א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:20 am

דינסטאג כי תצא





האוזינג סעקרעטאר בען קארסאן און טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מענוטשין טרעטן היינט אויף ביי א פארהער פארנט פון די סענאט באנקינג קאמיטע איבער די אדמיניסטראציע פלענער פון האוזינג פינאנץ רעפארמען
*
קאנגרעס יורידישע סוב קאמיטע אנגעפירט דורך קאנגרעסמאן סטיוו קאהען פון טענעסי האלט היינט אפ א פארהער איבער וואוטינג דיסקרימינאציע
*
קאנגרעס און סענאט רעפובליקאנער גייען היינט האבן א זיצונג מיט פרעזידענט טראמפ אינעם אוועל אפיס צו דיסקוסירן די אגענדע פארן קומענדיגן הערבסט סעזאן
*
די צענזוס ביורא גיבט איבער אז די צאל אמעריקאנער וועלכע פארמאגן נישט קיין העלט אינשורעס איז ארויף מיט נאנט צו צוויי מיליאן אין 2018 למספרם
*
סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער זאגט אז דעמאקראטן גייען צוואונגען אן אפשטימונג ווידער אראפצושטימען פרעזידענט טראמפ'ס עמורדזשענסי דעקלעראציע
טראץ וואס עס איז נישט ערווארטעט אז עס זאל צוקומען פרישע רעפובליקאנער אין צוגאב צו די צוועלף וועלכע האבן שוין דאן געשטימט אקעגן די דעקלעראציע איז עס אבער א טאקטיק צו לייגן דרוק אויף רעפובליקאנער סענאטארן אין סטעיטס אין וועלכע געסקעזשועלטע פארטיידיגונג פראיעקטן זענען איצט געווארן אפגערופן צוליב די פאנדינג וועלכע איז געווארן גערוקט פאר גרעניץ בוי אקטיוויטעטן
דעמאקראטן קענען פאררופן אזא אפשטימונג יעדע זעקס מאנאטן
*
מען האט געפרעגט צפון קאראליינע סענאטאר ריטשארד בור אויב ער באזארגט איבער אצכיג מיליאן דאלער געפלאנטע מיליטערישע פראיעקטן אין זיין סטעיט וועלכע זענען געווארן אגערופן
בור האט געענטפערט אז אומלעגאלע אימגראציע האט געזעהן א טראסק פון 56% וועלכע צייגט אז די טויש צו רוקן די פאנדינג פאר גרעניץ זיכערהייט איז געווען א גוטע אינוועסטירונג
*
יוטא סענאטאר מיט ראמני איז אין שטיצע פון בעקגראונד טשעקס אויף קאמערשעל גאן סעילס וועלכע איז אין גרויס טייל וואס די טומי-מענשין ביל שלאגט פאר
ווערנדיג געפרעגט מער ספעציפיש אויב ער שטימט דימענשין טומי ביל זאגט ראמני אז ער קוקט עס איצט איבער און אז ער שטיצט אזעלכע געדאנקן אין פרינציפ אבער ער האט נאכנישט דורכגעליינט די לעגיסלאציע פארשלאג זעלבסט
*
פלארידא סענאטאר מארקא רוביא זאגט אז ער בעפארצוגט רויטע פאן געזעצן איבער בעקגראונד טשעקס טראץ וואס דער שיסער אין אדעסא האט זיך איינגעהאנדלט זיין ביקס דורך א פריוואטע גאן סעיל
ער זאגט אז טראץ וואס ביי די ספעציפישע טראגעדיע האט זך פריוואטע גאן סעילס דערווייל נישט ארויסגעשטעלט צו זיין די דרייווער אין אלגעמיין פון מאסן שיסערייען
*
אין די וואשינגאטן פאוסט עי בי סי איז פרעזידענט טראמפ'ס צופרידנהייט ראטע געפאלן צו 38% צו 56% אומצופרידן
די ציפער איז נעט פארלוסט פון 9% זינט יולי למספרם
איבער די עקאנאמיע איז זיין צופרידנהייט ראטע ביי 46% צופרידן צו 47% אומצופרידן און די ציפער איז נעט פארלוסט פון 10% זינט יולי למספרם
*
פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדרוקט צופרידנהייט מיט די אינוועסטירונג פון דעם העדזש פאנד וועלכע ווערט געפירט דורך דעם רעפובליקאנער ביליאנער פאול סינגער וועלכע האט באקומען א פרישע פאזיציע אין ATַ&T
טראמפ זאגט אז ער האפט אז די אינוועסטירונג וועט ברענגן אן ענדע צו די אלע פאלשע נייעס וועלכע ווערן פארבריצירן דורך סי ען ען וועלכע איז אונטער די איינגטומערשאפט פון ATַ&T
*
וויילער אין צפון קאראליינע'ס ניינטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט פארפלייצן היינט די שטים בודקעס צו ערוועלן זייער קאנגרעס פארטרעטער נאכפאלגענדיג די צווייפלהאפטיגע וואל אויסגאנג בי די פארלאפענע מידטוירם וועלכע האט געשטעלט מארק העריס שמאל פאראויס אבער אין שאטן פון וואל פארלעצונגען
העריס האט אפגעטראטן עפענענדיג דעם זיץ וועלכע ווערט שוין געהאלטן פאר לאנגע יארן דורך רעפובליקאנער פאר א מעגליכע דעמאקראטישע פארכאפונג
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן קאמפיינט אינעם דיסטריקט מיט די האפענונג אפצושלאגן די מעגליכקייט פון א מעקרידי געוואונס אבער די לאגע אינעם בישאפ קאמפיין איז היבש אנגעצויגן
אנקעטעס פון ביידע לאגערן צייגן אז ענטוזיאזם צווישן דעמאקראטן איז אסאך העכער ווי צווישן רעפובליקאנער און אז פרעזידענט טראמפ'ס צופרידנהייט ראטע שווימט צווישן די מיטעלע און העכערע פערציגער ציפערן אין א דיסטריקט וועלכע ער האט צוריק אין 2016 למספרם געוואנען מיט 12%
אין 2012 למספרם האט די דעמאלטסדיגער קאנגרעספרוי פונעם דיסטריקט רעטייערט און ראבערט פיטינדזשער האט געוואנען אן 11 מאן פריימערי און דערנאך די אלגעמיינע וואלן איר צו ערזעצן
אין 2014 למספרם איז די דיסטריקט געווען די איינציגסטע אין די סטעיט וואו עס איז נישט פארגעקומען קיין פארמעסט צווישן די צוויי גרויסע פארטייען צוליב וואס די דעמאקראטן האבן קיינעם נישט ארויסגעשטעלט צו לויפן אקעגן פיטינדזשער
אין 2016 למספרם איז די דיסטריקט געווארן איבערגעשריבן נאך א אן אורטייל פון א פעדעראלע געריכט אז די סטעיט לעגיסלאטור געשריבענע מאפעס זענען נישט אויסגעהאלטן יענע יאר האט דער גלח מארק העריס פרובירט צום ערשטן מאל צו לויפן און ער האט געשטעלט א פריימערי צו פיטינדזשער קומענדיג גאר נאנט צו געוואונען אבער עווענטועל האט פיטינדזשער ארויסגעקוועטשט א 134 שטימען אויבערהאנט און דערנאך באזיגט א דעמאקראט אין די אלגעמיינע וואלן
אין 2018 למספרם האט העריס פרובירט א צווייטע מאל זיין מזל און געלאפן אקעגן פיטינדזשער אין א פריימערי און דאסמאל איז אים עס געלונגען באזיגנדיג פיטינדזשער מיט 2.3% אבער דאן האט אנגעהויבן צירקולירן קלאנגען איבער וואל פעלשעריי
נאך איידער די נייעס האט געשלאגן ערנסטע ווארצלען איז די אלגעמיינע פארמעסט אונטערגעקומען און העריס האט שמאל געוואונען אקעגן דעם דעמאקראט אבער דאן איז די נייעס איבער וואל מיסברויכן געווארן די געשפרעך פון טאג און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג און די באורד אף עלעקשאנס האט נישט געוואלט באשטעטיגן די העריס געוואונס פירנדיג צו די רוף פאר א ספעשאל עלעקשאן אין וועלכע סיי העריס און סיי פיטינדזשער האבן זיך אנטזאגט צו לויפן
