בלאט 58 פון 66

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 8:41 pm
דורך שכל'דיג
Yang2020 האט געשריבן:קורץ און שארף, קלאר און רייך. א שיינעם דאנק!

הכל הבל האט געשריבן:טראץ וואס לויט ניוסאם איז דאס די ווארצל פונעם פראבלעם קוקט ער אריין אין א רייע פלענער נאכמער צו פארשטייפערן די שוין אזוי אויך גאר שטארקע גאן קאנטראל געזעצן
איינע פון די געדאנקן איז ארויפצושטעלן (נוסח קאליפארניע) א פרשיע שטייער אויף פון 25$ אויף יעדע פארקויף פון סיי וועלכע ביקס


אזא פלאן איז טאקע זייער נאריש, אבער מען קען עס ווען מאכן אביסל אנדערש. יעדער גאן אייגנטומער זאל מוזן האבן א ספעציעלע גאן אינשורענס, פארקויפן א גאן פאר איינעם וואס האט נישט די אינשורענס, אדער עס האבן אינדערהיים ווען די אינשורענס איז אפגעלאפן, זאל זיין קעגן געזעץ.

די אויפטוען זענען ערשטענס, רוב טויטפעלער געשעען א לאנגע צייט נאכן קויפן דעם גאן. זייער ווייניג מענטשן גייען קויפן א גאן כדי צו שיסן זיך אדער יענעם, נאר איינמאל עס ליגט שוין אונטער די האנט נוצט מען עס אויס. אזא אינשורענס וועט זיין א שטענדיגע אויסגאבע, און וועט מאכן אז די וואס דארפן נישט האבן קיין גאן זאלן עס נישט אזוי שנעל זוכן צו האבן, אדער וועלן פטור ווערן דערפון איינמאל זיי דארפן עס שוין נישט.

צווייטנס, אויב א טראגעדיע פאסירט יא, וועט די אינשורענס באצאלן די פאליציי, שפיטעלער, פיונערעלס און משפחות אנשטאט די שטייערצאלער. די אינשורענס קאמפאני וועט דאך נעמען די געלט פון די גאן באזיצער, וואס מיינט אין אנדערע ווערטער אז גאן באזיצערס וועלן צאלן פאר די שאדנס וואס גאנס ברענגען.

דריטנס, די מארקעט וועט שטופן פאר בעסערע בעקגראונד טשעקס. דער גאן פארקויפער וויל יעצט פארקויפן גאנס, און דער טשעק איז נאר עפעס וואס מען דארף יוצא זיין. אבער די אינשורענס קאמפאניס וועלן האבן א שטארקע פערזענליכע סיבה נישט צו געבן אינשורענס פאר פארדעכטיגטע פארשוינען, הכסף יענה את הכל.

וואס האלט דער עולם?


גאר א שטארקע געדאנק!
שכוח הבל

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 11:55 am
דורך נאך פונדערהיים
יעצט אנגעקומען צו ליינען די נעכטיגע באריכט, ווערי ריפרעשינג! א גרויסן דאנק!

יענג'ס בייפאל איבער גאן אינשורענס איז גאנץ גוט, האט שוין א פאליטישאן דאס ארויפגעברענגט?
איין גרויסע חסרון, אז די אינשורענס קאמפעניס וועלן דוקא יא וועלן אז ווי מער (נארמאלע) מענטשן זאלן האבן גאנס, אלזא אויב איז די NRA וכת דילהון נישט גענוג מאכטפול, וועסטו יעצט האבן א פרישע גאן-לאביאינג אינטערעסע פון די אינשורענס פירמעס.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 12:53 pm
דורך Yang2020
איך ווייס נישט אויב איינער האט שוין אויפגעברענגט אזא פלאן, איך האב נאר געשריבן וואס איז מיר איינגעפאלן ביים ליינען הבל'ס באריכט.

די NRA איז שוין יעצט פון די שטערקסטע לאביאיסטן, ווייס איך נישט צו עס איז נאך שייך ערגער צו מאכן. אבער אויב יא קען מען מאכן דעם פלאן אביסל אנדערש. נישט פריוואטע אינשורענס קאמפאניס, נאר יעדער צאלט איין צו א רעגירונג'ס געפירטע פאנד. דאס וועט האבן די ערשטע צוויי אויפטוען אבער נישט די דריטע, דאך אסאך בעסער ווי א איינמאליגע $25 טעקס ביים קויפן וואס טוט גארנישט אויף.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 1:29 pm
דורך באלייכטער
Yang2020 האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב איינער האט שוין אויפגעברענגט אזא פלאן, איך האב נאר געשריבן וואס איז מיר איינגעפאלן ביים ליינען הבל'ס באריכט.

די NRA איז שוין יעצט פון די שטערקסטע לאביאיסטן, ווייס איך נישט צו עס איז נאך שייך ערגער צו מאכן. אבער אויב יא קען מען מאכן דעם פלאן אביסל אנדערש. נישט פריוואטע אינשורענס קאמפאניס, נאר יעדער צאלט איין צו א רעגירונג'ס געפירטע פאנד. דאס וועט האבן די ערשטע צוויי אויפטוען אבער נישט די דריטע, דאך אסאך בעסער ווי א איינמאליגע $25 טעקס ביים קויפן וואס טוט גארנישט אויף.


