א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 10:39 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
ביטע לאזן דעם אשכול אלס דעבאטע פרייע זאנע!

ייש"כ.

אקעי, אנטשולדיגט.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 10:55 pm

היכי תמצא האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
ביטע לאזן דעם אשכול אלס דעבאטע פרייע זאנע!

ייש"כ.

אקעי, אנטשולדיגט.

viewtopic.php?p=3067399#p3067399
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16744
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 11:31 am

דאנערשטאג לך



10 טויזנט ארבעטער, מיטגלידער פון די יונייטעד אוטא ארבעטער יוניאן וועלכע ארבעטן פאר א פראמינענטע מאניופעקטשורער פון ריזיגע אגרי קולטור טראקטארן און מאשינעריע זענען די נאכט געגאנגען אויף סטרייק נאך וואס געשפרעכן מיט די פירמע צו העכערן זייער געהאלט מיט 5% זענען געווען פרוכטלאז
די יוניאן וועט באצאהלן פאר אלע ארבעטער 275 דאלער פער וואך אזוי לאנג ווי די סטרייק האלט אן

*

סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער לאזט וויסן אז קומענדיגע מיטוואך וועט די סענאט שטימען אין די ערשטע פראצעדוראלע אפשטימונג אויף די איבערגעמאכטע וואל רעפארם ביל
די ביל וועט מוזן האבן 60 שטימען צו ווערן באשטעטיגט און דערווייל האט מען נישט געהערט איבער פארפליכטעטע רעפובליקאנע שטיצע
ער באשטעטיגט אויך אז מענשין וועלכע שטיצט די ביל איז געווען אין געשפרעכן מיט רעפובליקאנער איבער דעם און אז זיי מוזן קומען צום טיש פארהאנדלען

*

דעמאקראטישע קאנגרעסמאן פון ניו דזשערסי פרענק פעלאן וויקלט אויף א ביל וועלכע וויל איבערקלערן צו סעקשאן 230 וועלכע באשוצט אויף סאושעל מידיא ריזן זאל פארבלייבן אין פלאץ

*
א ווארטזאגער פאר סענאטארשע סינעמא גיבט איבער אז די סענאטארשע האט די וואך אפגעהאלטן עטליכע טעלעפאן געשפרעכן מיט פרעזידענט ביידען און זיינע געהילפן און אזוי אויך מיט שומער'ס געהילפן און אנדערע סענאט און הויז קאלעגן איבער די בודזשעלוציע

*

איינע פון די מערערע דיפערענצן אינערהאלב די דעמאקראטישע קאקוס איבער ווי אזוי צו דיעטירן די פעטע 3.5 טריליאן דאלער בודזשעלוציע ווערט אצינד מער שארפער און דאסמאל אויפן העלטקעיר פראנט ווען קאנגרעס פירער זוכן צו פריאריטיזירן צו פארפליישיגן אבאמאקעיר און אויסברייטערן די צאהל מענטשן וועלכע געניסן פון מעדיקעיד בעת וואס סענדערס און דזשעיפאל שטעלן א פיס אז מעדיקעיר דענטאל און אנדערע בענעפיטן איז וויכטיגער און זענען נישט גרייט צו פארהאנדלען איבער דעם

*

א צווייטע שלאכט איבער די פיינפולע בודזשעלוציע דיעטע קומט פאר איבער די קאנגרעס ווערסיע פון באצאהלטע פאמיליע אורלויב ווען סענאט דעמאקראטן זוכן צו שניידן די 494 ביליאן דאלער פארגעשלאגן דורכן הויז צו 300 ביליאן אבער הויז דעמאקראטן ווארענען אז אזא שארפע שניט וועט רעדוצירן די פראגראם'ס אפעקטיווקייט

*
אויך הערט מען אז איינע פון די מעגליכע שניטן וועט זיין 300 ביליאן דאלער וועלכע האט געזאלט גיין פאר נייע עפארדעבל האוזינג פראיעקטן און נייע הייזער שטייער קרעדיטס

*

מעסיגע דעמאקראט קאנגרעסמאן סלאטקין אנערקענט אז מען רוקט זיך נענטער צו די קומענדיגע חובות דאך קריזיס זאגנדיג אז עס איז נישט וואס זי בעפארצוגט

*
טראמפ האט אריינגערופן צו א בענאן ראלי אינדרויסן פון ריטשמאנד ווירדזשיניע זאגנדיג אז ער וויל עווענטועל זיך טרעפן פערזענליך מיט שטיצער און אויסגעלויבט דעם גאווערנאר קאנדידאט גלען יאנגקין און אויסגעפירט אז ער האפט אז יאנגקין מאכט עס און אז ער וועט אויסגראדן זאכן אין די סטעיט מיטן נידערן שטייערן און טוהן אלעס וואס מיר ווילן אז א גאווערנאר זאל טוהן

*

לויט א דאטא פראגרעס אנקעטע האבן 70% דעמאקראטישע פריימערי וויילער אין אריזאנא א נעגאטיווע בליק אויף סענאטארשע קירסטען סינעמא
און אז זי וואלט פארלוירן אין א פריימערי אקעגן קאנגרעסמאן גרעג סטענטאן אדער ראובן גאלעגא און אפילו אקעגן א קאנדיאט בלי שם

*


א באקאנטע דזשורנאליסט וועלכע האט מיט עטליכע יאר צוריק אפגעהאלטן אן אינטערוויו מיט סופרים קאורט ריכטערין גינבורג ערשיינט אין די טעג מיט א נייע בוך און זי דעקט אויף אז זי האט ארויסגעשניטן א טייל פון די אינטערוויו ווען עס איז געווארן געלופטערט אויף די מידיא

די פארמעקטע טייל איז איצט געווארן ארויסגעגעבן און מען הערט גינזבורג ווערן געפרעגט איבער איר בליק אויף דאס קניען פון טייל פראמינענטע ספארטלער ביים שפילן די נאציאנאלע הימנע דורכאויס די שפילן

גינזבורג באצייכנט עס אראגאנט און זינלאז, זי זאגט אז געוויסע איז נישטא קיין געזעץ וועלכע פארבאט מענטשן צו באגיין נארשיקייטן אבער עס איז א חוצפה פון זיי צו קניען אין פראטעסט צו א לאנד וועלכע האט געגעבן א דאך איבערן קאפ פאר זייערע עלטערן און אור עלטערן

די שרייבערין ברענגט ארויס אז זי האט פארמעקט יענע שטיקל צוליב איר לאיאליטעט צום ריכטערין און וואוסנדיג אז זי האט א איז א קעמפערין פאר ראסע יוסטיץ וואלטן אזעלכע קאמענטארן וואטן אויפגעטריבן קאנטערווערסיע און איר געשטעלט אין א טונקעלן ליכט

זי זאגט אויך אז א טאג נאך די אינטערוויו האט די סופרים קאורט ווארטזאגער איר אנגערופן (אין א דעמעדזש קאנטראל מיסיע) און געזאגט אז די ריכטערין האט נישט קלאר פארשטאנען די פראגע

זי זאגט אז זי האט געשפירט קאנפליקטעד מיט אזא באהויפטונג ((זי האט עס נישט לייכט אפגעקויפט) אבער עווענטועל האט י עס אדאפטירט און ארויסגעשניטן

*

אלץ עס איז געווען אוונט צייט אום יונואר 2014 למספרם אין ברוקלין ניו יארק ווען ביי די טאמפסאן'ס האט מען זיך געגרייט צו גיין צולייגן פאר די נאכט און די שטילקייט איז געווארן איבערגעריסן דורך א קלאפ אין טיהר, לערי טאמפסאן איז צוגעגאנגען עפענען און זיך דערזעהן פארנט פון פאליציי אפיצירן וועלכע האבן פארלאנגט איינטריט צו קענען אונטערזוכן זיין טאכטער וועלכע איז געבוירן איין וואך פריער נאך וואס עימיצער האט אריינגערופן מיט א פאלשע באשולדיגונג איבער אביוזן דאס פיצל, אבער לערי האט זיי קלארגעשטעלט אז אן קיין געריכטליכע ווארענט קומט קיינער נישט אריין

די אפיצירן האבן זיך אריינבאקומען אין זיין היים מיט מאכט און האבן אים דארט געקייטלט און ארעסטירט אין די צייט וואס די אנדערע אפיצירן האבן אונטערזוכט דאס קינד און נישט געפונען סיי וואס פארדעכטיגט און דערנאך גענומען דאס קינד אין שפיטאל ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט די זעלבע

ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט איז עס געווען טאמפסאן'ס א שוועגערין וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן ביי אים אינדערהיים צוליב גייסטישע שוועריגקייטן מיט וועלכע זי מוטשעט זיך און זי האט באמערקט אויסשלאגן אויפן קינד און האט אלארמירט די פאליציי איבער מעגליכע אביוז אבער עווענטועל האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האנדלט זיך פון א געווענליכע אויסשלאג וועלכע איז מצוי ביי ניי געבוירענע

דער אפיציר וועלכע האט אינוואדירט די אפארטמענט איז געווען פעיגעל קלארק און ער האט פאלש באשולדיגט אז לערי האט זיך אויפגעפירט ווילד און זיך נישט געלאזט ארעסטירן און געשטערט א רעגירונג אויספארשונג פירנדיג צו זיין ווערן אריינגעשליידערט אין טורמע וואו ער האט געשמאכטעט פאר צוויי טאג און געווארן אנגעקלאגט מיט צוויי קלאגעס איבער ווילדע אויפפירונג און צורקווייזן ארעסט


טאמפסאן האט געקעמפט אקעגן די קלאגעס און נאך עטליכע מאנאטן האבן די פראקורארן ארויסגעצויגן די קלאגעס אן אנגעבן אן ערקלערונג מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר

טאמפסאן, אן אפריקאנע אמעריקאנער, האט אריינגעטראגן א קלאגע אז מען האט אים פארהאלטן אן קיין ווארשיינליכע באווייז אויף סיי וועלכע פארלעצונג און איז אין פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט און פארלאנגט אז לויט די געזעץ אין סעקשאן 1983 קען ער פארלאנגען אנטשעדיגונג פאר קאנסטיטוציאנאלע פארלעצונגען באגאנגען דורך סטעיט און לאקאלע אויטאריטעטן

די קעיס איז צו א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער וועלכע האט געאורטיילט אין שטיצע פון די סטעיט שרייבנדיג אז לויט די צווייטע סירקוט'ס פרעצעדענט (אונטער וועמענס יוריסדיקציע ניו יארק געפונט זיך) טוט סעקשאן 1983 בארעכטיגן אנטשעדיגונג בלויז אין פעלער ווען די אנקלאגע ענדיגט זיך אין א וועג "וועלכע דעמאנסטרירט די אומשולד פונעם אנגעקלאגטן" און דערמיט אז מען האט אים נישט געמעגט פארהאלטן אבער אין אונזער פאל האט די סטעיט גלייך ארויסגעצויגן די קלאגע און עס איז נישט געגאנגען אין ערגעץ און עס איז קיינמאל נישט געווארן "איבערגעצייגט זיין קלארע אומשולד" ווייל נישט די פראקורארן אין זייער פיילינג ארויסצוציען די קעיס און נישט די געריכט ביים אקצעפטירן די פיילינג האבן ערקלערט פארוואס די קלאגעס ווערן ארויסגעצויגן

טאמפסאן האט אפעלירט די באשלוס צום צווייטן סירקוט אויף וועלכע די אורטייל האט זיך סומך געווען און זיי האבן געגעבן רעכט פארן אונטערשטן געריכט

טאמפסאן האט דאן אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט וועלכע האט אצינד אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן

די פעדעראלע רעגירונג האט אין א פריינט צום געריכט בריוו געמוטיגט די ריכטער צו נעמען די זייט פון טאמפסאן שרייבנדיג אז די סברא פון די געריכטן צו ערלויבן קלאגעס בלויז אקעגן אזלעכע ארעסטן און קלאגעס וועלכע זענען געווארן ארויסגעצויגן און "דערקלערט דעם אנגעקלאגטן'ס אומשולד" נעמט זיך פון דעם וואס אין אסאך פעלער איז יא געווען "ווארשיינליכע באווייזן" יענעם צו פארהאלטן נאר אין לויף פון די צוגרייטונג צום פראצעס שטעלט זיך ארויס אז פראקורארן שפורן נישט גענוג זיכער מיט זייער קעיס אז עס זאל זיך זיי לוינען פאראויסצוגיין און דעריבער ציען זיי ארויס די קלאגעס

די רעגירונג האט אויף אראפגעשיקט געהילף סאליסיטאר דזשענעראל יונתן עליס צום געריכט צו מאכן ארגומענטן לטובת טאמפסאן ביי די מונדליכע פארהער סעסיע

צוליב דעם פארלאנגען געריכטן אז צו קענען קלאגן פאר אומבארעכטיגטע פארהאלטונגען דארפן די קלעגער ערהאלטן פון די פראקורארן א דעקלעראציע אז זיי ציען ארויס די קלאגעס צוליב זיין קלארע אומשולד

ריכטער ברייער צום ביישפיל, האט געוואלט פארשטיין אויב ווען פראקורארן ציען ארויס א קעיס אויס מיטגעפיהל פאר אן אנגעקלאגטן וועלכע איז געווארן ארעסטירט צוליב רויבן עטליכע רעפטלעך ברויט צו שפייזן זיין פאמיליע, וועט יענער קענען ברענגן קלאגעס פארן אים ארעסטירן?!

ראבערטס האט אויך אנעוויזן אז אסאך מאל ארבעטן פראקורארן אויס אן אפמאך מיטן אנגעקלאגן און דיסמיסן די קלאגעס אן אפיציעל דערקלערן פארוואס אדער וועלן פראקורארן ארויסווארפן אסאך ווייניגער וויכטיגע קעיסעס אויב זיי דערזעהן זיך מיט אן איבערפלוס פון מער ערנסטע קעיסעס

טענה'ט אויף דעם די רעגירונג אז אזוי לאנג ווי עס איז קלאר פאר יעדן אז "בשעת די ארעסט" איז נישט געווען גענוג באווייזן צו בארעכטיגן די ארעסט איז שוין גענוג צו קענען אנקלאגן די אפיצירן אפגעזעהן צו דאס וואס די קעיס ווערט שפעטער ארויסגעווארפן איז ווייל פראקורארן האבן נישט "גענוג א שטארקע קעיס" אדער בכלל נישט קיין קעיס ווייל די פארלעצונג איז געווען באזירט אויף וואס אפיצירן האבן געהאט צו די האנט ביים דורכפירן די ארעסט

אויסער דעם זאגן זיי אז די אויסרייד פון די רעגירונג איז נישט מאסגעבנד ווייל עס ערלויבט פאליציי צו ארעסטירן אן אויף א צווייפלהאפטיגע באזיס און שפעטער פריילאזן דעם פארהאלטענעם אן ערלקערן פארוואס און זיך אזוי ארום ארויסדרייען פון באשטראפט ווערן אויךף די פארלעצונג

אפיציר קלארק האט געמאכט צוויי ארגומענטן
זיין הויפט ארגומענט איז געווען אז די וועג ווי אזוי טאמפסאן האט געברענגט זיין קלאגע איז נישט אויסגעהאלטן זינט ער האט געקלאגט דעם אפיציר פארן אונטערשרייבן א פאלשע דעקלעראציע (אז טאמפסאן האט געווילדעועט ביים ארעסט) צו בארעכטיגן אים צו פארהאלטן אויף די ערשטע צוויי טאג

לויט קלארק קען מען טאקע ברענגן אזוינע קלאגעס אבער בלויז אונטער א פראצעדור גערופן "אומבארעכטיגע פארהאלטונג" וועלכע האט נישט קיין שייכות מיט די פערטע אמענדמענט רעכט וועלכע גיבט רעכטן צו קלאגן "אין פאל וואס דער פאליציי אפיציר האט באאיינפלוסט א פראקוראר מיט פאלשע באווייזן פאראויסצוגיין מיט א קעיס"

קלאק ווייזט אן אז טאמפסאן האט געמאכט א קוגל מיט זיין קלאגע קלאגנדיג דעם אפיציר פאר די פאלשע דעקלעראציע אים צו פארהאלטן פאר צוויי טאג (אויף וועלכ מען קען קלאגן אבער נישט אונטער די פערטע אמענדמענט) אונטער די פערטע אמענדמענט און אזא סארט קלאגע אונטער די פערטע אמענדמענט האט נישט קיין מקור אין יורידישע פרעצמעדענט און איז קיינמאל נישט אנערקענט געווארן דורך די סופרים קוארט
שפעטער זאל קענען שפעטער קלאגן דעם אפיציר" זינט די פראגע איז סייווי נישט רעלעוואנט לשיטתו אז קלארק האט געמאכט א פעלערהאפטיגע קעיס

דאן קומט קלארק מיט זיין צווייטע ביטע, אז אם תמצי לומר אז די די געריכט האלט אז זיין קלאגע פאר זיך איז יא אויסגעהאלטן אונטער די פערטע אמענדמענט, בעהט ער די ריכטער צו גיבן רעכט פאר די צווייטע סירקוט אז עס פעלט זיך יא אויס אן אפיציעלע ריינוואשונג מצד דעם פראקוראר כדי דער אנגעקלאגטער זאל קענען שפעטער קלאגן דעם אפיציר

טאמפסאן'ס אדואקאט האט אפגעווארפן די ערשטע ארגומענט פון קלארק און געבעטן די ריכטער עס ניטאמאל צו אדרעסירן זינט ער האט אפילו נישט גענוצט די ארגומענט אינעם אונטערשטן געריכט נאר זיך דערמאנט דערוועגן ביים גרייכן דעם העכסטן געריכט

אויך די פעדעראלע רעגירונג האט געזאגט אז וויבאלד קלארק האט איבערגעהיפט די ערשטע ארגומענט ביז אהער זאל די געריכט זיך קאנצעטרירן אויף די צווייטע ביטע וועלכע איז די פראגע צו עס פעלט זיך אויס אן אפיציעלע ריינוואשונג מצד דעם פראקוראר כדי דער אנגעקלאגטער זאל קענען שפעטער קלאגן דעם אפיציר ווייל מערערע אפעלט געריכטן איבערן לאנד קענען נוצן קלארקייט אויף די פראע אין ענליכע קעיסעס

אליטא איז געווען אומצופרידן דערפון זאגנדיג אז איידער מען קלארט אויס די ערשטע ארגומענט האט עס נישט קיין זין צו באהאנדלען די צווייטע פראגע ווייל עס איז אן אומרעאליסטישע היכי תמצא

אליטא האט פארגליכן די פרואוו צו אויסקלארן פראגע צוויי און איגנארירן די ערשטע פראגע צו עימיצר וואס וואלט אנגעפרעגט ביי א מעדיצינישע עקספערט אויב א באשעפעניש וועלכע איז א מענטש אין די אויבערשטע האלב פון זיין קערפער אבער א פערד ביים אונטערשטן טייל, צו אזאנס קען אנטוויקלונגען לונגען קרענק ביים רויכערן פינף שאכטלען ציגארעטן א טאג

צו ערשט דארף מען האבן די ערשטע (אזא סארט באשעפעניש אין די משל אדער די ענטפער אויף די ערשטע פראע אינעם נמשל און דערנאך קען מען אויסקלארן די מעדיצינישע ראגע אינעם משל און די צווייטע פראגע אינעם נמשל)

קלארק'ס אדוואקאט האט אנערקענט אין א פראגע פון ריכטערין בערעט אז זיין ערשטע ארגומענט איז שטארקער פון זיין צווייטע ביטע


א לעכטיגן שבת!

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 11:42 am

שכח הבל! גיי מיר ליינען..

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 12:05 pm

ש'כח הבל! די געריכט קלאגע איז מעכטיג! איך פערזענליך בין מיט טאמפסאן
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
ר' זעקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3753
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 12:24 pm

שכח הבל.

(נאך א סעמפל פון די "אנבייעסד" דזשורנעליסט וואס האט וואס האט ארויסגעקאט א שטיקל פון א אינטערוויא פון שטארק "אנבייעסד'נס")
פארברענגט אויף וואטסעפ מיט די היימישע קליקע!!!
פאר מער דעטאלן קומט אין אישי..

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16744
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 12:41 pm

א דאנק אלע!

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 4:44 pm

ר' זעקל האט געשריבן:שכח הבל.

(נאך א סעמפל פון די "אנבייעסד" דזשורנעליסט וואס האט וואס האט ארויסגעקאט א שטיקל פון א אינטערוויא פון שטארק "אנבייעסד'נס")
כלל ישראל וויינט! ברוך דיין האמת! השם ינקום דמה!



אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אוקטובער 17, 2021 2:22 pm

זונטאג וירא

פרעזידענט ביידען געווארן אנגעפרעגט אויב ער וואלט געשטיצט טערם לימיטס פאר ריכטער אויף די לאנד'ס העכסטע געריכט, זיין קורצע ענטפער: 'ניין'!
דאס טראץ וואס די פרעזידענטליכע קאמיסיע פאר געריכט רעפארם -פארמירט דורכ'ן פרעזידענט זעלבסט- איז יא געווען היבש ווארעם צו די געדאנק.

* * * *
טראנספארטאציע סעקרעטאר בוטיזשעזש זאגט היינט אז די ברייט פארשפרייטע סופליי טשעין פראבלעמען קענען זיך אריינציען ביז קומענדיגע יאר.

* * * *
אויך זאגט בוטיזשעזש אז די אדמיניסטראציע קוקט אקטיוו אריין אין די געדאנק פון סוספענדירן טייל אימפארט שטייערן, ארויפגעשטעלט דורך פרעזידענט טראמפ אויף אימפארטן פון טשיינע, אלס א מיטל צו לעזן די סופליי טשעין.

* * * *
פון די פרעזידענטליכע קאמיסיע איבער רעפארמירן די העכסטע געריכט הערט מען איבער די געדאנק פון צולייגן ריכטער צום געריכט אז דאס טראגט מיט זיך פארשידענע ריזיקעס - אריינגערעכענט דאס אונטערהאקן די פובליק צוטרוי אינעם געריכט, וואס איז שוין אזוי אויך היבש שוואך.

* * * *
צוויי מיטגלידער אויף פרעזידענט ביידען'ס קאמיסיע איבער רעפארמירן די העכסטע געריכט האבן געמאלדן זייער רעזיגנאציע.
ווייסע הויז אין א סטעיטמענט: 'מיר רעספעקטירן זייער באשלוס, און מיר טוען שטארק שעצן די ארבעט וואס זיי האבן אריינגעלייגט דערינען דורכאויס די פארלאפענע מאנאטן'.

* * * *
זשאסטיס דעפט. גרייט זיך אריינצוגעבן א פארלאנג ביי די העכסטע געריכט פאר א אינזשאנקשען קעגן די טעקסאס אנטי-רציחה געזעץ.
דאס קומט נאך וואס די אפעלאט געריכט האט געאורטיילט צו לאזן אין קראפט די געזעץ אויף ביז ווילאנג די געריטכליכע פראצעדור גייט אן.

* * * *
א פרישע באריכט פון די טרעזשורי דעפט. פארציילט אז אמעריקאנע פירמעס האבן אין די ערשטע זעקס מאנאטן פונעם יעצטיגן יאר שוין ארויסגעצאלט אזויפיל ווי 590 מיליאן דאללער פאר רענסאמוועיר העקערס - אין פארגלייך איז אין די גאנצע פארלאפענע יאר, 2020, געווארן ארויסגעצאלט ארום 416 מיליאן דאללער.

* * * *
צענדליגע פראטעסטירער זענען פארלאפענע וואך ארעסטירט געווארן ביי די אינערן דעפט. הויפטקווארטירן.
די פראטעסטירער האבן געזוכט צו ליייגן פרעשור אויף די אדמיניסטראציע איבער קלימאטן טויש א.ד.ג. און האבן אנגעפירט א פינף טאג פראטעסט ביי די דעפט. געביידע.

* * * *
עטליכע מעסיגע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן אפגעשיקט א בריוו צו ספיקער פעלאוסי מיט א פארלאנג אז אמעריקא זאל צוערשט אויסווארטן און זעהן וויאזוי אנדערע לענדער איבער'ן וועלט פירן אויס די צוגעזאגטע 'אינטערנאציאנאלע מינימום שטייער' אויף גרויסע אינטערנאציאנאלע פירמעס.
זיי ווארענען אז אויב זאל אמעריקא זיין דער ערשטע זיך צוצושטעלן דערצו, וועט עס שטעלן אמעריקאנע פירמעס אין א אומגינסטיגע פאזיציע אויף די אלוועלטליכע ארענע.

* * * *
קעפיטאל פאליציי אפיציר מייקעל ריילי ווערט אנגעקלאגט אויף 'אבסטראקשען אוו זשאסטיס' פאר'ן -אנגעבליך- מוטיגן א יאנואר 6 ראיאטירער ער זאל פארמעקן בילדער און ווידיאוס וואס צייגן יענעם'ס אנוועזענהייט ביי די קעפיטאל.

* * * *
געוועזענע פרעזידענט טראמפ ארויסגעקומען מיט א רוף פאר געוועזענע קאנגרעסמאן שאן דאופי (SEAN DUFFY) ער זאל אונטערנעמען א פארמעסט פאר די רעפובליקאנע נאמינאציע פאר די וויסקאנסין גאווערנאר אמט.

* * * *
געוועזענע פרעזידענט קלינטאן איז היינט באפרייט געווארן פון שפיטאל, נאכ'ן וויילן דארט די לעצטערע טעג צוליב אן אינפעקציע.

* * * *
געוועזענע פרעזידענט באראק אבאמא וועט קומענדיגע מאנאט אפרייזן קיין סקאטלאנג אנטיילנעמען בי די אינטערנאציאנאלע קלימאטן טויש פארום.

* * * *
פרישע ציפערן צייגן אז סטעיטס איבערן לאנד האבן אויסגעגעבן אוזיפיל ווי 89 מיליאן דאללער אין פארשידענע וואקסינאציע לאטערי פראגראמען.

* * * *
א 13 יעריגער אין אלאבאמע איז אומגעקומען נאך וואס ער איז באטראפן געווארן פון קוילן ארויסגעשאסן פון א פארבייפארענדע קאר.
לאקאלע פאליציי פארדעכטיגן אז דער שיסעריי איז געווען א געצילטע, אבער האט ווארשיינליך געטראפן דעם אומרעכיגן פערזאן.

* * * *
מארק פארקנער (Mark A. Forkner) -א געווזענע הויפט טעסט פילאט ביי באואינג- איז געווארן אנגעקלאגט אויף פעדעראלע פראוד קלאגעס אין פארבינדונג מיט'ן, אנגעלביך, צוריקהאלטן אינפארמאציע פון די עף.עי.עי. איבער די 737-מעקס פליגער, וואס די אינפארמאציע וואלט מעגליך געקענט פארמיידן די צוויי טויטליכע עראפלאן קראכן אין 2018.

* * * *
'סיאטעל פובליק סקולס' סיסטעם האט געמאלדן אז זי וועט סוספענדירן ארום 150 באס רוטס צוליב א מאנגעל אין באס דרייווער, וואס איז געווארן נאכמער פארשארפערט נאך די אקטאבער 18 וואקסינאציע דעדליין. די שניטן וועלן אפעקטירן אזויפיל ווי העכער 6,500 סטודענטן.

* * * *
א פרישע באריכט דורך די פעדעראלע מאניטאר אויף די ניו יארק סיטי טורמע סיסטעם פארציילט אז זינט אנהויב יאר זענען פארגעקומעם פינף פעלער וואו ארעסטאנטן האבן זיך זעלבסט אומגעברענגט, דאס איז העכער ווי די 4 אומגעקומענע דורכאויס די גאנצע פארלאפענע יאר.

* * * *
ניו יארק סיטי מעיאר דעבלאזיו באריכטעט אז זעקס מיליאן סיטי איינוואוינער -אדער 84%- האבן שוין באקומען כאטש איין דאזע פון די קאוויד וואקסין.

* * * *
אונטער א פרישע ניו יארק סטעיט געזעץ, אונטערגעשריבן פאריגע ווארך דורכ'ן גאווערנאר, איז אומלעגאל צו סטראשענען אז מ'וועט איבערגעבן די אימיגראציע סטאטוס פון א צווייטן פאר די אוטאריטעטן.

* * * *
ריכטער אין ניו יארק פארארדענט דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ זאל קומען אויפטרעטן אין געריכט, אין פארבינדונג מיט א אנקלאגע אריינגעגעבן דורך א גרופע מעקסיקאנע וואס באשולדיגן אז זיי זענען צושלאגן געווארן אינדרויסן פון די טראמפ האטעל נאכדעם וואס טראמפ האט באצייכענט מעקסיקאנע אלס קרימינאלן און ווילדע מענטשן.

* * * *
אין אן אומערווארטערטע אנטוויקלונג, ווערט באריכטעט אז ניקאלאס קרוז -וואס האט אין יאר 2018 דורכגעפירט א שיסעריי בי די 'פארקלענד היי סקול' אין פלארידא, אומברענגענדיג 17- וועט זיך צו ערקלערן שולדיג אין געריכט. פראקורן זאגן אז זיי האבן נישט קיינע געשפרעכן מיט קרוז, אדער זיינע אדוואקאטן, - און ביז יעצט איז געווען ערווארטערט אז זיי וועלן פארלאנגען טויט שטראף.

* * * *
באריכטן גיבן אן איבער 17 אמעריקאנע רעליגיעזע אקטיוויסטן וואס זענען פארכאפט געווארן זייענדיג אין האיטי.
סטעיט דעפט. אנטזאגט זיך אויף דערווייל פון קאמענטירן דערוועגן.

Wow a1
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Wow a1 » זונטאג אוקטובער 17, 2021 3:00 pm

* * * *
אונטער א פרישע ניו יארק סטעיט געזעץ, אונטערגעשריבן פאריגע ווארך דורכ'ן גאווערנאר, איז אומלעגאל צו סטראשענען אז מ'וועט איבערגעבן די אימיגראציע סטאטוס פון א צווייטן פאר די אוטאריטעטן.

וואס??

דעיס איז אויף יענעם אדער נאר אויף שטאטישע ארבייטער?
Just do it

אוועטאר
Mezofzef
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Mezofzef » זונטאג אוקטובער 17, 2021 3:01 pm

Wow a1 האט געשריבן:* * * *
אונטער א פרישע ניו יארק סטעיט געזעץ, אונטערגעשריבן פאריגע ווארך דורכ'ן גאווערנאר, איז אומלעגאל צו סטראשענען אז מ'וועט איבערגעבן די אימיגראציע סטאטוס פון א צווייטן פאר די אוטאריטעטן.

וואס??

דעיס איז אויף יענעם אדער נאר אויף שטאטישע ארבייטער?

עס ווערט אנגערופן harassment
הקול קול יעקב.
בשעה שיעקב מצפצף בקולו, אין הידים ידי עשו

אוועטאר
ר' זעקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3753
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » זונטאג אוקטובער 17, 2021 3:20 pm

ישר כח אלעקסיי..
פארברענגט אויף וואטסעפ מיט די היימישע קליקע!!!
פאר מער דעטאלן קומט אין אישי..

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אוקטובער 17, 2021 3:20 pm

טענקס אלעקסיי! הערליך און קלאר.
איך דעבאטיר נישט! מיין מיינונג ווערט בלויז געזאגט….

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6244
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג אוקטובער 17, 2021 3:26 pm

ר' זעקל האט געשריבן:ישר כח אלעקסיי..

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » זונטאג אוקטובער 17, 2021 3:36 pm

אלעקסיי, הערליכע ארבעט.

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3089
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » זונטאג אוקטובער 17, 2021 3:40 pm

דאנקע שעין @אלעקסיי
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג אוקטובער 17, 2021 3:44 pm

א ריזן דאנק. הערליך שיין און קלאר.


אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זונטאג וירא



* * * *
געוועזענע פרעזידענט באראק אבאמא וועט קומענדיגע מאנאט אפרייזן קיין סקאטלאנג אנטיילנעמען בי די אינטערנאציאנאלע קלימאטן טויש פארום.



מדינת ישראל פרעמיער מינסטער בנט איז אויך ערווארטעט אנטייל צונעמען.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוקטובער 17, 2021 3:57 pm

הערליך אלעקסיי
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אוקטובער 17, 2021 5:08 pm

וואו!

האמיר דא די גרעסטע אייוועלט קאנאנען וואס זענען אריינגעקומען זיך באדאנקען...

ייש"כ אייך אלע!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 18434
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג אוקטובער 17, 2021 11:26 pm

א דאנק אלעקסיי!!

און א דאנק הבל פאר די לעצטע צוויי באריכטן (ערשט יעצט געלעזט.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוקטובער 18, 2021 12:45 pm

.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוקטובער 18, 2021 9:50 pm

מאנטאג וירא

פרעזידענט ביידען היינט אפגעהאלטן א צערמאניע אין ווייסן הויז צו באעהרן טיטשערס איבער'ן לאנד פאר זייער ארבעט.

* * * *
פרעזידענט ביידען פארארדענט אז פענער ביי אלע פעדעראלע געביידעס זאלן ווערן גענידערט אויף האלב, אין עהרע פון דער פארשטארבענע געוועזענע סא"ס קאלין פאועל.

* * * *
אמעריקא'ס הויפט פארשטייער צו אפגאניסטאן -זאלמעי כאליליזאד- האט פאריגע וואך אריינגעגעבן זיין רעזיגנאציע פאפירן. ער וועט ווערן ערזעצט דורך זיין דעפיוטי, טאם וועסט.

* * * *
זשאסטיס דעפארטמענט האט היינט אריינגעגעעבן א פארלאנג ביי די סופרים קאורט אז די געריכט זאל בלאקירן די טעקסאס אנטי-רציחה געזעץ.
די דעפארטמענט באצייכענט די געזעץ אלס 'אפן-און-גראב אומקאנסטיטוציאנאל'.

* * * *
צייטוויילגע אינספעקטאר זשענעראל ביי די סטעיט דעפארטמענט היינט געמאלדן אז איר אפיס וועט עפענען א ברייטע אויספארשונג איבער די אמעריקאנע רוקצוג פון אפגאניסטאן.
די אויספארשונג וועט זיך הויפטזעכליך קאנצעטרירן אויף: די 'ספעציעלע אימיגראנטן וויזע' פראגראם אוועקגעשטעלט פאר אפגאנע; די פראצעדור פון אריינלאזן אפגאנע פליטים קיין אמעריקא; די איבערזידלונג פון פליטים און וויזע געניסער נאך וואס זיי קומען אן קיין אמעריקא; און סיי וועלכע פלענער די אמבאסאדע אין קאבול האט יא/נישט פארמאגט אין פארבינדונג מיט די עוואקואציע.

* * * *
פארטיידיגונגס סעקרעטאר לאיד אוסטין האט היינט אונטערגעשריבן א אפמאך צו פארלענגערן אמעריקאנע מיליטערישע שטיצע פאר גרוזיע (Georgia) אויף נאך זעקס יאר. די ביז יעצטיגע אפמאך לויפט אפ ענדע יאר.

* * * *
אלס טייל פון די אנגייענדע געשפרעכן איבער די 3.5 טריליאן דאללער בודזשעלוציע האט סענאטאר זשאו מענשין (ד9 זיך היינט געטראפן מיט סענאטאר סאנדער, און עקסטער מיט קאנגרעספרוי זשעיפעל (פארזיצערין פון די 'קאנגרעסיאנאלע פראגרעסיווע קאוקאס).

* * * *
21 סענאט דעמאקראטן האבן אפגעשיקט א פארלאנג צו די זשאסטיס דעפט. פאר מער אינפארמאציע איבער וועלכע שריט די דעפט. נעמט צו באשיצן וואל באאמטע איבער'ן לאנד, אונטער די ניי געשאפענע 'Election Threats Task Force'.

* * * *
סענאטאר ביל קעסידי (ר) זאגט אז ער פערזענליך וועט נישט שטימען פאר טראמפ אין פאל דער געוועזענע פרעזידענט נעמט אונטער א 2024 פארמעסט.

* * * *
אויך האפט קעסידי אז וויילער -וואס זוכן א פרעזידענט קאנדידאט וואס קען געווינען די זשענעראל עלעקשאן- וועלן נישט אויסוועלן טראמפ אלס די פארטיי'ס קאנדידאט.

* * * *
דעמאקראטישע קאנגרעסמאן מייק דאיעל -פענסילוועניע'ס 18'טע דיסטריקט- האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג אין 2022.

* * * *
דעמאקראטישע קאנגרעסמאן דעיוויד פרייס -נארט קאראליינע'ס 4'טע דיסטריקט- האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג אין 2022.
פרייס דינט שוין אין קאנגרעס זינט יארע 1985, מיט א קורצע הפסקה אין די יארן 1995-1996.

* * * *
געזעצגעבער אין ווייאמינג וועלן נעקסטע וואך אפהאלטן א ספעציעלע לעגיסלאטיווע סעסיע מיט'ן ציל אדורכצושטופן עטליכע אנטי-וואקסין מאנדאט געזעצן.
איין געזעץ פארשלאג וועט פארבאטן וואקסין פאספארטן אין די שטאט, און וועט אויך ארויפשטעלן א 500,000 דאללער שטראף אויף פירמעס וואס פאסן עמפלוימענט באשלוסן באזירט אויף די וואקסינאציע סטאטוס פונעם באטרעפענדן.

* * * *
נעוואדע גאווערנאר סטיוו סיסעלאק (ד) איז נעכטן געווען פארמישט אין א קאר עקסידענט און געווארן אפגעפירט אין שפיטאל וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן עטליכע שטונדן. אין די יעצטיגע צייט געפונט ער זיך שוין אינדערהיים וואו ער קומט צו די כוחות.

* * * *
פאליציי אין ארקענסאו באריכטן איבער דריי אומגעקומענע -און א פארוואונדעטע פאליציי אפיציר- נאך א שטעכעריי אטאקע.
פאליציי האבן נעכטן ערהאלטן א רוף איבער א ווילדע געשלעג, און אנקומענדיג אויפן סצענע האבן זיי געטראפן א 40 יעריגער -קריסטאפער קאנער- אטאקירן א 15 יעריגער מיט א גרויסע שטיין. ביים פרובירן צו ארעסטירן דער ווילדע פארשוין, האט יענער ארויסגעצויגן א מעסער און פרובירט צו שעכטן דעם אפיציר וואס האט אין רעאקציע געעפענט פייער אומברענגענדיג דער שוחט.
דער 15 יעריגער -וואס איז שפעטער אידענטיפיצירט געווארן אלס א זון פונעם שוחט דמתא- איז שפעטער אומגעקומען פון זיינע וואונדן, און פאליציי האבן שפעטער אפירגעזוכט א דריטע קערפער -מיט מערערע שטעכעריי וואונדן צייכענעס- אינעווייניג אין די שטוב פונעם די קאנער פאמיליע.
א 5 יעריג קינד איז געפונען געווארן אין די פאמיליעס הויז, און איז געווארן איבערגעגעבן פאר פאמיליע מיטגלידער.

* * * *
די ניו יארק סיטי 'פובליק דיזיין קאמישען' האט היינט געשטימט צו אוועקפירן א 180 יעריגער סטאטוע פון דער געוועזענע פרעזידענט טאמעס זשעפערסאן אוועק פון די סיטי האל געביידע.

* * * *
געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט אריינגעגעבן א לאוסוט אין געריכט מיט א פארלאנג אז די געריכט זאל בלאקירן די 'נאציאנאלע ארכיוון' אגענטור פון נאכקומען א פארלאנג פון די קאנגרעס קאמיטע וואס פארשט די קעפיטאל אומרוען אז די אגענטור זאל איבערגעבן א רייע דאקומענטן אין פארבינדונג מיט טראמפ פון די צייט אפשניט ארום די אומרוען.

* * * *
סיוויל רייטס גרופעס האבן אריינגעגעבן א פעדעראלע לאוסוט קעגן די טעקסאס אין פארבינדונג מיט די נייע קאנגרעס מאפע.
טעקסאס האט -נאך די פארלאפענע צענזוס ציילונג- צובאקומען צוויי נייע קאנגרעס דיסטריקטן, און די קלעגער באשולדיגן אז די רעפובליקאנע קאנטראלירטע לעגיסלאטור האט ספעציעל געפארעמט די דיסטריקטס אויף א וועג וואס זאל אפשוואכן די וואל כח פון מינאריטעטן גרופעס.

* * * *
הכל הבל האט געשריבן:זונטאג לך

► הצג ספוילר

דאן איז פלעכטער צוריקגעקומען צום שטענדער און גארסוטש וועלכע איז ביז אצינד געווען פארהעלטנמעסיג שטיל האט ארויסגעלאזט א באמבע אין צימער פרעגנדיג פון פלעכטער פארוואס מען קען נישט ערלויבן כאטש זובעידא זעלבסט אויפצוטרעטן אין די פוילישע קעיס אז ער זאל גאר שילדערן וואס ער איז אריבער

פלעכטער וועלכע איז נישט געווען געראכטן אויף אזא פראגע איז געכאפט געווארן אין סורפרייז און רעאגירט אז זובעדא און זיינע אדוואקאטן האבן קיינמאל נישט געבעטן אזא זאך און די רעגירונג האט נאך אויך נישט באטראכט אזא געדאנק

אן אויפגעברויזטער גארסוטש האט געשטורעמט די צימער זאגנדיג: די קעיס ווערט שוין אויסגעקעמפט פאר יארן די לאנגע וועג ארויף ביזן העכסטן געריכט און ענק האבן קיינמאל נישט אריינגעקוקט אין אזא פלאן וואס וואלט געווען א וועג ארויס פון די סומאטוכע און א וועג פאר די רעגירונג צו קענען נאכגעבן זייער געברויך אן דארפן דורכגיין די גאנצע געראנגל?!

סאטאמיאר וועלכע זיצט גלייך נעהן גארסוטש און איז געווענליך אויף די אנדערע זייט פונעם ארגומענט ווי אים האט זיך דאסמאל צוגעשטעלט צום צירקוס וועלכע האט דראמאטיש געטוישט די מונדליכע אגומענטן סעסיע איידער איר ענדע

סאטאמאיאר האט געבעטן פון פלעכטער א קלארע ענטפער פון די פעדעראלע רעגירונג אויב זיי וועלן ערלויבן זובעידא אויפצוטרעטן און פארציילן וואס עס איז אויף אים אריבער אין יענע דאטומען אן אויפדעקן רעגירונג געהיימעניסן.
יא אדער ניין?
דאס איז אלעס וואס מיר זוכן האט סאטאמאיאר אויסגעפירט

פלעכטער האט געענטפערט אז די רעגירונג וועט גערן לאזן וויסן איר שטעלונג איבער דעם פארן געריכט נאכן עס באטראכטן

פלעכטער איינגעמאלדן פאר'ן געריכט אז די רעגירונג איז וויליג צו ערלויבן זובעידא זאל אויפטרעטן פאר די פוילישע אוטאריטעטן (כאטש וואס די רעגירונג רעזערווירט זיך די רעכט צו רעדאגירן טייל פון זיין עדות).

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 18434
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוקטובער 18, 2021 11:58 pm

א דאנק אלעקסיי (אן עקסטערע פאר דער פאלאו אפ אויף הבל'ס געריכט רעפארטאדזש.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re:

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 12:53 am

קנאפער ידען האט געשריבן:א דאנק אלעקסיי (אן עקסטערע פאר דער פאלאו אפ אויף הבל'ס געריכט רעפארטאדזש.)
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16744
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 11:12 am

דינסטאג וירא




פרעזידענט ביידען וועט דאנערשטאג ערשיינען צו א סי ען ען טאונהאל אין באלטימאר

*

נעבראסקע קאנגרעסמאן דזשעף פארטענבערי (ר) ערווארט צו ווערן אנגעקלאגט דורך די עף בי איי און באשולדיגט מיטן זאגן ליגן דורכאויס א קאמפיין פינאנץ אויספארשונג אבער פארשפרעכט צו באקעמפן די קלאגעס

*
מען הערט מער איבער דעמאקראטן'ס גרייטקיייט צו מאדיפיצירן זייער באנק רעפארטינג פראוויזיע אז עס זאל בלויז חל זיין אויף באלאנסן פון העכער 10 טויזנט דאלער און אז עס וועט אויך בלויז זיין גילטיג אויף 10 טויזנט דאלער אינדרויסן פון די געווענליכע פארדינסטן
און אז די ווייסע הויז האט שוין געגעבן די גרינע ליכט פארן טויש

*
הכל הבל האט געשריבן:שומער פיילט קלאוטשער אויף די נאמינאציע פון פארטא ריקא דיסטריקט ריכטער גאסטאווא געלפי ריכטער צו סערווירן אלץ ריכטער אויפן ערשטן קרייז געריכט

זיין נאמינאציע איז אריבער אינעם יורידישן קאמיטע מיט 10-12 ווען גרעהעם איז דער איינציגסטער רעפובליקאנער צו שטימען יא

באשטעטיגט מיט 42-51 ווענרנדיג די זעקסטע סירקוט ריכטער צו ווערן נאמנירט דורך ביידען און באשטעטיגט

*

הכל הבל האט געשריבן:זונטאג לך

שומער פיילט קלאוטשער פאר די נאמינאציע פון קריסטינע א'היערן צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר ניו דזשערסי
די נאמינאציע איז אריבער אינעם יורידישן קאמיטע מיט 10-12 ווען גרעהעם איז דער איינציגסטער רעפובליקאנער צו שטימען יא


די סענאט שטימט היינט אויף די נאמינאציע
*

שפאנענדיג נענטער צו דעצעמבער 3 למספרם ווען אמעריקא וועט זיך ווידער דערזעהן א חובות דאך קריזיס זאגט סענאטאר דורבין אז ער וויל נישט מען זאל גיין דורך רעקאנסיליאציע ווייל אויב יא וועט עס אוועקשטעלן א סטאנדארד אויפן צקונפט ווען אלעמאל וועט די קעגנערישע פארטיי פארלאנגען אז די מאיאריטעט זאל זיך באנוצן דערמיט און עס וועט שטארק באגרעניצן די מעגליכקייט פון העכערן די דאך

*

די הויז יורידישע קאמיטע שרייבט צו עמעזאן איבער א פריערדיגע אויפטריט אז אין בעסטן פאל האבן זיייערע רעפרעזענטאטן פארפירט די קאמיטע און אין ערגסטן פאל האבן זיי דעמאנסטרירט אז זיי האבן מעגליך ליגן געזאגט אין א מעגליכע פארלעצונג פון קרימינאלע געזעץ

*
דזשאו מענשין: איך ווייך נישט אפ איבער מיינע קלימאטן פארלאנגען אינעם בודזשעלוציע
קוק וואס פאסירט אין כינע, קוק וואס פאסירט אין רוסלאנד, קוק וואס קומט פאר אין דיין לאנד
מיר האבן אויפגערייניגט די ענווייראמענט מער ווי סיי ווען
זיי וויילן ספענדן 150 ביליאן דאלער אויפצורייניגן די ענווייראמענט אין די צייט ווען עס ווערט שוין גערייניגט און די ענערגיע וועלט ווערט שוין איצט געטוישט
קען מען צושפארן די וועסט ווירדזשיניע קוילן פאבריקן?
מענשין: ניין, דאס גייט נישט פאסירן
מיר זענען אנגעוויזן אויף זיי

*

איבער ווי רעאליסטיש עס איז צו ערווארטן א באשטעטיגטע ביל נאך דעם למספרם מאנאט זאגט מענשין אז ער אז ער ווייסט נישט ווי אזוי עס וואלט פאסירט ווייל עס איז נאך געבליבן גאר אסאך ארבעט אבער אויב מען קען זיך סיי ווען אמאל דורכקומען און מען קען מעגליך עפעס אויסארבעטן

*
שומער אויף די זעלבע פראגע זאגט אז מען ארבעט צו מאכן פראגרעס און מען איז אויף די שינעס צו האבן ביידע בילס ארלעדיגט אויף ענדע מאנאט למספרם

*

נאך וואס סענדערס האט פארלאפענע וויקענד געלופטערט אן אפ עד קריטיקירנדיג מענשין האט מענשין צוריקגעשאסן אז אן אויסער די סטעיט זעלבסט דערקלערטער סאציאליסט וועט נישט אריינרעדן אין וועסט ווירדזשיניע פאליטיק און זיי איינטיילן ווי אזוי זיך צו פירן

נעכטן נאכט האבן זיך מענשין און סענדערס געטראפן ביי א גרעסערע פירערשאפט זיצונג מיט שומער'ס אנוועזנהייט אבער עס איז דא א רעדע אז די צוויי וועלן זיך טרעפן פריוואט שפעטער אין וואך

מענשין האט דארט אויך גערעדט מיט קאנגרעספרוי דזשעיפאל און ביים פארלאזן קאפיטאל היל איז ער ערשינען זייט ביי זייט מיט סענדערס און זיי געזאגט אז זיי קענען כאפן בילדער

סענדערס האט געזאגט פאר די רעפארטער אז ער רעדט מיט מענשין און מען ארבעט צו מאכן פראגרעס

ער האט אויך ארויסגעברענגט אז זיי זענען איינשטימיג אויף געוויסע זאכן ווי צום ביישפיל די קעגנערשאפט צו די פארמאסיוטיקל אינדוסטריע דאמינאנץ און איבער די געפאר וואס קלימאטן טויש שטעלט פאר צום וועלט עקזיסטענץ
*

פרעזידענט ביידען וועט היינט רעדן מיט מעסיגע און ליבעראלן און באזונדערע זיצונגען
די ערשטע זיצונג וועט זיין מיט דזשעיפאל, טארעס, פאקען, דינגעל, קאהאנא, ליעסא, קלארק, האפמאן און גאמעז
די צווייטע וועט זיין מיט דעלבענע, גאטהיימער, א'האלערען, בערא, טאמפסאן און סענאטארן טעסטער, קארטעז מעסטא און ווארנער

אגב, זיי האבן אויסגערעכנט מייק טאמפסאן צווישן די סענאטארן אבער עס שפעטער פארראכטן
פאקען וועלכע קומט פון וויסקאנסין האבן זיי אויסגערעכנט אלץ א קאנגרעסמאן פון וואשינגטאן און די לעצטע מאל ווען איך האב געקוקט איז עס נאכנישט געווען פארראכטן



*
סענאטאר היינריך זאגט אז עס געווען אומפארמיידבאר אז די קאמף איבער פרעזידענט ביידען'ס אגענדע זאל נישט אראפקומען צו די סענדערס מענשין אידעאלאגיע שטרייט
ער זאגט אז די צוויי סענאטארן זענען קיינמאל נישט געווען איבריג נאנט אבער עס איז דא א לעזונג וועלכע הייסט דזשאו ביידען

*
סטעבענאו האט פארגליכן די רעקאנסיליאציע פראצעדור צו א גרויסע רוביק'ס קיוב צווישן די ווייסע הויז, קאנגרעס און סענאט

*

הכל הבל האט געשריבן:מען הערט אז טראמפ איז זייער וואכזאם אקעגן פארזוכן פון א רייע קאנדידאטן וועלכע פרובירן צו שאפן אן איינדרוק ווי כאילו זיי האבן זיין שטיצע און איז גאר סענסיטיוו דערקעגן
לינדא בלענטשערד איז געווען אן אמבאסאדאר אין זיין אדמיניסטראציע און האט געמוצט טראמפ'ס נאמען אויף א וועג זיך אהערצושטעלן ווי עימיצער וואס געניסט פון זיין שטיצע
ווען א בילד ווי זי שטייט נעבן טראמפ האט אנגעהויבן צירקולירן איז עס געווען די מאמענט וואס טראמפ האט באשלאסן קלארצושטעלן וועם ער שטיצט און האט באשלאסן מער נישט צו ווארטן און אינדארסירט מא ברוקס

בלענטשערד האט אויפגעטריבן בלויז 3600 דאלער אין די פארלאפענע למספרם קווארטאל און עס שטארקט בלויז די שפעקולאציעס אז זי וועט מעגליך אפטרעטן פון די סענאט פריימערי פארמעסט און אנשטאט אונטערנעמען א פריימערי פארמעסט אקעגן דעם רעפובליקאנע
גאווערנאר

*
צווישן די ביישטייערער צו ליז טשעיני אינעם פארלפענעם למספרם קווארטאל ציילן זיך מיט ראמני און זיין פרוי

*
אין 2019 למספרם האבן 49 דעמאקראטישע קאנגרעס קאנדידאטן געהאט אויפגעטריבן איבער א האלב מיליאן דאלער אינעם דריטן למספרם קווארטאל אקעגן 23 רעפובליקאנער וועלכע האבן עס באוויזן
אצינד האבן 45 דעמאקראטן אזאנס באוויזן אין קאנטראסט צו 48 רעפובליקאנער

*
אין ווירדזשיניע איז ארויס די ערשטע פראלאג איבער ווי אזוי איברצושרייבן די מאפע פון דיסטריקטן און עס לויטעט אז די דיסטריקט געהאלטן דורך קאנגרעספרוי אביגלי ספענבערגער (ד) זאל ווערן צופיצלט

*

הכל הבל האט געשריבן:עס קוקט אויס ווי פענסילוועניע'ס אכצנטע דיסטריקט גייט ווערן טייל פון היסטאריע ביי רעדיסטריקטינג און קאנגרעסמאן מייק דאיל (ד) שיינט צו זיין באוואוסטזיניג דערצו
ער האט אויפגעטריבן אין די פארלאפענע למספרם קווארטאל די קאלאסאלע סומע פון 58 טויזנט דאלער און אין די ערשטע למספרם קווארטאל 21 טויזנט דאלער
זיין פריימערי קעגנער האט אפילו אויפגעטריבן מער פון אים

עס האט זיך ארויסגעשטעלט אלץ ריכטיג ווען דער קאנגרעסמאן האט נעכטן געמאלדן זיינע רעטייערמענט פלענער
ווי באריכטעט דורך קוק אויף אייוועלט האט סאמער לי געמאלדן אז זי לויפט פארן זיץ
זי איז א ליבעראלע סטעיט רעפרעזענטאט און אויב זי געוואנט קען זי ווערן פענסילוועניע'ס סאמע ערשטע אפריקאנע אמעריקאנע קאנגרעספרוי

*

א פעדעראלע ריכטער האט אפגעשיבט די סענטענסינג פון יואל גרינבערג וועלכע האט געארבעט מיט קאנגרעסמאן מעט געץ אים צו גיבן מער צייט צו קאאפערירן מיט אויספארשער

*

א "קרו באקלאגעניש," איז געווארן אריינגעטראגן אקעגן וויסע הויז פרעסע סעקרעטארשע דזשען סאקי און א העטש אקט פארלעצונג באקלאגעניש אקעגן מארסיא פאדזש נאכן אריינגיין אינעם וווייסן הויז בריעפינג צימער נעמען א פראגע פון א רעפארטער איבער א בעפארשטייענדע פאליטישע פארמעסט

*
א רעליגיעזע פרייהייט גרופע עטאבלירט דורך מייק פענס מוטיגט די סופרים קאורט אויסצוהערן א קעיס איבער א וואשינגטאן סטעיט ספארט לערער וועלכע איז געווארן אויפגעזאגט צוליב ער האט געזאגט א געבעט אויפן שפיל פעלד נאך א שפיל

*

אין די אנגייענדע פראצעס אקעגן לעוו פרנס האבן פראקורארן נעכטן אראפגעברענגט קעראליין בוט אלץ עד

זי פלעגט זיין די שטאב הויפט צום געוועזענעם קאנגרעסמאן פיט סעשאנס און ארבעט איצט פאר קאנגרעספרוי ליז טשעיני אלץ פינאנציעלע דירעקטארין

די עדות האט פארציילט פאר די דזשורי איבער א זיצונג מיט פרנס אין 2018 למספרם

די עדות זוכן צו בויען א קעיס אז פרנס האט געארבעט צו פינאנצירן פאליטישע קאמפיינס אין אמעריקא מיט א מיליאן דאלער אין אויסלענדישע ביישטייערונגען אבער לויט ווי עס הייסט איז די געלט עווענטועל נישט אנגעקועמן צו די קאמפיינס מיט אן אויסנאם פון 10 טויזנט דאלער צו סעשאנס וועלכע האט עס גיך צוריקגעשיקט נאכן אנערקענען אז די ביישטייערונג איז פראבלעמאטיש

די פראקורארן האבן אויך נעכטן געמאלדן פארן ריכטער אז זיי וועלן נישט אראפרופן יוסף אהיערן וועלכע האט געארבעט אלץ פינאנץ דירעקטאר פאר די טראמפ סופערפעק אמעריקא ערשט אבער די פארטיידיגונג האט זיך רעזערווירט די רעכטן אים אראפצורופן און עס קען מעגליך פאסירן היינט נאכמיטאג



*
די פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע איז צוזאמגעשטעלט פון פינף מעמבערס אריינגערעכנט נתן סימינגטאן און דזשעפרי סטארקס ברענדען קאר אלע נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און דזשעסיקא ראזנווארצל וועלכע איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט ביידען

סימינגטאן און קאר זענען רעפובליקאנער און סטארקס און ראזנווארצל דעמאקראטן (טראמפ האט נאמינירט סטארקס זינט מען קען נישט האבן מער ווי דריי מיטגלידער פון איין פארטיי)

די פיפטע זיץ איז אצינד ליידיג און ווארט צו ווערן אנגעפולט דורך פרעזידענט ביידען

ראזנווארצל איז ארגינעל געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא אבער אין 2017 למספרם האט די סענאט איר באשטעטיגט פאר נאך א טערמין וועלכע וועט אויסלויפן ביים ענדע פונעם למספרם יאר

פרעזידענט ביידען האט ביים אריינקומען אין אפיס געשטעלט ראזנווארצל צו דינען אלץ עקטינג קאמיסיע פארזיצערין און ליבעראלן זענען געווארן אומרואיג זינט זיי באטראכטן איר אלץ נישט גענוג ליבעראל און אויסגעשפראכן אקעגן די גרויסע טעכנאלאגיע פירמע

די לינקע זענען געווען זייער נערוועז אז ביידען וועט עווענטועל נאמינירן ראזנווארצל אלץ פערמענאנטע מיטגליד און אז אפילו אויב נישט האבן זיי געהאלטן אז די אדמיניסטראציע פריאריטיזירט נישט גענוג די קאמיסיע און מען קען זיך טרעפן ענדע יאר מיט ראזנווארצל'ס אפטריט אן קיין באלדיגע ערזאץ וואס באדייט אז די רעפובליקאנער אויפן קאמיסיע באקומען א 1-2 אויבערהאנט

אצינד הערט מען אז די אדמיניסטראציע האט טאקע באשלאסן נישט צו נאמינירן ראזנווארצל פאר א פארמענאנטע טערמין נאכן אנערקענען אז זי איז נישט גענוג ליבעראל און וועט אנשטאט זוכן א קאנדידאט וועלכע מער אפשפיגלען די ווירדן פון לינא קהאן וועלכע איז די פארזיצערין אויף די פעדעראלע האנדל קאמיסיע

די נייעס קומט נאך וואס עטליכע מעסיגע סענאטארן אריינגערעכנט סינאמענשין האבן געשריבן צום ווייסן הויז אין שטיצע פון נאמינירן ראזנווארצל אבער ווי עס שיינט האט די ווייסע הויז אויך געליינט די פעלנדע אונטערשפריטן און באמערקט אז ווארען איז נישט צווישן זיי

*

די סופרים קאורט האט געלאזט אין פלאץ א פעדעראלע פארבאט אויף הינער שלאכטן (א ספארט ווי צוויי הינער ווערן אנגערייצט זיך ארומצוריגן ביז טויט) אין די ווירדזשיו איילאנדס און אין פארטא ריקא


הינער שלאכטן איז שוין פארבאטן דורך קאנגרעס זינט 1976 למספרם אבער קאנגרעס האט צוגעטשעפעט אן אויסנאם עס צו ערלויבן דארט ואו לאקאלע געזעצן שרייבן קלאר אז זיי ערלויבן עס

די פארטא ריקא קאנסטיטוציע שרייבט אז די איינפיר איז א קולטוראלע רעכט פאר אלע פארטא ריקאנער און צוליב דעם זענען זיי אלעמאל געווען אויסגעשלאסן פון די נאציאנאלע פארבאט

צוריק אין 2018 למספרם האט קאנגרעס געטוישט די געזעץ וועלכע פלעגט ערלויבן די איינפיר און עס פארבאטן איבעראל אן קיין אויסנאם אבער ארגאנאזאציעס פארמישט אין די סארט אקטיוויטעטן האבן געקלאגט אין געריכט אז קאנגרעס האט איבערגעטראטן איר מאכט מיטן שרייבן אז די געזעץ איז חל אויף פארטא ריקא וואו די איינפיר איז טיף איינגעווארצלט אין די אינזל'ס היסטאריע, טראדיציע און קולטור

זיי ווייזן אן אז די איינפיר איז טייל פון די אינזל'ס אידענטיטעט און אז עס זענען אויסגעשפרייט איבער 70 אזעלכע צענטערן וואו די ספראטס קומען פאר און באצייכענען עס אלץ זייער נאציאנאלע ספארט

די הינער שלאכט פארמעסטן ווערן געשאצט אריינצוברענגן 65 מיליאן דאלער אין די אינזל'ס עקאנאמיע אויף א יערליכע פארנעם און צוצושטעלן מער פון 11 טויזנט דזשאבס אבער די ערשטע קרייז געריכט געריכט האט גענומען די זייט פון די רעגירונג שרייבנדיג אז עס איז אין די רעכט פון קאנגרעס צו רעגולירן האנדל וועלכע האט אן אינטערסטעיט אפעקט

די קלעגער האבן אנגעוויזן אז די פעדעראלע רעגירונג האט זיך קיינמאל נישט אריינגעמישט אין סטעיט באשעפעניש ספארטן ווי פערד לויף פארמעסטן און נאך און אויף גע'טענה'ט אז די ספארט אפעטירט נישט אינטערסטעיט האנדל אבער די סופרים קאורט האט נישט געוואלט אקצעפטירן די קעיס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בארדיטשוב'ער אייניקל, דיסענטיס און 31 געסט