א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 19816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג אוקטובער 31, 2021 4:58 pm

מזל טוב הבל!!!

באריכטן ווי גינגאלד אלע סארטן, קורצע אפדעיטס און לענגערע דיטעילס.

יעצט אז ביסט אביסל אויף א קליינע ברעיק זעט מען נאך מער וואס עס פעלט.

קיפ איט אפ!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מער מיר אינפארמירן דערוועגן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג נובעמבער 01, 2021 6:48 pm

מאנטאג תולדות

פרעזידענט ביידען האט זיך היינט -ביי די אינטערנאציאנאלע קלימאט טויש קאנפרענץ- אנטשולדיגט איבער דעם וואס זיין פארגייער האט ארויסגעצויגן אמעריקא פון די פאריז קלימאט

* * * *
די ווייסע הויז האט היינט געמאלדן אז א פולע 70% אמעריקאנע ערוואקסענע זענען שוין פולקאם וואקסינירט קעגן די וויירוס

* * * *
אויך איז געמאלדן געווארן אז די וואקסינאציע פראגראם פאר קינדער פון 5 ביז 11 יאר וועט ווערן געלאזט אין גאנג קומענדיגע וואך

* * * *
אין אנדערע ווייסע הויז נייעס איז די פרעסעס סעקרעטארין פרוי סאקי געווארן דיאגניזירט מיטן וויירוס

* * * *
די יוסטיץ דעפארטמענט האט פאריגע וואך געמאלדן א פרישע אונטערנעמונג וואס וועט צושטעלן 21 מיליאן דאללער פאר סטעיט און לאקאלע רעגירונגען צו העלפן קעמפן קעגן האס פארברעכנס

* * * *
קאנגרעספרוי גרין פון זשארזשיע האט שוין אויפגעטריבן אזויפיל ווי 48,000 דאללער אין שטראפן פאר'ן נישט טראגן א מאסקע אינערהאלב די קאנגרעס געביידע
אין א בריוו פון די האוז 'סארזשענט עט ארמס' צו געשיקט צום קאנגרעספרוי ווייזט ער אן איבער כאטש 20 פעלער וואס גרין איז געווארן פארגעהאלטן פארן נישט טראגן א מאסקע - די ערשטע אזא פארלעצונג טראגט א שטראף פון 500 דאללער, און יעדע נאכפאלגענדע פארלעצונג איז א פרישע 2,500 דאלער

* * * *
באאמטע ביי די קאלפארניע פארטן האבן געמאלדן אז פון היינט וועלן ווערן ארויפגעשטעלט געלט שטראפן פאר קאנטעינערס וואס זיצן אפ לענגער ווי ערלויבט

אונטער די נייע סיסטעם וועלן קאנטעינערס וואס ווערן טראנספארטירט דורך באנען דארפן זיין ארויס פון די פארט ביז דריי טאג, און די וואס ווערן טראנספארטירט אויף טראקס ביז ניין טאג
פארלעצער וועלן אויס שטיין א שטראף פון 100 דאללער פער טאג פער קאנטעינער, און די שטראפן וועלן שטייגן מיט יעדע פארבייגייענדע טאג

* * * *
ציפערן ארויסגעשטעלט דורך די 'נעשאנעל הייוועי טרעפיק סעיפטי עדמיניסטרעישאן' (NHTSB) צייגן אז אין די ערשטע זעקס מאנאטן פון די יעצטיגע למס' יאר זענען שוין העכער 20,000 אומגעקומען אין טרעפיק צוזאמשטויסן דורכאויס אמעריקא

* * * *
געוועזענע טראמפ קאמפיין ראטגעבער ראזשער סטאון זאגט היינט אז אויב פלארידא גאווערנאר דעסאנטיס פירט נישט דורך א אודיט אויף די פארלאפענע וואלן וועט ער 'מעגליך זיין געצווינגען' צו לויפן קעגן איהם אין 2022 אלס די ליבערטעירן פארטיי קאנדידאט

* * * *
געזונטהייט באאמטע אין קאליפארניע האבן שוין אווערקגעווארפן אזויפיל ווי 640,000 וואקסין דאזעס זינט פאריאר דעצעמבער
ווי עקספערטן גיבן צו פארשטיין קומט דאס אין אלגעמיין צוליב וואס די וואקסינען זענען אפגעלאפן און/אדער געווארן אומריכטיג באהאנדעלט

* * * *
עמעזאן וועירהאוז ארבעטער וואס זענען שוין פולשטענדיג וואקסינירט וועלן מער נישט דארפן טראגן א מאסקע ביי די ארבעט

* * * *
די קאלאראדאו סטעיט סופרים קאורט האט איינשטימיג באשטעטיגט די נייע קאנגרעסיאנאלע מאפע, אויסגעשטעלט דורך א אומ'פארטיי'אישע 12 מאן קאמיסיע
עס ווערט אנגעוויזן אז די ניי געשאפענענ אכטע דיסטריקט וואלט -קוקענדיג אויף אירע גרעניצן- אין 2016 געגאנגען פאר טראמפ (ר) אבער אין די זעלבע צייט געשטימט פאר סענאטאר בענעט (ד) איבער זיין רעפובליקאנע קעגנער

* * * *
ווידער אין אהייאו האט די ניי געשאפענע קאמיסיע -וואס דארף שרייבן די קאנגרעסיאנאלע מאפע- צוריקגעגעבן איר מאדאט פאר ארטיגע געזעצגעבער

די קאמיסיע האט אפגעהאלטן בלויז איין עפענטליכע פארהער איבערמעגליכע אויסשטעלן פאר די נייע מאפע, נאך וואס די סטעיט פארלירט איין קאנגרעס זיץ, אבער די קאמיסיע האט ניטאמאל אפגעשטימט אויף קיין איינע פון די פארשלאגן
נעכטן זונטאג איז געווען די דעדליין וואס אויב האט די קאמיסיע נאכנישט באשטעטיגט א מאפע ביז דאן, וועט עס אוטאמאטיש צוריקגעשיקט צו די לעגיסלאטור

* * * *
די סופרים קאורט האט פרייטאג געלאזט אין פלאץ א אורטייל פון די נידעריגערע געריכט וואס באשטעטיגט א וואקסין מאנדאט פארלאנג פאר העלטקעיר איינגעשטעלטע אין מעין, טראץ וואס די מאנדאט ערלויבט נישט קיין אויסנאם צוליב רעליגיעזע גלויבונגען

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 19816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג נובעמבער 01, 2021 6:52 pm

טענקס!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מער מיר אינפארמירן דערוועגן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re:

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג נובעמבער 01, 2021 6:57 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:טענקס!

יישר פאר די פידבעק

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1395
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג נובעמבער 01, 2021 7:48 pm

א דאנק!

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג נובעמבער 01, 2021 7:55 pm

Thanks
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג נובעמבער 01, 2021 8:15 pm

יש לו מנה האט געשריבן:Thanks

וועלקאם

דיר נישט געזען דא א תקופה...
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך האסטו וועסטו » מאנטאג נובעמבער 01, 2021 8:49 pm

זייער זייער שיין און קלאהר געשריבן און געשמאק צו ליינען
אבער ווי איז מיין סלייס קאקאש און הייסע קאווע?
גם זה יעבור (שלמה המלך'ס שטעקן)

יצחק אייזיק
שר האלף
תגובות: 1463
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יצחק אייזיק » מאנטאג נובעמבער 01, 2021 8:59 pm

א הארציגן דאנק אלעקסיי!! קורץ און קלאר.
כָּל הַשֹּׁמֵעַ יִצְחַק לִי

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג נובעמבער 01, 2021 10:25 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:Thanks

וועלקאם

דיר נישט געזען דא א תקופה...

ב''ה, כאב ממש נישט קיין צייט
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג נובעמבער 01, 2021 10:38 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:א דאנק!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 9:06 am

מאנטאג וישלח





דערווייל קוקט אויס אז די בודזשעלוציע וועט דארפן ווארטן אויף כאטש ביז דעצעמבער למספרם צו גרייכן די סענאט פלאר אויסווארטנדיג די שאצונגען פון די קאנגרעסיאנאלע בודזשעט אפיס און געשפרעכן מיט די סענאט פארלאמאנטעריען

*

ספיקער פעלאסי זאגט אז די קאנגרעס בודזשעט אפיס האט שוין פארעפנטליכט שאצונגען איבער די קאסט פון זעקס באזונדערע טיילן פון די קאנגרעס בודזשעט רעעזאלוציע ווערסיע און ערווארט צו מעלדן שאצונגען אויף דריי פרישע טיילן היינט מאנטאג

*

קאנגרעס ארמד סערוויסעס קאמיטע פארזיצער עדעם סמיט ברויזט שוין לענגערע צייט אויף דאס וואס די נאציאנאלע פארטיידיגונגס אויטאריזאציע אקט שלעפט זיך אין סענאט אבער סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער מעלדט אז די סענאט וועט ענדליך שטימען דערויף נאך די וואך אריינגערעכנט אויף אן אמענדמענט צוריקצודרייען די ברייטע קריגס רעכטן וועלכע קאנגרעס האט געשאנקן פארן פרעזידענט ביים אויטאריזירן די איראקע קריג

עס איז דא מעגליכקייט אז שומער וועט צוטשעפען די נאציאנאלע פארטיידיגונגס אויטאריזאציע אקט צו די אומפארטייאישע כינע קאנקורענץ ביל ( א שומער פריאריטעט) באשטעטיגט א צייט צוריק אין די סענאט אבער שטעקן אין די הויז און אזוי ארום ווארפן די טאבע צו די אונטערשטע פליגל אז קאנגרעסלייט זאלן זיך טרעפן פאר אן אויסוואל פון איגנארירן אדער באשטעטיגן ביידע בילס

*

בעטא ארורק וועט לויפן פאר גאווערנאר אין טעקסאס


*


אלאסקא רעפובליקאנע סענאט קאנדידאט פרוי טשיבעקא האט רעאגירט צו די ווידערערוויילונג מעלדונג פון סענאטארשע מורקאוסקי זאגנדיג אז די סענאטאר איז ביידען'ס הויפט אפיציר ווען עס קומט זיכער צו מאכן אז זיין אגענדע ווערט באשטעטיגט און אלץ עימיצער ווועלכע איז אקעגן פרעזידענט טראמפ


*

מישיגען קאנגרעסמאן פרעד אפטאן (ר) וועלכע האט געשטימט צו אימפיטשן פרעזידענט טראמפ זאגט איצט אז ער האט נאכנישט געפאסט א באשלוס איבער לויפן פאר נאך א טערמין און וועט אויסווארטן צו באקומען א בעסערע בליק איבער די אויסשטעל פון זיין דיסטריקט נאך די איבערגעשריבענע מאפעס


*


אפריקאנער אמעריקאנער גלח און סאציאלע אקטיוויסט וויליאם בארבער ווארנט אז וועסט ווירדזשיניע אקטיוויסטן וועלן היינט מארשירן צו סענאטאר מענשין אפיס און זענען גרייט צו ווערן ארעסטירט פאר ציווילע אומארדענונג באשולדיגונגען


*


די פארלאפענע וויקענד איז אפגעהאלטן געווארן א רעפובליקאנע סענאט פריימערי פארום אין אהייא וואו בערני מארענאו האט גערופן פאר די באפרייאונג פון אלע קעפיטאל איבערפאלער און מארק פאקיטא האט גערופן פאר די ארעסט פון געווארנאר מייק דעווין

פאקיטא וועלכע האט ביז היינט אנגעצויגן צי שוואך צו ווערן דערמאנט אין די אנקעטעס האט לעצטענס געלופטערט א רעקלאמע אין וועלכע א שטימע פרעגט "דארפן מיר זיך טאקע איינרעדן אז דער קאנדידאט מיט די שטארקסטע קריסטליכע ווירדן איז גאר דער אידישע קאנדידאט?"

דורכאויס די פארום איז פאקיטא געפרעגט געווארן אויב ער איז אנטיסעמיטיש אויף וועלכע ער האט געענטפערט אז " דזשאש מאנדעל איז אידיש, ער איז אידיש און אלע דארפן דאס וויסן"


*


טראמפס אימפיטשמענט אדוואקאט וועלכע האט זיך באקאנט געמאכט ביים נישט וועלן אויפטרעטן אום שבת וועט פארטרעטן סטיוו בענאן אין זיין קעיס איבער קאנטעמפט אוו קאנגרעס


*


טראץ וואס ער האט נאך קיינמאל געוואונען א סטעיטווייד אדער קאנגרעס זיץ וועט דיך דזשעימי העריסאן ערקלערן אז ער איז אמבעסטן געאייגנט אנצופירן מיט די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע אריינגייענדיג אין א וואל סעזאן וועלכע קען זיין גאר אנגעשטרענגט פאר די פארטיי

העריסאן וועט דיר פארציילן איבער ווי אזוי ער איז איז אויסגעשטיגן מעפר דל פון אן ארימע שטוב אין רורעל דרום קאראליינע זיך שפייזנדיג פון סיריעל מיט וואסער אנשטאט מילך צו ווערן אן אדוואקאט און קאנגרעס געהילף און שפעטער דער ערשטער אפריקאנע אמעריקאנער אנצופירן די סטעיט פארטיי און אנווייזן אז דוקא זיין שווערע יוגנט און לעבנס ערפארונג נאכט אים דאס מערסטע פאסיג צו שטיין אין שפיץ פון אזא מאסיווע אפעראציע

העריסאן אנערקענט די בארג ארויף מיסיע מיט וועלכע די קאמיטע וועט זיך דארפן פארמעסטן און זאגט אז די אינערליכע פארטיי צוטיילונג טוט נישט ביישטייערן צו זייערע שאנסן אבער ער וועט שווער ארבעטן אויף די פראנטן וועלכע זענען יא אונטער זיין קאנטראל

פינגער טייטלערייען און באשולדיגוגנען האבן שוין אנגעהויבן קומען פון עטליכע ריכטונגען ווען עטליכע קאמיטע מיטגלידער האבן זיך באקלאגט אז העריסאן איז נישט גענוג אנגאזשירט מיט ראנק און פייל סטעיט פארטיי פירער און לאקאלע אקטיוויסטן און איז נישט מער ווי א פאפעט פונעם ווייסן הויז און קייעט בלויז איבער זייער מעסעדזשינג

פון די אנדערע זייט באשולדיגן אנדערע אז עס איז טאקע די ווייסע הויז וועלכע בונדט אים אין קייטן און לאזט אים נישט פירן זיין אייגענע ווירטשאפט לויט זיין פארשטאנד

איינע פון זיי איז דרום קאראליינע קאנגרעסמאן דזשים קלייבורן וועמען העריסאן באצייכנט אלץ זיין לערער ווען ער קוקט די מעסטע ארויף און טראץ וואס קלייבורן קריטיקירט נישט דירעקט די ווייסע הויז ווייזט ער אן אז העריסאן פארמאגט געוואלדיגע פעאיגקייטן וועלכע ער וואלט געקענט אויסנוצן ווען נישט דאס וואס מען לאזט אים נישט פירקן א זעלבסטשטענדיגע קאמיטע און אריינשטעלן זיינע אויסוואלן אויף די העכערע קאמיטע פאזיציעס

באזונדער ווערט ארויסגעברענגט אז אפילו צווישן ווייסן הויז און העריסאן הערשט א היבשע קאמיוניקאציע מאנגל ווען די צוויי רעדן נישט גענונג אפט און פארארדענען אים בלויז נאכצוזונגען זייער מעסעדזשעס

העריסאן זאגט אבער אז עס קומען פאר געשפרעכן דריי מאל א מאנאט און מען ארבעט צו פארשטארקן די פארבינדונגען


*


קריס קריסטי ערשיינט אין די טעג מיט א נייע בוך און זאגט אין אן אינטערוויו אז עס איז נישט איבער דאנאלד טראמפ נאר ליבערשט איבער די צוקונפט פאראויס

ער שרייבט אז אויב טראמפ וויל זיין א קראפט פאר גוטס טוט ער עס באגריסן אבער ער מוז לאזן הונטער זיך די 2020 למספרם באקלאגענישן

קריסטי קריטיקירט טראמפ פארן שטופן די אישו פון אבאמא'ס געבורטשיין און דערמאנט אז עס איז ברייט אנגענומען אז טראמפ האט זיך געשפורט געטראפן ווען אבאמא האט אפגעלאכט פון אים אבער די אישו ביי א ווייסע הויז קארעספאנדענטן דינער

ער זאגט אז טראץ וואס טראמפ האט געזאגט אין פובליק אז עס האט אים נישט באנג געטוהן האט ער פריוואט גערעדט מיטן אים און טראמפ איז געווען אויסער זיך פאר כעס איבער די אינצידענט

קריסטי פארציילט אויך אינעם בוך אז דורכאויס די צוגרייטונגען וועלכע ער איז גענוצט געווארן צוצוגרייטן דעם פרעזידענט צו דעבאטירן דזשאו ביידען האט טראמפ שארף באוואשן פארן רעקאמענדירן צו נאמינירן קריסטאפער רעי פאר די עף בי איי דירעקטאר פאזיציע

"ער איז א געפערליכע דירעקטאר און ער איז דיין אויסוואל, ער איז דיין אויסוואל" האט אים טראמפ באשווענקט פארנט פון א האלבע טוץ געהילפן
קריסטי זעצט פאר אז ער האט איבערגעהאקט דעם פרעזידענט אינמיטן פון זיין אויסברוך און אויסגעלויבט רעי אויספירנדיג אז "ער איז נישט געווען מיין אויסוואל, ער איז געווען דיין אויסוואל און מיין רעקאמענדאציע, איך בין נישט פרעזידענט און איך מאך נישט די אויסוואלן"

קריסטי שילדערט אויך ווי באזארגט ער איז געווען איבער זיין לעבן ווען ער איז דעווארן דיאגנאזירט מיטן ווירוס אינאיינעם מיט עטליכע אנדערע וועלכע האבן זיך געטראפן מיטן פרעזידענט

ער פארציילט ווי אזוי זיין גלח האט אים באזוכט אין שפיטאל און געזאלבט מיט שמייליגע אויל על מצחו אין פארעם פון א שתי וערב און געפרעפלט פאר זיין וואוילזיין

ער זאגט אז יענע צייט האט ער באקומען א טעלעפאן רוף פון טראמפ וועלכע איז אויף געווארן באהאנדלט אין שפיטאל און זיין גרעסטע זארגט וואס ער האט געהאט איז געווען אויב קריסטי גייט באשולדיגן אז ער איז געווארן אנגעשטעקט דורכ'ן פרעזידענט

קריסטי זאגט אז ער גייט באשליסן איבער זיינע פרעזידענט טרוימען ערשט נאך די מידטוירמס און טראמפ'ס פלענער וועלן נישט אפעקטירן זיינע אבער וויל נישט אויסשליסן די מעגליכקייט צו שטיצן א טראמפ קאנדידאטור אין פאל ער זעהט נישט קיין וועג פאראויס פאר אייגענע סוקסעס


