א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 1:18 pm

ש'כח הבל
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 27190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 1:44 pm

יאפ!! שוין לאנג נישט אריינגעטשעקט, אבער צום נייעם זמן... קריספי עז קען בי!

טענקס!
אין עוד מלבדו!

קרעטשמע - אייוועלט

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 4:04 pm

שכח הבל, זייער געשמאק!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 4:20 pm

א יישר פאר אלע פרישע באדאנקער דא און אין אישי!

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 6:40 pm

הכל הבל האט געשריבן:
*

דזשארדזשיא קאנגרעספרוי גרין (ר) האט אויפן וועג ארויס פונעם קעפיטאל באגעגנט א גרופע דעמאקראטישע געזעצגעבער אויף די קעפיטאל טרעפ און זיי נאכגעשריגן אז רציחה פראקטיצירונג איז נישט קיין העלט קעיר רעכט

עס איז געקומען אין די צייט וואס אין קאנגרעס האט מען באהאנדלט א ביל צו פארשטארקערן די לענדמארק פרא רציחה געזעץ אין ליכט פון א לעצטיגע סופרים קאורט באשלוס נישט זאפארט צו בלאקירן א טעקסאס אנטי רציחה געזעץ פון אריינגיין אין קראפט

די וויצע פארזיצער פון די דעמאקראטישע קאקוס פיט אגילאר פון קאליפארניע האט צוריקגעשריגן אז גרין זוכט איינפאך פובליסיטי אויף וועלכע גרין האט צוריקגעשריגן אז עס איז אגילאר וועלכע זוכט צו פערפארמען

מישיגען קאנגרעספרוי דעבי דינגעל וולעכע האט מיטגעהאלטן די אויסטויש האט געשריגן אין ריכטונג פון גרין אז זי זאל זיך אויפפירן מיט ציוויליטעט

גרין האט זיך דאן גענומען איבער דינגעל שרייענדיג אז רציחה פראקטיצירונג איז נישט ציווילטעט און איינפאכע מערדעריי

דינגעל: מיר האבן געזעצן וועלכע באשטימען וואס מיר טוען און דו זאלסט פראקטיצירן די פונדאמענטאלע לעקציעס וואס מען לערנט אין קירכע וואס איז צו רעספעקטירן ארומיגע

גרין: לעקציעס פון קירכע?! פרוביר צו זיין א קריסט און שטיץ לעבן

דינגעל: פרוביר צו זיין א קריסט און רעספעקטירן דיינע ארומיגע

ביי יענע פונקט פונעם געפעכט איז די אויסטויש געווען אזוי היציג אז דינגעל האט כמעט פארלוירן איר באלאנס און געפאלן די טרעפ און גרין האט איר ווייטער נאכגעשריגן: גיב אכטונג וואו די גייסט, דו קענסט אראפפאלן, פרוביר דיך צו קאנטראלירן


*



גרין זיצט נאך נישט און חד גדיא פאר אזא שוידערליכע פארברעכן????
בעריש'ל האט געשריבן:עריק עדעמס, ער איז נאנט צום היימישן ציבור, א וויליאמסבורג פריינד שוין א היבשע פאר יאר, און אפילו איז ער נישט גענוג פראגרעסיוו אבער איז כאטש גאנץ נאנט צו מיינע אישוס אין אלע הינזיכטן.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 6:40 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ש'כח הבל
בעריש'ל האט געשריבן:עריק עדעמס, ער איז נאנט צום היימישן ציבור, א וויליאמסבורג פריינד שוין א היבשע פאר יאר, און אפילו איז ער נישט גענוג פראגרעסיוו אבער איז כאטש גאנץ נאנט צו מיינע אישוס אין אלע הינזיכטן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 11:04 am

מיטוואך נח




סענאטאר טעד קרוז האלט ווייטער אן זיין בלאקאדא אויף א רייע אמבאסאדאר נאמינאציעס אבער אצינד רינט שוין די פאליטיק אריבער די אקעאנען קיין אויסלאנד און עס הויבט אן קומען דרוק אויף וואשינגטאן פון בריסל און די אייראפעאיש פאראיין וועלכע ווערן אומגעדולדיג און באקלאגן זיך אז זיי האבן נישט קיין געהעריגע אמעריקאנע פארשטייער מיט וועם צו פארהאנדלען איבער וויכטיגע אינטערנאציאנאלע טעמעס


*


געהילף אטוירני דזשענעראל קריסטען קלארק וועט היינט אויפטרעטן פארנט פון די סענאט יורידישע קאמיטע איבער די לעצטע ווערסיע פון א וואל רעפארם ביל וועלכע דעמאקראטן ווילן ארויפברענגן אויפן סענאט פלאר אבער און פייער איז ערואורטעט צו קומען פון רעפובליקאנע סענאטארן איבער די פרישע דירעקטיוו פון די דעפארטמענט איבער א נאציאנאלע אויספארשונג אין באצוג צו מעגליכעע שאנטאזשירונגען פון עלטערן אויף לאקאלע סקול באורדס איבער די לימודים וואס ווערן געלערנט אין די שולעס
סענאטאר האולי האט שוין אראפגעריסן עף בי איי דירעקטאר קריס רעי דערוועגן דורכאויס א צווייטע קאמיטע פארהער


*


מיטש מעקאנעל האט איצט גערעדט פון פרעזידענט ביידען אויפן סענאט פלאר אבער אים פארטוישט מיט פרעזידענט בוש אבער האט זיך גלייך פארראכטן


*


סענאטאר קארי בוקער זאגט אז טראץ וואס ער איז העכער אין וואוקס ווי סענאטאר מייק לי קוקט ער נאך אלץ ארויף אויף אים


*


היינט וועט די סענאט שטימען אפצושטעלן דעבאטע איבער דאס העכערן די חובות דאך און עס איז ערווארטעט אז רעפובליקאנער זאלן עס בלאקירן
לויט ווי עס הייסט איצט וועט די אפשטימונג פארקומען אום 3 אזייגער


*


פרעזידענט ביידען האט נעכטן געזאגט אז מבטל זיין די פיליבאסטער אויף די פראגע איז אן עכטע מעגליכקייט


*


סענאטאר קריס קונס זאגט אז עס קען זיך זייער מעגליך שאפן 50 דעמאקראטישע שטימען צו באזייטיגן די פיליבאסטער ווען עס קומט צו די חובות דאך


*


מעקאנעל האט איצט אויפו סענאט פלאר אדרעסירט די פיליבאסטער עלימינאציע מעגליכקייט טייטלענדיג אויפ שומער וועלכע טוט לויט אים פארבריצירן דראמא צו סעקירן צענטריסטישע דעמאקראטן אז זיי זאלן אפווייכן פון זייערע פאזיציעס און געווארנט אז עס וועט צוטראסקען די סענאט ארדער


*


קאנגרעסמאן מעקאול און עטליכע פון זיינע קאלעגן וועלן היינט פארשלאגן א רעזאלוציע וועלכע וועט פארלאנגען ברייטע צוטריט צו דאקומענטן און קאמיוניקאציע רעקארדס אין פארבינדונג צו די עוואקואציע פון אפגאנסיטאן


*


פרעזידענט ביידען האט נאמינירט סאפאלק קאונטי מאסאטשוסעטס דיסטריקט אטוירני רחל ראלינס צו סערווירן אלץ יו עס אטוירני אבער איר נאמינאציע איז געקומען אונטער פייער פון סענאטארן קרוז און קאטאן וועלכע האבן געפירט א קאמף ביי די סענאט יורידישע קאמיטע באשטעטיגונג

קאטאן האט איר אראפגעמאלן אלץ א פראקוראר מיט פרא פארברעכן פאזיציעס און קרוז און קורז האט איר באצייכנט אלץ עקסטרעם און רעוואלוציאנערנד

קאמיטע פארזיצער דורבין האט באשולדיגט רעפובליקאנע מיטגלידער פארן ברעכן א 30 יעריגע פרעצעדענט פון באפרייען יו עס אטוירני נאמינאציעס פון קאמיטע און ערלויבן די פולע סענאט צו שטימען דערויף אבער אין דעם פאל האט זיל די קאמיטע אפשטימונג געשפאלטן 11-11 אויף פארטייאישע ליניעס צוואונגענדיג מאיאריטעט פירער שומער צו בעטן די פולע סענאט צו שטימען צו ערשט אויב מען זאל באפרייען די נאמינאציע וולעכע איז געבליבן שטעקן אין קאמיטע

ראלינס שטיצט שטארק יוסטיץ און פאליציי רעפארם און אויב באשטעטיגט וועט זי זיין די ערשטע אפריקאנע אמעריקאנע יו עס אטוירני פאר מאסאטשוסעטס


*


די סענאט באנקינג קאמיטע האט געענדיגט אן אפשטימונג -אויף 5 טרעזשורי און האד נאמינאציעס אריינגערעכנט געהילף סעקרעטאר און אונטער סעקרעטאר נאמינאציעס פארטעראריזם און פינאנציעלע פארברעכנס- 12-12 וואס באדייט אז שומער וועט דארפן בעטן די פולע סענאט צו שטימען צו ערשט אויב מען זאל באפרייען די נאמינאציעס פונעם קאמיטע איידער די סענאט קען זיי אנהויבן באהאנדלען



*

הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראטישע קאנגרעסמאן גאנזאלעז פון טעקסאס 15 וועלכע איז א ציהל פון די רעפובליקאנע קאנגרעסיאנלע קאמיטע צו ווערן באזיגט האט אויפגעטריבן 425 טויזנט דאלער אין די צווייטע למספרם קווארטאל און זיצט מיט 1.5 מיליאן דאלער אין די באנק


ווי אנדערע האבן שוין באריכטעט וועט גאנזאלעז לויפן אין א צווייטע דיסטריקט
ער האט אצינד געמאלדן אז פארן דריטן למספרם קווארטאל האט ער אויפגעטריבן 700 טויזנט דאלער


*


אין טעקסאס האט די רעגירונג אויפגעשטעלט א פאנד צו בויען די גרעניץ וואנט און ווי מען שטייט ביליאנער טים מעלאן כמעט די גאנצע 54 מיליאן דאלער אריינגעקומען


*


טראמפ האט אויסגעדרקוט סקעפטיציזם איבער די געדאנק פון דערקלערן עקזעקוטיווע פריווילעגיע און צוריקהאלטן עדות און דאקומענטן פון די קעפיטאל איבערפאל סעלעקט קאמיטע
ער זאגט אז עס צומישט אים ווייל מען איז נישט באגאנגען סיי וועלכע פארברעך און ער פארשטייט ניטאמאל פארוואס מען רעקרוטירט אדוואקאטן עס צו באהאנדלען אויספירנדיג אז ער וואלט געוואלט אז אלע געלאדנטע זאלן גיין און פארציילן וואס זיי ווייסן


*


געוועזענע טראמפ געהילף מעקס מילער פיילט א לאוסוט אקעגן די געוועזענע וטראמפ ווייסע הויז פרעסע סעקרעטארשע סטעפאני גרישעם פארן אים אנגעבליך פאלש באשמוצן אין איר נארוואס ערשינענע בוך


*


די סופרים קאורט האט אפגעווארפן א ביטע אויסצוהערן א קעיס וועלכע האט זיך באקלאגט אז וואשינגטאן די סי פארמאגט נישט קיין רעפרעזענטאציע אין קאנגרעס


*


אין די צייט וואס מען האט גערעדט שידוכים פאר דזשאן וואלווארט פון קליוולאנד אהייא איז אים אויסגעקומען אריבערצוגיין צו די מדוברת אין שטוב זיי און זיי איבערצייגן איבער זיינע מדות מוזהבות און דער בחור האט טאקע באוויזן ווען ער איז פארבעטן געווארן אפצולאדענען א שאכטל וועלכע האט אנטהאלטן פיר איין גאלאנדיגע פלעשער מיט עסיג און זיי פלאצירן אין קעלער פון איר היים

דזשאן האט טאקע נישט אנטוישט און פלינקערהייט אויסגעפירט וואס מען האט אים באאויפטראגט אבער אביסעלע אומפארזיכטיג
איידער ער האט אנגעהויבן זיין וועג אויף די טרעפ וועלכע פירט צום קעלער האט ער זיך אנגעשטאלפערט אין א פאר שיך וועלכע די בתולה המהוללה האט איבערגעלאזט אויף דער ערד

לויט דזשאן האט ער געהאלטן די שאכטל אין האנט און נישט באמערקט די פאר שיך און זיך איינגעהאנקערט דערין און פארלוירן זיין באלאנס
פירנדיג צו דעם אז די טרעפ פארנט פון אים איז פארוואנדלט געווארן צו אן עסקעלעיטאר אים אראפשליידערנדיג ביז אונטן גאר שנעל

אונטן אינעם קעלער האט דזשאן אנערקענט אז ער איז שוין איינמאל "אריינגעפאלן" מיט א שידוך זיך טרעפנדיג מיט צובראכענע ביינער אין זיינע פיס הענט און ארעם

דזשאן איז ווייטער געגאנגען מיטן שידוך און שפעטער געהייראט די אייגנטומער פון די שיך אבער ער האט צו ערשט געמוזט אריבערגיין 3 אפעראציעס און מאנאטן פון פיזישע טעראפי

אין 2019 למספרם האט דזשאן געפיילט אן אנקלאגע אקעגן זיין פרוי מיט די באשולדיגונג אז איר אהינשטעלן די פאר שיך איז געווען א פארנאכלעסיגונג און געשטעלט זיין וואוילזיין אין געפאר ווען ער איז געלאדנט געווארן אהין אלץ גאסט און פארלאנגט אנטשעדיגונג פון 80 טויזנט דאלער מעדיצינישע בילס אין צוגאב פון 18 טויזנט דאלער אין פארלוירענע געהאלט דורכאויס די מאנאטן פון זיין ערהוילונג

זעלבסטפארשטענדליך אז דזשאן'ס אנקלאגע איז בעיקר געווען מיטן רעכענונג אז די אינשורענס פירמע וועלכע האט געדעקט איר הויז זאל באצאהלן די שאדנס און פרוי וואלווארט איז גערופן געווארן אויפצוטרעטן אין געריכט צו פארציילן איר זייט פון די געשיכטע

די פרוי האט געזאגט פארן געריכט אז זי פלעגט רעגלמעסיג אהינשטעלן אירע שיך און עס איז איר נישט בייגעפאלן צו ווארענען איר גאסט צו זיין פארזיכטיג אבער קען נישט זאגן ווי אזוי איר מאן איז אומגעפאלן זינט זי איז נישט געווען אנוועזנד אין יענע צייט אויפן פלאץ

ווערנדיג געפרעגט אויב זי האלט אז וואס עס האט פאסירט עס איר שולד האט זי ווי אן אשת חיל געזאגט אז זי האלט אזוי

די אדוואקאטן פאר די אינשורענס פירמע האבן נישט באשולדיגט די פארפאלק און וועבן א קנוניא צווישן זיך אויפן חשבון פון די פירמע אבער האבן יא קלארגעשטעלט אז מענטשן וועלכע שענקן געווענליכע אויפמערקזאמקייט ווען זיי גייען וועלן באמערקן ווען א פאר שיך ליגט אפן אויף דער ערד פארנט פון זיי און דעריבער וואלט דזשאן געברויכט זיין מער פארזיכטיג און עס איז נישט די פאראנטווארטליכקייט פון זיין פרוי און דעריבער דארפן זיי נישט דעקן די שאדנס

א לאקאלע דיסטריקט ריכטער האט געגעבן רעכט פאר די פירמע און דזשאן האט עס אפעלירט צום אפעלאט געריכט וואו א דריי ריכטער פאנעל אויפן אכטן דיסטריקט קאורט אוו אפיעלס האט אצינד באשטעיטגט די אורטייל פונעם אונטערשטן געריכט

א פרייליכן חודש!
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אוקטובער 06, 2021 11:13 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 11:10 am

פיינע קאווע היינט

הה"ד אשר ברא ששון ושמחה, וויאזוי? מיט אזאנע חתן וכלה
אמעריקע איז בעק! (אין דער ערד..)

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6054
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 11:16 am

א דאנק @הבל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 11:33 am

יישר כחכם!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 18163
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 11:44 am

א דאנק הבל!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אור
שר האלפיים
תגובות: 2662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אור » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 12:02 pm

יישר!

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 12:42 pm

ש'כח!
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re:

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 3:40 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:א דאנק הבל!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 4:31 pm

יישר אלע!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3474
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 9:34 pm

מיטוואך נח

מדנ"י אויסערן מיניסטער יאיר לאפיד איז ערווארטערט קומענדיגע וואך אויף א באזוך אין וואשינגטאן וואו ער וועט זיך טרעפן מיט הויכראנגיגע אדמיניסטראציע באאמטע, אריינגערעכענט סא"ס בלינקען, נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער סוליווען און וויצע פרעזידענט העריס.

* * * *
דעמאקראטישע קאנגרעסמאן ברענדאן דאיעל שלאגט פאר א געזעץ וואס וועט אוועקנעמען פון קאנגרעס די אויפגאבע פון העכערן די חובות דאך, און אנשטאט עס אריבערפירן צום טרעזשורי סעקרעטאר.

* * * *
די פעדעראלע 'דערפארטמענט אוו עדיוקעישאן' האט איינגעמאלדן פאר פלארידא באאמטע אז די סטעיט האט פארפאסט א דעדליין צו אריינגעבן די פלענער וויאזוי די סטעיט וועט זיך אומגיין מיט ארום 2.3 ביליאן דאללער אין פעדעראלע קאוויד הילף געלטער. אין רעזולטאט פון פארפאסן די דעדליין וועט די סטעיט נישט באקומען די פרישע געלטער.

* * * *
א גרופע רעפובליקאנע גאווערנאר'ס געפונען זיך אין די יעצטיגע טעג אין טעקסאס, נאנט צו די דרום גרעניץ, וואו זיי וועלן אדרעסירן די לעצטיגע קריזיס צושטאנד ביי די גרעניץ, און וועלן -לויט באריכטן- אויפוויקלען א צען פונקטן פלאן פאר גרעניץ זיכערהייט.
די גרופע נעמט אריין: גאווערנאר דאוג דאוסי (אריזאונע), ברייען קעמפ (זשארזשיע), ברעד ליטעל (איידעהאו), קים רעינאלדס (אייאווע), גיאנפארטי (מאנטאנע), ריקעטס (נעבראסקע), דעוויין (אהייאו), קעווין סטיט (אוקלעהאומע), נאועם (סאוט דעקאוטע), מארק גארדאן (וויאמינג).

* * * *
איידעהאו גאווערנאר ברעד ליטעל זאגט אז ער וועט אנולירן סיי וועלכע שריט, אין באצוג צום וויירוס, גענומען דורך זיין ליוטענענט פרוי מעקגישין אין די צייט וואס ער געפונט זיך אין טעקסאס. דאס קומט נאכדעם וואס מעקגישין האט ארויסגעגעבן א פארבאט אויף פובליק שולעס אין די סטעיט פון פארלאנגען וואקסין מאנדאטן אדער ענליכעס.
פריער אין יאר האט מעקגישין געמאלדן א פריימערי פארמעסט קעגן ליטעל פאר די גאווערנאר נאמינאציע.

* * * *
א פעדעראלע עי.טי.עף. פאריסרונג אגענט איז פארוואונדעט געווארן ווען ער האט פרובירט צו ארעסטירן א 40 יעריגער אין נעשוויל, טענעסי. דער וועם מ'האט געזוכט צו ארעסטירן איז געווארן דערשאסן דורך לאקאלע פאליציי קרעפטן וועלכע זענען אנוועזענד געווען אויפן סצענע נאך פון פריער.

* * * *
אמווייניגסטענס פיר זענען פארוואונדעט געווארן ביי א שיסעריי ביי א טעקסאס הויעך שולע. דער שיסער איז ארעסטירט געווארן נאך א שטיק צייט, ווען ער איז אליינס אראפגעקומען אין פאליציי סטאנציע אין באגלייטונג פון זיין אדוואקאט.

* * * *
דער געוועזענע מאריקאופע קאונטי שעריף, זשאו ארפאיאו, האט געמאלדן אז ער וועט לויפן פאר מעיאר פון די שטאט פאונטעין הילס, אריזאונע.
ארפאיאו האט זיך באקאנט געמאכט דורכאויס די יארן מיט זיין גאר שארפע און ברוטאלע צוגאנג צו ארעסטאנטן, און איבערהויפט אומלעגאלע אימיגראנטן, וואס האט איהם פאראורזאכט מערערע לעגאלע קאפוויי און עטלכיע געריכטליכע קלאגעס.

* * * *
די מינעסאוטע סטעיט סופרים קאורט האט אפגעווארפן א פארלאנג פון דער געוועזענע אפיציר דערעק שאווין צו האבן א רעגירונגס פינאנצירטע אדוואקאט וואס זאל איהם פארטרעטן דורכאויס זיין אפיעל פארזוך. די געריכט ערקלערט אז שאווין האט נישט אויפעוויזן אז ער פארמאגט נישט די נויטיגע געלטער אליינס צו דעקן די קאסטן פון אן אדוואקאט.

* * * *
עד מולינס, דער פרעזידענט פון ניו יארק סיטי פאליציי עס.בי.עי. סארזשענטס יוניאן, האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע אלס פרעזידענט פון די יוניאן עטליכע שטונדן נאך וואס פעדעראלע אגענטן האבן דורכגעפירט אן אבלאווע ביי זיין היים און ביי די הויפטקווארטיר פונעם יוניאן.

* * * *
ראי מעקגרעט (Roy McGrath), דער געוועזענע שטאב הויפט פון מערילענד גאווערנאר לערי האוגען, איז געווארן אנגעקלאגט אין בארויבן די סטעיט אגענטור וועלכע ער האט אנגעפירט.
לויט די קלאגע, האט מעקגרעט געזאגט פאר באאמטע ביי די 'מערילענד ענווייראמענטאלע סערוויס' אגענטור (עם.אי.עס.) אז זיין אויבערהאר, דער גאווערנאר, איז האט געגעבן זיין צושטימונג צו א באצאלונג אין די ווערד פון העכער 230,000 דאללער ווען ער האט אפגעטרעטן פון אמט אלס הויפט פון די אגענטור. מעקגרעט האט שפעטער פרובירט צו פארניכטן סיי וועלכע רעקארדס פון די זיצונג ווי ער האט פארלאנגט די אפטריט פעקעזש.
באזונדער ווערט ער אנגעקלאגט אין שטילערהייט רעקארדירן געשפרעכן מיט אנדערע רעגירונגס באמטע, סיי אלס דער גאווערנאר'ס שטאב הויפט און סיי אלס הויפט פון די עם.אי.עס. אגענטור, אן זייער ערלויבעניש.

* * * *
א פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס האט היינט בלאקירט די נייע אנטי רציחה געזעץ וואס די סטעיט האט איינגעשטעלט פאריגע מאנאט.

* * * *
קאליפארניע געזעצגעבער האבן אין יאר 2019 באשטעטיגט א געזעץ וואס פארבאט די באנוץ פון פריוואטע טורמעס אין די סטעיט, אנגעבליך צוליב די שוואכערע אומשטענדן און פארשידענע אנדערע פראבלעמען צו וועלכע ארעסטאנטן זענען דארט אויסגעשטעלט.
אין די געזעץ איז געווען אריינגעשטעלט א אויסנאם פאר פארשידענע טורמעס מיט וועלכע די סטעיט האט א קאנטראקט, אבער ענליכע אימיגראציע ארעסט צענטערן וואס ווערן באנוצט דורך די פעדעראלע רעגירונג זענען יא אריינגעשלאסן אין די פארבאט. די פעדעראלע 'אייס' אגענטור (ICE) פארמאגט זיבן פריוואט-אנגעפירטע טורמעס אין די סטעיט, מיט פלאץ פאר העכער 7,000 ארעסטאנטן.
אין רעאקציע צו די געזעץ האט א פלארידא באזירטע טורמע קאנטראקטאר, ווי אויך די פעדערלאע רעגירונג, אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט אז די געזעץ טוט אונטערמינעווען די געזעץ פארסירונג מעגליכקייטן פון די פעדעראלע רעגירונג. א אונטערשטע דיסטריקט געריכט האט געגעבן גערעכט פאר די סטעיט, אורטיילענדיגע אז די פארבאט קען בלייבן אין קראפט.
היינט האט אבער א דריי ריכטער פאנעל פון 'די ניינטע קרייז אפעלאט געריכט', אין א 2-1 אורטייל, אפגעווארפן די שטעלונג פון די סטעיט און ארויסגעווארפן די געזעץ, ערקלערענדיג אז די געזעץ טוט דיסקרימינירן קעגן די פעדעראלע רעגירונג.

* * * *
פעדעראלע אפעלאט געריכט ארויסגעווארפן א אנקלאגע פון עטליכע דעמאקראטישע שטאטן קעגן די סאלט דעדוקשען קעפ ארויפגעשטעלט דורך קאנגרעס אין 2017.

* * * *
א פרישע אנקעטע צייגט אז ארום א דריטל אמעריקאנע וואלטן באטראכט די געדאנק פון פארשליסן די סופרים קאורט אין פאל זי אורטיילט אנדערש ווי די שטעלונג אלגעמיינע באפעלקערונג. די זעלבע אנקעטע צייגט אז 38% אויסגעפרעגטע וואלטן געשטיצט דאס צונעמען די מאכט פונעם געריכט צו קענען אנידערשטימען געזעצן ארויס פון קאנגרעס.

מייערן צימעס איז א גוטע מאכל און ר' מרדכי'לע נעשכיזער איז געווען א גוטע איד.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום דאנארשטאג אוקטובער 07, 2021 11:03 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 9:39 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 10:43 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מיטוואך נח


* * * *
א פרישע אנקעטע צייגט אז ארום א דריטל אמעריקאנע וואלטן באטראכט די געדאנק פון פארשליסן די סופרים קאורט אין פאל זי אורטיילט אנדערש ווי די שטעלונג אלגעמיינע באפעלקערונג. די זעלבע אנקעטע צייגט אז 385 אויסגעפרעגטע וואלטן געשטיצט דאס צונעמען די מאכט פונעם געריכט צו קענען אנידערשטימען געזעצן ארויס פון קאנגרעס.

מייערן צימעס איז א גוטע מאכל און ר' מרדכי'לע נעשכיזער איז געווען א גוטע איד.[/center]


וויפיל מענטשן ווילן אוועקנעמען די מאכט פון קאנגרעס אויב זיי גייען קעגן די אלגעמיינע באפעלקערונג?
בעריש'ל האט געשריבן:עריק עדעמס, ער איז נאנט צום היימישן ציבור, א וויליאמסבורג פריינד שוין א היבשע פאר יאר, און אפילו איז ער נישט גענוג פראגרעסיוו אבער איז כאטש גאנץ נאנט צו מיינע אישוס אין אלע הינזיכטן.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 18163
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 11:49 pm

דאס איז שוין א טריעט! סיי פון אלעקסיי און סיי פון הבל אין איין טאג.

טענקס אלעקסיי!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
Mezofzef
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Mezofzef » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 11:49 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מיטוואך נח


* * * *
א פרישע אנקעטע צייגט אז ארום א דריטל אמעריקאנע וואלטן באטראכט די געדאנק פון פארשליסן די סופרים קאורט אין פאל זי אורטיילט אנדערש ווי די שטעלונג אלגעמיינע באפעלקערונג. די זעלבע אנקעטע צייגט אז 385 אויסגעפרעגטע וואלטן געשטיצט דאס צונעמען די מאכט פונעם געריכט צו קענען אנידערשטימען געזעצן ארויס פון קאנגרעס.

מייערן צימעס איז א גוטע מאכל און ר' מרדכי'לע נעשכיזער איז געווען א גוטע איד.[/center]


וויפיל מענטשן ווילן אוועקנעמען די מאכט פון קאנגרעס אויב זיי גייען קעגן די אלגעמיינע באפעלקערונג?

דאס געשעהט יעדע צוויי יאר, מען רופט דאס וואלן.
הקול קול יעקב.
בשעה שיעקב מצפצף בקולו, אין הידים ידי עשו

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג אוקטובער 07, 2021 12:11 am

שכח הבל און אלעקסיי!
—-
אופססס, זיך אויפשטעלנדיג יעצט פונם קאוטש האבן מיר זיך אנגעשטאלפערט און מיין ווייבס פאפוטשן, וועלעכע לויער קען מען הייערן פאר דעם?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 27190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוקטובער 07, 2021 12:51 am

א דאבל דאוז... פיינע נייעס!
אין עוד מלבדו!

קרעטשמע - אייוועלט

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג אוקטובער 07, 2021 1:45 am

הר גריזים האט געשריבן:שכח הבל און אלעקסיי!
—-
אופססס, זיך אויפשטעלנדיג יעצט פונם קאוטש האבן מיר זיך אנגעשטאלפערט און מיין ווייבס פאפוטשן, וועלעכע לויער קען מען הייערן פאר דעם?

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p-
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3474
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוקטובער 07, 2021 6:47 pm

דאנערשטאג נח

ערשטמאליגע ארבעטסלאזע בענעפיטן פארלאנגען איז פאריגע וואך געשטאנען ביי ארום 326,000, אראפ פון די לעצטערע עטליכע וואכן.

* * * *
אלע נייעס אנבאלאנגט די לעצטערע אמפערייען אינעם סענאט איבער העכערן די חובות דאך, געפונט זיך אינעם 'נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס' אשכול (לייוו רעפארטינג דורך אונזערע ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט @הכל הבל אינאיינעם מיט נאך עטליכע חשוב'ע חברים דא אויפן וועלטל).

* * * *
די 'ספעשל אינספעקטאר פאר אפגאניסטאן רעקאנסטראקשען' (SIGAR), זשאן סאפקאו, האט געזאגט פאר קאנגרעס אז זיין אפיס וועט אויספארשן די באריכטן אז דער געוועזענע אפגאנע פרעזידענט גהאני איז אנטלאפן פון לאנד מיט העכער 160 מיליאן דאללער אין קעש.

* * * *
סענאטארן ראן וויידען (דעמ.) און רענד פאול (רעפ.) שלאגן פאר א געזעץ וואס וועט צווינגען פעדעראלע גרעניץ אגענטן צו באקומען א געריכטליכע ערלויבעניש (ווארענט) איידערן אונטערזוכן סיי וועלכע עלעקטראניש קאמיוניקאציע דעווייס פון רייזענדע ביים אריינקומען אין לאנד.

* * * *
אין אנדערע נייעס, טוט פאול פארשלאגן א געזעץ וואס וועט עלימינירן די מאנדאט צו טעסטן נייע מעדיצינען וכדו' אויף בעלי חיים איידער זיי ווערן באשטעטיגט פאר מענטשליכע באנוץ.

