א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:09 am

eller האט געשריבן:ספעציעל ארינגעקומען צו באדאנקן מיט די שענסטע לויב ווערטער אונזער געטרייע און מייסטער שרייבער @הכל הבל.
גאט זאל אייך געבן געזונט און כח ווייטער צו מהנה זיין כלל ישראל..

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:34 am

זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו.
יישר כח ערעב העיוועל!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5684
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:41 am

פרישע טאג, פרישע ווארע. א פלעזשור!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:44 am

א גרויסען שכויעך פאר די נייעסלעך און די שיינע באריכט
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:14 pm

ליינדענדיג די מעשה מיט דעם לענדראווער, האב איך געפילט, העי, איך קען שוין די מעשה פון ערגעץ, איך האב עס שוין ערגעץ געליינט מיט די זעלבע געשמאקע אויסדריקן. א זיכעניש האט מיר טאקע געשיקט דא אהער. זייער שיין צו קענען מיט האלטן א קעיס ווי עס בויט זיך אויף, שטאפל ביי שטאפל.
יישר כח הבל'ע.

פינחס
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:28 pm

זייער שיין שכח

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 1:03 pm

@הבל WONDERFUL ממש צי ציקייען
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

שטילער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 3:09 pm

גאר געשמאק געווען.

זייער א אינטרעסאנטע אין דעטאלירטע באריכט איבער לענדראווער!

א דאנק הרב הבל!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 3:19 pm

יישר פאר אלע!

נעכטן באריכטעט איבער א מעגליכע סעשאנס קאמפיין

סענאטאר שעלבי באשטעטיגט איצט אז ער האט מאנטאג גערעדט צו סעשאנס און לויט פולע אנדייטונגען שיינט אז ער גייט מעגליך לויפן אבער אז ער האט נאכנישט קלאר געזאגט אז ער לויפט

שעלבי זאגט אויך אז ער וואלט אינדארסירט סעשאנס אויב באשליסט ער צו לויפן

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 3:27 pm

וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען דעם פרעזידענטס רעאקציע
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 5:20 pm

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג נצבים





*
באזונדער האט פרעזידענט טראמפ נאמינירט דעם געוועזענעם סאליסיטאר דזשענעראל פון נעוואדע לאורענס וואנדייק אויך צו סערווירן אויפן ניינטן קרייז געריכט
ביידע דעמאקראטישע סענאטארן פון נעוואדע, דזשעקי ראזען און קארטעז מעסטאו האבן אויסגעדרוקט אנטוישונג אז מען האט זיך נישט באראטן איבער די נאמינאציע זיי צו גיבן א געלעגנהייט איבערצוגיין די רעקארד פונעם נאמינירטער פון פאראויס
*

דער וואנדייק איז איצט געווארן פארהערט פארנט פון די סענאט קאמיטע און ווען מען האט פארגעלינט א בריוו אין וועלכע די אמעריקאנע באר אסאסיאציע וועלכע איז נאך א גרונטליכע איבערזיכט געקומען צום אויספיר אז ער קוואליפיצירט נישט פאר דעם פאסטן האט ער פארווארפן זיין קאפ און פארגאנגען אין א געוויין

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 6:01 pm

נעבעך.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10259
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 6:21 pm

נישט ממש אזוי, ער האט מיט בכיות מסביר געווען זיין זייט אז די באשולדיגונגען זענען נישט אמת.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 6:33 pm

כ'מיין ס'איז גאר געשען ווען א רעפובליקאנער קאנגרעסמאן האט געליינט חלקים פון דעם בריוו, כדי צו רעספאנדן דערצו און אפווארפן די באשולדיגונגען דערפון.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10259
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 9:47 pm

דזשאש האולי דער נייער רעפאבליקאנער סענעטאר פון אינדיענע האט אים דעמאלטס פארהערט.

מען רעדט דא פון באשולדיגונגען אז ער האט איינעם געזאגט אז ער וועט נישט טריטן מתועבים יושר'דיג, ער האט זיך וויינענדיג פארטיידיגט אז עס איז נישט אמת, ער גלייבט אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן מיט א צלם אלוקים, און ער וועט יעדן טריטן פעיר.

אויך זאגט ער אז ביי די אינטערוויו מיט די באר האבן זיי אים נישט געלאזט געהעריג רעספאנדן צו דעם באשולדיגונג.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:57 am

צל עובר האט געשריבן:דזשאש האולי דער נייער רעפאבליקאנער סענעטאר פון אינדיענע האט אים דעמאלטס פארהערט.