*


רעיגען נאציאנאל איז א רעקלאמע פירמע מיט בילבאורדס אין און ארום אוסטין טעקסאס און האט צוריק אין 2017 למספרם איינגעגעבן אן אפליקאציע פאר א פערמיט צו קענען פארוואנדלען זייערע בילבאורד רעקלאמעס אין דידזשיטעל ווערסיע וועלכע ערלויבט זיי נאכאנאנד צו טוישן די אינהאלט פון די רעקלאמעס יעדע עטליכע סעקונדן

די סיטי האט אבער צוריקגעוויזן די פארלאנג זינט זייערע פארשריפטן ערלויבן דידזשיטאל רעקלאמעס בלויז פאר אזעלכע רעקלאמעס וועלכע שטעלן פאר ביזנעסער, אקטיוויטען אדער סערוויסעס צו באקומען אויפן שטח וואו די רעקלאמע ווערט אראפגעשטעלט (צום ביישפיל העכער א רעסטוראנט קען לויפן א דיגיטאלע רעקלאמע וועלכע פארציילט איבער פראדוקטן וועלכע זיי סערווירן)

אנדערש איז אבער אויב העכער א געשעפט לופטערט א רעקלאמע פארצושטעלן א סערוויס אדער פראדוקט וועלכע איז אומפארבונדן מיט די לאקאל אויף וועלכע די רעקלאמע זיצט, דאן קען עס נישט זיין דיגיטאל

די אפיציעלע ערקלערונג פון די סיטי איז אז זיי זוכםן צו מינימיזירן די פלייץ פון לעבעדיגע רעקלאמעס וועלכע פאנגט די אויגן פון מאטאריסטן וועלכע פארגלאצן זיך זיצנדיג ביים רעדל און פארשווערט די טראפיק און ביישטייערט צו אינצידענטן

די פירמע איז געגאנגען אין געריכט קלאגנדיג די סיטי פארן פארלעצן זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן און שפעטער האט זיך לאמאר עדווענטעדזש אוטדאור אנגעשלאסן אין די אנקלאגע נאכן ווערן צוריקגעוויזן די זעלבע סארט פארלאנג

די דיסטריקט געריכט האט אפגעווארפן די קלאגע וועלכע איז דענאך געווארן אפעלירט צום פיפטן קרייז געריכט וועלכע האט יא געגעבן רעכט פאר די אנקלעגער

די קלעגער האבן אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע באהאנדלט איצט קעיס וועלכע וועט באהאנדלעןא פריערדיגע אורטייל זייערע וועלכע האט אויסגעפלאסטערט די וועג פאר די צוויי זייטן זיך אויסצקריגן אינעם איצטיגן קעיס

די פריערדיגע קעיס האט זיך געהאנדלט מיט אן אלגעמיינע פארבאט ארויסגעשטעלט דורך די טאון אוו גילבערט אין אריזאנא אקעגן ארויסשטעלן שילדן אבער זיי האבן אפן געלאזט גאר א ברייטע עפענונג פאר מערערע סארט שילדן אנגעהויבן פון פאליטישע רעקלאמעס ביז אידעאלאגישע מעסעדזשעס און דירעקציע אנווייזונגען און נאך

אבער.. דא קומט די גרויסע אבער, די טאון האט געמאלדן אז פון די פילע קאטעגאריעס שילדן וועלכע קענען ווערן ארויסגעשטעלט וועלן אויסשטיין באזונדערע רעגולאציעס ווען געוויסע סארט וועלן קענען זיין פון איין גרויס און אנדערע וועלן דארפן זיין קלענער, טייל וועלן קענען לויפן פאר א לענגערע צייט אפשניט ווי אנדערע, און נאך, און צום ביישפיל שארפער רעגולירט רעליגיזע מעסעדזשעס ווי פאליטישע

יענע קעיס איז עווענטועל אנגעקומען אין סופרים קאורט אין די אכט ריכטער באנק האט אין 2015 למספרם איינשטימיג געאורטיילט אקעגן די טאון און געשריבן אז געריכטן זאלן פון היינט און וויייטער פונאנדערשיידן צווישן "אינהאלט באזירטע געזעצן" און "אינהאלט נייטראלע געזעצן"

די געריכט האט אוועקגעשטעלט אז אזעלכע געזעצן וועלכע קאנצעטרירן זיך צו באהאנדלען מעסעדזשעס און שילדן לויט זייער אינהאלט זאלן אויסשטיין די "שטרענגע איבערזיכט" דאקטרינע ווידעראום אזעלכע געזעצן וועלכע רעגולירן מעסעדזשעס נייטראל אפגעזעהן זייער אינהאלט זאלן אויסשטיין בלויז "מעסיגע איבערזיכט"

די דיפערענץ איז אז אינהאלט באזירטע מעסעדזשעס קענען אויסשטיין שטרענגע איבערזיכט דורךדי יורידישע סיסטעם וואס באדייט אז געריכטן קענען פארלאנגען פון די וועלכע באשטימען די געזעצן צו איבערצייגן אז די געזעץ איז געשריבן מיטן ציהל פון א גאר וויכטיגע רעגירונגס אינטערעסע און איז געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן

אנדערש איז אבער מיט אינהאלט נייטראלע געזעצן וועלכע שטייען אויס בלויז מעסיגע איבערזיכט וואס באדייט אז זיי דארפן בלויז אויפווייזן אז אין די רעגירונגס אינטערעסע און דאן מוז די געזעץ אויך נישט זיין אזוי מינימאל

אין אנדערע ווערטער האט די געריכט געאורטיילט אז די גילבערט געזעץ איז אינהאלט באזירט און שטייט אויס די שטרענגע איבערזיכט טעסט וואס אין מיינסטנס פעלער באדייט עס אז די רעגירונג קען נישט צופרידנשטעלן די געריכט און ווערט עווענטועל געפונען אומקאנסטיטוציאנאל

די פראגע איז געבליבן ווי אזוי גענוי זאלן געריכטן אפשאצן אויב א געזעץ איז אינהאלט באזירט אדער אינהאלט נייטראל?

אויף דעם האט די געריכט דאן אוועקגעשטלעט א צוויי שטאפל סיסטעם וועלכע געריכטן זאלן נוצן ביים באשליסן אזעלכע פראגן

אין די ערשטע שטאפל זאלן געריכטן אריינקוקן און ליינען די רויע טעקסט פונעם געזעץ פארנט פון זיי אן קוקן אויף סיי וואס אנדערש און אויב די שפראך אינעם געזעץ קלונגט אינהאלט באזירט זאלן זיי עס באשטימען אלץ אינהאלט באזירט אן קיין צעגערונגען

אויב אבער די שפראך זעלבסט איז נישט דוקא אינהאלט באזירט, דאן זאלן געריכטן באטראכטן די ארומיגע אספעקטן און פרובירן אפצולערנען די מאטיוון פונעם געזעץ און אויב יענץ שיינט יא צו זיין געטריבן צו רעגולירן מעסעדזשעס באזירט אויף אינהאלט זאל עס אויך באצייכנט ווערן אלץ אינהאלט באזירט

אצינד צו אונזער פאל ווען די אוסטין סיטי האט פארבאטן דיגיטאלע רעקלאמעס וועלכע רעקלאמירן זאכן וואס איז אומפארבונדן מיט די שטח אויף וועלכע די רעקלאמע זיצט

די דעבאטע האט זיך אנטוויקלט איבער די ערשטע שטאפל ארויסגעשטעלט דורכ'ן געריכט, נעמליך, אפצוליינען די ווערטער פונעם געזעץ און די דיסטריקט געריכט האט נישט געפונען גארנישט וואס זאל מחמיר זיין אויף געוויסע סארט שילדן "צוליב" איר אינהאלט

די פיפטע קרייז געריכט האט אבער גע'טענה'ט אז צוליב דעם וואס די סיטי האט נישט די מעגליכקייט צו פארבאטן דיגיטאלע רעקלאמעס אן איבערקוקן צו די רעקלאמע רעקלאמירט פראדוקטן אדער סערוויסעס פארבונדן מיטן שטח אדער נישט, קומט אויס אז טעכניש מוזן זיי איבערקוקן די אינהאלט און באשליסן "באזירט אויף איר אינהאלט" אז זי רעפרעזענטירט עפעס וואס איז אומפארבונדן מיטן שטח און דאן קענען זיי אפווארפן די ביטע און צוליב דעם איז עס פאקטיש אינהאלט באזירט

די סיטי האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט מיט די טענה אז אזא סארט איבערקוקן די אינהאלט באדייט נישט אז צוליב די ספעציפישע זאכן וואס דארט שטייט ווערט די אפליקאציע אפגעזאגט נאר איז געמאכט צו קענען באשטעטיגן צו זי שטעלט פאר א פראדוקט/סערוויס פונעם באטרעפנדן שטח אדער נישט

צום ביישפיל אויב די רעקלאמע אינהאלט זאל באשטיין פון פארשטעלן א געוויסע עסנווארג פארקויפט אויף יענעם שטח וועט עס ווערן באשטעטיגט אבער אויב די אינהאלט זאל זיין גענוי די זעלבע מיטן אויסנאם אז די עסנווארג ווערט פארקויפט עטליכע גאסן ארויפציהוועט עס ווערן אפגעווארפן
און עס איז גאר אנדערש ווי די קעיס פון גילערט וועלכע האט רעגולירט אידעאלאגישע מעסעדזשעס שארפער פון פאליטישע אוו רעלגיעזע נאך שארפער

די סיטי האט אנגעוויזן אז ריכטער אליטא אין זיין אייגענע אורטייל וואו ער האט איינגעשטימט מיט די גילבערט פרעצעדענט האט ער קלאר געשריבן אז אפטיילן צווישן שילדן באזירט אויב זיי שטעלן פאר פראדוקטן צו באקומען דארט אדער ערגעץ אנדערש הייסט נישט אינהאלט באזירט

די רעקלאמע פירמע האט אבער ווי געשריבן גע'טענה'ט אז אז טעכניש איז עס יא אינהאלט באזירט און צוליב דעם זאל עס יא אויסשטיין די "שטרענגע איבערזיכט טעסט" וואס באדייט אז געריכטן קענען פארלאנגען פון די וועלכע באשטימען די געזעצן צו איבערצייגן אז די געזעץ איז געשריבן מיטן ציהל פון א גאר וויכטיגע רעגירונגס אינטערעסע און איז געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן

זאגט די פירמע אז טראץ וואס די סיטי אגט אז די מאטיוו פונעם געזעץ איז גאר וויכטיג צו פארמיידן טראפיק אינצידענטן איז זי אבער קלאר נישט געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן ווייל זיי ערלויבן ווייטער דיגיטאלע רעקלאמעס פאר געשעפטן וועלכע זענען אויף יענעם שטח און רעקלאמעס פאר פרעמדע געשעפטן פירן נישט צו מער טראפיק אינצידענטן ווי רעקלאמעס פאר געשפעטן וועלכע זענען דארט סטאנציאנירט

זיי שרייבן אז אפילו אויב זאל די געריכט יא אננעמען אז די געזעץ איז אינהאלט נייטראל און דארף בלויז אויסשטיין די "מעסיגע איבערזיכט טעסט" טוט די סיטי לויט זיי אויך נישט נאכקומען די מעסיגע טעסט ווייל עס איז נישט אויסגעשטעלט צו האבן די מינימאלסטע אפעקט

זיי ווייזן אן אז די סיטי האט געזאלט אדאפטירן מילדערע וועגן צו אדרעסירן טראפיק פאראליז וועלכע ווערט גענוצט אין אנדערע סטעיטס און מוניציפאליטעטן, א שטייגער ווי פארלאנגען אז יעדע מעסעדזש זאל לויפן לענגער און עס זאל זיך נישט טוישן אזוי שנעל און אויך אז די קאלירן און ליכט זאלן זיין בלאסער און ווייניגער בליציג

די סופרים קאורט האט אצינד אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און א באריכט דערוועגן וועט בעז"ה נאכפאלגן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג נובעמבער 15, 2021 9:13 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
יש הנאה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש הנאה » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 9:08 am

WOW WOW!! ווייסט ווי לאנג איך ווארט שוין אריינצונעמען עפעס נארמאל אין מויל? שכוח @הבל!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 9:23 am

יש הנאה האט געשריבן:WOW WOW!! ווייסט ווי לאנג איך ווארט שוין אריינצונעמען עפעס נארמאל אין מויל? שכוח @הבל!!

יישר!
מיין פארגעניגן!

אוועטאר
נארמאליזעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נארמאליזעם » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 9:48 am

יעי סאיז דא פרישע קאקאש
שכח הבל שוין לאנג נישט געהאט עפעס פריש

וואס איז טאקע פשט אז קריסטי האט זיך אויפגעוועקט לעצטענס?
א ליסטיגן חנוכה

קוק אויף דיך אליינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 9:54 am

נארמאליזעם האט געשריבן:יעי סאיז דא פרישע קאקאש
שכח הבל שוין לאנג נישט געהאט עפעס פריש


אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4539
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 11:02 am

הבל איז בעק!!!!!!!!
נישט סתם בעק נאר באגיסט אונז מיט געשמאקע באריכטן איינס בעסער פונעם צווייטען.
ישר כח הבל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 12:07 pm

א דאנק אלע טייערע אידן!
בין דאנקבאר פאר די פידבעק!

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 12:10 pm

א דאנק הבל!

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4419
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ארחיקה נדד » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 12:55 pm

פיינע ווארע היינט (ווי אייביג) נאך מיט א שמיץ אריבער!

א דאנק!!
אז איך קען אייך העלפן, מיט פארגעניגן.

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך j718 » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 2:45 pm

הבל יישר כוח
א וווערטפולן סייט ווי מקען באקומען בחינם פארן שרייבן א reviewtahoevine.com

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 10:54 am

דינסטאג וישלח





ביי די צערעמאניע אונטערצושרייבן די אינפראסטרוקטור ביל האט פרעזידענט ביידען אנערקענט אז עס זענען נישט געווארן צוגעשטעלט גענוג פעדערס צו קענען אויסטיילן פאר אלע אויפן פלאטפארמע כנהוג און האט פארשפראכן אז יעדער וועט באקומען איינס
ספיקער פעלאסי האט קענטיג פארשטאנען אז מען רוקט זיך אין ריכטונג פון א פעדער דעפיציט און ווען זי האט באקומען איינס האט זי עס באשיידן צוריקגעשטעלט אין שיידל אז א צווייטער זאל קענען געניסן דערפון

-קני כל חורשתא-


*


אין פאזיטיווע נייעס פאר סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער זאגט הויז ארמד סערוויסעס פארזיצער עדעם סמיט אז ער האט נישט קיין פראבלעם מיטן איינשליסן די אנטי כינע ביל אין די נאציאנאלע פארטיידיגונג אויטאריזאציע אקט אויף וועלכע די סענאט וועט מארגן שטימען
מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל פארלאנגט אז די פולע אומפארטייאישע פראצעדור זאל זיין אין פלאץ ווען מען דעבאטירט די ביל און אז אומפארבונדעטע געדאנקן זאל געשטעלט ווערן אין א זייט (איראקע קריג מאכט צוריקדריי? אנטי כינע אמענדמענט?)


*


אויסווארטנדיג די פרייטאג באריכט פון די קאנגרעס בודזשעט אפיס איבער די בודזשעלוציע זאגט ספיקער פעלאסי אז די הויז פארבלייבט אין סעסיע און וועט נישט אהיימגיין אויף טענקסגיווינג בעפאר די רעזאלוציע איז באשטעטיגט
מעסיגע קאנגרעסמאן גאטהיימער און קאנגרעספרוי מורפי האבן נעכטן נאכט געזאגט אז זיי שטעלן נישט קיין רויטע ליניעס און וועלן אויסווארטן די באריכט
איינע פון די אנטוישונגען וועלכע קענען מעגליך קומען פון די באריכט איז איבער די איי אר עס אינפארסירונג פראוויזיע וועלכע די באריכט קען מעגליך אראפשפילן די ציפערן וועלכע די ווייסע הויז שאצט עס אז עס וועט אריינברענגן
קאנגרעס פירער פלאנען צו עפענען דעבאטע שוין מארגן מיטוואך צו גיבן א געלעגנהייט פאר קאנגרעס מיטגלידער צו גיבן רעדעס אין לויף פון צוויי שטונדן אז ווי נאר די באריכט ערשיינט זאל מען קענען שטימען דערויף אן קיין אפהאלט


*


סענאטארן מעקאנעל און סינעמא האבן נעכטן געהאט א לענגערע געשפרעך אויפן סענאט פלאר


*


סענאטאר מענשין איז נעכטן געפרעגט געווארן אויב זיינע זארגן איבער אינפלאציע זענען שוין אדרעסירט געווארן אין די אנגייענדע געשפרעכן
מענשין האט פרובירט צוריקצואווארפן די פראגע צום רעפארטער פרעגנדיג צו יענעם'ס זארגן זענען געווארן אדרעסירט
דער רעפארטער האט זיך אבער נישט געלאזט און ערקלערט אז ער איז נישט קיין געזעצגעבער און זיינע זארגן זענען אומרעלעוואנט
מענשין האט געזעהן אז לאזט זיך נישט האט ער געמוזט קלארשטעלן אז איז נישט גרייט אין די איצטיגע צייט צו ענטפערן די פראגע


*


איצט אינדערפרי האט מען געפרעגט מענשין ווי אזוי וויילער אין וועסט ווירדזשיניע נעמען אויף די בודזשעלוציע פלענער
מענשין זאגט אז זיי שפורן אז אינפלאציע האט זיי שווער באטראפן און אער הערט עס פון זיי ווען ער גייט אין גראסערי און זיי ווילן פארשטיין אויב ער איז אויך אזוי אויפגעברויזט ווי זיי און ער זאגט זיי אבסאלוטלי


*


ווערנדיג געפרעגט איבער די טראמפ קריטיק אין ריכטונג פון די דרייצן רעפובליקאנער וועלכע האבן געשטיצט אינפראסטרוקטור זאגט דער רעפובליקאנער געווארענער קאנגרעסמאן דזשעף ווען דרו פון ניו דזשערסי (איינע פון די דרייצן) אז ער באטראכט ווייטער פרעזידענט טראמפ אלץ א פריינד און קאלעגע


*


אום 11:30 וועט די סענאט שטימען אויף די נאמינאציע פון גרעהעם סקאט סטיעל צו סערווירן אלץ געהילף טרעזשורי סעקרעטאר


*


בעטא ארורק וועלכע האט נעכטן געמאלדן אז ער נעמט אונטער א פארמעסט פאר גאווערנאר אין טעקסאס האט אין די ערשטע 24 שטונדן פון זיין מעלדונג אויפגעטריבן א שיין ביסל געלט
עקט בלו באריכטעט אז די פלאטפארמע האט נעכטן אריינבאקומען 5.85 מיליאן דאלער



*


נאך די טראמפ אינדארסירונג פאר גיבס וועלכע פארמעסט זיך אין א פריימערי אקעגן רעפובליקאנע קאנגרעסמאן פיטער מעידזשער איז דער לעצטער געפרעגט געווארן דערוועגן און רעאגירט זאגנדיג אז ער איז שאקירט און קיינמאל געהערט פון גיבס צו זאגן און אז ער זאל האבן א פארבינדונג צו מערב מישיגען ביז זיין אנאנסירונג אויספירנדיג אז אויספירנדיג אז עס איז א וואונדערליכע פלאץ און ער קוקט פאראויס אים צו אנטפאנגען אהין


*


מינעסאוטע אטוירני דזשענעראל קעיט עליסאן האט געמאלדן אז ער וועט זוכן א צווייטע טערמין


*


פילע שפעקולירן און אנאליזירן די באשלוסן פון ניו העמפשיר גאווערנאר קריס סונונו און אריזאנא גאווערנאר דאג דוסי נישט אונטערנעמען סענאט פארמעסטן און באמערקן די שוועריקייטן וועלכע רעפובליקאנער האבן צוצוציען און רעקרוטירן באקאנטע פראמינענטע גובערנאטארן צום סענאט אבער אן אויספרעג אויף געוויסע וועלכע האבן געפאסט א פארקערטע באשלוס שטעלט קלאר אז זיי זענען נישט צופיל גליקליכער אין סענאט ווי אויפן גאווערנאר שטוהל
ווירדזשיניע סענאטאר מארק ווארנער וועלכע איז געווען בעפאר גאווערנאר (ער האט סייווי נישט געקענט לויפן פאר א צווייטן טערמין בעפאר ער היפט איבער איין טערמין) זאגט אז סיי וועלכע געוועזענע גאווערנאר וואס זאגט אז ער איז מער צופרידן אין סענאט זאגט מעגליך נישט די אמת
סענאטאר מיט ראמני וועלכע איז געווען גאווערנאר אין מאסאטשוסעטס זאגט אז זיין א גאווערנאר איז א פיל בעסערע ארבעט ווי דינען אין סענאט



*


א מאן אין לאס וועגאס האט געהאט אריינגעטראגן א באקלאגעניש אז עימיצער האט געשטימט דורך אן עבסענטי בעלאט אויף די נאמען פון זיין פארשטארבענע פרוי
דער מאן וועט זיך היינט דערקלערן שולדיג אז ער זעלבסט איז גאר דער וועלכע האט געשטימט אויף איר נאמען


*

פאלגענד איז א באריכט פון די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס באשריבן אין די נעכטיגע טעגליכע באריכט

(אויב איר האט עס פארפאסט קענט איר צוריקגיין אהין אדער גיין צו די געריכט אשכול ווי ביידע בארכיטן וועלן זייו צוזאמגעשטעלט בפונדק אחד)

די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און אויסגעקוקט היבש צוטיילט אין די צייט וואס טייל ריכטער האבן אויסגעקוקט סימפאטיש צו די אויסטייטש פון די פיפטע סירקוט האבן אנדערע אויסגעקוקוט באזארגט איבער די נאכפאלגן וועלכע זי קען ברענגן

די סעסיע האט זיך אנגעהויבן מיט אן אויפטריט פון די סיטי אדוואקאט מייקל דריעבען וועלכע האט געזאגט אז די סיטי פארשריפט איז א ליידיגע געצייג וועלכע איז גילטיג פאר אלע סארט טעמעס און מעסעדזשעס צוגלייך און איז בלויז קאנצטרריט אויף די פארבינדונג צווישן א שילד און איר לאקאציע אפגעזעהן די אינהאלט פון איר מעסעדזש

טאמאס איז געווען סקעפטיש זיך באציענדיג צו די באקאנטע אוסטין פרענקלין בארבקיו רעסטוראנט זאגנדיג פאר דריעבען אז די רעסטוראנט קען נישט שטעלן קיין שילד סיידן עס איז אויף איר פראפערטי און אזא פארבאט הערט זיך צו אים ווי אינהאלט באזירט

די ביידען יוסטיץ דעפארטמענט האט געשיקט דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל בנימין שניידער אונטערצושטיצן די פאזיציע פון די סיטי און גארסוטש האט אים געפרעגט איבער א היכי תימצי פון א פאל וואס אין די סיטי געפונען זיך 1000 קריסטליכע קירכעס און בלויז 12 אראבישע מאסקס

גארסוטש האט געוואלט פארשטיין ווי אזוי א פארבאט אויף שילדן פאר אויסערליכע צוועקן טוט נישט בעפארצוגן די קירכעס וועלכע פארמאגן לויט דעם פיל מיר לאקאלן ווי צו לופטערן זייער מעסעדזש ווי די מאסקס

שניידער האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז די פראגע פארנט פונעם געריכט איז געווען אויב די פארשפריט איז אינהאלט באזירט אדער נייטראל און נישט איבער ווי אזוי זי טוט פראקטיש אויסווירקן אויף די גאסן פון די סיטי

גארסוטש האט אבער אויסגעקוקט אומצופרידן פרעגנדיג פארוואס מען קען נישט נוצן אנדערע מיטלען ווי אז יעדע מעסעדזש זאל לויפן לענגער און עס זאל זיך נישט טוישן אזוי שנעל און אויך אז די קאלירן און ליכט זאלן זיין בלאסער און ווייניגער בליציג אבער סניידער האט עס אוועקגעמאכט אלץ ווייניגער אפעקטיוו

גארסוטש האט אבער געלאכט פון אים זאגנדיג אז מען קען נישט נוצן פאר א טעסט איבער אפעקטיווקייט עפעס וואס אונטערדרוקט פרייהייט פון אויסדרוק

אדוואקאט קענאן שאנמוגאם האט פארטרעטן די פירמע און סאטאמאיאר האט געמאכט די קעיס פאר די סיטי ביים שטעלן אירע פראגן

( יא, אויב קלונגט אייך דער נאמען פונעם אדוואקאט באקאנט איז עס טאקע דער זעלבער וועלכע האט אדוואקאטירט אין א צווייטע קעיס באשריבן א צייט צוריק
הכל הבל האט געשריבן:די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין א פרישע לענדמארק קעיס
ראבערטס געשריבן אורטייל 4-5 אבער עס באגרעניצט ווי שפעטער ערקלערט
פאלגענד איז אונזערס א באריכט איבער די קעיס מיט א צייט צוריק
די ערשטע גרויסע בילס באשטעטיגט אין די אבאמא פרעזידענטשאפט איז געווען די דאד פרענק ביל וועלכע האט איינגעשטעלט שטייפערע באנק רעגולאציעס צו פארמיידן אן איבערשפיל פון די 2008 למספרם פינאנציעלע קראך
איינע פון די היסטארישע אויפטוען אינעם ביל איז געווען די שאפונג פון די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא מיטן אקראנים פון CFPB וועמענס אינציאטאר איז געווען די דאן פריש ערוויילטע סענאטאר עליזאבעט ווארען פון מאסאטשוסעטס
ווען די פירמע'ס אדוואקאט קענאן שאנמאגאם האט אנגעהויבן זיין ארגומענט אז די סטרוקטור פון די אגענטור איז אומקאנסטיטוציאנאל האט ריכטערין גינזבורג פרובירט אראפצושפילן די געברויך פונעם געריכט בכלל אריינצוקוקן אין די קאנסטיטוציאנאליטעט פראגע באצייכענענדיג די קעיס צו זיין פון "אקאדעמישן קוואליטעט" (וועלכע נישט נוגע למעשה אינעם איצטיגן פאל) צוליב וואס די פארלאנג פאר אינפארמאציע פון די פירמע איז געווארן צוגעשיקט דורן "עקטינג דירעקטאר" וועלכע קען יא ווערן אפגעזאגט דורכן פרעזידענט פאר סיי וועלכע אורזאך אין די טענה איז בלויז אויף א פערמענאנטע דירעקטאר
)


אויך אליטא האט נאכגעפאלגט אין איר ריכטונג (צו דערמאנען האט די סיטי ציטירט די מיינונג פון אליטא אין די גילבערט קעיס וואו ער האט דארט געשריבן אז אפטיילן צווישן שילדן באזירט אויב זיי שטעלן פאר פראדוקטן צו באקומען דארט אדער ערגעץ אנדערש הייסט נישט אינהאלט באזירט

אצינד האט אליטא אנגעהאלטן (צו ווייל ער טאקע שטאנדהאפטיג אדער ווייל אצינד מוז ער שוין דעקן וואס ער האט דאן געשריבן) יענע שטעלונג זאגנדיג פאר שאנמוגאם אז אן אפיציר קען באשטעטיגן אדער אפווארפן אן אפליקאציע פון א רעקלאמע פירמע אן אפילו ליינען די אינהאלט ווייל אפילו אויב די רעקלאמע איז אויף די כינעזישע שפראך וועלכע איז ווילד פרעמד פארן אפיציר קען ער אבער זעהן אויב עס איז דיגיטאל אדער נישט

שאנמוגאם האט עס ווי פארשטענדליך לייכט אפגעווארפן זאגנדיג אז אפילו ווען דער אפיציר זעהט א עס איז יא דיגיטאל מוז ער אבער יא קענען ליינען צו וויסן אויב די רעקלאמע שטעלט פאר עפעס וואס איז אויף יענע לאקאל אדער נישט

אליטא האט אויך סימפאטיזירט מיט שניידער'ס באהויפטונג אז אדאפטירן די שטעלונג פון די פיפטע קרייז געריכט וואלט געעפנט א קאנע פון ווערים און מערערע פעדעראלע שילדן און ענליכע רעגולאציעס וועלן געפונען ווערן אומקאנסטיטוציאנאל ווייל אפילו זיי זענען נישט דירעקט אינהאלט באזירט פעלט זיך אבער אויס אז די רעגירונג זאל זיי אפליינען איידער מען קען זיי באשטעטיגן און לויט די פיפטע סירקוט באדייט דאס שוין אינהאלט באזירט

ראבערטס האט אויך אויסגעדרוקט זארג זאגנדיג פאר שאנמוגאם אז לויט זיין טעאריע קען ער זהן אז פינף פראווזייעס פון א פעדעראלע הייוועי געזעץ זאלן געפונען ווערן אומקאנסטיטוציאנאל

שאנמוגאם האט אנערקענט אז לויט זיין אויסקוק וואלט טאקע יענע פינף פראוויזיעס געווארן באצייכנט אלץ אינהאלט באזירט אער צוגעלייגט אז דאס וואלט נישט באדראעט זייער קאנסטיטוציאנאליטעט ווייל יענע געזעצן זענען אזוי וויכטיג אין די רעגירונגס אינטערעסע אז זיי וואלטן בייגעשטאנען אפילו די "שטרענגע איבערזיכט טעסט"

קעיגען האט דערויף רעאגירט און מסכם געווען אלע זייטן פון די דעבאטע זאגנדיג אזוואס זי קען פארשטיין אז מען זאל אנקוקן די סיטי פארשריפט אלץ אינהאלט באזירט טראץ וואס די גילבערט אורטייל איז נישט דוקא געגאנגען אזוי ווייט

זי האט אבער יא מיטגעטיילט די זארג פון אירע קאלעגן אז מיטגיין מיטן פיפטן סירקוט קען פירן צו א דאמינא אפעקט צו פסל'ן א רייע אנדערע געזעצן

זי זאגט אז טראץ וואס לויט שאנמוגאם קענען יענע געזעצן אויסהאלטן די "שטרענגע איבערזיכט טעסט" איז עס אבער אן ערנסטע ריזיקע וועלכע מען מוז נעמען זייער פארזיכטיג

קעיגען האט פארגעשלאגן א וועג ארויס אז אין צוגאב צו די אינהאלט באזירט-אינהאלט נייטראלע קאטעגאריעס אוועקגעשטעלט אין די גילבערט אורטייל זאל מען שאפן א פארווע דריטע קאטעגאריע פאר אזעלכע סארט געזעצן ווי די אוסטין פארשריפט און ענליכס און אוועקשטעלן באזונדערע סטאנדארטן דערפאר

קעווענאו וועלכע קען זיין די דעצידירנדע שטימע האט אויך אויסגעקוקט וואקלנדיג צווישן די צוויי זייטן ווען ון איין זייט האט ער געצימבלט שניידער מיט די זעלבע פראגע ווי גארסוטש פארוואס מען קען נישט נוצן אנדערע מיטלען ווי אז יעדע מעסעדזש זאל לויפן לענגער און עס זאל זיך נישט טוישן אזוי שנעל און אויך אז די קאלירן און ליכט זאלן זיין בלאסער און ווייניגער בליציג

אבער פון די אנדערע זייט האט ער געזאגט פאר שאנמוגאם אז אזעלכע סארט פארשפריטן זענען שוין אין קראפט פאר א לאנגע צייט אין מערערע געגנטער און אן אורטייל אין שטיצע פון זיין קליענט וואלט שווער געפאלן אויף פילע לאקאלע יוריסדיקציעס לענגאויס אמעריקא

גדל
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גדל » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 11:46 am

א דאנק הבל!!

קוק אויף דיך אליינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 11:50 am

גדל האט געשריבן:א דאנק הבל!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 12:44 pm

יישר!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט