א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שטילער
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 8:32 pm

יעצט געגעסן דעם שטיקל קאקאש.. ווואאאףףף איז דעס גיט געווען!!

ישר כח הבל!!!!

היי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 31, 2017 10:58 pm

תגובהדורך היי » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 11:22 pm

ישר כח!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3513
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 11:39 pm

פיינע קאקאש

יישר כח הבל

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:00 am

דינסטאג כי תבא






אויפרייס הארט נעבן א קאמפיין ראלי פון אפגאנער פרעזיענט אשראף גאני
*
אסטראנאטן האבן צום ערשטן מאל באוויזן צו מישן קאנקריט צעמענט אין זערא גראוויטי אטמאספערע
*
וויצע פרעזידענט מייק פענס וועט היינט אדרעסירן די סענאט רעפובליקאנע קאקאוס ביי זייער וועכנטליכע מיטאג
סענאטאר לינדזי גרעהעם זאגט אז ער ערווארט צו הערן פון פענס מער איבער אדמיניסטראציע רעאקציעס איבער די באמבאדירונגען אויף די סאודישע אויל פעלדער
גרעהעם זאגט אז די רעאקציע דארף זיין א ראיאנאלע פלאן צו ציהלן איראן און אויב די רעאקציע וואלט געווען מליטעריש וואלט ער געהאלטן פון א סטראטעגישע אטאקע אויף איראן'ס אויל רעפיינעריס
*
צוויי טעג פון פאנדרעיזינג אין קאליפארניע איז ערווארטעט אריינצוברענגן פאר די טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין ארום פופצן מיליאן דאלער
*
אין מיסיסיפי גייט די ארטיגע גאווערנאר פארמעסט אריין אין מער אן ערנסטע פאזע ווען די דעבאטע סעזאן איז אונטערוועגנס דער רעפובליקאנע ריוועס האט איינגעשטימט אויף צוויי דעבאטעס און דער דעמאקראט הוד אויף דריי און ביידע זייטן באשולדיגן דעם צווייטן אין זוכן צו צוימען די דעבאטעס
*
אין ווייאמינג גייט סענאטאר מייק ענזי רעטייערן און דער געוועזענע קאנגרעס פרוי לומיס האט אריינגעגעבן פאפירן צו קענען לויפן פאר דעם זיץ
לומיס האט געהאלטן די קאנגרעס זיץ וועלכע ליז טשעיני האלט איצט און אויך ליז טשעיני וועלכע זעהט זיך נישט אויג צו אויג מיט לומיס קלערט צו לויפן פאר דעם זיץ און א העפטיגע פריימערי קען מעגליך פארקומען
סענאטאר ראנד פאול האט שוין אינדארסירט לומיס (פאול מיט טשעיני זענען אויף די צוויי אנדערע עקסטרעמען ווען עס קומט צו אמעריקא'ס ראלע איבער די וועלט און ליז טשעיני האט גאר ווילד אראפגעריסן ראנד פאול די ואך וואך זונטג אויף די עי בי סי מידיא פראגראם) און אצינד איז אויך סענאטאר מייק לי ארויסגעקומען אינדארסירן לומיס פאר דעם זיץ
*
ניקאלעס פרייטאס איז אן ארמיי וועטעראן און סערווירט אלץ סטעיט דעעגאט צו פארטרעטן ווירדזשיניע'ס דרייסיגסטע דיסטריקט זינט 2015 למספרם נאך וואס זיין רעפובליקאנע פארגייער עד סקאט האט רעטייערט
פרייטאס איז געלאפן אן קיין פריימערי קעגנער און דערנאך אין א פרייע פעלד ביי די אלגעמיינע וואלן אן קיין דעמאקראטישע אפאנענט
אין 2016 למספרם איז ער געלאפן פאר ווידערערוויילונג אקעגן דעמאקראט בען היקסאן און געוואונען מיט 62%
אין 2018 למספרם איז פרייטאס געלאפן אין די רפעובליקאנע סענאט פריימערי און ערהאטל די אינדארסירונג פון סענאטארן מייק לי און ראנד פאול אבער עווענטועל איז ער שמאל באזיגט געווארן דורך קארי סטוארט מיט 1.7% וועלכע האט דערנאך פארלוירן צום אמטירנדער דעמאקראטישע סענאטאר
פארלאפענע יולי למספרם האט פרייטאס זיך געמוזט ארויסציען פון די 2019 למספרם פארמעסט צו לויפן פאר וויערערוויילונג צוליב וואס ער האט פארפעלט אריינצושיקן די נויטיגע דאקומענטן צו די באורד אף עלעקשאנס איידער די דעדליין און דעריבער האבן די רעפובליקאנער אנגעזעצט א שאנס צו האבן איינעם אויפן טיקעט אויף די רעפובליקאנע ליניע בלויז צוליב טעכנישע אומקאמפאטאנץ
פארט אבער איז נאך זיין קאריערע נישט פאריבער און מען גרייט זיך אויף די מעגליכקייט פון א מאסיווע רייט אין קאמפיין און דער רעפובליקאנער מעגא ביישטייערער ריטשארד יוהלעין האט נעכטן געמאלדן אז ער פארפליכטעט זיך אויסצוגעבן א האלב מיליאן דאלער אונטערצושטיצן די רייט אין קאמפיין ביי די נאוועמבער למספרם וואלן
*
אין אינדיאנא גרייט זיך שוין דער ערשט טערמיניגער גאווערנאר ערקי האלקאמב (וועלכע האט ערזעצט מייק פענס) צו זיין ערשטע ווידערערוויילונג קאמפיין
אויף די דעמאקראטישע זייט איז דער איינציגסטע וועלכע האט שוין געהאט דערקלערט געווען וואדי מאיערסא סטעיט סענאטאר וועלכע האט שוין אין די פארגאנגענהייט סערווירט אלץ העלט קאמישאנער פון אינדיאנא און אויך אין ניו יארק סיטי
אצינד קומט א מעלדונג פון דזשאש אוענס וועלכע איז א ביזנעסמאן אז ער שפרונגט אריין אין די דעמאקראטישע פריימערי ווערנדיג די ערשטע קנאדידאט פאר גאווערנאר אין די סטעיט צו זיין אן אפענער מתועב
*
אין אריזאנא איז פארגעקומען א לעגאלע געראנגל נאך וואס די פיניקס לאקאלע רעגירונג האט זיך גענומען צו א קליינע פירמע וועלכע שטעלט אהער האנט געמאלענע איינלאדענונגען צו פאמיליע צערעמאניעס און זיי האבן זיך אנטזאגט צוצושטעלן אזעלכע קאסטום סערוויסעס פאר א תועבה הייראט צערעמאניע
די אריזאנא סופרים קאורט האט נעכטן געאורטיילט אז פיניקס קען נישט נוצן זייער אנטי דיסקרימינאציע געזעץ אקעגן די פירמע ווייל עס פארלעצט זייער ערשטע אמענדמענט רעכטן
די מאיאריטעט אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער ענדרו גאלד און דערינען אנגעשלאסן ריכטער באליק, לאפעז און פעלאנדער
ריכטער טימער באלעס, טימער, און סטארינג האבן געשירבן א קעגן אורטייל
טייל פון די ריכטער זענען שוין מאמענטאל רעטייערט און אנדערע וועלכע זענען איצט אויפן באנק האבן נישט אנטייל גענומען אין די קעיס זינט די קעיס ציהט זיך שוין פאר א לענגערע צייט נאר די אפיציעלע אורטייל איז ערשט איצט ארויסגעקומען
די אורטייל פון א העכסטע געריכט אין א סטעטט קומט ארום א מאנאט נאך אן ענליכע אורטייל פון די אכטע פעדעראלע קרייז געריכט וועלכע באפרייט פאטאגראפירער פון ווערן געצוואונגען צו אקצעפטירן צו פילמירן תועבה צערעמאניעס
*
עוואנגעליסטא רעימאס איז געווארן אנגעקלאגט מיט צווייטע גראד מארד און ער האט פארלאנגט א דזשורי פראצעס
נאכן פארהאנדלען האבן צעהן דזשורארס געזאגט אז די פראקורארן האבן איבערצייגט זייער קעיס אן קיין צווייפל
צוויי דזשורארס האבן אבער געזאגט פארקערט און אין א געווענליכע פאל וואלט דעקלערט געווארן א מיסטרייעל
די פראבלעם פאר רעימאס איז געווען זיין לאקאציע, נעמליך, ער וואוינט אין ליוזיאנא ווי די סטעיט געזעץ ערלויבט זיך צו רעכענען מיט די מיינונג פון צעהן דזשורארס אויך אויב די אנדערע צוויי זענען אומאיינשטימיג
נו, וואס זאגט די געזעץ איבער אומאיינשטימיגע דזשורי געפינסן?
איז אזוי, אין 1972 למספרם האט די סופרים קאורט באהאנדלט די פראגע אויב די זעקסטע אמענדמענט וועלכע שענקט די רעכט פאר יעדן אנגעקלאגטן צו באקומען א דזשורי פראצעס באדייט אז מען איז שולדיג בלויז ווען אן איינשטימיגע דזשורי באשליסט אזוי אדער אויך מיט א מאיאריטעט
די געריכט האט זיך געשפאלטן אין צווייען מיט 4 אין שטיצע פון אן איינשטימיגע דזשורי און 4 אין שטיצע פון א מאיאריטעט דזשורי
אלע אכט ריכטער האבן פארשטאנען אז די פערצנטע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע וועלכע פארלאנגט אייניגע רעכטן פאר אנגעקלאגטע אין פעדעראלע פראצעסן און אנגעקלאגטע אין סטעיט פראצעסן באדייט אז זייער מיינונג איבער ווי אזוי אויסצוטייטשן די זעקסטע אמענדמענט פון א רעכט פאר א דזשורי איז גילטיג און אייניג אויף א פעדעראלע און סטעיט שטאפל
דער ניינטער ריכטער איז געווען ריכטער לואיס פאועל וועלכע איז אויפגעקומען מיט א מאדנע מיטל וועג און געמאכט א פשרה גייענדיג מיט די איינשטימיגע דזשורי צוגאנג אויפן פעדעראלן שטאפל אבער ערלויבט מאיאריטעט דזשורי אורטיילן אויף א סטעיט שטאפל
איי וועסטו פרעגן ווי אזוי איז עס אין איינקלאנג מיט די פערצנטע אמענדמענט וועלכע שרייבט אז סטעיט און פעדעראלע רעכטן פאר אנגעקלאגטע זענען די זעלבע
אקעי, א גוטע קשיא אבער לויט ריכטער פאועל פארענטפערט מען עס אז די אמענדמענט איז אויף א באגרעניצט פארנעם און בלויז איבער די עצם רעכט פון א דזשורי וועלכע סטעיט זענען אויך פארפליכטעט צוצושטעלן אבער איבער גיין מיט אן איינשטימיגע דזשורי מוזן זיי נישט זיין ווי די פעדעראלע רעגירונג
די אינטערסאנטע אורטייל ווערט שוין פאר לאנגע יארן קריטיקירט אלץ אבסורד פון א לעגאלע שטאנדפונקט און איבער גאנץ אמעריקא עקזיסטירט די איינשטימיגע דזשורי דאקטרינע אבער ארעגאן און ליוזיאנא זענען פארבליבן די לעצטע צוויי שטאטן וועלכע קלאמערן זיך צו די פאועל אורטייל
פארלאפענע למספרם יאר האבן וויילער אין ליוזיאנא באשלאסן צו ברענגן אן ענדע דערצו און באשטעטיגט א רעפערענדום וועלכע איז אריין אין קראפט פארלאפענע יונואר למספרם צו טוישן צום איינשטימיגע דזשורי סיסטעם
צוריק צו אונזער רעימאס וועלכע איז געווארן געפונען שולדיג דורך צעהן פון צוועלף דזשורארס
רעימאס וועלכע איז געווארן פאראורטיילט צו לענסלענגליכע טורמע אן פאראל בעפאר די רעפערענדום טויש קען נישט דערפון געניסן אבער ער זוכט איצט אז די געריכט זאל ארויסווארפן די פאועל אורטייל און האט זיך געוואנדן צום סטעיט אפעלאט קאורט וועלכע האט ארויסגעווארפן זיין קעיס
רעימאס האט זיך דאן געקערט צום סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט ניטאמאל געוואלט אריינקוקן דערין
פארבליבן איז איין לעצטע שאנס צו גיין צום סופרים קאורט און די קאורט האט טאקע אקצעפטירט די קעיס
און וועט אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס אום אקטאבער 7 למספרם

שטילער
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 12:36 pm

א גרויסן ישר כח!!

הבל איז דע בעסט!!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:52 pm

הערליך!
א גרויסן יישר כוח.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2390
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 4:53 pm

אריינגעסיינט זיך צו באדאנקען פאר היינט און פאר יעדן טאג. בפרט פער די גאר באלערענדע געריכט פראצעסן. יישר כח הבל!!! דו מאכסט אן עמעיזינג דזשאב!!!

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 5:28 pm

א ריזן ייש"כ הבל, היינט און אלעמאל

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:29 am

מיטוואך כי תבא






מארגן דאנערשטאג וועט אוסטראליע'ס פרעמיער מיניסטאר סקאט מאריסאן באקומען א סטעיט דינער צוגעשטעלט דורך פרעזידענט טראמפ
*
פינדלאנד'ס פירער סאולי ניניסטא וועט באזוכן די ווייסע הויז אום אקטאבער 2 למספרם
*
קאנגא'ס פרעזידענט וועט ערלויבן אויספארשונגען אין ספענדינג פון שטייערצאהלער געלטער טראץ פארזוכן פון זיין שטאב הויפט עס נישט צו ערלויבן
*
בראזיל'ס צענטראלע באנק איז ערווארטעט צו שנייידן ערנסט די אינטרעסט ראטע צום צווייטן מאל נאכאנאנד
*
פרעזידענט טראמפ מעלדט אין א מעסדזש אז ער וועלט אויס ראבערט אברייען אלץ זיין קומענדיגע נאציאנלע זיכערהייט ראטגעבער
*
א קאר איז אריינגעפארן אין די לאבי פון טראמפ פלאזא אין ניו יארק אבער לויט די פאליציי איז עס געווען א בלויזע עקסידענט אן קיין שעדליכע מאטיוון
*
די קאנגרעס יורידישע קאמיטע האלט היינט אפ א פארהער איבער די פייסא פראצעדורן און עס טרעטן אויף באאמטע פון די יוסטיץ דעפארטמענט, עף בי איי, און ען עס עי
*
פרעזידענט טראמפ זאגט איבער די מאסיווע ראליס פון עליזאבעט ווארען אז עס איז קיין קונץ צוזאמצושלעפן מענטשן אין די אנגעלייגטע מאנהעטען און אז זיינע מאסיווע ראליס קומען פאר אויך אין ערטער וואו מען האט קיינמאל נישט געקענט מאכן ארויסברענגן אזויפיל מענטשן (איגנארירנדיג די פאקט אז ווארען'ס אויפטריט אין מאנהעטען איז נישט איר ערשטע פלאץ ווי זי ציהט מאסיווע באטיילגונג)
*
וועסט ווירדזשיניע דעמאקראט דזשאו מענשין זאגט אז די ווייסע הויז און אטוירני דזשענעראל וויליאם באר רוקן זיך פארואיס אויף זייער א באאיינדרוקנדע וועג איבער בעקגראונד טשעקס אבער קיין גענויע צייט ווען זיין וועלן ארויסקומען מיט א פארשלאג
*
מעין אינדעפענדענט סענאטאר אנגוס קינג וועלכע זיצט אויף די סענאט שפיאנאזש קאמיטע איבער איראן'ס ראלע אין די אטאקע אויף די סאודיער אויל רעפיינעריס: עס איז קלאר אז אלע אשטריכן ציען אין יענעם ריכטונג
*
ניו מעקסיקא דעמאקראטישע סענאטאר מארטין היינריך האט זיך צולאכט ווען מען האט אים געבעטן א רעאקציע אויף די האפענונגען פון די טראמפ קאמפיין אריינצוברענגן זיין סטעיט אין שפיל
*
א הויכראנגיקע זאגט אז עס איז שווער צו זעהן א וועג פאר רעפובליקאנער אנצוהאלטן קאנטראל אויפן סענאט אויב זיי פארלירן מעין
נאנט צו זעכציג מיליאן איז ערווארטעט צו פארפלייצן די פיצינקע סטעיט אין די פארמעסט צווישן סוזען קאלינס און שרה גידעאן וועלכע איז ערווארטעט צו געוואונען די דעמאקראטישע נאמינאציע
*
מאכפאלגענדיג די נעכטיגע אויפטריט פון קארי לואנדאוסקי אין קאנגרעס זאגט ער אז ער וועט באשליסן איבער א סענאט פארמעסט אין ניו העמפשיר אנהויב אקטאבער למספרם
*
נייע פיילינגס צייגן אז קענטאקי דעמאקראטישע גאווערנאר קאנדידאט ענדי באשאר האט אויפגעטריבן מער געלט ווי דער אמטירנדער רעפובליקאנער מעט בעווין
*
קאליפארניע דעמאקראטישע ביישטייערער עד באק ארעסטירט און אנגעקלאגט מיט אפערירן א דראג רינג
*
א פרישע אנקעטע פון אייאווע:
ביידען 25%
ווארען 23%
באטידזשעדזש 12%
סאנדערס 9%
קלאובאשאר 8%
העריס 5%
סטאיאר 3%
בוקער 2%
יענג 2%
*

נו, שוין באריכטעט איבער אלע דריי קעיסעס וועלכע וועלן ווערן אויסגעהערט אום אקטאבער 7 למספרם וועלכע וועט זיין די ערשטע טאג אינעם נייעם געריכט סעסיע אבער קיין איינע פון די דריי קעיסעס קומען ניטאמאל נאנט צו די צוויי קעיסעס וועלכע די געריכט וועט אויסהערן בלויז איין טאג שפעטער אום אקטאבער 8 למספרם און די אורטייל אויף די פראגע איז ערווארטעט צו ווערן נאנט נאכגעפאלגט איבערן לאנד און וועט ווארשיינליך זיך ציילן צווישן די העכסטע פראפיל קעיסעס אינעם בעפארשטייענדן טערמין און וועט ערשט אנטשידן ווערן ענדע יוני למספרם ווי עס איז די שטייגער ביי אזלעכע סארט קעיסעס
דזשעראלד באסטאק וועלכע איז א מתועב האט אנגעהויבן ארבעטן אלץ א קינדער וועלפעיר סערוויסעס קאארדינעיטאר אין קלעיטאן קאונטי דזשארדזשיע אין 2003 למספרם ווי ער האט אין לויף פון זיין קאריערע באקומען פולע לויב אויסצייכענונגען אויף זיין גוטע ארבעט
אין 2013 למספרם האט באסטאק אנטיילגענומען אין א תועבה פארזאמלונג אין קורצליך דערנאך האט די קריטיק ביי די ארבעט אנגעהויבן קומען
דורכאויס א מיטינג ביי וועלכע זיין סופערווייזאר איז געווען אנוועזנד האט אמווייניגסטנס איין באאמטע דארט געמאכט באמערקונגען אקעגן די לעבנסשטייגער פון באסטאק און זיין אנטייל נעמען ביי יענע פארזאמלונג
פונקט אין יענע צייט האט די קאונטי איינגעמאלדן פאר באסטאק אז זי וועט דורכפירן אן אודיט איבער די פראגראם פאנדס איבער וועלכע ער האט פארפיגט
א קורצע צייט שפעטער האט די קאונטי אויפגעזאגט באסטאק פון זיין פאסטן אנגעבליך צוליב אויפפירונג אין די ארבעט
עטליכע מאנאטן שפעטער האט באסטאק אריינגעגעבן א באקלאגעניש צו די גלייכע ארבעט רעכטן קאמיסיע איבער די דיסקרימינאציע אקעגן אים אים און דריי יאר דערויף האט ער אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט אקעגן די קאונטי באזירט אויף די 1964 למספרם געזעץ וועלכע פארבאט דיסקרימינאציע ביי די ארבעט
די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארפן די קלאגע זאגנדיג אז די עלפטע געריכט האט געאורטיילט אן אן אנדערע קעיס אז דיסקרימינאציע איבער די אויסוואל פון לעבנסשטייגער איז נישט געדעקט אוהנטער די 1964 למספרם געזעץ ועלכע פארבאט דיסקרימינאציע ביי די ארבעט
באסטאק האט אפעלירט די אורטייל צום עלפטן סירקוט קאורט אויף וועמענס אורטייל די דיסטריקט געריכט האט זיך פארלאזט און די סירקוט קאורט האט ווידערהאלט זייער שטעלונג און באשטעטיגט די אורטייל פונעם דיסטריקט געריכט
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן און די געריכט האט באשלאסן אז זיי גייען עס צוזאמשמעלצן מיט א צווייטע ענליכע קעיס און אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן פון ביידע אויפאמאל אום אקטאבער 8 למספרם

די צווייטע קעיס האנדלט זיך איבער דאנאלד זארדא וועלכע פלעגט איז געווארן אויפגעזאגט פון זיין פאסטן אלץ א סקיידייווער אינסטראקטער וועלכע פלעגט באגלייטן קונדן וועלכע האבן געוואלט אראפטאנצן פון די הויכע רוימען אראפ צום ערד קוגל
ביי אין פאל האט ער פארשטאנען אז דער קאנסומער מיט וועם ער גייט שפרונגען צוזאמען וועט זיין מער באקוועם אויב ער וועט זיך אידענטיפיצירן מיט זיין געמיינע לעבנסשטייגער און ער האט אזוי געטוהן
די פרוי וועם ער האט באגלייט האט אבער ווייט נישט געשמעקט צו פליען מיט אזא געמיינעם פארשוין און זי האט שפעטער אריינגעגעבן א באקלאגעניש צו די פירמע דערוועגן און זארדא איז אלץ רעזולטאט געווארן אויפגעזאגט פון זיין פאסטן
אום אקטאבער 2010 למספרם האט ער געקלאגט די פלי פירמע עטיטוד עקספערעס וועלכע איז באזירט אין לאנד איילאנד ניו יארק
די פירמע און און יענע קאסטומער זאגן אין געריכט אז מען האט אים אויפגעזאגט איבער מאכן שפורן די קאסטומער אומבאקוועם און אויך ארויסגערוקט א רייע אומארנטליכע אויפפירונג אבער זאראדא טענה'ט אז ער איז אויפגעזגט געווארן פאר די איינציגע זינד פון פירן א לעבנסשטייגער וועלכע גייט אקעגן די ווירדן פון די פירמע
די דיסטריקט געריכט אין מזרח ניו יארק און דערנאך א פאנעל אויף די צווייטע קרייז געריכט האבן ביידע געאורטיילט אקעגן זארדא און זארדא האט פארלאנגט אז די פולע באנק אויפן קרייז געריכט זאל אויסהערן די קעיס און די געריכט איז איינגעגאנגען דערויף
דאן איז געקומען אן אומערווארטעטע אנטוויקלונג אין די קעיס ווען אין 2017 למספרם האט די טראמפ אדמיניסטראציע אינטערווענירט אין די קעיס ווען די יוסטיץ דעפארטמענט האט געשיקט א פריינט פון געריכט בריוו צום געריכט זיי צו מוטיגן קלארצושטעלן אז דיסקרימינאציע איבער לעבנסשטייגער אויסוואל איז נישט געדעקט אונטער די 1964 למספרם געזעץ און די אדמיניסטראציע האט דערמיט זיך אפגעטיילט פון זייער אייגענע גלייכע ארבעט רעכטן קאמיסיע שטעלונג נאך וואס די קאמיסיע האט גאר געשיקט א בריוו צום געריכט אין שטיצע פון זארדא
נאך וואס די פולע באנק אויפן צווייטן קרייז געריכט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן איז ארויסגעקומען זייער 10-3 אורטייל אין שטיצע פון זארדא
אום סעפטעמבער למספרם איז שוין יענע די קעיס געווען אויפן וועג צום סופרים קאורט וועלכע האט ווי אויבנדערמאנט אקצעפטירט די קעיס און וועט עס איצט אויסהערן אינאיינעם מיט די באסטאק קעיס

אוועטאר
mmn
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:49 am

אריינגעסיינט זיך צו באדאנקען פאר היינט און פאר יעדן טאג. בפרט פער די גאר באלערענדע געריכט פראצעסן. יישר כח הבל!!! דו מאכסט אן עמעיזינג דזשאב!!!

שטילער
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:55 am

ישר כח הבל!

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:52 pm

א ריזיגע שכח ספעציעל פאר די סופרים קארט נייעס

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 3:16 pm

יישר כח הבל פאר דיין שווערע און געוואלדיגע ארבייט. עס איז מורא׳דיג עפרישיעטעט.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 3:19 pm

איצל פיצל האט געשריבן:יישר כח הבל פאר דיין שווערע און געוואלדיגע ארבייט. עס איז מורא׳דיג עפרישיעטעט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:53 am

מאנטאג נצבים




פרעזידענט טראמפ איז געפרעגט געווארן אויב ער טוט דירעקט איבערהיפן די יו ען קלימאט סאמיט
טראמפ זאגט: ניין, איך בין זייער פארנומען צווישן אנדערן מיט די טעקסאס פארפלייצונג
די פארפלייצונגען זענען זייער וויכטיג צו מיר און, אה, קלימאטן טויש, אלעס איז זייער וויכטיג
דער פרעסע סעקרעטארהאט שפעטער געזאגט אז דער פרעזידענט וועט זיך מעגליך יא אריינכאפן צום סאמיט
אין די ענדע איז דער פרעזידענט טאקע ערשינען ביידי סאמיט
*
טשאק שומער שרייבט צו מעקאנעל אז די סענאט זאל באשטימען א פארהער איבער די טראמפ וויסלבויער סקאנדאל און שיקן א סובפינע צן באקומען די אפיציעלע באקלאגעניש
*
סענאטאר גרעהעם ברענגט ארויס אז זינט דער פרעזידענט רעדט סייווי איבער די טעלעפאנישע געשפרעך מיטן פרעזידענט פון אוקריינע זאל ער אריוסגיבן וויפיל אינפארמאציע עס איז נאר מעגליך איבער די געשפרעך
*
קאנגרעס איז נישט אין סעסיע היינט זינט קאנגרעסלייט נעמען אנטייל אין די באגרעבעניש צערעמאניעס פון די פארשטארבענע פרוי פון קאנגרעסמאן דזשים קלייבורן
*
די מאריוואנא באנקינג ביל פארגעשלאגן דורך דעמאקראטישע ערשט טערמיניגע קאנגרעסמאן עד פערלמוטער פון קאלאראדא גייט צום פולן קאנגרעס פאר אן אפשטימונג איבערמארגן מיטוואך
די ביל וועט ערלויבן לעגאלע קאבאניס פארבינדעטע ביזנעסער צו באוקמען צוטריט צו בענק אן די ריזיקע פון שטראפן פון פעדעראלע רעגולאטארן
די ביל וועט זיך נויטיגן אין צוויי דריטל שטימען אריבערצוגיין
*
דאנערשטאג וועט די הויז שפיאנאזש קאמיטע אפהאלטן א פארהער איבער די וויסלבלויער באקלאגעניש צו די עקטינג שפיאנאזש שעף דזשאסעף מעקווייער
*
אין קענטאקי האט דער דעמאקראטישע גאווערנאר קאנדידאט ענדי באשאר ארויסגעשטעלט א פרישע טעלעוויזיע רעקלאמע אין וועלכע ער שפילט אויף קאנטערווערסיאלע קאמענטארן פון גאווערנאר בעווין איבער טיטשערס
*
אין וועסט ווירדזשיניע האט דער געוועזענער האנדלס סעקרעטאר ארויסגעלייגט א רעקלאמע וועלכע לויפט סטעיטווייד ארויסצוהויבן זיין ארבעט אויף עטיקס
ער לויפט אין א פריימערי אקעגן גאווערנאר דזשים דזשאסטיס
*
מישיגען קאנגעסמאן פרעד אפטאון (ר) גרייט זיך אפיציעל צו מעלדן אז ער גייט לויפן פאר ווידערערוויילונג
*
רעפובליקאנער ארבעטן צו רעקרוטירן סארא פרעי,א דרום אלינאי פארמערין, צו לויפן אין די פריימערי אין די סטעיט'ס פופצנטע דיסטריקט וועלכע ווערט ליידיג מיט די רעטייערמענט פון קאנגרעסמאן דזשאן שימקאס
*
די אנגעלייגטע דעמאקראטישע סענאט פריימערי אין קאלאראדא האט אנגעהויבן צו ווערן שיטערער ווען די איינטריט פון היקענלופער האט איבערצייגט צוויי קאנדידאטן צו פארלאזן די פארמעסט לעצטע וואך מאנטאג האט ביזנעספרוי זיך גאר אנגעשלאסן אין די פארמעסט אבער דאנערשטאג האט זיך זיך באשלאסן ארויסצוציען
*
די טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין הויבט אן מער פעסימיסטיש איבער זייערע שאנסן אין מישיגען און טוט אנשטאט טאפן די דופק אין אנדערע סטעיט וועלכע זי האט שמאל פארלוירן אין 2016 למספרם ווי מינעסאטע און ניו העמפשיר
*
א פרוי אין סידער רעפידס אייאווע האט פרובירט צו איבערצייגן דזשאו ביידען צו שטיצן מעדיקעיר פאר אלע אבער דער לעצטער האט רעאגירט: דער אויבערשטער האט דיך ליב, דו האסט די רעכט צו שטימען פאר סאנדערס אדער ווארען, זאג פאר עליזאבעט אז עס גייט קאסטן זייער אסאך און זי וועט דארפן הויבן מענטשן'ס שטייערן
*
ווען טאם סטאיאר האט גענומען די האנט מיקראפאן צו אדרעסירן די פארזאמלטע ביי א קלימאטן מארש אין וואשינגטאן די סי איז ער שטארק פארשריגן געווארן דורך די קלימאטיסטן מיט צווישנרופן ווי "לויף נישט פאר פרעזידענט" און "דו פארטרעטסט די קאראפארעיט וועלט"
*
קומענדיגע וויקענד וועט דעלעוועיר סענאטאר טאם קארפער חוזר זיין על הפתחים און קלאפן אויף טיהרן אין דעניסאן אייאווע צו אפעלירן ביי וויילער צו שטיצן דזשאו ביידען
*
נאך וואס בוקער האט געסטראשעט אז ער מוז אויפטרייבן מער פאנדינג אנצוציען ווייטער און אז ער ציהט זיך ארויס אויב ער טרייבט נישט אויף 1.7 מיליאן דאלער אויף ביז דענדע מאנאט למספרם איז דער רוף דערהערט געווארן און די לעצטע צוויי טאג זענען געווען זינע בעסטע אויפן פאנדרעיזינג געביט זינט ער האט געמאלדן זיין קאנדידאטור
*
איינע פון די בלוטיגסטע פריימערי פארמעסטן ביי די רעפובליקאנער אין א לאנגע צייט האלט זיך אינמיטן פארעמען אין ווייאמיניג ווי ראנד פאול וועלכע האסט די שפארבערישע טשעיני פאמיליע צוליב זייער פאליסי אויסקוק שטיצט שטארק די דערווייל איינציגסטע דערקלערטע קאנדידאט פאר די סענאט זיץ מיטן האפענונג צו שטעלן גענוג א שטארקע שוץ וואנט אקעגן א פאטענציאלע פארמעסט דורך קאנגרעס פרוי ליז טשעיני
מיטש מעקאנעל אבער (וועלכע האלט אן א נאנטשאפט מיט פאול זינט ביידע זענען פון קענטאקי) גלייכט אבער שטארק פרוי טשעיני און וויל איר שטארק האבן אינעם סענאט
*
א פיליפינער אפשטאמיגער מיטן נאמען פעטריק באמאטעי וועלכע איז אן אפענער מתועב איז געווען א הויפט ראטגעבער צום ווייסן הויז לעגאלן קאונסיל דורכאויס די באשטעטיגונג פון סופרים קאורט ריכטער ברעט קעווענאו
באמאטעי איז פאריאר שוין געווארן נאמינירט צום 9'טן קרייז געריכט אבער די נאמינאציע האט זיך נישט גערוקט אין ערגעץ און מיטן אנקום פונעם נייעם למספרם יאר איז די נאמינאציע אפגעלאפן און צוריק אין פעברואר האט אים טראמפ נאמינירט צו א דיסטריקט ריכטער פאזיציע און ער האט איצט אויסגעווארט צו ווערן באשטעטיגט
אבער אצינד זיך דערזעענדיג מיט א פרישע שאנס אויפן סירקוט האבן מיר דא באריכטעט מיט א צייט צוריק אז עס איז דא מעגליכקייט אז טראמפ וועט וווידעראמאל פרובירן אים ארויפצורוקן אויפן קרייז געריכט און אצינד האט אים טאקע טראמפ נאמינירט צום סירקוט קאורט
*
באזונדער האט פרעזידענט טראמפ נאמינירט דעם געוועזענעם סאליסיטאר דזשענעראל פון נעוואדע לאורענס וואנדייק אויך צו סערווירן אויפן ניינטן קרייז געריכט
ביידע דעמאקראטישע סענאטארן פון נעוואדע, דזשעקי ראזען און קארטעז מעסטאו האבן אויסגעדרוקט אנטוישונג אז מען האט זיך נישט באראטן איבער די נאמינאציע זיי צו גיבן א געלעגנהייט איבערצוגיין די רעקארד פונעם נאמינירטער פון פאראויס
*
עקסטער האט דער פרעזידענט געמאלדן פיר פרישע נאמינאציעס צום קאליפארניע דיסטריקט געריכט באנק
דזשאן האלקאמב און סטיוו קים צו די צענטראלע קאליפארניע דיסטריקט געריכט און נאט דזשאנסאן און מייקל פעטיט צום דרום קאליפארניע דיסטריקט געריכט
*
דער פרעזידענט האט אויך נאמינירט טאמאס מייקל צו סערווירן אויפן דיסטריקט געריכט אין דרום טעקסאס
*
עס איז געווען אין פעברואר 28 1991 למספרם ווען א פארשוין מיטן נאמען מעקיני און זיין האלבע ברודער מייקל העדלאנד האבן אנגעהויבן זייער ערשטע רויבעריי טור
די טור האט אריינגענומען פינף רויבעריי פארזוכן און אין יענעם ערשטן פרואוו זענען זיי געפארן אין העדלאנד'ס אויטא צוזאמען מיט צוויי פריינט קריס מאריס און דזשאו לעמאן
אונטערוועגנס האבן זיי אויספלאנירט זייער קומענדיגע שריט און באטראכט פאסיגע ציהלן ווען מעקיני האט איבערגעקוקט זיין רעוואלווער און זיך געאייסערט אז ער וואלט געשאסן סיי וועם ער טרעפט אונדערהיים דורכאויס די רויבעריי און העדלאנד האט פארשפראכן צו אנגרייפן אין קאפ סיי וועם ער באגעגנט
מאריס און לעמאן האבן פארגעשלאגן פאר די צוויי באנדיטן צו באפאלן די היים פון קריסטינע מערטענס זינט זיי ווייסן אז זי האלט טויזנטער דאלארן אין א מאראנצן זאפט באטל אין רעפרידזשירעיטאר
די באנדע האט זיך א לאז געטוהן אהין אבער מערטענס איז פונקט דאן אהיימגעקומען און די מוילמאכער האבן זיך אפגעשראקן און אנטרינען פון דארט
זיי האבן אנשטאט אויסגעקליבן א צווייטע לאקאל אבער געדארפט פארלאזן דאס ארט נאכן נישט באווייזן צו לייגן די האנט אויף עפעס ווערטפול
די קומענדיגע נאכט האבן זיך מעקיני, העדלאנד און מאריס ארויסגעלאזט ווידער פרובירן זייער מזל און אדורכגעפירט צוויי פרישע רויבערייען אבער לעמאן האט נישט אנטייל גענומען אין די אקציע
מעריני און מאריס האבן גערויבט א רעוואלווער, א קאלעקס זייגער, צוועלף דאלער און נאך קלייניקייטן און האבן זיך געטיילט מיט די רויב מיט זייער דרייווער און שותף העדלאנד
פון דארטן האבן זיי זיך געוואנדן צו א דריטע הויז און אנגעהויבן זייער רויב אקציע אבער מיטאמאל איז דער היים אייגנטומער ערשינען אוון די צוויי האבן געמאכט פליטה איבערלאזנדיג דעם אייגנטומער אומבאשעדיגט
מעקיני האט אבער נאכדעם באדויערט זיין אויפפירונג און געזאגט אז ער און מאריס וואלטן ווען געדארפט בלייבן אויפן ארט און שיסן דעם היים אייגנטומער
די גרופע האט אבער נישט פארגעסן אז אין די היים פון קריסטינע מערטענס ליגט א פלאש מאראנצן זאפט וועמענס אינהאלט איז נאך נישט פארדארבן.. און ווי מיר ווייסן אז מים גנובים ימתקו האט זיך זיי פארגלוסט כאפן א טרונק דערפון און אום מערץ 9 למספרם האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג פרובירן א צווייטע מאל צו איר היים
ווען זיי האבן זיך אריינבאקומען אהין האבן זיי איר געפונען אליינס אינדערהיים און איר איבערגעפאלן און אטאקירט און אומגעברענגט אבער געפונען בלויז הונדערט און צוואנציג דאלער און פארלאזט דאס ארט אויפן וועג צו זייער שוין פיפטע רויבעריי
זי איז שפעטער געפונען געווארן מיט שטעך וואונדן אין א שאס אין קאפ און די מעדיקאל עקזעמינאר האט שפעטער באשטעטיגט אז זי איז אומגעקומען פון די שאס
די פיפטע רויבעריי איז ערשט פארגעקומען מיט צוויי וואכן שפעטער ווען אין מערץ 22 למספרם זענען זיי איבערגעפאלן די היים פון דזשים מעקלעין און איז געווען א ציהל פון די גרופע זייענדיג פארדעכטיגט אין פארמאגן געלט זינט העדלאנד האט געקויפט זיין קאר ביי אים מיט זעקס מאנאטן פריער
מעקלעין ווייסט נאך נישט פון די רויבעריי ביזן היינטיגן טאג זינט ער איז צו יענע צייט געווען פארזינקן אין א טיפן שלאף און די רויבער האבן אים געשאסן אין קאפ
זיי האבן נאכדעם רואיג געקענט ארומזוכן פאר עפעס אינטערסאנט און האבן אין די ענדע גענומען א טאשן זייגער, דריי האנט ביקסן, און מעקלעין'ס קאר וועלכע זיי האבן שפעטער פרובירט צו פארקויפן
מעקיני איז געווארן אנגעקלאגט מיט צוויי קאונטס פון ערשטע גראד מארד, צוויי קאונטס פון איבערפאל, איין קאונט פון רויבעריי און איין קאונט פון רויבעריי פארזוך
די געריכט האט אין אויסגעהערט די קלאגעס קען אלע אנגעקלאגטע אין איין גרויסע קעיס אבער ווען עס איז געקומען צוזאמצושטעלן דזשוריס האבן זיי צוגעטיילט פאר יעדן באזונדער א דזשורי ליסטעצו באשליסן יענעם'ס שולד אדער אומשולד
מעקיני'ס דזשורי האט אים געפונען שולדיג אויף אלע קאלגעס אויסער די רויבעריי פארזוך
און דער ריכטער האט אים צוגעטיילט טויט שטראף אויף ביידע פון די ערשטע גראד מארד קאונטס
די אורטייל איז געווארן אפעלירט צום אפעלאט געריכט אבער די אריזאנא סופרים קאורט האט באשטעטיגט די אורטייל פון די נידריגע געריכט
דאן האט זיך מעקיני געוואנדן צו פעדעראלן דיסטריקט געריכט מיט א ליסטע פון 26 באקלאגענישן איבער די וועג ווי אזוי מען האט אים באהאנדלט אבער זיי האבן אלעס ארויסגעווארפן מיטן אויסנאם פון צוויי טענות אין וועלכע זיי האבן באוויליגט אריינצוקוקן
איינס איז די טענה אז מען וואלט נישט געדארפט שטעלן א באזונדערע דזשורי וועלכע זאל הערן אויסשליסליך זיין קעיס און די צווייטע איז דאס ארויפשטעלן קייטלעך אויף זיין פיס דורכאויס די דזשורי פראצעס אבער אין די ענדע האבן זיי געפונען אז אויך די טענות איז נישט געונג שטארק
דאן האט מעקיני אנגעהויבן מיט פרישע באקלאגענישן אז די באווייזן וועלכע די דזשורי האט געפונען איז נישט גענוג שטארק פאר א טויט שטראף אורטייל און אים צו פאראורטיילן צום טויט האט מען געדארפט האבן באווייזן אויף צוויי הויפט פראגןארום די אויספארשונג און דאס קענען איבערצייגן אן קיין צווייפל ווי עס איז די באקאנטע דזשורי סטאנדארט
אין דעם פאל אבער האט די דזשורי קלאר נישט געפונען יענע פארלאנגעטע באווייזן אלץ קלאר אן קיין צווייפל און דער ריכטער האט אליינס מחליט געווען איבערצוקוקן די באווייזן און זיי אקצעפטירן טראץ וואס זיי זענען נישט גענוג איבערצייגנד פאר א דזשורי צו ווערן קלאר באשטעטיגט
מעקיני טענה'ט אז אונטער די רעכט פאר א דזשורי קען נישט דער ריכטער גיבן הארבערע שטראפן אויב עס איז באזירט אויף אייגענע געפונסן וועלכע ער האט אליינס באשלאסן אבער די סטעיט טענה'ט אז דער ריכטער האט זיך באנוצט מיט דשי דזשורי געפונסן און די טייל צו אקצעפטירן אויך די איבריגע באווייזן איז בלויז צו גיבן א הארבערע אורטייל און עס איז דעם ריכטער'ס באשלוס צו באשטימען דעם אורטייל
אין פאקט האט שוין די סופרים קאורט געאורטיילט אין אן אנדערע קעיס אז אזא באשלוס קען בלויז קומען פון די דזשורי און נישט פון די ריכטער אבער די סטעיט טענה'ט אז יענע סופרים קאורט אורטייל איז געקומען שוין נאך וואס מעקיני איז געווען פאראוטיילט און טוט דעריבער נישט אפעקטירן זיין קעיס למפרע
די ניינטע סירקוט קאורט האט אבער געגעבן גערעכט פאר מעקיני און איצט האט די סופרים קאורט אקצעפטירט אויסצוהערן די פראגע אויב זייער פריערדיגע פסק זאל ווירקן למפרע אויף פאראורטיילטע אין פריערדיגע קעיסעס

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:05 pm

טענקס הבל, זייער הנאה געהאט,
די קאקאש ווערט בעסער און בעסער, קיפ איט קאמינג.

וויל נישט
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

תגובהדורך וויל נישט » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:05 pm

ישר כח!
---
אויב איך מעג בעטן איך (איך שטעל זיך פאר נאך ליינערס) וואלטן הנאה געהאט איינער לייגט אראפ די מעשה פון די וויסל בלאער מיטן ירים הודו... אבער נאר פאקטן איך מיין אז די וואלסט געווען דאס בעסטע.

איז דער פרעזידענט מודה אדער נישט איך בין אינגאנצן צומישט וואס דא גייט פאר
---
ישר כח עני וועי

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:12 pm

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג נצבים


נאך וואס בוקער האט געסטראשעט אז ער מוז אויפטרייבן מער פאנדינג אנצוציען ווייטער און אז ער ציהט זיך ארויס אויב ער טרייבט נישט אויף 1.7 מיליאן דאלער אויף ביז דענדע מאנאט למספרם איז דער רוף דערהערט געווארן און די לעצטע צוויי טאג זענען געווען זינע בעסטע אויפן פאנדרעיזינג געביט זינט ער האט געמאלדן זיין קאנדידאטור
*

ער האט אויף געטריבן די פארלאנגטע סכום?
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
mmn
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:15 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:טענקס הבל, זייער הנאה געהאט,
די קאקאש ווערט בעסער און בעסער, קיפ איט קאמינג.
!

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:28 pm

יישר כוחכם

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:35 pm

א נייער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג נצבים


נאך וואס בוקער האט געסטראשעט אז ער מוז אויפטרייבן מער פאנדינג אנצוציען ווייטער און אז ער ציהט זיך ארויס אויב ער טרייבט נישט אויף 1.7 מיליאן דאלער אויף ביז דענדע מאנאט למספרם איז דער רוף דערהערט געווארן און די לעצטע צוויי טאג זענען געווען זינע בעסטע אויפן פאנדרעיזינג געביט זינט ער האט געמאלדן זיין קאנדידאטור
*

ער האט אויף געטריבן די פארלאנגטע סכום?

די אולטימאטום איז ענדע מאנאט און מען האלט נאכנישט דארט

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:52 pm

א ריזיגע שכח ספעציעל פאר די סופרים קארט נייעס

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 1:39 pm

ישר כח @הבל
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 1:44 pm

וויל נישט האט געשריבן:ישר כח!
---
אויב איך מעג בעטן איך (איך שטעל זיך פאר נאך ליינערס) וואלטן הנאה געהאט איינער לייגט אראפ די מעשה פון די וויסל בלאער מיטן ירים הודו... אבער נאר פאקטן איך מיין אז די וואלסט געווען דאס בעסטע.

איז דער פרעזידענט מודה אדער נישט איך בין אינגאנצן צומישט וואס דא גייט פאר
---
ישר כח עני וועי

אבדזשעקטיוו
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

תגובהדורך אבדזשעקטיוו » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 2:07 pm


די גרופע האט אבער נישט פארגעסן אז אין די היים פון קריסטינע מערטענס ליגט א פלאש מאראנצן זאפט וועמענס אינהאלט איז נאך נישט פארדארבן.. און ווי מיר ווייסן אז מים גנובים ימתקו האט זיך זיי פארגלוסט כאפן א טרונק...


מעקלעין ווייסט נאך נישט פון די רויבעריי ביזן היינטיגן טאג זינט ער איז צו יענע צייט געווען פארזינקן אין א טיפן שלאף...


ישר כח, כ'האב זייער הנאה געהאט, ספעציעל פון עקסטרע ספייס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט