א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

היינט ביום העלעקשן איז א רעפטל ווייט נישט גענוג, א גאנצע באבקע וועט זיך אויספעלן....
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

:grin: :-(
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די יוסטיץ דעפארטמענט שיקט א ביטע צום סופרים קאורט אויפצונעמען די דאקא קעיס און איבערהיפן די אפעלאט געריכטן

איצט איז געמאלדן געווארן די פאנעל פון ריכטער אויפן די סי סירקוט קאורט וועלכע וועלן אויסהערן די קעיס צווישן די רעגירונג און די פאראייניגונג צווישן עי טי & טי און טיים ווארנער קעיבל
ריכטער ראדזשערס (געשטעלט דורך קלינטאן) ריכטער ווילקינס (געשטעלט דורך אבאמא) און ריכטער סענטעל (געשטעלט דורך רעיגען)

היינט אינדערפרי איז ארויס די ערשטע געהעריגע אורטייל פונעם סופרים קאורט פארן נייעם טערמין
די געריכט האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע ארדערס וועלכע זענען אנדערש ווי געהעריגע אורטיילן (וועלכע ווערן גערופן אפיניאנס) מיטן זיין קורץ און שארף אן ווערן צופיל ערקלערט
אנדערש איז אן אפיניאן וועלכע איז א געהעריג פסק און ווערט ברייט ערקלערט און האט מער אויסזיכט שפעטער צו ווערן גענוצט מדמה צו זיין ענליכע קעיסעס באזירט אויפן פרעצעדענט געשאפן דורך דעם אורטייל
די היינטיגע אורטייל איז איבער א קעיס אנבאלאנגט די עידזש דיסקרימינעישאן עידזש
די עידזש דיסקרימינעישאן עידזש איז א געזעץ דורכגעפירט אין 1967 למספרם און אונטערגעשריבן דורך פרעזידענט דזשאנסאן
די געזעץ איז געצילט צו באשיצן ארבעטער פון געוויסע סארט דיסקרימינאציע צוליב זייער עלטער
די יארגאנג דיסקרימינאציע ביי די ארבעט איז נישט געווארן אדרעסירט אין די אלגעמיינע סיוויל רטייטס אקט וועלכע קאנצעטרירט זיך אויף אנדערע סארט דיסקרימינאציע און דעריבער איז געווען א נויט פאר א באזונדערע יארגאנג דיסקרימינאציע געזעץ צו באשוצן ארבעטער וועלכע זענען עלטער פון ווערן אפגעזאגט אדער באקומען ווייניגער צוטריט צו בענעפיטן און פענסיע אויסוואלן און נאך
די געזעץ איז פאר ארבעטער העכער 40 יאר אבער אנדערש ווי די סיויל רייטס געזעץ וועלכע באשוצט פון אנדערע סארט דיסקרימינאציע ביי די ארבעט פאר ביזנעסער פון 15 ארבעטער און העכער איז די ספעציפישע געזעץ בלויז ביי ביזנעסער וועלכע האבן מער פון 20 ארבעטער
די געזעץ צויוינגט די ארבעטסגעבער איבערצוצייגן אז געוויסע באהאנדלונג וועלכע קען מאכן שפירן דעם עלטערן ארבער ווי דיסקרימינירט און באזירט אויף זיין יארגאנג איז פאקטיש געווען פאר א פארשטענדליכע אורזאך און אומפארבינדן מיט זיין יארגאנג
די איצטיגע קעיס איז געקומען פון 2 פייערלעשער אין אריזאנא וועלכע האבן זיך באקלאגט איבער דיסקרימינאציע און די פראגע פארן געריכט איז געווען אויב סטעיט אגענטורן ווי פייער דעפארטמענטס און אנדערע פאלן אויך אונטער די עידזש דיסקרימינעישאן עידזש אזוי ווי א פאר פראפיט ביזנעס
איצט האט די ריכטער רוט בעידער גינזבורג געשריבן דעם 8-0 אורטייל לטובת די פייערלעשער מיט די אפוועזנהייט פון ריכטער קעווענאו וועלכע האט איז נישט געווען פארמישט אינעם קעיס צוליב וואס די ארגומענטן פארנט פון די ריכטער זענען געמאכט געווארן נאך איידער ער האט זיך אנגעשלאסן אינעם געריכט

די געריכט האט היינט אויסגעהערט די קעיס איבער צום טויט פאראוטיילן וועלכע פארלאנג אן אפהאלט צוליב זיין מעדיצינישע צושטאנד וועלכע קען צופירן די פראצעדור צו זיין מער פיינפול ווי אין געווענליכע סיטואציעס
אין פריערדיגע קעיסעס האט זיך די געריכט צוטיילט 5-4 ווען ריכטער קענעדי האט זיך אנגעשלאסן מיט די ליבעראלן
אצינד האט ריכטער קעווענאו איבערגענומען זיין זיץ
ביי די פארהער האבן ריכטער סאטאמיאר און בריייער אויסגעדרוקט שטיצע מיטן ארעסטאנאט
ריכטער אליטא האט פיל גערעדט אבער נישט אויסגעקוקט אזוי סימפאטיש צום ארעסטאנטס ארגומענט
ריכטער קעווענאו האט ביי איין פאל אויסגעקוקט אביסל סקעפטיש איבערן אויספירן די אורטייל

די טאטאל פאר ערלי וואוטינג איז איבער 39 מיליאן

קוקנדיג אויף די סומעס וואס סענאט קאנדידאטן האבן אויסגעגעבן דורך זייערע קאמפיינס דירעקט
שיילט זיך פלארידא סענאט קאנדידאט ריק סקאט ארויס אלץ דער פראנט ראנער אין געביט פון ספענדינג מלך הפזרנים מיטן אויסגעבן 67 מיליאן דאלער
דער משנה למלך איז דער ברייט באקאנטער בעטא ארורק פון טעקסאס מיט 24 מיליאן דאלער
באזירט אויף די לעצטע אנקעטעס דארפן ביידע פארלירן
אויב די אנקעטעס אנטוישן נישט וועט די בל תשחית פון די געלט(פאר סקאט היבש פונעם אייגענעם טאש און פאר בעטא פאר מיליאנען טעשער איבערן לאנד) שטארק וויי טוהן

סאמע ערשטע רעלעוואנטע רעזולטאטן ערווארטעט אויף זייגער זעקסע ווען מען שליסט די שטים בודקעס אין קענטאקיס זעקסטע דיסטריקט
היו נכונים!


ספעציעלע מידטוירם וואלן ביילאגע


פלארידא:
אין די דעמאקראטישע מיאמי רעגנט איצט שטארק

אין פינעלאס קאונטי קוקט מאמענטאל אויס ווי טוירנאוט איז אויף די רויטע זייט


מישיגען:
אין דעטרויט איז אויך דא לאנגע ליניעס אבער היבש שפאצירן אוועק פארלירנדיג געדולד
טייל מאשינען וועלכע וואלטן געדארפט זיין פעלן

ווירדזשיניע:
שטייגערליך מעכאנישע פראבלעמען ביי א געוויסע וואל לאקאל ווי די ערשטע מנין וויילער האבן באקומען די נישט ריכטיגע בעלאט (באקומען בעלאטס פון אן אנדערן דיסטריקט) און זיי ווערן נישט ערלויבט איבערצושטימען

ניו יארק:
אין ברוקלין זעהט זיך אן א היבש שטארקע טוירנאוט אין געוויסע ערטער
איין וואל באאמטער ביי א קריסטליכע קירכע אין בעי רידזש גיבט איבער אז ער האט נאך אין זיין לעבן נישט מיטגעהאלטן אזא שטראם און ער שאצט אז עס איז מער ווי דאפלט פון 2016 למספרם
ער ווייזט אן אז נאנט צו 50 מענטשן זענען שוין געשטאנען און געווארט 6 אזיייגער פארטאגס

מיזורי:
אין סעינט לואיס שלענגלען זיך גאר לאנגע ליניעס
אין אכט נעמען אז אין מיזורי איז נישט געווען קיין ערלי וואוטינג

דשארדזשיע:
הונדערטער וויילער שטייען אין לאנגע ליניעס פאר שעות ביי א וואל לאקאל אין אטלאנטא דשארדזשיע וועלכע פארמאגט גאנצע 3 וואל מאשינען

אהייא:
אין אהייא איז מען געוואוינט אז די גרעסטע צאל וויילער קומען ארויס אין קליוולאנד
עקספערטן גלויבן אז היינט וועט קאלאמבוס צום ערשטן מאל איבערשטייגן קליוולאנד אין צאל וויילער און מען ערווארט אז פון דארט וועט קומען א היבשע שטארקייט פארן דעמאקראטיש גאווערנאר קאנדידאט ריטשארד קארדרעי
אהייא:

2014 למספרם איז געווען א גאר שוואכע טוירנאוט דעריבער איז די איצטיגע נומערן נישט אזוי באצויבערנד ווי געוויסע לייגן עס אראפ אבער אין קליוולאנד(ווי עס קומען געווענליך ארויס די גרעסטע צאל וויילער) און סינסינעטי (ווי עס קומען געווענליך ארויס די דריט גרעסטע צאל וויילער) זענען שוין איצט איבערגעשטיגן די 2014 למספרם טאטאל און עס איז נאך פארבליבן 5 שטונדן צו גיין

נארט קאראליינע:
געוויסע באשולדיגן די שטארקע יומידיטי אין דעם וואס טייל מאשינען פארעלן צו ליינען די בעלאטס

טעקסאס:

א וואל באאמטער אין יוסטאן דרוקט זיך אויס ראסיסטיש ווען א פרוי איז צומישט איבער איר וואל רעגיסטראאציע סטאטוס
דער ריכטער וועלכע האט איבערזיכט אויף די וואל פראצעדור אויפן ארט ווערט פארמישט און א צווייטער וואל באאמטער פארלאזט זיין ארבעט אלץ פראטעסט

נארט דעקאטע:
פון נארט דעקאטע הערט מען אויך איבער היבש לאנגע ליניעס וועלכע רוקן זיך אבער געשווינד

ניו דזשערסי:
ביי איין וואל ארט זענען נאך די טירן געווען פארשלאסן ווען מען האט געדארפט אנהויבן שטימען

קענטאקי:
איין לאקאל איז אויסגעלאפן פון בעלאטס לאזנדיג די וויילער מיט די צונג אינדרויסן
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

שיין קלאר
א גרויסע שקויעך
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

אויף היינט נאכמיטאג דארף מען זיך אונגרייטן עערנסטע באבקעס קאקאש.
מיט א קאווע צו די זייט, אוי....
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיר האפן צו זיין צוריק מארגן אי"ה

ואתכם הסליחה
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

איר זענט אנטשולדיגט
אבער זעה צירוק צי קומען מארגען צייטליך
kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

הבל טייערע דערעוילם איז זייער הינגעריג, ווען ברענגסטו קאקאש??
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט ריכטערין גינזבורג געפאלן און זיך צובראכן 3 ריב ביינער
אונטער געווענליכע אומשטענדן וועט א ריכטער רעטייערן בלויז אויב עס ווערט יענעם אוממעגליך ווייטער צו סערווירן געהעריג
אגב זי האט זיך שוין צובראכן צוויי ריבס אין 2012 למספרם
און שוין צוויי מאל באקעמפט די מחלה און נאך קיינמאל פארפאסט אן ארגומענט אין געריכט

סופרים קאורט פארארדנט די סירקוט קאורט צוצויאגן די צענזוס/סיטיזאן פארהער און אורטיילן
די געריכט האט עטליכע טעג צוריק ערלויבט די קעיס צו ווערן קודם אויפגעשפילט אינעם קרייז געריכט אבער האט איצט געווארנט די געריכט נישט צו צעגערן און זיך צואיילן מיטן קעיס

9'טע סירקוט קאורט אורטיילט אז פרעזידענט טראמפס דאקא ארדער איז נישט אויסגעהאלטן
אדמיניסטראציע האט א קורצע צייט צוריק זיך געוואנדן צום סופרים קאורט און געבעטן איבערצוהיפן די אפעלאט קאורט
אצינד אז די אפעלאט קאורט האט שוין סייווי געאורטיילט איז נאך מער ערווארטעט אז די סופרים קאורט וועט אויפנעמען די קעיס וועלכע קען זיין פון די מערסט פראמינענטע קעיסעס דעם איצטיגן סעזאן

היינט האט פרעזידענט טראמפ אנטייל גענומען אין א צערעמאניע וואו מען האט אפיציעל באעהרט ריכטער קעווענאו
נעכטן האט נאך געהייסן אז סעשאנס וועט אנטייל נעמען אינאיינעם מיט ראזנסטיין
אפנויגנדיג פון טראדיציע האט ריכטער קעווענאו נישט אראפשפאצירט די טרעפ פון די געריכט געבייידע נאכפאלגנדיג די צערעמאניע צוליב זיכערהייט אורזאכן
(נישט קלאר צו פון געפארן פון ארום וועלכע לאקערן אויף אים אדער פשוט אז ער זאל נישט פאלן און זיך צוברעכן די ביינער..)

עקטינג אטוירני דזשענעראל מעלדט אז ער פלאנט זיך נישט צו רעקיוזן פון די מולער אויספארשונג

דער נייער עקטינג אטוירני דזשענעראל איז אמאל געלאפן פאר סענאט אין אייאווע און דאן באזיגט געווארן אין די פריימערי דורך סענאטארשע דזשאני ערנסט

לויט קוועלער ווערט געוועזענער ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי ערנסט באטראכט פאר די אטוירני דזשענעראל פאזיציע
קריסטי איצט געווען אין ווייסן הויז פאר א לאו ענפארסמענט זיצונג איבער טורמע רעפארם

פלארידא אטוירני דזשענעראל פאם באנדי ווערט אויך באטראכט צו ערזעצן סעשאנס

עקטינג אטוירני דזשענעראל אויך געווען אנוועזנד
אן אבערוואציע צו וועלכע קיינער האט נישט געלייגט קיין געוויכט
אויב ריכטער גינזבורג אדער ברייער זענען גרייט צוט ווארטן אויף 2020 למספרם צו רעטייערן אבער נישט לענגער און מיט די האפענונג פאר א נייע פרעזידענט דאן האבן רעפובליקאנער גאר שטארק געזיגט נעכטן נאכט אין באצוג צום סופרים קאורט
אפגערעדט אויב טראמפ זיגט אבער אפילו מיט א דעמאקראט אין 2021 למספרם וועלן די רעפובליקאנער האבן א מאכט און מאיאריטעט אינעם סענאט וועלכע וועט דארפן באשטעטיגן סיי וועלכע נאמינאציע

אין א געשריבענע פראגע וואס מולער האט איצט צוגעשיקט צו טראמפס אדוואקאטן בעט ער צוצושטעלן טעלעפאן רופער און באזוכער אינפארמאציע פון טראמפ טאוער אין ניו יארק פארבינדן צו ראדזשער סטאון
די פארלאנג אזוי שפעט אריין אין די אויספארשונג האט געכאפט די אדוואקאטן אין איבערראשונג

הויז דעמאקראטן געשיקט בריוו צו די אדמינסטראציע צו פרעזערווירן דאקומענטן וועלכע קענען זיין רעלעוואנט פאר צוקונפטיגע אויספארשונגען
און צוגאב האבן דעמאקראטן אויפן יורידישן קאמיטע פארלאנגט פון פארזיצער גודלעט צו פאררופן דרינגענדע פארהערן אינעם געליימטע קאטשקע סעסיע איבער דאס אויפזאגן סעשאנס און דורכצופירן א ביל צו באשוצן מולער

מען הערט באריכטן אז די דעמאקראטן פלאנען אויסצופארשן די אדמיניסטראציעס רעאקציע צו די פארטא ריקא האריקעין

דעמאקראטן פלאנען צו גרינדן א ספעציעלע הויז קאמיטע וועמענס ציהל וועט זיין צו באהאנדלען קלימאטן טויש

די פארזיצער פון די נאציאנאלע דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע איז בען רעי לאזשען א קאנגרעסמאן אין ניו מעקסיקאס 3 דיסטריקט
ער האט היינט געמאלדן אז ער שליסט זיך אן אינעם פארמעסט פאר אסיסטענט דעמאקראטישע פירער וועלכע איז די פערטע מאכטפולסטע פאזיציע אינעם הויז
דערווייל פארמעסטן זיך שוין פאר די זעלבע פאזיציע אילינאיס 17'טע דיסטריקט קאנגרעספרוי טשעריל באסטוס און קאנגרעסמאן דעיוויד סיקילין פון ראוד איילאנדס ערשטע דיסטריקט

דעמאקראטישע קאנגרעסמאן דזשעפריס מעלדט אז ער וועט זוכן צ ווערן די פארזיצער פון די דעמאקראטישע קאקוס
דערווייל פארמעסטן זיך שוין פאר די זעלבע פאזיציע קאליפארניעס 13'טע דיסטריקט קאנגרעספרוי בארבארא לי און קאנגרעספרוי לינדא שאנץ פון קאליפארניעס 38'טע דיסטריקט

קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען מעלדט אז ער וועט לויפן צו זיין קאנגרעס מינאריטעט פירער
אין די ציילונג פון אונטער די קוליסן איז מאמענטאל מעקארטי גאר שטארק פאראויס איבער דזשארדען

רעפובליקאנע קאנגרעספרוי קעטי מקמאריס ראדזשערס וועט נישט זוכן צו זיין פארזיצערין פון די רעפובליקאנע קאקוס פריי מאכנדיג דעם פאזיציע פאר קאנגרעספרוי ליז טשעיני די טאכטער פונעם געוועזענעם וויצע פרעזידענט דיק טשעיני

דעמאקראטישע קאלאראדא קאנגרעספרוי דיאנא דעגעט אינפארמירט קאלעגען אז זי וועט זוכן צו קאנקורירן מיט דזשים קלייבורן פארן וויפ וועלכע איז די נומער 3 פאזיציע אינעם נייעם קאנגרעס

אינדיאנא סענאטאר טאד יאנג זוכט צו ווערן פארזיצער פון די נאציאנאלע רעפובליקאנער סענאטאריעל קאמיטע
דערווייל קאנקורירט קיינער נישט פאר די פאזיציע

די נעכטיגע וואל אויסגאנג אין סענאט איז גאר א גינסטיגע אנטוויקלונג פאר סענאטארשע סוזען קאלינס וועלכע וועט אין ליכט פון א פארגרעסערטע רעפובליקאנע מאיאריטעט ערלויבט ווערן פיל אפטער זיך אפצוברעכן פון די פארטיי נישט דינענדיג אלץ די דעצידירנדע שטימע
קאלינס מוז צוריק צעמענטירן איר מעסיגן אויסקוק צו פארבעסערן אירע שאנסן פאר ווידערערוויילונג אין די בלויע מעין אין 2020 למספרם

סענאטאר מענשין פארפאסט טעלעפאן רוף פונעם פרעזידענט וועט אים באלד צוריקרופן

אין פלארידא גייט די סענאט פארמעסט פאר א האנט איבערציילונג אויפן פארלאטנג פון מארק עליאס דער אדוואקאט פארן נעלסאן קאמפיין וועלכע אייסערט זיך אז עווענטועל גייט זיין קליענט ארויסגיין זיגרייך
דער אדוואקאט איז געווען די דזשענעראל קאונסיל פאר די קלינטאן און קערי קאמפיינס
ענדרו גילאם טוט אנדייטן אז ער ציהט צוריק זיין אויפגעבן די פארמעסט

סטעיסי עיברעמס פון דזשאדזשיע לויפט אין געריכט איבער עבסאנטיס פון א געוויסע קאונטי

אין וויסקאנסין האט דער רעפובליקאנער גאווערנאר סקאט וואלקער פארלוירן די וואלן אבער רעפובליקאנער האבן אנגעהאלטן ביידע געזעצהייזער
עס מיינט אז אפילו אויב גאווערנאר ערוויילט עווערס וועט זוכן צוריקצודרייען רעפארמען איינגעשטעלט דורך זייין פארגייער קען ער אויסשטיין א שווערע פעלד מיטן לעגיסלאטור

דזשעף סאשאנעס טראכט פון לויפן נאכאמאלאין אלאבאמא צום סענאט
קאנגרעסמאן ברעדלי בירנע האט שוין אפיציעל געמאלדן אז ער קלערט צו לויפן פארן סענאט זיץ

די קאמפיין מענעדזשער פון עמי מקגרעט די דעמאקראטישע קאנדידאט פאר קענטאקיס זעקסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועכע האט שמאל פארלוירן פארלאפענעם דינסטאד רופט אויף זיין קאנדידאט צו לויפן אקעגן דעם רעפובליקאנער קענטאקי גאווערנאר מעט בעווין קומענדיגע יאר אבער זאגט אז ער האט נאכנישט גערעדט מיט איר פערזענליך דערוועגן
(עס שיינט אז דער מענעדזשער וועלכע האט איצט פארלוירן זיין ארבעט קען באשטיין צו פארבלייבן אויף זיין מענעדזשינג פאזיציע און אנפירן א פרישן קאמפיין און גלייכצייטיג קענען פארזעצן צו שפייזן זיין געזינדל..)

אין די פארמעסט איבער ווי עמעזאן זאל סטאנציאנירן איר הויפט פאבריק האט גאווערנאר קאומא ארויסגעברענגט וויפיל עס וועט ביישטייערן פאר די סטעיט און געזאגט אז ער וועט נאכקומען סיי וועלכע פארלאנג די פירמע שטעלט ארויס כדי צו געוואונען די ביד
ער האט זיך אויסגעדרוקט אז אויב זיי ווילן ער זאל זיך טוישן זיין ערשטע נאמען צו עמעזאן גייט ער איין דערויף און וועט זיך רופן עמעזאן קאומא

זינט די פיטסבורג שיסעריי לעבן פילע אין די אידישע געמיינדע מיט שרעק פאר זייער לעבן
די איזרעאלישע חרב גדעון פירמע וועלכע טרענירט מענטשן ווי אזוי צו נוצן געווער און פארמאגט פיליאלעס אין אריזאנא און אין פענסילוועניע באריכט א גאר שטארקע אויפשטייג אין ווענדונגען פון פילע אידן וועלכע ווילן וויסן ווי אזוי צו נוצן געווער אויף פארטיידיגונג און ווי אזוי צו רעאגירן אין פאל ווען מען איז אונטער אטאקע השם ישמרנו
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

א גרויסע דאנק אייך
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

כבוד הרב קענדי
אייער דאנק ווערט נישט צוגעגעסן
קענדיס קען מען עסן יעדן טאג
די פידבעק אז די מאטריאל ווערט געליינט גיבט די מוט צו פארזעצן און אייער הכרת הטוב לערנט מיר אסאך
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

איז איך בין אינגאנצען צימישט
דארפט איר יא די דאנק אדער נישט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אודאי יא

וועלכע זאץ האט אייך צומישט?
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

אייער דאנק ווערט נישט צוגעגעסן
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הכל הבל האט געשריבן:כבוד הרב קענדי
אייער דאנק ווערט נישט צוגעגעסן
קענדיס קען מען עסן יעדן טאג
די פידבעק אז די מאטריאל ווערט געליינט גיבט די מוט צו פארזעצן און אייער הכרת הטוב לערנט מיר אסאך


דאס איז א שיינע משל פון תמידות
א קורצע יישר כח אבער "יעדן טאג"...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נישט ווערן צוגעגעסן מיינט אז מען ווערט נישט נמאס (באורד) דערפון
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

אה
שקויעך פאר אזוי שיין ענפער'ן
איך וועל מער ארויס ברענגען איין מאל
(ווייל נו גוט זאגט אז ס'איז קורץ)
מיר עסטו נישט זען און די פאליטישע אשכול'ת ווייל איך האב פיינט די אלע טענה'ריי וואס דא גייט פאר
איז איך בין מיר מחי'ה יעדן טאג מיט קורצע נייעס
געב איך מיין שקויעך
איז נאך איינמאל א גרויסע דאנק פאר אייער ארבעט
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

איינער ווייסט פון עפעס א טעראפיסט...

יעדע 4:00 מיטאג כאפט מיר א מאדנע דראנג צו ליינען הבל הבלים

איך קען זיך ממש נישט אפרייסן דערפון

נאך געציילטע מינוט גייט אלעס צוריק צו נארמאל

עניבאדי מיט אזא עקספיריענס?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

הבל א דאנק,
עקטשולי, א גרויסע דאנק.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שקויעך אלע!!! אנגענעם צו צו הערן!!
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

א גוטן ר' הכל הבל, ס'ערשטע מאל היינט בינעך נישט אין פאליטיק וואס איך בין טועם פון דיין קאקאש, וואס זאל זאגן ס'פיין
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

הבל יישר כוח פאר דיין ארבייט ;l;p-
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טו בי האנעסט וויט יו
אויב ביסטו נאך טאקע אינדרויסן שלונג אראפ דעם שטיקל אבער שווענק אויס דיין מויל און פארזוך נישט נאכאמאל
עס איז פיל געזונטער צו בלייבן אינדרויסן
איך באציה מיך נישט ספעציפיש אויף דעם אשכול נאר אויף פאליטיק אין אלגעמיין
איך מיין דיין טובה באמת
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

ייש"כ ר' הבל
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח ר' הבל איך האב זייער הנאה פין דיין געשרייבעכטס, עס איז זייער קלאר אין צי דער זאך
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”