א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מייקל קאהען..


דער לאצי פונעם יאר הונדערט.

יישר כח הבל, און א פרייליכן חנוכה.

קודם ישר כח הבל פאר דיינע באריכטען! שוין געשיקט אין אישי א צייט צוריק אבער אז איך רעדט שוין יא דא, קענעך מיך נישט ארויס דרייען...


מייקעל קאהען איז לדעתי א שעיר לזאזל איינעם אויף וועם מ׳האצעך ארויף געווארפן אויף אים פאר גארנישט און פאר נישט, דשאסט פארן וועלן לערנען לקח פאר טראמפ.

איך האב באמת רחמנות אויף אים, א סוקסעספולער און א רעספעקפולער לויער, האט מען פלעין אריין געשמיסן אין אים פאר גארנישט און פאר נישט.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

וויזוי האט טראמפ געזאגט אויף מ׳קעין.. ״איך גלייך מער סאלדאטן וואס מ׳האט נישט געפאנגען״.

ס׳איז באקאנט אז טראמפ האט פיינט לוזער׳ס, די פאקט אז מייקל קאהען האט געהאט דינע הויט.. זיך געבראכן און איבערגעדרייט דעם [ליידיגן] טעללער אנשטאטס צו שטיין שטייף, אזוי ווי מענעפארט און ראדזשער סטאון, איז ער לגמרי א אפגעפליקטער נער אין טראמפ׳ס אויגן.

אגב, אמר״ש פון מענעפארט... מיט דעם וואס א פעדעראלע ריכטער האט ארויסגעווארפן די ״סטעיט קלאגעס״ פון ניו יארק קעגן מענעפארט, שטייט ער יעצט ענדערש אויס צו ווערן פארדענעזירט.. [נישט ביפאר די וואלן שטייצעך]. מייקל קאהען בלייבט אבער א לאצי לעולמי עד ולנצח נצחים.
רשעות קאלטע סעלצער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:וויזוי האט טראמפ געזאגט אויף מ׳קעין.. ״איך גלייך מער סאלדאטן וואס מ׳האט נישט געפאנגען״.

ס׳איז באקאנט אז טראמפ האט פיינט לוזער׳ס, די פאקט אז מייקל קאהען האט געהאט דינע הויט.. זיך געבראכן און איבערגעדרייט דעם [ליידיגן] טעללער אנשטאטס צו שטיין שטייף, אזוי ווי מענעפארט און ראדזשער סטאון, איז ער לגמרי א אפגעפליקטער נער אין טראמפ׳ס אויגן.

אגב, אמר״ש פון מענעפארט... מיט דעם וואס א פעדעראלע ריכטער האט ארויסגעווארפן די ״סטעיט קלאגעס״ פון ניו יארק קעגן מענעפארט, שטייט ער יעצט ענדערש אויס צו ווערן פארדענעזירט.. [נישט ביפאר די וואלן שטייצעך]. מייקל קאהען בלייבט אבער א לאצי לעולמי עד ולנצח נצחים.

האסט ערווענט ראדזשער סטאון

האסט מיר דעמאנט פון א נייעסל וועלכע איךהאב געפלאנט אריינצולייגן אינעם היינטיגן באריכט אבער פארגעסן דערפון

ריכטערין עימי בערמאן דזשעקסאן האט אפגעשטופט זיין סענטענסינג דאטום מיט צוויי וואכן אויפן פארלאנג פון זיינע אדוואקאטן וועלכע האבן געבעטן מער צייט אפירצוזוכן אלע זיינע פינאנציעלע רעקראדס וועלכע פעלט זיך אויס צוצושיקן צום ריכטער א פינאנציעלע באריכט איבערן אנגעקלאגטן איידער די ריכטער קען באשטימען זיין טורמע טערמין (פינאנציעלע היסטאריע איז איינע פון די פאקטארן וועלכע ריכטער אין אלגעמיין מוזן באטראכטן איידער זיי פארשיקן שולדיגע אונטער גראטעס)
סטאון'ס מאקסימום שטראף איז פופציג יאר אבער לויט די פעדעראלע סענטענסינג גיידליינס איז ערווארטעט אז עס וועט נישט זיין נאנט צו דעם איבערהויפט אז ער האט א ריינע רעקארד ביז אהער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:וויזוי האט טראמפ געזאגט אויף מ׳קעין.. ״איך גלייך מער סאלדאטן וואס מ׳האט נישט געפאנגען״.

