דער פרעמיער מיניסטער פון עטיאפיע האט באשטעטיגט אז פיר זענען אומגעקומען אריינגערעכנט די ארמיי הויפט און די פירער פון די צפון אמהארא געגנט און א פוטש פארזוך אין יענע ראיאן דער ארמיי הופיט איז געשאסן געווארן דורך איינע פון זיינע לייבוועכטער און די פוטש אונטערגענומען דורך א הויכראנגיגקע מיליטערישע אפיציר מיט די הילף פון אנדערע איז דורכגעפאלן * אמווייניגסטנס זיבן ארבעטער און דריי און צוואנציג מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן ווען א זיבן שטאקיגע געביידע אונטער קאנסטרוקציע איז צוזאמגעפאלן אין סיהאנאוקוויל קאמבאדיא * פרעזידענט טראמפ האט ענדליך זיך גענומען אויסשטאפירן די העכסטע ראנגען אין די פארטיידיגונג דעפארטמענט מארק עספער איז געווארן נאמינירט צו זיין די נייע פארטיידיגונג סעקרעטאר, רייען מעקארטי ווערט געשטעלט צו איבערנעמען עספער'ס פאזיציע אלץ ארמיי סעקרעטאר און דעיוויד נארקוויסט אלץ דעפיוטי פארטיידיגונג סעקרעטאר עספער איז א נאנטע פריינט מיט פאמפעיא און די צוויי האבן געלערנט אינעם זעלבן קלאס און 1986 למספרם * סענאטאר מייק לי איבער די באשלוס פון טראמפ נישט צו אטאקירן איראן: נאכן רעדן מיטן פרעזידענט בין איך איבערצייגט אז ער האט געפאסט די ריכטיגע באשלוס, עס איז קלאר אז איראן איז א געפאר אבער נישט יעדע פראוואקאציע פארדינט א מיליטערישע רעאקציע * סענאטאר דזשעימס אינהאף איבער סענאטאר רענד פאול: עס שטעלט זיך ארויס אז איך האב מער סוקסעס מיט אים ווען מיר האבן נישט קיין געשפרעך.. * פרעזידענט טראמפ זאגט אז זיין גרעסטע גרייז באגאנגען זינט ער איז אריינגעקומען אין אפיס איז געווען דאס שטעלן דזשעף סעשאנס אלץ אטוירני דזשענעראל * וויצע פרעזידענט מייק פענס וועט באזוכן ניו העמפשיר אום יולי 2 למספרם * וויצע פרעזידענט פענס איז ערישנען אויפן היינטיגן זונטאג פראגראם פון סי ען ען מען האט אים געפרעגט אויב מענטשן'ס אקטיוויטעטן וועלכע ביישטייערן צו קלימאטן טויש איז א געפאר אויף וואס ער האט רעאגירט אז מיר וועלן אלעמאל נאכפאלגן סייענס איבער דעם מען האט אים געדרוקט קלארער צו ענטפערן אבער פענס האט זיך צוריקגעהאלטן פון זאגן אז ער האלט אז עס איז א געפאר פיליקס סעטער וועלכע איז א געוועזענע טראמפ ביזנעס פארבינדעטער האט איבערגעהיפט א געסקעדזשועלעטע פארהער דורך די די הויז שפיאנאזש קאמיטע פרייטאג אינדערפרי דער קאמיטע פארזיצער עדעם שיף איז געווען גאר בייז און געסטראשעט מיט א סובפינע אבער אן אדוואקאט פאר סעטער האט ערקלערט אז סעטער האט זיך נישט גוט געשפירט און איז איינפאך פארשלאפן און ער האט נישט געהערט זיין וועקער זייגער קלונגען פרייטאג אינדערפרי און צוליב דעם פארפאסט די פארהער * דער ריכטער אין די פאול מענעפארט קעיס האט פארעפנטליכט 56 בלעטער וועלכע איז געווען פארזיגלט ביז איצט און עס שטעלט זיך ארויס צו זיין איינפאכע טעקסט מעסעדזשעס צווישן שאן העניטי און מענעפארט צווישן יולי 2017 למספרם און יוני 2018 למספרם שאן העניטי האט געפרעגט פאול מענעפארט פארוואס ער האט נישט געקענט באקומען א דיעל מיט די רעגירונג א שטייגער ווי זיין געהילף ריק געיטס מענעפארט: זיי וואלטן געוואלט פון מיר ארויסצוגעבן DT (דאנאלד טראמפ) מענעפארט האט אראנזירט מיט העניטי צו רעדן מיט זיין אדוואקאט מייק דאונינג און קורצליך דערנאך אים געפרעגט ווי אזוי עס איז געווען און העניטי האט רעאגירט "גוט" העניטי האט צוגעלייגט אז ער האט געבעטן דאונינג אים צו טיפן אינפארמאציע אויף א טעגליכע פארנעם און געזאגט פאר מענעפארט אז ער דארף מיך צושטעלן סחורה מענעפארט האט רעאגירט: "ער וועט" מענעפארט באדאנקט זיך אויך פאר העניטי פארן שטיין צו זיין זייט און העניטי רעאגירט: איך וועל טוהן סיי וואס איך קען דיר צו העלפן ביי איין פאל האט העניטי אים געשריבן: איך וועל זיצן אין די די צעל נעבן דיינס * די לעצטע קאמפיין פיילינג צייגט אז היי יאר האט די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע דערווייל א גרעסערע פראצענט פון זייער ביישטייערונגען פון קלענערע ביישטייערער ווי די דעמאקראטישע נאציאנעלע קאמיטע ביי די רעפובליקאנער מאכן די קלענערע געלטער אויס 51% און ביי די דעמאקראטן 43% * א פרישע מאנמאוט אנקעטע צייגט אז 37% ווילן זעהן טראמפ ווידערערוועלט אקעגן 59% וועלכע ווילן א נייע פרעזידענט אין ווייסן הויז * לויט די מאנמאוט אנקעטע איז טראמפ צופרידנהייט צווישן מענער ביי 49% אקעגן 43 רומצופרידן צווישן פרויען זענען 33% צופרידן אקעגן 57 אומצופרידן * לויט מאנמאוט זענען 19% צופרידן פון די ארבעט פון קאנגרעס * ביי די דעמאקראטן טרעט מען אריין אין א גרויסע וואך ווען די 20 קאנדידאטן פאר פרעזידענט וועלן ענדליך זיך טרעפן און דעבאטירן צום ערשטן מאל אין מיאמי פלארידא דעם מיטוואך און דאנערשטאג אוונט מען האט געפרעגט א רייע רעפובליקאנער וועלכע האבן שוין די ערפארונג פון שטיין אויף דעבאטע פלאטפארמעס ווי אזוי זיי וואלטן געראטן קאנדידאטן זיך אהערצושטעלן דורכאויס די נאכט און פאלגענד זענען עטליכע רעאקציעס: לינדזי גרעהעם: זיי מאדנע מיט ראמני: פרוביר נישט צו זיין מאדנע קרוז: האב פאן רוביא: זאג נישט איבער די זעלבע ענטפער דריי מאל.. (זיין אייגענע דורכפאל מיט ווען ער האט זיך פארהערט מיט טראמפ און קריסטי צווישן די אייאווע קאוקוסען און די ניו העמפשיר פריימערי) * די מיזעלס אויסברוך איבערן לאנד (ווער פאר א גוט יאר האט אהערגעבלאזן די אישו אויך אין די כמעט איינציגסטע אשכול וועלכע איז אימיוניזירט פון דערמאנען די טעמע?!..) האלט נישט צוריק פאליטיקאנטן אריינגערעכנט דעמאקראטן פון אקצעפטירן ביישטייערונגען פון אנטי וואקסינאציע פיגורן די לעצטע ביישפיל איז אלבערט דוואקסין וועלכע האט געגעבן 24.9 טויזנט דאלער פאר די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע און 5 טויזנט דאלער פאר ספיקער פעלאסי'ס פעק און אויך 25 טויזנט דאלער פאר די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע * די פעלד פון דעמאקראטן וועלכע לויפן פאר פרעזידענט האט היינט צובאקומען א פרישע נאמען ווען דער געוועזענער פענסילוועניע קאנגרעסמאן דזשאו סעסטאק האט געמאלדן אז אויך איז אינעם פארמעסט סעסטאק האט דערלייגט א סענאט פארמעסט אין 2010 און אין 2016 למספרם אבער איצט האט ער באשלאסן צו לופין פאר פרעזידענט און איז שוין היינט זונטאג אין אייאווע * דזשאו ביידען וועלכע פלעגט זיך אויפטוהן אז די טראמפ שטייער שניטן גייען זיין א פארגאנגנהייט אין זיין ערשטע טאג אין אפיס האט שוין עטוואס גענידערט זיין רעטריק זאגנדיג ביי די דרום קאראליינע דעמאקראטישע קאנווענשאן אז אין זיין ערשטן טאג גייט ער עלימינירן טראמפ'ס שטייע שניטן "פאר די רייכע" * עליזאבעט ווארען איז ארויסגעקומען מיט א פלאן צו עלימינירן פריוואטע טורמעס אין לאנד * פיטע באטידזשעדזש האט אויפגענומען פרישע זעקס קאמפיין ארבעטער אין ניו העמפשיר * דזשוליאן קאסטרא קריטיקירט בעטא ארורק פאר זיין שטעלונג איבער צוריקדרייען א געזעץ וועלכע קרימינאליזירט דאס אריבערשפרייזן די גרעניץ אן ערלויבעניש ארורק האט אויסגעדרוקט זארג אז צוריקדרייען אזא געזעץ וועט מאכן שווערער צו ברענגן קלאגעס אויף דראג שמוגלער אבער קאסטרא זאגט איצט אז מיר האבן פאר דעם אנדערע לעגאלע מאכענאציעס * קאמאלא העריס וועט זיך אומקערן קיין אייאווע אם יולי 4 למספרם פאר א דריי טאג באזוך ווי צווישן אנדערן וועט זי אפהאלטן א טאון האל * קאמאלא העריס האט פאריגע וואך באקומען איר ערשטע קאנגרעסיאנאלע אינדארסירונג פון א קאנגרעסמאן אויסער קאליפארניע ווען על גרין האט זיך אנגעשלאסן אין די העריס וואגאן פארלאפענע פרייטאג האט זי ערהאלטן צוויי פרישע אינדאסירונגען פון קאנגרעסלייט אויסער קאליפארניע ווען די צוויי מיטגלידער פונעם קאנגרעסיאנאלע אפריקאנע אמעריקאנע קאוקוס עסלי העסטינגס פון פלארידא און האבן צוגעווארפן זייער שטיצע פאר העריס * אין צפון קאראליינע איז ארויסגעקומען א פובליק פאליסי אנקעטע וועלכע שטעלט דעם אמטירנדע דעמאקראטישע גאווערנאר ראי קופער פאראויס פונעם רעפובליקאנער ליוטענאנט גאווערנאר דען פארעסט 45%-41% לויט די אנקעטע זענען 40% צופרידן פון קופער'ס ארבעט צו 41% אומצופרידן * טראץ די וואלקן ארום ווידערערוויילונג פון די וועסט ווירדזשיניע גאווערנאר שיינט די נאציאנאלע פארטיי פירערשאפט דערווייל צו ווארפן פולשטענדיגע שטיצע אונטער זיין קאמפיין און די רעפובליקאנע נאציאנאלע גאווערנאר אסאסיאציע האט אראנזשירט א פאנדרעיזינג און דער נעבראסקע גאווערנאר וועלכע איז די איצטיגע אסאסיאציע פארזיצער האט פערזענליך אנטייל גענומען אינאיינעם מיט דאנאלד טראמפ הצעיר * מארגן מאנטאג וועט ניו העמפשיר'ס דעמאקראטישע סענאטארשע באקומען אפיציעל איר ערשטע מעגליכע אפאנענט ווען גענעראל דאן באלדאק וועט מעלדן אז ער לויפט צום סענאט אויף די רעפובליקאנע טיקעט * אין ווייאמינג גייט סענאטאר מייק ענזי רעטייערן און דער געוועזענע קאנגרעס פרוי לומיס האט פרייטאג אריינגעגעבן פאפירן צו קענען לויפן פאר דעם זיץ לומיס האט געהאלטן די קאנגרעס זיץ וועלכע ליז טשעיני האלט איצט און אויך ליז טשעיני וועלכע זעהט זיך נישט אויג צו אויג מיט לומיס קלערט צו לויפן פאר דעם זיץ און א העפטיגע פריימערי קען מעגליך פארקומען * דער געוועזענער קאלעפארניע קאנגרעסמאן דערעל אייסא באטראכט נאכאמאל צו לויפן צום קאנגרעס די רעדע איז נישט פון צוריקכאפן א דעמאקראטישע זיץ נאר ער האלט אן אויג אויף די פופציגסטע דיסטריקט זיץ אין פאל קאנגרעסמאן -האנטער וועלכע איז פארוויקלט אין לעגאלע פראבלעמען און זיין פרוי האט זיך לעצטנס דערקלערט שולדיג- באשליסט צו רעזיגנירן אדער נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג וועט אייסע אין אזא פאל מעגליך לויפן פאר דעם זיץ * אין קענטאקי האבן די "פראפעסיאנאלע פייערלעשער" וועלכע מאכט אויס 43% פון די פייערלעשער יוניאנס אין די סטעיט אינדארסירט דעם דעמאקראטישן קאנדידאט פאר גאווערנאר * די לינקע דיסטריקט אטוירני פון סאן פראנציסקא גייט זיך אריבערציען קיין לאס אנדזשעלעס צו קענען לויפן פון לינקס אקעגן די ארטיגע דיסטריקט אטוירני ער האט זיך שוין געטראפן מיט פירער פון די "אפריקאנע אמעריקאנע לעבנס מאכן אויס" באוועגונג אין בעפארברייטונג צו זיין פארמעסט די אינטערסאנקייט פון די פארמעסט איז אז די לאס אנזשעלעס דיסטריקט אטוירני אקעגן וועם ער וויל לויפן איז אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי * אין אייאווע האט דער איינציגסטער רעפובליקאנער אויף וועמען מען האט געהאט האפענונג צו לויפן צום צווייטן קאנגרעסיאנאלן דיסטריקט געמאלדן אז ער לויפט נישט די זיץ גייט זיין אן אפענע זיץ געהאלטן ביז איצט דורך די דעמאקראטן אבער טראמפ האט עס געוואונען אין 2016 למספרם * א לאנגיעריגע ווירדזשיניע דעמאקראט רופט פאר קאמפיין פינאנץ רעגולאציעס אפצושטעלן.. (הערט גוט) דזשארדזש סאראס און זיינע אקטיוויטעטן אין לאקאלע פאליטיק * פאלגענד איז א נייעסל וואס מיר האבן געשריבן אין יוני 9 למספרם:
4 באזונדערע ביטעס זענען שוין געווארן געשיקט צום סופרים קאורט אריינגערעכנט איינס אייערנעכטן מיטוואך דורכן סאליסיטאר דזשענעראל זוכנדיג צו אפעלירן די אורטייל פונעם ערשטן סירקוט געריכט איבער די פארטא ריקא פינאנציעלע איבערזיכט און מענעדזשמענט באורד קעיס פרעג מיך נישט אויב איך האט באשטעטיגונג דערצו אבער עפעס א פארגעפיהל און א שמעק האב איך אז די סופרים קאורט גייט אקצעפטירן די קעיס
עד כאן פון דעמאלטס פארגאנגענע דאנערשטאג האט די סופרים קאורט אקצעפטירט די קעיס * פאלגענד איז אונזערס א באריכט פון א צייט צוריק ביים ענדע פון די באריכט איז דא אן ענדע און עפילאג ווי אזוי די קעיס האט זיך געענדיגט פרייטאג אינדערפרי אין סופרים קאורט א ניו יארקער מאן האט געעפנט א טראסט אין וועלכע ער האט אריינגעלייגט א טייל פון זיין פארמעגן פון וועלכע די פארדינסטן וועלן בענעפיטירן זיינע דריי קינדער א צייט שפעטער האט מען צוטיילט די טראסט אין דריי צו זיין באזונדער פאר יעדן קינד איינע פון די קינדער וואוינט היינט אין נארט קאראליינע און דער טראסטי האט אין די לעצטערע יארן געפיילט שטייערן מיט די נארט קאראליינע סטעיט באאמטע אויף די פארדינסטן פון יענעם ספעציפישן טראסט נאך עטליכע יאר האט ער זיך געכאפט אז אייגנטליך האט די טראסט גארנישט קיין שייכות מיט נארט קאראליינע און ער האט פארלאנגט פון די סטעיט א ריפאנד אויף די איינגעצאלטע שטייערן אבער די סטעיט האט זיך אנטזאגט צוריקצוצאלן די געלט זאגנדיג אז וויבאלד די בעניפיטירער פון די טראסט איז א נארט קאראליינע רעזידענט דארף די שטייערן גיין פאר די סטעיט נאך א געראנגל אין געריכט האט די נארט קאראליינע סטעיט סופרים קאורט געאורטיילט אזוי ווי די נידריגע געריכט אז די סטעיט איז אומבארעכטיגט איינצומאנען די שטייערן ווייל די סטעיט האט נישט קיין עכטע שייכות צום טראסט אין די וואוין ארט פון א בעניפיטירער איז נישט גענוג זיי צו לאזן בעטן שטייער
נישט לאנג דערויף איז די אמעריקאנע סופרים קאורט ארויסגעקומען מיט א באזונדערע היסטארישע אורטייל אויף די רעכט פון סטעיטס צו מאנען אינטערנעט שטייער אויף סעילס וועלכע ווערן דורכגעפירט אין זייערע סטעיטס די סופרים קאורט האט דערמיט איבערגעדרייט פריערדיגע פרעצעדענט וועלכע האט פארבאטן סטעיטס איינצומאנען שטייער אויף אקטיוויטעטן אן דעם וואס די באטרעפנדע זענען פיזיש אנוועזנד אין די סטעיט די היסטארישע אורטייל האט נישט קלאר ערלקערט וועלכע סארט אנוועזנהייט איז גענוג פאר א סטעיט צו קענען בעטן שטייער נאר האט בלויז געשריבן אז אויף אינטערנעט סעילס קען מען בעטן שטייער
איצט האט די סופרים קאורט אויפגענומען די נארט קאראליינע טראסט שטייער קעיס און איז א דראמאטישע אנטוויקלונג צוליב וואס די געריכט האט שוין נישט באהאנדלט אזעלכע קעיס פאר יארן לאנג און קומט קורץ נאכן אורטיילן אינעם אינטערנעט שטייער קעיס מיטן אויפנעמען די קעיס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז אין דעם פאל וועט די געריכט יא צוריק אריינקריכן אין די פונדאמענטאלע פראגע צו דעצידירן וועלכע סארט אנוועזנהייט אין א סטעיט באדייט אז די סטעיט קען בעטן שטייער
אפגעזעהן אויף וועלכע וועג די געריכט וועט גיין וועלן די קאנסקווענצן זיין גאר באדייטפול אויב וועט די געריכט באשטעטיגן די נארט קאראליינע סופרים קאורט פסק וועלן פילע טראסטיס וועלכע האבן שוין איינגעצאלט שטייערן אין לויף פון די לעצטערע יארן וועלן מעגליך קענען צוריקבעטן ריפאנדס עס זענען מעגליך דא סטעטשו אף לימיטעישאנס צו פארלאנגען א ריפאנד דעריבער זאלן טראסטיס שוין אריינגעבן די עדווענסד פראטעקטעד ריקוועסט פאר א ריפאנד אז אין פאל פון אזא פסק זאלן זיי שוין האבן געבעטן איצט די ריפאנד און ווען די פסק קומט ארויס(ווארשיינליך ערשט אין יוני למספרם) זאל די ריפאנד פארלאנג גיין למפרע אויף איצט אויב די סופרים קאורט גיט רעכט פאר נארט קאראליינע און איר רעכט צו מאנען די שטייער וועט די סטעיט קענען צוריקגיין צו בעטן שטטיער פון אלע טראסטיס וועלכע האבן נישט געצאלט קיין שטייערן ביז היינט אפלערנענדיג די געזעץ ווי די נארט קאראליינע געריכטן האבן עס אפגעלערנט און איצט וועט די סטעיט קענען צוריקבעטן די געלט (ווען עס קומט צו די סטעיטס רעכט איינצומאנען עקזיסטירט נישט קיין סטעטשו אף לימיטעישאנס, נאר ביי די בירגערס רעכט צו בעטן א ריפאנד איז דא די איינפיר..) די פראבלעמען קענען אין אזא פאל אריבערגיין די סטעיט גרעניצן ווייל די אלע וואס האבן נישט געצאלט קיין שטייערן באזירט אויף די הנחה האבן אבער יא געצאלט די שטייער אין אנדערע סטעיטס ווי די טראסט איז געווארן געעפנט איצט זאלן אזעלכע טראסטיס איינגעבן פאר א עדווענסד פראטעקטעד ריקוועסט פאר א ריפאנד אין יענע סטעיטס ווייל זיי וועלן אנשטאט דארפן זאלן די שטייערן אין די סטעיטס ווי די בעניפיטירער וואוינט מעגליך אז די באטרעפנדע סטעיטס וועלן זאגן אז א אויף צוריק גייט א קאזע און דאן וועט אויסקומען אז טראסטיס וועלן עווענטועל האבן געצאלט דאפלט שטייערן איינמאל דארט וואו טראסט איז געווארן געשאפן אין איינמאל מרור אין חרוס.. אפפס, דארט וואו די בעניפיטירער וואוינט
פרייטאג האט די סופרים קאורט איינשטימיג געאורטיילט אקעגן די סטעיט די אורטייל איז געווארן געשריבן דורך ריכטערין סאטאמיאר
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון