תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:13 am
מיטוואך וירא
פרעזידענט טראמפ אנטפאנגט היינט דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן סענאט פירער מיטש מעקאנעל האט פריער אויסגעדרוקט זארג דערוועגן אבער צוגעלייגט אז ער האפט אז די זיצונג וועט זיין פראדוקטיוו און פירן צו בעסערע אויפפירונג
*
היינט הויבט זיך אן די עפנטליכע אימפיטשמענט פארהערן אין קאנגרעס ווען אמבאסאדאר טעילאר און דזשארדזש קענט דעפיוטי אסיסטענט אויסערן מיניסטער וועלכע האט געהאט איבערזיכט אויף אוקריינע פאליסי ווערן פארהערט
קענט האט שוין געמאכט זיינע עפענונג קאמענטארן און איצט רעדט טעילאר און דערנאך וועלן קאנגרעסלייט אנהויבן מיט זייערע פראגן
*
דזשאן קארנין זאגט אז די אימפיטשמענט אויספארשונג אין סענאט וועט זיך ציען אויף ביז עס די מיינונג פון 51 סענאטארן אז עס געדויערט שוין גענוג לאנג
קארנין ווארנט אז מען זאל נישט ערווארטן אז די סענאט זאל ארויסווארפן זאפארט די גאנצע קעיס אבער מען זאל גלייכצייטיג נישט ערווארטן קיין שולד אורטייל
*
אין סענאט וואונטשט מען מזל טוב צו סענאטארשע ערנסט וועלכע האט זיך איינגעהאנדלט א נייע הינטל
*
דזשארדזשיע גאווערנאר ברייען קעמפ האט געמאלדן נאוועמבער 18 למספרם אלץ דעדליין ווען אפךיקאנטן ווועלכע זוכן צו ערזעצן סענאטאר זשאני אייזעקסאהן דארפן זיך מעלדן צו זיין אפיס
*
אין צפון קאראליינע ווערן די קאנגרעסיאנאלע מאפעס איבערגעשריבן אין ליכט פון א געריכט אורטייל און די רעפובליקאנע געזעצגעבער וועלכע זענען אין גרעסטן געפאר צו דערלייגן זייער זיץ זענען דאן בישאפ פון די ניינטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועלכע האט קוים געוואונען נאך א שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסט און שטארקע געוואונס מיט וועלכע טראמפ האט זיך אויפגעטוהן און גענומען קרעדיט
אזוי אויך זענען דזשארדזש האלדינג אין די צווייטע, מארק וואלקער פון די זעקסטע און טעד באד פון די דרייצנטע דיסטריקטן אין געפאר
*
אין ארקענסאו'ס צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט לויפט פרענטש היל (ר) פאר ווידערערוויילונג און אצינד הארט איידער די דעדליין ווען קאנדידאטן האבן זיך געדארפט מעלדן אז דזשויס עליאט געמאלדן אז זי שפרונגט אריין אינעם פארמעסט
עליאט איז אן אפריקאנע אמעריקאנע סטעיט סענאטארשע
זי נעמט אונטער א קאמפיין אקעגן היל וועלכע סערווירט שוין אין קאנגרעס זינט 2014 למספרם ווען ער האט געוואנען מיט 52%
אין 2016 למספרם האט ער געוואנען ווידערערוויילונג מיט 58% און אין 2018 למפסרם מיט 52.1%
די דיסטריקט איז די מערסט קאנקורירנדע דיסטריקט אין די סטעיט און עליאט קען עס פארוואנדלען צו זיין די מערסט קאסטבארע
עליאט איז געלאפן אין 2010 למספרם פאר א א זיץ און דאן אופיגעטריבן איבער 1 מיליאן דאלער און קאנגרעסמאן היל האט נאך ביי קיין איין קאמפיין נישט אויפגעטריבן אונטער 2 מיליאן
*
קאליפארניע קאנגרעסלייט עדעם שיף און דעווין נונעז זיצן אויף די מערסטע קאמפיין קעש פון אלע קאנגרעסלייט און איז נישט קיין וואונדער זינט די צוויי זענען אין שפיץ פון די אימפיטשמענט קאמיטע
*
אין ליוזיאנא איז היינט גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס ארויס מיט א פרישע קאמפיין רעקלאמע וועלכע ווארנט אז עדי ריספאן וועט צורוקשלעפן די סטעיט צו די באבי דזשינדאל עפאכע
*
א נייע אנקעטע אין ליוזיאנא שפיגלט אפ די צוויי % אויבערהאנט וועלכע מעיסאן דיקסאן האט געגעבן פאר עדווארדס
די נייע אנקעטע גיבט פאר עדווארדס 50% צו 48% פאר ריספאן און 3% אומבאשלאסן
(איז נישט אלעס אינאיינעם 101%? מאדנע)
*
אן אנקעטע פון דזשארדזשיע גיבט פאר פרעזידענט טראמפ א צופרידנהייט ראטע פון 44% אקעגן 52%אומצופרידן
די צופרידנהייט ראטע פון ערשט טערמיניגע סענאטאר וועלכע לויפט פאר ווידערוויילונג דעיוויד פערדו איז ביי 50% אקעגן 32% אומצופרידן
*
בערני סאנדערס האט געמאדלדן אז ער גייט צוריקגעבן א ביישטייערונג ערהאלטן פון א ביליאנער זיך צו האלטן צו זיין פרינציפ נישט צו אקצעפטירן ביישטייערונגען פון ביליאנערן
*
סענאטארשע היראנא זאגט מוחל טובות פאר פרישע דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן זאגנדיג מיר האבן א געוואלדיגע אויסוואל און לאז עס ביי דעם
*
קלערסטו איבער דין באשלוס נישט צו לוין פאר פרעזידענט?
סענאטאר שעראד בראון: וויפיל מאל דארף איך עס זאגן?
ניין, ניין, ניין, ניין!
*
א ניו העמפשיר איינוואוינער האט געפרעגט פיט בוטידזשעדזש אויב זיין קאמפיין פארמאגט "רעפובליקאנער פאר פיט" סטיקערס
און בוטידזשעדזש האט געענטפערט אז זיי האבן נישט אזאנס ערקלערנדיג אז ער לויפט איבער די ווירדן וועלכע מאכן אים א דעמאקראט אבער צולייגנדיג אז עס איז דא פלאץ פאר אסאך מענטשן
*
ענטערטעימענט סטודיא'ס נעטווארק איז אונטער די אייגנטומערשאפט א פירמע וועלכע באלאנגט פאר בייראן אלען וועלכע איז אן אפריקאנער אמעריקאנער אקטיאר
זיין פירמע האט געקלאגט קאמקעסט, א טעלעקאמיוניקאציע ריז פאר איר באשלוס נישט צו לופטערן זייער פראגראם קאנאלן און באשולדיגט אז די באשלוס איז באזירט אמווייניגסטנס טיילווייז אויף ראסע אנטזאגנדיג צו ערלויבן פאר די איינציגסטע מולטי קאנאל מידיא פירמע אין אמעריקא אונטער די אויסשליסליכע אייגנטומערשאפט פון אן אפריקאנער אמעריקאנער צו באנוצן אירע ליניעס
אויך עטליכע אנדערע גרויסע מידיא דיסטריביוטאר ווי טשארטער קאמיוניקאציע, טיים ווארנער קעיבל, דירעקט טעלעוויזיע, און עי טי & טי האבן אויך אין יענע צייט אפגעווארפן קאנטראקט פארשלאגן מיט די ענטערטעימענט סטודיא'ס נעטווארק
די דיסטריקט קאורט האט אבער אפגעווארפן די טענה און די קעיס האאט גאלאפירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט יא געגעבן רעכט פאר די נעטווארק באזירט אויף זייערס אן אורטייל אין אן ענליכע קעיס
די פראגע קומט אראפ אויב די געזעץ צו פארבאטן א געמיש דיסקרימינאציע און אנדערע פאקטאן ווען עס קומט צו טוהן ביזנעס
די ראסע געזעץ ביים טוהן ביזנעס שרייבט אז מענטשן פון יעדע ראסע דארפן געניסן פון אייניגע צוטריט מעגליכקייטן צו אלע סארט ביזנעס אקטיוויטעטן
אבער די ציווילע רעכטן געזעץ וועלכע אדרעסירט אומשטענדן פון ארבעטער פארלאנגט פון ארבעסטגעבער נישט צו פארלעצן ארבעטער רעכטן באזירט אויף ראסע אפילו אויב די באציאונג איז אויך צוליב אנדערע אורזאכן און ראסע איז בלויז איינע פון די פאקטארן
דהיינו, אויב אן ארבעסגעבער זאגט אויף אן ארבעטער צוליב עטליכע אורזאכן אבער איינע פון זיי איז אויך ראסע איז עס א פראבלעם אפילו אויב ער וואלט יענעם אויפגעזאגט קומעניג פון אן אנדערע ראסע
די קלארע פארבאט אויף טיילווייזע ראסע דיסקרימינאציע איז אבער נאר ארויסגעשריבן ווען עס האנדלט זיך פון באציאונגען צווישן ארבעסגעבער און זייערע ארבעטער
ווען עס קומט צו אנדערע סארט ביזנעס אקטיוויטעטן שטייט בלויז א פארבאט צו האנדלען און האבן ביזנעס מיט איין ראסע און נישט מיט אן צווייטע ראסע צוליב די ראסע פאקטאר
בלייבט אומקלאר אויב אויך אין אזעלכע פעלער ווי צום ביישפיל ווע עס קומט ארויסצוגעבן קאנטראקטן קען מען באשולדיגן א פירמע אין בעפארצוגן איין קליענט איבער די צווייטע פאר רעלעוואנטע אורזאכן אויב ראסע שפילט "אויך" א ראלע
די ניינטע קרייז געריכט האט געשריבן אז די פראזע אין די ציוויליע רעכטן אקט איז אויך מחייב רעגולערע ביזנעס אקטיוויטעטן און טוט אדאפטירן יענע מאסנאמען אין פאל פון אפזאגן ביזנעס קאנטראקטן
די סופרים קאורט האט הערט היינט אויס די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס
*
ריכטערין גינזבורג איז אפווזענד פון די היינטיגע ארגומענטן צוליב די פלו
*
ווי נעכטן באריכטעט אין קורצן איז די מונדליכע ארגומענטן אין די דאקא קעיס פאריבער און די איינדרוק וואס די ריכטער האבן איבערגעלאזט אין לויף פון די אכציג מינוט סעסיע איז געווען א שפאלט 4-5 אין שטיצע פון די טראמפ ארדער צו עלימינירן די דאקא פראגראם
אצינד אביסעל א ברייטערע איבערבליק אויף וואס האט זיך נעכטן אפגעשפילט
די פראגע איבער וועלכע קאנסערוואטיוון זענען געווען היבש פאראייניגט איז איבער נישט פרובירן אפצולערנען די מאטיוון פון די אדמיניסטראציע וואס עס האט זיי געטריבן צו שליסן דעם פראגראם נאר ענדערש איינשטימען אז זיי פארמאגן די רעכט עס צו טוהן
די אישן וועלכע האט מער געעגבערט די ריכטער איז געווען די שווערע אפעקט וועלכע די ארדער קען האבן אויף איבער א האלב מיליאן מענטשן אבער פון די אנדערע זייט האבן די ריכטער אנערקענט אז אויב די ארדער ווערט אנידערגעשטימט מיטן אויסרייד אז מען האט נישט ריכטיג באהאנדלט די פראצעדור פון די ארדער האט די אדמינסטראציע די מעגליכקייט פונדאסניי דורכצופירן די זעלבע ארדער נאר מיט מער פארזיכקייט און פראפעסיאנאליזם צו פארזיכערן אז די קריטיק איבער די פראצעדור וועט אוועקפאלן און דאן וועלן די אימגראנטן סייווי ווערן באטראפן וא"כ מה הועילו השופטים בתקנתן?!
(ביי די צענזוס קעיס האט די לעצט מינוטיגע באשלוס פון ראבערטס אויפגעטוהן אז עס איז שוין געווען לאחר המעשה און אפילו אויב די אדמיניסטראציע וואלט איבערגעמאכט זייער טויש וואלט עס שוין נישט אפעקטירט די ציילונג פאר ביז א צעהן יאר ארום אבער מיט דאקא קען עס די אדמיניסטראציע איבערמאכן גראד נאך א געריכט נידערלאגע)
די פרימארגן האט זיך אנגעהויבן מיט די ארגומענטן פון סאליסיטאר דזשענעראל ניעל פראנסיסקא וועלכע האט געבעטן די ריכטער צו באשליסן אז זיי האבן ניטאמאל וואס אריינצורעדן אין די קעיס און ווי ערקלערט ברייטער אין אונזער נעכטיגע באריכט איז עס א דיסקרעשאן וועלכע איז אין די אויסשליסליכע יוריסדיקציע פון די עקזעקוטיוו אפצושאפן א פאליסי איבער אימיגראציע אינפארסירונג וועלכע איז אריין אין קראפט דורך אזא סארט באשלוס פון א פריערדיגע אדמיניסטראציע און די יורידישע פליגל האט נישט קיין מאכט אריינצוקוקן איבער די מאטיוון פון די באשלוס
ריכטערין גינזבורג האט אבער אויסגעדרוקט סקעפטיציזם אין זיין טענה זאגנדיג אז עס קלונגט היפאקריטיש צו זאגן אז די ענד דאקא ארדער איז אן אגענטור דיסקרעשאן וועלכע די געריכט קען נישט אריינקוקן דערין אבער אין די זעלבע צייט זאגט די רעגירונג אז אורזאך אפצושאפן די דאקא פראגראם ארדער איז געקומען ווייל עס איז אומלעגאל
פרעגט גינזבורג ווי אזוי איז עס אומלעגאל? אבאמא האט דאך פארמאגט די זעלבע דיסקרעשאן וואס טראמפ פארמאגט איצט און אויב די געריכט וואלט באמת געדארפט געפונען די דאקא רדער אומלעגאל טראץ די דיסקרעשאן ווי אזוי קען די געריכט נישט אריינרעדן אינעם ענד דאקא באשלוס?!
ריכטער אליטא איז געווען מער סימפאטיש צו די פראנסיסקא ארגומענט און ווען די פרא דאקא אדוואקאט טעד אלסאן האט אויפגעטרעטן און צום אלעם ערשט געבעטן די ריכטער צו כאטש אנערקענען אז די דיסקרעשאן איז יא בארעכטיגט צו ווערן איבערגעקוקט דורכן געריכט און אויף דעם האט אליטא אים געצימבלט פרעגנדיג אז אויב ער וויל אז די געריכט זאל יא האבן עטוואס איבערזיכט רעכט אויף געוויסע דיסקרעשאן פון די עקזעקוטיוו דאן וואס איז די ליניע וועלכע טיילט אפ אזא זאך צו באשליסן ווען יא און ווען נישט
אליטא האט געבעטן אלסאן צו קלארשטעלן אויב אן אגענטור באשליסט צו פארשטייפן פאליסי וועלכע האט געלויטעט נישט אנצוקלאגן ספעציפישע סארט קעיסעס און א נייע אדמיניסטראציע וויל יא אויספארשן און אנקלאגן אויף אזלעכע פארברעכן דאן קען דען די געריכט אריינקוקן צו זעהן די מאטיוון? איז עס דען נישט אין די הענט פון די עקזעקוטיוו אויסצופירן זייער ארבעט לויטן געזעץ ווי זיי פארשטייען פאר ריכטיג?!
הויפט ריכטער דזשאן ראבערטס האט נאכאנאנד פרובירט איבערצונעמען זיינע קאלעגעס ווען זיי האבן געענדיגט זייערע פראגן אין א פרואוו צו אידענטיפיצירן קלארער פון די אנטי דאקא טיעם ווי עס איז די גרעניץ פארן געריכט און ווען ער שטימט איין אז עס איז נישט פאר די געריכט אריינצוקוקן אין עקזעקוטיןן אינערליכע אנגעלעגנהייטן און באשלוסן
ווען טעד אלסאן האט פרובירט צו זאגן אז דאקא גאראנטירט נישט דירעקט קיין בענעפיטן פון ארבעט ערלויבעניש און אויטאריזאציע פאר אמלעגאלע אימיגראנטן נאר די בענעפיט איז פשוט א רעזולטאט וועלכע קומט ארויס פונעם פראגראם האט ראבערט זיך אויפגערעגט זאגנדיג אז "דאקא איז איבער די בענעפיטן" (ווי צו זאגן דריי א צווייטן'ס קאפ..)
דאן איז מען אריבער צום צווייטן טייל וועלכע איז אויב די ארדער צו ענדיגן דאקא איז געווען אויסגעהאלטן
ווי נעכטן באשריבן איז עס געווען אן אינטערסאנטע פראגע ווייל אלע זייטן האבן איינגעשטימט אז די אדמינסטראציע קען ארויסגעבן אן עקזעקוטיוו ארדער נאר די דעבאטע איז געווען קאנצעטרירט איבער די פראצעדור ווי אזוי עס איז געווארן אויסגעפירט
עטליכע ריכטער האבן זיך גענומען איבער פראנסיסקא און געוואלט פארשטיין אויב ער האלט אז די אדמינסטראציע האט נאכגעפאלגט די פראצעדור ווי צום ביישפיל אפגעשאצט די אפעקט וועלכע די ארדער וועט אויסווירקן אויף די באטרעפענע אימיגראנטן און די ריכטער האבן הויך געקלערט אויב מען זאל נישט צוריקשיקן די קעיס צו די אדמינסטראציע פאר א בעסערע אפשאצונג און א מער צופרידנשטעלנדע ערקלערונג ווי דאס וואס די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט האט אהערגעשטעלט
פראנסיסקא האט אבער פרובירט אפצושלאגן די צווייפלען אין די פארשטאנד וואס די אדמינסטראציע האט געהאט איבער ווי שווער אזא ארדער וועט זיך אפרופן אויף אימיגראנטן וועלכע געניסן פונעם פראגראם
פראנסיסקא האט ערלקערט אז טראץ וואס די אבאמא אדמינסטראציע האט נישט אוועקגעשטעלט א דעדליין ווילאנג די דאקא פראגראם וועט לויפן האבן זיי יא קלארגעשטעלט אז אפליקאנטן וועלכע ווערן באשטעטיגט קענען געניסן פון איר בענעפיטן ווי א גאראנטי נישט צו ווערן דעפארטירט פאר בלויז צוויי יאר און דערנאך דארף מען זיך איינגעבן פונדאסניי פאר א פרישע צוויי יאר פעריאד און דאס צייגט אז די געניסער זענען געווען גאנץ גוט באוואוסטזיניג אז די פראגראם איז נישט קיין אומבאגרעניצטע איזי פעס וועלכע באפרייט זיי פון זארגן איבער זייער צוקונפט און פון ווערן דערפארטירט אויף שטענדיג ווייל זיי זענען געווארן פארשפראכן שוץ אויף בלויז צוויי יאר אויפאמאל און אייביג פארשטאנען אז עס איז מעגליך בלויז חיי שעה און א ישועה פורתא
פראנסיסקא האט צוגעלייגט אז אויסער דעם (דהיינו אפילו מען זאל אננעמען אז די אימגראנטן האבן זיך יא שטארק פארלאזט אויפן פראגראם וויל נאך אלעם האבן זיי געגלייבט אז די פראגראם איז "הער טו סטעי פאר די לאנג ראן" און מען דארף פשוט ריסערטיפייען) וואלט א טענה אז מען האט נישט גענומען אין באטראכט די אפעקט אויף די אימיגאנטן געווען וואר אויב מען האט עס בכלל נישט גענומען אין חשבון אבער זינט דאן היימלאנד זיכערהייט דעפארמטענט סעקרעטארשע ניעלסאן האט קלאר געשריבן אין איר מעמא אז מען האט באטראכט אלע אישוס אריינגערעכנט דאס אז אימיגראנטן פארלאזן זיך אויפן פראגראם און דאך געקומען צום אויספיר אז דאס בארעכטיגט נישט פארצוזעצן מיט א פראגראם וועלכע איז אומלעגאל קומט דאך אויס אז מעון האט יא גענומען אלעס אין באטראכט און דאך באשלאסן צו שליסן דעם פראגראם
ריכטערין קעיגען האט אבער אריינגעפרעגט אנערקענענדיג אז די ניעלסאן מעמא האט אדרעסירט די פראגע פון אימיגראנטן וועלכע פארלאזן זיך אויפן פראגראם אבער גע'טענה'ט אז ניעלסאן'ס אויספיר איז אז מען האט געמאסטן די אינטערעסע פון די אימיגראנטן אקעגן די רעכט פון אויפהאלטן אן אומלעגאלע פראגראם
טענה'ט קעיגען, התינח אויב דו באטראכסט דעם פראגראם אומלעגאל אבער אויב טייל פון אונז ריכטער האלטן אז דאקא איז יא געווען לעגאל דאן קומט אויס אז מען האט קיינמאל נישט אפגעשאצט די אפערט איבער אימיגראנטן ריכטיג און די מעמא איז כמאן דליתא
פראנסיסקא האט אבער צוריקגע'טענה'ט אז די ניעלסאן מעמא ערווענט אויך א רייע אנדערע אורזאכן פארוואס צו ענדיגן דעם פראגראם אן קיין פארבינדונג צו די לעגאליטעט פון דאקא אבער ריכטערין סאטאמיאר האט אים איבערגעהאקט זאגנדיג אז די עצם נוצן די ניעלסאן מעמא אלץ באווייז אז מען האט אפגעשאצט די אפעקט אויף אימיגראנטן איז נישט גענוג ווייל אויסער די פארזיכערונג וועלכע אימיגראנטן האבן געהאט אינעם פראגראם נאך איר שאפונג איז שפעטער צוגעקומען א רייע אנדערע אנטוויקלונגען וועלכע האבן צוגעגעבן מער צוטרוי אינעם פראגראם א ביישפיל די סטעיטמענט פון פרעזידענט טראמפ אז אויף עפעס אן אופן וועט מען אויסארבעטן א דיעל צו קענען האלטן דאקא ביים לעבן און עס איז נישט דא קיין באווייז אז מען האט אפגעשאצט אט די נייע פארזיכערונג וועלכע האט געגעבן האפענונג פאר אימיגראנטן אין גייט איצט ווערן געבראכן
דערנאך האט זי געמוטשעט צו פארשטיין פארוואס די מעמא שרייבט נישט קלאר אז די טויש איז א ריין פאליטישע און נישט איבער די געזעץ און איז איינפאך אן אויסוואל צו צושטערן לעבנס פון מענטשן
די ליבעראלע ריכטער האבן שטארק געשטופט די ארגומענטן זיך צו קאנצעטרירן איבער די פאקט אז דאקא איז מעגליך לעגאל (און עס נוצן אלץ מיטל צו פסל'ן די טראמפ ארדער) און עס האט מעגליך אויסגעפעלט פאר זיי עס צו טוהן צו קענען אוועקשטעלן א קעיס צו אקעגן די טראמפ ארדער אבער לויט אנאליסטן איז עס געווען א ריזיקאלישע זאך צו טוהן ווייל מאכנדיג אזא עסק פון די פראגע אויב דאקא איז לעגאל קען מעגליך פירן אז אויב א מאיאריטעט שטימט עווענטועל אין שטיצע פונעם טראמפ ארדער וועלן זיי מעגליך שפירן פאר וויכטיג צו אדרעסירן די מינאריטעט ארגומענט אז דאקא איז לעגאל און עס אפווארפן מיט די טענה אז לויט די מאיאריטעט איז דאקא "אומלעגאל"
איי, אין אזא פאל איז דאך די טראמפ ארדער סייווי צו ענדיגן דאקא אין קראפט, איז וועם גייט אן אז די געוועזענע דאקא איז אומלעגאל לויטן געריכט?
זיער פשוט, ווייל אין אזא פאל מיינט עס אז א קומענדיגע דעמאקראטישע פרעזידענט וועט נישט קענען צוריקדרייען די טראמפ ארדער און אונטערשרייבן א נייע דאקא ארדער אויף די אייגענע האנט זינט די געריכט האט געשריבן אז עס איז אומלעגאל פאר א פרעזידענט אליין איינצושטעלן אזא פראגראם אן קאנגרעס און סענאט
נאך אן אינטערסאנטע פראגע איז וואס וועט זיין אין אזא פאל וואס די געריכט זאגט אז דאקא איז געווען אומלעגאל און אפילו זיי זאגן עס נישט האט דאך די טראמפ אדמינסטראציע עכ"פ קלארגעשטעלט אז זיי זעען דאקא אלץ אומלעגאל און אפילו עס גענוצט אין געריכט
איצט, אין פאל די טראמפ ארדער ווערט באשטעטיגט אין געריכט וואס וועט זיין אויב דעמאקראטן וועלן רעזיגנירן צו טראמפ'ס געוואונס און דרוק אויסצוארבעטן אן שטיקל אימיגראציע אפמאך וועט קומען פון אלע זייטן
לאמיר שפעקולירן אז דעמאקראטן וועלן אקעגנקומען די אדמינסטראציע מיט צופרדישטעלנדע אנבאטן און אין אויסטויש וועט טראמפ ערלויבן דאקא זיך צו באנייען
ווי אזוי גייט אזאנס ארבעטן? טראמפ האט דאך געזאגט אין געריכט אז דאקא איז אומלעגאל? וועט ער זיך אויספייפן אויף זיין נעכטיגע שטעלונג? אבער וואס וועט זיין אויב די געריכט שרייבט איצט קלאר אז עס איז אומלעגאל? און אפילו אויב נישט, וואס וועט זיין אויב אנטי אימיגראציע קאנסערוואטיוון וועט נישט שמעקן די טראמפ דעמאקראטן אימגראציע דיעל און וועלן לויפן אין געריכט זאגןאז די טראמפ אדמינסטראציע שטעלט צוריק איין א דאקא וועלכע זיי אליין האט געזאגט איז אומלעגאל?
ווייסעך נישט
צוריק צום געריכט סעסיע
נאכדעם האט אלסאן און מאנאגען (קאליפארניע'ס סאליסיטאר דזשענעראל) פארלאנגט פון די ריכטער אז זיי זאלן צוריקשיקן די קעיס צו די אדמיניסטראציע וועלכע זאל דארפן איבערמאכן זייער ארדער מיט א געהעריגע ערלקלערונג און נאכקומען די נויטיגע פראצעדורן אבער טיל ריכטער האבן געצווייפלט אין אזא געדאנק און ריכטער גארסוטש האט זיך געוואנדערט איבער די אויפטוה דערפןן זאגנדיג אז די אדמינסטראציע וועט העכסטנס צושטעלן א פופצן זייטן ערקלערונג אנשטאט אן איין פראראגראף ארדער און אינדערצווישן וועלן אימיגראנטן ווייטער לעבן אין אומקלארקייט איבער זייער צוקונפטאון איבער די פראגראם וועלכע קען עווענטועל סייווי ווערן אפגעשאפן און אפילו ריכטער ברייער האט געווארנט מאנגען אז די געריכט קען נישט שפילן פינג פאנג מיט אן עקזעקוטיוו אגענטור (וועלכע וועט סייווי טוישן די ארדער צום גוטן און דערנאך צוריקווארפן די טאבע צום געריכט)
אליטא איז געגאנגען נאך ווייטער דרוקנדיג אלסאן צום וואנט אז ער זאל קלארשטעלן אויב אין פאל וואס מען שיקט צוריק די קעיס צום היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט און זיי שרייבן אהער אלעס וואס איז געווען אינעם ניעלסאן מעמא און זיי לייגן צו א קלארע פאראגראף אז יעדע איינע פון די אנגעגעבענע אורזאכן אפצושאפן דאקא איז געווארן אפגעשאצט אז עס איז ווערט פאר זיך אליין (אן די אנדערע אורזאכן) און עס וועגט איבער אלע נעגאטיווע אפעקטן פון ענדיגן דעם פראגראם, צו אין אזא פאל וואלט לויט אלסאן די טראמפ ארדער נאכאנלץ געווען אומלעגאל אדער נישט
גינזבורג און קעיגען האבן פרובירט יא צו בויען ווייטער אויף די געדאנק אז די הויפט אנגעבליכע מאטיוו אפצורופן דאקא איז די פאקט אז לויט די אדמינסטראציע איז דאקא אומלעגאל (ולפי זה קענען די ריכטער וואס זעען עס פאר לעגאל נוצן צו פסל'ן די טראמפ ארדער)
ווען סאטאמאיאר האט געזגט אז זי האט אלץ געהאט א פראבלעם צו פארשטיין די אומלעגאליטעט פון דאקא זאגנדיג אז עס איז קלאר אנדערש פון דאפא וועלכע גיבט שוץ פאר עלטערן פון קינדער אימגראנטן אבער דאקא גיבט דאך נישט קיין וועג פאר בירגערשאפט און שטעלט בלויז צו באגרעניצטע סארט רעגירונג שוץ אויף א קורצע צייט און עס איז אין די הענט פון די רעגירונג עס צו ענדיגן סיי ווען אימער (באבעלע טייערע, לייג עס נישט אראפ ווי עס איז גאר לייכט צו ענדיגן, ממש אין די מינוטן איז די רעגירונג פארוויקלט אין א קאמף פון עטליכע יאר עס צו ענדיגן און "דו" לאזט עס נישט צו
נו, שוין, אבער מיט א באבע טענה'ט מען נישט..)
גינזבורג האט צוגעשטימט און גע'טענה'ט צו פראנסיסקא אז ליינענדיג די ניעלסאן מעמא איז בולט אז די די הויפט אנגעגעבענע אורזאך איז די שטעלונג אז דאקא איז אומלעגאל און אז די מעמא איז זאגאר אינפעסטירט מיט אט די פונקט און לייגט גאר א שטארקע דגוש דערויף (אז דאקא איז אומלעגאל) ווען זי קומט צום אויספיר צו ברענגן אן ענדע צו פראגראם
גינזבורג האט אויסגעפירט אז עס איז אוממעגליך צו זאגן קלאר אז די רעגירונג וואלט געקומען צום זעלבן אויספיר (אפצורופן דאקא) ווען זי וואלט געווען קלאר איבערצייגט אז דאקא איז לעגאל אויסגעהאלטן און אז אויב עס וואלט קלאר געווען פאר יעדן אז עס איז אויסגעהאלטן וואלט ניעלסאן געדארפט אנשטאט ווארפן די שולד אויף די געזעץ (מיטן ע באצייכענען אומלעגאל) שרייבן אז צו ענדיגן דאקא איז פשוט די פאליסי פון די אדמיניסטראציע , מיר גלייכן נישט דעם פראגראם, און מיר נעמען פאראנטווארטליכקייט (פאליטישע..) פארן עס עלימינירן
פראנסיסקא האט בלויז קאמענטירט אז די רעגירונג איז זייער קאנפידענט אין זייער פאראנטווארטליכקייט פון ענדיגן דאקא (ווי צו זאגן שרעק מיך נישט איבער אז איך טשיקען ארויס און ווארף די שולד אויפן געזעץ, איך ערווען טאקע די געזעץ אויך אלץ ערנסטע טייל פונעם באשלוס אבער יא, איך האב עס געטוהן..)