א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 10:39 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
ביטע לאזן דעם אשכול אלס דעבאטע פרייע זאנע!

ייש"כ.

אקעי, אנטשולדיגט.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 10:55 pm

היכי תמצא האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
ביטע לאזן דעם אשכול אלס דעבאטע פרייע זאנע!

ייש"כ.

אקעי, אנטשולדיגט.

viewtopic.php?p=3067399#p3067399
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 11:31 am

דאנערשטאג לך



10 טויזנט ארבעטער, מיטגלידער פון די יונייטעד אוטא ארבעטער יוניאן וועלכע ארבעטן פאר א פראמינענטע מאניופעקטשורער פון ריזיגע אגרי קולטור טראקטארן און מאשינעריע זענען די נאכט געגאנגען אויף סטרייק נאך וואס געשפרעכן מיט די פירמע צו העכערן זייער געהאלט מיט 5% זענען געווען פרוכטלאז
די יוניאן וועט באצאהלן פאר אלע ארבעטער 275 דאלער פער וואך אזוי לאנג ווי די סטרייק האלט אן

*

סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער לאזט וויסן אז קומענדיגע מיטוואך וועט די סענאט שטימען אין די ערשטע פראצעדוראלע אפשטימונג אויף די איבערגעמאכטע וואל רעפארם ביל
די ביל וועט מוזן האבן 60 שטימען צו ווערן באשטעטיגט און דערווייל האט מען נישט געהערט איבער פארפליכטעטע רעפובליקאנע שטיצע
ער באשטעטיגט אויך אז מענשין וועלכע שטיצט די ביל איז געווען אין געשפרעכן מיט רעפובליקאנער איבער דעם און אז זיי מוזן קומען צום טיש פארהאנדלען

*

דעמאקראטישע קאנגרעסמאן פון ניו דזשערסי פרענק פעלאן וויקלט אויף א ביל וועלכע וויל איבערקלערן צו סעקשאן 230 וועלכע באשוצט אויף סאושעל מידיא ריזן זאל פארבלייבן אין פלאץ

*
א ווארטזאגער פאר סענאטארשע סינעמא גיבט איבער אז די סענאטארשע האט די וואך אפגעהאלטן עטליכע טעלעפאן געשפרעכן מיט פרעזידענט ביידען און זיינע געהילפן און אזוי אויך מיט שומער'ס געהילפן און אנדערע סענאט און הויז קאלעגן איבער די בודזשעלוציע

*

איינע פון די מערערע דיפערענצן אינערהאלב די דעמאקראטישע קאקוס איבער ווי אזוי צו דיעטירן די פעטע 3.5 טריליאן דאלער בודזשעלוציע ווערט אצינד מער שארפער און דאסמאל אויפן העלטקעיר פראנט ווען קאנגרעס פירער זוכן צו פריאריטיזירן צו פארפליישיגן אבאמאקעיר און אויסברייטערן די צאהל מענטשן וועלכע געניסן פון מעדיקעיד בעת וואס סענדערס און דזשעיפאל שטעלן א פיס אז מעדיקעיר דענטאל און אנדערע בענעפיטן איז וויכטיגער און זענען נישט גרייט צו פארהאנדלען איבער דעם

*

א צווייטע שלאכט איבער די פיינפולע בודזשעלוציע דיעטע קומט פאר איבער די קאנגרעס ווערסיע פון באצאהלטע פאמיליע אורלויב ווען סענאט דעמאקראטן זוכן צו שניידן די 494 ביליאן דאלער פארגעשלאגן דורכן הויז צו 300 ביליאן אבער הויז דעמאקראטן ווארענען אז אזא שארפע שניט וועט רעדוצירן די פראגראם'ס אפעקטיווקייט

*
אויך הערט מען אז איינע פון די מעגליכע שניטן וועט זיין 300 ביליאן דאלער וועלכע האט געזאלט גיין פאר נייע עפארדעבל האוזינג פראיעקטן און נייע הייזער שטייער קרעדיטס

*

מעסיגע דעמאקראט קאנגרעסמאן סלאטקין אנערקענט אז מען רוקט זיך נענטער צו די קומענדיגע חובות דאך קריזיס זאגנדיג אז עס איז נישט וואס זי בעפארצוגט

