א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג נובעמבער 03, 2019 9:54 pm

יישר כח הבל פאר די באריכט

מיט הנאה

מצב כללי

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג נובעמבער 03, 2019 10:01 pm

טענקס הבל.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 03, 2019 10:33 pm

א דאנק הבל, איך בעהט נאכאמאל אויב דו קענסט שרייבען א ״זעלטענע״ אפהאנדלונג איבער אומפיטשמענט עס וואלט מיר געוועהן אינטערסאנט צו פארשטיין די לעגאלע חלקים. טענקס אין עדווענס.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:20 pm

שקר האט געשריבן:איין זאך באווינדער איך הרב @הבל ווי ער לאזט זיך אראפ צי יעדען ווי א טאטע צי א קינד ווי א מלמד צי א תלמיד יעדע זאך ענפערט ער מיט אזא געדולד.אפילו גרייט צי נעמען קריטיק און פארעכטן. דאס וואס ער שטעלט צי פאר אינז כאילו אינז צאלן יעדען טאג צי קענען ליינענען זיינע הערליכע באריכטען

און סיז נאר מער פון דעם... די וועג וויזוי ס'גייט צו קוקט אויס ווי הכל הבל פיהלט אז ער איז שולדיג די ענטפער! אמער ער קריגטעך באצאלט טאפ דאללער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:30 am

מאנטאג לך

צענדליגער טויזנטער פאקיסטאנער האבן זיך פארזאמלט אין די הויפטשטאט איסלאמאבאד פאר א דריי טאג קומזיץ סטיל פראטעסט צו פארלאנגען די רעזיגנאציע פון פרעמיער מיניסטאר אימראן קהאן
די פראטעסט איז פאררופן געווארן דורך די איסלאמישע קלעריק מאולאנא פאזלאר און האט פארבאטן פרויען אנטייל צו נעמען
*
אין איראק האבן אויטאריטעטן אומגעברענגט אמווייניגסטנס דריי און פארוואונדעט ניינצן פרובירנדיג צו צושפרייטן א ווילדע פראטעסט אינדרויסן פון די איראנע אמבאסאדא אין קארבאלא
*
אזיאנע לענדער פלאנען אונטערצושרייבן די וועלט גרעסטע ראיאנאלע האמדלס פאקט צווישן זיך און זיי זאגן אז אויב אינדיע וועט ווייטער צעגערן וועלן זיי פאראויסגיין דערמיט אויך אן די אינדיאנער
*
נעכטן הערן פון האנדלס סעקרעטאר ווילבאר ראס אז די אונטערשרייבן צערעמאניע פון די ערשטע פאזע פון די אמעריקאנע כינעזע האנדל אפמאך וועט מעגליך פארקומען אין כינע איז געקומען אן אפדעיט פון פרעזידענט טראמפ אז עס וועט פארקומען אין די פאראייניגטע שטאטן
*
פרעזידענט טראמפ גייט היינט נאכט קאמפיינען אין לעקסינגטאן קענטאקי פאר גאווערנאר מעט בעווין וועלכע שטייט אויס א שווערע ווידערערוויילונג פארמעסט און אן אנקעטע לעצטנס האט אים געשטעלט גלייך אויף גלייך מיט זיין דעמאקראישן אפאנענט ענדי באשאר
*
זיך ערוועקנדיג צו נאכאנאנדע אלארמען אז די טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין האט געשאפן א פרעצעדענטאלזע דיזשיטעל קאמפיין אפאראטוס וועלכע וועט זיין שווער פארן עווענטועלן דעמאקראטישן נאמיני איבערצוקומען האט א דעמאקראטישע גרופע אצינד געמאלדן אז זיי שאפן א 75 מיליאן דאלערדיגע דידזשיטאל קאמפיין מאשין
די אונטערנעמונג וועט באקומען ראט פון דעיוויד פלוף, דער געוועזענע קאמפיין מענעדזשער צו פרעזידענט אבאמא
*
בערני סאנדערס האט נעכטן געהאט א קאמפיין ראלי אין מינעסאטע ווי עס האט אויפגעטרעטן אין זיין שטיצע קאנגרעספרוי אילהאן אומאר
*
פיט בוטידזשעדזש אנגעפרעגט איבער א לעצטיגע אנקעטע וועלכע צייגט שטארקייט פאר פרעזידענט טראמפ אין א רייע סווינג שטאטן: עס איז אן ערנסטע גרייז פאר אונז צו טראכן אז אמעריקאנער גייען אוועקשפאצירן פון טראמפ
מיר זענען נאך ווייט אוועק פון די וואלן אבער עס איז א גוטע דערמאנונג איבער די שוועריקייט וועלכע עס גייט זיין אין געוויסע סטעיטס
*
אוסטין איז די גרעסטע ליבעראלע פעסטונג אין טעקסאס און לאקאלע אויטאריטעטן האבן פאר לאנג געדולדעט די היימלאזע באזעצעניש אין שטאט וועלכע איז געשטיגן מיט יעדן פארבייגייענדן טאג
גאווערנאר גרעג אבאט האט אבער געווארנט אז ער וועט נישט צולאזן אז די סיטי זאל פארוואנדלט ווערן אין נאך א לאס אנזשעלעס אדער סאן פראנציסקא און ווען ער איז איגנארירט געווארן האט ער באלאסן צואויטריזירן אן אפעראציע וועלכע איז היינט געלאזט געווארן אין גאנג אויפצולעזן די געצעלטן וועלכע האבן פארפלייצט די ארטיגע גאסן און פארשיקן די היימלאזע וועלכע האבן זיך דארט פלאצירט
*
אנטיפא מיטגליד צוגעטיילט א נאנט צו זעקס יעריגע טורמע טערמין נאכן אנגרייפן און אטאקירן א קאנסערוואטיווע פראטעסטירער
*
אנדרע בארטאן איז א דזשאמעיקא אפשטאמיגער און האט עמיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן אום 1989 למספרם אונטער די B-2 באזוכער וויזא פראגראם
דריי יאר שפעטער איז ער געווארן א געזעצליכע פערמענאנטע רעזידענט אין 1996 למספרם, עטליכע מאנאטן איידער עס איז געווארן זיבן יאר זינט ער האט באטראטן דעם אמעריקאנע באדן איז ער געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אין דריי פעלאניס (ווילדע איבערפאל, ערשטע גראד קרימינאלע שעדיגן פראפערטי און די באזיץ פון געווער אין די צייט פון דורכפירן א פעלאני)
אין יאר 2007 און 2008 למספרם איז ער געווארן אנגעקלאגט און באשולדיגט אין פארלעצן סטעיט געזעצן פון די סטעיט דזשארדזשיע דורכן פארמאגן אומלעגאלע געווירצן אין זיין באזיץ און דאן איז נתמלא סאתו און די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט איז זאט געווארן פון אים און האט אים געשיקט א נאטיץ שרייבנדיג אז זיי ווילן אים אהיימשיקן
בארטאן האט אנערקענט צוויי פארברעכנס באגאנגען אבער געלייקנט אנדערע צוויי און פארלאנגט אפצורופן די רימאוועל ארדער זינט ער איז א לעגאלע רעזידענט אין לאנד
דער אימיגראציע ריכטער האט אקצעפטירט זיין הודאה אויף די צוויי פארברעכנס און די רעגירונג האט עווענטועל צוריקגעצויגן פון זייער קאמף איבער די אנדערע צוויי קלאגעס
בארטאן האט דאן געפיילט אן אפליקאציע אפצורופן זיין רימאוועל ארדער אונטער די געזעץ וועלכע ערלויבט דעם אטוירני דזשענעראל עס צו טוהן אויב דער לעגאלע רעזידענט האט שוין געוואוינט אין לאנד פאר זיבן יאר
די רעגירונג האט אבער גע'טענה'ט אז די פריווילעגיע פון אפרופן א רימאוועל ארדער נאכן וואוינען אין לאנד זיבן יאר איז בלויז אויב מען האט געוואוינט מען איז נישט באגאנגען קיין פארברעכן דורכאויס די זיבן יאר אפשניט אבער אויב פארברעכן ווערן באגאנגען דאן ווערט די ציילונג פון זיבן יאר אפגעהאקט און די פארברעכן וועלכע בארטאן איז באגאנגען אין 1996 למספרם איז אויסגעקומען פונקט מיט עטליכע מאנאטן איידער עס איז געווארן זיבן יאר פון זיין אימיגרירן קיין אמעריקא
בארטאן פון זיין זייט האט אבער געשריגן אז די פארשריפט פון נישט קענען אפרופן דעפארטאציע אין פאל פון א פארברעכן אין לויף פון די זיבן יאר איז בלויז גילטיג אין פאל וואס דער אימיגראנט זוכט דאן צו באקומען לעגאלע רעזידענץ אין לאנד און דאן לויטעט די אויבנדערמאנטע פארשריפט אז די פארברעכן באגאנגען איידער די ענדע פון די שמיטה טוט דעקוואלאפיצירן די פארלאנג פאר לעגאלע רעזידענץ און דערקלערן דעם אמיגראנט אלץ אומאקצעפטירט אין לאנד און אויטאמאטיש אוועקנעמען די רעכט פון די אטוירני דזשענעראל אפצוהאלטן דעפארטאציע ארדערס
אבער אין פאל וואס דער אימיגראנט איז שוין א לעגאלע רעזידענט איז דאך נישט שייך צו זאגן אז די באגאנגענע פארברעך זאל דערקלערן דעם אימיגראנט "אומאקצעפטירט אין לאנד" וועלכע באדייט אז די אפליקאציע פאר לעגאלע רעזידענץ ווערט אפגעווארפן ווייל דער אימיגראנט אין אונזער פאל איז דאך שוין א לעגאלע רעזידענט און מען קען נישט אפווארפן זיין רעכט (פאר לעגאלע רעזידענץ) אין די צייט וואס ער פארלאנגט עס אפילו נישט צו באקומען (זינט ער האט זיך שוין פארזיכערט דערמיט פון בעפאר) און איינמאל ער קען שוין נישט ווערן דערקלערט אלץ אומאקצעפטירט איז מער נישט דא די באגרעניצונג אויף אפהאלטן זיין דעפארטאציע און דער אטוירני דזשענעראל קען יא פארארדענען אים צו האלטן אין לאנד
די אימיגראציע ריכטער האט אבער געגעבן רעכט פאר די רעגירונג און דערנאך האט אן אפעלאט באורד פון אימיגראציע ריכטער עס ווידערהאלט שרייבנדיג אז די איינפאכע שפראך אין די געזעץ שרייבט ארויס גאנץ קלאר אז די פארשריפט אפצושטעלן דיע זיבן יאר פעריאד איז נישט אנגעוואנדן אויב דער אימיגראנט זוכט צו באקומען לעגאלע רעזידענץ (קען אבער זיין אז עס מיינט לרבות אויב ער זוכט נישט קיין לעגאלע רעזידענץ בכלל אבער אויב האט ער עס געזוכט און שוין באקומען איז מען יא נתמעט און אזוי ווי בארטאן שרייט)
דערנאך איז די קעיס אנגעקומען צו די עלפטע סירקוט קאורט וועלכע האט ווידער באשטעטיגט די רעגירונג פאזיציע און ארויסגעברענגט אז די צווייטע, דריטע, און פיפטע קרייז געריכטן האבן אלע אויך אזוי געאורטיילט אין אנדערע קעיסעס און אז בלויז די ניינטע סירקוט קאורט האט יא גענומען די סארט פאזיציע וועעלכע בארטאן ארגומענטירט
פאריאר דעצמעבער דעם פעטן למספרם האט די סופרים קאורט אקצעפטירט די קעיס צו באשליסן וועלכע קרייז געריכט איז גערעכט
היינט מאנטאג קומען פאר די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס
*
א פאליציאנט אין קענסאס אויף פאטראל האט דורכגעפירט א רעגיסטראציע אונטערזוכונג אויף א לייסענס פלעיט פון א פיקאפ טרעקל און אנדעקט אז דעם יעניגן'ס לייסענס איז געווארן סוספענדירט
נו, די געלעגנהייט אפצושטעלן יענעם איז ווי אריינגעפאלן אין זיין האנט ווי א רייפע טאמאטע אבער גיי ווייס אויב דער וואס פירט דער טרעקל איז דער אייגנטומער דערפון, מעגליך אז יענער האט פארבארגט זיין טראק פאר א פריינט זינט ער קען עס נישט נוצן ביז ער איז מסדר זיין לייסענס
דער פאליציאנט האט פרובירט זיין שאנס און אפגעשטעלט דעם דרייווער לראות למי החותמת און צו זיין גליק
האט ער ווירקליך אנגעטראפן דעם אייגנטומער, א מאן מיטן נאמען גלאווער וועם ער האט זעלבספארשטענדליך צוגעטיילט די פאסיגע שטראף פאר פארלעצן די קענסאס סטעיט טראפיק געזעץ
יענער האט זיך אבער נישט געפוילט און געלאפן אין געריכט מיט א טענה אז זינט דער אפיציר האט נישט געוואוסט פון פאראויס אויב ער שטעלט אפ דעם אייגנטומער אדער א צווייטער וועלכע האט עס בלויז געבארגט האט ער צוליב דעם נישט געהאט קיין עכטע סיבה אפצושטעלן אן אומשולדיגע דרייווער וועלכע איז נישט באגאנגען קיין שום דרייווער פארלעצונג אויסער אן אומבאשטעטיגטע פארדאכט אז מעגליך איז עס דער אייגנטומער אליינס וועמענס לייסענס איז סוספענדירט און אים אפצושטעלן איז א פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט
די סטעיט געריכט האט אים געגעבן גערעכט אבער די אפעלאט האט נישט איינגעשטימט דערמיט
דערנאך האט די סטעיט סופרים קאורט אנידערגעשטימט די פסק פונעם נידריגן געריכט און די סופרים קאורט אין וואשינגטאן האט באוויליגט אריינצוקוקן אין די פראגע
היינט מאנטאג קומען פאר די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:40 am

די גערעכט קעיסעס זענען מיין פעיווערעט...

איך עגרי מיט בוטעדזשעדזש, די דעמעקראטן האבן זיך איינגערעדט אז טראמפ איז א וואן טוירם פרעזידענט ביי דיפאלט... יעצט נעמען זיי זיך דערצו...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:46 am

מטעמים האט געשריבן:א דאנק הבל, איך בעהט נאכאמאל אויב דו קענסט שרייבען א ״זעלטענע״ אפהאנדלונג איבער אומפיטשמענט עס וואלט מיר געוועהן אינטערסאנט צו פארשטיין די לעגאלע חלקים. טענקס אין עדווענס.

עס איז מיר אן עהרע צו הערן אז עס וואלט אייך געווען אינטערסאנט מיין אפהאנדלונג אבער איך האב עס דערווייל נישט געטוהן צוליב וואס די טעמע מאנגלט נאך אין פארשטעלן עכטע און ערנסטע פראגן וועלכע פארדינען א באהאנדלונג

געוויס קען די איצטיגע סומאטוכע עווענטועל ווערן דעצידירט אין די געריכטן, אמווייניגסטנס פראצעדור פראגן ווי מען זעהט טאקע די נייע צוגאנג פון א רייע מענטשן וועלכע האבן ערהאלטן סובפינעס און האבן באשלאסן אראפצוקוילערן די טאבע צום געריכט שטראז אז ריכטער זאלן באשליסן אויב זיי מוזן אויפטרעטן און אלע פיר וועלכע האבן היינט געברויכט ערשיינען פארנט פון די קאמיטע האבן דערווייל אנגענומען די צוגאנג
אבער די הויפט פראגע איז אימפיטשמענט זעלבסט און דאס איז א פאליטישע און דעריבער איז נישטא צופיל געריכטליכע יוריסדיקציע דערויף און מען קען דעבאטירן טאג און נאכט איבער פרעצעדענט, ישרות, פארטייאישקייט און איבער דעם האב איך נישט צופיל וואס צוצוגעבן נאך וואס אומצאליגע בלעטער פון דעבאטעס און ארגומענטן אויף ביידע זייטן פונעם פאליטישן ספעקטרום זענען שוין געשריבן געווארן דא אויף אייוועלט פון אזויפיל חשוב'ע ניקים כל אחד בשמו הטוב יבורך
עס דוכט זיך אז אויב מען זאל צוזאמענעמען די אלע בלעטער און עס פארעפנטליכן אין פארעם פון א בוך וועט עס גאנץ שנעל פארוואנדלט ווערן אין א בעסט סעלער אויף די אידישע מארק
איך האלט נישט אז שרייבן אן אנאליז וועט עפעס מחדש זיין און קען בלויז נעמען א שטעלונג אויף ארגומענטן וועלכע זענען שוין געמאכט געווארן דא דורך איינער אדער מערערע אדער אורטיילן אז ראובן איז גערעכט מיט פוינט פלוני און שמעון מיט א צווייטע נקודה
נו, די אלע וועם מיין אורטייל וועט נישט שמעקן וועלן פרעגן מיט רעכט האחד בא לגור וישפוט שפוט?!
דעריבער דארף מען ווארטן און נאכפאלגן די אנטוויקלונגען ווי אזוי זיי וועלן זיך פירן און אויב דורכאויס דעם וועג וועט זיין עפעס א חידוש אדער אפילו א פערספעקטיוו וועלכע איז גענוג שטארק צו באדערן אנדערע דערמיט וועל איך מיך גערן לאזן הערן..

בכל אופן, יישר כח פאר די פידבעק!
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:20 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:49 am

מצב כללי האט געשריבן:יישר כח הבל פאר די באריכט

מיט הנאה

מצב כללי

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:51 am

כ'גיי ארויס פון התפעלות פון די קלארקייט וויאזוי דו לייגסט אראפ די קאמפליצירסטע געריכט קעיסעס!
יישר כוח הכל!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:17 am

א גרויסען ישר כח @הבל נאכאמאל א הפלדיגע ארבעט ממש .......
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:19 am

הויעך האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:א גרויסען שכויעך פאר די נייעסלעך און די שיינע באריכט
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:22 am

הכל הבל האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:א דאנק הבל, איך בעהט נאכאמאל אויב דו קענסט שרייבען א ״זעלטענע״ אפהאנדלונג איבער אומפיטשמענט עס וואלט מיר געוועהן אינטערסאנט צו פארשטיין די לעגאלע חלקים. טענקס אין עדווענס.

עס איז מיר אן עהרע צו הערן אז עס וואלט אייך געווען אינטערסאנט מיין אפהאנדלונג אבער איך האב עס דערווייל נישט געטוהן צוליב וואס די טעמע מאנגלט נאך אין פארשטעלן עכטע און ערנסטע פראגן וועלכע פארדינען א באהאנדלונג

געוויס קען די איצטיגע סומאטוכע עווענטועל ווערן דעצידירט אין די געריכטן, אמווייניגסטנס פראצעדור פראגן ווי מען זעהט טאקע די נייע צוגאנג פון א רייע מענטשן וועלכע האבן ערהאלטן סובפינעס און האבן באשלאסן אראפצוקוילערן די טאבע צום געריכט שטראז אז ריכטער זאלן באשליסן אויב זיי מוזן אויפטרעטן און אלע פיר וועלכע האבן היינט געברויכט ערשיינען פארנט פון די קאמיטע האבן דערווייל אנגענומען די צוגאנג
אבער די הויפט פראגע איז אימפיטשמענט זעלבסט און דאס איז א פאליטישע און דעריבער איז נישטא צופיל געריכטליכע יוריסדיקציע דערויף און מען קען דעבאטירן טאג און נאכט איבער פרעצעדענט, ישרות, פארטייאישקייט און איבער דעם האב איך נישט צופיל וואס צוצוגעבן נאך וואס אומצאליגע בלעטער פון דעבאטעס און ארגומענטן אויף ביידע זייטן פונעם פאליטישן ספעקטרום זענען שוין געשריבן געווארן דא אויף אייוועלט פון אזויפיל חשוב'ע ניקים כל אחד בשמו הטוב יבורך
עס דוכט זיך אז אויב מען זאל צוזאמענעמען די אלע בלעטער און עס פארעפנטליכן אין פארעם פון א בוך וועט עס גאנץ שנעל פארוואנדלט ווערן אין א בעסט סעלער אויף די אידישע מארק
איך האלט נישט אז שרייבן אן אנאליז וועט עפעס מחדש זיין און קען בלויז נעמען א שטעלונג אויף ארגומענטן וועלכע זענען שוין געמאכט געווארן דא דורך איינער אדער מערערע אדער אורטיילן אז ראובן איז גערעכט מיט פוינט פלוני און שמעון מיט א צווייטע נקודה
נו, די אלע וועם מיין אורטייל וועט נישט שמעקן וועלן פרעגן מיט רעכט האחד בא לגור וישפוט שפוט?!
דעריבער דארף מען ווארטן און נאכפאלגן די אנטוויקלונגען ווי אזוי זיי וועלן זיך פירן און אויב דורכאויס דעם וועג וועט זיין עפעס א חידוש אדער אפילו א פערספעקטיוו וועלכע איז גענוג שטארק צו באדערן אנדערע דערמיט וועל איך מיך גערן לאזן הערן..

בכל אופן, יישר כח פאר די פידבעק!

איך ווער מעשוגע פון דיין שפראך...

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:26 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:

בארואיגט-אייך ....

:grin:

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:39 am

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג לך

*
אין איראק האבן אויטאריטעטן אומגעברענגט אמווייניגסטנס דריי און פארוואונדעט ניינצן פרובירנדיג צו צושפרייטן א ווילדע פראטעסט אינדרויסן פון די איראנע אמבאסאדא אין קארבאלא
*

איז נישט יעצט ערגעץ די 50טע יארטאג פון די איראנע פראטעסטען און קידנעפינג פון די אמעריקאנע אמבאסאדע?
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:39 am

הבל די מאכסט צוויי עקסטערע אשכול'ס
איינס פלען די נייעס
און איינס די געריכטען ?
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:47 am

הכל הבל האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:איך האב זייער הנאה געהאט הבל, שכח.
אויב נעמסטו פידבעק: איך פארשטיי אז יעדעם אינטערעסירט עפעס אנדערש. איך וואלט מער הנאה געהאט צו ליינען באריכטן וואס לאו דוקא אזויפיל פאליטיק.
שכח סייוויאזוי.

יישר!

לדוגמא, וועלכע סארט באריכטן?

לדוגמא איין מאל האט איר באשריבען עפעס א זייטיגע נושא (דאכזיך מיר די פרעזידנטס פליגער)
הק' יישר כח

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:51 am

הכל הבל האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:א דאנק הבל, איך בעהט נאכאמאל אויב דו קענסט שרייבען א ״זעלטענע״ אפהאנדלונג איבער אומפיטשמענט עס וואלט מיר געוועהן אינטערסאנט צו פארשטיין די לעגאלע חלקים. טענקס אין עדווענס.

עס איז מיר אן עהרע צו הערן אז עס וואלט אייך געווען אינטערסאנט מיין אפהאנדלונג אבער איך האב עס דערווייל נישט געטוהן צוליב וואס די טעמע מאנגלט נאך אין פארשטעלן עכטע און ערנסטע פראגן וועלכע פארדינען א באהאנדלונג

געוויס קען די איצטיגע סומאטוכע עווענטועל ווערן דעצידירט אין די געריכטן, אמווייניגסטנס פראצעדור פראגן ווי מען זעהט טאקע די נייע צוגאנג פון א רייע מענטשן וועלכע האבן ערהאלטן סובפינעס און האבן באשלאסן אראפצוקוילערן די טאבע צום געריכט שטראז אז ריכטער זאלן באשליסן אויב זיי מוזן אויפטרעטן און אלע פיר וועלכע האבן היינט געברויכט ערשיינען פארנט פון די קאמיטע האבן דערווייל אנגענומען די צוגאנג
אבער די הויפט פראגע איז אימפיטשמענט זעלבסט און דאס איז א פאליטישע און דעריבער איז נישטא צופיל געריכטליכע יוריסדיקציע דערויף און מען קען דעבאטירן טאג און נאכט איבער פרעצעדענט, ישרות, פארטייאישקייט און איבער דעם האב איך נישט צופיל וואס צוצוגעבן נאך וואס אומצאליגע בלעטער פון דעבאטעס און ארגומענטן אויף ביידע זייטן פונעם פאליטישן ספעקטרום זענען שוין געשריבן געווארן דא אויף אייוועלט פון אזויפיל חשוב'ע ניקים כל אחד בשמו הטוב יבורך
עס דוכט זיך אז אויב מען זאל צוזאמענעמען די אלע בלעטער און עס פארעפנטליכן אין פארעם פון א בוך וועט עס גאנץ שנעל פארוואנדלט ווערן אין א בעסט סעלער אויף די אידישע מארק
איך האלט נישט אז שרייבן אן אנאליז וועט עפעס מחדש זיין און קען בלויז נעמען א שטעלונג אויף ארגומענטן וועלכע זענען שוין געמאכט געווארן דא דורך איינער אדער מערערע אדער אורטיילן אז ראובן איז גערעכט מיט פוינט פלוני און שמעון מיט א צווייטע נקודה
נו, די אלע וועם מיין אורטייל וועט נישט שמעקן וועלן פרעגן מיט רעכט האחד בא לגור וישפוט שפוט?!
דעריבער דארף מען ווארטן און נאכפאלגן די אנטוויקלונגען ווי אזוי זיי וועלן זיך פירן און אויב דורכאויס דעם וועג וועט זיין עפעס א חידוש אדער אפילו א פערספעקטיוו וועלכע איז גענוג שטארק צו באדערן אנדערע דערמיט וועל איך מיך גערן לאזן הערן..

בכל אופן, יישר כח פאר די פידבעק!

ווי אזוי זאגט מען wow אין אידיש??

שטילער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 12:48 pm

דיין פעדער/שפראך אין ספעציעל דיין קלארקייט איז נתפעל צו ווערן!

ישר כח הבל!!

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 12:57 pm

שטילער האט געשריבן:דיין פעדער/שפראך אין ספעציעל דיין קלארקייט איז נתפעל צו ווערן!

ישר כח הבל!!

ענד וואט אבאוט די שכל און לעכטיגע מדות?

שכח!!

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 1:04 pm

שטילער האט געשריבן:דיין פעדער/שפראך אין ספעציעל דיין קלארקייט איז נתפעל צו ווערן!

ישר כח הבל!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 1:04 pm

אקעי גענוג
מיינע באקן זענען הייס..

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 1:24 pm

thank-you-sticky-note-002-c5e72.png
thank-you-sticky-note-002-c5e72.png (34.66 KiB) געזעהן 391 מאל
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:11 pm

איך גיי אנפאנגען זשאסט פרעגן קשיות ווייל איך גלייך די ענטפערס. א דאנק רבי הבל.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:47 pm

Wow today was amazing!! Thanks a lot
I hope you make money from writing :smile:

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 3:04 pm

הבל א דזשייגענטיק יישר כח. איך ליין אלס מיט גרויס אינטערעסע.
א קליינע קוועסטשן פאר דיין אנאליטיקל ריזאנינג בנוגע אימפיטשמענט:
דעפינישן אף היי קריימס גלייב איך איז א פאסיגער קאנדידאט אנצוקומען צום געריכט באנק און וועגן דעם איז דא וואס האלטן אז קוויד פרא קווא איז נאכנישט עק וועלט.
לענינינו, איז שוין אזא ענליכע זאך אנגעקומען אין קאורט צו קענען נוצן אלס פרעצעדענט?
אבסטראקשן אף דשאסטיס לכאורה יא ווייל אויף דעם איז ניקסאן געווארן אנגעקלאגט
פורדזשערי אויך ביי קלינטאן
וואס נאך פאלט אריין אין דעם גדר?

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”