א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג אוקטובער 07, 2021 8:50 pm

יש לו מנה האט געשריבן:א ריזיגן דאנק @אלעקסיי
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 18522
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג אוקטובער 08, 2021 12:27 pm

דאנקע שיין הער אלעקסיי
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 10, 2021 11:50 am

זונטאג לך





די ווייסע הויז האט נאמינירט געוועזענע אינדיאנא סענאטאר דזשאו דאנעלי (וועלכע האט פארלוירן צו מייק בראון אין 2018 למספרם) צו סערווירן אלץ אמבאסאדאר צו די שמייליגע קירכע



*

שומער פיילט קלאוטשער פאר די נאמינאציע פון קריסטינע א'היערן צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר ניו דזשערסי


*


סענאטארשע קירסטען סינעמא וויל שניידן כאטש 100 ביליאן דאלער פוןדי קלימאט פראגראמען אין די בודזשעלוציע


*


קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער מיט נאך עטליכע קאלעגן שרייבן צו אגרי קולטור סעקרעטאר טאם ווילסאק צו נעמען שריט אראפצוקלאפן די געפאר פון מינק אנגעשטעקט מיט די ווירוס צו קענען אנשטעקן מענטשן מיטן רעגולירן מינק פארמס נאך 17 דאקומענטירטע ווירוס אויסברוכן אין מינק פארמס אין לאנד און אינצידענטן אין דריי באזונדערע לענדער וואו עס האט זיך פון דארט אריבערגעכאפט צו מענטשן


*


סענאטאר סענדערס האט פארלוירן זיין געדולד צו די מאסע רעפארטער וועלכע האבן איםן ארומגערינגלט און פילמירט אין די סענאט בעיסמענט און זיי געפרעגט אויב ער קוקט אויס בעסער ווי נעכטן אז זיי זוכן אזוי וויכטיג צו כאפן בילדער פון אים
?!


*


דעמאקראטישע סענאטאר קריס קונס: טייל פון די סיבה פארוואאס מענשין האט פארדעקט זיין געזיכט ווען שומער האט אדרעסירט די סענאט איז געווען ווייל ער האלט אז פירער דארפן רעדן איינער צום צווייטן דירעקט און אלע פון אונז זענען איינשטימיג אז מיט דארפן מער ציוויליטעט און קאנגרעס און איבערן לאנד


*


רעפובליקאנע קאנגרעספרוי קעטי מקמאריס ראדזשערס דיאגנאזירט מיט די ווירוס


*


טעקסאס רעפובליקאנע גאווערנאר קאנדידאט אלען וועסט דיאגנאזירט מיט די ווירוס


*


דעמאקראטן האבן געהאפט אויסצונוצן און טריאומפירן מיט די בענעפיטן פון די פארגרעסערטע טשיילד קעיר בענעפיטן אויפן 2022 למספרם קאמפיין שטראז אבער די בענעפיטן וועלן קומען צו אן ענדע עטליכע מאנאטן בעפאר די וואלן סיידן זיי באווייזן צו באשטעטיגן די בודזשעלוציע וועלכע וועט עס באשטעטיגן צו לויפן פאר נאך עטליכע יאר


*


הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך קרח
דאנערשטאג נשא
ווי געמאלדן וועט אטלאנטא מעיאר קישא באטאמס נישט זוכן א צווייטע טערמין און סטעיט פאליטיקאנטן זענען געכאפט געווארן אין סורפרייז מיט די אומערווארטעטע מעלדונג וועלכע האט געעפנט א פאסטן פאר אמביציעזע פאליטיקאנטן וועלכע קענען נוצן אזא פאזיציע פארא פאליטישע שפרונג ברעט צו גיין העכער
באטאם'ס פארגייער איז געווען מעיאר קאסים ריעד וועלכע איז נישט געלאפן אין 2018 למספרם נאך וואס הויכראנגיקע געהילפן זיינע האבן זיך דערקלערט שולדיג אין נעמען כאבאר
אצינד האט ריעד ארויסגעשיקט אן איינלאדענונג צו זיין געבורטסטאג פארטי און געשריבן אז מען זאל רעזערווירן דעם דאטום פון יוני 10 למספרם און האט געצויגן אויפמערקזאמקייט פון אנאליסטן וועלכע שפעקולירן צו ער וועט מעלדן אז ער וועט זוכן נאכאמאל צוריצובאקומען זיין אלטע אפיס
היינט איז איין טאג פאר די געמאלדענע געבורטסטאג פארטי און ריעד האט נארוואס געפיילט פארפירן צו קענען לויפן
ווערט איצט באקאנט אז ריעד איז אונטער פעדעראלע אויספארשונג איבער מעגליכע מיסבאנוץ פון קאמפיין פאנדינג פאר פערזענליכע זאכן ווי צירונגען, טראוועל קליידונג און מעבל


ריעד האט אויפגעטריבן 2.8 מיליאן דאלער זינט ער האט געמאלדן זיין קאנדידאטור


*


מאנטאנא האט ביז 1993 למספרם געהאט צוויי קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטן אבער דאן פארלוירן איינס

נאך די פארלאפענע צענזוס ציילונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז די סטעיט האט צובאקומען גענוג איינוואוינער צו קוואליפיצירן צוריקצובאקומען זייער פארלוירענע זיץ וואס באדייט אז אמביציעזע אפיס ליבהאבער באקומען א שאנס צו לויפן פארן נייעם זיף דער אייניצגסטער אמטירנדער קאנגרעסמאן איז דער רעפובליקאנער מעט ראזנדעיל אבער מערערע שוואכער קאנדידאטן פון ביידע פארטייען האבן געמאלדן פלענער צו לויפן פארן נייעם זיץ

סטיוו בולאק וועלכע איז געווען א דעמאקראטישע גאווערנאר און אומסוקסעפול געלפון אין די 2020 למספרם דעמאקראטישע פריימעריס האט אויסגעשלאסן א פארמעסט אבער אויף די רעפובליקאנע זייט איז דער מערסט פארמינענטע צו מעלדן זיין קאנדידאטור רייען זינקע וועלכע איז געווען דער אינטעריאר סעקרעטאר אונטער פרעזידענט טראמפ

צוריק אין 2018 למספרם זענען סטעיט רעפובליקאנער געווען אנטוישט נאך וואס טראמפ האט אים אריינגעשלעפט אין זיין קאבינעט גלויבנדיג אז ער וואלט געווען זייער שטארקסטע שאנס צו באזיגן טעסטער אבער אצינד אז ער קערט זיך צוריק צו קאנגרעס מיט ערנסטע ערווארטונג אז ער וועט באקומען דעם זיץ איז דא באנייעטע האפענונג אז אין 2024 למספרם וועט ער זיך ארויסשטעלן צו לויפן אקעגן טעסטער

טעסטער זעלבסט האט נאכנישט געמאלדן אויף זיכער אויב ער לויפט אבער יא געזאגט אז ער איז גענויגט צו זוכן ווידערערוויילונג


*

דעמאקראטן זעצן פאר זייער צו דעבאטירן אינערליך מיט וויפיל און ווי אזוי איינצושרומפן די בודזשעלוציע פלאן און זענען ערנסט צוטיילט וועלכע ליניע אנצונעמען ווען טייל וואלטן וואלטן ווייטער באשטעלט די קוכן אין איר פולע הייך נאר אראפגעשניטן פון אויבן אויף אראפ, דהיינו, ווייטער געגאנגען מיט מערערע סארט פראגראמען אבער געשניטן די צייט אפשניט ווי לאנג זיי זאלן לויפן, בעת וואס אנדערע בעפארצוגן אראפצושיילן עטליכע שיכטן פונעם טארט, וואס וואלט באדייט אינגאנצן אויפצוגעבן אויף א רייע ווייניגער וויכטיגע אינציאטיוון, אבער כאטש איינשטעלן די הויפט פראגראמען צו לויפן פאר א לענגערע שטרעקע און דערמיט פארזיכערן אז קאנגרעס וועט זיין אונטער גאר שטארקע דרוק זיי צו ווידער באשטעטיגן פארן לענגערו טערמין איינמאל זיי לויפן אויס זינט אמעריקאנער וועלן זיך שוין האבן צוגעוואוינט צו זיין אנגעוויזן דערויף

געוויסע קאנגרעס מיטגלידער אריינגערעכנט וואשינגטאן קאנגרעספרוי סוזען דעלבענע האלטן אז מען גיין מיטן צווייטן מהלך בעת וואס קאנגרעספרוי דזשעיפאל וויל גיין מיטן ערשטן און דאס איז אויך די שטעלונג פון ווייסן הויז און באזונדער איז דא די שטרעמונג וועלכע קימערן זיך נישט אזוי שטארק איבער פראגראמען וועלכע ווערן געשניטן נאר זוכן בעיקר אז די קלימאט באשיצונג אינציאטיוון זאלן נישט פאלן א קרבן ווען די מעסער הויערט העכער די רעזאלוציע


*


זעין אל-אבידין מוכאמעד כוסעין, בעסער באקאנט אלץ אבו זובעידא, איז א פאלעסטינער ומקום מושבו איז גוואטאנאמא בעי זינט 2006 למספרם וואו ער האט זיך אריבערגעצויגן נאכן געכאפט ווערן אין פאקסיטאן צוריק אין 2002 למספרם און איז פארהאלטן אויף טעראר באשולדיגונגען

אין לויף פון די פיר יאר ביז ער האט זיך פערמענאנט איינגעגלידערט אין גוואטאנאמא בעי איז האט זובעידא ארומגעוואנדערט אין אויסלאנד ווי ער האט באזוכט מערערע אזויגערופענע געהיימע שווארצע סי איי עי געפירטע אויספארשונג צענטערן און אויסגעשטאנען פייניגונגס מיטלען אריינגערעכנט דורכגיין מער ווי 80 מאל וואטערבאורדינג

אין 2017 למספרם האט זיינס אן אדוואקאט זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט אין וואשינגטאן סטעיט מיט א פארלאנג צו באקומען צוטריט צו דאקומענטן און עדות אויפטריט איבער צוויי געוועזענע סי איי עי קאנטראקטער דזשעימס עלמער מיטשעל און דזשאן דזשעסען צוליב וואס ער וויל נוצן די אינפארמאציע פאר א קרימינאלע קעיס אין פוילן וואו די פייניגונגען זענען אנגעבליך פארגעקומען און די צוויי זענען געווען פארמישט דערין

די אמעריקאנע רעגירונג אונטער די פאמפעיא סטעיט דעפארטמענט האט אפגעשלאגן די פארלאנג אין געריכט אנגעבנדיג אז אזעלכע אינפארמאציע איז באשוצט אונטער די רעגירונגס געהיימניסן דאקטרינע וועלכע פארזיגלט אינפארמאציע וועמענס אויפדעקומנג קען שעדיגן נאציאנאלע זיכערהייט

ווען די ביידען אדמיניסטראציע איז אריינגעקומען האבן זיי איבערגענומען די פאזיציע פון זייערע פארגייער און סאליסיטאר דזשענעראל ברייען פלעכטער האט קלארגעשטעלט פאר די געריכט אז וואס זובעידא פארלאנגט איז אינפארמאציע וועלכע קען אויפדעקן די ווארהייט פון אן עקזיסטענץ פון געהיימע צווייפלהאפטיגע אקטיוויטעטן פון די סי איי עי אין צוזאמארבעט מיט פוילישע באאמטע צו קענען אנקלאגן איינגעשטעלטע אין די פוילישע רעגירונג

לויט פלעכטער וואלט אזא שריט געבראכן די צוטרוי פון וועלכע אמעריקא געניסט ביי אויסלענדישע און שטעלט אין געפאר ווייטערדיגע צוזאמעארבעט אויפן פראנט פון נאציאנאלע זיכערהייט

פארלאפענע וואך האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די ארגומענטן אין די קעיס און ריכטער טאמאס האט געוואלט פארשטיין ווי אזוי עס וואלט געשעדיגט נאציאנאלע זיכערהייט נעמענדיג אין באטראכט אז די אינפארמאציע איז שוין איצט פובליק און דזשאן דזשעסען האט שוין אין די פארגאנגנהייט עדות געזאגט איבער די באהאנדלונג פון די אנדערע פארהאלטענע בעפאר

פלעכטער האט געענטפערט אז יענע אינפארמאציע איז געווען איבער די באהאנדלונג פון די פארהאלטענע וועלכע זענען שוין טאקע מער נישט קלאסיפיצירט אין קאנטראסט צו די איצטיגע פארלאנג אויפצודעקן אויסלענדיגע מיטארבעטער און איז פונדאמענטאל אנדערש ווי די אינפארמאציע וועלכע איז שוין פובליק

קעיגען האט געפרעגט פון פלעכטער צו די פאקט אז יעדער ווייסט גענוי וואס מען זוכט אין די דאקומענטן/עדות צו דאס מאכט עס נישט אויס געהיימעניס

און אויב די גאנצע רעכט פון עס האלטן קלאסיפיצירט איז בלויז ווייל עס איז א "רעגירונג געהיימעניס" וואס איז די דין אויב עס איז מער נישט אזוי געהיים? מעגליך דארף מען טוישן די געזעץ צו דעקן אפילו אזעלכע אינפארמאציע וועלכע זענען לאו דוקא אומבאקאנט אבער עס ארויסגעבן אפיציעל קען שעדיגן די אינטערעסן פון לאנד?

הויפט ריכטער ראבערטס האט אויפגעברענגט א נייע איינפאל וועלכע האט אביסל צומישט די קארטן פון ביידע זייטן פארשלאגנדיג א פלאן אונטער וועלכע די צוויי קאנטראקטער וועלן ערלויבט ווערן אויפצוטרעטן און איבעראגעבן אינפארמאציע אבער נישט אידענטיפיצירן דאס לאנד וואו עס האט פאסירט און אזוי ארום וועט נישט זיין לעגאל באשטעטיגט אז די ספעציפישע אקטיוויטעטן האבן זיך אפגעשפילט אין פוילן

אבער פלעכטער האט גיך אפגעווארפן די הצעה זאגנדיג אז די גאנצע צוועק פאר וועלכע זובעידא דארף זייער עדות'שאפט איז ארויסצוהעלפן אין די קרימינאלע אנקלאגע אקעגן פוילישע באאמטע און אויב גייט מען נישט קענען באשטעטיגן אז עס האט פאסירט אין פוילן איז דאך זייער אויפטריט אומרעלעוואנט

ריכטערין בערעט האטאבער שפעטער אויפגעברענגט די ראבערטס געדאנק פרעגנדיג וואס וואלט געווען אויב די געריכט גיבט די גרינע ליכט פאר זייער אויפטריט אבער ערלויבט די רעגירונג צו באגרעניצן זייער עדות'שאפט מיטן פארזיכערן אז זיי דעקן נישט אויף די לאקאציע וואו עס האט פאסירט

פלעכטער האט ווידעראמאל צוריקגעשטופט דערקעגן זאגנדיג אז זי האט שוין אויסגעשמועסט פארוואס אזאנס האט נישט קיין פשט ווען ראבערטס האט עס צום ערשטן מאל אויפגעברענגט

דערנאך האט אויפגעטרעטן דוד קליין אין שטיצע פון זובעידא זאגנדיג אז ער פלאנט נישט אויסצופרעגן מיטשעל און דזשעסען אין שטיצע פון זיין קליענט זובעידא איבער די לאקאציע זינט דאס איז שוין אינפארמאציע וועלכע פוילישע פראקורארן זיצן שוין אויף און דאס גאנצע וואס זיי ווילן הערן איז וואס עס האט פאסירט אין די צעל פון זובעידא אין די יארן צווישן 2002 און 2006 למספרם און די טאקטיקן גענוצט וואס אזעלכע סארט אינפארמאציע איז שוין פובליק און מער נישט קלאסיפיצירט זינט דזשעסען האט שוין עדות געזאגט איבער אזעלכע סארט פראגן

בערעט האט אים אבער געצימבלט אז אויב די אינפארמאציע איז שוין פובליק , טא פארוואס דארפן עס די פוילישע פראקורארן הערן פון די קאנטראקטער?
אלא מאי זוכן זיי פשוט צו האבן די אפציציעלע באשטעטיגונג פון די וועלכע האבן געארבעט פאר די אמעריקאנע רעגירונג און זיי זענען אנגעוויזן דערויף, וואס אויב אזוי איז עס דאך שוין איינמאל און אמעריקאנע געהיימעניס (דאס באשטעטיגן וואס מען ווייסט אבער איז נאכנישט באשטעטיגט)

קליין האט געענטפערט אז מען זוכט נישט די אפיציעל אנערקענונג פון די אמעריקאנע רעגירונג נאר זיי זוכן צו הערן איבער טייל פון די פייניגונגס מיטלען איבער וועלכע זיי וויסן אז עס האט פאסירט און געוואר ווערן אויב עס האט פאסירט אין די צייט וועלכע זיי ווייסן אז זובעידא איז געווען אין פוילן

אבער ראבערט איז געליבן סקעפטיש זגנדיג אז קליין אנערקענט אז יעדער וויסט דערפון אבער עס איז די רעגירונגס אנערקענונג וועלכע איז די סוד וועלכע די רעגירונג וויל האלטן אין איר בוזעם און זיי שטערן דערפון קען שעדיגן אמעריקא'ס אינטערעסן

אליטא האט אויך געלאזט פאלן ענליכע וועטרטער זאגנדיג פאר קליין: דו לייגסט עס אראפ ווי די האסט אלעס וואס דו דארפסט אבער דו דארפסט דוקא האבן אט די אינפארמאציע
עס קוקט מיר אויס אז אלץ וואס דו זוכסט איז מער אן אפיציעלע אנערקענונג פון רעגירונג קאנטראקטאר צו באשטעטיגן אז דאס וואס דו זאגסט האט פאסירט אין פוילן און נישט ערגעץ אנדערש איז וואר, אנדערש פארשטיי איך נישט פארוואס דו דארפסט די אינפארמאציע

ריכטערין סאטאמאיאר האט אויסגעזעהן סקעפטיש מיט קליין פאר א צווייטע אורזאך זאגנדיג פאר קליין אז פוילן האט שוין אמאל פרובירט צו באקומען די אינפארמאציע פון אמעריקא אונטער אן אפמאך אבער וואשינגטאן האט עס קאטעגאריש אפגעווארפן זאגנדיג אז עס איז א רעגירונגס געהיימעניס און דעריבער איז זובעידא'ס איצטיגע פרואוו בלויז א מיטל אויסצוקרויזן דאס וואס די רעגירונג האט קלאר געזאגט אז זיי ווילן נישט ארויסגעבן

(עס איז מיר נישט געווען אינגאנצן קלאר וואס סאטאמאיאר האט דא געוואלט ווייל די רעגירונג זאגט דאך איצט אין געריכט אויך אז עס איז א געהיימעניס אבער זובעידא שלאגט דאך עס אפ און אויב אזוי פארוואס טראגט א פריערדיגע דעקלעראציע פון די רעגירונג אז עס איז געהיים מער געוויכט ווי זייער איצטיגע באהויפטונג אין געריכט?! אתמהה)

קליין האט אבער געענטפערט אז זיין קליענט פרובירט נישט ארויסצוקוועטשן עפעס פאר די פולישע רעגירונג וועלכע אמעריקא האט זיי שוין געזאגט אז זיי ווילן נישט גיבן נאר ער פארלאנגט די דיסקאווערי אינפארמאציע אלץ פריוואטע אינדיווידועל

דאן איז פלעכטער צוריקגעקומען צום שטענדער און גארסוטש וועלכע איז ביז אצינד געווען פארהעלטנמעסיג שטיל האט ארויסגעלאזט א באמבע אין צימער פרעגנדיג פון פלעכטער פארוואס מען קען נישט ערלויבן כאטש זובעידא זעלבסט אויפצוטרעטן אין די פוילישע קעיס אז ער זאל גאר שילדערן וואס ער איז אריבער

פלעכטער וועלכע איז נישט געווען געראכטן אויף אזא פראגע איז געכאפט געווארן אין סורפרייז און רעאגירט אז זובעדא און זיינע אדוואקאטן האבן קיינמאל נישט געבעטן אזא זאך און די רעגירונג האט נאך אויך נישט באטראכט אזא געדאנק

אן אויפגעברויזטער גארסוטש האט געשטורעמט די צימער זאגנדיג: די קעיס ווערט שוין אויסגעקעמפט פאר יארן די לאנגע וועג ארויף ביזן העכסטן געריכט און ענק האבן קיינמאל נישט אריינגעקוקט אין אזא פלאן וואס וואלט געווען א וועג ארויס פון די סומאטוכע און א וועג פאר די רעגירונג צו קענען נאכגעבן זייער געברויך אן דארפן דורכגיין די גאנצע געראנגל?!

סאטאמיאר וועלכע זיצט גלייך נעהן גארסוטש און איז געווענליך אויף די אנדערע זייט פונעם ארגומענט ווי אים האט זיך דאסמאל צוגעשטעלט צום צירקוס וועלכע האט דראמאטיש געטוישט די מונדליכע אגומענטן סעסיע איידער איר ענדע

סאטאמאיאר האט געבעטן פון פלעכטער א קלארע ענטפער פון די פעדעראלע רעגירונג אויב זיי וועלן ערלויבן זובעידא אויפצוטרעטן און פארציילן וואס עס איז אויף אים אריבער אין יענע דאטומען אן אויפדעקן רעגירונג געהיימעניסן.
יא אדער ניין?
דאס איז אלעס וואס מיר זוכן האט סאטאמאיאר אויסגעפירט

פלעכטער האט געענטפערט אז די רעגירונג וועט גערן לאזן וויסן איר שטעלונג איבער דעם פארן געריכט נאכן עס באטראכטן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג אוקטובער 11, 2021 1:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש הנאה
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש הנאה » זונטאג אוקטובער 10, 2021 11:56 am

איך זעה גוט? זונטאג? אלנפאלס טענקס!!

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:07 pm

מאסיווע ארבעט @הבל.

מ'זעהט אז ס'איז אריין שווערע כוחות און שעות.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:11 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:מאסיווע ארבעט @הבל.

מ'זעהט אז ס'איז אריין שווערע כוחות און שעות.
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:19 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:מאסיווע ארבעט @הבל.

מ'זעהט אז ס'איז אריין שווערע כוחות און שעות.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:47 pm

יישר כח אלע!

די פידבעק שטופט ווייטער אנצוגיין


אויב די געריכט באריכטן זענען צו לאנג(ווייליג) האט נישט מורא אייך צו לאזן הערן

אוועטאר
דאקטער רפאל
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך דאקטער רפאל » זונטאג אוקטובער 10, 2021 1:00 pm

מיר באלעקן זיך הבל!
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
קרעדיט: חיים שטיינמעץ - רינויעל

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוקטובער 10, 2021 1:40 pm

הכל הבל האט געשריבן:יישר כח אלע!

די פידבעק שטופט ווייטער אנצוגיין


אויב די געריכט באריכטן זענען צו לאנג(ווייליג) האט נישט מורא אייך צו לאזן הערן

אדרבה! די געריכט באריכטן איז כמעט ס'איינציגסטע וואס מ'זעט נישט ערגעץ אנדערש!!
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג אוקטובער 10, 2021 2:11 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:מאסיווע ארבעט @הבל.

מ'זעהט אז ס'איז אריין שווערע כוחות און שעות.
כלל ישראל וויינט! ברוך דיין האמת! השם ינקום דמה!



אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » זונטאג אוקטובער 10, 2021 2:51 pm

נאך נישט געזעהן באריכטעט דא, אלזא דא האט איר.

א נעווי נוקלעארע אינדזשעניר מיט זיין ווייב זענען ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן מיטן פרובירן צו פארקויפן געהיימע אינפארמאציע איבער נוקלעארע סובמארינען פאר פיינטליכע לענדער.

געריכט דאקומענטן צייגן אז צו די FBI איז אנגעקומען א פעקל מיט דאקומענטן און ענקריפטעד פיילס פון דעם אינדזשעניר אין וועלכע עס איז געשטאנען אנווייזונגען פאר די פיינטליכע לאנד וויאזוי אים צו קאנטאקטען און אים באצאלן צו קענען עפענען די ענקריפטעד פיילס, וואס דאן האבן אגענטן פון די FBI זיך פארבינדן מיט אים זיך אנגעבענדיג אלס אגענטן פון יענעם לאנד און געפירט געשפרעכן מיט אים.

ער האט פארלאנגט $100,000 אין קריפטאו-וואלוטע, אבער דער אגענט האט אים איבערצייגט צו אנהייבן געבן די אינפארמאציע נאך וואס זיי האבן אים באצאלט אן איינגאבע פון $10,000 און אים געוויזן א 'סיגנאל' פון אינעווייניג די לאנד'ס אמבאסאדע אין וואשינגטאן אום מעמאריעל דעי, עס איז נישט קלאר וויאזוי די FBI האט באוויזן צו אראנדזשירן דעם סיגנאל פון אינעווייניג אין די אמבאסאדע.

די פארהאנדלונגען זענען ווייטער אנגעגאנגן און למעשה האט ער באקומען אזויפיל ווי $70,000 אין אויסטויש פאר אינפארמאציע.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 18522
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג אוקטובער 10, 2021 10:56 pm

טענקס הבל!
הכל הבל האט געשריבן:ריכטערין סאטאמאיאר האט אויסגעזעהן סקעפטיש מיט די רעגירונג פאר א צווייטע אורזאך זאגנדיג פאר קליין אז פוילן האט שוין אמאל פרובירט צו באקומען די אינפארמאציע פון אמעריקא אונטער אן אפמאך אבער וואשינגטאן האט עס קאטעגאריש אפגעווארפן זאגנדיג אז עס איז א רעגירונגס געהיימעניס און דעריבער איז זובעידא'ס איצטיגע פרואוו בלויז א מיטל אויסצוקרויזן דאס וואס די רעגירונג האט קלאר געזאגט אז זיי ווילן נישט ארויסגעבן

(עס איז מיר נישט געווען אינגאנצן קלאר וואס סאטאמאיאר האט דא געוואלט ווייל די רעגירונג זאגט דאך איצט אין געריכט אויך אז עס איז א געהיימעניס אבער זובעידא שלאגט דאל עס אפ און אויב אזוי פארוואס טראגט א פריערדיגע דעקלעראציע פון די רעגירונג אז עס איז געהיים מער געוויכט ווי זייער איצטיגע באהויפטונג אין געריכט?! אתמהה)

סקעפטיש מיט די רעגירונג אדער סקעפטיש מיט די אנדערע צד?

קען זיין אז בעצם אויסערן פאליטישע אנגעלעגנהייטן איז אין די הענט פון דער רעגירונג צו באשליסן. דער שאלה איז נאר צו עס איז טאקע א געהיימניס "לויט די רעגירונג" אדער נישט (וואס יענע צד וויל טענה'ען אז דער רעגירונג האט בעצם גארנישט וואס איז נישט פאבליק). איז אויב דער רעגירונג האט שוין אין דער עבר געזאגט - נישט ספעציפיש צו דער קעיס נאר אין דזשענעראל - אז עס איז א געהיימניס, ווייזט עס אז דאס איז זייער שטעלונג געווען אייביג.
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אדרבה! די געריכט באריכטן איז כמעט ס'איינציגסטע וואס מ'זעט נישט ערגעץ אנדערש!!

1+
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5892
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נארמאליזעם » זונטאג אוקטובער 10, 2021 11:50 pm

סאטמערע ריכטערין?

שכח הבל כבין א טעגליכע ליינער פון דיר
א געזונטן ווינטער
נארמאל
א געזינטן ווינטער
גאר נארמאל
בכלל נישט מיך

אוועטאר
פון אמעריקע
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 1:42 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פון אמעריקע » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 7:59 am

הכל הבל האט געשריבן:יישר כח אלע!

די פידבעק שטופט ווייטער אנצוגיין


אויב די געריכט באריכטן זענען צו לאנג(ווייליג) האט נישט מורא אייך צו לאזן הערן


שכוח הבל פאר אלעס און איבעראל! קיפ דואינג וואט יור דואינג! ס'איז פערפיקט!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 12:59 pm

הבל, גיי פעסט אן. אזוי ווי אנדערע האבן געשריבן אז דיינע באריכטן זענען פערפעקט אזוי ווי עס איז.

א גרויסן ש'כח.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 1:03 pm

עניית דעתי, ברענג געריכטן נייעס אפטער!
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re:

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 1:05 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:טענקס הבל!
הכל הבל האט געשריבן:ריכטערין סאטאמאיאר האט אויסגעזעהן סקעפטיש מיט די רעגירונג פאר א צווייטע אורזאך זאגנדיג פאר קליין אז פוילן האט שוין אמאל פרובירט צו באקומען די אינפארמאציע פון אמעריקא אונטער אן אפמאך אבער וואשינגטאן האט עס קאטעגאריש אפגעווארפן זאגנדיג אז עס איז א רעגירונגס געהיימעניס און דעריבער איז זובעידא'ס איצטיגע פרואוו בלויז א מיטל אויסצוקרויזן דאס וואס די רעגירונג האט קלאר געזאגט אז זיי ווילן נישט ארויסגעבן

(עס איז מיר נישט געווען אינגאנצן קלאר וואס סאטאמאיאר האט דא געוואלט ווייל די רעגירונג זאגט דאך איצט אין געריכט אויך אז עס איז א געהיימעניס אבער זובעידא שלאגט דאל עס אפ און אויב אזוי פארוואס טראגט א פריערדיגע דעקלעראציע פון די רעגירונג אז עס איז געהיים מער געוויכט ווי זייער איצטיגע באהויפטונג אין געריכט?! אתמהה)

סקעפטיש מיט די רעגירונג אדער סקעפטיש מיט די אנדערע צד?

קען זיין אז בעצם אויסערן פאליטישע אנגעלעגנהייטן איז אין די הענט פון דער רעגירונג צו באשליסן. דער שאלה איז נאר צו עס איז טאקע א געהיימניס "לויט די רעגירונג" אדער נישט (וואס יענע צד וויל טענה'ען אז דער רעגירונג האט בעצם גארנישט וואס איז נישט פאבליק). איז אויב דער רעגירונג האט שוין אין דער עבר געזאגט - נישט ספעציפיש צו דער קעיס נאר אין דזשענעראל - אז עס איז א געהיימניס, ווייזט עס אז דאס איז זייער שטעלונג געווען אייביג.
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אדרבה! די געריכט באריכטן איז כמעט ס'איינציגסטע וואס מ'זעט נישט ערגעץ אנדערש!!

1+

א דאנק פארן אויפמערקן די טעות הדפוס איז שוין פארראכטן
דיין ערקלערונג איבער סאטאמאיאר'ס באהויפטונגקען זיין ריכטיג
איך האב נישט געוואוסט אז מען ליינט עכט געהעריג אדורך די לאנגע באריכטן מיט ישוב הדעת!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 1:06 pm

צוליב די חגא איז היינט א שוואכע נייעס טאג און מען האפט צו זיין צוריק אויף מארגן בעז"ה

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 9:37 am

די באריכט איבער זובעידא איז זייער אינטערעסאנט.

יישר כח הרב הבל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 10:26 am

דינסטאג לך





קאנגרעס קערט זיך היינט צוריק צו די ארבעט אום 4 אזייגער און אין די רולס קאמיטע וועט מען זיך אצינד אראפזעצן באשטעטיגן די סענאט חובות דאך העכערונג און דערנאך וועט עס די פולע הויז באהאנדלען


*


הכל הבל האט געשריבן:זונטאג לך
דעמאקראטן זעצן פאר זייער צו דעבאטירן אינערליך מיט וויפיל און ווי אזוי איינצושרומפן די בודזשעלוציע פלאן און זענען ערנסט צוטיילט וועלכע ליניע אנצונעמען ווען טייל וואלטן וואלטן ווייטער באשטעלט די קוכן אין איר פולע הייך נאר אראפגעשניטן פון אויבן אויף אראפ, דהיינו, ווייטער געגאנגען מיט מערערע סארט פראגראמען אבער געשניטן די צייט אפשניט ווי לאנג זיי זאלן לויפן, בעת וואס אנדערע בעפארצוגן אראפצושיילן עטליכע שיכטן פונעם טארט, וואס וואלט באדייט אינגאנצן אויפצוגעבן אויף א רייע ווייניגער וויכטיגע אינציאטיוון, אבער כאטש איינשטעלן די הויפט פראגראמען צו לויפן פאר א לענגערע שטרעקע און דערמיט פארזיכערן אז קאנגרעס וועט זיין אונטער גאר שטארקע דרוק זיי צו ווידער באשטעטיגן פארן לענגערו טערמין איינמאל זיי לויפן אויס זינט אמעריקאנער וועלן זיך שוין האבן צוגעוואוינט צו זיין אנגעוויזן דערויף

געוויסע קאנגרעס מיטגלידער אריינגערעכנט וואשינגטאן קאנגרעספרוי סוזען דעלבענע האלטן אז מען גיין מיטן צווייטן מהלך בעת וואס קאנגרעספרוי דזשעיפאל וויל גיין מיטן ערשטן און דאס איז אויך די שטעלונג פון ווייסן הויז און באזונדער איז דא די שטרעמונג וועלכע קימערן זיך נישט אזוי שטארק איבער פראגראמען וועלכע ווערן געשניטן נאר זוכן בעיקר אז די קלימאט באשיצונג אינציאטיוון זאלן נישט פאלן א קרבן ווען די מעסער הויערט העכער די רעזאלוציע


אצינד שרייבט פעלאסי אז די איבערוויגנדע צאהל רעקאמענדאציעס פון אירע קאלעגן איז צו גיין מיט ווייניגער פראגראמען אבער בעסער און שטארקער באפעסטיגט ווייל עס וועט האבן א מער טראנספארמאטיווע אפעקט און אויך אז מען זאל ערנסט אדרעסירן די קלימאטן קריזיס


*


הכל הבל האט געשריבן:ביידען נאמינירט עליזאבעט פרילאגער צו סערווירן אלץ סאליסיטאר דזשענעראל

זי איז איצט די עקטינג רעגירונגס טוען און וועט אצינד באזעצן די פאזיציע אפיציעל

זי האט בעפאר דעם געדינט אלץ קלוירק פאר דאן ריכטער מעריק גארלענד און שפעטער פאר ריכטערין גינזבורג און קעיגען און שפעטער אלץ דעפיוטי פאר די ראבערט מולער רוסלאנד אויספארשונג

גרעסלי ביים פארהער געוואלט פארשטיין פארוואס איר מולער אפיס טעלעפאן האט אנטהאלטן איבער 200 פערזענליכע בילדער
זי זאגט אז זי גלויבט אז עס זענען געווען בילדער פון אירע קינדער[/quote]
באשטעטיגט אין קאמיטע מיט 9-13 מיט אלע דעמאקראטן אין צוגאב פון גרעהעם און טיליס שטימען אין שטיצע


*


פרעזידענט אבאמא וועט קאמפיינען אין ווירדזשיניע פארן דעמאקראטישן גאווערנאר קאנדידאט טערי מעקאליף


*


געווזענע טראמפ דירעקטאר אוו נאציאנאלע שפיאנאזש דזשאן רעטקליף זאגט אז באזירט אויף די אינהאלט פון נאנט צו טויזנט דאקומענטן פון די שפיאנאזש געמיינדע וועלכע ער האט איבערגעגעבן פאר ספעשל קאונסעל דזשאן דורהעם וואלט ער ערווארט צו זעהן מער אנקלאגעס און אז די באשולדיגונג אקעגן אדוואקאט מייקל סאסמאן זאל בלויז זיין די שפיץ פון די אייזבארג


*


גרעניץ באאמטע זענען אין די לעצטע טעג געווארן פארארדנט ספאנטאן "אויסצורייניגן" אן אימיגראנטן אויפהאלטונגס צענטער אין יומא אריזאנא און דערין איז אריינגערעכנט צושפרייטן טייל אימיגראנטן צו אנדערע צענטערן, פריי לאזן טייל פון זיי און צוריקשיקן אנדערע קיין מעקסיקא לויט עטליכע קוועלער
עס זענען פארהאן אזעלכע וועלכע זאגן אז עס איז דירעקט פארבונדן מיט א באזוך פון סענאטאר לינדזי גרעהעם צו יענע צענטער און די געיעג צו פארזיכערן אז ער זעהט נישט וואס מען דארף נישט און פארלאזט דאס פלאץ מיט גוטע איינדרוקן


*


אין וועסט ווירדזשיניע גרייט זיך די לעגיסלאטור צו באשטעטיגן א נייע רעדיסטריקטינג מאפע וועלכע גייט שאפן קאפ וויי פאר איינע פון זייערע דריי קאנגרעס מיטגלידער
די סטעיט האט איצט דריי זיצן אין קאנגרעס און אלע דריי ווערן געהאלטן דורך רעפובליקאנער אבער זיי גייען פארלירן איין זיץ און קיינער פון די אמטירנדע קאנגרעסלייט זוכן נישט צו רעטייערן און עס איז ערווארטעט אז די קאמף איבער די שני זיצן הבאים כאחד גייט אראפקומען צויישן קאנגרעסמאן דעיוויד מקינלי און אלעקס מוני


*


אין טעקסאס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט קאלין קאונטי ריכטער קעיט סעלף געפיילט פאפירן צו קענען לויפן אין א פריימערי אקעגן דעם רעפובליקאנע קאנגרעסמאן ווען טעילאר


*


אריבער צום 28'סטן דיסטריקט איז ביזנעסמאן עד קארבערא דער לעצטער אריינצושפרונגען אין די רעפובליקאנע פריימערי פאר די זיץ פון דעמאקראטישע קאנגרעסמאן קולער


*


פרישע ציפערן נארוואס ערשינען פון די 2016 למספרן וואל רעזולטאטן און געווארן פארעפנטליכט דורך הילערי קלינטאן

קלינטאן האט געמאכט די אויפדעקונג ביים אדרעסירן וויפיל גרינגער עס איז פאר א מאנס פערזאן (וועלכע דארף בלויז ארויפווארפן די אנצוג און ס'שניפסל) צו ערשיינען צו פאליטישע אויפטריטן ווי פאר פרויען

קלינטאן דעקט אויף אז זי האט אויסגערעכנט די שטונדן וועלכע עס האט איר גענומען זיך גרייט צו מאכן צו די מערערע ראליס און אנדערע אוונטן דורכאויס די קאמפיין און אלעס אינאיינעם האט באטראפן 25 טאג

צוליב וואס איר אפאנענט איז געווען א מאן באקאנט צו זיין היבש איייגנארטיג ווי אנדערע אין מערערע הינזיכטן אריינגערעכנט זיין האר סטיל איז אומקלאר אויב פאר יענעם האט געדויערט ווייניגער ווי דעם אדער גאר מער אבער דערווייל האט מען נישט געהערט פון יענע קאנדידאט קיין רעאקציע צו זיי האבן אויך אויסגערעכנט וויפיל שטונדן זיינע סלסול בשערות און ענליכע אפעראציעס האבן אריינגעצויגן


*



לויט א באריכט האט די טראמפ פאמיליע ערהאלטן פארשידענע געשאנקן פון די סאודיער דורכאויס זייער פרעזידענטיכע באזוך אין ריאד אריינגערעכנט דריי פוטערנע כאלאטלעך אנגעבליך פאבריצירט פון ווייסע טיגער און ברדלס (א גרויסע סארט קאץ) האר אוין צוגאב צו א שפיז וועמענ'ס הענטל איז געמאכט פון עלפאנט ביין

לויט די באריכט האט די ווייסע הויז פארפעלט צו פארעפנטליכן די דיפלאמאטישע געשאנקן צייטליך און איז ווייטער געזיצן דערויף טראץ א רעקאמענדאציע פון די ווייסע הויז לעגאלע קאונסיל וועלכע האט געהאלטן אז עס קען זיין אין פארלעצונג פון די געזעץ וועלכע באשוצט באשעפענישן וועמענ'ס פאפולאציע איז אין געפאר פון ווערן אויסגעראטן

קומט אבער איצט די נייעס אז די יו עס פיש און וויילדלייף סערוויסעס האט די פארלאפענע זומער אנדעקט אז די פוטער איז אין פאקט געווען פאלש
און בלויז נאכגעפארבט און אהערגעשטעלט אויסצוקוקן ווי פון טיגער און טשיטא האר אבער קומט נישט פון סיי וועלכע באשעפעניש וועלכע ווערט באצייכנט אלץ אין געפאר פון ווערן אויסגעראטן


*


פילע וועלן געדענקן די כאאס ביי די 2020 למספרם אייאווע דעמאקראטישע קאקוסעס און געוויסע וועלן אויך וויסן אז אפילו בעפאר דעם איז שוין געווען א רעדע פון אראפרוקן אייאווע פונעם אויבנאן און גיבן ארט פאר א צווייטע סטעיט צו גיין פתיחה ביי די פרעזידענטליכע פריימעריס צוליב וואס אייאווע רעפלעקטירט נישט די ברייטערע דעמאגראפיע פונעם באפעלקערונג נאציאנאל

אצינד אז מען רוקט זיך נענטער צו די מידטוירמס פון וועלכע עס איז א קאצנשפרונג צו די קומענדיגע פרעזידענטליכע פריימעריס הערט מען באנייעטע רופן הויפטזעכטליך פון פאליטיקאנטן פון סטעיטס וועלכע קענען פאטענציאל ערזעצן אייאווע, א שטייגער ווי דרום קאראליינע וואו סטעיט סענאטאר דיק הארפאטליאן וועלכע איז איינע פון די געוועזענע סטעיט דעמאקראטישע פארטיי פירער און א לאנגיעריגע פריינט פון פרעזידענט ביידען וועלכע איז געגאנגען אזוי ווייט ווי באצייכענען די שוועריגקייטן אנטייל צו נעמען אין די קאקוס פראצעדור אלץ זאגאר שווערער ווי דאס שטימען אין טעקסאס נאך זייער לעצטע וואל רעפארם

פארט איז שווער צו זעהן אז אזא טויש זאל נאך פאסירן בעפאר די קומענדיגע פריימערי סעזאן צוליב וואס די רעפובליקאנער קאנטראלירן איצט די אייאווע סטעיט רעגירונג אין זענען אין שטיצע אנצוהאלטן די איצטיגע סטעיט געזעץ וועלכע פארלאנגט אז אלע פארטייען מוזן אפהאלטן זייערע קאקוסעס כאטש אכט טאג בעפאר סיי וועלכע אנדערע סטעיט


*


אין דזשארדזשיע גרייט זיך דער געוועזענער רעפובליקאנער סטעיט אינשורענס קאמישאנער דזשים בעק צו הערן זיין סענטענסיג נאך געפונען ווערן שולדיג אין רויבן מער פון 2 מיליאן דאלער פון זיין געוועזענע ארבעטסגעבער צו העלפן פינאנצירן זיין קאמפיין און פראקורארן האבן אנגעדייטעט אז זיי בעטן א טורמע טערמין פון 10 יאר


*


קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם האט אונטערגעשריבן א געזעץ באשטעטיגט אין די לעגיסלאטור וועלכע וועט פארלאנגען פון ריטעיל געשעפטן מיט העכער 500 ארבעטער וועלכע פארקויפן קינדער שפילצייג אז זיי מוזן אוועקשטעלן באזונדערע אפטיילונגען פון שפילצייג אן באצייכענען דערויף צו עס איז געמאכט פאר יונגלעך אדער מיידלעך

אסעמלימאן איוואן לאו וועלכע איז אויך די פארזיצער פון די געמיינהייט קאקוס איז דער אינציאטאר פונעם געזעץ און געווארן אויפמערקזאם איבער די פראבלעם נאכן הערן פון א צעהן יעריג טאכטער פון א שטאב מיטגליד איבער אירע דיסקרימינאציע הרגשים ביים איינקויפן שפילצייג און זעהן אז טייל שפילצייגן ווערן סארטירט אויף די פאליצעס דעזיגנירט פאר יונגלעך אין די צייט וואס מיידלעך קענען פוקט אזוי געניסן דערפון

לאו האט ווארים באגריסט די באשטעטיגונג פונעם געזעץ און טריאומפירט אז פון היינט און ווייטער וועלן יונגע מיידלעך פונקט אזוי קענען איינקויפן א פאליציי קאר אדער פייער טראק שפילצייג און יונגלעך מיט מער ארטיסטישע כאראקטער שטריכן וועלן זיך שפורן פונקט אזוי באקוועם ביים בעהטן פון זייערע עלטערן אז זיי ווילן האבן גליטער אן שפורן אז זיי קויפן מיידלישע שפילצייג

ער זאגט אז עס וועט זיין א געוואלדיגע דורכברוך פאר קינדער אפילו פאר אזעלכע וועלכע ווילן בלייבן אידענטיפיצירט מיט זייער געבורטס גענדער און איבערהויפט פאר אזעלכע וועלכע אנדעקן אז זייער געבורטס גענדער איז גרייזיג

די נייע געזעץ וועט פארלאנגען גענדער נוטראלע אפטיילונגען און וועט דארפן האבן א געהעריגע אויסוואל פון שפילצייג אויף 2024 למספרם און פארלעצער וועלן אויסשטיין א 250 דאלער שטראף צום ערשטן מאל און נאכפאלגענדע פארלעצונגען וועט זיין 500 דאלער



*


סופרים קאורט ריכטער קעווענאו וועט היינט זיין צוריק אנוועזנד אין סופרים קאורט נאך וואס לעצטע וואך האט ער מיטגעהאלטן בלויז ווירטואל צוליב א פאזיטיווע ווירוס טעסט
לעצטע וואך איז אויך געווען די ערשטע מאל וואס ריכטערין בערעט איז געווען פיזיש אנוועזנד ביי מונדליכע ארגומענטן און היינט וועט זיין דאס ערשטע מאל זינט אט די אלע ניין ריכטער זיצן אינאיינעם זינט די ווירוס אויסברוך


*


דעיוויד פעטשעקאו איז געווען צוויי יאר אלט צוריק אין 2006 למספרם ווען ער ער איז געזיצן אין א מיניווען וועלכע זיין מוטער האט געפירט אויף טערמאנט עוו. אין די בראנקס קורצליך נאך וואס וואס ראנעל גיליאם האט פארלוירן א גאסן געשלעג צום אלים דגבר

גיליאם האט זיך צוריקגעקערט צו די סצענע מיט א פריינט און אן קיין ווארענונג האט עימיצער געעפנט פייער מיט א 9 מילימעטער רעוואלווער און דער קליינער פעטשעקאו אין די מיניווען איז באטראפן געווארן פון די קוילן און דערמיט איז זיין יונגע לעבן פארשניטן געווארן

עדות האבן שפעטער געזאגט אז דער שיסער האט געטראגן א ליכטיג בלויע העמד אדער סוועטער און האבן אידענטיפיצירט ניקאלאס מאריס און ראנעל גיליאם אלץ באטייליגטע ביי די געשלעג

זיי האבן אויך באשולדיגט גיליאם אלץ מעגליכע שיסער און מאריס אלץ באקאנטע פריינט מיט גיליאם

ווען די אויטאריטעטן האבן אונטערזוכט די היים פון מאריס האבן זיי אנדעקט אמוניציע אריינגערעכנט וועלכע וואלט געקענט גענוצט ווערן אין די 9 מילימעטער רעוואלווער גענוצט אין די שיסעריי אין צוגאב צו א 357 קאליבער גאן און דריי עדות האבן געטייטלט אויף זיין בילד ווען זיי זענען געווארן פארגעשטעלט מיט מערערע געזיכטער פון מעגליכע שולדיגע

ניו יארק סטעיט האט אנגעקלאגט מאריס פארן באזיצן א רעוואלווער וועלכע איז פארדעכטיגט צו האבן געווארן גענוצט אין א מארד און עטליכע טאג דערויף האט זיך גיליאם איבערגעגעבן פאר די פאליציי און מודה געווען אז ער איז געווען פארמישט אבער קלארגעשטעלט אז מאריס איז געווען דער שיסער

נאך א שטיקל צייט האט גיליאם זיך פארשטענדיגט מיט מאריס און אים פארשפראכן צו פאררעכטן זיין ארגינעלע עדות (אז מאריס האט געשאסן) און אנדעקן די (אנגעבליכע) ווארהייט אז עס איז געווען דערעל העמפיל וועלכע האט פאקטיש געשאסן און האט אאקע געטוישט זיין געשיכטע רעדנדיג צו אויספארשער

די אויספארשער האבן אונטערזוכט העמפיל'ס היים און געפונען א ליכטיג בלויע סוועטער אבער די סטעיט האט פארגעזעצט מיט זייער אנקלאגע אקעגן מאריס אלץ הויפט שולדיגער און אים געשטעלט פאר פראצעס

ביים פראצעס האט מאריס פארגעשטעלט ערנסטע באווייזן אויפצואווייזן זיין אומשולד און ביידע זייטן זענען איינגעגאנגען אויף א מיסטרייעל

שפעטער האט די סטעיט ווידער אנגעקלאגט מאריס פארן באזיצן די 357 קאליבער גאן און מאריס האט זיך דערקלערט שולדיג אבער איז באפרייט געווארן נאך וואס די סטעיט האט אנערקענט אז ער איז שוין געזיצן גענוג לאנג אפצוקומען די פארלעצונג

זיבן יאר נאך פעטשעקאו'ס מארד און פינף יאר נאך די אומסוקסעספולע קלאגע אקעגן מאריס האט די סטעיט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן העמפיל און גענוצט גיליאם פאר אן עד

גיליאם וועלכע איז אויסגעשטאנען א מאקסימום פון 25 יאר האט אקצעפטירט א פלי אפמאך אין וועלכע ער וועט אפקומען מיט פינף יאר און עדות געזאגט אקעגן העמפיל און אויך געטוישט זיין ארגינעלע ווערסיע אז בלויז איין גאן איז געווען אויפן סצענע געווארן זאגנדיג אז עס זענען געווען צוויי און אז די 357 גאן האט מאריס בלויז געטראגן מיט זיך אבער די 9 מילימעטער גאן האט העמפיל גענוצט און אז העמפיל האט שפעטער פארניכטעט ביידע וואפנס און אלע איבריגע באווייזן מיטן אויסנאם פון די בלויע סוועטער אויף וועלכע בלוט פלעקן זענען געפונען געווארן און האבן געשטימט מיט העמפיל'ס די ען עי

ביים פראצעס האבן העמפיל'ס אדוואקאטן באטאנט אז אין די היים פון מאריס האט מען געפונען אמוניציע אריינגערעכנט וועלכע וואלט געקענט גענוצט ווערן אין די 9 מילימעטער רעוואלווער גענוצט אין די שיסעריי און די פראקורארן האבן אין רעאקציע געוואלט אפווארפן זייער באהויפטונג אז מאריס האט געהאלטן די 9 מילימעטער גאן מיטן ציייגן פאר די געריכט די פלי אפמאך אונטער וועלכע מאריס האט מודה געווען פארן געריכט אין זיין צוויייטע פראצעס אז ער האט געהאלטן די 357 גאן (לאפוקי פון די 9 מילימעטער)

געווענליך וואלט א געריכט נישט ערלויבט די פראקורארן פארצושטעלן אזא הודאה פרעזענטאציע פון מאריס צו מאכן זייער קעיס אקעגן העמפיל זינט לויט די זעקסטע אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע מוזן אלע עדות קענען אויסשטיין א קרייץ פארהער פון די אנגעקלאגטע און דא האט מען געוואלט פארשטעלן בלויז א רעקארדירטע ווערסיע פון מאריס אן די מעגליכקייט פון העמפיל אים אויסצופרעגן

די זעקסטע אמענדמענט שטעלט קלאר אז פראקורארן קענען נישט צייגן אין געריכט ווערטער וואס עדות האבן געלאזט פאלן אינדרויסן פון געריכט
(א שטייגער ווי פאר פאליציי, אדער אין אנדערע פראצעסן סיידן מען קען זיי אראפרופן אין אויספרעגן אין געריכט)

אלע זייטן זענען איינשטימיג אז ווען נישט א ספעציעלע ניו יארק געזעץ גערופן די "געעפנטע טיהר" (איבער מיר וועל באלד שרייבן) געזעץ וואלטן פראקורארן נישט געקענט צייגן פאר די געריכט די מאריס סטעיטמענט

פאר לאנגע יארן האבן געריכטן אויסגעטייטשט די זעקסטע אמענדמענט אויף זייער א באגרעניצטע וועג און די סטאנדארד איז געווען אז אין פאל וואס די דרויסנדיגע שטיקל עדות קלונגט איבערצייגנד און וואר קענען געריכטן יא קוקן אויף די עדות טראץ וואס יענער קען פאר סיי וועלכע סיבה נישט ערשיינען פאר א פארהער אבער אין 2004 למספרם האט די סופרים קאורט צוגעלייגט עטליכע מער פלייש צו די אויסגעמאגערטע זעקסטע אמענדמענט ביין און קלארגעשטעלט אז די פראקורארן קענען עס בלויז נוצן אויב די אנגעקלאגטער האט געהאט בעפאר די מעגליכקייט יענעם אויסצופרעגן און ער האט פארציכטעט דערויף

אבער די ניו יארקער געזעץ שרייבט אז אז אין פאל וואס דער אנגעקלאגטער איז דער וועלכע האט פון זיך אליין אויפגעברענגט א טעמע אדער דערמאנט אן דריטע פארטיי אלץ טייל פון זיין קעיס זיך ריינצואוואשן), דאן קען דער קטיגור יא "רעאגירן" און פרעזענטירן יענעם'ס ווערסיע אן זיין אראפגעבונדן יענעם אראפצוברענגן פאר א קרייץ פארהער דורכ'ן אנגעקלאגטן

אין אנדערע ווערטער האט די סטעיט געזעץ באגרעניצט די זעקסטע אמענדמענט רעכט פון קרייץ פארהער פאר בלויז עדות וועם די קטיגור איז די ערשטע
אויפצוברענגן אבער איינמאל עס איז די סניגור וועלכע האט עס צו ערשט ערווענט און פרובירט צו נוצן יענעם פאר זייער קעיס דאן האבן זיי דערמיט "געעפנט די טיהר" פאר די קטיגור צו גיבן צו הערן פאר די געריכט וואס זיי האבן אין באזיץ פון יענעם אן פאקטיש יענעם אראפברענגן פאר אן אויספרעג

ניו יארק אנערקענט אין די רעכט פון אנגעקלאגטע צו קענען פארלאנגען א קרייץ פארהער אבער שרייבט אז זיי מוזן אין אכט נעמען אז מיטן זעלבסט אויפברענגן א ווערסיע איבער עימיצער וועלכע קען פאטענציאל ווארפן א ליכט איבער דעם אנגעקלאגטן'ס שולד אדער אומשולד באדייט אז דער אנגעקלאגטער טוט פרייוויליג אויפגעבן אויף אט די רעכט און גיבן די גרינע ליכט פאר די פראקורארן צו צייגן ווי יענער זעלבסט מאכט סטעיטמענטס אין קאנפליקט צו די ווערסיע וועלכע דער אנגעקלאגטער האט געזאגט און דערנאך נוצן יענעם'ס סטעיטמענט צו העלפן באשולדיגן דעם אנגעקלאגטן אן די מעגליכקייט אז דער אנגעקלאגטער זאל יענעם אויספרעגן

די געריכט אין פאל פון העמפיל האט געאורטיילט אז מיט דעם וואס העמפיל האט ערווענט די נאמען פון מאריס און געזוכט אראפצואווארפן די שולד פון זיך און עס אנשמירן אויף מאריס האט עס געעפנט די טיהר פאר די פראקורארן אויפצושפילן אין געריכט די מאריס ווערסיע אן אראפברענגן מאריס פאר א פארהער

אצינד האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די קעיס פון העמפיל און באהאנדלט די פראגע אויב די סטעיט געזעץ פון "געעפנט טיהר" איז אויסגעהאלטן לויט די זעקסטע אמענדמענט און עס קען זיין אינטערסאנט צוצוגעבן אז די איינציגסטע צוויי ריכטער וועלכע זענען געזיצן אויפן באנק ווען די 2004 למספרם אורטייל צו פארשטארקן די זעקסטע אמענדמענט רול איז ארויס און לעבן נאך היינט זענען ריכטער טאמאס און ברייער וועלכע זענען ביידע געווען טייל פון יענע מאיאריטעט אורטייל געשריבן דורך ריכטער סקאליא
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג אוקטובער 12, 2021 10:40 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
זאנווידיענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:58 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך זאנווידיענס » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 10:33 am

שכח הבל!
zanvidiens@gmail.com

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4335
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ארחיקה נדד » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 10:33 am

דעלישעס!!
יישר כח הבל!
אז איך קען אייך העלפן, מיט פארגעניגן.

אוועטאר
דאקטער רפאל
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך דאקטער רפאל » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 10:37 am

שכח הבל פארן באריכט, די לעצטע שטיקל איז זייער אינטערעסאנט.
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
קרעדיט: חיים שטיינמעץ - רינויעל

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 10:54 am

ארחיקה נדד האט געשריבן:דעלישעס!!
יישר כח הבל!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], גאפל, הירש בן משה, טשיינע רב, ירקרקות, נקודהלע, שאראש-פאטאק און 41 געסט