א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 9:29 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ס'נישטא קיין עכטע פירער אינעם פארטיי, אבאמע איז שטיל, די לינקע האבן סענדערס מיט ווארען, שומער מיט פעלאוסי קומען זיך נישט אויס, ביידען מיט פעלאוסי האבן שוין געהאט צאמשטויסן, די מעסיגע זענען כצאן בלי רועה, און דאס מאכט עס אזוי צעפארן


סא בסך הכל ביזטו מסכים מיט מיר די אדזשענדע פירט דער עוכר ישרא-ל.

(גראדע אין פריימעריס איז ער ותלמידיו לעצטענץ גאנץ אויסגעשפיעלט)


ניין! די קאנגרעס אגענדע פירט פעלאוסי, און הגם אין ווייסן הויז וויל מען צומאל אנדערש איז דאס די פאקט, אויב עפעס פירט מענטשינעמע די אגענדע


וואס הייסט פירט?

אפשר מיינסטו צו זאגן פירט אויס וואס יענער וויל? ביינונז פלעגט מען דאס רופן שיק יונגל (אדער גאר שיק באבע)
כלל ישראל וויינט! ברוך דיין האמת! השם ינקום דמה!



אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פון אמעריקע
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 1:42 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פון אמעריקע » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 9:32 pm

דאס א מאל זיכער, די לינקע פארטיי איסטעבלישמענט איז נישט מיט סענדערס, דאס האמיר שוין געזעהן ביי די פריימעריס.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 9:33 pm

פון אמעריקע האט געשריבן:דאס א מאל זיכער, די לינקע פארטיי איסטעבלישמענט איז נישט מיט סענדערס, דאס האמיר שוין געזעהן ביי די פריימעריס.


איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט?
כלל ישראל וויינט! ברוך דיין האמת! השם ינקום דמה!



אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 9:41 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ס'נישטא קיין עכטע פירער אינעם פארטיי, אבאמע איז שטיל, די לינקע האבן סענדערס מיט ווארען, שומער מיט פעלאוסי קומען זיך נישט אויס, ביידען מיט פעלאוסי האבן שוין געהאט צאמשטויסן, די מעסיגע זענען כצאן בלי רועה, און דאס מאכט עס אזוי צעפארן


סא בסך הכל ביזטו מסכים מיט מיר די אדזשענדע פירט דער עוכר ישרא-ל.

(גראדע אין פריימעריס איז ער ותלמידיו לעצטענץ גאנץ אויסגעשפיעלט)


ניין! די קאנגרעס אגענדע פירט פעלאוסי, און הגם אין ווייסן הויז וויל מען צומאל אנדערש איז דאס די פאקט, אויב עפעס פירט מענטשינעמע די אגענדע


וואס הייסט פירט?

אפשר מיינסטו צו זאגן פירט אויס וואס יענער וויל? ביינונז פלעגט מען דאס רופן שיק יונגל (אדער גאר שיק באבע)

וואס הייסט פירט? אז מ'שניידט די צאל פראגראמען אינעם בודשעט און נישט די צאל יארן פון די פראגראמען, האסטע א משל, די פראגרעסיוון און די ווייסע הויז ווילן פארקערט
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

Wow a1
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Wow a1 » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 9:41 pm

:lol: :lol: פיינע נייעס דער הכל

פרישע ציפערן נארוואס ערשינען פון די 2016 למספרן וואל רעזולטאטן און געווארן פארעפנטליכט דורך הילערי קלינטאן

קלינטאן האט געמאכט די אויפדעקונג ביים אדרעסירן וויפיל גרינגער עס איז פאר א מאנס פערזאן (וועלכע דארף בלויז ארויפווארפן די אנצוג און ס'שניפסל) צו ערשיינען צו פאליטישע אויפטריטן ווי פאר פרויען

קלינטאן דעקט אויף אז זי האט אויסגערעכנט די שטונדן וועלכע עס האט איר גענומען זיך גרייט צו מאכן צו די מערערע ראליס און אנדערע אוונטן דורכאויס די קאמפיין און אלעס אינאיינעם האט באטראפן 25 טאג

צוליב וואס איר אפאנענט איז געווען א מאן באקאנט צו זיין היבש איייגנארטיג ווי אנדערע אין מערערע הינזיכטן אריינגערעכנט זיין האר סטיל איז אומקלאר אויב פאר יענעם האט געדויערט ווייניגער ווי דעם אדער גאר מער אבער דערווייל האט מען נישט געהערט פון יענע קאנדידאט קיין רעאקציע צו זיי האבן אויך אויסגערעכנט וויפיל שטונדן זיינע סלסול בשערות און ענליכע אפעראציעס האבן אריינגעצויגן
Just do it

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 10:23 pm

פון אמעריקע האט געשריבן:כ'ווייס נישט, סאיז קלאר אז איינער פירט דער דעמאקראטישער פארטיי און אז עס איז נישט ביידען, ס'קען מאכן סענס עס זאל זיין אים.

