א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סאודי אראביע וועט זוכן טויט שטראף פאר 5 פארדעכטיגטע אינעם דזשאמאל קאשאגי מארד

א געזעצגעבער אין דרום קארעא זאגט אז די צפון קארעא אמבאסאדאר צו איטאליע און זיין פרוי זענען אריין אין באהעלטעניש, אן אנדייטונג אז זיי האבן מעגליך דעפעקטירט

אויטאריטעטן אין איראן גרייטן זיך צו בלאקירן צוטריט פון צו אינסטאגראם די איינציגסטע פארבליבענע גרויסע סאושעל מידיא פלאטפארמע וועלכע איז נאך דערווייל אפן פאר די באפעלקערונג

מעקסיקא בעהט פון אמעריקא אויסצופארשן די אינצידענט ווי וועכטער האבן אריינגעשפריצט טרערן גאז אין ריכטונג פון אימיגראנטן

נענסי פעלאסי ערוויילט אלץ קאנגרעס ספיקער מיט 220 שטימען

טראמפ עקאנאמישע ראטגעבער קעווין העסעט זאגט פאר אז פילע אמעריקאנע פירמעס וועלן נאכפאלגן עפל און און מעלדן שוואכער ווי ערווארטעטע פארדינסטן צוליב די אנגייענדע האנדל געפעכט

סענאטארשע קאלינס זאגט אז סי וויל מען זאל שטימען צו עפענען אלע טיילן פון די רעגירונג וועלכע זענען נאך פארשלאסן אויסער די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט ווילאנג מען קומט זיך דורך אויף גרעניץ זיכערהייט

קענסאס סענאטאר פעט ראבערטס וועט באשליסן אין די נאנטע טעג אדער וואכן אויב ער וועט זוכן ווידערערוויילונג

אילינאי סענאטאר דיק דורבין וועט זוכן ווידערערוויילונג

אלאבאמא סענאטאר שעלבי: שאטדאון קען זיך נאך ציען פאר לאנע מאנאטן

קאליפארניע סענאטארשע דיאנא פיינסטיין קען מעגליך זעהן איר קאלעגע קעמאלע העריס לויפן אבער לויט קוועלער האט זי שוין געפאסט א באשלוס צו שטיצן דזשאו ביידען

אין א צייכן אז אריזאנא סענאטארשע מארטא מקסעלי קען זיין א הויפט ציהל פון דעמאקראטן אין 2020 למספרם האט די דעמאקראטישע נאציאנאלע סענאטאריעל קאמיטע שוין היינט געלופטערט א דידזשיטעל רעקלאמע אקעגן איר

דער ליבעראלער ביליאנער טאם סטאיער איבער זיין פאטענציאלע פרעזידענטליכע געלויף: איך טראכט דערפון אין טערמינען פון אויב עס קען ברענגן עפעס וואס איז נאכנישט דא
אויב איך וועל נישט שפירן אז מיין בעקגראונד און פריאריטעטן זענען אנדערש פון אנדערע איז נישטא פאר מיר קיין סיבה צו לויפן

געוועזענע גאווערנאר און פרעזידענטליכע קאנדידאט מארטין אומאלי אינדאסירט בעטא ארורק פאר פרעזידענט

צום ערעפענונג פונען נייעס קאנגרעס פלאנט דזשערי נאדלער שוין היינט פארצושלאגן א ביל צו באשוצן מולער

נאדלער: וויטעקער נאכנישט איינגעגאנגען אויף א דאטום ווען אויפצוטרעטן אין קאמיטע (נאדלער אים געוואלט אלץ סאמע ערשטע אויפטריט)
סובפינע וועט קומען אויב עס וועט זיך אויספעלן

לינדזי גרעהעם: אויב דער פרעזידענט גיבט זיך איצט אונטער וועט עס זיין די ענדע פון זיין שאנס צו זיין אפעקטיוו אין 2019 למספרם אוןן פילייכט די ענדע פון זיין פרעזידענטשאפט
דאנאלד טראמפ האט געמאכט א צוזאג צו די אמעריקאנער מענטשן, ער גייט פארזיכערן די גרעניץ

עדעם שיף: נישט צי פרי צו רעדן פון אימפיטשמענט
מיר וועלן דארפן באשליסן אויב עס איז די ריכטיגע גאנג אבער געוויס דארפן מיר עס דיסקוסירן און פרעגן די פראגן

וואשינגטאן סטעיט פארבאט פאר קונדן אונטער 21 יארגאנג איינצוקויפן סעמי אויטאמאטישע געווער

די געריכט האט שוין אין די פארגאנגנהייט אומדירעקט שמאל געאורטיילט אז פובליק טעלעוויזיע סיסטעמען ווערן נישט פאררעכנט אלץ רעגירונג פארום טראץ וואס אין אלגעמיין זענען די קאנאלן די אייגנטום פון די רעגירונג וועלכע ווערט ארויסגעליעסט פאר די נעצן
די אנגענומענע שטעלונג אז די וועלכע אפערירן די פראגראמען אויף די קאנאלן זענען פריוואטע מענטשן האט ערלויבט פאר די נעצן צו באגרעניצן פרייהייט פון אויסדרוק נישט זייענדיג געבינדן צו די געזעץ פון סטעיט און פובליק פארומס אפערירט דורך די רעגירונג
די מאנהעטען נעיבארהוד נעטווארק איז באזירט אאין ניו יארק סיטי און איז אריין אין א געפעכט מיט צוויי פון זייערע ארבעטער וועלכע האבן צוריק אין 2012 למספרם פראדוצירט א געוויסע פראגראם צו לויפן אויף די כוואליעס וועלכע האט צווישן אנדערן קריטיקירט די נעטווארק זעלבסט
די פראגראם איז געלאפן איינמאל אבער איז דאן געווארן אפגערופן דורך די פירערשאפט צוליב פארשטענדליכע סיבות און די צוויי טראבל מעיקערס זענען געווארן אויפגעזאגט פון פאזיציע
די צוויי האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע אקעגן די נעטווארק און אקעגן די סיטי מיטן ארגומענט אז די וועג ווי אזוי די נעטווארק איז אוועקגעשטעלט מאכט איר פאר א פובליק פארום און זייערע ערשטע אמענדמענט רעכט פאר פרייע אויסדרוק איז געווארן פארלעצט
אין די סאודערן דיסטריקט קאורט אין ניו יארק האבן די ריכטער אפגעווארפן די קעיס באזירט אויף די טענות פון די סיטי אין די נעטווארק און ציטירנדיג די אורטייל אין וועלכע די סופרים קאורט טוט אומדירעקט שרייבן אז די נעטווארקס ווערן באטראכט ווי פריוואט געפירטע סיסטעמען
די צוויי האבן אפעלירט די אורטייל צום צווייטן סירקוט קאורט ווי אין א 2-1 באשלוס גיבן די ריכטער גערעכט פאר די קלעגער ציטירנדיג פון ריכטער קענעדי וועלכע שרייבט די מינאריטעט אורטייל אינעם אויבנדערמאנטן סופרים קאורט קעיס אז וויבאלד די פראגראמען פאלן אונטערן מאנדאט פון די רעגירונג וועלכע קענען אריינרעדן אויף א רייע פראגן אוון פארבאטן פארשידענע פראקטיצירונגען ווערן זיי באטראכט ווי פובליק רעגירונג פראגראמען און קענען דעריבער נישט באגרעניצן פרייהייט פון אויסדרוק
די ריכטער האבן אבער געשריבן אז די סיטי קען נישט ווערן געקלאגט דערויף און עס איז נישט זייער פאראנטווארטליכקייט
די נעטווארק איז איצט פארבליבן אליינס אויפן וואסער אלץ באשולדיגטע און האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט און אום אקטאבער 2018 למספרם האט די געריכט אקצעפטירט די קעיס זייענדיג די סאמע ערשטע קעיס ארויפצוקומען אויפן קאלענדאר זינט ריכטער קעווענאו האט ערזעצט ריכטער קענעדי
אום פעברואר 25 למספרם וועט די געריכט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין דעם קעיס
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

א גרויסע שקויעך האסט פארגעסען א גוט שבת
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יישר כחכם. ס'איז א פלעזור דעילי, קיפ איט קאמינג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אה
א לעכטיגן שבת אלע אידן!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שכוח הכל הבל, ענד ספעשל טענקס פאר די געריכט קעיס!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Thank you!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

העראלד בראון די פארטיידיגונגס סעקרעטאר אונטער פרעזידענט קארטער איז געשטארבן אלט זייענדיג
91 יאר

נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן זאגט אז די ריקצוג פון סיריע איז געוואנדן אין באזיגן די רעשטלעך אייסיס קעמפער און א פארזיכערונג פון טערקיי נישט צו טשעפען מיט די קורדן אינעם ראיאן

די טערקן האבן אבער פארדאמט די שפראך פון אויסערן סעקרעטאר פאמפעיא וועלכע האט געזאגט אז וואשינגטאן זוכט פארזיכערונגען פון אנקארא אז זי וועט נישט אויס'שחט'ן די קורדן

קאנגרעס פרוי וועקסטאן פארלאנגט אז איר געהאלט זאל ווערן איינגעפרוירן אויף אזוי לאנג ווי אנדערע רעגירונג ארבעטער באקומען נישט זייער געהאלט צוליב די רעגירונג פארשליסונג

די ווייסע הויז שטאב און קאנגרעס געהילפן גרייטן זיך פאר א מיטינג און 1 אזייגער איבער די רעגירונג פארשליסונג און די וואנט

סענאטאר לינדזי גרעהעם: די ציהל איז נישט צו עפענען די רעגירונג, די ציהל איז צו פאררעכטן א צובראכענע אימיגראציע סיסטעם, מיר וועלן נישט אויפגעבן צו די ראדיקאלע לינקע, קיינמאל, ביז מיר געפונען א ראציאנאלע וועג פאראויס וועלכע וועט צושטעלן א וואנט אלץ טייל פון א גרעניץ זיכערהייט פלאן

קאליפארניע קאנגרעספרוי קערען ספייער זאגט אז עס איז דא א גרייטקייט צווישן הויז דעמאקראטן צו שטיצן פאנדינג פאר א וואנט אין אויסטויש פאר אן אפמאך אויף דאקא

פעדעראלע געריכטן וועלן אויסלויפן פון געלט קומענדיגע פרייטאג אויב די רעגירונג וועט נאך זיין פארשלאסן

קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע אקאסטע קורטעז פון ניו יארק איז איבערגעשטיגן ספיקער פעלאסי מיטן צאל נאכפאלגער אויף טוויטער

סענאטארשע ווארען איז אויסגעשטאנען פראגן אין אייאווע פארוואס זי האט גענומען א די ען עי טעסט וועלכע האט צוגעשטעלט אמינוציע פארן פרעזידענט

די אנקעטע נעמער פארן טראמפ קאמפיין אין 2016 למספרם האט איצט דורכגעפירט אן אנקעטע איבער א טראמפ ראמני פריימערי און געענדיגט מיט די פאלגנדע רעזולטאטן:
טראמפ72%
ראמני9%

לויט א באריכט האט ראמני פארשטאנען אז זיין אפ עד וועט פאראורזאכן א פייער שטורעם און איז געווען זייער נערוועז איבערן עס פובליצירן אבער נאך די ריקצוג פון סיריע און די מעטיס רעזיגנאציע האט ער באשלאסן פאראויסצוגיין דערמיט

די סופרים קאורט איז איינגעגאנגען אויסצוהערן 2 קעיסעס וועלכע קענען עווענטועל פירן צו ענדיגן די מעגליכקייט פאר קלאגעס איבער פאליטישע גערימענדערינג
ארגומענטן געסקעדזשועלט פארצוקומען אין מערץ למספרם

פילע אנאליסטן שפעקולירן שוין וואס עס זענען די שאנסן פון פרעזידענט טראמפ יא אדער נישט צו געוואונען ווידערערוויילונג און מיר וועלן נישט שפענדן איצט קיין צייט אויף א ברייטע שאצונג וועלכע זאל באטראכטן אלע אספעקטן און איבריג צו זאגן אז אסאך קען זיך ווענדן איבער אומשטענדן וועלכע זענען נאכנישט באו לעולם א שטייגער ווי א מעגליכע רעסעסיע אדער גוטע טרעיד דיעל
לאמיר בלויז ערווענען א קליינינקע מעגליכע פאקטאר וועלכע איר מוזט נישט אננעמען אבער איר מען קען טראכטון דערוועגן
די פראגע איז אויב נאך אזא מאסיווע וואל באטייליגונג אין 2016 למספרם וואל קאמפיין איז נאך פארבליבן א ערנסטע עלעמענט וויילער וועלכע זענען דאן געבליבן אינדערהיים און קענען ביים קומענדיגן קאמפיין יא שטימען
איר קענט דרייען די שטריק אויף ביידע וועגן, אויב זענט איר א דעמאקראט קענט איר זיכער טראכטן ווועגן פילע וויילער וועלכע זענען נישט געווען איבריג אנטציקט פון הילערי קלינטאן און א גרויסע צאל וועלכע האבן פשוט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו שטימען נאך וואס לויט אלע ערווארטונגען וואלט קלינטאן סייווי געוואונען
אויב איר זענט א רעפובליקאנער קענט איר שפעקולירן אז טראץ וואס די טראמפ וויילער זענען געווען גאר ענטוזיאסטיש איבער זיין קאנדידאטור און ארויסגעקומען אין די מאסן (די שטארקסטע ראי' דערצו איז די ריזיגע צאל וויילער וועלכע האבן געשטימט כאטש וואס ער איז געווען ערווארטעט צו פארלירן) איז נאך אלץ פארבליבן פילע וויילער וועלכע האבן צוליב זיין ערווארטעטע פארלוסט נישט געשטימט אדער עסטאבלישמענט רעפובליקאנער וועלכע גייען שוין היינט מער אין ליניע און קענען זיך איצט מער זעהן שטימען פארן פרעזידענט
אלזא, פאר אומפארטייאישע אנאליסטן פארבלייבט די שוערסטע ארבעט פון אויסרעכענען וועלכע פון די צוויי פאקטארן קען זיין שטארקער אוןוועלכע פארטיי שייט אויס צו פארדינען מער פון א א וויילער קלאס וועלכע האט נישט געשטימט אין 16 למספרם אבער וועט יא שטימען דאסמאל

סענאטארשע קלאובאשאר איז איין פון א רייע פאטענציאלע קאנדידאטן צו לויפן אין די בעפארשטייענדע פריימערי
זי וועט באצייכנט אלץ איינע מיט א קליינע עגא אין קאנטראסט צו אנדערע קאנדידאטן און אלץ א קילערע קאפ וועלכע קען געפעלן פאר וויילער וועלכע זוכן א טיפ ווי דזשאו ביידען נאר אין א יונגערע ווערסיע און מער מינאריטעט
איר שטארקייט קען מעגליך קומען אין אייאווע קומענדיג פון די דערנעבנדיגע מינעסאטע
אין די פארגאנגנהייט האט שוין אייאווע אויסגעקליבן צוויי קאנדידאטן אין די קאוקוסעס פון דערנעבנדיגע סטעיטס, דיק געפהארדט ביי די דעמאקראטן אין באב דאול ביי די רעפובליקאנער

וועט דזשאו ביידען'ס נאמען אנערקענונג, ערפארונג, עלטער, זיין א פראבלעם פאר אים אדער אים פירן צו געוואונס?
טייל ווייזן אן אז פונקט ווי הילערי קלינטאן וועלן וויילער עווענטועל ליבערשט גיין מיט א נייערע געזיכט און עס קען מעגליך זיין ריכטיג אבער עס איז גוט צו געדענקן אז אפילו קלינטאן האט נישט פארלוירן עכט שטארק, זי איז געקומען גאר נאנט איבערצולעבן אן היסטארישע קאמפיין אויף א שטייגער וועלכע איז שווער צו געדענקן
און שווער פאראוסצוזעהן א קאנדידאט וועלכע זאל שאפן די זעלבע מאס עקסטאז ווי עס האט באראק אבאמא אלץ קאנדידאט
נעמענדיג דאס אין באטראכט לייגט אויך צו די פאקט אז ביידן איז פיל מער ווארים און נאנט מיט וויילער ווי קלינטאן איז געווען און אפעלירט צו זיי פיל טיפער מיט אסאך א קלענערע עגא
און סך הכל קענט איר באגעגענען א ביידן בעסער ווי קלינטאן און אן אפאנענט שוואכער ווי אבאמא
אבער.. עס איז בלויז די קעיס פארוואס ער זאל עס "קענען" דורכשוויצן, וואס "וועט" פאסירן וועט די צייט זאגן

אין אייאווע איז אין 2014 למספרם ערוועלט געווארן דזשאני ערנסט פאר סענאטאר
איר 6 יעריגע טערמין ךויפט אפ אין 2020 למספרם ווען זי וועט שטיין פאר די וויילער פאר ווידערערוויילונג און דערווייל איז נישט דא קיין איינציגע דעמאקראט וועלכע האט שוין געזאגט אז ער אדער זי קלערט צו לויפן פאר דעם זיץ
לויט אנאליסטן וואלט די בעסטע קאנדידאט געווען טאם ווילסאק וועלכע האט א גאר באקאנטע נאמען אין דעמאקראטישע רייען אין די סטעיט און אויך נאציאנאל
ווילסאקהאט איז א צוויי טערמיניגע גאווערנאר וועלכע האט סערווירט ביז 2002 למספרם און זיך שפעטער פארמאסטן פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע אין 2007 למספרם אבער זיך גאר פרי ארויסגעצויגן ונעם פארמעסט און דאן אינדארסירט הילערי קלינטאן
ווען באראק אבאמא האט געוואונען די פרעזידענטשאפט האט ער אויסגעקליבן ווילסאק אלץ בעקרעטאר פון די אגריקולטור דעפארטמענט און אויסגעדינט אויף די פאזיציע פאר פולע אכט יאר
ווילסאק האט לעצטנס רעאגירט צו די געדאנק פון לויפן אקעגן ערנסט זאגנדיג אז ער וויסט ניטש אויב די טיהר פאר אזא פארמעסט איז אפן אדער פארמאכט און ער ווייסט ניטאמאל ווי די טיהר איז..
באזיגן ערנסט איז נישט ערווארטעט צו זיין גאר א לייכט אויפגאבע זינט זי איז שטארק פאפולער
און האט געצייגט שטארקע פאליטישע מוסקולען אין איר 2014 למספרם קאמפיין אויפטרייבנדיג מאסיווע געלטער זייענדיג א גאר שטארק אפעקטיווע פאנדרעיזער און וועט אין צוגאב געניסן פון א שטארקע פלוס פון דרויסנדיגע געלטער

אריבער אין ניו העמפשיר
קוקט דערווייל די ארטיגע סענאטאר אויך אויס צו זיין אין היבש זיכערע טעריטאריע
א לאנגע רייע מעגליכע קאנדידאטן קענען זוכן ארויסצושטויסן דעמאקראטישע סענאטארשע שאהין אבער די פראגע איז וואס זייערע שאנסן זענען
די קאנדידאט וועלכע די פארטיי וואלט זייער געוואלט זעהן אריינשפרינגען אינעם פארמעסט איז קעלי עיאט וועלכע האט זיך שווער פארמאסטן פאר ווידערערוויילונג אבער גאר שמאל פארלוירן צו גאווערנאר מעגי העסאן מיט ארום טויזנט שטימען (0.1%) פון די וואוטס
אבער לויט קוועלער איז עיאט שטאנדהאפטיג מיט א באשלוס נישט צו לויפן און די אינטערליגנדע אורזאך איז פרעזידענט טראמפ
דורכאויס א סענאט דעבאטע אין 2016 למספרם איז זי געפרעגט געווארן אויב טראמפ איז א פאסיגע פערזאן צו דינען אלץ א מאדעל פאר קינדער און האט זיך שטארק געמוטשעט מיט אן ענטפער
שפעטער האט זיך עפנטליך געמאלדן אז זי שטימט נישט פאר טראמפ און לויט די באריכטן קען זי זיך נישט זעהן לויפן נאכאמאל אויפן זעלבן טיקעט מיטן פרעזידענט

א סעקונדע באזוך אין מעין,
סענאטאר קאלינס וועט אויסשטיין איר אייגענע יום הדין און דארפן בעטן פון די וויילער א פרישע טערמין
זי איז היינט געפרעגט געווארן אויב זי וועט זוכן ווידערערוויילונג און געזאגט אז זי גרייט זיך צו לויפן און וועט פאסן אן ענדגילטיגע באשלוס ענדע יאר
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יאנואר 07, 2019 9:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח, פאר די קריסטעל קלארע באריכטן.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שכוח פאר די שיינע באריכטן!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

ווייסעך נישט וואס כ'וועל טוהן היינט פיר'ע נאכמיטאג, היינטיגע באריכט שוין געליינט, ס'נאכנישט ניטל, איז וואס יא?

שיער פארגעסן, א ריזיגן יישר כח פאר די באריכטן, ובפרט פון די געריכט סעסיעס וואס איר דעליווערט צונונז, דאס מעג מען פילייכט לערנען זאגאר אום ניטל.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
תנור ראשון
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנור ראשון »

שפיגליצקי האט געשריבן:ווייסעך נישט וואס כ'וועל טוהן היינט פיר'ע נאכמיטאג, היינטיגע באריכט שוין געליינט, ס'נאכנישט ניטל, איז וואס יא?

שיער פארגעסן, א ריזיגן יישר כח פאר די באריכטן, ובפרט פון די געריכט סעסיעס וואס איר דעליווערט צונונז, דאס מעג מען פילייכט לערנען זאגאר אום ניטל.


ליין איבער. הלומד ואינו חוזר כזורע ואינו קוצר
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ספעציעל ציגעשטעלט פאר די וואס הייבן היינט אן ניטל ביי חצות.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ישר כח ס'איז אלעס נארישקייטן......
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

א דאנק אייך @הכל הבל !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ס'קומט נישט אויס יעדן טאג דיך צו באדאנקן אבער אין אמתן קומט עס דיר נאך יעדע אזא ארטיקל.
בעיקר פאר מיר וואס כ'האב נישט קיין צייט לעצטענס זיך צו דרייען דא געהעריג און דו געבסט אראפ א קורצע סך הכל פון די נייעס, איז עס מיר זייער ניצלעך און אינטערסאנט
כה לחי !
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח @הבל פאר די באריכטן, יעך בין דא געוואר געווארן א שיינע פאר זאכן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צל עובר האט געשריבן:ישר כח @הבל פאר די באריכטן, יעך בין דא געוואר געווארן א שיינע פאר זאכן.

וואו! איר זענט דאך גאר אויסגעקאכט
וואס איז אייך געווען א חידוש?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שוין, לאמיר עס יא אויסשמועסן.

1)אז טערקיי האט בעיקר געבלאזן וועגן פאמפעיא'ס לענגווידזש
2)וועקסטאן
3)גרעהעם סטעיטמענט, זיין פאזיציע האבעך שוין יא געוואוסט
4)קערען ספייער
5) קארטעז - פעלאוסי
6)טראמפ אינטערנעל
7)ראמני אפ-עד
8)קלאבאשער איגאו
9)אייאוע באריכט
10) ניו העמשיר באריכט
11) מעין באריכט

קען זיין איך האב אויסגעלאזט א חלק

ישר כח!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אה! גוט צו הערן אז מען קען צושטעלן פאר אלעמען
פאר די אויסגעקאכטע און די גאר אויסגעקאכטע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

[quote="צל עובר"]שוין, לאמיר עס יא אויסשמועסן.

1)אז טערקיי האט בעיקר געבלאזן וועגן פאמפעיא'ס לענגווידזש
די טערקן זענען שוין לאנג סענסיטיוו צו נוצן די טערמין שחיטה זינט זיי לייקענען אז זיי האבן אויסגע'שחט'ן די ארמענער..
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בולעטין: פאר די וועלכע ארבעטן נישט זוננטאג און האבן מעגליך פארפאסט זייט וויסן אז נעכטן זונטאג איז יא ארויף אן אפדעיט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט פון וועלט באנק רעזיגנירט
די מעלדונג קען פירן צו א פרישע געראנגל צווישן די ווייסע הויז און אנדערע אנטוויקלנדע לענדער איבער א אן ערזאץ פאר די פאסטן ווי וואשינגטאן איז ערווארטעט צו האבן ס'גרעסטע ווארט זייענדיג די גרעסטע ביישטייערער צו די ארגאנאזאציע און עס עפנט א פרישע געלעגנהייט פאר פרעזידענט טראמפ אויפצושאקלען א גלאבאלע אינסטיטוציע

פוטין מעלדט אז רוסלאנד וועט סופלייען סוי בונדלעך און פלייש פאר כינע

דער צפון קארעא פירער האט זיך אריבערגעכאפט באישון לילה קיין כינע פאר געשפרעכן מיט שי דזשינפינג דער פירער פון כינע

לויט די איצטיגע פלענער וועט די טראמפ-קים מיטינג פארקומען און האנאוי די הויפטשטאט פון וויעטנאם

פרעזידענט טראמפ וועט דאנערשטאג באזוכן די גרעניץ מיט מעקסיקא

פרעזידענט טראמפ וועט דעליווערן א ברייט געדעקטע רעדע מארגן אין בעפארברייטונג צום זיין רייזע צום גרעניץ דאנערשטאג
די רעדע וועט פארקומען פונעם אוועל אפיס און די דערווייל זענען די פאקס און פאקס ביזנעס נעטווארקס איינגעגאנגען צו דעקן די רעדע ווי אויך סי ען ען, אנדערע בראודקעסט נעצן באטראכטן נאך דערווייל די אפציע
אלע 4 גרויסע נעטווארקס האבן זיך אנטזאגט צו דעקן אן אבאמא פריים טיים רעדע אין 2014 למספרם איבער עקזעקוטיווע שריט אויף אימיגראציע

געוועזענער סענאטאר דזשאן קייל זאגט אפ אנבאט פון ווייסן הויז אנצונעמען די פארטיידיגונגס סעקרעטאר פאזיציע

שומער וועט שטימען אקעגן ארויפברענגן א ביל מארגן איבער מיטל מזרח פאליסי צוליב וואס ער וויל אז די סענאט זאל צו ערשט באשטעטיגן די קאנגרעס ביל צו עפענען די רעגירונג
מאמענטאל קוקט אויס אז די ביל וועט דורכפאלן צוליב דעמאקראטישע קעגנערשאפט וועלכע וועלן גיין אין ליניע מיט שומער
מארגן מיטוואך ביים וועכנטליכע מיטאג ווען סענאטארן דיסקוסירן אויב מען זאל אויסברייטערן די טאקטיק צו בלאקירן אויך אלע אנדערע בילס פון דורכגיין צו לייגן דרוק צו עפענען די רעגירונג

א געוועזענער פענטאגאן אדוואקאט און הויכע באאמטע ביי די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט זאגט אז דער פרעזידענט ארמאגט נישט די אויטאריטעט צו דערקלערן א נאציאנאלע קריזיס צוליב די סיטואציע ביים גרעניץ און רוקן פאנדן פון אגענטורן פאר די וואנט

איצט גייענדיג צום דרוק: וויצע פרעזידענט פענס מעלדט דער פרעזידענט האט נאכנישט געפאסט קיין באשלוס איבער די דעקלעראציע און אז די ווייסע הויז קאונסיל אפיס קוקט איצט איבער די לעגאליטעט פונעם פרעזידענט צו מאכן דעם נאציאנאלע קריזיס דעקלעראציע
פענס זאגט אז די שאטדאון קען ווערן געלעזט אבער דעמאקראטן מוזן אקצעפטירן טראמפס איינלאדענונג צוריק צום ווייסן הויז און אנהויבן פארהאנדלען
פענס גיבט אויך איבער אז די אדמיניסטראציע זוכט א טויש איןן די איצטיגע סיטעם וועלכע וועט ערלויבן קינדער צו בעטן אזיל רעכט ביי אמבאסאדאס אין אנדערע לענדער

שטייער ריפאנדן וועלן ארויסגיין באצייטנס טראץ רעגירונג פארשליסונג

קאנגרעסמאן און פארזיצער אויף די ארמד סערוויסעס קאמיטע עדעם סמיט: עס עקזיסטירט נישט קיין נאציאנאלע קריזיס אבער דער פרעזידענט קען דערקלערן אז יא און דאן נעמען געלט פון די פארטיידיגונגס דעפארטמענט בודזשעט
עס וועט זיין אומריכטיג און שרעקליכע פאליסי און ער וועט עס דארפן פארטיידיגן אין געריכט
עס איז א געפערליכע געדאנק אבער ער קען עס טוהן
איבער די סיריע פאליסי זאגט סמיט: ער טוישט ריכטונג ווי אן אנגעטרונקענע קאפיטאן, אלעס וואס מיר האבן איז אן עמאציאנאל געטריבענע קינד וועלכע גייט הין און צוריק באזירט אויף די לעצטע שמועס וועלכע ער האט געהאט

די טראמפ 2020 קאמפיין איז געווען שטארק אנגאזשירט זיך אריינצועסן אין די נאציאנאלע רעפובליקאנע פארטיי קאמיטע און פארזיכערן אז די פארטיי שטייט שטאנדהאפטיג צו פארטיידיגן דעם פרעזידענט פון סיי וולעכע פריימערי געפאר
אצינד ריכטן זיי די אונטערנעמונג אויסצוארבעטן די דעלעגאטן פארשריפטן און אויסנוצן יעדע מעגליכע מעטאד צו פארזיכערן אז אין ביים קאנווענשאן אין שארלאט זאל זיך נישט איבערשפילן די צירקוס וועלכע האט געפלאגט די קליוולאנד קאנווענשאן

סענאטאר קארפער: אויב דאנאלד טראמפ וועט זיין די רעפובליקאנער קאנדידאט גלויסב איך אז אסאך פון אונז וועלן שטארק בעפארצוגן אז דזשאו ביידען זאל לויפן און איך וואלט געשטאנען אין שפיץ פון אזא באוועגונג

סענאטאר מארקי איבער סענאטארשע ווארען: מיר וועלן רעדן ווען זי באשליסט זיך צו רוקן פאראויס פארמיידנדיג פון זאגן אויב ער וועט איר יא אדער נישט אינדארסירן

א פראמינענטע בערני סאנדערס אליאירטער זיך געטראפן מיט סענאטאר קארי בוקער

א יוניווערסיטי אין יוטא האט געלאדנט דזשאו ביידן פאר אן אויפטריט און די אנטווארט פון ביידן'ס אפיס איז געווען א רייע מיט באדינגונגען וועלכע דארפן ווערן אנגענומען איידער דער געוועזענער וויצע פרעזידענט קען אננעמען די אנבאט
די ליסטע פארלאנגען ציילן ווי פאלגענד:
א פריוואטע דזשעט פאר ביידן אין זיינע געהילפן קיין סאלט לעיק בסיטי ווי די שולע איז סטאנציאנירט
אפקויפן 1000 קאפיעס פון זיין לעצטע בוך וועלכע זאל פארטיילט ווערן פארן אוידיענץ
די אויפטריט וועלכע וועט ווערן פראפאגאנדירט אויף סאושעל מידיא זאל קיינמאל נישט נוצן די טערמין "געוועזענע" בעפאר די טיטל וויצע פרעזידענט
און צום לעצט א נישטיגע 100,000 וועלכע זיי באצייכענען אלץ א רעדוצירטע פרייז זיך רעכענענדיג מיט די הויכע בודזשעטן וועלכע פלאגן די קאלעדזשעס און יוניווערסיטיס
דריי טאג פארן באשטימטן אויפטריט זענען ביידענס געהילפן אויפגעקומען אויף א נייעס אז די פובליק יוניווערסיטי וועט נוצן סטעיט פאנדן צו באצאלן פאר די רעדע און דעריבער האט ביידן צוריקגעוויזן פון נעמען באצאלט נישט וועלנדיג ווערן באשולדיגט און נעמען שטייער צאלער געלט פאר א רעדע וועלכע קען ווערן באצייכנט אלץ פאליטיש בעניפיטירנד
אויפגעבן אויף אזויפיל געלט אין די לעצטע מינוט איז איין פון א רייע מאמענטן וועלכע גיבן א שטיקל אריינבליק אין א פענסטער פון די פאליטישע קאמפיין אפיס פון ביידען 2020 למספרם וועלכע איז נאכנישט אפיציעל געבויעט
דורך די שפאלטן פון די לאדנס באגעגענען מיר זיך מיט קאמפיין אינפראסטרוקטור וועלכע אי שטארק פארזיכטיג צו פארמיידן פראבלעמען וועלכע האבן געפלאגט די קלינטאן קאמפיין
ביידען ארבעט שווער צו טרעפן די ריכטידגע באלאנס פון עסטאבלירן א שטארקע און רייכע באזע אבער אין די גלייכצייטיג אוועקשטיין פון קענען ווערן באצייכנט אלץ אין די טאשן פון קאראפארעיט ביזנעס
דזשאו ביידען האט פארמירט א נעטווארק פון נאן פראפיטס און אקאדעמישע צענטערן אנגעפאקט מיט זיינע נאנטסטע סטראטעגיסטן און ראטגעבער, פילע פון זיי פארדינען מיליאנען ארבעטנדיג אויף אישוס וועלכע זענען אים נאנט צום הארצן און זיי שטיעיען גרייט אויפן מאמענט ווען ער וועט באשליסן אפיציעל צו מעלדן אז ער שפרונגט אריין אינעם פארמעסט
דער געוועזענער וויצע פרעזידענט האט ארויפגעשטעלט גאר שטרענגע באגרעניצונגען אויף זיינע פאנדרעיזינג אקטיוויטעטן ווי צום ביישפיל נישט אויפטרעטן פאר קארפארעיט פארזאמלונגען און נישט אדוואקאטירן פאר אויסלענדישע גרופעס ווי אויך היט ער זיך פון זיצן אויף אדער גיבן ראט פאר באורדס
זיינע נאן פראפיט ארגאנאזאציעס אקצעפטירן נישט קיין געלט פון אויסלאנד און די די ביידען קענסער אינציאטיוו אקצעפטירט נישט קיין געלט פון דראג פירמעס
די שטרענגע מאסנאמען וועלן העלפן ביידען זיך צו צעמענטירן מיט זיין אייגענעם זעלבסט דערקלערטן אימעדזש פון מיטל קלאס דזשאו וועלכע וועט זוכן צו אפעלירן צו בלויע קאלנער וויילער אין די מידוועסט שטאטן אריינשניידנדיג אין טראמפלאנד
ביידן ווערט שוין לאנג באצייכנט אלץ ווייט פון רייך אין קאנטראסט צו אנדערע פאליטיקאנטן פארלאזנדיג די ווייסע הויז זייענדיג ווערט אונטער א מיליאן דאלער (נישט אריינגערעכנט זיין הויז אין דעלעוועיר) מיט א מארגעדזש פון נאנט צו א מיליאן דאלער אין צוגאב צו נאך קלענערע לאונס
אין די יארן זינט דאן האבן די ביידנס פארדינט היבש מער א דאנק צו א סעריע פון דריי ביכער וועלכע איז לויט באריכטן ווערט 8 מיליאן דאלער
צוויי מאנאטן נאכן קאנטראקט מיטן פובליצירער האבן זיי זיך איינגעהאנדלט א וואקאציע היים פון זעקס שלאף צימערן נעבן וואסער אין זייער היימסטעיט דעלעוועיר אין די ווערט פון 2.7 מיליאן אנע מארגעדזש
ביי די איינציגסטע צוויי קארפארעיט אויפטריטן פאר קאנפרענצן וועלכע איז געווארן אראנזשירט דורך א פינאנציעלע סערוויסעס פירמע און א העדזש פאנד אנגעפירט דורך ענטאני סקאראמוטשי אבער ער האט דאן אוועקגעגעבן די געלט פאר וואוילטעטיגע צוועקן

די ריכטער האבן זיך היינט אומגעקערט צו די ארבעט נאך די ווינטער אורלויב און ארויסגעגעבן א רייע ארדערס
עס איז געווען ערווארטעט די מעגליכקייט אז די ארדערס וועט איינשליסן מעלדונגען אויב די געריכט אקצעפטירט קעיסעס פון נארישע געזעצן און בריות משונות און זייערע רעכטן ביי די ארבעט און דיסקרימינאציע
אויך קען קומען א מעלדונג איבער די מיסטריעזע מולער קעיס אקעגן אן אומאידענטיפיצירטע אויסלענדישע קארפארעישאן, אבער עווענטועל זענען געווען קיינע ארדערס היינט איבער נארישקייט, בריות משונות, גאן רעכטן און חוקי רציחה
קומענדיגע שאנס פאר נייעס איבער די קעיסעס וועט ערשט זיין פרייטאג

אין 2010 למספרם האט א פירמע באקאנט אלץ אסעדזש ווינט אפגעליעסט די רעכטן אויף א באדן פון 8400
פריוואטע אקער לאנד צו אינסטאלירן דארט ווינט טורביינען און האט אנגעהויבן גרובן ריזיגע לעכער אבער האט זיך באגעגנט מיט שטייפע קעגנערשאפט פון א געוויסע אמעריקאנע שבט וועלכע האבן פרובירט אפצושטעלן די פראיעקט אבער אן קיין ערפאלג
די פעדעראלע רעגירונג האט זיך שפעטער אנגעשלאסן אין די קאמף און גענומען די זייט פונעם שבט זאגנדיג אז די וויבאלד די ארבעט שליסט איין גרובונגען דארף די פירמע פארמאגן א ספעציעלע ליעס פאר גרוב ארבעט
די רעגירונג האט ארגינעל פארלוירן די קעיס אבער עס דאן אפעלירט צו די 10'טע סירקוט וועלכע האט געגעבן רעכט פאר די רעגירונג און די פירמע האט זיך דאן געוואנדן צום סופרים קאורט אבער די סאליסיטאר דזשענעראל האט געזאגט אז די סופרים קאורט דארף נישט ווערן פארמישט אין א קעיס וועלכע פארדינט ניטאמאל די העכסטע געריכטס אויפמערקזאמקייט
היינט אינדערפרי האט טאקע די געריכט געמאלדן אז זי אנטזאגט זיך צו אקצעפטירן די קעיס וועלכע באדייט אז די אורטייל פון די 10'טע דיסטריקט בלייבט אין פלאץ

די אטורני דזשענעראלס פון ניו יארק און מאסאטשוסעטס האבן אויסגעפארשט אויב עקסאן מאביל האט בייזוויליג פארפירט אינוועסטירער און די פובליק איבער קלימאטן טויש און די אפעקט וואס זי קען האבן איבער איר ביזנעסעקסאן האט זיך געוואנדן צום געריכט צו בלאקירן די אויספארשונג אבער די ריכטערין אין די דיסטריקט געריכט אין דרום ניו יארק האט עס אפגעווארפן שרייבנדיג אז די פירמע גייט ארויס פון זייער וועג אין א סטראטעגיע אז די בעסטע פארטידיגונג איז צו גיין אויף די אפענסיווע און אטאקירן די רעכט פון א יושר'דיגע אויספארשונג
אין 2016 למספרם האט זיך עקסאן געוואנדן צו א פעדעראלע געריכט באזירט אין דאלאס טעקסאס באשולדיגנדיג אז די אויספארשונג וועלכע איז געעפנט געווארן דורך די דעמאלטסדיגע ניו יארק אטוירני דזשענעראל שניידערמאן איז פאליטיש מאטיווירט און פארלעצט די קאנסטיטוציאלע רעכטן פון די פירמע
די טעקסאס דיסטריקט ריכטער איז געווען גאר סימפאטיש צו עקסאן און געגאנגען אזוי ווייט ווי פארארדענען אז די צוויי אטוירני דזשענעראלס זאלן פערזענליך ערשיינען פארנט פון זיין געריכט און אויפטרעטן מונדליך אבער עווענטועל נאך האט ער אנערקענט אין די ארגומענט פון די ניו יארקער אפיס אז ער האט מאנגלט יוריסדיקציע איבער די קעיס און דעריבער צוריקגעשיקט די קעיס קיין ניו יארק
די ניו יארקער ריכטערין איז האט זיך טאקע גאר אנדערש באצויגן צו עקסאן ווי די טעקסאז ריכטער און האט זיי אפט ארונטערגעריסן און אפן דערקלערט אז זי איז אנדערש ווי די טעקסאס ריכטער
די ארגומענט פון עקסאן האט זיך באצויגן צו געשפרעכן וואס די פראקורארן האבן געפירט מיט קלימאטן טויש אקטיוויסטן ביי א קאנפרענץ ווי על גאור איז געווען אנוועזנד און צייגט לויט זיי אז די אויספארשונג איז פאליטיש
היינט אינדערפרי האט די סופרים קאורט געזאגט אז עקסאן'ס ארגומענט איז נישט ריכטיג און מיט דעם אויסגעקלארט די וועג פאר די אויספארשונגען פארצוזעצן און ערלויבן די פראקורארן צו פארלאנגען דאקומענטן פון די פירמע וועלכע קענען אויסקלארן איר ראלע און די אנגעבליכע באשולדיגונגען

אין אן איבערראשנדע אנטוויקלונג וועט ריכטערין גינזבורג צום ערשטן מאל אין איר קאריערע פארפאסן די מונדליכע ארגומענטן אוון נישט זיין אנוועזנד אין געריכט נאר איבערקוקן די טראנסקריפטן פון די היינטיגע סעסיע

אין אנדערע נייעס האט די יוסטיץ דעפארטמענט פארלאנגט פון די געריכט אז די אבאמאקעיר קעיס זאל באקומען א פארלענגערונג אויף ביז ווען מען דארף אריינגעבן די דאקומענטן אין ליכט פונעם אנגייענדן רעגירונג פארשליסונג

סיעטאל קאונסיל מיטגלידער באזוכן ניו יארק סיטי צו ווארענען די באאמטע וועגן עמעזאן'ס אויסברייטערונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

.
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

א גרויסן יישר כח! ביטע אויב מען קען שרייבן צו וועלכע פארטיי מען געהערט D אדער R
הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעסמאן און פארזיצער אויף די ארמד סערוויסעס קאמיטע עדעם סמיט

סענאטאר קארפער

סענאטאר מארקי איבער סענאטארשע ווארען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח @הבל.

@משה 11, אפאר כללים, פאר די נעקסטע צוויי יאר איז יעדער קאנגרעסמאן וואס איז א פארזיצער א דעמאקראט, און א סענעטאר וואס רעדט איבער די 2020 פריימערי איז אויך א דעמאקראט.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צל עובר האט געשריבן:ישר כח @הבל.

@משה 11, אפאר כללים, פאר די נעקסטע צוויי יאר איז יעדער קאנגרעסמאן וואס איז א פארזיצער א דעמאקראט, און א סענעטאר וואס רעדט איבער די 2020 פריימערי איז אויך א דעמאקראט.


הבל האט געשריבען
סענאטאר קארפער: אויב דאנאלד טראמפ וועט זיין די רעפובליקאנער קאנדידאט גלויסב איך אז אסאך פון 'אונז' וועלן שטארק בעפארצוגן אז דזשאו ביידען זאל לויפן און איך וואלט געשטאנען אין שפיץ פון אזא באוועגונג



פין די ווערטער אונז זעט אויס אז ער איז יא א רופאבליקען
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”