א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 9:25 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-
גוט, אזוי וועט מען מיזן איינזעצען

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 3:00 pm

א געהיימע שוהל פונקציאנירט שוין פאר די לעצטע 3 יאר אין... יא, אין דובאי
די אנטפלעקונג קומט איצט אין א צייט וואס די פאראייניגטע אראבישע אמיראטן האט מער אנגעווארימט אירע באציאונגען מיט די איזראעליס און שטופט אירש שכנים נאכצופאלגן דעם ביישפיל

אין קובא האבן בירגער צוטריט צו די אינטערנעט בלויז דורך ווייפיי און דאס איז אויך ערמעגליכט געווארן ערשט אין 2017 למספרם
די סטעיט טעלעקאם פראוויידער האט דינסטאג געמאלדן די היסטארישע אנטוויקלונג אז אנגעהויבן פון היינט דאנערשטאג ביז קומענדיגן זונטאג וועלן אלע בירגער קענען סובסקרייבן צו געניסןפון היינט און ווייטער פון געהעריגע צוטריט צו די אינטערנעט מיט 3G קאנעקשאן
עס איז אבער ערווארטעט אז מיינסטנס קובאנער וועלן זיך סייווי נישט קענען ערלויבן זיך עס איינצוהאנדלען זינט זייער פינאנציעלע צושטאנד ערלויבט עס נישט
די פלענס וועלן זיך אנהויבן ביי 600 מעגעבייט פאר 7 פעסאס ביז 4 גיגיבייט פאר 30 פעסאס אין די צייט וואס די אלגעמיינער בירגער אין קובא פארדינט א מאנאטליכע געהאלט פון 30 פעסאס

דאו דזשאונס טראסקעט נאך ארעסט פון א כינעזער טעק עקזעקוטיוו וועלכע באזארגט אינוועסטירער אז עס קען נאכמער אנציען די געמיטער צווישן וואשינגטאן און בעיזשינג

א פרוי פון האנדוראס וועלכע האט זיך אנגעשלאסן אין די קאראוואן האט זיך אריבערגעשווערצט די גרעניץ און זוכה געווען צו האלזן א ניי געבוירן קינד שוין זייענדיג אויף אמעריקאנער באדן וואס באדייט אז די קינד איז שוין לעגאל אמעריקאנער בירגער
די פרוי האט געשווערצט אינאיינעם מיט איר מאן און צוויי יעריג זוהן אין אריין קיין קאליפארניע און ארעסטירט געווארן און באפרייט געווארן ביז איר קעיס פאר אזיל רעכט ווערט אויסגעהערט

וויליאם באר גייט ווערן נאמינירט אלץ קומענדיגער אטוירני דזשענעראל
אן אפיציעלע מעלדונג קען מעגליך ווערן געמאכט אין די קומענדיגע טעג
ער האט סערווירט אלץ אטוירני דזשענעראל אין די אדמינסטראציע פונעם ערשטן פרעזידענט בוש
געוויסע ארומיגע צום פרעזידענט אומצופרידן מיטן אויסוואל זעענדיג באר אלץ צו א מעסיגע און עסטאבלישמענט סארט טיפ
אינטערסאנט קען זיין א סטעיטמענט וועלכע ער האט געמאכט אינעם יורידישן קאמיטע ביי זיין נאמינאציע
די קאמיטע איז דאן געפירט געווארן דורך סענאטאר און שפעטער וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען
באר איז געפרעגט געווארן אויב די קאנסטיטוציע באשוצט די רעכט צו פראקטיצירן חוקי רציחה
באר האט אומצוויידייטיג געענטפערט אז ניין און אז די סופרים קאורט אורטייל דערוועגן איז געעוארן געאורטיילט אומריכטיג
ביידען האט אנערקענט אז ער איז אומאיינשטימיג דערמיט אבער גאר שטארק אויסגעלויבט באר אלץ אן אויפריכטיגער מאן וועלכע זאגט קלאר וואס ער האלט
און יא, באר איז ארויס פונעם קאמיטע מיט איינשטימיגע שטיצע פון סענאטארן פון ביידע פארטייען
סענאטאר פעטריק לעיהי ׁ(ד) האט שוין רעאגירט איבער די נייעס און געזאגט: איך האב אים געזען נעכטן ביי די בוש לוי' צערעמאניע, ער איז א מאן וועם איך האב אלץ רעספעקטירט,ער קען מעגליך באקומען א מאיאריטעט פון רעפובליקאנער און דעמאקראטישע שטיצע
סענאטאר דזשאן קארנין האט אויך איצט אויסגעלויבט די אויסוואל אלץ א גאר גוטע

די טראמפ זיצונג מיט שומער און פעלאסי איז פון פריש געסקעדזשועלט געווארן אויף קומענדיגן דינסטאג 11:30 פארמיטאג

לייטהייזער טרעפט זיך היינט מיט פעלאסי צו רעדן איבער די USMCA אפמאך
פעלאסי איז די וועלכע וועט באשליסן אויב די ביל באקומט אן אפשטימונג אין קאנגרעס און קען נוצן איר איינפלוס איבער די סוקסעס אדער דורכפאל פונעם ביל
די ווייסע הויז רישט זיך אז פעלאסי וועט פרובירן ארויסצוקוועטשן גאר אסאך און אויסנוצן די פאקט אז מען דארף דעמאקראטישע שטימען איידער זי וועט גרייט זיין מיטצוארבעטן

דער ריכטער וועלכע האט איבערזיכט אויף די מייקל קאהען סענטענסינג קעיס האט פארארדנט די פראקורארן אין ניו יארק ווי אויך די ספעשל קאונסעלס אפיס צו האבן איבערגעגעבן די זייער שטעלונג אויף דעם פרייטאג 5 אזייגער

א לאנגיעריגע געהילף צו סענאטארשע קעמאלע העריס רעזיגנירט נאכן ווערן באשולדיגט אין אוממאראלישע אויפפירונג

סענאטארשע ווארען האט זיך פריוואט אויסגעדרוקט פאר אירע געהילפן אז זי איז באזארגט אז זי האט געשעדיגט איר שטיצע צווישן אינדיאנא אמעריקאנער און פראגרעסיוו אקטיוויסטן

קאנגרעסמאן ראלף עיברעהעם ווערט צווייטער קאנדידאט אריינצושפרינגען אינעם לוזיאנא גאווערנאר פארמעסט

72 פראצענט פון קאליפארניע איינוואוינער וועלכע זענען נישט קיין אמעריקאנע בירגער (די ציפער שליסט איין די מיט א לעגאלע סטאטוס און אומלעגאלע צוגלייך) געניסן פון רעגירונגס פראגראמען

די קאליפארניע לעגיסלאטור פלאנט ארויפצוברענגן א ביל צו דעקן אומלעגאלע אימיגראנטן מיט מעדיקעיד
לויט די געזעץ פארשלאג וועלן 1.2 פון די 1.8 אימגראנטן וועלכע פארמאגן נישט קיין מעדיקאל דעקונג וווערן געדעקט

היינט האט די געריכט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין א קעיס וועגן די זעלבסשטענדיגקייט פון די סטעיטס אין באצוג צו די פעדעראלע רעגירונג
די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ערלויבט די פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען אנצוקלאגן מענטשן אויף די זעלבע פארברעך און איך זאג נישט קם לי' בדרבה מיני' מיט דעם וואס ער יענער ווערט שוין סייווי אויסגעפארשט דורך די פעדעראלע רעגירונג טראץ וואס די 5'טע אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע פארבאט אין אלגעמיין צו באשטראפן מענטשן צוויי מאל פארן זעלבן פארברעך (קלארשטעלונג: די דין פון קם לי' ווערט בלויז גענוצט אלץ בלשון מושאל אבער איז נישטאמאל קיין צושטעלן פון להבדיל די דין תורה וועלכע רעדט ווען איינער האט עובער געווען אויף צוויי באזונדערע עבירות)
טעראנס מארטעז געמבל איז געווארן אנגעקלאגט דורך די פעדס און די סטעיט אין 2015 למספרם ווען ער איז געווארן אפגעשטעלט ביי א רוטינע טראפיק אפשטעל און פארמאגט געווער אין זיין באזיץ צו וועלכע ער איז געווען פארבאטן זייענדיג א פעלאן, זיין פעטיציע ברענגט ארויס אז ער ווערט דאפלט אנגעקלאגט
די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ווערט שוין פראקטיצירט פאר מער ווי 150 יאר און איז שוין געווארן בארעכטיגט דורכן סופרים קאורט אין לויף פון די יארן טראץ וואס זי ווערט קריטיקירט דורך לעגאלע עקספערטן אלץ א פאליסי אן קיין לאגישע באזיס
געמבל איז געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג דורך די סטעיט אלאבאמא און פאראורטיילט צו איין יאר אין טורמע
דערנאך האט זייך די פעדעראלע רעגירונג גענומען צן זיינע ביינער און א דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אז ער קען נישט נוצן די דאפלטע שטראף ארגומענט זינט די פעדעראלע רעגירונג איז א באזונדערע קערפערשאפט און געמבל איז עווענטועל איינגעגאנגען אויף א פלי אפמאך אונטער וועלכע ער איז געווארן צוגעטיילט א 46 מאנאטן סענטענס
געמבל האט עס אבער אפעלירט צו די 41'טע סירקוט וועלכע האט בלויז באשטעטיגט די שטעלונג פונעם דיסטריקט געריכט
אין יוני 2018 למספרם איז זיין פעטיצע צום סופרי קאורט געווארן אקצעפטירט
ער האט אין זיין ביטע ערווענט א פאראייניגטע רוף פון ריכטער גינזבורג און טאמאס מיט א צייט צוריק דורכצופירן אן איבערזיכט אויף די דאפלטע שטראף אויסנאם פאר די פעדס און סטעיט
אויב זאל די געריכט עלימינירן די דאקטרינע וקען עס אפעקטירן די טראמפ אויספארשונגען און מיט א פארדאן פונעם פרעזידענט אויף פעדעראלע פארברעכן מיינט עס אז די סטעיט וועט שוין מער נישט קענען קלאגן אויפן זעלבן פארברעכן זינט זי איז שוין געווארן פרובירט דורך די פעדס
סענאטאר ארין העטש האט אריינגעשיקט א פריינט צום געריכט בריוו אין שטיצע פון געמבלס ארגומענט אבער זיין ווארטזאגער האט געלייקנט אז עס האט געהאט סיי וועלכע פארבינדונג מיט די אויספארשונגען אויפן פרעזידענט
די ריכטער האבן אויסגעקוקט היבש אומוויליג נאכצוגעבן געמבלס ארגומענט

א גאר טייערע פעינטינג איז געשטאנען גרייט אויף אויספארקויף ביי א ליציטאציע און מערב פאריז פאר א געשאצטע 29 ביז 35 טויזנט דאלער
א רויבער האט אבער אריינשפאצירט און איידל אראפגערוקט די בילד וועלכע איז געווען אויפן וואנט און ארויסשפאצירט אומבאמערקט
די ווידעא רעקארדירונגען ווערן איצט אנאליזירט צו דערגיין די אידענטיטעט פונעם רויבער

קאניהיקא טאנאקא פלעגט ארומגיין פארקויפן וויניגער פאר סושי רעסטוראנטן צו קענען שפייזן זיין געזינדל
עס איז געווען אין די 1970ציגער למספרם ווען די סושי אינדוסטרי האט אנגעהויבן בליען און טאנאקא האט אויפגעפאסט אז די מארקעט אפערירט זייער נאכגעלאזן און נישט ארגאנאזירט ווען די קעכער רעכענען פאר די זעלבע סארט מאלצייט אנדערע פרייזן פון פארשידענע קאנסומער און אין מערסטנס פעלער זייער נישט צוגענגליך פארן טאש
אין 1977 למספרם האט טאנאקא באשלאסן צו עפענען זיין אייגענע רעסטוראנט מיט געבארגטע 26 טויזנט דאלער און אוועקגעשטעלט א סיסטעם וועלכע סערווירט מאסן קליענטן און איז עווענטועל אויסגעשטיגן צו קארע קארפארעישאן וועלכע איז אין 1995 למספרם געווארן אויסגעשטאט מיט מער מאדערנע טעכנאלאגיע פון ראבאטן וועלכע פירן דורך זייערע פראגראמירטע פליכטן אין קיך פיל בעסער און געשיקטער פון קעכער וועלכע נוצן יא אדער נישט הענטשוך ביים טאפן די עסן
די פירמע לייגט אויך גרויס געוויכט צו האלטן די פרייזן רעלאטיוו ביליג טראץ די פארמערטע קאסטן און קומט אויף מיט פאטענטן צו שפארן געלט נישט אויף די רוקן פון די קאנסומער
אנשטאט אויסצוגעבן אויף א שטאב צו רייניגן זייערע לאקאלן האבן זיי אוועקגעשטעלט א דעזיגנירטע מיסט ארט ביי יעדן טישל ווי די קאנסומער דארף בלויז אריינשארן די ליידיגע געשיר און עס ווערט אויטאמאטיש טראנספארירט גראד אריין אינעם דישוואשער וולעכע רעכנט אויך אויס די ביל וועלכע דער קאסטומער דארף באצאלן
די געשעפט קייט באנוצט זיך אויך מיט א מאסיווע עקספרעס בעלט אויף וועלכע די באשטעלונגען ווערן ארויפגעלייגט און שיקט עס אפ גאר געשיקט צום טישל פון די קאסטומער וולעכע דארפן נישט ווארטן לאנג און צוגאב שפארט זיך די פירמע קאסט פון ארבעטער וועלכע זאלן ארומגיין סערווירן די קליענטן
די קארע קארפארעישאן איז היינט די צווייט גרעסטע נעץ פון סושי רעסטוראנטן מיט 420 געשעפטן איבערן לאנד 19 אין אמעריקא און 15 אין טייוואן און האט א געשאצטע מארקעט ווערט פון 1.2 ביליאן דאלער

א פרייליכן שבת און א לעכטיגן חנוכה

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 3:17 pm

הבל: יישר כח!

"א פרייליכן שבת און א לעכטיגן חנוכה"
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 3:37 pm

2018-12-06_15.29.51.jpg
2018-12-06_15.29.51.jpg (86.75 KiB) געזעהן 494 מאל

קרעדיט הלשון פאר די איידיע
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 3:46 pm

א גרויסע שקויעך

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 7:22 pm

וואס איז געשען היינט :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?:

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 4:06 pm

:-( :-(
:roll:
שוין 2 טעג וואס מיין קאווע ווערט קאלט

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 4:56 pm

שטארק פארנומען די לעצטע טעג
אזוי אויך איז עס ממש געווארן אריינגעשטופט מיט געוואלד
אפילו די קורצע אפדעיטס דורכן טאג דא און דארט איז געווארן באגרעניצט
אויב און ווי נאר עס וועט זיך מאכן די איבריגע פאר מינוט עס אריינצושטופן וועט מען זיך פרובירן משתדל צו זיין

מיט האפענונג פאר אייער פארשטענדעניש

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 5:00 pm

Thanks!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

$3,000

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 5:01 pm

צל עובר האט געשריבן:קרעדיט, @הכל הבל און זיין גרויסע פען @קענדי'ס, דער אייבערשטער זאך זיי געבן אלעס גיטס.

3,000$ גדול המעשה יותר מן העושה.


דאס איז די עיקר נייעס היינט אויף אייוועלט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 5:05 pm

עס איז דא נאך א טויזנטער מיט א הונדערטער וועלכע איך האב אויפגעפאסט אין עהרע פון אייוועלט נאך איידער די אייוועלט קאמפיין איז אריין אין שוואונג
געוויס וואלטן און האבן עס די אידן געגעבן סייווי פאר אזא וויכטיגע צוועק אבער האבן שוין אין איין וועג אריינגעכאפט נאך א חסד צו באעהרן דערמיט אנדערע אידן
א הארציגן יישר כח פאר אייך אלע און דער זכות זאל און וועט שטיין צו אייער זייט לנצח!

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 5:06 pm

שקויעך הכל הבל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, בילדער, להודיע, מה שמו און 67 געסט