א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך טוב ויפה » מיטוואך ינואר 13, 2021 8:20 pm

WOW!

מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1940
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:34 pm

מיטוואך וארא

פרעזידענט טראמפ האט היינט ווידעראמאל געבראכן היסטאריע, ווערענדיג די ערשטע אמעריקאנע פרעזידענט צו ווערן אימפיטשט צוויי מאל - די אפשטימונג איז אדורך אין קאנגרעס 232-197.
* * * *
דורכאויס די קומענדיגע וואך וועלן זיך געפונען אין וואשינגטאן די.סי. ארום צוואנציג טויזענט נאציאנאלע וואך מיליצע טרופן, מיט א שאנס אז די נומער קען גרייכן נאנט צו דרייסיג טויזענט.
* * * *
אונטער א 2004 רעגולאציע האבן די סענאט פירער די מאכט צוריקצוברענגן סענאטארן אין סעסיע פאר עמערזשענסיס - סענאט מאיראיטעט פירער מעקאנעל וועט נישט איינגיין דאס צו נוצן אויף צו אנהייסן די אימפיטשמענט טרייעל.
* * * *
געוויסע רעפובליקאנע קאנגרעס מיטגלידער האבן ארומגעשיקט א פעטיציע פאר קאלעגע רעפובליקאנע געזעצגעבער פארלאנגענדיג אז פרוי טשעיני זאל רעזיגנירן פון די פארטיי פירערשאפט, אין רעאקציע צו איר שטיצע פאר אימפיטשמענט.
* * * *
דורכאויס א זיצונג פאריגע וואך מיט סענאטאר שומער, האט די אריינקומענדע אדמיניסטראציע אויפגעברענגט א 1.3 טריליאן דאללער וויירוס הילף פעקל - שומער האט, לויט באריכטן, קלארגעשטעלט אז דאס איז צו נידריג.
* * * *
פרעזידענט ערוועלט זשאו ביידען איז ערווארטערט מארגן ארויסצושטעלן זיין עקאנאמישע סטימילוס פארשלאג - צווישן אנדערע איז ערווארטערט א העכערונג אין די טשעק'ס געשיקט פאר אמעריקאנע, ווי אויך א העכערונג אין אנעמפלוימענט בענעפיט'ס.
* * * *
די סענאט אינטעליזשענס קאמיטע וועט פרייטאג אפהאלטן א פארהער איבער די נאמינאציע פון עווריל היינס צו דינען אלס "דירעקטאר אוו נעשאנעל אינטעליזשענס".
* * * *
זשאו ביידען האט גענומען קורט קעמפבעלל אלס די נעשאנעל סעקיוריטי קאונסיל קאארדינעיטאר פאר אזיאטישע אנגעלעגענהייטן - קעמפבעלל האט שוין אין די 1990'ער יארן איינגעזעהן די געפאר וואס טשיינע שטעלט פאר אמעריקא.
* * * *
די ביידען איינשווערונג קאמיטע וועט אומקערן א דאנעישאן פון געוועזענע סענאטאר באקסער, נאך וואס זי האט זיך רעגיסטרירט אלס "אויסערן אגענט" -א.ב.א. לאביאיסט- פאר א כינעזע פירמע - די דאונעישאן איז געווען א נישטיגע פינף הונדערט דאללער.
* * * *
יוטוב האט סוספענדירט פרעזידענט טראמפ'ס אקאונט אויף א וואך צייט - אנגעבליך פאר'ן פארלעצן זייערע פאליסיס.
* * * *
א פרישע באריכט צייגט די דיסטראסט וואס הערשט איבער'ן וועלט צו טראדיציאנאלע אינסטיטוציעס -רעגירונגען, מידיע, און אנדערע אגענטורן- אויף אזוי ווייט אז מענטשן ווייסן שוין נישט וועמען צו טרויען פאר אינפארמאציע, און ניטאמאל זיך אליינס...
* * * *
פרוי מאנטגאמרי איז היינט געווארן הינגעריכטעט נאך וואס די זיבעטע קרייז געריכט האט ארויסגעווארפן א סטעי פון א אונטערשטע געריכט - דאס לעצטע מאל א פרוי איז הינגעריכטעט געווארן דורך די פעדעראלע רעגירונג אין געווען אין 1953.
* * * *
די געיעג צו פארטיילן וואקסינען איבער'ן לאנד האט געפירט צו א מאסיווע העכערונג אין פארמאסי ארבעט'ס געלעגענהייטן - לויט איין שאצונג האלט עס יעצט מיט צען פערצענט העכער ווי א יאר צוריק.
* * * *
"עיר בי.ען.בי." קענסעלד אלע רעזערוואציעס פאר וואשינגטאן די.סי. דורכאויס די קומענדיגע וואך - די פירמע זאגט אז דאס קומט נאך א ביטע פון באאמטע אז מענטשן זאלן נישט פארן קיין די.סי. פאר די איינשווערונג.
* * * *
מיסיסיפי האט היינט צום ערשטן מאל ארויסגעשטעלט איר נייע סטעיט פאן ביי די ארטיגע קעפיטאל געביידע - נאך וואס וויילער האבן געשטימט מיט אן איבערוויגענדע מערהייט צו אראפענעמען די קאנפעדערעיט סימבאלן דערפון.
* * * *
די צענזוס ביורא האט פארארדענט איינגעשטעלטע זאלן אפשטעלן זייער ארבעט פון צוזאמשטעלן א רעפארט איבער אומלעגאלע אימיגראנטן אין לאנד.
* * * *
די אי.פי.עי. האט ארויסגעשטעלט א רעגולאציע וואס וועט טעכניש פארבאטן סיי וועלכע פרישע רעגולאציעס איבער גרינע-הייזער אויסשפייעכצער, אויסער פאר פאוער פלענט'ס.
* * * *
די פארזיצער פון די "קאליפארניע דעמאקראטישע פארטיי" האט נעכטן באצייכענט פראוון דורך ארטיגע איינוואוינער צו צווינגען א ריקאל אויפ'ן גאווערנאר אלס א "פוטש פארזוך" אנגעפירט דורך "רעכט-גענויגטע קאנספיראציע טעאקיער, נאציאנאליסטן, און אנטי-וואקסערס".
* * * *
די עס.בי.עי. האט נעכטן געמאלדן אז זיי האבן שוין מוחל געווען 1.1 מיליאן פי.פי.פי. הלוואות- ביי א ווערד פון העכער הונדערט-ביליאן דאללער.
* * * *
פלארידא באזירטע "פראפעשאנעל באנק" האט געמאלדן אז זיי וועלן אפהאקן ביזנעס באציאונגען מיט דאנאלד זשאן טראמפ - די באנק האט איהם צוגעשטעלט א 11 מיליאן דאללער מארגעזש אין 2018.
* * * *
ענדרו יענג איז ערווארטערט מארגן פארמאל אריינצושפרינגען אין די מעיאר פארמעסט אין ניו יארק - אינאיינעם מיט א צוזאג פון געבן צוויי-ביז-פינף טויזענט דאללער א יאר פאר א האלבע מיליאן פאמיליעס דורכאויס די סיטי.
* * * *
אן אמעריקאנע זעלנער איז אומגעקומען, און צוויי אנדערע פארוואונדעט, דורכאויס א קאר צוזאמענשטויס אין קאוועיט.
* * * *
א פלארידא געזעצגעבער וויל פארלאנגען סאציאלע מידיע פירמעס זאלן געבן דרייסיג טאג נאטיץ פאר באנוצער איידער זיי ווערן פארבאטן פון נוצן יענע פלאטפארמע.
* * * *
"קוואלקאם" האט געמאלדן זי וועט צאלן 1.4 ביליאן דאללער אויסצוקויפן די יונגע פירמע "נוויא", אריינברענגענדיג יונגע בלוט און פרישע געדאנקען פאר קוואלקאם.
* * * *
א מאן אין קאליפארניע איז פאראורטיילט געווארן צו צען יאר אין טורמע נאכ'ן אנפירן "יו.עס. פיין ארטס" - א פירמע וואס האט גערויבט 147 מיליאן דאללער פון פרישע אינוועסטירער צו צאלן פאר פריער'דישע אינוועסטירער.
* * * *
די "לאס אנזעלעס סקול באורד" אין קאליפארניע האט געשטימט צו אוטאראזירן א לאוסוט קעגן א פלאן פון די ארטיגע גאווערנאר צו עפענען די שולעס - שולעס אין די סטעיט זענען נאך פארשלאסן זינט פאריאר. אונטער א פלאן ארויסגעשטעלט דורכ'ן גאווערנאר וועט די סטעיט צושטעלן צוויי ביליאן דאללער ארויסצוהעלפן מיט די קאסטן פון פארזיכערן די סקול'ס, מיט א ציל צו עפענען די יונגסטע קלאסן ביז אינמיטן פעברואר.
* * * *
די באקאנטע "וואטסעפפ" פלאטפארמע האט אונטעגענומען א פארצווייגטע קאמפיין צו איבערצייגן קאסטומער'ס אז די נייע "פרייוועסי פאליסי" טוישונגען וועלן נישט פירן דערצו אז "פעיסבוק" זאל קענען ליינען פריוואטע מעסעזשעס - דאס קומט נאך וואס מען האט אין די לעצטערע טעג געזעהן א מאסיווע אריבערוואנדערונג פון באנוצער צו אנדערע ענליכע פלאטפארמעס.
* * * *
די "קעמפ טשאפמאן" מיליטערישע באזע אין אפגאניסטאן איז פאריגע מאנאט געווארן אטאקירט, איבערלאזענדיג דרייצן טויטע - צווישן זיי אפגאנע זעלנער און ספעציעלע סי.איי.עי.-טרעניטער קרעפטן. די באזע איז די ארט וואו עס איז אין 2009 פארגעקומען א באקאנטע טויטליכע זעלבסטמארד אטאקע וואס האט אומגעברענגט זיבן סי.איי.עי. אגענטן.
* * * *
"אינטעל" האט אפגעזאגט איר סי.אי.או. באב סוואן נאך א יאר אין וועלכע די פירמע האט פארלוירן איר טיטל אלס אמעריקא'ס ווערדפולסטע סעמיקאנדוקטאר פירמע, אויך איז די פירמע'ס סטאקס געגאנגען אראפ אנדערש ווי אנדערע אין דיאינדוסטרי וואס זענען געקראכן בארג ארויף.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מיטוואך ינואר 13, 2021 9:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1940
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:43 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דינסטא וארא

א גרופע מיט'ן נאמען "רעפובליקען אקאונטעביליטי פראזשעקט" האט געמאלדן אז זיי וועלן צושטעלן פופציג מיליאן דאללער פאר רעפובליקאנע געזעצגעבער וואס שטימען אין שטיצע פון אימפיטשן די פרעזידענט - די גרופע ווערט אנגעפירט דורך צוויי געוועזענע אדמיניסטראציע באאמטע.


א ישר כוח אלעקסיי.

ווער זענען די צוויי געוועזנע באאמטע פון דעם שטיקל באריכט?

Screenshot 2021-01-14 024305.jpg
Screenshot 2021-01-14 024305.jpg (27.49 KiB) געזעהן 251 מאל
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1940
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » פרייטאג ינואר 15, 2021 12:25 am

דאנערשטאג וארא

ערשט מאליגע אנעמפלוימענט קלעימ'ס איז פאריגע וואך אריינגעקומען ביי 965,000 - היבש העכער פון די ארום 785,000 א וואך פריער.
* * * *
זשעק דארסי -גרינדער און סי.אי.או. פון טוויטער- זאגט "איך פיל מיך נישט שטאלץ מיט'ן אראפווארפן טראמפ פון טוויטער. איך פיל אז דאס באדייט א דורכפאל, פון אונזער זייט, מיט'ן פראמאוטן אויפריכטיגע דיסקוסיעס".
* * * *
זשאו ביידען האט באשלאסן נישט צו נוצן די עמטרעק טרעין צו פארן קיין וואשינגטאן פאר זיין איינשווערונג, צוליב געהעכערטע זיכערהייט זארגן - פריער אין וואך, האט ביידען נאך יא געוואלט פארן מיט'ן טרעין.
* * * *
די "רעפובליקען סטודי קאמיטע" -וואס נעמט אריין כמעט אלע רעפובליקאנע קאנגרעסלייט- האט ארומגעשיקט א מעמאו פאר אירע מיטגלידער, ווי זיי טוען אויסדרוקן קעגנערשאפט צום באשטעטיגן א וועיווער פאר גענעראל לאויד אוסטין צו סערווירן אלס פארטיידגונג סעקרעטאר אונטער ביידען.
* * * *
געוועזענע ערציאונגס סערקרעטאר פרוי דעוואס האט דורכאויס די ערשטע טעג פון די וויירוס אויסברוך באטראכט די געדאנק פון אפווישן "סטודענט לאון'ס", אבער לעגאלע עקספערטן אינערהאלב די דעפארטמענט האבן געשריבן אז דאס וואלט נישט געווען לעגאל ערלויבט.
* * * *
לויט באריכטן האט טראמפ פארבאטן געהילפן פון דערמאנען די נאמען פון די געוועזענע פרעזידענט ניקסאן, וואס האט רעזיגנירט פון אמט איידער קאנגרעס האט איהם אימפיטשט. לויט איין באריכט האט טראמפ זיך אויסגעדרוקט, אז "כ'קען מיך נישט פארלאזן אז פענס וועט געבן א פארדאן, אזויווי פארד האט געגעבן פאר ניקסאן".
* * * *
די פענטאגאן האט געמאלדן אז זי נעמט אונטער אן אויספארשונג צו דערגיין וויאזוי פאליסיס און פראצעדורן -וואס זענען איינגעשטעלט אויף אפצוהאלטן עקסטרעמיסטן פון אריינקומען, און פארבלייבן, אין די מיליטער- ווערן אימפלעמענטירט.
* * * *
א סענאט פארהער איבער די באשטעטיגונג פון עווריל היינס אלס נאציאנאלע שפיאנאזש דירעקטאר איז געווארן אפגעלייגט אויף נעקסטע וואך.
* * * *
עקטינג אייס דירעקטאר זשאנאטאן פעיהי האט נעכטן רעזיגנירט פון אמט, בלויז געציילטע וואכן נאכ'ן אננעמען די פאזיציע.
* * * *
אן איבערזיכט דורך די עף.בי.איי. אויף די וואשינגטאן די.סי. אפיס פאר צוויי יאר צוריק האט געגעבן א "עף." צייכענוננג, די שוואכסטע צייכענונג.
* * * *
פרעזידענט טראמפ האט היינט געשיקט א "ריסיזשאן" ביטע פאר קאנגרעס, בעטענדיג צו פרירן ארום 27 ביליאן דאללער פון די נארוואס באשטעטיגטע 1.4 טריליאן דאללער בוזשעט - "ריסיזשאן" איז א פראצעדור אונטער וועלכע די פרעזידענט בעט/פארלאנגט פון קאנגרעס זאל באשטעטיגן דאס אויסגעבן ווייניגער געלטער אויף א געוויסע פראגראם.
* * * *
טראמפ פארלאנגט אז סיי וועלכע צאלונג פאר רודי זשוליאני פאר זיין ארבעט דורכאויס די לעצטערע וואכן, מוז ווערן פערזענליך באשטעטיגט דורכ'ן פרעזידענט.
* * * *
די טראמפ אדמיניסטראציע האט אין 2018 אונטערגענומען די "זעראו טאלעראנץ" פאליסי, אונטער וואס קינדער זענען אפגעטיילט געווארן פון זייערע עלטערן ביים אריינקומען אין לאנד אומלעגאל - דאס איז געקומען טראץ ווארענונגען פון באאמטע אז די רעגירונג וועט זיך נישט קענען געהעריג ספראווענען מיט די נאכפאלגן דערפון, לויט א באריכט דורך די זשאסטיס דערפאטמענט אינספעקטאר זשענעראל.
לויט די באריכט, איז געוועזענע עי.זשי. זשעף סעשאנס געווען דער וואס האט אגרעסיוו געשטופט פאר די פאליסי.
* * * *
פרעזידענט טראמפ האט היינט פארלענגערט אימפארט שטייערן אויף וואש מאשינען פון אויסלאנד מיט נאך צוויי יאר.
* * * *
די קאמערס דעפארטמענט האט היינט ארויסגעשטעלט א פארבאט אויף פארקויפונגען פאר די כינעזע "טשיינע נעשאנעל אווערסיס אויל קאפארעישאן" - א פירמע אונטער קאנטראל פון די ארטיגע רעגירונג.
* * * *
קאנגרעס ספיקער פעלאוסי אינדארסירט געוועזענע ווירזשינע גאווערנאר טערי מעקאוליף אין זיין פארמעסט פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע פאר די זעלבע אמט.
* * * *
גוגל פלאנירט צו שפענדן באלד 250,000 דאללער צו העלפן אונלעגאלע אימיגראנטן מיט די פראצעדור פון זיך איינגעבן פאר די "דאקא" פראגראם.
* * * *
ניו יארק סיטי מעיאר דיבלאזיו האט פריער אין וואך געמאלדן אז די שטאט וועט אפהאקן פיר קאנטראקטן, אין די ווערד פון זיבעצן מיליאן דאללער, מיט די "טראמפ ארגענייזעישאן" - דריי פון זיי וואלטן סייווי אפגעלאפן אין אפריל.
דיבלאזיאו האט שוין אין 2015 פרובירט אפצוהאקן ביזנעס קאנטראקטן מיט די פרעזידענט, צוליב קאמענטארן וואס ער האט דאן געלאזט פאלן.
* * * *
וועסט ווירזשיניע גאווערנאר זשים זשוסטיס זאגט אז די סטעט האט שוין פארטיילט -אדער וועט ווערן פארטיילט אין די קומענדיגע טאג צוויי- אלע וואקסינען באקומען פון די פעדעראלע רעגירונג. אויך ווערט באריכטעט אז די סטעיט שטייט פאראויס מיט די צאל וואקסינען פארטיילט, ביי ארום 6.6%.
* * * *
א לאוסוט קעגן עמעזאן באשולדיגט איר אין מאניפולירן פרייזן פון עלעקטראנישע ביכער (E-Books) דורך שליסן אפמאכן מיט די פינף גרעסטע פובלישער'ס איבער'ן לאנד נישט צו ערלויבן אנדערע פארקויפער אויפ'ן אינטערנעט צו פארקויפן די ביכער פאר ביליגער ווי א באשטימטע פרייז - אין 2011 האט א ענליכע לאוסוט אפגעקאסט פיר הונדערט מיליאן דאללער פאר "עפל".
אין אנדערע נייעס, טוט די קאנעטיקוט סטעיט אטוירני זשענעראל אויספארשן אט די באשולדיגונג.
* * * *
ניו יארק סטעיט אטוירני זשענעראל פרוי זשעימס האט אריינגעגעבן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט קעגן די ען.וויי.פי.די. - די קלאגע באשולדיגט די דעפארטמענט אין נוצן "איבערגעטריבענע, ברוטאל, און אומלעגאלע" טאקטיקן ביי די פראטעסטן פארלאפענע זומער.
* * * *
קאנגרעספרוי עי.או.סי. זאגט אז "אויסהייילן דאס לאנד" קען נאר געשעהן נאכ'ן באפרייען די דרום שטאטן - "דאס באדייט אז אונזער לאנד קען נאר ווערן געהיילט דורכ'ן עכט באפרייען די דרום שטאטן. די עכטע באפרייאונג פון די ארימע און די ארבעטער פון עקאנאמישע, סאציאלע און ראסע אונטערדריקונג".
* * * *
געוועזענע נעשאנעל סעקיוריטי עדווייזאר זשאן באלטאן האט באקומען ערלויבעניש פון די געריכט צו צווינגען די אדמיניסטראציע זאל ארויסגעבן דאקומענטן איבער דאס וואס די אדמיניסטראציע האט פרובירט בלאקירן דאס ארויסגעבן פון זיין בוך.
די ריכטער זאגט אז פאר'ן אורטיילן אויף א פארלאנג פון די זשוסטיס דעפארטמענט צו מעגן קאנפיסקירן אלע געלטער וואס קומען פון די בוך פארקויף, דארף מען קלארשטעלן אז נאציאנאלע זיכערהייט איז טאקע געווען די איינציגסטע אורזאך פארוואס מען האט געוואלט שטערן באלטאן פון ארויסקומען דערמיט.
* * * *
א פראפעסער אין מאסאטשוסעטס וואס האט באקומען צוואנציג מיליאן דאללער אין גרענט'ס פון די ענערזשי דעפארטמענט איז ארעסטירט געווארן פאר'ן נישט אינפארמירן די רעגירונג איבער זיינע פארבינדונגען מיט כינעזע רעגירונג'ס באאמטע.
* * * *
די "נאציאנאלע דירעקטאראט פון שפיאנאזש" אגענטור אין אפגאניסטאן זאגט אז זיי האבן פריער אין וואך צושטערט א פלאן דורך אייסיס צו אומברענגן ראסס ווילסאן, אן אמעריקאנע דיפלאמאט סטאנציאנירט אין קאבול.
* * * *
* * * *
די פארלאפענע יאר למספרם -2020- ווערט פאררעכענט אלס די צווייט-הייסטע יאר זינט מ'האט אנגעהויבן האלטן די סארט רעקארד'ס.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » פרייטאג ינואר 15, 2021 12:12 pm

ישר כוח אלעקסיי פאר די געשמאקע באריכט.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הויעך » פרייטאג ינואר 15, 2021 12:16 pm

ר' זעקל האט געשריבן:ישר כוח אלעקסיי פאר די געשמאקע באריכט.
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dovidal, Programming, א גוטן, א_נייע_גרינער, געפרואווטער, הערינג מיט ברוינפען, לא ימושו מפיך, שכל'דיג און 57 געסט