ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך הכל הבל » מאנטאג יוני 17, 2019 10:41 am
מאנטאג בהעלותך דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג וועט די וואך אפשטאטן א באזוך אין צפון קארעא זייענדיג די ערשטע מאל וואס א כינעזער פרעזידענט באזוכט דאס לאנד אין 14 יאר * ארום צוויי מיליאן האבן נעכטן מארשירט אין האנג קאנג צו פראטעסטירן דאס וואס די רעגירונג האט בלויז סוספענדירט אויף דערווייל די דעבאטע פונעם ביל צו מעגן אויסליפערן אנגעקלאגטע קיין כינע און עס נישט גענצליך אפגערופן פערמענאנט די באפעלקערונג אין האנג קאנג ציילט זיך ביי ארום זיבן מיליאן * איראן דראעט אנצוהויבן ביז צען טאג בארייכערן אוראניום צו העכערע שטאפלען ווי ערלויבט אינעם דיעל * אין די וועלט פון פרויען גלייכבארעכטיגונג האט מען אויפגענומען מיט צופרידנהייט אז צום ערשטן מאל אין די אפריקאנע היסטאריע זענען העלפט פון אלע קאבינעט מיניסטארן פרויען * נאכפאלגנדיג די דראמא ארום די וואל אויסגאנג אין איסטאמבול טערקיי מעיארעל פארמעסט וועלכע פרעזידענט ערדואן האט דערקלערט אלץ צווייפלהאפטיג און די רעגירונג האט פאררופן פרישע וואלן איז נעכטן פארגעקומען די ערשטע טעלעוויזירטע דעבאטע אין לאנד אין זיבעצן יאר ווען די צוויי הויפט קאנדידאטן האבן זיך אויסגעפראסקעט צווישן זיך * די צוויי פראנט ראנער אין די פרעזידענטליכע וואלן אין גואטעמאלא זענען ביידע גרייט אז די רעגירונג זאל זיך אנבארגן מיט נאך געלט צו קענען באקעמפן די שרעקליכע ארימקייט און געוואלדטאטן וועלכע פלאגן דאס לאנד און טרייבן מיליאנען צו עמיגרירן קיין אמעריקא * נעכטן איז געווארן פארעפנטליכט א לענגערע אינטערוויו וועלכע דזשארדזש סטעפאנאפאליס האט אפגעהאלטן מיט פרעזידענט טראמפ טייל פון די אינטערוויו איז געווארן אפגעהאלטן אין די אוועל אפיס אום 9:15 אינדערפרי און איז מערקווירדיג זינט טראמפ קומט זעלטן אראפ פון זיין רעזידענץ צון אוועל אפיס בעפאר 10:30 ביי איין מאמענט דורכאויס די אונטערוויו האט טראמפ ארויסגעיקט שטאב הויפט מיק מולוועיני פון צימער זינט דער לעצטער האט צופיל ארומגעהוסט א טראמפ געהילף דורכאויס די 2016 למספרם קאמפיין פארציילט איצט אז ווען ער האט זיך אנגעשלאסן אינעם קאמפיין איז ער געווארן אנגעזאגט דורך מערערע קיינמאל צו הוסן אדער סניזן אין טראמפ'ס געגנווארט פרעזידענט טראמפ זאגט אויך צווישן אנדערן אז ער גייט ארויסשטעלן זיין העלט קעיר פארשלאג אין ארום צוויי מאנאטן פון איצט אדער אפילו פריער און מעגליך אין איין מאנאט ארום זאגנדיג אז די פלאן איז כמעט פארטיג און גרייט * נאכפאלגנדיג די ליעק צו די ניו יארק טיימס איבער אינערליכע אנקעטעס צוגעשטעלט פארן טראמפ קאמפיין וועלכע צייגט אומגינסטיגע נומערן פארן קאמפיין האט די קאמפיין אצינד אפגעהאקט פארבינדונגען מיט טייל פון די אנקעטע נעמער ווען זיי באשולדיגן אין די ליעקס די קאמפיין וועט צוימען איר אינערליכע קרייז פון וועם זיי נעמען אנקעטעס צו בלויז דזשאן מעקלאלין און טאני פאבריזיא און מער נישט נוצן עדעם געלער, און מייקל באסעליס די לעצטע צוויי זענען שוין מיטן טראמפ קאמפיין פון 2016 למספרם און מען איז גראדע צופרידן פון זייער עקספערטיז נאר די נאך די לעצטע שטורעם ארום די ארויסרינונג מוז מען איינשטילן דעם פרעזידענט'ס אויפברויז מיטן צייגן אז מען נעמט ערנסטע שריט און עס הייסט אז די צוויי וועלן אריבערגיין ארבעטן פארן טראמפ סופערפעק קאמפיין געהילפן טארן נישט אפיציעל קאארדינירן מיט סופערפעקס און טוען דעריבער רודערן הויך אין די עפנטליכקייט די געדאנק פון אריינעמען די צוויי וועלכע טרעפ זיך איצט אויף די גאס אריין אינעם סופערפעק ארגאנאזאציע האפנדיג אז די נויטיגע באאמטע וועלן דערהערן דעם רוף * איינע פון די בענעפיטן וועלכע אמטירנדע פרעזידענטן געניסן אין לויף פון די ווידערערוויילונג פארמעסט איז די צייט ווען די קעגנערישע פארטיי רייסט זיך ארום צו פאראייניגן ארום איין קאנדידאט און דער פרעזידענט האט עטוואס רואיגקייט עטליכע דעמאקראטישע גרופעס האבן זך אבער איצט פאראייניגט צו פארזיכערן אז אפילו אריינגייענדיג אין ד פאזע ווען די דעמאקראטישע פריימערי ווערט וואס אמאל היציגער פארלירט מען נישט די קאמף אקעגן דעם הויפט ציהל די גרופע פון סופערפעקס גייען אויסגעבן 150 מיליאן דאלער אויף רעקלאמעס און אויף וויילער רעגיסטראציע אין די קומענדיגע מאנאטן און זיכער מאכן אז אפצוענטפערן טראמפ אפילו אין די צייט ווען די דעמאקראטישע קאנדידאטן ווערן מער און מער פארנומען אפצוענטפערן און אטאקירן איינער דעם צווייטן * פאקס האט אויסגעפרעגט וויילער אויב זיי גלויבן אז א פערזאן מיט וועלכע איז נידריגע אין מאראל און אין עטישע סטאנדארטן קען נאך אלץ זיין א גוטע פירער צווישן רעפובליקאנער זאגן 46% אז יא צו 48% אז נישט צווישן דעמאקראטן זאגן 26% אז יא און 70% אז נישט * לויט די פאקס אנקעטע געניסט טראמפ פון א 75% צופרידנהייט ראטע צווישן ווייסע עווענגאליסטן * פאקס האט געפרעגט וויילער וואס זייער רעאקציע וואלט געווען אויב פרעזידענט טראמפ ווערט ווידערערוועלט 36% ענטוזיאסטיש/צופרידן 13% נייטראל 50% אומצופרידן/דערשראקן * די פאקס אנקעטע האט אויסגעפרעגט דעמאקראטישע פריימערי וויילער צו זיי בעפארצוגן א רואיגע גלאטע און טראסטבארע פירערשאפט אדער ליבערשט איינס מיט א אמביציעזע נייע אגענדע און וויזיע די ערשטע אפציע געניסט פון 72% צו 25% וועלכע וואלטן ענדערש אויסגעקליבן די צווייטע אפציע * לויט אן אנאליז טוען וואל סטריט ביליאנערן צוטיילן זייער שטיצע צווישן דזשאו ביידען, קאמאלא העריס און לעצטנס מער מער פאר פיטע באטידזשעדזש * פיטע באטידזשעדזש שפילט אראפ די היסטאריע וואס זיין פרעזידענטשאפט זוכט צו שאפן זייענדיג די ערשטע אפענע מתועב ער זאגט אז ער גלויבט אלץ העכסט ווארשיינליך אז מתועבים, הגם אומאפיציעלע, האבן שוין באזיצט די ווייסע הויז דורכאויס די אמעריקאנע היסטאריע * פיטע באטידזשעדזש גייט די וואך אויפטרייבן גרעסערע געלטער ביי אוונטן אין ווארען'ס היימשטאט מאסאטשוסעטס * פיטע באטידזשעדזש זאגט אז ער וועט נישט צוריקדרייען טראמפ'ס באשלוס אריבערצופירן די אמעריקאנע אמבאסאדדא קיין ירושלים די שטעלונג איז עכט נישט אזוי סענזאציאנאל ווי עס קלונגט ווייל אויך קלינטאן און אבאמא האבן עס פארשפרעכן צו טוהן און דא בקום ועשה און ער דארף סך הכל פארשפרעכן עס צו לאזן ווי עס איז בשב ואל תעשה אבער איז פארט אינטערסאנט ווייל די פארטיי איז היינט מער אנטי איזראעל ווי אמאל און אויך ווייל היינט וואלט מען גרינגער געקענט נעמען א שטעלונג דערקעגן זינט עס איז א שריט פון טראמפ * פיטע באטידזשעדזש האט אינעם פארלאפענעם מאנאט אויפגעטריבן מער פון וויפיל ער האט אויפגעטריבן אלעס אינאיינעם פונעם אנהויב פונעם פארמעסט * עליזאבעט ווארען שפילט אראפ ערווארטונגען איבער איר אויפשטייג זאגנדיג אז עס איז נאך גאר פרי אינעם פארמעסט * בעטא ארורק פארשארפט זיין רעטאריק אקעגן דזשאו ביידען איבער זיין פליפ פלאפ איבער רעגירונג פינאנצירטע שטיצע פאר רציחה און אויך איבער ביידען'ס נאאיווע צוגאנג צו כינע * אין צפון קאראליינע האט א געוועזענער איין טערמיניגע סטעיט סענאטאר קאל קאנינגהעם (ד) געמאלדן אז ער לויפט צום סענאט אקעגן סענאטאר טאם טיליס קאנינגהעם איז צו ערשט געלאפו פאר ליוטענאנט גאווערנאר אבער ער האט באשלאסן צו טוישן און לויפן צום סענאט ער איז אין 2010 למספרם געלאפן אין די דעמאקראטישע פריימערי צום סענאט אבער פארלוירן אין א ראנאף פארמעסט * אלע געדענקן די היציגע ברעט קעווענאו נאמינאציע ווען אויסער די סקאנדאלן איבער זיין פערזענליכקייט האט מען אים שווער געצימבלט איבער זיינע שטעלונגען אויף סאציאלע טעמעס די דעמאקראטן האבן געהאט א שוועריקייט צוליב וואס איבער חוקי רציחה איז נישט פארהאן קיין ערנסטע פריערדיגע אורטיילן אויף זיין רעקארד פון וואס צו קענען אנטייטלען אז ער וועט זיין עקסטרעם אקעגן רציחה די איינציגסטע אורטייל אויף די אישו איז געווען ווען ער האט געאורטיילט אז אין שטיצע פון א פארבאט צוצושטעלן רציחה סערוויסעס פאר פארהאלטענע יוגנטליכע אומלעגאלע אימיגראנטן די קעיס איז אבער זינט דאן געווארן אפעלירט צו די דיסטריקט אף קאלאמביע סירקוט קאורט אף אפיעלס אויף וועלכע קעווענאו זעלבסט איז געזעצן בעפאר מען האט אים נאמינירט צום העכסטן באנק די סירקוט קאורט האט אצינד געאורטיילט אקעגן קעווענאו'ס שטעלונג און געשריבן אז מען קען נישט אוועקנעמען די רעכטן פון די אימיגראנטן די אורטייל איז גאר א שטארקע זיג פאר די ליבעראלן ווייל עס ווערט טעכניש פאררעכנט ווי אן אורטייל פונעם סופרים קאורט איינס זינט קעווענאו וועט זיך מוזן רעקיוזן פונעם קעיס אויב זאל עס גרייכן צום סופרים קאורט און אין אזא פאל וועט די סופרים קאורט זיין צוטיילט 4-4 און אויב ווי ערווארטעט וועט די ליבעראלע בלאק זיין פאראייניגט און די אורטייל וועט זיין 4-4 וועט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט בלייבן אין קראפט * היינט האט די סופרים קאורט פארארדנט א געריכט און ארעגאן איבערצוקוקן זייער אורטייל וועלככע האט באשטעטיגט א הונדערט פינף און דרייסיג טויזנט דאלערדיגע שטראף פאר א בעקער וועלכע האט זיך אנטזאגט צוצושטעלן זיין סערוויס פאר א נארישקייט צערעמאניע * טראץ וואס פולע האבן ערווארטעט אז די געריכט וועט מעגליך היינט אדרעסירן די פראגע אויב זיי נעמען אן די דאקא קעיס האבן זיי ווייטער געהאלטן דאס לאנד אין די טונקל אויף די אישו מאנכע קלערן אז די אורזאך קומט צוליב וואס די צווייט העכסטע פראפיל קעיס איז געווען די ארעגאן בעקער קעיס און ווי אויבנדערמאנט האבן זיי געווידמעט די היינטיגע טאג פאר דעם און באשלאסן צו לאזן די סאמע העכסטע פראפיל קעיס פאר קומענדיגע וואך * די סופרים קאורט האט היינט צוריקגעוויזן אנצונעמען א קעיס אין וועלכע א פראמינענטע סאציאל קאנסערוואטיווע גרופע האט פרובירט צו אפעלירן אורטיילן פון נידריגע געריכטן וועלכע האבן בלאקירט א פארזוך פון די טראמפ אדמיניסטראציע אפצושוואכן געוויסע סארט סערוויסעס צוגעשטעלט דורך אבאמאקעיר די נידריגע געריכטן האלטן נאך אינמיטן באהאנדלען די פראגע און עס איז מעגליך אז די סופרים קאורט וויל צו ערשט אויסווארטן אז די קעיס זאל ווערן געהעריג באהאנדלט און דעצידירט און ערשט דערנאך וועט זי מעגליך יא זיין גרייט אריינצוקוקן דערין * די סןפרים קוארט האט א קארגע צוויי וואכן צו גיין ביזן ענדע פונעם טערמין אין האט היינט ארויסגעגעבן אורטיילן און פיר פון די פארבליבענע פיר און צוואנציג קעיסעס און טייל דערפון ווערט באריכטעט דא אינעם היינטיגן באריכט די געריכט האט איצט געסקעדזשועלט די וואך דאנערשטאג אלץ א פרישע אורטיילן טאג ווען מער קעיסעס וועלן ווערן אנטשידן * די סופרים קאורט האט היינט געאורטיילט אז די רעפובליקאנער אין ווירדזשינע מאנגלען אין סטענדינג צו קענען קלאגן די סטעיט'ס מאפע ווי אזוי זי האט איינגעטיילט די דיסטריקטן ריכטערן גינזבורג האט געשריבן די אורטייל און איר שטימע איז געווען היבש צוקראצט און קומט לויט געהילפן צוליב א פארקילאכטס אבער נישט עפעס מער ערנסט דערין האבן זיך אנגעשלאסן טאמאס, סאטאמאיאר, קעיגען, און גארסוטש די קעגן אורטייל איז געוואןר געשריבן דורך ריכטער אליטא און דערין האבן זיך אנגעשלאסן ראבערטס, ברייער און קעווענאו * די געריכט האט שוין אין די פארגאנגנהייט אומדירעקט שמאל געאורטיילט אז פובליק טעלעוויזיע סיסטעמען ווערן נישט פאררעכנט אלץ רעגירונג פארום טראץ וואס אין אלגעמיין זענען די קאנאלן די אייגנטום פון די רעגירונג וועלכע ווערט ארויסגעליעסט פאר די נעצן די אנגענומענע שטעלונג אז די וועלכע אפערירן די פראגראמען אויף די קאנאלן זענען פריוואטע מענטשן האט ערלויבט פאר די נעצן צו באגרעניצן פרייהייט פון אויסדרוק נישט זייענדיג געבינדן צו די געזעץ פון סטעיט און פובליק פארומס אפערירט דורך די רעגירונג די מאנהעטען נעיבארהוד נעטווארק איז באזירט אאין ניו יארק סיטי און איז אריין אין א געפעכט מיט צוויי פון זייערע ארבעטער וועלכע האבן צוריק אין 2012 למספרם פראדוצירט א געוויסע פראגראם צו לויפן אויף די כוואליעס וועלכע האט צווישן אנדערן קריטיקירט די נעטווארק זעלבסט די פראגראם איז געלאפן איינמאל אבער איז דאן געווארן אפגערופן דורך די פירערשאפט צוליב פארשטענדליכע סיבות און די צוויי טראבל מעיקערס זענען געווארן אויפגעזאגט פון פאזיציע די צוויי האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע אקעגן די נעטווארק און אקעגן די סיטי מיטן ארגומענט אז די וועג ווי אזוי די נעטווארק איז אוועקגעשטעלט מאכט איר פאר א פובליק פארום און זייערע ערשטע אמענדמענט רעכט פאר פרייע אויסדרוק איז געווארן פארלעצט אין די סאודערן דיסטריקט קאורט אין ניו יארק האבן די ריכטער אפגעווארפן די קעיס באזירט אויף די טענות פון די סיטי אין די נעטווארק און ציטירנדיג די אורטייל אין וועלכע די סופרים קאורט טוט אומדירעקט שרייבן אז די נעטווארקס ווערן באטראכט ווי פריוואט געפירטע סיסטעמען די צוויי האבן אפעלירט די אורטייל צום צווייטן סירקוט קאורט ווי אין א 2-1 באשלוס גיבן די ריכטער גערעכט פאר די קלעגער ציטירנדיג פון ריכטער קענעדי וועלכע שרייבט די מינאריטעט אורטייל אינעם אויבנדערמאנטן סופרים קאורט קעיס אז וויבאלד די פראגראמען פאלן אונטערן מאנדאט פון די רעגירונג וועלכע קענען אריינרעדן אויף א רייע פראגן אוון פארבאטן פארשידענע פראקטיצירונגען ווערן זיי באטראכט ווי פובליק רעגירונג פראגראמען און קענען דעריבער נישט באגרעניצן פרייהייט פון אויסדרוק די ריכטער האבן אבער געשריבן אז די סיטי קען נישט ווערן געקלאגט דערויף און עס איז נישט זייער פאראנטווארטליכקייט די נעטווארק איז איצט פארבליבן אליינס אויפן וואסער אלץ באשולדיגטע און האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט און אום אקטאבער 2018 למספרם האט די געריכט אקצעפטירט די קעיס זייענדיג די סאמע ערשטע קעיס ארויפצוקומען אויפן קאלענדאר זינט ריכטער קעווענאו האט ערזעצט ריכטער קענעדי אום פעברואר 25 למספרם וועט די געריכט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין דעם קעיס היינט אינדערפרי האט די געריכט געאורטיילט אז די נעטווארק איז יא א פריוואטע פירמע און מוז נישט ערלויבן פרייהייט פון אויסדרוק די אורטייל איז געווארן געשריבן דורך ריכטער קעוונאו און דערין האבן זיך אנגעשלאסן טאמאס, אליטא, ראבערטס און גארסוטש ריכטערין סאטאמאיאר האט געשריבן א קעגן אורטייל און דערין האבן זיך אנגעשלאסן גינזבורג, ברייער, און קעיגען * פאלגענד איז א קעיס וועגן די זעלבסשטענדיגקייט פון די סטעיטס אין באצוג צו די פעדעראלע רעגירונג די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ערלויבט די פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען אנצוקלאגן מענטשן אויף די זעלבע פארברעך און איך זאג נישט קם לי' בדרבה מיני' מיט דעם וואס ער יענער ווערט שוין סייווי אויסגעפארשט דורך די פעדעראלע רעגירונג טראץ וואס די 5'טע אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע פארבאט אין אלגעמיין צו באשטראפן מענטשן צוויי מאל פארן זעלבן פארברעך (קלארשטעלונג: די דין פון קם לי' ווערט בלויז גענוצט אלץ בלשון מושאל אבער איז נישטאמאל קיין צושטעלן פון להבדיל די דין תורה וועלכע רעדט ווען איינער האט עובער געווען אויף צוויי באזונדערע עבירות) טעראנס מארטעז געמבל איז געווארן אנגעקלאגט דורך די פעדס און די סטעיט אין 2015 למספרם ווען ער איז געווארן אפגעשטעלט ביי א רוטינע טראפיק אפשטעל און פארמאגט געווער אין זיין באזיץ צו וועלכע ער איז געווען פארבאטן זייענדיג א פעלאן, זיין פעטיציע ברענגט ארויס אז ער ווערט דאפלט אנגעקלאגט די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ווערט שוין פראקטיצירט פאר מער ווי 150 יאר און איז שוין געווארן בארעכטיגט דורכן סופרים קאורט אין לויף פון די יארן טראץ וואס זי ווערט קריטיקירט דורך לעגאלע עקספערטן אלץ א פאליסי אן קיין לאגישע באזיס געמבל איז געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג דורך די סטעיט אלאבאמא און פאראורטיילט צו איין יאר אין טורמע דערנאך האט זייך די פעדעראלע רעגירונג גענומען צן זיינע ביינער און א דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אז ער קען נישט נוצן די דאפלטע שטראף ארגומענט זינט די פעדעראלע רעגירונג איז א באזונדערע קערפערשאפט און געמבל איז עווענטועל איינגעגאנגען אויף א פלי אפמאך אונטער וועלכע ער איז געווארן צוגעטיילט א 46 מאנאטן סענטענס געמבל האט עס אבער אפעלירט צו די 41'טע סירקוט וועלכע האט בלויז באשטעטיגט די שטעלונג פונעם דיסטריקט געריכט אין יוני 2018 למספרם איז זיין פעטיצע צום סופרי קאורט געווארן אקצעפטירט ער האט אין זיין ביטע ערווענט א פאראייניגטע רוף פון ריכטער גינזבורג און טאמאס מיט א צייט צוריק דורכצופירן אן איבערזיכט אויף די דאפלטע שטראף אויסנאם פאר די פעדס און סטעיט אויב זאל די געריכט עלימינירן די דאקטרינע קען עס אפעקטירן די טראמפ אויספארשונגען און מיט א פארדאן פונעם פרעזידענט אויף פעדעראלע פארברעכן מיינט עס אז די סטעיט וועט שוין מער נישט קענען קלאגן אויפן זעלבן פארברעכן זינט זי איז שוין געווארן פרובירט דורך די פעדס סענאטאר ארין העטש האט אריינגעשיקט א פריינט צום געריכט בריוו אין שטיצע פון געמבלס ארגומענט אבער זיין ווארטזאגער האט געלייקנט אז עס האט געהאט סיי וועלכע פארבינדונג מיט די אויספארשונגען אויפן פרעזידענט די ריכטער האבן אויסגעקוקט היבש אומוויליג נאכצוגעבן געמבלס ארגומענט די מונדליכע ארגומענטן זענען געווען באשטימט אויף דעצעמבער 5 2018 למספרם אבער.. פרעזידענט בוש דער ערשטער איז יענע צייט געשטארבן און דער קאורט האט עס געמוזט אפשטופן מיט א טאג צוליב די ספעציעלע קלאג טאג שווער צו וויסן ווי אזוי זיי וועלן אורטיילן זיי האבן געשיינט צו זיין נערוועז צו איבערדרייען אן 170 יעריגע דאקטרינע אבער אנערקענט די זארגן וועלכע אקאדעמיקער און יוריסטן דרוקן אויס איבער די אפעקט פון די פאליסי שווער צו וויסן אבער אויב אויב זיי דרייען עס איבער וועט עס זיין ממש אן ערדציטערניש אבער ערדציטערנישן פאסירן דא און דארט איז, האף פאר רעפארם צו דורכצוברעכן די בלאקאדא אבער גרייט זיך פאר שטאטוטסקווא איבערצולעבן די מונדליכע ארגומענטן זענען געווען היבש אינטערסאנט ביי איין פונקט האט איינע פון די ריכטער געזאגט אז דורכליינענדיג די קלעגער ארגומענטן איז ער געווארן שטארק איבערצייגט אז זיי זענען גאר שטארק און ער האט ווי איינגעשטימט דערמיט די געריכט זאל האט פארפעלט אן אטעם הערנדיג אזוי קלאר די ריכטונג א ריכטער איז גענויגט צו נעמען דאן.. האט דער ריכטער צוגעלייגט אזליינענדיג נאכדעם די אנדערע זייטס ארגומענטן האט ער געזעהן אז זיי זענען פונקט אזוי שטארק.. און די פארזאמלטע האבן אויסגעפלאצט אין א געלעכטער די רעגירונג האט א סטראטעגיע מיט וועלכע זיי פרובירן צו איבערצייגן אויך די ליבעראלע ריכטער אויף זייער זייט זיי ברענגן ארויס אז אויב די געריכט פארבאט די פעדעראלע רעגירונג צו ברענגן קלאגעס קעגן סטעיט אנגקלאגטע דאן וועט עס אונטערמינעווען די מעגליכקייט פון פארטיידיגן סיוויל רייטס אין די פארגאנגענהייט זענען א רייע שטאטן געווען זייער אומסימפאטיש צו סיוויל רייטס און די פעדעראלע רעגירונג האט עס שטרענג פארסירט איצט, אויב אזא אטמאספערע זאל זיך איבערשפילן אין לאנד און סטעיטס וועלן נישט ערנסט באשטראפן סיוויל רייטס פארלעצער ווועט די רעגירונג זיין געבונדן פון אנקלאגן דעם פארלעצער זינט די סטעיט האט אים שוין באשטראפט הגם בלויז מיט א לייכטע שטראף אן אנדערע ארגומענט וועלכע א ריכטער האט געצימבלט געמבלס אדוואקאט אז רעפארמירן דעם סיסטעם וועט פירן צו א כאפצעם צושטאנד אין וועלכע די סטעיט און פעדעראלע רעגירונג וועלן זיך פארמעסטן אין די שטונדן נאך א פארברעך ווער עס קען באווייזן שנעלער צוזאמצושטעלן א דזשורי און ברענגן קלאגעס און דאדורך פארכאפן מאכט אויף די קעיס אונטער די אייגענע יוריסדוקציע צו פארמיידן די קלאגעס פון די אנדערע רעגירונגס פליגל היינט אינדערפרי האט דער סופרים קאורט ענדליך געאורטיילט אין די קעיס און יא געלאזט אין פלאץ די ערלויבעניש פאר די רעגירונג צו קלאגן צוויי מאל אויפן זעלבן פארברעך די אורטייל איז געווארן געשריבן דורך ריכטער אליטא און דערין האבן זיך אנגעשלאסן ראבערטס, טאמאס, ברייער, סאטאמאיאר, קעיגען און קעווענאו טאמאס האט געשריבן אן אייגענע געמישטע מיינונג שרייבנדיג אז די געריכט זאל נאכלאזן פון די אבסעסיע זיך צו האלטן צו פריערדיגע פרעצעדענט און זיי זאלן זיך באפרייען פון די יאך ארויפגעלייגט אויף זיי דורך אורטיילן פון פריערדיגע געריכטן גיזנבורג און גארסוטש האבן ביידע געשריבן באזונדערע קעגן אורטיילן
לעצט פארראכטן דורך
הכל הבל אום מאנטאג יוני 17, 2019 1:13 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.