א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 2:05 pm

די היינטיגע דאקא באריכט איז געווען צופיל אויסגעצויגן און אויסמוטשענד?

דק"ה מן הדק"ה?

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 2:13 pm

הכל הבל האט געשריבן:די היינטיגע דאקא באריכט איז געווען צופיל אויסגעצויגן און אויסמוטשענד?

דק"ה מן הדק"ה?

דירעקט געשמאק, דערפרישענד און די מערסטע סימפליפייד!

להחיות לב נדכאי"ם

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 2:40 pm

Wow!! MASSIVE!

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 2:41 pm

סרינט טשאקלעט איך ווער אונגאנצען פארשמירט
שכויעך הבל הערליכע ארבעט
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 2:44 pm

אה יישר כח אלע

שוין געווען קאמפלעקסד אז עס איז געווען איבערגעטריבן לאנג און לאנגווייליג

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 2:58 pm

הכל הבל האט געשריבן:די היינטיגע דאקא באריכט איז געווען צופיל אויסגעצויגן און אויסמוטשענד?

דק"ה מן הדק"ה?

געווען גראדע גאר לאנג אבער ס'האט זיך געלוינט צו לערנען די שיעור עיון אין די דאקא סוגיא...

יישר כוח גדול!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

Kollel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 3:13 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די היינטיגע דאקא באריכט איז געווען צופיל אויסגעצויגן און אויסמוטשענד?

דק"ה מן הדק"ה?

געווען גראדע גאר לאנג אבער ס'האט זיך געלוינט צו לערנען די שיעור עיון אין די דאקא סוגיא...

יישר כוח גדול!

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 3:17 pm

ניט געטראפן די ריכטיגע דאנק ווערטער סא נעם אן זשאסט די ווארט יישר כח....
און מזל טוב אמעריקע צו די נייע הינטל....
מיך געוואונדערט וואו עס גייט מען אלע טעקס... :lol:
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

שטילער
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 4:58 pm

מאסיווע באריכט!!!!

ישר כח הבל!!

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 9:37 pm

אה... יעצט פארשטיי איך פיל בעסער די געוויינערייען ביי וקול דממה דאק"א ישמע, ומלכים יעך-האבעס-געטוהן....

א ריזן ייש"כ

נאר_דאס_נישט
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 7:08 am
לאקאציע: עצות-שטובל

תגובהדורך נאר_דאס_נישט » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 10:28 pm

געליינט א היבש לאנגע צייט דא, אן האבן די מעגליכקייט צו זאגן שכוח, וויל איך אויסדריקן מיין הערצליכע
טענקס!!!
פאר ר' הכל הבל!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 12:19 am

יאנאש, וואו ליגט מיין דיקשאנערי? ברענגעס אהער... איך קעניש טרעפן געהעריגע ווערטער צו דעסקרייבן די ארבייט וואס הכל הבל לייגט אריין... אפשר איז דא נייע ווערטער דארט...

מען, יו ראק!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 12:27 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:יאנאש, וואו ליגט מיין דיקשאנערי? ברענגעס אהער... איך קעניש טרעפן געהעריגע ווערטער צו דעסקרייבן די ארבייט וואס הכל הבל לייגט אריין... אפשר איז דא נייע ווערטער דארט...

מען, יו ראק!!

געב מיר א ביפ ווען די קריגסט א אנטווארט פון יאנאש
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 12:36 am

כ׳האב נישט קיין ווערטער הבל. ספיטשלעסס!
וואס לאנגווייליג ווען לאנגווייליג? ס׳איז געוואלדיג. פשוט אמחי׳

אוועטאר
קו הישר
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 12:41 am

ארויס געפרינט שיין גרויס און קלאר, געליינט מיט יושב הדעת, זיך ממש באלעקט. יישר כחם!
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:47 am

