א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג פאברואר 18, 2020 12:59 pm

הבל! יישר כוחכם!

מיר זענען זיך מחי' מיט יעדן קאקאש עקסטער, און מיר זענען דיר שטארק דאנקבאר דערפאר.

(און אזוי ווי אלע זאגן... מיר קענען זיך נישט יעדע מאל עקסטער באדאנקן, ווייל ס'וועט אנפוהלן די בלעטער, אבער נעם עס אן ביטע פאר א יעדן קאקאש באזונדער)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג פאברואר 18, 2020 2:59 pm

יעצט געליינט די נעכטיגע רעפטל... אזוי קלאר אראפצולייגן א קאמפליצירטע געריכט קעיס דארף מען האבן א הכל הבל!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:07 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:יעצט געליינט די נעכטיגע רעפטל... אזוי קלאר אראפצולייגן א קאמפליצירטע געריכט קעיס דארף מען האבן א הכל הבל!

יישר! אייער פידבעק איז שטארק אפרישיעטעד!

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:19 am

געהאט גאנץ א שווערע טאג היינט, אבער זיך געמאכט צייט צו עסען דיין בארימטע קאקאש קעיק (היינטאויך געגעסען די סלייסעס פון זונטיג און מאנטיג, סגעווען געהעריג פריש ..) כאב מוראדיג הנאה פון די קלארקייט און די וועג וויאזוי מע"כ לייגט אראפ אלעס ובפרט די געריכט קעיסעס!
יישר חיילכם!

נ.ב. יעך באדאנק נישט אפט אפי' עס פאסט ווען עכט.. באט איטס אנלי קאז איי פיהל אז מיינע שקויעךס פירקלען סתם אומזינסט אויף אזא טייערע אשכול
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 10:21 am

מיטוואך משפטים

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געלאנדעט אין לאס אנדזשעלעס קאליפארניע און וועט פארברענגן די קומענדיגע דריי טאג אינעם וועסט קאוסט האבנדיג א ראלי יעדן טאג עקסטער
היינט אויפדערנאכט וועט זיין א ראלי אין פיניקס אריזאנא וועלכע איז זיין ערשטע ראלי אין די סטעיט אינעם איצטיגן קאמפיין סעזאן
אנדערע צוויי ראליס וועלן זיין אין קאליפארניע און אין לאס וועגאס נעוואדע
באזונדער נעמט דער פרעזידענט אנטייל ביי רייכע באנקעטן און פאנדרעיזערס אויפצוטרייבן געלט פאר זיין ווידערערוויילונג קאמפיין
*
פרעזידענט טראמפ וועלכע פלאנט צו באזוכן אינדיע זאגט אז די האנדלס אפמאך מיט זיי וועט ערשט פאסירן נאך די וואלן
ער זאגט אז 7 מיליאן מענטשן וועלן אים אפווארטן צו באגריסן אין אמעדאבעד ווען מען רעכנט אריין די וועלכע ווועלן זיין אויסגע'שורה'ט אויף די גאס מיט די וועלכע וועלן באקומען א פלאץ אינעם מאטערא סטעדיום וואו ער וועט גיבן א גרויסארטיגע רעדע
אין גוטע נייעס פאר פרעזידענט טראמפ האט ריכטערין עימי בערמאן דזשעקסאן באשטעטיגט אז ראדזשער סטאון וועט נישט אנהויבן סערווירן קיין טורמע טערמין אפילו אויב ער ווערט צוגעטיילט אזא אורטייל מארגן דאנערשטאג בעפאר אלע פראצעדורן פון סטאון'ס פארלאנג, און אפעלאטן איבער דעם זענען פארטיג
דאס באדייט אז סטאון וועט נישט אזוי שנעל זיך טרעפן אין טורמע און קויפט צייט פארן פרעזידענט אים נישט צו דארפן פארדאנירן בעפאר די וואלן
*
דזשאן רוד איז געווען די העכסטע פאליסי באאמטע אין די פארטיידיגונג דעפארטמענט און איז געווען פארמישט אין קלארשטעלן פאר קאנגרעס אז אוקריינע איז געווען בארעכטיגט צו באקומען די פערטל מיליאן דאלער אין סעקיוריטי הילף
רוד האט איצט געמאלדן אז ער טרעט אפ פון פאזיציע
*
אטוירני דזשענעראל וויליאם באר אדרעסירט איצט א יוסטיץ דעפארטמענט קאנפרענץ אין די עף בי איי הויפטקווארטיר אין וואשינגטאן די סי
די רעדע איז איבער אימיוניטי פאר פאר אנליין פלאטפארמעס
*
ביי די נעכטיגע דעבאטע צווישן דעמאקראטישע מאסאטשוסעטס סענאטאר עד מארקי איז זיין פריימערי קעגנער דזשאו קענעדי געפרעגט געווארן איבער מארקי'ס רעקארד אין סענאט
קענעדי: אבסאלוטלי, ער איז געווען א גוטע סענאטאר, אבער די אישו אויפן מאמענט איז איבער וואס עס איז אויפן וואגשאהל
עס איז נישט איבער פארשלאגן די ריכטיגע ביל אדער שטימען אין די ריכטיגע וועג
מיר דארפן איצט טוהן אלעס צוריקצושטעלן מאכט צו די דעמאקראטישע פארטיי
*
אין ווערמאנט געניסט דער רעפובליקאנער גאווערנאר וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג פון א 57% צופרידנהייט ראטע און וואלט לויט אן אנקעטע באזיגט ליוטענאנט גאווערנאר דעיוו צוקערמאן (ד) מיט 52-29 און מיט 55-20 א שוואכערע קאנדידאט אין די דעמאקראטישע פריימערי
22% זענען אומבאשלאסן
*
אריזאנא דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט מארק קעלי איז נישט בלויז פאראויס פון זיין קעגנער סענאטארשע מקסעלי אויפן פאנדרעיזינג געבט נאר איז די סאמע שטארקסטע פאנדרעיזער פון אלע קאנגרעס און סענאט קאנדידאטן ביזדערווייל אינעם איצטיגן סעזאן
*
ארום א דריטל פון די ביישטייערער צום ביידען קאמפיין האבן שוין געגעבן די מאקסימום פון 2,800 דאלער וואס באדייט אז אויסער אויב ער פארברייטערט זיין באזע פון געלט שטיצער וועלן א גרויס טייל מער נישט קענען צושטייער גיבן דירעקט צו זיין קאמפיין
*
מען האלט נאך אינמיטן ציילן די שטימען נעכטן אריינגעקומען אין נעוואדע אבער דערווייל קוקט אויס אז די נעכטיגע טאג אללין האבן געשטימט אזויפיל ווי די דריי טאג בעפאר "צוזאמען" ברענגענדיג די טאטאל צו 70 טויזנט וועלכע איז נאנט צו די 84 טויזנט געשטימט אין 2016 למספרם
*
אין נעוואדע האט טאם סטאיאר ערהאלטן די אינדארסירונג פון סטטעיט סענאטאר מאריסא וואשינגטאן
*
די טראמפ קאמפיין האט אויפגענומען מעט אקזקאוסקי פון קעמברידזש אנאליטיקא ארויסצוהעלפן אין זייער אנליין קאמפיין אפעראציעס
*
אין ליכט פון די בלומבערג ספענדינג איז שטארקער געווארן די דיסקוסיעס אינערהאלב די טראמפ קאמפיין צו שטעלן די פאנדרעזינג גאול פארן קאמפיין ביי א ביליאן דאלער
*
עס איז געווען א טונקעלע פארטאג אין יולי 15 2014 למספרם ווען צוויי ניו מעקסיקא פאליציי אפיצירן זענען אנגעקומען צו אן אפארטמענט קאמפלעקס אין אלבאקווערקווא צו ארעסטירן א פרוי פארמישט אין אן ארגאנאזירטע קרימינאלע רינג

