א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 4:21 pm

געוואלד, פשטות האט דער סופרים קאורט קיין שום ווארט אויף גארנישט בנוגע אימפיעטשמענט. און חוץ מזה איז גאנץ קלאר אז קאנגרעס און סענאט זענען די וואס מאכן אפ וואס טריזשען און ברייבערי, היי קריימס און מיסדעמינערס זענען.

@הכל הבל, איך מיין אז אפשר זאל מען מאכן א פעטיציע ווי אלע אדער כמעט אלע אקטיווע ניקס בנוגע אימפיעטשמענט זאלן שרייבן אז זיי גייען דיר נישט אריינשלעפן אין צירקלען און דעבאטעס, בנוגע וואס דו האלטסט אויף אימפיעטשמענט.

איך שרייב שוין אונטער, הק' צל עובר.

נ. ב. נישט ווייל איך מיין אז דו גייסט שרייבן וואס איך וויל הערן, איך שטעל זיך פאר פארקערט, וועגן פארשידענע תגובות פון אייך אנהויב פרשה, עס איז מיר אבער סתם אזוי זייער אינטרעסאנט ווי אזוי איר וואלט עס קלאר צולייגט פון אייער פוינט אף וויו, און איך גלייב אז פאר יעדן דא.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 8:28 pm

וואו יוזש טענקס!

כ"שרייב אויך אונטער.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:16 am

דינסטאג לך






אין תימן האט די אינטערנאציאנאל אנערקענט רעגירונג אונטערגעשריבן א מאכט איינטיילונג אפמאך מיט די דרום סעפעראטיסטן גרופע געשטיצט דורך די פאראיייניגטע אראבישע עמיראטן און וועט האפנטליך ברענגן אן ענדע צו מאנאטן פון קאנפליקט צווישן די צוויי זייטן
זי אפמאך איז געווארן אונטערגעשריבן אין ריאד נאך די קריגעריי ועלכע האט אויסגעבראכן אנהויב פונעם למספרם יאר און וועט זיי איצט פאראייניגן צו באקעמפן אויסשליסליך די איראנע געשטיצע האוטי רעבעלן
*
פראנקרייך פלאנט אוועקצושטעלן קוואטאס פאר פראפעסיאנאלע אימיגראציע זיכער צו מאכן אז איר אימיגראציע סיסטעם בעפארצוגט אזעלכע וועלכע פארמאגן די נויטיגע עקספערטיז אין אינדוסטריעס אין וועלכע די לאנד מאנגלט אין ארבעטער
*
מיטש מעקאנעל אויפן סענאט פלאר: זינט אונזערע דעמאקראטישע קאלעגן האבן אויסגעוועלט לעצטע וואך צו פיליבאסטערן פארטיידיגונג פאנדינג וועלן מיר זיך אנהויבן קאנצעטרירן מער אויף באשטעטיגן נאמניאציעס אין די צייט וואס מיר ווארטן אז זיי זאלן מאכן פראגרעס איבער די פאנדינג אישו
*
קאנגרעס עטיקסקאמיטע ברייטערט אויס אן אריינבליק אין אקטיוויטעטן פון ערשט טערמיניגע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי פון מאסאטשוסעטס לארי טראהאן וועלכע ווערט באשולדיגט אין פארפעלן צו פיילן א פולשטענדיגע פיינענשאל דיסקלאוזשער סטעיטמענט דורכאויס איר קאמפיין איבער די קוואל פון פערזענליכע לאונס
*
מער פון דרייסיג הויפט געוועזענע אבאמא אדמיניסטראציע באאמטע וועלן אנטייל נעמען אין א פאנדרעיזער מארגן מיטוואך אין שטיצע פון דזשאו ביידען
ווי באריכטעט נעכטן ווערט געפלאנט א מאסיווע אונטערנעמונג אויפצוטרייבן א פאנד פון 75 מיליאן דאלער זיך צו קענען פארמעסטן מיט די דידזשיטאל טראמפ קאמפיין מאשין און די איצטיגע פאנדרעיזינג וועט סיי אוועקשטעלן די גרונדשטיין פאר די אונטערנעמונג און איז אויך געציהלט צו צייגן אז די עסטאבלישמענט אאיז גרייט צו פארזיכערן א ביידען געווינס און האפן אפצושוואכן די ווארען קאנדידאטור
*
קאמאלא העריס ערקלערט איר באשלוס צו ערלויבן מענטשן צו אנצוהאלטן זייער פריוואטע אינשורענס פלענער נאכן הערן פון מענטשן אז זי ווילן נישט אז מען זאל אוועקנעמען זייער אויסוואל
איבער די העלט קעיר פלאן פון פיט בוטידזשעזש זאגט העריס אז עס שטעלט ניטש פאר צופיל דעטאלן און דעריבער איז עס שווער פאר איר צו ציען א פאראלעל און דיסקוסירן די דיפרענצן צווישן זייערע פלענער
*
די ביידען קאמפיין אין א פאנדרעיזינג אימעיל: אויב דזשאו ביידען איז נישט אונזער נאמיני וועט טראמפ ווערן ווידערערוויילט
*
געוועזענע אייאווע סטעיט סענאטאר דעריל ביעל האט אינדארסירט פיט בוטידזשעדזש
*
א צפון קאראליינע געהילף צו די טאם סטאיאר קאמפיין האט גערויבט ווערטפולע וואלאנטיר דאטא געזאמלט דורך די העריס קאמפיין דורכן נוצן אן אקאונט פון ווען ער האט געארבעט מיט די דעמאקראטישע פארטיי אין די סטעיט
*
די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע האט אופגעהערט צו האמערן אויף קאנגרעסלייט דזשעף ווען דרו און קאלין פעטערסאן וועלכע האבן געשטימט אקעגן די אימפיטשמענט פראצעדור רעזאלוציע און וועלן אנשטטא נוצן די געלט אויף רעקלאמעס קעגן קאנגרעסלייט וועלכע האבן געשטימט יא
*
מען זעצט פאר נאכצופאלגן די ערלי וואוטינג ציפערן אין די ליוזיאנא גאווערנאר פארמעסט אין וועלכע ביזנעסמאן עדי ריספאן זוכט ארויסצושטויסן דעם ערשט טערמיניגן דעמאקראטישן גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס
די וואלן וועלן פארקומען אום נאוועמבער 16 למספרם און מען קען שטימען פרי אנגעהויבן פון נעכטן ביז דעם ניינטן למספרם
דערווייל האבן שוין 164080 מענטשן אפגעגעבן זייער שטימע
פון וועלכע 74948 זענען געווען דעמאקראטן און 64866 רעפובליקאנער און אנדערע פארטייען 24266
*
אין קאלאראדא לויפט די אמטירנדע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי דיאנא דעגעט פאר ווידערערוויילונג אין די ערשטע קאנגרעסיאנאלע שטארק בלויע דיסטריקט און האט נאך נישט קיין רעפובליקאנע קעגנער
א פריימערי קעגנער קריסטינא דאלען האט זיך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט אבער אצינד האט זי באקומען א פרישע פריימערי קעגנער ווען מעגהען פראטשלער האט געמאלדן א קאמפיין
*
אין דרום קאראליינע'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט לויפט איצט דער ערשט טערמיניגער דעמאקראט דזשאו קאנינגהעם וועלכע האט באוויזן גאר שמאל צו געוואונען אין א רעפובליקאנע געהאלטענע דיסטריקט נאך וואס דער אמטירנדער מארק סענפארד האט פארלוירן די פריימערי ווען פרעזידענט טראמפ האט געשטיצט זיין אפאנענט קעטי ארינגטאן וועלכע האט עווענטועל פארלוירן צו קאנינגהעם
קאנינגהעם האט באקומען 50.6% צו 49.2% פאר ארינגטאן
איצט איז דא א רעפובליקאנע פריימערי פארמעסט אין וועלכע עטליכע קאנדידאטן האבן שוין דערקלערט אז זיי לויפן און נאך א רייע נעמען וועלכע קענען נאך מעלדן אריינגערעכנט ארינגטאן
איינע פון די וועלכע האבן שוין געמאלדן איז נענסי מעיס וועלכע איז א סטעיט געזעץ געבער און איז שוין געלאפן צום סענאט אין 2014 למספרם אין די רעפובליקאנע פריימערי אין וועלכע זי האט אנגעצויגן 6.2%
מעיס האט דערווייל אויפגעטריבן ס'מערסטע געלט און האט זיך אצינד איינגעהאנדלט די אינדארסירונג פון די די מאכטפולע קלוב פאר וואוקס פעק
*
אין טעקסאס קומט פאר א דעמאקראטישע סענאט פריימערי ווי אזויפיל ווי עלף קאנדידאטן פארמעסטן זיך צו ווערן די פארטיי נאמינירטע צו קענען לויפן אקעגן רעפובליקאנער דזשאן קארנין וועלכע איז די נומער צוויי אין סענאט
א טעקסאס טריביון אנקעטע צייגט אז די פעלד איז נאך ברייט אפן און פרוי העגאר וועלכע איז פון די מערסט פראמינענטע קומט אריין די שטארקסטע אבער ביי צוועלף פראצענט און אלע אנדערע ציען אן אין די איינצלנע נומערן
57% האבן נישט קיין מיינונג אדער ווייסן נישט גענוג
*
היינט קומט פאר א היבש נאכגעפאלגטע אפענע גאווערנאר פארמעסט אין מיסיסיפי ווי דער רעפובליקאנער טעיט ריווס לויפט אקעגן דעמאקראט דזשים הוד און א מער היציגע גאווערנאר פארמעסט אין קענטאקי וואו דער אמטירנדער גאווערנאר מעט בעווין שטייט אויס א שווערע ווידערערוויילונג פארמעסט אקעגן דעמאקראט ענדי באשאר
רעפובליקאנער וואלטן אין פרידנס צייטן געברויכט קענען געוואונען מיסיסיפי אפילו אינמיטן שלאפן אבער זייער קאנדידאט איז נישט עפעס ווייסעך וואס אין קאנטראסט צום דעמאקראט וועלכע איז גענוג כאריזמאטיש און מעסיג אין א סטעיט ווי מיסיסיפי עס צו פארוואנדלען אין גאנץ אן ערנסטע פארמעסט וואו טראץ וואס דער רעפובליקאנער איז נאך מעגליך בעפארצוגט גיבן אבער די אנקעטעס היבש ערנסטע שאנסן פאר הוד צו באווייזן וואונדער אדער כאטש קומען גאר נאנט צו געוואונען
אריבער אין קענטאקי וועלכע איז טאקע נישט אזוי טונקל רויט ווי מיסיסיפי איז אבער די סטעיט יא גאנץ שטארק גענויגט צום רעפובליקאנעם קאלום ספעציעלע אין די לעצטע יאר און אן אמטירנדער גאווערנאר וואלט געדארפט האבן א שטיקל אויבערהאנט אבער די מעשה איז אז גאווערנאר בעווין איז גאר שטארק אומבאליבט צווישן קענטאקיער און די פארמעסט איז דעריבער אויסגעשטיגן צו קיינעם'ס איבערראשונג אלץ עפעס אין וועלכע די רעפובליקאנער מאשין דארף אריינלייגן גאר שטארקע כוחות אנצוהאלטן און די פארמעסט איז איצט האלז צו האלז
בעווין צייגט אן אז ווען ער איז געלאפן מיט פיר יאר צוריק איז ער געשטאנען אונטערשטעליג איןו די אנקעטעס ארייגייענדיג צו די וואלן און ער האט עווענטועל געוואונען מיט 9% און דעריבער איצט אז ער איז בעסער ווי דאן אין די אנקעטעס וועט ער נאכאנאמאל באווייזן צונאר צו לייגן די אנקעטע נעמער אבער עס בלייבט איבער צו זעהן אויב עס וועט אים געלונגען א צווייטע מאל און די וויילער וועלכע גייען צו די שטים בודקעס אין די היינטיגע רעגנדיגע אינדערפרי אין קענטאקי וועלן האבן דאס לעצטע ווארט
באשאר אקטיוויסטן אין לואיסוויל און אין לעקסינגטאן גיבן איבער אז טראץ די רעגן זעען זיי א שטארקע טוירנאוט און בעווין שטיצער זאגן אז זיי גלויבן אז מערב פון די סטעיט וועט זיין שטארק פארן גאווערנאר
אן אומבאמערקטע פארמעסט קומט אויך פאר אין די סטעיט פאר די טרעזשוראר אמט ווי דעמאקראט מייקל באומאן זוכט צו ווערן ערוועלט און אויב עס געלונגט אים וועט ער ווערן דער ערשטער אפענער מתועב צו דינען אויף א סטעיטווייד ערוועלטע פאזיציע אין קענטאקי
היינט קומען אויך פאר שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסטן פאר די ווירדזשיניע סטעיט הייזער וועלכע דעמאקראטן האבן שטארקע האפענונגען צו פארבן בלוי דארפנדיג פארכאפן צוויי זיצן אין ביידע הייזער
אויך קומען פאר וואלן אין ניו יארק, סאוט בענד אינדיאנא, און די 28'סטע לעגיסלאטיווע דיסטריקט אין טעקסאס
*
די באריכט איז פון עטליכע טאג צוריק:
נאכן מעלדונג פון מערילענד גאווערנאר לערי האגען אז א פריימערי פאר די ספעציעלע עלעקשאן צו ערפילן די זיץ פונעם פארשטארבענעם קאנגרעסמאן קאמינגס אין די זיבעטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועט פארקומען אום פעברואר למספרם זאגט איצט דער געוועזענער קאנגרעסמאן קווייסי מעפיום אז ער וועט מארגן מאנטאג מעלדן זיינע פלענער אויב ער וועט זוכן דעם זיץ
מעפיום איז אן אפריקאנער אמעריקאנער וועלכע האט פארטרעטן דעם זיבעטען דיסטריקט פואר צען יאר און רעטייערט פון קאנגרעס צוריק אין 1996 למספרם

נעכטן מאנטאג נאכמיטאג האט טאקע מעפיום געמאלדן אז ער איז דערינען
*
דער וועטער איז גאנץ קיל אבער דער זוהן שפרייט אויס אירע שטראלן אויפן בלויען ים הייבנדיג די טעמפעראטור גענוג זיך צו ערלויבן א שפאציר ביי די ברעגעס און באטראכטן צוויי אינצידענטן וועלכע האבן דארט פאסירט און האבן געפירט צו לעגאלע שטרייטן אזש ביזן סופרים קאורט זאל

א מאן מיטן נאמען אלען איז די אייגנטומער פון א פראדאקשען פירמע וועלכע זענען געווען די עקסקלוסיוו פאטאגראפירער פון א געוויסע שיף זינקונג צוריקגייענדיג ביז 1998 למספרם און אלען האט פארמאגט די אויסשליסליכע קאפירייט אויף די בילדער און די ווידעאס דערפון
אין 2013 למספרם האט אלען אנדעקט אז די סטעיט צפון קאראליינע באנוצט זיך מיט זיינע ווידעאס אן זיין ערלויבעניש און די צוויי זייטן זענען עווענטועל אריין אין אן אפמאך אונטער וועלכע די סטעיט האט אים באצאלט קאמפענצאסיע
א צייט שפעטער האט אלען געזעהן אז די סטעיט טוט ווייטער נוצן זיינע מאטריאל סיי אנליין און סיי אין פרינט שוין נאכדעם וואס זיי האבן אים פארגיטיגט דערוועגן
באזונדער האט די סטעיט איבערגעפירט א געזעץ וועלכע זאגט אז אלע שיפן וועלכע זענען אין סטעיט טעריטאריע און ווערן פילמירט איז אויטאמאטיש טייל פון די סטעיט פובליק רעקארדס און עס איז פריי פאר יעדנ'ס באנוץ אן קיין באגרעניצונג און לויט אלעןאיז די געזעץ נישט אויסגעהאלטן
אלען האט געוואונען זיין קאמף אין די נידריגע געריכט אבער די סטעיט האט אפעלירט די אורטייל צו די פערטע סירקוט וועלכע האט געאורטיילט אזוי ווי אנדערע סירקוטס האבן שוין געשריבן אז די קאפירייט געזעץ קען נישט אפעקטירן די סטעיט זעלבסשטענדיגקייט
אלען האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט און וועלכע איז איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס און היינט דינסטאג וועט די געריכט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן
*
אין 2004 למספרם האט א די קאפיטאן וועלכע האט געארבעט פאר א פירמע מיטן נאמען פרעסקאטי געפירט אן אויל טאנקער שיף פון ווענעזועלא אין ריכטונג פון די פאראייניגטע שטאטן און הארט איידער ער האט געאנקערט אין ניו דזשערסי האט די שיף אריינגעקלאפט אין א געגנשטאנד נעבן די ברעג אין פאראורזאכט לאך אינעם שיף וועלכע האט געפירט צו א מאסיווע אויל אויסגוס פון 264 טויזנט גאלאן פון קרוד אויל אריין אינעם דעלעוועיר ריווער
די אויל שימפענט האט געדארפט ווערן אפגעליפערט צו די ניו דזשערסי באזירטע בארימטע סיטגא פירמע אבער האט אצינד פארפלעקט די טייך וועלכע האט געמוזט ווערן אויפגערייניגט און פרעסקאטי האט זיך געמוזט צושטעלן צו די אויל פאלושען אקט וועלכע איז געווארן באשטעטיגט אין קאנגרעס אין 1990 למספרם וועלכע פארלאנגט אז אין יעדן פאל מוז די דער פירמע וועלכע ליפערט די אויל באצאלן די קאסטן אבער בלויז ביז א א מאקסימום פון 55 מיליאן דאלער
פראסקעטי האט באצאלט פאר די סוקסעספולע ריינוגונג אפעראציע וועלכע האט אבער אפגעקאסט די אסטראנאמישע ציפער פון
143 מיליאן דאלער וועלכע זיי האבן צו ערשט אויסגעליגט און זינט די ציפער איז געווען פיל מער ווי די 55 מיליאן דאלער מאקסימום האט אים די רעגירונג צוריקבאצאלט 88 מיליאן דאלער פון די פעדעראלע אויל אויסגוס לייעביליטי טראסט פאנד
די פראגע איז געבליבן איז אבער געבליבן הענגן איבער די 55 מיליאן וועלכע פרעסקאטי האט געהאט אויסגעלייגט און די פירמע האט זיך געטראפן צווישן האמער און נאגעל
די רעגירונג האט גע'טענה'ט אז סיטגא איז שולדיג פארן נישט האלטן זייער אנקער ברעג ריין און אז זיי וואלטן געדארפט פארזיכערן די פרייע וועג פאר אנקומענדע שיפן און זיי אמוויינגסטנס איינמעלדן פון פאראויס אויב מען דארף זיין עקסטער פארזיכטיג ווייל עס געפונט זיך א געגנשטאנד אין וואס די שיף קען זיך אנשטויסן
אין רעזולטאט איז פרעסקאטי ווי א דריטע פארטי צו אונטער די אינשורענס פלאן פון סיטגא און דארף ווערן געדעקט פאר זייערע שאדנס און זיי זאלן עס איינקאסירן פון סיטגא וועלכע קען דערנאך קעמפן אז עס זאל ווערן געדעקט אונטער זייער פריוואטע אינשורענס פלאן
דעריבער האט פרעסקאטי און די רעגירונג (וועלכע האט אויך געהאט דערלייגט געלט מיטן צוריקצאלן די 88 מיליאן פאר פרעסקאטי) זיך פאראייניגט און געקלאגט סיטגא פארן ברעכן די קאנטראקט אין וועלכע זיי פארפליכטן זיך צו פארזיכערן די פרידליכע אנקערונג פאר באשטעלטע שיפמענטס און באזונדער פארן עצם פארנאכלעסיגונג דורכן נישט אונטערזוכן די וואסערן ביי די ברעגעס איידער די שיף האט געאנקערט
סיטגא אבער האט גע'טענה'ט אז זיי זענען געווארן פארפירט דורך די אויפפירונג פון די קאוסט גארד און ארמיי קארפס אף אינדזשענירן וועלכע האבן געגעבן דעם אנשטעל ווי זיי פירן דורך אויף א רוטינעם פארנעם די ארבעט צו פארזיכערן די ארטיגע וואסערן און געשפאן דעם איינדרוק אז זיי זענען פאראנטווארטליך דערפאר און עס איז דעריבער נישט קיין פארנאכלעסיגונג פון זייער זייט נישט צו געטרויען די קאסט גארד
עס איז אויסגעקומען אז סיטגא פון איין זייט האט געקלאגט פרעסקאטי פארן פארפעלן צוצושטעלן די אויל וועלכע זי האט זיך אונטערגענומען (אבער איז געגאנגען לאיבוד אין ים) און פרעסקאטי (אינאיינעם מיט די רעגירונג) האט גע'טענה'ט אז סיטגא דארף זיי באצאלן און דעקן סיי די 55 מיליאן דאלער וואס דער שפיל האט זיי אפגעקאסט און צוגאב פון באזונדערע אנטשעדיגונג צוליב די שאדנס וועלכע די שיף האט געליטן
דער דריטע סירקוט קאורט האט געגעבן גערעכט פאר די רעגירונג שטעלונג און געשריבן אז סיטגא האט געבראכן זייער קאנטראקט מיט פרעסקאטי ווייל עס איז יא געווען זייער פליכט צו פארזיכערן די וואוילזיין פון די שיף ביים אנקערן און אז זיי האבן געזאלט און געקענט מיט סאנער טעכנאלאגיע אנדעקן סיי וועלכע שטער וועלכע קען שעדיגן די שיף
די אורטייל איז געווען אין אנקלאנג מיט אן ענליכע אורטייל פון די צווייטע סירקוט וועלכע האט אויך אפגעלערנט די שפראך גענוצט אין די סארט קאנטראקטן אז די פירמע וועלכע ערהאלט די קארגא איז פארנטווארטליך צוצושטעלן א זיכערע אנקערונג באדייט אז נישט בלויז דארף מען דורכפירן די אלגעמיינע אויבערפלעכליכע אונטערזוכונגען זיכער צו מאכן אז די באדן ווי די שיף קומט אן אז זיכער נאר מען דארף אונטערזוכן יעדע מעגליכע סארט אומגעווענליכע שטער און מען איז פולשטענדיג פאראנטווארטליך דערפאר
און אנדערש ווי סיטגא זאגט אז די שפראך וועלכע פירמעס נוצן אין די קאנטראקט פארלאנגט בלויז א רוטינע איינפאכע אונטערזוכונג ביים בארטן אבער מיינט נישט קיין פולשטענדיגע סארט גאראנטי אויף סיי וועלכע אומגעראכטענע רוח שאינה מציאה'דיגע סארט פראבלעם וועלכע איז שווערער צו אנדעקן
סיטגא צייגט אן אז די פיפטע סירקוט האט אנדערש ווי די צווייטע און דריטע קרייז געריכטן יא אנגענומען איר שטעלונג ווי אזוי אפצולערנען די באדינגונגען אין טערמינען אינעם קאנטראקט
היינט דינסטאג וועט די סופרים קאורט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אינעם קעיס

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:22 am

ישר כח הייליגע ר' הכל הבל שליט"א
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:25 am

שקר האט געשריבן:ישר כח הייליגע ר' הכל הבל שליט"א

הבל יא אבער הייליג איז א בלאט גמרא

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:32 am

הערליך שיין!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:46 am

צוקער וואסער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:א דאנק הבל, איך בעהט נאכאמאל אויב דו קענסט שרייבען א ״זעלטענע״ אפהאנדלונג איבער אומפיטשמענט עס וואלט מיר געוועהן אינטערסאנט צו פארשטיין די לעגאלע חלקים. טענקס אין עדווענס.

עס איז מיר אן עהרע צו הערן אז עס וואלט אייך געווען אינטערסאנט מיין אפהאנדלונג אבער איך האב עס דערווייל נישט געטוהן צוליב וואס די טעמע מאנגלט נאך אין פארשטעלן עכטע און ערנסטע פראגן וועלכע פארדינען א באהאנדלונג

געוויס קען די איצטיגע סומאטוכע עווענטועל ווערן דעצידירט אין די געריכטן, אמווייניגסטנס פראצעדור פראגן ווי מען זעהט טאקע די נייע צוגאנג פון א רייע מענטשן וועלכע האבן ערהאלטן סובפינעס און האבן באשלאסן אראפצוקוילערן די טאבע צום געריכט שטראז אז ריכטער זאלן באשליסן אויב זיי מוזן אויפטרעטן און אלע פיר וועלכע האבן היינט געברויכט ערשיינען פארנט פון די קאמיטע האבן דערווייל אנגענומען די צוגאנג
אבער די הויפט פראגע איז אימפיטשמענט זעלבסט און דאס איז א פאליטישע און דעריבער איז נישטא צופיל געריכטליכע יוריסדיקציע דערויף און מען קען דעבאטירן טאג און נאכט איבער פרעצעדענט, ישרות, פארטייאישקייט און איבער דעם האב איך נישט צופיל וואס צוצוגעבן נאך וואס אומצאליגע בלעטער פון דעבאטעס און ארגומענטן אויף ביידע זייטן פונעם פאליטישן ספעקטרום זענען שוין געשריבן געווארן דא אויף אייוועלט פון אזויפיל חשוב'ע ניקים כל אחד בשמו הטוב יבורך
עס דוכט זיך אז אויב מען זאל צוזאמענעמען די אלע בלעטער און עס פארעפנטליכן אין פארעם פון א בוך וועט עס גאנץ שנעל פארוואנדלט ווערן אין א בעסט סעלער אויף די אידישע מארק
איך האלט נישט אז שרייבן אן אנאליז וועט עפעס מחדש זיין און קען בלויז נעמען א שטעלונג אויף ארגומענטן וועלכע זענען שוין געמאכט געווארן דא דורך איינער אדער מערערע אדער אורטיילן אז ראובן איז גערעכט מיט פוינט פלוני און שמעון מיט א צווייטע נקודה
נו, די אלע וועם מיין אורטייל וועט נישט שמעקן וועלן פרעגן מיט רעכט האחד בא לגור וישפוט שפוט?!
דעריבער דארף מען ווארטן און נאכפאלגן די אנטוויקלונגען ווי אזוי זיי וועלן זיך פירן און אויב דורכאויס דעם וועג וועט זיין עפעס א חידוש אדער אפילו א פערספעקטיוו וועלכע איז גענוג שטארק צו באדערן אנדערע דערמיט וועל איך מיך גערן לאזן הערן..



בכל אופן, יישר כח פאר די פידבעק!


ווי אזוי זאגט מען wow אין אידיש??

אן אלטע חקירה פון ידידינו @מזל מידיע..
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
לפנות בוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:53 am

.
צוגעלייגטע
hakoil.jpg
hakoil.jpg (99.38 KiB) געזעהן 909 מאל
די חתם סופר גיבט צו פארשטיין,
אז א מענטש דארף הויעך גיין,
-בעל כרובים עליונים

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 1:09 pm

ישר כח

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 1:42 pm

היינט האבן מיר זייער הנאה געהאט פון געריכט באריכטן.

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 1:54 pm

וויפל מ'עסט פון די סחורה איז קיינמאל גענוג.
א ריזיגען ש'כח פארן מייסטער הבל, אונז נעם מיר עס נישט פאר גרענטעד.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:11 pm

א הארציגן דאנק הרב הכל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 12:58 am

סינאך בו ביום? יעצט געענדיגט די היינטיגע-נעכטיגע באריכט... סאליד!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 11:28 am

מיטוואך לך





טערקיי האט געכאפט איינע פון די פרויען פונעם אמגעברענגטן אייסיס גרונדער און פירער על באגדאדי
*
צוויי פאליציי אפיצירן פארוואונדעט און געבליבן מיט פארברענטע געזיכטער נאכן ווערן אטאקירט מיט מאלאטאוו קאקטעילס דורכאויס פראטעסטן אין טשילע
*
אונטער אויסערן סעקרעטאר פאר פאליטישע אנגעלעגנהייטן דעיוויד העלי ערשיינט היינט ביי א פארהער פארנט פון די אימפיטשמענט קאמיטע
*
אויך טים מאריסאן איז היינט אין קאנגרעס וואו ער קוקט איבער זיי פריערדיגע אויפטריט צו מען דארף עס פאררעכטן איידער מען פארעפנטליכט עס
*
די סענאט וועט היינט שטימען צו באשטעטיגן ארעגאן ריכטערין דעניעלע האנסאקער צום ניינטן קרייז געריכט
די סענאטארן וועלכע פארטרעטן ארעגאן האבן זיך געטיילט מיט זייערע שטימען אויב צו ערלויבן פאראויסצורוקן די נאמינאציע ווען סענאטאר מערקלי (ד) האט זיך קעגנגעשטעלט אבער סענאטאר וויידען (ד) האט געשטימט יא אז די נאמינאציע זאל קענען ווערן ארויפגעברענגט פאר אן ענדגילטיגע אפשטימונג
*
סענאט יורידישע קאמיטע האלט היינט אפ א פארהער איבער רעאויטאריזירן די פרייהייט אקט וועלכע פארבאט די מאסן זאמלונג פון טעלעפאן רעקארדס און אינטערנעט דאטא
*
באזונדער וועט די סענאט שטימען פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון געוועזענע ארקענסאו סאליסיטאר דזשענעראל לי ראדאפסקי פאר די מזרח ארקענסאו דיסטריקט
*
נאך וואס ראנד פאול האט געררופן צו אידענטיפיצירן דעם וויסלבלויער און א רייע אנדערע רעפובליקאנער זענען ארויסגעקומען אקעגן אזא געדאנק איז מיטש מעקאנעל געפרעגט געוואןר און דריי באזונדערע מאל זיך אנטזאגט צו ענטפערן זאגנדיג אז ער גייט נישט קאמענטארן אויף די אימפיטשמענט פראצעדור און ארומיגע נייעס אויף א טעגליכע רוטין און ער קען בלויז זאגן אז ער ערווארט אז קאנגרעס זאל צווינגען די סענאט דורכופירן אן אימפיטשמענט פראצעס
*
מען זעצט פאר נאכצופאלגן די ערלי וואוטינג ציפערן אין די ליוזיאנא גאווערנאר פארמעסט אין וועלכע ביזנעסמאן עדי ריספאן זוכט ארויסצושטויסן דעם ערשט טערמיניגן דעמאקראטישן גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס
די וואלן וועלן פארקומען אום נאוועמבער 16 למספרם און מען קען שטימען פרי ביז דעם ניינטן למספרם
דערווייל האבן שוין 230896 מענטשן אפגעגעבן זייער שטימע
פון וועלכע 105617 זענען געווען דעמאקראטן און 91138 רעפובליקאנער און אנדערע פארטייען 34141
*
נעכטן זענען געווארן אפגעהאלטן גאווערנאר וואלן אין קענטאקי און אין מיסיסיפי און סטעיט דדלעגעאן און סענאט וואלן אין ווירדזשיניע
דעמאקראטן האבן אנגעצויגן שיין אין מיסיסיפי ווען דעמאקראט הוד איז געקומען ביז 7% אוועק פון באזיגן גאווערנאר עלעקט ריווס אין א סטעיט וועלכע איז שטארק רויט
אין ווירדזשיניע האבן דעמאקראטן גאר שטארק געוואונען איבערנעמענדיג קאנטראל צום ערשטן מאל פון ביידע געזעץ הייזער און מיט די גאווערנאר שטוהל אין זייערע הענט האבן זיי אצינד קאנטראל אויפן די גאנצע רעגירונג סטרוקטור
די גרעסטע סורפרייז איז אבער געווען אין קענטאקי וועט גאווערנאר עלעקט ענדי באשאר האט שמאל באזיגט דעם אמטירנדער גאווערנאר מעט בעווין
קוקנדיג אויף אנקעטעס איז עס ווייט נישט אזא סורפרייז זינט באשאר איז פאר לאנגע מאנאטן געווען פאראויס און אפילו לויט די לעצטע אנקעטע זענען ביידע קאנדידאטן געווען אייניג און דעריבער איז עס נישט קיין שאק פאר די וועלכע האבן צוטרוי אין אנקעטעס
אבער די אנדערע וועג עס אנצוקוקן איז אז טאקע די פאקט אז די אנקעטעס (וועלכע איז נאכדעם געווארן באשטעטיגט דורך די רעזולטאטן) האבן טאקע געוויזן אז באשאר איז שטארקער פון אן אמטירנדער רעפובליקאנער איז שוין א שטארקע זאך פאר די דעמאקראטן אין אזא סטעיט ווי קענטאקי וועלכע איז היבש רויט
פילע האבן אנגעצייגט אז די רעפובליקאנע געוואנסן לענגאויס די סטעיט נעכטן נאכט צייגט אז די בעווין פארמעסט איז אן אוטלייער אויף וועלכע מען זאל נישט קיין סאך בויען און ליבערשט עס צושרייבן צו זיין אומפאפולאריטעט און ארויסגעברענגט אז ווען נישט בעווין וואלטן די רעפובליקאנער נאך אפילו שטארקער אנגעצויגן אין די סטעיט
אנדערע ווילן אבער אנווייזן אז טראמפ וואלט נאך אלץ געדארפט באווייזן מיט זיין ראלי אויפצוהייבן בעווין צום אויבערפלאך און רעפובליקאנער זאגן אז די שטרעקע וועלכע בעווין האט געברויכט צו גיין פון וואו ער איז געקומען ביז צו א געוואונס איז געווען אזוי ווייט אז עס איז פארשטענדליך און גאר איבערראשנד אז טראמפ האט באוויזן צו קומען אזוי נאנט דערצו
געוויס איז עס געווען גאר א שטארקע נאכט פאר דעמאקראטן און וועט נישט גוט אפקלונגען אין רעפוליקאנע רייען אבער דעמאקראטן דארפן פארשטיין אז מען זאל נישט צופיל אפלערנען פון די קענטאקי אויסגאנג אויף צוקונפטיגע פארמעסטן אויסער די איינע לעקציע אז מען דארף רעקרוטירן שטארקע און פאסיגע קאנדידאטן צוגעפאסט צו די וויילער וועלכע וועלן יענעם דארפן ערוועלן
גאווערנאר בעווין האט נאכנישט אויפגעגעבן די פארמעסט און גייט פארלאנגען אן איבערציילונג
מערקווירדיג איז א קרישקעלע וועלכע ווייניג געדענקן אז אין אנהויב פון די פארמעסט האט דזשעימס קאמער וועלכע פארטרעט די ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין קענטאקי געוואלט לויפן אין א פריימערי אקעגן גאווערנאר בעווין און מיטש מעקאנעל וועלכע האט פארשטאנען אז בעווין האט ערנסטע שאנסן אנצוזעצן דעם פארמעסט האט פרובירט אויפצוטרייבן שטיצע פאר א קאמער קאנדידאטור גייענדיג אקען אן אמטירנדע גאווערנאר פון די אייגענע פארטיי אין די אייגענע סטעיט אבער קאמער האט עווענטועל נישט פאראויסגעגאנגען דערמיט און נאך די נעכטיגע אויסגאנג קען מען גאנץ קלאר שפעקולירן אז ווען ער שפרונגט ווען אריין און באזיגט ווען בעווין וואלט ער איצט וואשיינליך געווען גאווערנאר עלעקט
אין די צייט וואס דעמאקראטן האבן ווי אפגעווישט די רעפובליקאנער פון די צפון ווירדזשיניע מאפע האבן רעפובליקאנער איבערגענומען די סעקרעטערי אף סטעיט פאזיציע אין קענטאקי און אטוירני דזשענעראל אמטן אין קענטאקי און אין מיסיסיפי און געמאכט אנגעצויגן שיינע געוואונסן אין טראמפ דיסטריקטן אין ניו דזשערסי
*
אין די ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין אינדיאנא איז העימאנד מעיאר טאמאס מקדערמאט געווארן די איינציגסטע דעמאקראט צו לויפן נאך וואס דער אמטירנדער קאנגרעסמאן פיט וויסקלאסקי האט היינט געמאלדן אז ער רעטייערט פון קאנגרעס
וויסקלאסקי איז שוין אין קאנגרעס זינט 1984 למספרם און די דיסטריקט איז פארזיכערט בלוי
*
אין די דערנעבנדיגע צווייטע קאנגרעסיאנלע דיסטריקט אין אינדיאנא לויפט די אמטירנדע קאנגרעספרוי דזשעקי וואלארסקי פאר ווידערערוויילונג און פעט העקאט איז די איינציגסטע דעמאקראט געמאלדן צו לויפן אקעגן איר
וואלארסקי איז געווארן ערוועלט צום ערשטן מאל אין 2004 למספרם מיט א ריזיגע מערהייט און אין 2006 למספרם גרינג געוואונען ווידערערוויילונג פארקלאפנדיג דעמאקראטן פון ארויסשטעלן א קאנדידאט אקעגן איר אין 2008 למספרם אבער אין 2010 למספרם איז זי שמאלבאזיגט געווארן דורך דזשאו דאנעלי מיט 1% אבער צו איר מזל האט דאנעלי בלויז געוואלט בארגן איר זיץ און עס נוצן פאר שפרונג ברעט צום סענאט און צוויי יאר שפעטער האט ער טאקע פריי געמאכט דעם זיץ ווערנדיג סענאטאר פאר ביז 2018 למספרם ווען מייק בראון האט אים פון דארט ארויסגעשטויסן
אין 2012 למספרם האט פרוי וואלערסקי באוויזן צוריקצונעמען איר זיץ אבער דאסמאל אלץ מיט איר פריערדיגע פארלוסט אויף איר רעקארד איז עס איר קוים געלונגען באזיגנדיג א פרישע דעמאקראט מיט 1%
ביי די צוויי נאכפאלגענדע ווידערערוויילונג פארמעסטן איז געווען צוויי גוטע רעפובליקאנע סעזאנען און זי האט ביידע מאל געוואנען מיט נאנט צו צוואנציג % און ביי די פארלאפענע מידטוירמס ווען רעפובליקאנער האבן געהאט א שווערע צייט איז אבער אינדיאנא יא געווען לייכטער פאר רעפובליקאנער און זי האט געוואונען מיט 10%
*
טשעיס עקזעקוטיוו דזשעיני דיימאן רייסט ארונטער עליזאבעט ווארען פארן נוצן נעגאטיווע אויסדרוקן אקעגן רייכע סוקסעספולע לייט
דיימאן זאגט אז מיר דארפן אפלאדירן סוקסעספולע מענטשן
*
דזשאו ביידען האט נעכטן ביי א פאנדרעיזער וועלכע האט פארגעטעלט צוויי מאכטפולע רייכע לייט פון די עליטע אראפגעריסן עליזאבעט ווארען אלץ אן עליטיסט
*
א גרופע פון אלאסקא וויילער האבן זיך געוואנדן צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן אז זיי זאלן אויסקלארן אויב איבערגעטריבענע באגרעניצונגען אויף וויפיל אינדיווידועלן מעגן ביישטייערן צו פאליטישע קאמפיינס איז קאנסטיטוציאנאל
סטעיטס לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן האבן פארשידענע געזעצן ווען עס קומט צו געבן געלט פאר פאליטישע קאנדידאטן וועלכע לויפן פאר אפיס און אלאסקא ערלויבט צו געבן בלויז 500 דאלער דורכאויס א גאווערנאר פארמעסט און איינוואוינער באקלאגן זיך אז נעמענדיג אין באטראכט אז קאנדידאטן דארפן אריימקרייזן א סטעיט וואס איז ריזיג אין שטח און עס קומט אן פיל שווערער צו קאמפיינען און דעקן די גאנצע סטעיט וואלט די פאנדרעיזינג געזעצן געדארפט זיין לייכטער
צום ביישפיל מינעסאטא וועלכע איז איבער זיבן מאל קלענער אין שטח ווי אלאסקא ערלויבט צו גיבן איבער אכט מאל אזויפיל פאר קאנדידאטן וויפיל אלסאקא ערלויבט און די מינעסאטע געזעץ איבער וויפיל מען קען ביישטייערן איז ניטאמאל די גרינגסטע אין לאנד נאר באטרעפט די מיטלגארטיגע ביישטייערונג סומע ווען מען קוקט אין קאנטראסט צו אנדערע סטעיטס
די סופרים קאורט האט שוין אין די פארגאנגענהייט אדרעסירט די פראגע אבער דאן גערעדט פון א באגרעניוצונג נאף שארפער ווי די פון אלאסקא ווען די געריכט האט גע'פסל'ט א געזעץ אין ווערמאנט וועלכע האט בלויז ערלויבט צו ביישטייערן 400 דאלער צו א סטעיטווייד קאנדידאט און 200 דאלער צו א סטעיט רעפרעזענטאט אין לויף פון צוויי יאר און די סומע איז וואלט זיך געטוישט ווען אינפלאציע טוישט זיך
יענע 400 דאלער באגרעניצונג וואלט אויסגעקומען העכער ווי 500 דאלער לויט די היינטיגע אינפלאציע ראטע און דאס באדייט אז די היינטיגע אלאסקא געזעץ קען אויך נישט זיין אויסגעהאלטן לויט יענע סופרים קאורט פרעצעדענט
די פראבלעם איז אז יענע סופרים קאורט אורטייל האט געשאפן א קאמפליצירטע צוגאנג איבער ווי אזוי סטעיט זאלן באשליסן ווען א באגרעניצונג איז איבערגעטריבן און נישט אויסגעהאלטן און סטעיטס האבן עס אויסגעטייטשט אויף פארשידענע וועגן געוואנדן אין וועלכע ראיאן זי געפונט זיך און אזויפיל ווי פיר קרייז געריכטן האבן שוין באהאנדלט אזעלכע קעיסעס און יעדע פון זיי מיט אן אנדערע צוגאנג צו די פראגע ווען טייל האבן געשריבן אז סיי וועלכע באגרעניצונג איז אומלעגאל און אנדערע האבן פארשטאנען אז מען קען יא עטוואס באגרעניצן וויפיל מען קען גיבן פאר קאמפיינס
אויב זאל די סופרים קאורט אויפנעמען די אלאסקא קעיס וועט זי האבן א שאנס קלארצושטעלן איינמאל פאר אלעמאל ווי אזוי נידריגע געריכטן זאלן צוגיין צו אזעלכע קעיסעס אין די צוקונפט
צוריק אין 1976 למספרם האט די סופרים קאורט באהאנדלט א לענדמארק קעיס איבער קאמפיין פינאנץ געזעצן און די ערשטע אמענדמענט וועלכע שטעלט צו פרייהייט פאר אלע או די געריכט האט געשריבן אז קאמפיין פינאנץ באגרעניצונגען דארפן געהאלטן ווערן צו א שטרענגע איבערזיכט און ווערן קאנטראלירט צו ווערן דורכגעפירט בלויז אין פאל פון פארשטענדליכע סיבות
אין יענע ספעציפישע פאל האט זיך עס געהאנדלט פון א טויזנט דאלערדיגע מאקסימום געזעץ (היינט האלט עס שוין ביי 4600) און די געריכט האט עס ערלויבט נאך וואס די רעגירונגהאט וגעשטעלט גענונג באווייז אז מער פון דעם קען פירן צו ביישטייערונגען פון מענטשן אין אויסטויש פאר טובות וואס קאנדידאטן וועלן צוריקצאלן איינמאל זיי זענען ערוועלט
זינט דאן האט שוין די געריכט עטליכע מאל ווידערהאלט אז קאמפיין פינאנץ געזעצן זקענען זיין קאנסטיטוציאנאל איון די ריכטיגע פלאץ מיט די ריכטיגע צוגאנג און פאר די ריכטיגע צוועקן און דעריבער ערווארטן נישט עקספערטן אז די געריכט וועט טאטאל עלימינירן קאמפיין פינאנץ מיטן ווארצל אבער אויב די געריכט אקצעפטירט די קעיס קענען זיי יא מעגליך פארבאטן אזא עקסטרעם שטארקע באגרעניצונג ווי עס איז אין אלאסקא
אצינד קומט די נייעס אז די סופרים קאורט האט ארויפגעלייגט די פראגע אויף זייער ליסטע פון קעיסעס אין וועלכע זיי וועלן אריינקוקן ביי זייער פריוואטע קאנפרענץ דעם פרייטאג און מעגליך אז מאנטאג וועט מען הערן אויב זיי אקצעפטירן עס אויסצוהערן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך נובעמבער 06, 2019 12:00 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 11:46 am

הכל הבל האט געשריבן:אין אינדיאנא לויפט די אמטירנדע קאנגרעספרוי דזשעקי וואלארסקי פאר ווידערערוויילונג אין די ערשטע קאנגרעסיאנלע דיסטריקט און אצינד איז העמאנד מעיאר טאמאס מקדערמאט געווארן די ערשטע דעמאקראט צו אונטערנעמען א פארמעסט אקעגן איר

צ"ל צווייטע קאנגרעסיאנלע דיסטריקט, די אינקאמבענט קאנגרעסמאן פון די ערשטע דיסטריקט איז א דעמאקראט און האט היינט געמאלדן רעטייערמענט

אלנפאלס, א גרויסען יישר כח פאר די טעגליכע באריכטן, מיר זענען זיך ממש מחי' דערמיט.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 11:59 am

ליבלעך האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין אינדיאנא לויפט די אמטירנדע קאנגרעספרוי דזשעקי וואלארסקי פאר ווידערערוויילונג אין די ערשטע קאנגרעסיאנלע דיסטריקט און אצינד איז העמאנד מעיאר טאמאס מקדערמאט געווארן די ערשטע דעמאקראט צו אונטערנעמען א פארמעסט אקעגן איר

צ"ל צווייטע קאנגרעסיאנלע דיסטריקט, די אינקאמבענט קאנגרעסמאן פון די ערשטע דיסטריקט איז א דעמאקראט און האט היינט געמאלדן רעטייערמענט

אלנפאלס, א גרויסען יישר כח פאר די טעגליכע באריכטן, מיר זענען זיך ממש מחי' דערמיט.

יישר כח ארן אויפמערקן

מיר האבן בטעות צוזאמגעקוגלט אפדעיטס אין צוויי דיסטריקטן און עס איז שוין איצט פארראכטן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 12:45 pm

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך לך






*
באזונדער וועט די סענאט שטימען פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון געוועזענע ארקענסאו סאליסיטאר דזשענעראל לי ראדאפסקי פאר די מזרח ארקענסאו דיסטריקט
*


אפשטימונג פאראויסצורוקן נאמינאציע אדורך מיט 51-41 אויף פארטייאישע ליניעס און וועט מארגן ווערן אויפגעברענגט פאר ענדגילטיגע אפשטימונג

שטילער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 1:14 pm

זייער הנאה געהאט.. ספעציעל קלאר די נעכטיגע פארמעסטן.

א דאנק הבל!!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 1:19 pm

שטילער האט געשריבן:זייער הנאה געהאט.. ספעציעל קלאר די נעכטיגע פארמעסטן.

א דאנק הבל!!!

קיינע חידושים איבער די נעכטיגע פארמעסטן און עס נישט געפלאנט צו באשרייבן
פשוט באשלאסן אין די לעצטע מינוט געציהלט צו פארמיידן א פלוס פון תגובות פארוואס איך קאמענטיר נישט גארנישט איבער די וואל רעזולטאטן
האב איך דען "קאמענטירט"? א מכה!
בלויז געמאכט אן איינפאכע קורצע סך הכל פון ברייט באקאנטע פאקטן מיינונגען און אנאליזן וועלכע זענען שוין פילייכט אלע געווארן אויסגעשמועסט דורך אנדערע

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 2:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:
שטילער האט געשריבן:זייער הנאה געהאט.. ספעציעל קלאר די נעכטיגע פארמעסטן.

א דאנק הבל!!!

קיינע חידושים איבער די נעכטיגע פארמעסטן און עס נישט געפלאנט צו באשרייבן
פשוט באשלאסן אין די לעצטע מינוט געציהלט צו פארמיידן א פלוס פון תגובות פארוואס איך קאמענטיר נישט גארנישט איבער די וואל רעזולטאטן
האב איך דען "קאמענטירט"? א מכה!
בלויז געמאכט אן איינפאכע קורצע סך הכל פון ברייט באקאנטע פאקטן מיינונגען און אנאליזן וועלכע זענען שוין פילייכט אלע געווארן אויסגעשמועסט דורך אנדערע

א ריזיגן יישר כוח!

כ'וואלט זייער געוואלט זעהן נאך אזעלכע "נישט קאמענטארן"...!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 2:25 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
שטילער האט געשריבן:זייער הנאה געהאט.. ספעציעל קלאר די נעכטיגע פארמעסטן.

א דאנק הבל!!!

קיינע חידושים איבער די נעכטיגע פארמעסטן און עס נישט געפלאנט צו באשרייבן
פשוט באשלאסן אין די לעצטע מינוט געציהלט צו פארמיידן א פלוס פון תגובות פארוואס איך קאמענטיר נישט גארנישט איבער די וואל רעזולטאטן
האב איך דען "קאמענטירט"? א מכה!
בלויז געמאכט אן איינפאכע קורצע סך הכל פון ברייט באקאנטע פאקטן מיינונגען און אנאליזן וועלכע זענען שוין פילייכט אלע געווארן אויסגעשמועסט דורך אנדערע

א ריזיגן יישר כוח!

כ'וואלט זייער געוואלט זעהן נאך אזעלכע "נישט קאמענטארן"...!!

עס איז מיר באמת א כבוד אייער אינטערסע אבער איך האב נישט "געשפילט האמבעלד.." ביים שרייבן די תגובה
איך האב עס געמיינט אויף אן אמת
מיין ויהי ממחרת באירכט האט אנטהאלטן קיינע חידושים
טא וואס איז די גדולה ?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 2:31 pm

הכל הבל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
שטילער האט געשריבן:זייער הנאה געהאט.. ספעציעל קלאר די נעכטיגע פארמעסטן.

א דאנק הבל!!!

קיינע חידושים איבער די נעכטיגע פארמעסטן און עס נישט געפלאנט צו באשרייבן
פשוט באשלאסן אין די לעצטע מינוט געציהלט צו פארמיידן א פלוס פון תגובות פארוואס איך קאמענטיר נישט גארנישט איבער די וואל רעזולטאטן
האב איך דען "קאמענטירט"? א מכה!
בלויז געמאכט אן איינפאכע קורצע סך הכל פון ברייט באקאנטע פאקטן מיינונגען און אנאליזן וועלכע זענען שוין פילייכט אלע געווארן אויסגעשמועסט דורך אנדערע

א ריזיגן יישר כוח!

כ'וואלט זייער געוואלט זעהן נאך אזעלכע "נישט קאמענטארן"...!!

עס איז מיר באמת א כבוד אייער אינטערסע אבער איך האב נישט "געשפילט האמבעלד.." ביים שרייבן די תגובה
איך האב עס געמיינט אויף אן אמת
מיין ויהי ממחרת באירכט האט אנטהאלטן קיינע חידושים
טא וואס איז די גדולה ?

אין די אידישע וועלט זענען די בעסט גאואינג ספרים די ליקוטים ספרים וואס ברענגען צוזאם אלע דעות אויף א יעדן ענין.

דיין צוזאמנעמען א זאך אזוי שיין פון אלע זייטן קורץ אין צום פינטל איז אפט מאהל אסאך אינטערסאנטער ווי בלויז חידושים!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 2:32 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
שטילער האט געשריבן:זייער הנאה געהאט.. ספעציעל קלאר די נעכטיגע פארמעסטן.

א דאנק הבל!!!

קיינע חידושים איבער די נעכטיגע פארמעסטן און עס נישט געפלאנט צו באשרייבן
פשוט באשלאסן אין די לעצטע מינוט געציהלט צו פארמיידן א פלוס פון תגובות פארוואס איך קאמענטיר נישט גארנישט איבער די וואל רעזולטאטן
האב איך דען "קאמענטירט"? א מכה!
בלויז געמאכט אן איינפאכע קורצע סך הכל פון ברייט באקאנטע פאקטן מיינונגען און אנאליזן וועלכע זענען שוין פילייכט אלע געווארן אויסגעשמועסט דורך אנדערע

א ריזיגן יישר כוח!

כ'וואלט זייער געוואלט זעהן נאך אזעלכע "נישט קאמענטארן"...!!

עס איז מיר באמת א כבוד אייער אינטערסע אבער איך האב נישט "געשפילט האמבעלד.." ביים שרייבן די תגובה
איך האב עס געמיינט אויף אן אמת
מיין ויהי ממחרת באירכט האט אנטהאלטן קיינע חידושים
טא וואס איז די גדולה ?

אין די אידישע וועלט זענען די בעסט גאואינג ספרים די ליקוטים ספרים וואס ברענגען צוזאם אלע דעות אויף א יעדן ענין.

דיין צוזאמנעמען א זאך אזוי שיין פון אלע זייטן קורץ אין צום פינטל איז אפט מאהל אסאך אינטערסאנטער ווי בלויז חידושים!!



אקעי וויל טעיק איט.. שקועיך!

בלעכענער פנים
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:21 pm

יישר כח ר' הבל אונז האב מיר הנאה יעדן טאג באזונדער קיפ איט אן

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:27 pm

הויעך האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:א גרויסען שכויעך פאר די נייעסלעך און די שיינע באריכט
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”