א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 22, 2021 10:44 am

א דאנק פאר יעדן!

אביסל מקצר געווען מיט די נייעס און אויך איבערגעהיפט די געריכט באריכט

מיט אנטשולדיגוג

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג נובעמבער 22, 2021 1:16 pm

אדאנקהבל
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:17 am

דינסטאג וישב




וויצע פרעזידענט העריס האט נעכטן אינאיינעם מיט אמעריקא'ס סוירזשען דזשענעראל געמאלדן א פרישע אינציאטיוו פון די אדמיניסטראציע אז זיי וועלן זיי אויסגעבן 1.5 ביליאן דאלער צו העלפן אויסשפרייטן די העלט קעיר אינדוסטריע איבער אמעריקא צו דעקן אויך שוואכער באוויאנטער אבער מער אומגעזונטע ראיאנען וועלכע ליידן פון א מאנגל פון העלט קעיר צענטערן און שפיטעלער א שטייגער ווי מערערע רורעל געגנטער
אויך וועט זיך די פראגראם קאנצעטרירן צו רעקרוטירן מער מינאריטעטן אינעם העלט קעיר פעלד נאך וואס לויט סטאטיסטיק באטרעפן זיי איצט גאר א קליינע פראצענט
די פראגראם וועט נוצן פאנדינג פון די 1.9 טריליאן דאלער ווירוס סטימיולוס וועלכע דער פרעזידענט האט אונטערגעשירבן צוריק אין מערץ למספרם און וועט באלוינען דאקטוירים און קראנקן שוועסטער וועלכע זענען גרייט צו רייזן און ארבעטן און אין באטראפענע געגנטער מיט אזלעכע זאכן ווי שכר לימוד הילף און געלט צו דעקן הלוואות


*


מיט מער רעפובליקאנער וועלכע שטעלן זיך אונטער די נאמינאציע פון דזשעראם פאועל צו סערווירן אלץ פעדעראל רעזערוו פארזיצער פאר נאך א טערמין בלייבט צו זעהן אויב טראמפ וועט קריטיקירן די וועלכע פלאנען צו שטימען יא
טראמפ האט מיט בלויז 2 וואכן צוריק אין זיין האטעל אין פלארידא שארף אראפגעריסן פאועל אלץ איינע פון זיינע ערגסטע נאמינאציעס זאגנדיג אז ער האט געשעדיגט זיינע ווידערערוויילונג שאנסן


*


נאכפאלגענדיג די מעלדונג פון שאן פארנעל זיך ארויסצוציען פון די פענסילוועניע רעפובליקאנע סענאט פריימערי פארמעסט הערט מען אז די טראמפ צירקל האט נישט געלייגט סיי וועלכע דרוק אויף פארנעל צו פאקן פעק
מען הערט אבער יא אז פריוואט איז טראמפ געווארן זייער נערוועז אין די לעצטע טעג איבער פארנעל'ס שטאנד און געשוימט רעדנדיג צו זיינע געהילפן און זיי נאכאנאנד געצימבלט: אזא חורבן!, וואס אזאנס גייט דארט פאר? וואס האט פאסירט מיט דעם מאן?
באזונדער הערט מען אז דער געוועזענער פרעזידענט איז נישט אין קיין געיעג צו שענקן א באלדיגע אינדארסירונג פאר איינע פון די מחנה הנשאר לפליטה


*


ווי אייוועלט'ס קוק האט שוין באריכטעט האט טראמפ פארגעשלאגן פאר זיין געוועזענע אמבאסאדארשע לינדא בלענטשערד וועלכע לויפט דערוויל אין די אלאבאמא סענאט פריימערי אז זי זאל איבערלאזן די פארמעסט צו ערלויבן די טראמפ אינדארסירטע קאנגרעסמאן מו ברוקס באזיגן דעם דזשעף סעשאנס אינדארסירטע קאנדידאט און אנשטאט זאל זי אונטערנעמען א פריימערי אקעגן דעם גאווערנאר קעי איווי
אצינד הערט מען פון בלענטשערד אנדייטונגען אז זי באטראכט ערנסט די פארשלאג


*


דעמאקראטן אין אהייא טראגן אריין א קלאגע אקעגן די סטעיט באשטעטיגטע איבערגעמאכטע מאפע וועלכע קען פירן צו א קאנגרעס דעלעגאציע פון 13 רעפובליקאנער און בלויז 2 דעמאקראטן


*

רעדנדיג פון די אהייא מאפע הערט מען פון מערערע איינוואוינער אין די טונקל בלויע קאב קאונטי אז זיי זענען אומצופרידן זיך צו טרעפן אריינגעשטופט אין די דיסטריקט רעפרעזענטירט דורך קאנגרעספרוי גרין
זעלבסטפארשטענדליך אז די מחותנת'טע מצד השני קאנגרעספרוי גרין זעלבסט האט אויך אויסגעדרוקט איר אויפברויז אויפן צוואנג שידוך פון וועלכע קיינער איז נישט צופרידן סיידן די שדכנים אינעם לעגיסלאטור


*


רעדנדיג פון רעדיסטריקטינג האט די דרום קאראליינע סטעיט סענאט פאראויסגערוקט א מאפע אונטער וועלכע דער לאנגיעריגער דעמאקראטישע מאכטפולע סטעיט סענאטאר דיק הארפוטילאן וועט זיך טרעפן אינדרויסן פון אפיס


*


מען הערט אז די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע זעצט פאר מיט זייער איינפיר פון דעקן טראמפ'ס לעגאלע אויסגאבן שוין האלטנדיג באלד א יאר נאכן פארלאזן די ווייסע הויז
די קאמיטע באצאהלט פאר אדוואקאטן וועלכע רעפרעזענטירן דעם געוועזענעם פרעזידענט מיט אויספארשונגען איבער זיינע פינאנציעלע האנדלונגען אין ניו יארק


*


די סאושעל מידיא מענעדזשער פאר די דעמאקראטישע פארטיי אין א סובארבען שיקאגאו קאונטי איז פארשיקט געווארן נאכן פארגלייכן די מאנסטער וועלכע איז זונטאג אריינגעפארן מיט זיין קאר אין א מענטשן מאסע ביי א פאראדע צו קייל ריטענהויז


*


פלארידא ביזנעסמאן סטיווען אלפארד 62 יאר אלט דערקלערט זיך שולדיג אין פארן פרובירן ארויסצוקוועטשן 25 מיליאן דאלער פון די פאטער פון קאנגרעסמאן מעט געטץ וועלכע לאגט זיך מיט סקאנדאלן און אויספארשונגען
אלפארד האט פרובירט איינצורעדן פארן פאטער אז ער האט די נויטיגע פארבינדונגען און קען גאראנטירן צו ערלעדיגן א פארדאן פון פרעזידענט ביידען פאר זיין זוהן דעם קאנגרעסמאן
אלפארד קען אויסשטיין א מאקסימום פון 25 יאר טורמע אויף די קלאגעס


*


H&M איז א שוועדישע גאר באקאנטע נאציאנאלע קליידונג ריטעילער און איז אין אפריל 2016 למספרם געווארן אנגעקלאגט דורך יוניקאלערס פארן פארלעצן זייערע קאפירייט רעכטן

יוניקאלערס איז א קאליפארניע באזירטע פאבריק דעזיין פירמע מיט א לאנגיעריגע היסטאריע פון קלאגן מערערע פירמעס מיט קאפירייט פארלעצונגען אריינגערעכנט אזעלכע ריזן ווי עמעזאן, JC פעני, וואלמארט און נאך

אין די איצטיגע קעיס קריגן זיך די צוויי זייטן ביטערליך איבער וואס די פראגן אין די קעיס זענען און וואס די ריכטער זאלן באהאנדלען

יוניקאלערס האט אום פעברואר 2014 למספרם ערהאלטן באשטעטיגונג פאר די קאפירייט נאכן רעגיסטרירן אן איינצלנע פיילינג פאר 31 סארט מוסטערן און אנגעגעבן אז אלע 31 מוסטערן זענען געווארן פובליצירט אין די זעלבע צייט אויף די דאטום פון יונואר 5 2011 למספרם

א צייט שפעטער האט H&M ארויסגעשטעלט אן אנצוג און שעסל מיט א מוסטער ענליך צו איינע פון די 31 מוסטערן פון יוניקאלערס און ווי געזאגט האט יוניקאלערס זיי געקלאגט איבער דעם

לויט די געזעץ קען מען נישט איינשליסן מערערע מוסטערן אין איין גרויסע פיילינג (עפעס וואס פיילער זוכן צו טוהן זיך צו שפארן געלט) סיידן אלע פון די מוסטערן ווערן פובליצירט אין די זעלבע צייט

די טענות פון H&M איז באשטאנען פון א פארלאנג צו פסל'ן די פולע קאפירייט רעגיסטראציע צוליב וואס די פירמע האט פארפירט די קאפירייט אפיס מיטן אנגעבן אז זי האט פובליצירט "אלע" 31 מוסטערן אין די זעלבע צייט צייט

אויך האבן זיי גע'טענה'ט אז די 31 מוסטערן זענען געווען אזוי פארשידנארטיג און נישט ענליך איינע צום צווייטן אז עס איז נישט געווען אויסגעהאלטן זיי אלע צו פיילן אין אן איינצלנע פיילינג כללי

יוניקאלערס האט געזאגט אז די פיילינג פון אלע 31 איז יא געווען איין גרויס פיילינג און אויסגעהאלטן אבער H&M האט פארפירט אז יוניקאלערס האט פארקויפט טייל פון די 31 געוויסע פאר פירמעס און שפעטער אנדערע פון פון די 31 פאר אנדערע פירמעס וואס דאס איבערצייגט אז די מוסטערן זענען נישט איין פעקל ענליכע מוסטערן און בכלל נישט געווען פובליצירט אין די זעלבע צייט נאר טייל פון זיי זענען געוויזן געווארן פאר א געקליבענע צאהל פאטענציאלע קונדן אבער נישט געווען עוועילעבל פארן ברייטן פובליק און צוליב דעם קען מען עס נישט פיילן אויף איינמאל

אין פאקט זענען צו ערשט בלויז טייל פון די מוסטערן ארויסגעשטעלט געווארן אין זייער שאו רום אבער לויט יוניקאלערס זענען שפעטער אין טאג די איבריגע געווארן פובליצירט באיזה אופן

אינעם דיסטריקט געריכט האט H&M פארלוירן ווען די דזשורי האט אין דעצעמבער 2017 למספרם געפונען אז זיי האבן פארלעצט די קאפירייטס פון יוניקאלערס און אז די קאפירייט אפליקאציע איז יא געווען אויסגעהאלטן און פארארדנט H&M צו פארגיטיגן יוניקאלערס מיט 846,720 דאלער

די אורטייל פונעם דיסטריקט געריכט האט געלויטעט אז
1) יוניקאלערס איז געווען אויפריכטיג ביים פובליצירן די אלע מוסטערן אין איין גרויסע פיילינג
2) אפילו אויב מען זאל אננעמען אז עס איז נישט געווען בארעכטיגט פאר איין גרויסע פיילינג איז עס א לעגאלע פראגע מיט א יורידישע באשלוס און יוניקאלערס האט נישט געמוזט וויסן אז דאס איז טאקע די געזעץ

באזירט אויף דעם קען מען נישט באצייכענען זייער "איין פיילינג" דעקלעראציע אלץ פאלשע אינפארמאציע ווייל לויט די געזעץ פסל'ט מען נישט קיין אפליקאציעס פאר רוטינע גרייזן וועלכע זענען פארשטענדליך ולא נתנה החוק למלאכי השרת און בלויז בייזוויליגע פאלשע אינפארמאציע פסלן'ן אפליקאציעס און H&M דארף אויפווייזן אז יוניקאלער האט בייזוויליג פארפירט די קאפירייט רעדזשיסטער אפיס

H&M האט עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט אנגענומען די טענות אין צוריקגעשיקט די קעיס צום אונטערשטן געריכט מיט א פארארדענונג אז זיי זאלן עס צוריקשיקן צום קאפירייט רעדזשיסטער פאר איבערזיכט

(די קאפירייט געזעץ לויטעט אז ווען א קלעגער ברענגט א באקלאגעניש אז א געוויסע קאפירייט איז נישט ריכטיג געווארן געפיילט/באשטעטיגט און די געריכט אנערקענט די טענה אלץ ערנסט דארפן זיי עס צושיקן די קאפירייט רעדזשיסטער וועלכע האט רעגיסטרירט די מוסטער/אינציאטיוו און אויב זיי שטימען איין אז עס האט א פסול ווערט די קאפירייט ווערדלאז)

די ניינטע קרייז געריכט האט אפגעווארפן ביידע באשלוסן פון די דיסטריקט געריכט און געקומען צום אויספיר אז
1)די אינפארמאציע איז יא געווען אומריכטיג ווייל עס איז נישט געווארן פובליצירט בבת אחת צוליב דעם אומבארעכטיגט צו איין גרויסע פיילינג 2) אז עס איז אזוי אומריכטיג צו טענה'ן אז טראץ וואס נישט אלע מוסטערן זענען געווען אויסגעשטעלט אינעם שאו רום הייסט עס נאך אלץ איין גרויסע גרופע פון מוסטערן פובליצירט אין די זעלבע צייט און דאס קען נישט ווערן באצייכנט אלץ רוטינע גרייזן וועלכע זענען פארשטענדליך און אז "אומפארשטענדליכע גרייזן" וועלכע קענען נישט ווערן געהעריג ערקלערט איז גענוג צו פסל'ן אן אפליקאציע און עס פאדערט זיך נישט פון H&M צו איבערצייגן אז יוניקאלערס האט בייזוויליג ליגן געזאגט אין די אפליקאציע

יוניקאלערס האט אפעלירט די באשלוס צום סופרים קאורט און אנגעוויזן אז לויט פריערדיגע פרעצעדענט פונעם ניינטן קרייז געריכט און אזוי אויך איז די שטעלונג פון א רייע אנדערע געריכטן ווי די עלפטע קרייז געריכט אז לויט די געזעץ קען מען בלויז פסל'ן א רעגיסטרירטע קאפי רעכט אויב דער אפליקאנט האט בייזוויליג אריינגעשריבן אומריכטיגע אינפארמאציע צו פארנארן די אפיס און ארויסווישן א באשטעטיגונג וועלכע זיי וואלטן נישט געגעבן אן די פאלשע אינפארמאציע אבער אינעם איצטיגן פאל זאגן זיי קלאר איז לכל היותר געווען א גרייז צוליב וואס יוניקאלערס האט נישט אויסגעטייטשט די פארלאנגען פון אן איינצלנע פיילינג אזוי שטרענג ווי עס פארלאנגט די ניינטע קרייז געריכט פאנעל

ווי עס איז די שטייגער פון די סופרים קאורט צו בעפארצוגן קעיסעס פון קרייז געריכט קאנפליקטן האבן זיי אקצעפטירט די קעיס

אבער ווען עס איז געקומען די צייט פאר די צוויי זייטן פארצושטעלן זייער קעיס שריפטליך האט יוניקאלערס רעקרוטירט א נייע גרופע אדוואקאטן און אנשטאט באקעמפן די הנחה פון די ניינטע קרייז פאנעל אז H&M דארף נישט איבערצייגן אז יוניקאלערס האט בכוונה געזוכט "אויסצונארן" די קאפירייט אפיס האבן זיי זיך קאנצעטרירט איבער די שטעלונג פון די ניינטע קרייז פאנעל אז עס איז גענוג פאר אן אומערקלערבארע גרייז אין די אפליקאציע עס צו פסל'ן (אפילו אן קלארע באווייז אז יוניקאלערס האט פאקטיש געוואוסט אז עס איז אומריכטיג) ) אבער געשריבן פארן סופרים קאורט אז די סטאנדארט פון "אומפארשטענדליכע גרייז באדייט אז עס איז אזוי אומפארשטענדליך אז עס איז קלאר אז דער אפליקאנט האט "געוואוסט פון די גרייז" אבער אין דעם פאל זינט עס איז נישט געווען אן עראר אין פאקטן נאר ליבערשט א פארשטענדליכע גרייז צוליב וואס די פירמע האט נישט געוואוסט ווי אזוי אפצולערנען די באדייט פון "פובליצירן בבת אחת" כהבנת די ניינטע קרייז פאנעל איז נישטא קיין באווייז אז יונקאלערס האט "געוואוסט" אז זיי גרייזן און צוליב דעם הייסט עס יא א "פארשטענדליכע גרייז"

H&M האט זיך גיך צוגעכאפט צו די טויש און אין זייער קאנטער ארגומענט פארלאנגען זיי אז געריכט זאל ארויסווארפן די גאנצע קעיס צוליב וואס יוניקאלערס שפילט אויס די סופרים קאורט

זיי טענה'ן אז מען זעהט קלאר אז יוניקאלערס איז קאנצעטרירט אין זייער ארגומענט בלויז אויפצואווייזן אז "עס הייסט יא א פארשטענדליכע גרייז" זינט מען דארף איבערצייגן אז "זיי האבן געוואוסט" אז עס איז א גרייז (אנשטאט טענה'ן אז אפילו אן אומפארשטענליכע גרייז איז נישט גענוג און בלויז בייזוויליגע פאלשע אינפארמאציע קען פסל'ן) און דערמיט זוכן זיי צו באקומען אן אורטייל פונעם סופרים קאורט אז אפילו אויב (די ניינטע קרייז פאנעל איז גערעכט און) אן "אומפארשטענדליכע גרייז" איז גענוג צו פסל'ן אן אפליקאציע און עס פעלט נישט אויס באווייז פון בייזוויליג פארפירן די אפיס זאלזיך אבער פארלאנגען באווייז אז זיי האבן כאטש געוואסט אז עס איז א גרייז

טענה'ט H&M אז יוניקאלערס האט געוואוסט אז עס מוז נישט זיין אז די סופרים קאורט וואלט אקצעפטירט אזא פראגע (צו די ספעציפישע גרייז הייסט יא פארשטענדליך צוליב מאנגל אין באווייז אז זיי האבן געוואסט אז עס איז א גרייז) און דעריבער האבן זיי נישט גענוצט אט די פראגע ביים בעטן אז די געריכט זאל אקצעפטירן די קעיס נאר דאן געזאגט פארן געריכט אז זיי זוכן איבערצודרייען די גאנצע הנחה פון די ניינטע קרייז פאנעל און אז די געריכט זאל נעמען די שטעלונג פונעם עלפטן קרייז געריכט אז צו פסל'ן אן אפליקאציע איז אפילו אן "אומפארשטענדליכע גרייז" נישט גענוג און באווייז אז מען האט געוואוסט פונעם גרייז איז נישט גענוג נאר נאר מען דארף איבערצייגן אז דער אפליקאנט האט געזוכט בייזוויליג צו פארפירן די קאפירייט אפיס

זיי פירן אויס אז ביים בעטן פאר א גרענט איז יוניקאלערס געגאנגען מיט די פראגע צו עס פעלט אויס בייזווייליגע ליגן צוליב וואס אויף דעם איז דא א קרייז געריכט שפאלט וועלכע די געריכט טוט נאטורליך לייכטער אננעמען אבער איינמאל די געריכט האט עס אקצעפטירט ווילן די אדוואקאטן ארויסבאקומען א שטארקערע אורטייל אז אפילו אויב די ניינטע קרייז פאנעל איז גערעכט אז עס פעלט נישט אויס קיין באווייז אויף ליגן איז אזא פאל פאררעכנט אלץ פארשטענדליכע גרייז צוליב מאנגל אין באווייז אז זייה האבן געוואוסט אז עס איז א גרייז

באזונדער שרייען זיי אז וויבאלד די פראגע (צו מען מוז אויפווייזן אז יוניקלארעס האט פאקטיש געוואוסט פונעם גרייז) איז נישט געווארן געהעריג דעבאטירט און אויסגעקנאטן אינן די אונטערשטע געריכטן ווי די דיסטריקט און סירקוט קאורט האבן בעיקר זיך געראנגלט אויף די פראגע צו מען דארף איבערצייגן אז דער אפליקאנט האט בייזוויליג פארפירט די אפיס, דעריבער איז די ערשטע פראגע וועלכע יוניקאלרעס האט אריינגעצוואונגען די ריכטער אויסצוהערן נאכך רוי און נישט גרייט פאר פריים טיים און די סופרים קאורט דארף ערלויבן אז די אונטערשטע געריטן זאלן עס באהאנדלען איידער זיי נעמען זיך דערצו

געוויסע אויסגעצייכנטע סופרים קאורט עקספערן האבן ערווארטעט אז ווען די געריכט וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן וועט גיין פייער פון די באלאטעס איבער די פראגע צו די געריכט איז טאקע געווארן אריינגענארט און צו זאלן בכלל באהאנדלען די פראגע וועלכע יוניקאלערס האט זיי איבערגעקלוגט און אריינגערוקט איבערהיפנדיג פון עס פארשטעלן ביים פארלאנגען אז די געריכט זאל זיי אויסהערן אדער זאלן זיי עס צוליב דעם ארויסווארפן אינגאנצן

ווען עס איז אבער געקומען למעשה זענען די אויבנדערמאנטע עקספערטן געכאפט געווארן אין סורפרייז ווען די ריכטער זענען געווען גאנץ סקעפטיש איבער די באקלאגעניש און יא גענומען די ריכטונג אז איינמאל מען באהאנדלט שוין די קעיס זאל שוין זיין געמאכט און זיך יא קאנצעטרירט אויף די פאקטישע ארגומענטן אן דעבאטע איבער די אפעלאט אויפן ניינטן קרייז פאנעל

ריכטער אליטא האט יא אויסגעקוקט אביסל בייז אויף די שטיק פון יוניקאלערס איבערצוקלוגן די געריכט און ריכטער טאמאס האט אויך געפרעגט איבער דעם אבער אין אלגעמיין איז די אטמאספערע געווען אז את מה שנעשה אין להשיב און אז מען זאל זיך נישט צופיל שטעלן דערויף

ריכטערין קעיגען האט געזאגט אז זי זעהט נישט אזא דראמאטישע טויש אין די פון די פעטיציע (אז בלויז באווייז אויף בייזוויליג פארפירן די געריכט איז גענוג) ביז די שריפטליכע ארגומענטן (אז באווייז אז מען האט האט געוואוסט אז די אינפארמאציע איז גרייזיגזאל זיך אויספעלן) און אז די דיפערענץ איז גענוג דקות'דיג נישט צו מאכן קיין עסק דערפון

ריכטער קעווענאו האט אויך באצייכנט די טענה אלץ אומאיבערצייגנד ספעציעל אלץ אן אויסרייד זיך ארויסצודרייען פון באהאנדלען א גאר וויכטיג פראגע מיט שריפטליכע ארגומענטן פון ביידע זייטן גוט אונטערגעבעט און קלאר אויסגעשמועסט

אויך ריכטער ברייער האט אנערקענט אז די קעיס איז למעשה פארנט פון די ריכטער און צוליב דעם איז פאסיג אז די געריכט זאל עס באהאנדלען

אריבער צו די פראגע זעלבסט פארנט פון די ריכטער אויב עס פאדערט זיך פון H&M צו איבערצייגן אז יוניקאלערס האט "פאקטיש געוואוסט" אז די אינפארמאציע איז גרייזיג עס צו קענען באצייכענען אלץ אומפארשטענדליכע גרייז אדער איז גענוג אדער איז איז גענוג צו איבערצייגן אז עס איז אזא שטארקע גרייז "אז עס איז אומפארשטענדליך צו זאגן אז דער אפליקאנט האט נישט געוואוסט דערפון"

די דאמינירנדע שטימונג אין געריכט זאל האט אויסגעקוקט צו זיין מער גונסטיג פאר יוניקאלערס ווען די ריכטער האבן אויסגעדרוקט זארג אויב זיי גיבן רעכט פאר H&M וועט עס מאכן צי לייכט פאר קאפירייט פארלעצער זיך ארויסצודרייען פון קאנסקווענצן אויף זייערע שריט

די קלארסטע סטעיטמענטס זענען געקומען פון ריכטער קעווענאו, גארסוטש און ראבערטס

קעווענאו צום ביישפיל האט געזאגט אז אויב זאל ער גיין מיט H&M וועט עס פירן אז קאפירייט אייגנטומער וועלכע זאגן נישט קיין ליגן נאר זענען בלויז אביסל צומישט איבער געוויסע לעגאלע רעגולאציעס און פארלאנגען וועלן אויסשטיין צו פארלירן אסאך געלט און אין די דאזיגע פאל האנדלט זיך עס פון הונדערטער טויזנטער דאלארן אין אנטשעדיגונג

ווען די אדוואקט פון H&M, פיטער סטריס, האט געענטפערט אז קאפירייט אפליקאנטן קענען לייכט באקומען קלארע אינסטרוקציעס און ראט פון די קאפירייט אפיס וויאזוי אויסצופולן די אפליקאציעס ווי עס באדארף צו זיין האט גארסוטש עס אוועקגעמאכט און געזאגט אז אסאך האלטן אז דאס איז א קאמפליצירטע פראצעדור און עס זענען פארהאן אומצאליגע וויכטיגע פראגן וועלכע קיין לעבעדיגע בשר ודם קען פילייכט נישט קלאר פארשטיין די גאנצע קאפיטל פון קאפירייט געזעצן
ער האט אויסגעפירט אז ווען עס קומט צו געזעצן מיט אזעלכע אנגעשטרענגטע און קאמפליצירטע רעגולאציעס קען מען נישט ארויפשפרונגען אויף יעדע קליינע פארנאכלעסיגטע אפליקאציע עראר

אויב איז עס נישט גענוג געווען פאר סטריס האט נאך ראבערטס צוגעגעבן זאלץ צו די וואונדן און אויך רעאגירט אויף זיין טענה אז אז אפליקאנטן קענען באקומען קלארע ראט ווי אזוי אויסצופולן דעם דאקומענט

ראבערטס האט אים געענטפערט אז די סיסטעם איז געמאכט געווארן צו ערמעגליכן פאר אפליקאנטן עס אליין אויסצופולן און ווען עימיצער קלערט אז ער איז אויפגעקומען און ערצייגט עפעס וואס איז בארעכטיגט צו באקומען קאפירייט זאל ער נישט מוזן אויפנעמען א גרויסע געזעץ פירמע וועלכע זאל אים באגלייטן און לערנען ווי אזוי זיך אומצוגיין

קעווענאו האט שפעטער געפרעגט פון סטריס אויב ער וואלט איינגעגאנגען אויף א פשרה אורטייל וועלכע זאל פסל'ן אפליקאציעס אויב די גרייז איז אומפארשטענדליך אבער בלויז אויב די אומפארשטענדליכקייט פון די גרייז איז אזוי שטארק אז עס טוט שרייט ארויס אז דער אפליקאנט האט פיין געוואוסט אז עס איז א גרייז און אומריכטיג

קעווענאו האט געוואלט הערן פון סטריס אויב ער וואלט געווען צופרידן מיט אזא בריק צוזאמצוברענגן די צוויי זייטן און כאטש שענקן פאר זיין קליענט א האלבע פונעם טארט

די איינציגסטע וועלכע האט יא ארויסגעוויזן היבשע סקעפטיציזם אין יוניקאלערס שטעלונג איז געווען ריכטערין סאטאמאיאר וועלכע האט אויסגעדרוקט זארג איבער די פארמערונג פון וואס זי באצייכנט אלץ "טראלס" (א טערמין ברייט באנוצט אויף אייוועלט) וועלכע קלויבן צוזאם מערערע קעיסעס פון מעגליכע קאפירייט פארלעצונגען און פארפלייצן די געריכט מיט טויזנטער אזעלכע קעיסעס און א שיינע פראצענט פון אנגעקלאגטע פאלן דערפאר און קאמפענצאסירן ד קלעגער אינדרויסן פון געריכט צו פארמיידן לענגערע פארצווייגטע געריכט קאמפן

זי האט געטיילט מיטן פינגער אויף יוניקאלערס וועלכע איז אן קיין צווייפל א מולטי קאפירייט קלעגער וועלכע רייסט ארויס געלט פון גאר אסאך ריטעילערס

סאטאמאיאר האט קלארגעשטעלט אז זי באצייכנט נישט יונקאלערס אלץ א טראל אבער אויסגעדרוקט אירזא זארגן מיט טראלס אין אלגעמיין..

איבער די פראגע פארנט פונעם געריכט זאגט די ריכטערין אז זי וויל ארויסהאבן א וועג ווי אזוי מען קען פונאנדערשיידן צווישן אן עכט אויפריכטיגע גרייז פאיבער א געזעץ און א פאל פון א סאפיסטיקירטע פארטיי/פירמע וועלכע פארגינט זיך גרינג צו באראטן מיט געניטע אדוואקאטן באגייט א גרייז וועלכע וואלט לייכט געקענט איבערגעקוקט און פארראכטן ווערן איידער מען שיקט אריין די אפליקאציע

אין אנדערע ווערטער איז זי נישט אזו באקוועם צו גיין בלינדערהייט מיט די הנחה אז מען דארף פארשטיין קלענערע פיילער וועלכע קענען זיך נישט אויס און ערלויבן זיך נישט קיין אדוואקאטן ווייל אזאנס וואלט אויטאמאטיש באשוצט גרעסערע פירמעס וועמענס אדוואקאטן וועלן אויך אויסנוצן די זעלבע זכות און אומשולדיגע גרייז אויסרייד

די איבריגע ריכטער האבן זיך אבער מער געקימערט צו באשוצן דעם קליינעם מאן וועלכע פארמאגט נישט קיין אדוואקאטן און ווינציגער איבער די "טראל" ערשיינונג

דער איינציגסטער אנדערער ריכטער צו ערווענען די טראל פראבלעם איז געווען ריכטער ברייער און אפילו ער איז אויך נישט געווען גאר צוטראגן איבער די פראבלעם נאר זיין הויפט זארג איז געווען ענליך צו די איבריגע ריכטער און ער האט געוואלט וויסן ווי אזוי מען קען באשוצן "דזשאו סמיט וועלכע זיצט שוין אין זיין קעלער פאר פערציג יאר באשרייבנדיג די היסטאריע און לעבן און שאפן פון זיין שטוב באשעפעניש

ווי אלעמאל קען מען נישט פאראויסשאצן אויף זיכער וועלכע ריכטונג די געריכט וועט נעמען ביים שרייבן זייער אורטייל אבער אויב ריכטער קעווענאו וועט שרייבן די אורטייל זאל עס קיינעם נישט איבערראשן און אזוי אויך זענען דא שאנסן אז די געריכט זאל צוריקשיקן -די פראגע צו מען מוז איבערצייגן אז דער אפליקאנט האט פאקטיש געוואוסט פונעם גרייז- צו די נידריגע געריכטן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:45 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

קוק אויף דיך אליינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:28 am

הכל הבל האט געשריבן:

רעדנדיג פון רעדיסטריקטינג האט די דרום קאראליינע סטעיט סענאט פאראויסגערוקט א מאפע אונטער וועלכע דער לאנגיעריגער דעמאקראטישע מאכטפולע קאנגרעסמאן דיק הארפוטילאן וועט זיך טרעפן אנדוריסן פון קאנגרעס


לויט מיינע ידיעות איז נאר דא איין דעמעקראטישע קאנגרעסמאן אין דרום קאראליינע, "דזשעימס קלייבורן"

מה זה דיק הארפוטילאן ???

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:37 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:

רעדנדיג פון רעדיסטריקטינג האט די דרום קאראליינע סטעיט סענאט פאראויסגערוקט א מאפע אונטער וועלכע דער לאנגיעריגער דעמאקראטישע מאכטפולע קאנגרעסמאן דיק הארפוטילאן וועט זיך טרעפן אנדוריסן פון קאנגרעס


לויט מיינע ידיעות איז נאר דא איין דעמעקראטישע קאנגרעסמאן אין דרום קאראליינע, "דזשעימס קלייבורן"

מה זה דיק הארפוטילאן ???

אנטשולדיגט פארן גרייז
שוין פארראכטן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:38 am

.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 12:21 pm

געלעזט און הנאה געהאט

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 12:59 pm

א דאנק הבל!

איך האב פשוט נישט קיין אנדערע ווערטער
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 1:21 pm

א הארציגן דאנק פאר אלע פידבעקער דא און אינעם געריכט אשכול און איבעראל!

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 3:18 pm

א ריזן דאנק, עס איז אומבאגרייפליך וואס דו ווארפסט דא צוזאם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 3:22 pm

עירוב תבשילין האט געשריבן:א ריזן דאנק, עס איז אומבאגרייפליך וואס דו ווארפסט דא צוזאם

יישר!
שטארק געצווייפלט צו די דאזיגע קעיס וועט נישט זיין לאנגווייליג און עס איז אינטערסאנט צו זעהן ווי מען קען נישט אלעמאל אויסרעכענען פונקט וועלכע קעיס עס וועט ציען מער אדער ווייניגער אינטערעסע

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 3:24 pm

הכל הבל האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:א ריזן דאנק, עס איז אומבאגרייפליך וואס דו ווארפסט דא צוזאם

יישר!
שטארק געצווייפלט צו די דאזיגע קעיס וועט נישט זיין לאנגווייליג און עס איז אינטערסאנט צו זעהן ווי מען קען נישט אלעמאל אויסרעכענען פונקט וועלכע קעיס עס וועט ציען מער אדער ווייניגער אינטערעסע

עס ציט שטארקע אינטערעסע!

אויב קענסטו ממש נישט באשליסן וועלכע צו ברענגען ברענג אלע....
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1386
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך א נייער » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 7:40 am

הבל, געשמאקע קאקאש.
שוין לאנג נישט געזעהן...
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 12:03 pm

.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 29, 2021 10:17 am

מאנטאג מקץ




פרעזידענט ביידען וועט אדרעסירן די פרישע אמיקראן סטרעין ארום 11:45
באזונדערע קאמענטארן וועלן נאכפאלגן אביסל שפעטער איבער די אנגייענדע סופליי קייט קריזיס


*


פלארידא פאליטיקאנטן פון ביידע פאליטישע פארטייען ברויזן אויף פלענער פון די סטעיט דעפארטמענט אראפצונעמען די טעראר דעזיגנאציע פון די קאלאמביע פארק סעפעראטיסטן גרופע

פארק איז ברייט באקאנט אלץ א בלוטיגע רעוואלוציאנערע קראפט וועלכע פארוויקלט שוין די צופליקטע לאנד פאר יארן לאנג אבער אין די לעצטערע יארן האבן פארמיטלער באוויזן צוזאמצוברענגן די גרופע מיט די רעגירונג און אן היסטארישע פרידן אפמאך איז געווארן אויסגעהאמערט ווען די גרופע האט אראפגעלייגט די געווער און עס ראיבערגעגעבן פאר די יו ען און פארמירט אן אייגענע פאליטישע פארטיי

א קלענערע שפלינטער גרופע האט זיך אבער יא גרופירט און פונדאסניי זיך באוואפנט אין א קאמף אקעגן די רעגירונג באשולדיגנדיג די רעגירונג פארן נישט נאכקומען אלע טיילן פונעם אפמאך

אצינד גרייט זיך די ביידען אדמיניסטראציע אראפצונעמען די טעראר דעזיגנאציע פון די גרופע/פארטיי און עס אנקלעבן אויף די קלענערע רעשטלעך קעמפער וועלכע האבן זיך אפגעריסן פאר זיך

פלארידא וועלכע איז די היים פאר די גרעסטע פראצענט פון קאלאמביאנער אמעריקאנער איז די שטימונג גאר פיינטליך אקעגן די פארק גרופע נאך יארן פון טעראר און שרעק וואס זיי האבן אנגעזייעט אין זייער היימלאנד און מענטשן זענען נאכנישט גרייט צו פארדייען דאס נארמאליזירן די גרופע און די פראגע צופליקט דעמאקראטן אין פלארידא וועלכע מוזן נעמען שטעלונגען דערויף

גאווערנאר דסאנטיס און סענאטר רוביא האבן שוין עפנטליך אראפגעריסן די אדמיניסטראציע אבער אויך א רייע דעמאקראטן, אריינגערכנט די וועלכע פארמעסטן זיך פאר אין די גאווערנאר פריימערי האבן שארף אראפגעריסן די שריט אלץ שלעכטע פאליסי און שלעכטע פאליטיק גלויבנדיג אז די שאנסן פאר דעמאקראטן צו געוואונען אין פלארידא וועלכע איז שוין איצט אנגעשטרענגט אין טייל צוליב דעמאקראטישע פרא קובא נארמאליזאציע שטעלונג וועט נאר ערגער ווערן מיט די פארק קאלאמביא פעלדונג וועלכע וועט ווערן שלעכט אויפגענומען ביי די םפלארידא קאלאמביא פאפולאציע


*


סענאטארן קערן זיך היינט צוריק צו די ארבעט אום 3 אזייגער און א 5:30 אפשטימונג איז געסקעדזשועלט מיט די האפענונג צו קענען פאראויסרוקן די פארטיידיגונגס ביל
קאנגרעסלייט וועלן זיך ערשט צוריקקערן מארגן דינסטאג

וואשינגטאן וועט זיך דארפן ספראווען מיט מערערע פריאריטעטן אין די קומענדיגע טעג אריינגערעכנט דאס פינאנצירן די רעגירונג בעפאר דעצעמבער 3 למספרם, באשטעטיגן א פארטיידיגונגס ביל, העכערן די חובות דאך און באשטעטיגן די בודזשעט רעזאלוציע


*


געוועזענע פלארידא אפריקאנע אמעריקאנע קאנגרעספרוי מיעק אפגעשטארבן אין עלטער פון 95


*


פלארידא סענאטאר ריק סקאט ביישטייערט זיין געהאלט פון די דריטע קווארטאל למספרם צו דריי פלארידא עסן בענק


*


געוועזענע פארטיידיגונגס סעקרעטאר אונטער טראמפ, מארק עספער טראגט אריין אנקלאגע אקעגן די פענטאגאן פאר פארלעצ זיינע ערשטע אמענדמענט רעכטן מיטן צענזורירן גרויסע טיילן פון א מעמואר וועלכע ער גרייט זיך צו פובליצירן

עספער פלאנט צו ערשיינען מיט א בוך איבער זיינע יארן אין די ארמיי און שפעטער אין די פארטיידיגונגס דעפארטמענט אבער באקלאגט זיך אז די דעפארטמענט האט דורכגעפירט אן אומגעווענליך לאנגע איבערזיכט פון עטליכע מאנאטן און פארמעקט וויכטיגע טיילן פון זיינע ווערק וועלכע איז לויט אים נישט קלאסיפיצירטע אינפארמאציע און זיי האבן לויט אים נישט אנגעגעבן סיי וועלכע געהעריגע ערקלערונג

עספער באשולדיגט אויך אז אין די צייט וואס די דרעפט איז געוואןר איבערגעקוקט דורך דעפארטמענט אנגעשטעלטע זענען א רייע געשיכטעס און עפיזאדן ארויסגערינען און געווארן פובליצירט אין די מידיא


*


רעפובליקאנער שארפן זיך שוין די ציין צו קאפיטאליזירן איבער די שטייגנדע אינפלאציע ראטעס און נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע פארזיצער פלארידא סענאטאר ריק סקאט אייסערט זיך אז די טעמע וועט אנזייען פארניכטונג ביי דעמאקראטן


*


די טשעימבער אוו קאמערץ וועלכע האט פאריאר געשטיצט די קאמפיינס פון א רייע דעמאקראטן האט סיגנאלאזירט אז דאסמאל זאלן קאנגרעס דעמאקראטן וועלכע האבן געשטימט פאר די בודזשעלוציע (אלע אויסער איינער) נישט רעכענען אויף זייער שטיצע


*


מיזורי קאנגרעסמאן בילי לאנג זאגט אז ער ארבעט שווער צו באקומען טראמפ'ס אינדארסירונג אין די אנגעלייגטע רעפובליקאנע סענאט פריימערי
לאנג: איך בין עימיצער וועלכע איז געווען מיט אים פונעם ערשטן טאג און קיינמאל פארלאזט
איך פרוביר אים צו איבערצייגן איז אז ער דארף שנעל ווערן פארמישט דערין אין ענדיגן די פארמעסט


*


דאנא אימאם וועלכע איז געווען די דעמאקראטישע נאמיני אין טעקסאס 31 אין 2020 למספרם מעלדט איר קאנדידאטור פאר די נייע 37'סע אוסטין באזירטע דיסטריקט


*


הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך תצוה

אריבער אין די 28'טע דיסטריקט אין טעקסאס איז פארגעקומען אן ענליכע שלאכט אבער אויף די דעמאקראטישע זייט ווען הענרי קולער האט געדארפט אפשלאגן א ליבעראלע פריימערי קעגנער פרוי סיסנעראס און ער האט איר טאקע באזיגט מיט 51.8% צו 48.2%


סיסנעראס וועט ווידעראמאל לויפן אקעגן קולער


*


א קענסאס סטעיט סענאטאר וועלכע איז געווארן אנגעקלאגט מיט עטליכע וואכן צוריק פארן אטאקירן זיין ברודער איז אצינד געווארן ארעסטירט פארן דרייוון אונטער די איינפלוס


*


א באריכט שפעקולירט צו טראמפ וועט זוכן אן אפריקאנע אמעריקאנע אדער פרוי מיטלויפער אדער ענדערש עימיצער שטארק לאיאל און אין וועם ער האט מער צוטרוי א שטייגער ווי ריק גרענעל
אויב זאל ער גיין מיט א מינאריטעט ווערן דערמאנט אזעלכע נעמען ווי סענאטאר טים סקאט אדער אייאווע גאווערנאר קים רעינאלדס וועם טראמפ קען גלייכן


*


עס איז לעבעדיג אין פענסילוועניע וואו צענדליגער טויזנטער וועלכע האבן ערהאלטן ארבעטסלאזע בענעפיטן ווערן פארלאנגט צוריקצוצאהלן געלט וועלכע זיי האבן שוין פארנוצט
עס האנדלט זיך נישט פון שווינדל קלעימס נאר פעלער אין וועלכע די סטעיט האט געגרייזט און איבערגעצאהלט פאר מענטשן


*


קאנגרעסמאן עדעם שיף זאגט אז די יונואר 6 למספרם קאמיטע פלאנט צו פאסן א באשלוס אויב צו שיקן א קרימינאלע ריפוירל איבער מארק מעדאוס צו די יוסטיץ דעפארטמענט פארן נישט קאאפערירן מיט א סוביפנע צו ערשיינען פאר א פארהער


*


מארגן דינסטאג וועט א פאנעל אויפן די סי סירקוט אויסהערן די קעיס פון טראמפ אקעגן די יונואר 6 למספרם קאמיטע וועלכע וויל לייגן א האנט אויף קאמיוניקאציע צווישן דעם געוועזענעם פרעזידענט און זיינע געהילפן אין די טעג ארום די קעפיטאל איבערפאל


*


די סופרים קאורט איז איינגעגאנגען אויסצוהערן די רעכט פון צפון קאראליינע געזעצגעבער צו פארטייידיגן די סטעיט'ס וויילער איי די געזעץ וועלכע ווערט באשולדיגט אין ראסע דיסקרימינאציע
די טענה פון די לעגיסלאטור איז געווען אז זיי געטרויען נישט די סטעיט אטוירני דזשענעראל (דעמאקראט) צו שטאנדהאפטיג פארטיידיגן די סטעיט געזעץ


*


די פעדעראלע פשרה אקט בעסער באקאנט מיט איר אקראנים FAA איז א געזעץ וועלכע באשטימט ווי אזוי די געריכט סיסטעם זאל זיך אומגיין ווען מענשטן און פארטייען צווישן זיך טוען לעזן זייער געפעכטן ארויס פון די געריכט דורך זיך אראפבונדן צו אקצעפטירן די באשלוס פון א מפשר

די געזעץ טוט דורך אירע מערערע סעקשאנס פארשרייבן ווי אזוי סטעיט און פעדעראלע געריכטן צוגלייך זאלן באצוואונגען אזעלכע וועלכע זענען איינגעגאנגען זיך צו פארגלייכן ביי א מפשר אין פאל פון א קאנפליקט און ווען די קאנפליקט פאסירט באקומט איינע פון די צוויי זייטן קאלטע פיס און אזוי אויך אויב ביידע זייטן זענען שוין אריבער די פשרה פראצעדור און דער דערלייגער וויל זיך נישט האלטן דערצו טוט די געריכט אינפארסירן די באשלוס פון די מפשר

סעקשאן 4 פון די געזעץ באאויפטראגט די געריכט צו פארזיכערן מיט יורידישע מאכט אז צוויי מענטשן וועלכע זענען איינגעגאנגען אז אויב וועלן זיי זיך צוקריגן און עימיצער וועט האבן טענות זאל מען זיך ווענדן צום מפשר, האלטן זיך טאקע דערצו

אט די שטאפל ווערט אנגערופן די ערשטע שטאפל, זינט מען האלט נאך איידער די פשרה איז געווארן אויסגעהאמערט און די די געריכט טוט אנוטער סעקשאן 4 פארזיכערן אז ביידע זייטן קאאפערירן מיטן מפשר געהעריג

איינמאל די צוויי ארבעטן מיט און דער מפשר זאגט דאס זייניגע טרעפט זיך אפט אז דער געוואונער איז אנגעוויזן אז די געריכט זאל אינפארסירן די באשלוס וואס דאן קומט סעקשאן 9 און אויטאריזירט און באשטימט ווען די געריכט זאל נאכקומען זיין פארלאנג

אין פאל וואס דער פארלירער וויל אז די געריכט זאל איבערדרייען די באשלוס פונעם מפשר קומט סעקשאן 10 און פארארדנט די געריכט ווען אים נאכצוגעבן און ווען צו אינפארסירן די פשרה

אינאיינעם טוען סעקשאן 9 און 10 דעקן די צווייטע שטאפל פון א פשרה וועןן די פשרה איז שוין פארטיג און מען דארף אינפארסירן איר האפט

די פראגע שטעלט זיך וועלכע געריכטן האבן יוריסדיקציע צו אינפארסירן אזלעכע פשרה געפעכטן, איז עס די סטעיט אדער פעדעראלע געריכטן?

די געזעץ אין סעקשאן 4 שרייבט אז סיי ווער עס זוכט צו צוואונגען עימיצן זיך צו האלטן צו אן אפמאך זיך אויסצוגלייכן פארנט פון א מפשר קען זיך ווענדן צו "סיי וועלכע געריכט אונטער וועמענ'ס יוריסדיקציע עס באלאנגט"

סעקשאן 4 גיבט יוריסדיקציע פאר די "פעדעראלע" געריכט צו צוואונגען צוויי זייטן צו פארהאנדלען ביי א מפשר אויב זיי זענען איינגעגאנגען דערויף בעפאר און די באקלאגענישן פונעם קלעגער איז באזירט אויף דעם אז מען האט פארלעצט זיינע רעכטן צו וועלכע ער איז בארעכטיגט אונטער די "פעדעראלע געזעץ" אדער אפילו אויב עס איז א סטעיט פארלעצונג אבער די צוויי זיין וואוינען אין אנדערע סטעיטס און עס איז נישט שייך פאר איין סטעיט צו באהאנדלען די פראגע

אויב אבער עס איז אן איינפאכע סטעיט אנגעלגענהייט זאל עס ווערן אויסגעהערט אין סטעיט געריכט

ווער באשליסט אויב א קלאגע איז באזירט אויף פעדעראלע געזעץ פארלעצונג אדער סטעיט געזעץ?

אויף דעם שרייבט די געזעץ אז "דורכגיין אן איבערזיכט צו זעהן וואו עס באלאנגט"

ביזט עפעס קלוגער געווארן? ווער פירט דורך די איבערזיכט? סטעיט אדער פעדעראל?

אט די פראגע איז געווארן אויסגעקלארט אין 2009 למספרם אין א לענדמארק סופרים קאורט אורטייל וועלכע האט געשריבן אז די געריכט אז די "רעכט פאר איבערזיכט" דערמאנט אין סעקשאן 4 באלאנגט פאר די פעדעראלע געריכט וועלכע באקומט די רעכט איבערצוקוקן די פאקטן פון די באקלאגעניש און אויב קומען זיי צום אויספיר אז עס באזירט אויף פעדעראלע פארלעצונג קענען זיי האלטן די קעיס

אצינד קען מען צוגיין צו אונזער געשיכטע און זעהן וואס אזאנס האט איצט פאסירט אז די געריכט דארף ווידער אריינקוקן און אויסקלארן פרישע פראגן אינעם געזעץ

אין 2014 למספרם האט פרוי באדגעראו געארבעט אלץ א געהילף פינאנציעלע ראטגעבערפאר א ליוזיאנא באזירטע קארפארעישן און אונטערגעשריבן אן אפמאך אונטער וועלכע זי גייט איין צו שליכטן אלע מעגליך אויפקומענדע באקלאגענישן ביי א מפשר

אין 2016 למספרם האט די פירמע אויפגעזאגט באדגעראו פון איר פאזיציע און זי האט דאן אריינגעטראגן א באקלאגעניש אקעגן די פירער פון די פירמע אז מען האט פארלעצט אירע רעכטן באשוצט אונטער א פעדעראלע סיוויל רייטס געזעץ און אונטער די סטעיט וויסלבלויער געזעץ (וועלכע פארבאט אויפצוזאגן ארבעטער צוליב וואס זיי מסר'ן זייערע ארבעטסגעבער פאר די רעגירונג)

די קלאגע האט זי אריינגעטראגן צו די פינאנציעלע אינדוסטריע רעגולאציע אויטאריטעט, בעסער באקאנט מיט איר אקראנים FINRA וועלכע איז געווען באאויפטראגט אונטער די פשרה קאנטראקט אויסצוהערן די צדדים און באשליסן ווער עס איז גערעכט

עווענטועל האט FINRA ארויסגעווארפן די קלאגעס און געשריבן אז מען באדגעראו קען נישט אפעלירן די באשלוס

אין 2019 למספרם האט באדגעראו אריינגעטראגן א קלאגע אין סטעיט געריכט און זיי געבעטן איבערצודרייען די באשלוס פון FINRA און באשולדיגט אז איר ארבעטסגעבער איז באגאנגען שווינדלערייען ביי די פשרה פראצעדור (אזא קלאגע ווערט אדרעסירט אין סעקשאן 10)

איר ארבעטסגעבער מיטן נאמען וואלטער האט אינצווישן זיך שוין געהאט געוואנדן צום פעדעראלן געריכט צו אינפארסירן די באשלוס (אזא פארלאנג איז געדעקט אונטער סעקשאן 9) און אצינד האט וואלטער געבעטן פון די פעדעראלע געריכט אז זיי זאלן ארויסשלעפן באדגעראו'ס קעיס פונעם סטעיט געריכט און אז זיי זאלן האבן די אויסשליסליכע יוריסדיקציע איבער די קעיס

באדגעראו האט אבער גע'טענה'ט אין פעדעראלע געריכט דאס פארקערטע, נעמליך, אז זיי דארפן גאר אויפגעבן די קעיס און עס לאזן פאר די סטעיט געריכט צו באהאנדלען זינט די קעיס האט גארנישט איינגעלייגט מיט די פעדעראלע געריכט סיטעם און עס איז נישט אונטער זייער יוריסדיקציע

די דיסטריקט געריכט האט אבער געגעבן רעכט פאר וואלטער און געאורטיילט אז די קעיס בלייבט ביי זיי און באזירט זייער באשלוס אויף די אויבנדערמאנטע לענדמארק סופרים קאורט קעיס וועלכע שרייבט אז עס איז די פעדעראלע געריכט וועלכע קוקט איבער אזא קעיס און באשליסט אויב די ארגינעלע קלאגע איז געווען באזירט אויף פארלעצונגען פון פעדעראלע געזעץ וואס דאן איז די קעיס אונטער פעדעראלע יוריסדיקציע זינט די פעדעראלע געריכט וואלט דאך באהאנדלט אזא קעיס ווען נישט די אפמאך זיך אויסצוקומען אינדרויסן פון געריכט דורך א פשרה

איי וועסטו פרעגן למאי נפקא מינה ווער עס קוקט איבער אויב עס איז א פעדעראל אדער סטעיט באזירטע אנקלאגע? ביי די ענדע איז דאך עס סיי וואס עס איז און דער וואס קוקט עס איבער וועט זיך סייוי דארפן האלטן צום געזעץ און עס צוטיילן צו די יוריסדיקציע ווי עס געהער?

די ענטפער איז אז זייער אסאך מאל איז די ענטפער נישט שווארץ אדער ווייס, צום ביישפיל אין אונזער פאל האט באדגעראו געקלאגט וואלטער מיטן פארלעצן א סטעיט געזעץ אבער צוגעלייגט א באקלאגעניש איבער א פעדעראלע סיוויל רייטס פארלעצונג, זי האט עס געטוהן ווייל מאכן יענע סארט באקלאגעניש ערלויבט איר אריינצוברענגן אויף א גרעסערע פירמע, באקנאט אלץ אמעריפרייס וועלכע איז אפיליאירט מיט וואלטער'ס פירמע אין בילד (וואלטער'ס פירמע איז ווי א פרענטשייס פון יענע פירמע)

טראץ וואס זי האט ארגינעל איינגעשלאסן אמעריפרייס אין די אנקלאגע ווען זי האט געקלאגט ביי FINRA האט זי נישט ערווענט אמעריפרייס אין איר פארלאנגט פארן סטעיט געריכט ארויסצואווארפן די FINRA באשלוס

דאס האט געשאפן א גרויע פראגע צו וויבאלד איר ארגינעלע קלאגע האט קלאר אריינגענומען א פעדעראלע פארלעצונג באשולדיגונג בלייבט עס שוין א פעדעראלע קעיס אדער וויבאלד ביים פארלאנגען פון די געריכט ארויסצואווארפן די פשרה האט זי זיך בלויז באצויגן צו די וואלטער סטעיט פארלעצונג איז עס אונטער סטעיט יוריסדיקציע

אזא פראגע איז עפעס וואס האט צוויי צדדים און סטעיט און פעדעראלע געריכטן קענען אורטיילן אנדערש דערויף געוואנדן אין זייער אינטערעסע אדער לעגאלע פערספעקטיוו

באדגעראו האט אפעלירט די קעיס צום פיפטן קרייז געריכט אבער בלויז מיט די איינע הויפט פראגע צו אויסקלארן וועלכע יוריסדיקציע עס איז באפולמעכטיגט איבערצוקוקן און באשליסן וואו די קעיס באלאנגט און די קרייז געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם דיסטריקט געריכט און ווידערהאלט אז די קעיס איז אונטער פעדעראלע יוריסדיקציע

באדגעראו האט אפעלירט איר קעיס צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן וועלכע האט אצינד אויסגעהערט די קעיס און די אורטייל ווערט שטארק נאכגעפאלגט אין די פינאנציעלע וועלט ווייל עס וועט האבן א גאר שטארקע אימפאקט איין וועג אדער די אנדערע איבער די גאנצע לעגאלע ספעקטרום אין געפעכטן איבער קאמערציאלע געזעץ, ארבעט געזעצן, אינטעלעקטואלע פראפערטי און נאך

איך ווייס אז מען האט נאכנישט אויסגעשמוסעט ביידע צדדים פון די דעבאטע און אויבנאויף בלייבט צום וואונדערן וואס די טענה פון באדגעראו איז איינמאל די סופרים קאורט האט שוין געאורטיילט אז די פעדעראלע געריכט איז דער וועלכע קוקט איבער די קעיס און באשליסט וואו עס זאל ווערן אויסגעהערט

איז לאמיר טאקע הערן וואס די באדגעראו ארגומענט איז און דאן וועט מען זיך טרעפן מיט אן עכט אינטערסאנטע פראגע וועלכע די סופרים קאורט ריכטער וועלן דארפן באשליסן

באדגעראו טענה'ט אז די סופרים קאורט פרעצעדענט שרייבט אז די "רעכט פאר איבערזיכט" דערמאנט אין סעקשאן 4 באלאנגט פאר די פעדעראלע געריכט

סעקשאן 4 איז געווידמעט בלויז אויף צו צוואונגען צוויי זייטן צו פארהאנדלען ביי א מפשר אויב זיי זענען איינגעגאנגען דערויף בעפאר און בלויז צו אזעלכע פעלער האט די אויבנדערמאנטע סופרים קאורט אורטייל גערעדט ביים צוטיילן די רעכט פאר די פעדעראלע סיסטעם צו באשליסן צו וועמענ'ס יוריסדיקציע עס זאל צופאלן

אונזער פאל איז דאך אבער איבער א באשלוס פון א מפשר וואס איז שוין געמאכט געווארן און מען האלט שוין נאכן ערשטן שטאפל

אצינד שטייט מען ביים צווייטן שטאל ווען די סכסוך האנדלט זיך צו מען זאל אינפארסירן אדער גאר ארויסווארפן די באשלוס פונעם מפשר

אזא סארט געפעכט איז בכלל נישט אדרעסירט אין סעקשאן 4 נאר אין סעקשאנס 9 און 10 ווי אויבנדערמאנט און סעקשאן 9 און 10 ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט וועלכע יוריסדידיקציע זאל באהאנדלען צווייטע שטאפל געפעכטן

וואלטער טענה'ט אז אלע יוריסדיקציע פראגן אדרעסירט אין סעקשאן 4 און שפעטער אויסגעקלארט דורך די סופרים קאורט איז גילטיג פאר די איבריגע סעקשאנס אויך אבער לויט באדגעראו איז אין די סופרים קאורט אורטייל קלאר געשריבן אז די "שפראך אין סעקשאן 4" איבער "רעכט פאר איבערזיכט" איז וואס עס האט זיי באוואויגן עס צו געבן די אויבערהאנט פאר די פעדעראלע געריכט

זאגט באדגעראו אז אין סעקשאנס 9 און 10 וערט נישט דערמאנט אזא שפראך בכלל און מען רעדט נישט פון קיין איבערזיכט און די סופרים קאורט שרייבט דאך קלאר אז זיי באציען זיך צו סעקשאן 4

אלזא, ווערט די פראגע אויב די סופרים קאורט פרעצעדענט דעקט בלויז סעקשאן 4 (ערשטע שטאפל סכסוך) אדער אויף 9 און 10 (צווייטע שטאפל סכסוך)

דניאל געיסער האט רעפרעזענטירט פרוי באדגעראו און ריכטערין קעיגען האט אים געזאגט אז עס קלונגט אביסל צוריקגייענדיג ווען ער זאגט אז אין די ארגינעלע באקלאגעניש אז א סיוויל רייטס באקלאגעניש איז א פעדעראלע אנגעלעגנהייט (אזוי ארום האט זי פרובירט אריינצושמירן אמעריפרייס אין די געמויזעכץ) אבער וווען עס קומט צו שטאפל צוויי זאגט ער אז די פעדעראלע געריכט סיסטעם האט נישט סיי וועלכע יוריסדיקציע איבער דעם

ריכטער ברייער האט אויך נאכגעפאלגט אין יענע דירעקציע אבער זיך באנוצט מיט א מער גראפישע היכי תימצי וועלכע האט אביסל אויפגעפרישט די געריכט זאל

ברייער האט גענוצט א ביישפיל פון עימיצער וועלכע זוכט פאר יעדן פרייז פארמיידן פון זיך אויסקומען ביי א מפשר און יענעם באצייכנט אלץ פשרה ראט (די אומהיימליכע באשעפעניש)

ברייער האט געפלאכטן זיינע פערל רייד פארשטעלנדיג ווי אזוי יענע ראט וועט זיך אומגיין מיט נאכאנאנדע ראטיטוד (עטיטוד דורך א ראט) זיך ארויסצודרייען פון אקצעפטירן א פשרה

צום ערשט וועט די ראט נישט וועלן איינגיין זיך צו ווענדן צו א מפשר, דאן, אויב באווייזטו אים צו שטעלן פארנט פון א מפשר וועט ער נישט וועלן אז די צד שכנגד זאל קענען אראפברענגן סיי וועלכע עדות, און אויב גייט ער שוין יא איין דערויף וועט ער נישט ערלויבן אז סיי ווער זאל אינפארסירן די פשרה באשלוס

ברייער האט משלב געווען די געשמאקע משל לעניננו אויספירנדיג אז די סוקסעס פנעם ראט זיך אויסצודרייען פון א פשרה איז געוואנדן אין וועלכע די פראוויזיעס פון די פשרה געזעץ בלייבן צוגעגנליך פארן ראט צו נוצן אלץ אויסרייד און מיטל לויז צו ווערן פון געזעצליכע פשרה אינפארסירונג

ברייער האט אויסגעפירט מיטן זעלבן פונקט וואס קעיגען האט געזאגט אז עס זעהט אים נישט אויס אזוי פארשטענדליך אז א פעדעראלע געריכט זאל נישט האבן די זעלבע רעכטן ביי שטאפל 2 ווי וואס זי וואלט געהאט ביי שטאפל 1

געיסער האט רעאגירט מיטן ווייטער נוצן די ראט ביישפיל און געזאגט אז ער איז מסכים אז אין פאל וואס א פעדעראלע געריכט האט אריינגעצוואונגען אן "אזויגערופענע ראט" זיך צו שטעלן פארנט פון א מפשר (ביי שטאפל 1) זאל יענע קעיס ווייטער קענען האלטן די קעיס אויב יענער וויל עס נישט אויספאלגן (שטאפל 2)

ווען ראבערטס האט אבער אויסגעפרעגט געיסער האט ער נאכאמאל דערמאנט די ראט ביישפיל און זיך באצויגן צו אזא טיפ זאגנדיג אז דו קענסט זיי רופן "פשרה ראט" (דורשין לגנאי) אדער גאר "יורידישע לייב" (דורשין לשבח) און די פארזאמלטע האבן אויסגעפלאצט אין געלעכטער

ראבערט האט פארגעזעצט צו פרעגן: איז דאס נישט טייל פון די פראבלעם אז די טיילווייז אומגעווענליכע סיטואציע וואו עס איז א פעדעראלע געזעץ אבער אין די פריערדיגע פרעצעדענט האבן מיר נישט געגעבן רעכט פאר פעדעראלע געריכט יוריסדיקציע (ווייל יענע פרעצענדענט איז בלויז געווען פאר סעקשאן 4)

דאס איז וואס מאכט עס אזוי קאמפליצירט קלארצושטעלן ווען גענוי דו גייסט אין פעדעראלע געריכט און ווען עס געהער צום סטעיט געריכט

ריכטער קעווענאו האט אויך היבש סימפאטאזירט מיט די וואלטער זארג אז סעקשאן 10 באגרעניצט זייער שטארק ווען געריכטן קענען ארויסווארפן פשרות און אויב זאל מען ערלויבן פעדעראלע געזעץ באקלאגענישן וועלן זענען געלייזט אונטער א פשרה אז סטעיט געריכטן זאלן איבערקוקן אויב מען זאל ארויסווארפן די פשרה (גענוי וואס בארגעדאו זוכט) וועלן סטעיט געריכטן זיך נישט האלטן צו די שטרענגע סטאנדארטן פון די פעדעראלע סעקשאן 10 נאר באזירן זייער באשלוס אויף לויזערע סטעיט פשרה געזעצן

ער זאגט אז די מערסט פראקטישע לעזונג וואלט געווען יא צו נוצן די "רעכט פאר איבערזיכט" רעצעפט דערמאנט אין סעקשאן 4 און מען זאל עס טוהן דורכאויס די גאנצע פראצעדור (אריינגערעכנט ביי שטאפל 2)

די שארפע רייד פון די ריכטער אין ריכטונג פון געיסער באדייט נישט אז וואלטער'ס אדוואקאט ליסא בלאט האט געהאט א גאר לייכטן פעלד ביי איר אויפטריט

ראבערטס האט אויסגעדרוקט זיין זארג אז אויב פעדעראלע געריכטן זאלן אויך דארפן איבערקוקן שטאפל 2 יוריסדיקציע געפעכטן וועט דאס פעדעראליזירן אזוי פיל מער FAA קעיסעס איבערשטרענגן די פעדעראלע געריכט סיסטעם מיט אן איבערפלוס פון קעיסעס

בלאט האט פרובירט צו ענטפערן אז אזעלכע סראט קעיסעס איז א קליינע פראצענט פון פשרה געפעכט קעיסעס אבער ראבערטס האט נישט אויסגעקוקט צופרידן

קעיגען האט באזונדער נאכאננאד געהאמערט אויף בלאט אז איר פאזיציע מאנגלט אין א באזיס געבויעט אויף רויע טעקסט זאגנדיג אז די "רעכט פאר איבערזיכט" (וואס געהער פאר די פעדעראלע געריכט לויט די סופרים קאורט פרעצעדענט) ווערט פאקטיש בלויז ערווענט אין סעקשאן 4 און עס איז ווערט נישט דערמאנט אפילו ברמיזה אין סעקשאן 10 און אויב קאנגרעס וואלט געוואלט אזא סארט בלאנקעט "רעכט פאר איבערזיכט" צו דעקן אלע רעלעוואנטע סעקשאנס וואלטן זיי עס געשריבן אין אזא וועג און נישט עקסקלוסיוויזירט (אקעי, די טערמין איז מיין אייגענע און נישט קעיגען'ס) אין סעקשאן 4

קעיגען האט אויסגעפירט מיט זייער א קלארע סך הכל וואס האט בעצם רעפלעקטירט די שטעלונג פון די איבריגע ריכטער אויך און וואס מאכט גאר שווער פאראויסצושאצן וועלכע ריכטונג די געריכט וועט עווענטועל נעמען

די סך הכל איז געווען אז פון פראקטישן זין וואלטן מיינסטנס ריכטער פארשטאנען אז די זעלבע פעדעראלע ריכטער איבערזיכט וועלכע דעקט סעקשאן 4 זאל דעקן אויך די אנדערע טיילן און ווי קעיגען האט עס אראפגעלייגט וואלט דאס געווען די צוגאנג אויב וואלטן מיר זיך ארפאגעזעצט און אנגעהויבן איבערשרייבן די געזעץ פונדאסניי

מאידך גיסא איז עס אבער די עקזיסטירנדע געזעץ אויף די ביכער וועלכע פארמאגט איר שפראך און דארט ווערט די איבערזיכט רעכט דערמאנט דוקא און בלויז אין סעקשאן 4




א פרייליכן חנוכה!

אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2767
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג נובעמבער 29, 2021 10:40 am

דאנקע שעהן!

דארף מען זיך מאכן געהעריג צייט פאר די היינטיגע קאורט קעיס, זעט אויס ווי פיינע סחורה
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג נובעמבער 29, 2021 11:08 am

thanks hevel

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג נובעמבער 29, 2021 11:10 am

א דאנק הבל'ן!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 29, 2021 11:36 am

יישר!

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג נובעמבער 29, 2021 12:54 pm

א דאנק הבל, ספעציעל פאר די געריכט, אבער פאר אלעס.
די קאלאמביע פארק נייעס איז אויך זייער אינטערעסאנט געוועזן
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 29, 2021 2:44 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א דאנק הבל, ספעציעל פאר די געריכט, אבער פאר אלעס.
די קאלאמביע פארק נייעס איז אויך זייער אינטערעסאנט געוועזן

יישר!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 10:23 am

דינסטאג מקץ



די ווייסע הויז גרייט זיך צו א דעצעמבער למספרם געשפרעך צווישן פרעזידענט ביידען און וולאדימיר פוטין


*


וויצע פרעזידענט העריס און טראנספארטאציע סעקרעטאר פיט בוטידזשעדזש וועלן קומענדיגע וואך ערשיינען אינאיינעם ביי אן אויפטריט אין דרום קאראליינע פאראויסצושטופן די בודזשעלוציע
די שידוך רייזע ווערט געזעהן ווי א פרואוו אראפצוקלאפן באריכטן איבער אינערליכע אמפערייען צווישן די צוויי פאטענציאלע פרעזידענט קאנדידאטן


*


הכל הבל האט געשריבן:די סענאט איז געסקעדזשועלט צו שטימען אויף די מענעדזשער אמענדמענט פאראויסצורוקן צו ערשט אלע נישט קאנטערווערסיאלע טיילן פון די פארטיידיגונגס ביל
מעקאנעל איז דערקעגן סיידן מען שטימט צו ערשט אויף א רייע אמענדמענטס
מען דארף 60 שטימען

די אפשטימונג איז אודרכגעפאלן 45-51 און שומער קען עס היינט ווידעראמאל אויפברענגן


*


פארברעכער האבן איינגעבראכן און וואנדאליזירט די אפיס פון מישיגען קאנגרעספרוי דעבי דינגעל (ד)


*


הכל הבל האט געשריבן:צוויי פרישע סירקוט קאורט נאמינאציעס קענען לאנדן אין א קורצע צייט
וועט זיין נומער 15 און 16 פאר די ביידען אדמיניסטראציע

געלאנדעט
פרעזידענט ביידען נאמינירט דעם אפריקאנע אמעריקאנעם אנדרע מעטיס צום זעקסטן קרייז געריכט און מתועבת דיסטריקט ריכטערין עליסאן נעיטן צו סערווירן אויפן צווייטע קרייז געריכט
נעיטן איז די צווייטע מתועבת צו ווערן נאמינירט דורך ביידען צום צווייטן סירקוט


*


דער פראמינענטער פאליטישע סטראטעגיסט דזשאן יאב וועט איבערלאזן די מישיגען גאווערנאר קאמפיין פון געוועזענע דעטרויט פאליציי הויפט דזשעימס קרעיג


*


פלארידא, אייאווע, קענסאס און טענעסי האבן געטוישט זייער ארבעטסלאזע אינשורענס פארשריפטן צו ערלויבן ארבעטער וועלן ווערן אויפגעזאגט אדער לאזן איבער זייערע דזשאבס צוליב וואקסין מאנדאטן צו איינגעבן פאר בענעפיטן


*


קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי האט געצויגן אויפמערקזאמקייט ביי זיין היסטאריש לאנגע רעדע אויפן קאנגרעס פלאר איידער די אפשטימונג אויף די בודזשעלוציע
קומט איצט די נייעס אז אין די שטונדן נאכדעם האט ער אויפגעטריבן 100 טויזנט דאלער


*


באזונדער האט די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע געמאלדן אז זיי האבן אויפגעטריבן 17 מיליאן דאלער ביי זייער יערליכע פאנדרעיזינג דינער נאוועמבער 8 למספרם


*


מארגן מיטוואך וועט די סופרים קאורט אויסהערן די היי פראפיל מיסיסיפי רציחה קעיס ועלכע ווערט ברייט נאכגעפאלגט צוליב וואס די ריכטער וועלן דארפן אריינקוקן אין די 1973 למספרם לענדמארק רציחה אורטייל

נאך וואס פרעזידענט טראמפ האט אריינגעשטעלט ריכטערין בערעט אויפן פלאץ פון ריכטערין גינזבורג האבן סטעיטס איבער אמעריקא אנגעהויבן צו באשטעטיגן א רייע אנטי רציחה געזעצן וואוסנדיג אז די נידריגע געריכטן וועלן עס אראפשטימען צוליב די 1973 למספרם פרעצעדענט אבער האפנדיג אז עווענטועל וועט א סופרים קאורט מיט בערעט אויפן באנק טאקע אויסנוצן די געלעגנהייט און איבערדרייען יענע פרעצעדענט

יענע פרעצעדענט זאגט אז ביז צו א געוויסע פונקט קען מען נישט פארבאטן רציחה און די ללעצטערע רונדע געזעצן אין רויטע סטעיט האבן געזוכט צו פארבאטן רציחה אפילו איידער יענע פונקט

דיסטריקט געריכטן און שפעטער קרייז געריכטן אריינגערעכנט די קאנסערוואטיווע פיפטע סירקוט האבן בלאקירט די געזעצן באזירט אויף פריערדיגע סופרים קאורט פרעצעדענט אבער מיסיסיפי האט עס אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט אויסצוהערן

אינצווישן האט טעקסאס באשטעטיגט א גאר ענליכע געזעץ אבער גענוצט א לעגאלע מאנעוורע אויסצוקרויזן די 1973 למספרם פרעצעדענט דורך גיבן די רעכט פאר אירע צו קלאגן איבער רציחה סערווירער ווי איידער אז די סטעיט זאל קענען קלאגן

די טאקטיק איז א פרואוו פון טעקסאס צו ערלויבן די סופרים קאורט צו אורטיילן אז אזא סאראט רציחה פארבאט איז אויסגעהאלטן אפילו אין איינקלאנג מיט די 1973 למספרם פרעצעדענט וועלכע וואלט בלויז ערלויבט צו קלאגן סטעיטס וועלכע אינפארסירן אנטי רציחה געזעצן

די טעקסאס געזעץ איז אויך אנגעקומען אין געריכט און די סופרים קאורט האט זיך אנטזאגט עס צו בלאקירן אויף ווילאנג די קעיס ווערט אויסגעהערט

די מיסיסיפי געזעץ האט אבער נישט גענומען יענע שטראז אין גייט דירעקט אין קעגנזאץ צו די 1973 למספרם פרעצעדענט און די ריכטער וועלן מארגן מיטוואך אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן



*


ווער האט דען נאכנישט געהערט פון די אויסדרוק "א לעצטע וואונטש" ?

אין די געשיכטעס מיר האבן געהערט אלץ קינד איבער פארכאפטע דורך וואלד רויבער האבן מיר אלעמאל געוואוסט אז ביי איין פונקט אין די ערציילונג וועט אפילו דער אומציוויליזירטע רויבער פארשלאגן פארן דעם צום טויט דערשראקענעם קרבן צו אויסצודרוקן זיין לעצטע באגער און די ליינער האבן אלעמאל געהאפט אז פון דארט וועט ארויסשפראצן די די ישועה

אין א רייע סטעיט איבער אמעריקא איז טויט שטראף לעגאל און ווערט אויסגעפירט פון צייט צו צייט

איין פאל איז געווען ווען אלאבאמא האט הינגעריכטעט צוריק אין אקטאבער למספרם ווילי סמיט נאכן געפונען ווערן שולדיג אין מארד און דאן איז זיין גלח געווען אנוועזנד און האלטנדיג די האנט אויפן פאראורטיילט געפרעפלט מיט אים

אצינד איז די רייע אויף דזשאן הענרי ראמירעז צו ווערן הינגעריכטעט דורך טעקסאס און ער וויל באקומען די זעלבע סערוויס וועלכע סמיט האט באקומען דורך אלאבאמא אבער טעקסאס האלט נישט דערביי

די סופרים קאורט פלאגט זיך שוין די לעצטע צוויי יאר מיט די פראגע אויב צו צוואונגען סטעיט צו ערלויבן גייסטישע פירער צו זיין אנוועזנד ביי סטעיט הינריכטונגען ווען די פאראורטיילטע פארלאנגען עס אבער אלעמאל איז עס געווען איבער צוטריט פון גייסטישע פירער צו זיין אנוועזנד אין צימער אבער אצינד וועט עס זיין די ערשטע מאל וואס די ריכטער וועלן אדרעסירן דירעקט די פראגע צו די פירער קענען דאווענען און אנפירן מיט רעלגיעזע סערוויסעס אין די לעצטע מינוטן פון די פאראוטיילטע אויף די וועלט

אין פעברואר 2019 למספרם האט די געריכט ערליובט אלאבאמא צו הינריכטן א מוסולמענער מאן אן די אנוועזנהייט פון זיין אימאם ביי זיין זייט טראץ וואס די סטעיט האט ערלויבט א קריסט צו האבן זיין טשאפלעין נעבן זיך

די געריכט האט ערקלערט זייער באשלוס אז דער מוסולמענער האט זיך דערמאנט זייער שפעט צו ברענגן זיין קלאגע שטייענדיג בלויז 10 טאג בעפאר זיין געסקעדזשועלטע הינריכטונג

איין מאנאט שפעטער האט די געריכט פארבאטן טעקסאס פון הינריכטן א בודיהיסטישע ארעסטאנט סיידן זיי ערלויבן זיין גלח צו זיין אנוועזנד

ריכטער קעווענאו האט דאן ערקלערט די ארדער זאגנדיג אז אונטער די טעקסאס סטעיט פאליסי פון יענע צייט מוזן זיי ערלויבן מוסולמענער און קריסטליכע גייסטישע שטיצע צו זיין אנוועזנד און טראץ וואס ער אנערקענט אז פאר סטעיט'ס איז פראקטישער צו האלטן די הינריכטונג צימערן וואס מער מענטשן פריי קענען זיי נישט ערלויבן פאר געוויסע און פארבאטן פאר אנדערע נאר עס איז אדער יעדער אדער קיינער

אין רעזולטאט פון יענע ארדער האט טעקסאס אדאפטירט א נייע פאליסי אז פון יענץ מאל אן קען קיינער נישט זיין אין צימער מיטן פאראורטיילטן אפגעזעהן פון וועלכע רעליגיע

יענע טויש האט געפירט צו א פעדעראלע אנקלאגע דורך א קאטוילישע ארעסטאנט אקעגן די נייע פאליסי און אום יוני 2020 למספרם האט טאקע די געריכט ארויפגעשטעלט יענעם'ס הינריכטונג אויף ביז א דיסטריקט געריכט וועט באשליסן אויב ערלויבן רעליגיעזע פירער אין צימער וועט פירן צו א זיכערהייט ריזיקע

די דיסטריקט געריכט איז געפונען צום אויספיר אז עס איז נשאפט נישט קיין זיכערהייט פראבלעם און די סופרים קאורט האט דעריבער פארארדנט די דיסטריקט געריכט נאכמאל איבערצוקוקן יענעם'ס קעיס אין ליכט פון זייער נייע שטעלונג

אויסלויפנדיג פון אויסוואלן האט טעקסאס דאן אפגעטרעטן און צוריקגעשטעלט איר פאליסי יא צו ערלויבן רעליגיעזע פירער אין צימער

איין מאנאט שפעטער האט א צוטיילטע סופרים קאורט פארבאטן צו הינריכטן סמיט פון אלאבאמא מיט וועם מיר האבן אנגעהויבן דעם ארטיקל אויב מען שטעלט אים נישט צו זיין גלח

ריכטערין קעיגען האט געשריבן יענע ארדער און דערין האבן זיך אנגעשלאסן ריכטער ברייער, סאטאמאיאר און בערעט

ריכטער ראבערטס, טאמאס און קעווענאו האבן אנגעדייטעט אז זיי וואלטן דערווייל נישט בפועל בלאקירט אלאבאמא פון פאראויסגיין מיט זייער פאליסי אבער יא געמוטיגט די סטעיט צו טרעפן א וועג יא צו ערלויבן רעליגיעזע פירער ביי הינריכטונגען אזוי ווי א רייע אנדערע סטעיט און אויך די פעדעראלע רעגירונג באווייזט צו טוהן

ריכטער אליטא און גארסוטש האבן נישט פובליצירט ווי אזוי זיי האבן געשטימט איבער די ארדער אבער אמווייניגסטנס איינע פון די צוויי האט געמוזט שטימען אקעגן אלאבאמא ווייל עס פארלאנגט זיך כאטש 5 שטימען צו בלאקירן א הינריכטונג

ווי אויבנדערמאנט איז די הינריכטונג פארגעקומען אכט מאנאטן שפעטער ווען דער גלח איז געטאנען און געפרעפלט אינאיינעם מיט סמיט אין זיינע לעצטע מינוטן

אצינד צום איצטיגן קעיס פון ראמירעז וועלכע איז פאראורטיילט געווארן צוריק אין 2004 למספרם פארן אומברענגן א געשעפט קלוירק

ער האט צוריק אין סעפטעמבער למספרם פארלאנגט אז די געריכט זאל אפהאלטן זיין הינריכטונג און צוואונגען די דיסטריקט געריכט וועלכע האט זיך אנטזאגט פון באפעלן פאר די סטעיט צו ערלויבן זיין גלח נישט בלויז צו זיין אנוועזנד נאר צו קענען מאכן סמיכה אויפן קרבן און אים פיזיש אנצוכאפן און פרעפלען מיט אים אין די צייט פון זיין טויט

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס און ראמירעז מאכט די ארגומענט אז וואס ער פארלאנגט איז נישט מער ווי זיינע רעליגיעזע רעכטן באשוצט דורך די קאנסטיטוציע און פעדעראלע רעליגיעזע רעכט געזעץ און טעקסאס קען בלויז אפזאגן זיין פארלאנג אויב זיי קענען איבערצייגן אז עס האנדלט זיך פון מער ווי בלויז אלגעמיינע זיכערהייט זארגן און אויך דארפן זיי אויפווייזן אז דאס אנכאפן זיין האנט און פרעפלען הויך אינאיינעם מיט אים גייט אקעגן גאר אן ערנסטע סטעיט אינטערעסע און אז זיי האבן נישט א ווייניגער שטרענגע וועג צו אדרעסירן יענע אינטערעסע ווי איינפאך טרעטן אויף זיינע רעכטן

(איינע פון די סטעיט אינטערעסן איז אז וואס מער סערוויסעס זיי ערלויבן וועלן פאראורטיילטע טרעפן אויסריידן ארומצושלעפן דאס אויפירן פונעם אורטייל אנווייזנדיג אז דאס און יענץ איז נאכנישט געהעריג געווארן צוגעשטעלט)

ער פירט אויס אז טעקסאס קומט ניטאמאל נאנט צו גרייכן אזא סטאנדארד זינט זיי האבן עס ערלויבט אין די פארגאנגענהייט און אנדערע סטעיטס ערלויבן עס נאך ביז היינט אן קיין זיכערהייט אינצידענטן

די סטעיט האט גע'טענה'ט אז ראמירעז האט פארפעלט צו פרובירן אנדערע מיטלען צו באקומען זיינע רעליגיעזע סערוויסעס איידער ער האט זיך געוואנדן צו די דאזיגע אפציע אבער ראמירעז טענה'ט אז ער האט נאכאנאד פארלאנגט עס זאל צושטאנד קומען דוקא אויף אזא וועג ווייל עס איז אין איינקלאנג מיט די קריסטליכע רעליגיע אז די געבעטן זאלן פארקומען אינאיינעם בקול רם

די פעדעראלע רעגירונג איז אריינגעקומען מיט זייער שטעלונג זאגנדיג פון איין זייט אז ראמירעז פארלאנגט עפעס וואס איז זייער פארשטענדליך און מען קען פארשטיין אז אנדערע וועגן איז נישט קיין אפציע פאר אים אבער פון די צווייטע זייט פארשטייען זיי אויך די זיכערהייט זארגן פון טעקסאס וועלכע זוכט צו פארזיכערן אז די הינריכטונג גייט אריבער גלאט אן קיין קאמפליקאציעס און באזונדער צו פארזיכערן די פריוואטקייט פונעם פאראורטיילטן אבער זיי פירן אויס אז נאך אלעם האט די סטעיט נישט איבערצייגט אז א קאמפלעטע פארבאט אויף אלע אזעלכע סאראט אקאמאדירונגען איז די איינציגסטע וועג צו פארזיכערן זייערע אינטערעסן

די סטעיט טענה'ט אז ראמירעז האט נישט איבערצייגט אז פרפעלען הויך און אנכאפן זיין האנט איז א "מוז" און אפילו זיין גלח האט אויך בלויז געזאגט אז עס איז "וויכטיג"

זיי זאגן אויך אז אויסער די זארגן צו פארזיכערן אז ראמירעז שפורט וואס ווייניגער פיין איז די פרייהייט ארום דעם פאראורטיילטן אין זיינע לעצטע מינוטן אויך וויכטיג צו פארמינערן די טראומא פון זיין פאמיליע

די סטעיט טענה'ט אויך אז ראמירעז זוכט איינפאך אפצושטופן זיין טויט אורטייל פון ווערן אויסגעפירט אנווייזנדיג אז ער האט ערשט אריינגעגעבן זיין פארלאנג אזוי שפעט ווי 17 טאג בעפאר די אורטייל איז געווען געסקעדזשועלט צו ווערן אויסגעפירט

אויך ווייזן זיי אן אז ביים אריינגעבן זיין פארלאנג איז ער נישט געווען קלאר מיט זיין ביטע ווען ער האט בלויז געשריבן אז ער וויל אז זיין גלח זאל פרעפלען "איבער אים" וואס דאס איז נישט קיין אנדייטונג אז די געבעט מוז זיין מיט א הויכע שטימע

אצינד האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און סעט קרעצער האט אויפגעטרעטן אין שטיצע פון ראמירעז ארויסברענגענדיג אז איידער טעקסאס האט געטוישט זייער פאליסי אין 2019 למספרם האט זי אויסגעפירט הונדערטער הינריכטונגען ווען ביי די זייט פון די פאראורטיילטע שטייען רעליגיעזע פירער און פרעפלען הויך אנכאפנדיג די הענט פון די פאראורטיילטע

ראבערטס האט געפרעגט קרעצער אויב עס איז דא דאס אנכאפן מוז זיין אויף א ספעציפישע טייל פונעם קערפער אדער עס קען זיין סיי וואו

ווען קרעצער האט געענטפערט אז איבעראל איז גוט האט ראבערטס געפרעגט וואס וועט זיין די דין אויב עימיצן'ס רעליגיע פארלאנגט יא אנצוכאפן א ספעציפישע ארט ווי צום ביישפיל האלטן די האנט אויפן שטערן אדער אויפן הארץ

קרעצער האט אנגעדייטעט אז דאס וואלט געווען אביסל א שווערערע קעיס אבער קלארגעשטעלט אז ביידע פון זיי זענען פלעצער ניטאמאל נאנט צו די טייל וואו מען דארף קענען איינשטעקן אינטערווינעס און דארף דעריבער נישט שטערן די הינריכטונג פראצעדורן

דאן איז געקומען די רייע אויף ריכטער קעווענאו וועלכע האט אפגעווארפן קרעצער'ס באהויפטונגען און גע'טענה'ט אז סיי וואו אויפן קערפער קען זיין א פראבלעם זינט די הינריכטונג ווערט דורכגעפירט מיט א לעטהאל איינשפריץ פראצעדור וועלכע איז דעליקאט און קאמפלעקס

ער האט אויך אפגעווארפן די טענה פון קרעצער א טעקסאס האט ביז 2019 למספרם ערלויבט די איינפיר זאגנדיג אז די טענה רוקט אים נישט גארנישט פון זיין פאזיציע ווייל עס האט זיך אלעמאל געהאנדלט פון טשאפלעין'ס וועלכע זענען געווען סטעיט איינגעשטעלטע און זיין הויפט זארג איז ווען עימיצער פון אינדרויסן, א שטייגער ווי די גלח, קומט אריין אינווייניג אין צימער

קעווענאו האט נאכאנאנד ווידערהאלט אז די סטעיט זוכט איינפאך צו רעדוצירן די ריזיקע אז סיי וואס זאל גיין פארהאנקערט מיט די הינריכטונג און ערלויבן א גייסטישע פירער צו שטיין דארט און אנכאפן יענעם'ס האנט טוט העכערן די שאנסן אז זאכן זאלן ווערן פראבלעמאטיש

ווען ראבערטס האט געהאט זיין שמועס מיט קרעצער איבערוועלכע סארט אנכאפן און אנדערע ספעציפישע באגרעניצונגען וואלט יא געווען פארשטענדליך און וואו ווייט סטעיט מוזן גיין אקעגנצוקומען יעדע סארט רעליגיעזע פארלאנג האט קרעצער געענטפערט אז געריכטן זאלן דן זיין דערויף אויף א קעיס ביי קעיס באזיס

דאס האט געגעבן א פרישע שאנס פאר קעווענאו ארויפצוטאנצן אויף קרעצער מיט די טענה אז דאס וועט פירן צו א גרויסע לאסט אויף די געריכטן וועלכע וועלן זיך טרעפן מיט גאר אסאך אזלעכע קעיסעס און מען וועט זיי אלע דארפן ערנסט באטראכטן זינט עס האנדלט זיך פון טויט שטראף

אויך ריכטער אליטא האט ווידערהאלט די זעלבע זאגנדיג אז ענדלאזע שטראם פון קלאגעס וועלן פארפלייצן די סופרים קאורט מיט ביטעס אפצולייגן הינריכטונגען אין די לעצטע מינוט

ריכטער טאמאס האט גאר באשולדיגט ראמירעז אין אויסשפילן די סיסטעם זאגנדיג אז ער האט געטוישט זיינע פארלאנגען מערערע מאל
אויב דאס איז די פאל, ווי אזוי זאל א געריכט וויסן אויב זיינע רעליגיעזע גלויבונגען זענען טאקע עכט און אויפריכטיג?

ריכטערין בערעט (וועלכע איז געווען א שליסל און פערטע שטימע אין אן ארדער אין פעברואר למספרם אפצושטעלן אן הינריכטונג אין אלאבאמא [די פיפטע איז פילייכט געועון גארסוטש] סיידן מען ערלויבט יענעם'ס גלח "צו זיין אנוועזנד אין צימער" ווי אויבנדערמאנט) איז געווען היבש מער סימפאטיש צו ראמירעז ווי אירע קאנסערוואטיווע קאלעגן

ווען קעווענאו האט געמאכט די באהויפטונג אז אנכאפן דעם פאראורטיילטן און פרעפלען הויך העכערט די שאנסן אז די הינריכטונג זאל ווערן פארהאנקערט האט בערעט נישט זעלבסט אפגעווארפן די ארגומענט אבער יא געשטופט קרעצער און ווי געפיטערט די ווערטער אין מויל אפצואווארפן די טענה אין אן אנדייטונג אז זי גלויבט אויך נישט אין קעווענאו'ס ארגומענט

אירע אייגענע געמאסטענע ווערטער איז געווען אז די די עכטע אינטערעסע פון די סטעיט איז די טורמע זיכערהייט און דאס אויספירן די הינריכטונג אין א מענטשליכע און זיכערע וועג

ריכטער ברייער און ריכטערין קעיגען זענען געווען סימפאטיש צו די קרעצער ארגומענט אז ביז 2019 למספרם האט טעקסאס יא ערלויבט אזעלכע סערוויסעס

ברייער האט געפרעגט טעקסאס סאליסיטאר דזשענעראל דזשאד סטאון אין וויפיל פעלער וואס מען האט ערלויבט אנכאפן די האנט און פרעפלען הויך האט עס געפירט צו קאמפליקאציעס

סטאון האט אנערקענט אז עס האט זיך נישט געמאכט קיין פראבלעמען אבער דערמאנט די קעווענאו ארגומענט אז דאן האט זיך עס געהאנדלט פון סטעיט טשאפלעינס

ריכטערין קעיגען האט אים געכאפט ביים ווארט פרעגנדיג אויב ער איז באקאנט פון פעלער וואו דרויסנדיגע האבן צוגעשטעלט אזעלכע סערוויסעס אין אנדערע סטעיט און עס האט געפירט צו פראבלעמען

סטאון האט אויך דאסמאל אנערקענט אז מען ווייסט נישט פון קיין אינצידענטן אבער געזאגט אז אזעלכע סארט סערוויסעס פון דרויסנדיגע איז רעלאטיוו א נייע דערהער און בלויז א האנדפול סטעיטס ערלויבן עס (א מאיאריטעט פון סטעיטס וועלכע וואלטן עס נאטורליך ערלויבט פארבאטן טויט שטראף..) און מען דארף געדענקן אז אפילו אויב די שאנסן פאר פראבלעמען זענען זייער נידריג וואלט עס געווען קאטאסראפאל אויב עס זאלן זיך יא מאכן קאמפליקאציעס אפילו גאר זעלטן

דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל עריק פעיגין האט רעפרעזענטירט די פעדעראלע רעגירונג און געזאגט אז טעקסאס וואלט געקענט פארבאטן אזעלכע סערוויסעס אין ספעציעל סענסיטיווע הינריכטונגען אין געוויסע קאמפליצירטע אומשטענדן אבער קען נישט ארויסגעבן אן אלגעמיינע פארבאט דערויף אן קיין אינדיווידואליזירטע ערקלערונגען איבער א ספעציפישע פאל וואו עס קען שטערן די פראצעדור

ער האט אנגעוויזן אז אין די לעצטע רונדע פון 13 פעדעראלע הינריכטונגען זענען דורכאויס 11 פון זיי גייסטישע פירער געווען אנוועזנד, און הויך געבעטן מיט זיי און אין בלויז איינע פון די פעלער אנגעכאפט יענעם אבער אויך בלויז איידער די איינשפריץ איז געווארן געמאכט

פעיגין האט געזאגט אז טעקסאס האט ש טארקע ארגומענט ווען זיי ווילן נישט אז עימיצער זאל אנרירן דעם פאראורטיילטן איינמאל די איינשפריץ ווערט געמאכט און אז ראמירעז האט פונקט אזא שטארקע ארגומענט אז דער גלח זאל פרעפלען הויך איידער די איינשפריץ

קעווענאו האט זיך ארויפגעכאפט אויף די געדאנק און פארגעשלאגן פון טעקסאס סאליסיטאר דזשענעראל סטאון אויב ער וואלט איינגעגאנגען צו ערלויבן פרעפלען הויך איידער די איינשפריץ אבער אן דאס אנרירן דעם פאראורטיילטן

סטאון האט זיך ארויסגעדרייט זאגנדיג אז פעיגין האט גערעדט פון פעדעראלע הינריכטונגען וועלכע ווערן דורכגעפירט אין א פיל גרעסערע צימער ווי סטעיט טויט צימערן

ער האט אנגעוויזן אז די טעקסאס הינריכטונג צימער האלט בלויז 3 מענטשן און ארבעט שווער נאכצוקומען רעליגיעזע פארלאנגען ווי ווייט מעגליך

ער האט אנערקענט אז די סטעיט וועט מוזן האבן זייער שטארקע אורזאכן אפצואווארפן אזעלכע ביטעס ווי א קורצע וואונטש פון א גייסטישע פירער איידער אן הינריכטונג און דערנאך זאל יענער פארלאזן די צימער אבער דאסמאל האנדלט זיך עס פון א פארלאנג אז דער גלח זאל קענען זיין אנוועזנד די גאנצע צייט און אנכאפן יענעם און הויך פרעפלען

ווי דערמאנט אין אנהויב האבן די דריי ליבעראלע ריכטער מיט די הילף פון בערעט געהאט בלאקירט א צווייטע הינריכטונג ביז אלאבאמא ערלויבט א גלח צו זיין אנוועזנד

מיר האבן ערווענט אז ראבערטס, קעווענאו און טאמאס האבן אנגעדייטעט אז זיי האבן געשטימט אקעגן די ארדער און אז אליטא און גארסוטש האבן זיך נישט געלאזט הערן איין וועג אדער די אנדערע אבער כאטש איינע פון זיי האט געמוזט שטיצן די ארדער עס זאל האבן די נויטיגע האבן א בלאק פון 5

מען דארף נישט זיין קיין גרויסע עקספערט צוצוטרעפן וועלכע פון די צוויי האבן געשטימט אין שטיצע פון די ארדער און פאר די וועלכע כאפט נאך אלץ נישט האט אליטא דורכאויס זיינע פראגן גצייגט ווי ער איז אויף די זייט פון טעקסאס ומכלל אליטא אתה שומע גארסוטש

אויב נעמט מען אן אז די דריי ליבעראלן וועלן אורטיילן אין שטיצע פון ראמירעז אין צוגאב פון בערעט בלייבט גארסוטש די שליסל שטימע און פונקט ווי ביי יענע ארדער האט ער זיך נישט געלאזט הערן אין פובליק האט ער אויך איצט ביי די מונדליכע ארגומענטן איינגענומען א שטילקייט און נישט געעפנט דאס מויל אפילו איין מאל

דעריבער איז צו ערווארטן אז ער וועט זיין די שליסל שטימע און מען קען שפעקולירן צו ער האט געשטיצט בלויז יענע ארדער וועלכע האט זיך געהאנדלט פון לאזן זיין עימיצן אין צימער אדער ער וועט אויך דאסמאל שטיצן די רעכטן פונעם פאראורטיילטן צו ערלויבן דאס אנכאפן יענעם און דאווענען הויך

צייט וועט זאגן



א פרייליכן חנוכה!
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג נובעמבער 30, 2021 2:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 2:13 pm

וואו וואו וואו הבל! היינט האמיר זוכה געווען צו צוויי געריכט סעסיעס!

נאר א פיצעלע הערה, א גלח פרעפלט, די לשון דאווענען האט מיר געשטערט
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 2:37 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:וואו וואו וואו הבל! היינט האמיר זוכה געווען צו צוויי געריכט סעסיעס!

נאר א פיצעלע הערה, א גלח פרעפלט, די לשון דאווענען האט מיר געשטערט

א דאנק!

געטוישט די אויסדרוק

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 01, 2021 10:40 am

מיטוואך מקץ




פילע ערווארטן אז קאנגרעס זאל היינט שטימען אויף א ספענדינג ביל צו פארמיידן א רעגירונג פארשליסונג אבער דערווייל איז נישט ארויסגעלייגט געווארן קיין ביל
געשפרעכן צווישן די צוויי פארטייען איבער ווילאנג א CR זאל לויפן גייען דערווייל נישט גוט


*


רעפובליקאנע קאנגרעסמאן טשיפ ראי בריוולט צו מעקארטי און מעקאנעל אז זיי ערלויבן א רעגירונג פארשליסונג צו צוואונגען די ביידען אדמיניסטראציע אפצואווייכן פון זייערע וואקסין מאנדאטן
די רעטאריק שפיגלט אפ אן אויפשטייג צווישן א רייע אנדערע קאנסערוואטיווע קאנגרעס מיטגלידער און אקטיוויסטן וועלכע ווילן אויסנוצן די שאטדאון סטראשע צו פירן א קאמף איבער די וואקסין מאנדאט


*


סענאטארן פון ביידע פארטייען וועלן זיך איצט אינדערפרי טרעפן מיטן סענאט פארלאמאנטעריען וועלכע דארף באשליסן איבער די לעצטע דעמאקראטישע אימיגראציע בודזשעלוציע פראוויזיע


*


קאנגרעסמאן סאוזי וועלכע לויפט איצט פאר גאווערנאר און האט שווער געארבעט אז קאנגרעס זאל צוריקשטעלן די SALT פראוויזיע אין די קאנגרעס ווערסיע ווארנט אז אויב די סכענאט שנידט עס ארויס איז נישטא קיין דיעל
ער זאגט אז אויב סענאטארן האבן בעסערע וועגן צו אדרעסירן די זארגן זאלן זיי עס בעסער טוהן אין א וועג וועלכע ער וועט זיין גרייט צו אקצעפטירן


*


סענאטאר מענשין האט געהאט קלארגעשטעלט אז ער וויל נישט אז די באצאהלטע פאמיליע אורלויב זאל ווערן איינגעשלאסן אין די בודזשעלוציע און סענאטארן דזשיליברענד און אנדערע האבן שווער געארבעט אז ער זאל איינגיין אויף עפעס א קאנצעסיע אבער די פרואוון זענען ווי באריכטעט געווען פרוכטלאז
עוועונטועל האבן קאנגרעס דעמאקראטן עס יא אריינגעשטעלט אין די ווערסיע וועלכע זיי האבן באשטעטיגט און די אפיציעלע ערווארטונג איז אז מענשין וועט פארלאנגען אז די סענאט זאל עס ארויסשניידן
מען דארף באמערקן אז מענשין זאגט בלויז אז עס זאל נישט ווערן איינגעשלאסן אין די בודזשעלוציע אבער זאגט יא אז עס זאל ווערן אויפגעברענגט אין א באזונדערע ביל
דעמאקראטן טענה'ן אבער אז אזא ביל וועט קיינמאל באשטעטיגט ווערן אין די איצטיגע צוטיילטע סענאט סיידן מען שטפוט עס אריין אין די בודזשעלוציע מאכענאציע
טראץ וואס אין פובליק האט ווידערהאלט זיין קעגנערשאפט דערצו פארציילן געוויסע קוועלער אז פעלאסי און דזשיליברענד האבן נאכנישט אויפגעגעבן און יא אנדעקט א געוויסע אפנקייט ביי מענשין צו פארהאנדלען איבער דעם


*

געוועזענע וואשינגטאן קאנגרעספרוי דזשעלאנע אנסאלד געשטארבן אין עלטער פון 89 יאר
זי איז ארויס פון קאנגרעס ווערנדיג באזיגט אין 1994 למספרם ווען רעפובליקאנער האבן איבערגענומען קאנטראל פון קאנגרעס אין א צונאמי עלעקשאן


*


קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי האט אדרעסירט די מער עקסטרעמע אינערהאלב זיין קאנפרענץ וועלכע בונטעווען אקעגן די פירערשאפט ווי גרין און מעיס
ער האט קלארגעשטעלט אז ער איז נישט דא צו זיין קיינעם'ס בעביסיטער און אז 99% פון די קאקוס טוען די ריכטיגע זאך און זיי באדאנקט איבער דעם
די אנדערע אין די פירערשאפט האבן אויך גערעדט און גערופן פאר פארטיי אחדות און זיך צו האלטן צום מעסעדזש


*

רענדיג פון מעקארטי האט ער געטראנספערט פרישע 5.5 מיליאן דאלער פון זיין קאמפיין קאסע צו די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע


*


ווי נעכטן באריכטעט האט מארק מעדאוס אנגעהויבן קאאפערירן מיט די יונואר 6 למספרם סעלעקט קאמיטע כאטש וואס עס איז דערווייל אומקלאר ווי ווייט די קאאפעראציע וועט גיין
קאנגרעספרוי ליז טשעיני וועלכע זיצט אויפן קאמיטע גיבט איבער אז עס הייסט אז מעדאוס וועט שוין ערשיינען צו א פארהער אזוי פרי ווי קומענדיגע וואך


*


קאנסערוואטיווע אקטיוויסט דאסטין סטאקסטאן וועט קאאפערירן מיט דיסעלעקט קאמיטע און ערשיינען צו א פארהער


*


די וויסקאנסין סופרים קאורט האט געאורטיילט אין שטיצע פון בלויז מילדע טוישונגען צו די סטעיט לעגיסלאטור באשטעטיגטע מאפעס
דאס גאראנטירט אז רעפובליקאנער וועלן זיין אין די מאיאריטעט


*


רעדנדיג איבער רעדיסטריקטינג קומט פאר אן אינערן פארטיי שלאכט אין אילינאי ווען דעמאקראטישע קאנגרעסלייט מאריע ניימאן און שאן קאסטען קאנקורירן פאר די נייע 6'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
קאנגרעסלייט ביל פאסטער און ברעד שניידער האבן ביי אינדארסירט ניימאן איבער קאסטען


*

טים מאהאוני האט אנגעצויגן 48% אין די טעקסאס דעמאקראטישע קאמפטראלער פריימערי אין 2020 למספרם האט נעכטן געמאלדן אז ער וועט נאכאמאל לויפן


*

דזשארדזשיא סעקרעטערי אוו סטעיט ראפנסבערגער גייט אין געריכט צו פארלאנגען סיי וועלכע קאמיוניקאציע צווישן די ביידען יוסטיץ דעפארטמענט און ליבעראלע גרופעס אין באצוג צו די אדמיניסטראציע'ס פארזוך איבערצודרייען די סטעיט'ס לעצטע וואל רעפארם געזעץ



*


די נייע טראמפ בילדער ביכל האט דערווייל געזעהן 70 טויזנט פרי ארדערס פאר בוך עקזעמפלארן


*


הכל הבל האט געשריבן:מארגן דינסטאג וועט א פאנעל אויפן די סי סירקוט אויסהערן די קעיס פון טראמפ אקעגן די יונואר 6 למספרם קאמיטע וועלכע וויל לייגן א האנט אויף קאמיוניקאציע צווישן דעם געוועזענעם פרעזידענט און זיינע געהילפן אין די טעג ארום די קעפיטאל איבערפאל

די דריי ריכטער פאנעל האט נעכטן אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין לויף פון צוויי פעטע שטונדן און די ריכטער האט נישט אויסגעקוקט סימפאטיש צו די שטעלונג פון די טראמפ אדוואקאט

די קעיס איז געווארן אויסגעהערט דורך ריכטערין מילעט נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא און ריכטערין קאטאנזשי בראון דזשעקסאן נאמינירט דורך פרעזידענט ביידען און ריכטער ראבערט ווילקינס נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא

דזשעקסאן וועלכע ווערט באטראכט ווי די פראנט ראנער פאר א סופרים קאורט זיץ אויב זאל עס ליידיג ווערן האט קלארגעשטעלט אז די פראגע קומט אראפ איבער ווער עס באשליסט ווען אן אמטירנדע פרעזידענט באשליסט אראפצונעמען די עקזעקוטיווע פריווילעגיע שלאס אין די צייט ווען א געוועזענע פרעזידענט וויל דוקא יא פארזיגלען די דאקומענטן יד מי על העליונה

דזשעקסאן האט אבער אנגעדייטעט אז זי לערנט נישט אפ די 1977 למספרם סופרים קאורט אורטייל אין די ניקסאן קעיס אקעגן די דזשענעראל סערוויסעס אדמיניסטראציע אלץ טיהר וועלכע גיבט רעכט פאר טראמפ צו קלעימען עקזעקוטיווע פריווילעגיע

דער אדוואקאט האט קלארגעשטעלט אז ער האט נישט קין פראבלעם אז קאנגרעס באקומט צוטריט צו מיינסטנס דאקומענטן אבער פארלאנגט יא אז זיין קליענט צו קענען בלאקירן און פארזיגלען א האנדפול פון דאוקמענטן

מילעט האט געזאגט אז אפילו א געריכט זאל זוכן איבערצוגיין טראמפ'ס קלעים אויף א דאקומענט ביי דאקומענט באזיס און באשליסן אז זיי געניסן טאקע אין פרינציפ פון עקזעקוטיווע פריווילעגיע איז עס נאכנישט גענוג צו האלטן די דאקומענטן פארזיגלט ווייל די אלגעמיינע אנערקענונג אז א דאקומענט געניסט פון די פריווילעגיע נעמט נאכנישט אריין די געוויכט און ווארט וועלכע די איצטיגע אקופאנט אין ווייסן הויז האט אויפן פראצעדור
און אויב איז זיין ווארט שטארקער איז עס פונקט אזוי ווי א דאקומענט וועלכע געניסט פון די פריווילעגיע אבער קלעימט נישט די רעכט דערפאר

די ריכטער האבן אויסגעפרעגט דעם אדוואקאט אויב די געריכט האט בכלל יוריסדיקציע אריינצורעדן אין אזא שטרייט און יענער האט ארגומענטירט אז אלע דריי צווייגן פון די רעגירונג האבן שוין אנערקענט אין די פארגאנגנהייט אז געוועזענע פרעזידענטן קענען מאכן עקזעקוטיווע פריווילעגיע קלעימס און פרובירן צו בלאקירן די דעזיגנאציע וועלכע באפרייט ווייסע הויז רעקארדס פאר קאנגרעסיאנאלע איבערזיכט

די דריי נעכטן פאנעל איז געווארן באשטימט דורך א גורל און ווערט געזעהן ווי א גורל וועלכע איז שלעכט געגאנגען פאר טראמפ אבער אפגעזעהן וועלכע וועג די פאנעל וועט אורטיילן איז ערווארטעט אז פון דארט גייט עס גראד צום סופרים קאורט


*


נעכטן האבן מיר געהאט א לענגערע געריכט קעיס וואו מען פיל ארומגערעדט איבער אלאבאמא הינריכטונגען

אינטערסאנט ווי אצינד קומט די נייעס איבער דאיל העם וועלכע האט אין 2018 למספרם "איבערגעלעבט אן הינריכטונג פארזוך" און איז איצט געשטארבן אין עלטער פון 64 יאר א נאטורליכע טויט

העם האט שוין בעפאר זיין געסקעדזשועלטע הינריכטונג געליטן פון אן אומהיילבארע קרענק וועלכע ער איז נישט געווען ערווארטעט איבערצולעבן
ער האט זיך שוין געמוטשעט מיט אן אגרעסיווע און עקסטרעמע לימפאמא זינט 2014 למספרם און די קאמפליקאציעס פאראורזאכט האבן בייגעשטייערט צו זיין טויט

העם איז געווארן פאראורטיילט צוריק אין 1987 למספרם פארן פאטאל שיסן אן ארבעטער ביי א מאטעל און ער האט אפגעשימלט מער ווי 33 יאר אין טורמע

אין 2018 למסספרם האט די סטעיט אים פרובירט צו הינריכטן מיט אן איינשפריץ אבער די באאמטע האבן אויפגעגעבן נאכן זיך מוטשען פאר איבער צוויי מיט א האלב שטונדן צו געפונען א פאסיגע אדער וואו איינצושטעקן די נאדל

בעפאר די הינריכטונג האט שוין זיין אדוואקאט פארפירט אין געירכט אז די מערערע איינשפריצונגען צו באהאנדלען זיין קרענק האבן נישט איבערגעלאזט אן אדער וועלכע קען דערהייבן אזא איינשפריץ און ער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גערעכט

נאך די דורכגעפאלענע הינריכטונג האט זיין אדוואקאט באשולדיגט די סטעיט אז זייערע פארזוכן האבן געשעדיגט זיין קליענט און נאך פארהאנדלונגען האט די סטעיט אויסגעהאמערט אן אפמאך אונטער וועלכע ער וועט מער נישט קלאגן און אין אויסטויש וועלן זיי נישט סקעדזשועלן קיין פרישע הינריכטונג דאטום


*


א צייט צוריק האבן מיר באשריבן א קעיס אין וועלכע א גרופע קלעגער האט געזוכט צו קלאגן רעגירונג אגענטן צווישן אנדערן נוצנדיג די ביווענס פרעצעדענט

יענע טענה איז געווען אז מען האט פארלעצט זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן אבער אויף דעם האט די דיסטריקט געריכט אנגעוויזן אז די סופרים קאורט האט זיך שוין אין די פארגאנגענהייט אפגעזאגט פון אויסברייטערן א פריערדיגע סופרים קאורט פרעצעדענט אין די באקאנטע ביווענס קעיס צו די ערשטע אמענדמענט

ביווענס איז געווען עימיצער וועם דראג אגענטן זענען איבערגעפאלן זיין היים און אים אונטערזוכט פאר געווירצן ווועלכע זיי האבן קיינמאל נישט געפונען אבער די גאנצע אקציע איז געקומען אן קיין געריכטליכע ווארענט און אין פארלעצונג צו זיינע פערטע אמענדמענט רעכטן וועלכע באשוצן א מענטש פון ווערן באפאלן/אונטערזוכט אן א געהעריגע אורזאך/ערלויבעניש

דער ביווענס האט געקלאגט די אגענטן פארן פארלעצן זיינע פערטע אמענדמענט רעכטן אבער א דיסטריקט ריכטער האט עס ארויסגעווארפן מיט די טענה אז עס איז נישטא קיין פעדעראלע געזעץ אונטער וועלכע מען קען פארלאנגען פארגיטיגונג פאר "בלויז צוליב וואס אזא רעכט איז געווארן פארלעצט" און עס מוז זיין א ספעצעפישע געזעץ וועלכע שרייבט קלאר אז מען קלאגן פארן עס פארלעצן ווי צום ביישפיל אויב די סטעיט וואו דער קלעגער וואוינט ערלויבט צו פארלאנגען אנטשעדיגונג פאר אינוואדירן א פריוואטע הויז קען דער קלעגער קלאגן די אגענטן פארן פארלעצן די סטעיט געזעץ און אינוואדירן פריוואטע אייגנטום

אין יענע פאל האט די סופרים קאורט עווענטועל געאורטיילט אז א פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט איז יא גענוג צו קלאגן גייענדיג מיט די הנחה "אז יעדע פארלעצונג דארף קענען ווערן קאמפענצאסירט" ואם אפשר לקלקל אפשר לתקן און אז די אגענטן האבן די מעגליכקייט צו טרעטן אויף יענעם'ס רעכטן מוזן זיי זיין אויסגעשטעלט צו פארגיטיגן יענעם אויסער אין פעלער וואס קאנגרעס שרייבט א קלארע געזעץ אויף פארקערט אדער אין פעלער וואס פארארדענען פארגיטיגונג ווועט שאפן ערנסטע פראבלעמען

ווען די סופרים קאורט האט אין 2017 למספרם באקומען א געלעגנהייט אויסצוברייטערן די אויבנדעמאנטע פרעצעדענט אויך צו די ערשטע אמענדעמענט האט זי זיך אנטזאגט עס צו טוהן שרייבנדיג אז זי זוכט נישט אצינד אויסצוברייטערן ביווענס נאך מער און צוליב דעם איז די דיסטריקט ריכטער אין יענע קעיס געקומען צום אויספיהר נישט צו ערלויבן די גרופע קלעגער צו נוצן די ביווענס געזעץ און די דריי האבן טאקע נישט פרובירט צו אפעלירן די טייל אינעם סירקוט קאורט

צו באטאנען האט די סופרים קאורט דאן בלויז געשריבן אז אויפן מאמענט האבן זיי נישט קיין חשק עס אויסצוברייטערן אבער קלארגעשטעלט אז דאס באדייט נישט ווידער אריינצוקוקן אין די געדאנק ווען די אומשטענדן וועלן זיין רייף

אצינד צו אונזער קעיס, ראבערט באול אפערירט א קליינע מאטעל אין וואטקאם קאונטי אין בלעין וואשינגטאן און די אונטערשטע טייל פון די געביידע רירט אן די גרעניץ מיט קאנאדא

באול ארבעט שוין פאר די באורדער פאטראל זינט 2003 למספרם און פאר ICE זינט 2008 למספרם אלץ באצאהלטער אינפארמאנט איבער אימיגראציע אקטיוויטעטן אין די אומגעגנט

אין מערץ 2014 למספרם האט גרעניץ פאטראל אגענט עריק עגבערט באגעגנט באול און אויסגעפרעגט איבער זיינע געסט ויאמר לו איה האנשים אשר באו אליך הלילה און באול האט אים פארציילט איבער א גאסט פון ניו יארק וועלכע האט לעצטנס באזוכט טערקיי

שפעטער איז עגבערט צוגעפארן מיט זיין קאר צו באאבאכטן די מאטעל פון די נאנט צו זעהן ווען ער קומט און גייט און באמערקנדיג א גאסט ערשיינען איז ער ארויסגעקומען פון די קאר און צוגעגאנגען צו יענעם וועלנדיג אונטערזוכן יענעם'ס אימיגראציע סטאטוס

דאס איז שוין געווען צופיל פאר באול וועלכע האט פארלאנגט פון עגבערט צו פארלאזן זיין פראפערטי אבער יענער איז ווילד געווארן און נאך א היציגע ארגומענט האט ער אראפגעשליידערט באול אויפן קאר

עגבערט האט זיך דאן גענומען אויספרעגן דעם גאסט און דערווייל האט באול אלארמירט די אויטאריטעטן און א גרעניץ פאטראל סופערווייזאר מיט נאך אן אגענט זענען ערשינען אויפן סצענע און זענען נאך א קורצע אויספארשונג געקומען צום אויספיר אז דער יעניגער גאסט איז געזעצליך אין לאנד

נאכפאלגנדיג די אינצידענט האט באול אריינגעטראגן א באקלאגעניש צו עגבערט'ס סופערווייזאר און לויט די באשולדיגונג האט עגבערט אויס נקמה זיך פארבונדן מיט די איי אר עס און זיי געבעטן אריינצוקוקן אין באול'ס שטייער רעקארד וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט אן אודיט וועלכע האט אפגעקאסט פאר באול 5 טויזנט דאלער אין אקאונטינג סערוויסעס

באזונדער לויטעט די באשולדיגונג אז עגכגבערט האט זיך פארבונדן מיט נאך דריי רעגירונג אגענטורן מיט א פארלאנג אויסצופארשן באול'ס ביזנעס אקטיוויטעטן

באול האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט זאגנדיג אז עגבערט האט פארלעצט זיינע ערשטע אמענדמענט רעכטן וועלכע גאראנטירט פרייהייט פון אויסדרוק (צו קענען זיך באקלאגן איבער עגבערט'ס אויפפירונג) און פערטע אמענדמענט רעכטן (צו זיין באשוצט אקעגן אומבארעכטיגטע סוירטש אויף די אייגענע פראפערטי)

די דיסטריקט קאורט האט אפגעווארפן די קלאגע פון באול בויענדיג אויף די אומ'חשק פון די סופרים קאורט אויסצוברייטערן ביווענס צו דעקן ערשטע אמענדמענט קעיסעס

באול האט אפעלירט די באשלוס צום ניינטן קרייז געריכט און זיי זענען געקומען צום אויספיר אז ער קען קלאגן עגבערט נישט בלויז פארן פארלעצן זיינע פערטע אמענדמענט רעכטן נאר אויך איבער די ערשטע אמענדמענט פארלעצונגען

טראץ וואס די סירקוט האט נישט געהאט א בפירוש'ע סופרים קאורט פרעצעדענט צו נוצן ביווענס פאר ערשטע אמענדמענט רעכט האבן זיי געפונען א דיוק אין א 2006 למספרם סופרים קאורט אורטייל וועלכע האט געשריבן אז אן ארעסט וועלכע איז געמאכט געווארן אלץ נקמה איז געווען אויסגעהאלטן "צוליב וואס עס זענען למעשה געווען ווארשיינליכע באווייזן פון א פארברעכן"

טענה'ט די די ניינטע סירקוט אז משמע פון דעם איז, אז אויב זאל ווען נישט זיין די נוטיגע באווייזן און די ארעסט וואלט די נקמה ארעסט יא סובל געווען א ביווענס סארט אנקלאגע

עגבערט האט פארלאנגט אז די פולע סירקוט זאל איבערהערן די דריי פאנעל באשלוס אבער טראץ די אפאזיציע פון 12 ריכטער האבן א מאיאריטעט אויפן געריכט באשלאסן נישט איבערצוהערן די קעיס

פאר עגבערט איז געליבן די אפציע זיך צו ווענדן צום סופרים קאורט וואו ער האט אריינגעטראגן זיינע דריי פארלאנגען

צום ערשט האט ער געבעטן אז די געריכט זאל זאגן אז ביווענס איז נישט גילטיג אויף ערשטע אמענדמענט פארלעצונגען

והשנית וויל עגבערט אז די געריכט זאל קלארשטעלן אויב ביווענס וועלכע דעקט אין אלגעמיין פערטע אמענדמענט פארלעצונגען איז אויך כולל אימיגראציע אינפארסירונג

און צום לעצט באצייכנט ער די גאנצע ביווענס פרעצעדענט אלץ איבערגעבליבענע רעשטל פון א פארגאננהייט וועלכע איז נישט אין איינקלאנג מיט מאדערנע פרעצעדענט און וויל אז די געריכט זאל אריינקוקן אין די ביווענס געזעץ צו עס איז טאקע אויסגעהאלטן און האפט אז זיי זאלן ארויסווארפן יענע פרעצעדענט

די געריכט האט קלארגעשטעלט אז די לעצטע פארלאנג קומט נישט אין באטראכט אבער זיי זענען יא איינגעגאנגען אויסצוהערן די ערשטע צוויי פראגן



א פרייליכן חנוכה!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הנרות הללו, נישקשה און 18 געסט