א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 11, 2019 12:54 pm

דינסטאג נשא




איראן באפרייט אן אמעריקאנער פון טורמע פאר אנגעבליכע שפיאנאזש אקטיוויטעטן
*
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער האט נעכטן באקומען א זייער ווארימע און זייער שיינע בריוו פון קים דזשאנג אן
*
קאנגרעס ספיקער פעלאסי האט פריער געגעבן אן אינטערוויו אדרעסירנדיג די לעצטיגע אנוויקלונגען אין וואשינגטאן
איבער טראמפס אטאקעס איבער איר: איך בין פארטיג מיט אים, איך בין ניטאמאל נייגעריג צו רעדן וועגן אים, מיינע סטאקס הויבן זיך יעדע מאל ווען ער אטאקירט מיך, וואס זאל איך זאגן?
איבער טראמפס אפטרעטן פון די טאריף סטראשע אויף מעקסיקא: ער פארדינט נישט קיין קרעידט איבער דעם
די גאנצע זאך איז געווען א שפיל דעזיגנירט צו פארקירעווען אויפמערקזאמקייט פון די מולער רעפארט, עס איז נישט קיין צופאל די צייט ווען די קריגעריי האט פאסירט
איבער אירע קאמענטארן אז זי וויל זעהן טראמפ אונטער גראטעס:ווען מיר פירן געשפרעכן אינערהאלב אונזער קאוקוס ווערט די אינהאלט דערפון געהאלטן צווישן אונז
*
וויצע פרעזידענט מייק פענס וועט היינט דינסטאג רעדן מיט סענאט רעפובליקאנער ביי זייער וועכנטליכע מיטאג
דערנאך וועלן די סענאטארן האבן א דעשפרעך מיט אמעריקא'ס אמבאסאדאר קיין כינע טערי בראנסטאד
*
קאנגרעס וועט היינט שטימען אויף די פראגע צו מען זאל געבן ערלויבעניש פאר קאמיטע פירער צו גיין אין געריכט אקעגן אינדיווידועלן וועלכע פייפן זיך אויס אויף סובפינעס אן דעם וואסז די פולע קאנגרעס זאל דארפן שטימען דערויף
*
די קאטש ברודער נעטווארק איז ברייט באקאנט פאר זייער לאנגיעריגע שטיצע פאר רעפובליקאנער
אריינגייענדיג אין די 2020 למספרם וואל סעזאן זענען אבער די פירער פון די נעטווארק אפן צו די געדאנק פון שטיצן אינדעפענדענטס און אפילו דעמאקראטן וועלכע צייגן פירערשאפט דורך צוזאמענארבעט מיט אנדערע דורכצופירן גוטע פאליסי
*
איסט לענסינג איז א געגנט אין מישיגען און די ארטיגע סיטי אפערירט ווי פולע אנדערע סיטיס אין אמעריקא א פארמערס מארקעט
סטיוו טענעס איז א מיליטערישע וועטעראן און האט געהייראט א פרוי וועלכע איז אויך א וועטעראן און זיי האבן א פארעם אין די געגנט וואו זיי פלאנצן ארגאנישע עפל פון וואס זיי שפייזן זייער געזינדל
איינע פון די שטארקסטע געלעגנהייטן פאר די טענעס פאמיליע צו פארקויפן גרעסערע קוואנטומען פון די עפל איז די טאג פון די פארמערס מארקעט יריד וואו זיי פירן זיך ארויסצושטעלן זייער אייגענע סטענד און זענען די איינציגסטע אין די געגענט צו פארקויפן ארגאניק עפל
די רואיגע טעג ביי די טענס פאמילע איז אבער געווארן איבערגעריסן מיט אן אומשולדיג אויסזעענדע פראגע וואס איינער האט אנגעפרעגט אויף זייער פעיסבוק בלאט און געוואלט וויסן ואס עס זענען די גלויבן פון די פאמיליע אין באצוג צו תועבה
די קאטוילישע טענעס פאמיליע האט אויפריכטיג רעאגירט אז זיי גלויבן אין מאראלישע ווירדן און זענען אקעגן תועבה און וואלטן נישט ערלויבט קיין תועבה צערעמאניעס אויף זייער פארעם באדן
יענער האט עס פארשפרייט אויף סאושעל מידיא און עס איז אנגעקומען צו די אויערן פון די איסט לענסינג סיטי באאמטע וועלכע האבן שנעל אדורכגעפירט א פאליסי אונטער וועלכע די געשריבענע ענטפער פון טענעס איז אין פארלעצונג דערפון און האבן זאפארט אוועקגענומען די לייסענעס פון די פאמיליע צו קענען פארקויפן זייערע פראדוקטן ביי די פארמערס מארקעט
א פראמינענטע רעליגיעזע גרופע האט אנגעהויבן מיט א קעיס אין געריכט און א רעליגיעזע פאמיליע האט באלד בייגעשטייערט צוויי מיליאן דאלער צו דעקן די לעגאלע קאסטן
דער פעדעראלע ריכטער האט פארארדנט אז אין לויף פון די קעיס זאל די פאמיליע ווייטער פארזעצן צו פארקויפן זייערע פרוכט ביים פארמערס מארקעט
אין געריכט איז די סיטי געווארן פארטרעטן דורך אן אדוואקאט מיט נאמען מייקל בארגען
בארגען האט אין געריכט געזאגט אז די אומוויליגקייט פון די טענעס פאמיליע צו ערלויבן תועבה צערעמאנעיס אויף זייער לאנד איז פונקט ווי א קעי קעי קעי פאמיליע וועלכע ערלויבט נישט צערעמאניעס פון ראסע געמישטע הייראטן אויף זייער שטח
דער בארגען איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ צו סערווירן אלץ פעדעראלע דיסטריקט ריכטער אין מישיגען און ער קומט איצט אונטער מאסיווע קריטיק פון קאנסערוואטיווע סענאטארן און זיין נאמינאציע איז אין געפאר
סענאטארן טאם טיליס, טעד קרוז און דזשאש האולי, אלע פון זיי זיצן אויפן סענאט יורידישע קאמיטע האבן שוין געמאלדן אז זיי פלאנען צו שטימען אקעגן זיין נאמינאציע
האולי האט אים געצימבלט ביי די פארהער אינעם קאמיטע און פרובירט אויף אלע וועגן צו אים צו גיבן י געלעגנהייט צו זאגן אז ער גלויבט שוין נישט היינט אז צושטעלן די קאטוילישע גלויבן צו די קעי קעי קעי ווען עס קומט אפזאגן אעלכע צערעמאניעס אבער בארגען האט זיך געהאלטן ביי דאס זייניגע אז ער טרעט נישט אפ דערפון
*
דעמאקראטישע ליוזיאנא גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס וועלכע שטייט לויפט פאר ווידערערוויילונג היי יאר באטייליגט זיך ביי א פאנדרעיזינג אוונט פאר דעם דעמאקראטישן גאווערנאר קאנדידאט אין מיסיסיפי וועלכע לויפט אויך היי יאר
ביידע זענען אנטי רציחה און עדווארדס האט ממש לעצטנס אונטערגעשריבן אן אנטי רציחה ביל ארויס פונעם רעפובליקאנעם געפירטן לעגיסלאטור
*
א פרישע אנקעטע אין ליוזיאנא צייגט אז 32% דעמאקראטן שטיצן די אונטערשריפט פונעם עמאקראטישן גאווערנאר אויף די אנטי רציחה ביל און 60% זענען אקעגן
קוקנדיג אויף די יארגאנג טוען ארום האלב פון די סטעיטס דעמאקראטישע סיניאר סיטיזאנס עס שטיצן אין קאנטראסט צו אכציג פראצענט פון די צווישן 18-35 וועלכע קריטיקירן עס
*
די רעפובליקאנע נאציאנאלע גאווערנארס קאמיטע האט געלופטערט איר צווייטע טעלעוויזיע רעקלאמע אין די קענטאקי גאווערנאר פארמעסט ארונטערצורייסן דעם דעמאקראטישע אטוירני דזשענעראל און גאווערנאר קאנדידאט ענדי באשאר דערמאנענדיג פאר די וויילער איבער זיין געוועזנעם דעפיוטי אטוירני זשענעראל וועלכע האט זיך אין 2016 למספרם דעקלערט שולדיג אין נעמען כאבאר
*
אין מיזורי האט דער רעפובליקאנער אטוירני דזשענעראל און גאווערנאר קאנדידאט טעיט ריוועס ארויסגעלייגט א פרישע טעלעוויזיע רעקלאמע פארשפרעכנדיג צו באקעמפן און באשוצן די סטעיט פון אויסער די סטעיט ליבעראלן
*
דער געוועזענער סטעיט קאמערץ סעקרעטאר אין וועסט ווירדזשיניע , א רעפובליקאנער , האט געלאזט לויפן זיין ערשטע טעלעוויזיע רעקלאמע און צוגאב צו א ראדיו מעסעדזשעס איבער זיין קאמפיין פאר גאווערנאר ווערנדיג די ערשטע קאנדידאט אינעם פארמעסט אקעגן דעם אמטירנדער רעפובליקאנער גאווערנאר
*
אין ווערמאנט האט פיל סקאט (ר) געוואונען די גאווערנאר אמט אין 2016 למספרם
לויט קוועלער טוט סטעיט אטוירני דזשענעראל דאנאוואן (ד) באטראכטן אונטערצונעמען א פארמעסט צו לויפן ארויסצושטויסן סקאט
*
קאנגרעספרוי סינדי עקסנע (ד) פון אייאווע'ס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט אין 2018 למספרם ארויסגעשטויסן דעם רעפובליקאנעם דעיוויד יאנג פון אייאוועס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
און יאנג געמאלדן אז ער גיייט ווידעראמאל לויפן פאר דעם זיץ אין 2020 למספרם און פרובירן עס צוריק צו פארכאפן
עקסנע מעלדט אז זי גייט זיך אנשליסן אין א טור מיט פרעזידענט טראמפ צו באזוכן א פאבריק פון רינועיבל ענערגיע
טראמפ האט געוואונען דעם דיסטריקט מיט 3% אין 2016 למספרם
*
דזשאן דזשעימס וועלכע איז דער רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט זאגט איבער זיין באציאונג מיט פרעזידענט טראמפ: איך קען איינשטימען מיט אים אן אים דינען און איך קען זיין אומאיינשטימיג מיט אים אן אים אטאקירן
*
דזשאן דזשעימס פלאנט אויך צו ביישטייערן 5% פון די געלט וואס זיין קאמפיין וועט אויפטרייבן פאר וואוילטעטיגע צוועקן
*
אין ווירדזשיניע קומען היינט פאר פריימעריס ווי מען שטימט לויט אן איבערגעשריבענע מאפע נאך וואס די געריכט האבן גע'פסל'ט א רעפובליקאנע געשריבענע מאפע צוליב ראסע גערימענדערינג איינזייטיגקייט
די רעפובליקאנער האבן עס אפעלירט און די אפעיל איז דערווייל פענדינג און די סופרים קאורט האט נישט געמאלדן קיין שום פאראדערנונג לאזנדיג אויף דערווייל די היינטיגע וואלן פאראויסגיין טראץ די אומצופרידנהייט פון רעפובליקאנער
*
ביי די קומענדיגע וואלן וועט די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע באקומען די הילף פון "געציהלטע זיג" וועלכע איז א פירמע וועלכע באלאנגט פאר דעם וועלכע האט אנגעפירט מיט ראמני'ס 2012 למספרם דידזשיטאל אפאראט
די פירמע וועט שטיין אין שפיץ פון אן אונטערנעמונג אויפצוטרייבן געלט פון קלענערע ביישטייערער פאר הויז רעפובליקאנער
*
אין מאסאטשוסעטס געניסט דער ארטיגער רעפובליקאנער גאווערנאר פון א 69%-15% צופרידנהייט ראטע אקעגן א 46%-46% ראטע פאר די סטעיטס דעמאקראטישע סענאטארשע עליזאבעט ווארען לויט סאפאלק יוניווערסיטי
*
פרעזידענט טראמפ באזוכט היינט אין אייאווע אינעם זעלבן טאג וואס דזשאו ביידען וועט דארטן זיין און אנטייל נעמען ביי 3 באזונדערע פארזאמלונגען
ביידען וועט איבערשלאפן אין די סטעיט און אויפצומארגנס אריינכאפן נאך אן אויפטריט
ביים אויפטריט גייט ביידען זאגן: איינע פון מיינע קאנקורענטן האט מיר באשולדיגט אין נישט גיין קיין אייאווע רעגן ביי פארזאמלונג רעדן פאר 5 מינוט ( א מולטי קאנדידאטן פארזאמלונג ווי אלע האבן באקומען בלויז 5 מינוט צו רעדן)
מיין אייניקל האט דאן גראדואירט און עס איז אויך געווען מיין טאכטערס געבורטסטאג
איך וואלט אפילו איבערגעהיפט מיין איינשווערונג צערעמאניע צוליב דעם
*
אין אייאווע האט דזשאנסאן קאונטי סופערווייזאר ראד סאליוואן וועלכע איז אין 2016 למספרם געוען פון די פריע בערני סענדערס שטיצער דאסמאל ארויפגעטאנצן אוויפן עליזאבעט ווארען וואגאן
*
פיטע באטידזשעדזש האט געגעבן אן אדרעס איבער אויסערן פאליסי און קריטיקירט די רעפובליקאנער און וואשינגטאן סטאטוסקווא אבער געזאגט אז ער זוכט נישט ארויסצולייגן א "באאטידזשעדזש דאקטרינע" און געזאגט אז עס איז אויך שווער צו אידענטיפיצירן א קלארע אויסערן פ]אליסי אין די דעמאקראטישע פארטיי
*
א פרישע סי ען ען אנקעטע אין אייאווע:
ביידען 24%
סאנדערס 16%
ווארען 15%
באטידזשעדזש 14%
העריס 7%
קלאובאשאר 2%
ארורק 2%
אלע אנדערע אונטער 1%
*
א פרישע סאפאלק אנקעטע אין מאסאטשוסעטס:
ביידען 22%
ווארען 10%
באטידזשעדזש 8%
סאנדערס 6%
העריס 5%
אלע אנדערע אונטער 1%
נאכנישט באשלאסן 42%
*
פארטא ריקא זוכט פאראוסצורוקן איר פריימערי דאטום צו מערץ למספרם
*
די ען בי סי נייעס אגענטור האט געמאלדן אז עס וועלן זיין 5 מאדערעיטארס ביי די ערשטע דעמאקראטישע פרעזידענטליכע דעבאטע
ביי די יוני 6 למספרם דעבאטע וועלן לעסטער האלט, סעוואנע גאטריע, און דזשאוס באלארט אויספרעגן די קאנדידאטן
די קומענדיגע נאכט ביי די צווייטע דעבטע וועט ווערן אנגעפירט דורך טשאק טאד און רחל מעדאו
*
א רייע לאטינא פירער רעדן זיך אפ אז דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאטן איגנארירן די לאטינא געמיינדע און באווייזן זיך נישט אין זייערע קאמיוניטיס אין נעוואדע און אין אנדערע סווינג שטאטן און אז די שטארקע קאנצעטראציע צוריקצוכאפן די ראסט בעלט וויילער טאר נישט קומען אויפן חשבון פון לאטינע וויילער ווייל עס גייט פארזיכערן א ווידערערויילונג זיג פאר פרעזידענט טראמפ
*
פרזידענט טראמפס צופרידנהייט ראטע אין ארעגאן און אין ניו יארק איז 22% אונטערן וואסער און 26% אונטערן וואסער אין קאליפארניע
*
דער מאן וועלכע האט זיך געמאכט באקאנט ביים ווארפן א שוך אויף פרעזידנט דשארדזש בוש האט אינדאסירט דעם געוועזענער אלאסקא סענאטאר מייק גרעוועל פאר פרעזידענט
נאך וואס דזשאו ביידען האט אינמיטן לעצטע וואך קלארגעשטעלט אז ער שטיצט די הייד אמענדמענט וועלכע פארבאט די רעגירונג צו נוצן שטייער צאלער געלטער צו פאנדן רציחה סערוויסעס איז ער געקומען אונטער דרוק ווען זיינע פריימערי קעגנער האבן אנגעהויבן האמערן אויף די אישו זאגנדיג פאר אלע אז זיי ואלטן עס צוריקגעדרייט
ביידען האט נישט געקענט דערהייבן די פאליטישע דרוק און דאנערשטאג ביי א רעדע אין אטלאנטא געפליפט אויף די אישו זאגנדיג אז ער שטיצט שוין מער נישט די אמענדמענט
*
די סופרים קאורט האט נעכטן געשלאסן איר סעסיע און נישט געמאלדן קיין שום פרישע אורטיילן אויף שפעטער אין וואך
אויב זאל עס בלייבן ביי דעם מיינט עס אז די קומענדיגע צוויי וואכן וועלכע זענען די לעצטע צוויי וואכן אינעם איצטיגן טערמין גייען זיין גאר פארנומענע ווייל די געריכט דארף נאך אורטיילן אויף אזויפיל ווי 24 קעיסעס אריינגערעכנט די העכסטע פראפיל קעיסעס פארן איצטיגן טערמין
סופרים קאורט ריכטערין האט שוין פרייטאג געזאגט ביי א פארזאמלונג אז עס קומט א היבשע פאר 5-4 אורטיילן און אז די טאג מיט וועלכע וועט טראגן די שטארקסטע קאנסקווענצן פאר די קומענדיגע גענעראציעס איז געווען די טאג וואס ריכטער קענעדי האט רעטייערט
די קאמענטארן דארפן אנצודייטן אז ריכטער קעווענאו האלט זיך אין שפאן און וועט ווי ערווארטעט גיין מיטן קאנסערוואטיוון מאיאריטעט אין די וויכטיגע קעיסעס וועלכע וועלן ווערן פארעפנטליכט אין די קומענדיגע צוויי וואכן
*
די וואשינגטאן סטעיט סופרים קאורט האט געאורטיילט אז א בלומען פארקויפערין האט פארלעצט די קאנסומער באשיצונג אקט מיטן צוריקווייזן צו סערווירן א תועבה צערעמאניע
יענע האט זיך שוין געוואנדן צום העכסטן געריכט אין 2017 למספרם אבער דאן האט די סופרים קאורט צוריקגעשיקט די קעיס צום וואשינגטאן סטעיט געריכט בעסער אריינצוקוקן אין די פראגע
איצט מיט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט האט זי זיך ווידער געוואנדן צום העכסטן געריכט און מען וועט דארפן אויסווארטן צו הערן זייער באשלוס דערוועגן
די קעיס האט זיך אנטוויקלט ווען מתועבים האבן פארלאנגט אז זי זאל צושטעלן די בלומען פאר זייערס א צערעמאניע און די פרוי וועלכע זאגט אז זי פארקויפט שוין פאר זיי בלומען פאר 9 יאר (די צוויי לייקענען עס אפ) האט דאס מאל נישט געקענט ערפילן זייער פארלאנג צוליב איר קריסטליכע גלויבען
די ACLU האט געקלאגט די פרוי פארן פארלעצן די סטעיט'ס אנטי דיסקרימינאציע געזעצן און זייערע אדוואקאטן האבן פארגעשלאגן א סעטלמענט אז זי וועט זיך עפנטליך אנטשולדיגן און באצאלן 5000 דאלער פאר א יוגנט תועבה צענטער און פארשפרעכן אז זי וועט מער נישט אפזאגן אזעלכע סארט סערוויסעס אינעם צוקונפט אבער אירע אדוואקאטן האבן אפגעווארפן די פארשלאג
אין א באזונדערע קעיס האט די סטעיט אטוירני דזשענעראל איר אנגעקלאגט פארן פארלעצן די סטעיט קאנסומער פראטעקשאן אקט און אויך ער האט פארגעשלאגן א פארשטענדעניש אז זי וועט באצאלן א 2000 דאלער קנס און אן 1 דאלער אפצאהל פאר די קאסטן וואס די סטעיט האט געהאט פאראויסצוברענגן די קלאגע אין צוגאב צו א פארשפרעכונג מער נישט צו באגיין אזעלכע סארט דיסקרימינאציע אינעם צוקונפט
אירע אדוואקאטן האבן אויך אין דעם פאל זיך אויסגעלאכט פון די סטעיט שריט און צוריקגעשאסן אז די סטעיט שנעקט איר א פרייהייט זיך צו פירן אין איינקלאנג מיט איר רעליגיע און זי גייט נישט נאכקומען די אלע פארארדענונגען
אין 2015 למספרם, ארום צוויי יאר נאך וואס אירע ערשטע פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן האט א ריכטער געגעבן די גרינע ליכט אז מען איר פערזענליך אנקלאגן אבער דאן האט זי געעפנט א דריטע קעיס אין וועלכע זי קלאגט אז די פריערדיגע צוויי קעיסעס האבן שטאק געשעדיגט איר ביזנעס און אומ'יושר'דיג אריינגעווארפן אין פינאנציעלע פראבלעמען
דער ריכטער אבער האט זיך געהאלטן ביי זיינס און נאך אין יענעם יאר איר באשטראפט מיט א 1000 קנס אין צוגאב צו די 1 דאלער אפצאהל
די פרוי האט געשאפן א גאופאנד מי קאמפיין און אין די קורצע צייט וואס די קאמפיין איז געווען אין גאנג איז אריינגעקומען 174 טויזנט דאלער אבער מיטאמאל האט גאופאנד מי אראפגענומען די צמעגליכקייט צו קענען ביישטייערן אנגעבליך פארן פארלעצן די טערמינען פון די סערוויסעס וועלכע ערלויבט נישט צו זאמלען ביישטייערונגען פאר קאמפיינס וועלכע זי זעהט אלץ דיסקרימינירנד
די קעיס איז דאן אנגעקומען אין סטעיט סופרים קאורט ווי די ריכטער האט געאורטיילט אקעגן די פארקויפערין זאגנדיג אז פארקויפן בלומען באדייט נישט אז דער פארקויפער אינדארסירט די צערעמאניע אין וועלכע מען באנוצט זיך מיט די בלומען און דעריבער וואלט עס נישט פארלעצט איר פרייהייט פון זיך פירן לויט איר רעליגיע
די פרוי האט דאן אפעלירט איר קעיס צום סופרים קאורט און עס איז געקומען קורצליך נאך די קעיס פון א בעקער אין קאלאראדא וועלכע האט אויך אפגעזאגט צוצושטעלן זיין סערוויס פאר א תועבה צערעמאניע
אין זיין פאל האט די סופרים קאורט געאורטיילט לטובתו אבער זיי האבן צו יענע צייט נאכנישט באהאנדלט די פראגע וואס מען טוט ווען עס קומט זיך צוזאם א קעיס פון דיסרקרימינאציע אקעגן רעליגיעזע פרייהייט
די געריכט האט זיך ליבערשט קאנצעטרירט אויף די ספעציפישע קעיס פונעם בעקער ווען אין זיין פאל האט די סטעיט אין זייער קאמף אקעגן אים אים באקעמפט מיט אפענע פיינטשאפט און אונדערדרוקט צוליב זיין רעליגיע און די געריכט האט אונטערגעשטראכן אז צוליב דעם באקומט ער די אויבערהאנט אפגעזעהן ווי אזוי זיי וואלטן געאורטיילט אין א געווענליכע פאל ווען די סטעיט וואלט געהאנדלט נייטראל און רעספעקטירט ביידע זייטן
נאך יענע אורטייל האט די וואשינגטאן סטעיט פלאריסט גע'טענה'ט צום סופרים קאורט אז אויך זי איז אריבער די זעלבע פיינטליכע באהאנדלונג מצד די סטעיט און דעריבער זענען אירע רעליגיעזע רעכטן פארלעצט געווארן
די סופרים קאורט האט דעריבער צוריקגעשיקט די קעיס צום וואשינגטאן סטעיט סופרים קאורט פריש אריינצוקוקן אין די קעיס אין ליכט פון די לעצטיגע אורטייל פונעם העכסטן געריכט אינעם בעקער'ס קעיס
די סטעיט געריכט האט טאקע פריש באהאנדלט די קעיס אבער ווי געזאגט זענען די ריכטער איינשטימיג געקומען צום אויספיר לעצטע וואך אז אירע רעכטן זענען נישט געווארן פארלעצט און איצט איז איר קעיס ווידער אויפן וועג צוריק צום סופרים קאורט
*
די קעיס פון א בעקער אין ארעגאן וועלכע האט זיך אנטזאגט צו סערווירן א תועבה צערעמאניע הענגט ווייטער אין געריכט און די געריכט האט נעכטן נישט געמאלדן קיין אפדעיט אויף די קעיס
*
די סופרים קאורט האט נעכטן אפגעווארפן די ביטע צו אקצעפטירן א קלאגע אקעגן די פעדעראלע געזעץ וועלכע פארלאנגט צו רעגיסטרירן די באזיץ פון גאן סיילענסארס וועלכע שטילן דיין די אפקלאנג פון די שאס פונעם ביקס
*
די סופרים קאורט האט זיך אנטזאגט פון אויפנעמען א קלאגע פון א פארהאלטענעם אינעם גוואטאנאמא בעי טורמע וועלכע בעהט זיך פאר זיין באפרייאונג מיט די טענה אז די קריג איז שוין פאריבער און ער מעג מער נישט געהאלטן ווערן
*
די סופרים קאורט האט זיך נעכטן אנטזאגט פון אקצעפטירן א קלאגע פון אטעאיסטן וועלכע זוכן צו עלימינירן די אויסדרוק אז "מיר פארזיכערן זיך אין באשעפער" וועלכע זענען איינגעקריצט אויף די מטבעות און באנקנאטן
*
די סופרים קאורט וועלכע האט ביז איצט היבש לאנג געצעגערט און ארומגעשלעפט מיטן אדרעסירן ווי זיי שטייען מיט די דאקא קעיסעס וועט די וואך דאנערשטאג באהאנדלען די פראגע דורכאויס זייער פריוואטע קאנפרענץ
די אנטוויקלונג קען פירן אז די געריכט וועט אקצעפטירן די קעיס אויפן קומענדיגן טערמין און אורטיילן אויף די פראגע אינעם סאמע ברען פונעם פרעזידענטליכע קאמפיין

אוועטאר
פאלם טרי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 08, 2017 9:53 am

תגובהדורך פאלם טרי » דינסטאג יוני 11, 2019 1:34 pm

ישר כח הבל איך האב זייער הנאה טעגליך פין דיינע באריכטען

אוועטאר
יישר כח
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג יוני 11, 2019 1:40 pm

אההההה !!!
א גרויסן שכוח

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 11, 2019 1:55 pm

יישר!

נאכן גיין צום דרוק היינט איז ארויס א פרישע נאציאנאלע קוויניפיעק אנקעטע:
ביידען 30%
סאנדערס 19%
ווארען 15%
באטידזשעדזש 8%
העריס 7%
ארורק 3%
בוקער 1%
קלאובאשאר 1%
יענג%
רייען 1%
אלע אנדערע אונטער 1%

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג יוני 11, 2019 2:30 pm

פאלם טרי האט געשריבן:ישר כח הבל איך האב זייער הנאה טעגליך פין דיינע באריכטען


אגרי, אבער היינט פעלט די פאליטישע נייעס די דיעל צווישען נאדלער און דשאסטיס דעפארטמענט איבער די מולער דאקמענטען.

שטילער
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דינסטאג יוני 11, 2019 2:33 pm

ישר כח הבל!!

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 11, 2019 3:26 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
פאלם טרי האט געשריבן:ישר כח הבל איך האב זייער הנאה טעגליך פין דיינע באריכטען


אגרי, אבער היינט פעלט די פאליטישע נייעס די דיעל צווישען נאדלער און דשאסטיס דעפארטמענט איבער די מולער דאקמענטען.

איים סארי

כ'האב פשוט געטראכט אז די נייעס איז געווען וועלכע האט שטארק פיגורירט אין די נייעס און אויך געדעקט געווארן אין די אידישע נייעס קאנאלן זינט מוצאי און געקלערט אז עס א שאד עס איבערצוקייען
איך האב אויך איבערגעהיפט די מעקסיקא נייעס

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 11, 2019 3:39 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג נשא





קאנגרעספרוי סינדי עקסנע (ד) פון אייאווע'ס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט אין 2018 למספרם ארויסגעשטויסן דעם רעפובליקאנעם דעיוויד יאנג פון אייאוועס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
און יאנג געמאלדן אז ער גיייט ווידעראמאל לויפן פאר דעם זיץ אין 2020 למספרם און פרובירן עס צוריק צו פארכאפן
עקסנע מעלדט אז זי גייט זיך אנשליסן אין א טור מיט פרעזידענט טראמפ צו באזוכן א פאבריק פון רינועיבל ענערגיע
טראמפ האט געוואונען דעם דיסטריקט מיט 3% אין 2016 למספרם
*


די קאנגרעספרוי זאגט איצט אז די ווייסע הויז האט צוריקגעצויגן פון די איינלאדענונג אז זי זאל אנטייל נעמען ביי די טראמפ באזוך
א וויסע הויז באאמטע שיסט צוריק זאגנדיג אז מען האט איר קיינמאל נישט געלאדנט

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג יוני 11, 2019 3:55 pm

הכל הבל האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
פאלם טרי האט געשריבן:ישר כח הבל איך האב זייער הנאה טעגליך פין דיינע באריכטען


אגרי, אבער היינט פעלט די פאליטישע נייעס די דיעל צווישען נאדלער און דשאסטיס דעפארטמענט איבער די מולער דאקמענטען.

איים סארי

כ'האב פשוט געטראכט אז די נייעס איז געווען וועלכע האט שטארק פיגורירט אין די נייעס און אויך געדעקט געווארן אין די אידישע נייעס קאנאלן זינט מוצאי און געקלערט אז עס א שאד עס איבערצוקייען
איך האב אויך איבערגעהיפט די מעקסיקא נייעס

און איך האב געמיינט אז "הבל" לאזט נישט גארנישט אויס, ווער איך גאר יעצט געוואר אז די מעין נייעס'ן האלט ער איז נישט וויכטיג....

וויל איך נאר מוסר מדעה זיין, אז מיר ליינען נישט גארנישט עפעס אנדערש חוץ פון די "קאקאש און קאווע נייעס", און דאס אז עפעס איז שוין געווארן באהאנדעלט אין די אלגעמיינע אדער אידישע מידיא איז אונז בכלל נישט מאסגעבנד, ווייל מיר פארלאזן זיך נאר אויף די הבל הויפטקווארטיר רעפארטאזשן.

(און מ'קען נישט ענדיגן אן זאגן נאכאמאל בפה מלא "יישר כוח" פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס דו שטעלסט אונז דא צו דבר יום ביומו)

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דינסטאג יוני 11, 2019 4:54 pm

גם אני מצטרף ר' הבל להמודים ומשבחים


און אויך צו די מעוררים אויבן אז מיר ליינען גארנישט אויסער הבל'ס באריכטן

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 12, 2019 11:13 am

מיטוואך נשא





הונדערטער האבן פראטעסטירט ארום די רעגירונג הויפטקווארטיר אין האנג קאנג אין די צייט וואס די ארטיגע געזעצגעבער האבן אנגעהויבן דעבאטירן א פארשלאג צו צו טוישן די געזעץ וועלכע ערלויבט נישט אויסצוליפערן בירגער קיין כינע
די ארטיגע פאליציי האט זיך באנוצט מיט טרערן גאז און גומענע בולעטס צו פארטרייבן די פראטעסטירער
*
ארגעטינא פרעזידענט מאריסיא מאסרי האט אויסגעקליבן דער פירער פון די אפאזיציע פארטיי צו סערווירן אלץ וויצע פרעזידענט
*
דער יאפאנעזער פרעמיער שינזא אבעי איז היינט ערשינען אויף א באזוך אין טעהראן זייענדיג די ערשטע באזוך פון א יאפאנעזער פירער אין איראן זינט די 1979 למספרם איסלאמישע רעוואלוציע אין לאנד
*
פרעזידענט טראמפ וועט היינט מעלדן איבער א פארשפרעכונג צו שיקן מער טרופן קיין פוילן
אמעריקא האלט איצט 4 טויזנט טרופן און די פלאן לויטעט צו שיקן פרישע 1000
דער פרעזידענט זיצט מיטן פרעזידענט פון פוילן היינט אינדערפרי און אום 1 אזייגער וועלן זיי אפהאלטן א געמיינזאמע פרעסע קאנפרענץ
געשפרעכן צווישן די צוויי לענדער גייט שוין אן פאר מאנאטן און דער פולישער פרעזידענט האט באצייכנט א מיליטערישע באזע וועלכע וועט דינען אלץ קווארטיר פאר די אמעריקאנע טרופן אלץ "פארט טראמפ"
*
פרעזידענט טראמפ האט היינט נאמינירט ריכטער האליל סולימאן אזערדען צו ערפילן א זיץ אויפן פיפטן סירקוט קאורט וועלכע איז שוין ליידיג זינט די אנהויב פון די טראמפ פרעזידענטשאפט
אזערדען איז א טערקישער אמעריקאנעראון 52 יאר אלט און טייל קאנסערוואטיוון זענען נישט צופרידן מיט זיין נאמינאציע
*
עס ווערט באקאנט אז ווען דזשערי נאדלער איז געווארן האספיטאליזירט מיט א צייט צוריק נאכן אוועקפאלן ביי א פארזאמלונג האט ער ערהאלטן א טעלעפאנישע רפואה שלימה רוף פון פרעזידענט טראמפ
*
קאנגרעס האט נעכטן געשטימט צו שענקן אויטאריטעט פאר קאמיטע פארזיצער זיך צו ווענדן צום געריכט נאך אפשטימונגען בלויז אין די קאמיטע ווען סובפינעס ווערן איגנארירט
קאנגרעסמאן דזשאסטין אמאש האט געשטימט אקעגן די געדאנק
*
געהילף אויסערן סעקרעטאר פאר פאליטישע און מיליטערישע אנגעלעגנהייטן קלארקע קופער טרעט היינט אויף פארנט פון די קאנגרעס אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע צו אדרעסירן די פארקויף פון אמעריקאנע וואפן פאר גאלף לענדער אריינגערעכנט סאודיע אראביע וועלכע שטייט אויס שטארקע קעגנערשפאט פון געזעצגעבער נאכפאלגנדיג די קאשאגי מארד
קופער איז געוואןר באשטעטיגט צוריק אין אפריל למספרם מיט 90-8
*
די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע האלט היינט אפ א רייע פארהערן איבער די לעקציעס וועלכע מען דארף ארויסנעמען פון די מולער באריכט
די עדות רעכענען אריין דעם געוועזענעם עקזעקוטיוו געהילף דירעקטאר פון די עף בי איי נאציאנאלע זיכערהייט פליגל
*
קאנגרעס וועגן און מיטלען קאמיטע פארזיצער ריטשארד ניעל מעלדט איצט אז יוני 19 למספרם וועט וועט די קאמיטע אפהאלטן די ערשטע פארהער אויף די USMCA אפמאך מיט קאנאדא און מעקסיקא
מען וועט אויך באהאנדלען א רייע אספעקטן פון גלאבאלע האנדל אישוס אריינגערעכנט מיט כינע, יאפאן, אייראפע, און ענגלאנד און אמעריקא'ס צוקונפט אין די וועלט האנדלס ארגאנאזאציע
דער איינציגסטער עדות געלאדנט איז אמעריקא'ס הויפט האנדלס פארטרעטער ראבערט לייטהייזער
*
די קאנגרעס איבערזיכט און רעפארם קאמיטע שטימט היינט צו האלטן אטוירני דזשענעראל וויליאם באר און קאמערץ סעקרעטאר ווילבאר ראס אין קאנטעמפט צוליב זייער אומווילן צו קאאפערירן מיט סובפינעס איבער די צענזוס טויש
נאך די נעכטיגע אפשטימונג אין קאנגרעס צו ערלויבן קאמיטעען צו גיין אין געריכט וועט די היינטיגע אפשטימונג פון קאנטעמפט גיבן די גרינע ליכט פאר די קאמיטע צו גיין דערנאך אין געריכט
*
קאנגרעס איז גאר פארנומען די טעג אויסצוהאמערן א בודזשעט אפמאך און פארהאנדלונגען קומען פאר אין די קאמיטעען איבער דאמעסטיק און פארטיידיגונג אויסגאבן
אין די קאנגרעס קאמיטע גייט היינט פארקומען א געראנגל ווען דער דעמאקראטישע פארזיצער וויל אריינשטעלן א פארבאט צו נוצן סיי וועלכע געלטער וועלכע זיי שרייבן אויס צום פענטאגאן אויף גרעניץ זיכערהייט צוועקן און דער רעפובליקאנער רענקינג מעמבער גייט פרובירן עס צו באקעמפן
*
דאנאלד טראמפ דזשוניאר ווערט היינט אויסגעפרעגט דורך די סענאט שפיאנאזש קאמיטע
איצט אויפן וועג אריין צום פארהער האט מען איןם געפרעגט אויב ער פלאנט צו טוישן זיין ווערסיע איבער סיי וואס פון וואס ער האט געזאגט אין די פארגאנגענהייט אויף וואס ער האט רעאגירט: ניין, איך האב גארנישט וואס צו פאררעכטן
*
קאנגרעסמאן קעווין ברעידי וועלכע איז געווען פון די פירנדע ארכיטעקטן פון די טראמפ שטייער שניטן און האטפייערליך פארשפראכן אז די קאסטן פון די ביל פאר די רעגירונג וועלן זיך אויסצאהלן פון די עקאנאמישע בענעפיטן וואס די שניטן וועלן ברענגן אנערקענט היינט אז עס וועט זיך מעגליך נישט פולשטענדינג אויסצאהלן
*
נעכטן האבן מיר געהאט א לענגערע באשרייבונג איבער די פראבלעמען וועלכע טראמפס דיסטריקט ריכטער נאמיני מייקל גארדען שטייט אויס צווישן קאנסערוואטיווע סענאטארן
איצט קומט די נייעס אז גארדן האט ארויסגעצויגן זיין נאמען און די נאמינאציע איז אראפ פון טיש
*
קענטיג אלץ טייל פון א קאמפיין אפצוקילן קריס קאבאך פון טראכטן פון לויפן האט קלאב פאר וואוקס ארויסגעלייגט א מעמא אז באזירט אויף פאולינג וואלט מעט שלעפ געווען א שטארקע קאנדידאט צו לויפן פארן קענסאס סענאט זיץ
*
וועסט ווירדזשיניע גאווערנאר דזשים דזשאסטיס (ר מלפנים ד)איבער די לאוסוטס פארבונדן צו זיינע ביזנעסער: זארג דיך נישט איבער די זאכן, זארג דיך נישט איבער מיינע געשעפטן, זארג דיך נישט איבער גארנישט אויסער איבער די צוקונפט פון אונזער סטעיט
זאכן וועלן זיך גוט אויסארבעטן אין מיין ביזנעס וועלט
*
אין מאנטאנא איז דער סטעיט הויז מינאריטעט פירער קעיסי שניידער (ד) דער צווייטער דעמאקראט צו מעלדן זיין קאנדידאטור פאר גאווערנאר צו ערפילן די זיץ וועלכע ווערט ליידיג מיט די אפטריט פון גאווערנאר סטיוו בולאק וועלכע לויפט פאר פרעזידענט
*
נעכטן איז פארגעקומען א רייע פריימערי קאנטעסטן אין ווירדזשיניע ביי ביידע פארטייען
איינע פון די נאנט נאכגעפאלגטע פארמעסטן איז געווען די דעמאקראטישע פריימערי פארן סענאט זיץ אין די 35'סטע סענאט דיסטריקט וואו די צוויי הויפט קאנדידאטן זענען געווען ריטשארד סאסלאו און יעסמינא טעאב
סאסלאו איז דער אמטירנדער סטעיט סענאטאר און אויך דער סטעיט סענאט מינאריטעט פירער און איז געווען דער מער מעסיגער קאנדידאט און טעאב האט אים געזוכט ארויסצושטויסן פון לינקס אבער אין די ענדע האט סעסלאו איבערגעלעבט און אריינגעקומען מיט 48.86% צו %45.49 פאר טעאב
סעסלאו איז אירננגעקומען שטארקער אין די מער מינאריטעט קאנצעטרירטע געגנטער בעת וואס טעאב איז געווען שטארקער אין די מער רייכע און ווייסע פריסינקטס
*
מען האט אנגעפרעגט דעמאקראטישע סענאטאר דיק דורבין איבער דזשאו ביידענ'ס רעטאריק אז איינמאל טראמפ איז אינדרויסן פון אפיס וועט זיך די רעפובליקאנע פארטיי דראמאטיש טוישן און צום גוטן און מען דארף בלויז ארויסשטימען טראמפ און אמעריקא וועט ווידער זיין אין ארדענונג
דורבין האט ציניש אפגעלאכט פון אזא געדאנק זאגנדיג: טויזנט בלומען וועלן שפראצן, קינדער וועלן שמייכלען, און אמעריקא וועט זיין פרייליך נאכאמאל
*
פרעזידענט טראמפ איז פארמישט אין העפטיגע געשפרעכן מיט וויצע פרעידענט פענס און די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע פארזיצערין מעקדעניעל איבער שטיצן א פריימערי קעגנער צו קאנגרעסמאן דזשאסטין אמאש פון מישיגען
*
א פריע קוויניפיעק אנקעטע:

ביידען 53% טראמפ 40%

סאנדערס 51% טראמפ 42%

צווישן ווייסע וויילער טראמפ 47% ביידען 46%
צווישן אפריקאנע אמעריקאנע ביידען 85% טראמפ 12%
צווישן היספאנישע ביידען 58% טראמפ 33%
צווישן וויילער אונטער 35 יאר ביידען 63% טראמפ 27%
לויט די אנקעטע איז טראמפס צופרידנהייט ראטע ביי 42%
צווישן דעמאקראטן זאגן :
8% אז די עקאנאמיע איז גוט און טראמפ פארדינט קרעדיט דערויף
46% אז די עקאנאמיע איז גוט אבער טראמפ פארדינט נישט די קרעדיט
44% אז די עקאנאמיע איז נישט גוט
*
א פרישע עקאנאמיסט יוגאוו אנקעטע צייגט אז עליזאבעט ווארען איז אויפן צווייטן פלאץ איבערנעמענדיג די ארט פון בערני סאנדערס
*
די דזשאו ביידען קאמפיין האט נעכטן געעפנט איר ניו העמפשיר קאמפיין הויפטקווארטיר פארשפרעכנדיג זיך אויסצושפרייטן מיט פעלד אפיסעס לענגאויס די סטעיט אין די קומענדיגע וואכן
*
ניו דזשערס גאווערנאר פיל מורפי האט נעכטן קאמפיינט אין אייאווע פאר קארי בוקער
*
מען האט אנגעפרעגט פרעזידענט קאנדידאט טים רייען איבער די יארגאנג פון ביידען און סאנדערס און רייען האט רעאגירט: איך בין נישט באזארגט אין די אלטע יארגאנג נאר אין די אלטע געדאנקען
*
בערני סאנדערס גיבט היינט א גרויסארטיגע רעדע אין דזשארדזש וואשינגטאן יוניווערסיטי אין וואשינגטאן די סי איבער דעמאקראטישע סאציאליזם
*
דזשאו ביידען זאגט אז זיין פליפ אויף די אישו פון נוצן שטייער צאלער געלטער פאר רציחה סערוויסעס איז נישט פאר פאליטישע בענעפיט נאר איינפאך צוליב די טויש אין די ווילן פון א מאיאריטעט באפעלקערונג
*
טאם פערעז וועלכע איז דער פארזיצער פון די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע האט אין אן אפ עד אפגעשלאגן די פארלאנגען פון פרעזידענט קאנדידאט זשי אינסלי וועלכע האט נעכטן צובאקומען די שטיצע פון נאך עטליכע קאנדידאטן צו ווידמען א דעבאטע אויסשליסליך איבער קלימאטן טויש
פערעז שרייבט אז עפענען די טיהר צו אזא געדאנק וועט פירן צו פארלאנגען פאר מערערע דעבאטעס אויף א רייע אנדערע טעמעס און עס וועט נישט זיין מעגליך צו דעקן אזוי פיל
פערעז שרייבט אויך אז ער וועט נישט ערלויבן אינדיווידועלע קאנדידאטן צו דיקטירן די טערמינען פון די פראצעדור
*
א פאליציאנט אין קענסאס אויף פאטראל האט דורכגעפירט א רעגיסטראציע אונטערזוכונג אויף א לייסענס פלעיט פון א פיקאפ טרעקל און אנדעקט אז דעם יעניגן'ס לייסענס איז געווארן סוספענדירט
נו, די געלעגנהייט אפצושטעלן יענעם איז ווי אריינגעפאלן אין זיין האנט ווי א רייפע טאמאטע אבער גיי ווייס אויב דער וואס פירט דער טרעקל איז דער אייגנטומער דערפון, מעגליך אז יענער האט פארבארגט זיין טראק פאר א פריינט זינט ער קען עס נישט נוצן ביז ער איז מסדר זיין לייסענס
דער פאליציאנט האט פרובירט זיין שאנס און אפגעשטעלט דעם דרייווער לראות למי החותמת און צו זיין גליק
האט ער ווירקליך אנגעטראפן דעם אייגנטומער, א מאן מיטן נאמען גלאווער וועם ער האט זעלבספארשטענדליך צוגעטיילט די פאסיגע שטראף פאר פארלעצן די קענסאס סטעיט טראפיק געזעץ
יענער האט זיך אבער נישט געפוילט און געלאפן אין געריכט מיט א טענה אז זינט דער אפיציר האט נישט געוואוסט פון פאראויס אויב ער שטעלט אפ דעם אייגנטומער אדער א צווייטער וועלכע האט עס בלויז געבארגט האט ער צוליב דעם נישט געהאט קיין עכטע סיבה אפצושטעלן אן אומשולדיגע דרייווער וועלכע איז נישט באגאנגען קיין שום דרייווער פארלעצונג אויסער אן אומבאשטעטיגטע פארדאכט אז מעגליך איז עס דער אייגנטומער אליינס וועמענס לייסענס איז סוספענדירט און אים אפצושטעלן איז א פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט
די סטעיט געריכט האט אים געגעבן גערעכט אבער די אפעלאט האט נישט איינגעשטימט דערמיט
דערנאך האט די סטעיט סופרים קאורט אנידערגעשטימט די פסק פונעם נידריגן געריכט און אצינד האט די סופרים קאורט באוויליגט אריינצוקוקן אין די קעיס
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יוני 12, 2019 1:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך יוני 12, 2019 11:55 am

מיר האבן קוים צייט יעצט נאך יו"ט צו שרייבן דעם שכח וואס קימט עם ערליך ! און ער איז איז דא מיט א פרישקייט אפי' נעכטען געוואלידיג ישר כח אייך פאר יעצט און אלעמאל!

אוועטאר
שקר
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך יוני 12, 2019 12:33 pm

Thanks
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך יוני 12, 2019 12:44 pm

שכוח
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

שטילער
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מיטוואך יוני 12, 2019 4:11 pm

ישר כח הבל!

וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך יוני 12, 2019 6:22 pm

No words.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך יוני 12, 2019 7:17 pm

איך בין שפראכלאז מיט ווערטער אייך צי באדאנקן.

יישר כח הכל הבל, טאג איין טאג אויס טוסטו אונז דערקוויקן מיט דיינע בטעמטע באריכטן.
לעצט פאראכטן דורך shimon7323 אום מיטוואך יוני 12, 2019 8:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך יוני 12, 2019 7:35 pm

shimon7323 האט געשריבן:איך בין שפראכלאז מיט ווערטער אייך צי באדאנקן.

יישר כח הכל הבל, טאג אין טאג אויס טוסטו אונז דערקוויקן מיט דיינע בטעמטע באריכטן.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1645
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך יוני 12, 2019 8:03 pm

shimon323 האט געשריבן:איך בין שפראכלאז מיט ווערטער אייך צי באדאנקן.

יישר כח הכל הבל, טאג אין טאג אויס טוסטו אונז דערקוויקן מיט דיינע בטעמטע באריכטן.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יוני 12, 2019 8:10 pm

shimon7323 האט געשריבן:איך בין שפראכלאז מיט ווערטער אייך צי באדאנקן.

יישר כח הכל הבל, טאג איין טאג אויס טוסטו אונז דערקוויקן מיט דיינע בטעמטע באריכטן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

וימאןX3
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

תגובהדורך וימאןX3 » מיטוואך יוני 12, 2019 9:20 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:איך בין שפראכלאז מיט ווערטער אייך צי באדאנקן.

יישר כח הכל הבל, טאג איין טאג אויס טוסטו אונז דערקוויקן מיט דיינע בטעמטע באריכטן.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך יוני 12, 2019 11:15 pm

וימאןX3 האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:איך בין שפראכלאז מיט ווערטער אייך צי באדאנקן.

יישר כח הכל הבל, טאג איין טאג אויס טוסטו אונז דערקוויקן מיט דיינע בטעמטע באריכטן.

גאמ
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » דאנארשטאג יוני 13, 2019 12:33 am

מר. הבל איין קשיא וואס איז די אפשטומינג אין קאנגרעס וועגן 9/11 איינער האט גערעדט עפעס איז פארגעגאנגען דארט

און נאכאמאל א ריזיגע יודזש יישר כח
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 10:07 am

דאנערשטאג נשא






באריכטן קומען אריין איבער אן אטאקע אויף אויל טאנקער שיפן אין די גאלף פון אמאן
*
לויט א באריכט אין די כינעזע מידיא האט די לאנדס הופט פארהאנדלער אויף האנדל געזאגט פאר א פארום אין שאנכיי אז דרוק פון אינדרויסן קען העלפן די עקאנאמיע
*
באריס דזשאנסאן קומט אריין שטארק פאראויס אין די ערשטע רונדע פון אפשטימונגען אינערהאלב די קאנסערוואטיווע פארטיי אין ענגלאנד איבערצונעמען דעם ארויסגייענדען פירערין טאריסא מעי
*
פרעזידענט טראמפ וועט האבן צוגאסט דעם קאנאדישן פרעמיער מיניסטער טרודא פאר געשפרעכן איבער האנדל און איבער כינע
*
די בריוו פונעם פון קארעא פירער האט נישט אנטהאלטן קיין ערנסטע קאנקרעטע געדאנקן איבער צוריק אויפלעבן די געפרעכן איבער דענוקלעאריזאציע
*
רוסלאנד שיקט א פארמערטע צאל טרופן באטאליאנען צום אוקריינע האלב אינזל קרימיע וועלכע רוסלאנד האט אנעקסירט מיט עטליכע יאר צוריק
*
די קלעגער אין די צענזוס קעיס האבן זיך נעכטן געוואנדן צום סופרים קאורט מיט א ביטע אז אין פאל די געריכט וועט נישט מאמענטאל פולשטענדינג פארבאטן צוצולייגן די סיטיזאן פראגע זאלן זיי אמווייניגסטנס צוריקשיקן די קעיס צו די נידריגע געריכט און זיי פארארדענען אריינצוקוקן אין פריש פארעפנטליכע באריכטן וועלכע טוט לויט זיי צייגן אז די מאטיוון אונטער די נייע סיטיזאן פראגע איז קלאר מיט פאליטישע קאלקולאציעס
*
די יוסטיץ דעפארטמענט זוכט אויסצופרעגן באאמטע אין די סי איי עי אין זייער אנגייענדע אויספארשונג צו דערגיין ווי אזוי די רוסלאנד אויספארשונג איז צושטאנד געקומען
*
פרעזידענט טראמפ באקומט א פרישע געלעגנהייט אריינצושטעלן א סירקוט ריכטער און טאקע אויפן 9'טן קרייז געריכט אבער בלויז צו ערזעצן א רעפובליקאנע ריכטער
ריכטער קארלאס בי איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער און גרייט זיך צו ווערן א סיניאר ריכטער עפענענדיג א פרישע זיץ פאר אן אקטיווער ריכטער וועלכע טראמפ וועט איצט קענען אנפילן
די ניי געשאפענע זיץ
שפעקולאציעס צירקולירן שוין איבער ווער עס גייט ווערן אויסגעקליבן און איין נאמען איז שוין געווארן אויפגעברענגט און דאס איז א פיליפינער אפשטאמיגער מיטן נאמען פעטריק באמאטעי וועלכע איז אן אפענער מתועב און איז געווען א הויפט ראטגעבער צום ווייסן הויז לעגאלן קאונסיל דורכאויס די באשטעטיגונג פון סופרים קאורט ריכטער ברעט קעווענאו
באמאטעי איז פאריאר שוין געווארן נאמינירט צום 9'טן קרייז געריכט אבער די נאמינאציע האט זיך נישט גערוקט אין ערגעץ און מיטן אנקום פונעם נייעם למספרם יאר איז די נאמינאציע אפגעלאפן און צוריק אין פעברואר האט אים טראמפ נאמינירט צו א דיסטריקט ריכטער פאזיציע און ער ווארט איצט אויס צו ווערן באשטעטיגט
אבער אצינד מיט א פרישע שאנס אויפן סירקוט איז דא מעגליכקייט אז טראמפ וועט וווידעראמאל פרובירן אים ארויפצורוקן אויפן קרייז געריכט
*
ווייסע הויז שטאב הויפט מיק מולוועיני גיבט א שטיקל אריינבליק אין די איצטיע ווירטשאפט אין וויסן הויז
ער ברענגט ארויס אז עס זענען דא גאר געלונגענע מענטשן פון מערערע ספעקטרומען מיט פארשידענע מיינונגען און אז עס קומען פאר שטארקע דעבאטעס טעגליך אינעם אוועל אפיס אויף אלע סארט טעמעס און אז די פראצעדור איז זייער געזונט ווייל דער פרעזידענט הערט קלאר אלע זייטן פון די מטבע און ער טוט דאן פאסן זיינע באשלוסן
ער זאגט אז די איצטיגע אויסשטעל אין ווייסן הויז איז נישט אויף איין עקסטרעמע צוגאנג נאר א געמיש פון די לויזע און ווילדע ווירטשאפט וועלכע מען האט געזעהן אונטער ריינס פריבוס (ווען אלע האבן געטוהן וואס זיי האבן באגערט און דיסציפלין איז נישט געווען צום געפונען) און די מיליטערישע מארין לאגער פון דזשאן קעלי.. ווען זאכן זענען געווען איבערגעטריבן פארמאכט און געצוימט
מולוועיני פירט אויס אז דער איצטיגער מיטלוועג ארבעט פיין און ער גלייבט אז דער פרעזידענט איז צופרידן דערפון
*
אין די אנגייענדע בודזשעט געפרעכן אין וואשינגטאן איז פארגעקומען א מיטינג צווישן די ווייסע הויז און סעענאט רעפובליקאנער
די מיטינג איז געווען פראדוקטיוו אבער לויט סענאטאר קענעדי האט מען דערווייל נישט קיין שום אפיציעלע אפמאך
סענאטאר שעלבי איז געפרעגט געווארן אויב די סענאטארן און די ווייסע הויז זענען אויפן זעלבן בלאט
שעלבי האט געטראכט פאר וויילע און דאן רעאגירט: מיר זענען מער ווייניגער נאנט צו זיין אויפן זעלבן בלאט
*
די סענאט האט נעכטן באשטעטיגט פרישע 5 נאמינאציעס צום דיסטריקט געריכט
פאמעלא בארקער פאר צפון אהייא מיט 91-5, קארעי מעיז פאר צפון אלאבאמא מיט 62-34, ראדני סמיט פאר דאום פלארידא מיט 78-18, טאמאס בארבאר פאר צענטראל פלארידא מיט 77-19, און דזשיען פאול באולי פאר צפון דזשארדזשיע מיט 85-11
אלעס אינאיינעם זענען שוין געווארן באשטעטיגט 76 טראמפ דיסטריקט ריכטער
*
פרעזידענט טראמפס געוועזענע נאנטע געהילף האופ היקס וועט אין די ענדע זיך לאזן אויספרעגן קומענדיגע וואך מיטוואך דורך די קאנגרעס יורידישע קאמיטע אונטער פארמאכטע טיהרן און ערלויבן א טראנסקריפט צו ווערן פובליצירט
לויט א קוואל גרייטן זיך קאמיטע מיטגלידער איר אויסצופרעגן איבער איר ערפארונג דורכאויס דעם קאמפיין און און ווייסן הויז אבער היקס וועט מעגליך נישט ענטפערן קיין פראגן פון איר צייט אין ווייסן הויז
*
פרעזידענט טראמפ האט אויסגעקליבן עריק יועלאנד צו דינען אלץ זיין נייע ליעזאן צום קאנגרעס
*
קאנגרעס איבערזיכט און רעפארם קאמיטע האט נעכטן געשטימט מיט 24-15 צו האלטן אטוירני דזשענעראל וויליאם באר און קאמערץ סעקרעטאר ווילבאר ראס אין קאנטעמפט
אלע דעמאקראטן אין צוגאב פון דזשאסטין אמאש האבן געשטימט פאר קאנטעמפט
*
קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע מעלדט סובפינעם פארן געוועזענעם טראמפ קאמפיין דעפיוטי ריק געיטס און געוועזענע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער מייקל פלין
*
אין סענאט וועט מען היינט שטימען אויף א פראצעדור אפשטימונג פאראויסצורוקן און אנהויבן דעבאטע אויף די רעזאלוציע פון רענד פאול אויסצודרוקן אומצופרידנהייט מיט די אמעריקאנע וואפן פארקויף פאר באכרעין און קאטאר
*
היינט וועט ווערן אויפגעוויקלט אין סענאט די אומפארטייאישע קרוז-קעין רעזאלוציע וועלכע וועט פארדאמען באיאקאטס אויף די איזראעליס און באצייכענען דועל לאיאלטי אטאקעס (ווען מען באשולדיגט אידן אין זיין מער געטריי פאר איזראעל) אלץ אנטיסעמיטיזם
*
סענאטאר טאם קאטאן האט דינסטאג מיטגעברענגט זיין קליינעם 4 יעריג אינגעלע צום רעפובליקאנעם וועכענטליכע מיטאג
קענטיג זייענדיג עקסטרעם שטארק צוגעגרייט האט דער קאטאן הצעיר גלייך ביים באמערקן די רעפארטער פריצייטיג אויסגעשריגן "קיין קאמענטארן" אבער דער פאטער האט אים פארגעהאלטן און ערקלערט אז צו ערשט דארף דער דזשורנאליסט שטעלן א פראגע און ערשט דאן רעאגירט מען מיטן אנטזאגן צו קאמענטירן
ביים פארלאזן די זאל האבן די רעפארטער שוין געוואוסט אז דער קליינער וועט זיך נישט לאזן לאנג ווארטן און האבן שוין דאסמאל גלייך געשטעלט א פראגע וועלנדיג וויסן וועלכע אייז קריעם ער גלייכט דאס מערסטע אויף וועלכע דאס קינד האט קורץ רעאגירט: "וואנילא"
*
נו, אז מען רעדט שוין פון קינדער וועלכע ברענגן נחת פאר די הויכגעשעצטע פאליטיקאנטן..
דזשאו ביידען'ס זוהן האנטער זעצט פאר אים צו ברענגן פאליטישע נחת און איז ווידער אין די נייעס אויפשטעלנדיג זיין שטוב צום דריטן מאל (אמווייניגסטנס איין קוואליפיקאציע צו קענען זיין פרעזידענט..)
האנטער האט זיך צושיידט פון זיין ערשטע פרוי אין 2017 למספרם און דאן מייבם געווען את יבמתו נאך די טראגישע טויט פון זיין ברודער באו
לעצטנס האט ער באשלאסן מקיים צו זיין אויך מצות חליצה און מסרב געווען לבנות שם לאחיו און פאריגן מאנאט איז אין געהיים פארגעקומען זיין שמחת נישואין אין לאס אנדזשעלעס
*
אין די צייט וואס די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאמפיין קאמיטע שטאפט אן אירע קאסעס מיט קעש האט די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין קאמיטע אויסגעגעבן אין די ערשטע פיר מאנאטן פון 2019 למסרם מער וויפיל זי האט אויפגעטריבן צולייגנדיג פרישע 3 מיליאן דאלער צו זייערע חובות
*
פרוי ביידען גרייט זיך אפצוהאלטן איר ערשטע קאמפיין אויפטריט פאר איר מאן'ס איצטיגע פארמעסט און וועט קאמפיינען אין ניו העמפשיר אום יוני 19 למספרם
*
בערני סאנדערס האט ביי זיין נעכטיגע רעדע שטארק ארויסגעהויבן די פראגראמען פון פרעזידענט רוזוועלט און ארויסגעברענגט אז אויך אים האט מען צו יענע צייט באשולדיגט אין סאציאליזם סענאטאר מייקל בענעט וועלכע לויפט אויך פאר פרעזידענט האט אבער אראפגעריסן די קאמענטארן זאגנדיג אז רוזוועלט האט זיך קיינמאל נישט באצייכנט אלץ סאציאליסט און סענדערס האט זיך קיינמאל נישט באצייכנט אלץ דעמאקראט..
בענעט זאגט אויך אז ווען בערני סענדערס זאגט אז די אויסוואל איז אדער טראמפ אדער דעמאקראטישע סאציאליזם איז עס א פאלשע אויסוואל
*
עליזאבעט ווארען האט ערהאלטן איר ערשטע ערנסטע אינדארסירונג אין ניו העמפשיר ווען וועטעראן סטעיט רעפרעזענטאט באטלער האט געצויגן דעם צינגל פאר ווארען
*
סטיוו בולאק'ס קאמפיין האט אין א בריוו פארלאנגט אז מען זאל אים אריינלאזן ביי די פרעזידענטליכע דעבאטע זאגנדיג אז ער קוואליפיצירט דערפאר און קוקט פאראויס אנטיילצונעמען
*
די נעכטיגע נעוואדע אנקעטע איז ווארשיינליך בלויז די ערשטע אין א רייע סטעיט אנקעטעס וועלכע קענען צייגן אז ווארען האט איבערגעיאגט סאנדערס
היינט אינדערפרי ערשיינט א פרישע אנקעטע און דאסמאל אין קאליפארניע וועלכע צייגט אויך אז ווארען איז אויפן צווייטן ארט
*
א גאר מאכטפולע גרופע וועלכע איז פון די גרעסטע פאליטישע שירעם גרופעס צו פארטרעטן תועבה אין אמעריקא גרייט זיך צום ערשטן מאל אין היטאריע צו אינדארסירן א קאנדידאט פאר פרעזידענט און זייער אויסוואל גייט זיין פיטע באטידזשעדזש
*
האוערד שולץ האט זיך נעכטן געטראפן מיט זיין קאמפיין שטאב און באפרייט אלע פון זייערע פאזיציעס אויסער די גאר הויכע געהילפן וועם ער האט פארבעטן צו פארבלייבן אויף סטענדביי אין שפיץ פון סטיוו שמידט וועלכע האט געארבעט פאר דזשאן מקקעין זאגנדיג אז ער איז אריבער א סעריע פון רוקן אפעראציעס און טוט זיך ערהוילן און האלט אפן די מעגליכקייט זיך אומצוקערן אויף די פאליטישע ארענע נאך לעיבאר דעי
*
דער געוועזענער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן ליו בארלעטא וועלכע האט דערלייגט זיין פענסילוועניע זיץ פאריאר ווען ער האט באשלאסן ליבערשט צו לויפן צום סענאט אבער אן סוקסעס, באטראכט איצט צו לויפן אקעגן דעמאקראטישע קאנגרעסמאן מעט קארטרייט אין די אכטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
*
די אויבנדערמאנטע איז בלויז א ביישפיל פון איינע פון ארום 12 געוועזענע קאנגרעסלייט וועלכע באטראכטן ערנסט ווידער צו לויפן צום קאנגרעס
אנדערע צוויי פון די ליסטע וועלכע זענען די מערסטע ביים שוועל פון דערקלערן א פרישע קאמפיין זענען קאנגרעסמאן דעיוויד וואלאדאו און קאליפארניע'ס 21'סטע דיסטריקט און קאנגרעסמאן ברוס פאליקווין אין מעין'ס צווייטע דיסטריקט
*
קאנגרעסמאן מארק וואלקער וועלכע מאנכע האבן געזוכט צו רעקרוטירן אין די צפון קאראליינע סענאט פריימערי אקעגן טאם טיליס מעלדט אז ער וועט נישט לויפן
די אנטוויקלונג איז א שטארקע זיג פאר די מעקאנעל גרופע וועלכע האט פאר אלע קאסטן געזוכט צו פארמיידן אן ערנסטע טיליס פריימערי
*
פארלאפענעם למספרם יאר האבן די רעפובליקאנער אין די וויסקאנסין לעגיסלאטור אדורכגעפירט א רייע געזעצן צו בונדן די הענט און צוימען די מאכטן פונעם דעמאקראטישן גאווערנאר און אטוירני דזשענעראל
די רעפובליקאנער האבן עס געטוהן בין יום ללילה אין א ספעציעלע אויסערארדנטליכע דעצעמבער למספרם סעסיע הארט איידער דער נייע ערוועלטער דעמאקראטישע גאווערנאר טאני עווערס קומט אריין אין אמט
דער דעמאקראטישע אטוירני דזשענעראל האט דערקלערט אומאויספירבאר וויבאלד זי איז אין קעגנזאץ צו די סטעיט קאנסטיטוציע
אין מערץ האט דעין קאונטי ריכטערק פרענק רעימינגטאן ארויסגעווארפן עטליכע פון די געזעצן איבערהויפט די וועלכע באגרעניצן די מאכט פונעם אטוירני דזשענעראל
די אורטייל איז געקומען קורצליך נאך א באזונדערע אורטייל פון א צווייטע ריכטער אין די זעלבע קאונטי מיטן נאמען ריטשארד ניעס האט גע'פסל'ט אלע געזעצן באשטעטיגט אין יענע צייט צוליב וואס די סעסיע אין געלעמטע קאטשקע צייט איז אומקאנסטיטוציאנאל
די רעפובליקאנע געזעץ וואלט אוועקגענומען די מאכט פונעם נייעם גאווערנאר אויסצופירן א הויפט קאמפיין צוזאג ארויסצוציען וויסקאנסין פון א מולטי סטעיט לאוסוט אין וועלכע א רייע שטאטן זוכן ארויסצושליידערן אבאמאקעיר
נאכפאלגנדיג די זיג אין די געריכטן האט דער גאווערנאר און אטוירני דזשענעראל טאקע ארויסגעויגן די סטעיט פון די לאוסוט
אינצווישן איז די קעיס געווארן אפעלירט אינעם דעין קאונטי סטעיט סירקוט געריכט וועלכע האט באשטעטיגט אז די רעפובליקאנע געזעצן זאלן געשטעלט ווערן אויף האלד ביז זיי וועלן אורטיילן אויף די פראגע און נעכטן מיטוואך האט זיך די פראצעס געדארפט אנהויבן
די רעפובליקאנער האט אבער נישט געשמעקט די פאקט אז דערווייל זענען די געזעצן אויף האלד און האבן זיך געוואנדן צום סטעיט סופרים קאורט און אייערנעכטן דינסטאג בלויז איין טאג בעפאר די פראצעס אינעם סירקוט קאורט האט זיך געדארפט אנהויבן האט די סופרים קאורט מיט 4-3 באשטימט אז אין די צייט וואס די קעיס ווערט באהאנדלט זאלן די רעפובליקאנע באשטעטיגטע געזעצן יא זיין אין קראפט
די ריכטער האבן אנערקענט אז די אנטוויקלונג קען אויף צייטווייליג בונדן די הענט פונעם אטוירני דזשענעראל פון קענען סעטלען א רייע לאוסוטס אבער האבן ארויסגעברענגט אז מען קען נישט אזוי לייכט צונישט מאכן געזעצן וועלכע די פובליק פארטרעטער אינעם לעגיסלאטור האבן באשטעטיגט אין עס פסל'ן נאך איידער א געהעריגע פראצעס דערויף אינעם אפעלאט געריכט קומט פאר
די ארדער פונעם סופרים קאורט טוט אבער נישט צוריקשטעלן ממש אלע געזעצן אדורכגעפירט אין יענע צייט
צום ביישפיל האט איינע פון די געזעצן פארלאנגט פון סטעיט אגענטורן צוצושטעלן טויזנטער דאקומענטן מיט פארארדענונגען און רעגולאציעס וועלכע זיי זוכן איינצושטעלן פאר די לעגיסלאטור אז געזעצגעבער זאלן מוזן באשטעטיגן די נייע רעגולאציעס איידער זיי קענען אריינגיין אין קראפט
די געזעץ האט די סופרים קאורט נישט צורקי איינגעשטעלט אויף דערווייל צוליב וואס די געזעץ האט געדארפט אריינגיין אין קראפט אום יולי 1 למספרם אין די איבערראשנדע סופרים קאורט ארדער וועלכע איז ערשט ארויס אייערנעכטן איז צו שפעט און גיבט נישט גענוג צייט פאר די אגענטורן גרייט צו מאכן די אלע דאקומענטן גענוג אין צייט אז די לעגיסלאטור זאל זיי נאך קענען איבערגיין
די איצטיגע ארדער איז בלויז איבער די פסק פון ריכטער רעימינגטאן און די סופרים קאורט האט באזונדער אויסגעהערט אן אפעלאט איבער די פסק פון ריכטער נייעס וועלכע האט געשריבן אז די לעגיסלאטור האט בכלל נישט געהאט די רעכט צו פאררופן א סעסיע אינעם לעים דאק אפשניט און די סופרים קאורט וועט אויך דארפן אורטיילן אויף דעם
נאך צוויי פראוויזיעס באשטעטיגט אינעם לעים דאק סעסיע וווערן אויך נישט אפעקטירט פונעם פרישן סופרים קאורט ארדער צוליב וואס יענע קלאגעס זענען געווארן אריינגעטראגן אינעם פעדעראלן געריכט סיסטעם און זיי זענען נישט אונטער די יוריסדיקציע פון די סטעיט סופרים קאורט
איין פעדעראלע קלאגע איז געוואן אריינגטראגן אקעגן די באגרעניצונג פון ערלי וואוטינג און פעדעראלע ריכטער דזשעימס פעטערסאן האט אויף דערווייל טאקע בלאקירט יענע פראוויזיע
א צווייטע קלאגע איז געווארן אריינגעטראגן אויך אין פעדעראלן געריכט צו פסל'ן די אלע געזעצן אין יענע סעסיע מיט די ארגומענט אז די סעסיע האט פארלצעט די אמעריקאנע פעדעראלע קאנסטיטוציע
*
אן אנקעטע צייגט אז קאנגרעסמאן דזשאסטין אמאש איז אונטערשטעליג מיט 16% פון זיין דערווייל שוואך באקאנטע פריימערי קעגנער
*
אייאווע סטעיט סענאטאר רענדי פיענסטרא(ר) טרעט אפ פון זיין פירערשאפט פאזיציע אויפן סטעיט הויז און מיטלען קאמיטע זיך צו קענען בעסער קאנצעטרירן אויף זיין פריימערי פארצמעסט צו באזיגן קאנגרעסמאן סטיוו קינג (ר)
*
די 18'טע אמענדמענט צום קאנסטיטוציע האט געלאזט אין גאנג א פעדעראלע אפעראציע צו אינפארסירן די דאן פארבאט אף אלקעהאל אין די פאראייניגטע שטאטן
די פראבלעם איז געווען אז אין לויף פון די יארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז די רעגירונג האט נישט עכט געהאט די מעכאניזם און מעגליכקייט אפצושטעלן די באנוץ און האנדל פון אלקאהאל און צוליב די אמענדמענט האט זיך צובליהט די שווארצע מארקעט פון אלקאהאל וועלכע האט אלץ רעזולטאט פארמערט פארברעכן
אין א ריקצוג האבן די סטעיטס באשטעטיגט די 21'סטע אמענדמענט וועלכע איז די איינציגסטע אמענדמענט צוריקצודרייען א פריערדיגע אמענדמענט
די 21'סטע אמענדמענט טוט צו ערשט ווי געשריבן צוריקדרייען די 18'טע אמענדמענט און אבער יא ארויפלייגן א פעדעראלע פארבאט צו אימפארטירן אלקאהאל צו סטעיטס וועלכע פארמאגן סטעיט פארבאטן אויף אלקאהאל און אין אלגעמיין לאזן די מאכט פאר סטעיטס צו פארבאטן און/רעגולירן אלקאהאל
מיט די צייט איז די צווייטע טייל געווארן מער ווייניגער אומרעלעוואנט זינט אלע סטעיטס האבן לעגאליזירט אלקאהאל אבער עס איז יא פארבליבן די רעכט פאר געוויסע סטעיטס וועלכע טוען נאך רעגולירן די האנדל פון אלקאהאל מיט פילע פארשריפטן
דא קומט אבער אריין א באזונדערע געזעץ וועלכע ערלויבט די רעגירונג צו קאנטראלירן די האנדל צווישן סטעיטס און אויסלענדישע פירמעס און אויך די האנדל צווישן איין סטעיט און די צווייטע
צום ביישפיל קען די רעגירונג פארבאטן פון סטעיטס ארויפצושטעלן געוויסע פארשריפטן אויף פירמעס וועלכע אימפארטירן פראדוקטן אריין אין די סטעיט אויב די סטעיט פארלאנגט נישט די זעלביגע פון פירמעס וועלכע זענען באזירט אין די סטעיט
די אויבנדערמאנטע ערשיינונג פלעגט זיין די שטייגער ווען פארשידענע סטעיטס האבן געזוכט צו פארשטארקערען די מאנאפאל פון לאקאלע ביזנעסער אבער די רעגירונג האט עס פארבאטן אלץ דיסקרימינאציע אויף אוט אף די סטעיט ביזנעסער וועלכע זוכן צו מאכן ביזנעס אין די סטעיט זינט די פעדעראלע רעגירונג האט אן אינטערעס צו פארשטארקערן די ביזנעס אקיטוויטעטן נאציאנאל און פארמערן קאנקורענץ
איצט צו די ספעציפישע קעיס, טענעסי פארלאנגט אז כדי צו באקומען א לייסענס צו פארקויפן אלקאהאלישע געטראנקן דארפן אפליקאנטן וואוינען מינימום צוויי יאר אין די סטעיט און צו באנייען א לייסענס דארף מען וואוינען צען יאר
די דיסטריקט קאורט און דערנאך די 6'טע סירקוט קאורט האבן געאורטיילט אז די סטעיט געזעץ פארלעצט די אויבנדערמאנטע געזעץ און איז דיסקרימינאציע שרייבנדיג אז דאס וואס די 21'טע אמענדמענט ערלויבט סטעיטס צו רעגולירן אלקאהאל פארקויף באדייט נישט אז די סטעיט קען נוצן די רעכט און זיך דאדורך באפרייען פון די לעצטע ווארט וועס די פעדעראלע רעגירונג האט אויף האנדל אין די סטעיטס און זייער פארבאט אויף אוט אף די סטעיט דיסקרימינאציע
די סטעיט האט אויך פרובירט אויסצוטייטשן אן אלטע סופרים קאורט אורטייל אויף א וועג וועלכע טייטשט אויס די פעדעראלע רעגירונגס מאכט אין אזעלכע פעלער באגרעניצט צו אלקאהאל פראדוצירער אבער די 6'טע סירקוט קאורט האט עס אפגעוארפן זאגנדיג אז עס איז פונקט אזוי רעזערווירט פאר אלקאהאל האולסעילער און ריטעילער
אין יונואר למספרם האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס און מען ערווארט אז קומענדיגע מאנטאג זאל אן אורטייל ארויסקומען
די סופרים קאורט האט נאך בלויז 2 טעג באשטימט אויף ארויסצוגעבן אורטיילן אינעם איצטיגן טערמין און געווענליך לאזן זיי די פאליטיש נאכגעפאלגטע קעיסעס אויף די לעצטע טאג און דעריבער קלערט מען אז די וויין קעיס וועט זיין דעם מאנטאג
די אורטייל אין די קעיס קען זיין גאר גורל'דיג און פירן צו דעם אז פילע שטאטן זאלן דארפן איבערשרייבן זייערע אלקאהאל געזעצן און פילע וויין ריטעילער פאלגן נאך די קעיס מיט אנגסט און האבן אפילו איינגעצוימט זייער אינוועטארי נישט וועלנדיג בלייבן שטעקן מיט צופיל אין סטאק אן די מעגליכקייט פון געהעריג פארקויפן די סחורה צו קאנסומער אין אנדערע סטעיטס
אבער פארט גלויבט מען נישט אז די געריכט וועט עס אוועקלייגן אויפן לעצטען געריכ טאג זינט די קעיס איז פארט נישט קיין פאליטישע ווי די פאליטישע גערימענדערינג, צענזוס און שתי וערב מאנומענט קעיסעס
ווילט איר דאך וויסן וואס גייט זיין די אורטייל, נו, אויף דעם וועט מען מוזן ווארטן אויף מאנטאג אבער פארט א שטיקעלע שפעקולאציע אויף וואס מען קען מעגליך ערווארטן
די ליבעראלע בלאק איז ווארשיינליך גענויגט צו אנהאלטן די פעדעראלע געזעץ איבער די סטעיט געזעץ און וועט ווארשיינליך נייגן אויף די זייט פון די ווויין סוחרים אקעגן טענעסי
וועט זיין איין קאנסערוואטיווע אפנויג? וועט מען ווארטן צו זעהן אבער אויב איין ריכטער האט געשיינט צו נעמען דעם ריכטונג מער פון אנדערע איז עס געווען ריכטער קעווענאו וועלכע וועט מעגליך גיין מיט די ליבעראלן אויף די אישו
אן אנדערע קאנסערוואטיווע דעפעקטירער קען זיין סעמיועל אליטא וועלכע ווערט געזעהן ווי דער וועלכע פרובירט שטארק צו גיין אין די פיסטריט פון ריכטער סקאליא
לויט שאצונגען וועט די אורטייל אינעם קעיס ווערן געשריבן אדער דורך אליטא אדער דורך הויפט ריכטער ראבערטס
אויב אליטא איז דער קעיס שרייבער קען זיין אז ער וועט נאכפאלגן דעם ביישפיל פון סקאליא וועלכע האט אין א פריערדיגע וויין קעיס דעפעקטירט צו די ליבעראלן און זיך אנגענומען פאר נאציאנאלע וויין האנדל
אויב ראבערטס וועט שרייבן די אורטייל איז דא א מעגליכקייט אז ער וועט ווי זיין שטייגער איינציען די אורטייל און בלויז אדרעסירן די קעיס אויף אן איינגעצוימטן פארנעם כדי צו פארמיידן א 4-5 שפאלט און ליבערשט האבן א מער אומפארטייאישע אורטייל
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:01 am

טראמפ הצעיר וועט קאמפיינען אין די פריימערי אקעגן דזשאסטין אמאש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מוח, איד_איד, ברוך, יישר כח און 37 געסט