*
טראמפ האט אריינגערופן צו א בענאן ראלי אינדרויסן פון ריטשמאנד ווירדזשיניע זאגנדיג אז ער וויל עווענטועל זיך טרעפן פערזענליך מיט שטיצער און אויסגעלויבט דעם גאווערנאר קאנדידאט גלען יאנגקין און אויסגעפירט אז ער האפט אז יאנגקין מאכט עס און אז ער וועט אויסגראדן זאכן אין די סטעיט מיטן נידערן שטייערן און טוהן אלעס וואס מיר ווילן אז א גאווערנאר זאל טוהן

*

לויט א דאטא פראגרעס אנקעטע האבן 70% דעמאקראטישע פריימערי וויילער אין אריזאנא א נעגאטיווע בליק אויף סענאטארשע קירסטען סינעמא
און אז זי וואלט פארלוירן אין א פריימערי אקעגן קאנגרעסמאן גרעג סטענטאן אדער ראובן גאלעגא און אפילו אקעגן א קאנדיאט בלי שם

*


א באקאנטע דזשורנאליסט וועלכע האט מיט עטליכע יאר צוריק אפגעהאלטן אן אינטערוויו מיט סופרים קאורט ריכטערין גינבורג ערשיינט אין די טעג מיט א נייע בוך און זי דעקט אויף אז זי האט ארויסגעשניטן א טייל פון די אינטערוויו ווען עס איז געווארן געלופטערט אויף די מידיא

די פארמעקטע טייל איז איצט געווארן ארויסגעגעבן און מען הערט גינזבורג ווערן געפרעגט איבער איר בליק אויף דאס קניען פון טייל פראמינענטע ספארטלער ביים שפילן די נאציאנאלע הימנע דורכאויס די שפילן

גינזבורג באצייכנט עס אראגאנט און זינלאז, זי זאגט אז געוויסע איז נישטא קיין געזעץ וועלכע פארבאט מענטשן צו באגיין נארשיקייטן אבער עס איז א חוצפה פון זיי צו קניען אין פראטעסט צו א לאנד וועלכע האט געגעבן א דאך איבערן קאפ פאר זייערע עלטערן און אור עלטערן

די שרייבערין ברענגט ארויס אז זי האט פארמעקט יענע שטיקל צוליב איר לאיאליטעט צום ריכטערין און וואוסנדיג אז זי האט א איז א קעמפערין פאר ראסע יוסטיץ וואלטן אזעלכע קאמענטארן וואטן אויפגעטריבן קאנטערווערסיע און איר געשטעלט אין א טונקעלן ליכט

זי זאגט אויך אז א טאג נאך די אינטערוויו האט די סופרים קאורט ווארטזאגער איר אנגערופן (אין א דעמעדזש קאנטראל מיסיע) און געזאגט אז די ריכטערין האט נישט קלאר פארשטאנען די פראגע

זי זאגט אז זי האט געשפירט קאנפליקטעד מיט אזא באהויפטונג ((זי האט עס נישט לייכט אפגעקויפט) אבער עווענטועל האט י עס אדאפטירט און ארויסגעשניטן

*

אלץ עס איז געווען אוונט צייט אום יונואר 2014 למספרם אין ברוקלין ניו יארק ווען ביי די טאמפסאן'ס האט מען זיך געגרייט צו גיין צולייגן פאר די נאכט און די שטילקייט איז געווארן איבערגעריסן דורך א קלאפ אין טיהר, לערי טאמפסאן איז צוגעגאנגען עפענען און זיך דערזעהן פארנט פון פאליציי אפיצירן וועלכע האבן פארלאנגט איינטריט צו קענען אונטערזוכן זיין טאכטער וועלכע איז געבוירן איין וואך פריער נאך וואס עימיצער האט אריינגערופן מיט א פאלשע באשולדיגונג איבער אביוזן דאס פיצל, אבער לערי האט זיי קלארגעשטעלט אז אן קיין געריכטליכע ווארענט קומט קיינער נישט אריין

די אפיצירן האבן זיך אריינבאקומען אין זיין היים מיט מאכט און האבן אים דארט געקייטלט און ארעסטירט אין די צייט וואס די אנדערע אפיצירן האבן אונטערזוכט דאס קינד און נישט געפונען סיי וואס פארדעכטיגט און דערנאך גענומען דאס קינד אין שפיטאל ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט די זעלבע

ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט איז עס געווען טאמפסאן'ס א שוועגערין וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן ביי אים אינדערהיים צוליב גייסטישע שוועריגקייטן מיט וועלכע זי מוטשעט זיך און זי האט באמערקט אויסשלאגן אויפן קינד און האט אלארמירט די פאליציי איבער מעגליכע אביוז אבער עווענטועל האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האנדלט זיך פון א געווענליכע אויסשלאג וועלכע איז מצוי ביי ניי געבוירענע

דער אפיציר וועלכע האט אינוואדירט די אפארטמענט איז געווען פעיגעל קלארק און ער האט פאלש באשולדיגט אז לערי האט זיך אויפגעפירט ווילד און זיך נישט געלאזט ארעסטירן און געשטערט א רעגירונג אויספארשונג פירנדיג צו זיין ווערן אריינגעשליידערט אין טורמע וואו ער האט געשמאכטעט פאר צוויי טאג און געווארן אנגעקלאגט מיט צוויי קלאגעס איבער ווילדע אויפפירונג און צורקווייזן ארעסט


טאמפסאן האט געקעמפט אקעגן די קלאגעס און נאך עטליכע מאנאטן האבן די פראקורארן ארויסגעצויגן די קלאגעס אן אנגעבן אן ערקלערונג מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר

טאמפסאן, אן אפריקאנע אמעריקאנער, האט אריינגעטראגן א קלאגע אז מען האט אים פארהאלטן אן קיין ווארשיינליכע באווייז אויף סיי וועלכע פארלעצונג און איז אין פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט און פארלאנגט אז לויט די געזעץ אין סעקשאן 1983 קען ער פארלאנגען אנטשעדיגונג פאר קאנסטיטוציאנאלע פארלעצונגען באגאנגען דורך סטעיט און לאקאלע אויטאריטעטן

די קעיס איז צו א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער וועלכע האט געאורטיילט אין שטיצע פון די סטעיט שרייבנדיג אז לויט די צווייטע סירקוט'ס פרעצעדענט (אונטער וועמענס יוריסדיקציע ניו יארק געפונט זיך) טוט סעקשאן 1983 בארעכטיגן אנטשעדיגונג בלויז אין פעלער ווען די אנקלאגע ענדיגט זיך אין א וועג "וועלכע דעמאנסטרירט די אומשולד פונעם אנגעקלאגטן" און דערמיט אז מען האט אים נישט געמעגט פארהאלטן אבער אין אונזער פאל האט די סטעיט גלייך ארויסגעצויגן די קלאגע און עס איז נישט געגאנגען אין ערגעץ און עס איז קיינמאל נישט געווארן "איבערגעצייגט זיין קלארע אומשולד" ווייל נישט די פראקורארן אין זייער פיילינג ארויסצוציען די קעיס און נישט די געריכט ביים אקצעפטירן די פיילינג האבן ערקלערט פארוואס די קלאגעס ווערן ארויסגעצויגן

טאמפסאן האט אפעלירט די באשלוס צום צווייטן סירקוט אויף וועלכע די אורטייל האט זיך סומך געווען און זיי האבן געגעבן רעכט פארן אונטערשטן געריכט

טאמפסאן האט דאן אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט וועלכע האט אצינד אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן

די פעדעראלע רעגירונג האט אין א פריינט צום געריכט בריוו געמוטיגט די ריכטער צו נעמען די זייט פון טאמפסאן שרייבנדיג אז די סברא פון די געריכטן צו ערלויבן קלאגעס בלויז אקעגן אזלעכע ארעסטן און קלאגעס וועלכע זענען געווארן ארויסגעצויגן און "דערקלערט דעם אנגעקלאגטן'ס אומשולד" נעמט זיך פון דעם וואס אין אסאך פעלער איז יא געווען "ווארשיינליכע באווייזן" יענעם צו פארהאלטן נאר אין לויף פון די צוגרייטונג צום פראצעס שטעלט זיך ארויס אז פראקורארן שפורן נישט גענוג זיכער מיט זייער קעיס אז עס זאל זיך זיי לוינען פאראויסצוגיין און דעריבער ציען זיי ארויס די קלאגעס

די רעגירונג האט אויף אראפגעשיקט געהילף סאליסיטאר דזשענעראל יונתן עליס צום געריכט צו מאכן ארגומענטן לטובת טאמפסאן ביי די מונדליכע פארהער סעסיע

צוליב דעם פארלאנגען געריכטן אז צו קענען קלאגן פאר אומבארעכטיגטע פארהאלטונגען דארפן די קלעגער ערהאלטן פון די פראקורארן א דעקלעראציע אז זיי ציען ארויס די קלאגעס צוליב זיין קלארע אומשולד

ריכטער ברייער צום ביישפיל, האט געוואלט פארשטיין אויב ווען פראקורארן ציען ארויס א קעיס אויס מיטגעפיהל פאר אן אנגעקלאגטן וועלכע איז געווארן ארעסטירט צוליב רויבן עטליכע רעפטלעך ברויט צו שפייזן זיין פאמיליע, וועט יענער קענען ברענגן קלאגעס פארן אים ארעסטירן?!

ראבערטס האט אויך אנעוויזן אז אסאך מאל ארבעטן פראקורארן אויס אן אפמאך מיטן אנגעקלאגן און דיסמיסן די קלאגעס אן אפיציעל דערקלערן פארוואס אדער וועלן פראקורארן ארויסווארפן אסאך ווייניגער וויכטיגע קעיסעס אויב זיי דערזעהן זיך מיט אן איבערפלוס פון מער ערנסטע קעיסעס

טענה'ט אויף דעם די רעגירונג אז אזוי לאנג ווי עס איז קלאר פאר יעדן אז "בשעת די ארעסט" איז נישט געווען גענוג באווייזן צו בארעכטיגן די ארעסט איז שוין גענוג צו קענען אנקלאגן די אפיצירן אפגעזעהן צו דאס וואס די קעיס ווערט שפעטער ארויסגעווארפן איז ווייל פראקורארן האבן נישט "גענוג א שטארקע קעיס" אדער בכלל נישט קיין קעיס ווייל די פארלעצונג איז געווען באזירט אויף וואס אפיצירן האבן געהאט צו די האנט ביים דורכפירן די ארעסט

אויסער דעם זאגן זיי אז די אויסרייד פון די רעגירונג איז נישט מאסגעבנד ווייל עס ערלויבט פאליציי צו ארעסטירן אן אויף א צווייפלהאפטיגע באזיס און שפעטער פריילאזן דעם פארהאלטענעם אן ערלקערן פארוואס און זיך אזוי ארום ארויסדרייען פון באשטראפט ווערן אויךף די פארלעצונג

אפיציר קלארק האט געמאכט צוויי ארגומענטן
זיין הויפט ארגומענט איז געווען אז די וועג ווי אזוי טאמפסאן האט געברענגט זיין קלאגע איז נישט אויסגעהאלטן זינט ער האט געקלאגט דעם אפיציר פארן אונטערשרייבן א פאלשע דעקלעראציע (אז טאמפסאן האט געווילדעועט ביים ארעסט) צו בארעכטיגן אים צו פארהאלטן אויף די ערשטע צוויי טאג

לויט קלארק קען מען טאקע ברענגן אזוינע קלאגעס אבער בלויז אונטער א פראצעדור גערופן "אומבארעכטיגע פארהאלטונג" וועלכע האט נישט קיין שייכות מיט די פערטע אמענדמענט רעכט וועלכע גיבט רעכטן צו קלאגן "אין פאל וואס דער פאליציי אפיציר האט באאיינפלוסט א פראקוראר מיט פאלשע באווייזן פאראויסצוגיין מיט א קעיס"

קלאק ווייזט אן אז טאמפסאן האט געמאכט א קוגל מיט זיין קלאגע קלאגנדיג דעם אפיציר פאר די פאלשע דעקלעראציע אים צו פארהאלטן פאר צוויי טאג (אויף וועלכ מען קען קלאגן אבער נישט אונטער די פערטע אמענדמענט) אונטער די פערטע אמענדמענט און אזא סארט קלאגע אונטער די פערטע אמענדמענט האט נישט קיין מקור אין יורידישע פרעצמעדענט און איז קיינמאל נישט אנערקענט געווארן דורך די סופרים קוארט
שפעטער זאל קענען שפעטער קלאגן דעם אפיציר" זינט די פראגע איז סייווי נישט רעלעוואנט לשיטתו אז קלארק האט געמאכט א פעלערהאפטיגע קעיס

דאן קומט קלארק מיט זיין צווייטע ביטע, אז אם תמצי לומר אז די די געריכט האלט אז זיין קלאגע פאר זיך איז יא אויסגעהאלטן אונטער די פערטע אמענדמענט, בעהט ער די ריכטער צו גיבן רעכט פאר די צווייטע סירקוט אז עס פעלט זיך יא אויס אן אפיציעלע ריינוואשונג מצד דעם פראקוראר כדי דער אנגעקלאגטער זאל קענען שפעטער קלאגן דעם אפיציר

טאמפסאן'ס אדואקאט האט אפגעווארפן די ערשטע ארגומענט פון קלארק און געבעטן די ריכטער עס ניטאמאל צו אדרעסירן זינט ער האט אפילו נישט גענוצט די ארגומענט אינעם אונטערשטן געריכט נאר זיך דערמאנט דערוועגן ביים גרייכן דעם העכסטן געריכט

אויך די פעדעראלע רעגירונג האט געזאגט אז וויבאלד קלארק האט איבערגעהיפט די ערשטע ארגומענט ביז אהער זאל די געריכט זיך קאנצעטרירן אויף די צווייטע ביטע וועלכע איז די פראגע צו עס פעלט זיך אויס אן אפיציעלע ריינוואשונג מצד דעם פראקוראר כדי דער אנגעקלאגטער זאל קענען שפעטער קלאגן דעם אפיציר ווייל מערערע אפעלט געריכטן איבערן לאנד קענען נוצן קלארקייט אויף די פראע אין ענליכע קעיסעס

אליטא איז געווען אומצופרידן דערפון זאגנדיג אז איידער מען קלארט אויס די ערשטע ארגומענט האט עס נישט קיין זין צו באהאנדלען די צווייטע פראגע ווייל עס איז אן אומרעאליסטישע היכי תמצא

אליטא האט פארגליכן די פרואוו צו אויסקלארן פראגע צוויי און איגנארירן די ערשטע פראגע צו עימיצר וואס וואלט אנגעפרעגט ביי א מעדיצינישע עקספערט אויב א באשעפעניש וועלכע איז א מענטש אין די אויבערשטע האלב פון זיין קערפער אבער א פערד ביים אונטערשטן טייל, צו אזאנס קען אנטוויקלונגען לונגען קרענק ביים רויכערן פינף שאכטלען ציגארעטן א טאג

צו ערשט דארף מען האבן די ערשטע (אזא סארט באשעפעניש אין די משל אדער די ענטפער אויף די ערשטע פראע אינעם נמשל און דערנאך קען מען אויסקלארן די מעדיצינישע ראגע אינעם משל און די צווייטע פראגע אינעם נמשל)

קלארק'ס אדוואקאט האט אנערקענט אין א פראגע פון ריכטערין בערעט אז זיין ערשטע ארגומענט איז שטארקער פון זיין צווייטע ביטע


א לעכטיגן שבת!

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 11:42 am

שכח הבל! גיי מיר ליינען..

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 12:05 pm

ש'כח הבל! די געריכט קלאגע איז מעכטיג! איך פערזענליך בין מיט טאמפסאן
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
ר' זעקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3626
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 12:24 pm

שכח הבל.

(נאך א סעמפל פון די "אנבייעסד" דזשורנעליסט וואס האט וואס האט ארויסגעקאט א שטיקל פון א אינטערוויא פון שטארק "אנבייעסד'נס")
פארברענגט אויף וואטסעפ מיט די היימישע קליקע!!!
פאר מער דעטאלן קומט אין אישי..

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 12:41 pm

א דאנק אלע!

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 4:44 pm

ר' זעקל האט געשריבן:שכח הבל.

(נאך א סעמפל פון די "אנבייעסד" דזשורנעליסט וואס האט וואס האט ארויסגעקאט א שטיקל פון א אינטערוויא פון שטארק "אנבייעסד'נס")
בעריש'ל האט געשריבן:עריק עדעמס, ער איז נאנט צום היימישן ציבור, א וויליאמסבורג פריינד שוין א היבשע פאר יאר, און אפילו איז ער נישט גענוג פראגרעסיוו אבער איז כאטש גאנץ נאנט צו מיינע אישוס אין אלע הינזיכטן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: את פתח לו, סטיטשינער און 16 געסט