אזא פלאן איז דעד-אן-ארייוועל. איך טראכט א אנדערע געדאנק.
א יעדע גאן האט א סיאירעל נאמבער. א יעדע גאן טרענזשעקסאן וועט מיזן אריין און א דאטע בעיס. דער גאן איז פון דעם דילער און זרח האט דאס געקויפט ערפ פסח נאך שרפת חמץ. דער זרח וועט דארפן יעדעס יאר נאכמאל רעגסטרירן דעם גאן. אויב איז דאס ג'גנב'ט דארף דאס ווערן ריפארטעט, אויב נישט טראגט זרח די פאר-אנטווארטליכקייט אויפ וואס עס גייט פאסירן.
סדארפ זיין געזעצן ווי אזוי א גאן דארף ווערן א וועגגעלייט אין שטוב אז א בחור זאל נישט קענען אפטראגן מיט דעם טאטענס גאן.
בעקגראונד טשעקס.
און סטאפן די צודרייטע פילמס, ווידיא געימס, וואס שפילן אויף געוואדטאטן און מאכן קאלט די מענטש צי א זאלאכע צודרייטע סענעס.
סטאפ שטדירן ווי אזוי א קוה'ס ליפט נאך א סעודה'לע קען חרוב מאכן אונזער וועלטעל. פארש נאך פארוואס איז דא אין אמעריקע אזויפיל נערווען ליינדענדע מענטשען אין ווי אזוי דאס צו פארעכטן.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 2:04 pm
דורך Yang2020
אזעלכע פלענער זענען שוין יא דא פאליטישענס וואס ברענגען אויף. אדער כאטש איינער פון זיי.

smart guns למשל איז א טעכנאלאגיע וואס עקזיסטירט שוין צען יאר, וועט פארמיידן א גרויס חלק פון די טויטפעלער, און גאן אייגנטומער האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 2:58 pm
דורך צל עובר
יא, די ביים היזיגן ציבור פארפיינטעטע ארכי לינקע רעדן שוין פון גאן אינשורענס.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:32 am
דורך צוקער וואסער
הכל הבל, אויב זענט איר בכח צו שרייַבן היינט א באריכט וואלטן מיר זייער הנאה געהאט!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 2:53 pm
דורך קרן
Yang2020 האט געשריבן:קורץ און שארף, קלאר און רייך. א שיינעם דאנק!

הכל הבל האט געשריבן:טראץ וואס לויט ניוסאם איז דאס די ווארצל פונעם פראבלעם קוקט ער אריין אין א רייע פלענער נאכמער צו פארשטייפערן די שוין אזוי אויך גאר שטארקע גאן קאנטראל געזעצן
איינע פון די געדאנקן איז ארויפצושטעלן (נוסח קאליפארניע) א פרשיע שטייער אויף פון 25$ אויף יעדע פארקויף פון סיי וועלכע ביקס


אזא פלאן איז טאקע זייער נאריש, אבער מען קען עס ווען מאכן אביסל אנדערש. יעדער גאן אייגנטומער זאל מוזן האבן א ספעציעלע גאן אינשורענס, פארקויפן א גאן פאר איינעם וואס האט נישט די אינשורענס, אדער עס האבן אינדערהיים ווען די אינשורענס איז אפגעלאפן, זאל זיין קעגן געזעץ.

די אויפטוען זענען ערשטענס, רוב טויטפעלער געשעען א לאנגע צייט נאכן קויפן דעם גאן. זייער ווייניג מענטשן גייען קויפן א גאן כדי צו שיסן זיך אדער יענעם, נאר איינמאל עס ליגט שוין אונטער די האנט נוצט מען עס אויס. אזא אינשורענס וועט זיין א שטענדיגע אויסגאבע, און וועט מאכן אז די וואס דארפן נישט האבן קיין גאן זאלן עס נישט אזוי שנעל זוכן צו האבן, אדער וועלן פטור ווערן דערפון איינמאל זיי דארפן עס שוין נישט.

צווייטנס, אויב א טראגעדיע פאסירט יא, וועט די אינשורענס באצאלן די פאליציי, שפיטעלער, פיונערעלס און משפחות אנשטאט די שטייערצאלער. די אינשורענס קאמפאני וועט דאך נעמען די געלט פון די גאן באזיצער, וואס מיינט אין אנדערע ווערטער אז גאן באזיצערס וועלן צאלן פאר די שאדנס וואס גאנס ברענגען.

דריטנס, די מארקעט וועט שטופן פאר בעסערע בעקגראונד טשעקס. דער גאן פארקויפער וויל יעצט פארקויפן גאנס, און דער טשעק איז נאר עפעס וואס מען דארף יוצא זיין. אבער די אינשורענס קאמפאניס וועלן האבן א שטארקע פערזענליכע סיבה נישט צו געבן אינשורענס פאר פארדעכטיגטע פארשוינען, הכסף יענה את הכל.

וואס האלט דער עולם?

Wowow א מעכטיגע פלאן !
איך ווייס נישט צי איך שטיצט יענג אין די פריימערי אבער אויב איר וואלט געלאפן האט איר שוין מיין שטימע !

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 12:38 am
דורך שפיגליצקי
איך מעג בעטן צו אפשטעלן די גאן שמועסן דא? איך קום אריין דא ווייל איך וויל לעזן הבל קאקאש, נישט קיין שום געדאנק איבער גאנ'ס.

בתקוה להבנה.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 12:55 am
דורך איצל פיצל
ישר כח הבל. איך וואלט געבעטן א מנהל זאל ביטע אריבערפירן דעם גאנצן שמועס איבער גאן׳ס צו די גאן דיבאטע אשכול. יענג׳ס איידיע איז גוט און איז ווערט צו דעבאטירן אבער די אשכול איז די ראנג פלאץ פאר דעם.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:39 am
דורך Kollel
Yang2020 האט געשריבן:, אבער מען קען עס ווען מאכן אביסל אנדערש. יעדער גאן אייגנטומער זאל מוזן האבן א ספעציעלע גאן אינשורענס, פארקויפן א גאן פאר איינעם וואס האט נישט די אינשורענס, אדער עס האבן אינדערהיים ווען די אינשורענס איז אפגעלאפן, זאל זיין קעגן געזעץ.

די אויפטוען זענען ערשטענס, רוב טויטפעלער געשעען א לאנגע צייט נאכן קויפן דעם גאן. זייער ווייניג מענטשן גייען קויפן א גאן כדי צו שיסן זיך אדער יענעם, נאר איינמאל עס ליגט שוין אונטער די האנט נוצט מען עס אויס. אזא אינשורענס וועט זיין א שטענדיגע אויסגאבע, און וועט מאכן אז די וואס דארפן נישט האבן קיין גאן זאלן עס נישט אזוי שנעל זוכן צו האבן, אדער וועלן פטור ווערן דערפון איינמאל זיי דארפן עס שוין נישט.

צווייטנס, אויב א טראגעדיע פאסירט יא, וועט די אינשורענס באצאלן די פאליציי, שפיטעלער, פיונערעלס און משפחות אנשטאט די שטייערצאלער. די אינשורענס קאמפאני וועט דאך נעמען די געלט פון די גאן באזיצער, וואס מיינט אין אנדערע ווערטער אז גאן באזיצערס וועלן צאלן פאר די שאדנס וואס גאנס ברענגען.

דריטנס, די מארקעט וועט שטופן פאר בעסערע בעקגראונד טשעקס. דער גאן פארקויפער וויל יעצט פארקויפן גאנס, און דער טשעק איז נאר עפעס וואס מען דארף יוצא זיין. אבער די אינשורענס קאמפאניס וועלן האבן א שטארקע פערזענליכע סיבה נישט צו געבן אינשורענס פאר פארדעכטיגטע פארשוינען, הכסף יענה את הכל.

וואס האלט דער עולם?

https://t.co/bA3fxwHnEr?amp=1

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:54 am
דורך ggg
שפיגליצקי האט געשריבן:איך מעג בעטן צו אפשטעלן די גאן שמועסן דא? איך קום אריין דא ווייל איך וויל לעזן הבל קאקאש, נישט קיין שום געדאנק איבער גאנ'ס.

בתקוה להבנה.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 12:00 pm
דורך Yang2020
איך וויל זיך אנטשולדיגן. איך האב נאר געשריבן וואס איך האב געטראכט ביים ליינען דא, שטייענדיג אין די טעג נאך די שיסערייען. איך האב נישט געכאפט אז איך האק איבער דעם פלוס פונעם אשכול.

אויב קען מען אריבערפירן דעם שמועס צו א צווייטע אשכול וואלט געווען די בעסטע, אויב נישט וועל איך נישט ברוגז זיין אויב וועט מען מיר אויסמעקן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 3:12 pm
דורך שטילער
הבל, דיין אפּוועזנהייט שפּירט זיך שטארק - ווי מיס יו!!

אינדשזוי דיין וועקעישאן, קום צוריק מיט פרישע כוחות!!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:31 am
דורך הכל הבל
מיטוואך ואתחנן




אוסטראליע שטעלט איין א פארבאט צו עקספארטירן פלאסטיק אפפאל צו אנדערע לענדער
*
ריכטער אין לאנדאן דערלאנגט א קלאפ פאר די פארזוכן פריוואט אטויסצופארשן פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן
*
אין א מאסיווע אפעראציע האט עטיאפיע איינגעפלאנצט 353 מיליאן ביימער אין א 12 שטונדע פלאנצונג קאנמפיין
*
דזשאן באלטאן שטופט ענגלאנד פאראויסצוגיין מיט ברעקזיט זאגנדיג פאר ארטיגע באאמטע אז אמעריקא שטייט צו זייער זייט
*
א ביל וועלכע וועט פארשנעלערן דאס פראצעדור פון צוטיילן טויט שטראף פאר מאסן מערדער וועט ווערן אויפגעוויקלט נאך לעיבאר דעי
*
געהילפן צו עטליכע שליסל סענאטארן האלטן אפ זיצונגען מיט סיניאר ווייסע הויז געהילפן צו דיסקוסירן גאן קאנטראל בילס
*
פרעזידענט טראמפ וועלכע האט געצייגט ערנסטע וויליגקייט צו שיינדן די טורמע טערמין פונעם געוועזענעם אילינאי גאווערנאר ראד בלאגאיאוויטש (ד) פאנגט אן צו צווייפלען נאכן רעדן מיט רעפובליקאנע קאנגרעסלייט פון די סטעיט
נאך וואס קאנגרעסלייט דערין לאהוד און מייק באסט האבן געמאכט זייער קיעס צום פרעזידענט און מיק מולוועיני האט טראמפ רעאגירט" הלואי איז זאל ווען האבן געהערט די פערספעקטיוו בעפאר"
*
פרעזידענט טראמפ האט שוין ארויפגעשטעלט 43 אפעלאט ריכטער אין זיינע 2 און א האלב יאר אין אמט מיינסטנס פון זיי זענען אין די יארגאנג פון די דרייסיגער , פערציגער אדער פופציגער
די צאל טראמפ אפעלאט ריכטער דעקט ארום א פערטל פון די אפעלאט ריכטער קראפט אין לאנד
פרעזידענט אבאמא האט אין לויף פון זיינע אכט יאר אריינגעשטעלט 55 אפעלאט ריכטער
*
די יוסטיץ דעפארטמענט פארוויקלט אין א לעגאלע שטרייט מיט די אימיגראציע ריכטער קערעפערשאפט נאך וואס זיי זוכן זיך צו פאראייניגן אין א לעיבאר יוניאן און די דעפארטמענט טענה'ט אז זיי מעגן עס נישט טוהן פון א לעגאלן שטאנדפונקט
*
די פעדעראלע האנדל קאמיסיע זאגט אז זי איז אינטערסירט אויסצוהערן באשולדיגונגען אז עמעזאן באשטראפט פארקויפער וועלכע שלאגן פאר ביליגערע פרייזן ווי וואס עמעזאן אליינס רעכנט פאר פראדוקטן
*
אריזאנא סענאטארשע מארטא מקסעלי (ר) שרייבט א ביל וועלכע וועט מאכן דאמעסטישע טעראריזם א פעדעראלע פארברעך
*
אין די צייט וואס פרעזידענט טראמפ איז פארנומען מיט זיין אייגענע
ווידערערוויילונג פארזוכן האבן רעפובליקאנער אנגאזשירט דאנאלד טראמפ זשוניאר צו קאמפיינען איבערן לאנד פאר רעפובליקאנע קאנדידאטן
שפעטער דעם למספרם מאנאט וועט טראמפ הצעיר קאמפיינען פאר די רעפובליקאנע קאנדידאטן אין צפון קאראליינע'ס דריטטע און ניינטע דיסטריקטן
*
די טראמפ קאמפיין מעלדט אז 61% פון ביישטייערונגען וועלכע קומען אריין אין איר קאסע איז פון קלענערע ביישטייערער
די ציפער איז מעגליך שוואכער ווי די קלענערע ביישטייערער ראטע ביי פילע דעמאקראטישע קאנדידאטן אבער אין פארגלייך צו פריערדיגע רעפובליקאנע פרעזידענטן איז עס א באדייטנדע טויש
(גראדע אז מען מאכט א רעכנט צוזאם די ביישטייערונגען פון אלע דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן אינאיינעם איז די ראטע פון קלענערע ביישטייערונגען בלויז ביי 51%)
די טויש איז א געמיש פון גוטע נייעס פארן פרעזידענט אז ער האט א ברייטערע באזע פון איינפאכע בירגער שטיצע וועלכע זענען ענערגיש צו גיבן געלט אבער קען אויך אנצייגן אויף א קלענערע ראטע פון גרויסע ביישטייערונגען צוליב וואס אסאך רייכע לייט גיבן שוין היינט אויך פאר דעמאקראטן איבערהויפט די ביזנעס געמיינדע וועלכע זיצן אויף שפילקעס מיט טראמפ'ס האנדל פאליסי
*
א נארוואס פארעפנטליכטע סיוויטעס אנקעטע (קאנסערוואטיווע אנקעטע פירמע) צייגט זייערע געפינסן איבער די אלעגמיינע 2020 למספרם פארמעסט איןצפון קאראליינע
זיי האבן אויסגעפרעגט 500 וויילער און די רעזולטאטן זענען ווי פאלגענד:
טראמפ 45% ביידען 44% אומבאשלאסן צווישן די צוויי 11%
טראמפ 46% סאנדערס 44% אומבאשלאסן צווישן די צוויי 10%
טראמפ 47% העריס 41% אומבאשלאסן צווישן די צוויי 12%
טראמפ 46% ווארען 43% אומבאשלאסן צווישן די צוויי 11%
די אנקעטע צייגט אויך אז דעמאקראטן וועלכע קענען מעגליך אריבערגיין פארטיי ליניעס און שטימען פאר טראמפ איז צוויי מאל אזוי הויך ווי די % רעפובליקאנער וועלכע קענען מעגליך שטיצן איינע פון די פיר אויבנדערמאנטע דעמאקראטן
*
די לינקע גרופע גערופן אקראנים נעמט אונטער א צעהן מיליאן דאלער אנליין דרייוו צו רעגריסטרירן וויילער אין די דרום שטאטן
*
די ערשטע ערנסטע אייאווע אינדארסירונג האט געלאנדעט דעם מאנטאג ווען טראץ די שווערע ארבעט פון אלע ערנסטע קאנדידאטן עס צו באקומען האט די מאכטפולע אייאווע אזיאנע און לאטינא קאאליציע געמאלדן אז זי אינדארסירט קאמאלא העריס פאר פרעזידענט
די קאאליציע מיטגלידער האבן אפגעהאלטן אן אפשטימונג און די העכסטע אויף די ליסטע זענען אריינגעקומען ,העריס, קאסטרא, בוקער און קלאובאשאר
דאן האט די באורד אויסגעקליבן העריס פון די קורצע ליסטע
*
ביי א פארזאמלונג אין ניו העמפשיר האט א שטיצער פארגעהאלטן בערני סאנדערס אויפן פאקט אז זיינע אפאנענטן אדאפטירן זיינע געדאנקן און ער קומט נישט ארויס אראפרייסן די גניבות
סאנדערס האט רעאגירט זאגנדיג אז ער גייט זיי נישט אראפרייסן דערפאר ווייל עס מאכט אים שטאלץ
אבער די פראגע פארבלייבט וועלכע קאנדידאט מען געטרויט די מערסטע עס אויסצופירן
*
בעטא ארורק אין אן אפ עד: אלע מידיא אוטלעטס וועלכע דעקן די טראמפ ראליס אן קיין קריטיק טוען שטעלן מענטשן אין געפאר
די שפראך פון דערשרעקן און אונטערדרוקן איז נישט -ווי טייל זעען עס- בלויז פאיליטישע אונטערהאלטונג נאר טוט פאקטיש טוישן אונזער אויפפירונג
*
פיטע באטידזשעדזש האט נעכטן גערעדט אבאמא שפראך ביי די אייאווע סטעיט פעיר זאגנדיג אז ער איז פול מיט האפענונג טראץ וואס ער איז באוואוסטזיניג אז האף איז ארויס פון סטייל פאר א וויילע
דערנאך האט ער אומדירעקט אריינגעשניטן אין דזשאו ביידען זאגנדיג: לאז זיי דיר נישט פארקויפן אז מיר גייען באזיגן דעם פרעזידענט מיטן פארשפרעכן אז מיר גייען זיך צוריקקערן צו נארמאליטעט
*
סטיוו בולאק איבער טאם סטאיאר: מיר מאכן דאס גענאר פוןו זיך אליין אויב מיר באצייכענען א 10 מיליאן דאלערדיגע אינוועסטירונג אין די מידיא צו קויפן 130 טויזנט ביישטייערונגען אלץ באווייז פון גרעסרוטס שטיצע וועלכע העלפט קוואליפיצירן פאר א דעבאטע
עס איז נישט בייהילפיג פאר קאנדידאטן און געוויס העלפט עס נישט ארויס די וויילער וועלכע ווועלן עווענטועל דעצידירן ווער עס איז אונזער נאמינירטער
*
דזשאן היקענלופער האט זיך פארלאפענע פרייטאג אריינגעכאפט אין מייקל בענעט'ס קאר און די צוויי האבן ארומגעפארן פאר ארום 20 מינוט און דיסקוסירט די געדאנק פון היקענלופער איבערצולאזן די פרעזידענט פריימערי פארמעסט און לויפן פאר סענאט
*
די קאטש ברידער האבן פינאנצירט א טינק טאנק באריכט וועלכע פארטיידיגט פרייע האנדל פאליסי פון רעכט און פון לינק און שלאגט אפ שטייגנדע פאפוליזם
די אונטערנעמונג איז געציהלט אויפצוטרייבן שטיצע צוטוישן דעמאקראטן פאר פרייע האנדל און ווערט גערופן "א דריטע וועג"
*
א פאמפעיא אליאירטע רעקאמענדירט מעגליכע קענסאס סענאט קאמפיין ביישטייערער צו ווארטן מיט געדולד אויף ביז פאמפעיא פאסט א באשלוס איבער יא אדער נישט צו לויפן צום סענאט
*
מינעסאטא'ס זיבעטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט ווערט פארטרעטן דורכן אמטירנדער דעמאקראט קאלין פעטערסאן וועלכע סערווירט שוין זיין פופצנטע טערמין אין קאנגרעס
אצינד ארבעטן רעפובליקאנער צו רעקרוטירן די געוועזענע ליוטענאנט גאווערנאר מישעל פישבאך וועלכע איז געווען די ערשטע פרוי צו ווערן ערוועלט אלץ סטעיט סענאט פרעזידענט
רעפובליקאנער האפן אז מיט איר קאנדידאטור וועלן זיי באווייזן צו פארכאפן א דיסטריקט אין מערב פון די סטעיט וועלכע פרעזידענט טראמפ האט געוואונען מיט 30%
*
אין ניו יארק'ס 19'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט אנטאניא דעלעגאדא געוואונען מיט 5% אלץ דעמאקראט אין א דיסטריקט וועלכע אבאמא און טראמפ האבן געוואונען
אצינד האטא געוועזענע נעשאנעל גארד גענעראל ענטאני דזשערמאן געמאלדן אז ער גייט זיך פארמעסטן אלץ רעפובליקאנער צוריקצוכאפן דעם זיץ
*
אין אהייא'ס צענטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט דער אמטירנדער רעפובליקאנער מייק טורנער זיך איינגעהאנדלט א דעמאקראטישע קעגנער ווען אקטיוויסט דעסיירי טימס וועלכע איז א געוועזענע געהילף צו סענאטאר שעראד בראון האט געמאלדן א קאמפיין פאר דעם זיץ
*
אין ניו העמפשיר ווערט די ארטיגע רעפובליקאנע סענאט פריימערי מער דראמאטיש ווען א געוועזענע אליאירטע מיט קארי לואנדאוסקי האט ארויסגעשטעלט א פרישע אנקעטע געציהלט אים צו שטופן אריינצושפרונגען אינעם פארמעסט
די אנקעטע איז געווארן אדורכגעפירט אויפן פארלאנג פון דער פרעזידענט פון סיטיזאן'ס יונייטעד דעיוויד באסי און אדורכגעפירט דורך טאני פארבריזיא וועלכע סערווירט אויך אלץ הויפט אנקעטע נעמער פאר די טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין
לויט די אנקעטע וועלכע האט אויסגעפרעגט 400 פריימערי וויילער ציהט לואנדאוסקי אן 30% צו 11% פארן רעטייערטער בריגאדיר גענעראל דאן באלדאק און 10% פאר דער געוועזענער סטעיט הויז ספיקער ביל אברייען
אין אלגעמיין האבן 37% פריימערי וויילער א גונסטיגע בליק אויף לואנדאוסקי צו 16% אומגינסטיג און די אנקעטע האט נישט אויסגעפרעגט אלע וויילער צו זעהן וויפיל לואנדאוסקי וואלט אנגעצויגן אקעגן דעמאקראט שאהין
א געהילף פאר בולדאק האט אוועקגעמאכט די ציפערן זאגנדיג אז זייער אינערליכע אנקעטעס צייגן אז לואנדאסקי איז פיל שוואכער און באזונדער אז ער וואלט געווען אונטערשטעליג פאר שאהין
דעיוויד באסי האט אפן אנערקענט אז ער האט באשטעלט די אנקעטע צו מוטיגן לואנדאוסקי אריינצושפרונגען און ווייכער מאכן דעם באדן פאר א מעגליכע טראמפ אינדארסירונג
טראמפ איז געסקעדזשועלט אפצוהאלטן א ראלי אין ניו העמפשיר מארגן דאנערשטאג און מען שפעקולירט אויב טראמפ איז שוין גרייט צו אינדארסירן לואנדאוסקי אדער אמווייניגסטנס טרייבן דעם געדאנק אז ער זאל לויפן אבער טראמפ געהילפן זאגן אז זיי האבן נישט קיין אנונג אויב טראמפ גייט אדרעסירן די סענאט פארמעסט און ווי אזוי ער וואלט עס געטוהן
געוויסע רעפובליקאנע סענאטארן זענען נישט איבריג אנטציקט פון א לואנדאוסקי קאמפיין צוליב וואס זיין לאביאירונג קאריערע קען ווערן ברייט צושמירט און גענוצט אקעגן אים ווען ער פארמעסט זיך מיטן אמטירנדע דעמאקראטישע סענאטארשע שאהין און דאס איז אויסער קאנטערווערסיאלע סטעיטמענטס וועלכע ער האט געלאזט פאלן אין די פארגאנגענהייט
*
אין צוגרייטונג צום מארגענדיגע טראמפ באזוך אין ניו העמפשיר האט אן אדוואקאט ברייענט קארקי מעסנער וועלכע באטראכט אליינס אריינצושפרונגען אינעם סענאט פארמעסט ארויסגעשטעלט בילבאורדס וועלכע באגריסן טראמפ'ס באזוך אין די סטעיט
*
אין קענטאקי האט די רעפובליקאנע גאווערנאר אסאסיציע געלופטערט מאנטאג א פרישע רעקלאמע אראפצומאלן אטוירני דזשענעראל און דעמאקראטישע גאווערנאר קאנדידאט ענדי באשאר אלץ א ראדיקאלע ליבעראל וועלכע ארבעט צו באקעמפן טראמפ
*
פרעזידענט טראמפ וועט אפהאלטן א פאנדרעיזער פאר קענטאקי גאווערנאר מעט בעווין וועלכע לויפט אין א שווערע ווידערערוויילונג פארמעסט
די אוונט וועט פארקומען אין לואיסוויל אום אוגוסט 21 למספרם
*
אין די ליוזיאנא רעפובליקאנע גאווערנאר פריימערי האט די עיברעמס קאמפיין ארויסגעלייגט איר ערשטע טעלעוויזיע רעקלאמע אנרופנדיג עיברעמס די פראנט ראנער אינעם פארמעסט און פרעזידענט טראמפ אליאירטער אין ליוזיאנא
*
אין מיזורי האט מייק פארסאן איבערגענומען די גאווערנאר שטוהל פון עריק גרעיטנס נאך וואס דער לעצטער האט רעזיגנירט אין 2018 למספרם
פארסאן איז א רעפובליקאנער און האט נאכנישט געמאלדן זיינע פלענער אויב ער וועט זוכן צולויפן פאר א פולן טערמין אין 2020 למספרם
אויף די דעמאקראטישע זייט האט סטעיט אודיטאר ניקאלע גאלאווע מאנטאג געמאלדן אז זי וועט לויפן פאר גאווערנאר אויף די דעמאקראטישע זייט
*
א באוועגונג צווישן ליבעראלן זאמלט אונטערשריפטן אויף א ביטע אז מען זאל טוישן די נאמען פון די פיפטע עוועניו אין מאנהעטען אויף די די גאס ווי די טראמפ טאוער איז סטאנציאנירט
די אקטיוויסטן ווילן אז די גאס זאל הייסן באראק אבאמא אין אנדענק פון אמעריקא'ס פיר און פערציגסטע פרעזידענט
*
די לאנגווייליגקייט פאר ליידיגייער ווערט ווייניגער אינטערסאנט פון טאג צו טאג פאר פוסטע יונגען וועלכע זוכן צו מאכן באדייט אין זייער ליידיג לעבן
די סאמע לעצטע שגעון וועלכע צירקולירט אויף די אינטערנעט איז שמוציג צו מאכן יענעמס עסן
א יוגנטליכער אין סאן אנטאניא טעקסאס האט זיך פילמירט נעמענדיג אן אן אייזקריעם פון א פריזער אין א וואלמארט געשעפט און עס געלעקט און דאן צוריקגעשטעלט אין פריזער גרייט פארן גליקליכן קאסטומער וועלכע וועט אומוואוסנדיג קויפן דעם פראדוקט
פאליציי זענען דערגאנגען יענעם'ס שפורן און פארהאלטן דעם קוריאזן פארשוין און עס איז אומקלאר וויפיל יענער וועט פארברענגן אין טורמע צוליב די יונגע עלטער טראץ וואס אויף די פארברעך קען אן ערוואקסענער אויסשטיין ביז 20 יאר אין טורמע צוליב די געזונטהייט געפאר אין וועלכע עס קען אריינשטעלן קאנסומער און די שטארקע פינאנציעלע שאדן פאר די באטראפענע פירמע
די שאדן איז שוין אבער געווארן אפגעטוהן ווען ארום 13 מיליאן האבן שוין געקוקט די ווידעא און די נותן טעם לפגם איינפאל איז געווארן ברייט פארשפרייט צווישן פולע אויפמערקזאמקייט מאנגלער נאכצוקאפירן דעם ביישפיל
איין מאן האט שוין אין פאקט ארויפגעשטעלט א קליפ ווי ער לעקט א פראדוקט אין א געשפעט וועלכע ער לייגט דאן צוריק אויפן שאפע אבער ווען ער איז פארהאלטן געווארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז איז א גרעסערע לץ ווי א הערא ווייל נאכן פארטיגן צו פילמירן זיין אקט האט ער איינגעקויפט דעם פראדוקט פאר זיך און ער האט געצייגט פאר די אויטאריטעטן א רעסיט
-בחלקלקות לשונם-
*
די ניינטע קרייז געריכט איז איינגעגאנגען צוצואיילן די קעיס איבער סענאטארשע מארטא מקסעלי און איר צוקונפט אין סענאט
מקסעלי איז געווארן אריינגעשדטעלט דורך אריזאנא גאווערנאר דוסי צו ערפילן די זיץ פון דזשאן מקעין וועלכע איז צייטווייליג געווארן געהאלטן דורך דזשאן קייל
די באשלוס אונטערצויאגן די קעיס איז געווען א פאטש פאר די מקסעלי טיעם וועלכע האט געזאגט אין געריכט אז עס איז נישטא קיין אורזאך זיך צו יאגן שנעלער ווי די געווענליכע געריכט סטאנדארטן
די קעיס האט זיך אנטוויקלט ווען קלעגער האבן זיך געוואנדן צו דיסטריקט געריכט באזירט אין פיניקס מיט די טענה אז לויט די קאנסטיטוציע דארפן וויילער ערוועלן סענאטארן און נישט דער גאווערנאר
די גאווערנאר האט א רעכט און פאל וואס א זיץ ווערט ליידיג אינמיטן א טערמין אריינצושטעלן זיין אויסוואל אויף" צייטווייליג" אבער ער דארף פאררופן וואלן אין וועלכע די וויילער דארפן באשליסן ווער עס זאל אויספילן די פארבליבענע צייט פונעם טערמין
גאווערנאר דאג דוסי האט טאקע אריינגעשטעלט מקסעלי און געסקעדזשועלט די וואלן אויף נאוועמעבער 3 למספרם אין די צייט פון די אלגעמיינע נאציאנאלע וואלן
מקסעלי וועט צו ערשט אויסשטיין א מעגליכע פריימערי און אויב זי געוואונט וועט זי זיך דארפן פארמעסטן מיט דעמאקראטט מארק קעלי
אפילו אויב זי קומט ביי אלע שטרויכלונגען אין וועג וועט זי סערווירן בלויז ביז 2022 למספרם ווען מקעין'ס טערמין לויפט אפ און דאן וועט זי זיך ווידעראמאל דארפן שטעלן פאר די וויילער פאר א פולע 6 יעריגע טערמין
איצט טענה'ן די קלעגער אז פון מקעין'ס טיוט ביז 2020 למספרם איז דא 27 מאנאטן און דאס איז איז גאר א לאנגע צייט און קען נישט ווערן אנגערופן "צייטווייליג" און דער גאווערנאר מוז פאררופן ספעציעל וואלן ביי א יאר אדער וויניגער נאך וואס א זיץ ווערט ליידיג
דיסטריקט ריכטער דיאנא היומעטעווא (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) האט געגעבן גערעכט פאר די גאווערנארדוסי שטעלונג אז מען קען יא אנרופן די 27 מאנאטן "צייטווייליג" זינט עס ווערט אין ערגעץ נישט ארויסגעשריבן וואס מיינט צייטווייליג
זי זאגט אויך אז די מאטיוון נישט צו באשטימען פריער קיין ספעציעלע וואלן איז זייע רפארשטענדליך זינט עס קאסט אפ אסאך געלט פאר די סטעיט און עס קומען ארויס אסאך וויניגער וויילער ביי א ספעציעלע עלעקשאן אין די צייט וואס מען שטייט גאנץ נאנט פאר די אלעגמיינע וואלן וועלכע קענען בעסער דינען די אינטערעסן פון די וויילער
אצינד האבן די קלעגער גענומען זייער קיעס צום ניינטן סירקוט קאורט אבער זיי אנערקענען אז אפילו אויב זיי זיגן וועט עס פילייכט בלועיז זיין ו שטעלן א סטאנדארט אויף אזוינע פעלער אינעם צוקונפט ווייל עס קען נאך געדויערן צייט ביז אזא קעיס ווערט אנטשידן און דערנאך קען די דוסי קאמפיין עס פארשלעפן דורכן עס אפעלירן צום סופרים קאורט און אפילו נאך א פארלוסט אינעם סופרים קאורט נעמט עפעס צייט ביז מען קען סקעדזשועלן וואלן ווייל מען דערקלערט נישט קיין ספעציעלע עלעקשאן פון איין טאג אויפן צווייטן און דעריבער ערווארט מען נישט ערנסט אז ספעציעלע וואלן וועלן נאך פארקומען
*
א פירמע אין לענקסינגטאן קענטאקי וועלכע פרינט אויפשריפטן און סימבאלן אויף העמדלעך און ענליכס האט אנטזאגט אן אנבאט פון די לעקסינגטאן תועבה ארגאנאזאציע צו פרינטן ספעציעלע קאסטום העמדלעך פאר די שטאטישע תועבה צערעמאניע
דער אייגנטומער האט ערקלערט אז ער קען נישט אננעמען אזא ארבעט צוליב זיין קריסטליכע גלויבן
די ארטיגע רעגירונג יומען רעכט קאמיסיע איז געלאפן אין געריכט אנקלאגנדיג די פירמע מיט דיסקרימינאציע
די אפעלאט געריכט האט מיט 2-1 געאורטיילט אין שטיצע פון די פירמע און די סטעיט סופרים קאורט איז געסקעזשועלט אויסצוהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס און אוגוסט 21 למספרם
*
אין 2016 למספרם האט די סופרים קאורט דערלאנגט א קלאפ פאר טעקסאס דורכן דערלקערן אומקאנסטיטוציאנאל זייער אפשפארן פילע קליניקס לענגאויס די סטעיט וועלכע האבן סערווירט רציחה סערוויסעס און די געריכט האט אויך אויסגעטראטן דעם באדן פאר פרישע קלאגעס אינעם צוקונפט איבער סטעיט אנטי רציחה רעגולאציעס
נאכפאלגענדיג יענע אורטייל האבן רציחה אקטיוויסטן זיך געוואנדן צום נידריגן געריכט צו באקעמפן א רייע פון אנטי ריצחה געזעצן דורכגעפירט אין ליוזיאנא מיט די האפענונג אז די סופרים קאורט אורטייל וועט זיי צוניצקומען
ליוזיאנא האט געזאגט פאר די דיסטריקט געריכט אז די קעיס איז אומבאגרונדעט אין דעריבער זאל עס ווערן ארויסגעווארפן נאך איידער מען הערט איר אויס
די דיסטריקט געריכט האט זיך אנטזאגט נאכצוגעבן דעם פארלאנג
און אין אן אויסערארדנטליכע שריט האט זיך די סטעיט געווארנדן צום פיפטן קאורט אף אפיעלס אז זיי זאל אין אן עמורדזשענסי גלייך איבערנעמען די קעיס און עס ארויסווארפן ווייל די דיסטריקט געריכט טרעט אויף די רעכטן פון די סטעיט מיטן נישט ארויסווארפו גלייך אזא קעיס
פרייטאג האבן די ריכטער אויפן סירקוט קאורט אויסגעהערט די ארגומענטן און געשיינט צו זיין גענויגט אזוי צו טוהן
די פאנעל באשטייט פוןריכטער און צוויי דערפון זענען נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ
איינער איז ריכטער ענדרו אלדהאם וועלכע האט בעפאר פארטיידיגט די טעקסאס געזעץ אין געריכט..
דער צווייטער איז ריכטער דאן ווילעט אויך נאמינירט דורך טראמפ און די דריטע איז ריכטערין פריסקילע אוען נאמינירט דורך פרעזידענט בוש השני און א באקאנטע אנטי רציחה פיגור
די געריכט האט אויסגעקוקט אנטשלאסן צו פאסן א גיכע באשלוס אין די קעיס און מען קען זיין זיכער אז אויב זיי אורטיילן אין שטיצע פון די סטעיט וועס עס גלייך גיין צום סופרים קאורט
טראץ וואס ביי די טעקסאס קעיס זענען האבן אלע דריי קאנסערוואטיוון זיך ארויסגעשטעלט אקעגן די מאיאריטעט אורטייל פון פינף וועלכע האבן געאורטיילט אקעגן טעקסאס (סקאליא האט שין נישט געלעבט און זיין זיץ איז נאך געווען ליידיג לאזנדיג די קאנסערוואטיוון מיט ראבערטס, אליטא און טאמאס, קענעדי האט געשטימט מיט די ליבעראלן) האט שוין ריכטער ראבערטס איינמאל צוריקגעשיקט אן אנדערע קעיס צו די פיפטע קאורט איבערצוקוקן זייער באשלוס זינט ער איז געווען אויפגעברויזט אז זיי האבן זיך אויסגעפיפן אויף די סופריםצקאורט פרעעצעדענט (טראץ ער איז ארגינעל געווען אקעגן די שאפונג פון דעם ספעציפישן פרעצעדענט אבער ער וויל אז אפגעזעהן פערזענליכע שטעלונגען זאלן נידריגע געריכטן זיך פירן אין איינקלאנג מיט סופרים קאורט פרעצעדענט) און דעריבער האפן די קלעגער אז ראבערטס וועט אויך דאסמאל נעמען אין באטראכט פרעצעדענט
קאנסערוואטיוון קוקן אבער אויס אז די נייע געריכט אויסשטעל וועט זיי ערלויבן איבערצודרייען אין סופרים קאורט די טעקסאס פרעצעדענט זינט זיי פארמאגן איצט פרישע צוויי ריכטער גררסוטש און קעווענאו און וגאב צו די דריי וועלכע האבן שוין גענומען די זייט פון טעקסאס אין 2016 ךמספרם

די ברייטערע ארגומענט פון די סטעיט אין די קעיס זעלבסט איז אז אנשטאט וואס די קלעגער זאלן קענען צוזאמנעמען אלע אנטי רעגולאציעס אינאיינעם און אנווייזן אז די שטארקסטע טייל דערפון איז געווארן געפונען אומקאנסטיטוציאנאל דורכן סופרים קאורט אין די טעקסאס קעיס זאלן קלעגער מוזן קלאגן און אויפווייזן אויף יעדע איינציגע רעגולאציע באזונדער אז זי איז נישט אויסגעהאלטן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:00 am
דורך אור
WOW
ער איז געהעריג דא
ישר כח!!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:04 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
יישר כח,
די שעות פון טאג ליינצעכעס ענדערש אויף אייער שפייז מיט טשיס ווי מיט קאקאש קעיק אבער איך גלייב אז הבל איז נישט מקפיד, אבי די קאווע זאל זיין הייס

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:26 am
דורך יישר כח
שטארק הנאה געהאט "בחלקלקות לשונך (אצבעותך)"
הק' יישר כח
מיר קוק'ען ארויס אויף וואטער

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:27 pm
דורך פאראינטערסירט
הערליך און געשמאק!
א גרויסן יישר כוח!!

די מעקעסלי קעטס צייגט ווי מענטשן זענען גרייט צו אראפּפלאשן מיליאנען פאר א קעיס וואס מאכט עניוועי כמעט נישט אויס אלעס כדי צו זיין די געווינער...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:27 pm
דורך שפיגליצקי
הנאה געהאט, געלאכט עטליכע מאל אינמיטן.

איך האף אז ט"ט וועט כאטש באמערקן אז איר האט אים דערמאנט אינמיטן דעם באריכט...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:30 pm
דורך צוקער וואסער
אור האט געשריבן:WOW
ער איז געהעריג דא
ישר כח!!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:01 pm
דורך ggg
יישר כח האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט "בחלקלקות לשונך (אצבעותך)"
הק' יישר כח
מיר קוק'ען ארויס אויף וואטער

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:10 pm
דורך נאך פונדערהיים
זייער הנאה געהאט, עז אלוועיס, א גרויסן דאנק!

א גאר גרונטליכע ארבעט היינט, אבער קיין ווארט איבער סקאראמוטשי?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:23 pm
דורך הכל הבל
נאך פונדערהיים האט געשריבן:זייער הנאה געהאט, עז אלוועיס, א גרויסן דאנק!

א גאר גרונטליכע ארבעט היינט, אבער קיין ווארט איבער סקאראמוטשי?

געטראכט אז די נייעס איז שוין אלט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:32 pm
דורך נאך פונדערהיים
הכל הבל האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:זייער הנאה געהאט, עז אלוועיס, א גרויסן דאנק!

א גאר גרונטליכע ארבעט היינט, אבער קיין ווארט איבער סקאראמוטשי?

געטראכט אז די נייעס איז שוין אלט

בסדר, און וואס איז מיט טרעי גאודי'ס ברילן?

קידינג