דאנערשטאג וירא





די איצטיגע רעגירונג פאנדינג לויפט אויס אין איין וואך פון היינט נאכט
קאנגרעס און סענאט פלאנען קומענדיגע וואך ארויפצוברענגן פאר אן אפשטימונג א קורץ טערמיניגע CR וועלכע וועט פארלענגדערן די ערלויבעניש צו שפענדן אויף די ביז איצטיגע שטאפלען פון נאוועמבער 21 למספרם אויף ביז דעצעמבער 20 למספרם צו פארמיידן א רעגירונג פארשליסונג
*
סענאטאר טשאק שומער איז געפרעגט געווארן אויב דעמאקראטן וואלטן איינגעשטימט אויף א בודזשעט וועלכע שליסט איין געלט פאר די גרעניץ וואנט (רעפובליקאנער פארלאנגען 5 ביליאן) און שומער האט געענטפערט אז ער גייט נישט זאגן פון פאראויס גארנישט איבער די פארהאנדלונגען
*
פיטער געינאר וועט היינט אויפטרעטן פארנט פון די סענאט היימלאנד זיכערהייט קאמיטע וועלכע וועט דארפן שטימען אויף זיין נאמינאציע צו ווערן דירעקטאר פון פימא
ער סערווירט איצט אלץ די עקטינג דירעקטאר פון די אגענטור
*
די סענאט האט נעכטן פאראויסגערוקט מיט 51-44 די נאמניאציע פון סטיווען מאנאשי מום צווייטן סירקוט קאורט
סענאטאר קאלינס איז געווען די איינציגסטע זיך אנצשליסן מיט אלע דעמאקראטן אקעגן די נאמניאציע
צוליב וואס מען דארף ווארטן דריסייג שטונדן צווישן די צוויי אפשטימונגען וועט ערשט היינט וועט פארקומען די ענדגילטיגע אפשטימונג
*
סענאט האט מיט 54-41 באשטעטיגט טאד וואלף צו דינען אויף א הויכע פאזיציע אין די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט מיטן ציהל אז וואלף זאל נוצן די פאזיציע אלץ שפרונג ברעט פון וואנעט ער אויטאמאטיש ווערן קומענדיגער אין ליניע צו ערפילן די ליידיגע זיץ פון דירעקטאר אין די אגענטור וועלכע איז ליידיג געווארן לעצטע וואך
ארגינעל האט די אדמינסטראציע געוואלט טוהן דעם זעלבן שפציל מיט קען קוטשינעלי אבער רעפובליקאנע סענאטארן האבן קלארגעשטעלט אז עס וועט נישט ארבעטן ווייל קוטשינעלי וועט נישט באקומען גענוג שטיצע אין סענאט און טראמפ האט דעריבער נאמינירט וואלף וועלכע איז טאקע געווארן באשטעטיגט צו יענע פאזיציע און וועט איצט ארויפגיין אין ראנג צו עקטינג דירעקטאר פון די דעפארטמענט
איי, אויב האט ער געהאט די נויטיגע שטימע אין סענאט פארוואס האט מען אים נישט גלייך נאמינירט פאר די דירעקטאר פאזיציע און געהעריג באשטעטיגט אין סענאט? ווייסעך נישט (קען זיין אז אויב עס וואלט געווען אן אפיציעלע אפשטימונג פאר דירעקטאר וואלט מען אים שטארקער פארהערט און געצימבלט, אער קען זיין אז טראמפ וויל אים צו ערשט אויספראבירן און עס איז אים לייכטער איינצטוישן מיט א צווייטן אין פאל ער געפעלט אים נישט אויב ער איז נאר דארט אלץ עקטינג דירעקטאר)
די צוויי דעמאקראטישע יא שטימען זענען געקומען פון סענאטארן מענשין אין סינעמא
*
סענאטאר מיטש מעקאנעל האט קלארגעשטעלט אז ער גייט נישט ערלויבן סענאטארן ווי צום בישפיל סענאטאר ראנד פאול אויפצוברענגן א מאושען גלייך ארויסצושליידערן די אימפיטשמענט קלאגע ווען זיי ערשיינט אינעם סענאט נאר ער וועט לאזן די פראצעדור אנצוגיין אזוי לאנג ווי עס וועט וועט זיך אויספעלן
ער האט געווארנט קאלעגע רעפובליקאנער נישט אויפצוברענגן אזעלכע און ענליכע מאושענס וועלכע קענען צוטיילן די פארטיי
*
קאנגרעסמאן עיברעהעם פון ליוזיאנא איז באזיגט געווארן אין די רעפובליקאנע גאווערנאר פריימערי דורך ביזנעסמאן עדי ריספאן וועלכע לויפט איצט אקעגן דעמאקראט דזשאן בעל עדווארדס
זינט זיין פארלוסט טוט עיברעהעם אלץ רעפובליקאנער אקטיוו שטיצן די ריספאן קאנדידאטור און פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעהויבן ביי א ראלי פאר ריספאן וואו עיברעהעם איז אנוועזנד געווען ווי ערהאבן עס איז פון אים אין א זייט צו לייגן די שווערע געפילן פון די פריימערי שלאכט
אן איידעם פון עיברעהעם שיינט צו זיין שווערליכער פונעם שווער און איז אזוי געטריי פארן שווער אז ער האט נאכנישט אראפגעשלונגען דעם פארלוסט און בייגעשטייערט 5 אלפים פארן עדווארדס קאמפיין
*
אין יוטא קומט פאר א גאווערנאר פריימערי צו ערזעצן ארויסגייענדן גאווערנאר הערבערט וועלכע האט אינדארסירט זיין ליוטענאנט גאווערנאר קאקס
ביזנעסמאן דזשעף בורנינגהעם וועלכע לויפט אויך אין די רעפובליקאנע פריימערי האט געמאלדן אז ער געמעטשט א יעדע ביישטייערונג צו זיין קאמפיין ארויפברענגענדינג די טאטאל פון זיין קאסע צו 1.5 מיליאן דאלער
*
די מעלדונג פון בורנינגהעם קומט אינעם זעלבן טאג וואס דער געוועזענער גאווערנאר פון די סטעיט און אמבאסאדאר צו רוסלאנד דזשאן האנטסמאן גייט מעלדן אז ער שפרונגט אויך אריין אינעם פארמעסט צוריקצובאקומען דעם שטוהל וועלכע ער האט שוין אמאל געהאלטן
*
די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע האט אויפגענומען אכט נייע שטאב מיטגלידער ווען כמעט אלע פון זיי זענען מינאריטעטן אלץ טייל פון די פארזוכן צו פארבן מער קאלירפול די העכסטע ראנגען פון די קאמיטע נאך באקלאגענישן איבער א ווייסע דאמינאציע
די נייע גרופע שליסט איין טאשא קאול וועלכע איז געווען אן עקזעקוטיוו פון די קאנגרעסיאנאלע שפריקאנע אמעריקאנע קאוקעס און וועט אצינד סערווירן אלץ הויפט אפיציר איבער דיווערסיטי
*
פרעזידענט אבאמא וועט אנפירן א דעמאקראטישע פאנדרעיזער קומענדיגע וואך אין קאליפארניע
טיקעטס הויבן זיך אן ביי 10 טויזנט דאלער און די טייערסטע טיקעטס גייען פאר 355 טויזנט
צו באקומען א בילד מיטן פרעזידענט וועט מען רעכענען 35 אלפים
*
דעמאקראטישע סופערפעק פריאריטיס יו עס עי וועט אונטערנעמען א דידזשיטאל רעקלאמע בליץ געציהלט אריבערצוגעוואונען מער לאטינא וויילער
די קאמפיין וועט זיך אנהויבן אין פלארידא און דערנאל ווערן אויסגעברייטערט צו נאך סטעיטס
*
געוועזענע מאסאטשוסעטס געווארנער דעוואל פעטריק האט אפיציעל געמאלדן אז ער טרעט אריין אינעם דעמאקראטישן פרעזידענט פריימערי פארמעסט
פעטריק איז אן אפריקאנער אמעריקאנער און דער איינציגסטער וועלכע איז געמוטיגט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא צו לויפן
ער האט שוין געשאפן א פאליטישע פעק מיט א יאר צוריק און עס איז אין גרעסטן טייל פינאנצירט דורך גרויסע ביישטייערער
פעטריק איז אן עקזעקוטיוו ביי די אינוועסטירונג פירמע בעין קעפיטאל וועלכע איז די זעלבע פירמע ווי מיט ראמני וועלכע איז געווען גאווערנאר אין די זעלבע סטעיט איז אויך געווען איינגעשטעלט
*
דזשאו ביידען האט פארעפנטליכט א 1.3 טריליאן דאלער אינפראסטרוקטור פאלן פינאנצירט אויסשליסליך דורכן צוריקדרייען די טראמפ שטטיער רעפארם ביל פאר קארפארעישאנס און דורכן פארשטאפן לופהאולס און ענדיגן סובסודיעס פאר פאסיל פיועל
*
נאך די אורטייל פונעם די סי סירקוט קאורט אז פרעזידענט טראמפ קען נישט צוריקהאלטן פון קאנגרעס צוטריט צו זיינע שטייער בויגנס האט די אדמינסטראציע געבעטן אז די געריכט זאל איבערהערן די קעיס אבער נעכטן האט די געריכט מיט 8-3 אפגעווארפן די פארלאטנג פאר אן אפיעל אבער געלאזט די אורטייל אויף האלד ביז ווילאנג מען וועט הערן פונעם סופרים קאורט צו זיי זענען גרייט אריינצוקוקן דערין
