א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שטילער
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:32 pm

זיייעעעררר הנאה געהאט!

ישר כח הבל!!!

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:01 pm

אה, מען האט זיך געבענקט,

א ייש"כ

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:36 pm

ריעלי עפרישיעיטעד. יישר כח!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:51 pm

קריספי עס יודזשעלי
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 12:52 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:ריעלי עפרישיעיטעד. יישר כח!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 12:07 pm

דאנערשטאג וילך







קארי בוקער קומט ארויס מיט א פארשלאג וועלכע וועט אנגעבליך שניידן די ארימקייט ראטע ביי יוגנטליכע מיט צוויי דריטל
*
סענאטארשע דיאנא פינסטיין וועלכע שטיצט דזשאו ביידען איבער איר היימסטעיט קאלעגע קאמאלא העריס גייט היינט אנפירן א פאנדרעיזער פאר ביידען
*
דזשאו ביידען וועלכע האט דערווייל נישט ארויסגעשטעלט זיינע פאנדרעיזינג ציפערן פארן דריטן למספרם קווארטאל האט געמאלדן א מדיא בליץ אין די ווערט פון זעקס מיליאן דאלער אין די ערשטע פיר פריימערי שטאטן
ביידען גייט פארעפנטליכן זיינע ציפערן אום אקטאבער 15 למספרם די זעלבע טאג וואס ער מוז זיי אפיציעל איינמעלדן
*
פרעזידענט טראמפ האט פארארדנט זיין ווידערערוויילונג קאמפיין אויסצושארפן זייערע אטאקעס אויף דזשאו ביידען און אויסגעבן אכט מיליאן דאלער פאר א נאציאנאלע רעקלאמע בליץ פאר דעם צוועק
*
מארגן וועט פארקומען א גרויסע פאנדרעיזער אין ניו יארק סיטי פאר די רעפובליקאנר נאציאנאלע קאמיטע און די געסט וועלן הערן פון טראנספארטאציע סעקרעטארשע פרוי מעקאנעל, טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מענוטשין און פון די געוועזענע יו ען אמבאסאדארשע ניקי העילי
*
אין אייאווע'ס צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט גייט דער אמטירנדער דעמאקראט דעיוו לאובסעק רעטייערן און ער האט שוין אינדארסירט ריטא הארט וועלכע איז געווען די דעמאקראטישע קאנדידאט פאר ליוטענאנט גאווערנאר אין 2018 למספרם
לאובסעק שטיצט אז הארט זאל אים ערזעצן אין א דיסטריקט וועלכע האט געוועלט פאר אבאמא און פאר טראמפ
אויף די רעפובליקאנער זייט האט א געוועזסענער אילינאי קאנגרעסמאן באב שילינג געהאט געמאלדן זיין קאנדידאטור אבער אצינד האבן רעפובליקאנער רעקרוטירט א פרוי קאנדידאט ווען מאריאנעט מילער מיקס האט געמאלדן אז זי שפרונגט אריין אינעם פארמעסט
מילער איז א סטעיט סענאטארשע און איז שוין געווען די פארטיי קאנדידאט פאר דעם קאנגרעס זיץ אין 2008, 2010 און אין 2014 למספרם
*
דעמאקראטישע קאנגרעספרוי סלאטקין פון מישיגען'ס אכטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט אויפגעטריבן אינעם דריטן קווארטאל למספרם איבער 800 טויזנט דאלער וועלכע איז מער פון די 735 טויזנט אינעם צווייטן קווארטאל למספרם וועלכע איז געווען מער פון די 540 טויזנט דאלער למספרם אינעם ערשטן קווארטאל למספרם
זי פארמאגט איצט 1.65 מיליאן דאלער אין די באנק
*
דזשאן אסאף (ד) וועלכע האט ערשט אין אנהויב סעפטעמבער למספרם געמאלדן זיין קאנדידאטור צו לויפן אין די דזשארדזשיע סענאט פריימערי צו קענען לויפן אקעגן דעם ערשט טערמיניגער רעפובליקאנר סענאטאר דעיוויד פערדו האט שוין געמאלדן פאנדרעיזניג ציפערן פארן דריטן קווארטאל למספרם פון 1.3 מיליאן דאלער אבער עס רעכנט אריין איבערבלייבענישן פון זיין לעצטע אומסוקסעספולע קאנגרעס פארמעסט וועלכע ער האט אהין אריינגעגאסן
*
קעל קאנינגהעם (ד) וועלכע פארמעסט זיך אין די סענאט פריימערי צו קענען לויפן אקעגן סענאטאר טאם טיליס האט אויפגעטריבן 1 מיליאן דאלער אינעם דריטן למספרם קווארטאל און פארמאגט 1.1 מיליאן דאלער אין די באנק
*
דזשעימס העריסאן (ד) וועלכע לויפט אקעגן סענאטאר לינדזי גרעהעם האט אויפגעטריבן 2.1 מיליאן דאלער אינעם דריטן למספרם קווארטאל און פארמאגט 2.1 מיליאן דאלער אין די באנק
*
רודי דזשוליאני'ס געוועזענע פרעסע סעקרעטאר באטראכט אונטערצונעמען א פארמעסט אקעגן מיק שעריל, דעמאקראט פון ניו דזשערסי'ס עלפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
*
א סורוועי יו עס עי אנקעטע אין קאליפארניע'ס פופציגסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט צייגט אז דער אמטירנדער סקאנדאל פארוויקלטער קאנגרעסמאן דאנקען האנטער איז שטארק אונטערשטעליג אין זיין ווידערערוויילונג פארמעסט
דעמאקראט אמאר קאמפא נאדזשאר (ד) 31%
קארל דעמיא (ר) 20%
דערעל אייסא (ר) 16%
דאנקען האנטער (ר) 11%
*
אין דזשארדזשיע ווארט מען אז גאווערנאר קעמפ זאל נאמינירן אן ערזאץ פאר די זיץ פון סענאטאר דזשאני אייזעקסאן אבער אויך דעמאקראטן גרייטן זיך אויסצוקלויבן א קאנדידאט וועלכע זאל אינגיכן (אין 2020 למספרם) זוכן ארויסצושטויסן דער עווענטועלער קאנדידאט וועם קעמפ וועט אויסקלויבן אצינד האט מעט ליבערמאן געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר דעם זיץ און גלייכצייטיג געמאלדן אז ער שטיצט צו אימפיטשן פרעזידענט טראמפ
מעט איז א זוהן פונעם געוועזענעם וויצע פרעזידענט קאנדידאט דזשאסעף ליבערמאן
אן אנדערע נאמען וועלכע שיקט ערנסטע סיגנאלן פון א מעגליכע פארמעסט איז לוסי מעקבעט וועלכע האט אין 2018 למספרם געוואונען א רעפובליקאנער געהאלטענע דיסטריקט אין איינע פון די גרעסטע שאק רעזולטאטן אין די מידטוירמס
אגב, האלטן היינט רעפובליקאנע גרופעס אפ אן "אנטי אימפיטשמענט" פראטעסט פארנט פון איר אפיס
*
אין מיסיסיפי גרייט מען זיך צו די סטעיט וואלן פאר גאווערנאר צווישן ליוטענאנט גאווערנאר טעיט ריוועס און דעמאקראט הוד און פרעזידענט טראמפ האט היינט גערופן רעפובליקאנער זיך צו מאביליזיר אין שטיצע פון ריוועס
היקמאן האט גענומען אן אינערליכע פאר די ריוועס קאמפיין און לויט די רעזולטאטן איז ריוועס ביי 45% צו 42% פאר הוד אין א סטעיט וועלכע שטימט היסטאריש שטארק רויט
*
אין אנדערע נייעס אין די מיסיסיפי גאווערנאר פארמעסט האט די הוד קאמפיין ארויסגעשטעלט א רעקלאמע וועלכע באשולדיגט ריוועס אין נוצן זיינע פאליטישע קאנטאקטן צו פארזיכערן דאס אויספלאסטערן א שטראז נאנט צו זיין היים
*
די מער עלטערע ליינער וועלן פילייכט דענקן די תקופה פון שרעק וואס אמעריקא איז אריבער אין 2002 למספרם אין שאטן פון נאכאנאנדע סנייפער שיסערייען ווען צוויי אנאנימע פראפעסיאנאלע ציהל שיסער פלעגן אן קיין ווארענונג אנהויבן שיסן אויף ווער עס זיי געקומען אונטער די האנט און פלינק אנטרינען פון די סצענע
עווענטועל, נאכן אפקאסטן צעהן קרבנות זענען אויטאריטעטן געקומען אויף די שפורן און אידענטיטעט פון די צוויי און ארעסטירט לי מאלווא און אלען מוכאמעד
מוכאמעד איז געווארן פאראורטיילט צו טויט שטראף און די אורטייל איז געווארן אויסגעפירט אין 2009 למספרם
מיט מאלווא איז אבער געווען די מעשה אנדערש זינט ער איז צו יענע צייט געווען בלויז 17 יאר אלט און לויט די געזעץ האט ער געקענט באקומען א מאקסימום פון לעבנסלענגליכע טורמע און ריכטער אין מערילענד און אין ווירדזשיניע האבן אים טאקע צוגעטיילט אייביגע טורמע
שימלענדיג אין זיין פינסטערע צעהל אן קיין געהעריגע אויסזיכט אמאל ארויסצוגיין האט מאלווא געמוזט זיין צופרידן ווען א סופרים קאורט אורטייל איז ארויס אין א צוויייטע קעיס שרייבנדיג אז "לעבנסלענגליכע טורמע אן פאראל פאר פארברעכן דורכגעפירט ווען מען איז יונגער פון אכצן יאר פארלעצט די אכצנטע אמענדמענט וועלכע ערלויבט נישט קיין איבערגעטריבענע שווערע שטראפן"
די פראבלעם איז געווען אז די אורטייל האט נישט אדרעסירט די וועלכע זענען געווארן פאראורטיילט מיט יארן פריער און וואלט בלויז אפעקטירט ווי אזוי ריכטער זאלן אורטייילן אינעם צוקונפט
עס האט געדויערט נאך פיר יאר ווען אין 2016 למספרם האט ענדליך אנגעהויבן אויסקוקן אז מאלווא וועט מעגליך קענען האבן נוצן פון די 2012 למספרם אורטייל
אין 2016 למספרם האט די סופרים קאורט געשריבן אין א באזונדערע קעיס אז זייער פריערדיגע אורטייל פון 2012 למספרם איז געווען א "פארארדענונג מיט סובסטאנץ פון קאנסטיטוציאלע געזעץ"
די טערמין באדייט אז יענע אורטייל איז א פונדאמענטאלע און עלעמענטארע באשיצונג פאר ארעסטאנטן און מוז דעריבער ווערן גענומען אין באטראכט און אפעקטירן אויך ארעסטאנאטן וועמענס אורטייל זענען געווארן פארזיגלט בעפאר די 2012 למספרם אורטייל
באוואפנט מיט די צוויי אורטיילן האטבן די מאלווא אדוואקאטן זיך געוואנדן צום דיסטריקט געריכט וועלכע האט געמוזט צונישט מאכן די אלטע אורטייל און סקעדזשועלן א פרישע אורטייל וועלכע זאל זיין אין איינקלאנג מיט די סופרים קאורט פארארדענונג
די רעגירונג האט עס אפעלירט צום פערטן קרייז געריכט אבער דארט האט זיי אויך אפגעוואט א נידערלאגע ווען די סירקוט קאורט האט בלויז געקענט באשטעטיגן די אורטייל פון די נידריגע געריכט
אצינד וועט די סופרים קאורט אויסהערן די קעיס און די מונדליכע ארגומענטן וועלן פארקומען אום אקטאבער 16 למספרם
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 12:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 12:10 pm

יעי, הבל איז בעק.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אור
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 12:25 pm

ישר כחכם!!

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 12:48 pm

א גרויסן דאנק.
און ווי אזוי הייסט רודי דזשוליאנ'ס פרעסע סעקרעטאר?
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 12:54 pm

א נייער האט געשריבן:א גרויסן דאנק.
און ווי אזוי הייסט רודי דזשוליאנ'ס פרעסע סעקרעטאר?

קורט ריטער

שטילער
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 8:50 pm

ישר כח הבל!!!!

כווארט מיט דורשט אויף דיינע טעגליכע נייעס קרישקעלעך...

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 11:08 pm

יישר כוח
ריעלי אפרישיעט איט!
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 11:33 pm

א דאנק הבל! האמער זייער הנאה געהאט.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג אוקטובער 06, 2019 12:20 am

יעצט געליינט די לעצטע פיר פינף באריכטן.
א הערצליכן יישר כוח פאר ידידנו הרב הכל הבל פאר די הערליכע ארטיקלען!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

וויל נישט
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

תגובהדורך וויל נישט » זונטאג אוקטובער 06, 2019 11:01 am

שטילער האט געשריבן:ישר כח הבל!!!!

כווארט מיט דורשט אויף דיינע טעגליכע נייעס קרישקעלעך...

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 06, 2019 12:13 pm

זונטאג האזינו






קאנגרעס הויבט אן איר צווייטע וואך פון די צוויי וואכן אורלויב אבער דינסטאג וועלן די קאמיטעען הערן פון אמעריקא'ס אמבאסאדאר קיין אייראפע גארדאן סאנדלאנד אונטער פארמאכטע טיהרן איבער די אוקריינע וויסלבלויער באקלאגעניש
*
עקטינג היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר קעווין מעקלינען וועט אויפטרעטן מארגן ביי א קאנפרענץ צו רעדן איבער די פארהאלטונג פון אימיגראנטן ביי אימיגראציע צענטערן לענגאויס די אמעריקאנער מעקסיקאנער גרעניץ
*
אן אנאליז פון די אטמאספערע איבערן לאנד איבער די אנגייענדע אימפיטשמענט סומאטוכע ציגט אז עס איז דערווייל נישט פארהאן צופיל עכטע אנדייטונגען ווי אמעריקא'ס סווינג וויילער זענען אויף די אישו און זיי לאזן זיך נאך דערווייל נישט גאר שטארק הערן
נאכפאלגנדיג נייו באזונדערע טאון האל אויפטריטן דורך געזעצגעבער שטעלט זיך ארויס אז פרא טראמפ פראטעסטירער שטורמען אינדרויסן פון די פארזאמלונגען אין פרא אימפיטשמענט דעמאקראטן שאלן איינוויניג אבער נישט צופיל מעסיגע וויילער קומען ארויס אויסצודרוקן זייערע געדאנקן איבער אימפיטשמענט אויף איין וועג אדער די אנדערע
*
וויצע פרעזידענט מייק פענס וועט דעם יום הקדוש זיין אין אייאווע צו גיבן א רעדע איבער די בענעפיטן פון די USMCA און באזונדער אנטייל נעמען אין א פאנדרעיזינג אונטערצושטיצן די סענאט ווידערערוויילונג קאמפיין פון סענאטארשע דזשאני ערנסט
*
א פאקס נייעס אנקעטע אין צפון קאראליינע שטעלט
ביידען 41%
ווארען 12%
סאנדערס 10%
העריס 4%
בוקער 3%
אלע אנדערע אונטער 2%
די אנקעטע איז נישט גוטע נייעס פאר ווארען וועלכע האט געזוכט צו צעמענטירן איר קאמפיין אין די סטעיט מיט אן אפעיל צו אפריקאנער אמעריקאנער פרויען וויילער און אזוי ארום אראפצוציפן פון בידען'ס מאסיווע אויבערהאנט אבער לויט די אנקעטע באזיגט באקומט ביידען צווישן די גרופע 47% צו 8% פאר ווארען
*
פרוי ביידען האט די פארלאפענע וואך פארברענגט אין אייאווע וואו זי האט אויפגעטריבן שטיצע פאר איר מאן'ס פרעזידענטליכע קאמפיין
*
קאמאלא העריס גייט היינט נאכט קאמפיינען אין אייאווע נאך וואס מען הערט מער און מער פון איר קאמפיין אז זיי אינוועסטירן אלע זייערע ריסוירסעס אין די ערשטע קאקאוס סטעיט מיט די האפעונג אז א די אייאווע סטראטעגיע וועט זיי געבן שטויס קראפט פאראויסצוגיין אין די שפעטערדיגע שטאטן
די קאמפיין באצייכנט עס די אלץ אבאמא סטראטעגיע אבער אנאליסטן צווייפלען אין די צושטעל זינט די אבאמא קאמפיין האט געהאט אינוועסטירט פיל מער און פריער אין די סטעיט און עס נישט געטוהן בלויז אלץ א רעטונגס מיטל אין אזוי שפעט אינעם פארמעסט
*
אין ליוזיאנא האט וויצע פרעזידענט פענס אפגעהאלטן נעכטן א ראלי פאר ביידע רעפובליקאנע גאווערנאר קאנדידאטן, קאנגרעסמאן עיברעהעם און ביזנעסמאן עדי ריספאן
דאנאלד טראמפ הצעיר וועט מארגן מאנטאג אפהאלטן אן עקסטערע ראלי אין שטיצע פון די ביידע קאנדידאטן אין אן אנדייטונג אז די אדמיניסטראציע האט דערווייל נישט גענומען קיין שטעלונג אין צי פריימערי אמווייניגסטנס אפיציעל
*
פארלאפענע פרייטאג איז ארויס די סאמע ערשטע רעקלאמע פון א בעטלגראונד דיסטריקט קאנגרעס קאנדידאט ווען דער אמטירנדער ערשט טערמיניגער דעמאקראט דעלעגאדא פון ניו יארק 19 האט ארויסגעשטעלט א קאמפיין 2020 למספרם רעקלאמע וועלכע איז קאנצעטרירט ארום זיינע דערגרייכונגען און זעלבספארשטענדליך דערמאנט נישט קיין ווארט איבער אימפיטשמענט
*
קאנאווא קאונטי קאמישאנאר בען סאלאנגא (ד) פון וועסט ווירדזשיניע גייט די וואך מעלדן זיין איינטרירט אין די דעמאקראטישע פריימערי פאר גאווערנאר צו קענען לויפן אקעגן גאווערנאר דזשים דזשאסטיס (ר)
*
נאך וואס דזשארדזשיע גאווערנאר ברייען קעמפ האט עפנטליך פארלאנגט אז די אלע וועלכע זוכן צו קאנדידירן אויסצופון די סענאט זיץ פון סענאטאר דזשאני אייזעקסאהן זאלן אפיציעל אויספולן אן אפליקאציע דערפאר מיט זיין אפיס האט קאנגרעסמאן דאג קאלינס אזוי געטוהן און אצינד האט אויך דזשעק קינגסטאן איינגעגעבן זיין נאמען
קינגסטאן איז א געוועזנער קאנגרעסמאן פון די ערשטע קאנדרעסיאנאלע דיסטריקט אין די סטעיט און האט שוין אויך סערווירט אלץ וויצע פארזיצער פון די פארטיי קאנפרענץ
*
נאכן לויפן צוויי מאל אומסוקסעספול אין מינעסאטא'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט דזשים האגעדארן פרובירט א דריטע מאל אין 2018 למספרם און געוואונען מיט 50.1 צו 49.7 פארן דעמאקראט און גייט איצט לויפן צום ערשטן מאל פאר ווידערערוויילונג
לעצטע וואך האבן די דעמאקראטן באוויזן צו רעקרוטירן דער דעמאקראטישער קאנדידאט פון 2018 למספרם דאן פיהאן וועלכע געמאלדן אז ער גייט נאכאמאל לויפן אקעגן האגעדראן
*
רעדנדיג פון מינעסאטא איז אינטערסאנט זיך אריבערצוכאפן צום אכטן קאנגרעסיאנאלן דיסטריקט וואו ריק נאלאן האט אין 2018 למספרם באשלאסן צו רעטייערן נאכן געוואונען זיינע צוויי פריערדיגע פארמעסטן זייער שמאל
פרעזידענט טראמפ האט זיך דאן אריבערגעכאפט צו די סטעיט זייענדיג זיין ערשטע באזוך אהין אלץ פרעזידענט און האט קאמפיינט פארן רעפובליקאנע קאנדידאט פיטע שטויבער ווערנדיג די ערשטע קאנגרעס קאנדידאט צו באקומען א ראלי פון טראמפ אין די מידטוירמס
אויף די דעמאקראטישע זייט איז געלאפן דזשאו ראדינאוויטש וועלכע איז געווען א געהילף צו ריק נאלאן אבער עווענטועל האט שטויבער אים באזיגט באקומענדיג 50.7% פון די שטימען צו 45.2% פאר ראידנאוויטש
אצינד האבן דעמאקראטן רעקרוטירט א געוועזענע קאונסילפרוי קווין ניסטראם צו לויפן אקעגן שטויבער
*
מארגן מאנטאג עפענען זיך די טויערן פון די סופרים קאורט אין וואשינגטאן פארן נייעם סעסיע און מען קען ערווארטן היבש נייעס פון קעיסעס וועלכע די געריכט פלאנט אצונעמען
איין באמבע נייעס איז שוין געקומען ווען מען וועט באקומען די געלעגנהייט צו זעהן אויב סאציאלע קאנסערוואטיוון גייען טאקע בענעפיטירן פון די קענעדי/קעווענאו טויש ווי געשילדערט אין די פאלגענדע באריכט
*
די סופרים קאורט האט געמאלדן אז זיי אקצעפטירן אויסצוהערן די סאמע ערשטע קעיס איבער חוקי רציחה זינט ריכטער קעווענאו איז ארויף אויפן באנק
די געריכט וועט באהאנדלען די פארלאנג דורך ליוזיאנא
אין 2016 למספרם האט די סופרים קאורט דערלאנגט א קלאפ פאר טעקסאס דורכן דערלקערן אומקאנסטיטוציאנאל זייער אפשפארן פילע קליניקס לענגאויס די סטעיט וועלכע האבן סערווירט רציחה סערוויסעס און די געריכט האט אויך אויסגעטראטן דעם באדן פאר פרישע קלאגעס אינעם צוקונפט איבער סטעיט אנטי רציחה רעגולאציעס
נאכפאלגענדיג יענע אורטייל האבן רציחה אקטיוויסטן זיך געוואנדן צום נידריגן געריכט צו באקעמפן א רייע פון אנטי ריצחה געזעצן דורכגעפירט אין ליוזיאנא מיט די האפענונג אז די סופרים קאורט אורטייל וועט זיי צוניצקומען
ליוזיאנא האט געזאגט פאר די דיסטריקט געריכט אז די קעיס איז אומבאגרונדעט אין דעריבער זאל עס ווערן ארויסגעווארפן נאך איידער מען הערט איר אויס
די דיסטריקט געריכט האט זיך אנטזאגט נאכצוגעבן דעם פארלאנג
און אין אן אויסערארדנטליכע שריט האט זיך די סטעיט געווארנדן צום פיפטן קאורט אף אפיעלס אז זיי זאל אין אן עמורדזשענסי גלייך איבערנעמען די קעיס און עס ארויסווארפן ווייל די דיסטריקט געריכט טרעט אויף די רעכטן פון די סטעיט מיטן נישט ארויסווארפו גלייך אזא קעיס
דאן האבן די ריכטער אויפן סירקוט קאורט אויסגעהערט די ארגומענטן און געשיינט צו זיין גענויגט אזוי צו טוהן
די פאנעל איז באשטאנען פון דריי ריכטער און צוויי דערפון זענען נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ
איינער איז ריכטער ענדרו אלדהאם וועלכע האט בעפאר פארטיידיגט די טעקסאס געזעץ אין געריכט..
דער צווייטער איז ריכטער דאן ווילעט אויך נאמינירט דורך טראמפ און די דריטע איז ריכטערין פריסקילע אוען נאמינירט דורך פרעזידענט בוש השני און א באקאנטע אנטי רציחה פיגור
די געריכט שנעל געאורטיילט אז די סטעיט געזעץ איז אויסגעהאלטן און י קלעגער האבן עס געשלעפט צום סופרים קאורט
טראץ וואס ביי די טעקסאס קעיס האבן אלע דריי קאנסערוואטיוון זיך ארויסגעשטעלט אקעגן די מאיאריטעט אורטייל פון פינף וועלכע האבן געאורטיילט אקעגן טעקסאס (סקאליא האט שין נישט געלעבט און זיין זיץ איז נאך געווען ליידיג לאזנדיג די קאנסערוואטיוון מיט ראבערטס, אליטא און טאמאס, קענעדי האט געשטימט מיט די ליבעראלן) האט שוין ריכטער ראבערטס איינמאל צוריקגעשיקט אן אנדערע קעיס צו די פיפטע קאורט איבערצוקוקן זייער באשלוס זינט ער איז געווען אויפגעברויזט אז זיי האבן זיך אויסגעפיפן אויף די סופרים קאורט פרעעצעדענט (טראץ ער איז ארגינעל געווען אקעגן די שאפונג פון דעם ספעציפישן פרעצעדענט אבער ער וויל אז אפגעזעהן פערזענליכע שטעלונגען זאלן נידריגע געריכטן זיך פירן אין איינקלאנג מיט סופרים קאורט פרעצעדענט) און דעריבער האפן די קלעגער אז ראבערטס וועט אויך דאסמאל נעמען אין באטראכט פרעצעדענט
קאנסערוואטיוון קוקן אבער אויס אז די נייע געריכט אויסשטעל וועט זיי ערלויבן איבערצודרייען אין סופרים קאורט די טעקסאס פרעצעדענט זינט זיי פארמאגן איצט פרישע צוויי ריכטער גררסוטש און קעווענאו און וגאב צו די דריי וועלכע האבן שוין גענומען די זייט פון טעקסאס אין 2016 למספרם
*
הויפט ריכטער דזשאן ראבערטס האט אפגעווארפן א פארלאנג פון סי ען ען און אנדערע ניייעס קאנאלן צו ערלויבן מיטצוהאלטן לעבעדיג פון געריכט אדער אמווייניגסטנס קענען באקומען אינעם זעלבן טאג רעקארדירטע אודיאו פון די מונדליכע ארגומענטן אין די היי פראפיל חוקי רציחה און דאקא קעיסעס
*
איין אנדערע אינטערסאנטע טויש איז יא אריין אין אפעקט ווען די געריכט וועט אין אלגעמיין ערלויבן פאר די אדוואקאטן וועלכע פרעזענטירן זייער קעיס דורכאויס די מונדליכע ארגומענטן צו קענען רעדן צוויי מינוט אומגעשטערט
ביז היינט האבן ריכטער געקענט איבערהאקן מיט פראגן פון אנהויב פון די אדוואקאטן פרעזענטאציע אבער אצינד וועלן ריכטער זיך פרובירן צו האלטן שטיל פאר די ערשטע צוויי מינוט צו גיבן א געלעגנהייט פאר די קעיסעס צו ווערן געמאכט
*
ענטערטעימענט סטודיא'ס נעטווארק איז אונטער די אייגנטומערשאפט א פירמע וועלכע באלאנגט פאר בייראן אלען וועלכע איז אן אפריקאנער אמעריקאנער אקטיאר
זיין פירמע האט געקלאגט קאמקעסט, א טעלעקאמיוניקאציע ריז פאר איר באשלוס נישט צו לופטערן זייער פראגראם קאנאלן און באשולדיגט אז די באשלוס איז באזירט אמווייניגסטנס טיילווייז אויף ראסע אנטזאגנדיג צו ערלויבן פאר די איינציגסטע מולטי קאנאל מידיא פירמע אין אמעריקא אונטער די אויסשליסליכע אייגנטומערשאפט פון אן אפריקאנער אמעריקאנער צו באנוצן אירע ליניעס
אויך עטליכע אנדערע גרויסע מידיא דיסטריביוטאר ווי טשארטער קאמיוניקאציע, טיים ווארנער קעיבל, דירעקט טעלעוויזיע, און עי טי & טי האבן אויך אין יענע צייט אפגעווארפן קאנטראקט פארשלאגן מיט די ענטערטעימענט סטודיא'ס נעטווארק
די דיסטריקט קאורט האט אבער אפגעווארפן די טענה און די קעיס האאט גאלאפירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט יא געגעבן רעכט פאר די נעטווארק באזירט אויף זייערס אן אורטייל אין אן ענליכע קעיס
די פראגע קומט אראפ אויב די געזעץ צו פארבאטן א געמיש דיסקרימינאציע און אנדערע פאקטאן ווען עס קומט צו טוהן ביזנעס
די ראסע געזעץ ביים טוהן ביזנעס שרייבט אז מענטשן פון יעדע ראסע דארפן געניסן פון אייניגע צוטריט מעגליכקייטן צו אלע סארט ביזנעס אקטיוויטעטן
אבער די ציווילע רעכטן געזעץ וועלכע אדרעסירט אומשטענדן פון ארבעטער פארלאנגט פון ארבעסטגעבער נישט צו פארלעצן ארבעטער רעכטן באזירט אויף ראסע אפילו אויב די באציאונג איז אויך צוליב אנדערע אורזאכן און ראסע איז בלויז איינע פון די פאקטארן
דהיינו, אויב אן ארבעסגעבער זאגט אויף אן ארבעטער צוליב עטליכע אורזאכן אבער איינע פון זיי איז אויך ראסע איז עס א פראבלעם אפילו אויב ער וואלט יענעם אויפגעזאגט קומעניג פון אן אנדערע ראסע
די קלארע פארבאט אויף טיילווייזע ראסע דיסקרימינאציע איז אבער נאר ארויסגעשריבן ווען עס האנדלט זיך פון באציאונגען צווישן ארבעסגעבער און זייערע ארבעטער
ווען עס קומט צו אנדערע סארט ביזנעס אקטיוויטעטן שטייט בלויז א פארבאט צו האנדלען און האבן ביזנעס מיט איין ראסע און נישט מיט אן צווייטע ראסע צוליב די ראסע פאקטאר
בלייבט אומקלאר אויב אויך אין אזעלכע פעלער ווי צום ביישפיל ווע עס קומט ארויסצוגעבן קאנטראקטן קען מען באשולדיגן א פירמע אין בעפארצוגן איין קליענט איבער די צווייטע פאר רעלעוואנטע אורזאכן אויב ראסע שפילט "אויך" א ראלע
די ניינטע קרייז געריכט האט געשריבן אז די פראזע אין די ציוויליע רעכטן אקט איז אויך מחייב רעגולערע ביזנעס אקטיוויטעטן און טוט אדאפטירן יענע מאסנאמען אין פאל פון אפזאגן ביזנעס קאנטראקטן
די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס און וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אום נאוועמבער 13 למספרם

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » זונטאג אוקטובער 06, 2019 12:28 pm

Thank you

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג אוקטובער 06, 2019 1:47 pm

הערליך!

א ריזיגן יישר כוח!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 06, 2019 1:54 pm

ישר כח.

די מעשה אין לוזיענע איז אז דארט וועט זיין קודם א דזשאנגל פריימערי ווי יעדער לויפט, און אויב איינער באקומט איבער 50%, איז נישט דא קיין וואלן אין נאוועמבער, נאר יענער האט געווינען מיט א נאקאוט.

סוי די רעפאבליקאנער ווילן קודם פארמיידן אז דער אינקאמבענט דעמאקראט אין די רויטע סטעיט זאל האבן די 50%, דורך בויען ביידע רעפאבליקאנער, אזוי וועט יא פארקומען די ראנאף אין נאוועמבער, און ווער פון די רעפאבליקאנער וועט אריינקומען נאמבער 2 וועט קענען לויפן אין נאוועמבער קעגן דעם גאווערנאר אין א 2 וועי רעיס.

עס איז ענליך צו קאליפארניע, אבער אין קאליפארניע איז נישט דא די נאק אוט חלק, פעלאוסי דארף לויפן אין נאוועמבער אפילו ווען זי באקומט אזא 85-90 פראצענט אין די דזשאנגל פריימערי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 06, 2019 4:32 pm

צל עובר האט געשריבן:ישר כח.

די מעשה אין לוזיענע איז אז דארט וועט זיין קודם א דזשאנגל פריימערי ווי יעדער לויפט, און אויב איינער באקומט איבער 50%, איז נישט דא קיין וואלן אין נאוועמבער, נאר יענער האט געווינען מיט א נאקאוט.

סוי די רעפאבליקאנער ווילן קודם פארמיידן אז דער אינקאמבענט דעמאקראט אין די רויטע סטעיט זאל האבן די 50%, דורך בויען ביידע רעפאבליקאנער, אזוי וועט יא פארקומען די ראנאף אין נאוועמבער, און ווער פון די רעפאבליקאנער וועט אריינקומען נאמבער 2 וועט קענען לויפן אין נאוועמבער קעגן דעם גאווערנאר אין א 2 וועי רעיס.

עס איז ענליך צו קאליפארניע, אבער אין קאליפארניע איז נישט דא די נאק אוט חלק, פעלאוסי דארף לויפן אין נאוועמבער אפילו ווען זי באקומט אזא 85-90 פראצענט אין די דזשאנגל פריימערי.

ריכטיג
קלאר ארויסגעברענגט

שטילער
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » זונטאג אוקטובער 06, 2019 4:37 pm

גאר גיט געווען!!

ישר כח הבל!!

איטס וועל עפרישיעיטעד.. ספעציעל אין אזעלכע פארנומענע זמנים!

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 06, 2019 5:10 pm

הכל הבל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ישר כח.

די מעשה אין לוזיענע איז אז דארט וועט זיין קודם א דזשאנגל פריימערי ווי יעדער לויפט, און אויב איינער באקומט איבער 50%, איז נישט דא קיין וואלן אין נאוועמבער, נאר יענער האט געווינען מיט א נאקאוט.

סוי די רעפאבליקאנער ווילן קודם פארמיידן אז דער אינקאמבענט דעמאקראט אין די רויטע סטעיט זאל האבן די 50%, דורך בויען ביידע רעפאבליקאנער, אזוי וועט יא פארקומען די ראנאף אין נאוועמבער, און ווער פון די רעפאבליקאנער וועט אריינקומען נאמבער 2 וועט קענען לויפן אין נאוועמבער קעגן דעם גאווערנאר אין א 2 וועי רעיס.

עס איז ענליך צו קאליפארניע, אבער אין קאליפארניע איז נישט דא די נאק אוט חלק, פעלאוסי דארף לויפן אין נאוועמבער אפילו ווען זי באקומט אזא 85-90 פראצענט אין די דזשאנגל פריימערי.

ריכטיג
קלאר ארויסגעברענגט


יעצט זעה אז טראמפ האט פריער געטוויט דאס

Going to Louisiana on Friday night for a big Republican Rally. Keep Democrat Governor Edwards under 50%, force a runoff, and have a great new Republican Governor! Voting on Saturday. Information for Rally to follow.

ער ברענגט עס זייער גוט קורץ און קלאר ארויס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 06, 2019 5:11 pm

יא יא

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מוצ"ש אוקטובער 12, 2019 11:59 pm

צל עובר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ישר כח.

די מעשה אין לוזיענע איז אז דארט וועט זיין קודם א דזשאנגל פריימערי ווי יעדער לויפט, און אויב איינער באקומט איבער 50%, איז נישט דא קיין וואלן אין נאוועמבער, נאר יענער האט געווינען מיט א נאקאוט.

סוי די רעפאבליקאנער ווילן קודם פארמיידן אז דער אינקאמבענט דעמאקראט אין די רויטע סטעיט זאל האבן די 50%, דורך בויען ביידע רעפאבליקאנער, אזוי וועט יא פארקומען די ראנאף אין נאוועמבער, און ווער פון די רעפאבליקאנער וועט אריינקומען נאמבער 2 וועט קענען לויפן אין נאוועמבער קעגן דעם גאווערנאר אין א 2 וועי רעיס.

עס איז ענליך צו קאליפארניע, אבער אין קאליפארניע איז נישט דא די נאק אוט חלק, פעלאוסי דארף לויפן אין נאוועמבער אפילו ווען זי באקומט אזא 85-90 פראצענט אין די דזשאנגל פריימערי.

ריכטיג
קלאר ארויסגעברענגט


יעצט זעה אז טראמפ האט פריער געטוויט דאס

Going to Louisiana on Friday night for a big Republican Rally. Keep Democrat Governor Edwards under 50%, force a runoff, and have a great new Republican Governor! Voting on Saturday. Information for Rally to follow.

ער ברענגט עס זייער גוט קורץ און קלאר ארויס.

למעשה אין א זיג פאר טראמפ, איז געלונגען פאר די רעפאבליקאנער צו צווינגן א ראנאף.

דער דעמאקראטישער אינקאמבענט גאווערנער עדווארדס האט באקומען 46% וואס דאס איז אונטער די 50 פראצענט, וואס באדייט אז נעקסטע חודש נאוועמבער 16 גייט זיין א ראנאף צווישן דעם דעמאקראטישן גאווערנער און די רעפאבליקאנער קאנדידאט ריספאון.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יוסף פריעדמאן און 18 געסט