א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 10:34 am

וויכטיג, נעקסט טיים טו עס נישט, האסט מיר סתם אנגערייצט די אפעטיט אז ס׳יז דא פרישע לקח און ברוינפען..

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 10:43 am

ווידער געווארן שטארק פארנומען

האפענטליך וועט מען זיך קענען צוריקקערן ווי אמשנעלסטן אי"ה

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 10:48 am

אמן

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 1:56 pm

111111.PNG
111111.PNG (7.23 KiB) געזעהן 1091 מאל

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 9:57 am

מיטוואך וישב






די טראמפ אדמינסטראציע האט אנערקענט אז זיי וועלן נישט באווייזן אפצושטעלן דאס פארענדיגן פון א קאנטערווערסיאלע גאז פייפליין וועלכע וועט טראנספארטירן נאטורליכע גאז פון רוסלאנד קיין דייטשלאנד
די אדמיניסטראציע האט עס אין די פארגאנגענהייט באצייכנט אלץ זיכערהייט געפאר אבער האט איינגעזעהן אז די לעצטיגע סאנקציעס וועלן נישט אפעקטירן די נארט סטריעם 2 פייפליין
*
סענאטארשע קאלינס האט אויסגעדרוקט וואנדער איבער די באדינגונגען איבער די סענאט אימפיטשמענט פראצעס ארויסגעלייגט דורך סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער פרעגנדיג פארוואס ער האט נישט ענדערש פארהאנלדט פריוואט מיט סענאט פירער מעקאנעל דערוועגן
קאלינס האט צו ערשט אויסגעדרוקט אומצופרידנהייט מיט מעקאנעל'ס קאמענטארן וועלכע האבן קלאר געמאכט זיינע פלענער צו ריינוואשן טראמפ און אז ער וועט ארבעטן האנט ביי האנט מיט די ווייסע הויז לעגאלע קאונסיל
קאלינס זאגט אז זי וואלט נישט געזט אזלעכע ווערטער אבער צוגעלייגט אז שומער'ס מאנעווערע איז נישט אויסגעהאלטן און צייגט אז ער איז נישט אויפריכטיג און נייגעריג פאר ערנסטע פארהאנדלונגען
*
שומער האט פון זיין זייט ווידערהאלט אז ער האט די שטיצע פון די פולע דעמאקראטישע קאוקאס צו זיין אימפיטשמענט סטראטעגיע און וועט באוקמען די נויטישע שטימען אראפצורופן זיין עדות ליסטע און ער וועט באקומען אמווייניגסטנס פיר רעפובליקאנער אפילו אויב עס וועט נישט שמעקן פאר מעקאנעל
*
קאנגרעסמאן סטיוו סקאליס (ר) טוט שוין אפהאלטן זינט אקטאבער למספרם וועכנטליכע ציילונגען אינערהאלב די פארטיי איבערהויפט איבער וואקלדגיע רעפובליקאנער זיכער צו מאכן אז קיינער דעפעקטירט נישט איבער אימפיטשמענט
*
גייט דער פרעזידענט מיטהאלטן די היינטיגע אימפיטשמענט דעבאטע פראצעדור?
קעליאן קאנוועי זאגט אז ער פאלגט נישט צופיל נאך די טעלעוויזיע און האט נעכטן געהאט א מיטינג אין די אוועל אפיס ווי עס איז נישטא קיין סקרין
טראמפ זעלבסט האט אבער געזאגט אז ער האט איבערגעקוקט אויפטריטן פון מערערע מענטשן נעכן נאכט אריינגערעכנט פון מיטש מעקאנעל אויפן סענאט פלאר און אז אלע זענען שטארק פאראייניגט
עס איז אבער ערווארטעט אז אפילו אויב דער פרעזידענט וועט מיטהאלטן די לענגערע דעבאטעס וועט ער נישט קענען מיטהאלטן די אפשטימונגען נאר זיי דארפן איבערקוקן שפעט אין די נאכט צוליב וואס דער פרעזידענט וועט אויפטרעטן ביי א גרויסע ראלי אין מישיגען אין די צייט פון די אפשטימונג
*
איצט אינדערפרי האט זיך געעפנט די טעגליכע קאנגרעס סעסיע און אום 9:30 האט זיך אנגעהויבן די אפשטימונג איבער די רולס פאר די היינטיגע היסטארישע אימפיטשמענט פראצעדור און מען ערווארט אז אפשטימונג וועט פאסירן אום 10 זייגער
קאנגרעס מיטגלידער וועלן דעבאטירן די צוויי ארטיקלען פון אימפיטשמענט פאר זעקס שטונדן און שפעט נאכמיטאג (צווישן 6-8 ) איז ערווארטעט אז מען וועט שטימען דערויף
די אפיס פון מינאריטעט פירער מעקארטי האט געזאגט אז זיי ערווארטן די אפשטימונג פארצוקומען צווישן 6:30 און 7 אזייגער
*
א מערקווירדיגע ערשיינונג איז דאס איז ספיקער פעלאסי וועט נישט זעלבסט אנפירן מיט די היינטיגע אימפיטשמענט פראצעדור ווי עס וואלט געווען ערווארטעט ביי אזא היסטארישע אפשטימונג נאר זי וועט שטעלן קאנגרעספרוי דיאנא דעגעט צו שטיין אין שפיץ פונעם פראצעדור
*
יוסטיץ דעפארטמענט אינספעקטאר דזשענעראל מייקל הורוויץ וועט היינט אויפטרעטן צום צווייטן מאל אויף קעפיטאל היל זינט ער האט פארעפנטליכט זיין פייסא באריכט
דאסמאל וועט ער אויפטרעטן פארנט פון די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע
*
אהייא סענאטאר שעראד בראון (ד) רופט אז מיטש מעקאנעל זאל זיך רעקיוזן פון די אימפיטשמענט פראצעדור נאכן קלאר אנדייטן אז ער גייט נישט זיין אן אומפארטייאישע דזשוראר
*
אין טעקסאס קומט פאר אן ערנסטע זוך אקציע נאך די פארשוואונדונג פון א מוטער מיט איר פיצל ניי געבוירן קינד