די אפיצירן האבן געפונען צוויי פארשוינען שטיין פארנט פון יענעם'ס היים הארט נעבן א פארקירטע טאיטא קרוזער וועלכע איז געשטאנען פארלאשן צווישן קארס פון ביידע זייטן

די אפיצירן זענען געווען געקליידעט אין זייערע אפיציעל מונדירן און האבן באשלאסן צו אויספרעגן די צוויי חברהאון זעהן אויב זי זענען פארבונדן צו די פרוי וועם זיי זוכן צו ארעסטירן

ווען די צוויי האבן באמערקט כי כלתה אליהם הרעה איז איינער אריינגעלאפן אין די הויז פונעם פרוי און די צווייטע איז געוועןא פרוי מיטן נאמען ראקסאנע טארעס וועלכע האט זיך געשווינד אריינגעזעצט אינעם קרוזער און זיך באקוועם געמאכט ביים רעדל און אנגעצונדן די מאטאר

אפיציר ריטשארד וויליאמסאן איז צוגעגאנגען צו די ענסטער אויפן דרייווער'ס זייט און זך געבעטן עטליכע מאל אז טארעס זאל ווייזן איר האנט (אז זי איז אומבאוואפנט) און לויט אים האט טארעס געמאכט אגרעסיווע האנט באוועגונגען וועלכע ער האט נישט געקענט געהעריג זעהן צוליב די טונקעלע פענסטער

די צווייטע אפיציר איז געווען דזשעניס מאדריד וועלכע האט זיך געשטעלט פארנט פון די רעדל וועלכע איז פארנט פונעם דריייווער'ס זיץ און האט אויך געקענט זעהן די האנט באוועגונגען פון טארעס

לויט פרוי טארעס האט זי ניטאמאל געוואוסט אז די צוויי זענען אפיצירן און האט נישט געהערט קיין איין ווארט אדער באפעל געמאכט דורך די צוויי אבער ווען זי האט געהערט ווי זיי פרובירן צו עפענען די טיהר האט זי געהאלטן אז דאס זענען צוויי באנדיטן וועלכע פרובירן איר צו קארדזשעקן האט זי אריינגעשטעלט די קאר אין דרייוו

אין יענע מאמענט האט אפיציר וויליאמסאן אנגעציהלט זיין ביקס און גלייך דערנאך האט מאדריד געטוהן די זעלבע

טארעס האט רעאגירט מיטן דרוקן עטוואס אויף די גאז און נאך וואס די קאר האט זיך גערוקט אן אינשט אדער צוויי זענען קוילן געקומען צו פליען אין ריכטונג פון טארעס

מאדריד האט געזאגט אז זי האט זיך געפארכט אז טארעס גייט איר איבערפארן און האט דעריבער אריינגעציהלט אינעם פאדערשטן שויב און וויליאמסאן האט אויך געזאגט אז ער האט געוואלט באשוצן מאדריד און זיין אייגענע לעבן צוגלייך שטייענדיג שטעקן צווישן די אויטא פון טארעס און די פארקירטע קאר דערנעבן

צוויי קוילן האבן באטראפן טארעס וועלכע האט פארגעזעצט איר רייזע זיך ארויסגליטשנדיג פון דאר מיט אן אימפעט און נאך באוויזן זיך לייכט אנצושטויסן אין א צוויטן אויטא אבער עווענטועל צוגעפארן צו א צווייטע פארקינג לאט ווי זי איז ארויסגעקומען פון די קרוזער און זיך אראפגעווארפן אויף דער ערד זיך אונטערצוגעבן פאר די צוויי "קארדזשעקערס" וועם זי האט געציטערט אז זיי פאלגן איר נאך ביז אהין

נאך א וויילע איז זי באמערקט געווארן דורך א פארבייגייער און האט יענעם געבעטן צו רופן פאליציי

אנגעבליך האט זי געהאט א באזנדערע ארעסט ווארענט שוין פון א צייט פריער און צוליב דעם האט זי באשלאסן נישט צו ווארטן ביז פאליציי קוט און אידענטיפיצירט איר

איר אויג איז געפאלן אויף א צווייטע אנגעצונדענע אויטא וועמענ'ס אייגנטומער האט געהאלטן אינמיטן אנפולן די טראנק מיט פעקלעך

טארעס האט זיך אריינגעגליטש דערין אין אפגעצויגן פון דארט לאזנדיג דעם נעבעכדיגן קאר אייגנטומער שטיין מיט די פעקלעך אין די הענט און מיטן צונג אינדרויסן
פון דארט איז זי צוגעפארן צו א שפיטאל צו באהאנדלען אירע וואונדען און אנגעגעבן א פאלשע נאמען אבער די שפיטאל באאמטע האבן שפעטער איר אידענטפיצירט און זי איז דעם קומענדיגן טאג געווארן ארעסטירט

א פראצעס אקעגן טארעס איז אריין אין שוואונג אין אין די צייט וואס זי האט געארבעט אפצוקעמפן די קלאגעס האט זי אין אקטאבער 2016 למספרם באשלאסן צו גיין אויפן אפענסיווע און אריינגעטראגן א ציווילע רעכט באשולדיגונג אז די צוויי אפציירן האבן פארלעצט אירע פערטע אמענדמענט רעכטן מיטן נוצן אומבארעכטיגטע קראפט איר צו פארהאלטן

די אמענדמענט טוט פארבאטן צו נוצן איבערגעטריבענע מאכט און בכלל צו פארהאלטן/ארעסטירן מענטשן אן קיין געהעריגע אורזאך

די פאליציי אפיצירן האבן געמאכט אן אינטערסאנטן ארגומענט זאגנדיג אז די פארבאט איז נישט געווארן פארלעצט זינט טארעס האט באוויזן זיך ארויסצוגליטשן נאך איידער זי איז געווארן פארהאלטן און האט אונטער די האגל פון קוילן באוויזן צו דרוקן אויפן גאז און אנטרינען ווערן און איז קיינמאל פאקטיש נישט געווארן פארהאלטן

ווי עס שיינט קלאגט נישט טאקעס אויף די עצם שיסעריי און וואונדן ווייל די פאליציי קען טענה'ן אז זיי האבן זיך געשפירט באדראעט ווען זי האט אנגעהויבן פארן אבער זי טענה'ט יא אז די פלאן איז לכתחלה געווען איר צו פארהאלטן און צו שיסן און פאל זי פרובירט צו אנטלויפן און זי האט פון די פענסטער געקענט זעהן זייערע אויג צו אויג קאמיוניקאציע צו נוצן געווער

די אפיצירן זאגן אבער אז אפילו ווען פאליציי פרובירט אפצושטעלן עימיצן אומבארעכטיגט און שיסט אויף יענעם ווען ער אנטלויפט הייסט עס נישט "פארהאלטן" ווייל יענער איז דאך איז פאקט נישט געווארן פארהאלטן און אוזי לאנג ווי די קוילן אדער אנדערע מאכט מיטלען האלן נישט אפ דעם פארדעכטיגטן פון מאכן פליטה איז עס נישט אין פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט

די צענטע סירקוט קאורט אף אפעילס האט אבבער ארויסגעווארפן די באשולדיגונג פון טארעס און גענומען די זייט פון די פאליציי

די אכטע, ניינטע, און עלפטע סירקוט קאורטס און צוגאב צו די סופרים קאורט אין ניו מעקסיקא האבן אלע געאורטיילט אז אן אומסוסקסעספולע אומבארעכטיגטע פארכאפונג פרואוו פארלעצט די פערטע אמענדמענט אבער די צענטע סירקוט און אויך די סירקוט קאורט אין די סי האט אויסגעטייטשט די פערטע אמענדמענט נאר אויף פעלער ווען די פארהאלטונג/ארעסט איז סוקסעספול

אום מערץ 30 למספרם וועט די סופריםקאורט אין וואשינגטאן אויסהערן די קעיס

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:27 am

Wow דיינע באריכטן פון געריכט ווערט קלארער אין מער אינטרעסאנט !!! גיי אן!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:29 am

ווואף, דאס איז א מין קעיס היינט... טענקס!!!

בנוגע וואס טראמפ זאגט איבער די אינדיע טרעיד אגרימענט איז א סאליד מאוו, ער לאזט איבער ביזנעס אויף נאך די עלעקשן, דאס גיבט פאר מענטשן נאך א סיבה צו וואוטן פאר אים...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:35 am

Wow תמידים כסדרן!
די קעיס היינט ליינט זיך ווי א דראמאטישע מעשה ביכל...
א גרויסן דאנק!

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אווער נייט קוגעל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

תגובהדורך אווער נייט קוגעל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:36 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-

גאר שטארק הנאה געהאט, נישט אנדערש ווי יעדעס מאל.

יישר כח
קיפ איט אפ!

(שוין איינמאל פארגעשלאגן, די רייכע געריכט באשרייבונגען פארדינען זיך א באזונדערן אשכול)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:40 am

יישר כח פאר יעדן פאר די פידבעק!מעגליך טוט עס אנפירקלען די אשכול אבער נאך אלעם איז עס וואס טרייבט צו שרייבן ווייטער און טוט ביישטייערן אז נאך באריכטן ווערן געפירקלט..

די ריכטער וועלן דארפן אויסטייטשן די קאנסטיטוציע די בעסטע לויט זייער פארשטאנד אבער אויב זאל זיך עס ווענדן אין אייער שיקול הדעת ווי אזוי וואלטן אונזערע לעגאלע אייוועלט געאורטיילט אין די קעיס?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך פאברואר 19, 2020 12:32 pm

maybeeynot האט געשריבן:יישר כח פאר די באריכט אין עקסטרע פאר די געריכט שיעור עיון פארגעלערנט ווי א שיעור פשוט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מיטוואך פאברואר 19, 2020 12:45 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:הבל! יישר כוחכם!

מיר זענען זיך מחי' מיט יעדן קאקאש עקסטער, און מיר זענען דיר שטארק דאנקבאר דערפאר.

(און אזוי ווי אלע זאגן... מיר קענען זיך נישט יעדע מאל עקסטער באדאנקן, ווייל ס'וועט אנפוהלן די בלעטער, אבער נעם עס אן ביטע פאר א יעדן קאקאש באזונדער)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 12:55 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג וארא

*
ביי די מידטוירם וואלן אין 2018 למספרם האבן וויילער אין פלארידא מיט אן איבערוויגנדע מערהייט באשטעטיגט א פראפאזיציע צו ערלויבן געוועזענע ארעסטאנטן צו שטימען בעסער באקאנט אלץ אמענדמענט 4
די שאצונגען זענען געווען אז אין רעזולטאט פון די טויש וועלן אזויפיל ווי 1.4 מיליאן געוועזענע ארעסטאנטן באקומען א שאנס צו שטימען אין די קומענדיגע וואלן
די שפראך אויף די היסטארישע בעלאט איז געווען אז אויב באשטעטיגט וועלן די ארעסטאנטן קענען שטימען נאכן ענדיגן "אלע טערמינען פונעם סענטענס"
דא האט אבער ארויסגעשפראצט א פראגע ווי אזוי די געזעץ אפעקטירט ארעסטאנטן וועלכע האבן שוין געענדיגט זייער טערמין וואס זיי דארפן שמאכטן אין טורמע אבער זענען אין צוגאב צו זייער טורמע טערמין געווארן באשטראפט און באאויפטראגט צו באצאלן געוויסע געלט שטראפן און עס איז שוין געווען לוקה אבער נאכנישט משלם
איז אין אזא פאל וואס די געלט שטראפן איז נאכנישט פולקאם אויסגעצאהלט הייסט עס פארענדיגט די סענטענסינג טערמינען

וויילער רעכטן גרופעס האבן געמאכט זייער ארגומענט אז די געלט צאהלונגען איז גענצליך אומפארבונדן מיט די וואס די געזעץ באצייכנט אלץ פארענדיגט די סענטענסינג אבער די רעפובליקאנע געפירטע לעגיסלאטור אין שפיץ פון גאווערנאר ראן דסאנטיס האבן אנדערש געהאלטן און האבן דורכגעפירט א געזעץ קלארצושטעלן אז אומאויסגעצאלטע גייען נישט קענען אפגעבן זייער שטימע
ווען די טינט פון די אונטערשריפט פון גאווערנאר דסאנטיס האט נאך געהאלטן אינמיטן טרוקענען האבן שוין וויילער רעכטן גרופעס געפיילט א קלאגע אין פעדעראלן געריכט אקעגן די געזעץ שרייבנדיג אז עס גייט אקעגן די ווילן פון די וויילער אבער די אויסגאנג פון יענע לאוסוט איז נישט ערווארטעט צו קלאר שליכטן די קעיס בעפאר די קומענדיגע וואלן זינט די מונדליכע ארגומענטן אינעם דיסטריקט קאורט איז ערשט געסקעדזשועלט פארצוקומען אום פרילינג און די פארלירער פון זייער אורטייל וועט גאנץ ווארשיינליך לויפן צום סירקוט קאורט וועלכע וועט פארשלעפן די קעיס אויף נאך די 2020 למספרם וואלן
וואס גאווערנאר דסאנטיס פאר זיך האט אבער געטוהן נאך וואס זיינע קעגנער זענען געלאפן אין פעדעראלן געריכט איז געווען צו בעהטן פון די פלארידא סטעיט סופרים קאורט צו הערן זייער מיינונג אויף די פראגע
דסאנטיס האט נישט אריינגעטראגן קיין קלאגע אקעגן די וויילער פראפאזיציע גופא און נישט געבעטן די געריכט צו זאגן אויב עס איז קאנסטיטוציאנאל נאר ליבערשט געבעטן אן עדווייזארי אפיניאן אויב די פראזע פון ענדיגן די טערמין פון די סענטענסינג דעקט אויך געלט שטראפן
פארגאנגענע דאנערשטאג האט די געריכט ארויסגעגעבן איר מיינונג שרייבנדיג אז זי לערנט אפ די ווערטער פון טערמין פון סענטענסינג ווי דער גאווערנאר אז עס שליסט איין סיי וועלכע סארט געלט שטראף מיט וועלכע די געריכט האט געסענטענסט דעם פאראוטיילטן
אויב די פעדעראלע דיסטריקט אדער סירקוט וועט פארארדענען אז צו ערשט דארף די דסאנטיס געזעץ זיין אויף האלד ביי די קומענדיגע וואלן ביז די קעיס וועט ענדגילטיג דעצידירט וועט די איצטיגע סטעיט סופרים קאורט מיינונג קיין סך נישט העלפן פאר דסאנטיס ביי די קומענדיגע וואלן אבער די מאטיוו פון דסאנטיס צו פארלאנגען פון געריכט זייער שטעלונג איז געווען צו באאיינפלוסן די פעדעראלע ריכטער צייגנדיג אז ער האט אונטערגענומען א שריט וועלכע די העכסטע סטעיט געריכט האט געפונען אלץ אויסגעהאלטן
די סטעיט סופרים קאורט באשטייט פון זיבן זיצן פון וועלכע צוויי זענען מאמענטאל ליידיג און פון די פינף ריכטער איז איינער נאמינירט געווארן דורך גאווערנאר דסאנטיס, איינער דורך דעם פריערדיגן רעפובליקאנער גאווערנאר ריק סקאט און די איבריגע דריי דורכן געוועזענעם גאווערנאר (דעמאקראט ומלפנים אינדעפענדענט ומלפני ולפנים רעפובליקאנער) טשארלי קריסט
די איצטיגע באשלוס איז געווען 4-1 ווען דזשארדזש לאבארדזשא וועם קריסט האט גראדע נאמינירט ווען ער איז נאך געווען א רעפובליקאנער איז געווען אומאיינשטימיג

די עלפטע סירקוט קאורט האט געאורטיילט אקעגן די סטעיט שטעלונג
די אורטייל איז ארויס דורך א פאנלע פון דריי ריכטער
ריכטער לאניער ענדערסאן נאמינירט דורך פרעזידענט קארטער
ריכטער סטענלי מארקוס נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען צום דיסטריקט געריכט און שפעטער דורך פרעזידענט קלינטאן צום סירקוט קאורט
און דיסטריקט ריכטערין באראבארא ראטשטיין נאמנינירט דורך פרעזידענט קארטער

ראטשטיין איז א דיסטריקט ריכטער וועלכע איז צוליב טעכנישע אנגעלעגנהייטן געווארן דעזיגנירט צו זיצן אויף די פאנעל פון סירקוט ריכטער

וואוילע איד
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2020 12:44 pm

תגובהדורך וואוילע איד » מיטוואך פאברואר 19, 2020 12:56 pm

הכל הבל האט געשריבן:יישר כח פאר יעדן פאר די פידבעק!מעגליך טוט עס אנפירקלען די אשכול אבער נאך אלעם איז עס וואס טרייבט צו שרייבן ווייטער און טוט ביישטייערן אז נאך באריכטן ווערן געפירקלט..

די ריכטער וועלן דארפן אויסטייטשן די קאנסטיטוציע די בעסטע לויט זייער פארשטאנד אבער אויב זאל זיך עס ווענדן אין אייער שיקול הדעת ווי אזוי וואלטן אונזערע לעגאלע אייוועלט געאורטיילט אין די קעיס?

זיי האבן איר נישט געהאט ארסטירט. די קאנסטיטוציא פארבאט נישט פאליציי צו פרעגן א מענטש ווי אזוי ער הייסט. אין עס איז לעגאל פאר פאליציי ארויסצינעמן זייער ביקס ווען זיי פילן זוך אין א געפאר !!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 12:59 pm

וואוילע איד האט געשריבן:

זייער ארגומענט איז אבער אז אפילו ווען זיי האבן פארדעכטיגן יענעם אבער נישט גענוג צו ארעסטירן און זיי שיסן אויף יענעם איז עס נישט קיין פאררעכנט אלץ אראפגעהאלטן יענעם אויב דער פויגל גליטשט זיך ארויס בעפאר זיי זענען מצליח אים אפצוהאלטן

די פראגע איז נישט אויב זיי האבן געהאט א רעכט צו שיסן נישט אזוי ווייט אלץ די שיסן זעלבסט ווי אויב דאס שיסן הייסט יענעם פארכאפט טראץ וואס יענער דרייט זיך ארויס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 1:01 pm

ביי די טראמפ אימפיטשמענט האט מען מערערע מאל אויפגעברענגט ביישפילן פון אומסוקסעפולע פארברעכנס ווי באנק רויבערייען

די פראגע איז טאמער פאליציי פרובירן צו פארלעצן די פערטע אמענדמענט אבער פאלן דורך צי הייסט עס פארלעצט אדער נישט

וואוילע איד
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2020 12:44 pm

תגובהדורך וואוילע איד » מיטוואך פאברואר 19, 2020 1:07 pm

הכל הבל האט געשריבן:
וואוילע איד האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:יישר כח פאר יעדן פאר די פידבעק!מעגליך טוט עס אנפירקלען די אשכול אבער נאך אלעם איז עס וואס טרייבט צו שרייבן ווייטער און טוט ביישטייערן אז נאך באריכטן ווערן געפירקלט..

די ריכטער וועלן דארפן אויסטייטשן די קאנסטיטוציע די בעסטע לויט זייער פארשטאנד אבער אויב זאל זיך עס ווענדן אין אייער שיקול הדעת ווי אזוי וואלטן אונזערע לעגאלע אייוועלט געאורטיילט אין די קעיס?

זיי האבן איר נישט געהאט ארסטירט. די קאנסטיטוציא פארבאט נישט פאליציי צו פרעגן א מענטש ווי אזוי ער הייסט. אין עס איז לעגאל פאר פאליציי ארויסצינעמן זייער ביקס ווען זיי פילן זוך אין א געפאר !!!

זייער ארגומענט איז אבער אז אפילו ווען זיי האבן פארדעכטיגן יענעם אבער נישט גענוג צו ארעסטירן און זיי שיסן אויף יענעם איז עס נישט קיין פאררעכנט אלץ אראפגעהאלטן יענעם אויב דער פויגל גליטשט זיך ארויס בעפאר זיי זענען מצליח אים אפצוהאלטן

די פראגע איז נישט אויב זיי האבן געהאט א רעכט צו שיסן נישט אזוי ווייט אלץ די שיסן זעלבסט ווי אויב דאס שיסן הייסט יענעם פארכאפט טראץ וואס יענער דרייט זיך ארויס

די קאנסטיטוציא לאזט יעדעם זיין באוואפנט אין שיסן אין א פאל פון self defence דא איז געווען self defence עס איז נישט געווען קיין אראפהאלט זיי האבן דאך מורא געהאט אז מען וועט זיי אראפהאקן

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מיטוואך פאברואר 19, 2020 1:09 pm

הכל הבל האט געשריבן:די ריכטער וועלן דארפן אויסטייטשן די קאנסטיטוציע די בעסטע לויט זייער פארשטאנד אבער אויב זאל זיך עס ווענדן אין אייער שיקול הדעת ווי אזוי וואלטן אונזערע לעגאלע אייוועלט געאורטיילט אין די קעיס?

יישר כח פאר די באריכטן
זי טענה'ט יא אז די פלאן איז לכתחלה געווען איר צו פארהאלטן און צו שיסן און פאל זי פרובירט צו אנטלויפן און זי האט פון די פענסטער געקענט זעהן זייערע אויג צו אויג קאמיוניקאציע צו נוצן געווער

איז דאס געניג אויף ציווייזען אז זי זאגט אז דאס איז געווען זייער פלאן און זי האט געזען אויג צו אויג קאמיוניקאציע ?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 1:09 pm

וואוילע איד האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
וואוילע איד האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:יישר כח פאר יעדן פאר די פידבעק!מעגליך טוט עס אנפירקלען די אשכול אבער נאך אלעם איז עס וואס טרייבט צו שרייבן ווייטער און טוט ביישטייערן אז נאך באריכטן ווערן געפירקלט..

די ריכטער וועלן דארפן אויסטייטשן די קאנסטיטוציע די בעסטע לויט זייער פארשטאנד אבער אויב זאל זיך עס ווענדן אין אייער שיקול הדעת ווי אזוי וואלטן אונזערע לעגאלע אייוועלט געאורטיילט אין די קעיס?

זיי האבן איר נישט געהאט ארסטירט. די קאנסטיטוציא פארבאט נישט פאליציי צו פרעגן א מענטש ווי אזוי ער הייסט. אין עס איז לעגאל פאר פאליציי ארויסצינעמן זייער ביקס ווען זיי פילן זוך אין א געפאר !!!

זייער ארגומענט איז אבער אז אפילו ווען זיי האבן פארדעכטיגן יענעם אבער נישט גענוג צו ארעסטירן און זיי שיסן אויף יענעם איז עס נישט קיין פאררעכנט אלץ אראפגעהאלטן יענעם אויב דער פויגל גליטשט זיך ארויס בעפאר זיי זענען מצליח אים אפצוהאלטן

די פראגע איז נישט אויב זיי האבן געהאט א רעכט צו שיסן נישט אזוי ווייט אלץ די שיסן זעלבסט ווי אויב דאס שיסן הייסט יענעם פארכאפט טראץ וואס יענער דרייט זיך ארויס

די קאנסטיטוציא לאזט יעדעם זיין באוואפנט אין שיסן אין א פאל פון self defence דא איז געווען self defence עס איז נישט געווען קיין אראפהאלט זיי האבן דאך מורא געהאט אז מען וועט זיי אראפהאקן

מען איז נישט דאן דא אויף דעם
די ארגומענט וואס די פאליציי נוצט זיך צו פארטיידיגן איז נישט אז זיי זענען געווען אין געפאר נאר א ברייטערע ארגומענט אז זיי קענען נישט ווערן געקלאגט אין פאל זיי פרובירן איינעם צו ארעסטירן אומבארעכטיגט אויב די ארעסט פאלט אדורך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 1:11 pm

יישר כח האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די ריכטער וועלן דארפן אויסטייטשן די קאנסטיטוציע די בעסטע לויט זייער פארשטאנד אבער אויב זאל זיך עס ווענדן אין אייער שיקול הדעת ווי אזוי וואלטן אונזערע לעגאלע אייוועלט געאורטיילט אין די קעיס?

יישר כח פאר די באריכטן
זי טענה'ט יא אז די פלאן איז לכתחלה געווען איר צו פארהאלטן און צו שיסן און פאל זי פרובירט צו אנטלויפן און זי האט פון די פענסטער געקענט זעהן זייערע אויג צו אויג קאמיוניקאציע צו נוצן געווער

איז דאס געניג אויף ציווייזען אז זי זאגט אז דאס איז געווען זייער פלאן און זי האט געזען אויג צו אויג קאמיוניקאציע ?

נישט דאס איז די דיון

די דיון איז בלויז ווי איך האב געשריבן

אויב אפילו אין פאל זיי פרובירן קלאר צו ארעסטירן אינעם אומבארעכטיגט און עס פאלט אדורך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 1:13 pm

די אלע ארגומענטן וואס איר שרייבט איז וואס די צוויי זייטן שלאגן זיך אין די קעיס אקעגן טארעס

די איצטיגע ארגומענט וואס איך שרייב איז וואס די פאליציי נוצט אין די קלאגע אקעגן זיי

די פאליציי וויל באקומען אן אויסטייטש איבער די אמענדמענט בכלל אז עס איז בלויז גילטיג אין פעלער וואס די ארעסט איז סוקסעספול

אווער נייט קוגעל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

תגובהדורך אווער נייט קוגעל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 1:17 pm

הכל הבל האט געשריבן:
וואוילע איד האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
וואוילע איד האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:יישר כח פאר יעדן פאר די פידבעק!מעגליך טוט עס אנפירקלען די אשכול אבער נאך אלעם איז עס וואס טרייבט צו שרייבן ווייטער און טוט ביישטייערן אז נאך באריכטן ווערן געפירקלט..

די ריכטער וועלן דארפן אויסטייטשן די קאנסטיטוציע די בעסטע לויט זייער פארשטאנד אבער אויב זאל זיך עס ווענדן אין אייער שיקול הדעת ווי אזוי וואלטן אונזערע לעגאלע אייוועלט געאורטיילט אין די קעיס?

זיי האבן איר נישט געהאט ארסטירט. די קאנסטיטוציא פארבאט נישט פאליציי צו פרעגן א מענטש ווי אזוי ער הייסט. אין עס איז לעגאל פאר פאליציי ארויסצינעמן זייער ביקס ווען זיי פילן זוך אין א געפאר !!!

זייער ארגומענט איז אבער אז אפילו ווען זיי האבן פארדעכטיגן יענעם אבער נישט גענוג צו ארעסטירן און זיי שיסן אויף יענעם איז עס נישט קיין פאררעכנט אלץ אראפגעהאלטן יענעם אויב דער פויגל גליטשט זיך ארויס בעפאר זיי זענען מצליח אים אפצוהאלטן

די פראגע איז נישט אויב זיי האבן געהאט א רעכט צו שיסן נישט אזוי ווייט אלץ די שיסן זעלבסט ווי אויב דאס שיסן הייסט יענעם פארכאפט טראץ וואס יענער דרייט זיך ארויס

די קאנסטיטוציא לאזט יעדעם זיין באוואפנט אין שיסן אין א פאל פון self defence דא איז געווען self defence עס איז נישט געווען קיין אראפהאלט זיי האבן דאך מורא געהאט אז מען וועט זיי אראפהאקן

מען איז נישט דאן דא אויף דעם
די ארגומענט וואס די פאליציי נוצט זיך צו פארטיידיגן איז נישט אז זיי זענען געווען אין געפאר נאר א ברייטערע ארגומענט אז זיי קענען נישט ווערן געקלאגט אין פאל זיי פרובירן איינעם צו ארעסטירן אומבארעכטיגט אויב די ארעסט פאלט אדורך

עס דערמאנט אביסל פון די ארגומענטן וואס זענען געגאנגען הין און צוריק ביים נארוואס פארלאפענע אומפעיטשמענט סאמאטוכע...
בנוגע די עיד וואס איז למעשה אנגעקומען צו אוקריינע, אויף וואס די דעמאקראטן האבן געהאמערט אז עס מאכט נישט אויס אויב עס איז למעשה נישט געלונגען פארן באנדיט אויסצופירען זיין געפלאנטע אקט.

וואוילע איד
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2020 12:44 pm

תגובהדורך וואוילע איד » מיטוואך פאברואר 19, 2020 1:18 pm

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך משפטים

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געלאנדעט אין לאס אנדזשעלעס קאליפארניע און וועט פארברענגן די קומענדיגע דריי טאג אינעם וועסט קאוסט האבנדיג א ראלי יעדן טאג עקסטער
היינט אויפדערנאכט וועט זיין א ראלי אין פיניקס אריזאנא וועלכע איז זיין ערשטע ראלי אין די סטעיט אינעם איצטיגן קאמפיין סעזאן
אנדערע צוויי ראליס וועלן זיין אין קאליפארניע און אין לאס וועגאס נעוואדע
באזונדער נעמט דער פרעזידענט אנטייל ביי רייכע באנקעטן און פאנדרעיזערס אויפצוטרייבן געלט פאר זיין ווידערערוויילונג קאמפיין
*
פרעזידענט טראמפ וועלכע פלאנט צו באזוכן אינדיע זאגט אז די האנדלס אפמאך מיט זיי וועט ערשט פאסירן נאך די וואלן
ער זאגט אז 7 מיליאן מענטשן וועלן אים אפווארטן צו באגריסן אין אמעדאבעד ווען מען רעכנט אריין די וועלכע ווועלן זיין אויסגע'שורה'ט אויף די גאס מיט די וועלכע וועלן באקומען א פלאץ אינעם מאטערא סטעדיום וואו ער וועט גיבן א גרויסארטיגע רעדע
אין גוטע נייעס פאר פרעזידענט טראמפ האט ריכטערין עימי בערמאן דזשעקסאן באשטעטיגט אז ראדזשער סטאון וועט נישט אנהויבן סערווירן קיין טורמע טערמין אפילו אויב ער ווערט צוגעטיילט אזא אורטייל מארגן דאנערשטאג בעפאר אלע פראצעדורן פון סטאון'ס פארלאנג, און אפעלאטן איבער דעם זענען פארטיג
דאס באדייט אז סטאון וועט נישט אזוי שנעל זיך טרעפן אין טורמע און קויפט צייט פארן פרעזידענט אים נישט צו דארפן פארדאנירן בעפאר די וואלן
*
דזשאן רוד איז געווען די העכסטע פאליסי באאמטע אין די פארטיידיגונג דעפארטמענט און איז געווען פארמישט אין קלארשטעלן פאר קאנגרעס אז אוקריינע איז געווען בארעכטיגט צו באקומען די פערטל מיליאן דאלער אין סעקיוריטי הילף
רוד האט איצט געמאלדן אז ער טרעט אפ פון פאזיציע
*
אטוירני דזשענעראל וויליאם באר אדרעסירט איצט א יוסטיץ דעפארטמענט קאנפרענץ אין די עף בי איי הויפטקווארטיר אין וואשינגטאן די סי
די רעדע איז איבער אימיוניטי פאר פאר אנליין פלאטפארמעס
*
ביי די נעכטיגע דעבאטע צווישן דעמאקראטישע מאסאטשוסעטס סענאטאר עד מארקי איז זיין פריימערי קעגנער דזשאו קענעדי געפרעגט געווארן איבער מארקי'ס רעקארד אין סענאט
קענעדי: אבסאלוטלי, ער איז געווען א גוטע סענאטאר, אבער די אישו אויפן מאמענט איז איבער וואס עס איז אויפן וואגשאהל
עס איז נישט איבער פארשלאגן די ריכטיגע ביל אדער שטימען אין די ריכטיגע וועג
מיר דארפן איצט טוהן אלעס צוריקצושטעלן מאכט צו די דעמאקראטישע פארטיי
*
אין ווערמאנט געניסט דער רעפובליקאנער גאווערנאר וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג פון א 57% צופרידנהייט ראטע און וואלט לויט אן אנקעטע באזיגט ליוטענאנט גאווערנאר דעיוו צוקערמאן (ד) מיט 52-29 און מיט 55-20 א שוואכערע קאנדידאט אין די דעמאקראטישע פריימערי
22% זענען אומבאשלאסן
*
אריזאנא דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט מארק קעלי איז נישט בלויז פאראויס פון זיין קעגנער סענאטארשע מקסעלי אויפן פאנדרעיזינג געבט נאר איז די סאמע שטארקסטע פאנדרעיזער פון אלע קאנגרעס און סענאט קאנדידאטן ביזדערווייל אינעם איצטיגן סעזאן
*
ארום א דריטל פון די ביישטייערער צום ביידען קאמפיין האבן שוין געגעבן די מאקסימום פון 2,800 דאלער וואס באדייט אז אויסער אויב ער פארברייטערט זיין באזע פון געלט שטיצער וועלן א גרויס טייל מער נישט קענען צושטייער גיבן דירעקט צו זיין קאמפיין
*
מען האלט נאך אינמיטן ציילן די שטימען נעכטן אריינגעקומען אין נעוואדע אבער דערווייל קוקט אויס אז די נעכטיגע טאג אללין האבן געשטימט אזויפיל ווי די דריי טאג בעפאר "צוזאמען" ברענגענדיג די טאטאל צו 70 טויזנט וועלכע איז נאנט צו די 84 טויזנט געשטימט אין 2016 למספרם
*
אין נעוואדע האט טאם סטאיאר ערהאלטן די אינדארסירונג פון סטטעיט סענאטאר מאריסא וואשינגטאן
*
די טראמפ קאמפיין האט אויפגענומען מעט אקזקאוסקי פון קעמברידזש אנאליטיקא ארויסצוהעלפן אין זייער אנליין קאמפיין אפעראציעס
*
אין ליכט פון די בלומבערג ספענדינג איז שטארקער געווארן די דיסקוסיעס אינערהאלב די טראמפ קאמפיין צו שטעלן די פאנדרעזינג גאול פארן קאמפיין ביי א ביליאן דאלער
*
עס איז געווען א טונקעלע פארטאג אין יולי 15 2014 למספרם ווען צוויי ניו מעקסיקא פאליציי אפיצירן זענען אנגעקומען צו אן אפארטמענט קאמפלעקס אין אלבאקווערקווא צו ארעסטירן א פרוי פארמישט אין אן ארגאנאזירטע קרימינאלע רינג

די אפיצירן האבן געפונען צוויי פארשוינען שטיין פארנט פון יענעם'ס היים הארט נעבן א פארקירטע טאיטא קרוזער וועלכע איז געשטאנען פארלאשן צווישן קארס פון ביידע זייטן

די אפיצירן זענען געווען געקליידעט אין זייערע אפיציעל מונדירן און האבן באשלאסן צו אויספרעגן די צוויי חברהאון זעהן אויב זי זענען פארבונדן צו די פרוי וועם זיי זוכן צו ארעסטירן

ווען די צוויי האבן באמערקט כי כלתה אליהם הרעה איז איינער אריינגעלאפן אין די הויז פונעם פרוי און די צווייטע איז געוועןא פרוי מיטן נאמען ראקסאנע טארעס וועלכע האט זיך געשווינד אריינגעזעצט אינעם קרוזער און זיך באקוועם געמאכט ביים רעדל און אנגעצונדן די מאטאר

אפיציר ריטשארד וויליאמסאן איז צוגעגאנגען צו די ענסטער אויפן דרייווער'ס זייט און זך געבעטן עטליכע מאל אז טארעס זאל ווייזן איר האנט (אז זי איז אומבאוואפנט) און לויט אים האט טארעס געמאכט אגרעסיווע האנט באוועגונגען וועלכע ער האט נישט געקענט געהעריג זעהן צוליב די טונקעלע פענסטער

די צווייטע אפיציר איז געווען דזשעניס מאדריד וועלכע האט זיך געשטעלט פארנט פון די רעדל וועלכע איז פארנט פונעם דריייווער'ס זיץ און האט אויך געקענט זעהן די האנט באוועגונגען פון טארעס

לויט פרוי טארעס האט זי ניטאמאל געוואוסט אז די צוויי זענען אפיצירן און האט נישט געהערט קיין איין ווארט אדער באפעל געמאכט דורך די צוויי אבער ווען זי האט געהערט ווי זיי פרובירן צו עפענען די טיהר האט זי געהאלטן אז דאס זענען צוויי באנדיטן וועלכע פרובירן איר צו קארדזשעקן האט זי אריינגעשטעלט די קאר אין דרייוו

אין יענע מאמענט האט אפיציר וויליאמסאן אנגעציהלט זיין ביקס און גלייך דערנאך האט מאדריד געטוהן די זעלבע

טארעס האט רעאגירט מיטן דרוקן עטוואס אויף די גאז און נאך וואס די קאר האט זיך גערוקט אן אינשט אדער צוויי זענען קוילן געקומען צו פליען אין ריכטונג פון טארעס

מאדריד האט געזאגט אז זי האט זיך געפארכט אז טארעס גייט איר איבערפארן און האט דעריבער אריינגעציהלט אינעם פאדערשטן שויב און וויליאמסאן האט אויך געזאגט אז ער האט געוואלט באשוצן מאדריד און זיין אייגענע לעבן צוגלייך שטייענדיג שטעקן צווישן די אויטא פון טארעס און די פארקירטע קאר דערנעבן

צוויי קוילן האבן באטראפן טארעס וועלכע האט פארגעזעצט איר רייזע זיך ארויסגליטשנדיג פון דאר מיט אן אימפעט און נאך באוויזן זיך לייכט אנצושטויסן אין א צוויטן אויטא אבער עווענטועל צוגעפארן צו א צווייטע פארקינג לאט ווי זי איז ארויסגעקומען פון די קרוזער און זיך אראפגעווארפן אויף דער ערד זיך אונטערצוגעבן פאר די צוויי "קארדזשעקערס" וועם זי האט געציטערט אז זיי פאלגן איר נאך ביז אהין

נאך א וויילע איז זי באמערקט געווארן דורך א פארבייגייער און האט יענעם געבעטן צו רופן פאליציי

אנגעבליך האט זי געהאט א באזנדערע ארעסט ווארענט שוין פון א צייט פריער און צוליב דעם האט זי באשלאסן נישט צו ווארטן ביז פאליציי קוט און אידענטיפיצירט איר

