א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:51 am

אהא מען קען זיך אפשטילען די הינגער
א גרויסן שקויך
הק' יישר כח

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:55 am

גוד טו העוו יו בעק, סיר.

א ריזיגן דאנק, זייער הנאה געהאט!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:00 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:גוד טו העוו יו בעק, סיר.

א ריזיגן דאנק, זייער הנאה געהאט!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:13 pm

אה, ענדליך האמער צוריק מיין קאקאש קעיק, האלא, געמער דארט נאך א סלייס...

הכל, טענקס! ביסט פיינע נייעס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:14 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אה, ענדליך האמער צוריק מיין קאקאש קעיק, האלא, געמער דארט נאך א סלייס...

הכל, טענקס! ביסט פיינע נייעס...

יישר פאר דיר און אלע אנדערע

הנאה געהאט פון דיין מילביגע וויצן אויסדרוק :grin:

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:30 pm

מיינסט אין די שבת פראיעקט אשכול...

סיז גראדע נישט מיינס, יענטאאש פלעגט דאס נוצן... אבער אז כאב געקענט הנאה ברענגען פאר א איד וואס איז מחי' טויזענטער אידן טעגליך, האצעכעס זיכער געלוינט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:35 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:גוד טו העוו יו בעק, סיר.

א ריזיגן דאנק, זייער הנאה געהאט!

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:39 pm

שכח הרב הבל

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:51 pm

הכל הבל האט געשריבן:זונטאג ויצא



ניו יארק קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע אקאסיא קארטעז האט אויפגעטריבן אינעם דריטן למספרם קווארטאל דאס מערסטע געלט פון סיי וועלכע דעמאקראטישע קאנגרעס מיטגליד
קארטעז האט אריינגעשארט 1.42 מיליאן דאלער און מערסטנס דערפון פון ביישטייערונגען פון אונטער 200 דאלער
די ריזיגע ציפער איז מער ווי די צוויי קאנגרעס מעמבערס אונטער איר וועלכע זענען ספיקער נענסי פעלאסי און קאנגרעסמאן עדעם שיף וועלכע האבן אויפגעטריבן 1.26 מיליאן און 1.45 מיליאן
איר שטארקע סוקסעס קומט פון ביישטייערונגען נאציאנאל ווען ווינציגער ווי 1% פון די ביישטייערונגען זענען געקומען פון איר אייגענע דיסטריקט



עדעם שיף 1.45 מיליון איז לכאורה מער פון עי או סי 1.42, ניין? חוץ אויב סאיז א טעות,

עניוועי גרויסען שכויעך פאר די קאקאש זיך דערכאפט דאס הארץ
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:57 pm

הויעך האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:זונטאג ויצא



ניו יארק קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע אקאסיא קארטעז האט אויפגעטריבן אינעם דריטן למספרם קווארטאל דאס מערסטע געלט פון סיי וועלכע דעמאקראטישע קאנגרעס מיטגליד
קארטעז האט אריינגעשארט 1.42 מיליאן דאלער און מערסטנס דערפון פון ביישטייערונגען פון אונטער 200 דאלער
די ריזיגע ציפער איז מער ווי די צוויי קאנגרעס מעמבערס אונטער איר וועלכע זענען ספיקער נענסי פעלאסי און קאנגרעסמאן עדעם שיף וועלכע האבן אויפגעטריבן 1.26 מיליאן און 1.45 מיליאן
איר שטארקע סוקסעס קומט פון ביישטייערונגען נאציאנאל ווען ווינציגער ווי 1% פון די ביישטייערונגען זענען געקומען פון איר אייגענע דיסטריקט



עדעם שיף 1.45 מיליון איז לכאורה מער פון עי או סי 1.42, ניין? חוץ אויב סאיז א טעות,

עניוועי גרויסען שכויעך פאר די קאקאש זיך דערכאפט דאס הארץ

יישר! שוין פארראכטן

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:45 pm

Thank you

באקסער בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » זונטאג דעצמבער 01, 2019 3:13 pm

איבערגעריסן דעם דייעט, שכח!
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10635
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 01, 2019 3:19 pm

ישר כח.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג דעצמבער 01, 2019 3:45 pm

הכל. דיין אפוועזענהייט גיט אונז די ריכטיגע געפיל ווי שטארק מיר דארפן דיר. ווען עס קומט יעדען טאג נעמט מען עס פאר גרענטעט. אבער איך האף אז דו האסט נישט צו א גרויסע דעפיציט פון דעם גיטן געפיל אז מען בעט זיך ביי דיר.... :wink:
יישר כח.

שטילער
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 4:34 pm

איז דעס פריש געווען!! ווואאאאףףףף!!

ישר כח הבל!!!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 01, 2019 6:46 pm

א ריזיגן יישר כוח! א שיינע שטיקל היינט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג דעצמבער 01, 2019 7:19 pm

שטילער האט געשריבן:איז דעס פריש געווען!! ווואאאאףףףף!!

ישר כח הבל!!!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:29 pm

קוקט אויס דא ווי מוצאי ת"ב אין שול דער עולם האקט שטיקער מיט אפטעטיט
יישר כח הבל פאר די היימישע מזונות
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:21 am

מאנטאג ויצא






די טראמפ אדמינסטראציע האט געלאזט צו וויסן טאן פאר די קאנגרעס יורידישע קאמיטע אז זי וועט נישט שיקן קיין אדוואקאטן איר צו רעפרעזענטירן ביי די מיטוואך פארהער אבער אפן געלאזט די מעגליכקייט צו שיקן פארטרעטער ביי שפעטערדיגע פארהערן
*
דזשעי סעקולא וועלכע איז אויסגעשטיגן אלץ איינע פון פרעזידענט טראמפ'ס מערסט צוטרויבארע פארטיידיגער אין די מידיא און אויפן לעגאלן פראנט האט זאגאר געשטימט פאר הילערי קלינטאן אין 2016 למספרם
*
אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא טרעט איצט אויף ביי די מיטש מעקאנעל צענטער ביי די יוניווערסיטי אין לואיסוויל קענטאקי
*
די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע וועט שפעטער אין טאג ערלויבן מיטגלידער איבערצוקוקן איר אימפיטשמענט איבערזיכט באריכט איידער מען וועט מארגן שטימען דערויף
*
וויקטאר פינטשאק איז אן אוקריינע אוליגארך וועמענס 150,000 ביישטייערונג צו די טראמפ פאנדעישאן איז שוין פאר א לענגערע צייט אונטער איבערזיכט דורך אויספארשער איז געווארן פארטרעטן דורך דאגלעס סקאהען
אצינד אז סקאהען איז געגאנגען ארבעטן אלץ פאולסטער פאר די מייק בלומבערג קאמפיין האט ער איינגעמאלדן פאר זיין קליענט פינטשאק אז ער טוט אים מער נישט פארטרעטן
סקאהען האט נאך אריינגעכאפט איינצוקאסירן פרישע 40 אלפים פון פינטשאק צוויי וואכן צוריק
*
עליזאבעט ווארען איז געפרעגט געווארן ביי אן אויפטריט אין אייאווע אויב זי איז שוין אמאל געווארן אראפגעקוקט דורך עימיצער אויף וועם זי האט ארויפגעקוקט
ווארען וועלכע הארמיט זיך אז זי האט אן ענטפער און לעזונג צו יעדע זאך האט אויך דא געפונען א ביישפיל און ערקלערט אז עס איז גאר געווען איר מוטער וועלכע איז געווען בייז אויף איר דורכאויס די פעריאד פון איר צושיידונג
ווארען האט ערקלערט אז איר מוטער האט געוואלט אז איר פאמיליע לעבן זאל זיך שטעלן אין פלאץ אבער טראץ וואס זי האט שטארק פרובירט האט זיך עס נישט אויסגעארבעט
ווארען האט זיך צוטיילט צעהן יאר נאך איר ערשטע הייראט אבער זי האלט נאך אן די פאמיליע נאמען פון איר ערשטע מאן ביז היינט (איר איצטיגע מאן הייסט מאן)
*
עליזאבעט ווארען איז געפרעגט געווארן איבער די מעגליכקייט צו פארהיילן די ריסן אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי אויף וואס זי האט רעאגירט אז די דעבאטעס שאפן א פאלשן איינדרוק און גיבט דעם אויסזעהן ווי די פארטיי איז מער צוטיילט ווי זי איז
*
עימי קלאובאשאר גייט ארויסשטעלן א פרישע רעקלאמע אין אייאווע וועלכע וועט זיין קאנצעטרירט ארום פרעסקריפשאן דראג פרייזן
*
סטיוו בולאק און דזשאו סעסטאק האבן זיך ביידע ארויסגעפעקלט פונעם פרעזידענטליכן קאמפיין
*
ענדרו יענג האט פארלאפענע שבת אויפגעטריבן א דריי פערטל מיליאן דאלער וועלכע איז די גרעסטע איין טאג פאנדרעיזינג ציפער פאר זיין קאמפיין
*
פיט בוטידזשעדזש האט שוין באקומען ביישטייערונגען פון 700,000 אינדיווידועלע ביישטייערער
*
נעיווי וועטעראן עדעם העטערסלי האט מיט א צייט צוריק געמאלדן א פארמעסט אלץ דעמאקראט אקעגן ראס ספאנא (ר) וועלכע פארטרעט פלארידא'ס פופצנטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט ווי דאן באריכטעט
ספאנא איז אן ערשט טעמריניגע קאנגרעסמאן וועלכע ווערט אויסגעפארשט צוליב מעגליכע קאמפיין פינאנץ פארלעצונגען
אין שאטן פון מעגליגע לעגאלע פראבלעמען ווערט שטארקער די מעגליכקייט אז דעני קושמער וועלכע איז זעלבסט געלאפן אין די 2018 למספרם רעפובליקאנע פריימרעי און דאן פארלוירן, וועט איצט אונטערנעמען א פריימערי אקעגן דעם אמטירנדער קאנרעסמאן
*
סטעיסי עיברעמס גייט היינט קאמפיינען פאר ווען דזשאנסאן וועלכע לויפט פאר מעיאר אין סעוואנא דזשארדזשיע
דזשאנסאן זוכט ארויסצשויסן די סיטי'ס ערשטע רעפובליקאנע מעיאר אין צענדליגער יארן אין א ראנאף וועלכע וועט פארקומען די וואך
*
אלאבאמא סעקרעטערי אף סטעיט דזשאן מעריל האט זיך ארויסגעצויגן פון די סענאט פריימערי עס צושרייבנדיג צו די באשלוס פון דזשעף סעשאנס צו לויפן
מעריל זאגט אז אן אנגעלייגטע רעפובליקאנע פריימערי וועט בענעפיטירן דאג דזשאונס און ליבעראלע דעמאקראטן
*
פאלגענד איז א קעיס באשריבן מיט א צייט צוריק און היינט ווערט עס נאכגעפאלגט מיט אן אפדעיט:

א גרופע פון אלאסקא וויילער האבן זיך געוואנדן צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן אז זיי זאלן אויסקלארן אויב איבערגעטריבענע באגרעניצונגען אויף וויפיל אינדיווידועלן מעגן ביישטייערן צו פאליטישע קאמפיינס איז קאנסטיטוציאנאל
סטעיטס לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן האבן פארשידענע געזעצן ווען עס קומט צו געבן געלט פאר פאליטישע קאנדידאטן וועלכע לויפן פאר אפיס און אלאסקא ערלויבט צו געבן בלויז 500 דאלער דורכאויס א גאווערנאר פארמעסט און איינוואוינער באקלאגן זיך אז נעמענדיג אין באטראכט אז קאנדידאטן דארפן אריימקרייזן א סטעיט וואס איז ריזיג אין שטח און עס קומט אן פיל שווערער צו קאמפיינען און דעקן די גאנצע סטעיט וואלט די פאנדרעיזינג געזעצן געדארפט זיין לייכטער
צום ביישפיל מינעסאטא וועלכע איז איבער זיבן מאל קלענער אין שטח ווי אלאסקא ערלויבט צו גיבן איבער אכט מאל אזויפיל פאר קאנדידאטן וויפיל אלסאקא ערלויבט און די מינעסאטע געזעץ איבער וויפיל מען קען ביישטייערן איז ניטאמאל די גרינגסטע אין לאנד נאר באטרעפט די מיטלגארטיגע ביישטייערונג סומע ווען מען קוקט אין קאנטראסט צו אנדערע סטעיטס
די סופרים קאורט האט שוין אין די פארגאנגענהייט אדרעסירט די פראגע אבער דאן גערעדט פון א באגרעניצונג נאף שארפער ווי די פון אלאסקא ווען די געריכט האט גע'פסל'ט א געזעץ אין ווערמאנט וועלכע האט בלויז ערלויבט צו ביישטייערן 400 דאלער צו א סטעיטווייד קאנדידאט און 200 דאלער צו א סטעיט רעפרעזענטאט אין לויף פון צוויי יאר און די סומע איז וואלט זיך געטוישט ווען אינפלאציע טוישט זיך
יענע 400 דאלער באגרעניצונג וואלט אויסגעקומען העכער ווי 500 דאלער לויט די היינטיגע אינפלאציע ראטע און דאס באדייט אז די היינטיגע אלאסקא געזעץ קען אויך נישט זיין אויסגעהאלטן לויט יענע סופרים קאורט פרעצעדענט
די פראבלעם איז אז יענע סופרים קאורט אורטייל האט געשאפן א קאמפליצירטע צוגאנג איבער ווי אזוי סטעיט זאלן באשליסן ווען א באגרעניצונג איז איבערגעטריבן און נישט אויסגעהאלטן און סטעיטס האבן עס אויסגעטייטשט אויף פארשידענע וועגן געוואנדן אין וועלכע ראיאן זי געפונט זיך און אזויפיל ווי פיר קרייז געריכטן האבן שוין באהאנדלט אזעלכע קעיסעס און יעדע פון זיי מיט אן אנדערע צוגאנג צו די פראגע ווען טייל האבן געשריבן אז סיי וועלכע באגרעניצונג איז אומלעגאל און אנדערע האבן פארשטאנען אז מען קען יא עטוואס באגרעניצן וויפיל מען קען גיבן פאר קאמפיינס
אויב זאל די סופרים קאורט אויפנעמען די אלאסקא קעיס וועט זי האבן א שאנס קלארצושטעלן איינמאל פאר אלעמאל ווי אזוי נידריגע געריכטן זאלן צוגיין צו אזעלכע קעיסעס אין די צוקונפט
צוריק אין 1976 למספרם האט די סופרים קאורט באהאנדלט א לענדמארק קעיס איבער קאמפיין פינאנץ געזעצן און די ערשטע אמענדמענט וועלכע שטעלט צו פרייהייט פאר אלע או די געריכט האט געשריבן אז קאמפיין פינאנץ באגרעניצונגען דארפן געהאלטן ווערן צו א שטרענגע איבערזיכט און ווערן קאנטראלירט צו ווערן דורכגעפירט בלויז אין פאל פון פארשטענדליכע סיבות
אין יענע ספעציפישע פאל האט זיך עס געהאנדלט פון א טויזנט דאלערדיגע מאקסימום געזעץ (היינט האלט עס שוין ביי 4600) און די געריכט האט עס ערלויבט נאך וואס די רעגירונגהאט וגעשטעלט גענונג באווייז אז מער פון דעם קען פירן צו ביישטייערונגען פון מענטשן אין אויסטויש פאר טובות וואס קאנדידאטן וועלן צוריקצאלן איינמאל זיי זענען ערוועלט
זינט דאן האט שוין די געריכט עטליכע מאל ווידערהאלט אז קאמפיין פינאנץ געזעצן זקענען זיין קאנסטיטוציאנאל איון די ריכטיגע פלאץ מיט די ריכטיגע צוגאנג און פאר די ריכטיגע צוועקן און דעריבער ערווארטן נישט עקספערטן אז די געריכט וועט טאטאל עלימינירן קאמפיין פינאנץ מיטן ווארצל אבער אויב די געריכט אקצעפטירט די קעיס קענען זיי יא מעגליך פארבאטן אזא עקסטרעם שטארקע באגרעניצונג ווי עס איז אין אלאסקא
אצינד קומט די נייעס אז די סופרים קאורט האט ארויפגעלייגט די פראגע אויף זייער ליסטע פון קעיסעס אין וועלכע זיי וועלן אריינקוקן ביי זייער פריוואטע קאנפרענץ דעם פרייטאג און מעגליך אז מאנטאג וועט מען הערן אויב זיי אקצעפטירן עס אויסצוהערן
עד כאן פון אונזער באריכט מיט א צייט צוריק און אצינד א קליינע אפדעיט
די קעיס איז געווארן אריינגעטראגן דורך דריי אינדיווידועלן וועלכע האבן געזוכט צו מאכן ביישטייערן העכער ווי די ביז איצט ערלויבטע סומע און איינע פון זיי הייסט דעיוויד טאמפסאן אויף וועמענס נאמען די קעיס ווערט אנגערופן
די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארפן זייער קלאגע און דערנאך האט עס די ניינטע קרייז געריכט ווידערהאלט גענצליך איגנארירנדיג די אורטייל פון די סופרים קאורט איבער די באגרעניצונג אין ווערמאנט
די דריי אלאסקאנער האבן עס אפעלירט צום סופרים קאורט און אויפגענומען דעם פראמינענטער אדוואקאט פאול קלעמענט זיי צו פארטרעטן און פארגאנגענע מאנטאג האט די סופרים קאורט צוריקגעשיקט די קעיס צום ניינטן סירקוט מיט א באפעל נאכאמאל אריינצוקוקן אין די קעיס

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:56 am

שכוח, א געשמאקען קאקאש.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:59 am

אוי איס דאס הייס סרינט נאך טשאקאלעט פין די קאקאש אהה..
יישר כח פאר היינט אין פאר יעדן טאג

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:10 am

יישר כח!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:23 am

Thanks much!

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:17 pm

איפה פייביש האט געשריבן:Thanks much!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:29 pm

האמער געהעריג צוריק הבל'ן... אה, נישט נאר ער איז צוריק, נאר ער ברענגט מיט זיין "סיגניטשור באבקע"... קריספי פונדרויסן, זאפטיג פון אינעווייניג, אההההה...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט