א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שטילער
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 3:06 pm

וואאאףףף!!!!

הבל קומט אריין קלאר!

א ריזיגן ישר כח!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 3:55 pm

יישר!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 6:21 pm

ש'כח פאר די היינטיגע באריכט
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2637
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 6:54 pm

עד מתי יהי' זה לנו לקאקאש..

פיינע ווארע!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 12:06 am

וואו ווי א קנאקעדיגס. טענקס הבל.

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 8:05 am

זייער הנאה גהאט הבל.
נא-דיר א גרינע אדער צווי
;l;p- ;l;p-
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:26 am

געליינט און הנאה געהאט, יישר כח!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 11:49 am

דינסטאג שופטים






בראזיל'ס פרעזידענט וועלכע גייט קומענדיגע וואך אריבער אן אפעראציע האט פארשפראכן אז דאס וועט אים ניש אפהאלטן פון אויפטרעטן ביי די יערליכע יו ע פארזאמלונג און אדרעסירן די שרעקליכע פייערן וועלכע בוזשעווען ביי אים אין לאנד
ער זאגט אז ער וועט דארט רעגן אפילו אויב ער וועט זיין אין א ראד שטוהל אדער גאר אויף א סטרעטשער
*
פארלאמענט מיטגלידער פון ביידע פארטייען אין ענגלאנד האבן פארעפנטליכט א ביל פארשלאג דרעפט וועלכע וועט צווינגען פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן צו פארלאנגען א דריי מאנאטן פארלענגערונג פון פארהאנדלומגען איבער ברעקזיט אין פאל מען גרייכט נישט קיין דיעל מיט די אייראפעאישע פאראיין אויף אקטאבער למספרם
*
א פערצן יעריגער אין אלאבאמא האט אנגערופן די פאליציי זאגנדיג אז ער האט געהערט גאן שיסערייען אין זיין היים
ווען פאליציי זענען ערשינען ביים טיהר האט זיך דער יונג מודה געווען און האבן זעלבסט דורכגעפירט די שיסעריי האבנדיג פאטאל דערשאסן פינף פאמילע מיטגלידער
*
הויכראנגיקע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע פארמישט אין די פלענער פאר א ריקצוג פון אפגאניסטאן אויב זאלן די אנגייענדע געשפרעכן פאר פרידן מיט די טאליבאן זיך ענדיגן סוקסעספול שטופן א פלאן צו ערפילן דעם חלל געשאפן מיט דעם וואס די סאלדאטן פארלאזן דאס לאנד מיט א פארגרעסערטע אנוועזנהייט פון די געהיימע סי איי עי אפעראציע אין לאנד
די פלאן לויטעט אז די סי איי עי וועט זיין אינסרומענטאל אין אוועקשטעלן א מער געהיימע מיליצע קראפט פון ארטיגע קעמפער וועלכע ווען פארזיכערן אמעריקא'ס אינטערעסן אין די ראיאן און אלץ אן אינשורענס פאליסי צו פארזיכערן אז על קאידא און אייסיס הייבן זיך נישט די קעפ דארט
געוויסע אין די אדמיניסטראציע און פון די מיליטער און די סי איי עי זעלבסט שטעלן זיך אבער אנטקעגן דעם פאלן און ווייזן אן אז א שאטן מיליצע קראפט פון וואלט געמוזט אנקומען צו מיטגלידערשאפט פון ארטיגע קעמפער וועלכע וועלן אלץ קענען באשולדיגט ווערן אין זיך באגיין מיט ברוטאליטעט און זענען נישט אזוי געאייגנט און דיסציפלינירט צו ערזעצן די אמעריקאנע מיליטער
סי איי עי דירעקטארין דזשינא העספעל האט באזונדער אויפגעברענגט זארגן איבער די לאגיסטיקס פון אזא פלאן זאגנדיג אז אפילו אויב איר אגענטור'ס אפעראטיוון באווייז אינצושפאנען אזעלכע לויזע קעמפער גרופעס נאכצויאגן על קאידא אדער אייסיס טעראריסטן וועלן זיי נאכאלץ זיין אנגעוויזן אין גרויס טייל אויף די מיליטער פאר לופט באמבאדירונגען,שפיאנאזש מיסיע פון די לופט רוימען, מעדיצינישע שטיצע און באמבע טעקנישאנס
*
לויטן פלאן וועט אמעריקא ארויסציען פינף טויזנט טרופן פון מיליטערישע באזעס אין אפגאניסטאן היז 135 טעג נאכן וואס אן אפמאך מיט די טאליבאן גייט אריין אין אפעקט אויב אלע באדינגונגען פונעם אפמאך זענען געווארן איינגעהאלטן ביז דאן
*
די טראמפ אדמיניסטראציע וועלכע פרובירט אויף אלע פראנטן צו באקעמפן אומלעגאלע אימיגראציע זענען אין ערנסטע געשפרעכן איבער א פארשלאג וועלכע וועט מאכן אן אויסנאם פאר איין געוויסע סארט אימיגראנטן גרופע, נעמליך אנטלאפענע פלטים וועלכע האבן עמיגרירט פון ווענעזועלא
פרעזידענט טראמפ פארשטייט גוט די ארגומענט פון די רעפובליקאנע פלארידא פאליטיקאנטן די פאליטישע בעניפיט פון א באשלוס צו פארמאכן אן אויג און באטראכטן אנטלאפענע פון ווענעזועלא אלץ אימיגראנטן פון לענדער וועלכע גייען דורך חורבנות צוליב נאטורליכע קאטאסראפעס אודער מלחמות און זיי שנעקן לעגאלע וואוין און ארבעטס רעכטן אין די פאראייניגגטע שטאטן
טראמפ אנערקענט אז אזא צוגאנג קען גוט אויסנעמען אין די אימיגראנטן געמיינדע וועלכע איז שטארק באזעמט אין פלארידא און פולע פון זענען לעגאלע בירגער וועלכע קענען ציען דעם צינגל און אים העלפן געוואונען די אזוי וויכטיגע פלארידא
*
קאנגרעסלייט און סענאטארן וועלן זיך אומקערן קיין וואשינגטאן קומענדיגע מאנטאג און בעת וואס אויפן סענאט פראנט איז מען אקטיוו אויסצוהאמערן עפעס א ביל איבער גאן קאנטראל הערט מען אז פון קאנגרעס פלאנען דעמאקראטן אויסצונוצן דעם הערבסט סעזאן אנצוהויבן ערנסטע פארהערן אין די קאמיטעען איבער די פארזוכן פון טראמפ אפצושטילן געוויסע מענטשן פון באשמוצן דעם פרעזידענט און נעמען די קעיס וואס פראקורארן האבן באשלאסן צו ענדגיגן און פרובירן עס אויפצולעבן
*
מיטש מעקאנעל זאגט אז ער ווארט ערשט צו הערן פונעם פרעזידענט וועלכע סארט ביל ער וואלט אונטערגעשריבן און וועט דערנאך באשליסן אויב און וועלכע סארט ביל ארויפצוברענגן אויפן סענאט פלאר
ער זאגט אז ער ערווארט צו הערן פונעם פרעזידענט דערוועגן אויף ביז קומענדיגע וואך
*
מיטש מעקאנעל ווידערהאלט אז ער וואלט אבסאלוטלי באשטעטיגט א נייע סופרים קאורט ריכטער אויב אזא געלעגנהייט זאל זיך מאכן אפילו איידער די פרעזידענט וואלן
ער זאגט אז דעמאקראטן קענען וויינע וויפיל זיי ווילן אבער די גארלענד פרעצעדענט איז געווען באגרעניצט אויף א פאל וואס די נאמינאציע ווערט אויפגעברענגט אין א וואל יאר ווען די ווייסע הויז און סענאט ווערן געהאלטן דורך קעגנערישע פארטייען
*
מען רוקט זיך נענטער צו די אלגעמיינע פרעזידענטליכע וואלן און דעמאקראטן האפן גאר שטארק אז פרעזידענט טראמפ'ס שטייער בויגנס זאלן זיין פובליק איידער וויילערציען דעם צינגל
זייערע פארזוכן זענען איצט קאנצעטרירט צו קומען פון צוויי באזונדערע ריכטונגען
איין פראנט האבן דעמאקראטן געעפנט דורכן סובפינען די איי אר עס דורך די וועיס און מיענס קאמיטע און די קעיס איז גיך אנגעקומען צו א דיסטריקט ריכטער אין וואשינגטאן די סי
די צווייטע פרואוו שפילט זיך אפ אין ניו יארק און דורכן געריכט פאדערן דעמאקראטן אז דויטשע באנק זאל ארויסגעבן סיי וועלכע דאקומענטן עס קענען זיין פארבונדן מיט די סובפינעס און זיי פארמאגן אין זייער באזיץ
די איי אר עס און דויטשע באנק קעיסעס זענען אנדערש איינע פון די צווייטע פון א לעגאלן שטאנדפונקט און אין אלגעמיין האלטן לעגאלע עקספערטן אז דעמאקראטן קענען עווענטועל זיגן אין ביידע קעיסעס אבער מען ערווארט אז אויב עפעס וועלן יי שנעלער שניידן פרוכט פון די דויטשע באנק קעיס ווי די איי אר עס קעיס
די דויטשע באנק האט לעצטע וואך אנערקענט פארן געריכט אז זי פארמאגן עפעס דאקומענטן וועלכע זיי האבן ערהאלטן פון טייל נעמען דערמאנט אין די סובפינעס אבער אין די פובליק ווערסיע פון די פיילניג האבן זיי פארמעקט די נעמען פון די באטרעפנדע און דעריבער קען מען נישט זיין זיכער אויב די רעדע איז טאקע פון טראמפ זעלבסט אדער ארומיגע און פאמיליע
אפילו אויב עס איז פון טראמפ זעלבסט מוז נישט זיין אז זיי האבן פון אלע יארן און קען זיין אז די בויגנס זענען פון א קליינע אצל יאר וועלכע וועלן נישט צופיל זאגן איבער וואס דעמאקראטן ווילן הערן און עס מזו אויך נישט זיין אז זיי האבן די פולע בויגן מיט אלע דעטאלן אין איר אינהאלט
די טראמפ אדמיניסטראציע באקעמפט די פרואוו ארויסצובאקומען די דאקומענטן פון דויטשע באנק זאגנדיג אז לויטן געזעץ קען נישט א סובפינע פארלאנגען פון א באנק ארויסצוגעבן שטייער בויגן אינפארמאציע וועלכע זי האט איבער אמעריקאנע בירגער
די קאנטער ארגומענט פון די דעמאקראטן איז אז אין פאל די באנק האט באקומען די בויגנס פון דעם באטרעפנדער דירעקט און יענער איז טייל די קעיס אין די סובפינע מעג מען יא פארלאנגען די בויגן פון די באנק
די דעמאקראטישע ארגומענט איז גאנץ שטארק און עס איז זייער מעגליך אז די געריכט זאל עס נאכגעבן און די ערווארטונג איז אז אויב די סופרים קאורט זאל אויפנעמען איינס פון די צוויי קעיסעס וועט עס ענדערש זיין די איי אר עס קעיס ווי איידער די דויטשע קעיס ווייל אין יענע קעיס קענען זיי האבן מער אינטערעסע און באהאנדלען די ברייטערע פראגע און אוועקשטעלן א סטאנדארט אויפן לענגערען טערמין
אין יענע קעיס איז די פראגע אויב די קאמיטע האט סטענדיג
אויף די איי אר עס קעיס פארפיגט א טראמפ נאמינירטע ריכטער און ווען די קאמיטע האט פארלאנגט לעצטע וואך צוצויאגן דיקעיס האט די ריכטער אפגעזאגט די פארלאנג
*
א לעצטנס נאמינירטע לעיבאר דעפארטמענט קאנדידאט האט געדארפט רעזיגנירן נאך אן אויפגעדעקטע פעיסבוק פאסט פון יענעם אין 2016 למספרם אין וועלכע ער שרייבט אז אידן קאנטראלירן די מידיא צו באשוצן זייער אייגענע
*
אלע פרובירן פאראויסצושאצן אויב אין 2020 למספרם וועט פארקומען אן איבערשפיל פון טראמפ'ס סוקסעס אין 2016 למספרם אריבערצוברענגן צום רויטן קאלום אסאך בלויע קאלנער יוניאן מעמבערס אין די מידוועסט וועלכע פלעגן אלע יארן שטימען בלוי
מיסנעסאטע איז איין אזא שטאט וועלכע א דאנק די ערשיינונג געקומען זייער נאנט זיך צו בייגן רויט און איז וערט שוין איצט שטארק נאכגעפאלגט אויף די ראדארן פונעם טראמפ קאמפיין אלץ די סטעיט וועלכע איז די מערסטע ווארשיינליך צו גיין פון קלינטאן לעצטע מאל צו טראמפ דאסמאל
אלען נעטלאנד וועלכע איז א פירער פון א יוניאן אין צפון מזרח מינעסאטע און רעפרעזענטירט 40 טויזנט יוניאן מעמבערס זאגט אז עס איז אן ערנסטע פראבלעם פאר די יוניאן פירער ווייל מיטגלידער זאגן זיי אז זיי האבן צום ערשאטן מאל געשטימט פאר א רעפובליקאנער און די וועלט איז נישט צוזאמגעפאלן און זיי טראכטן אז מעגליך איז בעסער עס איבערצוטוהן נאכאמאהל
*
אמעריקא ערשט פרא טראמפ סופערפעק האט באצאלט מער ווי ניין הונדערט טויזנט דאלער פאר רויטע שטאטן דאטאאון אנדערע דידזשיטאל פראגראמען
*
אין ניו יארק'ס ניינצנטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט דער אפריקאנער אמעריקאנער אנטאניא דעלגאדא ארויסגעשטויסן דעם אמטירנדע רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשאן פאסא מיט איבער זיבן טויזנט שטימען ביי די פארלאפענע מידטוירם וואלן
זעלבסטפארשטענדליך אז רעפובליקאנער ווילן שטארק צוריקכאפן דעם זיץ אבער דערווייל האבן בלויז דריי שוואך באקאנטע נעמען זיך אנגערופן און געמאלדן זייער קאנדידאטור און פאסא זעלבסט האט זיך אנטזאגט פון נאכאמאל לויפן פאר זיין אלטן זיץ
איצט הערט מען אז מארק מאלינארא וועלכע איז די דאטשעס קאונטי עקזעקויטיוו אבער פארמאגט שוין מער נאמען אנערקענונג צוליב זיין פארמעסט פאר גאווענאר אין 2018 למספרם אקעג גאווערנאר ענדרו קאומא
*
אין די דזשארדזשיע דעמאקראטישע סענאט פריימערי צו קענען לויפן אקעגן דעם אמטירנדע רעפובליקאנער סענאטאר דעיוויד פערדו איז טאריסא טאמלינסאן געווארן די ערשטע קאנדידאט צו באקומען אן אינדארסירונג אין די פארמעסט
די פארמעסט האט שוין איצט זעקס דערקלערטע קאנדידאטן און פיל מער וועלכע באטראכטן נאך אריינצושפרונגען
טאמלינסאן איז די מעיאר פון קאלאמבוס און איז א געוועזענע רעפובליקאנע וועלכע האט געטוישט פארטיי
*
די טאם סטאיאר פארבינדעטע גרופע וועלכע שטופט פאר אימפיטשמענט לאזט אצינד לויפן פעיסבוק רעקלאמעס אקעגן דעם דעמאקראטישן קאנגרעסמאן קאנאר לעמב פון פענסילוועניע
*
וועסט ווירדזשיניע דעמאקראטישע סענאטאר דזשאו מענשין האט איצט צופרי געמאלדן אז ער שפרונגט נישט אריין אינעם גאווערנאר פארמעסט אקעגן דעם רעפובליקאנער גאווערנאר דזשים דזשאסטיס און וועט ליבערשט פארבלייבן אין סענאט
דאס אנטוויקלונג איז פאזיטיווע נייעס פאר שומער און פאר דזשאסטיס
די פארלייכטערונג פאר דזשאסטיס פארזיכערט אים אבער נאכנישט קיין ווידערערוויילונג זינט ער פארמאגט שוין א פראגרעסיווע קאנדידאט וועלכע לויפט אויף די דעמאקראטישע ליניע מיטן נאמען סטיווען סמיט
*
אין פענסילוועניע'ס אכטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט איז האט דעמאקראט מעט קארטרייט ארויסגעשטויסן דעם רעפובליקאנער ליו בארלעטאמען האט געהאלטן אן אויב אויף בארלעטא צו זעהן אויב ער וועט ווידעראמאל לויפן פאר דעם זיץ אבער היינט איז קלאר געווארן אז ער האט נישט קין אינטערעסע דערין און ער וועט זיך זוכן אנדערע גליקן
בארלעטא האט געעפנט א פאליטישע קאנסאולטענט פירמע און דערווייל איז די איינציגסטע דערקלערטע קאנדידאט אויף די רעפובליקאנע זייט טעדי דעניעלס וועלכע איז א געוועזענע פאליציי אפיציר און ארמיי וועטעראן
די דיסטריקט האט טראמפ געוואונען מיט 10%
*
אין די צפון קאראליינע גאווערנאר פארמעסט האלט דער אמטירנדער דעמאקראט מקרעדי דערווייל אן א מאסיווע אויבערהאנט אין פאנדרעיזינג האבנדיג אויפגעטריבן צוויי מאל אזויפיל וויפיל דער רעפובליקאנער בישאפ
*
ווערנדיג געפרעגט אויב מען זיי וואלטן פארהאנדלט מיט די רעפובליקאנער איבער גאן קאנטראל פארשלאגן האבן צוויי דעמאקראטישע פראנט ראנערס געהאט אנדערע ענטפערס
דזשאו ביידען זאגט אז עס איז נישטא קיין פלאץ פאר קאמפראמיס איבער די אישו אבער עליזאבעט ווארען זאגט אז עס איז יא דא אזא מעגליכקייט
*
דזשאו ביידען האט אפגעהאלטן א קליינע ראלי אין צענטראל אייאווע און אויסקוקט צו זיין היבש אויסגעמוטשעט
דער קאנדידאט האט געמאכט זיינע קאמענטארן אונטערן פריעיען הימל אין א צייט ווען די היצן זענען גרויס און ער האט דערנאך אנגעהויבן ווערן געצימבלט מיט פראגן פון רעפארטער
ווען א פאקס נייעס דזשורנאליסט האט אים געפרעגט איבער די קליינע צאהל באטיייליגטע ביי זייינע פארזאמלונגען אין קאנטראסט צו אנדערע קאנדידאטן (הויפטזעכטליך עליזאבעט ווארען) האט ביידען שוין פארלוירן ס'לעצטע ביסל געדולד און יענעם אפגע'פטר'ט זאגנדיג "איך ווייס נישט איבער וואס דו רעדסט" און נאך זייענדיג ביים פאדיום הויך אויסגעשריגן צו א שטאב איינגעשטעלט פרעגנדיג "וואו גייען מיר ווייטער? וואו גייען מיר ווייטער?"
*
נעכטן איז געווען לעיבאר דעי און אצינד גייט די פרעזידענט קאמפיין אריין אין א מער ערנסטע פאזע
אין די צייט וואס די היץ פונעם קאמפיין איז צייט זיך אביסל מער צו באקענען מיט די פרעזידענט פאזיציע פאר וועכע אזויפיל טרוימען און אריינגיין אין א רייע אינטערסאנטע דעטאלן וועלכע זענען ווייניגער באקאנט איבער די גאר מאכטפולע פאזיציע און די לעבנסשטייגער אין ווייסן הויז
*
אנדערש ווי אסאך מיינען לעבן נישט פרעזידענטן אויף די פולע קאסטן פון די שטייער צאלער
די פרוי פון פרעזידענט רעיגען און פונעם צווייטן פרעזידענט בוש זענען געכאפט געווארן אין סורפרייז אין אנהויב פון זייער מענער'ס קאדענץ ווען זיי האט קענען געלערנט די סיסטעם אין ווייסן הויז און די בודזשעט וועלכע פאלט אויף די פלייצעס פונעם ערשטן פאמיליע צו דעקן
אנגעהויבן פון די אלע מאלצייטן, ביז קלינערס אויסגאבן און א רייע פערזענליכע סערוויסעס און געברויכן ווי ציין פאסטע וועלכע דער פרעזידענט מוז אליינס דעקן פון זיין אייגענע טאש
פרעזידענט קלינטאן האט איבערגעלאזט די ווייסע הויז פארזונקן אין 16 מיליאן דאלער אין חובות
*
איינע פון די אויסגאבן וועלכע איז ווייניגער באקאנט איז די קאסטן אריבערצוציען די האב און גוטס פונעם די אייגענע הויז אריין צום ווייסן הויז
דער נייע ערוועלטער פרעזידענט וועלט זיך אליינס אויס א מופן פירמע וועלכע זאל אריבערפירן זיין מעבל אדער אנדערע חפצים ער זוכט צו האבן אין ווייסן הויז און די באטרעפנדע פירמע טראגט עס עס אפ אהין און די ווייסע הויז שטאב ברענגט עס דערנאך אריין אינעם נייעם פרעזידענטליכן רעזידענץ
די פירמע רעכנט דערנאך די קאסטן פונעם נייעם פרעיזדענט וועלכע צאלט עס פונעם אייגענעם בוזעם אדער פון פארבליבענע קאמפיין געלטער וועלכע איז יא ערלויבט צו נוצן דערפאר
וכן היו עושין בצאתו בשלום, אפילו ווען א פרעזידענט דארף זיך שיידן פונעם ווייסן הויז ביים ענדע פון זיין קאדענץ דארף ער זעלבסט אויסצאלן די קאסטן ארויסצומופן זיינע געפעק
*
ווי באקאנט זענען די קאסטן פון פונדאסניי דעקארירן די ווייסע הויז צום געשמאק פון די נייע פרעזידענטליכע פאמיליע יא אויף די קאסטן פון די רעגירונג אבער אויך דאס איז מיט א גרעניץ וועלכע האלט היינט ביי 100,000 דאלער און יעדע פעני מער מוז ווערן באצאלט דורכן פרעזידענט אליין
אין די צייטן פון דזשימי קארטער האט די רעגירונג צושטייער געגעבן פאר דעם צוועק בלויז 50,000 דאלער און קארטער וועלכע האט געהייסן צו זיין מער א באשיידענער האט אויסגענוצו די גאנצע ערלויבטע סומע ביז צום מאקסימום
די רעיגען פאמילע האבן אפגעזאגט די רעגירונג אנבאט און אליינס אויסגעצאלט די דעקאראציע אויף די אייגענע קאסטן
קלינטאן און אבאמא האבן פארשווענדעט די זעלבע סומע ווי קארטער אבער אבאמא האטעס געגעבן פון זיין אייגענע טאש
קענעדי האט דורכגעפירט א מאסיווע רענאוואציע אויפן ווייסן הויז און פארגליכן צו די היינטיגע אינפלאציע ראטע האבן די קענעדי'ס אויסגעגעבן פאר דעם צוועק א געשאצטע 16.4 מיליאן דאלער
די טראמפ'ס האבן אריינגעגאסן 1.75 מיליאן דאלער פאר מעבל אריינגערעכנט פאר טעפיכער אין די ווערט פון 17 טויזנט דאלער אבער וויבאלד טראמפ האט דערווייל נישט פארעפנטליכט זיינע שטייער בויגנס איז נישט באקאנט אויב ער האט אויסגענוצט די 100,000 וואס די רעגירונג איז וויליג צו געבן
*
על טעם וריח אין להתווכח און ווייסע הויז קעכער זענען שוין געוואוינט אז אויסער די אדמיניסטראציע פאליטישע פאליסיס וועלכע טוישן זיך יעדע פיר אדער אכט יאר טוען זיך די קיך רעצעפטן אויך בייטן מיטן ערוועלונג פונעם נייעם פרעזידענט
דער קעכער פון לינדאן דזשאנסאן געדענקט אז זיין ארבעט איז געווען צוצושטעלן קאטעדזש טשיז מיט קעטשאפ
ביל קלינטאן האט שטארק געגליכן א קאקא קאלע פלעיווארד דזשעלי און פרעזידענט טראמפ פארלאנגט פון פון זיין קעכער אהערצושטעלן מעקדאנעלד'ס געפרעגלטע עפל שטרודל
פרעזידענט רעיגען פלעגט באצייכנט ווערן דורך מאנכע אלץ דער דזשעלי ביען פרעזידענט
אלעמאל ווען פרעזידענט רעיגען פלעגט אויפשטייגן אויף עיר פאורס 1 פלעגט שא שאכטל פון די סארט צוקערלעך אנטפאנגען דעם פרעזידענט וועלכע האט עס גאר שטארק געגליכן
דזשארדזש בוש דער ערשטער האט געהאט ארויסגעגעבן א גאר שארפע פארבאט אריינצוברענגן בראקאלי אין ווייסן הויז אדער אויפן פרעזידענטליכן פליגער אנזאגנדיג זיינע קעכער אז בראקאלי איז בבל יארה ובבל ימצא אפילו אין די געגענט פון ווי זיינע מאלצייטן ווערן צוגעגרייט
אין די צייט פון די פארד פרעזידענטשאפט איז נאך ביר פארקויפף געווען פארבאטן אין מארסטנס אמעריקאנע שטאטן אבער דזשעראלד פארד איז געווען אזוי אויסן צו באקומען זיין גלעזל ביר אז ביי יעדע רייזע מיטן עיר פאורס 1 האט ער באוויזן צו פארשאפן עימיצער וועלכע זאל אים ארויפשמוגלען זיינע פלעשלעך אויפן פליגער
*
פרעזידענטן ווערן באטראכט ווי די מאכטפולסטע פלייש און ביין צוזאמשטעלן אויפן ערד קוגל אבער ווייניג זענען באקאנט מיט א רייע באגרעניצונגען וועלכע צוימען איין זייערע רעכטן נאך מער ווי א געווענליכע אמעריקאנע בירגער און געווענליך איז עס פצוליב זיכערהייט מאסנאמען וועלכע זוכט צו באשוצן די וואוילזיין פונעם פרעזידענט
איינע פון די פארבאטן אויף א פרעזידענט איז אליינס צו זיצן ביים רעדל ווען מען פארט אויף פובליק שאסייען
אפילו רייכע לייט וועלכע זענען געוואוינט צו ווערן געפירט דורף א שאפער קענען אבער אלץ באשטיין צו געניסן פון די רעכט אליינס צו זיצן ביים רודער ווען עס פארשמעקט זיי אזוי צו טוהן
אנדערש איז אבער דער פרעזידענט פון די פאראיינגטע שטאטן וועלכע קען פירן דאס לאנד אפילו פון די לופטן אבער קען נישט פירן זיין אייגענעם אויטא בלויז אויף פריוואטע לאנד
דער לעצטער פרעזידענט וועלכע איז נאך געווען ערלויבט צו דרייוון איז געווען לינדאן דזשאנסאן
דזשארדזש בוש פלעגט זיך אסאך אויסבלאזן ארומדרייוונדיג א טרעקל ארום זיין פריוואטע רענטש אין קראופארד טעקסאס און ער האט לעצטנס ארויסגעשטעלט דעם טרעקל אויף אן אוקשען אויפטרייבנדיג 300,000 פאר וואוילטעטיגע צוועקן
ראנאלד רעיגען פעלגט אויף אפט ארומפארן מיט זיין דזשיפ אין זיין פראפערטי אין סאנטא בארבארא קאליפארניע
*
משגיח מן החלונות, נאך א באגרעניצונג ארויפגעשטעלט אויף פרעזידענטן
ווען איר ווילט געניסן פון אביסל פרישע לופט וויילנדיג אין שטוב האט איר אלעמאל די לוקסוס פון עפענען דעם פענסטער אבער אנדערש זענען פרעזידענטן וועמענס פענסטער זענען שויבן זענען בלויז אינסטאלירט אויף צו קענען ארויסקוקן אינדרויסן
סייי אין שטוב און סיי פארנדיג אין זייער פארפאנצערטע אויטא זענען די פרעזידענט און זיין פאמילעע שטרענג פארבאטן צו עפענען א פענסטער און די איינציגסטע מעגליכקייט פאר זיי צו עפענען א פענסטע איז ווען זיי פארן אין די אויטא אויף פריוואטע לאנד
די באגרעניצונג איז ספעציעל שווער געפאלן אויפן פרוי פון פרעזידענט אבאמא וועלכע האט זיך זייער געמוטשעןט דערמיט אינעם ערשטן יאר און זיך געוויצלט אז זי וואלט אויסגעוועלט צו וואוינען אויפן שויב אינדרויסן ווי איידער אינווייניג
*
יא, דער פרעזידענט קען צומאל דורכגיין א תענית לשעות אויך
סיי וועלכע עסן דער פרעזידענט ווערט סערווירט מוז צו ערשט אדורכגיין די צונג פון א ספעציעל דעזיגנירטע פארזוכער וועלכע איז אן עקספערט צו דערשפורן אויב עס איז פארגיפטעט
דורכאויס א מיטאג מיט סענאט רעפובליקאנער אין 2013 למספרם זענען סענאטארן געזיצן און זיך באלעקט די פינגער אין די צייט וואס פרעזידענט אבאמא איז אן הונגעריגער געזיצן מיט אן אויפגערייצטן אפעטיט פארנט פון זיין מאלצייט אן די מעגליכקייט צו עסן צוליב וואס זיין פארזוכער איז נישט געווען אנוועזנד אין צייט
*

א פראגע וועלכע אקטיוויסטן זוכן צו לייגן פארנט פון די פלארידא וויילער גערופן ענערגיע אויסוואלן וועט זיך באראטן מיט די באפעלקערונג אויב זיי זענען אין שטיצע פון רעפארמירן די עלעקטעריק מארקעט דורכן ערלויבן קאנסומער אויסצוקלויבן זייערע פראוויידערס און זיך אויסשרייבן פון די סטעיט'ס איצטיגע יוטיליטי ריזן
די געדאנק זוכט צו קאפירן ענליכע שריט און א מאדעל וועלכע טעקסאס האט דורכגעפירט אין די פריע ניינציגער יארן למספרם און נאנט צו צוואנציג שטאטן האבן שוין נאכגעפאלגט דעם ביישפיל
שטיצער פון די געזעץ ווייזן אן אז אזא טויש וועט באדייטנד רעדיצירן עלעקטיריציטעט פרייזן און שאפן טויזנטער דזשאבס און ציען נייע ביזנעסער אריינצושטראמען אין די סטעיט און אריינפאמפען געלט אין רורעל געגנטער אבער קעגנער פון די פארשלאג אין שפיץ פון די מאכטפולע יוטיליטי אינדוסטריע ווארענען אז די טויש וועט ברענגן מער שאדן ווי בעניפיט און וועט שאפן פראבלעמען צווישן די עלעקטעריק פירמעס און די קלענערע פירמעס וועלכע וועלן זיין פראוויידערס פאר די קאנסומערס
די קאמף איבער עפענען די פארשלאסענע מארקעט פאר מער קאנקורענץ האט אצינד געלאנדעט פארנט פון די פלארידא סופרים קאורט וועלכע וועט דארפן באשטעטיגן אדער אפווארפן די פארשלאג פון ארויפגיין אויפן בעלאט פאר א רעפערענדום
די געריכט וועט באשליסן אויב די שפראך אינעם רעפערענדום איז אויסגעהאלטן לויט די פלארידא געזעץ וועלכע ערלויבט פראגן פון די וויילער אויף אישוס וועלכע זענען איבער איין ספעציפישע טעמע און אויב עס טוט נישט פארפירן די וויילער
די איצטיגע קעיס גייט זיין די ערשטע טעסט פאר די זיבן מעמבער געריכט וועלכע נעמט אריין דריי פרישע ריכטער נארוואס ארויף אויפן באנק נאך וואס זיי זענען נאמינירט געווארן דורך דעם נייעם גאווערנאר ראן דסענטיס און מען קוקט ארויס צו זעהן ווי אזוי זיי וועלן באהאנדלען קאנסטיטוציאלע אמענדמענטס א שטייגער ווי די איצטיגע ענערגיע אמענדמענט
דורכאויס די סעסיע פון איבער א שטונדע האבן די ריכטער אויסגעזעהן סקעפטיש איבער די אמענדמענט און א באשלוס איז ערווארטעט צו קומען עראשט שפעטער אין יאר און דערווייל זאמלען שטיצער די נויטיגע צאל אונטערשריפטן צו זייין גרייט אין אפל די געריכט ערלויבט עס פאראויסצוגיין
די בעלאט דארף האבן 766,200 אונטערשריפטן און פארמאגט שוין 403,130
אנדערע מעגליכע אמענדמענטס וועלכע קענען נאך מאכן זייער וועג צום געריכט איז א פארשלאג צו עפענען די סטעיט פריימערי סיסטעם אז עס זאל נישט זיין באגרעניצט צו פארטיי ליניעס און וויילער פון איין פארטיי זאלן מעגן שטימען אין פארמעסטן פון די אנדערע פארטיי
א צווייטע פארשלאג וועלכע קען זיך דערקייקלען צום געריכט איידער זי זעהט דעם בעלאט איז א 15 דאלער העכערונג אין די מינימום געהאלט פער שטונדע, און א פארבאט אויף סעמי אויטאמאטישע געווער

*
א גרופע פון אלאסקא וויילער האבן זיך געוואנדן צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן אז זיי זאלן אויסקלארן אויב איבערגעטריבענע באגרעניצונגען אויף וויפיל אינדיווידועלן מעגן ביישטייערן צו פאליטישע קאמפיינס איז קאנסטיטוציאנאל
סטעיטס לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן האבן פארשידענע געזעצן ווען עס קומט צו געבן געלט פאר פאליטישע קאנדידאטן וועלכע לויפן פאר אפיס און אלאסקא ערלויבט צו געבן בלויז 500 דאלער דורכאויס א גאווערנאר פארמעסט און איינוואוינער באקלאגן זיך אז נעמענדיג אין באטראכט אז קאנדידאטן דארפן אריימקרייזן א סטעיט וואס איז ריזיג אין שטח און עס קומט אן פיל שווערער צו קאמפיינען און דעקן די גאנצע סטעיט וואלט די פאנדרעיזינג געזעצן געדארפט זיין לייכטער
צום ביישפיל מינעסאטע וועלכע איז איבער זיבן מאל קלענער אין שטח ווי אלאסקא ערלויבט צו גיבן איבער אכט מאל אזויפיל פאר קאנדידאטן וויפיל אלסאקא ערלויבט און די מינעסאטע געזעץ איבער וויפיל מען קען ביישטייערן איז ניטאמאל די גרינגסטע אין לאנד נאר באטרעפט די מיטלגארטיגע ביישטייערונג סומע ווען מען קוקט אין קאנטראסט צו אנדערע סטעיטס
די סופרים קאורט האט שוין אין די פארגאנגענהייט אדרעסירט די פראגע אבער דאן גערעדט פון א באגרעניוצונג נאף שארפער ווי די פון אלאסקא ווען די געריכט האט גע'פסל'ט א געזעץ אין ווערמאנט וועלכע האט בלויז ערלויבט צו ביישטייערן 400 דאלער צו א סטעיטווייד קאנדידאט און 200 דאלער צו א סטעיט רעפרעזענטאט אין לויף פון צוויי יאר און די סומע איז וואלט זיך געטוישט ווען אינפלאציע טוישט זיך
יענע 400 דאלער באגרעניצונג וואלט אויסגעקומען העכער ווי 500 דאלער לויט די היינטיגע אינפלאציע ראטע און דאס באדייט אז די היינטיגע אלאסקא געזעץ קען אויך נישט זיין אויסגעהאלטן לויט יענע סופרים קאורט פרעצעדענט
די פראבלעם איז אז יענע סופרים קאורט אורטייל האט געשאפן א קאמפליצירטע צוגאנג איבער ווי אזוי סטעיט זאלן באשליסן ווען א באגרעניצונג איז איבערגעטריבן און נישט אויסגעהאלטן און סטעיטס האבן עס אויסגעטייטשט אויף פארשידענע וועגן געוואנדן אין וועלכע ראיאן זי געפונט זיך און אזויפיל ווי פיר קרייז געריכטן האבן שוין באהאנדלט אזעלכע קעיסעס און יעדע פון זיי מיט אן אנדערע צוגאנג צו די פראגע ווען טייל האבן געשריבן אז סיי וועלכע באגרעניצונג איז אומלעגאל און אנדערע האבן פארשטאנען אז מען קען יא עטוואס באגרעניצן וויפיל מען קען גיבן פאר קאמפיינס
אויב זאל די סופרים קאורט אויפנעמען די אלאסקא קעיס וועט זי האבן א שאנס קלארצושטעלן איינמאל פאר אלעמאל ווי אזוי נידריגע געריכטן זאלן צוגיין צו אזעלכע קעיסעס אין די צוקונפט
צוריק אין 1976 למספרם האט די סופרים קאורט באהאנדלט א לענדמארק קעיס איבער קאמפיין פינאנץ געזעצן און די ערשטע אמענדמענט וועלכע שטעלט צו פרייהייט פאר אלע או די געריכט האט געשריבן אז קאמפיין פינאנץ באגרעניצונגען דארפן געהאלטן ווערן צו א שטרענגע איבערזיכט און ווערן קאנטראלירט צו ווערן דורכגעפירט בלויז אין פאל פון פארשטענדליכע סיבות
אין יענע ספעציפישע פאל האט זיך עס געהאנדלט פון א טויזנט דאלערדיגע מאקסימום געזעץ (היינט האלט עס שוין ביי 4600) און די געריכט האט עס ערלויבט נאך וואס די רעגירונגהאט וגעשטעלט גענונג באווייז אז מער פון דעם קען פירן צו ביישטייערונגען פון מענטשן אין אויסטויש פאר טובות וואס קאנדידאטן וועלן צוריקצאלן איינמאל זיי זענען ערוועלט
זינט אן האט שוין די געריכט עטליכע מאל ווידערהאלט אז קאמפיין פינאנץ געזעצן זקענען זיין קאנסטיטוציאנאל איון די ריכטיגע פלאץ מיט די ריכטיגע צוגאנג און פאר די ריכטיגע צוועקן און דעריבער ערווארטן נישט עקספערטן אז די געריכט וועט טאטאל עלימינירן קאמפיין פינאנץ מיטן ווארצל אבער אויב די געריכט אקצעפטירט די קעיס קענען זיי יא מעגליך פארבאטן אזא עקסטרעם שטארקע באגרעניצונג ווי עס איז אין אלאסקא
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:56 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

אור
שר האלף
תגובות: 1877
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:08 pm

פרישע ווארימע הבל ארויס פון די הייסע קאווע... א מחיה
ישר כח!!

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:20 pm

שכוח מיסטער הבל.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:22 pm

WOW הבל איך האב נישט קיין ווערטער ש'כח
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:33 pm

אויסערגעווענטליך! יישר כח.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

שטילער
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:48 pm

זייער זייער הנאה געהאט! בפרט פון די באשרייבונג אויף פרעזידענטן!

הבל, דיין פעדער אין שפראך איז להפליא!!

ישר כח גדול!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:14 pm

וווואאאףףף! אזויפיהל אינפאו אין א טאג מיט ווייניג נייעס... וויזוי דער באווייזט עס איז אומפארשטענדליך...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:16 pm

ווער דארף נאך קאקאש נאך אזא אנגעזעטיגטע באריכט? יישר כח! הכל, איט איז. הבל, ווייס איך שוין נישט..

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:18 pm

איצל פיצל האט געשריבן:ווער דארף נאך קאקאש נאך אזא אנגעזעטיגטע באריכט? יישר כח! הכל, איט איז. הבל, ווייס איך שוין נישט..

יישר
הבל שוין איינמאל..

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:24 pm

א מעסטער פיעס, וואן אף עי קיינד!!!!

שכוח הכל נישטא קיין ווערטער!

מיט אזויפיל באגרעניצונגען הייבעך אהן צו צווייפלן אױב כ'זאל לויפן פאר פרעזידענט..
זאג נאר א רעפטל קאקאש מעגן די פרעזידענטן יא עסן??
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 3:10 pm

טענק יו הבל

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 5:22 pm

יישר פאר אלע

נישט געהאט קיין צייט צו פאררעכטן פולע גרייזן דא און דארט
האפנטליך וועט מען זיך פרובירן אנשטרענגן מער דערויף בעתיד און אויף דערווייל זייט מיר מוחל דערויף

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 5:24 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:א מעסטער פיעס, וואן אף עי קיינד!!!!

שכוח הכל נישטא קיין ווערטער!
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 6:27 pm

Wowow unreal!! Your really amazing

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 12:37 pm

מיטוואך שופטים





מעקסיקא'ס פרעזידענט האט געצייגט פאר רעפארטער א פיצינקע פאטאראפיר מאשינדל וועלכע ער זאגט איז גענוצט געווארן צו שפיאנירן אויף אים
ער זאגט אבער אז ער גייט נישט אונטערזוכן זיינע אפיסעס צו אנדעקן מער אזלעכע אפאראטן ווייל דאס איז טייל פון די טרענד לעצטנס און יעדער שפיאנירט
*
א קאמפראמיס אפאמך איז אונטערוועגנס אונטער וועלכע דייטשלאנד וועט אנהויבן אריינצאלן עטוואס מער ווי ביז איצט פאר נאטא מיליטערישע צוועקן נאך דרוק פון די טראמפ אדמיניסטראציע
*
פרעזידענט טראמפ באוקמט היינט אן אפדעיט איבער די האריקעין אנטוויקלונגען און וועט דערנאך עסן מיטאג מיט אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא
אום 2:15 וועט טראמפ ערשיינען אין רוזוועלט צימער פאר א מעלדונג איבער די גרענטס צו באקעמפן די אפיאידס קריזיס
*
די פעדעראלע טרעיד קאמיסיע האט באשטראפט יו טוב מיט 136 מיליאן דאלער פארן אוועקלייגן דאטא פון פערזענליכע אינפארמאציע פון יוגנטליכע אן ערלויבענש פון זייערע עלטערן
*
טעד קרוז באשולדיגט אז די דיעפ סטעיט איז געזונט און פריש און ווארט אויס מיט געדולד די ענדע פון דאנאלד טראמפ און פארזיכערן אז די איראן דיעל לעבט איבער די אנגעשטרענגטע צייט און דאן זאל אלעס זיך צוריקשטעלן אין פאלץ אין באצוג צום דיעל
*
קענטאקי ווערט 21'סטע סטעיט אייינצושטעלן אנטי בי די עס געזעצן
*
קאמאלא העריס לייגט ארויס א צען טריליאן דאלער פובליק/פריוואטע קלימאט טויש פאלן געציהלט צו שאפן א זויבערע ענווייראמענט אויף ביז יארע 2045 למספרם
*
עליזאבעט ווארען איז ארויסגעקומען מיט א דריי ריליאן דאלער קלימטאן טויש פלאן
*
דזשאו ביידען איז געווארן געפרעגט אויב ער וואלט געלאפן פאר פרעזידנט אויב א מער עסטאבלישמענט סארט פיגור וואלט געווען דער רעפובליקאנער קאנדידאט , א שטייגער ווי דזשעב בוש אדער מיט ראמני
ביידען זאגט אז ער איז נישט זיכער אז ער וואלט געלאפן און אז ארגינעל האט ער נישט געפלאנט צו לויפן נאכאמאל פאר פרעזידענט
*
דזשארדזשיע דעמאקראטן גייען זיך אראפזעצן מיט די נאציאנאלע פראטיי פירער צו סטראטעגירן איבער די צוויי סענאט פארמעסטן אין די סטעיט
מאנכע פאליטישע אבזערווירער האבן זיך הויך געוואונדערט אז אויב די סטעיט דעמאגרפיע האט זיך טאקע אזוי שטארק געטוישט און איז ווערט שוין פאר לאנג פארגעזאגט צו זיין ערנסט אין שפיל אום 202 למספרם וואלטן שוין געדארפט קומען מעלדונגען פון מערערע קאנדידאטן וועלכע וואלטן געוואלט כאפן די שאנס און אנקומען ום סענאט און דערווייל שיינט עס ווי אויב עס איז נישט סטעיסי עיברעמס איז נישט דא ופיל ערנסטע נעמען וועלכע זאלן זוכן די ארטיגע סענאט זיצן
*
געוועזענע וואשינגטאן קאנגרעסמאן דעיוו רייכהערא באטראכט צו לויפן אלץ רעפובליקאנער פאר גאווערנאר אקעגן דעמאקראטישער גאווערנאר און געוועזענער פרעזידענט קאנדיאט דזשעי אינסלי
רעפובליקאנער פארמאגן נישט צו א גרויסע אויסוואל פון ערנסטע קאנדידאטן און דער רייכהערט וואלט געווען פון זייערע בעסטע וואס זיי קענען ארויסשטעלן אבער אפילו ער וואלט אויך געהאט גאר א שווערע פעלד צו באזיגן אינסלי
*
קענטאקי גאווערנאר מעט בעווין האט היינט ארויסגעשטעלט זיין ערשטע טעלעוויזיע רעקלאמע וועלכע איז די ערשטע אין א סעריע רעקלאמע מעס אין די ווערט פון 3.7 מיליאן דאלער וועלכע וועט לויפן אין די קומענדיגע צוויי מאנאטן
די רעקלאמע באציהט זיך הויפטזעכטליך איבער זיין רעקארד אויף די עקאנאמיע אבער אנערקענט/בארימט זיך אויך אז גאווערנאר בעווין האט היבש צוטראסקעט די קארטן פון טייל אין די סטעיט דורכאויס זיין ערשטן טערמין
*
דער אנדערע גאווערנאר וועלכע לויפט איצט פאר ווידערערוויילונג איז דעמאקראט דזשאן בעל עדווארדס פון ליוזיאנא און
ער האט איצט ארויסגעלייגט צוויי פרישע סטעיטווייד רעקלאמעס
*
פון די רעפובליקאנע זייט אין ליוזיאנא גייט נאך אן א פריימערי צו קענען לויפן אקעגן עדווארדס און קאנגערסמאן ראלף עיברעהעם האט ארויסגעשטעלט זיינע אייגענע טעלעוויזיע רעקלאמעס אראפצורייסן עדווארדס און זיין היסטאריע מיט די אויל און גאז אינדוסטריע
*
אין די דריטע קענסאס דיסטריקט איז פארגעקומען אין 2018 למספרם א פריימערי ביי די דעמאקראטן אין וועלכע שעריס דעיווידס האט באזיגט מיט 37% צו 34% דעם בערני סאנדערס געשטיצטן קאנדידאט
די מתועבת דעיווידס האט דערנאך ארויסגעשטויסן ביי די מידטוירמס דעם אמטירנדע רעפובליקאנער קאנגרעסמאן קעווין יאדער מיט 53.3% צו 44.2 %
ביז איצט איז דער איינציגסטער רעפובליקאנער קאנדידאט געווען סארא הארט וועיר וועלכע איז די פארזיצער פון די נאציאנאלע דאון סינדראם סאסייעטי
נעכטן האט אמענדע עדקינס געמאלדן איר קאנדידאטור פאר דעם זיץ פארשפרעכנדיג א רעפובליקאנע פריימערי
עדקינס איז א געוועזענע ראטגעבער פארן געוועזענעם גאווערנאר סעם בראונבעק און איז אויך געווען א פארזיצערין פאר די קענסאס רעפובליקאנע פארטיי
יאדער אליינס האט שוין צוריקגעוויזן די געדאנק פון פרובירן צוריקצוכאפן זיין געוועזענע זיץ
*
אין די קאלאראדא סענאט פריימערי אויף די דעמאקראטישע זייט איז מייק דזשאנסאן געווען ביז איצט דער פראנט ראנער אמווייניגסטנס אין געבעיט פון פאנדרעיזינג אבער ער האט זיך נעכטן ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט (ווארשיינליך צוליב די אריינטריט פון דזשאן היקענלופער)
*
א באקאנטע אנטי עסטאבלישמענט קאנסערוואטיווע פעק באקאנט פארן שטיצן פריימערי פארמעסטן אקעגן עסטאבלישמענט פיגורן אריינגערעכנט אקעגן מיטש מעקאנעל איז געווארן פריש אקטיוו און דערווייל נישט קוקט נישט אויס אז זיי וועלן מאכן צופיל קאפווייטאג פאר מעקאנעל
די גרופע האט שוין דערווייל אויסגעגעבן 176 טויזנט דאלער אין שטיצע פון דריי קאנדידאטן וועלכע באזארגן נישט מעקאנעל און קען גאר זיין בייהילפיג
דערווייל האבן זיי געשטיצט די קאנדידאטור פון דזשאן דזשעימס אין מישיגען וועלכע איז די איינציגסטע רעפובליקאנער ערנסטע קאנדידאט און מעקאנעל איז זיכער צופרידן דערמיט
א צווייטער איז דזשאן בולדאק וועלכע פארמעסט זיך אין א פריימערי אין ניו העמפשיר און טראץ וואס דארט איז דא א מער עסטאבלישמענט סארט קאנדידאט איז בולדאק נישט קאנטערווערסיאל און די סענאט פירערשאפט האט זיך נאכנישט געשטעלט אונטער קיינעם און מען האט נאך דערווייל נישט געהערט אויב קארי לואנדאוסקי איז נאך ערנסט מיט א פארמעסט
לואנדאוסקי האט געזאגט אז ער וועט אויסווארטן די דריטע קווארטאל למספרם פאנדרעיזינג ציפערן צו ווערן ארעפנטליכט און לויט דעם באשליסן אויב אריינצוטאנצן אינעם פארמעסט (ווייל די אנדערע צוויי קאנדידאטן האבן אפיציעל געעפנט זייערע קאמפיינס ערשט אין יולי וואס און דעריבער איז נאכנישט געווען קין שאנס צו זעהן ווי פאנדרעיזנג אין די פארמעסט האלט)
אויסער דעם איז די ניו העמפשיר סענאט זיץ דערווייל נאכנישט אזא פריאריטעט און רעאליסטישע ערווארטונג פאר מעקאנעל צו געוואונען
די דריטע קאנדידאט איז ארנאלד מוני וועלכע איז איינס פון פינף קאנדידאטן וועלכע פארמעסטן זיך ארויסצושטויסן אלאבאמא דעמאקראטישע ערשט טערמיניגע סענאטאר דאג דזשאונס
די קאנדידאט וועם די עסטאבלישמענט וויל זעהן ארויס איז ראי מור אבער דאן איז אן אויסוואל פון טאמי טאבערוויל, קאנגרעסמאן ברעדלי בירנע און סעקרעטערי אף סטעיט דזשאן מעריל
מוני האט אויפגעטריבן היבש וויניגער ווי בירנע און טאבערוויל אהער היבש מער פון ראי מור און מוני וועלכע שטעלט זיך פאר ווי די קאנסערוואטיווע דרויסנדיגע סארט קאנדידאט האט ערהאלטן די שטיצע פון סענאטאר מייק לי פון יוטא און פון קאנגרעסמאן ברוקס פון אלאבאמא
די פאנד וועלכע האט געשטיצט מור אקעגן דעם געוועזענעם קאנגרעסמאן לוטער סטרעינדזש שטיצט איצט דעם מוני
די פעק איז געווארן געשאפן דורכן געוועזענעם קאנסערוואטיוון דרום קאראליינע סענאטאר דזשים דעמינט און איז שפעטער געווען אונטער די פירערשאפט פון קען קוטשינעלי
זיי האבן שוין אויפגעטריבן דעם סעזאן נאנט צו 948,534 טויזנט דאלער און פארמאגט 488,963 אין די באנק
*
גאן רעכטן אקטיוויסטן ווענדן זיך צום אמעריקאנעם סופרים קאורט אז זיי זאלן פסל'ן דעם טראמפ פארבאט אויף באמפ סטאקס
*
איר דענקט די קאשמארן ווען אייער מלמד האט אייך באפוילן צו שרייבן הונדערט מאל אז איר וועט שוין טייטלען ביים פארלערנען?
א ריכטער אין מאנטאנא האט פאראורטיילט צוויי מענער וועלכע זענען פארוויקלט געווארן אין אומפארבונדעטע קעיסעס
איינער איז געווארן אנגעקלאגט אין רויבעריי און דער צווייטער צוליב וואס ער האט געהאט אין באזיץ אומלעגאלע געווירצן און ביידע האבן באקומען טורמע טערמינען פון עטליכע יאר איטליכער אבער די געריכט איז אויפגעקומען אז זיי האבן ביידע באזונדער ליגן געזאגט פארן געריכט
זיי האבן האט זיך אריינגערוקט אין די די וועטעראן טריעטמענט געריכט מיט געעשיכטעס איבער מיליטערישע דינסט
איינער האט גאר אנגעגעבן אז ער האט סערווירט פאר זיבן יאר אין אפגאניסטאן און אין איראק און איז דארט פארוואונדעט געווארן פון א ראוד זייט באמבע און געברויכט דורכגיין א היפ ערזאץ פראצעדור און ער האט אויך געליטן פון פסיכאלאגישע פראבלעמען אין רעזולטאט פון זיינע יארן אויפן שלאכטפעלד
ריכטער גרעג פינסקי האט ארויסגעגעבן זיי שטראף ווי פאלגענד:
די צוויי דארפן מיט זייער האנט שריפט אראפשרייבן די נעמען פון אלע 6756 אמעריקאנע זעלנער וועלכע זענען אומגעקומען אין אפגאנסטאן און אין איראק
די צוויי דארפן מיט זייער האנט שריפט אראפשרייבן די געשיכטעס פון די 40 אמעריקאנער זעלנער וועלכע זענען אומגעקומען אין די צוויי מלחמות און קומען פון די סטעיט מאנאטאנא
די צוויי דארפן מיט זייער האנט שריפט אראפשרייבן אפ פערזענליכע אנטשולדיגונג און זיך אידענטיפיצירן אלץ ליגנער פאר א רייע מיליטערישע קערפערשאפטן
ער האט זיי ביידע עקסטער צוגעטיילט צו 441 שטונדן פון קאמיוניטי סערוויס אקעגן די 441 מאנטאנא אפשטאמיגע סאלדאטן וועלכע זענען אומגעקומען אויפן פראנט זינט די קארעא קריג
די יארן וועלכע זיי קענען ארויסגיין פריער פון טורמע דארן זיי יעדע יאר ווען עס געפאלט מעמאריעל דעי און וועטעראן דעי שטיין פאר אכט שטונדן ביי די מאנטאנא וועטעראן מעמאריעל באצירט מיט פלאקאטן וועלכע שרייען "איך בין א ליגנער, איך בין נישט קיין וועטעראן, און איך האב גרינגעשעצט אין אלע וועטעראנען"
*
ווען מען האט לעצטנס געהערט איבער פרישע מעדיצינישע באהאנדלונג וועלכע סופרים קאורט ריכטערין גינזבורג האט געדארפט דורכגיין האבן זיך ברעמען פריש געהויבן שאפנדיג נייגער ביי מענטשן אויב טראמפ וועט נאך יא האבן א שאנס אריינצושטעלן א פרישע ריכטער
דערווייל זאגט ריכטערין גינזבורג איז זי ערהוילט זיך פיין אבער עס זענען צוריק ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך די געשפרעך איבער וועם פרעזידענט טראמפ וואלט אויסגעקליבן אלץ זיין קומענדיגע קאנדידאט פארן העככסטן באנק אין לאנד
באזירט אויף די דיסקוסיעס ביים ערזעצן ריכטער קענעדי איז דא א שטארקע ערווארטונג אז ריכטערין עימי קאומי בערעט פיגורירט נאך אלץ אויפן קורצן ליסטע און גאר מעגליך די העכסטע צווישן יענע אויסוואלן
די הויפט אורזאך פארוואס איר נאמען איז לעצטע מאל נישט געווארן אויסגעקליבן איז איר קורצע רעקארד וועלכע האט נאכנישט פראדוצירט גענוג אורטיילן פאר סענאטארן צו ווערן איבערגענומען פון איר ערפארונג און קאנסערוואטיוון זיכער צו מאכן אז זיי זעען זיך טאקע מיט איר אויג צו אויג אויף מערסטנס אישוס וועלכע איז זיי צום הארצן און דעריבער האט טראמפ'ס געוועזענע לעגאלע קאונסיל דאן מקגעהן שטארק געשטופט די אויסוואל פון ברעט קעווענאו וועם ער האט גאר גוט געקענט פון די בוש צייטן און געוואוסט וואו ער שטייט מיט אים
דעריבער איז קויפן צייט גאר וויכטיג פאר איר און עס איז שטארק מעגליך אז ביים קומענדיגן מאל וועלן שוין זאכן זיין מער רייף צו גיין אין איר דירעקציע ספעציעל ווען עס קומט צו ערזעצן א פרוי ריכטער וועלכע ווע איר גוט שטיין זייענדיג א פרוי
דזשורנאליסטן האלטן טאקע אן אויג אויף די מעגליך מיועדת להיות שופט און באאבאכטן איר צוגאנג אויפן געריכט
*
אפריקאנע אמעריקאנע אין מיסיסיפי'ס 22'סטע סטעיט סענאט דיסטריקט האבן זיך באקלאגט אז זיי ווערן סיסטעמאטיש אויסגעמישט צושפרייט ביים אויסשטעלן די דיסטריקטן געציהלט צו אפשוואכן זייער שטימע און אז די מאפע איז א פארלעצונג פון די וואוטינג רייט אקט און א דיסטריקט ריכטער האט זיי געגעבן גערעכט
גאווערנאר ברייענט און די סעקרעטערי אף סטעיט האבן זיך געוואנדן צום אפעלט געריכט פאר א סטעי
אצינד האט די פיפטע סירקוט קאורט אף אפיעלס מער ווייניגער נאכגעגעבן די פארלאנג פון די סטעיט
*
אן אינטערסאנטע קעיס האט זיך אנטוויקלט ווען א מאן מיטן נאמען קרעיג באר אין איסט רידזש טענעסי קלאגט די קייט פעסטפוד געשעפט פאפאיע פארן אויסלויפן פון זייער רעקלאמירטע פלייש סענדוויטש פריער ווי געראכטן
דער הונגעריגער האט אריינגעטראכגן א ציווילע לאוסוט מיט די טענה אז ער האט פארברענט פולע שטונדן פארנדיג צו און פון די געשעפט מיט די ערווארטונג אז ער וועט זיך קענען איינהאנדלען אזא סענדוויטש לויט ווי געשעפט האט געהאט געמאלדן אבער ווען ער איז אהין אנגעקומען האבן זיי נישט געהאט מער פון די סחורה און ער זוכט איצט צו באקומען פינף אלפים אנטשעדיגונג פאר זייער פאלשע רעקלאמע
און א באזונדערע פאל ווערט באריכטעט דורך די פאליציי אז אויך איז זייערס א געשעפט אין יוסטאן טעקסאס איז א קאסטומער געווארן אנטוישט ווען די סארט סענדוויטשעס זענען פריצייטיג אויסגעלאפן אזש ער האט גאר ארויסגעצויגן א רעוואלווער און אן אויפגעברויזטער געסטראשעט דעם קעשיר

שטומפיג
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 1:04 pm

שכח שכח.
נישט געהאט קיין רעפטל קאקאש און קיין הייסע קאווע, אבער דאך זיך דערקוויקט אויף די פרישע נייעס.

שטילער
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 1:06 pm

ישר כח הבל!!

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 1:19 pm

צווייפעל האט געשריבן:טענק יו הבל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אינדיאנער, אלעקסיי דער דריטער, ואיני יודע מה, טאנץ 2, טרעף מיך, משגיח, פוילישער קארגער, פינחס, ר' זעקל, רוהיגער און 60 געסט