א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך j718 » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 1:32 pm

thanks
א וווערטפולן סייט ווי מקען באקומען בחינם פארן שרייבן א reviewtahoevine.com

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 1:59 pm

א ריזיגע שכח הבל, דו ווייסט אליינס נישט וויפיל אידן ביסט מחי'!

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 2:55 pm

און איך אין די ריכטער'ס שוך וואלט געשטעלט נאך איין גאר וויכטיגע פראגע:
פאר וועלכע סיבה אין די וועלט מוז די סיטי אפעלירן דעם אורטייל ביז ארויף צום סופרים קאורט און שפענדן די פאררוקטע געלטער? ס'ממש אזוי וויכטיג פאר זיכערהייט? אדרבה, די סקרינס וואס רעקלאמירן יא עפעס וואס איז אויף יענע לאקאציע האבן כאטש אויך באגרעניצונגען ווי שנעל צו טוישן, ווי שטארק צו בלינקען, וכדו'?
פאר וועלכע סיבה אין די וועלט האבן זיי דאס באשלאסן צו פארטיידיגן אין געריכט ביז אויבן, נישטא קיין צווייטע עצה?!

________

א דאנק הבל!
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
Mezofzef
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Mezofzef » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 6:40 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:און איך אין די ריכטער'ס שוך וואלט געשטעלט נאך איין גאר וויכטיגע פראגע:
פאר וועלכע סיבה אין די וועלט מוז די סיטי אפעלירן דעם אורטייל ביז ארויף צום סופרים קאורט און שפענדן די פאררוקטע געלטער? ס'ממש אזוי וויכטיג פאר זיכערהייט? אדרבה, די סקרינס וואס רעקלאמירן יא עפעס וואס איז אויף יענע לאקאציע האבן כאטש אויך באגרעניצונגען ווי שנעל צו טוישן, ווי שטארק צו בלינקען, וכדו'?
פאר וועלכע סיבה אין די וועלט האבן זיי דאס באשלאסן צו פארטיידיגן אין געריכט ביז אויבן, נישטא קיין צווייטע עצה?!

________

א דאנק הבל!

דו ווייסט וואספארא חורבן די סיינס אויפ'ן ראוד זענען?!
הקול קול יעקב.
בשעה שיעקב מצפצף בקולו, אין הידים ידי עשו

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 7:05 pm

Mezofzef האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:און איך אין די ריכטער'ס שוך וואלט געשטעלט נאך איין גאר וויכטיגע פראגע:
פאר וועלכע סיבה אין די וועלט מוז די סיטי אפעלירן דעם אורטייל ביז ארויף צום סופרים קאורט און שפענדן די פאררוקטע געלטער? ס'ממש אזוי וויכטיג פאר זיכערהייט? אדרבה, די סקרינס וואס רעקלאמירן יא עפעס וואס איז אויף יענע לאקאציע האבן כאטש אויך באגרעניצונגען ווי שנעל צו טוישן, ווי שטארק צו בלינקען, וכדו'?
פאר וועלכע סיבה אין די וועלט האבן זיי דאס באשלאסן צו פארטיידיגן אין געריכט ביז אויבן, נישטא קיין צווייטע עצה?!

________

א דאנק הבל!

דו ווייסט וואספארא חורבן די סיינס אויפ'ן ראוד זענען?!

ניין, אבער כ'גלייב מ'קען טרעפן א לעזונג, שטעל אויס די געזעץ אויף אן אופן וואס זאל בעסער שטימען, פראביר דיר אדורך צו קומען מיט די פירמע, וכו'
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

Wow a1
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Wow a1 » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 8:41 pm

"א מאן אין לאס וועגאס האט געהאט אריינגעטראגן א באקלאגעניש אז עימיצער האט געשטימט דורך אן עבסענטי בעלאט אויף די נאמען פון זיין פארשטארבענע פרוי
דער מאן וועט זיך היינט דערקלערן שולדיג אז ער זעלבסט איז גאר דער וועלכע האט געשטימט אויף איר נאמען"

:lol: :lol:

אבער עס ווייזט נאך אלץ אז מען קען עס טיען.... ווען ער קומט ווען נישט זאגן וואלט מען קיינמאל נישט געוויסט..
Just do it

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17522
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 10:33 am

מיטוואך וישלח







פרעזידענט ביידען וועט אין די קומענדיגע דריי טאג באשליסן אויב צו רענאמינירן דזשעראם פאועל אדער ליבערשט גיין מיט פרוי ליעל ברעינארד

סענאטאר שעלדאן ווייטהאוז זאגט אז ער ווארט נאך א פובליק פארשפרעכונג פון פאועל איבער קלימאטן טויש און אז ער האט נאכנישט פארזיכערט זיין שטימע און אז ברעינארד איז געוויס בעסער אויף די אישו

סענאטאר שעראד בראון זאגט אז די סענאט וועט באשטעטיגן סיי וועם פון די צוויי אויב זאלן זיי ווערן נאמינירט

*

קאנאדא'ס פרעמיער מיניטער דזשאסטין טרודא טרעפט זיך היינט מיט ספיקער פעלאסי, סענאט מאיאריטעט פירער שומער און עטליכע סענאטארן פון ביידע פארטייען


*

לויט טייל דעמאקראטן איז דא א מעגליכקייט אז די קאנגרעס בודזשעט אפיס שאצונג אויף די בודזשעלוציע וועט שוין זיין גרייט אויף מארגן דאנערשטאג


*


ווי באריכטעט פלאנט די סענאט היינט צו עפענען די נאציאנאלע פארטיידיגונג אויטאריזאציע אקט דעבאטע און שומער פלאנט צוצוטשעפען די אנטי כינע ביל

עס האט געזאלט הייסן אז מען וועט אנהויבן אום 10 אזייגער מיט די פראצעדור אבער עס איז געווארן אפגעשטופט אן קיין קלארע צייט פלאן


שומער ערקלערט אז ער וויל גיבן פאר די ארמד סערוויסעס קאמיטע אביסל מער צייט איבערצוקוקן די טעקסט און זיך פאראייניגן אויף אן ענדגילטיגע אפמאך


*


סענאטארשע ערנסט (ר) זאגט איצט אז א פראוויזיע אין די ביל צו פארלאנגען פון פרויען זיך צו רעגיסטרירן אז אין פאל מען וויל איינשטעלן א מיליטערישע דרעפט אויך אויף פרויען זאל מען האבן די נויטיגע נעמען ליסטע איז א גוטע געדאנק אבער אנערקענט אז פון אירע מענער קאלעגן זענען אומאיינשטימיג דערמיט



*


כמעשהו בראשונה ביים באשטעטיגן די אנטי כינע ביל מיט עטליכע מאנאטן צוריק (אבער קאנגרעס האט עס נישט אויפגענומען) האט סענאטאר סענדערס קלארגעשטעלט זיין קעגנערשאפט זאגנדיג אז די שומער יאנג ביל נעמט אריין 52 ביליאן דאלער אין קארפארעיט וועלפעיר אן קיין רעגולאציעס עס צו באגרעניצן און עס וועט פראפיטירן א האנדפול פון מולטי ביליאן דאלער מייקראטשיפ פירמעס און אז די ביל וועט אויך רייכער מאכן דזשעף בעזאס און זיין ספעיס פירמע מיט 10 ביליאן דאלער


*

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע איז צוזאמגעשטעלט פון פינף מעמבערס אריינגערעכנט נתן סימינגטאן און דזשעפרי סטארקס ברענדען קאר אלע נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און דזשעסיקא ראזנווארצל וועלכע איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט ביידען
סימינגטאן און קאר זענען רעפובליקאנער און סטארקס און ראזנווארצל דעמאקראטן (טראמפ האט נאמינירט סטארקס זינט מען קען נישט האבן מער ווי דריי מיטגלידער פון איין פארטיי)
די פיפטע זיץ איז אצינד ליידיג און ווארט צו ווערן אנגעפולט דורך פרעזידענט ביידען
ראזנווארצל איז ארגינעל געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא אבער אין 2017 למספרם האט די סענאט איר באשטעטיגט פאר נאך א טערמין וועלכע וועט אויסלויפן ביים ענדע פונעם למספרם יאר
פרעזידענט ביידען האט ביים אריינקומען אין אפיס געשטעלט ראזנווארצל צו דינען אלץ עקטינג קאמיסיע פארזיצערין און ליבעראלן זענען געווארן אומרואיג זינט זיי באטראכטן איר אלץ נישט גענוג ליבעראל און אויסגעשפראכן אקעגן די גרויסע טעכנאלאגיע פירמע
די לינקע זענען געווען זייער נערוועז אז ביידען וועט עווענטועל נאמינירן ראזנווארצל אלץ פערמענאנטע מיטגליד און אז אפילו אויב נישט האבן זיי געהאלטן אז די אדמיניסטראציע פריאריטיזירט נישט גענוג די קאמיסיע און מען קען זיך טרעפן ענדע יאר מיט ראזנווארצל'ס אפטריט אן קיין באלדיגע ערזאץ וואס באדייט אז די רעפובליקאנער אויפן קאמיסיע באקומען א 1-2 אויבערהאנט
אצינד הערט מען אז די אדמיניסטראציע האט טאקע באשלאסן נישט צו נאמינירן ראזנווארצל פאר א פארמענאנטע טערמין נאכן אנערקענען אז זי איז נישט גענוג ליבעראל און וועט אנשטאט זוכן א קאנדידאט וועלכע מער אפשפיגלען די ווירדן פון לינא קהאן וועלכע איז די פארזיצערין אויף די פעדעראלע האנדל קאמיסיע
די נייעס קומט נאך וואס עטליכע מעסיגע סענאטארן אריינגערעכנט סינאמענשין האבן געשריבן צום ווייסן הויז אין שטיצע פון נאמינירן ראזנווארצל אבער ווי עס שיינט האט די ווייסע הויז אויך געליינט די פעלנדע אונטערשריפטן און באמערקט אז ווארען איז נישט צווישן זיי

פארציילן קוועלער איצט אז די אדמיניסטראציע וועט יא פאראויסגיין און נאמינירן ראזנווארצל אלץ פארזיצערין (איז עס איינע פון די צוקערלעך צוגעווארפן פאר מענשין דורכאויס די פארהאנדלונגען איבער די בודזשעלוציע?)
פאר די ליידיגע פיפטע זיץ וועלן זיי נאמינירן מתועבת גיגי שאן וועלכע פלעגט פאר א שטיק צייט דינען אלץ פראפעסארין אין ישיבה יוניווערסיטעט


א סענאט קאמיטע וועט היינט מיטוואך שטימען אויף ראזנווארצל'ס נאמינאציע

*

סענאטאר דזשאן טון זאגט אז דעמאקראטן פארשטאפן זייערע אויערן און איגנארירן די אויפשטייג פון אינפלאציע און זעצן פאר מיט זייער איבערגעטריבענע ספענדינג אגענדע
ער ערוארט נישט פון דעמאקראטן צו דערהערן די מעסעדזש אבער זאגט אז אמעריקאנער טוען דאס זייעריגע מיטן עס שיקן

-אזנים להם ולא ישמעו-


*


איבער די שריט פון די ווייאמינג רעפובליקאנע פארטיי נאכאמאל אויסצושליסן קאנגרעספרוי ליז טשעיני רעאגירן די סטעיט'ס צוויי סענאטארן מיט א שטימע רעאקציע
סענאטאר סינטיע לומיס זאגט אז מען זאל פרעגן טשעיני איבער דעם און סענאטאר דזשאן באראסאו זאגט אז ער האט נישט קיין נייעס צו פארציילן איבער די טעמע


*


אריזאנא דעמאקראטישע סענאטארשע קירסטען סינעמא וויל נישט זאגן אויב זי וועט לויפן פאר ווידערערוויילונג אין 2024 למספרם
זי זווארפט אויך אפ רעפובליקאנע רופן פאר איר צו טוישן פארטיי און קריטיקירט דעמאקראטישע פירער פארן הייבן ערווארטונגען פאר די אויסקוק פון א בודזשעלוציע זייער הויך און מיידט אויס פון זאגן קלאר אז זי שטיצט די רעזאלוציע
טעקסאס רעפובליקאנע סענאטאר דזשאן קארנין זאגט אז ער וואלט געווען איבערראשט אויב רעפובליקאנער זאלן פרובירן איר ארויסצושטויסן


*

ניו העמפשיר סטעיט הויז האט באשטעטיגט א נייע קאנגרעס מאפע וועלכע וואלט געשאפן איין רויטע און איין בלויע דיסטריקט


*


מערילענד רעפובליקאנע קאנגרעסמאן ענדי העריס איז אויך אן אנעסטסיאלאדזשיסט און מעלדט אז א באקלאגעניש איז געווארן אריינגעטראגן אקעגן אים פארן אויסשרייבן איווערמעסטין פאר א ווירוס אנגעשטעקטע פאציענט


*

א פויגל איז נעכטן ארומגעפלויגן אין די סענאט בעיסמענט


*

נעכטן האט זיך איןן ריכטער רעקיוזד פון די קעיס און היינט האט א צווייטע ריכטער געטוהן די זעלבע

עס האנדלט זיך פון די אנקלאגע אריינגעטראגן דורך קארטער פעידזש אנקעגן דגעוועזענע עף בי איי דירעקטאר קאומי
אצינד וועט די קעיס צופאלן צו ריכטער טימאטי קעלי נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און עס בלייבט צו זעהן אויב ער וועט עס יא אקצעפטירן


*


די עף בי איי איז איבערגעפאלן די היים פון מעסא קאונטי קאלאראדא קלוירק טינא פיטערס אלץ טייל פון אן אויספארשונג איבער באשולדיגונגען פון וואל מאשינען זיכערהייט לעכער
פיטערס האט געהאט פארשפרייט וואל שווינדלעריי באשולדיגונגען


*


אין די מינוטן קומט פאר די סענטענסינג פארהער אין א די סי געריכט אויף די מערסט פראמינענטע קאנען מיטגליד אנגעקלאגט אין די קעפיטאל איבערפאל דזשעיקאב טשענסלי
פראקורארן האבן פארלאנג אן אורטייל פון 5 מאנאטן טורמע
טשענסלי איז איצט ערשינען אין געריכט אויסקוקנדיג היבש אנדערש ווי אויף די בילדער פון יונואר 6 למספרם טראגנדיג די גרינע טורמע קיידער, און אין אן אפגעשוירענעם קאפ און מיט א צושטרויבלטע בארד


*


דורכאויס א געריכט פארהער אויף איינע פון די באשולדיגטע אינעם קעפיטאל איבערפאל האט יענעם'ס אדוואקאט באשולדיגט אז ווען זיין קליענט איז געווארן אויסגעפארשט האט ער זיך געשפורט אונטער דרוק צו ענטפערן לויטן געשמאק פונעם עף בי איי אגענט נאך וואס יענער האט אים אויסגעפרעגט אין אן אנגרייפנדע פאזיציע צוליב וואס דער אכענט האט נישט געטראגן קיין מאסק טראץ די ווירוס אויסברוך וואס בוזשעוועט



*

פרעזידענט טראמפ זאגט איצט אז ער גייט אין קורצן אפהאלטן א ראלי אין נעוואדע און האט שוין באשטימט א מאסיווע לאקאל אבער אנטזאגט זיך אנצוגעבן די נאמען פון די סיטי וואו עס גייט פארקומען


*


די פאלגענדע איז א באריכט איבער א היי פראפיל סופרים קעיס באשריבן מיט א צייט צוריק און מיר ציטירן עס ווען ביים ענדע איז צוגעלייגט א פרישע באריכט איבער די מונדליכע ארגומענטן

הכל הבל האט געשריבן:ווי די ליינער האלטן (יא אדער נישט) מיט רוקט מען זיך שוין נענטער צו די ענדע פונעם איצטיגן געריכט טערמין אין אורטיילן לאנדן יעדע שני וחמישי ווי די שטייגער פון אן אנגעשטערענגטע געריכט וועלכע דארף שליסן אירע טויערן און זיצט נאך אנגעלייגט מיט מערערע קעיסעס וועמענ'ס אורטייל איז נאכנישט געמאלדן

עס איז צום גלויבן אז די געריכט וועט צולייגן נאך אורטיילן טעג אריינגייענדיג טיפער אינעם למספרם מאנאט און מיר האפן זיי צו מעלדן ווען זיי קומען ארויס

ווי פארשטענדליך באדייט עס אז די זאפאסן פון קעיסעס וועלכע ווערן דא באריכטעט ליידיגן זיך אויס און די געריכט הויבט צוביסלעך אן צו אקצעפטירן פרישע קעיסעס אויפן קומענדיגן זמן
נעכטן מאנטאג האט די געריכט אקצעפטירט אן ערנסטע קעיס און פאלגענד זענען דעטאלן דערפון:

אין 2006 למספרם האט די עף בי איי אין ארענדזש קאונטי קאליפארניע אונטערגענומען אן אנטי טעראריזם אפעראציע און רעקרוטירט און באצאהלט פאר א לערער ביי אן איבונגען צענטער צו ווערן אן אינפארמאנט

דער יעניגער האט זיך אנגעגעבן אלץ עימיצער וועלכע זוכט זיך אנצושליסן אין די איסלאמישע רעליגיע און אזוי זיך אריינבאקומען אין די אילאמישע צענטער אין אירווין קאליפארניע און געזאמלט אינפארמאציע און אויך געטראגן אן אונטערהער אפאראט

ער האט אויך איינגעפלאנצט מערערע אפאראטן אינעם מאסק און אזוי אויך אין די היימען פון מיטגלידער פונעם צענטער וואו ער האט באזוכט נאכן זיך נענטער באקענען מיט זיי

נאך א יאר האט ער אנגעהויבן לאזן פאלן פארשידענע באמערקונגען איבער מעגליך נעמען ווילדע שריט און די מאסק מיטגלידער האבן עס געמאלדן פאר די פאליציי וועלכע האבן אים פארבאטן פון צוריקגיין אהין און די אגענטור האט דאן אויפגעלעזט די מיסיע

דער בחור איז שפעטער געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אויף אנדערע אומפארבונדעטע קלאגעס און פארשיקט געווארן אין א סטעיט טורמע וואו ער איז עטליכע מאל געשטאכן געוווארן נאכן ווערן באצייכנט דורך די ארעסטאנטן אלץ מסור

ער האט דאן אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די עף בי איי און באשולדיגט אז זיי האבן פארפעלט צו באשוצן זיין ווואוילזיין נאכן אים אויסנוצן אלץ אינפארמאנט און דורכאויס יענע אנקלאגע האט ער אויפגעדעקט זיין ראלע אלץ אינפארמאנט און פולע דעטאלן ארום דעם די מעמבערס פון די מאסק

אין 2011 למספרם, הערנדיג אזוי קלאר איבער יענעם'ס אקטיוויטעטן זיי נאכצוקוקן האבן דריי מיטגלידער פון די מאסק, יאסיר פאזאדזשא, אלי מאליק און יאסאר אבדעלראהים אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די רעגירונג, אקעגן די אגענטורן און אויך ספעציפיש אקעגן צוויי אגענטן פארמישט אין די אפעראציע

אין זייער אנקלאגע ברענגן זיי ארויס אז זיי זענען געציהלט געווארן אומקאנסטיטוציאנאל בלויז צוליב זייער רעליגיע וועלכע גייט אקעגן א פראוויזיע פון די פייסא אקט און פארלעצט זייערע ערשטע, פערטע און פיפטע אמענדעמענט רעכטן