אציט מיט די ערווארטונג אז דער רעפובליקאנער קאנדידאט דאן בישאפ איז אין געפאר צו דערלייגן דעם פארמעסט צו דעמאקראט מעקרידי הערט מען אז די פארמעסט ווערט נאנט נאכגעפאלגט דורך פיטינדזשער
די איי האט זיך נאכנישט צוקראכט אבער פיטינדזשער גרייט זיך שוין צו מאכן אייער שפייז דערפון און ער ווארט צו זעהן אויב בישאפ פארלירט און אין אזא פאל גרייט ער זיך מעגליך צו לויפן אין 2020 למספרם צוריקצוכאפן דעם זיץ פון די דעמאקראטן
*
אין אהייא'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט לויפט דער אמטירנדער רעפובליקאנער סטיוו שעבאט פאר ווידערערוויילונג און ער קומט איצט אונטער ערנסטע אטאקעס פון די צוויי דעמאקראטישע קאנדידאטן וועלכע פארמעסטן זיך אין א פריימערי איבער אויפדעקונגען דורך די פעדעראלע וואל קאמיסיע אז זיינע קאמפיין פינאנץ באריכטן שטימען נישט געהעריג
*
דזשאן אסאף וועלכע האט לעצטנס שמאל פארלוירן א קאנגרעס פארמעסט האט זיך אנגעשלאסן אין די אנגעלייגטע פריימערי צו קענען לויפן אקעגן דזשארדזשיע רעפובליקאנע סענאטאר דעיוויד פערדו און ער האט געעפנט זיין קאמפיין מיט א מאכטפולע אינדארסירונג פון דזשארדזשיע קאנגרעסמאן דזשאן לואיס
*
אין טענעסי גרייט זיך דער רעפובליקאנער סענאטאר לאמאר אלעקסאנדער צו רעטייערן און אומבאקאנטע קאנדידאטן יאווען זיך אריינצושפרונגען אינעם פארמעסט וואוסנדיג אז דער רעפובליקאנער פריימערי געוואונער איז דער ווארשיינליכער זיגער אין די אלגעמיינע וואלן
דערווייל האבן צווי דאקטוירים און איין מוזיקאנט געמאלדן זייער קאנדידאטור און נאך דריי ערוועלטע באאמטע און איין ביזנעסמאן קלערן זיך אנצושליסן אבער איצט האט ביל העגעטרי געמאלדן אז ער שפרונגט אריין אינעם פארמעסט
העגעטרי סערווירט איצט אלץ אמעריקא'ס אמבאסאדאר קיין יאפאן און זאגט אז ער איז די איינציגסטע קאנדידאט אינעם פארמעסט וועלכע איז געווארן אינדארסירט דורך פרעזידענט טראמפ
*
אין וועסט ווירדזשיניע לויפט דער אמטירנדער רעפובליקאנער געווארענער גאווערנאר דזשים דזשאסטיס פאר ווידערערוויילונג אבער ער שטייט אויס א פריימערי פון עטלכע קאנדידאטן וועלכע זוכן אים צו באזיגן
אויף די דעמאקראטישע זייט האט די גרעסטע געפאר וועלכע האט געלויערט אויף זיין קאמפיין געקומען פון א מעגליכע קאמפיין דורך סענאטאר דזשאו מענשין אבער דער לעצטער האט לעצטע וואך אויסגעשלאסן אזא געדאנק און באשלאסן צו פארבלייבן אין סענאט
פארט אבער זענען שוין דא דריי דערקלערטע נעמען אויף די דעמאקראטישע זייט ווען ביזנעסמאן דזשאדי מורפי,געוועזענע פאליציי הויפט עדווין רעי און קאמיוניטי ארגאנאזירער סטיווען סמיט פארמעסטן זיך פאר די דעמאקראטישע נאמניאציע
סמיט האט היינט ערהאלטן די אינדארסירונג פון מאסאטשוסעטס סענאטאר און פרעזידענט קאנדידאט עליזאבעט ווארען
*
אין טעקסאס 28'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט ערווארט מען אז דער אמטירנדער דעמאקראט הענרי קולער זאל מעלדן אז ער לויפט פאר ווידערערוויילונג אבער דערווייל האט דזשעסיע סיסנעראס געמלאדן א פריימערי פון לניקס און די סיסנעראס קאמפיין האט איצט ערהאלטן די אינדארסירונג פון עליזאבעט ווארען
קולער האט שארף רעאגירט זאגנדיג אז אויב ווארען וואלט געווען אזוי קאנצעטרירט אויף איר אייגענע פארמעסט ווי ער איז אויף זיין פארמעסט דאן וואלט זי גענאסן פון בעסערע אנקעטע ציפערן ווי 10% אין טעקסאס
*
געוועזענע וואשינגטאן קאנגרעסמאן דעיוו רייכהערט וועלכע האט ווי באריכטעט געהאט באטראכט צו לויפן אלץ רעפובליקאנער פאר גאווערנאר אקעגן דעמאקראטישער גאווערנאר און געוועזענער פרעזידענט קאנדיאט דזשעי אינסלי האט באשלאסן נישט צו לויפן
רעפובליקאנער פארמאגן נישט קיין גרויסע גרויסע אויסוואל פון ערנסטע קאנדידאטן און דער רייכהערט וואלט געווען פון זייערע בעסטע וואס זיי קענען ארויסשטעלן אבער אפילו ער וואלט אויך געהאט גאר א שווערע פעלד צו באזיגן אינסלי
אבער א צווייטע קאנדידאט וועמענס פלענער מען האט געווארט צו הערן איז י-הושע פריעד וועלכע איז דער דער געוועזענער מעיאר פון באטעל וואשינגטאן און ער האט אצינד געמאלדן אז ער שפרונגט אריין אינעם פארמעסט
*
אין ליכט פון די מעגליכע פארמעסט דורך קאנגרעסמאן דזשאו קענעדי צו לויפן אקעגן מאסאטשוסעטס סענאטאר מארקי אין א פריימערי האט סענאטאר קארטעז מעסטא וועלכע איז די פארזיצערין פון די דעמאקראטישע סענאטאריעל קאמפיין קאמיטע פארזיכערט אז די קאמיטע איז פולשטענדינג אין שטציע צו ווידערערוויילן סענאטאר מארקי און ער איז דער קאנדידאט זינט אונזער אויפגאבע איז אלץ געווען צו באשוצן אינקאמבענטס
אבער לייגט צו אז עס איז נאך אביסל פריה צו זאגו אויב די קאמיטע וועט אריינגיסן געלט אין אזא פריימערי
*
דורכאויס אן אנטי תועבה מארש אין מאסאטשוסעטס זענען ארום דרייסיג קאנטער פראטעסטירער וועלכע זענען ארויסגעקומען פארטיידיגן תועבה ארעסטירט געווארן
נאכן אנגעקלאגט ווערן האט סאפאלק קאונטי דיסטריקט אטוירני ראלינס זיי פארגעשלאגן ארויסצוציען די קלאגעס פון געריכט אין אויסטויש פאר קאמיוניטי סערוויס אבער דער ריכטער האט זיך פאר'עקשנ'ט אז ער וויל פאראויסגיין מיט די קרימינאלע פראצעסן טראץ די שטעלונג פון די דיסטריקט אטוירני צוריקצוציען פון די קעיס
פרוי ראלינס האט זיך געוואנדן צום סטעיט סופרים קאורט אז זיי זאלן פארארדענען דעם ריכטער זיך צו האלטן אין זיין יוריסדיקציע און אים באשולדיגט און איבערגיין די רעכטן וועלכע זענען אים צוגעטיילט
זי זאגט אז די מאכט אנצוקלאגן מענטשן באלאנגט אויסשליסליך פאר די עקזעקוטיווע פליגל פון די רעגירונג (דיסטריקט אטוירני אויף א לאקאלן שטאפל) און אי נישט אין די הענט פון די יורידישע אפטיילונג און ריכטער קענען נישט באשליסן צו פראצעסירן מענטשן
זי צייגט אן אז דער פראטעסטירער איבער וועם די הויפט קעיס האט זיך אנטוויקלט האט געהאט א ריינע קרימינאלע רעקארד און איז ארעסטירט געווארן בלויז איבער אומפאלגזאמע אויפפירונג און דער ריכטער האט אים ארויסגעלאזט אויף 750 דאלער בעלי אין די צייט וואס די מאקסימום שטראף פאר אזא אויפירונג ווען עס איז די ערשטע פארברעך איז בלויז 150 דאלער
אצינד האט די סופרים קאורט געגעבן רעכט פארן דיסטריקט אטוירני

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 1:05 pm

אונז האבן זייער הנאה, גיי אן.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 2:24 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:אונז האבן זייער הנאה, גיי אן.

יישר!

אידישע מוח
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 2:29 pm

אונדז אלע
ביזטו אונדז מחי
ישר כח גדול

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:11 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:הערליך!
יישר כוח.

אויף וואספארא גאן קאנטראל ביל גייט די קאנגרעס יורידישע קאמיטע מארגן שטימען?

אנטשולדיגט פארזעהן דיין פראגע

די קאמיטע האט באשטעטיגט מיט 23-16 צו גיבן פעדעראלע גרענטס צו סטעיטס וועלכע שטעלן איין רויטע פאן געזעצן וועלכע ערלויבן געריכטן צו פארמיידן פון מענטשן אונטער פארדאכט צו האבן צוטריט צו געווער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2826
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:39 pm

הכל הבל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:הערליך!
יישר כוח.

אויף וואספארא גאן קאנטראל ביל גייט די קאנגרעס יורידישע קאמיטע מארגן שטימען?

אנטשולדיגט פארזעהן דיין פראגע

די קאמיטע האט באשטעטיגט מיט 23-16 צו גיבן פעדעראלע גרענטס צו סטעיטס וועלכע שטעלן איין רויטע פאן געזעצן וועלכע ערלויבן געריכטן צו פארמיידן פון מענטשן אונטער פארדאכט צו האבן צוטריט צו געווער

טענקס סוי מאטש.

ביידעוועי קומסט מיר נישט גארנישט אז איהר זאלט זיך דארפן אנטשולדיגן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

שטילער
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:49 pm

יעצט אנגעקומען צו ליינען!

א ריזיגן דאנק הבל!

מיר קוקן ארויס אויף דיין באריכט יעדן טאג!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:58 pm

שטילער האט געשריבן:יעצט אנגעקומען צו ליינען!

א ריזיגן דאנק הבל!

מיר קוקן ארויס אויף דיין באריכט יעדן טאג!

יישר פאר די פידבעק!
די היינטיגע רעפטל איז נישט ארויס נאכן באקומען דעם איינדרוק אז די פארלאנג דערפאר האט געשרינקען
געוויס זענען דא וואס קוקן שטארק ארויס דערויף און דעריבער וועט מען פרובירן ווען עס קומט אן לייכט אריינצוקומען מיט א באריכט אבער כפי הנראה איז די פארלאנג שוין נישט אזוי ברייט ווי אין די פארגאנגענהייט און עס איז ב"ה א געוואונטשענע ערשיינונג און א צייכן אז די ארבעטסלאזע ראטע שרינקט
פאר די וועלכע גלייכן מיטצוהאלטן ספאנטאנע אנטוויקלונגען פרובירט מען דערווייל צו אפדעיטן קורץ און שארף אין די אנדערע אשכולות ווען עס איז מעגליך

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:22 pm

לענ"ד בכלל נישט אמת, איך למשל לייען עס ערליך דורך מדי יום ביומו, אבער כ'קום ליידער נישט אן צו באדאנקן אויף א טעגליכע פארנעם.
א שאד ס'נישטא א 'לייק' קנעפל

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:45 pm

צד תמות האט געשריבן:לענ"ד בכלל נישט אמת, איך למשל לייען עס ערליך דורך מדי יום ביומו, אבער כ'קום ליידער נישט אן צו באדאנקן אויף א טעגליכע פארנעם.
א שאד ס'נישטא א 'לייק' קנעפל

גא''מ

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 7:27 pm

מים חיים האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:לענ"ד בכלל נישט אמת, איך למשל לייען עס ערליך דורך מדי יום ביומו, אבער כ'קום ליידער נישט אן צו באדאנקן אויף א טעגליכע פארנעם.
א שאד ס'נישטא א 'לייק' קנעפל

גא''מ


אויב די וועסט אמאל צולייגן עפעס א בילד צו די נייעס וועסטו אליין בלייבן שטיין צו זעען וויפיל מענטשן זעען עס יעדן טאג און האבן הנאה פון אייער שווערע ארבייט.

זיכער קען מעך אייך נישט מחייב זיין אבער וויסן זאלט איר אז זייער אסאך אידן האבן הנאה און סהאלט צוריק פון קיקן אויף מקומות וואס סאיז נישט דאס בעסטע ....

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 7:39 pm

מים חיים האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:לענ"ד בכלל נישט אמת, איך למשל לייען עס ערליך דורך מדי יום ביומו, אבער כ'קום ליידער נישט אן צו באדאנקן אויף א טעגליכע פארנעם.
א שאד ס'נישטא א 'לייק' קנעפל

גא''מ

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2826
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:07 pm

הכל הבל האט געשריבן:
שטילער האט געשריבן:יעצט אנגעקומען צו ליינען!

א ריזיגן דאנק הבל!

מיר קוקן ארויס אויף דיין באריכט יעדן טאג!

יישר פאר די פידבעק!
די היינטיגע רעפטל איז נישט ארויס נאכן באקומען דעם איינדרוק אז די פארלאנג דערפאר האט געשרינקען
געוויס זענען דא וואס קוקן שטארק ארויס דערויף און דעריבער וועט מען פרובירן ווען עס קומט אן לייכט אריינצוקומען מיט א באריכט אבער כפי הנראה איז די פארלאנג שוין נישט אזוי ברייט ווי אין די פארגאנגענהייט און עס איז ב"ה א געוואונטשענע ערשיינונג און א צייכן אז די ארבעטסלאזע ראטע שרינקט
פאר די וועלכע גלייכן מיטצוהאלטן ספאנטאנע אנטוויקלונגען פרובירט מען דערווייל צו אפדעיטן קורץ און שארף אין די אנדערע אשכולות ווען עס איז מעגליך

כ'טוה שארף דיסאגריען מיט אייער הנחה!!!
(סארי פארן גיין שארף)

כ'גלייב אז יעדער וואס ליינט נאר נייעס דא אויפן וועלטל ליינט יעדער באריכט דא אין די קאקאש אשכול,
נאר היות ס'איז געווענליך א חתיכה הראוי להתכבד לייגט מען עס אוועק אויף ווען מ'האט אפאר לאנגע מינוטן, און אויטאמאטיש פארגעסט מען זיך צו באדאנקן דערפאר.
צווייטנס כ'ווייס נישט פארוואס אבער מענטשן פיהלן זיך אביסל פאני צו סתם שרייבן יעדן טאג די זעלבע ווערטער "יישר כוח", מ'מיינט אז מ'דארף אויפקומען מיט חידושים און אינטערסאנטע מינע געדאנקען כדי צו זאגן שכוח.

ווען ס'וואלט ווען געווען א לייק קנעפל וואלט עס מסתם באקומען הונדערטער לייקס א יעדן איינציגסטן טאג!!!

על כן בקשתינו שטוחה לידידינו כבוד הרב הכל הבל אז אויב ער קען זאל ער ווייטער שרייבן די טעגליכע טשאקאלאד רעפטל, פארשטייט זיך אז ער איז אונז גארנישט שולדיג, אבער מיר וואלטן עכט שטארק אפריציעטעט אויב ער שרייבט יא!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:49 pm

מים חיים האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:לענ"ד בכלל נישט אמת, איך למשל לייען עס ערליך דורך מדי יום ביומו, אבער כ'קום ליידער נישט אן צו באדאנקן אויף א טעגליכע פארנעם.
א שאד ס'נישטא א 'לייק' קנעפל

גא''מ

Me 2
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

היי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 31, 2017 10:58 pm

תגובהדורך היי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:36 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:לענ"ד בכלל נישט אמת, איך למשל לייען עס ערליך דורך מדי יום ביומו, אבער כ'קום ליידער נישט אן צו באדאנקן אויף א טעגליכע פארנעם.
א שאד ס'נישטא א 'לייק' קנעפל

גא''מ


גם אני מצטרף להנ"ל ובוודאי יש כאן מאות הקוראים מידי יום ביומו ונהנים מאוד. ישר כח גדול מכולנו. בהצלחה ושמחה.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:52 am

גם אני מצטרף לבקשת העולם. ביטע גיי אן. און איך האלט אז די איידיע פון ggg איז א גוטע. לייג א בילד וועסטו כאטש מיטהאלטן וויפיל מענטשען וואלטן דיר ווען געגעבן א לייק..

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:08 am

גם אני מצטרף. איך באדאנק זיך נאר ווען איך האב עפעס א קלייניגקייט צוצולייגן אדער פרעגן, ווייל אנדערש שפירט זיך עס מאדנע. איך ווייס אז איך בין נישט גערעכט.

פעלט נישט אויס אויפצוקומען יעדן טאג מיט א צווייטע בילד, נאר לייג אלעמאל א בילד פון א לייק קנעפל, און יעדער וואס קומט ליינען איז עס על דעת אז ער געבט א כמו קוועטש אויפן כמו לייק קנעפל...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:59 am

דאנערשטאג כי תצא






די איזראעליס לייקנען א באריכט אז זייער רעגירונג האט איינגעפלאנצט אונטערהער אפאראטן אין וואשינגטאן די סי
*
אוסטראליע'ס אויסערן מיניסטאר זאגט אז זיין רעגירונג לייגט דרוק אויף איראן צו באפרייען דריי אוסטראלישע בירגער פון א טורמע אין איראן און זאגט אז ער גלויבט נישט אז זייער ארעסט איז פארבונדן מיט די איצטיגע אנגעצויגענע שטימוג צווישן איראן און די מערב וועלט
*
די אינערן מיניסטעריום אין קאנגא באריכטעט אז אמוויינגסטנס 50 זענען אומגעקומען און 23 זענען פארוואונדעט געווארן אין א באן אינצידענט אין דרום מזרח פון לאנד
*
די סענאט האט נעכטן באשטעטיגט עטליכע פרישע דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס פון פרעזידענט טראמפ ברענגענדיג די טאטאל באשטעטיגטע טראמפ דיסטריקט ריכטער צו 105
*
מערי מקעלארי פון ראוד איילאנד און סטעפאני געלעגער פון מערילענד זענען באשטעטיגט געווארן אן קיין אפאזיציע דורך א וואויס וואוט
ביידע פון זיי זענען צו ערשט באשטימט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא אין סעפטעמבער 2015 למספרם אבער זענען דאן נישט געווארן באשטעטיגט
*
סטעפאני העינס איז געווארן באשטעטיגט מיט 94-0 צו סערווירן אויפן פעדעראלן געריכט אין מערב פענסילוועניע און עדא בראון איז די ערשטע אפריקאנע אמעריקאנע פרוי צו ווערן באשטעטיגט צום פעדעראל באנק אין צפון טעקסאס
זי איז געווארן באשטעטיגט דורך 80-13
*
סטיווען סידזשאר איז באשטעטיגט געווארן מיט 90-1 צום פעדעראלן באנק אין צפון אילינאי
די איין ניין שטימע איז אויך געקומען פון איינע וועלכע איז געלאפן פאר פרעזידענט (אזויווי מיינסטנס פון די וועלכע האבן נישט געשטימט צוליב וואס זיי זענען געווען אפוועזנד) נאר יענע האט שוין געקענט אנטייל נעמען און שטימען ניין צוילב וואס זי לויפט מער נישט פאר פרעזידענט
איר נאמען איז קירסטען דזשיליברענד
*
סטיווען גרימבערג איז געווארן באשטעטיגט מיט 75-18 צום פעדעראלן באנק אין צפון דזשארדזשיע
*
קאנגרעס רעפובליקאנער גייען זיך היינט פארזאמלען אין באלטימאר פאר א דריי טאג פארברענג וועלכע האט געזאלט פארקומען אין יונואר למספרם אבער איז געווארן אפגעשיבט אויף איצט צוליב די שאטדאון אין יענע צייט
קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי וועט עפענען די התוועדות מיט א פרעסע קאנפרענץ איבער די אגענדע פון זיין קאנפרענץ
פרעזידענט טראמפ וועט אויפטרעטן ביי די פארזאמלונג אבער ער וועט בעפאר דעם אנטייל נעמען ביי א פאנדרעיזער אין די שטאט
*
די סענאט ארמד סערוויסעס קאמיטע וועט אפהאלטן א פארהער אויף די נאמינאציע פון רייען מעקארטי צו סערווירן אלץ ארמיי סעקרעטאר און ערזעצן מארק עספער וועלכע איז געווארן פארטיידיגונג סעקרעטאר
*
נאך וואס קאנגרעס דעמאקראטישע פירער האבן אראפגעשפילט די סטאטוס פון די נאדלער אויספארשונג וועלכע קען פירן צו אימפיטשמענט האט נאדלער היינט געעפנט זיין אויספארשונג און געטראפן א גוטע וועג עס צו באצייכענען און צופרידנשטעלן אלע זייטן
נאלדער: די קאמיטע איז פארמישט אין אן אויספארשונג וועלכע וועט אונז ערלויבן צו באשליסן אויב מיר זאלן רעקאמענדירן ארטיקלען פון אימפיטשמענט איבער פרעזידענט טראמפ
טייל רופן די פראצעדור אן אימפיטשמענט פארהער און אנדערע רופן עס אן אימפיטשמענט אויספארשונג
די עפענונג פון די אויספארשונג איז פריער געווארן באשטעטיגט אין קאמיטע מיט 24-17
*
קאמאלא העריס האט באקומען א וויכטיגע אינדארסירונג ווען אריזאנא קאנגרעסמאן ראובן גאלעגא (וועלכע האט קורצליך געזוכט צו לויפן אקעגן מארק קעלי אין א פריימערי פארן סענאט) וועלכע איז א מארין קארפס וועטעראן און היספאנישע קאקאוס וויצע פארזיצער איז ארויסגעקומען אין שטיצע פון איר קאמפיין פאר פרעזידענט
*
צוויי טוץ אפריקאנע אמעריקאנע געזעצגעבער אין דזשארדזשיע זענען ארויסגעקומען אינדארסירן דזשאו ביידען פאר פרעזידענט
*
עליזאבעט ווארען שלאגט פאר אויסצוברייטערן סאושעל סעקיוריטי מיט 200 דאלער א מאנאט און עס דעקן מיט א פעיראל שטייער אויף פארדינסטן פון העכער א פערטל מיליאן דאלער און א שטייער אויף אינוועסטירונגען
איר פלאן וועט אויך פארלענגערן די לעבנסטעג פון די סאשועל סעקיוריטי קאסע אנצוגיין אויף ביז 2054 למסרם לויט א שאצונג
*
עימי קלאובאשאר אנערקענט אז זי מוז מער און מער אנהויבן רעדן א קאמפיין שפראך וועלכע איז הארט און רעאליסטיש און איז אויפגעברויזט אז זי דארף ווידמען א גריס טייל פון איר דעבאטע צייט אפצושלאגן קינדישע פארשפרעכונגען פון ארכי לינקע קאנדידאטן וועלכע פרובירן צו פארקויפן לופטיגע פארשפרעכונגען פאר וויילער וועלכע האבן נישט קיין מעגליכקייט צו פארווירקליכט ווערן
זי רעדט זיך אפ אז זי מוז זיין די מוטער אינעם צימער וועלכע ערקלערט פאר אלע קינדער אז מען געוויסע זאכן קען מען נישט באקומען
*
די רעפובליקאנע סטעיט פארטייען אין אייאווע און אין ניו העמפשיר אנטזאגן זיך זיך צו גיין אין די םיסטריט פון צפון קאראליינע, נעוואדע, אריזאנא און קענסאס וועלכע האבן אפגערופן זייער פריימערי און קאקאוסעס
*
נעבראסקא סענאטאר בען סעס האט ערהאלטן די אינדארסירונג פון פרעזידענט טראמפ אקעגן זיין פריימערי קעגנער ביזנעסמאן און געוועזענע פארזיצער פון די לענקעסטער קאונטי רעפובליקאנע פארטיי מעט איניס
סעס איז א שטארק אידעאלאגישע קאנסערוואטיוו און פלעגט זיך נישט זעהן אויג צו אויג מיט די ווירטשאפט פון פרעזידענט טראמפ און ער האט שוין אין די פארגאנגענהייט געדראעט צו פארלאזן די פארטיי אבער אנדעקש ווי קאנגרעסמאן דזשאסטין אמאש האט ער געמאכט א שארפן דריי און זיך אקיומאלירט אין די פארטיי און בייסנדיג זיין צונג האאט ער באשלאסן אריינצוגיין אין פאליטישע באהעלטעניש און פארשוואנדען ווערן פון די ספאטלייט
ער פרובירט אוועקצושטיין פון טעלעוויזיע אויפטריטן און טוט שיין מיטשפילן מיט די טראמפ אגענדע פארשטייענדיג די פאליטישע ריזיקע פון בונטעווען אקעגן טראמפ
אצינד האט זיך זיין צוגאנג עטוואס אויסגעצאהלט ווען דער פרעזידענט האט אומצוויידייטיג געווארן זיין פולקאמע שטיצע אין זיין ריכטונג
*
דעמאקראטישע בערן הויבן זיך אן צו ערוועקן און באצייטנס באקעמפן א פריימערי שלאכט אין מאסאטשוסעטס
סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער, סענאטארשע עליזאבעט ווארען, די דעמאקראטישע סענאטאריעל קאמפיין קאמיטע, קאנגרעספרוי קאהאנא און אויך מעגליך קאנגרעס פרוי קארטעז זענען נישט אין שטיצע פון די געדאנק אז קאנגרעסמאן דזשאו קענעדי זאל לויפן אקעגן סענאטאר מארקי
סענאטארשע שאהין זאגט קלארער אז אינערליכע פארטיי קריגערייען איז נישט גוט פארן לענגערן טערמין און איז נישט גוט פאר דזשאו קענעדי
אינטערסאנט איז אז אריזאנא סענאטארשע קירסטען סינעמא וועלכע האט זיך עסטאבלירט צו זיין א גאר מעסיגע שטימע אין סענאט האט זיך געשטעלט אונטער די מעגלכע קענעדי קאנדידאטור
*
די טאם טיליס ווידערערוויילונג קאמפיין פאר סענאט אין צפון קאראליינע גייט ארויס קןומענדיגע וואך מיט זייער ערשטע רעקלאמע בליץ אין ווערט פון 2.2 מיליאן דאלער אויף די טעלעוויזיע און ראדיו סטעיטווייד
*
דער געוועזענער יו עס אטוירני דזשאן וואלש ווערט די צווייטע קאלאראדא סענאט קאנדידאט זיך ארויסצוציען פונעם פארמעסט און אינדארסירן דזשאן היקענלופער
*
מען האט געפראגט דעם געוועזענעם רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דעראל אייסא אויב ער פלאנט טאקע אריינצושפרונגען אין די פריימערי פארמעסט אין קאליפארניע'ס 49'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט און ער האט געענטפערט אז עס קוקט אזוי אויס
*
אין קענסאס צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט איז ערווארטעט אז דער אמטירנדער ערשט טערמיניגער רעפובליקאנע קאנגרעסמאן וואטקינס וועט לויפן פאר ווידערערוויילונג אבער ער קען אויסשטיין אן ערנסטע פארמעסט נאך וואס ער האט אין 2018 למספרם גאר שמאל באזיגט דעם דעמאקראט פאול דעיוויס מיט 47.6 צו 46.8
דאסמאל איז די דעמאקראטישע קאנדידאט עיבי האדזשסאן וועלכע איז א געוועזענע רעדע שרייבער פארן געזונטהייט סעקרעטארשע אונטער פרעזידענט אבאמא קעטלין סעבעליוס
דער געוועזענער קענסאס רעפובליקאנער גאווערנאר דזשעף קאליער איז אזוי נערוועז איבער די דעמאקראטישע שאנסן אויפצופיקן דעם זיץ אז ער האט עפנטליך גערופן סטעיט טרעזשוראר דזשעיק לאטורנער וועלכע זוכט צו לויפן אין די סענאט פריימערי אז ער זאל איבערלאזן זיינע סענאט טרוימען און אריינטאנצן אין א פריימערי אקעגן קאנגרעסמאן וואטקינס זינט ער גלויבט אז וואטקינס קען נישט געוואונען ווידערערוויילונג
מיט א וואך צוריק האט טאקע לאטורנער געמאלדן אז ער ענדיגט זיין סענאט קאמפיין און שפרונגט אריין אין א פריימערי אקעגן קאנגרעסמאן וואטקינס
ער האט געזאגט אז אן קיין פראגע שטעלט וואטקינס אריין די זיץ אין געפאר פון גיין צו די דעמאקראטן
לאטורנער האט אריבערגעלייגט ארום א האלב מיליאן דאלער פון זיין סענאט קאמפיין קאסע צו זיין נייע קאנגרעס קאמפיין
אצינד קומט די נייעס אז אין א שנעלקע פאר וואטקינס האט לאטורנער אויפגענומען די קאמפיין מענעדזשער פון די 2018 למספרם וואטקינס קאמפיין צו ארבעטן אויף זיין טיעם
*
די אלאבאמא דעמאקראטישע פארטיי האט זיך ערנסט צופראסקעט מיט די דעמאקראטישע נאציאנאלע פארטיי
די פארזיצערין פון די סטעיט פארטיי איז נענסי ווארלי און זי באשולדיגט אז דער ערשדט טעמיניגער דעמאקראטישער סענאטאר אין די סטעיט דאג דזשאונס פירט א קאמף אקעגן איר פירערשאפט
איצט האט די די ען סי געשיקט א בריוו צו ווארלי אז זיי גייען אפהאלטן די צעהן טויזנט דאלער מאנאטליכע סומע וועלכע זי פלעגט שיקן צו די סטעיט פארטיי צוליב אומקאמפאטאנץ און מאנגל פון סוקסעס אהערצושטעלן א געשמירטע און גוט פונקציאנירנדע פארטיי מאשין
פערעז באשולדיגט ווארלי און פארפעלן אויפצוקומען מיט אן אפעקטיווע סטראטעגיע פלאן אויפצובויען די נויטיגע אינפראסטרוקטור פאר דעמאקראטישע סוקסעס אין די סטעיט
ווארלי האט גאר שארף אראפגעריסן די נאציאנאלע פארטיי פירערשאפט אז זיי באמבאדירן אונזער סטעיט פארטיי פאפארא ון אלע זייטן ווי נאר מעגליך און פרובירן צו פארבן א בילד פון א כאאטישע סטעיט פארטיי וועלכע צוברעקלט זיך אט אט
צוריק אין פעברואר למספרם האט די נאציאנאלע פארטיי קאמיטע גערופן פאר נייע וואלן נאכפאלגנדיג באריכטן איבער אומאויסגעהאלטענע טאקטיקן וועלכע האבן ארויסגעהאלפן די געוואונס פון ווארלי צו די פאזיציע פון פארזיצערין און פון איר וויצע רענדי קעלעי
סענאטאר דאג דזשאונס וועם ווארלי פאררעכנט פון אירע פיינט האט ארגינעל געהאט אינדארסירט א צווייטע קאנדידאט פאר די פאזציע און האט אינאיינעם מיט די נאציאנאלע פארטיי גערופן פאר די רישע וואלן
די נאציאנאלע קאמיטע האט אויך פארארדנט די סטעיט פארטיי צו איבערמאכן די געזעצן פון די פארטיי אבער דערווייל האט זיך ווארלי אויסגעפיפין אויף ביידע פארלאנגען און דאס האט בייגעשטייערט צו די אויפברויז פון די טאם פערעז וועלכע האט איצט אפגעשטעלט די געלט פלוס צו די סטעיט פארטיי
*
איבער צוויי טוץ אמבאסאדארן אונטער פרעזידענט אבאמא האבן שוין בייגעשטייערט פאר די בוטידזשעדזש קאמפיין
*
די ניינטע קרייז געריכט האט ארויסגעווארפן א מאנטאנא געזעץ וועלכע פארבאט פאליטישע ראובא קאולס שרייבנדיג אז אזא פארבאט פארלעצט די ערשטע אמענדמענט רעכטן
נידריגע געריכטן אין ווייאמיניג און אין ארקענסאו האבן אויך געהאט געשריבן אז אזעלכע פארבאטן איז אומקאנסטיטוציאנאל
*
די סופרים קאורט האט נעכטן אין אוונט געאורטיילט אז ווילאנג די אפעלאט פראצעדורן גייען אן איבער די נייע פאליסי פון די טראמפ אדמיניסטראציע אייינצוצוימען פליטים פון אריינקומען אין לאנד קען די טויש פאראויסגיין
ריכטער גינזבורג און סאטאמיאר האבן זיך אקעגנגעשטעלט צו די ארדער
עס מוז נישט זיין אז ברייער און קעיגן האבן איבריג געגליכן די ארדער אבער מעגליך אז די שריט פונעם דיסטריקט ריכטער (ארויסצוגיין פון זיין וועג און באצווינגען זיין אורטייל צו אפעקטירן דאס גאנצע לאנד פארקערט ווי די ניינטע קרייז געריכט האט ארגינעל געזוכוט צו באגרעניצן זיין אורטייל) האט בייגעשטייערט צו זייער באשלוס אמווייניגסטנס נישט ארויסצוקומען אקעגן אזא ארדער וועלכע איז דערווייל צייטווייליג און וואלט סייווי אריבער געניסנדיג פון די שטיצע פון די מאיאריטעט אויפן באנק
*
מען שטייט שוין ווייניגער ווי א מאנאט צום עפענונג פון די נייע סופרים קאורט סעסיע ווען ריכטער וועלן אנהויבן אויסהערן מונדליכע ארגומענטן און אויך מעלדן וועלכע נייע קעיסעס זיי טוען אקצעפטירן און פאר די וועלכע גלייכן נאכצופאלגן די געריכט נייעס איז צייט אנצוהויבן נאכפאלגן די קעיסעס וועלכע גייען ווערן אנטשידן אין די קומענדיגע מאנאטן
דעריבער טוען מיר היינט אנהויבן מיט די סאמע ערשטע קעיס וועלכע וועט ווערן אויסגעקעמפט קומענדיגן אקטאבער 7 למספרם אין אמעריקא'ס העכסטע געריכט

א מאן וועלכע האט געהאלטן אינמיטן דורכגיין א פיינפולע צושיידונג איז ערשינען ביי זיין שווער אין די צייט וואס זיין פרוי און זיינע צוויי טעכטער האבן דארט באזוכט
דער מאן קרעיג קאהלער האט דערשאסן פרוי און קינדער און אויך זיין שוויגער צום טויט
די פראקורארן און פארטיידיגונג האבן ביידע איינגעשטימט אז יענער איז געווען גאר דערביטערט און געליטן פון מענטל אישוס וועלכע ער האט נישט געקענט לייכט איבערקומען זינט ער האט נישט געהעריג גענומען די מעדיצינען זיינע דאקטוירים האבן אים פארשריבן
די פארטיידיגונגס עקספערט האט אויפגעטרעטן אין געריכט זאגנדיג אז זיינע אומשטענדן האבן אים נישט ערלויבט צו טראכטן ראציאנאל איידער ער האט געטוהן זיין פארברעך און אז ער איז צו יענע צייט געווען גענצליך ארויס פון קאנטראל
די דזשורי האט אים געפונען שולדיג זינט אונטער די סטעיט געזעץ אין קענסאס קען מען נישט נוצן די עמאציאנאלע און גייסטישע צושטאנד אלץ אויסרייד פארן באגיין א פארברעך און אזוי האט אויך דערנאך געאורטיילט די קענסאס סופרים קאורט
די פראגע פארן געריכט איז אויב די סטעיט געזעץ נישט צו נעמען אין באטראכט די גייסטישע צושטאנד פון א באשולדיגטן ביים באשטימען זיין סענטענסינג איז אויסגעהאלטן און אויב עס איז נישט ארין פארלעצונג פון די קאנסטיטוציע אז טאר נישט צוטיילן איבערגעטריבענע שטראפן
די סופרים קאורט וועט ווי געשריבן אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס אום אקטאבער 7 למספרם



א לעכטיגן שבת!
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:03 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אור
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:05 am

ווא ווי...
לעצטענסט דעליווערט ער פיינע קאקאש....
שכוח!!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:13 am

אור האט געשריבן:ווא ווי...
לעצטענסט דעליווערט ער פיינע קאקאש....
שכוח!!!

שקויעך פאר דיר און פאר אלע רעאגירער נעכטן!
איך האב מיך נישט אפגערעדט אויף קיינעם און נישט געמיינט צו פארלאנגען א טעגליכע אפצאהל אין פארעם פון א דאנק
איך האב בלויז ארויסגעברענגט אז אמאל פלעגט קומען אסאך מער פידבעק וועלכע האט געצייגט ברייטערע סארט אינטערעסע פון מער ליינער
אויך איצט איז נאך דא א שיינע צאל קליקס אין דעם אשכול אויף א טעגליכע פארנעם אבער ווייניגער ווי אין די פארגאנגענהייט און דאן פלעגט די פידבעק שאפן א פארבינדונג צווישן די שרייבער און די ליינער ווען מען האט דא און דארט באקומען קאמענטארן אויף א געוויסע ניייעסל אדער ארטיקל גיבנדיג די שאנס פארן שרייבער צו דערשפירן וואס דער עולם גלייכט מער און וואס ווייניגער, וועלכע שרייבן סטיל אפעלירט בעסער און וועלכע ווינציגער און אין אלגעמיין שפירן אז די ארטיקלען זענען גענוג אינטערסאנט

יישר כח נאכאמאל

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:13 am

לייק

דער עולם איז מכובד צו ציטירען און ווייזן הכרת הטוב

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:19 am

יישר כח פאר די היינטיגע באריכט (אין פאר יעדן טאג)
פאראינטערסירט האט געשריבן:כ'טוה שארף דיסאגריען מיט אייער הנחה!!!
(סארי פארן גיין שארף)

כ'גלייב אז יעדער וואס ליינט נאר נייעס דא אויפן וועלטל ליינט יעדער באריכט דא אין די קאקאש אשכול,
נאר היות ס'איז געווענליך א חתיכה הראוי להתכבד לייגט מען עס אוועק אויף ווען מ'האט אפאר לאנגע מינוטן, און אויטאמאטיש פארגעסט מען זיך צו באדאנקן דערפאר.
צווייטנס כ'ווייס נישט פארוואס אבער מענטשן פיהלן זיך אביסל פאני צו סתם שרייבן יעדן טאג די זעלבע ווערטער "יישר כוח", מ'מיינט אז מ'דארף אויפקומען מיט חידושים און אינטערסאנטע מינע געדאנקען כדי צו זאגן שכוח.

ווען ס'וואלט ווען געווען א לייק קנעפל וואלט עס מסתם באקומען הונדערטער לייקס א יעדן איינציגסטן טאג!!!

על כן בקשתינו שטוחה לידידינו כבוד הרב הכל הבל אז אויב ער קען זאל ער ווייטער שרייבן די טעגליכע טשאקאלאד רעפטל, פארשטייט זיך אז ער איז אונז גארנישט שולדיג, אבער מיר וואלטן עכט שטארק אפריציעטעט אויב ער שרייבט יא!

יעדע ווארט איז אמת ויציב !!!

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:35 am

לייק

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2036
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:37 am

א ריזיגן יישר כח פאר די היינטיגע פארציע!

איך צייל מיך צווישן די טעגליכע ליינער מיט גרויס הנאה, ספעציעל די געריכט קעיסעס און קאמפיין באריכטן.

#דזשאסט לעטינג יו קנאו
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:02 pm

הרב @הבל איך בין געווען איין טאג אין בית המדרש אין עס איז געווען א גאנצע קופקע וואס האט געשמוסט פון די ניק @הבל וואס שטעלט צי אזעלעכע פיינע קאקאש
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 27 געסט