א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שטילער
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 4:11 pm

שכח הבל!!!

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 8:28 pm

דער בחור איז דא!!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1902
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:53 am

ש'כח! יעצט געלעזט דעם אשכול דאס מערסטע הנאה געהאט פונעם געריכט באריכט (ס'גראמט?!) פליסיג און זאפטיג עז יוזשועל.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:08 pm

איש האשכולות האט געשריבן:געריכט באריכט (ס'גראמט?!) פליסיג און זאפטיג .

גראמט אויך....
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:09 pm

דאנערשטאג ואתחנן




וויצע פרעזידענט מייק פענס וועט אפפליען קיין אייסלאנד אום סעפטעמבער 3 למספרם צו רעדן איבער נאטא שריט צו באקעמפן רוסישע אגרעסיע אין די ראיאן
סעפטעמבער 4 און 5 למספרם וועט פענס זיין אין ענגלאנד צו באהאנדלען ברעקזיט און סטראטעגיע איבער איראן פענס וועט אויך דיסקוסירן די כינעזע איינפלוס דורך די 5-G נעטווארק פארמעסט
איין טאג שפעטער וועט פענס זיין אין איירלאנד צו רעדן איבער האנדל אפמאכן
*
עקספערטן ווארענען אז די אנגייענדע פראטעסטן אין רוסלאנד קענען נאך ווערן אסאך גרעסער ווי ביז איצט
*
דער כינעזער אמבאסאדאר קיין ענגלאנד: בעיזשינג האט גענוג לעזונג און מאכט צו ברענגן א גיכע ענדע צו די אומרוען אויב זאל די סיטואציע אין האנג קאנג ווערן אומקאנטראלירבאר
*
די יורא זאנע דזשי די פי איז געוואקסן ווי ערווארטעט אינעם צווייטן קווארטאל און קומט ווי עטוואס פרישע לופט אין א וואך פון שווערע עקאנאמישע ניייעס גלאבאל
*
פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדרוקט זיין ווילן צו נאמינירן ווייסע הויז ספעציעלע געהילף און סיניאר קאונסיל סטיווען מענאשי פון ניו יארק צו סערווירן אויפן צווייטן סירקוט קאורט אף אפיעלס וועלכע דעקט קאנעטיקוט, ניו יארק און ווערמאנט
מענאשי איז א געוועזענע ערציאונג דעפארטמענט עקטינג דירעקטאר און אא געוועזענע קלוירק פאר סופרים קאורט ריכטער אליטא
*
טייסאן פלייש פאבריק אין וועלכע האט אויסגעגעבן דאס מערסטע געלט אויף לאביאונג צוועקן פון סיי וועלכע אנדערע פלייש פירמע אין 2018 למספרם לייגט דרוק אויף די טראמפ אדמיניסטראציע אז מען זאל רעדוצירן די צאהל אינספעקציעס ביי א פלייש פלענט אין קענסאס
*
א פעדעראלע ריכטער האט פאראדנט דזשארדזשיע ארויסצושטעלן פון באנוץ פארעלטערטע וואל מאשינען און צו זיין גרייט מיט פאפיר בעלאטס וועלכע זאל קענען דינען אלץ אלטערנאטיוו אין פאל איר נייע סיסטעם איז נישט פולשטענדיג גרייט פאר די פריימערי סעזאן
*
פארהאנדלונגען צווישן רעפובליקאנער אויף קעפיטאל היל און די ווייסע הויז איבער א גאן קאנטראל געזעץ ווערן ערנסטער
די לעצטע מאל ווען די טומי (ר פענסילוועניע) און מענשין (ד וועסט ווירדזשיניע) איז געווארן אויפגעברענגט אויפן סענאט פלאר האט עס גענאסן פון די שטיצע פון פיר רעפובליקאנע סענאטארן
מקעין, קירק, קאלינס און טומי
די ערשטע צוויי זענען מער נישט אין סענאט און די רעפובליקאנער וועלכע טוען אצינד אראפבלאזן די שטויב פונעם ביל וועלן דארפן שניידן און צולייגן זאכן צום ביל אז עס זאל דאסמאל האבן בעסערע שאנסן
לויט ווי קוועלער גיבן איבער פארהאנדלט מען איצט פון נעמען די טומי מענשין ביל און עס אהערשטעלן פאר קאנסערוואטיוון אז מען גייט נישט שטימען אויף קיין בעקגראונד טשעק ביל ווי די דעמאקראטן ווילן
אין צוגאב וועט מען צולייגן געוויסע פרא צווייטע אמענדמענט צוקערלעך ווי ערלויבן ביקס טראנספארטן פון איין סטעיט צום צווייטן פאר פאנג צוועקן און פארשטארקערן פארבאטן אקעגן די מעגליכקייט צו רעגיסטרירן גאן אייגנטומער אין א דאטא בעיס
אויך פלאנט מען אריינצולייגן רויטע פאן געזען און מענטאל העלט פראוויזיעס
די פלענער זענען נאך גאר רוי און די ערווארטונג איבער גענוג שטיצע איז נישט ממש קלאר ווייל אזא ביל וועט נישט געניסן פון איבריג שטארקע רעפובליקאנע שטיצע און דעריבער וועט מען דארפן האבן גענוג דעמאקראטן און א היבשע צאל פון זיי לויפן פאר פרעזידענט און זיי וועלן זיך שווער קענען ברענגן צו שטיצען א ביל וועלכע טראמפ שטיצט און עס איז נישט איבער בעקגראונד טשעקס
קאלינס וועלכע איז זייער שטארק אין שטיצע פון גאן קאנטראל און האט שוין אין די פארגאנגענהייט געשטימט פאר בעקגראונד טשעקס זאגט אז זי איצט מער אפטימיסטיש ווי סיי ווען פאר א דורכברוך און עס איז צו פארדאנקן דאנאלד טראמפ אין אפיס
זי איז אין געשפרעכן מיט טומי פארטמאן און ווייסע הויז לעגיסלאטיווע אפעירס דירעקטאר עריק יולאנד
זי פלאנט אויך צו רעדן מיט מעקאנעל נאך די וואך איבער די אנגעלעגנהייט
סענאטאר מייק בראון האט געזאגט אז איצט איז די צייט רייף און רעפובליקאנער און קאנסערוואטיוון וועלן דערלייגן אינעם לענגערן טערמין אויב מען טוישט נישט עפעס ערנסט
*
א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט אויסגעקוקט גענויגט צו אורטיילן אין שטיצע פון די טראמפפ אדמיניסטראציע און זייער ארדער צו ענדיגן די יומאנאטערישע הילף און שוץ פאר אימיגראנטן פון האיטי, סודאן, ניקאראגווא און על סאלוואדאר
א פאנעל פון דריי ריכטער אויפן ניינטן קרייז געריכט האבן דורכאויס א פארהער נעכט מיטוואך אויסגעקוקט סקעפטיש איבער אן אפהאלט אויף די ארדער וועלכע א סאן פראנציסקא דיסריקט ריכטער האט ארויפגעשטעלט
*
נאך פרישע קאנטערווערסיאלע קאמענטארן פון אייאווע קאנגרעסמאן איז ליז טשעיני וועלכע איז פון די רעפובליקאנע פירערשאפט אין קאנגרעס ארויסגעקומען גאר שארף אקעגן קינג און געזאגט אז עס איז צייט פאר אים צו פאקן פעק און אז אייאווע'ס פערטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט פארדינט בעסערע פארטרעטערשאפט
*
עס איז אנגעצויגן אין ניו העמפשיר ווען פירנדע רעפובליקאנער זיצן אויף שפילקעס נישט וואוסנדיג ווי אזוי צו באהאנדלען א מעגליכע סענאט קאמפיין פון קארי לואנדאוסקי און א ווארשיינליכע טראמפ אינדאריסרונג
גאווערנאר סונונו האט אויסגעדרוקט זארג איבער די מעגליכקייט אין א געשפרעך מיט די פארטיי פירערשאפט
טאם ראט וועלכע איז דער געוועזענער סטעיט אטוירני דזשענעראל און איז א פראמינענטע פאליטיקאנט אין די סטעיט האט זיך אויסגעדרוקט אז ער איז נישט קיין קארי אנהענגער און דער געוועזענער סענאטאר פון די סטעיט דזשאד גרעג האט געשריבן אין די גרעסטע צייטונג אין די סטעיט אז לואנדאוסקי איז א ווילדער פארשוין
דעיוו קארנעי וועלכע איז א לאנגיעריגע פאליטישע סטראטעגיסט איין די סטעיט און האט שוין געארבעט אויף א רייע רעפובליקאנע קאמפיינס סטעיטווייד באצייכנט א לואנדאוסקי קאנדידאטור אלץ א וויץ
ער זאגט אז קארי בעניפיטירט נישט גארנישט פאר די טיקעט און פאררן פרעזידענט ווייל ער א פאליטישע העק און העקס שעדיגן די טיקעט אין אלגעמיין
*
נאך די טראמפ באזוך אין ניו העמפשיר וועלן א רייע דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן אריינשטורעמען אין די סטעיט און אנטייל נעמען ביי קאמפיין אויפטריטן
די ערשטע וועט זיין קארי בוקער וועלכע וועט אויפטרעטן אלץ קינאוט רעדנער ביי א פארזאמלונג
*
מייקל בענעט ערשיינט מיט א נייע בוך גערופן צוטיילן אמעריקא וועלכע אדרעסירט די רוסישע העקעריי פון סאציאלע מידיא און זייער שעדיגן דעמאקראטיע
*
קאמאלא העריס ערהאלט איר צענטע קאנגרעסיאנאלע אינדארסירונג ווען אהייא קאנגרעס מיטגליד פאדזש וועלכע פארטרעט די עלפטע דיסטריקט קומט ארויס אין שטיצע פון איר קאמפיין
*
ענדרו יענג קאמפיינט היינט אין צפון קאראליינע
*
ענדרו יענג האט געוואונען די פלארידא אנליין שטרוי אנקעטע אנציענדיג 35% פון די שטימען
*
עליזאבעט ווארען האט נעכטן קאמפיינט אין ניו העמפשיר און 700 האבן זיך באטייליגט
*
טולסי גאבארד איז אין אינדאניזיע אויף טרענירונג אלץ נאשאנעל גארד מיטגליד און וועט זיך דארט געפונען ביז ענדע פונעם למספרם מאנאט
*
דזשאו ביידען איז אויף וואקאציע אין זיין היימשטאט דעלעוועיר
*
דזשעף פלעיק איבער די 2020 למספרם פארמעסט: איך וואלט געוואלט שטימע פאר א פאראנטווארטליכע דעמאקראט
*
נעכטן האבן מיר אראפגברענגט די סיוויטעס אנקעטע וועלכע צייגט טראמפ פארויס מיט בלויז 1% פון ביידען אין צפון קאראליינע
אצינד האבן זיי ארויסגעשטעלט רעזולטאטן אין או אויפרעג איבער די גאווערנאר פארמעסט
לויט די אנקעטע ציהט דער דעמאקראטישע גאווערנאר ראי קופער אן 48% אקעגן 36% פארן רעפובליקאנע ליוטענאנט גאווערנאר און 48% צו 30% פארן רעפובליקאנע האלי גרעינדזש
דער געוועזענע רעפובליקאנע גאווערנאר פעט מקרארי וואלט באקומען 38% צו 47% פאר קופער
*
רעפובליקאנע קאנגרעספרוי פון אינדיאנא'ס פיפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט סוזען ברוקס וועלכע האט געארבעט צו רעקרוטירן מער פרויען קאנדידאטן צו לויפן אויפן רעפובליקאנע טיקעט אין 2020 למספרם האט באשלאסן מיט א צייט צוריק אז זי זעלבסט וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג
געוועזענע סטעיט רעפרעזענטאט סטיווען בראון באטראכט צו לויפן פאר דעם זיץ
ער וואוינט אין די דיסטריקט פון ברוקס (די פיפטע דיסטריקט) אבער אין 2018 למספרם איז ער געלאפן אין די פערטע דיסטריקט און פארלוירן
ער איז א ברודער פון מייק בראון וועלכע האט אינעם זעלבן יאר געוואונען א סענאט פארמעסט אין די סטעיט
אצינד האט די רעפובליקאנע פירערשאפט געמאלדן אז זיי ארבעטן צו רעקרוטירן סטעיט טרעזשוראר פרוי קעלי מיטשעל
*
מען גרייט זיך שוין אין גרויסן צו די סופרים קאורט סעסיע אין וועלכע די געריכט וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די לענדמארק קעיס אויב מתועבים און בריות משונות זענען באשוצט פון דיסקרימינאציע ביי די ארבעט אונטער די געזעץ וועלכע קאנגרעס האט אריבערגעפירט מיט יארן וריק צו באשוצן מענטשן פון דיסקרימינאציע ביי די ארבעט
די גלייכע ארבעט און געלעגנהייט קאמיסיע האלט דערווייל אן זייער שטעלונג וועלכע זי האט אנטוויקלט אין די אבאמא יארן אז ביזנעסער זענען פארבאטן פון אזעלכע סארט דיסקרימינאציע אבער די יוסטיץ דעפארטמענט איז אומאיינשטימיג דערמיט אין די סאליסיטאר דזשענעראל לייגט גרויס דרוק צו איבערצייגן די קקאמיסיע צו טוישן פאזיציע
די פאליטישע פירערשאפט אין זיין אפיס ווילן שטארק אז די אדמיניסטראציע זאל קענען צייגן פארן סופרים קאורט אז די עקזעקוטיווע פליגל איז פאראייניגט אין זייער שטעלונג אז ווען קאנגרעס האט מיט איבער פופציג יאר צוריק באשטעטיגט די אנטי דיסקרימינאציע ביי די ארבעט ביל האבן זיי נישט גענומען אין חשבון דיסקרימינאציע אקעגן מתועבים און בריות משונות
די יוסטיץ דעפארטמענט האט צייט ביז מארגן פרייטאג ארויסצולייגן זייער ארגומענט פארן געריכט אין די קעיס פון א עימיצער אין מישיגען וועלכע איז געווארן אויפגעזאגט פון ארבעטן ביי א טויטן היים צוליב יענעמ'ס סטאטוס אלץ ברי' משונה
די גלייכע ארבעט און געלעגנהייט קאמיסיע האט צו יענע צייט פארטרעטן יענעם אין געריכט און געקלאגט די ארבעטסגעבער אבער איצט טוט די יוסטיץ דעפארטמענט פארטרעטן די קאמיסיע אין געריכט..
די מונדליכע ארגומענטן וועלן פארקומען אום אקטאבער 8 למספרם און אינעם זעלבן טאג וואס די געריכט וועט אויך אויסהערן א רייע קעיסעס איבער מתועבים וועלכע זענען געווארן אויפגעזאגט פון די ארבעט צוליב זייער תועבה סטאטוס
אין די לעצטע וואכן האבן איינגעשטעלט אין די יוסטיץ דעפארטמענט איינגעשטעלט רוטינע קארעספאנדאציע מיט די רעפובליקאנע איינגעשטעלט אין די גלייכע ארבעט און געלעגנהייט קאמיסיע אויסדרוקנדיג אינטערעסע אז די קאמיסיע זאל אריבערקומען אויף זייער זייט אין די ברי' משונה קעיס
טעכניש פאדערט זיך נישט אז די קאמיסיע זאל איינשטימען מיט די דעפארטמענט אבער אויב מען קען באקומען די קאמיסיע'ס דזשענעראל קאונסעל'ס נאמען אויפן געריכט פיילינג מצד די יוסטיץ דעפארטמענט וועט עס פרעזענטירן א פאראיינגטע אדמיניסטראציע שטעלונג
דערווייל ערווארט מען נישט אז די קאמיסיע וועט טוישן ריכטונג
די 5 מעמבער קאמיסיע באשטייט פון 2 רעפובליקאנער, איין דעמאקראט און צוויי ליידיגע זיצן און עס פעלט זיך אויס אן אפשטימונג צו מאכן אזא טויש
דעמאקראט שארלאט באראוס און רעפובליקאנער וויקטאריע ליפניק האבן שוין געהאט געזאגט אז מתועבים זענען אין זייער מיינונג באשוצט אונטערן געזעץ און ליפניק האט שוין געזאגט פאר יוסטיץ דעפארטמנעט באאמעטע אז זי וועלט נישט אונטערגעשריבן אויפן געזעץ
דער דריטער איז די ניי באשטעטיגטער פארזיצערין (באשטעטיגט מיט דריי מאנאטן צוריק) פון די קאמיסיע דזשענעט דהילאן וועלכע פארמאגט די אויטאריטעט צו פאררופן אזא אפשטימונג אבער זי האט דערווייל עס נישט געטוהן
די קאמיסיע פארמאגט אויך א דזשענעראל קאונסעל שעראן גאסטעפסאן וועלכע איז לעצטע וואך געווארן איינגעשוואוירן און ביידע אויבנדערמאנטע נעמען האבן זיך דערווייל צוריקגעהאלטן פון פובלימירן זייערע שטעלונגען אויף די פראגע
עס איז אויך דא א רעדע אז אויב מען קען נישט אפהאלטן א סוקסעספולע אפשטימונג דורך די קאמיסיע באורד וועט דער דזשענעראל קאונסעל אויף די אייגענע האנט אונטערשרייבן א טויש אין שטעלונג אויסנוצנדיג זיין פאסטן אלץ הויפט אדוואקאט פאר די קאמיסיע אבער עס איז אומקלאר אויב ער האט די מאכט עס צו טוהן ספעציעל אין די ברי' משונה קעיס אין וועלכע די קאמיסיע האט קלאר געשטימט צו שטיין אויף די זייט פונעם קלעגער (אנדערש ווי די מתועבים קעיסעס ווי ליפניק און בארואס האבן בלויז אויסגעדרוקט זייער מיינונג אובער נישט דורך אן אפשטימונג)
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:22 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:29 pm

שכוח - א שיינם דאנק
הק' יישר כח

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 2:01 pm

יישר

שטילער
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 2:31 pm

א ריזיגן ישר כח הבל!

איטס וועל עפרישיעיטעד!!!

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 8:08 pm

ביסט א צדיק!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 10:36 pm

שכוח פאר די הערליכע באריכט!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:13 pm

זייער הנאה געהאט פון די באריכט איבער די גאן ביל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], שטיל און 45 געסט