*
א גרויסע באטיייליגונג איז ערווארטעט די וואך ביים פארזאמלונג פון די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע וואו ארם זיבן הונדערט זענען דערווארטעט
פרעזידענט טראמפ און וויצע פרעזידענט פענס וועלן גיבן רעדעס
*
די טראמפ קאמפיין האט אנגעהויבן ארויסשטעלן רעקלאמעס אויף ראדיו סטאנציעס און אין צייטונגען אונטער די אייגנטומערשאפט פון אפריקאנע אמעריקאנע און אפעלירט צו יענע געמיינדע זיך פרעזסענטירנדיג פאר די וועלכע זענען באזארגט איבער יוסטיץ אומגלייכקייט
*
ספיקער פעלאסי האט נעכטן געשטעלט ערשט טערמיניגע קאליפארניע קאנגרעספרוי קעטי פארטער און דעב האלענד פון ניו מעקסיקא צום קאנגרעס איבערזיכט און רעפארם קאמיטע צו ערזעצן פארשטארבענער קאנגרעסמאן קאמינגס און רעזיגנירטע קאנגרעספרוי קעטי היל
*
מישיגען סענאטאר גערי פיטערס (ד) וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג אין 2020 למספרם האט געמאלדן זיין שטיצע פאר די USMCA ביל
*
דזשאו ביידען באשולדיגט פיט בוטידזשעדזש אין רויבן זיין העלט קעיר פלאן נאכן צו ערשט שטיצן מעדיקעיר פאר אלע
ביידען שילדערט ווי אזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען ער זאל עס ווען טוהן צו א צווייטע קאנדידאט
ביידען: דו וואלסט ווען אראפגעריסן מיינע אויערן, אבסאלוטלי, איך וואלט געווארן באשולדיגט אין פלאגאריזם, נישט גוט, אלטע מאן וועלכע טוט באם באם באם
*
פיט בוטידזשעדזש האט נעכטן באקומען צוויי סטעיט לעגיסלאטור אינדארסירונגען אין פאלק קאונטי אייאווע
*
איינע פון די קריטיק פון קאנסערוואטיוון אויף די באשלוס פון דזשארדזשיע גאווערנאר קעמפ צו שטעלן קעלי לאפלער צום סענאט איז אירע ביישטייערונגען אין די פארגאנגענהייט פאר דעמאקראטן
עס ווערט אבער אנגעוויזן אז א פון איר 3.2 מיליאן דאלער פאליטישע ביישטייערונגען איז בלויז 3% דערפון געגאנגען פאר דעמאקראטן
*
סענאטארשע סוזען קאלינס פון מעין שאפט שוין ערנסטע געלטער פאר לאנגע מאנאטן פאר איר ווידערוויילונג קאמפיין אבער וועט ערשט די וואך אפיציעל מעלדן איר באשלוס איבער לויפן פאר ווידערערוויילונג
*
נאך די מעלדונג אז ניו דזשערסי קאנגרעסמאן דזשעף ווען דרו טוישט פארטיי אפיליאציע האבן א רייע פון זיינע סיניאר געהילפן געמאלדן אז זיי פארלאזן זיין אפיס און קאמפיין אבער אצינד הערט מען אז זיין שטאב הויפט אליסאן מורפי בלייבט טריי פאר איר אויבערהאר און האט שוין אפיציעל אויפגעגעבן איר זיץ אויף די סטעיט דעמאקראטישע קאמיטע
*
די איינפלוס קאמפיין אויף דזשעף ווען דרו אריבערצושפרייזן פארטיי ליניע האט ביים הויכפונקט אריינגענומען א פריוואטע זיצונג מיט פרעזידענט טראמפ אבער איז צו ערשט געווארן אונטערגעבעט מיט א געלונגענע פלאנירטע קאמפיין אין וועלכע פרוי קאנוועי און קריס קריסטי האבן געשפילט א הויפט ראלע
*
די קאנגרעס עטיקס קאמיטע טוט נאך אפשאצן א ריפוירל פון די אפיס פון קאנגרעסיאנאלע עטיקס איבער באשולדיגונגען אז ערשט טערמיניגע דעמאקראטישע מאסאטשוסעסטס קאנגרעספרוי לארי טראהאן האט פארפעלט צו ריכטיג פארעפנטליכן די קוואל פון דריי הונדערט טויזנט דאלער אין פערזענליכע פאנדס וועלכע זי האט פארבארגט פאר אין קאמפיין אין 2018 למספרם
*
אין צפון קאראליינע טרעפן זיך א רייע רעפובליקאנע קאנגרעסלייט אויסגעשפארט פון זייערע קאנגרעס ביוראען ווען די נייע איבערגעשריבענע מאפעס שניידט ארום זייערע דיסטריקטן אויף א וועג אז זיי וועלן זיך טרעפן אינדרויסן פון קעפיטאל היל נאך נאוועמבער למספרם און טייל האבן שפעקולירט פון לויפן אין דערנעבנדע דיסטריקן אין פריימערי פארמעסטן אקעגן קאלעגע רעפובליקאנער
מארק וואלקער איז איינע פון זיי און ער האט אצינד געמאלדן אז ער גייט נישט לויפן פאר קיין פאליטישע אפיס אין 2020 למספרם אבער וועט יא האלטן אן אויג צו לויפן צום סענאט אין 2022 למספרם ווען דער איצטיגער סענאטאר ריטשארד בור איז ערווארטעט צו רעטייערן
*
אין טעקסאס פארמעסטן זיך אזויפיל ווי צוועלף דעמאקראטן אין א פארמעסט צו קענען לויפן אקעגן סענאטאר דזשאן קארנין און פרוי העגאר וועלכע איז א מיליטערישע וועטעראן ווערט באצייכנט אלץ פראנט ראנער און האט די וואך מאנטאג ערהאלטן די אינדארסירונג פון די דעמאקראטישע סענאטאריעל קאמפיין קאמיטע
*
אין וועסט ווירדזשינע לויפט דער ערשט טערמיניגער גאווערנאר דזשים דזשאסטיס וועלכע האט זיך געטויפט צו רעפובליקאניזם פאר ווידערערוויילונג מיט קעגנער וועלכע קאנקורירן פון ביידע פאליטישע פארטייען אבער די טראמפ ווייסע הויז איז גאר שטארק אין שטיצע פונעם גאווערנאר
אויף די דעמאקראטישע זייט איז אצינד ארויסגעקומען אן אנקעטע אין וועלכע סטיווען סמיט געניסט פון א לייכטע פראנט ראנער פאזיציע באקומענדיג 21% צו סטעיט סענאטאר ראן סטאלינגס וועלכע ציהט אן 19%און 18% פאר קאנווא קאונטי קאמישאנאר בען סאלאנגא
אזויפיל ווי 42% זענען אומבאשלאסן פאר וועם זיי וועלן שטימען אין די דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט
*
אריבער אויף די רעפובליקאנע זייט צייגט די זעלבע אנקעטע אז גאווערנאר דזשאסטיס געניסט פון א שטארקע אויבערהאנט אין די פריימערי פארמעסט באקומענדיג 56% צו געוועזענע סטעיט קאמערץ סעקרעטאר וועלכע באקומט 21% און געוועזענע סטעיט דעלעגאט מייק פאלק ציהט אן 11%
אין די רעפובליקאנע פריימערי זענען בלויז 12% אומבאשלאסן
*
אין צפון קאראליינע צייגן די אנקעעטעס אז די רעפובליקאנער וועלן נישט האבן קיין לייכטע פעלד ארויסצושטויסן דעם דעמאקראטישן גאווערנאר אבער עטליכע קאנדידאטן וועלן זיך צו ערשט דארפן אויסשלאגן אין די רעפובליקאנע פריימערי צו באקומען דעם שאנס צו אמווייניגסטנס פרובירן
לויט א לעצטיגע אנקעטע באקומעט ליוטענאנט גאווערנאר דען פארעסט 31%, און סטעיט רעפרעזענטאט האלי גרעינדזש 3%
און אזויפיל ווי 25% זענען אומבאשלאסן
לויט די אנקעטע באקומט דער געוועזענער גאווערנאר פעט מעקרארי וועלכע האט נאך נישט באשלאסן אויב ער לויפט גאנצע 42%
*
פאול מענעפארט איז נעכטן געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל צוליב הויכע בלוט דרוק וועלכע האט לויט די דאקטוירים זיך שוין סטאביליזירט
*
א ריכטער האט פארארדנט אז לעוו פארנעס קען זיין אויף די פריי אין לויף פון די צייט וואס ער ווארט אויס זיין פראצעס
*
די דעפיוטי מענזשער פון די 2016 למספרם פרעזידענט קאמפיין ריק געיטס וועלכע האט געדינט ווי א רעגירונג עדות אקעגן פאול מענעפארט האט נעכטן באקומען צוגעטילט 45 טעג טורמע וועלכע ער וועט קענען דינען אין די וויקענדס און צוגאב פון עטליכע יאר פראבעישאן פארן ליגן זאגן צו די עף בי איי
ריכטערין דזשעקסאן האט ערקלערט די לייכטע אורטייל זאגנדיג אז ער האט צוגעשטעלט נוצליכע אינפארמאציע צו אן ערנסטע נאציאנאלע זיכערהייט אויספארשונג (די רוסלאנד אויספארשונג)
*
מיט א צייט צוריק איז באריכטעט געווארן איבער די פאלגענדע סופרים קאורט קעיס וועלכע איז פארלאפענע וואך געווארן אנטשידן:
קעווין ראטקיסקע האט אנגעזאמלט קרעדיט קארד חובות אין די יארן 2003-2005 למספרם און די באנק האט זיך אפגעשאקלט דערפון דורכן עס איבערגעבן פאר א קאלעקשאן אגענטור מיטן נאמען "קלעם און געהילפן פאר קאלעקשאן"
אין מערץ 2008 למספרם האט קלעם געפיילט א לאוסוט אקעגן ראטסיסקע אבער האט פארפעלט אים עס צו קענען איבערגעבן פערזענליך ביי די אדרעס וואו ער האט אנגעבליך געוואוינט ווייל ראטסיסקא האט זיך שוין געהאט אוועקגעצויגן פון דארט
אין יונואר 2009 למספרם האבן זיי פרובירט א צווייטע מאל און דאן האט עימיצער איבערגענומען די געריכט ארדער פאר ראטקיסקע אן דעם וואס ראטקיסקע זאל זיין באוואוסטזיניג דערפון
ערשט אום 2014 למספרם ווען ראטקיסקע האט איינגעבגעבן אן אפליקאציע פאר א מארגעדזש איז ער געוואר געווארן אז מען האט אים געזוכט און סערווירט מיט געריכט דאקומענטן איבער זיינע אלטע חובות
ראטקיסקע האט געפיילט א קלאגע אקעגן קלעם זאגנדיג אז אירע שריט פארלעצט די די קאלעקשאן אקט צוליב געוויסע וואס זיי האבן סערווירט די דאקומענט פארן נישט ריכטיגן פערזאן
קלעם האט אבער פארלאנגט ארויסצושליידערן זיין קלאגע ווייל עס איז געקומען צו שפעט און לויט די געזעץ דארף סיי וועלכע באקלאגעניש געמאכט ווערן אין די יאר פון ווען די אנגעבליכע פארלעצונג קומט פאר
ראטקיסקע האט גע'טענה'ט אז די יאר הויבט זיך אן פון ווען דער קלעגער (ער זעלבסט אין דעם פאל) ווערט געוואר פון די אנגעבליכע פארלעצונג אבער די דיסטריקט געריכט האט עס אפגעווארפן שרייבנדיג אז די טרוקענע געזעץ שרייבט אז מען רעכנט א יאר פון ווען די פארלעצונג קומט פאר
מיט דעם איז די געריכט געגאנגען אקעגן פריערדיגע אורטיילן פון די ניינטע און פערטע קרייז געריכטן וועלכע האבן יא אויסגעטייטשט די געזעץ אז עס הויבט אן לויפן פון ווען דער באטראפענער ווערט געוואר פון די פארלעצונג
ראטסיסקע האט עס אפעלירט צום דריטן סירקוט קאורט און נאך איידער די פאנעל וועלכע האט אויסגעהערט די קעיס האט געהאט א שאנס צו שרייבן אן אורטייל האט די פולע געריכט באשלאסן אז זי וויל איבערהערן די קעיס און עווענטועל געשריבן אז די דיסטריקט געריכט איז גערעכט שאפנדיג א שפאלט מיט די אנדערע צוויי סירקוט קאורטס
די סופרים קאורט האט באשלאסן אויסצוהערן די קעיס און די מונדליכע ארגומענטן זענען פארגעקומען אום אקטאבער 16 למספרם


עד כאן פון אונזער באריכט א מיט א צייט צוריק

די אורטייל איז אצינד ארויסגעקומען ווען ריכטער טאמאס האט געשריבן אז ראטסיסקע איז נישט גערעכט
ריכטער ראבערטס, ברייער, אליטא ,קעיגען און קעווענאו האבן געשטיצט די אורטייל
ריכטערין סאטאמאיאר האט געשריבן א טיילווייזע קעגן אורטייל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 10:35 am

בייגעלעך בייגעלעך, פיינע פרישע בייגעלעך... ווער וויל קויפן? פיינע קוכעלעך, קעז קיכן, קאקאש קוכן, ראפאגאש באבקע... פיינע פרישע סחורה...

טענקס! האמער לאנג געווארט דערויף...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 10:42 am

נישט געווען דא אין די לעצטע טעג צוליב סקעדזשועל קאנפליקטן
ביים פריער אריינטשעקן האט אפגעווארט א סורפרייז אשכול און א רעוואלוציע פון כבוד הרב טשאדעלע און רב בערל וועלכע האבן פון איין זייט אמת'דיג איבערגענומען און פון די אנדערע זייט מיט שווער געטראפן פארן נישט באווייזן צו ביישטייערן אינעם ספעציעל לכבודם (יא בייגעשטייערט אין אנהויב צום צענטראלן קאמפיין) אבער צווישן די בלעטער באמערקט אז איין ביישטייערער האט געגבן זיין נדבה בתנאי קודם למעשה אז א באריכט וועט נאכפאלגן
נו, האב איך דאך שוין א פתח פאר תשובה און איך האב מיך צוגעאיילט צוצושטעלן עפעס נייעס פאר היינט און האפנטליך וועס עס ווערן גערעכנט ווי עטוואס בייגעשטייערט צום אייוועלט קאמפיין

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 10:45 am

אה. ס׳האט געהאלפן!

אה, הבל האקט.. וועלקאם בעק!
7D5A7A03-AC04-4D61-AC01-A153C7B114FC.jpeg
7D5A7A03-AC04-4D61-AC01-A153C7B114FC.jpeg (134.85 KiB) געזעהן 893 מאל
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 10:47 am

הכל הבל האט געשריבן:אין וועסט ווירדזשינע לויפט דער ערשט טערמיניגער גאווערנאר דזשים דזשאסטיס וועלכע האט זיך געטויפט צו רעפובליקאניזם פאר ווידערערוויילונג מיט קעגנער וועלכע קאנקורירן פון ביידע פאליטישע פארטייען אבער די טראמפ ווייסע הויז איז גאר שטארק אין שטיצע פונעם גאווערנאר

:grin: הנאה געהאט פונעם געטויפט.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 10:50 am

א נייער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין וועסט ווירדזשינע לויפט דער ערשט טערמיניגער גאווערנאר דזשים דזשאסטיס וועלכע האט זיך געטויפט צו רעפובליקאניזם פאר ווידערערוויילונג מיט קעגנער וועלכע קאנקורירן פון ביידע פאליטישע פארטייען אבער די טראמפ ווייסע הויז איז גאר שטארק אין שטיצע פונעם גאווערנאר

:grin: הנאה געהאט פונעם געטויפט.



יאפ
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 11:27 am

וואף די קאקאש שמעקט פיין היינט
טענקס הבל פינאמענעל דזשאב עז יוזשעל


בדוו די קאמפיין איז נאכנישט פארשפארט קענסטוך נאך משתתף זיין לכבוד טשאדעלע און זיידי
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 12:55 pm

וואףף מיר האבן הכל הבל'ן צוריק!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 1:02 pm

Thanks

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 11:04 am

מאנטאג מקץ





אין סאודי אראביע האט מען פאראורטיילט צום טויט פינף מענטשן אין פארבינדונג צום מארד פון דזשאמאל קאשאגי
*
אין אינדיע קומען פאר מאסיווע פראטעסטן נאך וואס א ביל איבער א בירגערשאפט געזעץ איז אריבער אין פארלאמענט
עס איז שוין די דריטע פארשפרעכונג וועלכע פרעמיער מיניסטער מודי האט געמאכט דורכאויס זיין ווידערערוויילונג אין מאי למספרם און באווייזט עס אצינד דורכצופירן און ער פרובירט דערמיט אוועקצונעמען אויפמערזאמקייט פון די פארלאנגזאמטע עקאנאמיע
די סיטיזאנשיפ אמענדמענט ביל וועט שענקן נאציאנאליטעט סטאטוס פאר בודהיסטן, קריסטן , הינדוס און אנדערע גרופעס און אויך להבדיל אידן וועלכע האבן עמיגרירט אפגאניסטאן, בענגלאדעש און אפגאניסטאן בעפאר 2015 למספרם און זיך באזעצט אין לאנד
די ביל איז אריבער אינעם אויבערשטן הויז פון די פארלאמענט מיט 125 אקעגן 105 וועלכע האבן געשטימט דערקעגן
די אפאזיציע דערקעגן קומט פון מינאריטעטן גרופעס ווי די מוסולמעניששע געמיינדע וועלכע זענען די גרעסטע מינאריטעט אין לאנד און אויך פון סטודענטן וועלכע באצייכענען די ביל אלץ דיסקרימינירנד
די פראטעסטן זענען הויפטזעכטליך קאנצעטרירט אין צפון מזרח פון לאנד ווי די עטניש צוטיילטע ראיאן האט געזעהן ווילדע ראיאטן אין אירע גאסן און טרופן האבן געדארפט אינטערווענירן און הונדערטער זענען שוין ארעסטירט געווארן
די זארג פון די פראטעסטירער איז מער ספעציפיש אז די פלוס פון מערערע נישט מוסולמענישע גרופעס איז געציהלט צו שטעלן שטארקערע קאנקורענט צו די מוסולמענע געמיינדע און קען אפעקטירן זייערע רעכטן ווען עס קומט צו לאנד צוטיילונג און דראסטיש טוישן די דעמאגראפישע אויסשטעל אינעם ראיאן
די רעגירונג האט געזאגט אז די נייע געזעץ וועט ווערן נאכגעפאלגט מיט א בירגערשאפט רעדזשאסטרי וועלכע וועט צוואונגען מוסולמענער צו איבערצייגן אז זיי זענען ארגינעלע רעזידענטן אין לאנד און אז זיי זענען נישט פלטים פון די דריי אויבנדערמאנטע לענדער
די אמעריקאנע קאמיסיע פאר אינטערנאציאנאלע רעליגיעזע פרייהייט האט געהאט געזאגט אז וואשינגטאן זאל באטראכטן סאנקציעס אקעגן דעם ארטיגן האוזינג מיניסטער אמיט שאך וועלכע איז א נאנט אליאירט מיט פרעמיער מיניסטער מודי פאר זיין ראלע אין די ביל אין פאל עס ווערט טאקע אדאפטירט
שאך וועלכע האט שטאק געשטוט דעם ביל אינעם פארלאמענט האט פארטיידיגט די ביל זאגנדיג אז די ביל זוכט בלויז ארויסצוהעלפן מינאריטעטן וועלכע אנטלויפן נאכן ווערן פארפאלגט אין מוסולמעניש געפירטע לענדער און אז די ביל טוט בלויז שענקן בירגערשאפט פאר מענטשן און נישט אוועקנעמען פון קיינעם גארנישט
אין ליכט פון די ווילדע ראיאטן איז א קוירפיו געווארן איינגעשטעלט אין טיילן פון לאנד און די רעגירונג האט בלאקירט אינטערנעט סערוויס אין צעהן דיסטריקטן געציהלט צו פארמיידן מער געשלעגן מיט די פאליציי וועלכע האט זיך געדארפט באנוצן מיט טרערן גאז און וואסער קאנאנען
*
באואינג'ס הויפט עקזעקוטיוו דעניס מיולענבורג טרעט אפ פון פאזיציע אין ליכט פון די פראבלעמען וועלכע פלאגן די פירמע
*
עס איז דא ערנסטע ערווארטונג אז ווייסע הויפט שטאב הויפט מיק מולוועיני וועט איבערלאזן זיין פאזיציע איינמאל די סענאט אימפיטשמענט פראצעס איז פארטיג
מולוועיני איז שוין איצט אויך מער אויסגעשאלטערט פון זיין פארמישט אין גרויסע פאליסי באשלוסן און איז דורכאויס די קאנגרעס אימפיטשמענט פראצעס געווען מער פארנומען צו פרובירן לייגן דרוק אז די סענאט זאל באשטעטיגן זיין פריינט אזערדאן צום סירקוט קאורט אבער דערווייל איז די נאמינאציע שטעקן אין די יורידישע קאמיטע וואו קאנסערוואטיוון ארבעטן ביטער עס צו באקעמפן
דער קאנדידאט וועלכע פיגורירט אנגעבליך די העכסטע אויף די ליסטע צו ערזעצן מולוועיני איז קאנרעסמאן מארק מעדאוס וועלכע האט לעצטע וואך טאקע געמאלדן אז ער גיט רעטייערן פון קעפיטאל היל און לויט באריכטן געניסט ער פון א שטארקע נאנטשאפט מיטן פרעזידענט און מיט דזשעראד קושנער
*
אין פאלם ביעטש פלארידא געפונט זיך א טאון מיטן נאמען בריני בריזעס שטופט א פאלן אז מען זאל דארט פארקויפן די 43 אקער לאנד טאון פאר א ביליאן דאלער פאר פרעזידענט טראמפ צו קענען דארט אויפשטעלן זיין פרעזידענטליכע לייברערי
*
סענאט נינאריטעט פירער טשאק שומער שרייבט א בריוו צו זיינע 99 קאלעגן מאכנדיג זיין קעיס פארוואס מען דארף הערן פון מער עדות ביים סענאט אימפיטשמענט פראצעס
*
מייקל בלומבערג האט שוין אויסגעגעבן פון זיין אייגענע טאש פאר זיין פרעזידענטליכע קאמפיין מער וויפיל פרעזידענט טראמפ האט אויסגעגעבן פון זיין טאש דורכאויס דעם גאנצן 2016 למספרם פרעזידענט פארמעסט
*
נאך וואס די קאמפיין פון מייקל בענעט האט אויסגעלייגט הונדערטער קאמפיין ליפלעטן אויף קארס פארקירט ארום א ראלי פאר פיט בוטידזשעדזש האט ער באוויזן צוציען ארום דרייסיג מענטשן צו א פארזאמלונג אין וועלכע ער האט קאמפיינט פאר זיין אייגענע קאנדידאטור
ביי זיין רעדע האט ער אויסגעלויבט סענאטאר קארי בוקער וועלכע האט שווער אבער אומסוסקסעספול געקעמפט לויזער צו נאכן דעבאטע קוואליפיקאציע פארשריפטן פאר שוואכערע קאנדידאטן
מען האט געפרעגט בענעט אויב ער וואלט אינדארסירט בוקער אין פאל ער אליינס מאכט נישט קיין פארשריט אויף וועלכע בענעט האט רעאגירט אז ער זוכט אצינד יא צו שטייגן
*
עימי קלאובאשאר האט זיך ארויסגעלאזט אויף א באס טור אין אייאווע אויפצוטרייבן שטיצע צו די בעפארשטייערנדע קאוקאס
*
די פארזיצער פון די דזשעספאר קאונטי דעמאקראטישע פארטיי האט נעכטן מיטאג אינדארסירט קארי בוקער פאר פרעזידענט
*
קוק פאליטיקעל רעפארט רוקט דריי קאנגרעס זיצן נענטער צו די רעפובליקאנער אין די וואך פון אימפיטשמענט
פענסילוועניע'ס אכטע דיסטריקט גייט פון ליען בלוי צו טאס אפ
מישיגען'ס דריטע דיסטריקט גייט פון טאס אפ (אמטירנדע קאנגרעסמאן איז אינדעפענדענט אמאש) צו ליען רויט
ניו דזשערסי'ס צווייטע דיסטריקט גייט פון טאס אפ צו ליען רויט (דזשעף ווען דרו)
*
די דעמאקראטישע פעק דעם רעדיסטריקט האט שוין אויפגעטריבן 52 מיליאן דאלער זינט איר גרינדונג צוריק אין 2017 למספרם און גרייט זיך איצט אויף ערנסטע אינוועסטירונג אין א רייע שטאטן אין צוגרייטונג צו 2020 למספרם ווען די מאפעס וווערן פונדאסניי איבערגעמאכט פאר די קומענדיגע צעהן יאר
די פינף שטאטן וועלכע זיי גייען ציהלן איז אזלעכע וועלכע זענען מאמענטאל אונטער פולשטענדיגע רעפובליקאנע קאנטראל און ציילט טעקסאס, אהייא, פלארידא, דזשארדזשיע, און צפון קאראליינע
*
א פרא טראמפ סופערפעק וועלכע רופט זיך "די קאמיטע צו באשוצן דעם פרעזידענט" האט אונטערגענומען א צוויי הונדערט טויזנט טעלעוויזיע רעקלאמע אין ניו דזשערסי'ס צווייטע קאנגרעס דיסטריקט גראטולירנדיג קאנגרעסמאן דזשעף ווען דרו פארן טוישן פארטיי און רופט פאר זיין ןןידערערוויילונג אין 2020 למספרם
*
אויפן סענאט פראנט האט די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע יא אויפגעטריבן פארלפענע למספרם מאנאט מער ווי די דעמאקראטישע קאמיטע אבער שטייט בלויז לייכט פאראויס ווען עס קומט צןו קעש אין די באנק פארמאגנדיג 18 מיליאן צו די 17.3 פאר די דעמאקראטן
*
אין ליכט פון א וואקסנדע אויבערהאנט וועלכע דעמאקראטישע סענאט קאנדידאטן פארמאגן אויף די טעלעוויזיע איבער אמטירנדע רעפובליקאנע סענאטארן אין געפאר האט קריס קריסטי אונטערגענומען א גרויסארטיגע מיסיע צו קאנפראנטירן די מאסיווע רעקלאמע דעקונג וועלכע דעמאקראטישע קאנדידאטן באקומען א טאם סטאיאר פינאנצירטע גרופעקריסטי זוכט צו קאפיטאליזירן אויף די אימפיטשמענט מאמענט און אויפטרייבן ריזיגע געלטער צו פאנדן רעקלאמעס אין שטיצע פון רעפובליקאנע קאנדידאטן און זיין גרופע ווערט גערופן "רייט דירעקשאן אמעריקא"
פיל קאקאס וועלכע האט סערווירט ביי די רעפובליקאנע גאווערנארס אסאסיאציע אין די צייטן ווען קריסטי איז געשטאנען אין שפיץ דערפון וועט דינען אלץ סיניאר ראטגעבער צו די גרופע
*
איין טערמיניגע קענטאקי רעפובליקאנע גאווערנאר מעט בעווין האט זיך געזעגנט פון זיין גאווערנאר פאלאץ באפרייענדיג 428 ארעסטאנטן און טייל פון די פארדאנס זענען געווען היבש קאנטערווערסיאל
*
מייקל קאהען ועלכע איז א געוועזענע טראמפפ אדוואקאט דינט איצט אויס א דריי יעריגע טורמע טערמין און האט איינגעגעבן א פארלאנג באפרייט צו ווערן בעפאר די צייט אבער פעדעראלע פראקורארן האבן דאנערשטאג געזאגט אז זיי באקעמפן די ביטע
*
א דיסטריקט געריכט אין די סי האט ארויסגעווארפן א קלאגע אקעגן די די פאליסי פון די טראמפ אדמיניסטראציע וועלכע האט איינגעשטעלט א סיסטעם אז פאר יעדע נייע רעגולאציע מוזן צוויי אנדערע ווערן עלימינירט
די געריכט האט געזאגט אז די קלעגער פארמאגן נישט קיין סטענדינג אין די קעיס
*
א דעמאקראטישע אנקעטע אין מעין צייגט אז סענאטארשע סוזען קאלינס געניסט פון בלויז א בלויז 51% צופרידנהייט ראטע אקעגן 49% אומצופרידן
לויט די זעלבע אנקעטע האט זי גענאסן פון א 62% צופרידנהייט אקעגן 37% אומצופרידן צוריק אין מערץ למספרם
די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע איז אריינגעגאנגען אינם איצטיגן למספרם מאנאט מיט 18אן מיליאן דאלער אויבערהאנט איבער די רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע
גאנזעלא האלגין איז געפונען געווארן שולדיג מיטן באזיצן אומלעגאלע געווירצן מיטן פלאן זיי צו פארקויפן ווייטער און געווארן פאראורטיילט צו 24 מאנאטן אין טורמע און צוגאב צו 2 יאר סופערוויזשאן
מיט א צייט שפעטער איז האלגין ווידער געווארן געפאקט מיטן זעלבן פארברעך אין די רעגירונג האט פארלאנגט אז מען זאל צוריקדרייען די ערלויבעניש פאר האלגין צו באפרייט ווערן אונטער סופערוויזשאן און בעפאר די פארהער איבער די פראגע האט האלגין מודה געווען צו די פרישע קלאגעס
ביים פארהער אויב מען זאל צוריקדרייען די סופערוויזשאן טערמינען האט דער דיסטריקט ריכטער ערקלערט פאר האלגין וואס די רעגירונג פארלאנגט און אים געפרעגט וואס זיין אפיציעלע ענטפער איז געווען בעת מען האט אים אנגעקלאגט פארן ווידער באגיין די דראג פארברעכן און האלגין האט קורצליך רעאגירט מיטן זאגן "ריכטיג", דהיינו, אז ער האט זיך מודה געווען
דאן האט דער אדוואקאט געבעטן פון די געריכט אז די נייע אורטייל זאל אים ערלויבן אויסצודינען אין טורמע אין די זעלבע צייט וואס ער איז שוין אין טורמע פארן ערשטן פארברעכן אבער די געריכט האט עס אפגעווארפן אין פאראורטיילט האלגין פאר פרישע 12 מאנאטן נאכן ענדיגן זיין ערשטע טורמע טערמין
דער אדוואקאט האט גענומען די קעיס צו פיפטן סירקוט קאורט און גע'טענה'ט אז נעמענדיג אין באטראכט ביידע אורטיילן אינאיינעם איז עס איבערגעטריבן לאנג אבער די געריכט האט עס ארויסגעווארפן צוליב וואס ווען די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעגעבן דעם אורטייל האט דער אדוואקאט זיך נישט אפיציעל קעגנגעשטעלט דערצו אויפן באזיס אז עס איז איבערגעטריבן לאנג (און ער האט בלויז פארלאנגט אז עס זאל לויפן אינאיינעם מיט זיין ערשטן טורמע טערמין)
די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס און וועט אריינקוקן אויב דאס וואס א באשולדיגטער פארפעלט אויסצדרוקן אפיציעלע קעגנערשאפט צו די לענג פון א טערמין גלייך נאך וואס זי ווערט ארויסגעגעבן איז א גוטע אויסרייד פאר אפעלאט געריכטן נישט צו אקצעפטירן שפעטער אזעלכע קעיסעס

