ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך הכל הבל » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:52 am
זונטאג וירא פון די צוויי קאנטערווערסיאלע טראמפ ריכטער נאמינאציעס קוקט אויס אז כאטש איינס דערפון גייט פאראויס די אזערדאן נאמינאציע איז דערווייל שטעקן געבליבן צוליב קאנסערוואטיווע קעגנערשאפט און מעגליכע נויט פאר דעמאקראטישע שטיצע וועלכע איז נאכנישט דא גענוג אבער די מאנאשי נאינאציע וועלכע האט נישט געהאט קיין קאנסערוואטייוע קעגנערשאפט נאר בלויז געקומען אונטער קריטיק צוליב קאנטערווערסיאלע באמערקונגען מארשירט פאראויס ווען די יורידישע קאמיטע האט ווי פאריגע וואך באריכטעט באשטעטיגט זיין נאמינאציע און איצט גלייבט מען אז עס וועט ארויפקומען פאר אן אפשטימונג אויפן סענאט פלאר און זינט סענאטאר טים סקאט האט געמאלדן אז ער גייט שטימען יא און אויך סענאטאר קענעדי וועלכע האט אים אים שארף אראפגעריסן דורכאויס זיין פארהער אין קאמיטע צוליב וואס ער האט זיך זיך אנטזאגט צו ענטפערן זיינע פראגן האט אויך געזאגט ער ער גייט שטימען יא און דעריבער קוקט אויס ווי ער גייט באשטעטיגט ווערן טראץ אפאזיציע פון דעמאקראטן און סענאטארשע קאלינס * א מאן האט געשטאכן דאנאלד טראמפ דער פרעזידענט איז דערווייל געזונט און פריש נאר עס האנדלט זיך פון די שוין וואויל באקאנטע ילד הפלא, דער בארימטע גרויסע טראמפ באלאן וועלכע איז דערשטאכן געווארן צום טויט אין אלבאמא דורך א מאן מיט א מעסער און דער שטעכער האיט האטשינסאן 32 יאר אלט איז ארעסטירט געווארן די באלאן האט אפגעקאסט דריי אלפים * און נאכן פארפעלן אויפצוטרייבן געלט וועט די נעווער טראמפ "86 טראמפ" פעק ווערן אפגעשפארט (פארוואס 86? אה עס איז א משוגעת אין די אלגעמיינע וועלט צו באצייכענען די ווען עפעס איז מער נישט דא צו באקומען אדדער מען איז פון עפעס פטור געווארן מיטן טערמין אז מען האט גע'86'סט יענע פראדוקט אדער פערזאן די אויסדרוק שטאמט פון א פאל ווען מען אויטאריטעטן האבן געבעטן א געעשעפטסמאן ארויסצו'86'ען אלע קונדן פון דארט איידער זיי פירן דורך אן איבערפאל צוליב אומלעגאלע אקטיוויטעטן דארט די פאליציי האט געמיינט צו זאגן אז מען זאל פארשיקן די קאסטומער פון אן אינטערטיהר וועלכע פירט ארויס צו 86 בעדפארד סטריט אין מאנהעטען ומני אז ווערט די אויסדרוק גענוצט אלץ א טערמין צו באצייכענען דאס פטר'ן עימיצן) * ווען פרעזידענט טראמפ'ס אויגן זענען געפאלן אויף א רעקלאמע וועלכע איז געווארן ארויסגעשטעלט דורך זיין ווידערערווילונג קאמפיין מיט א מעסעדזש אז "דער פרעזידענט איז נישט מר. נייס גיי" אזי ער געווארן אזוי באאיינדרוקט דערפון אז ער האט אויפן ארט אנגעקלונגען זיין קאמפיין מענעדזשער און באפוילן אז די רעקלאמע זאל לויפן ביי א גרויסע ספארט שפיל * ניקי העילי געפרעגט אויב זי ערווארט אז דער פרעזידעט גייט ווערן אימפיטשט העילי: ניין, אויף וואס? דו גייסט אימפיטשן א פרעזידענט אויף בעטן א טובה וועלכע איז נישט צושטאנד געקומען? און איבער אפהאלטן געלט וועלכע איז עווענטועל נישט געווארן צוריקגעהאלטן? * ערשט טערמיניגע קאנגרעספרוי קעטי היל וועלכע האט באזיגט רעפובליקאנע קאנגרעסמאן סטיוו נייט אין קאליפארניע'ס 25'סטע דיסטריקט האטרעזיגנירט נאכן אנערקענען אז זי האט געהאט אומעטישע פארבינדונגען א שטאב איינגעשטעלטע און רעפובליקאנער וועלכע פלעגן האלטן די זיץ ביז די פארלאפענע מידטוירמס שארפן זיך די ציין צו פרובירן צוריקצוכאפן דעם זיץ דער רעפובליקאנער נייט האט געהאט האט אנגעדייטעט אז ער וועט מעגליך לויפן פאר דעם זיץ אין ליכט פון די היל רעזיגנאציע און געזאגט אז ער טוט עס אבסאלוטלי באטראכטן און ער טוט עס אפילו מער ווי באטראכטן ביז די פרישע סקאנדאל האט נישט געהייסן אז נייט גייט לויפן אבער עס איז מערקווירדיג וואס א לאקאלע ציינטונג אין די דיסטריקט האט געשריבן צוריק אין פעברואר 25 למספרם שרייבנדיג אז נייט פלאנט נישט צו לויפן פאר זיין אלטן זיץ אבער אומגעראכטענע אנטוויקלונגען קענען טוישן זיין שטעלונג נעכטן האט נייט געמאלדן אפיציעל אז ער לויפט אבער דאס קומט שוין נאכדעם וואס דזשארדזש פאפאדאפולוס האט אליינס אויך געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר דעם זיץ אויף די דעמאקראטישע זייט קלערט קאליפארניע סעקרעטערי אף סטעיט אלעקס פאדילא צו לויפן אנשטאט היל * עלף רעפובליקאנע סענאטארן האבן ארויסגעשטעלט אן אפענע בריוו צו קאנסערוואטיוון שטיצנדיג די קאנדדיאטור פון דזשעף סעשאנס צו ווערן ערוועלט צו זיין אלטע סעענאט זיץ אין אלאבאמא סענאטאר באראסא האטארויסגעברענגט אז סעשאנס האט געשטפוט די אמעריקא ערשט אגענדע נאך איידער די געדנאק איז געווארן אזוי פאפולער * די סעשאנס טיעם האט געהאט וועטעראן טראמפ פאילטישע געהילפן ביל סטעפיען און דזשאסטין קלארק צו אונטערזוכן די טעמפעראטור אינעם ווייסן הויז פאר די געדאנק אז ער זאל לויפן צום סענאט אויך קושנער איז געווען אין פארבינדונג מיט די סעשאנס קאמפיין דערוועגן * סענאטאר קרעמער האט געזאגט איבער סעשאס אז ער וואלט אויסגעקליבן ענדערש אריינצוגיין אין א פריימערי מיטן פרעזידענט'ס שטיצע ווי איידער אן דעם אבער דזשעף סעשאנס איז א מוסטער פון א קאנדידאט * אויף די דעמאקראטישע זייט האבן א רייע סענאטארן ארויסגעשיקט פאנדרעיזינג אימעילס פארן אמטירנדע אלאבאמא סענאטאר דאג דזשאונס אריינגערעכנט סענאטאר היינריך, טעסטער, באלדווין, קעיסי, סמיט, סטעבענאו, קלאובאשאר, ראזען און אויך מעין סענאט קאנדידאט שרה גידעאן * די "אנטי מעקאנעל "דיטש מיטש" פאנד האט באצאלט א האלב מיליאן דאלער פאר פרישע רעקלאמע אין די סטעיט אקעגן סענאטאר מעקאנעל * צפון קאראליינע סענאטאר טאם טיליס זאגט אז זיין אנטי סענקטשיוערי סיטי ביל גייט באקומען אן אפשטימונג אין די סענאט * מען האט שוין געענדיגט שטימען ערלי וואוטינג אין ליוזיאנא פאר די גאווענאר וואלן וועלכע וועלן פארקומען אום נאוועמבער 16 למספרם אין די ענדגילטיגע ציפערן זענען ווי פאלגענד: 489,649 מענטשן האבן אפגעגעבן זייער שטימע פון וועלכע 226,356 זענען געווען דעמאקראטן און 186,991 רעפובליקאנער און אנדערע פארטייען 76302 אפריקאנע אמעריקאנע 152344 ווייסע 322801 צו טוהן די מאטעמאטיק פאר אייך האבן די דעמאקראטן א 39,365 אויבערהאנט איבער די רעפובליקאנע און די ווייסע א 170,457 אויבערהאנט איבער די אפריקאנע אמעריקאנע פאלגענד זענען די ערלי וואוטינג ציפערן פון 2015 למספרם ווען עדווארדס איז צום ערשטן מאל געווארן ערוועלט: טאטאל ערלי וואוטינג געווען 2701,44 דעמאקראטן 141,437 רעפובליקאנער 92,937 אפריקאנע אמעריקאנע 80,216 ווייסע 183,578 צו טוהן די מאטעמאטיק פאר אייך האבן די דעמאקראטן געהאט א 48,500 אויבערהאנט איבער די רעפובליקאנע און די ווייסע א 103,362 אויבערהאנט איבער די אפריקאנע אמעריקאנע * לויט א רעכענונג פון עליזאבעט ווארען'ס רייכטום שטייער וואלט אין פאל די וואס די שטייער וואלט שוין געווען אין אפעקט צוריק אין 1982 למספרם וואלט די פארמעגן פון ביל געיטס היינט געווען 13.9 ביליאן דאלער אנשטאט די 97 ביליאן * דזשאו ביידען האט געזאגט אז ווארען שטופט אן אויפגערעגטע אומאפעלירנדע אויסקוק אבער די ווארען קאמפיין האט אין א פאנדרעיזער אימעיל צוריקגעשאסן אז איינמאל און נאכאמאל ווערן מיר אנגעזאגט אז פרויען זענען נישט בארעכטיגט צו זיין אויפגערעגט און אז עס מאכט אונז אומצוציענד אין די אויגן פון מאכטפולע מענער וועלכע ווילן אונז זעהן שטיל * די בערני סאנדערס קאמפיין פלאנט א דרייסיג מיליאן דאלער רעקלאמע בליץ אין די ערשטע פיר פריימערי און קאוקאס שטאטן און צוגאב פון קאליפארניע * באנדלערס פאר די קאמאלא העריס קאמפיין וועלכע האבן יעדער באזונדער אויפגעטריבן אמווייניגטנס 25 טויזנט דאלער פאר איר קאסע זענען נישט אזוי לאיאל צום קאמפיין ווען נאנט צו האלב פון זיי האבן אויפגעטריבן געלטע אויך פאר אנדערע קאנדידאטן * ווי געמאלדן איז די לאקאציע פון די דעצעמבער למספרם דעמאקראטישע דעבאטע געווארן אפגערופן און אצינד איז געווארן באשטעטיגט אז די דעבטע וועט פארקומען אין די לאיאלע מאריצאונט יוניווערסיטי * די סופרים קאורט האט אקצעפטירט א קעיס איבער טרעידמארק באגרעניצונגען די טרעידמארק אפיס האט געהאט אפגעווארפן א טרעידמארק אפליקאציע פון די וועבזייטל בוקינגס.קאם צוליב וואס די נאמע איז צו אלגעמיין און ווען א געווענליכע מענטש הערט איבער אזא נאמען פארשטייט ער אז מען רעדט איבער אלע סארט אלגעמיינע בוקינגס די אפיס האט גע'טענה'ט אז ווען עימיצער זוכט אנליין אונטער די ווארט בוקינג פארשטייט ער אז ער וועט טרעפן אלעס איבער אלע סארט בוקינגס און נישט אז ער וועט אנטרעפן אין א ספעציפישע זייטל אונטער אזא סארט נאמען די פערטע סירקוט קאורט האט אבער באשטעטיגט די אורטייל פון א דיסטריקט געריכט וועלכע האט גע'טענה'ט אז מענטשן קענען יא פארשטיין און פונאנדערשיידן צווישן די אלגעמיינע באגריף פון בוקינגס און כאפן אז א זייטל וולכע שטעלט צו אינפארמאציע און סערוויסעס איבער אפארטמענט און האטעל בוקינג באנוצט זיך מיט אזא סארט טרעפליכע נאמען אצינד האט די העכסטע געריכט אין לאנד באוויליגט אויסצוהערן די קעיס * ווי באריכטעט זענען לעצטע וואך פארגעקומען די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס אויב פאליציי זענען בארעכטיגט אפצושטעלן א דרייווער בלויז צוילב זייער וויסן אז די לייסענס פונעם אייגנטומער זענען אפגעלאפן טראץ וואס זיי זענען נישט זיכער אז דער אייגנטומער זיצט ביים רעדל און עס קען זיין אז ער האט פארבארגט זיין אויטא פאר א צווייטן וועמענ'ס לייסענס זענען יא פעליג פאלגענד ברענגן מיר נאכאמאמל אראפ אונזער באריכט פון מאנטאג און דערנאך די אפדעיטס א פאליציאנט אין קענסאס אויף פאטראל האט דורכגעפירט א רעגיסטראציע אונטערזוכונג אויף א לייסענס פלעיט פון א פיקאפ טרעקל און אנדעקט אז דעם יעניגן'ס לייסענס איז געווארן סוספענדירט נו, די געלעגנהייט אפצושטעלן יענעם איז ווי אריינגעפאלן אין זיין האנט ווי א רייפע טאמאטע אבער גיי ווייס אויב דער וואס פירט דער טרעקל איז דער אייגנטומער דערפון, מעגליך אז יענער האט פארבארגט זיין טראק פאר א פריינט זינט ער קען עס נישט נוצן ביז ער איז מסדר זיין לייסענס דער פאליציאנט האט פרובירט זיין שאנס און אפגעשטעלט דעם דרייווער לראות למי החותמת און צו זיין גליק האט ער ווירקליך אנגעטראפן דעם אייגנטומער, א מאן מיטן נאמען גלאווער וועם ער האט זעלבספארשטענדליך צוגעטיילט די פאסיגע שטראף פאר פארלעצן די קענסאס סטעיט טראפיק געזעץ יענער האט זיך אבער נישט געפוילט און געלאפן אין געריכט מיט א טענה אז זינט דער אפיציר האט נישט געוואוסט פון פאראויס אויב ער שטעלט אפ דעם אייגנטומער אדער א צווייטער וועלכע האט עס בלויז געבארגט האט ער צוליב דעם נישט געהאט קיין עכטע סיבה אפצושטעלן אן אומשולדיגע דרייווער וועלכע איז נישט באגאנגען קיין שום דרייווער פארלעצונג אויסער אן אומבאשטעטיגטע פארדאכט אז מעגליך איז עס דער אייגנטומער אליינס וועמענס לייסענס איז סוספענדירט און אים אפצושטעלן איז א פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט די סטעיט געריכט האט אים געגעבן גערעכט אבער די אפעלאט האט נישט איינגעשטימט דערמיט דערנאך האט די סטעיט סופרים קאורט אנידערגעשטימט די פסק פונעם נידריגן געריכט און געאורטיילט אקעגן די פאליציי און די סופרים קאורט אין וואשינגטאן האט באוויליגט אריינצוקוקן אין די פראגע מאנטאג האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און עס האט אויסגעקוקט ווי נאך זייער פרא פאליציי אורטייל אינעם פארלאפענעם טערמין גרייט זיך די געריכט ווידעראמאל צו נייטן אין שטיצע פון די פאליציי הויפט ריכטער ראבערטס האט אנגעדייטעט אז אין זיין מיינונג איז גענונג פאר די פאליציי זיך צו פארלאזן אויף "קאמאן סענס" און טראכטן אז די טרעקל ווערט געפירט דורך איר אייגנטומער וויייל געווענליך איז דאס די פאל און פאליציי מוזן נישט זיין גאר שטארק איבערצייגט דערין צו בארכטיגן א טראפיק אפשטעל טראץ די טענה פון קריטיקירער אז אין פילע פעלער קענען אפיצירן גאר לייכט אונטערזוכן אויב דער אייגנטומער פירט דעם אויטא צום ביישפיל ווען דער דרייווער איז א מאנס פערזאן און דורכן אריינקוקן איינווייניג איידער מען שטעלט אפ די קאר זעהט מען אז א פרוי איז ביים רעדל ריכטערין גינזבורג האט אויסגעדרוקט סקעפטיציזם אויף די טענה פרעגנדיג אויב געבן גערעכט ארן דרייווער אין די קעיס וועט ערלויבן דרייווער וועלכע פירן זייערע אויטאמאבילן מיט סוספענדירטע לייסענס און טונקעלע פענסטער זיך ארויסצודרייען פון פאליציי אזוי לאנג ווי זיי פארלעצן נישט קיין טראפיק געזעצן ווייל די טונקעלע פענסטער וועט פארמיידן די פאליציי פון אידענטיפיצירן ווער עס זיצט ביים רעדל אויך ריכטער קעווענאו האט אויסגעדרוקט זארג מיט די געדאנק אז פאטראל וועלן דארפן נאכפאלגן אזא טרעקל ביז ווילאנג יענער פארלעצט א טראפיק געזעץ די ריכטער וועלכע האבן געשיינט צו זיין ס'מערסטע סימפאטיש מיטן דרייווער זענען געווען סאטאמאיאר און קעיגען וועכלע האבן געזאגט אז אפיצירן זענען גענוג ערפארן און טרענירט אלעמאל אויפצוקומען מיט א מינדערוויכטיגע טראפיק פארלעצונג פון א קאר וועם זיי זוכן דוקא אפצושטעלן און דעריבער דארף מען זיך נישט זארגן אז זיי וועלן זיין געבונדן די אורטייל איז ערווארטעט ארויסצוקומען ערשט אין יוני למספרם