א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 1:30 pm

עפעס עקסטער גוט! ווי אלעמאל.

הכל הבל האט געשריבן:איר דענקט די קאשמארן ווען אייער מלמד האט אייך באפוילן צו שרייבן הונדערט מאל אז איר וועט שוין טייטלען ביים פארלערנען?
א ריכטער אין מאנטאנא האט פאראורטיילט צוויי מענער וועלכע זענען פארוויקלט געווארן אין אומפארבונדעטע קעיסעס
איינער איז געווארן אנגעקלאגט אין רויבעריי און דער צווייטער צוליב וואס ער האט געהאט אין באזיץ אומלעגאלע געווירצן און ביידע האבן באקומען טורמע טערמינען פון עטליכע יאר איטליכער אבער די געריכט איז אויפגעקומען אז זיי האבן ביידע באזונדער ליגן געזאגט פארן געריכט
זיי האבן האט זיך אריינגערוקט אין די די וועטעראן טריעטמענט געריכט מיט געעשיכטעס איבער מיליטערישע דינסט
איינער האט גאר אנגעגעבן אז ער האט סערווירט פאר זיבן יאר אין אפגאניסטאן און אין איראק און איז דארט פארוואונדעט געווארן פון א ראוד זייט באמבע און געברויכט דורכגיין א היפ ערזאץ פראצעדור און ער האט אויך געליטן פון פסיכאלאגישע פראבלעמען אין רעזולטאט פון זיינע יארן אויפן שלאכטפעלד
ריכטער גרעג פינסקי האט ארויסגעגעבן זיי שטראף ווי פאלגענד:
די צוויי דארפן מיט זייער האנט שריפט אראפשרייבן די נעמען פון אלע 6756 אמעריקאנע זעלנער וועלכע זענען אומגעקומען אין אפגאנסטאן און אין איראק
די צוויי דארפן מיט זייער האנט שריפט אראפשרייבן די געשיכטעס פון די 40 אמעריקאנער זעלנער וועלכע זענען אומגעקומען אין די צוויי מלחמות און קומען פון די סטעיט מאנאטאנא
די צוויי דארפן מיט זייער האנט שריפט אראפשרייבן אפ פערזענליכע אנטשולדיגונג און זיך אידענטיפיצירן אלץ ליגנער פאר א רייע מיליטערישע קערפערשאפטן
ער האט זיי ביידע עקסטער צוגעטיילט צו 441 שטונדן פון קאמיוניטי סערוויס אקעגן די 441 מאנטאנא אפשטאמיגע סאלדאטן וועלכע זענען אומגעקומען אויפן פראנט זינט די קארעא קריג
די יארן וועלכע זיי קענען ארויסגיין פריער פון טורמע דארן זיי יעדע יאר ווען עס געפאלט מעמאריעל דעי און וועטעראן דעי שטיין פאר אכט שטונדן ביי די מאנטאנא וועטעראן מעמאריעל באצירט מיט פלאקאטן וועלכע שרייען "איך בין א ליגנער, איך בין נישט קיין וועטעראן, און איך האב גרינגעשעצט אין אלע וועטעראנען"


איך האב שוין געמיינט אז א ריכטער האט געאורטיילט אז אזא שטראף קען מער נישט גענוצט ווערן. דערווייל גאר אזאנס!
קען עס נישט זיין אין פארלעצונג צום אכטען אמענדמענט? עס איז אפשר נישט cruel אבער זיכער unusual...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 1:38 pm

Yang2020 האט געשריבן:עפעס עקסטער גוט! ווי אלעמאל.

הכל הבל האט געשריבן:איר דענקט די קאשמארן ווען אייער מלמד האט אייך באפוילן צו שרייבן הונדערט מאל אז איר וועט שוין טייטלען ביים פארלערנען?
א ריכטער אין מאנטאנא האט פאראורטיילט צוויי מענער וועלכע זענען פארוויקלט געווארן אין אומפארבונדעטע קעיסעס
איינער איז געווארן אנגעקלאגט אין רויבעריי און דער צווייטער צוליב וואס ער האט געהאט אין באזיץ אומלעגאלע געווירצן און ביידע האבן באקומען טורמע טערמינען פון עטליכע יאר איטליכער אבער די געריכט איז אויפגעקומען אז זיי האבן ביידע באזונדער ליגן געזאגט פארן געריכט
זיי האבן האט זיך אריינגערוקט אין די די וועטעראן טריעטמענט געריכט מיט געעשיכטעס איבער מיליטערישע דינסט
איינער האט גאר אנגעגעבן אז ער האט סערווירט פאר זיבן יאר אין אפגאניסטאן און אין איראק און איז דארט פארוואונדעט געווארן פון א ראוד זייט באמבע און געברויכט דורכגיין א היפ ערזאץ פראצעדור און ער האט אויך געליטן פון פסיכאלאגישע פראבלעמען אין רעזולטאט פון זיינע יארן אויפן שלאכטפעלד
ריכטער גרעג פינסקי האט ארויסגעגעבן זיי שטראף ווי פאלגענד:
די צוויי דארפן מיט זייער האנט שריפט אראפשרייבן די נעמען פון אלע 6756 אמעריקאנע זעלנער וועלכע זענען אומגעקומען אין אפגאנסטאן און אין איראק
די צוויי דארפן מיט זייער האנט שריפט אראפשרייבן די געשיכטעס פון די 40 אמעריקאנער זעלנער וועלכע זענען אומגעקומען אין די צוויי מלחמות און קומען פון די סטעיט מאנאטאנא
די צוויי דארפן מיט זייער האנט שריפט אראפשרייבן אפ פערזענליכע אנטשולדיגונג און זיך אידענטיפיצירן אלץ ליגנער פאר א רייע מיליטערישע קערפערשאפטן
ער האט זיי ביידע עקסטער צוגעטיילט צו 441 שטונדן פון קאמיוניטי סערוויס אקעגן די 441 מאנטאנא אפשטאמיגע סאלדאטן וועלכע זענען אומגעקומען אויפן פראנט זינט די קארעא קריג
די יארן וועלכע זיי קענען ארויסגיין פריער פון טורמע דארן זיי יעדע יאר ווען עס געפאלט מעמאריעל דעי און וועטעראן דעי שטיין פאר אכט שטונדן ביי די מאנטאנא וועטעראן מעמאריעל באצירט מיט פלאקאטן וועלכע שרייען "איך בין א ליגנער, איך בין נישט קיין וועטעראן, און איך האב גרינגעשעצט אין אלע וועטעראנען"


איך האב שוין געמיינט אז א ריכטער האט געאורטיילט אז אזא שטראף קען מער נישט גענוצט ווערן. דערווייל גאר אזאנס!
קען עס נישט זיין אין פארלעצונג צום אכטען אמענדמענט? עס איז אפשר נישט cruel אבער זיכער unusual...

ווי איך פארשטיי וועט די אכטע אמענדמענט נישט פארבאטן אייגנארטיגע געדאנקן ווי אזוי צו באשטראפן נאר ענדערש איבערגעטריבענע שווערע שטראפן אדער אפילו אויב עס איז שווער לויט די ארומיגע אומשטענדן פונעם באשולדיגטן
אויב אבער די שטראף איז בלויז אומגעווענליך און קוריאז און נישט איינגעפירט איז עס נישט קיין פראבלעם
מעגליך אבער ביזטו יא גערעכט אז מען קען עס אנקוקן ווי איבערגעטריבן שווער פון א פסיכאלאגישן שטאנדפונקט ווייל עס פארשעמט זייער שטארק די באשולדיגטע
אבער וואלטן זיי ליבערשט געוואלט באקומען פרישע טורמע? געוואנדן אין א מחלוקת צווישן ר' יהודה און די חכמים אויב צער הגוף אדער בושות איז שווערער צו פארנעמען
און איך וויל מיך דא נאכאמאל באדאנקן פאר יעדן איינעם'ס פידבעק וועלכע ווערט שטארק עפרישיעיטעד און העלפט ברענגן ווייטערדיגע באריכטן

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 2:02 pm

א גרויסן שכ'ח הבל
;l;p- ;l;p- ;l;p-
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 2:10 pm

מ'דארף מיר ווען שרייבן כאטשיג 6756 מאל שכוח פאר הכל הבל!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 2:35 pm

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך ראה




*
אין קענסאס צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט איז ערווארטעט אז דער אמטירנדער ערשט טערמיניגער רעפובליקאנע קאנגרעסמאן וואטקינס וועט לויפן פאר ווידערערוויילונג אבער ער קען אויסשטיין אן ערנסטע פארמעסט נאך וואס ער האט אין 2018 למספרם גאר שמאל באזיגט דעם דעמאקראט פאול דעיוויס מיט 47.6 צו 46.8
דאסמאל איז די דעמאקראטישע קאנדידאט עיבי האדזשסאן וועלכע איז א געוועזענע רעדע שרייבער פארן געזונטהייט סעקרעטארשע אונטער פרעזידענט אבאמא קעטלין סעבעליוס
דער געוועזענער קענסאס רעפובליקאנער גאווערנאר דזשעף קאליער איז אזוי נערוועז איבער די דעמאקראטישע שאנסן אויפצופיקן דעם זיץ אז ער האט עפנטליך גערופן סטעיט טרעזשוראר דזשעיק לאטורנער וועלכע זוכט צו לויפן אין די סענאט פריימערי אז ער זאל איבערלאזן זיינע סענאט טרוימען און אריינטאנצן אין א פריימערי אקעגן קאנגרעסמאן וואטקינס זינט ער גלויבט אז וואטקינס קען נישט געוואונען ווידערערוויילונג
*

די אויבנדערמאנטע נייעס האבן מיר באריכטעט פונקט מיט וואך צוריק און היינט מעלדט לאטורנער אז ער ענדיגט טאקע זיין סענאט קאמפיין און שפרונגט אריין אין א פריימערי אקעגן קאנגרעסמאן וואטקינס
ער זאגט אז אן קיין פראגע שטעלט וואטקינס אריין י זיץ אין געפאר פון גיין צו די דעמאקראטן
לאטורנער האט אריבערגעלייגט ארום א האלב מיליאן דאלער פון זיין סענאט קאמפיין קאסע צו זיין נייע קאנגרעס קאמפיין

להבא
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:47 pm

תגובהדורך להבא » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 2:40 pm

«:::א:::»-----«:::ר:::»«:::י:::»«:::ז:::»«:::ג:::»«:::ע:::»«:::ן:::»-----«:::ש:::»«:::כ:::»«:::ו:::»«:::ח:::» פון טיפעניש פון הארץ

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 3:12 pm

יישר כח הבל! גאר פיין געווען עז אלוועיס.

נאך א תלמיד חכם אויך (אדער לערנט זכרו ?!?)...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 3:24 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:יישר כח הבל! גאר פיין געווען עז אלוועיס.

נאך א תלמיד חכם אויך (אדער לערנט זכרו ?!?)...

פרוביר צו לערנען תורה

בין נישט באקאנט וועלכע מסכת איר לערנט אציצט אבער כפי זכרוני ווערט די מחלוקה ציטירט מערערע מאל בש"ס

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 3:29 pm

הכל הבל האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:יישר כח הבל! גאר פיין געווען עז אלוועיס.

נאך א תלמיד חכם אויך (אדער לערנט זכרו ?!?)...

פרוביר צו לערנען תורה

בין נישט באקאנט וועלכע מסכת איר לערנט אציצט אבער כפי זכרוני ווערט די מחלוקה ציטירט מערערע מאל בש"ס

צוויי מאל, איינמאל אין סנהדרין (וואס די זכרו אידן האבן לעצטנס געלערנט) און איין מאל אין סוטה.

גראדע פארשטיי איך שוין יעצט בעסער פארוואס עס אינטערעסירט דיר מער די געריכט קעיסעס און אירע ארומיגע אישוס מער ווי אלע אנדערע שטותים.

עניוועי, קיפ איט אן! איטס וועל עפרישיעטעד.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:03 am

דאנערשטאג שופטים



ענגלאנד'ס פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן אנטפאנגט דעם אמעריקאנעם וויצע פרעזידענט מייק פענס וועלכע איז איצט אין אויסלאנד אויף א באזוך
*
האנג קאנג'ס פירער זאגט אז כינע רעספעקטירט און שטיצט איר באשלוס צוריקצוציען פון די פלאן דורכצופירן א ביל וועלכע וואלט געהאלפן אויסליפערן באשולדיגטע קיין כינע און אנדערע לענדער
דערווייל איז עס די איינציגסטע פון פינף פארלאנגען דורך די פראטעסטירער צו ווערן נאכגעגעבן
די אנדערע פיר זאכן וואס פראטעסטירער האבן געוואלט איז אז ראליס זאלן מער נישט באצייכנט ווערן אלץ ראיאטן, מען זאל באפרייען אלע דעמאנסטרירער, די שאפונג פון א זעלבסטשטענדיגע אויספארשונג אריינצוקוקן אין פאליציי ברוטאליטעט, און די רעכט פון האנג קאנג איינוואוינער צו קליייבן זייער אייגענע פירער
*
א טאליבאנע קאר באמבע האט אויפגעריסן אין קאבול אפגאניסטאן נעבן די אמעריקאנע אמבאסאדא קאמפלעקס ברענגענדיג אמווייניגסטנס דריי פאטאליטעטן און ארום דרייסיג פארוואונדעטע
אן אמעריקאנע איינגעשטעלטע און א רומענישע זעלנער זענען שוין געוואןר אידענטיפיצירט צווישן די אומגעקומענע
*
פון כינע הערט מען אז זייערע פארשטייער וועלן באזוכן אמעריקא אום אקטאבער למספרם פארצוזעצן די האנדל פארהאנדלונגען
דער כינעזער וויצע פרעמיער האט אין א טעלעפאנישע געשפרעך מיט סטיוו מענוטשין או ראבערט לייטהייזער געמאלדן זיין גרייטקייט צו קומען באזוכן קיין וואשינגטאן פאר ווייטערדיגע דיסקוסיעס און ערנסטע צוגרייטונגען פאר די געשפרעכן וועלן ווערן אויסגעארבעט אינמיטן סעפטעמבער למספרם אויסצוארבעטן די דעטאלן פונעם באזוך
אין רעאקציע פון די נייעס האבן זיך סטאקס שטארק געהויבן אין אזיע היינט אינדערפרי
*
פיליפינער אויטאריטעטן האבן ארעסטירט אן אמעריקאנע פרוי ווערנדיג געכאפט זיך ארויסשמוגלען פון לאנד מיט א זעקס טאג אלט קינד אין א זעקל
*
א נייע שטודיע פון די פארטיידיגונג דעפארטמענט ברענגט אומגינסטיגע נייעס איבער די געזונט און לעבנסשטייגער פון אמעריקאנע זעלנער
טראץ וואס די נעיווי האט עלימינירט געפרעגלטע עסן און צוקערדיגע געטראנקן אויף אירע שיפן און געעפנט אירע איבונגען צענטערן אויך אין די נאכט שטונדן טוען מאטראזן פארזעצן צוצונעמען וואג
*
פרעזידענט טראמפ וועט זיך היינט טרעפן אין די אוועל אפיס מיט מערי בארא וועלכע איז די פארזיצערין און הויפט עקזעקוטיוו פון דזשענעראל מאטארס
*
מיט ראמני און מייק לי זענען יוטא'ס צוויי סענאטארן און ביידע האבן קריטיקירט די באשלוס פון די טראמפ אדמיניסטראציע צו רוקן פארטיידיגונג באשטימטע פאנדן צו העלפן בויען די גרעניץ וואנט מיט מעקסיקא זינט 54 מיליאן דאלער דערפון וואלט געגאנגען פאר פארטיידיגונג פראיעקטן געבויעט אין יוטא און וואלט געשפאן דזשאבס אין די סטעיט
*
די קאנגרעס יורידישע קאמיטע שיקט סובפינעס צו די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט איבער דאקומענטן פארבונדן צו די אנגעבליכע פארזיכערונגען פון פרעזידענט טראמפ צו פארדאנירן אימיגראציע באאמטע
*
דזשים סענסענברענער, רעפובליקאנער פון וויסקאנסין וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג נאכן סערווירן דארט פאר איבער 40 יאר
זיין דיסטריקט הייסט פארזיכערט רויט, און ער האט אין 2018 למספרם געוואונען אקעגן דעם דעמאקראט מיט 62% צו 38%
*
סוזען דעיוויס, דעמאקראט פון קאליפארניע וועלכע איז שוין אין איר צענטע טערמין אין קאנגרעס גייט רעטייערן פון אפיס
איר דיסטריקט הייסט פארזיכערט בלוי, און זי האט אין 2018 למספרם געוואונען אקעגן דעם רעפובליקאנער מיט 69.07% צו 30.93
א רייע דעמאקראטן האבן זיך שוין געמאלדן צו לויפן פאר דעם זיץ
*
אין קאליפארניע'ס 36'סטע דיסטריקט האט דעמאקראט ראול רויז געוואונען ווידערערוויילונג אין 2018 למספרם מיט אן אויבערהאנט פון 59!
דאס טוט אבער נישט אפהאלטן א געוועזענער סענאט קאנדידאט ערין קרוז צו לויפן אויף די רעפובליקאנע זייט טראץ די שוואכע שאנסן פאר סוקסעס
דאס איז אבער נישט די אינטערסאנטע נייעס וועלכע האט געצויגן אויפמערקזאמקייט איבעא דעם פארמעסט
די מאדנע נייעס איז גאר איבער א פרישע קאנדידאט וועלכע איז ארינגעטנצן אינעם פארמעסט אויף די רעפובליקאנע זייט און טאקע איבער יענעמס נאמען
דער פרישטער רעפובליקאנער צו מעלדן א קאמפיין פאר דעם זיץ הייסט ראול רויז!
יא, איר זענט נישט צומישט ראול רויז (ר) האפט צו לויפן אקעגן ראול רויז (ד) און האט אין די אפיציעלע קאמפיין עפענונג מעלדונג גערופן וויילער צו שטימען פאר די "ריכטיגע" ראול רויז פאר קאנגרעס
*
מיר האבן שוין באריכטעט מיט א צייט צוריק אז יוטא גאווערנאר גערי הערבערט גייט נישט לויפן פאר א דריטע טערמין און האט שוין אינדארסירט זיין ליוטענאנט ספענסער קאקס וועלכע האט שוין דערקלערט זיין קאנדידאטור און א ביזנעסמאן דזשעף בורנינגהעם האט שוין אויך געמאלדן
זינט דאן האט שוין דער געוועזענער יוטא גאווערנאר דזשאן האנטסמאן וועלכע איז איצט אמעריקא'ס אמבאסאדאר קיין רוסלאנד געמאלדן אז ער גייט אויפגעבן זיין איצטיגע פאזיציע און עס איז געווען היבשע שפעקולאציעס אז אויך ער וועט זוכן צוריקצונעמען זיין אלטע זיץ
איצט הערט מען אז גאווערנאר הערבערט'ס גאווערנאר קאמפיין האט אריבערגערוקט פוציג טויזנט דאלער פון זייער קאסע פאר די קאקס קאמפיין און באזונדער וועט הערבערט ספאנסארן א פאנדרעיזער פאר זיין ליוטענאנט קומענדיגע וואך
*
מען האט שוין עטליכע טאג נאך די מעלדונג פון דזשארדזשיע רעפובליקאנע סענאטאר דזשאני אייזעקסאהן אז ער גייט נישט לויפן פאר נאך א טערמין און דערווייל הערט מען נישט צופיל איבער אקטיוויטעטן צו ערפילן זיין זיץ סיי פון די רעפובליקאנע לאגער וועלכע דארף איצט געפונען א פאסיגע ערזאץ וועם גאווערנאר קעמפ זאל קענען אריינשטעלן און סיי פון דעמאקראטן וועלכע וועלן זוכן צו לויפן ווען דער קעמפ אויסוואל וועט זיך אין קורצן דארפן שטעלן פאר די וויילער
אבער אונטער די קוליסן קומט פאר גאר העפטיגע באראטונגען שוין פון נאך איידער אייזעקסאהן האט אפיציעל געמאלדן זיין רעטייערמענט און צענדליגער אינטערוויוס זענען שוין געווארן אדורכגעפירט מאר פון די קעמפ אדמיניסטראציע הערט מען גאר ווינציג אדרעסירן די נייעס צוליב וואס זייער פובליק פרעזענטאציע איז איצט פולשטענדיג קאנצעטרירט ארום די האריקעין וועלכע בוזשעוועט אינעם ראיאן און פילייכט זוכן זיי נישט איצט צו ווערן באשולדיגט אין פאליטישע אקטיוויטעט
איינע פון די נעמען וועלכע צירקולירן איז קעיסי קעיגל וועלכע איז דזשארדזשיע'ס געוועזענע ליוטענאנט גאווערנאר אוןו אנדערע ברענגן אויף קאנגרעסמאן דאג קאלינס און געוויסע רעדן איבער קאנגרעסמאן טאם גרעווס אדער קאנגרעסמאן דרו פערגאסאן
מען רעדט אויך איבער ליוטענאנט גאווערנאר געאך דאנקען, געוועזענע קאנגרעסמאן קערען הענדל און סטעיט סענאטאר בארט דזשאונס וועלכע קען אריינגיסן אייגן געלט פון זיין םאמילע םאטראליום ביזנעס אין די פארמעסט
דזשאונס איז געווען איינע פון די ערשטע אין זיין סטעיט צו אינדארסירן טראמפ פאר פרעזידענט
נאך א נאמען וועלכע קען ערשיינען אויף די קורצע ליסטע אויב קעמפ וויל גיין מיט א קאנדידאט וועלכע קען בעסער אפעלירן צו סובארבן וויילער איז איז א געוועזענע רעפובליקאנע סטעיט לעגיסלאטור מעמבער און טראמפ נאמינירטער אטוירני בידזשעי פעק
אטוירני דזשענעראל קריס קאר וועלכע איז געווען בעפאר א הויפט געהילף צו סענאטאר אייזעקסאהן האט אויסגעשלאסן זיין נאמען
אויף די דעמאקראטישע זייט הערט מען אויך איבער מעגליכע נעמען א שטייגער ווי קאנגרעס מיטגליד לוסי מעבעטוועלכע האט געמאכט גאן קאנטראל אלץ איר פלאטפארמע און דאדורך איבערגעדרייט א סובארבען דיסטריקט אויף בלוי לעצטע יאר און איז געווארן די פארטיי'ס גרעסטע סוקסעס אין 2018 למספרם אין די סטעיט
זי רעדט שוין אפן איבער א מעגליכע סענאט קאמפיין אבער פארטיי פירער פרובירן איר דערווייל אפצוקילן דערפון גלויבנדיג אז איר בלייבן אין קנאגרעס וועט פארשטארקערן איר נאמען און העלפן אנהאלטן איר זיץ נאך וואס מען איז באזארגט אז די רעפובליקאנע באזיגטע קערען הענדל קען נאך באשליסן נאכאמאל צו לויפן צוריקצונעמען איר זיץ (קען גאר זיין אז קעמפ וועט אויסוועלן הענדל וועט עס בארואיגן דעמאקראטישע פירער און גיבן די גרינע ליכט פאר מעקבעט צו לויפן אלץ דעמאקראט און די צוויי ווען זיך פונדאסניי פארמעסטן אבער דאסמאל אויף א סענאט זיץ ווי איידער אויף א קאנגרעס זיץ..)
אנדערע נעמען קענען זיין מישעל נאן וועלכע האט פארלוירן צו סענאטארק דעיוויד פערדו ביי זיין פאריגן און ערטן סענאט פארמעסט אדער דזשעיסאן קארטער וועלכע האט אינעם זעלבן יאר פארלוירן די גאווערנאר פארמעסט צו די רעפובליקאנער
אפגעזעהן וועם גאווערנאר קעמפ באשליסט צו שטעלן צום סענאט וועט יענער אויסשטיין א פארמעסט אין 2020 למספרם וואס אפילו אויב רעפובליקאנער וועלן געוואונען קען אבער דער רעפובליקאנער געוואנער מעגליך אנציען אונטער 50% וואס באדייט אז ער דארף דורכגיין א ראנאף
*
רעפובליקאנער זענען שטארק נערוועז אז זיי קענען ליידן פון די זעלבע דורכפאל וועלכע דעמאקראטן האבן געהאט נאך די מידטוירמס אין 2010 למספרם ווען די רעפובליקאנער האבן דאמינירט די רעדיסטריקטינג אויף א גאר שטארקע פארנעם אויף סטעיט און לאקאלע שטאפלען
פארשידענע מאכטפולע גרופעס אנטוויקלען זיך געציהלט צו העלפן דעמאקראטן אויף א סטעיט שטאפל אין וויכטיגע בעטלגראונד סטעיטס וועלכע קען זייי בייהילפיג זיין דערנאך איבערצושרייבן די סטעיט מאפעס לויט זייער געשמאק
איין אזא גרופע איז אונטר די פירערשאפט פון פרעזידענט אבאמא און זיין געוועזענע אטוירני דזשענערל עריק האלדער וועלכע וועט זיך פארלייגן אויף ווירדזשיניע וועלכע גייט אפהאלטן איר סטעיט לעגיסלאטיווע וואלן דעם הערבסט און דעמאקראטן פלאנען אריינצוגיסן דארטן צענדליגער מיליאנען דאלארן און לאקאלע פארמעסטן און דאס קומט שוין נאך וואס רעפובליקאנער האבן דארט געליטן ערנסטע פארלוסטן ביי די פארלאפענע מידטוירמס
*
די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע האט אריינגעגאסן פרישע 500 טויזנט דאלער און צפון קאראליינע'ס ניינטע קאנגרעסיאנאלע פארמעסט אין שטיצע פון זייער קאנדידאט דאן בישאפ
דערווייל האבן שוין רעפובליקאנע געווידמעט פאר דעם פארמעסט 3.1 מיליאן דאלער
דער דעמאקראט מקרעדי אליין האט שוין אויסגעגעבן 4.7 מיליאן דאלער און די נאציאנאלע דעמאקראטישע קאמפיין קאמיטע האט רעזערווירט אריינצוגיסן דארט 1.2 מיליאן דאלער
*
קאמאלא העריס האט נעכטן געזאגט ביי די סי ען ען קלימאטן טויש טאון האול אז זי איז גרייט צו עלימינירן די פיליבאסטער צו קענען דורכפירן די גרין נייע דיעל
*
עליזאבעט ווארען האט גערופן ביי די סי ען ען קלימאטן טויש טאון האול אז אמעריקאנע זאלן זיך אנהויבן אפגעוואוינען פוןן זיין אנגעוויזן אויף נוקלאערע פאוער
*
בערני סאנדערס האט געלייגט דרוק אויף מעסיגע דעמאקראטן זיך צוצושטעלן צום רוף פארבאטן היידעראליק פרעקטשורינג
*
דזשאו ביידען האט געלייגט געוויכט צו רעדן איבער זיין רעקארד אין די אבאמא אדמיניסטראציע וועלכע האט איבערצייגט אנדערע לענדער זיך צוצושטעלן און ארבעטן אינאיינעם איבער קלימאטן טויש
*
נאכפאלגענדג די נעכטיגע טאון האול איבער קלימאטן טויש מעלדט סי ען ען אז זיי וועלן זיין אנגעשלאסן אין א פרישע טאון הטאול איבער חוקי תועבה וואו זיי וועלן אויספרעגן אלע פרעזידענט קאנדידאטן איבער זייערע שטעלונגען אויף די טעמע
די טאון האול וועט פארקומען קומענדיגע למספרם מאנאט
*
פיטע באטידזשעדזש גייט אפהאלטן קאמפיין באזוכן קומענדיגע וואך אין וואשינגטאן די סי און דערנאך צוויי אוונטן אין די דערנעבנדיגע ווירדזשיניע ווי איינע פון די פאנדרעיזער וועט ווערן אהערגעשטעלט דורך א זוהן פונעם געוועזענעם וויצע פרעזידענט על גאור
*
דער געוועזענער נעוואדע סענאטאר און סענאט פירער הערי ריעד האט קלארגעשטעלט אז ער גייט נישט מאכן קיין אינדארסירונג אין די דעמאקראטישע פרעזידענט פריימערי בעפאר די נעוואדע קאוקוסען זענען פאריבער
*
אין יוני 2018 למספרם האט די אמעריקאנע סופרים קאורט אין אן היסטארישן אורטייל געווארפן איבערן דראנג אן איין און פערציג יעריגע פרעצעדענט און געשריבן אז רעגירונג ארבעטער וועלכע זענען אומאיינשטימיג מיט די יוניאן קערפערשאפטן וועלכע טוען זיי פארטרעטן מוזן נישט צאלן די יערליכע דיוס פאר די יוניאן
אצינד האבן א גרופע סטעיט ארבעטער אין מערילענד זיך געוואנדן צו א פעדעראלע דיסטריקט געריכט אין באלטימאר אין א קלאגע אקעגן די זייער יוניאן פארן זיי רעכענען געלט די אלע יארן ביז די סופרים קאורט האט געאורטיילט אז עס איז אומקאנסטיטוציאנאל און גייט אקעגן זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן
די גרופע פארשטייט אז עס איז דא א גרעניץ אויף ווילאנג צוריק זיי קענען פרובירן צו רעכנען די יוניאן ווייל עס זענען דא סטעטשו אף לימיטעישאנס אבער אויף די צייט אפשניט פון סעפטעמבער 2016 למספרם ביז יוני 2018 למספרם ווען די יוניאן האט זיי געמוזט אויפהערן רעכענען ווילן זיי צוריק דאס געלט
קלארצושטעלן, האנדלט זיך עס פון אזלעכע וועלכע זענען געווען אומאיינשטימיג מיט די ווירדן/פאליסיס פון די יוניאן און זענען אין פאקט נישט געווען קיין אנגעשלאסענע מעמבערס אבער זענען נאכאלץ געווארן געצוואונגען צו צאלן די אלע יארן
די אדוואקאטן וועלכע פארטרעטן זיי זאגן אז די ביילייפיגע אפצאהל פון אן ארבעטער איז געווען 400 דאלער א יאר וועלכע זיי האבן געמוזט צאלן כדי נישט צו פארלירן זייערע פאזיציעס
די הויפט קלעגער איז גערי מאטאס, א טורמע איינגעשטעלטער וועלכע טענה'ט אז ער איז קיינאמל נישט געווען א מעמבער אבער ער האט אריינגעצאלט איבער צוויי טויזנט דאלער זינט 2011 למספרם
*
מיט עטליכע טאג צוריק האב מיר ברייט באשריבן די אריזאנא סופרים קאורט פאליטיק און די מעגליכקייט אז גאווערנאר דוסי וועט שטעלן ביל מאנטגאמרי אויפן סטעיט סופרים קאורט
נעכטן מיטוואך איז געקומען די נייעס אז דוסי האט טאקע נאמינירט מאנטגאמרי פאר די פאזיציע
*
א ריכטער האט געפונען אלץ אומקאנסטיטוציאנאל די פראקטיצירונג פון האלטן נעמען וועלכע קענען זיין פארדעכטיגט אויף טערארזים אויף א ספעציעלע טעראריזם וואטש ליסטע
דיסטריקט ריכטער ענטאני טרענדזשא פון מזרח ווירדזשיניע האט געאורטיילט אין שטיצע פון 23 מוסולמענער אמעריקאנערוועלכע האבן געקלאגט די רעגירונג נאכן ווערן איינגעשלאסן אין די טעראריסט סקרינינג דאטא בעיס
ריכטער טרענדזשא זאגט אז ערשיינען אויף די ליסטע באגרעניצט דיינע רעכטן צו פליען און נאך אן דורכגיין א געריכטליכע פראצעדור צו פארשטיין פארוואס יענער ווערט פארבאטן אנצוגיין געהעריג מיטן לעבן
די איצטיגע וואטש ליסטע איז שוין אן איבערגעמאכטע ווערסיע פון די ארגינעלע נאו פליי ליסטע וועלכע איז שוין מיט עטליכע יאר צוריק געפונען געווארן אומקאנסטיטוציאנאל דורך א ריכטער אין ארעגאן און יענע ליסטע האט גענצליך פארבאטן פאר די פארדעכטיגטע צו פליען
*
אין א בוך וועלכע וועט זיין אויף די פאליצעס אום סעפטעמבער 10 למספרם שילדערט סופרים קאורט ריכטער ניעל גארסוטש זיינע געפילן פון די צייט פון זיין נאמינאציע און די צוטיילטע פאליטישע אטמאספערע אין לאנד
ער ברענגט ארויס אז מיט צעהן יאר בעפאר איז ער געווארן נאמינירט צום צענטן סירקוט קאורט אן קיין אפאזיציע פון קיין איינציגע סענאטאר ווען ביידע סענאטארן אין זיין סטעיט, א דעמאקראט און א רעפובליקאנער האבן ביידע געשטיצט זיין אויסוואל און די פארהער איבער אים האט געדויערט קארגע פופצן מינוט
אין קאנטראסט איז ער דאסמאל אריבער א מאנאטן לאנגע פראצעדור און געשטוינט איבער די פראגן וועלכע האבן אים באפאלן און די שפראך מיט וועלכע זיי זענען געפרעגט געווארן
ער איז געווען גאר אומבאועעם ווען מענטשן האבן זיך געוואונדערט אויב אין לויף פון קאירערע אלץ ריכטער האט ער געגליכן איין גרופע מענטשן און נישט געגליכן אן אנדערע גרופע
ער זאגט אז כדי צו קענען איבערצייגן זייער טענה האבן די מענטשן אויסגעוועלט א קיעס אין וועלכע איך האב געאורטיילט אקעגן א מענטש פון איין סארט גרופע און עס גענוצט צו פארבן א בליד ווי איך זאל ווען זיין אומסימפאטיש צו יענע גרופע איגנארירנדיג די פאקט אז אין צאללאזע קעיסעס האב איך געקענט אורטיילן אין שטיצע פון ארגומענטן פון מענטשן וועלכע באלאנגען אין די זעלבע גרופע
אויך האט אים געמאכט שמייכלען ווען פילע האבן זיך געשוואוירן מיט זיכערקייט אז ער גייט זיכער שטימען אקעגן געוויסע אורטיילן וועלכע זיי זענען נישט איינשטימיג און אנדערע זענען איבערצייגט אז ער וועט שטמיען אין שטציע פון געזעצן וועלכע זיי גלייכן
ער זאגט אז ער איז עווענטועל געקומען צום אויספיר אז עס זענען דא אסאך מענטשן וועלכע גלויבן אז ריכטער זענען פאליטיקאנטן וועלכע מאכן פארשפרעכונגען און קאמפיינען דערויף און זיי פרובירן עס דערנאך אויסצופירן
די מענטשן זעען די אויפגאבע פון א ריכטער ווייניגער צו אורטילן לויטן געזעץ און נאכפאלגן די ריכטונג אוואו די פאקטן פירן און מער איבער "העלפן" איין גרופע אדער "אפשטעלן" א געוויסע פאליסי אן עס באזארגט אים ווייל אפילו א ריכטער שטעלט אמאל פערזענליכע געפיל איבער זיין גלויבן אינעם געזעץ איז עס אבער פיל מער געפארפול ווען די איינדרוק איבער די פליכטן פון ריכטער ווערט איינגעגעסן און אדאפטירט צו זיין ענליך צו פאליטיקאנטן
ער איז נערוועז טראכטנדיג אז די ציווילע פארשטאנד איבער די ראלע פון א ריכטער און געזעץ און די ריכטיגע וועג זיך צו פירן אין איינקלאנג מיט די קאנסטיטוציע גליטשט זיך ארויס פון די האנט
ער שרייבט אויך איבער די נויט פאר א ריכטער צו הערן כאטש אזויפיל וויפיל מען רעדט צו לערנען אליין כאטש אזויפיל וויפיל מען וויל אויסלערנען אנדערע, צו טאלערירן און נישט נאר ערווארטן טאלעראנץ פון אנדערע

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:36 am

הכל הבל האט געשריבן:א באקאנטע אנטי עסטאבלישמענט קאנסערוואטיווע פעק באקאנט פארן שטיצן פריימערי פארמעסטן אקעגן עסטאבלישמענט פיגורן אריינגערעכנט אקעגן מיטש מעקאנעל איז געווארן פריש אקטיוו און דערווייל נישט קוקט נישט אויס אז זיי וועלן מאכן צופיל קאפווייטאג פאר מעקאנעל

איך וואלט געוואלט זען מעקאנעל אינדרויסן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:18 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א באקאנטע אנטי עסטאבלישמענט קאנסערוואטיווע פעק באקאנט פארן שטיצן פריימערי פארמעסטן אקעגן עסטאבלישמענט פיגורן אריינגערעכנט אקעגן מיטש מעקאנעל איז געווארן פריש אקטיוו און דערווייל נישט קוקט נישט אויס אז זיי וועלן מאכן צופיל קאפווייטאג פאר מעקאנעל

איך וואלט געוואלט זען מעקאנעל אינדרויסן

נו נו כעל איבערגעבן דיין פארלאנג

YYTG
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:46 am

תגובהדורך YYTG » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:32 pm

יישר כח הבל פאר היינט אין יעדען טאג
גאר געשמאק קיפ איט אפ

שטילער
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:30 pm

פיין געווען!!

ישר כח הבל!!!!

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:09 pm

ש'כח הבל האסט מיך געמאכט מיין טאג ;l;p-
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:22 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א באקאנטע אנטי עסטאבלישמענט קאנסערוואטיווע פעק באקאנט פארן שטיצן פריימערי פארמעסטן אקעגן עסטאבלישמענט פיגורן אריינגערעכנט אקעגן מיטש מעקאנעל איז געווארן פריש אקטיוו און דערווייל נישט קוקט נישט אויס אז זיי וועלן מאכן צופיל קאפווייטאג פאר מעקאנעל

איך וואלט געוואלט זען מעקאנעל אינדרויסן

???? ער האט נישט אריינגעברענגט גענוג קאנסערוואטיווע ריכטער?? איז ער דען נישט גענוג פאר טראמפ??
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:44 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א באקאנטע אנטי עסטאבלישמענט קאנסערוואטיווע פעק באקאנט פארן שטיצן פריימערי פארמעסטן אקעגן עסטאבלישמענט פיגורן אריינגערעכנט אקעגן מיטש מעקאנעל איז געווארן פריש אקטיוו און דערווייל נישט קוקט נישט אויס אז זיי וועלן מאכן צופיל קאפווייטאג פאר מעקאנעל

איך וואלט געוואלט זען מעקאנעל אינדרויסן

???? ער האט נישט אריינגעברענגט גענוג קאנסערוואטיווע ריכטער?? איז ער דען נישט גענוג פאר טראמפ??

ער לאזט נישט טראמפ זיין טראמפ ער שלעפט אים צו זיין א פארט פון די עסטאבלישמענט, בעיקר וואס מיר באדערט איז וויאזוי ער באהאנדלט אימיגראציע און די בודזשעט, ער איז א טיפיקל פאליטישן וואס קוקט נישט וואס איז גוט פארן לאנד נאר וואס איז פאליטיקל קארעקט.

רעכטע ריכטער איז די איינציגסטע זאך וואס ער האט גוט געטון, אבער דאס איז נישט אלעס, איך דארף איינער וואס פייט עכט פאר די זעלבע זאכן ווי וואס טראמפ פייט.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:39 pm

יישר כח הבל פאר דיין הארציג באריכט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:43 am

מאנטאג כי תצא





א ביל אין ענגלאנד וועלכע פארבאט א ברעקזיט אן קיין אפמאך מיט די אייראפעאישע פאראיין איז געווארן געזעץ
*
פון דענמארק הערט מען אז ארטיגע פאליציי האבן שוין געהאט אויסגעגעבן פיר מיליאן קראנער (זעקס הונדערט טויזנט דאלער) אין צוגרייטונג צו פרעזידענט טראמפ'ס באזוך וועלכע ער האט אפגערופן אין די לעצטע מינוט
*
די אמעריקאנע רעגירונג האט מיט א צייט צוריק געהאט געלאזט אין גאנג א גאר ערנסטע געהיימע שפיאנאזש אפעראציע פון אינערהאלב רוסלאנד נאכפאלגנדיג די באריכטן צו יענע צייט אז פרעזידענט טראמפ האט דיסקוסירט קלאסיפייד שפיאנאזש מאטריאל מיט רוסישע באאמטע און די שפיאנאזש געמיינדע האבן געזוכט צו דערגיין מער דערוועגן צוליב זארג אז זייער אידענטיטעט קען ווערן אנדעקט
*
סטיוו מענוטשין זאגט אז וואשינגטאן בטראכט אראפצונעמען די סאנקציעס ארויפגעשטעלט אויף טערקיי איבער די אפקויף פון די S 400 מיסילס
*
די שטויב באדעקטע בירנעס אויף קעפיטאל היל וועלן היינט פריש באלייכטן די קארידארן פון קאנגרעס צו אנטפאנגען אמעריקא'ס רעפרעזענטאטן וועלכע קערן זיך אום פון א וואכן לאנגע זומער אורלויב
בעפאר קאנגרעס הויערט א ספענדינג דעבאטע דעדליין פון סעפטעמבער 30 למספרם צו פארמיידן א רעגירונג פארשליסונג און גאן קאנטראל דיסקוסיעס איבער וועלכע סענאטארן דארפן זיך איצט דורכקומען
גלייכצייטיג ווערט אויך פארגעזעצט געשפרעכן איבער די USMCA ביל
*
מארגן דינסטאג וועט די קאנגרעס יורידישע קאמיטע שטימען אויף א גאן קאנטראל ביל און מיטוואך וועט ווערן געפראוועט אפצוצייכענען די סעפטעמבער 11 למספרם טעראר אטאקעס
*
די סענאט וועט עפענען איר סעסיע היינט אום 3 אזייגער און סענאטארן וועלן היינט דעבאטירן די נאמינאציע פון קעלי קרעפט צו דינען אלץ אמבאסאדארין צו די יו ען
אום 5:30 וועט פארקומען אן אפשטימונג אויב איר דעבאטע זאל ווערן אפגעשטעלט און איר נאמינאציע זאל פאראויסגיין צו אן ענדגילטיגע אפשטימונג
*
דאנערשטאג וועט די סענאט ארמד סערוויסעס קאמיטע אפהאלטן א באשטעטיגונג פארהער אויף די נאמינאציע פון רייען מעקארטי צו סערווירן אלץ ארמיי סעקרעטאר און בארבארא בארעט צו דינען אלץ עיר פארס סעקרעטארשע
*
הויז און סענאט דעמאקראטן אין שפיץ פון ספיקער פעלאסי און סענאט מינאריטעט פירער שומער וועלן היינט פאהאלטן א פרעסע קאנפרענץ צו לייגן דרוק אויפן סענאט צו ארויפברענגן די קאנגרעס באשטעטיגטע בעקגראונד טשעק לעגיסלאציע אויפן סענאט פלאר
מעיאר פון דעיטאן אהייא (וואו איינע פון די לעצטערע מאסן שיסערייען זענען פארגעקומען)נען וועלי וועט אויך אנוועזנד זיין
*
מעקאנעל איז שוין ערשינען אויף קעפיטאל היל ווען זיין ארעם איז איינגעבונדן אין א שווארצע באנד נאכן דורכגיין אן אפעראציע אויף זיין איקסל
*
מען גרייט זיך אין גרויסן אויף די ספעציעלע וואל פארמעסט אין צפון קאראליינע'ס ניינטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וואו דער דעמאקראט דאן מעקרידי פארמאגט און גיסט אריין מער געלט אבער דער רעפובליקאנער דאן בישאפ געניסט פון מער געלט פון דרויסנדיגע גרופעס
דעמאקראטן האבן אויסגעגעבן אינעם פארמעסט 6.85 מיליאן דאלער אקעגן 6.55 מיליאן דאלער דורך די רעפובליקאנער
אינערליכע אנקעטעס פאר ביידע קאמפיינס צייגן א האלז צו האלז פארמעסט און רעפובליקאנע שישקעס זאגן פריוואט אז מען דארף זיך ערנסט גרייטן פאר א מעגליכע מעקרידי געוואונס
די בישאפ קאמפיין אנערקענט אז די אנהויב פון ערלי וואוטינג איז געווען היבש שוואך פאר זיי אהער אז עס האט זיך שוין פארבעסערט און די בעפארשטייענדע פענס און טראמפ באזוכן וועלן גיבן דעם אויבערהאנט פאר אים
די פארמעסט איז גאר אנגעצויגן ווייל עס ווערט באצייכנט ווי א פראבע אויף די אטמאספערע אין לאנד און אויב די מידטורם ווינטן בלאזן נאך אלץ ערלויבנדיג דעמאקראטן צו זיגן אין אזלעכע דיסטריקטן וואו טראמפ האט באקוועם געוואונען
צו פארשטיין ווי וויכטיג עס איז פאר רעפובליקאנער אריינצוקומען שטארק אין אזא פארמעסט איז גענוג אנצוצייגן אז עס זענען בלויז דא פיר דיסטריקטן געהאלטן דורך דעמאקראטן וועלכע טראמפ האט געוואונען שטארקער ווי ער האט געוואונען דעם צפון קאראליינע דיסטריקט (מינעסאטע 7 מיט 31% ניו יארק 22 מיט 15% אקלאהאמע 5 מיט 14% און דרום קאראליינע 1 מיט 13% )
און אויב קומען רעפובליקאנער אריין שוואך אין די דאזיגע דיסטריקט בלייבן זיי איבער מיט בלויז די איינצלנע דיסטריקטן וואו זיי קענען מעגליך האבן בעסערע שאנסן פאר סוקסעס אין 2020 למספרם
*
אין די מיסיסיפי גאווערנאר פארמעסט האט דעמאקראט הוד ארויסגעליגט זיין דריטע טעלעוויזיע רעקלאמע ציענדיג א קאנטראסט פון ליוטענאנט גאווערנאר ריוועס און זיינע רייזעס מיט א סטעיט באצאלטע סובארבען און זיינע אייגענע רייזעס ארום די סטעיט
מיט א פיק אפ טרעקל
*
אן אנקעטע אין מאנטאנא צייגט אז גרעג גיענפאר איז דער פראנט ראנער אין די רעפובליקאנע פריימערי באקומענדיג 56%
צו סטעיט אטוירני דזשענעראל פאקס וועלכע באקומט 29% און א סטעיט סענאטאר וועלכע ציהט אן 15%
*
קאנגרעסמאן דזשעימי ראסקין לויבט גאר שטארק אויס עליזאבעט ווארען אבער האלט זיך דערווייל צוריק פון איר אינדארסירן קענטליך אלץ רעספעקט פאר דזשאן דעלאני וועלכע איז נאך אינעם פארמעסט און איז פון זיין אייגענע סטעיט
עס איז צו ערווארטן אז ווען דעלאני וועט איבערלאזן די פארמעסט קען זיך ווארען רעכענען אויף א ראסקין אינדארסירונג
*
געוועזענער קאלאראדא קאנגרעסמאן און פרעזידענט קאנדידאט גערי הארט אינדארסירט קאלאראדא סענאטאר מייקל בענעט פאר פרעזידענט
הארט איז געווען די פראנט ראנער אין די דעמאקראטישע פריימערי אין 1988 למספרם און האט זיך געדארפט ארויסציען פונעם פארמעסט נאך א סקאנדאל
*
דזשאו ביידען זאגט אז ער איז געווען אקעגן די קריג אין איראק פון די מינוט עס האט זיך אנגעהויבן
זיין שטאב האט שוין ערקלערט אז ער האט זיך פאררעדט
*
דזשאו ביידען'ס קאמפיין ברייטערט זיך שטארק אויס אין אייאווע עפענענדיג פרישע צוואנציג אפיסעס און נעמט אויף ארום הונדערט און צעהן נייע שטאב איינגעשטעלטע
*
מען האט באמערקט פארשידענע קאנטראסט שטריכן צווישן די הויפט שפילער אין די דעמאקראטישע פרעזידענט פארמעסט און איבער זייערע קאמפיין סטראטעגיע
איינע פון זיי איז איבער דערמאנען פרעזידענט טראמפ ווען עליזאבעט ווארען וועט אנדערש ווי בערני סאנדערס כמעט נישט דערמאנען זיין נאמען
ווארען וועט ליבערשט רעדן פון בעטסי דעוואס וועלכע איז טראמפ'ס ערציאונגס סעקרעטארשע און קריטיקירן באאמטע וועלכע האבן גע'ירש'נט רייכטום אבער פארמיידן צו דערמאנען טראמפ ביים נאמען ווי ווייט מעגליך אפילו ווען עס קומט צו די פראגע פון ווער עס קען דאס בעסטע באזיגן טראמפ איז די ווארען סלאגאן "זיג מיט ווארען" אין די צייט וואס די סאנדערס סלאגאן איז "בערני באזיגט טראמפ"
*
די נעוואדע סופרים קאורט האט באפולין צו שענקן פאר א באשולדיגטן א נייע פראצעס נאך וואס דער ריכטער אין זיין קעיס האט זיך אויפגעפירט ווילד און מאדנע דורכאויס דעם פראצעס
דער ריכטער האט געשריגן אין זיין ריכטונג און אפילו געווארפן א בוך אין ריכטונג פון די וואנט איידער ער האט אארויסגעגעבן א לענסלענגליכע טורמע טערמין פארן אנגעקלאגטן
*
אין טענעסי האט די סטעיט רעגירונג איינגעפירט א געזעץ אין 2011 למספרם וועלכע איז ביזנעס פריינטליך און לייגט ארויף באגרעניצונגען אויף וויפיל מען קען אנקלאגן קארפארעיט ביזנעסער פארן ווערן געשעדיגט און אנדערע אומאויסגעהאלטענע פירונג כלפי ארבעטער און די געזעץ איז געווען טייל פון א גרעסערע פעקל וועלכע די לעגיסלאטור האט דאן באשטעטיגט געציהלט צו שאפן א מער ביזנעס פריינטליכע קלימאט און ציען מער ביזנעסער צו מאכן געשעפטן אין די סטעיט
לויט די געזעץ קען נישט א דזשורי באשולדיגטער באקומען געלט שטראפן פון גאר הויכע סומעס וואס פאלט נאר איין פארן געריכט נאר אזוי לאנג ווי עס איז אין איינקלאנג מיט די באגרעניוצונגען וואס די לעגיסלאטור האט ארויפגעשטלט
קלעגער האבן זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט מיט די טענה אז די דזשורי געריכט סיסטעם איז בכלל נישט אונטערגעווארפן אונטער די דיקטאטן פון די ערוועלטע רעגירונג און די רעגירונג קען טאקע באשטימען געזעצן אבער איינמאל איינער האט פארלעצט א געזעץ איז עס די יורידישע פליגל וועלכע באשטימט די שטראף
אויפן פעדעראלן שטאפל איז שוין די קעיס אנגעקומען ביזן סירקוט באנק ווען די זעקסטע קרייז געריכט האט טאקע געשריבן אז די געזעץ איז אין פארלעצונג מיט די טענעסי קאנסטיטוציע אבער די קלעגער זענען נאכנישט געווען רואיג ווייל די ביזנעס געמיינדע און די סטעיט קענען נאך אפעלירן יענע אורטייל
איצט אבער האט די קעיס געמאכט פארשריט אויך אויפן סטעיט לייטער ווען די סטעיט סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס
די קעיס האט זיך אנטוויקלט איבער א קלאגע געברענגט דורך א קאסטומער דזשאדי מעקלעי אקעגן האדסאן נייעס פאר אן אינצידענט אין וועלכע זי איז פארוואונדעט געווארן אין איינע פון האדסאן'ס נייעס שאפס אין א לופטפעלד אין נעשוויל
מעקלעי קומט פון קאליפארניע און זי האט זיך אפגעשטעלט אין די לופטפעלד קיאסק צו קויפן א באטל וואסער איידער זי האט געזאלט כאפן איר פליגער
ביים פארמאכן די פרידזשידער טיהר האט א פינף פיסיגע באלטן וועלכע איז געליגן אנגעלאהנט אויף די פרידזשידער געלאנדעט
אויף איר פירשט און איר פארוואנדעט
א פעדעראלע דיסטריקט געריכט דזשורי האט פארארדנט איר צו גיבן אנטשעדיגונג פון 444,500 דאלער צו דעקן פאקטישע שאדנס ווי מעדיצינישע אויסגאבן און פעלן פון די ארבעט און צוגאב פון 930,000 פאר אנגייענגדע וווייטאג און ליידן, פארלוסט פון פריע ארבעט געלעגנהייטן און רעדיצירונג אין לעבנס קוואליטעט
די אדוואקאטן פאר האדסאן האבן אבער אנגעוויזן אז לויט די אויבנדערמאנטע סטעיט געזעץ איז די דאך פאר אנטשעדיגונג פאר אומדירעקטע שאדנס 750,000 און דעריבער איז די 930,000 איבערגעטריבן און דער ריכטער וועלכע האט פארפיגט אויף די קעיס ארויסווארפן די דזשורי באשלוס און אליינס באשליסן די פאסיגע שטראף
דער פעדעראלער ריכטער איז געווען גענוג קלוג צו פארשטיין אז ער טרעט דא אריין אין א קאנסטיטוציאנאלע נעפל און האט אנגעוויזן אז די סטעיט סופרים קאורט האט נאך קיינאמל נישט אויסגעקלארט די פראגע און האט דעריבער צוגעשיקט די פראגע צום סטעיט סופרים קאורט און געזאגט אז ערשט נאך זייער אורטייל אויף די ראגע וועט ער קענען רעאגירן ווייטער אין די קעיס
פאריגע מיטוואך האט די סטעיט סופרים קאורט אפגעהאלט א פארהער דערוועגן
די ריכטער האבן שארף אויסגעפרעגט די רעגירונג איבער די רעכט פון באגרעניצן א דזשורי און זייערע באשלוסן אבער דער האדסאן אדוואקאט האט אנגעוויזן אז 31 שטאטן האבן שוין ארויפגעשטעלט געוויסע באגרעניצונגען אויף אנטשעדיגונג שטראפן און צוואנציג פון זיי זענען געפונען געווארן אויסגעהאלטן לויט די געריכטן און 11 זענען געווארן גע'פסל'ט
זעלבספארשטענדליך אז יעדע סטעיט קאנסטיטוציע איז אנדערש און מען קען נישט איגאנצן צוגלייכן איין סטעיט צו די אנדערע
עס קען נאך געדויערן מאנאטן ביז די סופרים קאורט באשליסט אויף די פראגע אבער אפגעזעהן די אורטייל גייט עס האבן אן ערנסטע אפעקט אויף א רייע אנדערע קעיסעס ווי צום ביישפיל געליטענע רייניגער פון אן פארפעסטיגונג פון קוילן אש ביי א מאסיווע אויסגוס פון שעדלעיכע מאטריאל אין טענעסי און נאך לאו סוטס וועלכע אנטוויקלען זיך נאך אין די געריכטן און מען וועט דארפן זעהן אויב די סופרים קאורט וועט לאזן שטיין די מאקסימום שטראף פון 750,000
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 11:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:56 am

א ר--י--ז--י--ג--ן ש'כח הבל ביסט מיר ממש מחי' יעדע מאל פון דאס נייע
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 11:34 am

וואו איז די wow קנעפל למעשה?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 11:37 am

הערליך!
יישר כוח.

אויף וואספארא גאן קאנטראל ביל גייט די קאנגרעס יורידישע קאמיטע מארגן שטימען?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

גלות איד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 11:49 am

די אדוואקאטן פאר האדסאן האבן אבער אנגעוויזן אז לויט די אויבנדערמאנטע סטעיט געזעץ איז די דאך פאר אנטשעדיגונג פאר אומדירעקטע שאדנס 7750,000 און דעריבער איז די 930,000 איבערגעטריבן און דער ריכטער וועלכע האט פארפיגט אויף די קעיס ארויסווארפן די דזשורי באשלוס און אליינס באשליסן די פאסיגע שטראף

עפעס שוטמט נישט דא די חשבון.

פינחס
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 12:56 pm

ימות המשיח האט געשריבן:א ר--י--ז--י--ג--ן ש'כח הבל ביסט מיר ממש מחי' יעדע מאל פון דאס נייע

שטילער
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 2:14 pm

ישר כח הבל!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אינדיאנער, איש האשכולות, גבר ישראל, הרב_שלום, ואיני יודע מה, זזה, פוילישער קארגער, רואיג!, שבת יוד, שופר, שרייזשע, שתקן און 73 געסט