מען רעדט דא פון באשולדיגונגען אז ער האט איינעם געזאגט אז ער וועט נישט טריטן מתועבים יושר'דיג, ער האט זיך וויינענדיג פארטיידיגט אז עס איז נישט אמת, ער גלייבט אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן מיט א צלם אלוקים, און ער וועט יעדן טריטן פעיר.

אויך זאגט ער אז ביי די אינטערוויו מיט די באר האבן זיי אים נישט געלאזט געהעריג רעספאנדן צו דעם באשולדיגונג.



אלמלא תרגומא דהאי וואטעווער לא ידענא מאי קאמר.

ליינען מיר טעגליך (אויסער ווען עס באקט זיך נישט) הבל'ס געשרייבעריי, און מיר באלעקען זיך די פינגערס טאג איין טאג אויס.
היינט אבער האב איך נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאהר. עד דאתי מר צל, און האט עס מפרש געווען.

ישר כוח.

וכאן המקום והזמן, צו באדאנקען רבי הבל אויף דער וואונדערליכע ארבייט,
איך באדאנק נישט טעגליך, ווייל איך וויל נישט אז אנדערע וואס זעהן א פרישע רעפטעל זאלן דארפן לויפן עפענען די דאזיגע געהענגל. (אזוי ווי איך, און טאקע רוב מאל איז עס נאר דאנק ווערטער).
אבער אז מ'שרייבט שוין, מיז מען שוין אויסדרוקען מיינע געפילן פון הכרת הטוב. יישר כוח פאר היינט, יישר כוח פאר נעכטן, און פאר אייער נעכטן וכו' וכו' וכו'. פאר מארגען, איבער מארגען (פרייטאג איז אויך א טאג, אזוי ווי וויכי האט שוין געשריבן פאריגע וואך, העכסטענס קען מען עס ליינען זינטאג פארטאגס).
Xxxxxxxx, ביטע פוץ ארויס פון דעם אשכול.
קרעדיט: מ'מעג שרייבן לשון הרע?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:22 am

דאנערשטאג נח






א מאסיווע פייער האט אומגעברענגט 71 מענטשן אויף א באן אין מזרח פאקיסטאן נאך וואס עימיצער האט זיך באנוצט מיט א גאז צום קאכן
*
די וועלט ארגאנאזאציע פאר באשעפעניש געזונטהייט ווארנט אז א פערטל פון די גלאבאלע דבר אחר פאפולאציע איז אין געפאר פון אויסשטארבן צוליב אן אפריקאנע פיבער וועלכע פארשפרייט זיך צווישן זיי
*
האנג קאנג איז אפיציעל אריין אין א רעסעסיע נאך וואס איר עקאנאמיע האט געשרינקען צום צווייטן יאר פערטל נאכאנאנד און ווערט צוגעשריבן צו די פיר מאנאטן אנגייענדע פראטעסטן וועלכע אנטמוטיגט טוריזם און האט אפגעשטעלט די אמאליגע לאנגע ליניעס פון באזוכער פון כינע וועלכע פלעגן פארפלייצן די לוקסוזיערע געשעפטן
*
דרום קארעא זאגט אז צפון האט ארויסגעשאסן צוויי פרישע מיסילס צום ים
*
איבער די פלאן פון די ווייסע הויז צו נוצן א לעגאלע שפיצל אריינצורוקן קוטשינעלי אין די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט זאגט סענאטאר קארנין: איידער זיי טוען סיי וועלכע ערנסטע שריט זאלן זיי זיך איבעררעדן מיט די סענאט צו פארמיידן א פארשעמונג פון מר. קוטשונעלי אדער די ווייסע הויז זעלבסט
*
נאך א פרידאם אף אינפארמעישן פארלאנג איז די סטעיט דעפארטמענט איינגעגאנגען צו פארעפנטליכן אויף ביז נאוועמבער 22 למספרם מערערע קאטעגאריעס פון אוקריינע פארבונדעטע רעקארדס אריינגערעכנט סיי וועלכע קאמיוניקאציע מיט רודי דזשוליאני
*
פרעזידענט טראמפ אראנזשירט ערנסטע פאנדרעיזינג שטיצע פאר סענאטארן וועלכע פארטיידיגן אים אין די אנגייענדע אימפיטשמענט פראצעדור און ווארנט אנדערע זיך בעסער צוצושטעלן באצייטנס
*
פרעזידענט טראמפ וועט פליען קיין אטלאנטא קומענדיגע וואך אויפצוטרייבן פאנדינג פאר דזשארדזשיע סענאטאר דעיוויד פערדו וועלכע לויפט צום ערשטן מאל פאר ווידערערוויילונג
*
נעכטן האט דער פרעזידענט ארויסגעשיקט אן אפיעל פאר פאנדרעיזינג שטיצע פאר סענאטארן טאם טיליס, קארי גארדנער, דזשאני ערנסט
איין נאמען וועם ער האט נישט אריינגערענכט איז סוזען קאלינס..
*
זיצנדיג אין ווייסן הויז האט מיטש מעקאנעל געגעבן גאנץ קלארע ראט פאר פרעזידענט טראמפ זאגנדיג אז ער זאל אויפהערן צו אטאקירן סענאטארן אריינגערעכנט מיט ראמני
ער האט איינפאך ערקלערט דעם פרעזידענט אז סענאטאר ראמני גייט מעגליך דאארפן שטימען איבער אימפיטשמענט
*
מערערע רעפובליקאנע סענאטארן טרייסלען זיך אפ פון באלמוטשנדע דזשורנאליסטן וועלכע פרעגן איבער זייער שטעלונג אויף אימפיטשמענט דורכן אנצייגן אז צוילב זייער מעגליכע ראלע אלץ דזשורארס אינעם צקונפט קענען זיי נישט קאמענטירן איבער די אנגעלעגנהייט
אבער סענאטאר טים סקאט פון דרום קאראליינע זאגט יא קלאר: עס איז דא גארנישט וואס איך זעה אין די טראנסקריפט וועלכע איז אן אימפיטשעבל פארברעך
איך געפון אים אומשולדיג פון סיי וועלכע אימפיטשעבל פארברעך
*
סענאטאר ראן זשאנסאן איז געפרעגט געווארן איבער די באריכטן אז ווינדמאן האט געזאגט אז די טרנאסקריפט איז פעלערהאפטיג
דזשאנסאן האט רעאגירט: נעם די טראנסקריפט און מאך די נויטיגע פארריכטגונגען
פון וואס איך האב געהערט איז די דיפרענצן נישט רעלעוואנט
*
"די געברויך צו אימפיטשן" גרופע האט ארויסגעשטעלט נייע טעלעווזיע רעקלאמעס ציהלנדיג סענאטארן אין מעין, אייאווע, קאלאראדא און אריזאנא
*
די נאמען פאר דזשאו ביידען'ס סופערפעק: פאראייניג דאס לאנד
*
טולסי גאבארד וועט ווי עס הייסט דערווייל נישט אויפטרעטן ביי די גרויסע דעמאקראטישע דינער מארגן פרייטאג ווייל זי האט ניטאמאל קיין אפיס אין די סטעיט
*
די דעמאקראטן אין ניו מעקסיקא האבן נעכטן אויסגעקליבן זייער קאנדידאט פאר סענאט
אקעי, די פריימערי איז נאכנישט פארגעקומען אבער די צווייט לעצטע פארבליבן אינעם פארמעסט האט צוגעמאכט איר קאמפיין
סעקרעטערי אף סטעיט מעגי טאולאסע האט זיך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט און אינדארסירט דעם איינציגסטן קאנדידאט קאנגרעסמאן בען רעי לודזשאן
*
קענטאקי געווארנער מעט בעווין וועלכע לויפט אין א שווערן ווידערערוויילונג פארמעסט וועט היינט האבן אן אויפטריט מיט האוזינג סעקרעטאר בען קארסאן אין לואיסוויל און אין פלאורענס
מארגן וועט ער קאמפיינען מיט וויצע פרעזידענט פענס אין קארבין און אין וויליאמסבורג און מאנטאג וועט ער האבן א ראלי מיט פרעזידענט טראמפ אין לעקסינגטאן אין צוגרייטונג צו די וואלן קומענדיגע וואך
*
אין אינדיאנא'ס פיפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט ווערט די זיץ אפן מיט די רעטייערמענט פון רעפובליקאנע קאנגרעספרוי סוזען ברוקס
א פראמינענטע פראגרעסיווע גרופע האט אינדארסירט קריסטינא העיל וועלכע איז א געוועזענע סטעיט געזעץ געבער און קאנדידאט פאר ליוטענאנט גאווערנאר פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע
*
נעכטן האבן מיר באריכטעט אז דזשארדזש פאפאדאפולוס איז אריינגעשפרונגען אין די פארמעסט איבערצונעמען רעזיגנירנדע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי קעטי היל
אויף די דעמאקראטישע זייט איז אויך ערווארטעט א פריימערי און צווישן אנדערן וועט ברייען קאפאריע באשליסן אין די קומענדיגע וואכן אויב ער וועט זוכן דעם זיץ
קאפאריע איז געווען די דעמאקראטישע קאנדידאט צוריק אין 2016 למספרם און ער האט דאן פארלוירן צום רעפובליקאנעם אמטירנדער קאנגרעסמאן נייט וועלכע האט אין 2018 למספרם פארלוירן צו היל (וועלכע איז אין 2016 למספרם פריימערי אריינגעקומען שוואכער ווי קאפאריע) און היל טוט אצינד רעזיגנירן
נייט זעלבסט האט אויך מעגליכע אפעטיט צו לויפן און אויב זאל נייט באזיגן פאפאדאפולוס און קאפאריע און נייט וועלן זיין די צוויי העכסטע קאנדידאטן וועט עס באדייטן אז עס וועט פארקומען צום צווייטן מאל א נייט קאפאריע פארמעסט נאר דאסמאל וועט קיינער נישט זיין אן אמטירנדע קאנגרעס מיטגליד
*
קומענדיגע וואך דינסטאג וועלן פארקומען א רייע לעגיסלאטיווע פארמעסטן אין ווירדזשיניע וואו רעפובליקאנער האלטן דערווייל אן גאר א שמאלע אויבערהאנט פון 51-48 זיצן אין די ארטיגע לעגיסלאטור און א 20-19 אויבערהאנט אין די סענאט
דעמאקראטן האבן גרויסע ערווארטונגען אז נאכן פארשמעלערן די רעפובליקאנע מאיאריטעט אין די לעצטערע וואלן האבן זיי דערגרייכט זייער שאנס צו גיבן דעם פאטאלן קלאפ פאר די רעפובליקאנע דאמינאנץ אין די ארטיגע געזעץ הייזער און געלט פליסט אריין אין סווינג דיסטריקטס פון ביידע זייטן
רעפובליקאנע פאליטיקאנטן אין די סובארסבס ארבעטן גאר שווער צו פארטיידיגן זייערע זיצן אוןבאנוצן זיך מיט אלע סארט טאקטיקן אריינגערעכנט קאמפיין רעקלאמעס וועלכע צייגט בילדער ווי זיי זענען אינאיינעם מיטן "דעמאקראטישן" גאווערנאר ראלף נארטהעם אין א פרואוו צו איבערציגן וויילער אז זיי זענען גענוג אומפארטייאיש צו פארדינען א פרישע שאנס אין אפיס
*
פילאדעלפיע מעיאר דזשים קעני באטראכט ערנסט צו לויפן פאר גאווערנאר אין פענסילוועניע אום 2022 למספרם
*
די אריזאנא סטעיט סופרים קאורט האט ארויסגעשטעלט א פארבאט צו פאטאגראפירן ארום די געריכט געביידע אין פיניקס און די אפעלאט געריכט קאמפלעקס אין טוסאן
אנגעבליך צו ענדיגן וואס זי רופט אביוז און רדיפות אבער קריטיקירער ב אצייכענען עס אלץ א פארלצונג צו די ערשטע אמענדמענט און אלץ אומקאנסטיטוציאנאל
די ארדער איז געקומען פון הויפט ריכטער ראבערט בראטינעל וועלכע פארבאט ווידעא רעקארדירונג, בילדער פילמירונג און לעבעדיגע בראדקעסטינג ארום די צוויי געביידעס, אריינגענג, טרעפ,ן צימערן, פארקינג לאטס און אפילו די שטראזן וועלכע פירן צום געריכט
די איינציגסטע וועג צו פאטאגראפירן וועט זיין מיט געשריבענע ערלויבעניש פונעם געריכט און פון די באטרעפנדע וועלכע ווערן פילמירט און ווער עס וועט פארלעצן די פארבאט וועט ווערן קאנפראנטירט דורך געריכט געריכט אויטאריטעטן וועלכע וועלן פארלאנגען צו פארמעקן די בילדער און אויב אנטזאגט רופן פאליציי
*
קריסטאפער סאליימא איז א געוועזענער איינגעשטעלטער ביי אינטעל און האט אנטייל גענומען און די פירמע'ס רעטייערמענט פלאן ער האט געפיילט א לאוסוט אקעגן אינטעל פארן מיסבאהאנדלען זיינע אינוועסטירטע רעטייערמענט געלטער אין זייער רעטייערמענט אינוועסמענט פאנד
אינטעל האט אפגעווארפן זיינע טענות מיטן אנצייגן אז עס איז שוין אריבער דריי יאר פון ווען ער איז געווארן באוואוסטזיניג דערוועגן און אונטער די סטעטשו אף לימיטעישן האט ער זיך דערמאנט אביסל שפעט צו קלאגן און די דיסטריקט געריכט האט געגעבן רעכט פאר אינטעל
די ניינטע קרייז געריכט האט אבער צוריקגעדרייט די באשלוס פון די דיסטריקט געריכט גיבנדיג גערעכט פאר סאליימא
אבער וואס זענען די ארגומענטן?
די סטעטשו אף לימיטעישאן הויב זיך אן פון די מינוט וואס דער קלעגער "איז געווארן באוואוסטזיניג" צו די מיסבאהאנדלונג פון זיינע פאנדן
די אינטערסאנטע פראגע אנטוויקלט זיך איבער וואס באדייט באוואוסטזינג אין די היינטיגע טעכנאלאגישע וועלט
אינטעל שרייט אז אלע פראצעדורן איבער ווי אזוי האבן געמענעדזשט זיינע פאנדן זענען ביי יעדע שטאפל געווארן קלאר דעטאלירט אין אימעילס וועלכע זיי האבן געישקט צו זיין אימעיל אדרעס אים מיטצוטיילן איבער די פראגרעס און מען קען זעהן אז די לינקס וועלכע זיי האבן באהאפטן צו די אימעילס זענען געווארן געעפנט וועלכע איז אן אנדייטונג אז סאליימא האט געליינט די אימעיל וועלכע ער האט ערהאלטן
סאליימא זאגט זאגט אבער אז ער האט עס נישט געליינט אדער אמוווייניגסטנס געדענקט ער נישט אז ער זאל זיי האבן געליינט
די פראגע וואלט אין פאקט אויך געקענט זיין ווען איינער באקומט א בריוו אין די פאסט אבער דאר קען זיין אז יענער האט עס נישט באקומען אדער נישט געעפנט ווידעראום דא טענה'ט אינטעל אז יענער האט געעפנט די לינקס וועלכע איז א שטארקערע אנדייטונג אז ער האט עס געליינט און אזוי האט די דיסטריקט געריכט אנגענומען
די ניינטע קרייז געריכט איז אבער ביי די מיינונג אז "זיין באוואוסטזיניג" באדייט נישט פארמאגן צוטריט צו די אינפארמאציע נאר קלארע באווייז אז יענער האט טאקע געוואוסט דערפון
די סופרים קאורט וועט אויסהערן די קעיס אום דעצעמבער 4 למספרם


א לעכטיגן שבת!
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 11:11 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Maybe
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 12:14 pm

תגובהדורך Maybe » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:29 am

טענקס הכל הבל

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5684
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:42 am

פיל דאנק צו דיר הבל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 11:02 am

איינער האט טאמס? די טשאקלעט גיסט זיך דא איבער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 11:40 am

הכל הבל האט געשריבן:
טולסי גאבארד וועט ווי עס הייסט דערווייל נישט אויפטרעטן ביי די גרויסע דעמאקראטישע דינער מארגן פרייטאג ווייל זי האט ניטאמאל קיין אפיס אין די סטעיט

וועלעכע סטעיט?

הויעך האט געשריבן:א גרויסען שכויעך פאר די נייעסלעך און די שיינע באריכט
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 11:44 am

הויעך האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
טולסי גאבארד וועט ווי עס הייסט דערווייל נישט אויפטרעטן ביי די גרויסע דעמאקראטישע דינער מארגן פרייטאג ווייל זי האט ניטאמאל קיין אפיס אין די סטעיט

וועלעכע סטעיט?

הויעך האט געשריבן:א גרויסען שכויעך פאר די נייעסלעך און די שיינע באריכט

אייאווע

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 11:48 am

א גרויסן דאנק אייך, ר' הכל הבל!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:12 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איינער האט טאמס? די טשאקלעט גיסט זיך דא איבער...

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:12 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איינער האט טאמס? די טשאקלעט גיסט זיך דא איבער...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”