצטיגע ארדער זאגנדיג אז די פריערדיגע ארדער איז כאטש געווען עטוואס מער ראציאנאל זינט עס האט בלאקירט די פאליסי נעישאנווייד
ריכטער טאמאס און גארסוטש האבן טאקע אין יענע פאל איינגעשטימט מיט די איבריגע דריי קאנסערוואטיוון אבער געשריבן אן איידגענע ווערסיע פון זייער מיינונג און דאן ארויסגעברענגט אז לויט זיי איז די צענטראלע אורזאך אראפצונעמען די בלאקאדא די "געאגראפישע סקאופ" פון די אינדזשאנקשען (דהיינו, אז עס איז נעישאנווייד)
סאטאמאיאר שרייבט אז די אדמיניסטראציע באקומט בעסערע באהאנדלונג פון די ריכטער ווי עס באקומען צום טויט פאראורטיילטע ארעסטאנטן וועלכע זוכן לעצט מינוטיגע סטעיס אויף זייערע אורטיילן
די נייע פאליסי טויש פון די אדמיניסטראציע איז איבער די אזויגערופענע פובליק טשארדזש פארשריפט וועלכע האט ביז היינט אויך ערלויבט די באאמטע צו פסל'ן אפליקאציעס פון אימיגראנטן אויב זיי וועלן ווארשיינליך דארפן צוקומען צו פובליק אסיסטענס אויפן לענגערן טערמין אבער דאס האט בלויז דיסקוואלאפיצירט ווינציגער ווי 1%
אצינד זוכט די אדמיניסטראציע אז די טעסט זאל ארייננעמען אפילו נאן קעש הילף, א שטייגער ווי מעדיקעיד, האוזינג און אנדערע פראגראמען אפילו פאר אן אפשניט פון צווישן 12-36 מאנאטן און אויב מען געניסט פון צוויי באזונדערע פראגראמען אינעם זעלבן מאנאט וועט עס ווערן באטראכט ווי צוויי באזונדערע מאנאטן

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 12:12 pm

טענקס הבל. הערליך.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3957
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג פאברואר 23, 2020 12:42 pm

א גרויסן יישר כוח!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » זונטאג פאברואר 23, 2020 1:47 pm

א גרויסן דאנק!

איין פראגע
און אלבאמא שטיצט טראמפ סעשאנס איא?
איז זיין קעגנער א טראמפער אדער א מעסיגער?

איך מיין פאר אינז אידן אלס פריזאן ריפארם איז בעסער אז סעשאנס קימט נישט צירוק אן און סענאט

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג פאברואר 23, 2020 1:50 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:טענקס הבל. הערליך.

טוט די גרין קארד פאלעסי אפעקטן אחב"י אויכעט?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 23, 2020 1:55 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:טענקס הבל. הערליך.

טוט די גרין קארד פאלעסי אפעקטן אחב"י אויכעט?

עס טוט נישט אונטערשיידן צווישן אידן און להבדיל נישט אידן

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג פאברואר 23, 2020 3:11 pm

איך טו מיר אנטשולדיגען פארן דיר נישט אריינקומען באדאנקן יעדן טאג ווי ס'ברויך צו זיין.
אבער פטור בכלום אי אפשר.
מיר ווילן זיך אמתדיג באדאנקן פארן אונז שענקן יעדן טאג אזא געשמאקע באריכט...
די זכות זאל אייך ביישטיין..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24393
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג פאברואר 23, 2020 11:37 pm

גראדע פעהלט א זאפטיגע קאורט קעיס אבער די קליינע קעיס איז אויך אראפגעלייגט הבל'דיג...

טענקס מען!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 26, 2020 10:04 am

מיטוואך תרומה






די סענאט האט נעכטן באשטעטיגט מיט 96-0 סילוויא קארענאקאל צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר פארטא ריקא
*
די סענאט האט נעכטן באשטעטיגט מיט 58-38 קאטרינא מאקגרעגאר צו סערווירן אלץ אינטעריאר דעפיוטי סעקרעטאר
די פיר דעמאקראטן צו שטימען יא זענען געווען היינריך (ענערגיע קאמיטע העכסט ראנגיקע דעמאקראט), מענשין,מורפי, און סינעמא
אינדעפענדענט קינג האט אויך געשטימט יא
*
מיט 53-44 האט די סענאט בלאקירט אן אנטי רציחה ביל וועלכע וואלט געברויכט האבן 60 שטימען פאראויסצוגיין
אלע רעפובליקאנער האבן געשטימט יא אויסער קאלינס און מורקאוסקי און אלע דעמאקראטן האבן געשטימט עס צו בלאקירן אויסער מענשין, און קעיסי
*
מיט 56-41 האט די סענאט בלאקירט א ביל וועלכע וואלט געברויכט האבן 60 שטימען פאראויסצוגיין
די ביל וואלט פארלאנגט צוצושטעלן מעדיצינישע באהאנדלונג פאר רציחה איבערלעבער
אלע רעפובליקאנער האבן געשטימט יא און צוגאב צו דעמאקראטן מענשין,קעיסי און דזשאונס
*
היינט וועט סענאט נישט זיין אין סעסיע צו ערלויבן סענאטארן פון ביידע זייטן צו אנטייל נעמען ביי זייערע יערליכע התוועדות'ן
וויצע פרעזידענט פענס וועט אדרעסירן סענאט רעפובליקאנער נאכמיטאג
*
פארהאנדלונגען גייען אן אויב און ווי אזוי מען זאך באנייען די אויטאריזאציע פאר די רעגירונג צו שפיאנירן אויף פארדעכטיגטע
די פראגראם לויפט אויס אין קורצן און א רייע קאנסערוואטיוון ווילן רעפארמען אינעם סיסטעם איידער זיי באשטעטיגן א רעאויטאריזאציע
אטוירני דזשענעראל באר קעמפט פארן יוסטיץ דעפארטמענט און אפעלירט ביי סענאטארן אז זאלן באשטעטיגן די פראגראם גלאט אזוי ווי עס איז אבער א רייע קאנגרעס רעפובליקאנער און אפילו געוויסע איינגעשטעלטע אין ווייסן הויז שטופן פאר א מער ערנסטע איבערזיכט בעפאר מען באשטעטיגט דעם פראגראם
באר פרובירט צו איבערצייגן סקעפטיקער אז די טוישן וועלכע זיי זוכן וועט ער דורכפירן מיט זיין אדמיניסטראטיווע מאכטן איינמאל די פראגראם ווערט ווידער באשטעטיגט און סענאטאר לינדזי גרעהעם איז דערווייל אויף איין בלאט מיט באר
*
איינע פון די מעסיגע דעמאקראטישע ערשט טערמיניגע קאנגרעס מיטגלידער וועלכע זענען אריינגעקומען אין 2018 למספרם איז לאורען אנדערוואד פון איליניאי
זי זאגט איצט אז אין איר מיינונג איז קין איינע/ר פון די דעמאקראטישע קאנדידאטן אויפן טיקעט נישט קיין הילף פאר איר אין איר ווידערערוויילונג פארמעסט
*
סענאטאר שומער זיך געטראפן מיט סטיוו בולאק אין מאנטאנא צוצלייגן דרוק אויף אים אריינצושפרונגען אין די סענאט פארמעסט אקעגן רעפובליקאנער סטיוו דעינס
שומער איז אויסן אריינצוזעהן דעם צוויי טערמיניגן גאווערנאר אינעם פארמעסט בעפאר די מערץ 9 דעדליין
*
איינע פון די מערסט קאנסערוואטיווע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט איז קאלין פיטערסאן פון מינעסאוטע
ווערנדיג געפרעגט אויב ער לויפט פאר ווידערערוויילונג (דערווייל ערווארט מען אז ער זאל לויפן אבער אפיציעל האט ער נאכנישט געמאלדן) זאגט: איך ווייס אז איך קען געוואונען ,דאס איז נישט די אישו, דאס איז די פראבלעם..
איך בין נישט זיכער אז איך וויל געוואונען..
*
אן ען בי סי מעריסט אנקעטע אין דרום קאראליינע גיבט פאר לינדזי גרעהעם 54% אקעגן דעמאקרא דזשים העריסאן בעת וואס 37% זענען אומבאשלאסן
*
די דעמאקראטישע פירערשאפט אפיליאירטע סופערפעק מאיאריטעט פעק האט אנגעהויבן לופטערן רעקלאמעס אין די ווערט פון א מיליאן דאלער אונטערצושטיצו די קאמפיין פון טאריסא גרינפעלד אקעדן רעפובליקאנע אייאווע סענאטארשע דזשאני ערנסט
*
זינט די נעכטיגע דעבאטע האט בערני סאנדערס אויפגעטריבן 1.2 מיליאן דאלער
*
דרום קאראליינע סענאטאר דזשים קלייבורן וועט איצט אינדערפרי מאכן זיין אינדארסירונג אין די פרעזידענט פריימערי פארמעסט
*
די באסטאן גלאוב האט אינדארסירט מאסאטשוסעטס סענאטארשע עליזאבעט ווארען
*
די סאנדערס קאמפיין זאגט אז זי וועט נישט אקצעפטירן קיין קאמפיין ביישטייערונגען פון מייק בלומבערג אין זייער פארמעסט אקעגן טראמפ
און די בלומבערג קאמפיין האט רעאגירט אז זיי זענען אקעי דערמיט ווייל עס וועט נישט זיין ריכטיג צו שפענדן געלט אין שטיצע פון איינעם וועלכע וויל עס נישט
*
דעמאקראטישע אפריקאנע אמעריקאנע קאנגרעסמאן סעדריק ריטשמאנד געפרעגט געווארן אויב די שוואכערע מעסיגע קאנדידאטן זאלן זיך ארויסציען צו לאזן פלאץ פאר איין שטארקע אלטערנאטיוו צו סאנדערס
ריטשמאנד: איך בין נישט אין די לייף קאוטשינג ביזנעס
*
פרעזידענט טראמפ האט מיטגעהאלטן די דעמאקראטישע דעבאטע אויפן וועג אהיים פון אינדיע און געזאגט אז עס איז נישט געווען צי גוט
*
אקעי, די דעבאטע אין דרום קאראליינע איז אונטער אונז און אירע נאכווייען פארבלייבן פאר די קאנדדיאטן און זייערע קאמפיינס זיך צו ספראווען דערמיט
אצינד גאלאפירט די פארמעסט צום פערטן סטאנציע ווען וויילער וועלן פגעבן זייער שטימע אין די סטעיט וועלכע איז די ערשטע וואו מען ערווארט אז א מאיאריטעט דעמאקראטישע פריימערי וויילער וועלן זיין פון אפריקאנע אמעריקאנע אפשטאם

די אפריקאנע אמעריקאנע וויילער ראטע לויפט ארום 60% פון די דעמאקראטישע טוירנאוט אין די סטעיט

איל אלגעמיין איז די ערווארטונג אז דזשאו ביידען האט וועט האבן זיין בעסטע שאנס באזירט אויף זיינע פארבינדונגען אין די סטעיט וועלכע גייט שוין צוריק פאר לאנגע יארן זייענדיג נאנט מיטן אפריקאנע אמעריקאנע קאנגרעסמאן דזשים קלייבורן ווי אויך מיטן געוועזענעם סענאטאר האלינגס

די וויידל וועלכע האט זיך צוגעטשעפעט צו ביידן ווען עס קומט צו די ספעציפישע וויילער קלאס איז טאם סטאיאר און עס בלייבט איבער צו זעהן וויפיל ער וועט סוקסעסירן אראפצוציפן פון זיי פאר זיך

וועל מיר נישט מאכגן א לאנגס און א ברייטס איבער די דעמאגראפיע פון די סטעיט נאר בלויז אנרירן ממש אויפן שפיץ גאפל

די הויפטשטאט פון די סטעיט איז קאלאמביע וועלכע געפונט זיך אין ריטשלענד קאונטי וועלכע איז זייער שטארק דעמאקראטיש און ביידען דארף דארט קענען אנציען שטארק אויב וויל ער האבן סוקסעסאויך לויפט א שטרעקע לענגאויס די אינטערסטעיט 20 ביז טשארלסטאון וועלכע איז שטארק באוואוינט און ווערט לעצטנס מער בלוי נאך וואס דער קאנגרעסמאן מארק סענפארד (ר) פלעגט דארט נאכאנאנד געוואונען ווידערערוויילונג אבער איז באזיגט געווארן פון רעכטס אין א פריימערי דורך א פרא טראמפ קאנדידאט אבער דערנאך האט א דעמאקראט יענעם באזיגט אין די אלגעמיינע וואלן און די ראיאן איז היינט אסאך בלויער ווי אמאל און פאראגט אסאך ארבעטער אין די מעדיצינישע פעלד, אדוואקאטן און אסאך יונגע פראגרעסיוון

קלייבורן איז די איינציגסטע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן אין א דזשערימענדערד דיסטריקט וועלכע האט א סופערמאיאריטעט פון אפריקאנע אמעריקאנער און די דיסטריקט נעמט אריין מער ווי איין שווארצע קאונטי מיט רורעל געגנטער און די שטימען וועלכע קומען אריין פון דארט קענען שיינען א ליכט אויף ווי אזוי אפריקאנע אמעריקאנע רורעל וויילער שטימען און אויב עס זיי ברעכן זיך אפ פון די מעטראפאלאטען סארט אפריקאנע אמעריקאנע סיטי סארט וויילער א שטייגער ווי אין קאלאמביע

די אינטערסטעיט 95 געפונט לויפט אריבער א זייער אפריקאנע אמעריקאנע ארימע ראיאן מיט שוואכע ערציאונג און עטליכע פון די אויבנדערמאנטע רורעל קאונטיס אינערהאלב די קלייבורן זיץ גרעניצן זיך מיט יענע רורעל געגנטער א שטייגער ווי קלארעדנדאן קאונטי און סאמטער קאונטי און דארט איז דא א שטיקל לייטישע פאפולאציע וועלכע קען שפילן עטוואס א ראלע אנדערש ווי די אנדערע רורעל אפריקאנע אמעריקאנע געגנטער אין די סטעיט וועלכע איז ניטאמאל אינטערסאנט צו ערווענען זינט זיי זענען אזוי שוואך באוואוינט אז זיי וועלן סייווי נישט צופיל אויסמאכן

צו לעצט איז גוט צו געדענקן אז ווען מען קוקט אויף אנקעטעס פון די סטעיט האבן זייי היסטאריש א רעקארד פון אונטערשאצן די קאנדידאט וועלכע געניסט פון שטיצע צווישן עלטערע אפריקאנע אמערקיאנע וויילער

אין 2008 למספרם איז די לעצטע אנקעטע מארדזשין געווען אבאמא פאראויס מיט 12% ווען ער האט למעשה געוואונען מיט 29% און אין 2016 למספרם האבן זי געוויזן אז קלינטאן מאכט עס מיט 28% און זי איז אריינגעקומען ביי+ 48%
*
נעכטן האט די סופרים קאורט געאורטיילט אז די פאמיליע פון א מעקסיקאנער יוגנטליכער וועלכע געשאסן געווארן צום טויט דורך אמעריקאנע גרעניץ וועכטער קענען נישט קלאגן דעם וועכטער אין געריכט
די אורטייל איז געווען 4-5 און זיך געשפאלטן אויף פארטייאישע ליניעס און ריכטער אליטא האט געשריבן פארן מאיאריטעט שרייבנדיג אז די אינצידענט איז גאר טראגיש אבער קען נישט געברענגט ווערן אין געריכט


*
דארעל פעטערסאן איז אן אפריקאנע אמעריקאנע מאן פון אלאבאמא וועלכע איז געווען א לאנגיעריגע איינגעשטעלטער ביי א וואלגרינס געשעפט