צוויי פון די דריי ריכטער וועלכע האבן געהאלטן אז מען זאל יא קענען אפעלירן זענען גרעגארי קאסטאס און נעאמי רעא וועלכע זענען באשטימט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ
די דריטע ריכטער איז געוען קערען הענדערסאן נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער
די אנדערע אכט באשטייט פון איין בוש ריכטער, דריי קלינטאן ריכטער און פיר אבאמא ריכטער
*
די גאר שטארק נאכגעפאלגטע דאקא קעיס איבער אימיגראציע דאמינירט טאקע די העדליינס אבער גענוג נאנט צום טאג פון די מונדליכע ארגמענטן נישט צו ווערן אויפגעכאפט דורך די ראדארן האבן די ריכטער ערלויבט פאר א פרישע אימיגראציע קעיס זיך אריינצושלייכן אינעם געריכט זאל און דאסמאל א פראגע איבער די ערשטע אמענדמענט פון פרייהייט פון אויסדרוק
עוועלין סינענענג סמיט אפערירט אן אימגראציע קאנסאולטינג פירמע סטאנציאנירט אין סאן דזשאסע קאליפארניע
אירע קליענטן זענען מיינסטנס פיליפינער אפשטאמיגע וועלכע ארבעטן אומלעגאל אין אמעריקא און זוכן צו פארשאפן גרין קארטלעך וועלכע זאל לעגאליזירן זייער ארבעט אין לאנד סינענענג האט זיי פארגעשלאגן אז זי וועט פרובירן צו פארשאפן די נויטיגע דאקומענטן אונטער די ארבעט סערטיפיקאציע פראצעדור אבער די דאזיגע פראגראם איז אויסגעלאפן צוריק אין אפריל 30 2001 למספרם
די פרוי האט פיין געוואוסט אז די פראגראם איז געשלאסן אבער האט פארגעזעצט צו זאגן פאר קליענטן אז זי וועט זיי פארשאפן די דאקומענטן אונטער אט דעם פראגראם
די פראבלעם (אויסער ליגן) איז אז א 1986 למספרם פעדעראלע געזעץ פארבאט דאס מוטיגן אדער באאיינפלוסן אומלעגאלע אימיגראנטן צו וואוינען אין לאנד זייענדיג באוואוסטיזיניג אז יענער האלט זיך אויף אין לאנד אקעגן די געזעץ
פרוי סינענענג איז געווארן אנגעקלאגט פארן פארלעצן די געזעץ און א דזשורי האט איר געפונען שולדיג
זי האט אפעלירט די באשלוס און די ניינטע קרייז געריכט האט טאקע ארויסגעווארפן די אורטייל זאגנדיג אז יענע געזעץ איז אומקאנסטיטוציאנאל און פארלעצט די ערשטע אמענדמענט
ריכטער וואלאס טאשימא (אן אזיאנער אפשטאמיגער נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) האט געשריבן זיין אורטייל פאאר א פאנעל אויפן סירקוט קאורט מיט וועלכע די פולע פאנעל איז געווע איינשטימיג אז די געזעץ טוט אומריכטיג קרימינאליזירן איינפאכע ווערטער אויסגעדרוקט צו די אייגענע פרוי, עלטערן,פריינט, קאלעגע , סטודענט און אנדערע באקאנטע זאגנדיג אז איך בין דיך מחזק צו פארבלייבן דא
לויט די געזעץ קען מען ארעסטירן א באבע וועלכע רעקאמענדירט איר איינקל צו זיך אויפצוהאלטן אין לאנד נאך וואס די וויזא לויפט אפ אין די צייט וואס מען פרובירט צו באקעמפן דעפארטאציע און קען אריינלייגן אין פראבלעמען פובליק באאמטע אין סענקטשיוערי סיטיס פארן ארויסהעלפן אימיגראנטן (נישט מצד נעמען שריט נישט מיטארבעטן מיט די פעדעראעל געזצען אדער עס שטערן נאר איינפאך צוליב דאס פארלעצן די 1986 למספרם געזעץ מיטן מסית זיין מונדליך אנדערע זיך אויסצופייפן אויפן געזעץ)
דער ריכטער ברענגט ארויס אז עס קען אפילו באטרעפן רעדנער ביי פרא אימיגראציע ראליס וועלכע רעדן איבריג שטארק לטובת אימיגראציע
אצינד האאט די סופרים קאורט איינגעשטימט אויסצוהערן די קעיס
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:09 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5730
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:58 am

ווערי אינטערסטינג. קיפ איט אן!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:02 am

נייס! טענקס.

שטילער
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:15 am

גאר געשמאק!

א דאנק הבל!

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:33 am

ליינען, ליינען מיר טעגליך. הנאה, האבן מיר כסדר. באדאנקן, לאמיר זיך כאטש איינמאל א וואך...

יישר כח הבל!

זאלסט געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן, און קענען ווייטער צושטעלן אזעלכע געשמאקע סחורה פאר לאנגע געזונטע יארן!

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:35 am

יעצט געליינט דאס נעכטיגע, מאסיוו!

זיך הויך צולאכט מער צום סוף פון אייער מעסעדזש פאר די באבעלע...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אווער נייט קוגעל
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

תגובהדורך אווער נייט קוגעל » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:37 am

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג וירא

איי, אויב האט ער געהאט די נויטיגע שטימע אין סענאט פארוואס האט מען אים נישט גלייך נאמינירט פאר די דירעקטאר פאזיציע און געהעריג באשטעטיגט אין סענאט? ווייסעך נישט (קען זיין אז אויב עס וואלט געווען אן אפיציעלע אפשטימונג פאר דירעקטאר וואלט מען אים שטארקער פארהערט און געצימבלט, אער קען זיין אז טראמפ וויל אים צו ערשט אויספראבירן און עס איז אים לייכטער איינצטוישן מיט א צווייטן אין פאל ער געפעלט אים נישט אויב ער איז נאר דארט אלץ עקטינג דירעקטאר)



..."Trump always says: "you know i like Acting very much, it gives me much more flexibility

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:39 am

שפיגליצקי האט געשריבן:יעצט געליינט דאס נעכטיגע, מאסיוו!

זיך הויך צולאכט מער צום סוף פון אייער מעסעדזש פאר די באבעלע...

איז מיין פוינט דען נישט ריכטיג?

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:43 am

אודאי יא, ס'איז אבער נאך אלס לאכנדיג די וועג ווי אזוי איר האט דאס געשריבן.

איך קלער אסאך, פון איין זייט זענען די וואס זיצן אויף יענעם באנק אייזערנע קעפ, טיפע מוחות, מ'זעט דאס כסדר פון די ארגומענטן וואס איר ברענגט נאך, פון די צווייטע זייט מאכט מען זיך אזוי גוט תמ'יש ווען מ'וויל, מ'רעדט אזעלכע שטותים - סיי די אדוואקאטן און סיי די ריכטער - אז ס'א שרעק.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 12:10 pm

קורץ און שארף! דאנקע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט