א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 5:48 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג נח







*
לויט א באריכט קלערט דזשעף סעשאנס יא פון לויפן פאר זיין אלטן סענאט זיץ און די קלאב פאר וואוקס מוטיגט אים ווייטער עס צו טוהן
*

גייט מארגן מעלדן אז ער לויפט

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 12:23 pm

איך בין טויט הינגעריג
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 12:31 pm

שקר האט געשריבן:איך בין טויט הינגעריג

וועט נישט זיין היינט צוליב קאנפליקט אף סקעדזשועל
מיט אנטשולדיגונג
א לעכטיגן שבת!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 12:35 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך לך






*
באזונדער וועט די סענאט שטימען פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון געוועזענע ארקענסאו סאליסיטאר דזשענעראל לי ראדאפסקי פאר די מזרח ארקענסאו דיסטריקט
*


אפשטימונג פאראויסצורוקן נאמינאציע אדורך מיט 51-41 אויף פארטייאישע ליניעס און וועט מארגן ווערן אויפגעברענגט פאר ענדגילטיגע אפשטימונג

ענדגילטיגע אפשטימונג אדורך מיט 51-41

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 12:59 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג נצבים





*
באזונדער האט פרעזידענט טראמפ נאמינירט דעם געוועזענעם סאליסיטאר דזשענעראל פון נעוואדע לאורענס וואנדייק אויך צו סערווירן אויפן ניינטן קרייז געריכט
ביידע דעמאקראטישע סענאטארן פון נעוואדע, דזשעקי ראזען און קארטעז מעסטאו האבן אויסגעדרוקט אנטוישונג אז מען האט זיך נישט באראטן איבער די נאמינאציע זיי צו גיבן א געלעגנהייט איבערצוגיין די רעקארד פונעם נאמינירטער פון פאראויס
*

דער וואנדייק איז איצט געווארן פארהערט פארנט פון די סענאט קאמיטע און ווען מען האט פארגעלינט א בריוו אין וועלכע די אמעריקאנע באר אסאסיאציע וועלכע איז נאך א גרונטליכע איבערזיכט געקומען צום אויספיר אז ער קוואליפיצירט נישט פאר דעם פאסטן האט ער פארווארפן זיין קאפ און פארגאנגען אין א געוויין

ווען גייט מען שטימען איבער דעם וואנדייק??

איך האב ממש רחמנות באקומען אויף איהם.

די אמעריקען באר אסאסיאציע איז עכט ליבעראל בייעסד!
זיי פלעגן אפיציעל ווערן אינפארמירט בעפאר עני דזשודישיעל נאמיני, אבער בוש II האט זיי שוין ארויסגעווארפן פון די אדמיניסטראציע צוליב זייער בייעס, אבאמא האט פארשטייט זיך זיי צוריקגענומען במלוא ידים, און טראמפ האט זיי צוריק ארויסגעשאסן פונעם ווייסן הויז.
די יעצטיגע פרשה מיט דעם וואנדייק האט געגרייכט א קלימאקס און האט געברענגט קריטיק אנטקעגן זיי פון אלע זייטן.
און וואו ס'קוקט אויס וועט סענאט נעמען פיינעלי נעמען עקשען אנטקעגן די ABA.
https://www.realclearpolitics.com/artic ... 41670.html
https://www.theatlantic.com/ideas/archi ... ke/601441/
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

Kollel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 8:14 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג נח
לויט א באריכט קלערט דזשעף סעשאנס יא פון לויפן פאר זיין אלטן סענאט זיץ און די קלאב פאר וואוקס מוטיגט אים ווייטער עס צו טוהן

גייט מארגן מעלדן אז ער לויפט

It's official

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 10:25 am

פארפאסט די לעצטע פאר טעג, און יעצט זעה איך אז נאר מיטוואך האסטו געשריבן... איי געסס מ'מוז אריינטשעקן טעגליך!

טענקס הכל, גיי אן! דו ביסט בעסער ווי גוט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:52 am

זונטאג וירא







פון די צוויי קאנטערווערסיאלע טראמפ ריכטער נאמינאציעס קוקט אויס אז כאטש איינס דערפון גייט פאראויס
די אזערדאן נאמינאציע איז דערווייל שטעקן געבליבן צוליב קאנסערוואטיווע קעגנערשאפט און מעגליכע נויט פאר דעמאקראטישע שטיצע וועלכע איז נאכנישט דא גענוג אבער די מאנאשי נאינאציע וועלכע האט נישט געהאט קיין קאנסערוואטייוע קעגנערשאפט נאר בלויז געקומען אונטער קריטיק צוליב קאנטערווערסיאלע באמערקונגען מארשירט פאראויס ווען די יורידישע קאמיטע האט ווי פאריגע וואך באריכטעט באשטעטיגט זיין נאמינאציע און איצט גלייבט מען אז עס וועט ארויפקומען פאר אן אפשטימונג אויפן סענאט פלאר און זינט סענאטאר טים סקאט האט געמאלדן אז ער גייט שטימען יא און אויך סענאטאר קענעדי וועלכע האט אים אים שארף אראפגעריסן דורכאויס זיין פארהער אין קאמיטע צוליב וואס ער האט זיך זיך אנטזאגט צו ענטפערן זיינע פראגן האט אויך געזאגט ער ער גייט שטימען יא און דעריבער קוקט אויס ווי ער גייט באשטעטיגט ווערן טראץ אפאזיציע פון דעמאקראטן און סענאטארשע קאלינס
*
א מאן האט געשטאכן דאנאלד טראמפ
דער פרעזידענט איז דערווייל געזונט און פריש נאר עס האנדלט זיך פון די שוין וואויל באקאנטע ילד הפלא, דער בארימטע גרויסע טראמפ באלאן וועלכע איז דערשטאכן געווארן צום טויט אין אלבאמא דורך א מאן מיט א מעסער און דער שטעכער האיט האטשינסאן 32 יאר אלט איז ארעסטירט געווארן
די באלאן האט אפגעקאסט דריי אלפים
*
און נאכן פארפעלן אויפצוטרייבן געלט וועט די נעווער טראמפ "86 טראמפ" פעק ווערן אפגעשפארט
(פארוואס 86? אה עס איז א משוגעת אין די אלגעמיינע וועלט צו באצייכענען די ווען עפעס איז מער נישט דא צו באקומען אדדער מען איז פון עפעס פטור געווארן מיטן טערמין אז מען האט גע'86'סט יענע פראדוקט אדער פערזאן
די אויסדרוק שטאמט פון א פאל ווען מען אויטאריטעטן האבן געבעטן א געעשעפטסמאן ארויסצו'86'ען אלע קונדן פון דארט איידער זיי פירן דורך אן איבערפאל צוליב אומלעגאלע אקטיוויטעטן דארט די פאליציי האט געמיינט צו זאגן אז מען זאל פארשיקן די קאסטומער פון אן אינטערטיהר וועלכע פירט ארויס צו 86 בעדפארד סטריט אין מאנהעטען ומני אז ווערט די אויסדרוק גענוצט אלץ א טערמין צו באצייכענען דאס פטר'ן עימיצן)
*
ווען פרעזידענט טראמפ'ס אויגן זענען געפאלן אויף א רעקלאמע וועלכע איז געווארן ארויסגעשטעלט דורך זיין ווידערערווילונג קאמפיין מיט א מעסעדזש אז "דער פרעזידענט איז נישט מר. נייס גיי" אזי ער געווארן אזוי באאיינדרוקט דערפון אז ער האט אויפן ארט אנגעקלונגען זיין קאמפיין מענעדזשער און באפוילן אז די רעקלאמע זאל לויפן ביי א גרויסע ספארט שפיל
*
ניקי העילי געפרעגט אויב זי ערווארט אז דער פרעזידעט גייט ווערן אימפיטשט
העילי: ניין, אויף וואס? דו גייסט אימפיטשן א פרעזידענט אויף בעטן א טובה וועלכע איז נישט צושטאנד געקומען?
און איבער אפהאלטן געלט וועלכע איז עווענטועל נישט געווארן צוריקגעהאלטן?
*
ערשט טערמיניגע קאנגרעספרוי קעטי היל וועלכע האט באזיגט רעפובליקאנע קאנגרעסמאן סטיוו נייט אין קאליפארניע'ס 25'סטע דיסטריקט האטרעזיגנירט נאכן אנערקענען אז זי האט געהאט אומעטישע פארבינדונגען א שטאב איינגעשטעלטע און רעפובליקאנער וועלכע פלעגן האלטן די זיץ ביז די פארלאפענע מידטוירמס שארפן זיך די ציין צו פרובירן צוריקצוכאפן דעם זיץ
דער רעפובליקאנער נייט האט געהאט האט אנגעדייטעט אז ער וועט מעגליך לויפן פאר דעם זיץ אין ליכט פון די היל רעזיגנאציע
און געזאגט אז ער טוט עס אבסאלוטלי באטראכטן און ער טוט עס אפילו מער ווי באטראכטן
ביז די פרישע סקאנדאל האט נישט געהייסן אז נייט גייט לויפן אבער עס איז מערקווירדיג וואס א לאקאלע ציינטונג אין די דיסטריקט האט געשריבן צוריק אין פעברואר 25 למספרם שרייבנדיג אז נייט פלאנט נישט צו לויפן פאר זיין אלטן זיץ אבער אומגעראכטענע אנטוויקלונגען קענען טוישן זיין שטעלונג
נעכטן האט נייט געמאלדן אפיציעל אז ער לויפט אבער דאס קומט שוין נאכדעם וואס דזשארדזש פאפאדאפולוס האט אליינס אויך געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר דעם זיץ
אויף די דעמאקראטישע זייט קלערט קאליפארניע סעקרעטערי אף סטעיט אלעקס פאדילא צו לויפן אנשטאט היל
*
עלף רעפובליקאנע סענאטארן האבן ארויסגעשטעלט אן אפענע בריוו צו קאנסערוואטיוון שטיצנדיג די קאנדדיאטור פון דזשעף סעשאנס צו ווערן ערוועלט צו זיין אלטע סעענאט זיץ אין אלאבאמא
סענאטאר באראסא האטארויסגעברענגט אז סעשאנס האט געשטפוט די אמעריקא ערשט אגענדע נאך איידער די געדנאק איז געווארן אזוי פאפולער
*
די סעשאנס טיעם האט געהאט וועטעראן טראמפ פאילטישע געהילפן ביל סטעפיען און דזשאסטין קלארק צו אונטערזוכן די טעמפעראטור אינעם ווייסן הויז פאר די געדאנק אז ער זאל לויפן צום סענאט אויך קושנער איז געווען אין פארבינדונג מיט די סעשאנס קאמפיין דערוועגן
*
סענאטאר קרעמער האט געזאגט איבער סעשאס אז ער וואלט אויסגעקליבן ענדערש אריינצוגיין אין א פריימערי מיטן פרעזידענט'ס שטיצע ווי איידער אן דעם אבער דזשעף סעשאנס איז א מוסטער פון א קאנדידאט
*
אויף די דעמאקראטישע זייט האבן א רייע סענאטארן ארויסגעשיקט פאנדרעיזינג אימעילס פארן אמטירנדע אלאבאמא סענאטאר דאג דזשאונס אריינגערעכנט סענאטאר היינריך, טעסטער, באלדווין, קעיסי, סמיט, סטעבענאו, קלאובאשאר, ראזען און אויך מעין סענאט קאנדידאט שרה גידעאן
*
די "אנטי מעקאנעל "דיטש מיטש" פאנד האט באצאלט א האלב מיליאן דאלער פאר פרישע רעקלאמע אין די סטעיט אקעגן סענאטאר מעקאנעל
*
צפון קאראליינע סענאטאר טאם טיליס זאגט אז זיין אנטי סענקטשיוערי סיטי ביל גייט באקומען אן אפשטימונג אין די סענאט
*
מען האט שוין געענדיגט שטימען ערלי וואוטינג אין ליוזיאנא פאר די גאווענאר וואלן וועלכע וועלן פארקומען אום נאוועמבער 16 למספרם אין די ענדגילטיגע ציפערן זענען ווי פאלגענד:

489,649 מענטשן האבן אפגעגעבן זייער שטימע
פון וועלכע 226,356 זענען געווען דעמאקראטן און 186,991 רעפובליקאנער און אנדערע פארטייען 76302
אפריקאנע אמעריקאנע 152344 ווייסע 322801
צו טוהן די מאטעמאטיק פאר אייך האבן די דעמאקראטן א 39,365 אויבערהאנט איבער די רעפובליקאנע און די ווייסע א 170,457 אויבערהאנט איבער די אפריקאנע אמעריקאנע

פאלגענד זענען די ערלי וואוטינג ציפערן פון 2015 למספרם ווען עדווארדס איז צום ערשטן מאל געווארן ערוועלט:
טאטאל ערלי וואוטינג געווען 2701,44
דעמאקראטן 141,437 רעפובליקאנער 92,937
אפריקאנע אמעריקאנע 80,216 ווייסע 183,578
צו טוהן די מאטעמאטיק פאר אייך האבן די דעמאקראטן געהאט א 48,500 אויבערהאנט איבער די רעפובליקאנע און די ווייסע א 103,362 אויבערהאנט איבער די אפריקאנע אמעריקאנע
*
לויט א רעכענונג פון עליזאבעט ווארען'ס רייכטום שטייער וואלט אין פאל די וואס די שטייער וואלט שוין געווען אין אפעקט צוריק אין 1982 למספרם וואלט די פארמעגן פון ביל געיטס היינט געווען 13.9 ביליאן דאלער אנשטאט די 97 ביליאן
*
דזשאו ביידען האט געזאגט אז ווארען שטופט אן אויפגערעגטע אומאפעלירנדע אויסקוק אבער די ווארען קאמפיין האט אין א פאנדרעיזער אימעיל צוריקגעשאסן אז איינמאל און נאכאמאל ווערן מיר אנגעזאגט אז פרויען זענען נישט בארעכטיגט צו זיין אויפגערעגט און אז עס מאכט אונז אומצוציענד אין די אויגן פון מאכטפולע מענער וועלכע ווילן אונז זעהן שטיל
*
די בערני סאנדערס קאמפיין פלאנט א דרייסיג מיליאן דאלער רעקלאמע בליץ אין די ערשטע פיר פריימערי און קאוקאס שטאטן און צוגאב פון קאליפארניע
*
באנדלערס פאר די קאמאלא העריס קאמפיין וועלכע האבן יעדער באזונדער אויפגעטריבן אמווייניגטנס 25 טויזנט דאלער פאר איר קאסע זענען נישט אזוי לאיאל צום קאמפיין ווען נאנט צו האלב פון זיי האבן אויפגעטריבן געלטע אויך פאר אנדערע קאנדידאטן
*
ווי געמאלדן איז די לאקאציע פון די דעצעמבער למספרם דעמאקראטישע דעבאטע געווארן אפגערופן און אצינד איז געווארן באשטעטיגט אז די דעבטע וועט פארקומען אין די לאיאלע מאריצאונט יוניווערסיטי
*
די סופרים קאורט האט אקצעפטירט א קעיס איבער טרעידמארק באגרעניצונגען
די טרעידמארק אפיס האט געהאט אפגעווארפן א טרעידמארק אפליקאציע פון די וועבזייטל בוקינגס.קאם צוליב וואס די נאמע איז צו אלגעמיין און ווען א געווענליכע מענטש הערט איבער אזא נאמען פארשטייט ער אז מען רעדט איבער אלע סארט אלגעמיינע בוקינגס
די אפיס האט גע'טענה'ט אז ווען עימיצער זוכט אנליין אונטער די ווארט בוקינג פארשטייט ער אז ער וועט טרעפן אלעס איבער אלע סארט בוקינגס און נישט אז ער וועט אנטרעפן אין א ספעציפישע זייטל אונטער אזא סארט נאמען
די פערטע סירקוט קאורט האט אבער באשטעטיגט די אורטייל פון א דיסטריקט געריכט וועלכע האט גע'טענה'ט אז מענטשן קענען יא פארשטיין און פונאנדערשיידן צווישן די אלגעמיינע באגריף פון בוקינגס און כאפן אז א זייטל וולכע שטעלט צו אינפארמאציע און סערוויסעס איבער אפארטמענט און האטעל בוקינג באנוצט זיך מיט אזא סארט טרעפליכע נאמען
אצינד האט די העכסטע געריכט אין לאנד באוויליגט אויסצוהערן די קעיס
*
ווי באריכטעט זענען לעצטע וואך פארגעקומען די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס אויב פאליציי זענען בארעכטיגט אפצושטעלן א דרייווער בלויז צוילב זייער וויסן אז די לייסענס פונעם אייגנטומער זענען אפגעלאפן טראץ וואס זיי זענען נישט זיכער אז דער אייגנטומער זיצט ביים רעדל און עס קען זיין אז ער האט פארבארגט זיין אויטא פאר א צווייטן וועמענ'ס לייסענס זענען יא פעליג
פאלגענד ברענגן מיר נאכאמאמל אראפ אונזער באריכט פון מאנטאג און דערנאך די אפדעיטס
א פאליציאנט אין קענסאס אויף פאטראל האט דורכגעפירט א רעגיסטראציע אונטערזוכונג אויף א לייסענס פלעיט פון א פיקאפ טרעקל און אנדעקט אז דעם יעניגן'ס לייסענס איז געווארן סוספענדירט
נו, די געלעגנהייט אפצושטעלן יענעם איז ווי אריינגעפאלן אין זיין האנט ווי א רייפע טאמאטע אבער גיי ווייס אויב דער וואס פירט דער טרעקל איז דער אייגנטומער דערפון, מעגליך אז יענער האט פארבארגט זיין טראק פאר א פריינט זינט ער קען עס נישט נוצן ביז ער איז מסדר זיין לייסענס
דער פאליציאנט האט פרובירט זיין שאנס און אפגעשטעלט דעם דרייווער לראות למי החותמת און צו זיין גליק
האט ער ווירקליך אנגעטראפן דעם אייגנטומער, א מאן מיטן נאמען גלאווער וועם ער האט זעלבספארשטענדליך צוגעטיילט די פאסיגע שטראף פאר פארלעצן די קענסאס סטעיט טראפיק געזעץ
יענער האט זיך אבער נישט געפוילט און געלאפן אין געריכט מיט א טענה אז זינט דער אפיציר האט נישט געוואוסט פון פאראויס אויב ער שטעלט אפ דעם אייגנטומער אדער א צווייטער וועלכע האט עס בלויז געבארגט האט ער צוליב דעם נישט געהאט קיין עכטע סיבה אפצושטעלן אן אומשולדיגע דרייווער וועלכע איז נישט באגאנגען קיין שום דרייווער פארלעצונג אויסער אן אומבאשטעטיגטע פארדאכט אז מעגליך איז עס דער אייגנטומער אליינס וועמענס לייסענס איז סוספענדירט און אים אפצושטעלן איז א פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט
די סטעיט געריכט האט אים געגעבן גערעכט אבער די אפעלאט האט נישט איינגעשטימט דערמיט
דערנאך האט די סטעיט סופרים קאורט אנידערגעשטימט די פסק פונעם נידריגן געריכט און געאורטיילט אקעגן די פאליציי און די סופרים קאורט אין וואשינגטאן האט באוויליגט אריינצוקוקן אין די פראגע
מאנטאג האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און עס האט אויסגעקוקט ווי נאך זייער פרא פאליציי אורטייל אינעם פארלאפענעם טערמין גרייט זיך די געריכט ווידעראמאל צו נייטן אין שטיצע פון די פאליציי
הויפט ריכטער ראבערטס האט אנגעדייטעט אז אין זיין מיינונג איז גענונג פאר די פאליציי זיך צו פארלאזן אויף "קאמאן סענס" און טראכטן אז די טרעקל ווערט געפירט דורך איר אייגנטומער וויייל געווענליך איז דאס די פאל און פאליציי מוזן נישט זיין גאר שטארק איבערצייגט דערין צו בארכטיגן א טראפיק אפשטעל
טראץ די טענה פון קריטיקירער אז אין פילע פעלער קענען אפיצירן גאר לייכט אונטערזוכן אויב דער אייגנטומער פירט דעם אויטא צום ביישפיל ווען דער דרייווער איז א מאנס פערזאן און דורכן אריינקוקן איינווייניג איידער מען שטעלט אפ די קאר זעהט מען אז א פרוי איז ביים רעדל
ריכטערין גינזבורג האט אויסגעדרוקט סקעפטיציזם אויף די טענה פרעגנדיג אויב געבן גערעכט ארן דרייווער אין די קעיס וועט ערלויבן דרייווער וועלכע פירן זייערע אויטאמאבילן מיט סוספענדירטע לייסענס און טונקעלע פענסטער זיך ארויסצודרייען פון פאליציי אזוי לאנג ווי זיי פארלעצן נישט קיין טראפיק געזעצן ווייל די טונקעלע פענסטער וועט פארמיידן די פאליציי פון אידענטיפיצירן ווער עס זיצט ביים רעדל
אויך ריכטער קעווענאו האט אויסגעדרוקט זארג מיט די געדאנק אז פאטראל וועלן דארפן נאכפאלגן אזא טרעקל ביז ווילאנג יענער פארלעצט א טראפיק געזעץ
די ריכטער וועלכע האבן געשיינט צו זיין ס'מערסטע סימפאטיש מיטן דרייווער זענען געווען סאטאמאיאר און קעיגען וועכלע האבן געזאגט אז אפיצירן זענען גענוג ערפארן און טרענירט אלעמאל אויפצוקומען מיט א מינדערוויכטיגע טראפיק פארלעצונג פון א קאר וועם זיי זוכן דוקא אפצושטעלן און דעריבער דארף מען זיך נישט זארגן אז זיי וועלן זיין געבונדן
די אורטייל איז ערווארטעט ארויסצוקומען ערשט אין יוני למספרם

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג נובעמבער 10, 2019 12:07 pm

א גוט מארגן צום קאקאש מיט קאווע!

א מאן האט געשטאכן דאנאלד טראמפ
דער פרעזידענט איז דערווייל געזונט און פריש נאר עס האנדלט זיך פון די שוין וואויל באקאנטע ילד הפלא, דער בארימטע גרויסע טראמפ באלאן וועלכע איז דערשטאכן געווארן צום טויט אין אלבאמא דורך א מאן מיט א מעסער און דער שטעכער האיט האטשינסאן 32 יאר אלט איז ארעסטירט געווארן
די באלאן האט אפגעקאסט דריי אלפים


די באלאן איז געווען אוועקגעשטעלט פארענט פון א מאסן אנגעשטאפטער סטעידיאום מיט צענדליגער טויזענטער מענטשן, ביי א שפיל ווי דער עכטער טראמפ באלון האט זיך באטייליגט און באקומען א ווארימע אויפנאמע, בעת וואס בערך צוויי מנינים ליידיגייערס האבן באקומען דעקונג אינדרויסן.

יישר כח צום לאנגן באריכט!
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג נובעמבער 10, 2019 12:12 pm

א גרויסן יישר כוח!
א פארגעניגן צו לעהזן!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג נובעמבער 10, 2019 12:36 pm

שכח שכח
שטארק געשמאק צו ליינען.

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:02 pm

שכח הבל
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:11 pm

הכל הבל האט געשריבן:זונטאג וירא


ניקי העילי געפרעגט אויב זי ערווארט אז דער פרעזידעט גייט ווערן אימפיטשט
העילי: ניין, אויף וואס? דו גייסט אימפיטשן א פרעזידענט אויף בעטן א טובה וועלכע איז נישט צושטאנד געקומען?
און איבער אפהאלטן געלט וועלכע איז עווענטועל נישט געווארן צוריקגעהאלטן?
*

אה ענדליך איינער זאגט שוין הויך מיין טענה!

---

די LA אוירלי וואטינג ציפערן איז ווי עס שיינט שלעכטע נייעס פאר עדווארדס, ריכטיג?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:12 pm

א גוט שטיקעל היינט אבער מאך זיכער מיר זענען נישט 86.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

שטילער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » זונטאג נובעמבער 10, 2019 2:22 pm

גאר גיט געווען! די וואך האט זיך גיט אנגעהויבן!

ישר כח הבל!

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג נובעמבער 10, 2019 6:29 pm

זיך דערקוויקט דאס הארץ. יישר כח.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג נובעמבער 10, 2019 6:43 pm

ישר כח.

ניקסאן'ס אבסטראקשען אף דזשאסטיץ האט זיך אויך נישט אויסגעארבעט.

אלעקס פאדילע לויפט למעשה נישט.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג נובעמבער 10, 2019 6:47 pm

מעיזשער טענקס הכל הבל!!

קהל עדתינו האט געשריבן:

די LA אוירלי וואטינג ציפערן איז ווי עס שיינט שלעכטע נייעס פאר עדווארדס, ריכטיג?

קוקט אויס אזוי, אין 2015 ווען ס'געווען סאך ווייניגער שטימען בכלל, איז די דעמאקראטישע אויבערהאנט איבער די רופבליקענס, געווען מיט א 9k מער ווי ס'איז היי יאר, און די וויסע אויבערהאנט איבער אפריקאן-אמעריקענס איז דאס יאר מיט כמעט 70k מער ווי אין 2015. קוקט אויס צרות פאר עדווארדס.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג נובעמבער 10, 2019 6:59 pm

ניין, עס איז א פעסטע פארבעסערונג פאר עדווארדס קעגן די פריימערי ווי ער האט געהאט 46.6 פראצענט, נאך 0.8 איז געגאנגען פאר א צווייטן דעמאקראט.

נאר וואס דען, ווי געשמועסט קוקט מען נישט דעמאקראטן ווס רעפאבליקאנער, אדער ווייסע ווס שווארצע, נאר רעפאבליקאנער ווס שווארצע.

שווארצע זענען ארויף פון 25% צו 31%, רעפאבליקאנער זענען אבער בלויז אראפ פון 41.5 צו 38 אנטקעגן די פריימערי.

דעמאקראטן זענען געגאנגען פון 43% צו 46%.

אין 2015 האט עדווארדס געווינען מיט מער ווי 12 פראצענט.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:21 pm

שכוח הבל!
כהאב הנאה וואו די קאווערסט אלעס בטוב טעם
שוין איך 86 פון דאנעט...
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5684
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:36 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:א גרויסן יישר כוח!
א פארגעניגן צו לעהזן!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:37 pm

פארשטיי איך נישט פונקטליך די חשבון @צל, אבער נישט געפערליך...

מ'וועט אביסל עלטער ווערן...
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » זונטאג נובעמבער 10, 2019 8:03 pm

אילו היה לנו הבל באריכט ולא היה לנו אייועלט דיינו

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:21 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:פארשטיי איך נישט פונקטליך די חשבון @צל, אבער נישט געפערליך...

מ'וועט אביסל עלטער ווערן...


צוויי זאכן..

1) לויט די שיפט פון די ערלי וואויט קעגן די פריימערי, געווינט לכאורה עדווארדס, וועלכער האט געהאט 46.6% ביי די פריימערי.

2) אין 2015 האט ער געווינען מיט מער ווי 12 פראצענט, סוי ער מעג זיין היפש שוואכער ווי דעמאלטס.

וואס וועט זיין? דאס וועט מען וויסן מוצאי שבת קודש.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:56 pm

יישר כוח ר' @הכל
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”