דאן אטוירני דזשענעראל עריק האלדער האט אפגעשלאגן די קלאגע און פארלאנגט עס ארויסצואווארפן באזירט אויף די סטעיט סיקרעט פריווילעגיע אין די פייסא אקט וועלכע ערלויבט די רעגירונג צוריקצוהאלטן פון ארויסגעבן אינפארמאציע וועלכע קען שטעלן אין געפאר נאציאנאלע זיכערהייט און ערקלערט אז אזא פראצעס וועט פארלאנגען פון די רעגירונג אונטערצושטיצן זייערע מאטיוון פון דאס שפיאנירן אויפן מאסק מיט באווייזן וועלכע קען נישט ווערן אויפגעדעקט צוליב זיכערהייט זארגן

דער בוש נאמינירטער דיסטריקט ריכטער קארמעק קארני האט טאקע ארויסגעווארפן די קלאס עקשאן אנקלאגע איבער פייסא פארלעצונגען אקעגן די אגענטור באזירט אויף א געזעץ וועלכע באשוצט די רעגירונג זעלבסט פון קלאגעס אין געוויסע אומשטענדן סיידן די רעגירונג זעלבסט האט דערקלערט בעפאר אז זי ערלויבט אזעלכע סארט קלאגעס אקעגן איר אבער יא געלאזט פאראויסגיין די פייסא פארבונדעטע פארציע פון די קעיס אקעגן די ספעציפישע אגענטן שרייבנדיג אז זיי געניסן נישט אין אזא פאל פון קוואליפיצירטע באשיצונג (וועלכע פעלט זיך אויס פאר אינדיווידועלע רעגירונג איינגעשטעלטע)

אלע אנדערע נאן פייסא קלאגעס האט דער ריכטער ארויסגעווארפן באזירט אויף די סטעיט סיקרעט פריווילעגיע וועלכע האלדער האט אנגעגעבן

אין פילע פעלער וועט א געריכט אריינקוקן אין די אינהאלט פון מעגליכע באווייזן און איבערגעבן די אינפארמאציע פאר די קלעגער צו קענען בויען זייער קעיס אבער ארויסשניידן סענסיטיווע פאראגראפן וועלכע קענען שעדיגן נאציאנאלע זיכעהייט אבער אין אנדערע פעלער וועט די געריכט אננעמען אז צוצושטעלן די נויטיגע דאקומענטן וועלכע די רעגירונג וועט נוצן זיך צו פארטיידיגן און פארטרויען די קלעגער עס צו קענען אפווארפן קען נישט צושטאנד קומען אן זיי גיבן צוטריט צו האקעלע אינפארמאציע און דעריבער בלייבט נישט איבער קיין אפציע סיידן ארויסווארפן די קעיס און אט דאס האט טאקע פאסירט אין אונזער פאל

אין די פייסא אקט האט די רעגירונג אריינגעשטעלט א פראווויזיע גערופן סעקשאן 1806 וועלכע גיבט יא פאר ריכטער א צווייטע אפציע פאר אזלעכע פעלער און דאס איז אז דער ריכטער זעלבסט קען אריינקוקן אין די באווייזן פון די רעגירונג אן דעם וואס די קלעגער זאלן זיין אנוועזנד און באשטימען אויב די באוויייזן זענען מאסגעבנד

וויבאלד יענע אפציע ווערט בלויז דערמאנט אין די פייסא אקט וועלכע דעקט עלעקטראנישע שפיאנאזש האט דער ריכטער אנגענומען אז אויף די אנדערע קלאגעס וועלכע זענען נישט פארבונדן צו שפיאנאזש געזאמלט עלעקטראניש קען מען נישט דן זיין שלא בפני הבעל דין און איז דעריבער פארבליבן מיט די איינציגסטע אויסוואל ארויסצואווארפן די קעיס

די קלעגער האבן אפעלירט די קעיס צום ניינטן קרייז געריכט מיט די טענה אז די אפציע פונעם ריכטער דן צו זיין שלא בפני הבעל דין וועלכע די פייסא אקט איז מחדש זאל דעקן אויך די נאן פייסא קלאגעס און דער ריכטער זאל עס נישט מוזן איינפאך ארויסווארפן

א דריי ריכטער פאנעל האט אקצעפטירט און איינגעשטימט מיט די ארגומענט אז טייל פון די נאן פייסא קלאגעס זענען געדעקט מיט די אפציע וואס פייסא שטעלט צו פאר ריכטער איבערצוקוקן די געהיימע באווייזן איידער מען ווארפט ארויס א קעיס און צוריקגעשיקט די קעיס צום דיסטריקט ריכטער און אנטזאגט א פארלאנג אז די פולע באנק זאל עס איבערהערן

איבער די פראגע פון קוואליפיצירטע אימיוניטי אויף די אגענטן האבן די ריכטער איינגעשטימט אז מען קען זיי קלאגן אויף אונטערהערן זייערע געשפרעכן דורך אפאראטן איינגעפלאנצט אין זייערע היימען אין אפיסעס זינט עס איז א פלאץ וואו מענטשן ערווארטן פריוואטקייט און זיי אונטערהערן און אזא ווארענט פארלעצט זייער פרייוועסי און אויף דעם איז נישטא קיין קוואליפיצירטע אימיוניטי (אנדערש ווי אויף געשפרעכן רעקארדירט ווען דער אינפארמאנט זעלבסט האט גערעדט מיט זיי און מעגליך אפילו ווען ער האט רעקארדירט זייערע געשפרעכן מיט אנדערע אין די מאסק וואס אויף יענץ איז יא דא קוואליפיצירטע אימיוניטי)

די באשלוס נישט איבערצוהערן די קעיס איז געשריבן געווארן דורך ריכטערין בערזאן און ריכטער ראנאלד גאלד און ריכטער דזשארזש סטי

אלע דריי זענען געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן און דער איינציגסטער ארויסצוקומען עפנטליך פארלאנגען אז מען זאל יא איבערהערן די קעיס איז דער טראמפ נאמינירטער ריכטער באמאטי אבער וויבאלד עס זענען נישט געווען א מאיאריטעט ריכטער אויפן באנק מיטצוגיין דערמיט איז די ארגינעלער אורטייל געבליבן שטיין

די עף בי איי האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט שרייבנדיג צווישן אנדערן אז די פייסא אקט וועלכע פארבאט צו שפיאנירן אויף מענטשן צוליב זייער רעליגיע באציהט זיך בלויז אויף א ספעציפישע אינדיווידועל אבער נישט אויף אלגעמיינע שפיאנאזש מעטאדן

נעכטן מאנטאג האט די סופרים קאורט אקצעפטירט די קעיס און זיי וועלן עס אויסהערן אינעם קומענדיגן געריכט טערמין


אצינד האלט מען שוין נאך די מונדליכע ארגומענטן און עס איז צייט פאר אן איבערזיכט און באריכט איבער די פארהער אין געריכט

דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל עדווין נידלער האט ערקלערט פאר די ריכטער אז סעקשאן 1806 פון די פייסא אקט וועלכע גיבט די אפציע פאר ריכטער זעלבסט קען ארייצונקוקן אין די באווייזן פון די רעגירונג אן דעם וואס די קלעגער זאלן זיין אנוועזנד און באשטימען אויב די באוויייזן זענען מאסגעבנד איז געשריבן געווארן צו ווערן גענוצט אין פעלער וואס די "רעגירונג" איז די וועלכע זוכט צו נוצן די באווייזן אבער זיי צו פובליצירן קען שטעלן אין געפאר אמעריקא'ס זיכערהייט און דאן קען דער ריכטער זיך באנוצן מיט די אפציע
אבער אנדערש איז אונזער פאל וואו די רעגירונג זוכט אז מען זאל נישט קוקן אויף יענע אינפארמאציע און די קלעגער'ס זענען די וועלכע פארלאנגען עס, וואס נישט פאר אזא פאל האט מען מחדש געווען סעקשאן 1806

קעיגען האט אנערקענט אז א באדייטנדע טייל פון יענע סעקשאן איז געשריבן אויף א וועג צו אדרעסירן צו באשוצן אינפארמאציע ווען די רעגירונג וויל עס נוצן אקעגן אנגעקלאגטע אבער געפרעגט אויב מען קען טאקע נישט אננעמען אז קאנגרעס האט דערמיט אינזין געהאט אז מען זאל קענען נוצן די אפציע אויף ביידע וועגן, סיי ווען די רעגירונג וויל עס נוצן און סיי ווען די קלעגער ווילן

גארסוטש האט אטאקירט נידלער פון א צווייטע ריכטונג זאגנדיג אז מעגליך קען מען גאר אנקוקן די קעיס אלץ א פאל ווי די רעגירונג זוכט צו "נוצן" יענע אינפארמאציע אקעגן די אנגעקלאגטע

די לומדות גייט אז וויבאלד יענע אינפארמאציע קען שטארק בייהילפיג זיין פאר די אנגעקלאגטע טוט די רעגירונג מיט זייער פארזיגלען די אינפארמאציע "עס נוצן זיך ארויסצוהעלפן אין די קעיס" טאקע מיטן עס האלטן קלאסיפיצירט און אויב אזוי דארף עס יא זיין געדעקט אונטער סעקשאן 1806

ראבערטס איז יא געווען מער סימאפטיש צו די נידלער ארגומענט זאגנדיג פאר אהילאן ארולאנאנטהאם אז די רעגירונג זוכט נישט צו נוצן די אינפארמאציע נאר צו בענעפיטירן פון די פריווילעגיע צוגעשטעלט אין סעקשאן 1806 און אגעווארפן די גארסוטש פשעטל זאגנדיג אז ער פארשטייט נישט ווי אזוי דאס "נישט" לאזן נוצן אינפארמאציע קען ווערן אפגעלערנט אלץ גענוצט די אינפארמאציע

קאטרינא קעראל האט רעפרעזענטירט די אגענטן און געזאגט פאר די ריכטער אז עס וואלט געווען אומאויסגעהאלטן צו קלאגן זיינע קליענטן אין די צייט וואס זיי וועלן נישט קענען נוצן די אינפארמאציע (צוליב די רעגירונג קלאסיפיקאציע) זיך צו פארטיידיגן

ריכטער אליטא איז געווען סימפאטישע דערצו און עס בעסער ערקלערט זאגנדיג אז הגע בעצמך א פאל אונטער וועלכע די געריכט ערלויבט די אונטערשטע געריכט אז זיי זאלן איבערקוקן די אינפארמאציע און דאן זאל יענע ריכטער באשליסן אז פאר זיך אז די אגענטן האבן פארלעצט די רעכטן פון די קלעגער, ווי אזוי אין די וועלט זאלן די אגענטן זיך קענען פארטיידיגן געהעריג?!

בערעט האט אויך געמאכט די זעלבע ארגומענט זאגנדיג אז אויב זאל מען נוצן דא סעקשאן 1806 באדייט עס אז די אגענטן ווערן אריינגעפירט אין געריכט מיט געבונדענע הענט און הערן אויס די קלאגעס ווי געליימטע קאטשקעס אן די מעגליכקייט אראפצושטעלן א פארטיידיגונג

ארולאנאנטהאם האט גענומען די אליטא באהויפטונג און אים עס צוריקגעשליידערט אין געזיכט זאגנדיג אז אויב איז וואר די טענה דאן דארף עס שפיגלען אין ביידע ריכטונגען און מען קען שטעלן די זעלבע פראגע ביים "נישט" לאזן א ריכטער אפילו קוקן אויף די אינפארמאציע און זיך ואונדערן ווי אזוי אין די וועלט דארפן די קלעגער קענען איבערצייגן זייער קעיס

אליטא האט פרובירט אפצוטיילן די צוויי זאגנדיג אז עס איז פארשטענדליך אז נישט אלע וועגן קענען זיין ברייט אפן פאר קלעגער צו קענען פאראויסגיין מיט קלאגעס טראץ וואס מען קען נישט בלאקירן אט די זעלבע וועגן פאר אנגעקלאגטע זיך צו פארטיידיגן

אליטא און קעווענאו האבן אויך געפונען א באזונדערע פראבלעם מיט די ניינטע סירקוט אורטייל זאגנדיג אז אין געוויסע פעלער איז די אינפארמאציע אויסנאם האקל און סענסיטיוו אז עס איז איינגעשטעלט צו צייגן אפילו פאר א פעדעראלע ריכטער

ביים ענדע פון די סעסיע האט אויסגעקוקט ווי א מאיאריטעט איז געווען סקעפטיש איבער די ניינטע קרייז געריכט אורטייל אבער עס איז געווען אומקלאר ווי אזוי גענוי זיי וואלטן פאראויסגעגאנגען ווען א טייל פון די ריכטער האבן געשיינט צוריקצושיקן די קעיס צו די נידריגע געריכט און טרעפן א וועג צו ערלויבן די קלאגעס פאראויסצוגיין און מיט דעם אלעם אויסמיידן פון דירעקט אדרעסירן די פראגע אויב סעקשאן 1806 גילט אין א פאל וואס די רעגירונג זוכט צו פארזיגלען די אינפארמאציע

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 11:59 am

ש'כח הבל! ס'נישטא קיין ווערטער ארויס צו ברענגען די דאנק!
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4750
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 12:01 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ש'כח הבל! ס'נישטא קיין ווערטער ארויס צו ברענגען די דאנק!
פארברענגט מיט די היימישע קליקע אויף וואצעפ...

פאר מער פרטים קומט אין אישי.

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך j718 » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 1:48 pm

thanks
א וווערטפולן סייט ווי מקען באקומען בחינם פארן שרייבן א reviewtahoevine.com

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17522
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 1:51 pm

א הארציגן דאנק פאר יעדן'ס פידבעק!

עס גיבט מוט פארצוזעצן בעז"ה

אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: בלומען טאפ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קלמן יאסעלע » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 2:30 pm

הכל הבל האט געשריבן:א הארציגן דאנק פאר יעדן'ס פידבעק!

עס גיבט מוט פארצוזעצן בעז"ה

א ייש"כ באמת!
מיר ליינען דאס מיט דורשט, כאטש נישט אלעמאל קומט אויס זיך צו באדאנקען.
אמר"ש, דארף מען זיך באדאנקען פאר די ריטענהאוז דעקונג.
האסט א מיינונג? נישקשה, גיב נאר אכט עס זאל נישט ווערן א שטעלונג!

עולם האמת
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עולם האמת » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 4:05 pm

א גרויסן שכח!!
מיר באלעקן זיך

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 4:09 pm

עולם האמת האט געשריבן:א גרויסן שכח!!
מיר באלעקן זיך

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ggg » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 4:12 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ש'כח הבל! ס'נישטא קיין ווערטער ארויס צו ברענגען די דאנק!

גיי פארשטיי
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 8:21 pm

ggg האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ש'כח הבל! ס'נישטא קיין ווערטער ארויס צו ברענגען די דאנק!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17522
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 10:07 am

דאנערשטאג וישלח




פרעזידענט ביידען טרעפט זיך היינט מיט די פירער פון קאנאדא און מעקסיקא



*


הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט אין די קומענדיגע דריי טאג באשליסן אויב צו רענאמינירן דזשעראם פאועל אדער ליבערשט גיין מיט פרוי ליעל ברעינארד

פרייטאג 5 אזייגער


*


קאנגרעס דעמאקראטן האפן ווייטער אז די קאנגרעסיאנאלע בודזשעט אפיס וועט נאך היינט ארויסקומען מיט זייער שאצונג אויף די בודזשעלוציע אז ביינאכט זאלן זיי נאך קענען שטימען דערויף


*


ספיקער פעלאסי און סענאט מאיאריטעט פירער שומער זענען נעכטן איינגעגאנגען אויף אן אפמאך אונטער וועלכע די סענאט וועט שטימען אויף די פארטיידיגונג ביל אן די אנטי כינע ביל (וועלכע זיי האבן שוין באשטעטיגט א צייט צוריק) און אין אויסטויש וועט פעלאסי ארויפברענגן די שוין סענאט באשטעטיגטע אנטי כינע ביל פאר אן אפשטימונג אין קאנגרעסאונטער די קאנפרעץ פראצעדור
די סענאט האט שוין טאקע נעכטן נאכט געשטימט אויף קלאוטשער אויף די פארטיידיגונג ביל און די אפשטימונג איז אריבער מיט 15-84


*


בערני סענדערס זעצט פאר צו האמערן אקעגן די אנטי כינע ביל וועלכע שומער זוכט אדורכצושטופן זאגדיג אז דעמאקראטן קענען נישט רעדן איבער פארלאנגען פון די רייכע צו באצאהלן זייער פארלאנגטע שטייער פארציע און דאן שטימען פאר א ביל וועלכע גיבט גרויסע שטייער הנחות פאר מיליאנערן
די היפאקריטיע איז צי שטארק


*



הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט נאמינירן דעם קאזאכסטאן געבוירענע סאול אמעראווא אלץ קאמפטראלער פון די אמעריקאנע וואלוטע אגענטור
אמעראווא ווערט געזעהן לויט רעפובליקאנער אלץ עימיצער מיט א גאר ראדיקאלע וויזיע איבערצומאכן די באנקינג אינדוסטריע זייענדיג א קעמפער פאר קריפטא רעגולאציע און אנטי גרויסע בענק און עס בלייבט צו זעהן אויב זיי וועלן קענען אראפשטעלן א פאראייניגטע פראנט און רעקרוטירן איין צענטריסטישע דעמאקראט אראפצוברענגן איר נאמינאציע

זי וועט היינט ווערן פארהערט פארנט פון די סענאט באנקינג קאמיטע
סינעמא און טעסטער זיצן ביידע אויפן קאמיטע און אויב ביידע שטימען מארגן אין איר שטיצע וועט איר נאמינאציע אריינפאלן אין די הענט פון מענשין צו ציען דעם צינגל איין וועג אדער די אנדערע
טעסטער האט אנגעדייטעט מיט עטליכע וואכן צוריק אז ער האט זיך זיינע זארגן איבער די נאמנינאציע און געשאצט אז אין בעסטן פאל וועט די קאמיטע אפשטימונג זיך ענדיגן 50-50 וועלכע וועט צוואונגען שומער צו בעטן פון די פולע סענאט צו באפרייען די נאמינאציע פון די קאמיטע אבער געווארנט אז עס איז דא א שאנסן פון דעמאקראטישע דעפעקציע אין קאמיטע וואס וועט טעכניש אפשטעלן די נאמינאציע
עס ווערט אויך באקאנט אז צוריק אין די ניינציגער למספרם איז אמאראווא געווארן ארעסטירט און באשודלגו מיט רויבעריי אבער עווענטועל איז די מיסדימינאר קלאגע געווארן ארויסגעצויגן
אמאראווא האט אויך געהאט באצייכנט די אויל און קוילן אינדוסטריעס אלץ פראבלעמאטיש און אזעלכע וועלכע מען דארף באנקראטירן


*



צוריק אין פעברואר למספרם איידער די ביידען אדמיניסטראציע האט באשטעטיגט די נאנט צו צוויי טריליאן דאלער ווירוס סטימולוס ביל האט געוועזענע אבאמא נאציאנאלע עקאנאמישע קאונסיל דירעקטאר לערי סאמערס געשריבן אז די ביל וועט דראמאטיש העכערן אינפלאציע און פירן צו פינאנציעלע דעסטאביליסאציע
לעצטנס האט א צווייטע אבאמא עקאנאמיסט דזשעיסאן פורמאן געזאגט אז דאס לאנד האט שוין געהאט א היבשע וועג ארויסגעקראכן פון די פינאנציעלע לאך און סטעיטס האבן שוין געהאט באקומען גענוג הילפס געלטער ביז אהין צו סטאביליזירן זייערע בודזשעטן קוקנדיג אויף זייער שטייער איינקופט און יענע ביל איז געווען אין גרויס טייל א גרייז
נעכטן האט אבאמא אויטא צאר סטיווען ראטנער אויך געשריבן אז די ארגינעלע זינד איז געווען די מערץ למספרם סטימיולוס וועלכע איז כמעט נישט געווארן פינאנצירט
ער האט ארויסגעברענגט אז די ברייטע געלט טיילעריי איז געווען אן קיין חשבון איז נישט ווי אן אינוועסטירונג און אן קיין רעכענונג פון וואנעט זיי צו דעקן
טראץ וואס אלע דריי זענען איינשטימיג אין באצוג צו די סטימיולוס ווערט זייער אליאנץ געשפאלטן קוקנדיג פאראויס צו די בעפארשטייענדע בודזשעלוציע וועלכע פרעזידענט ביידען זוכט אדורכצושטופן אין וואשינגטאן
סאמערס און פורמאן זענען ביי די מיינונג וועט נישט ביישטייערן צו די אינפלאציע צוליב וואס אנדערש ווי די סטימיולוס ווערט עס אהערגעשטעלט צו זיין געדעקט מיט געוויסע ספענדינג שניטן און הויפטזעכטליך מיט שטייער העכערונג
ראטנער שרייבט אבער אז אויך די בודזשעלוציע וועט נישט טויגן פאר די עקאנאמיע און אז די איינציגסטע סיבה פארוואס די רעזאלוציע גיבט דעם איינדרוק אז עס איז געדעקט איז בלויז צוליב א רייע בודזשעט שפיצלעך ווי די איינרעדעניש אז די ספענדינג פראגראמען וועלן אויסלויפן נאך עטליכע יאר אין די צייט וואס די העכערע שטייערן וועלן לויפן פאר די גאנצע 10 יאר
ער ווארנט אז מען מוז רעכענען אז איינמאל די ספענדינג פראגראמען ווערן געלאזט אין גאנג וועלן זיי שפעטער באנייעט ווערן און נעמענדיג דאס אין חשבון באדייט אז די קומענדיגע הילף פעקל וועט פארזעצן צו טרייבן די אינפלאציע גאלאפ אויף ארויף


*


די ווירוס סטימיולוס פעקל האט אנטהאלטן א פראוויזיע וועלכע פארבאט סטעיטס צו נוצן הילף געלטער און עס פארוואנדלען אין שטייער שניטן פאר די בירגער13 סטעיטס האבן געקלאגט די פעדעראלע רעגירונג אז אזא פראוויזיע איז אן אינוואזיע פון וואשינגטאן אויף סטעיט זעלבסטשטענדיגקייט מיטן אריינרעדן איבער ווי אזוי די סטעיט שטייער קאוד זאל ארבעטן
אין יולי למספרם האט דיסטריקט ריכטער פון אהייא דאגלעס קאול (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) געאורטיילט אקעגן די פראוויזיע
אין סעפטעמבער למספרם האט דיסטריקט ריכטער פון קענטאקי גרעגארי ווען טעטנהאוו (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צוויייטער) געאורטיילט אקעגן די פראוויזיע
אצינד קומט די נייעס אז אין אלאבאמא האט דיסטריקט סקאט קוגלער (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) אויך געאורטיילט דאס זעלבע און געשריבן אז זיין אורטייל זאל זיין גילטיג פאר אלע 13 סטעיטס וועלכע קלאגן גרייטנדיג א רייפע קעיס פארן סופרים קאורט אויב זאל די רעגירונג עס פארזעצן צו אפעלירן


*



הכל הבל האט געשריבן:טעקסאס רעפובליקאנע סענאטאר דזשאן קארנין זאגט אז ער וואלט געווען איבערראשט אויב רעפובליקאנער זאלן פרובירן איר ארויסצושטויסן


קארנין אין א דעמעדזש קאנטראל פארזוך: איך האב מיך פילייכט ארויסגעגליטש אביסל פון מיין שליטןת וואס איך האב געמיינט צו זאגן איז בךויז אז זי געניסט פון היבשע צופרידנהייט ראטעס צווישן רעפובליקאנער אין איר סטעיט


*


אין א פרישע אינערן פארטיי קאנקורענץ וועלכע קען אויסברעכן איז צווישן די צוויי דזשאדזשיא דעמאקראטישע שטערנס לוסי מקבעט און קעראליין באוערדאקס
די לעצטע האט נארוואס געמאלדן איר קאנדידאטור פאר די איינציגסטע נייע בלויז זיבעטע דיסטריקט אין די אטלאנטא סובארבס און מקבעט קען נאכפאלגן


*



ריכטער קארל ניקאלס וועלכע פארפיגט אויף די סטיוו בענאן קעיס האט צוריק אין 2008 למספרם אלץ בוש יוסטיץ דעפארטמענט אדוואקאט געמאכט די ארגומענט אז נאנטע בוש ראטגעבער זענען באשוצט אקעגן קאנגרעסיאנאלע סובפינעס


*


ביי א זיצונג פון די רעפובליקאנע גאווערנאר אסאסיאציע איז ווירדזשיניע גאווערנאר ערוויילט גלען יאנגקין געפרעגט געווארן אויב ער וועט זיך האלטן צו זיין פארשפרעכונג געמאכט אויפן קאמפיין צוג צו גיין אויף די אפענסיווע איבער חוקי רציחה
יאנגקין האט געגעבן א ביישפיל פון א געוויסע סארט ביל וועלכע ער וואלט פרובירט צו באשטעטיגן אבער צוגעלייגט אז וועט נישט זיין טייל פון זיין "ערשטע טאג פלאן" ווען ער וועט זיך ערשט נעמען צו שולעס, שניידן רעגולאציעס און אנדשערע זאכן

*


ווירדזשיניע סטעיט סענאטאר אמאנדא טשעיס (ר) וועלכע איז בעפאר געלאפן פאר גאווערנאר וועט לויפן אקעגן דעמאקראט אביגיל ספענבערגער


*


הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג אמור
די צווייטע אמענדמענט איז באקאנט צו גיבן רעכט פאר מענטשן צו באזיצן געווער און אין פארלויף פון די יארן האבן געריכטן ארויפגעשטעלט פארשידענע באגרעניצונגען איבער ווער עס איז בארעכטיגט דערצו און וועלכע סארט געווער עס שליסט איין

איין פראגע וועלכע ווערט נישט אדרעסירט אין די אמענדמענט און די העכסטע געריכט האט נאכנישט באהאנדלט איז וואו מען מעג אלץ מיטנעמען די געווער

די באקאנטע העלער סופרים קאורט פרעצעדענט באשטעטיגט די צווייטע אמענדמענט רעכט צו באזיצן געווען אבער א שפעטערע אורטייל גיבט רעכט פאר די סטעיטס צו רעגולירן די באנוץ און דאס האט געעפנט א קאנע פון ווערים אין פארעם פון פארשידנארטיגע סטעיט רעגולאציעס לענגאויס אמעריקא און געריכטליכע קאמפן איבער וועלכע רעגולאציע עס איז אויסגעהאלטן און וועלכע נישט

צום ביישפיל איז דא א דעבאטע רעגולאציעס אויף יארגאנג אדער אויף ערלויבעניש פאר איינוואוינער פון אנדערע סטעיטס אריינצוברענגן געווער אין א סטעיט וואו זיי וואוינען נישט אבער די היינטיגע קעיס איז ווי געזאגט איבער די רעכט ארויסצוטראגן געווער ברשות הרבים

ניו יארק סטעיט פארבאט פאר געווער באזיצער זיי מוציא צו זיין מרשות היחיד לרשות הרבים מיטן אויסנאם פון אזעלכע וועלכע ווערן באשטעטיגט פאר א לייסענס עס ארומצוטראגן מיט זיך

די געזעץ וועלכע איז שוין אלט 108 יאר שרייבט עס מען קען זיך ארומטראגן מיט געווער בלויז פאר א ריכטיגע צוועק און סטעיט געריכטן האבן עס אויסגעטייטשט אלץ א פארלאנג פאר באווייז פון ספעציעלע געברויך פון זעלבסט שוץ און אז די לייסענס קען נישט געגעבן ווערן פאר אלגעמיינע ניו יארקער וועלכע זוכן עס צוליב געווענליכע זעלבסט פארטיידיגונג נאויב מען קען נישט איבערצייגן צו האבן א ספעציעלע אורזאך צו זיין באזארגט פאר די אייגענע זיכערהייט

די פראגע אויב מען קען פארבאטן מיטצונעמען מיט זיך געווער ביים פארלאזן די שטוב איז שוין באהאנדלט געווארן אין א רייע סירקוט קאורטס איבערן לאנד ווען די זיבעטע און די סי קרייז געריכטן האבן געשריבן אז די רעכט מיטצוטראגן געווער מיט זיך ברשות הרבים איז אייניג שטארק מיט די רעכט עס צו באזיצן אינדערהיים אבער די ניינטע און צענטע קרייז געריכטן האבן געשריבן אז די רעכט פאר געווער איז רעזערווירט בלויז פאר מענטשן אין זייערע היימען

די דריטע און פערטע סירקוט האבן זיך אנטזאגט פון אדרעסירן די פראגע און די ערשטע און צווייטע געריכטן האבן געשריבן אז עס איז דא א רעכט מיטצונעמען געווער אינדרויסן פון שטוב אבער אז די רעכט איז א שוואכערע און מער באגרעניצט ווי די רעכט עס צו האלטן אין שטוב

די איצטיגע קעיס איז געווארן אריינגעטראגן דורך ראבערט נאש און ברענדאן קאטש וועלכע האבן זיך איינגעגעבן פאר א ניו יארקער לייסענס צו קענען ארויסטראגן די געווער פון שטוב אבער צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט דעמאנסטרירן אז זיי האבן אן אויסערגעווענליכע גרונד צו זיין באזארגט פאר זייער זיכערהייט האט די סטעיט לייסענס אפיציר אפגעווארפן די אפליקאציע

די דיסטריקט געריכט און שפעטער די צווייטע סירקוט האבן ווי פריער דערמאנט געשריבן אז די רעכט צו קענען נוצן געווען ברשות הרבים איז באגרעניצט פאר פעלער פון ספעציעלע געברויך

נאש און קאטש אינאיינעם מיט די ניו יארק סטעיט רייפל און פיסטאל אסאסיאציע האבן גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט און פארלאפענע מאנטאג האט די העכסטע געריכט אקצעפטירט די קעיס



אצינד האלט מען שוין נאך די מונדליכע ארגומענטן און פאלגענד איז א שטיקל איבערבליק אויף ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען

די אדוואקאט פאר די קלעגער איז געווען דער פראמינענטער קאנסערוואטיווער אדוואקאט פאול קלעמענט וועלכע האט שוין רעפרעזענטירט א רייע באקאנטע קעיסעס אינעם העכסטן געריכט און ער האט ארויסגעברענגט אז זיך ארומטראגן מיט געווער איז א קאנסטיטוציאנאלע רעכט וועלכע קען נישט ווערן באגרעניצט מיט א רעגירונג רעגולאציע וועלכע פארלאנגט איבערצייגוגנ אז מען האט א ספעציעלע גוטע אורזאך דערצו

קלעמענט האט געבעטן די ריכטער צוריקצוקוקן אויף די היסטאריע פון גאן געזעצן און רעכטן צוריקגייענדיג צו די גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן און די היסטאריע טוט קלאר אונטערשטיצן זיין באהויפטונג

ער האט אבער געזאגט אז מען זאל בלויז קוקן אויף די היסטאריע ביז די ניינצן הונדערטער יארן למספרם ווייל מען זוכט נישט בלויז צו שטודירן היסטאריע נאר ליבערשט זיך קאנצעטרירן אויף די טיילן וועלכע זענען רעלעוואנט צו פארשטיין וואס די גרונדער האבן געזוכט מיט די צווייטע אמענדמענט

קעיגען און סאטאמאיאר האבן עס אפגעווארפן זאגנדיג אז די היסטאריע פון גאן געזעצן איז רייך און פילפארבי און מען דארף יא באטראכטן די פולע בילד אריינגערעכנט פון שפעטערע געריכט באגרעניצונגען

קעיגען האט אנגעוויזן אויף די העלער אורטייל פון 2008 למספרם וועלכע האט אגרעניצט גאן צוטרירט פאר באשולדיגטע פארברעכער און גייסטיש קראנקע פרעגנדיג וויצנלדיג צו די אלע געזעצן זענען נישט געווארן באשטעטיגט אין 1920 למספרם

די ליבעראלע ריכטער האבן אויך געצווייפלט אין די שטרענגקייט וואס די ניו יארק געזעץ שטעלט פאר לויט ווי קלעמענט האט עס פארגעשטעלט

קעיגען האט אנגעוויזן אז אויב זאלן סטאטיסטיק ייגן אז די סטעיט טוט פאקטיש באשטעטיגן פילע אפליקאציעס צו קענען טראגן די געווער אין פובליק איז די בילד אינגאנצן אנדערש און אנגעדייטעט אז מעגליך זאל די געריכט צוריקשיקן די קעי צו די אונטערשטע געריכט פאר ווייטערדיגע באהאנדלונג אז זיי זאלן זיך בעסער דערגרונטעווען איבער וויפיל אזעלכע אפליקאציעס ווערן באשטעטיגט/אפגעווארפן און ערשט דערנאך זאל די סופרים קאורט באשליסן אויב זיי זאלן עס באהאנדלען

די קאנסערוואטיוון האבן מער פארשטאנען קלעמענט'ס ארגומענט אין פרינציפ אבער יא אביסל געדרוקט אויף אים איבער ווי אזוי מען זאל פראקטיש נאכגעבן זיינע פארלאנגען זייענדיג באזארגט אז איינפאך פסל'ן די געזעץ קען באדראען די זיכערהייט אין סענסיטיווע ערטער א שטייגער ווי געריכט הייזער, לופטפעלדער, און שולעס

ראבערטס האט געפרעגט פון קלעמענט אויב ער וואלט איינגעשטימט צו א פארבאט צו טראגן געווער אין יוניווערסיטעט קאמפוסן, ספארט סטאדיומס און פלעצער ווי אלקאהאל ווערט סערווירט

קלעמענט האט רעאגירט זאגנדיג אז אזעלכע פראגן דארפן אנטשידן ווערן אויף א קעי ביי קעיס פארנעם אן מען דארפ צווישן אנדערן באטראכטן אויב די ברייטע פובליק האט צוטריט אהין

קעיגען האט אריינגעפרעגט אויב מען זאל קענען אריינקומען מיט געווער אין ען וויי יו זאגנדיג אז סיי ווער קען האבן צוטריט ארום די קאמפוס, אויף וואס קלעמענט האט זיך ארויפגעכאפט זאגנדיג אז ען וויי יו האט נישט עכט קיין קאמפוס

קעווענאו האט געפרעגט קלעמענט אויב ער וועט זיין צופרידן אז ניו יארק זאל קענען פארלאנגען א מער איינפאכע טעסט בעפאר זיי גיבן א לייסעסנס אויפן זעלבן פארנעם ווי א רייע אנדערע סטעיטס וועלכע פירן דורך בעקגראונד טשעקס און פארלאנגען געווער טרענירונג און קלעמענט האט אויסגעדרוקט וויליגקייט דערצו

קעווענאו האט פארגעזעצט קלארצושטעלן אז די איינציגסטע פראגע פארנט פון די געריכט איצט איז די קאנסטיטוציאנאליטעט פון די רשות הרבים פארבאט און נישט די באזונדערע פארבאט אויף טראגן געווער אין סענסיטיווע ערטער און געפרעגט פון קלעמענט צו דאס אראפשטימען די רשות הרבים פארבאט וועט לאזן אין פלאץ די סענסיטיווע ערטער פארבאט אויף וועלכע קלעמענט האט באשטעטיגט אז זיינע קליענטן טוען אצינד בלויז קלאגן איבער די רשות הרבים פארבאט

קעווענאו האט צוגעענדיגט אז מען דארף ניש גריבלען אין די היסטאריע פון גאן געזעצן נאר מען קען אפליינען די צווייטע אמענדמענט און פארשטיין אז עס איז דא א רעכט צו פארמאגן געווערן און טראץ וואס שפעטערע היסטאריע האט צוגעטשעפעט געוויסע באגרעניצונגען איז אבער קלאר פון די טעקסט פון די אמענדמענט אז אין אלגעמיין זענען בירגער זיך פריי צו באוועגן מיט געווער אין זייער באזיץ

בארבארא אנדערוואד איז די ניו יארק סאליסיטאר דזשענעראל און האט רעפרעזענטירט די סטעיט און יא אנגעוויזן אויף די היסטאריע פון צענדליגע יארן וואס מען האט באגרעניצט געווער באזיץ ווען עס קומט צו פובליק סעיפטי און אנגעוויזן אז די ניו יארק געזעץ זיצט אין די ראמען פון אט די טראדיציע

אויך ברייען פלעכטער וועלכע איז די פעדעראלע פריניצפאל דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל איז געקומען אין נאמען פון די ביידען יוסטיץ דעפארטמענט צו נעמען די זייט פון ניו יארק און געמאכט ענליכע באמערקונגען

ראבערטס האט זיי געצימבלט אויף די ציפערן וועלכע צייגן אז ניו יארק באשטעטיגט לייסענסעס אויף א העכערע ראטע אין שוואך באוואוינטערע געגנטער צוליב די ערווארטונג אז דארט שאפן זיך זעלטענער קאנפליקטן און זענען ווייניגער באזארגט אז די געווער וועט גענוצט ווערן

ראבערט האט געזאגט פאר אנדערוואד אז די העלער פרעצעדענט שטיצט אונטער די רעכט פאר געווער באנוץ צוליב זעלבסט פארטיידיגונג און אויסגעפירט מיט וואונדער צו די נויט פאר זעלבסט פארטיידיגונג איז דען נישט גרעסער דוקא אין אזלעכע געגנטער וואס זענען געדיכטער באוואוינט און שיסערייען פאסירן אפטער?!

אנדערוואד האט פרובירט צו גיבן א נישט ענטפער זאגנדיג אז ניו יארק באשוצט די רעכט פאר זעלבסט פארטיידיגונג אבער וויל גלייכצייטיג אדרעסירן פובליק סעיפטי, אויף וואס ראבערט האט צוריקגעווארפן זאגנדיג אז ער פארשטייט רעגולאציעס צו פארבאטן געווער אין א פובליק סטאדיום אבערווידערהאלט אז עס איז וויכטיגער זיך צו קענען פארטיידיגן אין א מער קרימינאלע געגנט און אויסגעפירט מיט וואונדער "וויפיל איבערפעלער פאסירן אין ליידיגע וועלדער?"

טאמאס האט איבערגענומען די פראגע פון באוואוינטע און ליידיגע געגנטער פרעגנדיג ווי אוי ניו יארק באשליסט איבער דעם און ווי שטארק רורעל א געגנט דארף זיין צו קענען באקומען דארט א לייסענס

אנדערוואד האט געענטפערט אז עס איז נישטא א קלארעליניע איבער דעם אבער אין אלגעמיין וועלן לייסענס לייכטער געגעבן ווערן אין שוואך באוואוינטע געגנטער

טאמאס האט אויף דעם אנגעוויזן אז ראבערט נאש וועלכע איז איינע פון די צוויי קלעגער וואוינט אין א היבש שוואך באווואינטע געגענט און איז געווארן אפגעזאגט

אליטא האט מער ספעציפיש קריטיקירט די פארלאנג פאר א קלארע איבערצייגונג פון וויכטיגע געברויך פאר זעלבסט פארטיידיגונג נוצנדיג א ביישפיל פון געווענליכע מאנהעטען ארבעטער ווי קראנקן שוועסטער, דישוואשער, און געביידע וועכטער וועכלע האבן נישט קיין קרימינאלע רעקארדס אבער דארפן צוקומען צו פובליק טראנספארטאציע און פון די לצעטע סטאנציע אהיימשפאצירן צו זייערע היימען דורכשפרייזנדיג קרינימאל געפלאגטע געגנטער ווי פילע ווערן אטאקירט און בארויבט
אליטא האט געהאמערט: איז זייער נישט קענען באקומען א לייסעסנס אין איינקלאנג מיט די רעכט פאר זעלבסט פארטיידיגונג

קעווענאו האט נאכגעפאלגט מיט ענליכע ווערטער פרעגנדיג פארוואס איז נישט גענוג דאס וואוינען אין א קרימינאל געפלאגטע געגנט צו באפרידיגן די וויכטיגע געברויך צו טראגן געווער?

אנדערוואד האט געענטפערט אז יעדע פארלאנגע ווערן גרונטליך באטראכט דורך א לייסענסיג אפיציר וועכלע נעמט אין רעכענונג אלע אומשטענדן ארום

אבער קעווענאו האט פארפירט אז די פאקט אז יענע אפיציר איז דער וועלכע באשליסט אויף די פארלאנג באדייט אז מען טרעט אויף די קלארע קאנסטיטוציאנאלע רעכט פונעם אפליקאנט

ראבערטס האט געפרעגט ענליכס פון פלעכטער זאגנדיג אז קאנסטיטוציאנאלע רעכט באדייט אז די ביזט פולשטענדיג בארעכטיגט דערצו און אויב עימיצער וויל עס צונעמען פון דיר דאן דארף עס יענער בארעכטיגן און אויפווייזן ווי אזוי ער קען עס טון, טא פארוואס אין די פאל דארף דער אפליקאנט איבערצייגן זיין געברויך און דאן לאזן דעם אפיציר פאסן א באשלוס

פלעכטער האט רעאגירט זאגנדיג אז טאקע דאס איז די פראגע אין די קעיס, אויב די קאנסטיטוציע ערלויבט פאר אלעמען צו טראגן געווער אין רשות הרבים אן איבערצייגן א ספעציעלע געברויך דערפאר

ראבערטס איז נישט געווען צופרידן זאגנדיג אז אפגעזעהן אויב עס איז א גלאט קאנסטיטוציאנאלע רעכט אדער א רעכט אזוי ווי די ערשטע אמענדמענט רעכט וועלכע קומט מיט א רייע באגרעניצונגען איז עס נאכאלץ שווער צו זעהן אז עס זאל זיין געוואנדן אין א פערמיט סיסטעם

צום שלוס האט אויסגעקוקט ווי א מאיאריטעט איז גענויגט אראפצושטימען די ניו יארק געזעץ אבער עס קען מעגליך זיין אויף א שמאלע וועג באגרעניצט צו פסל'ן בלויז די ניו יארקע סארט באגרעניצונג צו פארלאנגען א לייסענס וואו מען דארף איבערצייגן א ספעציעלע געברויך אבער די ריכטער קענען מעגליך איבערלאזן ברייטערע פראגן איבער די אויסשליסליכע רעכט צו טראגן געווער אין פובליק פאר א שפעטערע געלעגנהייט

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 1:15 pm

א דאנק הבל!
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17522
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 1:49 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א דאנק הבל!

יישר!

אייוועלט זיידי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2021 3:13 pm
לאקאציע: ביים זיידן אין וויינגארטן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אייוועלט זיידי » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 3:37 pm

דאנקען שעינע ערעב "הכל הבל", זיידי באלעקט זיך די פינגערס טאג טעגליך מיט אייער געשמאקע באריכטן.

גיי פארשטיי
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 8:36 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א דאנק הבל!


סתם נייגעריק וויאזוי האט בערעט רעאגירט דערצו?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17522
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 22, 2021 10:12 am

מאנטאג וישב



פרעזידענט ביידען וועט רענאמינירן דזשעראם פאועל צו סערווירן אלץ פעדעראלע רעזערוו פארזיצער טראץ וואס א רייע דעמאקראטישע סענאטארן האבן בעפארצוגט רעזערוו גאווערנאר פרוי ברעינארד צוליב וואס זיי האבן איר געזעהן אלץ בעסער ווען עס קומט צו קלימאטן טעמעס

סענאטארן ווייטהאוז, ווארען (וועלכע האט ביי א סענאט פארהער באצייכנט פאועל אלץ געפארפול) און מערקלי האבן קלאר געמאכט זייער אפאזיציע צו א פאועל נאמינאציע און מעןוועט זעהן אויב זיי וועלן זיך איצט שטעלן אונטער פרעזידענט ביידען'ס אויסוואל יא צו שטעלן פאועל ביים אויבנאן און פרוי בעירנארד אלץ וויצע פארזיצערין

עס איז ערואורטעט אז גענוג רעפובליקאנער וועלן שטיצן די נאמינאציע איבערצוקומען מעגליכע דעמאקראטישע דעפעקציעס

ווייסע הויז עקאנאמישע דירעקטאר ברייען דיעס האט נעכטן נישט געוואלט קלאר זאגן וועם דער פרעזידענט וועעט נאמינירן אבער אנגעדייטעט וואס קומט זאגנדיג אז עס זענען פארהאן מערערע פאזיציעס וועלכע דער פרעזידענט וועט האבן א שאנס אנצופולן און דערמיט אדרעסירן וויכטיגע אישוס

סענאטאר טעסטער איז געווען פון די סענאטארן וועלכע האבן יא שטארק געשטופט די ווייסע הויז צו גיין מיט פאועל גלויבנדיג אז ער וועט זיין בעסער צו זיצן ביים רודער אין א צייט פון אומזיכערקייט איבער אינפלאציע ראטעס


*


לאנגיעריגע טעקסאס דעמאקראטישע קאנגרעספרוי עדי בערניס דזשאנסאן וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג


*


מעקס מילער איז א געוועזענע טראמפ געהילף האט צוריק אין פעברואר למספרם געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר די 16'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין אהייא אין א פריימערי פארמעסט אקעגן דעם רעפובליקאנע קאנגרעסמאן ענטאני גאנזאלעז
אין סעפטעמבער למספרם האט גאנזאלעז געמאלדן אז ער וועט נישט זוכן צו לויפן פאר ווידערערוויילונג אבער אצינד קומט די נייעס אז מילער וועט
אין ליכט פון די מאפע איבערשרייבונג לויפן אין די נייע 13'טע דיסטריקט וואס איז פיל מער קאנקורירנד אין די אלגעמיינע וואלן ווי די דיסטריקט אין וועלכע ער האט געפלאנט צו לויפן


*


סענאטארן שאהין (ד), מורקאולינס (ביידע ר) בריוועלן צום ניו יארק טיימס קריטיקירנדיג זייערס א סעריע פון פיר באזונדערע ארטיקלען געווידמעט צו באהאנדלען די טראגע פון סענאטארשע סינעמא שפעקולירנדיג הויך אויב עס טוט אפעקטירנדיג אין מאכט אינעם סענאט איין וועג אדער די אנדערע
די דריי סענאטארן רייסן ארונטער באריכטן אלץ אומפאסיג און אלץ עפעס וואס קיינאמאל פאסירט צו אן ערוויילטע מאנספערזאן


*


הכל הבל האט געשריבן:די פארלאפענע וויקענד איז אפגעהאלטן געווארן א רעפובליקאנע סענאט פריימערי פארום אין אהייא וואו בערני מארענאו האט גערופן פאר די באפרייאונג פון אלע קעפיטאל איבערפאלער און מארק פאקיטא האט גערופן פאר די ארעסט פון געווארנאר מייק דעווין

פאקיטא וועלכע האט ביז היינט אנגעצויגן צי שוואך צו ווערן דערמאנט אין די אנקעטעס האט לעצטענס געלופטערט א רעקלאמע אין וועלכע א שטימע פרעגט "דארפן מיר זיך טאקע איינרעדן אז דער קאנדידאט מיט די שטארקסטע קריסטליכע ווירדן איז גאר דער אידישע קאנדידאט?"

דורכאויס די פארום איז פאקיטא געפרעגט געווארן אויב ער איז אנטיסעמיטיש אויף וועלכע ער האט געענטפערט אז " דזשאש מאנדעל איז אידיש, ער איז אידיש און אלע דארפן דאס וויסן"


פאקיטא האט אצינד ארויסגעשטעלט זיין העלט קעיר פלאן
איינע פון די געדאנקן לויטעט אז אמעריקאנער זאלן מיט ליבליכקייט פארשעמען די וועלכע זענען איבערוואגיג און זיי מוטיגן צו פארלירן פונט


*


צווייטע מאן דאג עמהאף האבן אויפגעהאנגען א מזוזה אויפן טיהר פו די וויצע פרעזידענט רעזידענץ אין וואשינגטאן די סי צום ערשטן מאל אין היסטאריע
לעצטע מאל וואס די הייליגע מצוה פון מזוזה איז געווען אין די נייעס אין וואשינגטאן איז געווען צוריק אין 2018 למספרם ווען דער געוועזענע רעפובליקאנע סענאטאר פון יוטא ארין העטש האט געזאגט ביי א רעדע אויפן סענאט פלאר אז ער טראגט א מזוזה ארום זיין האלז


*


עס איז נישט אונזער שטייגער אראפצוברענגן אין די באריכטן לענגערע אינטערוויוס וועלכע זענען לאנגוויליג אין פארגלייך צו קורצע ציטאטן און פראגן/ענטפער פון פאליטיקאנטן
אבער די פאלגענדע אויסטויש וועט זיין אן אויסנאם אין טאקע צוליב וואס די שמועס איז היבש אינטערסאנט און פראפעסיאנאל און אנגעפולט מיט סובסטאנץ

געוויס איז אויך דא אלעס פאליטיק און פראפאגאנדע אבער דאסמאל איז עס כאטש בעסער פארשלייערט און אהערגעשטעלט ווי א ריכטיגע עקאנאמישע דעבאטע איבער די איצטיגע בודזשעט רעזאלוציע וועלכע איז נארוואס געווארן באשטעטיגט אין קאנגרעס

די אינטערוויו איז געווען א לעבעדיגע אבער ציווילע דעבאטע ווי דער אינטערוויוער פון פאקס נייעס ברעט בעער און די ביידען דירעקטאר אוו עקנאמישע קאונסיל ברייען דיעס האבן באהאנדלט די אספעקטן פונעם ביל, איטליכער לויט זייער פערספעקטיוו און פארטיי אינטערעסע אבער סוקסעסירט נישט צו פארקריכן און זייטיגע געסלעך נאר זיך האלטן צום טעמע ווי ווייט מעגליך

מיר וועלן נישט ציטירן די פולע שמועס נאר אראפברענגן די אינהאלט דערפון ווי איידער ווארט ביי ווארט און מיר וועלן דא אין דארט אריינווארפן קורצע הגהות און אנאליז
ב"ב: ברוכים הבאים (כאילו עס איז א נייע אשכול אויף אייוועלט)

ב"ד: א דאנק פארן מיר האבן

ב"ב: אינפלאציע איז זייער הויך, ווי אזוי גייט די רעזאלוציע נישט בלויז פארערגערן די צושטאנד?

ב"ד: טאקע פארדעם דארפן מיר זיך אונטעראיילן עס צו באשטעטיגן ווייל עס וועט גאר העלפן אראפברענגן אינפלאציע
אריינפאמפן צופיל געלט אין די עקאנאמישע קען העכערן אינפלאציע אבער נישט ווען עס איז פולשטענדיג געדעקט אין פארעם פון אן אינוועסטירונג

(ה"ה: די געדאנק איז איינפאך, פאר יעדע דאלער מען גיסט אריין שלעפט מען ארויס א טאלער פון די עקאנאמיע אין פארעם פון שטייער העכערונג אדער אנדערע וועגן)

ב"ב: די הנחה אז די ביל איז געדעקט ווערט אפגעווארפן דורך מערערע אבאמא עקאנאמיסטן ווי לערי סאמערס (אויף וועמענ'ס פאסטן דיעס זיצט איצט) און סטיוו ראטנער
סאמערס באקלאגט זיך שוין א לענגערע צייט אז דעמאקראטן גאלאפירן מיט מאסיווע ספענדינג בילס איגנארירנדיג אינפלאציע זארגן און ראטנער איז נארוואס ארויסגעקומען אפווארפן די באהויפטונג אז די איצטיגע רעזאלוציע איז געדעקט זאגנדיג אז עס איז בלויז אמת אויב מען נעמט ערנסט די בודזשעט גימיקס וועלכע רעכענען אז א רייע פון די גרויסע פראגראמען וועלן אויסלויפן אין עטליכע יאר פון איצט אבער אין פאקט גלויבט זיך שווער אז זיי וועלן נישט באנייעט ווערן דורך קאנגרעס שפעטער און דאדורך פארזיכערן אז די רעזאלוציע קאסט פאר די רעגירונג מער ווי זי טרייבט אויף
איז דיין מיינונג אז סאמערס און ראטנער זענען ביידע נישט גערעכט

(ה"ה: מיר האבן אויספירליך באשריבן די אויבנדערמאנטע פארלאפענע וואך אבער דאן קלארגעשטעלט אז סאמערס האט בלויז קריטיקירט די ווירוס סטימיולוס ביל פאר נישט זיין געדעקט אבער געזאגט אז די איצטיגע רעזאלוציע איז יא געדעקט אויף די ביכער
בלויז ראטנער איז ערשט איצט ארויסגעקומען און גע'טענה'ט אז אויך די רעזאלוציע איז בלויז געדעקט דורך גימיקס און שפיצלעך
האבנדיג געוואוסט פון די סאמערס ראטנער שפאלט האט מיר געוואונדערט ווי אזוי בעער גיבט אזא ברייטע עפענונג פאר דיעס זיך ארויסצוזעהן פון די פראגע בדרך כבוד ווי איר וועט טאקע אט ליינען)

ב"ד: עס איז ריכטיג סאמערס האט קריטיקירט א רייע פון די אדמיניסטראציע פראגראמען בעפאר אבער איז יא ארויסגעקומען אנערקענען אז די איצטיגע רעזאלוציע איז יא געדעקט און וועט נישט ערגער מאכן אינפלאציע

(ה"ה: דיעס האט פארגעזעצט ארויסצוהייבן די אויפטוען פון די רעזאלוציע ווי אזוי עס וועט שניידן די דעפיציט אינעם לענגערן טערמין אבער מיט פארגעניגן גענוצט די סאמערס אישו אלץ א וועג ארויס פון דארפן אדרעסירן די ראטנער קריטיק
אבער ווי איר וועט ווייטער זעהן איז עס די קרעדיט פון בעער וועלכע האט זיך שנעל געכאפט און נישט פארשוועמט געווארן נאר צוריקגעקומען צו די ראטנער קריטיק)

ב"ב: אבער וואס זאגסטו צו די ראטנער קריטיק אז די רעזאלוציע איז געדעקט בלויז צוליב די גימיקס?

ב"ד : עס זענען נישט קיין גימיקס, נאר א פאראנטווארטליכע אינוועסטירונג, 85% פון די פראוויזיעס זענען געדעקט אויפן לענגערן טערמין און די פראגראמען וועלכע לויפן אויס פריער וועלן פאלן אויף א קומענדיגע קאנגרעס צו באשליסן אויב זיי ווילן עס פארלענגערן און די שטעלונג פונעם פרעזידענט איז אז אלעס וואס מיר שפענדן גייענדיג פאראויס דארף זיין אינגאנצן געדעקט
אבער עס איז א נייע איינפיר אין וואשינגטאן צו באצייכענען איצטיגע בילס אלץ געדעקט אדער אומגעדעקט באזירט אויף ערווארטונגען ווי אזוי א צוקונפטיגע קאנגרעס קען מעגליך יא אדער נישט באשליסן צו טוהן

(ה"ה: צוריק אין 2017 למספרם ווען מען האט באשטעטיגט די טראמפ שטייער רעפארם ביל האבן דעמאקראטן פארפירט אז די ביל איז דעזיגנירט אין א וועג וועלכע מאכט עס אויסקוקן ווי ווייניגער קאסטבאר אבער דאס איז א דנאק וואס עטליכע שטייער שניטן וועלן אויסלויפן אין 2025 למספרם
די קארפארעיט שטייער שניט איז טאקע פערמענאנט אבער די מער פאולערע שניטן איז געמאכט געווארן צייטווייליג מיט די האפענונג אז צוקונפטיגע א קאנגרעס וועט נישט האבן די מארך ביין עס נישט צו באנייען
אין אנדערע ווערטער איז די זעלבע גימיק שפיל פארגעקומען אויך אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע ווייל אויב מען ערווארט פרישע שניטן פארלענגערונגען באדייט עס אז די קאסט איז העכער פון די אפיציעלע אנגעגעבענע ציפער
בעער וואלט געקענט פרעגן פארוואס דעמאקראטן האבן דאן געמעגט נוצן אזא גימיק טענה און איצט לאכן זיי אפ דערפון (מען קען אויך פרעגן פארקערט, פארוואס רעפובליקאנער רעדן איצט פונעם גימיק אנדערש ווי דאן)
אבער אנשטאט בעער זאל נעמען יענע ריכטונג האט ער גענומען א צווייטע שטראז פונעם זעלבן סארט איינס מיט א לייכטע וועג ארויס פאר דיעס ווי איר וועט שוין ליינען)

ב"ב: צוריק אין 2017 למספרם האבן דעמאקראטן קריטיקירט רעפובליקאנער אז די שטייער שניטן ביל רעכנט אריין האפענונג פון צוקונפטיגע עקאנאמישע שטארקייטן (וועלכע וועט אריינברענגן מער שטייערן צו די קאסע) אין רעזולטאט פון די רעפארם ביל
אויב אזוי ווי קענען זיי איצט טוהן די זעלבע?

ב"ד: אונזער אויסקוק אויפן רעזאלוציע איז נישט קאנצעטרירט אויף האפענונג און ערווארטונג פון צוקונפטיגע עקאנאמישע שטארקייט נאר איז באזירט אויף סטאטיסטיק און דאטא איבער אירע פראוויזיעס ווייפל זיי וועלן קאסטן און אריינברענגן

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג נובעמבער 22, 2021 10:33 am

שכח הבל, און עקסטער פאר די אינטערוויו! זייער אינטערעסאנט, ספעציעל דיינע הגה'ס...
לעצט פאראכטן דורך הר גריזים אום מאנטאג נובעמבער 22, 2021 10:39 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

קוק אויף דיך אליינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג נובעמבער 22, 2021 10:35 am

הר גריזים האט געשריבן:שכח הבל, און עקסטער פאר די אינטערוויו! זייער אינטערעסאנט!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3821
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג נובעמבער 22, 2021 10:40 am

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג וישב

סענאטארן מורקאולינס (ביידע ר)

גאר דערפרישענד די היינטיגע קאקאש!

;l;p- ;l;p- ;l;p- פאר די נייע צונאמען פאר די סענאטארן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], ברוך, פראגרעס און 11 געסט