א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

פארווייטאגט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בהעלותך

די סענאט יורידישע קאנסטיטוציע האלט הינט אפ איר ערשטע פארהער איבער די פלאן צו ארויפשטעלן טוירם לימיטס אויף קאנגרעסלייט
די פארשלאג איז פון סענאטאר קרוז און די היינטיגע עדות איז דער געוועזענער סענאטאר דזשים דעמינט
*

פון וויפיל יאר רעדט מען אז עס זאל זיין טוירם לימיטס?

סענאטארן צוויי טערמינען פון 6 יאר
קאנגרעסלייט דריי טערמינען פון 2 יאר


לויט ווי איך פארשטיי, קען דאס צוברענגען פרישע קאפוויי פאר ביידע פארטייען, אז א קאנגרעסמאן וועט נאך 6 יאהר נישט האבן וואס צו לויפן נאכאמאל, וועט ער דאך דארפן זיכן עפעס אנדערש, וועט זיין צוזאמען מיט אלע עלטערע סענאטארען צענדליגע וואס לויפן פאר פריזידענט אמט.

דער יעצטיגע דעמאקראטישער געלויף וועט זיין א פורים שפיל, צו וואס וועט אויסקוקען ווען דער געזעץ גייט אריין און קראפט.

קען מען דאס ווען צולאזן?


נ. ב.

אז איך שרייב שוין, מיז איך ארויס ברענגען מיינע דאנק געפילן פאר דער שרייבער מיט'ן ה הידועה, הכל הבל.

דאס איז דער ערשטער אשכול וואס איך ליין בדרך כלל יעדן טאג, אבער איך האלט מיר איין פון באדאנקען דא אויפן אשכול, ווייל יעדער מאל איינער באדאנקט לויף איך שנעל קוקען וואס האט שוין אונזער טייערע הכל צוגעלייגט צום טעגליכער נייעס, און ע"פ רוב איז עס נישט מער ווי איינער טוט זיך ארויסגעבן זיינער געפילן פאר'ן הויכגעשעצטע שרייבער.
וויל איך נישט אז מיין פערזענליכע געפילן פון דאנקשאפט זאל דארפן שטערן אלע וואס באלעקען זיך מיט דער אשכול, ממילא האלט איך מיר צוריק פון דאנקען.
יעצט אז איך דארף שוין עפעס פרעגן, לייג איך שוין צו מיינע דאנק געפילן.

האפ איך עס וועט זיך גענוג ארויסברענגען, ס'זאל זיין גענוג באדאנקט ביז איך וועל האבן נאך א שאלה אדער הערה אויף זיינער באשרייבן.


דאס לאזן פאלעטישנס זיך ווארעמען אויפן בענקל אזוי לאנג ווי א סופרים קאורט דזשאדזש האט מעלות אבער אויך אסאך חסרונות און בדרך כלל מער חסרונות ווי מעלות
פרעזידענט מעקס 2 פיר יעריגע טערמינען פארשטייסטו יא ?
אגב, אין אויסטראליע מיין איך מעג א פרעמיער נאר זיין איין טערמין עס גייט אבער פאר זיבן יאר
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בהעלותך


*
דורכאויס די דעמאקראטישע דעבאטע נאכט וועט פרעזידענט טראמפ ארויסשיקן פולע טוויטער מעסעדזשעס

מיין געפיל זאגט אז עפעס א טעקניקעל פראבלעם גייט זיין מיט זיין א טוויטער אקונט יענע פאר שעה, איך פארלאז מיך אויף טוויטער....
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

הכל הבל האט געשריבן:ברייען ניוטאן האט געארבעט פאר די פארקער דרילינג מענעדזשמענט סערוויסעס פירמע אויף א גראבן פלאטפארמע ביים ים ברעג פון פון סאנטא בארבארא קאליפארניע
זיינע שיפטס פלעגן געדויערן 14 טעג און ער פלעגט ארבעטן 12 שטונדן פער טאג
לויט ניוטאן פלעגט ער אראפציפן פון 15 ביז 30 מינוט אן עס אפיציעל באריכטן ווייל די פירמע האט נישט צוגעשטעלט די פארלאנגטע 30 מינוט אפרוה פער יעדע 5 שעה ווי עס איז פארלאנגט דורך די קאליפארניע געזעץ
נאך וואס פארקער האט אים אויפגעזאגט האט ער אריינגעטראגן אן אנקלאגע אינעם סטעיט געריכט פאר וועידזש און ארבעט שטונדן פארלעצונגען לויט די קאליפארניע געזעץ
פארקער האט זיך אבער געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט צו פארלאנגען אז די קעיס זאל ווערן אריבערגעפירט אונטער פעדעראלע יוריסדוקציע און זיי זאלן אויסהערן די קלאגע
די דיסטריקט געריכט האט אקצעפטירט זיין פארלאנג שרייבנדיג אז לויט די געזעץ האט ניוטאן געארבעט אויף א פראיעקט אויף באדן אונטער פעדעראלע יוריסדיקציע (א רייע וואסערן און בארטנס באלאנגען פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט פאר די סטעיטס אין וועמענס גרעניצן זיי געפונען זיך) און דעריבער איז ניוטאן באשוצט בלויז אונטער די ארבעט סטאנדארטן און רעכטן פון די פעדעראלע רעגירונג און קאליפארניע קען נישט אריינרעדן און רעגולירן זיינע ארבעטס אומשטענדן
די דיסטריקט געריכט האט גראדע אויך געהאט אנערקענט אז די פעדעראלע געזעץ וועלכע באשוצט ארבעטער שרייבט קלאר ארויס אז סטעיטס קענען צולייגן זייערע אייגענע באשיצונגען אבער זיי האלטן אז דאס איז בלויז אינערהאלב טעריטאריע וועלכע באלאנגט פאר די סטעיט
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום 9'טן סירקוט און זיי האבן איבערגעדרייט די דיסטריקט געריכטס מיינונג און געזאגט אז דאס וואס די סטעיט מעג נישט אריינרעדן איז בלויז ווען זייערע געזעצן זענען א סתירה און זענען חולק מיט די פעדעראלע געזעצן אבער אויב זיי זענען מוסיף דערויף דאן איז כל המרבה הרי זה משובח
דהיינו און אונזער פאל איז עס נישט א דירעקטע קאנפליקט פןון די פעדעראלע געזעץ און סטעיט געזעץ
עס איז בלויז אז די פעדעראלע געזעץ באשוצט דעם ארבעטער אויף א מינימאלע פארנעם און די סטעיט לייגט צו א פרישע שיכט פון באשיצונג און די סטעיט מעג אזאנס טוהן אפילו אויף באדן וואס ווערט אפערירט דורך די פעדעראלע רעגירונג
פאריגע וואך מאנטאג האט די געריכט געאורטיילט אז די 9'טע קרייז געריכט איז נישט גערעכט
ריכטער טאמאס האט געשריבן די אורטייל וועלכע איז געווען איינשטימיג מיט אלע איבריגע ריכטער אז די סטעיט קען נישט אריינרעדן אין פראגן אויף די טעריטאריע


קודם יישר כח, מיר זענען זיך פשוט מחי'.
פאר אינטרעסאנטקייט. וויפיל ריכטער אויפן 9'טע סירקוט האבן געגעבן דעם רולינג?
און איז דאס א נארמאלע ערשיינונג אז אלע ריכטער ביינאזאם זאלן אזוי אפשמייסן א פסק?
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7266
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ישר כוח!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40462
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך בהעלותך




דער מאן וועלכע האט פארשפרייט די ווידעא פון די אטאקע אויף די מאסק אין ניו זילאנד איז געווארן פאראורטיילט צו 21 מאנאטן אין טורמע
*
הונדערטער פיש כאפער שיפלעך פון צפון קארעא זענען פארטריבן געווארן פון וואסער טעריטאריע איבער וועלכע יאפאן פארמאגט עקסקלוסיווע רעכטן
*
סענאטאר טאם קאטאן פירט אן איין מאן קאמפיין צו שטופן פרעזידענטי טראמפ "צו אנמאכן גענוג ווייטאג" פאר איראן אז זיי זאלן קלאר פארשטיין אז זייערע אטאקעס אין די אינטערנאציאנאלע וואסערן ועלן נישט טאלערירט ווערן און קאטאן האט שוין גערעדט צום פרעזידענט פערזענליך דערוועגן
לויט קוועלער נעמט טראמפ אויך ראט פון טאקער קארלסאן פון פאקס איבער די אישו פון איראן
*
ביי זייער פריוואטע זיצונג מארגן דאנערשטאג וועלן די סופרים קאורט ריכטער דיסקוסירן צווישן זיך אויב מען זאל אויפנעמען די קעיס איבער די פארטא ריקא פינאנציעלע איבערזיכט באורד און אויב אירע מעמבערס דארפן האבן סענאט באשטעטיגונג
אין א פארזוך צו שליכטן די טעמע אינדרויסן פון געריכט האט די ווייסע הויז נעכטן צוגעשיקט 7 באורד נאמינאציעס צום סענאט פאר באשטעטיגונג
*
סענאטאר שעלבי זאגט איבער די בודזשעט פארהאנדלונגען אז מיר זענען נאנטער ווי סיי ווען אבער מיר דארפן נאך האבן דעם פרעזידענט אויף אונזער זייט (לייען: און דערווייל האבן מיר אים נישט..)
עס הייסט אז סענאטארן זענען זיך דורכגעקומען איבער א 4.6 ביליאן היומאניטערישע און זיכערהייט הילף אפמאך ביים גרעניץ
סענאטאר קונס באטראכט צוצולייגן אן אמענדמענט צו די הילפס פעקל וועלכע זאל צוריקדרייען די שניטן אין הילף וועלכע די אדמיניסטראציע האט געמאלדן פאר צענטראל אמעריקאנע לענדער
*
אין קאנגרעס קומט אין די מינוטן פאר די פארהער אונטער פארמאכטע טיהרן פון האופ היקס פארנט פון די יורידישע קאמיטע און ביז דערווייל זענען דעמאקראטן נישט צופרידן פון אירע ענטפערס
לויט די אפמאך וועט היקס ערלויבן די קאנגרעס לייט צו פרעגן איבער סיי וואס אבער זי מעג זיך אנטזאגן פון ענטפערן פראגן איבער איר ראלע און צייט אינעם ווייסן הויז
די אפמאך באדייט אז אנשטאט קאנגרעסלייט זאלן אנהויבן פרעגן איבער יענע צייטן און זי זאל גלייך קלארשטעלן אז מען קען נישט רעדן פון יענע צייט טוען קאנגרעסלייט פרעגן צאללאזע פראגן און אויף די אנווייזונגען פון א ווייסע הויז אדוואקאט וועלכע איז אנוועזנד אין צימער טוט היקס ענטפערן אויף יעדע פראגע באזונדער אז זי קען נישט ענטפערן דערויף
נאדלער האט פריער געזאגט פאר היקס אז אז ער באטראכט איר צוגאנג אלץ אבסורד
*
צו בעסער פארשטיין די שטארקע פאפולאריטעט פון די מעדיקעיר פאר אלע פארשלאג:
צוויי דריטל דעמאקראטן גלויבן אז מענטשן וועלכע זענען געדעקט מיט אינשורענס פלענער דורך זייער ארבעטסגעבער וועלן קענען פארבלייבן מיט זייער ביז איצטיגע פאליסי אויך נאכדעם וואס די מעדיקעיר פאר אלע וועט ווערן איינגעשטעלט
*
סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער זאגט אז דעמאקראטן שטופן אז מען זאל איינשליסן אין די רעגירונג פאנדינג ביל א פראוויזיע וועלכע זאל גיבן די רעכט פאר בירגער פון האנדוראס,על סאלוואדאר און גואטאמאלא צו פארלאגען פון אמעריקא פאר אזיל רעכט און אזוי ארום קענען פארבלייבן אין זייערע היימלענדער אין לויף פון די צייט וואס זייערע אפליקאציעס ווערן באהאנדלט און נישט דארפן מאכן די לאנגע און געפארפולע וועג נאך איידער זיי ווייסן אויב זייערע אפליקאציעס וועלן ווערן באשטעטיגט
(די פראגע איז צו אין אמעריקא וועט מען באשטיטיגן אזיל רעכט פאר אזלעכע וועלכע קענען זיך ערלויבן צו פארבלייבן דערווייל אין זייערע לענדער און שפורן נישט געצוואונגען זאפארט צו אנטלויפן פון די באלדיגע געפארן וועלכע זיי שטייען אויס אויף א טעגליכע פארנעם..)
*
רעפובליקאנער סענאטאר דזשאש האולי גרייט זיך פארצושלאגן א ביל וועלכע זאל אויסשטעלן סאציאלע מידיא פלאטפארמעס צו לייכטער קענען ווערן אנגעקלאגט פאר פאליטישע איינזייטיגקייט
*
ניו יארקער קאנגרעסמאן ווערט די 69'סטע הויז דעמאקראט צו שטיצן אימפיטשמענט
*
א קריגעריי איז אנטשטאנען אין סענאט ווען א געהילף צו סענאטאר שעלבי וועלכע איז דיער פארזיצער פון די סענאט אפראפריעישאנס קאמיטע האט אראנזשירט א פליגער צו נעמען דעם סענאטאר צו די באגרעבעניש צערעמאניע פונעם פארשטארבענעם בענאטאר קאקרעין
דער געהילף האט בלויז געלאזט סענאטאר לעיהי (דער רענקינג דעמאקראט אויפן זעלבן קאמיטע) מיטקומען אויפן זעלבן פליגער טראץ וואס אויך וויקער און א צאל אנדערע סענאטארן אויפן קאמיטע האבן געוואלט מיטקומען אבער זיי האבן אין די ענדע געמוזט נעמען א באזונדערע פליגער
*
אמעריקא ערשט סופערפעק הויבט אן מיט א מאסיווע וויילער רעגיסטראציע אין פלארידא
די אפעראציע איז די אנהויב פון א צוואנציג מיליאן דאלער קאמפיין צו רעגיסטרירן וויילער אין פלארידא, פענסילוועניע, צפון קאראליינע און דזשארדזשיע
*
נעכטן האט טראמפ אפגעהאלטן א פאנדרעיזער אין ארלענדא און היינט קומט פאר א צווייטע אין דארעל פלארידא
לויט די ערווארטונגען פון נעכטן האט געדארפט אריינקומען אין דארעל אמווייניגסטנס פיר מיליאן דאלער אבער היינט הערט מען אז די ציפער איז ארויף צו זעקס מיליאן און לויטן ציילונג האלט מען שוין ביי דרייסיג מיליאן זינט ער האט אפיציעל געמאלדן די קאמפיין
*
דורכאויס די נעכטיגע ראלי איז א טראמפ שטיצער געווארן ארעסטירט פארן ארויסשליידערן א סעלפאון פון א רעפארטער פון זאל
*
ביידען האט ביי אן אוונט פארשפראכן פאר רייכע ביישטייערער אז ער גייט נישט אונטערברענגן די רייכע
*
א פרישע סאפאלק אנקעטע:

ביידען 30.13%
סאנדערס 15.32%
ווארען 9.61%
באטידזשעדזש 9.35%
העריס 8.31%
ארורק 2.34%
בוקער 2.08%
קאסטרא 1.30%
היקענלופער 1.04%
אלע אנדערע אונטער 1%
*
קאונסילפרוי אמענדע עדווארדס איז שטארק גענויגט אריינצוטאנצן אין די פארמעסט אקעגן טעקסאס רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן קארנין
*
סארא סאנדערס און אירע אליאירטע האבן שוין אנגעהויבן מאכן טעלעפאן רופן צו ביישטייערע און רעפובליקאנע אפעראטיוון אין ארקענסאו אין די צייט וואס זי באטראכט צו לויפ פאר גאווערנאר אין די סטעיטאין 2022 למספרם
*
אין קענטאקי איז אנטשטאנען אן ערנסטע שטרייט ווען דער רעפובליקאנער גאווערנאר'ס שטאב הויפט האט אין מאי למספרם באפוילן פאר א געהילף צום ליוטענאנט גאווערנאר צו רעזיגנירן אנגעבליך צוליב נישט טוהן א גוטע ארבעט
די רעזיגנאציע האט געפירט צו א שארפע קעגן רעאקציע פונעם ליוטענאנט גאווערנאר וועלכע האט די וואך ארויסגעלייגט א שארפע סטעיטמענט אקעגן די גאווערנארס אפיס און געווארט אז עס דארף באזארגן אלע איינוואוינער אין די סטעיט אז אן אומערוועלטער פערזאן (בעווין'ס שטאב הויפט קען טיילן באפעלן און איבערפארן סטעיטווייד ערוועלטע באאמטע
די ליוטענאנט גאווערנאר איז אויך א רעפובליקאנע און אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי
געוויסע קלאנגען האבן צירקולירט אז די ארדער איז גאר געקומען פוןנם סענאטאר פון די סטעיט מיטשד מעקאנעל אבער ער האט עס שארף אפגעלייקנט
די גאנצע פאסירונג איז עפעס וואס טוט נישט בענעפיטירן פארן אמטירנדע גאווערנאר שטייענדיג אין סאמע ברען פון זיין ווידערערוויילונג קאמפיין און זיין רעקארד פון זיך נישט דורכקומען מיט סטעיט רעפובליקאנער קומט איצט ווידער צום אויבערפלאך אין א צייט ווען ער מוז האבן א פאראייניגטע פארטיי צו קענען מארשירן צו זיג
*
אין אנדערע קענטאקי נייעס, דזשערי לאנדערגאן וועלכע איז געווען א מעמבער אין די קענטאקי סטעיט הויז און שוין צוויי מאל סערווירט אלץ פארזיצער פון די קענטאקי דעמאקראטישע פארטיי איז שוין אין די פארגאנגנהייט געווען פארמישט אין אויספארשונגען איבער זיין קאמפיין פינאנצן און פעדעראלע פראקורארן האבן זיך אצינד פונדאסניי ארויפגעזעצט אויף אים און ווילן אים מעגליך אנקלאגן איבער אומאויסגעהאלטענע ביישטייערונגען צו א פארמעסט פון זיינס א טאכטער
*
אין ניו יארק אונטערזוכט מען פאר מיזעלס און אין נעבראסקע פאר די ווארע
אין די קאמף אקעגן רויכערן געווירצן וועט א נעבראסקע שולע דיסטריקט דורכפירן רעגלמעסיגע אונטערזוכן (לויט א גורל) סטודענטן פאר ניקאטין
*
איינע פון די איינגעשטעלטע ביי א שלאכט הויז אין מיסיסיפי פלעגט דורכפירן זיין רוטינע אויפגאבע פון ארומטראגן די הינער מיט זיין טרעקל און זיי אויסגעטיילט צו די אלע אפטיילונגען זיי האבן געברויכט אנקומען יענר האט אויך צוזאמגענומען נאסע שאכטלעך און אנדערע געגנשטאנדן וועלכע האבן געדארפט אנקומען אין מיסט
יענער האט זיך געוואנדן צו איינע פון סופערווייזארס אינעם יאטקע פרעגנדיג אויב עס זענען נישט צופעליג פארהאן צוויי ליידיגע פאזיציעס פאר צוויי פון זיינע פריינט
ווען יענער האט נישט געקענט טרעפן אזעלכע שטעלעס האט ער אים ווייטער געשיקט צו א צווייטע סופערווייזאר וועלכע האט יא פונקט געהאט צוויי ליידיגע סלאטס און געפרעגט אויב די צווי אפליקאנטן וועלן קענען זיין יעדן טאג אין צייט ביי די ארבעט
ווען דער אנטווארט איז געווען פאזיטיוו האט דער סופערווייזאר אים געזאגט אז אויב ער קען זאל ער אויסארבעטן זיי צו ברענגן אהער דעם קומענדיגן אינדערפרי אז מען זאל קענען גלייך אנהויבן די ארבעט
דעם קומענדיגן אינדערפרי און אזוי אויך פון יענעם טאג און ווייטער האט ער אלע טאג געגעבן א היטש צו די ארבעט פאר זיינע צוויי פריינט וועלכע האבן אים באצאלט עטליכע גראשן צו דעקן די קאסטן פון די גאז
אלעס איז געפארן פיין ביז יענעם שווארצן פרימארגן ווען אויפן וועג צו די ארבעט האט דער דרייווער אריינגעפארן א שולע באס פארנט פון אים און זיינע צוויי פריינט זענען ביידע אומגעקומען
פאמיליע פון די אומגעקומענע האבן אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן דעם דריווער און אויך אקעגן די שלאכטהויז מיט די ארגומענט אז ווען דער סופערווייזאר האט אים געזאגט דעם ערשטן טאג אז ער זאל זיי ברענגן איז דאס געווען ווי אן ארדער אז טייל פון זיין ארבעט פארן פאבריק איז אז ער דארף צושטעלן די טראנספארטאציע פאר זיי און לויט דעם איז די רייזע יעדן טאג געווען טייל פון די ארבעט און די צוויי פריינט זענען אומגעקומען דורכאויס די ארבעט דורך א פארנאכלעסיגטע ארבעטער און זיי קענען פארלאנגען אנטשעדיגונג פון די ארבעט
די געריכט אין מיסיסיפי האט אבער געגעבן גערעכט פאר די שלאכטהויז וועלכע האט גע'טענה'ט אז זיי האבן קיינמאל נישט באפוילן אז זיי פארלאנגען אז יענער זאל צושטען טעגליך אזא רייזע און די אינצידענט האט גארנישט מיט זיי איינגעלייגט
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן וועלכע האט זיך אנטזאגט עס אויפצונעמען
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2937
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

איצט אפגעליינט די נעכטיגע מיט די היינטיגע ביינעזאם, א ריזיגן יישר כח! געווען דעלישעס עז אלוועיס.

די טעגליכע קאורט קעיסעס איז די טשערי אן די טאפ!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40462
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:איצט אפגעליינט די נעכטיגע מיט די היינטיגע ביינעזאם, א ריזיגן יישר כח! געווען דעלישעס עז אלוועיס.

די טעגליכע קאורט קעיסעס איז די טשערי אן די טאפ!

אנגענעם צו הערן
יישר!
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2344
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

ישר כח זייער געשמאק
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

שקר האט געשריבן:ישר כח זייער געשמאק
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

איש האשכולות האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:ישר כח זייער געשמאק
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

זייער קלאר א גרויסע שכח
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

סוף דבר הכל [הבל] נשמע! יישר כח!
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

א דאנק הבל!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שכוח הכל!

ווי אזוי איז שייך אנצוקלאגן סאציאלע פלאטפארמעס פאר איינזייטיקייט? און בכלל ווער וועט באשליסן אויב די פלאטפארמע איז איינזייטיג? די פאליטישע אפוינטעט אטורני דזשענעראל?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

יישר כח הבל. ווי יעדן טאג זיך באלעקט די פינגער.
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

פינחס האט געשריבן:זייער קלאר א גרויסע שכח
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
וימאןX3
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וימאןX3 »

האלץ האקער האט געשריבן:
פינחס האט געשריבן:זייער קלאר א גרויסע שכח
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7266
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

מעכטיג! שכוח!

כאפ איך נישט וואו מען קלאגט אן סאציאלע מידיע איבער איינזייטיגקייט?? אז דו פילסט יעצט איז איינזייטיק, עפען דיך אן אייגענע! אונז האבן א פוירסט עמענדמענט, ניין?!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

יישר כח פאר די פיינע קאקאש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שכח הבל פאר דיין ארבעט. זייער געשמאק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40462
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאנערשטאג בהעלותך





די קומענדיגע פאראגראפן וואלטן געדארפט פארשלונגען ווערן ערגעץ אראפציה אינעם היינטיגן באריכט דארט וואו ליינער ליינען שוין מיט בלויז איין האלב אפענע אויג אבער צוליב וואס עטליכע האבן מיט רעכט זיך געוואונדערט אויף א נעכטיגע באריכט וועלכע איז טאקע אומפראפעסיאנאל געווארן אריינגעטראסקעט אן געהעריגע ערקלערונג דעריבער זאל די אנטשולדיגונג און ערקלערונג טאקע זיצן דא אויבנאן אז די וועלכע זענען אוועק צומישט זאלן קלארער ווערן
די רעדע איז איבער די ביל וועלכע סענאטאר דזשאש האולי האט נעכטן פארגעשלאגן לייכטער צו מאכן צו קענען אנקלאגן סאציאלע מידיא נעצן וועלכע זענען איינזייטיג און פארטייאיש
געווארפן א באמבע און געגאנגען ווייטער איז וואס מיר האבן נעכטן געטוהן אן זיך רעכענען מיטן פאקט אז אזא שריט פון א קאנסערוואטיווע סענאטאר דארף און ערקלערונג זינט ער וואלט דאך געברויכט זיין א פאן טרעגער פון פרייהייט פון אויסדרוק
עטוואס צו פארלייכטערן די וואונדער וועט מעגליך צינוקומען א שטיקעלע אריינבליק איבער וואס די פארשלאג רעדט זיך
סעקשאן 230 איז א געזעץ וועלכע די רעגירונג האט געשאנקן אויסנאמליכע פריוויליגיעס פאר די גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס
די ביל איז געווארן באשטעטיגט אין 1996 למספרם און פארגעשלאגן דורך דאן קאנגרעסמאן (און היננט סענאטאר) ראן וויידען אינאיינעם מיט קאנגרעסמאן קריס קאקס פון טעקסאס נאך זארג אז צופיל לאוסוטס קענען באגראבן יונגע קלענערע טעק קאמפעניס נאך איידער זיי האבן א פינאנציעלע מעגליכקייט עס צו דערהייבן און אין רעזולטאט שטערט עס פאר נייע פירמעס צו וואקסן און אויסברייטערן די מידיא און קאמיוניקאציע אינדוסטריע
די פעדעראלע האנדלס קאמיסיע שטעלט צו פרעצעדענטלאזע שוץ פאר נייעס און קאמיוניקאציע ריזן אז אין אויסטויש פאר געוויסע מילדע באדינגונגען וועלכע זיי קומען נאך ווערן זיי באשוצט פון קענען ווערן אנגעקלאגט איבער אינהאלט וועלכע קען זיין שעדליך, באשמוצן און באדראען אדער אפילו אין פעלער ווען אומלעגאלע זאכן זענען געווען אפן צום פובליק אריינגערעכנט ווען עס דעקט אויף האנדלס געהיימעניסן און נאך
געוויס איז דא באגרעניצונגען און נישט אלעס איז ערלויבט אבער אפילו אין פעלער ווען זיי ווערן געצוואונגען אראפצונעמען זאכן איז זייער שווער זיי צו קלאגן שפעטער אויף די שאדן וואס איז דערפון ארויסגעקומען
פילייכט איז דא פלאץ פאר קלאגעס אויך אין דעם פעלד אבער די גאר לייכטע ערלויבעניש וועלכע באטראפענע געניסן אנצוקלאגן און פארלאנגען אנטשעדיגונג ווען זיי ווערן געשעדיגט אין אנדערע אינדוסטריעס איז נישט פארהאן אין אט די אינדוסטריע צוליב די אויבנדערמאנטע סעקשאן 230
וואס האולי וויל איז אז די פירמעס זאלן ווייטער קענען געניסן פון אט די געזעץ בלויז אין אויסטויש פאר זיין פאליטיש נייטראל דארט ווי זיי זענען אפיציעל נייטראל לויט ווי דעם איינדרוק וואס זיי פרובירן צו פארקויפן פאר מענטשן א שטייגער ווי נייעס און נאך און אפילו אין עדיטאריעלס זאלן זיי נישט זיין איבעגעהיצט מיט עקסטרעמע איינזייטיגקייט
האולי וויל אז א סופער מאיאריטעט פון 4 פון די 5 מיטגלידער אויפן באורד זאלן מוזן באשטעטיגן א פאליטיש נייטראלע סערטיפיקאט פאר אזעלכע נעצן אין אויסטויש פארן געניסן פון די ספעציעלע רעכטן און ער זאגט אז אויב די רעגירונג גייט ארויס פון איר וועג צוצושטעלן אזלכע ברייטע מאכטן פאר די פירמעס צוזן זיי אויך סערווירן דעם פאלק מיט מער ערליכקייט און באשיידנקייט אפילו אין פאליטיק
די פארלאנג וואלט אפגעשוינט קלענערע זייטלעך און בלויז אפעקטירט פירמעס מיט אמווייניגסטנס 30 מיליאן אקטיווע מאנאטליכע באנוצער און 300 מיליאן באנוצער אין אלגעמיין איבער די וועלט און פארדינט מער פון 500 מיליאן אין גלאבאלע יערליכע איינקונפט
האולי האט נעכטן ארויסגעליגט זיין פארשלאג און וועט איצט ווערן צוגעשיקט צו א קאמיטע פאר אן אפשטימונג (פילייכט צום קאמערץ קאמיטע) און ער זוכט איצט קא ספאנסארס און ער וויל טרעפן דעמאקראטישע שטיצע דערפאר
*
דער קאנאדא פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא וועט זיך היינט טרעפן מיט ספיקער פעלאסי און סענאט מאיאריטעט פירער מעקאנעל און אנדערע פירער אויף קעפיטאל היל נאכפאלגנדיג א באזוך אין ווייסן הויז
*
פוילן פרובירט צו פארוואסערן א פארזוך פון דייטשלאנד'ס מערעל אז די אי יו זאל ווערן שטייפער ווען עס קומט צו עלימינירן גרינהויז גאז עמישאנס
*
א מיטינג קומט איצט פאר אין ווייסן הויז איבער די רעאקציע צו דאס וואס איראן האט נעכטן אראפגעשאסן אן אמעריקאנע דראון
*
דויטשע באנק שטייט אויס פעדעראלע אויספארשונגען איבער אנגעבליכע געלט וואשעריי
*
יו טוב איז אונטער פעדעראלע אויספארשונג איבער אנגעבליכע פארלעצונגען פון קינדער פרייוועסי
*
די סענאט וועט היינט שטימען אויף א ביל וועלכע וועט בלאקירן טראמפ'ס וואפן פארקויף פאר סאודיע אראביע
וועלכע טראמפ וועט דערנאן וועטאאירן און די סענאט וועט מאנגלען אין די נויטיגע צאהל שטימען וואס עס פארלאנגט זיך איבערצודרייען א פרעזידענטליכע וועטא
*
סטיוו מענוטשין און מיק מולוועיני האבן נעכטן פארלאזט די בודזשעט געשפרעכן אן דעם וואס מען זאל זיך דורכקומען אויף א דיעל צווישן די ווייסע הויז און קעפיטאל היל
די צוויי האבן קלארגעשטעלט אז סיקוועסטער (גלייכע שניטן אין אלע אפטיילונגען פון די רעגירונג) איז אראפ פון טיש און נישט קיין רעדע
זיי זאגן אז אויב מען וועט זיך נישט באווייזן צו פאראייניגן אויף א געהעריגע בודזשעט גרייטן זיי זיך פאר אן איין יעריגע בודזשעט פארלענגערונג אויף די ביז איצטיגע שטאפלען און א קורץ טערמיניגע דאך העכערונג פאר בלויז די איין יאר צייט און אז דער פרעזידענט וועט פאר יעדן פרייז פרובירן צו האלטן די רעגירונג אפן
*
די פעדעראלע רעזערוו האט נעכטן געמאלדן אין זייער יער פערטלדיגע באריכט אז אינטרעסט ראטעס וועלן פארבלייבן אומגעטוישט
אבער קלאר געזאגט אז זיי זענען מעגליך גרייט צו מאכן שניטן אין די נאנטע צוקונפט
*
פעדעראלע רעגולאטורן פלאנען לייכטער צו מאכן די פארלאנגען פאר בראודקעסטער צו קענען לופטערן קינדער פראגראמען
*
פרעזידענט טראמפ האט אויפגעוויקלט א פלאן צו ערזעצן פרעזידענט אבאמא'ס ריינע ענערגיע פלאן וועלכע קיינמאל נישט אריין אין קראפט צוליב א 5-4 פארבאט דורכן סופרים קאורט
(יענע אורטייל איז געקומען דורך דעם פארשטאבענעם ריכטער סקאליא הארט איידער זיין טויט)
*
סענאטאר גרעהעם האט אפגעשטופט אן אפשטימונג איבער אן אזיל רעכט ביל צוליב ערנסטע פארהאנדלונגען מיט סענאטאר דורבין און דזשעראד קושנער אויף אן אומפארטייאישע קאמפראמיס
סענאטאר דורבין איבער זיין פארשלאג צו גרעהעם: איך האב מיך געבעהטן צו אים אז ער זאל עס אקצעפטירן
*
נאכן שארפע רעטאריק איבער ספיקער פעלאסי אין די לעצטערע וואכן זאגט איצט פרעזידענט טראמפ אז ער האלט אז זי האט יא קאנטראל אויף איר קאוקוס און אז זי ווייסט וואס זי טוט
*
די סענאט האט נעכטן באשטעטיגט פרישע פיר דיסטריקט ריכטער
מעטיו קאסמעריק פאר צפון טעקסאס מיט 52-46 (קאלינס האט געשטימט ניין)
אלען ווינסאר פאר צפון פלארידא מיט 54-44
דזשעימס קעין פאר מערב ליוזיאנא מיט 77-21
גרעג גווידרי פאר מזרח ליוזיאנא מיט 53-46
די טאטאל פון באשטעטיגטע טראמפ דיסטריקט ריטער האלט ביי אכציג
*
די הויז יורידישע קאמיטע זעצט היינט פאר מיט די פארהערן און אויספארשונגען ארום די מולער רעפארט
די היינטיגע עדות זענען געזעץ פראפעסארן און נאציאנאלע זיכערהייט עקספערטן
*
ביי די פארהער היינט אינדערפרי האט נאדלער אדרעסירט די נעכטיגע פארהער פון האופ היקס
ער האט געפלאנט צו זאגן אז היקס איז געווען איינשטימיג אז די פרעזידענס סטעיטמענט אז ער וואלט אקצעפטירט שמוץ פון אויסלאנד אקעגן פאליטישע אפאנענטן איז פראבלעמאטיש און אז זי האט קלארגעשטעלט אז זי פארשטייט אז דער פרעזידענט איז ערנסאט דערביי ווען ער זאגט אזאנס
למעשה האט נאדלער אויסגעלאזט די אויבנדערמאנטע טראץ וואס עס איז שוין געווען אריינגעשטעלט אין זיינע פארגעשריבענע סטעיטמענט און די אורזאך איז נישט קלאר
*
די קאנגרעס היימלאנד זיכערהייט קאמיטע האלט היינט אפ פארהערן איבער די טרופן וועלכע די פענטאגאן האט צוגעשיקט צו באוואכן די אמעריקאנע גרעניץ מיט מעקסיקא
*
טאקער קארלסאן פון פאקס רעאגירט צו די פרישע פאליסי פון די קאטש נעטווארק אין באצוג צו זייער שטיצע פאר קאנדידאטן זאגנדיג אז עס שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען נישט אויף איין בלאט מיט די קאנסערוואטיוון און זיי זענען טאטאל אין קאגנזאץ צו מערסטנס קאנסערוואטיווע שטעלונגען
*
א פרישע עקסקלוסיווע אינטערוויו וועלכע דער פרעזידענט האט געשאנקן פאר טיים אנהאלט אינטערסאנטע פראזן ווי צום ביישפיל ווען מען האט אים אנגעפרעגט איבער זיינע געפילן און ערווארטונגען צום בעפארשטייענדן ווידערערוויילונג קאמפיין און די געמבל וואס ער נעמט אונטער האט טראמפ געזאגט: מיין גאנצע לעבן איז א וועט"
*
די פרישע סאפאלק אנקעטע אויף די רעפובליקאנע זייט:

טראמפ 90%
העלד 5%
אומבאשלאסן 5%

*
נאך וואס דזשאו ביידען האט אריינשפאצירט אין הייס וואסער מיטן זיך עראינערן מיט נאסטאלגיע צו די צייטן ווען ער האט געארבעט האנט ביי האנט מיט סענאטארן וועלכע האבן געשטיצט אפצוטיילן די אפריקאנע אמעריקאנע געמיינדע
האט ער נעכטן נאכט נאכאמאל דערמאנט דעם זעלבן ספעציפישן סענאטאר ביים פאנדרעיזער אבער דאסמאל נישט אלץ א ביישפיל פון ארבעטן צוזאמען אויף א ציווילע פארנעם נאר ארויסצוברענגן אז ער האט געקעמפט אקעגן זייערע ווירדן
טייל פריימערי קעגנער פון ביידן האבן אים נעכטן דורכאויס דעם טאג אראפגעריסן פאר זיינע באמערקונגען און בוקער האט אים אפילו גערופן זיך צו אנטשולדיגן אבער ביידען האט צוריקגעשאסן אז בוקער זאל זיך גאר אנטשולדיגן פאר אים
דזשים קלייבורן און אנדערע אפריקאנע אמעריקאנע קאנגרעסלייט האבן פארטיידיגט ביידען'ס קאמענטארן און דער איינציגסטער רעפובליקאנער אפריקאנער אמעריקאנער סענאטאר טים סקאט האט געזאגט אז ער איז איבערראשט ווי סענסיטיוו די אטמאספערע איז לעצטנס געווארן איבער ווערטער באנוץ און אויסדרוקן און אז לינקע פליגל האט זיך ארויפגעכאפט אויף ווערטער וועלכע וואלט טאקע נישט געדארפט גענוצט וועגן אין אזא אויסלייג אבער די רעאקציע איבערגעטריבן
ביידען'ס קאמפיין שטאב זענען גראדע די וועלכע דרוקן אויף אויפברויז אויף זייער קאנדידאט ווייל זיי האבן אים זייער קלאר געווארןנט פון פאראויס נישט צו נוצן אזלעכע סענאטארן אלץ ביישפיל ארויסצוברנעגן זיין געדאנק נאר ליבערשט נוצן מקעין פאר אזא ביישפיל אבער ביידען האט זיך אויסגעפיפן אויף זיי
נעכטן ביים פאנדרעיזער האט ביידען זיך באדאנקט פאר שטיצער פארן אים גיבן א געלעגנהייט פארן מיר לאזן שפילן אין דעם קאנטעסט און אז עס גייט זיין זייער געמיין
*
גאווערנאר בולאק נעמט אויף זיין ערשטע מענטש פאר זיין קאמפיין אין ניו העמפשיר
*
קאמפיינס אין אייאווע זעצן פאר זיך אויסצושטאפירן מיט שטאב קומענדיג נענטער און נענטער צו די ערשטע קאוקוסעס אין לאנד
העריס פארשפרעכט צו האבן 65 ארבעטער און ביידען 50 אויף ביז יולי למספרם
די בוקער און ווארען קאמפיינס האבן שוין לאנג א מאסיווע אנוועזנהייט אבער איצט טוען אנדערע קאמפיינס אויך זיך צואיילן אין דעם געביט
פיטע באטידזשעדזש האט געמאלדן אז ער וועט האבן אויפגענומען פרישע 30 אפאראטיוון אויף ביז ענדע מאנאט למספרם
*
קארי בוקער האט געמאלדן אז ער וועט באפרייען 17000 אעסטאנטן וועלכע זיצן אין טורמע פאר דראג פארבינדעטע אבער נישט קיין ווילדע פארברעכן אינעם ערשטן טאג פון זיין אדמיניסטראציע
קאמאלא העריס באוקמט איר ערשטע קאגרעסיאנאלע אינדארסירונג פון אויסער איר סטעיט דעלעגאציע ווען קאנגרעסמאן על גרין האט היינט צוגעווארפן זיין שטיצע פאר איר קאנדידאטור
*
א געוועזענע געהילף צו ניו העמפשיר סענאטארשע מעגי העסען (ד) פאראורטיילט אויף פיר יאר אין פארבינדונג צו די א קעיס פון א פרואוו צו זוכן שמוץ און ליעקן אינפארמאציע אקעגן רעפובליקאנע סענאטארן דורכאויס די ברעט קעווענאו פארהערן אינעם סענאט
אויך א צווייטע שטאב מיטגליד אירע איז געווארן ארעסטירט אינעם זעלבן סקאנדאל
*
אין קווינס איז דזשאן רייען דער עקטינג דיסטריקט אטוירני נאך וואס דער דיסטריקט אטוירני ריטשארד בראון האט אפגעטראטן נאך 28 יאר אין אמט! פון אמט צוליב געזונטהייט אורזאכן
רייען וועט ענדיגן אויסדינען דעם איצטיגן טערמין ביז די נאווערמבער 5 למספרם וואלן
א העפטיגע פריימערי אויף די דעמאקראטישע זייט קומט פאר און די וואלן וועלן ווערן אפגעהאלטן אום יוני 25 למספרם און די איינע פון די קאנדידאטן וועלכע שיילן זיך ארויס צו געניסן פון שטארקע שטיצע איז א לאטינא 31 יעריגע פרוי טיפאני קעבען זי איז געווארן אינארסירט דורך די ניו יארק טיימס אבער שטארק געארבעט צו באקומען די שטיצע פון די לינקע פרעזידענט קאנדידאטן
עליזאבעט ווארען איז געווען די ערשטע פראמינענטע קאנדידאט צוצוטיילן איר שטיצע און בערני סאנדערס האט קורצליך דערנאך מוסיף געווען מדילי' כבערני ועוד לקרא נישט צו בלייבן אונטערשטעליג אין די קאנקורענץ צווישן אים און ווארען צווישן ליבעראלע וויילער
קעבען פארמעסט זיך מיט קווינס בארא פרעזידענט מאלינדא כ"ץ און סיטי קאונסילמאן רארי לאנקמאן וועלכע זענען ביידע קאריערע פאליטיקאנטן
דער אמטירנדער קאנגרעסמאן גרעגארי מיעקס האט שוין געלאזט הערן זיין אויפברויז איבער די היי פראפיל אינדארסירונגען זאגנדיג: איך האב געזעהן אז ווארען און סאנדערס האבן באשלאסן צו ווערן פארמישט אין די דיסטריקט אטוירני פארמעסט אבער ווי עס שיינט האבן זיי זיך נישט דורכגערעדט מיט די לאקאלע געמיינדע פירער און ערוועלט באאמטע איידער זיי טוען דאס
קעבען קומט פון גאר לינקס און פארשפרעכט אויפצוהערן די קלאגעס איבער אומווירדיגע פארברעכן און וועט אויך רעקאמענדירן אקעגן פארלאנגען בעיל אויסלייז געלט פאר פולע ארעסטאנאטן
איר אפיס וועט אויך אין מערסטנס פעלער זיך נישדט קעגנשטעלן אקעגן פאראל אבער זי אנערקענט אז אפיס איז בלויז אין א רעקאמענדאציע פאזיציע אויף די פראגע און די לעצטע ווארט איז ביים פאראל באורד וועלכע באשליסט די פראגע אויף א קעיס ביי קעיס סיסטעם
*
אין די לעצטע דריי מאנאטן זענען שוין צוויי בריות משונות זענען ערמארדעט געווארן אינעם זעלבן געגנט אין וואשינגטאן די סי
*
די דזשארדזשיע סופרים קאורט האט היינט אויסגעהערט די ארגומענטן פון די ACLU אקעגן פאליצייאישע צוטריט צו אויטא סודות
יא, אייער באליבטע קארעלע ווייסט פיל מער איבער אייך ווי איר קלערט, איר שווארצע קעסטל זאמלט אינפארמאציע איבער איבערלא ווי איר זענט געפארן, אלע ווידעא רעקארדירונגען פון אינווייניג אין די אויטא, טעלעפאנישע געשפרעכן און די מוזיק וועלכע איר הערט און פיל נאך
די פאליציי האלט זיך נישט אפ פון באנוצן דערמיט ווען זיי גלייבן אז זיי האבן אן אורזאך צו יענעם פארדעכטיגן אין א פארברעך ווייל לויט א 1925 למספרם סופרים קאורט אורטייל קענען די פאליציי אונטערזוכן און אויטא אין פאל זיי האבן ערנסטע פארדאכטן איבער פארברעכן און דארפן נישט האבן קיין סוירטש ווארענט וועלכע פאדערט זיך ביים אבאלאווירן היימען
די פראבלעם איז אז די אלטע טראדיציאנאלע געזעצן דעקן נישט די נאכאנאנדע טעכנאלאגישע אויפשטייג וועלכע ברענגט אויף אן א צאל פראגן ווי אזוי די פאליציי מעג האנדלען אין אזעלכע פעלער
פארשטייט זיך אז ווילאנג די אלע פראגן מאכן זייער וועג לענגארויס די יורידישע סיסטעם זענען די פאליציי אלץ פושט די איבעי' לויט זייערע אינטערעסן און עס בלייבט פאר די פרייהייט אקטיוויסטן זיך אויסצושלאגן אין געריכט יעדע מאל באזונדער
אזוי שפעט ווי אין 2014 למספרם האט די סופרים קאורט געאורטיילט אז מען דארף א ווארענט אריינצוקוקן אין יענעם'ס סעלפאן און ערשט אום יוני פון 2018 למספרם האט די סופרים קאורט געזאגט די זעלבע לגבי איבער נאכגיין סעלפאן לאקאציע דאטא
איצט איז די פראגע אויב די רעכט נישט צו דארפן האבן קיין ווארענט איז נאר צו אונטערזוכן פיזישע איהאלט פון יענעמ'ס קאר אדער אויך איבער די טעכנאלאגישע געהיימעניסן וועלכע ליגן פארשטעקט אין איר דאטא
סיסטעם
*
די סופרים קאורט האט איצט געמאלדן אז אין צוגאב צו די אורטיילן ארויסגעלייגט היינט אינדערפרי וועט מארגן קומען פרישע אורטיילן
*
אין אוגוסט 2018 למספרם האט די עלפטע סירקוט קאורט וועלכע דעקט אלאבאמא באשטעטיגט אן אורטייל פון א דיסטריקט ריכטער אז א פארבאט וועלכע די סטעיט האט צו יענע צייט ארויפגעשטעלט אויף רציחה (נישט די גאר לעצטיגע כמעט פולשטענדיגע פארבאט) איז נישט אויסגעהאלטן
די סטעיט האט דאן פארבאטן א געוויסע רציחה מעטאג וועלכע איז טעכניש כמעט די איינציגסטע רציחה מיטל וועלכע איז צוגענגליך דורכאויס א געוויסע צייט אפשניט און די פארבאט וואלט פארמיטן גאר סאך רציחות פון ווערן אויסגעפירט אבער די קרייז געריכט האט עס נישט דורכגעלאזט באזירט אויף פריערדיגע סופרים קאורט אורטיילן אין שטיצע צו ערלויבן רציחה
איינע פון די ריכטער האט אפילו אריינגעקוט אינעם אורטייל אז בלויז די סופרים קאורט פרעצעדענט איז געשטאנען אין וועג פארן געריכט און אויב וואלט ער געהאט א זיץ אויפן סופרים קאורט וואלט ער יא ערלויבט די געזעץ פאראויסצוגיין און צוריקגעדרייט די גאנצע סופרים קאורט פרא רציחה געזעץ אבער אינעפ אפעלאט געריכט מוז ער אורטיילן אין איינקלאנג מיט סופרים קאורט פרעצעדענט אפגעזעהן וויפיל עס שמעקט אים דאס צו טוהן
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט און 21 סטעיטס רופן די קאורט אנצונעמען די קעיס
די סופרים קאורט האט אבער פאר וואכן לאנג געהאלטן אין איין אפשטופן די קעיס און עס ניטאמאל באהאנדלט אבער היינט דאנערשטאג וועלן די ריכטער ענדליך באהאנדלען די קעיס ביי זייער פריוואטע קאנפרענץ און מעגליך מעלדן קומענדיגע מאנטאג אויב זיי אקצעפטירן די קעיס
*
פאלגענד איז אונזערס א באריכט פון א צייט צוריק
ביים ענדע פון די באריכט איז דא אן ענדע און עפילאג ווי אזוי די קעיס האט זיך געענדיגט היינט אינדערפרי אין סופרים קאורט
דורכאויס די 2009 למספרם פריימערי פארמעסט פון די ווארקינג פעמילי פארטיי אין טראי ניו יארק האבן א רייע אינווידועלן געפעלשט אונטערשריפטן אויף עבסענטי בעלאט אפליקאציעס אין א פארזוך צו באאיינפלוסן די אויסגאנג פון די פריימערי
זיי האבן אריינגעגעבן די דאקומענטן צו די קאונטי עלעקשאן קאמישאנער עדווארד מעקדאנאו וועלכע האט דערנאך באשטעטיגט די אפליקאציעס
מעקדאנאו האט אבער שפעטער געלייקנט אז ער זאל האבן געווען באוואוסטזיניג איבער די פאלשע אונטערשריפטן
ווען די סקאנדאל איז געווארן אויפגעדעקט האט די סטעיט געריכט באשטימט א יואל סמיט אלץ א ספעציעלע דיסטריקט פראקוראר אויסצופארשן און אנקלאגן די וועלכע זענען געווען פארמישט דערין
מעקדאנאו טענה'ט אז סמיט איז האט גענומען פאר א מיסיע אים אריינצולייגן אין פעקל און אים פארוואנדלען אינעם קרבן אלץ דער הויפט פאראנטווארטליכער אינעם סקאנגאל אין די צייט וואס ער איז גאר געווען גענצליך אומשולדיג
לויט מעקדאנאו האט סמיט קלאר געוואוסט אז ער איז ריין פון יעדע שולד אבער סמיט האט פאבריצירט באווייזן אין פארעם פון פאלשע אפידעיוויטס און עדות'שאפט ווי אויך די באנוץ פון א רייע צווייפלהאפטיגע די ען עי מעטאדן אים צו באשמוצן
די פראצעס איבער מעקדאנאו האט זיך געענדיגט אין א מיסטרייעל און דאן געגאנגען צו א פרישע פראצעס וועלכע האט זיך געענדיגט אום דעצעמבער 21 2012 למספרם אין וועלכע מעקדאנאו איז ארויס גענצליך ריינגעוואשן
דעצעמבער 18 2015 למספרם האט מעקדאנאו אריינגעטראגן אן אנקלאגע באשולדיגנדיג סמיט און די אנדערע אנגעקלאגטע וועלכע האבן קאלאבארירט מיט סמיט צו זאגן פאלש עדות אין פארלעצן זיינע רעכטן מיט פאבריצירן פאלשע עדות און עס נוצן אקעגן אים פארנט פון א גרענד דזשורי דורכאויס די צוויי פראצעסן
די אנגעקלאגטע האבן געפיילט א מאושען אז מען זאל ארויסווארפן די קעיס און צווישן אנדערן געשריבן אז מעקדאנאו האט זיך ערוועקט צו שפעט און ער איז געווען באוואוסטזיניג איבער די אומאויסגעהאלטנקייט פון די עדות שוין פאר איבער דריי יאר איידער ער האט אריינגעגעבן זיין קלאגע און אלץ רעזולטאט איז שוין אפגעלאפן די סטעטשו אף לימיטעישאנס וועלכע אין אזא פאל איז דריי יאר (דהיינו, אז אויב דו קלאגסט נישט אין די דריי יאר פארלירסטו דיין רעכט צו קלאגן)
די דיסטריקט קאורט האט אקצעפטירט די ארגומענט און טאקע ארויסגעווארפן די מעקדאנאו קעיס באזירט אויף די סטעטשו אף לימיטעישאן
די צווייטע סירקוט קאורט אף אפיעלס האט אויך באשטעטיגט די זעלבע ווי די דיסטריקט קאורט און די קעיס האט ווידער אריינגעהויבן א פארלוסט
איצט, אויב האט איר געליינט די אויבנדערמאנטע באריכט מיט פארזיכטיגקייט איז מעגליך אז איר האט אויפגעפאסט די כראנאלאגיע פון די דאטומען פון דעצעמבער 21 2012 ווען מעקדאנאו איז געווארן ענדגילטיג ריינגעוואשן ביז דעצעמבער 18 2015 ווען ער האט אריינגעטראגן זיין קאנטער קלאגע
אויב איר קוקט אויפן קאלענדאר קומט עס אויס הארט "אונטער דריי יאר" פונעם שליסונג פון זיין פראצעס ביז זיין קעגן קלאגע
נו, אויב אזוי וואס איז די סטעטשו אף לימיטעישאנס ארגומענט?!
אה, איר פרעגט גוט, אבער די צווייטע סירקוט שרייבט אז באזירט אויף פרעצעדענט אין זייער געריכט הויבט די דריי יאר פעריאד אן צו לויפן ווי נאר די קלעגער (מעקדאנאו אין אונזער פאל) ווערט באוואוסטזיניג פון די פארלעצונגען וואס ווערט באגאנגען אקעגן אים און אין די איצטיגע פאל האט שוין מעקדאנאו געוואוסט דערפון אין לויף פון זיין פראצעס און טאקע עס גענוצט איבערצוצייגן זיין אומשולד
דעריבער שרייבן די ריכטער אז צוריקגייענדיג צו יענע טעג קומט אויס אז די דריי יאר האבן זיך אנגעהויבן היבש פריער ווי דעצעמבער 21 2012 און לויט דעם זענען די דריי יאר שוין געווען פארביי ביים אנקום פון דעצעמבער 18 2015
די געריכט האט אבער אנערקענט אז די דריטע, ניינטע און צענטע סירקוטס האבן אלע געאורטיילט אנדערש רעכענענדיג די סטעטשו אף לימיטעישאנס פונעם ענדע פונעם פראצעס אבער זיי האלטן זיך ביי דאס זייעריגע
מיט עטליכע טעג צוריק האט די סופרים קאורט באוויליגט אויפצונעמען די קעיס
היינט אינדערפרי האט די געריכט געאורטיילט אקעגן סמיט
די אורטייל איז געווארן געשריבן דורך ריכטער סאטאמיאר און געשטיצט דורך ריכטער ראבערטס, גינזבורג, ברייער, אליטא און קעווענאו
א קעגן אורטייל איז געווארן געשריבן דורך ריכטער טאמאס מיט די שטיצע פון ריכטער גארסוטש און קעיגען
*
פאלגענד איז אונזערס א באריכט פון א צייט צוריק
ביים ענדע פון די באריכט איז דא אן ענדע אין עפילאג ווי אזוי די קעיס האט זיך געענדיגט היינט אינדערפרי אין סופרים קאורט

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט אריינצוקוקן אין א קעיס איבער רעגירונגס ראלע אין רעליגיע
די רעדע איז איבער א ריזן שתי וערב מאנומענט וועלכע איז געבויעט געווארן אום 1925 למספרם און שטייט אינמיטן פון א פארנומענע אינטערסעקשאן אין מערילענד און דארף זיין א געדענקמאל פאר צווייטע וועלט קריג סאלדאטן וועלכע האבן דארט געוואוינט און זייערע נעמען פיגורירן אויפן צעמענטענעם סטרוקטור
די געדענקמאל ווערט פרעזעווירט און דורך די ארטיגע רעגירונג און די מעינטענענס קאסט אפ פאר שטייערצאלער יערליך טראץ וואס די מאנומענט איז א רעליגיעזע סימבאל
די פראגע וואס די דיסטריקט האט באהאנדלט איז געווען אויב מען באטראכט עס בעיקר אלץ א רעליגיעזע מאנומענט אדער מער אלץ א געדענקמאל פארן די סאלדאטן
די קלאגע איז געברענגט געווארן דורך אן עטאיסטישע גרופע באזירט אין וואשינגטאן און זיי אנערקענען אין געריכט אז די מאנומענט איז אויף פאר א מעסעדזש פון פרידן און צו געדענקן די סאלדאטן אבער באקלאגן זיך אז די רעליגיעזע מעסעדזש דערפון איז פיל שטארקער און נאך וואס א דיסטריקט ריכטער האט אין 2016 למספרם נישט אנגענומען די טענה האט די אפעלאט געריכט אין 2017 למספרם עס יא אנגענומען מיטן אויסנאם פונעם הויפט ריכטער וועלכע איז טיילווייז אומאיינשטימיג
ביי איין פאל דורכאויס די ארעל ארגומענטס איז געווען א רעדע פון אן פארשטענדעניש צו לאזן די סטרוקטור און באזייטיגן די ערב טייל..
די מונדליכע ארגומענטן זענען געווען גאר אינטערסאנט מיטצוהאלטן
די פראגע פון רעליגיע און רעגירונג איז פון די מערסט צומישטע פאר לאנגע יארן און ווערט מער קאמפליצירט מיט וואס א יאר עס גייט פארביי
די ערשיינונג פון מער סעקולארע ווינטן און צוגאב צו פולע מינאריטעט רעליגיעס שטאלפערן זיך אן אין די היסטארישע פארגאנגנהייט אין אמעריקא ווען א מאיאריטעט בירגער זענען געווען רעליגיעזע קריסטן
די מאנומענטן און אפצייכענונגען איבעראל וועלכע האט אמאל נישט געצויגן קיין קלאגעס זייענדיג טייל פון די נארמע אין לאנד שיילן זיך מער און מער ארויס אלץ א פראבלעם צו גרויס צו באהאנדלען פאר די אמעריקאנע אטעאיסטן צוליב וואס אויסצורייסן יעדע שם ושארית פון די אמונות טפילות פון זייערע עלטערן איז א דבר שכמעט אין להם סוף
די נידריגע געריכטן זענען שרעקליך צומישט וואס צו ערלויבן צו פארבלייבן און וואס צו שענקן א גרינע ליכט צו עלימינירן
ארלינגטאן סעמעטערי איז אנגעפיקעוועט מיט צלמים און איז בלויז איין ביישפיל ווי אפילו די נישט גלויביגע זאגן אז דארט קען מען נישט טשעפען
א גאנצע רייע מיט דקות'דיגע צווישנשיידן ווערן ארויסגעלייגט איבער ווי הויך און בולט די סימבאלן מעגן זיין און אויב עס שליסט איין א מזכרת פאר געפאלענע סאלדאטן אדער קאמיוניטי העלדן צו עס טוט מחפה זיין אויף די רעליגיעזע סימבאלן
אויב מען גייט בתר עיקר הכוונה ביים ארויפציען די סלופעס אדער מען דארף קוקן אויף די געפיל וואס זי גיבט פאר אירע פארבייגייער
די צומישעניש אין די געריכטן קומט טריקלד דאון פון גאנץ אויבן אין סופרים קאורט וועלכע האט אין לויף פון די יארן ארויסגעוויזן נישט ווייניג צופארעניש אויף די טעמע מיט אורטיילן אין אלע ריכטונגען אנע קלארע ליניע
אפיציעל איז די געריכט סטאנדארט פאר לאנגע יארן אז עס זענען פארהאן דריי באדינגונגען וועלכע די רעגירונג מוז באטראכטן יעדע רעגירונגס אקט וועלכע זי אינדארסירט/פינאנצירט ו פארזיכערן אז עס פארלעצט נישט די פארבאט פון די רעגירונג צו שטיצן רעליגיע
די ארגומענט אין געריכט איז געווען פילפארביג ווען טראץ וואס עס האט געשיינט ווי די געריכט וועט עווענטועל אורטיילן אין שטיצע פונעם מערילענד קרייץ מאנומענט איז זייער אומקלאר ווי פונדאמענטאל די אורטייל וועט זיין און אויב עס וועט אויסקלארן א רייע אנדערע ענליכע לעגאלע קריגערייען אדער גאר אנזייען מער צומישעניש
צווישן די קאנסערוואטיוון אליין האט ארויסגעשיינט שפאלטן ווען גארסוטש האט געצייגט מעגליכע אפעטיט פטור צו ווערן אינגאנצן און ארויסווארפן די סטאנדארט סופרים קאורט אורטייל וועלכע צעמענטירט די דריי באדינגונגען וועלכע די רעגירונג מוז באטראכטן יעדע רעגירונגס אקט וועלכע זי אינדארסירט/פינאנצירט פארזיכערן אז עס פארלעצט נישט די פארבאט פון די רעגירונג צו שטיצן רעליגיע
גארסוטש וואלט מעגליך געטוישט די פארשריפן וועלכע ווערן באטראכט ווי אלטמאדיש און נישט צוגענגליך צו די היינטיגע עפאכע ווען עס איז זייער שווער זיך צוצושטעלן צו יענע דריי תנאים אין ליכט פון די פארמערטע אנקלאגעס וועלכע באנוצן זיך מיט יענע תנאים (אנדערש ווי אמאל ווען מען האט נישט געזוכט צו נוצן יענע געזעץ און דערמיט זיך ארויפכאפן אויף די מינדעסטע רעגירונג פארמישטע אקטיוויטעטן אנבאלאנגט רעליגיע) און רעפארמירן די כללים וועלכע רופט די רעגירונג צו אוועקשטיין פון רעליגיע צו א מער מאדערנע און געצוימע פארנעם צוגעפאסט צו די היינטיגע עפאכע
קעווענאו האט אבער נישט אויסגעקוקט אזוי וויליג צו נעמען יענעם שטראז נאר געדרוקט אויפן אדוואקאט צו ארויסהאבן ווי אזוי מען קען לעגאליזירן דעם סטאטוע אין איינקלאנג מיט די דריי תנאים
אריבער אויף די אנדערע זייט האבן אויך די ליבעראלע ריכטער אויסגעזעהן נישט אלע פאראייניגט און ריכטער ברייער האט פרובירט צו אויסקלארן אויב מען קען פונאנדעשיידן צווישן אלטע מאנומענטן וועלכע שטייען שוין פאר לאנגע יארן און עס לאזן בשב ואל תעשה און גלייכצייטיג פארבאטן גענוי די זעלבע סארט געדענקמאלן פון ווערן פריש ארויפגעצויגן
היינט אינדערפרי האט די געריכט געאורטיילט אז די סלופע קען בלייבן שטיין
די אורטייל איז געווארן געשריבן דורך ריכטער אליטא
טייל פון די אורטייל איז געווארן געשטיצט דורך ריכטער ראבערטס, ברייער, קעיגען און קעווענאו
אן אנדערע טייל האט געהאט די שטיצע פון אלע דריי אובנדערמאנטע אויסער קעיגען
אויף יענע טייל האט קעיגען געשריבן
אויסער דעם האבן קעיגען, קעווענאו, גארסוטש און טאמאס געשריבן באזונדערע ענליכע מיינונגען וואו יעדער שמועסט אויס די אייגענע שטעלונגען אין די דקות'דיגע פראגן און יעדער האט אפילו באקומען שטיצע פון קאלעגע ריכטער אויף טייל דערפון
די קעגן אורטייל צום עצם פסק איז געשריבן עווארן דורך ריכטערין גינזבורג און געווארן געשטיצט דורך ריכטערין סאטאמיאר
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2344
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

WOW WONDERFUL
א גרויסע ישר כח @הבל
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

WOW

ווילאנג נעמט צי שרייבן אזא באריכט?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ש'כח
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

יעצט אפגעליינט, א ריזיגע שכח פאר דיין ארבעט!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”