א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אור
שר האלף
תגובות: 1943
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:40 pm

יישר הבל!
ברענגסט אריין א פרישקייט אינעםן טאג

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:55 pm

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג בראשית

*
ווי נעכטן באריכטעט זענען די נאמינאציעס פון סירקוט קאורט קאנדידאטן אזערדאן און מאנאשי געווארן אפגעשטפוט אויף די וואך אבער דערווייל האט די קאמיטע געקויפט פרישע צייט מיטן נישט דורכפירן די אפשטימונג היינט צוליב סקעדזשועל קאנפליקט פארבונדן מיט צערעמאניעס פארן פארשטארבענעם קאנגרעסמאן קאמינגס
*

נאך וואס די מאנאשי אפשטימונג איז די וואך געווארן צום צווייטן מאל אפגשטופט איז גרעהעם געפרעגט געווארן ואיב ער איז באזארגט איבער די נאמניאציע און האט געשיינט נישט צו זיין שטארק באזארגט דערוועגן רעאגירנדיג: ער איז גוט

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:19 pm

א גרויסען ישר כח הרה"ג ר' ........ הבל
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

שטילער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:47 pm

נאך מילך פליז ???

פיין געווען! ישר כח הבל!

Mister
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

תגובהדורך Mister » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 3:12 pm

הכל הבל האט געשריבן:*
נעכטן האבן מיר באריכטעט אז דזשארדזש פאפאדאפולוס איז אריינגעשפרונגען אין די פארמעסט איבערצונעמען רעזיגנירנדע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי קעטי היל
אויף די דעמאקראטישע זייט איז אויך ערווארטעט א פריימערי און צווישן אנדערן וועט ברייען קאפאריע באשליסן אין די קומענדיגע וואכן אויב ער וועט זוכן דעם זיץ
קאפאריע איז געווען די דעמאקראטישע קאנדידאט צוריק אין 2016 למספרם און ער האט דאן פארלוירן צום רעפובליקאנעם אמטירנדער קאנגרעסמאן נייט וועלכע האט אין 2018 למספרם פארלוירן צו היל (וועלכע איז אין 2016 למספרם פריימערי אריינגעקומען שוואכער ווי קאפאריע) און היל טוט אצינד רעזיגנירן
נייט זעלבסט האט אויך מעגליכע אפעטיט צו לויפן און אויב זאל נייט באזיגן פאפאדאפולוס און קאפאריע און נייט וועלן זיין די צוויי העכסטע קאנדידאטן וועט עס באדייטן אז עס וועט פארקומען צום צווייטן מאל א נייט קאפאריע פארמעסט נאר דאסמאל וועט קיינער נישט זיין אן אמטירנדע קאנגרעס מיטגליד
*

מיינעך אז קאליפארניע האט א "Top-Two Primary" װאס מיינט אז מלויפט אין אן אפענע פּריימערי ,און די צװיי העכסטע גייען צו די זשענערעל עלעקשאן'ס.

עניװעי, יישר כח פאר די פיינע קאקאש...

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 3:17 pm

Mister האט געשריבן:

ריכטיג, איך האב געשריבן דעמאקראטישע פריימערי רענדנדיג פון געדאנק אז מערערע דעמאקראטן גייען לויפן

קוק עטליכע שורות שפעטער אין וועלכע איך שרייב אז "אויב זאל נייט באזיגן פאפאדאפולוס און קאפאריע און נייט וועלן זיין די צוויי העכסטע קאנדידאטן וועט עס באדייטן אז עס וועט פארקומען צום צווייטן מאל א נייט קאפאריע פארמעסט נאר דאסמאל וועט קיינער נישט זיין אן אמטירנדע קאנגרעס מיטגליד"

ווי איר קענט זעהן די מכוון אז עווענטועל וועט עס זיין די צוויי העכסטע קאנדידאטן וועלכע וועלן זיך פארמעסטן צווישן זיך

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 6:31 pm

טענקס הבל

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 7:45 pm

גא"מ צו אלע יישר כוח'ס
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 11:51 pm

הכל, ווען קומט א אנאליז אויף די וויכטיגסטע טעמע אין וואשינגטאן? אומפיטשמענט!?
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג נובעמבער 03, 2019 12:17 pm

זונטאג לך

פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט סטיוו בייגאן -ספעציעלע שליח פאר באציאונגען מיט צפון קארעא און פארד עקזעקוטיוו- צו ווערן דעפיוטי אויסערן סעקרעטאר אונטער מייק פאמפעיא
אויב באשטעטיגט, וועט ביידאן ערזעצן דזשאן סאליווען וועלכע איז געווארן נאמינירט אלץ אמבאסאדאר צו רוסלאנד צו ערזצען דזשאן האנטסמאן
*
האנדלס סעקרעטאר ווילבאר ראס זאגט אז אייאווע, אלאסקא, האווייאי און א רייע לאקאציעס אין כינע זענען אין די אויסוואל פון מעגליכע ערטער וואו פרעזידענט טראמפ און דער כינעזער פירער וועלן אונטרערשרייבן די ערשטע פאזע פון אן האנדלס פאקט צווישן די צוויי גרויסמאכטן
*
אין א פרישע ען בי סי/וואל סטריט דזשורנאל אנקעטע איז טראמפ'ס צופרידנהייט ראטע ביי 45% און 46% וואלטן זיכער נישט געשטימט אים צו ווידערערוויילן
*
אין א פאקס אנקעטע באקומט דזשאו ביידען 51% צו 39% פאר פרעזידענט טראמפ
עליזאבעט ווארען וואלט באקומען 46% אקעגן 41% פאר פרעזידענט טראמפ
אין נאוועמבער פון 2015 למספרם איז טרמפ געלאפן פאראויס פון הילערי קלינטאן מיט 5% אין די זעלבע אנקעטע
*
קאנגרעס איז אויף א צוועלף טאג אורלויב אבער אין סענאט וועט מען די וואך פרובירן צו באשטעטיגן פינף יורידישע נאמניאציעס
אריינגערעכנט ארעגאן סטעיט ריכטער דניא-ל האנסאקער פאר די ניינטע קרייז געריכט און געוועזענע ארקענסאו סאליסיטאר דזשענעראל לי ראדאפסקי פאר די מזרח ארקענסאו דיסטריקט געריכט און מעקאנעל האט געפיילט קלאוטשער דאנערשטאג נאכמיטאג פאר די צוויי נאמינאציעס
*
ווי באריכטעט לעצטע וואך איז די אפשטימונג פון ריכטער מאנאשי געווארן אפגעשטופט צום צווייטן מאל פון ווערן אויפגעברענגט אין קאמיטע איז געקומען שלעכטע נייעס פאר די וועלכע האבן אים געזוכט צו באקעמפן און געלייגט האפענונגען אויף אזעלכע סענאטארן ווי טים סקאט צו שטימען ניין
סענאטאר סקאט האט אבערמיטוואך געמאלדן אז ער וועט יא שטיצן זיין נאמינאציע זאגנדיג אז טראץ וואס זיינע שרייב ווערק זענען פראוואקאצירנד זענען זיי אבער פארט נישט ראסיסטיש
*
נישט לאנג נאך די אימפיטשמענט פראצעדור אפשטימוג לעצטע דאנערשטאג אין קאנגרעס האט א סופערפעק אליאירט מיט קאנגרעס רעפובליקאנער אנגעהויבן אן אנליין מידיא בליץ קאמפיין ציהלנדיג וויילער אין 29 דיסטירקטן וועלכע ווערן פארטרעטן דורך דעמאקראטן און טראמפ האט דארט געוואונען
*
די דעמאקראטישע סענאטאריעל קאמפיין קאמיטע האט אפיציעל אינדארסירט קאל קאנינגהעם צו זיין די דעמאקראטישע קאנדידאט צו לויפן אקעגן צפון קאראליינע סענאטאר טאם טיליס
*
קאנגרעספרוי דבורה וואסערמאן שולץ איז געווען אן אויפגייענדע שטערן מיט א צייט צוריק אינערהאלב דעמאקראטישע ראנגען און טראכט אצינד פון נאכאמאל זוכן א פירערשאפט פאזיציע האלטנדיג אן אויג צו ווערן פארזיצערין פון די קאנגרעס אפראפריעישאנס קאמיטע
*
קאנגרעס רעפובליקאנער זענען לייכטער גרייט צו אדאפטירן די טערמין פון "סאוויעט סטיל אימפיטשמענט" ווי סענאטארן
סענאטאר מייק בראון פון אינדיאנא זאגט אז ער וועט קיינמאל נישט נוצן אזעלכע ווילדע פראזן
*
נאכן מעלדונג פון מערילענד גאווערנאר לערי האגען אז א פריימערי פאר די ספעציעלע עלעקשאן צו ערפילן די זיץ פונעם פארשטארבענעם קאנגרעסמאן קאמינגס אין די זיבעטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועט פארקומען אום פעברואר למספרם זאגט איצט דער געוועזענער קאנגרעסמאן קווייסי מעפיום אז ער וועט מארגן מאנטאג מעלדן זיינע פלענער אויב ער וועט זוכן דעם זיץ
מעפיום איז אן אפריקאנער אמעריקאנער וועלכע האט פארטרעטן דעם זיבעטען דיסטריקט פואר צען יאר און רעטייערט פון קאנגרעס צוריק אין 1996 למספרם
*
נעכטן האט זיך אנגעהויבן ערלי וואוטינג אין די ליוזיאנא גאווערנאר פארמעסט אין וועלכע ביזנעסמאן עדי ריספאן זוכט ארויסצושטויסן דעם ערשט טערמיניגן דעמאקראטישן גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס
די וואלן וועלן פארקומען אום נאוועמבער 16 למספרם און מען קען שטימען פרי אנגעהויבן פון נעכטן ביז דעם ניינטן למספרם
דערווייל האבן שוין 89623 מענטשן אפגעגעבן זייער שטימע
פון וועלכע 40670 זענען געווען דעמאקראטן און 35096 רעפובליקאנער און אנדערע פארטייען 13857
היינט זונטאג קען מען נישט שטימען
*
פרעזידענט אבאמא וועט אדרעסירן א פארזאמלונג פון דעמאקראטישע ביישטייערער און צוויי וואכן ארום וועלכע וועט ווערן אפגעהאלטן אין וואשינגטאן די סי
אנדערע געסט וועלן ציילן ספיקער פעלאסי, סטעיסי עיברעמס און דזשעי אינסלי
*
דזשאן דעלאני'ס קאמפיין האט פארלוירן איר פרעסע סעקרעטאר ווען קערי העילי איז געגאנגען זוכן בעסערע גליקן און געווארן די קאמיוניקאציע דירעקטאר פאר קאנגרעסמאן דאנאלד נארקראס פון ניו דזשערסי
*
דזשאו ביידען האט אין אקטאבער אויפגעטריבן 5.3 מיליאן דאלער אנליין וועלכע איז א היבשע פארבעסערונג פאר זיין אנליין ביישטייערונגען קאמפיין
*
בערני סאנדערס זאגט אז זיין מעדיקעיר פאר אלע פארשלאג איז פיל מער פראגרעסיוו ווי די פלאן פון עליזאבעט ווארען און אז איר פלאן קען האבן א גאר נעגאטיווע ווירקונג אויף דזשאבס אין אמעריקא
*
קאמאלא העריס האט זיך פארזיכערט צו קענען אנטייל נעמען ביי די דעצעמבער למספרם דעבאטע אין די צייט וואס גאבארד אין אנקעטע אוועק פון מאכן די נאוועמבער למספרם דעבאטע און קלאובאשאר אן אנקעטע אוועק פון די דעצעמבער למספרם דעבאטע
גאבארד האט נאך האפענונג אז זי וועט אנציען גענוג אין נאך אן אנקעטע בעפאר די נאוועמבער למספרם דעבאטע אבער ען בי סי, פאקס, עי בי סי וועלן שוין נישט ערשיינען בעפאר די נאוועמבער 13 למספרם דעדליין
קאסטרא גייט וואשיינליך נישט זיין אויפן סטעידזש
*
סענאטאר בען קארדין (ד) זאגט אז די בערני סאנדערס פלאן צו שטעלן באדינגונגען פאר די איזראעלי הילף געלטער אז עס זאל זיין געוואנדן אין זייער אויפפירונג און באציאונג צו די פאלעסטינער האט נישט קיין שטיצע אויף קעפיטאל היל
*
ספיקער פעלאסי זאגט אז "העלט קעיר פאר אלע" (אנשטאט "מעדיקעיר פאר אלע") וועט זיין איינע פון די שטארקסטע קאמפיין שלאג פאליסיס מיט וועלכע דעמאקראטן וועלן קאמפיינען אין 2020 למספרם
*
א נייע פארשלאג וועלכע קען ווערן ארויפגעברענגט אין ניו יארק סטעטט אויב זי טרייבט אויף גענוג שטיצע וועט ארויפשטעלן א פארבאט אויף קנאדידאטן אויסצוגעבן שטייערצאהלער געלטערצוגעשטעלט פאר קאמפיינס אויף נעגאטיווע קאמפיין רעקלאמעס
*
א פירמע אין לעקסינגטאן קענטאקי וועלכע פרינט אויפשריפטן און סימבאלן אויף העמדלעך און ענליכס האט אנטזאגט אן אנבאט פון די לעקסינגטאן תועבה ארגאנאזאציע צו פרינטן ספעציעלע קאסטום העמדלעך פאר די שטאטישע תועבה צערעמאניע
דער אייגנטומער האט ערקלערט אז ער קען נישט אננעמען אזא ארבעט צוליב זיין קריסטליכע גלויבן
די ארטיגע רעגירונג מענטשן רעכט קאמיסיע איז געלאפן אין געריכט אנקלאגנדיג די פירמע מיט דיסקרימינאציע
די אפעלאט געריכט האט מיט 2-1 געאורטיילט אין שטיצע פון די פירמע און די סטעיט סופרים קאורט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס און אוגוסט 21 למספרם
פארלאפענע דאנערשטאג האט די געריכט ארויסגעוואפן די אפעלאט זיך ארויסדרייענדיג פון דארפן אריבערשפאצירן די דינע שטריק וועלכע לויפט צווישן די צוויי געביידעס וועלכע רופן זיך רעליגיעזע פרייהייט און באשוצן מענטשן רעכט דיסקרימינאציע
אפילו די סופרים קאורט אין וואשינגטאן ועלכע וועט פריער אדער שפעטער זיך מוזן באפאסן מיט די סארט פראגע און קלארשטעלן און מוזן אוועקשטעלן די ריכטיגע גרעניצן צווישן די צוויי רעכטן וועלכע די רעגירונג דארף באשוצן אבער דערווייל האבן זיי עס אלץ אפגעשטופט און גענומען א זייטיגע וועג ארויס אן צו דארפן אורטיילן אויף די פונדאמענטאלע פראגע
גענוי דאס האט איצט די סטעיט סופרים קאורט אויך געטוהן שרייבנדיג אז זיי אנערקענען אז זייער אורטייל וועט אנטוישן אסאך מענטשן אבער אינעם איצטיגן פאל קענען זיי נישט באהאנדלען די פראגע זעלבסט ווייל די קעיס אישז נישט געברענגט דעווארן אינעם ריכטיגן פארעם זינט די קלאגע קומט נישט פון קיין דיסקרימינאציע אויף אינדיוויועלעןוועם די סטעטט דארף באשוצן נאר פון אן ארגאנאזאציע וועלכע שטיצט תועבה און אן ארגאנאזאציע האט נישט די סארט באשיצונג צו האבן סטענדינג און אזא סארט קעיס און דעריבער איז די קעיס ארויסגעווארפן צו די צופרידנהייט פון די פרינטינג געשעפט
*
אין אקטאבער האט פרעזידענט טראמפ אונטערגעשריבן אן ארדער וועלכע פארלאנגט אז אויסלענדישע וועלכע זוכן צו אימיגרירן צו די פאראייניגטע שטאטן וועלן פון היינט און ווייטער מוזן אויפווייזן אז זיי גייען זיין גייען ביז דרייסיג טעג נאכן בטרעטן דעם אמעריקאנעם באדן זיין געדעקט אונטער אן העלט אינשורענס פלאן אדער פארמאגן גענוג פינאנציעלע קאפיטאל צו קענען אליינס דעקן די אייגענע מעדיצינישע אויסגאבן
די נייע פארארדענונג וואלט נישט אפעקטירט די וועלכע געפונען זיך שוין אין לאנד מיט לעגאלע רעזידענץ אדער אפילו די וועלכע זוכן נאך איינטריט דורך די אזיל רעכט שוץ פראגראם אדער קינדער
די ארדער איז געציהלט נאכצוקומען די וואונטש פון די אדמיניסטראציע צו רעפארמירן די לעגאלע אימיגראציע פראגראם פון א פאמיליע באזירטע פראגראם צו א מעריט באזירטע פראגראם
די אדמינסטראציע לייגט שוין פון לאנג דרוק אויף קאנגרעס צו טוישן דעם איצטיגן סיסטעם ווען אימגראנטן וועלכע האבן זיך שוין קווארטירט ארין לאנד קענען פארלאנגן אז זייערע פאמיליע מיטגלידער זאלן ווערן בעפארצוגט און די ווייסע הויז איז אויסן עס צו טוישן אז מען זאל ארייננעמען אימגראנטן ליבערשט באזירט אויף זייערע קוואליפיקאציעס און וויפיל זיי וועלן ביישטייערן צום לאנד ווי איידער זיין אנגעוויזן אויף הילף פון אנדערע אדער די רעגירונג
מיט אלע פרואוון צו טוישן דעם סיסטעם אויפן לעגיסלאטיוון פראנט וועלכע זענען דערוייל שטעקן געבליבן האט טראמפ פרובירט כאטש טיילווייז צו באקומען דאס זייניגע דורך די נייע ארדער וועלכע וועט שניידן לויט קריטיקירער מיט ארום צוויי דריטל די פאמיליע ספאנסאר באזירטע לעגאלע אימיגראציע צוליב דעם וואס א מאיאריטעט פון אימיגראציע זוכער וועלכע ווערן בעפארצוגט צוליב פאמיליע אין לאנד וועלן מאנגלען אין אויפווייזן אז זיי וועלן קענען דעקן זייערע מעדיצינישע אויסגאבן
א קלאגע אקעגן די נייע פאליסי איז געווארן אריינגעטראגן אין געריכט פארלאפענע מיטוואך און דעם שבת האט א פעדעראלע ריכטער אין פארטלענד ארעגאן ארויפגעשטעלט אן אינדזשאנקשען וועלכע בלאקירט די טויש פון אריינגיין אין אפעקט אויף אמוויינגסטנס ביז ער האט מער צייט צו באטראכטן די מעריטס פון די קעיס און שרייבן א געהעריגע אורטייל
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג נובעמבער 03, 2019 12:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג נובעמבער 03, 2019 12:33 pm

הכל הבל האט געשריבן:א פירמע אין לעקסינגטאן קענטאקי וועלכע פרינט אויפשריפטן און סימבאלן אויף העמדלעך און ענליכס האט אנטזאגט אן אנבאט פון די לעקסינגטאן תועבה ארגאנאזאציע צו פרינטן ספעציעלע קאסטום העמדלעך פאר די שטאטישע תועבה צערעמאניע, דער אייגנטומער האט ערקלערט אז ער קען נישט אננעמען אזא ארבעט צוליב זיין קריסטליכע גלויבן, די ארטיגע רעגירונג מענטשן רעכט קאמיסיע איז געלאפן אין געריכט אנקלאגנדיג די פירמע מיט דיסקרימינאציע

איז דאס נישט די זעלבע סארט קעיס אזוי ווי די
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די קעיס פון א בעקער אין ארעגאן וועלכע האט זיך אנטזאגט צו סערווירן א תועבה צערעמאניע הענגט ווייטער אין געריכט און די געריכט האט נעכטן נישט געמאלדן קיין אפדעיט אויף די קעיס
סופרים קאורט באפעלט פאר די ארעגאן סופרים קאורט נאכאמאל איבערצוקוקן זייער אורטייל אקעגן א בעקער וועלכע האט אנטזאגט צו סערווירן א תועבה צערעמאניע

נאכנישטא קיין פסק אין די בעקער קעיס?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג נובעמבער 03, 2019 12:37 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:

יענע קעיס איז איינס וועלכע די ריכטער קענען זיך נישט אזוי גרינג ארויסדרייען ווייל דארט איז די פראגע אויב אינדיווידועלן זענען געווארן דיסקרימינירט ווידעראום אין קענטאקי האט די געריכט ארויסגעווארפן די קעיס צוליב וואס די קלעגער האבן נישט די רעכט צו קלאגן זייענדיג אן ארגאנאזאציע

שטילער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » זונטאג נובעמבער 03, 2019 12:39 pm

ישר כח הבל!!

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » זונטאג נובעמבער 03, 2019 12:52 pm

WOW איז דעס הייליג
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:08 pm

יישר כוח הכל!

הכל הבל האט געשריבן:זונטאג לך

אין אקטאבער האט פרעזידענט טראמפ אונטערגעשריבן אן ארדער וועלכע פארלאנגט אז אויסלענדישע וועלכע זוכן צו אימיגרירן צו די פאראייניגטע שטאטן וועלן פון היינט און ווייטער מוזן אויפווייזן אז זיי גייען זיין גייען ביז דרייסיג טעג נאכן בטרעטן דעם אמעריקאנעם באדן זיין געדעקט אונטער אן העלט אינשורענס פלאן אדער פארמאגן גענוג פינאנציעלע קאפיטאל צו קענען אליינס דעקן די אייגענע מעדיצינישע אויסגאבן
די נייע פארארדענונג וואלט נישט אפעקטירט די וועלכע געפונען זיך שוין אין לאנד מיט לעגאלע רעזידענץ אדער אפילו די וועלכע זוכן נאך איינטריט דורך די אזיל רעכט שוץ פראגראם אדער קינדער
די ארדער איז געציהלט נאכצוקומען די וואונטש פון די אדמיניסטראציע צו רעפארמירן די לעגאלע אימיגראציע פראגראם פון א פאמיליע באזירטע פראגראם צו א מעריט באזירטע פראגראם
די אדמינסטראציע לייגט שוין פון לאנג דרוק אויף קאנגרעס צו טוישן דעם איצטיגן סיסטעם ווען אימגראנטן וועלכע האבן זיך שוין קווארטירט ארין לאנד קענען פארלאנגן אז זייערע פאמיליע מיטגלידער זאלן ווערן בעפארצוגט און די ווייסע הויז איז אויסן עס צו טוישן אז מען זאל ארייננעמען אימגראנטן ליבערשט באזירט אויף זייערע קוואליפיקאציעס און וויפיל זיי וועלן ביישטייערן צום לאנד ווי איידער זיין אנגעוויזן אויף הילף פון אנדערע אדער די רעגירונג
מיט אלע פרואוון צו טוישן דעם סיסטעם אויפן לעגיסלאטיוון פראנט וועלכע זענען דערוייל שטעקן געבליבן האט טראמפ פרובירט כאטש טיילווייז צו באקומען דאס זייניגע דורך די נייע ארדער וועלכע וועט שניידן לויט קריטיקירער מיט ארום צוויי דריטל די פאמיליע ספאנסאר באזירטע לעגאלע אימיגראציע צוליב דעם וואס א מאיאריטעט פון אימיגראציע זוכער וועלכע ווערן בעפארצוגט צוליב פאמיליע אין לאנד וועלן מאנגלען אין אויפווייזן אז זיי וועלן קענען דעקן זייערע מעדיצינישע אויסגאבן
א קלאגע אקעגן די נייע פאליסי איז געווארן אריינגעטראגן אין געריכט פארלאפענע מיטוואך און דעם שבת האט א פעדעראלע ריכטער אין פארטלענד ארעגאן ארויפגעשטעלט אן אינדזשאנקשען וועלכע בלאקירט די טויש פון אריינגיין אין אפעקט אויף אמוויינגסטנס ביז ער האט מער צייט צו באטראכטן די מעריטס פון די קעיס און שרייבן א געהעריגע אורטייל

נו פון וועלכע סירקוט איז דער ריכטער??!.... אה זיכער פון די ניינטע סירקוט!!...
יא אן אבאמא אפוינטי פון די ארעגאן דיסטריקט געריכט וואס איז אונטער די געזעצלאזע ניינטע סירקוט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:14 pm

.שטילער האט געשריבן:ישר כח הבל!!

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 03, 2019 2:34 pm

קורץ, אבער גאר גוט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג נובעמבער 03, 2019 2:39 pm

איך האב זייער הנאה געהאט הבל, שכח.
אויב נעמסטו פידבעק: איך פארשטיי אז יעדעם אינטערעסירט עפעס אנדערש. איך וואלט מער הנאה געהאט צו ליינען באריכטן וואס לאו דוקא אזויפיל פאליטיק.
שכח סייוויאזוי.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג נובעמבער 03, 2019 2:41 pm

שטומפיג האט געשריבן:איך האב זייער הנאה געהאט הבל, שכח.
אויב נעמסטו פידבעק: איך פארשטיי אז יעדעם אינטערעסירט עפעס אנדערש. איך וואלט מער הנאה געהאט צו ליינען באריכטן וואס לאו דוקא אזויפיל פאליטיק.
שכח סייוויאזוי.

יישר!

לדוגמא, וועלכע סארט באריכטן?

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג נובעמבער 03, 2019 2:45 pm

הויעך האט געשריבן:א גרויסען שכויעך פאר די נייעסלעך און די שיינע באריכט
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג נובעמבער 03, 2019 3:04 pm

הכל הבל האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:איך האב זייער הנאה געהאט הבל, שכח.
אויב נעמסטו פידבעק: איך פארשטיי אז יעדעם אינטערעסירט עפעס אנדערש. איך וואלט מער הנאה געהאט צו ליינען באריכטן וואס לאו דוקא אזויפיל פאליטיק.
שכח סייוויאזוי.

יישר!

לדוגמא, וועלכע סארט באריכטן?

אין די היינטיגע פאליטישע מצב אין לאנד איז די אפטייטש פון "נייעס" געווארן "פאליטיק", ס'איז אבער דא אזויפיל מער צו באריכטן.
דו פרעגסט מיל וועלכע? דו ביסט דאך דער רעפארטער!
טעראר אטאקעס, ערד ציטערנישט, וואלד פייערן, עקאנאמיע, אינטארנאציאנאלע געפעכטן, פארברעכנס, געזונט-עמערדזשענסי אויסברוכן וכו' וכו' וכו'
שכח נאכאמאל.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג נובעמבער 03, 2019 3:17 pm

שטומפיג האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:איך האב זייער הנאה געהאט הבל, שכח.
אויב נעמסטו פידבעק: איך פארשטיי אז יעדעם אינטערעסירט עפעס אנדערש. איך וואלט מער הנאה געהאט צו ליינען באריכטן וואס לאו דוקא אזויפיל פאליטיק.
שכח סייוויאזוי.

יישר!

לדוגמא, וועלכע סארט באריכטן?

אין די היינטיגע פאליטישע מצב אין לאנד איז די אפטייטש פון "נייעס" געווארן "פאליטיק", ס'איז אבער דא אזויפיל מער צו באריכטן.
דו פרעגסט מיל וועלכע? דו ביסט דאך דער רעפארטער!
טעראר אטאקעס, ערד ציטערנישט, וואלד פייערן, עקאנאמיע, אינטארנאציאנאלע געפעכטן, פארברעכנס, געזונט-עמערדזשענסי אויסברוכן וכו' וכו' וכו'
שכח נאכאמאל.

אקעי, פארשטאנען

יישר כח פאר די פידבעק!

עס איז שטורמישע פאליטישע צייטן און פילע ווילן דוקא פאליטיק אבער מען פרובירט דא און דארט אביסל פון פארשידנארטיגע טעמעס
א קליינע קלארשטעלונג: די באריכטן זענען נישט ווי אן אפיציעלע טעגליכע "נייעס באריכט" וועלכע דעקט אין קורצן די וועלטליכע נייעס אין לויף פונעם טאג א שטייגער ווי די מערערע נייעס זייטלעך וועלכע פארציילן איבער הויפט געשעענישן פון איבער די וועלט
די גרעסטע טייל פון די באריכט איז געווענליך דוקא פון נייעס באריכטן וועלכע זענען נישט פראמינענט געווארן באריכטעט פאר סיי וועלכע סיבה
צומאל איז עס ווייל עס איז מער פון אן אינערליכע סארט ווי איבער שארפע ווערטער איין באאמטע האט פרעיוואט געזאגט איבערן צווייטן און צומאל איז עס ווייל עס איז איבער אן אנטוויקלונג וועלכע איז נאכנישט אפיציעל נאר איז נאך אין די פלענער שטאפלען און גייט קומען היינט מארגן אדער אט אט
צומאל איז עס ווייל די קאליבער פון די נייעס איז אביסל קאמפליצירט ווי אין מערסטנס יורידישע סארט באריכטן און יא צומאל איז עס נישט שטארק באריכטעט אין די אפיציעלע מידיא, אידישע ווי אלגעמיינע צוליב וואס עס איז טאקע נישט א סארט נייעס וועלכע איז א הויפט וועלכטליכע געשיכטע
אין מיינסטנס פון דיפעלער וועלן די זאכן יא ווערן באריכטעט דא און דארט אבער נישט גענוג אז עס זאל גרייכן אלעמענס אויגן און א היבשע ליינער קרייז דא וואלט עס יא געוואלט זעהן און דאס זענען מער ווייניגער די באריכטן אין דעם אשכול
אסאך מאל קענט איר יא זעהן די הויפט טעגליכע וועלטליכע נייעסואפין שפיץ גאפל אין אנהויב פונעם באריכט טאקע צופרינדצושטעלן ליינער ווי אייך אבער דאס איז געוואנדן אין די צייט און מעגליכקייט עס צו טוהן

מיט האפענונג אויף פארשטענדעניש

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » זונטאג נובעמבער 03, 2019 9:21 pm

א רין ייש"כ ר' הבל, איך האב שוין באשטעלט אן אפוינטמענט ביים דייעטיסט, נאכן צונעמען אזוי פעיל וואג פון עסן טעגליכע גרויסע קאקאש פארציעס...
נו...נו...

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » זונטאג נובעמבער 03, 2019 9:32 pm

איין זאך באווינדער איך הרב @הבל ווי ער לאזט זיך אראפ צי יעדען ווי א טאטע צי א קינד ווי א מלמד צי א תלמיד יעדע זאך ענפערט ער מיט אזא געדולד.אפילו גרייט צי נעמען קריטיק און פארעכטן. דאס וואס ער שטעלט צי פאר אינז כאילו אינז צאלן יעדען טאג צי קענען ליינענען זיינע הערליכע באריכטען
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10259
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג נובעמבער 03, 2019 9:52 pm

שקר האט געשריבן:איין זאך באווינדער איך הרב @הבל ווי ער לאזט זיך אראפ צי יעדען ווי א טאטע צי א קינד ווי א מלמד צי א תלמיד יעדע זאך ענפערט ער מיט אזא געדולד.אפילו גרייט צי נעמען קריטיק און פארעכטן. דאס וואס ער שטעלט צי פאר אינז כאילו אינז צאלן יעדען טאג צי קענען ליינענען זיינע הערליכע באריכטען

גאר גוט ארויסגעברענגט וואס דא גייט פאר, אומגלויבליך ווי אזוי ער מאכט עס.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], pianist, א מחי', אין כל חדש, בארג, וויכטיג מאכער, יישר כח, יש ברירה, ליסקא, מאניש בנבנשתי, ממה נפשך, משה צימערינג, פריינד, שליו ודגים און 118 געסט