ס׳איז באקאנט אז טראמפ האט פיינט לוזער׳ס, די פאקט אז מייקל קאהען האט געהאט דינע הויט.. זיך געבראכן און איבערגעדרייט דעם [ליידיגן] טעללער אנשטאטס צו שטיין שטייף, אזוי ווי מענעפארט און ראדזשער סטאון, איז ער לגמרי א אפגעפליקטער נער אין טראמפ׳ס אויגן.

אגב, אמר״ש פון מענעפארט... מיט דעם וואס א פעדעראלע ריכטער האט ארויסגעווארפן די ״סטעיט קלאגעס״ פון ניו יארק קעגן מענעפארט, שטייט ער יעצט ענדערש אויס צו ווערן פארדענעזירט.. [נישט ביפאר די וואלן שטייצעך]. מייקל קאהען בלייבט אבער א לאצי לעולמי עד ולנצח נצחים.


ווילסט הערן א פאני זאך?

וועגן די פוירסט סטעפ עקט וועט אי"ה מיכל כהן ארויסגיין בערך ביי די וואלן דאכציך מיר, אפאר וואכן ארויף אדער אראפ.

פארשטייט זיך אז איך שרייב שוין דא אין דעם אשכול, ישר כח @הכל הבל. א לעכטיגן פרייליכן חנוכה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טענקס הכל פאר די פיינע קאקאש דאונאטס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאנטאג ויחי





ראיאטן פאליציי טריי צו פרעזידענט ניקאלאס מאדורא האבן נעכטן בלאקירט דעם ווענעזועלע אמעריקאנע געשטיצטע אפאזיציע פירער גוויידא פון עפענען א ספעציעלע סעסיע אינעם ארטיגן קאנגרעס
*
לויט עקזיט פאולס איז דער לינקער קאנדידאט אויפן וועג צו באזיגן דעם אמטירנדער קאנסערוואטיוו אין קראואטיע'ס פרעזידענטליכע וואלן אין א מער זעלטענע ערשיינונג אין די לעצטע יארן ווען ווייניג לינק גענויגטע פארטייען האבן באוויזן צן זיגן אין צענטראל אייראפע
*
אינדיע גרייט זיך אפצוהאלטן אסעמבלי וואלן אין איר הויפטשטאט און מער פאלגט נאך די פארמעסטן צו זעהן אויב מודי קען אפשטעלן די לעצטיגע סעירע פון פארלוסטן פאר זיין מאיאריטעט פארטיי צו ראיאנאלע און אפאזיציע אליאנצן
*
פארמאסקירטע פארשוינען האבן אנגעגריפן סטודענטן מיט שטעקנס אין די קאמפוס פון א פרעסטיזשפולע יוניווערסיטעט אין אינדיע'ס הויפטשטאט
מער פון צוואנציג סטודענטן זענען פארוואונדעט געווארן אין די אטאקע אין וועלכע אפאזיציע געזעצגעבער באשולדיגן די רעגירונג צו האבן געשפילט א ראלע
*
פארטא ריקא איז אויפגעטרייסלט דעווארן פון א מאכטפולע ערדציטערניש פון 5.8 אויפן ריכטער וואג וועלכע איז די שטארקסטע אין די לעצטע סעריע מיטערנישו צו באטרעפן דעם ראיאן אין די לעצטע וואך
קיינע פארוואונדעטע אדער געשעדיגטע געביידעס באריכטעט
*
די דירעקטאר אויף איראן אנגעלעגנהייטן אינערהאלב די נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל ריטשארד גאלדבערג וועמענ'ס פאסטן איז געווארן געשפאן דורך דזשאן באלטאן גייט פארלאזן זיין פאזיציע
*
קאנגרעסלייט וועלן זיך מארגן אומקערן צו די ארבעט און פלאנען שפעטער אין וואך צו שטימען אויף א ביל צו באגרעניצן די רעכט פונעם פרעזידענט צו קענען אונטערנעמען מיליטערישע שריט אקעגן איראן אן ערלויבעניש פון קאנגרעס
*
סענאטארן קערן זיך היינט צוריק צו די ארבעט און מען וועט היינט איינשווערן די נייע דזשארדזשיע סענאטארשע קעלי לאפלער
*
מארגן דינסטאג וועט די סענאט פינאנץ קאמיטע באהאנדלען די USMCA געזעץ אריבער אין קאנגרעס ענדע פארלאפענע למספרם יאר
שפעטער אין וואך וועט די סענאט באשטעטיגן פרעזידענט טראמפ'ס נאמיני דזשאוויטא קאראנזא צו סערווירן אלץ אדמיניסטראטאר פאר די קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע
*
די ווינרעד זייטל וועלכע רעפובליקאנער האבן געשאפן אלץ ענטפער צו די דעמאקראטישע עקט בלוי האט אין די לעצטע האלבע יאר אן בעיקר זינט אקטאבער 31 למספרם אויפגעטריבן 101 מיליאן דאלער צוציענדיג מער קלענערע ביישטייערער און ווערט צוגעשריבן צו די אנגייענדע אימפיטשמענט אפשטימונגען און 35 מיליאן דערפון איז אריינגעקומען אין דעצעמבער אליין
די דאטא צייגט אז פאנדרעיזינג ווענדונגען פארבונדן מיט אימפיטשמענט האט געהאט א ראטע פן זיין 300 מאל מער סוקסעפול ווי סיי וועלכע אנדערע קאמפיין מיטלען
*
קענטאקי דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט עימי מעקגרעט האט אויפגעטריבן 6.2 מיליאן דאלער אינעם לעצטן קווארטאל פונעם פארלאפענעם למספרם יאר און געענדיגט מיט 9.1 מיליאן דאלער אין די באנק
די ציפער איז לייכט נידריגער פון וואס זי האט אויפגעטריבן אין די ערשטע צייט נאכן אונטערנעמען איר פארמעסט אבער איז פארט גאר א גרויסע סומע וועלכע זי וועט קענען נוצן אינעם פארמעסט אקעגן מיטש מעקאנעל
*
אריבער אין דרום קאראליינע האט דזשעים העריסאן וועלכע לויפט אלץ דעמאקראט אקעגן לינדזי גרעהעם איצט אינדערפרי געמאלדן אז אינעם לעצטן יאר פערטל למספרם האט זיין קאמפיין אויפגעטריבן 3.5 מליאן דאלער און פארמאגט 4.6 מיליאן דאלער אין די באנק
גרעהעם האט נאכנישט פארעפנטליכט זיינע ציפערן אבער האט ענדע פונעם דריטן יאר פערטל למספרם פארמאגט 8.4 מיליאן דאלער אין די באנק
*
עליסא סלאטקין וועלכע איז אן ערשט טערמיניגע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי און פארטרעט די אכטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין מישיגען האט נארוואס געמאלדן אז אינעם לעצטן יאר פערטל למספרם האט איר קאמפיין אויפגעטריבן אריבער 1.27 מיליאן דאלער
די קאנגרעספרוי טרעט אריין מיט 2.8 מיליאן דאלער אין די באנק צוליב וואס אין לויף פונעם פארלאפענעם למספרם יאר האט זי נישט פארמאגט קיין ערנסטע קעגנער און דאס האט איר ערלויבט אויפצוטרייבן ריזיגע סומעס
*
ווען דעמאקראטישע קאנגרעסמאן קאמינס איז אפגעשטארבן האט ער איבערגעלאזט א ירושה פון 1.05 מיליאן דאלער אין זיין קאמפיין קאסע
אויספאלגנדיג זיין צוואה וועט די געלט פארטיילט ווערן פאר וואוילטעטיגע יוגנט פראגראמען וועלכע העלפן סטודענטן באצאלן זייער קאלעדזש אויסגאבן
*
רעפובליקאנע קאנגרעסמאן פיל ראו פון טענעסי האט געמאלדן אז ער גייט רעטייערן פון קאנגרעס מאכנדיג אים די 26'טע רעפובליקאנע רעטייערמענט אקעגן בלויז ניין ביי די דעמאקראטן
די דיסטריקט וועלכע ער רעפרעזענטירט איז טונקל רויט און איז נישט ערווארטעט צו גיבן פאר דעמאקראטן אן ערנסטע שאנס עס צו פארכאפן
עוועלין פארקאש האט געארבעט אין די אבאמא פארטיידגונגס דעפארטמענט און האט זיך מיט אביסל מער ווי איין מאנאט צוריק אנגעשלאסן אינעם אנגעלייגטן פארמעסט און שוין באוויזן אויפצוטרייבן 460 טויזנט דאלער פאר איר קאמפיין
*
אין ניו יארק'ס זיבעצנטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט רעטייערט דעמאקראט ניטא לאואי און א רייע קאנדידאטן פון ביידע פארטייען יאווען זיך איר צו ערזעצן אבער די ערווארטונג איז אז דער זיגער אין די דעמאקראטישע פרייעמערי וועט העכסט ווארשיינליך זיין פארזיכערט מיטן זיץ
*
דזשארדזשיע רעפובליקאנע קאנגרעסמאן דאג קאלינס איז געפרעגט געווארן אויב ער פלאנט צו לויפן אקעגן קעלי לאפלער וועלכע וועט מארגן ווערן איינגעשוואוירן צום סענאט נאכן ווערן נאמינירט דורכן רעפובליקאנע גאווערנאר ברייען קעמפ
קאלינס: מענטשן פרעגן מיר דערוועגן, איך הער אויס די פארלאנגען פון דזשארדזשיע איינוואוינער און פלאן צו פארזעצן אריינצוקוקן דערין און פאסן א באשלוס אינגיכן
*
אין מערילענד איז טאוואנא געינס, א געוועזענע דעמאקראטישע מעמבער אין די ארטיגע דעלעגאטן הויז פרייטאג געווארן פאראורטיילט צו זעקס מאנאטן טורמע נאך ווערן געפונען שולדיג אין פעדעראלע קלאגעס איבער מיסבאנוץ פון קאמפיין ביישטייערונגען
*
אן אנליין אנקעטע דורך סורוועי מאנקי גענומען פאר עקסיאס האט אויסגעפרעגט רעפובליקאנע וויילער איבער זייער בעפארצוגטע קאנדידאטן פארן פרעזידענט פארמעסט אין 2024 למספרם
מייק פענס באקומט 40% צו דאנאלד טראמפ הצעיר וועלכע באקומט 29% און 26% גייט פאר ניקי העילי
אויפן פערטן ארט קומט אריין דעם פרעזידענט'ס עלטסטע טאכטער וועלכע באקומט 16%
*
נאך וואס פרעזידענט טראמפ האט פארלאפענע פרייטאג אריינגעשניטן אין פיט בוטידזשעדזש זאגנדיג אז ער פרובירט זיך פארצושטעלן אלץ רעליגיעזע מאן האט בוטידזשעדזש נעכטן זונטאג צוריקגעשאסן זאגנדיג אז ער איז שוין געווען א גלויביגער מאן נאך בעפאר טראמפ איז געווארן א רעפובליקאנער
*
נאך פון בוטידזשעדזש איבער טראמפ: ער איז ווי א כינעזער פאנגער פארכאפער, אויב דו ציהסט שטארקער דאן ווערסטו בלויז מער שטעקן
*
קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע אקאסיע קארטעז: אין סיי וועלכע אנדערע לאנד וואלטן דזשאו ביידען אין אייך נישט געווען אינעם זעלבן פארטיי אבער אין אמעריקא זענען מיר יא
*
דזשוליאן קאסטרא האט נארוואס אינדארסירט עליזאבעט ווארען פאר פרעזידענט
*
אין די צייט וואס די קעיס אקעגן אבאמא קעיר איז געווארן צוריקגעשיקט דורכן פיפטן קאורט אף אפיעלס צום דיסטריקט געריכט האבן קאליפארניע אינאיינעם מיט קאנגרעס דעמאקראטן פארלאנגט פונעם סופרים קאורט זאפארט אויפצונעמען די קעיס און שנעל אורטיילן דערויף
*
אין די עפאכע נאך די סעפטעמבער 11 למספרם אטאקעס האט דאן קאנגרעס באשטעטיגט שטרענגע אנטי טעראריזם געזעצן און צווישן זיי א געזעץ אין 2006 למספרם וועלכע שרייבט אז די פעדעראלע געריכטן האבן נישט קיין יוריסדיקציע איבער אויסלענדער פארהאלטן אין די גוואטאנאמא בעי מיליטערישע טורמע
אבער אין א סעריע פון עטליכע אורטיילן אין יענע יארן האט די סופרים קאורט געשריבן אז די געזעץ איז אומקאנסטיטוציאנאל און ריכטער קענעדי האט דאן געשריבן אין א 5-4 אורטייל אז ארעסטאנטן אין די טורמע פארמאגן די רעכט צו קלאגן אין די געריכטן אויב זיי גלויבן אז זיי ווערן אומבארעכטיגט פארהאלטן
די פיר קאנסערוואטיוון דאן אויפן געריכט האט געציילט ראבערטס, סקאליא, אליטא און טאמאס וועלכע זענען געווען אומאיינשטימיג
אצינד איז די קעיס פונדאסניי ארויפגעשווימען צוליב אן קעיס פון אן אומלעגאלע אימיגראנט מיטן נאמען ווידזשאיאקומאר טורעיסיגעים וועלכע האט עמיגרירט סרי לאנקא און זיך איבערגעגעבן פאר די אמעריקאנע גרעניץ פאטראל ביים אריינקומען אין קיין קאליפארניע
לויט די געזעץ וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט אין 1996 למספרם וועלן אימיגראנטן וועלכע ווערן באצייכנט ביים געכאפט ווערן אלץ אזעלכע וועלכע האבן נישט קיין שום שאנס אדער אויסרייד צו ווערן אקצעפטירט אין לאנד געווענליך ערלויבן די גרנעיץ אפיצירן ארויסצוגעבן אן ארדער אז מען קען זיי זאפארט דעפארטירן און די סטאטוס ווערט גערופן "פארשנעלערטע דעפארטאציע פראצעדור"
אנדערש איז אבער אין פאל וואס די אימיגראנט פארלאנגט אזיל רעכט צוליב אנגעבליכע פארפאלגונגען אין זייערע היימלענדער און אין אזא פאל לויטעט די געזעץ אז אן אזל רעכט אפיציא זאל איבערקוקן די טענה פונעם אימיגראנט און אויב ער באשטעטיגט אז יש דברים בגו פאלן אזלעכע אימיגראנטן אריין אין א קאטעגאריע גערופן "פולע דעפארטאציע פראצעדור" וועלכע איז אנדערש פון די "פארשנעלערטע דעפארטאציע פראצעדור" און באדייט אז דער אימיגראנט איז נישט אין קיין באלדיגע געפאר פון ווערן דעפארטירט נאר קען אריינגעבן אן אפליקאציע פאר אזיל רעכט און און פאל די אפליקאציע ווערט אפגעווארפן קען דער יעניגער פארלאנגן אז אן אימיגראציע געריכט זאל איבערקוקן די קעיס
אויב אבער דער אימיגראציע אפיציר באשליסט ביים ערשטן איבערזיכט אז עס ליגט גארנישט אונטער די אנגעבליכע אזיל רעכט פארלאנג פוןנעם אימיגראנט דאן קען יענער נישט פארלאנגען פאר אזיל רעכט און יענעם'ס לעצטע אפציע איז פארלאנגען א גאר באגרעניצטע אדמיניסטראטיווע איבערזיכט פראצעדור אבער מען פארבלייבט מיט די "פארשנעלערטע דעפארטאציע פראצעדור" סטאטוס
אונזער ווידזשאיאקומאר טורעיסיגעים האט זיך געטראפן אין אט אזא פאזיציע ווען דער אימיגראציע אפיציר האט נישט אקצעפטירט זיין אזיל רעכט טענה אז זיין אנגעהערן צו די מינאריטעט טאמיל פאפולאציע אין סרי אלנקא שטעלט אים אויס צו א לעבנס געפאר
טורעיסיגעים האט זיך געוואנדן צום געריכט מיט די טענה אז אומלעגאלע אימיגראנטן דארפן געניסן פון די רעכט צו ברענגן זייערע קעיסעס פארנט פון די פעדעראלע געריכטן און אנגעוויזן אויף די אויבנדערמאנטע סופרים קאורט אורטייל אז אויך אויסלענדער באקומען די רעכט צו ווערן באהאנדלט אין די גערכיט סיסטעם און אז א קאנגרעס געזעץ וועלכע עלימינירט די דאזיגע רעכט איז אומקאנסטיטוציאנאל
א פאנעל אויפן ניינטן קרייז געריכט האט אנגענומען דעם ארגומענט און די קעיס האט דערנאך געמאכט איר וועג צום סופרים קאורט ווי די רעגירונג זוכט עס צו אפעלירן
די ארגומענט פון די טראמפ אדמינסטראציע איז אפצוטיילן די גוואטאנאמא קעיס פון די אימיגראציע קעיס מיטן ערקלערונג אז די פארדעכטיגע טעראריסטן אין גוואטאנאמא האבן גע'טענה'ט אז זיי ווערן אומבארעכטיגט פארהאלטן און אויב די געריכטן קענען נישט אריינרעדן אין זייער קעיס ווערן זייערע רעכטן פארלאצט דורך די רעגירונג וועלכע פארהאלט זיי אקעגן זייער ווילן
אנדערש איז אבער מיט די אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע ווערן גערן צוריקגעלאזט אין זייערע היימלענדער און זי קענען זיך נישט באקלאגן אויף ווערן פארהאלטן אן קיין געהעריגע פארטיידיגונג רעכט אין געריכט זינט עס איז זייער באשלוס צו פארבלייבן דא און די רעגירונג ערלויבט זיי זיך אומצוקערן צו זייערע היימען אויף די פריי
די קעיס איז גאר אן ערנסטע ווען עס קוקט צו די אימיגראציע פראגע אבער לעגאלע קעפ איבערן לאנד האבן געהויבן ברעמען ליינענדיג די ארגומענטן וועלכע סאליסיטאר דזשענעראל פראנסיסקא האט צוגעשיקט צום געריכט אין דעצעמבער למספרם

אויסער די אויבנדערמאנטע דיפרענעץ צווישן גיטמא און אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע די ריכטער זאלן אין באטראכט נעמען אפילו זיי לאזן די גיטמא אורטייל אין פלאץ שרייבט ער אז די טענה פון טורעיסיגעים דארף ווערן ארויסגעשליידערט ווייל די שרייבער פון די קאנסטיטוציע האבן קיינמאל נישט געמיינט צוצוטיילן די רעכט פון וועלכע אמעריקאנע בירגער געניסן צו נוצן די אמעריקאנע געריכט סיסטעם ווען זיי ווערן אומ'יושר'דיג באהאנדלט פאר אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זוכן זיך צו באפרייען פון דעפארטאציע ארדערס
די פאראגראף איז א קלארע אנדייטונג אז די יוסטיץ דעפארטמענט פרובירט זייער מזל מיטן שטופן די געריכט איבערצודרייען די פרעצעדענט געשאפן דורך די גיטמא אורטייל וועלכע ריכטער קענעדי האט געשטיצט
זינט יענע שמאלע אורטייל קומט פאר אן אפענע קאמף דורך ריכטער רעימאנד רענדאלף וועלכע זיצט אויפן די סי אפעלאט קאורט און טוט שוין פאר יארן בונטעווען אקעגן יענע אורטייל וועלכע האט לויט אים פאראורזאכט אומגעהויערע שאדנס צו נאציאנאלע זיכערהייט און נאכפאלגנדיג יענע סופרים קאורט אורטייל האבן טאקע א רייע גוואטאנאמא פארהאלטענע געברענגט זייערע קעיסעס צום די סי דיסטריקט געריכט אבער די רעגירונג האט זיי אלע אפעלירט צום די סי סירקוט אויף וועלכע ריכטער רענדאלף זיצט און מיט די הילף פון זיינע קאנסערוואטיווע קאלעגן איז יעדע איינציגע אזא קעיס געווארן ארויסגעווארפן דורכן אפעלאט געריכט אריינגערעכנט צוויי פון די העכערע פראפיל פון די קעיסעס וועלכע ריכטער ברעט קעווענעאו וועלכע איז דאן געזיצן אויפן די סי קרייז געריכט און האט דאן געשטימט מיט די קאנסערוואטיווע מאיאריטעט אקעגן די פארהאלטענע
אצינד טוט די רעגירונג האפן אז א ריכטער קעווענאו וועט זיין מער סימפאטיש ארויסצוטראסקענען יענע פרעצעדענט געשאפן מיט די שטיצע פון זיין פארגייער ריכטער קענעדי
די באשלוס פאראויסצוגיין מיט אזא ארגומענט קען פילייכט ווערן צוגעשריבן צו אטוירני דזשענעראל וויליאם באר וועלכע האט אנדערש ווי ביי געווענליכע קעיסעס ער ווערט בלויז מינימאל רעפערירט האט די איצטיגע קעיס געצויגן זיין פולע אויפמערקזאמקייט און ער אזעהט אין דעם אן עפענונג לויז צו ווערן פון די גיטמא אורטייל אקעגן וועלכע ער איז טייל פון די ארכי קעמפער און איז אנגעשלאסן אין די קאאליציע פון קאנסערוואטיווע יוריסטן וועלכע האבן עס קיינמאל נישט געהעריג פארדייעט
באר האט ארויסגערעדט איבער יענע אורטייל ביי א פארזאמלונג פון די פעדעראליסט סאסייעטי פאריגן נאוועמבער למספרם און עס באצייכנט אלץ די מערסטע אבסורד און קאנסקווענצנפולע מאכט פארכאפונג פון די רעכטן פון די עקזעקוטיווע פליגל אין די היסטאריע ווען די יורישיע צווייג האט זיך רעזערווירט אדי רעכט אריינצורעדן אין מיליטערישע באשלוסן אין באצוג צו אנצוקלאגן פארהאלטענע אין א מיליטערשע קאנפליקט אנשטאט וואס די באשלוסן זאלן געהערן אויסשליסליך צו די יוריסדיקציע פונעם פרעזידענט אלץ קאמאנדיר אין טשיעף
די קעיס וועט ווערן אויסגעהערט דורכן סופרים קאורט אום מערץ למספרם
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א גוט מארגן, און שלום עליכם כבוד הרב!

בילד
רשעות קאלטע סעלצער
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

שלום עליכם
אין יישר כח
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

Thanks
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סיז געשמאק אנצוקומען צו א סורפרייז... ספעציעל צו אזא סורפרייז...

בנוגע די קאורט... כ'ביניש זיכער אז גורסאטש גייט בעקן קאנסערוועטיווס... ער איז ליבערטעריען...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

וועלקאם בעק, שכוח.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

יישר כח !!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סיז געשמאק אנצוקומען צו א סורפרייז... ספעציעל צו אזא סורפרייז...

בנוגע די קאורט... כ'ביניש זיכער אז גורסאטש גייט בעקן קאנסערוועטיווס... ער איז ליבערטעריען...



יישר!
און איר זענט גערעכט אז עס קען זיין שווער פאראויסצושאצן די גארסוטש שטעלונג אויף די פראגע
אדער אפילו די ראבערטס נויגונג נישט איבערצודרייען פרעצעדענט
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

וואף אזא איבעראשונג!!! הכל הבל מיר האבן זיך זייער געבענקט נאך אייך!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

אה, לכבוד ניטל אביסל הבלים...
העמיר עס ליינען נאך 12
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר פאר יעדן!
אייער פידבעק איז דערפרישנד!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

קאנסילמאן האט געשריבן:וועלקאם בעק, שכוח.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

קאנסילמאן האט געשריבן:וועלקאם בעק, שכוח.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

השמטות..
אן ארויסגעפאלענע נייעסל פונעם היינטיגן באריכט:
שטאב הויפט פון פארטיידיגונג סעקרעטאר מארק עספער גייט רעטייערן ענדע יונואר למספרם
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

פאראינטערסירט האט געשריבן:וואף אזא איבעראשונג!!! הכל הבל מיר האבן זיך זייער געבענקט נאך אייך!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח הבל!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פאראינטערסירט האט געשריבן:וואף אזא איבעראשונג!!! הכל הבל מיר האבן זיך זייער געבענקט נאך אייך!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח @הכל הבל.

אויך פאר די קרישקעלעך אין אנדערע אשכולות.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

טענקס עי מיליאן!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק הרב הכל! אלע ביזנעסלייט זענען צוריק געקומען אינקלודינג אונזער העכסט ראנגיקער רעפארטער.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”