פארלאפענע וואך זענען פארגעקומען די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס און עס האט אויסגעזעהן אז די געריכט וועט ארויסשליידערן די אורטייל פונעם פיפטן סירקוט פסק איז געווען אין קעגנזאץ מיט אורטיילן פון אנדערע ניין סירקוט קאורטס
ריכטער ניעל גארסוטש וועלכע שטופט זייער שטארק אז די געריכט זאל אויסהערן וואס מער קעיסעס וועלכע צוטיילן די נידריגע געריכטן (אזעלכע קעיסעס זענען נאטורליך קאנדידאטן פאר סופרים קאורט איבערזיכט אבער גארסוטש בעפארצוגט זיי צו אקצעפטירן פיל מער ווי זיינע קאלעגע ריכטער) איז געזעצן שטיל דורכאויס די גאנץ קורצע ארגומענט און האט אויסגעקוקט מיט האבן עררייכט זיין ציהל מיט די עצם פאקט אז די געריכט וועט אריינרעדן אין א קעיס וועלכע שפאלט די נידריגע געריכטן
קעווענאו איז יא געווען שטארק אקטיוו און אויסגעזעהן סימפאטיש צום אנגעקלאגטן

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 11:14 am

שכוח הבל!
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 11:17 am

הערליך שיין!
א גרויסן יישר כוח.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 11:20 am

מייקל קאהען..


דער לאצי פונעם יאר הונדערט.

יישר כח הבל, און א פרייליכן חנוכה.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 11:22 am

אה טאקע פארגעסן צו וואונטשן א פרייליכן חנוכה אלע!

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 11:55 am

יישר כח פאר די קאקאש אויף חנוכה? עעהם נישט דאנאטס?

ס'איז אבער זאפטיגער ווי דער דאנאטס ...

טענקס ווי אפרישיעט איט

שטילער
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 12:17 pm

ישר כח הבל!

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 12:50 pm

ישר כח הבל!

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 1:17 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מייקל קאהען..


דער לאצי פונעם יאר הונדערט.

יישר כח הבל, און א פרייליכן חנוכה.

אויב איך מעג אויפמערקן... דאס א פרייליכען חנוכה קומט פון העעפי האניקע, ביינונז וואונטשט מען א לעכטיגן חנוכה
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 1:19 pm

Kollel האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מייקל קאהען..


דער לאצי פונעם יאר הונדערט.

יישר כח הבל, און א פרייליכן חנוכה.

אויב איך מעג אויפמערקן... דאס א פרייליכען חנוכה קומט פון העעפי האניקע, ביינונז וואונטשט מען א לעכטיגן חנוכה

אדרבה! א לעכטיגן חנוכה אלע אידן!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 1:27 pm

Kollel האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מייקל קאהען..


דער לאצי פונעם יאר הונדערט.

יישר כח הבל, און א פרייליכן חנוכה.

אויב איך מעג אויפמערקן... דאס א פרייליכען חנוכה קומט פון העעפי האניקע, ביינונז וואונטשט מען א לעכטיגן חנוכה


פארקערט, די לעכטיגן חנוכה נעמט זיך פון די קראצמעך לעקטער׳ס.

:lol: ס׳טע געהערט אזאנס
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 1:38 pm

ליהודים היתה אור"ה ושמח"ה
יעדער קען קלייבן וואס ער וויל, און ווער עס וויל פון ביידע, געזונטערהייט!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], Tevye, הויעך, יישר כח, יש ברירה, מי הוא זה, צדיק בן צדיק, קאץ און מויז, קיטשי און 69 געסט