א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 23, 2019 10:38 am

דינסטאג פנחס



באריס דזשאנסאן האט געוואונען די וואלן אין ענגלאנד צו ווערן די לאנד'ס קומענדיגע פרעמיער מיניסטער
*
דרום קארעא קאמפס פליגער האבן ארויסגעשאסן 360 ווארענונגס שאסן אין די צייט וואס רוסלאנד און כינע האבן דורכגעפירט זייער ערשטע געמיינזאמע לופט פאטראל טרענירונג מיט נוקלעארע באמבארדיר פליגער
דרום קארעא באושלידגט אז די רוסן זענען צוויי מאל אריינגעפלויגן אין זייערע לופט אוימען ארבער די קרעמלין לייקנט עס אפ
*
די ווייסע הויז וועט צושטעלן איר צווייטע סטעיט דינער זינט טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס און דאסמאל וועט עס זיין פארן אוסטראלישן פרעמיער מיניסטער און וועט פארקומען אום סעפטעמבער למספרם
די ערשטע דינער איז געווען פארן פראנצויזישן פרעזידענט מאקרון צוריק אין אפריל למספרם
*
די טראמפ אדמיניסטראציע פילטערט דורך א ליסטע פון פאטענציאלע לאקאלן וואו אפצוהאלטן די G-7 סאמיט קומענדיגע יאר און פארקורצערט די ליסטע צו בלויז עטליכע פלעצער
איינע פון די לעצטע צו פארבלייבן איז טראמפ'ס רעזארט אין דארעל פלארידא
*
עף בי איי דירעקטאר קריסטאפער רעי וועט היינט ערשיינען צו א פארהער פארנט פון די סענאט יורידישע איבערזיכט קאמיטע
*
אום 2:30 וועט די סענאט שטימען צו באשטעטיגן די קאנגרעס באשטעטיגטע ביל צו רעאויטאריזירן די סעפטעמבער 11 קאמפענסאציע פאנד
*
דעמאקראטישע קאמפיינס און פארטיי אפעראטיוון זענען באזארגט אז די נארוואס אויסגעהאמערטע אפמאך וועלכע העכערט די בארגן דאך אויף ביז 2021 למספרם וועט שווער אנטרעפן דעם נייעם דעמאקראטישע פרעזידענט וועלכע וועט זיך מוזן ספראווען מיט א חובות העכערונג קריזיס אינעם ערשטן יאר אין אפיס
*
עדעם שיף וועט היינט רעד איבער די מולער אויספארשונג ביי די צענטער פאר אמעריקאנע פראגרעס שטייענדיג איין טאג בעפאר מולער וועט ערשיינען פארנט פון זיין קאמיטע
*
דזשערי נאדלער איבער די אינסטרוקציעס פונעם יוסטיץ דעפארטמענט צו ראבערט מולער: איך האלט אז עס איז גאר שטארק אראגאנט פון די דעפארטמענט צו אריינרעגן אויבער וואס ער קען יא אדיער נישט רעדן און איז טייל פון אן אנדייענדע קאווער אפ דורך די אדמיניסטראציע אבער איך גלויב אז עס גייט נישט האבן קיין עכטע אימפעקט
*
לינדזי גרעהעם וועלכע איז דער פארזיצער פון די סענאט יורידישע קאמיטע פלאנט אראפצוברענגן דזשארדזש פאפאדאפולאס פאר א פארהער אלץ טייל פון די קאמיטע אויספארשונג אין די טראמפ אויספארשונגען
ער זאגט אז ער זוכט צו באוקמען א געהעריגע אריינבליק איבער וואס עס האט פאסירט און צו פארזיכערן אז פאליטיק ווערקט נישט פראקטיצירט דורך די עף בי איי
*
א רעפובליקאנע קאונטי פארטיי גרופע אין אילינאי האט געמוזט פארמעקן א פעיסבוק פאוסט אין וועלכע זיי האבן באצייכנט די סקוואד אלץ די " דזשיהאד סקוואד" און איז געקומען אונטער גאר שטארקע קריטיק דערוועגן
איצט הערט מען אז א לאקאלע אייאווע רעפובליקאנע קאונטי גרופע האט געשריבן אן ענליכע פאוסט און באצייכנט די סקוואד אלץ טעראריסטן
*
אין א באזונדערע אינצידענט זענען צוויי פאליציי אפיצירן אין ליוזיאנא געווארן אויפגעזאגט איבער סטראשע קאמענטארן אויף פעיסבוק אין ריכטונג פון אלעקאסאנדריע קארטעז
*
די ווייסע הויז אפאראטוס זעצט פאר צו שיינען די ספאטלייט אויף די סקוואד פון פיר קאנגרעס פרויען
און שיקט ארום טאלקינג פוינטס דערוועגן
באזונדער טוען אדמיניסטראציע אליאירטע מוטיגן סענאט רעפובליקאנער געהליפן צו אנהאלטן די אויפמערקזאמקייט אויפן סקוואד
*
קאנגרעספרוי לאורען אנדערוואד שיינט אינטערסירט זיך צוצוטשעפען אלץ א פיפטע ראד צום סקוואד וואגאן
זי זאגט אויף ען בי סי אז די פראגרעסיוו פרויען וועלכע לאזן הערן זייער שטימע, "מיר גייען נישט אין ערגעץ"
אנדערוואד טוט אבער פארטרעטן א דיסטריקט וועלכע טראמפ האט געווואונען מיט 4%
*
אייאווע דעמקראטישע אקטיוויסטן האבן אונטערגענומען א מאסיווע און אגרעסיווע קאמפיין צוריקצונעמען די אייאווע הויז פון די רעפובליקאנער און די גרופע האט שוין אויפגעטריבן אסטראנאמישע געלטער פאר די מיסיע
*
קאנגרעס דעמאקראטן האבן אויפגעטריבן אין טאטאל נאנט צו צוויי מיליאן דאלער מער ווי קאנגרעס רעפובליקאנער
*
מייק בישאפ (ר) וועלכע איז א געוועזענע קאנגרעסמאן אין מישיגען'ס אכטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט און האט פארלוירן צו עליסא סלאטקין (ד) ביי די פארלאפענענ מידטוירמס
אצינד הערט מען אז בישאפ באטראכט ערנסט נאכאמאל צו לויפן און קאנקורירן מיט סלאטקין איבער דעם זיץ
בישאפ ברענגט ארויף די צייונג פון מידטוירם באזיגטע רעפובליקאנער וועלכע האבן שוין דערקלערט אדער טראכטן ערנסט ווידער צו לויפן פאר זייער אלטע זיץ צו 10
*
מארגערעט גוד איז א סטעיט רעפרעזענטאט אין פלארידא אין א געגנט וועלכע טראמפ האט געוואונען
זי האט אצינד געמאלדן איר קאנדידאטור צו לויפן אקעגן קאנגרעסמאן ווערן ביוקענען פון פלארידא'ס 16'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
ביוקענען האט אין 2018 למספרם געוואנען מיט 54.6%
גוד האט אין די ערשטע 24 שטונדן פון איר מעלדונג אויפגעטריבן 135,426 דאלער
*
אין טעקסאס האט די דעמאקראטישע ליבלונג ווענדי דעיוויס געמאלדן אז זי וועט לויפן אקעגן קאנגרעסמאן טשיפ ראי וועלכע פארטרעט די 21'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
דעיוויס האט זיך באקאנט געמאגט אין די טעקסאס סטעיט הויז ווען זי האט דורכגעפירט א 13 שטונדע פיליבאסטער איבער אן אנטי רציחה ביל
יענע פיליבאסטער האט איר געברענגט היבשע פאפולאריטעט און נאמען אנערקענונג און אין 2014 למספרם איז זי געלאפן פאר גאווערנאר און דאן געווארן באזיגט דורכן איצטיגן רעפובליקאנער גאווערנאר גרעג אבאט מיט 59%-38% אצינד גייט זי פרובירן איר שאנס אין קאנגרעס
*
א מעגליכע ביטערע רעפובליקאנע פריימערי אנטוויקלט זיך אין ניו העמפשיר פאר סענאט
ביל אברייען איז א סטעיט רעפרעזענטאט און געוועזענע ספיקער און די סטעיט הויז וועלכע גייט היינט דינסטאג מעלדן אז ער לויפט צום סענאט
אברייען האט שוין ארויסגעלייגט א טוץ פון אינדארסירונגען וועלכע רעכנט אריין איינס פון עקזעקוטיוו קאונסלער דעיוויד ווילער און סטעיט סענאטאר דזשאן רעיגען און נאך פילע אמטירנדע און געוועזענע סטעיט רעפרעזענטאטן
אברייען גייט אבער נישט געניסן פון קיין פרייע פעלד זינט רעטייערטע בריגאדיר גענעראל דאנאלד באלדאק האט צוריק אין יוני געמאלדן זיין קאנדידאטור פארן זעלבן זיץ און ער ווערט געזעהן אלץ דער מער דרויסנדיגער קאנדידאט און געניסט פון היבשע סימפאטיע און א סטעיט וועלכע האט א רעפוטאציע פון זיין מיליטעריש גענויגט
די 2016 למספרם קאו טשעיר פארן טראמפ קאמפיין אין די סטעיט איז פרעד דאוקעט האט נעכטן אינדארסירט באלדאק און אים באצייכנט אלץ א קעמפער און זיגער אים פארגלייכנדיג צו טראמפ
*
טאם סטאיאר וועט אפהאלטן זיין ערשטע קאמפיין אויפטריט אין ניו העמפשיר אום יולי 30/31 למספרם
*
עטליכע דעמאקראטישע פיגורן האבן שוין ארויסגערעדט אקעגן די פרעזידענט קאמפיין פון סטאיאר
קאנגרעס מעמבער בעיער פון ווירדזשיניע זאגט: איך וואלט ענדערש געוואלט אז ער זאל ספענדן זיין געלט צוריקצונעמען די סטעיט הויז און ווירדזשיניע
אלאבאמא סענאטאר דאג דזשאונס: איך וואלט אזוי געוואלט אז ער זאל נישט לויפן
סענאטאר בראון: נאך א ווייסע מאן אינעם פארמעסט
סענאטאר קעין: איך וואונדער מיך פארוואס ער לויפט
*
עליזאבעט ווארען וועט קאמפיינען דעם שבת אין ניו העמפשיר און אפנעמען די אינדארסירונג פון אימיגראציע אדוואקאט און געוועזענע סאנדערס שטיצער ראן אבראמסאן
*
געוועזענע סופרים קאורט ריכטער ענטאני קענעדי ווערט היינט 83 יאר אלט
*
א פאנעל פון ריכטער אויפן סירקוט קאורט אין די דיסטריקט אף קאלאמביע האבן געאורטיילט אז אנדערש ווי עס איז געווען די אנגענומען ביז היינט אז ריכטער קענען באשליסן אין אויסנאם פעלער צו פארעפנטליכן גרענד דזשורי מאטריאל אין פאל וואס עס טראגט מיט זיך א גאר היסטארישן ווערד (א שטייער ווי די ראזנבערג שפיאנען קעיס און נאך) וועט עס פון איצט און ווייטער זיין פארבאטן פאר ריכטער צו באשליסן אז די וויכטיגקייט פן פארעפנטליכן די מאטריאל וועגט איבער די נויט פון פארזיכערן די אינפארמאציע פון עדות
די קעיס האט זיך אנטוויקלט ווען דעמאקראטן האבן געזוכט ערלויבעניש פון געריכט אז די גרענד דזשורי אינפארמאציע פון די מולער אויספארשונג זאל מעגן גיין פובליק אויב א ריכטער שענקט די ערלויבעניש אבער די פאנעל האט עס אפגעווארפן
די דעמאקראטן האבן פרובירט צו פארלאנגען אז די פולע די סי סירקוט קאורט זאל אויסהערן די פראגע אבער די געריכט האט אצינד אפגעווארפן זייער ביטע

אור
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג יולי 23, 2019 10:47 am

זעה מיר גוט?!
ישר כח הבל!

אידישע מוח
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » דינסטאג יולי 23, 2019 10:47 am

אה!!!
הבל וועלקוים בעק
צי די אשכול

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דינסטאג יולי 23, 2019 10:59 am

כ'האב שוין כמעט געמיינט אז זוממער איז קיין נייעס נישטא.

ישר כוח פאר ביז היינט, און פאר פון היינט און ווייטער.....

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5543
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יולי 23, 2019 11:04 am

געליינט און הנאה געהאט! יישר כח הבל פאר דיין אנשטרענגונג.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג יולי 23, 2019 11:22 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:געליינט און הנאה געהאט! יישר כח הבל פאר דיין אנשטרענגונג.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

הינדל
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 3:35 pm

תגובהדורך הינדל » דינסטאג יולי 23, 2019 11:30 am

יישר כח הבל

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג יולי 23, 2019 11:30 am

ישר כח הבל
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג יולי 23, 2019 11:31 am

אה תתחדש!!!
שכוח הכל פאר די ספעציעלע באריכט!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 23, 2019 11:35 am

בולעטין: נאכנישט עמטליך צוריק אויף א טעגליכע פארנעם

געווען א שטיקל פראבע אויב מען קען מעגליך אנהויבן דא און דארט מיטן אריינווארפן א באריכט
מעגליך וועט מען אנהויבן מיט איין אדער צוויי מאל א וואך און מיט די צייט פארברייטערן צוריק כקדם

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דינסטאג יולי 23, 2019 11:51 am

וועלקאם בעק. ווי מיסד יאָ

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג יולי 23, 2019 11:59 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:געליינט און הנאה געהאט! יישר כח הבל פאר דיין אנשטרענגונג.

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג יולי 23, 2019 12:46 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:געליינט און הנאה געהאט! יישר כח הבל פאר דיין אנשטרענגונג.
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג יולי 23, 2019 12:51 pm

שכוח הבל מיר פארלאנגען נישט גארנישט אבער מיר אפרישיעטען אלעס
הק' יישר כח

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 23, 2019 1:06 pm

יישר כח פאר אלע גוטהארציגע וואונטשן!

שטילער
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דינסטאג יולי 23, 2019 1:13 pm

!!Wow wow what a surprise

הבל, האסט געמאכט מיין טאג! עוד הבל חי!

א ריזיגן ישר כח!!!

Kollel
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דינסטאג יולי 23, 2019 2:02 pm

שכח הבל!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג יולי 23, 2019 2:37 pm

I phone האט געשריבן:וועלקאם בעק. ווי מיסד יאָ

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » דינסטאג יולי 23, 2019 3:18 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:געליינט און הנאה געהאט! יישר כח הבל פאר דיין אנשטרענגונג.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 23, 2019 3:27 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג פנחס




*
אין טעקסאס האט די דעמאקראטישע ליבלונג ווענדי דעיוויס געמאלדן אז זי וועט לויפן אקעגן קאנגרעסמאן טשיפ ראי וועלכע פארטרעט די 21'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
דעיוויס האט זיך באקאנט געמאגט אין די טעקסאס סטעיט הויז ווען זי האט דורכגעפירט א 13 שטונדע פיליבאסטער איבער אן אנטי רציחה ביל
יענע פיליבאסטער האט איר געברענגט היבשע פאפולאריטעט און נאמען אנערקענונג און אין 2014 למספרם איז זי געלאפן פאר גאווערנאר און דאן געווארן באזיגט דורכן איצטיגן רעפובליקאנער גאווערנאר גרעג אבאט מיט 59%-38% אצינד גייט זי פרובירן איר שאנס אין קאנגרעס
*

דעוויס האט אינעם ערשטן טאג פון איר קאמפיין אויפגעטריבן 250 טויזנט דאלער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 23, 2019 3:53 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג פנחס




אום 2:30 וועט די סענאט שטימען צו באשטעטיגן די קאנגרעס באשטעטיגטע ביל צו רעאויטאריזירן די סעפטעמבער 11 קאמפענסאציע פאנד
*

אריבער מיט 97-2

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » דינסטאג יולי 23, 2019 3:59 pm

יישר כח!
קוק ווי די עולם פרייט זיך אזוי צו דיר...
קיפ אהן..

דבר החרדים מירושלים
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » דינסטאג יולי 23, 2019 4:32 pm

שטיצע פאר'ן צוריק אנהייבן די טעגליכע באריכטן פון @הכל הבל
איז אריבער אין איי-וועלט סענאט מיט 99.9 קעגן 0 מיט שטיצע פון ביידע פארטייען

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דינסטאג יולי 23, 2019 5:21 pm

יישר כח הבל. מיר פרייען דיך צו זעהן צוריק דא. מיר האפן אויף א פולע און שנעלע ריקאווערי..

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1905
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג יולי 23, 2019 7:12 pm

ש'כח הבל פאר'ן אריינטשעקן מיט א פול ריפארט,

מי יתן והי' א זאפטיגע ריפארט פונעם געריכט זאל
(סופרים קאורט אויף וועקאציע?! עני געריכט זאל איז אינטערסאנט)
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], Google [Bot] און 18 געסט