פעטערסאן האט געהאט אן אפמאך מיט זיין סופערווייזער אין געשעפט אז ער דארף נישט אריינקומען אום שבת זייענדיג א מיטגליד אין א קירכע פון א געוויסע סעקטע אינערהאלב די פראטעסטאנטן קריסטליכע וועלכע האט באשטימט זייער וועכנטליכע רוה טאג אויף שבת אנשטאט זונטאג

פעטערסאן וועלכע פלעגט אין אנהויב ארבעטן אלץ א קאסטומער סערוויס איינגעשטעלט האט שפעטער באקומען א פאזיציע אלץ טרענירונג אינסטראקטער

די אפמאך מיטן סופערווייזער האט געלויטעט אז אפילו אין פאל וואס עס האבן געדארפט פארקומען באלדיגע עמורדזשענסי טרענירונגען וועלכע זענען יא געווארן געסקעדזשועלט אויף ענדע וואך וועלן אנדערע ארבעטער שוין דעקן זיין אפוועזנהייט און איז טאקע אויסגעפירט געווארן אן קיין איבריגע אינצידענטן ווען ער האט געטוישט שיפט מיט קאלעגן וועלכע האבן געדעקט זיין שיפט מיט קעגנזייטיגע פארשטענדעניש ווען ער האט פילמאל זיי ערזעצט ביז..

ביז ווען די וואלגרינס עקזעקוטיוון האבן פאררופן אן עמורדזשענסי וויקענד טרענירונג צוליב וואס די געשעפטן נעץ איז געפונען געווארן שולדיג אין פארלעצן די אלאבאמא פארמאסי געזעץ און האט געוואלט צייגן אז זיי נעמען שריט צו פארזיכערן אז פארלעצונגען פאסירן נישט נאכאמאל

די סופערווייזאר האט דאן קלארגעשטעלט אז ער האט נישט קיין ערזאץ און פעטערסאן וועט מוזן אריינקומען אויסער אויב ער שאפט זיך אליינס א שטעל פארטרעטער

פעטערסאן האט אנגעהויבן זוכן אבער נישט מצליח געווען צו טרעפן א ממלא מקום אויף שבת

פעטערסאן האט זיך דערזעהן אין א פארלעגנהייט צו דארפן קלויבן צווישן זיין רעליגיע און זיין פאסטן אבער האט אויסגעקליבן די ערשטע און איז פשוט נישט ערשינען צו די ארבעט פירנדיג צו די סעסיע צו ווערן אפגעשיבט און געסקעדזשועלט אויף א שפעטערע דאטום

פעטערסאן איז דערנאך געלאפן בעהטן א גאראנטי אז מער וועט נישט אזאנס פאסירן און א צוזאג אז וועט קלעמאל קענען היטן זיין רוה טאג

וואלגרינס אבער האט נאך יענע אינצידענט פארשטאנען אז די ראלע אלץ טרענירונג אינסטראקטער איז צי ערנסט און קענען ווערן נעגאטיוו אפעקטירט און צוקונפטיגע עמורדזשענסי סעסיעס און האבן קלארגעשטעלט אז אין אלגעמיין קענען זיי ווייטער פרובירן צו אקאמאדירן זיינע רעליגיעזע פראקטיצירונגען אבער קענען עס נישט גאראנטירן אויף יעדן פאל און זיי זענען גרייט אים אריבערצורוקן צו א צווייטע פאזיציע אינערהאלב די געשעפט וועלכע איז נישט אויסגעשטעלט צו זיין אין קאנפליקט מיט זיין רוה טאג

פעטערסאן האט אפגעזאגט די פארשלאג און וואלגרינס האט אים געלאזט וויסן אז אויב אזוי האבן זיי א פראבלעם אים ווייטער צו האלטן אויף זייין איצטיגע פאסטן ווייל אין פאל פון א קאנפליקט וועט ער נישט אריינקומען און זיי צוזן אים צוליב דעם אויפזאגן

פעטערסאן איז געלאפן אין געריכט צו קלאגן וואלגרינס פאר רעליגיעזע דיסקרימינאציע אבער די דיסטריקט געריכט און דערנאך די אפעלאט געריכט האבן ביידע גענומען די זייט פון וואלגרינס

די געריכטן האבן געשריבן אז וואלגרינס האט גענומען ראציאנאלע שריט צו אקאמאדירן זיינע רעליגיעזע גלויבונגען מיטן אים ערלויבן צו טוישן שיפט ווען מעגליך און פארגעשלאגן אנדערע פאזיציעס אין געשעפט וועלכע ער האט אפגעווארפן אדער אנטזאגט צו באטראכטן

די געריכט האט געשריבן אז די פארלאנג פון פעטערסאן אנצוהאלטן זיין איצטיגע פאזיציע און נאך באקומען א גאראנטי איבער זיין רוה טאג לייגט ארויף אן איבערגעטריבענע לאסט אויף וואלגרינס

לויט די געריכט איז וואלגרינס נאכגעקומען די אנטי דיסקרימינאציע געזעץ מיטן ערלויבן זיך צו טוישן שיפט מיט קאלעגן ווען עס שאפן זיך קאלעגן גרייט דערצו און עס פארלאנגט נישט פון די ארבעטסגעבער צו פארזיכערן א ממאל מקום און לויטן געריכט דארף די ארבעטסגעבער ניטאמאל פרובירן און זיך אנשטרענגן צו שאפן שטעלפארטרעטער

פעטערסאן האט געהאט געמאכט די דריי ארגומענטן (די דריטע האט ער נישט ממש געמאכט נאר איז געווארן שפעטער באהאנדלט אין געריכט):

1) קען די פארשלאג ארויסגעשטעלט דורך וואלגרינס ווערן אנערקענט אלץ פאסיגע אלטערנאטיוו זינט זי פארזיכערט נישט אויף 100% אז מיט א טויש אין פאזיציע וועט קיינמאל נישט פארקומען קיין קאנפליקט צווישן די אינטערעסע פון די געשעפט און זיינע רעליגיעזע געברויכן

לויט די ערשטע, פערטע און עלפטע סירקטוס געריכטן וואלט אזא אלטערנאטיוו וועלכע נידערט באדייטנד די פאטענציאל פון קאנפליקט געווען גענוג גוט פאר אן ארבעטסגעבער צו פארשלאגן

לויט די אכטע און צענטע סירקוטס דארף יעדע אזא קעיס ווערן אויסגעהערט און אנטשידן דורך א דזשורי צו אפשאצן און באשליסן אויב די אלטערנאטיוו איז געונג צופרידנשטעלנד

לויט די צווייטע, זיבעטע און ניינטע קרייז געריכטן דארף די אלטערנאטיוו פולשטענדינג פארזיכערן די רעליגיעזע רעכטן פונעם ארבעטער

אצינד איז די פראגע וועלכע פון די דריי שטראזן איז די סופרים קאורט גרייט אראפצופארן און דירעקטירן די יורידישע טראפיק אהין

2) וואלגרינס האט באשולדיגט אז די פעטערסאן פארלאנג האט די מעגליכקייט צו שאפן ערנסטע נעגאטיווע ווירקונגען פאר זיי אבער זיי האבן נישט איבערצייגט אז אים ווייטער צו הלאטן איז א זיכערע און באלדיגע לאסט פאר זיי און די פראגע אויב זיי מעגן אים ארויסשטעלן צוליב וואס זיי שאצן אז עס קען מעגליך פאלן שווער אויף זיי אינעם צוקונפט

לויט די פיפטע ,זעקסטע און עלפטע סירקוטס איז מעגליכע צוקונפטיגע פראבלעמען גענוג אבער לויט די פערטע,אכטע,ניינטע און צענטע סירקוטס איז עס נישט גענוג

3) אין 1977 למספרם האט דאן די סופרים קאורט באהאנדלט גאנץ אן ענליכע קעיס ווי אויך דאן האט א נישט אידישע אזויגערופענע שומר שבת זיך געטראפן אויף א נייע פאזיציע ביי די דאן TWA ליניע ע"ה און אויף די נייע פאזיציע האט ער פארלוירן די סיניאריטעט פון וועלכע ער האט גענאסן אויף זיין ערשטע פאזיציע און גלייכצייטיג אנגעווארן זיינע רעכטן צו זיין אפוועזנד אום שבת

דאן האט א זיבן ריכטער מאיאריטעט געאורטיילט לטובת די לופט ליניע אויף צוליב וואס זיי האבן אויסגעשטרעקט אן איילבירטן צווייג און פרובירט צו אקאמאדירן זיין רעליגיע

זיי האבן אנגעצייגט אז די געזעץ פארלאנגט פונעם ארבעטסגעבער צו פרובירן שאפן אלטערנאטיוון צו באפרידיגן דעם ארבעטער אויף א וועג וועלכע זאל "נישט ארויפלייגן אן איבריגע שווערע לאסט" אויף די ארבעטסגעבער

אין יענע קעיס האט דער ארבעטער געוואלט אן אפמאך וועלכע וואלט געצוואונגען די פירמע צו צאלן פאר אנדערע ארבעטער "אווערטיים" צו דעקן זיין שיפט און די יוניאן וועלכע האט רעפרעזענטירט די לופטפעלד ארבעטער איז נישט גרייט געווען צו גיבן א פטור פאר די לופטליניע נישט צו דארפן צאלן אווערטיים און אזלעכע אומשטענדן

יענע סופרים קאורט האט געשאן א פרעצעדענט אפצולערנען די געזעץ אז איינמאל די איינציגסטע אויסוואג פון אן אלעטערנאטיוו איז עטוואב מער ווי א נישטיגע שאדן אפילו עס איז גאר א מינימאלע שאדן פאר די פירמע א שטייגער ווי צו צאלן פאר אן ארבעטער אווערטיים הייסט שוין א באדייטנדע נעגאטיווע ווירקונג און אזא אלטערנאטיוו איז עפעס אויף וואס א פירמע דארף נישט איינגיין

אצינד האבן אנאליסטן ארויסגעקוקט צו זעהן אויב די סופרים קאורט וועט אריינקוקן אין יענע פרעצעדענט און עס מעגליך אפשאפן און באשטימען א מער ערנסטע שאדן צו קענען גענוצט ווערן אלץ אויסרייד דורך ארבעטסגעבער

נעכטן האט די סופרים קאורט געמאדלן אז זיי אקצעפטירן נישט די קעיס

וועסטו פרעגן פארוואס האסטו מיך אזוי לאנג אויפגעהאלטן אויב אין די ענדע איז די קעיס סייווי נישט געווארן אקצפטירט?
איז צו ערשט אנטשולדיגט פארן אויפהאלטן און דערנאך איז אינטערסאנט אז דריי ריכטער און דאס זענען טאמאס, אליטא און גארסוטש האבן געשריבן אן אייגענע מיינונג ווי זיי שטימען איין מיט די באשלוס נישט אויפצונעמען די קעיס אבער צוליב אייגענע אבזערוואציעס

זיי שרייבן אז די געריכט האט פארלאנגט פון די סאליסיטאר דזשענעראל פון די יוסטיץ דעפארטמענט צו הערן זיין שטעלונג אויף די קעיס און יענער האט רעאגירט שרייבנדיג אז אלע דריי פונקטן זענען ווערט אריינצוקוקן דערין אבער די מערסטע פון זיי איז די דריטע ארגומענט

די אלע דריי ריכטער שטימען איין מיטן סאליסיטאר דזשענעראל זאגנדיג זיי זענען ווייניגער זיכער איבער ווי אזוי צו אורטיילן אויף די ערשטע צוויי ארגומענטן און זיי פארשטייען אז מען קען הערן ביידע צדדים און צוליב דעם איז אן אורטייל אקעגן פעטערסאן באזירט אויף איין געוויסע צד וואס די נידריגע געריכט האט אויסגעקליבן נישט "אומדערהערט" און נישט דרינגענד פאר די סופרים קאורט זאפארט צוריקצודרייען

ווידעראום די דריטע ארגומענט איז שוין יא עפעס וואס זיי האלטן אז די ביז איצטיגע פרעצעדענט איז עכט נישט ריכטיג אפגעלערנט די געזעץ און מען ארבעטסגעבער וואלטן יא געדארפט אויפווייזן מער ערנסטע שאדנס צו נוצן אלץ אויסרייד פארוואס נישט צו וועלן נוצן אן אלטערנאטיוו אבער די פראבלעם איז אז אין די איצטיגע קעיס האט נישט וואלגרינס און נישט פעטערסאן ערווענט די דריטע ארגומענט און עס איז מער געווען א פונקט אויפגעברענגט דורך די סאליסיטאר דזשענעראל און באטראכט דורך די ריכטער

זיי פירן אויס אז צוליב דעם איז די איצטיגע קעיס פשוט נישט די ריכטיגע פאל און אז א מער אויסגעבעטע קעיס גענוג רייף וועלכע איז קאנצעטרירט איבער די דריטע ארגומענט וואלט געווען זייער שטעלונג אז מען זאל יא אקצעפטירן

-גוי ששבת חייב-

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24393
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 26, 2020 11:44 am

מ'קען ממש ווערן א תלמיד חכם פון לערנען די הערליכע באריכטן!

יו ראק!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מיטוואך פאברואר 26, 2020 11:50 am

א גרויסן יישר כוח!
א גרויסן יישר כוח!
א גרויסן יישר כוח!
א גרויסן יישר כוח!
א גרויסן יישר כוח!

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מיטוואך פאברואר 26, 2020 11:50 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מ'קען ממש ווערן א תלמיד חכם פון לערנען די הערליכע באריכטן!

יו ראק!!

שכן טוב
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2019 10:14 pm

תגובהדורך שכן טוב » מיטוואך פאברואר 26, 2020 12:26 pm

ריזיגע יישר כח בשם אלע חברים!!!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 26, 2020 12:31 pm

א פארגעניגן צו הערן
יישר כח אלע פאר די פידבעק!

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך פאברואר 26, 2020 12:54 pm

א גרויסן שכח פאר דיין הערליכע באריכט.
גייט די קארט קעיס קענען שאטן פאר אידן ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2809
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך פאברואר 26, 2020 1:04 pm

הכל הבל האט געשריבן:א פארגעניגן צו הערן
יישר כח אלע פאר די פידבעק!

א ריזיגן יישר כח ר' הכל! מיר באלעקן זיך מיט דיינע קלארע באריכטן.

וואוילע איד
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2020 12:44 pm

תגובהדורך וואוילע איד » מיטוואך פאברואר 26, 2020 1:57 pm

שכן טוב האט געשריבן:ריזיגע יישר כח בשם אלע חברים!!!!

איף בין אויך פון דעי חברים !!!

שכן טוב
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2019 10:14 pm

תגובהדורך שכן טוב » מיטוואך פאברואר 26, 2020 2:54 pm

דארף מען ווען קענען אנשטעלן א דיפאלט שקויעך רעספאנס צו יעדע רעפטל באזונדער....

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 26, 2020 2:56 pm

יישר יישר
פידבעק פון נאטור אויס שטופט צו באקן נאך

נקודהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך פאברואר 26, 2020 3:03 pm

כ'גיי זאגן דער אמת, איך בין אהערגעקומען פאר די קאווע און קאקאש
אבער אהיים בין איך אזוי ווי דער וואס קומט צום דינער צו עסן און גייט אהיים הינגעריג...
ס'וואלט שיין געווען אויב איינער איז זיך מרחם און לייגט ארויס אביסל האט פאד אויפן טישל אינדערזייט, ווער ספאנסערט?
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה

אבדזשעקטיוו
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

תגובהדורך אבדזשעקטיוו » מיטוואך פאברואר 26, 2020 5:38 pm

ישר כח!
אזא קלארקייט האב מיר נאכנישט געהאט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 37 געסט