כ'בין מיט דיר אז ביידען פירט נישט די פארטיי (צי ער פירט דאס ווייסע הויז איז שוין אויך נישט זיכער), אבער אבאמא זעהט מיר נישט אויס. איך בין פארט מסכים מיט דיר אז איינער פירט עס און עס איז נישט אינגאנצן צופארן. סענדערס מאכט אסאך קולות אבער אנטקעגן פעלאוסי און שומער האט ער קוים מאכט.

ווער יא? ביטע לאכטס נישט פון מיר אבער איך האב שוין א שטיק צייט א חשד אז וויצע פרעזידענט הערריס נעמט עס צוביסלעך איבער. עס זעהט מיר אויס ווי זי ארבעט אונטער די קוליסן. קען זיין וועגן דעם ערשיינט זי כסדר נישט צו רוב פלעצער ווי זי ברויך ווען צו זיין, און ס'דרייעט זיך אונטער די ראדאר.

אזא השערה האב איך.

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 10:24 pm

הבל ש'כח פאר די שיין, צוזאמען געלייגטע ארבעט!

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 11:34 pm

היכי תמצא האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:כ'ווייס נישט, סאיז קלאר אז איינער פירט דער דעמאקראטישער פארטיי און אז עס איז נישט ביידען, ס'קען מאכן סענס עס זאל זיין אים.

כ'בין מיט דיר אז ביידען פירט נישט די פארטיי (צי ער פירט דאס ווייסע הויז איז שוין אויך נישט זיכער), אבער אבאמא זעהט מיר נישט אויס. איך בין פארט מסכים מיט דיר אז איינער פירט עס און עס איז נישט אינגאנצן צופארן. סענדערס מאכט אסאך קולות אבער אנטקעגן פעלאוסי און שומער האט ער קוים מאכט.

ווער יא? ביטע לאכטס נישט פון מיר אבער איך האב שוין א שטיק צייט א חשד אז וויצע פרעזידענט הערריס נעמט עס צוביסלעך איבער. עס זעהט מיר אויס ווי זי ארבעט אונטער די קוליסן. קען זיין וועגן דעם ערשיינט זי כסדר נישט צו רוב פלעצער ווי זי ברויך ווען צו זיין, און ס'דרייעט זיך אונטער די ראדאר.

אזא השערה האב איך.

אלץ עקספערט לאכעכדיראין פנים מיט א כמעט פולן מויל!

נישט גענצליך א פול מויל צוליב'ן אז ימלא
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

Wow a1
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Wow a1 » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 11:38 pm

היכי תמצא האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:כ'ווייס נישט, סאיז קלאר אז איינער פירט דער דעמאקראטישער פארטיי און אז עס איז נישט ביידען, ס'קען מאכן סענס עס זאל זיין אים.

כ'בין מיט דיר אז ביידען פירט נישט די פארטיי (צי ער פירט דאס ווייסע הויז איז שוין אויך נישט זיכער), אבער אבאמא זעהט מיר נישט אויס. איך בין פארט מסכים מיט דיר אז איינער פירט עס און עס איז נישט אינגאנצן צופארן. סענדערס מאכט אסאך קולות אבער אנטקעגן פעלאוסי און שומער האט ער קוים מאכט.

ווער יא? ביטע לאכטס נישט פון מיר אבער איך האב שוין א שטיק צייט א חשד אז וויצע פרעזידענט הערריס נעמט עס צוביסלעך איבער. עס זעהט מיר אויס ווי זי ארבעט אונטער די קוליסן. קען זיין וועגן דעם ערשיינט זי כסדר נישט צו רוב פלעצער ווי זי ברויך ווען צו זיין, און ס'דרייעט זיך אונטער די ראדאר.

אזא השערה האב איך.



וואס זי כאפט אן גייט גאגא....
אױף כפרות טויגט זי אויך נישט..

זייער נישט מסתבר.

אינטערסאנט אז די מידיא האט עס נאכנישט באוויזן צי אויפדעקן.
Just do it

אוועטאר
פון אמעריקע
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 1:42 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פון אמעריקע » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 11:40 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:כ'ווייס נישט, סאיז קלאר אז איינער פירט דער דעמאקראטישער פארטיי און אז עס איז נישט ביידען, ס'קען מאכן סענס עס זאל זיין אים.

כ'בין מיט דיר אז ביידען פירט נישט די פארטיי (צי ער פירט דאס ווייסע הויז איז שוין אויך נישט זיכער), אבער אבאמא זעהט מיר נישט אויס. איך בין פארט מסכים מיט דיר אז איינער פירט עס און עס איז נישט אינגאנצן צופארן. סענדערס מאכט אסאך קולות אבער אנטקעגן פעלאוסי און שומער האט ער קוים מאכט.

ווער יא? ביטע לאכטס נישט פון מיר אבער איך האב שוין א שטיק צייט א חשד אז וויצע פרעזידענט הערריס נעמט עס צוביסלעך איבער. עס זעהט מיר אויס ווי זי ארבעט אונטער די קוליסן. קען זיין וועגן דעם ערשיינט זי כסדר נישט צו רוב פלעצער ווי זי ברויך ווען צו זיין, און ס'דרייעט זיך אונטער די ראדאר.

אזא השערה האב איך.

אלץ עקספערט לאכעכדיראין פנים מיט א כמעט פולן מויל!

נישט גענצליך א פול מויל צוליב'ן אז ימלא


כאפסט אבער אז אלע נישט עקספערטס דערקענען א צווייטע נישט עקספערט פון די ווייטענס, און זיי לאכן פונק אזוי פון דיין סעלף דעקלעראציע אלס עקספערט, ממילא איז די גאנצע בנין צופיצעלט, איא? :lol:

ביטע נישט נעמען פרעזענליך, כ'האב מיך פשוט נישט געקענט איינהאלטען, בלייב מיר ווייטער גוטע ברודער.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 11:45 pm

פון אמעריקע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:כ'ווייס נישט, סאיז קלאר אז איינער פירט דער דעמאקראטישער פארטיי און אז עס איז נישט ביידען, ס'קען מאכן סענס עס זאל זיין אים.

כ'בין מיט דיר אז ביידען פירט נישט די פארטיי (צי ער פירט דאס ווייסע הויז איז שוין אויך נישט זיכער), אבער אבאמא זעהט מיר נישט אויס. איך בין פארט מסכים מיט דיר אז איינער פירט עס און עס איז נישט אינגאנצן צופארן. סענדערס מאכט אסאך קולות אבער אנטקעגן פעלאוסי און שומער האט ער קוים מאכט.

ווער יא? ביטע לאכטס נישט פון מיר אבער איך האב שוין א שטיק צייט א חשד אז וויצע פרעזידענט הערריס נעמט עס צוביסלעך איבער. עס זעהט מיר אויס ווי זי ארבעט אונטער די קוליסן. קען זיין וועגן דעם ערשיינט זי כסדר נישט צו רוב פלעצער ווי זי ברויך ווען צו זיין, און ס'דרייעט זיך אונטער די ראדאר.

אזא השערה האב איך.

אלץ עקספערט לאכעכדיראין פנים מיט א כמעט פולן מויל!

נישט גענצליך א פול מויל צוליב'ן אז ימלא


כאפסט אבער אז אלע נישט עקספערטס דערקענען א צווייטע נישט עקספערט פון די ווייטענס, און זיי לאכן פונק אזוי פון דיין סעלף דעקלעראציע אלס עקספערט, ממילא איז די גאנצע בנין צופיצעלט, איא? :lol:

ביטע נישט נעמען פרעזענליך, כ'האב מיך פשוט נישט געקענט איינהאלטען, בלייב מיר ווייטער גוטע ברודער.

נו שוין, האלצטעך קלוגער, זאלזיין.
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 11:03 am

מיטוואך לך




קאנגרעס האט באשטעטיגט מיט 206-219 די חוות דאך העכערונג פון 480 ביליאן דאלער אויף ביז דעצעמבער 3 למספרם

*

ווייסע הויז פרעע סעקרעטארשע דזשען סאקי האט ווידערהאלט אז די קומענדיגע דאך העכערונג וועט אויף קיין פאל נישט גיין דורך רעקאנסיליאציע

*

דו האסט אן אנונג וואס סינעמא וויל?
הויז בודזשעט קאמיטע פארזיצער קאנגרעסמאן דזשאן יארמאט: קיין השגה וואס זי וויל

*
קאנגרעס מאיאריטעט פירער סטעני האיער זאגט אז לויט אים דארף מען עלימינירן אמעריקא'ס חובות דאך

*
מייקל אוואנאטי האט געבעטן פון א פעדעראלע ריכטער אין קאליפארניע אפצושטופן זיין פרישע ווייער שווינדל פראצעס

*

קאנגרעסמאן ווען דרו וועלכע האט געטוישט פארטיי צו רעפובליקאנער בעפאר די פארלאפענע וואלן זאגט אז ער גייט נישט מאכן די באשלוס אויב פרעזידענט ביידען איז געווארן לעגיטים ערוועלט

*

געוויסע האבן אנגעפרעגט פארוואס די פראגע צו מען זאל דיעטירן די בודזשעלוציע טארט פון אויבן אראפ (לאזן אלע פראגראמען אבער פארקורצן זייערע יארן) אדער אין די ברייט (אראפשניידן עטליכע שיכטן און פראגראמען אבער דעקן די איבריגע פאר א לאנגע יארן) האט זיך אנטוויקלט צו א מעסיגע/ליבעראלן שטרייט

די ענטפער מוז נישט זיין אבסאלוט אבער אויף צו שפעקולירן קען עס זיין נוצבאר

צו ערשט איז דא די סימבאלישע פאקטאר ווען ליבעראלן שפורן זיך שוין אזוי אויך באטראפן אז די ציפער פון די ביל גייט זיין נידריגער ווי זיי וואלטן געוואלט און ווילן כאטש אז זיי זאלן קענען פארקויפן וואס מער א רייכע אינהאלט פון פראגראמען פאר זייערע וויילער

מען דארף געדענקן אז וועלן פאליטיקאנטן פראפאגאנדירן בילס וועלכע זיי האבן געהאלפן באשטעטיגן רעדן זיי נישט פון וויפיל געלט עס האט אפגעקאסט נאר קאנצעטרירן זיך אויף וואס די ביל שטעלט אלץ צו פאר די בירגער און צוליב דעם ווילן זיי אז עס זאל ארייננעמען וואס מער אינציאטיוון

און טאקע אט דא העלפט פארשטיין פארוואס די מעסיגע זוכן דוקא צו גיין מיט ווייניגער פראגראמען זינט טייל פון די געדאנקן ווערן לויט זיי אנגעקוקט עקסטרעם און זיי זוכן זיך נישט צו אידענטיפיצירן דערמיט

דאן איז דא די פראקטישע פראגע ווען ליבעראלן וועלכע זענען געווענליך מער אמביציעז זענען מער איבערצייגט א אפילו אויב די פראגראמען וועלן לויפן פאר א קורצע צייט וועלן די בירגער פארלאנגען ווען זיי לויפן אויס אז מען זאל זיי ווידער פינאנצירן אבער די מעסיגע זענען מער סקעפטיש איבער וואשינגטאן'ס פונקאציאנירן מעגליכקייט און גלייבן שווערער אז אין די שטאט פון גרידלאק וועט מען רעפינאנצירן פראגראמען וועלכע זענען געלאפן פאר א קורצע וויילע און ווילן כאטש אז די מער פאפולערע פראגראמען זאלן לויפן פאר לאנגע יארן און ווערן באפעסטיגט

*

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג נצבים

פעיפאל קאו פאונדער ביליאנער פיטער טהיעל גרייט זיך אריינצוגיסן מיליאנען דאלארן אין א רייע 2022 למספרם פארמעסטן אונטערצושטיצן קאמפיינס פון נאנטע פריינט
ער פלאנט פאראויסצוגיין מיט א מאסיווע 10 מיליאן דאלער טשעק וועלכע ער פלאנט אויסצושרייבן פאר בלעיק מעסטער וועלכע איז דער פרעזידענט פון זיין פאנדעישאן און פלאנט מעגליך אריינצושפרונגען אין די רעפובליקאנע סענאט פריימערי אין אריזאנא צו קענען לויפן אקעגן אמטירנדער דעמאקראט מארק קעלי
דאס קומט נאך וואס ער האט שוין בייגעשטייערט די זעלבע סומע צו א סופערפעק וועלכע שטיצט די קאנדידאטור פון דזשעימס דעיוויד ווענס וועלכע פארמעסט זיך אין די סענאט פריימערי אין אהייא
ער האט שוין אין די פארגאנגנהייט געשטיצט מערערע קאנדידאטן אריינגערעכנטענדי ביגס וועלכע קלערט אויך צו לויפן אין די אריזאנא סענאט פריימערי
זיין שטיצע פאר קאנדידאטן האט נישט אלץ געברענגט רעזולטאטן ווי צום ביישפיל האט ער אריינגעגאסן 20 מיליאן דאלער אין די קאמפיין פון קריס קאבאך אין קענסאס וועלכע איז עווענטועל געווארן באזיגט דורך סענאטאר מארשאל
מעסטערס האט שוין געהאט באטראכט צו לויפן אין 2020 למספרם אקעגן דאן מארטא מקסעלי אבער האט עווענטועל אפגעטרעטן פון זיינע פלענער


די סופערפעק איז אצינד ארויס מיט א רעקלאמע בליץ אקעגן אין שטיצע פון מעסטערס אקעגן דעם אמטירנדע אטוירני דזשענעראל בראנאוויטש

[/quote]
טהיעל ריכטעט זיינע שפאקטיוון קיין ווייאמינג און קומט אריין מיט ערנסטע ביישטייערונגען פאר ליז טשעיני'ס פיימערי אפאנענט
ער שטרעקט אויך אויס א האנט צו העלפן דזשאו קענט וועלכע לויפט אין א פריימערי אקעגן הערערא באטלער וועלכע האט אויך געשטימט צו אימפיטשן טראמפ

*

די מעקאליף פאר גאווערנאר קאמפיין אין ווירדזשיניע האט ארומגעלייגט "יאנגקין=טראמפ" טעוועלעך ארום די וואל לאקאל וואו מעקאליף האט אפגעגעבן זיין שטימע

*

מערערע קאנדידאטן פארמעסטן זיך צו ערזעצן דעם פארשטארבענעם קאנגרעמאן עלסי העסטינגס אין פלארידא'ס 20'סטע דיסטריקט אין די ספעשל עלעקשאנס וועלכע איז באשטימט אויף קומענדיגע מיטוואך אבער געוויסע צייגן אן אז אויפן קאמפיין שטראז איז מערקבאר אן ערנסטע טויש פון די אטמאספערע וועלכע מען האט געזעהן ביי די היציגע פריימערי אין אהייא'ס עלפטע דיסטרקיט ווען דער לינקע נינא טורנער איז באזיגט געווארן אין א צייט וואס די די ביידען לאיאליטעט און פארטריאטיזם איז געווען גאר שטארק

אצינד זענען מערערע קאנדידאטן זייער אפן מיט קריטיק אינעם פרעזידענט'ס ריכטונג און שוינען נישט קיין ווערטער ביים אויסדרוקן זייער אנטריסונג מיט טייל פון זיינע פאליסיס איבערהויפט ווען עס קומט צו די אישו פון די האיטי אימיגראנטן

*
מיט מער ווי א יאר ביז צו די מידטורמס הויבט מען שוין אן צו זעהן קאמפיין אטאקע רעקלאמעס פון די רעפובליקאנער און פילע פון זיי איבער די גרויסע קאסטן פון די דעמאקראטישע בילס

מעסיגע דעמאקראט געווען א טייל פון פרעזידענט ביידען'ס מאטארקאדע און אריבערגעפארן גאסן באצירט מיט אזעלכע קאמפיין שילדן

*
ווי נעכטן באריכטעט האט דעמאקראטישע קאנגרעסמאן פון קענטאקי דזשאן יארמאט געצאלדן זיינע רעטייערמענט פלענער
ווערנדיג געפרעגט איבער א מעגליכע קראמפיין פון זיין זוהן זאגט יארמאט אז עס איז ווייניגער ווארשיינליך ווי ווארשיינליך אבער ער האט קלאר אן אינטערעסע דערין

*

קענטאקי האט מיט מער ווי צוויי יאר צוריק געהאט באשטעטיגט אן אנטי רציחה געזעץ וועלכע פארבאט די מערסט באנוצטע מעטאד גענוצט ביים דורכפירן רציחה פראצעדורן אבער די איינצגסטע רציחה קליניק האט זאפארט אריינגעטראגן אן אנקלאגע דערקעגן אין געריכט און די סטעיט'ס העלט און פאמיליע סעקרעטאר האט אויפן פארארדענונג פון דאן רעפובליקאנע גאווערנאר מעט בעווין זיך ארויסגעשטעלט אלץ רעפרעזענטאט פון די סטעיט צו פארטיידיגן די געזעץ אין געריכט

דער סעקרעטאר האט זיך פאר דעם צוועק באנוצט מיט אדוואקאטן פונעם סטעיט אטוירני דזשענעראל'ס אפיס אבער די דיסטריקט געריכט האט בלאקירט די געזעץ און נאכן עס אפעלירן האט די זעקסטע קרייז געריכט באשטעטיגט אז מען קען נישט פאראויסגיין מיט די געזעץ

אינצווישן האט דער איצטיגער דעמאקראטישער גאווערנאר ענדי באשאר באזיגט בעווין און די נייע אדמיניסטראציע האט באשלאסן און פארארדנט זיין נייע העלט סעקרעטאר עריק פרידלענדער מער נישט צו אפעלירן די קעיס

אן אויסנאם איז אבער געווען דער אפריקאנער אמעריקאנער אטוירני דזשענעראל דעניעל קעמעראן וועלכע איז א רעפובליקאנער און ערוועלט געווארן אינאיינעם מיטן דעמאקראטישן באשאר און ער האט באשלאסן אז זיין אפיס וועט אפעלירן די קעיס און איבערנעמען די קעיס דארט ווי די העלט סעקרעטאר האט עס איבערגעלאזט

מאכן אריינגעבן א ביטע צו אינטערווענירן אין די קעיס האט א פאנעל אויף די זעקסטע קרייז געריכט געאורטיילט אז טראץ וואס דער אטוירני דזשענעראל קען אין אלגעמיין איבערנעמען א קעיס האט ער זיך דאסמאל דערמאנט צי שפעט און וואלט זך געדארפט פריער אריינמישן איידער א פעדעראלע סירקוט אורטיילט אקעגן די סטעיט געזעץ טראץ וואס אדוואקאטן פון זיין אפיס זענען טעכניש געוועון פארמישט אין די קעיס פון די ערשטע מינוט

קעמעראן האט אפעלירט די באשלוס סופרים קאורט און געבעטן אז זיי זאלן אים לאזן איבערנעמען די קעיס און צוגעלייגט אז אויב זיי ערפולן טאקע זיין וואונטש בעהט ער זיי גלייכצייטיג אז זיי זאלן פארארדענען די נידריגע געריכט איבערצוקוקן זייער באשלוס אין ליכט פון א סופרים קאורט
אורטייל אין די פריערדיגע סעסיע וועלכע האט בלאקירט אן ליוזיאנא אנטי רציחה ביל וועלכע איז געווען שארפער פון די קענטאקי געזעץ אבער טוט לויט קעמעראן אונטערשטרייכן אז א געזעץ נוסח קענטאקי וואלט יא געווען אויסגעהאלטן

זיין בקשה עשה מחצה און די געריכט איז איינגעגאנגען אויסצוהערן די ערשטע פראגע צו ער איז בכלל א מאן דאמר אין די קעיס אבער אפגעווארפן זיין צווייטע פארלאנג אז אין פאל זיי אורטיילן לטובתו זאלן זיי גראד באשליסן אויב די אונטערשטע געריכט מוז איבערקוקן זייער אורטייל נאר ליבערשט וועט קעמעראן אין אזא פאל צו ערשט דארפן זעלבסט אפעלירן זיין קעיס צום נידיריגן געריכט און אויב די אויסגאנג געעפעלט אים נישט קען ער דאן פרובירן זיך צו ווענדן צום העכסטן געריכט

די געריכט האט טאקע נעכטן דינסטאג אויסגעהערט די ערשטע פראגע אין די מונדליכע ארגומענטן און עס האט אויסגעקוקט ווי א מאיאריטעט וועט אורטיילן אין שטיצע פונעם אטוירני דזשענעראל

מעטיו קאהן איז דער קענטאקי דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל וועלכע ארבעט אונטער די אפיס פונעם אטוירני דזשענעראל און ער האט רעפרעזענטירט קעמעראן און איז בעיקר אויסגעשטאנען פראגן דורך ריכטערין סאטאמאיאר

סאטאמאיאר האט ערווענט אז אן אונטערשפריט פון קעמעראן אין די צייט ווען די סטעיט אונטער די העלט סעקרעטאר האט געקעמפט אקעגן די געזעץ און דער אטוירני דזשענעראל האט זיך דאן שריפטליך פארפליכטעט אז ער איז דיסמיסד פונעם קעיס און וועט אקצעפטירן סיי וועלכע אורטייל

סאטאמאיאר האט געפרעגט פארוואס די סירקוט קאורט קען נישט איינפאך זאגן אז זיי קימערן זיך נישט איבער וואס פאסירט אויף די פאליטישע ארענע און די טויש פונעם גאווערנאר שטוהל נאר רעכנט זיך מיט די אונטערשפריט פון קעמעראן צו אקצעפטירן די יורידישע באשלוס?!

אלעקסא קאלבי-מאלינאס האט רעפרעזענטירט די קליניק און געמאכט אן ענליכע ארגומענט זאגנדי אז אז טראץ וואס זי אנערקענט אז יענע אונטערשפריט טוט אים מעגליך נישט שטרענג פארבאן פון שפעטערע אינטערווענץ קען ער אבער פראסט זיך פארפליכטן נישט צו זיין פארמישט, זיין שטיל נאך די דיסטריקט געריכט אורטייל, פארפעלן עס צו אפעלירן און ערשט יעצט נאך וואס די קרייז געריכט האט שוין באשטעטיגט די אורטייל זיך צוריק אריינבאקומען אין די קעיס מיטן איבערנעמען די קעיס אין די פאזע וואו זי האלט

ברייער איז נישט געווען אזוי סימפאטיש מיט די סאטאמאיאר פונקט און געזאגט אז ער רעכנט זיך יא מיט דעם וואס אדמיניסטראציעס האבן זיך געטוישט און מיט דעם די רעגירונג שטעלונג איבער רציחה וואס דאס ערקלערט פארוואס קעמעראן זוכט ערשט איצט אריינצוקומען אין בילד און צוליב וואס די סטעיט געזעץ ערלויבט דעם אטוירני דזשענעראל צו אינטערווענירן אין א קעיס און זיין אינטערווענץ (פאר זיך, אין א זייט געלייגט די אפעקט וואס פאסירט אויב ער וועט עוועטועל זיגן אין די קעיס גופא) שאפט נישט קיין ספעציעלע שאדן פאר קיינעם פארשטייט ער נישט פארוואס מען קען אים נישט לאזן איבערנעמען די קעיס

ריכטערין קעיגען האט אויך ארויסגעברענגט איר וואונדער פארוואס מען זאל נישט ערלויבן קעמעראן צו פארטיידיגן א געזעץ וועלכע די סטעיט האט באשטעטיגט און בלויז צוליב אדמיניסטראציע טויש איז טעכניש נישט פארהאן עמיציער וואס איז באפולמעכטיגט וואס זאל פארטיידיגן די געזעץ טראץ וואס אסאך אין די סטעיט און אין די רעגירונג וואלטן עס געוואלט טוהן (אנדערש איז ווען די נייע אדמיניסטראציע איז גענוג מאכטפול צו איבערצייגן געזעצגעבער צו טוישן די געזעץ איז אין דעם פאל פשוט נישטא ווער עס זאל פארטיידיגן די געזעץ וועלכע די סטעיט האט באשטעטיגט)

דער קליניק אדוואקאט אלעקסא קאלבי-מאלינאס איז אויך אויסגעשטאנען פראגן פון הויפט ריכטער ראבערטס וועלכע האט ערווענט אז ביי א צווייטע אומפארבונדעטע קעיס פארנט פון די זעקסטע סירקוט אויך געפירט דורך די העלט סעקרעטאר האט קעמעראן אויך געזוכט צו אינטערווענירן און טאקע נאך איידער די זעקסטע סירקוט האט געאורטיילט אבער דאן האט די קליניק גע'טענה'ט אז די אורזאכן פארוואס זיין אינטערווענץ איז נויטיג איז צו שפעקולירנד און אז ער האט נישט איבערצייגט פארוואס עס איז נויטיג

זאגט ראבערטס, אז איצט ווען ער האט יא אויסגעוווארט ביז נאך זייער אורטייל ווען יעדער זעהט אז דער העלט סעקרעטאר אפעלירט מער נישט און עס איז קלאר אז קעמעראן דארף אינטערווענירן זאגט מען אים אז ער האט זיך דערמאנט צי שפעט?!

ראבערטס האט אויסגעפירט אז די קליניק רינגלט ארום קעמעראן און שטופט אים אריין אין א ווינקל אן קיין אפציעס ווייל אלעמאל איז אדער צי שפעט אדער צי פריה

יענער האט פרובירט אפצוטיילן יענע קעיס פון די איצטיגע זאגנדיג אז דאן איז קעמעראן קיינמאל נישט געווען פארמישט (אנדערש ווי איצט ווען ער האט צוגעשטעלט זיינע אדוואקאטן) אבער ראבערטס האט נישט אויסגעקוקט צו אקצעפטירן זיינע רייד זאגנדיג אז ער קען הערן אן ארגומענט אז בעת וואס דער העלט סעקרעטאר רעפרעזענטירט די סטעיט צוליב וואס תרי קלא לא משתמעי און מען קען נישט האבן צוויי מענטשן צו רעפרעזענטירן די סטעיט אין די זעלבע צייט אבער איינמאל דער ערשטער לייגט אראפ די וואפן איז צייט פארן אטוירני דזשענעראל אריינצוקומען
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אוקטובער 13, 2021 5:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 11:13 am

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך לך


מיט מער ווי א יאר ביז צו די מידטורמס הויבט מען שוין אן צו זעהן קאמפיין אטאקע רעקלאמעס פון די רעפובליקאנער און פילע פון זיי איבער די גרויסע קאסטן פון די דעמאקראטישע בילס

מעסיגע דעמאקראט געווען א טייל פון פרעזידענט ביידען'ס מאטארקאדע און אריבערגעפארן גאסן באצירט מיט אזעלכע קאמפיין שילדן

ש'כח הכל!

וואס מיינט דאס? וואס מאטארקאדע? כ'כאפ נישט.
און לגבי די געריכט, וויסיגעבליבן?
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 1:07 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך לך


מיט מער ווי א יאר ביז צו די מידטורמס הויבט מען שוין אן צו זעהן קאמפיין אטאקע רעקלאמעס פון די רעפובליקאנער און פילע פון זיי איבער די גרויסע קאסטן פון די דעמאקראטישע בילס

מעסיגע דעמאקראט געווען א טייל פון פרעזידענט ביידען'ס מאטארקאדע און אריבערגעפארן גאסן באצירט מיט אזעלכע קאמפיין שילדן

ש'כח הכל!

וואס מיינט דאס? וואס מאטארקאדע? כ'כאפ נישט.
און לגבי די געריכט, וויסיגעבליבן?


יישר!

מאטארקאדע באדייט די סוויטע (גרופע) פון אויטאמאבילן וועלכע האבן באגלייט פרעזידענט ביידען דורכאויס א באזוך
בטעות אויסגעלאזט די נאמען פונעם קאנגרעסמאן וועלכע איז עליסא סלאטקין

בנוגע די געריכט קעיס:
עס איז געווען א מונדליכע ארגומענט און ווי מען האט באהאנדלט די קעיס אבער די אורטייל קומט נישט ארויס אויפן פלאץ נאר שפעטער אינעם מספרם יאר אדער גאר שפעטער איידער די ענדע פון יוני 2022 למספרם

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 1:10 pm

א דאנק @הבל

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 5:12 pm

ייש"כ @הבל

מערקארטי אויפלעזן חובות דאך וואס???
כלל ישראל וויינט! ברוך דיין האמת! השם ינקום דמה!



אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3089
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 5:13 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:ייש"כ @הבל

מערקארטי אויפלעזן חובות דאך וואס???

זיך געוואנדערט די זעלבע....
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 5:22 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:ייש"כ @הבל

מערקארטי אויפלעזן חובות דאך וואס???

זיך געוואנדערט די זעלבע....

טעות הדפוס

שוין פארראכטן

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3089
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 5:29 pm

ש'כח @הכל
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 6:20 pm

ש'כח הבל, איך האב ספעציפיש הנאה געהאט פון דיין טערמין איבער שניידן אין די לענג אדער אין די ברייט..

הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעס מאיאריטעט פירער סטעני האיער זאגט אז לויט אים דארף מען עלימינירן אמעריקא'ס חובות דאך

אויב מ'עלימינירט די דאך מיינט דאס אז מ'קען בארגן אין טאג אריין אהן א מאס? איז מעגליך צו טון אזא זאך פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט?

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 8:44 pm

היכי תמצא האט געשריבן:ש'כח הבל, איך האב ספעציפיש הנאה געהאט פון דיין טערמין איבער שניידן אין די לענג אדער אין די ברייט..

הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעס מאיאריטעט פירער סטעני האיער זאגט אז לויט אים דארף מען עלימינירן אמעריקא'ס חובות דאך

אויב מ'עלימינירט די דאך מיינט דאס אז מ'קען בארגן אין טאג אריין אהן א מאס? איז מעגליך צו טון אזא זאך פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט?

יא, ס'דאך אונטער טראמפ געווען סוספענדירט, און כאשוין ערגעץ וואו געהאט א לענגערע טענה'ריי דערוועגן, אבער דער מציאות איז אז מ'שפענדט, און מ'רוקט ארויף אונטער יעדע פרעזידענט, סתם א שאד אז אמעריקא'ס עקענאמיע זאל זיין אנגעהאנגען אין פאליטישע רייבערייען
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 8:45 pm

הכל הבל האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:ייש"כ @הבל

מערקארטי אויפלעזן חובות דאך וואס???

זיך געוואנדערט די זעלבע....

טעות הדפוס

שוין פארראכטן


אויב אזוי איז עס א טעות אז עס ביילאנגט אין קוקוש אז א דעמאקראט וויל אמעריקע זאל בארגן 10\15 טריליאן דאלער א וואך איז עפעס נייעס?
כלל ישראל וויינט! ברוך דיין האמת! השם ינקום דמה!



אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 8:47 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:ש'כח הבל, איך האב ספעציפיש הנאה געהאט פון דיין טערמין איבער שניידן אין די לענג אדער אין די ברייט..

הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעס מאיאריטעט פירער סטעני האיער זאגט אז לויט אים דארף מען עלימינירן אמעריקא'ס חובות דאך

אויב מ'עלימינירט די דאך מיינט דאס אז מ'קען בארגן אין טאג אריין אהן א מאס? איז מעגליך צו טון אזא זאך פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט?


יא, ס'דאך אונטער טראמפ געווען סוספענדירט, און כאשוין ערגעץ וואו געהאט א לענגערע טענה'ריי דערוועגן, אבער דער מציאות איז אז מ'שפענדט, און מ'רוקט ארויף אונטער יעדע פרעזידענט, סתם א שאד אז אמעריקא'ס עקענאמיע זאל זיין אנגעהאנגען אין פאליטישע רייבערייען


סא דו האלסט באמת אז די קרעדיט קארד איז אנלימיטעד אדער עס באדערט דיר פשוט נישט אז געלט זאל זיין פונקט גוט צו מאכן א פרעזענט אויסקוקן גרויס?
כלל ישראל וויינט! ברוך דיין האמת! השם ינקום דמה!



אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 8:52 pm

ביטע לאזן דעם אשכול אלס דעבאטע פרייע זאנע!

ייש"כ.

אוועטאר
Mezofzef
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Mezofzef » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 8:56 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:ש'כח הבל, איך האב ספעציפיש הנאה געהאט פון דיין טערמין איבער שניידן אין די לענג אדער אין די ברייט..

הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעס מאיאריטעט פירער סטעני האיער זאגט אז לויט אים דארף מען עלימינירן אמעריקא'ס חובות דאך

אויב מ'עלימינירט די דאך מיינט דאס אז מ'קען בארגן אין טאג אריין אהן א מאס? איז מעגליך צו טון אזא זאך פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט?


יא, ס'דאך אונטער טראמפ געווען סוספענדירט, און כאשוין ערגעץ וואו געהאט א לענגערע טענה'ריי דערוועגן, אבער דער מציאות איז אז מ'שפענדט, און מ'רוקט ארויף אונטער יעדע פרעזידענט, סתם א שאד אז אמעריקא'ס עקענאמיע זאל זיין אנגעהאנגען אין פאליטישע רייבערייען


סא דו האלסט באמת אז די קרעדיט קארד איז אנלימיטעד אדער עס באדערט דיר פשוט נישט אז געלט זאל זיין פונקט גוט צו מאכן א פרעזענט אויסקוקן גרויס?

אסאך מאל מאכט א boss די מיסטעיק און וויל נישט געבן א רעיז פאר א גוטע ארבעטער, מיינענדיג אז ער שפארט א הוצאה, אבער די אמת איז אז דאס איז א אינוועסטמענט, און נישט קיין עקספענס.
די זעלבע זאך בארגן פאר די גאווערמענט איז א זייער פארעם פון אינוועסטירונג אין די עקאנאמיע, אויב אמעריקע וואלט אייביג געהאט א בעלענסד בודזשעט וואלט עס נאך היינט נישט געווען קיין גרויסמאכט.
ווער רעדט נאך אז רוב הניכר פון די חוב איז א וויץ, ווי איין טאש בארגט פאר די אנדערע וכו', ועוד אז פאר יעדע דאלאר וואס אמעריקע קומט פאר טשיינע, קומט טשיינע צירוק ניינציג צענט.
(פנחס גלויבער האט אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט געהאט א שמועס דערוועגן)
לסיכום. A country that believes in itself, invests in itself
הקול קול יעקב.
בשעה שיעקב מצפצף בקולו, אין הידים ידי עשו


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גאפל, הירש בן משה, הר גריזים, טשיינע רב, נקודהלע, פאלקאוויטש123, שאראש-פאטאק און 45 געסט