* * * *
די פעיסבוק פייפער-בלאזער, פרוי האגען, וועלכע האט פריער אין וואך אויפגעטרעטן פאר קאנגרעס, וועט אויפטרעטן פאר די יאנואר 6 סעלעקט קאמיטע צו פארשטיין געבן פאר געזעצגעבר וויאזוי די פלאטפארמע איז גענוצט געווארן דורך די פלאנירער פונעם אויפשטאנד.

* * * *
די קאנגרעס יאנואר 6 קאמיטע האט היינט ארויסגעשיקט נאך עטליכע סובפינע פארלאנגען פאר מענטשן וואס זענען געווען פארמישט אין ארגאניזירן די ראלי יענעם טאג אין וואשינגטאן.

* * * *
סי.איי.עי. געמאלדן די פארמירונג פון א נייע אפיס, די 'טשיינע מישען סענטער', וואס וועט זיך אפגעבן בלויז מיט די געפאר וואס כינע שטעלט פאר פאר אמעריקא, אויף אלע פראנטן. די נייע אפיס וועט ארבעטן אינאיינעם מיט אנדערע אפטיילונגען אינערהאלב די אגענטור, אין א פארזוך צו צוזאמברענגן אלע כינעזע אינפארמאציע צו איין צענטראלע פלאץ.

* * * *
געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט, לויט באריכטן, פארשפראכן פאר עטליכע וועלכע האבן שוין פריער באקומען סובפינע פארלאנגען אז ער וועט קעמפן דערקעגן אין געריכט, נוצענדיגע די 'עקזעקיוטיוו פריווילעזש' אלס אויסרייד אז זיי דארפן נישט נאכקומען די קאמיטע פארלאנג.

* * * *
טעקסאס גאווערנאר גרעג עבאט האט אריינגעגעבן אן אפיעל צום פרעזידענט איבער וואס די 'פעדעראלע עמערזשענסי מענעזשמענט אגענטור' (פימ"א) אנטזאגט זיך צו ערקלערן אן עמערזשענסי צושטאנד ביי די דרום גרעניץ.

* * * *
א פרוי אין סט. לואיס, מיזורי, איז געווארן אנגעקלאגט אויף פעדעראלע קלאגעס פאר'ן אונטערצינדן א 7-11 געשעפט דורכאויס די זשארזש פלאיד ראיאטן פאריאר.

* * * *
רעפובליקאנע געזעצגעבער אין נארט קאראליינע זאגן אז זיי ווילן אונטערזוכן די וואל מאשינען גענוצט אין דורהעם קאונטי דורכאויס די פארלאפענע וואלן, צו זעהן אויב די מאשינען קענען ווערן צוגעטשעפעט צו די אינטערנעט. ווי זיי זאגן, האבן זיי באשלאסן צו אונטערזוכן די ספעציפישע קאונטי נוצענדיג א גורל.

* * * *
'גוגל פלייטס' וועט ערלויבן מענטשן וואס זוכן צו באשטעלן פלי רייזעס, צו אריינרעכענען די קארבאן עמישאנס פון די ספעציפישע פלייט אלס טייל פון די באשלוס וועלכע פלי רייזע מ'זאל באשטעלן.

* * * *
פייזער האט אריינגעגעבן א אפליקאציע פאר עמערזשענסי אוטאריזאציע צו קענען נוצן זייער וויירוס וואקסין אויך פאר קינדער פון די 5 יאר ביז די 11.

* * * *
פעדעראלע 'זעקסטע קרייז אפעלאט געריכט' אורטיילט אז סטודענטן ביי די 'וועסטערן מישיגען יוניווערסיטי' וואס האבן פארלאנגט א רעליגיעזע אויסנאם פון די מאקסין וואנדאט איינגעשטעלט דורך זייער יוניווערסיטי צו קענען אנטייל נעמען אין די יוניווערסיטי'ס שפיל פארמעסטן זענען בארעכטיגט דערצו, לאזענדיג אין פלאץ א אורטייל ארויסגעגעבן דורך די דיסטריקט געריכט.

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3069
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג אוקטובער 07, 2021 8:41 pm

א ריזיגן דאנק @אלעקסיי
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, dinrap, PetalBot, ארי וואהרמאן, אשריך, בשעה טובה, וויל זיין, כאפצעם, נארגוטס, עטרת תפארת, קרייסלער, ר' זעקל און 51 געסט