א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 3:12 pm

מים חיים האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:קעיסעס הויבן זיך אן ערשט ס'קומענדיגע וואך

אי"ה פרובירן אנצוהאלטן, גראדע געווען מסופק צו יענע טייל איז נאכנישט צוגעגעסן ביי מערסטנס לייינער

בכלל נישט, סאיז די זאפטיגסטע שטיקל

.

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 4:47 pm

שכח, זייער הנאה געהאט.
הכל הבל האט געשריבן:...
מיט 98-8 האט די סענאט באשטעטיגט מעטיו סאלאמאן צו סערווירן א פופצן יעריגע טערמין אויפן פעדעראלע קלעימס געריכט וועלכע הערט אויס מאניטערי קלאגעס אקעגן די רעגירונג
די זיבן דעמאקראטן צו שטימען ניין זענען געווען, בוקער, דזשיליברענד, העריס, קלאובאשאר, מארקי, שומער און וויידען
סאנדערס האט אויך געשטימט ניין

מיסטעיק?

הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר מייק לי : עס איז מיר זייער שווער זיך פארצושטעלן ווי אזוי מיין פריינט מארקא (רוביא) וועלכע איז קלוג און הערט אויס פארזיכטיג און קימערט זיך איבער אזלעכע זאכן קען ארויסקומען פון די נעכטיגע אריאן בריעפינג און עס באצייכענען אלץ גוט
עס איז געווען געפערליך אין א אומבאשרייבליכע חורבן

וואס איז געווען די אריאן בריעפינג?

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 4:49 pm

הר גריזים האט געשריבן:שכח, זייער הנאה געהאט.
הכל הבל האט געשריבן:...
מיט 98-8 האט די סענאט באשטעטיגט מעטיו סאלאמאן צו סערווירן א פופצן יעריגע טערמין אויפן פעדעראלע קלעימס געריכט וועלכע הערט אויס מאניטערי קלאגעס אקעגן די רעגירונג
די זיבן דעמאקראטן צו שטימען ניין זענען געווען, בוקער, דזשיליברענד, העריס, קלאובאשאר, מארקי, שומער און וויידען
סאנדערס האט אויך געשטימט ניין

מיסטעיק?

הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר מייק לי : עס איז מיר זייער שווער זיך פארצושטעלן ווי אזוי מיין פריינט מארקא (רוביא) וועלכע איז קלוג און הערט אויס פארזיכטיג און קימערט זיך איבער אזלעכע זאכן קען ארויסקומען פון די נעכטיגע אריאן בריעפינג און עס באצייכענען אלץ גוט
עס איז געווען געפערליך אין א אומבאשרייבליכע חורבן

וואס איז געווען די אריאן בריעפינג?

ביידע טעותי הדפוס
89-8
נעכטיגע איראן ברעיפינג

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 4:52 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:שכח, זייער הנאה געהאט.
הכל הבל האט געשריבן:...
מיט 98-8 האט די סענאט באשטעטיגט מעטיו סאלאמאן צו סערווירן א פופצן יעריגע טערמין אויפן פעדעראלע קלעימס געריכט וועלכע הערט אויס מאניטערי קלאגעס אקעגן די רעגירונג
די זיבן דעמאקראטן צו שטימען ניין זענען געווען, בוקער, דזשיליברענד, העריס, קלאובאשאר, מארקי, שומער און וויידען
סאנדערס האט אויך געשטימט ניין

מיסטעיק?

הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר מייק לי : עס איז מיר זייער שווער זיך פארצושטעלן ווי אזוי מיין פריינט מארקא (רוביא) וועלכע איז קלוג און הערט אויס פארזיכטיג און קימערט זיך איבער אזלעכע זאכן קען ארויסקומען פון די נעכטיגע אריאן בריעפינג און עס באצייכענען אלץ גוט
עס איז געווען געפערליך אין א אומבאשרייבליכע חורבן

וואס איז געווען די אריאן בריעפינג?

ביידע טעותי הדפוס
89-8
נעכטיגע איראן ברעיפינג

פון וואס איז מייק לי אזוי אומצופרידן?

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 5:11 pm

הר גריזים האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:שכח, זייער הנאה געהאט.
הכל הבל האט געשריבן:...
מיט 98-8 האט די סענאט באשטעטיגט מעטיו סאלאמאן צו סערווירן א פופצן יעריגע טערמין אויפן פעדעראלע קלעימס געריכט וועלכע הערט אויס מאניטערי קלאגעס אקעגן די רעגירונג
די זיבן דעמאקראטן צו שטימען ניין זענען געווען, בוקער, דזשיליברענד, העריס, קלאובאשאר, מארקי, שומער און וויידען
סאנדערס האט אויך געשטימט ניין

מיסטעיק?

הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר מייק לי : עס איז מיר זייער שווער זיך פארצושטעלן ווי אזוי מיין פריינט מארקא (רוביא) וועלכע איז קלוג און הערט אויס פארזיכטיג און קימערט זיך איבער אזלעכע זאכן קען ארויסקומען פון די נעכטיגע אריאן בריעפינג און עס באצייכענען אלץ גוט
עס איז געווען געפערליך אין א אומבאשרייבליכע חורבן

וואס איז געווען די אריאן בריעפינג?

ביידע טעותי הדפוס
89-8
נעכטיגע איראן ברעיפינג

פון וואס איז מייק לי אזוי אומצופרידן?

מאנגל אין ספעציפישע אינפארמאציע איבער מאטיוו אומצוברענגן סולאמאני

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 6:07 pm

סיריעסלי. ער איז געווען א טעראריסט!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 6:41 pm

און קים יאנג איז וואס?

און פוטין איז וואס?
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל ער איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 7:23 pm

פוטין האט געהארגעט אזויפיל אמעריקאנער ווי אים?

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:02 pm

צל עובר האט געשריבן:און קים יאנג איז וואס?

און פוטין איז וואס?


סאיז דא א אומאפציעלע אפמאך (אדער אפי' אפיציעל) אז א פירער פון לאנד רוימט מען נישט אראפ מיט א אטענטאט אויב מאיז נישט אין קריג,

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 9:27 pm

יישר כח הבל פאר די באריכט

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 13, 2020 10:39 am

מאנטאג שמות





סענאטארן וועלכע לויפן פאר פרעזידענט ארבעטן צו טוישן זייער סקעדזשועל און אקאמאדירן די בעפארשטייענדע אימפיטשמענט פראצעס
סענאטאר קארי בוקער וועט אנשטאט פערזענליכע באטייליגונג אויפטרעטן דורך א טעלעקאנפרענץ ביי פאנדרעיזינג אוונטן און ניו יארק, ניו דזשערסי און קאליפארניע אבער וועט אנשטאט זיך יא באטייליגן ביי אן קאמפיין פאנדרעזינג און וואשינגטאן די סי
*
קאנגרעס וועט היינט שטימען אויף די סענאט ביל וועלכע אויטאריזירט די טרעזשורי צו גיסן איין דאלערדיגע מטבעות אין אנדענק פונעם ערשטן פרעזידענט בוש און זיין פרוי
*
קאנגרעס גייט נישט שטימען צו באשטימען אימפיטשמענט מענעדזשערס בעפאר די מארגנדיגע זיצונג וועלכע ספיקער פעלאסי וועט אפהאלטן מיט איר קאוקוס
מען ערווארט אז א מעלדונג איבער די מענעדזשערס וועט קומען מארגן אדער איבערמארגן
*
אריבער אין סענאט גייט מען היינט שטימען צו פאראויסרוקן די נאמינאציע פון פיטער געינאר צו סערווירן אלץ פערמענאנטער פימא דירעקטאר
יענער דינט איצט אלץ עקטינג דירעקטאר
*
די סיעטאל סיטי קאונסיל וועט היינט שטימען אויף נייע קאמפיין פינאנץ באגרעניצונגען וועלכע וועט פארבאטן קארפארעישאנס (אריינגערעכנט עמעזאן) צו ספענדן אויף לאקאלע עלעקשאנס אויב אויסלענדישע אינוועסטירער פארמאגן א באדייטנדע טייל אין די פירמע
*
די "איין פאלק" מעקאנעל געשטיצטע סופערפעק האט געווידמעט א פרישע האלב מיליאן דאלער פאר די מעין סענאט פארמעסט ארויסצוהעלפן סענאטארשע סוזען קאלינס אין איר ווידערערוויילונג פארמעסט
*
חיים סאבאן וועלכע איז געווען אינסטרעמונטאל מיט זיין פינאנציעלע שטיצע אין די הילערי קלינטאן 2016 למספרם קאמפיין האט געמעלדן אז ער וועט זיך נישט אונטערווארפן אדער שטיצן סיי וועלכע דעמאקראטישע קאנדידאט בעפאר די סופער דינסטאג פריימעריס
*
בערני סאנדערס זאגט אז ער גייט באטראכטן די געדאנק ארויסצולייגן א ליסטע פון פאטענציאלע נעמען פון וועלכע ער וואלט נאמינירט צום סופרים קאורט
*
ווערמאנט דעמאקראטישע סטעיט סענאטאר דזשאן ראדזשערס שלאגט פאר א געזעץ צו פארבאטן סעלפאון באנוץ פאר יוגנטליכע אונטער איין און צוואנציג
לויט זיין פארשלאג וועלן פארלעצער אויסשטיין א טויזנט דאלער שטראף און א יאר אין טורמע
ראדזשערס אנערקענט אז זיין ביל האט קיינע שאנסן דורכצוגיין אבער זאגט אז ער זוכט כאטש צו מאכן א סטעיטמענט איבער די אומגעוואונטשענע פאלגן ווען יוגנטליכע ווערן דורך סעפאון'ס צוגעצויגן צו ראסיזם, פאשיזם, גאן געוואלדטאטן און נאך
*
ערשט טערמיניגע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן מעקס ראוס פון ניו יארק האט אויפעטריבן 1.2 מיליאן דאלער אינעם לעצטן יאר פערטל פון 2019 למספרם און פארמאגט אין די באנק 2.5 מיליאן דאלער אין פארגליךך צו בלויז 306 טויזנט אויפגעטריבן אינעם זעלבן צייט אפשניט און 723 טויזנט אין די באנק דורך זיין ווארשיינליכע רעפובליקאנע קעגנער ניקאלע מאליאטאקיס
*
די טראמפ אדמיניסטראציע האט פרייטאג געמוזט רעאגירן אין סופרים קאורט צום דעמאקראטישן ביטע אז די געריכט זאל זאפארט אריינרעדן אין די אבאמאקעיר קעיס וועלכע שפילט זיך נאך אויס אין די נידריגע געריכטן
די אדמינסטראציע האט אפעלירט צום געריכט אז זיי זאלן אפווארפן דעם פארלאנג און זיך נישט יאגן איבערצוהיפן די געווענליכע פראצעדור און לאזן די טעמע אונטערן וואסער אויף ביז נאך די וואלן
*
די אייאווע סופרים קאורט באשטייט פון זיבן ריכטער און דער הויפט ריכטער זיץ איז איצט ליידיג
לויט א סיסטעם וועלכע איז געווארן איינגעשטעלט מיט יארן צוריק און מיזורי און דער מאדעל איז געווארן קאפירט אין אייאווע און נאך א רייע שטאטן איז אוועקגעשטעלט א באורד וועלכע שטעלט צוזאם א ליסטע פון קאנדידאטן פון וועלכע דער גאווערנאר קלויבט אויס א נאמניני צום געריכט
דער איצטיגער געריכט האט פארמאגט פינף רעפובליקאנער און צוויי דעמאקראטן
די הויפט ריכטער זיץ איז געווארן ליידיג דורך איינע פון די פינף רעפובליקאנער אבער יענע האט זיך בארימט געמאכט מיט היי פראפיל ליבעראלע אורטיילן
די באורד האט שוין ארויסגעשטעלט זייער ליסטע פון דריי נעמען און רעפובליקאנע גאווערנאר קים רעינאלדס וועט איצט דארפן מעלדן איר אויסוואל
די באמבע איז אבער געקומען ווארטנדיג אויף א מעלדונג פון רעינאלדס ווען ריכטער דעוויד וויגינס וועלכע איז איינע פון די צוויי דעמאקראטן און וואלט ערשט געדארפט רעטייערן ענדע דעם למספרם יאר אז ער גייט שוין איצט רעטייערן
וויגינס איז מאמענטאל אויך דער עקטינג העכסטער ריכטער אויף ווילאנג רעינאלדס שטעלט איינעם אויף יענעם פאסטן און מיט די פרישע מעלדונג וועט רעינאלדס דארפן מעלדן צוויי נעמען און איבערלאזן די געריכט מיט בלויז איין דעמאקראט
אויב רעימאנדס וועט מעג נעמען צוויי פון די ליסטע וואס די באורד האט שוין צוזאמגעשטעלט דרייען זיך געוויס אלע דריי אויף זייערע געלעגער וואוסנדיג אז זייערע שאנסן זענען צוויי פון דריי צו ווערן אויסגעקליבן
*
מארגן דינסטאג הערט די סופרים קאורט אויס די מונדליכע ארגומענטן אין די ברידזשגעיט קעיס
די בעקגראונד אין געשיכטע פון די קעיס איז מער באקאנט פאר מיינסטנס ליינער דא און אויפן שפיץ גאפל האנדלט זיך עס פון די געמיינזאמע אקציע אויסגעפירט דורך א געהילף צום געוועזענעם ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי מיטן נאמען ברידזשעט קעלי וועלכע האט אפגעשמועסט מיטן דאן דעפיוטי עקזעקוטיוו דירעקטאר פון די פארט אויטאריטי וויליאם באראוני צו פאראורזאכן טראפיק פראבלעמען אויף די בייים אריינגאנג צום וואשינגטאן בריק אין די פארט לי געגנט צו באשטראפן מעיאר מארק סאקאליטש פארן נישט וועלן אינדארסירן קריסטי'ס פאר ווידערערוויילונג
די פארט אויטאריטי האט געהאט אן איינפיר צו רעזערווירן אין די פארנומענע פרימארגן שטונדן דריי פון די צוועלף טאל ליניעס וועלכע פירן צום בריק פאר לאקאלע טראפיק פון פארט לי
עלימינירן אדער רעדוצירן די נומער פון ליניעס פאר פארט לי טראפיק וואלט באדייט א געפערליכע גרידלאק און טראפיק דזשעם פאר די טאון און גלייכצייטיג פאליטישע קאפוויי פארן מעיאר און אין אוגוסט 2013 למספרם האט קעלי געשיקט אן אימעיל פאר דעיוויד וויילדסטיין וועלכע איז געווען בארוני'ס שטאב הויפט אז עס איז צייט פאר עפעס טראפיק פראבלעמען אין פארט לי
פארשטייענדיג אז קיינער פון די פארט אויטאריטי טראפיק באאמטע און געוויס נישט באראוני'ס אויבערהאר עקזעקוטיוו דירעקטאר פעטריק פויע וועלן איינשטימען אויף אזא פלאן פאר פאליטישע מאטיוון האבן ווילדסטיין און באראוני אויסגעארבעט א ליגן וועכלע זיי האבן נאכדעם פארקויפט פאר די טראפיק אינדזשעניר און נאך ארבעטער נעמליך, אז די סטעיט פירט אצינד דורך א שטודיע צו זעהן אויב און וויפיל ליניעס דארפן טאקע ווערן רעזערווירט פאר פארט לי טראפיק און אלץ טייל פון די שטודיע האבן טאקע די איינגעשטעלטע געשניטן די דריי ליניעס צו בלויז איין און אהינגעשיקט מער שטאב און טאקע גענומען נאטיצן צו העלפן די שטודיע מיט די נויטיגע דאטא
אזויווי די אפשפארונג איז געקומען אנע פריערדיגע אפיציעלע ווארענונג האט די אומערווארטעטע גרידלאק געכאפט פויע אין שאק און ער האט גלייך פארארדנט אז אלעס זאל צוריקגיין צום אלטן
עד כאן מיט די גאנץ באקאנטע געשיכטע אבער ווייניגער באקאנט איז די לעגאלע ארגומענטן אין די איצטיגע געריכט קעיס וועלכע שפילט זיך אויס פארנט פון די אמעריקאנע סופרים קאורט ריכטער
איז לאמיר אביסעלע א קוק טוהן און זעהן וועלכע ארגומענט פרוי קעלי זיך צו פארטיידיגן אין געריכט
די אפיציעלע קלאגע באשטייט פון ווייער פראוד, פעדעראלע פראגראם פראוד, און קאנספיראציע צו באגיין די צוויי פארברעכנס
לויט די געזעץ איז די באדייט פון די אויבנדערמאנטע פארברך אז עימיצער באגייט ווייער פראוד ארבעטנדיג צו בארויבן אן אומשולדיגן פון זיין אייגנטום דורך זאגן ליגן אויף א אויף א פאקט און טאקע אזא סארט ליגן וועלכע א געווענליכע מענטש אין די באשווינדלטער'ס שיך וואלט זיך פארלאזט אויף די ליגן און א דאנק דעם אומוואוסנדיג ארויסגעהאלפן אינעם שווינדל
לויטן געזעץ איז די אויבנדערמאנטע א פארברעך אפילו אין פאל וואס דער פארברעכער פארדינט נישט קיין געלט אדער אייגנטום און עס איז גענוג אויב דער קרבן ווערט בארויבט דערפון
קעלי און באראוני האבן ביידע געהאט זייער איינפלוס אויף די אגענטור אבער זיי זענען נישט געווען די אגענטור זעלבסט זינט אפילו באראוני איז געווען אונטערגעווארפן אונטער פויע
קעלי טענה'ט אבער אין געריכט אז זינט באראוני האט געהאט גענוג מאכט אינערהאלב די פארט אויטאריטי אז ער וואלט געקענט פארארדענען די טראפיק אפשטעל אויך אן זאגן די ליגן איז דעריבער די ליגן נישט עפעס וועלכע האט געשפילט אן עכטע ראלע
באזונדער טענה'ט זי אז מען האט קיינעם נישט בארויבט קיין אייגנטום אבער די רעגירונג ווארפט אפ ביידע אויבנדערמאנטע זאגנדיג אז באראוני האט נישט פארמאגט די נויטיגע אויטאריטעט און צו פארארדענען די טראפיק טויש אן אנגעבן די ליגן איבער א שטודיע און אז די טראפיק פאראליז ברענגט ערנסטע שאדנס צו די סטעיט און רויבן אייגנטום איז כולל יעדע ווערטפולע זאך
די דריטע סירקוט קאורט אף אפיעלס האט געאורטיילט אקעגן די קעלי ארגומענטן און קעלי האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט שרייבנדיג אז בלויז מיט די באשלוס פון א דזשורי קענען פראקורארן אויפברענגן צווייפלען אין סיי וועלכע רעגולערע רעגירונג פאליסי און פונקציע דורכן באשולדיגן אז די רעגירונג איז נישט אויפריכטיג איבער די ריכטיגע מאטיוו אירע און זי טוט עס צוליב פאליטישע קאלקולאציעס
די טענה איז אין קעגנזאץ מיט די אורטייל פונעם דריטן סירקוט וועלכע שרייבט אז די פארברעך איז נישט די מאטיוו פונעם ליגן און נישט דאס איז די פראגע אין וועלכע זי האט אריינגעקווקט נאר ליבערשט די ליגן זעלבסט צו פארקויפן לאקשן פאר טראפיק איינגעשטעלטע אז מען פירט דורך א שטודיע און געבויעט אויף די ליגן האבן זיי אפגעשפארט די דריי ליניעס
פארט האט אבער די סופרים קאורט וועלכע האט מיט א צייט צוריק שוין געאורטיילט אקעגן שולד אורטיילן אויף רעגירונג קארופציע יא אקצעפטירט די קעיס און וועט מארגן דינסטאג אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:12 am

WOWOWOWOW Thanks A million now i can get to work!!!!!!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6616
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:16 am

קוקט מיר אויס פעלאוסי צילט אז דער צענטער פונעם סענאט טרייעל זאל זיין ביים סטאד״י..

גיי זאג פאר בערני סענדערס אז איך האלט, נישט נאר זאל ער ארויסשטעלן נעמען פאר סופרים קארט נאמאנאציעס.. ער זאל אויך ארויסלייגן נאטיצן פון זיין סטאד״י אדרעס אין 2021.. ס׳קען אים שטארק העלפן אין די פריימעריס.

יישר כח מיי פרענד, הכל הבל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:27 am

א הערצליכן דאנק
הק' יישר כח

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:39 am

הויעך האט געשריבן:ברוך אתה ה' על המחיה ועל הכלכלה זאגט די אלטע רבי אז מזאגט נישט.

וואוי איז דאס גוט געווען.
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

בלעכענער פנים
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » מאנטאג ינואר 13, 2020 12:38 pm

הבל ווען די זאלסט ווען וויסען ווי סך יודן די ביסט מחי' יעדן טאג וואלסטו איינגעשלאפן יעדע נאכט מיט א :grin:

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג ינואר 13, 2020 2:34 pm

בלעכענער פנים האט געשריבן:הבל ווען די זאלסט ווען וויסען ווי סך יודן די ביסט מחי' יעדן טאג וואלסטו איינגעשלאפן יעדע נאכט מיט א :grin:

וואס פאלט דיר ביי אז הכל הבל גייט שלאפן מיט א זויערן פנים??!! ער האט דאך נישט קיין בלעכענעם פנים...


-----
שכוח הכל הבל פאר אייער הערליכע ווערק!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

שטילער
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מאנטאג ינואר 13, 2020 3:24 pm

הבל כהאב מיר באלעקט די פינגער... איז דעס געווען זאפטיג!!!

ישר כח!!!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:21 pm

טענקס הכל הבל.

טשאדי, רעפובליקאנער האבן געוואלט ריינוואשן טראמפ נאך פאר די סאד"י, און עס זעהט אויס אז פעלאוסי וויל עס פריווענטן.

אויב עס וועט טאקע זיין עדות, קען עס זיך פארציען ביז נאך ניו העמשיר און נעוועדע.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל ער איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג ינואר 13, 2020 8:19 pm

שכוח! נישטא קיין ווערטער!!


ספעציעל א דאנק איבער די בריזשגעיט באריכט.

בן אחיך
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 8:06 pm

תגובהדורך בן אחיך » דינסטאג ינואר 14, 2020 8:36 am

יישר כח הכל הבל !!!!!
מיר ליינען מיט דארשט שוין א לאנגע צייט סיי דא אין סיי אין אנדערע אשכול'ס
(אפילו אן אשכול וואס אינטרעסירט מיר נישט אויב זעט מען לעצטע תגובה דורך הכל הבל וועט מען אריין גיין זען וואס רעד זיך דארט)
אין יעצט איז צייט זיך צו באדאנקן אין ווינטשען
א גרויסן יישר כח די אייבישטער זאל העלפן זאלסט נאר זען תעניג ונחת סיי ברוחניות אין סיי בגשמיות ביי דיר אין דיין גאנצע משפחה עד ביאת גואל צדק בקרוב ממש
ווי עס ווינטשט דיין ברודערס זין (בן אחיך)

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 14, 2020 10:32 am

דינסטאג שמות





ספיקער פעלאסי האט אנגעדייטעט אז די אפשטימונג צו שיקן אימפיטשמענט מענעדזשערס צום סענאט וועט פארקומען ערשט מארגן
*
ביזטו נייגעריג צו הערן וואס דזשאן באלטאן האט צו זאגן?
סענאטארשע ליסא מורקאוסקי: יא, איך בין, אבער איך וועל נישט פריצייטיג באשליסן אויב עס איז דא א געברויך אים אראפצורופן איידער פאזע איינס און צוויי זענען פארביי
*
סענאטאר ראנד פאול האט געווארנט קאלעגע רעפובליקאנע סענאטארן ביי זייער מיטאג לעצטע וואך אז זיי זאלן נישט קלערן אז זיי קענען שטימען צו רופן באלטאן און נישט די עדות טראמפ וויל רופן ווייל עס וועט פאראורזאכן א שטורעם ביי די רעפובליקאנע באזע
*
עליזאבעט ווארען זאגט אז זי וואלט איבערגעהיפט קאנגרעס און זיך באנוצט מיט עקזעקוטיווע אויטאריטעט אלץ פרעזידענט אויסצומעקן אדער צו מאדיפיצירן פעדעראלע סטודענטן חובות
*
עליזאבעט ווארען האט פארעפנטליכט א ליסטע מיט איבער פערציג אינדארסירונגען פון איצטיגע און געוועזענע אייאווע רעפובליקאנער וויילער און טראמפ שטיצער וועלכע שטיצו איר קאנדידאטור אין די קאוקוסעס
*
די ביידען סופערפעק "פאראייניג דאס לאנד" פלאנט צו פארשטארקערן זייער רעקלאמע ספענדינג אין אייאווע אין צוגרייטונג צו די קאוקוסן אין איז אוין וועג צו ספענדן דארט א טאטאל פון פינף מיליאן דאלער
*
פרעזידענט טראמפ וועט אפהאלטן א קאמפיין ראלי אין אייאווע א דאנערשטאג בעפאר די קאוקוסעס און די קאמפיין האט געמאלדן אז עס וועט פארקומען אין די דרעיק יוניווערסיטי'ס קנעפ צענטער
*
היינט נאכט וועט דארט פארקומען די דעמאקראטישע דעבאטע און ענדרו יענג וועט נישט קענען אנטיילנעמען אבער ער האט זיך דארט געפונען נעכטן נאכט און פארברענגט מיט סטודענטן און קאמיוניטי מעמבערס
*
אין צוגרייטונג צו די דעמאקראטישע דעבאטע און די שיפט אין די אנקעטעס ווען בערני קם ועליזאבעט נופל האט די ווארען קאמפיין ארויסגערוקט א באשולדיגונג וועלכע די קאנדידאט האט דערנאך באשטעטיגט אז דורכאויס ביי א זיצונג צווישן די צוויי האט בערני אויסגעדרוקט סקעפטיצזים איבער די מעגליכקייט פאר א פרוי צו געוואונען אין די אלגעמיינע וואלן
סענדערס האט אוועקגעמאכט די קאמענטארן זאגנדיג אז ער האט בלויז ערווענט די געדאנק אז אויב א פרוי זיגט אין די פריימעריס קען זי אויסשטיין ערנסטע אטאקעס פון טראמפ
*
אין סעפטעמבער 2019 למספרם האט פרעזידענט טראמפ אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער וועלכע פארלאנגט פון ארגאנאזאציעס וועלכע העלפן אויסלענדישע פלטים זיך באזעצן אין לאנד אז אנגעהויבן יוני 2020 למספרם מוזן די הילפס אגענטורן באקומען שריפטליכע ערלויבעניש פון סטעיט און לאקאלע רעגירונגען און פון סיי וועלכע יוריסדיקציע זיי זוכן צו איינקווארטירן די פלטים
די שריט איז געקומען אין צוגאב צו די רעדוצירן די צאל פלטים וועלכע וועלן אריינגענומען יערליך אין לאנד און איז אראפ צו א היסטאריש נידריגע אכצן טויזנט ציפער
די ארדער ווערט באקעמפט אין געריכט און פארלאפענע מיטוואך האט א ריכטער אויסגעהערט די ארגומענטן אבער דערווייל איז די ארדער אין קראפט און אזויפיל ווי 42 גאווערנארס האבן שוין געמאדלן אז זיי וועלן ערלויבן ווייטערדיגע פלטים פלאצירונג אין זייערע סטעיטס
גאווערנארס און אלאבאמא, פלארידא, דזשארדזשיע, ווייאמינג און מיסיסיפי האבן נאכנישט זיך פארפליכטעט נאכצופאלגן דעם ביישפיל און אין טענעסי און אין דרום קאראליינע קומען פאר ערנסטע געפעכטן און דעבאטעס איבער דעם און די רעפובליקאנע גאווערנארס אליין שטייען אויס דרוק פון ביידע זייטן ווען פון איין זייט ווערט געלייגט ערנסטע דרוק עמטעם די אנטי אימיגראציע עלעמענט נישט צו שענקן די ערלויבעניש אבער פון די אנדערע זייט איז אויך דא שטארקע ווענדונגען פון קריסטליכע עווענגעליסטישע גרופעס וועלכע טענה'ן אז עס איז א מאראלישע פליכט צו העלפן די פלטים וועלכע ווערן לעגאל אריינגעלאזט אין לאנד געפונען א דאך איבערן קאפ
פארישע וואך פרייטאג איז טעקסאס געווארן די ערשטע סטעיט צו מעלדן אז זיי ווען מער נישט ערלויבן פלטים איינטריט און גאווערנאר גרעג אבאט האט עס קלארגעשטעלט אין א בריוו וואו ער שרייבט אז די סטעיט און די נאן פראפיט ארגאנאזאציעס דארפן נוצן שוין איצט זייערע ריסוירסעס ארויסזצוהעלפן די ריזיגע צאל פלטים וועלכע וואוינען שוין אין די סטעיט און מען דארף עס ווידמען ווייטער אריויסצוהעלפן די ריזיגע פלטים פאפולאציע וועלכע זענען באזעצט לענגאויס עטליכע סיטיס אין טעקסאס אויף א פיל גרעסערע פראצענט ווי אין אנדערע סטעיטס איבערן לאנד
זינט 2002 למספרם איז טעקסאס געווען די היים צו די צווייט גרעסטע צאל פלטים נאך קאליפארניע און אין 2018 למספרם האט די סטעיט אריינגענומען די גרעסטע צאל פלטים מער ווי סיי וועלכע אנדערע סטעיט
*
רעטייערטע ארמיי מעידזשאר און געוועזענע וועסט ווירדזשיניע דעמאקראטישע סטעיט סענאטאר ריטשארד אדזשעדא איז קורצליך געלאפן פאר פרעזידענט אבער זיך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט האט געמאלדן אז ער שפרונגט אריין אינעם וועסט ווירדזשיניע סענאט פארמעסט
ער גייט זיך פארמעסטן מיט פאולא דזשיען סווערענגין וועלכע איז אויך געלאאפן אין די 2018 פארמעסט אין די געוואונער פון די פריימערי גייט זיך דערנאך פארמעסטן מיטן אמטירנדע רעפובליקאנע סענאטארשע שעלי מור קאפיטא
*

אין די 26'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין פלארידא האט דעמאקראט דעבי מוקארסעל פאועל געפליפט ביי די מידטוירמס די רעפובליקאנע געהאלטענע זיץ ווערנידג ערוויילט מיט 50.9% פון די שטימען
די דיסטריקט דעקט מאנרא קאונטי און דרום מערב פון מיאמי דעיד קאונטי
דריי שוואכער באקאנטע רעפובליקאנער האבן זיך שוין געמאלדן צו לויפן אבער אצינד גרייט זיך קארלוס גימענעז צו מעלדן אז ער שפרונגט אריין אין די רעפובליקאנע פריימערי
דער גימענעז האט שוין יא פיל מער נאמען אנערקענונג דינענדיג איצט אלץ רעפובליקאנע מעיאר פון מיאמי דעיד
ער איז טאקע א קובאנער אפשטאמיגער און טראץ וואס ער אי אפיציעל א רעפובליקאנער האט ער אינדארסירט קלינטאן איבער טראמפ אבער האט נאך די וואלן פארארדנט די לאקאלע פאליציי צו אינפארסירן אימיגראציע פארהאלטוג ארדערס פון די טראמפ אדמיניסטראציע
*
קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע אקאסיא קארטעז האט אינעם לעצטן יאר פערטל פון 2019 למספרם אויפגעטריבן 1.9 מיליאן דאלער
פארן גאנצן יאר למספרם האט זי אויפגעטריבן 5.3 מיליאן דאלער און אנגעהויבן די נייע למספרם יאר מיט א דריי מיליאן דאלער קאסע
*
אריזאנא סענאטארשע מארטא מעקסעלי (ר) האט אויפגעטריבן אינעם לעצטן יאר פערטל פון 2019 למספרם 4 מיליאן דאלער און פארמאגט 7.6 מליאן דאלער אין די באנק
*
אלאבאמא סענאטאר דאג דזשאונס (ד) האט אויפגעטריבן אינעם לעצטן יאר פערטל פון 2019 למספרם 1.9 מיליאן דאלער און פארמאגט 5.4 מליאן דאלער אין די באנק
*
א פעדעראלע ריכטער אין ניו יארק האט בלאקירט דאס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט איינגעשטעלט א פארהער וועלכע אימיגראנטן דארפן אריבערגיין ביים אימיגרירן איבער זייער פינאנציעלע לאגע און מען זאל קענען לייכטער אפזאגן אזעלכע וועלכע זענען אויסגעשטעלט צו פאלן צו לאסט פון די רעגירונג קאסע
נעכטן נאכט האט די אדמינסטראציע געבעטן פונעם סופרים קאורט צו לייגן א סטעיט אויפן ריכטער'ס ארדער
*
אין יולי 13 2014 למספרם האבן אויטאריטעטן אפגעפונען די געביין פון אן אכצן יעריגער אין זיין פיקאפ טרעקל פארקירט אינדרויסן פון א קעימארט געשעפט אין פעירהעיווען מאסאטשוסעטס
יענער האט זיך געמוטשעט מיט סאציאלע ענקזייעטי און דעפרעסיע און האט געמאכט אן ענדע צו זיין לעבן דורך צוטשעפען א שלויך געצויגן פון א פארטעבל דזשענערעיטאר וועלכע האט דערנאך אנגעפולט זיין אויטא מיט קארבאן מאנאקסייד און אים געליגט שלאפן אויף אייביג
אן אויספארשונג האט אנדעקט אז ער האט געהאט א פריינט וועלכע האט זיך זעלבסט געליטן פון דעפרעסיע און יענע האט אים אלץ געמוטיגט אונטערצונעמען די שריט פון וועלכע ער רעדט אזויפיל
מעסעדזשעס פונעם פריינט צימבלען אים אז אויב ער וועט ווייטער אנגיין בלויז צו רעדן פון דעם לעזונג וועט ער פארזעצן צו ליידן פאר לאנגע יארן און גארנישט וועט זיך נישט טוישן
זי האט אים באגלייט מיט ראט אויף טריט און שריט און געגעבן גענויע אינסטרוקציעס ווי אזוי אויסצופרין זיין פלאן און געווען אין קאנטאקט אין די צייט וואס ער האט עס אויסגעפירט
אין 2017 למספרם האט א ריכטער איר פאראורטיילט פאר איר ראלע אויף 15 מאנאטן אין טורמע טראץ ארגומענטן פון אירע אדוואקאטן אז זי האט אים אויך געמטוטיגט צו גיין פאר הילף און האט אים בלויז געשטופט צו זעלבסטמארד ווען ער איז שוין געווען אין א צושטאנד ווען ער גארנישט אנדערש וואלט שוין נישט געארבעט און ער וואלט עס סייווי אויסגעפירט
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט אבער נעכטן האט די סופרים קאורט געמאלדן אז זיי נעמען נישט אן די קעיס

*
אין מינעסאטע האט ביזנעסמאן מיט א צייט צוריק אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די רעפובליקאנע פארטיי פארן ערלויבן בלויז פרעזידענט טראמפ צו ערשיינען אויפן פארטיי מערץ 3 למספרם פריימערי בעלאט און טראץ זיינע ביטעס צו ווערן צוגעלייגט צום צעטל
פארלאפענע דאנערשטאג איז די קעיס אנטשידן געווארן אינעם סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט בלויז פינף שטונדן נאכן אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס געאורטיילט אין שטיצע פון די פארטיי פירערשאפט און ערלויבט די בלויז טראמפ בעלאט צו פאראויסגיין
די געריכט האט אויף געהאט באקומען א בריוו אין שטימע פון די בלויז טראמפ בעלאט פונעם דעמאקראטישן סעקרעטערי אף סטעיט סטיוו סיימאן
איר ווילט מעגליך פארשטיין ווער עס איז דער אויפמערקזאמקייט הונגעריגער קאנדידאט?
אקעי, יענער הייסט ראקי דע לא פוענטע
דער יעניגער האט שוין א רייכע היסטאריע אין פאליטיק און איז שוין געלאפן צוריק אין 2016 למספרם סיי אויף די רעפארם פארטיי טיקעט און סיי אויף זיין אייגן געשאפענע אמעריקאנע דעלטא פארטיי (דארט האט ער אפילו געהאט א מיטלויפער מיטן נאמען מייקל שטיינבערג)
באזונדער איז ער געלאפן אין די זעלבע צייט אין די דעמאקראטישע פרעזידענט פריימערי און אויך אין די דעמאקראטישע פלארידא סענאט פריימערי (ער איז דאן אריינגעקומען אויפן פערטן ארט אין די פינף מאן דעמאקראטישע פריימערי אנציענדיג 60,606 שטימען וועלכע איז אויסגעקומען 5.38%, די זיגער אין יענע פארמעסט איז געווען פעטריק מורפי וועלכע האט עווענטועל פארלוירן אקעגן דעם אמטירנדער רעפובליקאנער מארקא רוביא)
אין די אלגעמיינע פרעזידענטליכע וואלן האט ער באקומען א צאל שטימען זינט די רעפארם פארטיי האט פארמאגט בעלאטס אין קענטאקי מיסיסיפי ליוזיאנא און מינעסאטע און ער האט אנגעצויגן 33,136 שטימען 0.02% פון די פאפולערע שטימען
נאך די 2016 למספרם וואלן האט זיך חתן דנן געוואנדן קיין ניו יארק ווי מעיאר דעבלאזיא איז דאן געלאפן פאר ווידערערוויילונג און פרובירט מזכה צו זיין די סיטי מיט זיינע פירערשאפט אייגנשאפטן
ער האט דאן געמאלדן אז זיין פריוואטע אנקעטע ציפערן צייגן אים אז ער וואלט באזיגט די צוויי רעפובליקאנער קאנדידאטן פאול מעסי און מייקל פאולקנער
די פראבלעם איז געווען אז ער איז נישט געווען קיין סיטי איינוואוינער און האט דעריבער געזוכט צו קויפן אן אפארטמענט צו זיין בארעכטיגט צו לויפן
די בילדונג'ס מענעדזשמענט האט אים אבער נישט געשאנקען קיין אינטערוויו פאר אפאטענציאלע מקח און זיין קאמפיין האט געסטראשעט אז זיי וועילן מעגליך גיין אין געריכט ווייל מען דיסרימיניקט אקעגן אים צוליב וואס ער איז אן היספאנישער
אינצווישן איז ער ערשינען ביי א דעבאטע אהערגעשטעלט דורך די סטעיט רעפארם פארטיי (אומאפיליאירט מיט די נאציאנאלע רעפארם פארטיי) ווי א רייע קאנדידאטן פון פארשידענע פארטייען אריינגערעכנט טייל פון די צוויי גרויסע פארטייען האבן אנטייל גענומען
עווענטועל האבן זיך סיי עמסי און סיי פאולקנער ארויסגעצויגן און ניקאולע מעליטאקעס איז אריינגעשפרונגן אין די רעפובליקאנע פארמעסט זיך טרעפנדיג דארט מיט אונזער ליבלינג פוענטע
דאן האבן צוויי מאליטאקיס שטיצער אריינגעטראגן א באקלאגעניש איבער די אונטערשפריטן פון די פוענטע קאמפיין און די באורד אף עלעקשאנס האט טאקע געפונען אז די קאמפיין האט נישט אהערגעשטעלט גענוג אויסגעהאלטענע אונטערשריפטן צו קענען לויפן און מיט דעם איז געקומען אן ענדע צו זיין מעיארעל קאמפיין ערלויבנדיג פאר מעליטאקיס צו זיין דער רעפובליקאנע נאמיני פארלירנדיג צו מעיאר דעבלאזיא

אין 2018 למספרם איז זיין נאמען געלאפן אין אזויפיל ווי 9 סענאט פריימערי פארמעסטן איבערן לאנד און האט קאמפיינט אויף אן אנטי טראמפ אימיגראציע פאליסי פלאטפארמע
אצינד לויפט ער פאר די רעפובליקאנע פרעזידענט נאמינאציע און גלייכצייטיג אין די רעפובליקאנע פריימערי פאר קאנגרעס און קאליפארניע'ס 21'סטע דיסטריקט

אריינגייענדיג אין די 2020 למספרם וואלן סעזאן האט צו ערשט פוענטע געזוכט צו לויפן אין די דעמאקראטישע פריימערי און שוין איינגעמאלדן זיין נאמען אין 2017 למספרם אבער האט זינט דאן ער געטוישט זיינע פלענער און באשלאסן צו לויפן אלץ רעפובליקאנער
ביז פארלאפענע סעפטעמבער האט ער שוין געהאט אויפגעטריבן נאנט צו זיבן טויזנט דאלער און ארויסגעלייעט פון זיין טאש נאך 10.18 מיליאן דאלער צו זיין קאמפיין
ער האט שוין קוואליפיצירט צו לויפן אין ארקענסאו, קאליפארניע,דעלעוועיר, פלארידא, אילינאי, ליוזיאנא, ניו העמפשיר, טעקסאס, יוטא, און ווערמאנט, ער זוכט איצט צו ווערן אקצעפטירט אויך אין אקלאהאומא און אין טענעסי
אין אלאבאמא און אין מישיגען שלאגט ער זיך ארום מיט די ארטיגע סטעיט פארטיי און דא קומעם מיר צוריק צום אנהויב פונעם באריכט אז אין מינעסאטע ווי ער האט אויך שווער געקעמפט איז ער אצינד געווארן באזייטיגט דורך די העכסטע געריכט אין די סטעיט
די ליבערטעריען פארטיי פארזיצער האט שוין פארגעשלאגן אז פוענטע זאל זיין די פארטיי נאמיני און דער לעצטער קוקט איצט אריין דערין
עפל פאלן נאנט צום בוים און ראקווע דע לא פוענטע בנו חביבו פון אונזער פרעזידענט קאנדידאט האט אויך באשלאסן צו לויפן און גאר אין די דעמאקראטישע פרעזידענט פריימערי און זיך שוין איינגעמאלדן אין קאליפארניע, קאלאראדא, איידעהאו, מיזורי, ניו העמפשיר, טעקסאס, און יוטא
אין ליכט פון די היסאטארישע ערשיינונג זיצט מען אין די אמעריקאנע פאליטישע גאס אויף שפילקעס צוליב די ערנסטע ערווארטונג אז פוענטע סיניאר גייט באזיגן פרעזידענט טראמפ אין די רעפובליקאנע פריימערי און פוענטע דזשוניאר וועט העכסט ווארשיינליך ארויסקומען דער זיגער אין די דעמאקראטישע פריימערי און דאס אומפארמיידבארע וועט פאסירן וועט גוטע פריינט און פאמיליע וועלן דארפן מיטהאלטן א פערזענליכע פאמיליע שלאכט און היציגע דעבאטעס ווי פאמיליע געהיימעניסן וועלן ווערן אויסגעגאסן אויף דעבאטע פלאטפארמע
לויט ציניקער איז שוין פרוי/מאמע פוענטע שלאפלאז פאר לענגערע מאנאטן נישט קענענדיג באשליסן אויב זי זאל שטימען פאר איר מאן אדער איר זוהן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג ינואר 14, 2020 11:28 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5783
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג ינואר 14, 2020 10:38 am

קודם יישר כח פאר די נעכטיגע! די היינטיגע וועט מען ליינען שפעטער. דיין ארבעט איז רימארקעבל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג ינואר 14, 2020 11:11 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:קודם יישר כח פאר די נעכטיגע! די היינטיגע וועט מען ליינען שפעטער. דיין ארבעט איז רימארקעבל.



יאפ! גאמאנימצרף... נארוואס געענדיגט די נעכטיגע! בוקער איז שוין אינצווישן ארויס פון די פארמעסט...

העמער באלד צוריקקומען צו די היינטיגע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג ינואר 14, 2020 11:24 am

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג שמות



אזויפיל ווי 42 גאווערנארס האבן שויןרעטייערטע ארמיי מעידזשאר און געוועזענע וועסט ווירדזשיניע דעמאקראטישע סטעיט סענאטאר ריטשארד אדזשעדא איז

ווי עס קוקט אויס איז ארויס געפאלען אפאר ווערטער

איבער די פוענטע'ס פארמעסטען אפשר זאל'ן זיך טאטע אין זין צוזאם שטעלן אויף איין טיקעט דעמקראטישע-רעפבליקען אין זיין פארזיכערט מיט א פארלוסט :smile:
הק' יישר כח


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, וויכטיג מאכער און 27 געסט