איר אויג איז געפאלן אויף א צווייטע אנגעצונדענע אויטא וועמענ'ס אייגנטומער האט געהאלטן אינמיטן אנפולן די טראנק מיט פעקלעך

טארעס האט זיך אריינגעגליטש דערין אין אפגעצויגן פון דארט לאזנדיג דעם נעבעכדיגן קאר אייגנטומער שטיין מיט די פעקלעך אין די הענט און מיטן צונג אינדרויסן
פון דארט איז זי צוגעפארן צו א שפיטאל צו באהאנדלען אירע וואונדען און אנגעגעבן א פאלשע נאמען אבער די שפיטאל באאמטע האבן שפעטער איר אידענטפיצירט און זי איז דעם קומענדיגן טאג געווארן ארעסטירט

א פראצעס אקעגן טארעס איז אריין אין שוואונג אין אין די צייט וואס זי האט געארבעט אפצוקעמפן די קלאגעס האט זי אין אקטאבער 2016 למספרם באשלאסן צו גיין אויפן אפענסיווע און אריינגעטראגן א ציווילע רעכט באשולדיגונג אז די צוויי אפציירן האבן פארלעצט אירע פערטע אמענדמענט רעכטן מיטן נוצן אומבארעכטיגטע קראפט איר צו פארהאלטן

די אמענדמענט טוט פארבאטן צו נוצן איבערגעטריבענע מאכט און בכלל צו פארהאלטן/ארעסטירן מענטשן אן קיין געהעריגע אורזאך

די פאליציי אפיצירן האבן געמאכט אן אינטערסאנטן ארגומענט זאגנדיג אז די פארבאט איז נישט געווארן פארלעצט זינט טארעס האט באוויזן זיך ארויסצוגליטשן נאך איידער זי איז געווארן פארהאלטן און האט אונטער די האגל פון קוילן באוויזן צו דרוקן אויפן גאז און אנטרינען ווערן און איז קיינמאל פאקטיש נישט געווארן פארהאלטן

ווי עס שיינט קלאגט נישט טאקעס אויף די עצם שיסעריי און וואונדן ווייל די פאליציי קען טענה'ן אז זיי האבן זיך געשפירט באדראעט ווען זי האט אנגעהויבן פארן אבער זי טענה'ט יא אז די פלאן איז לכתחלה געווען איר צו פארהאלטן און צו שיסן און פאל זי פרובירט צו אנטלויפן און זי האט פון די פענסטער געקענט זעהן זייערע אויג צו אויג קאמיוניקאציע צו נוצן געווער

די אפיצירן זאגן אבער אז אפילו ווען פאליציי פרובירט אפצושטעלן עימיצן אומבארעכטיגט און שיסט אויף יענעם ווען ער אנטלויפט הייסט עס נישט "פארהאלטן" ווייל יענער איז דאך איז פאקט נישט געווארן פארהאלטן און אוזי לאנג ווי די קוילן אדער אנדערע מאכט מיטלען האלן נישט אפ דעם פארדעכטיגטן פון מאכן פליטה איז עס נישט אין פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט

די צענטע סירקוט קאורט אף אפעילס האט אבבער ארויסגעווארפן די באשולדיגונג פון טארעס און גענומען די זייט פון די פאליציי

די אכטע, ניינטע, און עלפטע סירקוט קאורטס און צוגאב צו די סופרים קאורט אין ניו מעקסיקא האבן אלע געאורטיילט אז אן אומסוסקסעספולע אומבארעכטיגטע פארכאפונג פרואוו פארלעצט די פערטע אמענדמענט אבער די צענטע סירקוט און אויך די סירקוט קאורט אין די סי האט אויסגעטייטשט די פערטע אמענדמענט נאר אויף פעלער ווען די פארהאלטונג/ארעסט איז סוקסעספול

אום מערץ 30 למספרם וועט די סופריםקאורט אין וואשינגטאן אויסהערן די קעיס

ישר כח פאר די באריכט זייער גוט געשריבען ;l;p- ;l;p- ;l;p-

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 19, 2020 1:19 pm

אווער נייט קוגעל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
וואוילע איד האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
וואוילע איד האט געשריבן:זיי האבן איר נישט געהאט ארסטירט. די קאנסטיטוציא פארבאט נישט פאליציי צו פרעגן א מענטש ווי אזוי ער הייסט. אין עס איז לעגאל פאר פאליציי ארויסצינעמן זייער ביקס ווען זיי פילן זוך אין א געפאר !!!

זייער ארגומענט איז אבער אז אפילו ווען זיי האבן פארדעכטיגן יענעם אבער נישט גענוג צו ארעסטירן און זיי שיסן אויף יענעם איז עס נישט קיין פאררעכנט אלץ אראפגעהאלטן יענעם אויב דער פויגל גליטשט זיך ארויס בעפאר זיי זענען מצליח אים אפצוהאלטן

די פראגע איז נישט אויב זיי האבן געהאט א רעכט צו שיסן נישט אזוי ווייט אלץ די שיסן זעלבסט ווי אויב דאס שיסן הייסט יענעם פארכאפט טראץ וואס יענער דרייט זיך ארויס

די קאנסטיטוציא לאזט יעדעם זיין באוואפנט אין שיסן אין א פאל פון self defence דא איז געווען self defence עס איז נישט געווען קיין אראפהאלט זיי האבן דאך מורא געהאט אז מען וועט זיי אראפהאקן

מען איז נישט דאן דא אויף דעם
די ארגומענט וואס די פאליציי נוצט זיך צו פארטיידיגן איז נישט אז זיי זענען געווען אין געפאר נאר א ברייטערע ארגומענט אז זיי קענען נישט ווערן געקלאגט אין פאל זיי פרובירן איינעם צו ארעסטירן אומבארעכטיגט אויב די ארעסט פאלט אדורך

עס דערמאנט אביסל פון די ארגומענטן וואס זענען געגאנגען הין און צוריק ביים נארוואס פארלאפענע אומפעיטשמענט סאמאטוכע...
בנוגע די עיד וואס איז למעשה אנגעקומען צו אוקריינע, אויף וואס די דעמאקראטן האבן געהאמערט אז עס מאכט נישט אויס אויב עס איז למעשה נישט געלונגען פארן באנדיט אויסצופירען זיין געפלאנטע אקט.

געשריבן דאס עטליכע תגובות ארויפציהר

שטילער
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 1:39 pm

זייער זייער הנאה געהאט פונעם באריכט ספעציעל די געריכט פרשה... גאר אינטרעסנאט אין קלאר אראפ געלייגט!!

כה לחי... ישר כח הבל!!

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, והוא פלאי, קלוגע חכם, שבת פארטי, שואלכענין, שתקן און 76 געסט