נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך לייטער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 12:45 pm

א בקשה מעומק הלב צו תושבי קרית יואל


אויב איינער פילט נישט גוט, היס קאפ וויי פיבער וכדומה און וויל זיך איינרעדן אז סאיז גארנישט
א גרויס חלק עולם האט נאכנישט געהאט די ווירוס
אונז ווילן קענען פאסטן יום כיפור
אונז ווילן קענען אנקומען צו יום טוב סוכות מיט הרחבת הדעת און שמחה
אונז ווילן אז די חדרים זאלן בלייבן אויפן, אונז ווילן אז די בתי מדרשים זאלן בלייבן אויפן
פליז גייטס נישט אין פאבליק צווישן מענטשן און מאכט נישט קיין אייגענע החלטות וואס קען גורם זיין צער און עגמת נפש פאר יחידים און רבים

ישר כוח פארן האבן איינזעעניש, בשם אלע וואס האבן נאכנישט געהאט די ווירוס

די אייבערשטער זאל העלפן אז יעדער זאל זיין געזונט אינגאנצן און מזאל קענען פאסטן יום כיפור און אנקומען פרייליך בזמן שמחתינו אין ביהמ"ד
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:16 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:די וויליזש טעקס פארס האט גראד פארשאפט הענטשיך אין מאסקעס ווען די נייעס האט אנגעפאנגען אריינציקומען פון בפ אין ווילי, אין עס געגעבען פאר אלע גראסעריס צי טיילען,


אזוי?! מ'דארף אויסטשעקן אויב די דעליווערי גוים האבן עס נישט גע'גנב'ט ווייל אין די גראסעריס איז דאס נישט פארטיילט געווארן.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:29 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:די וויליזש טעקס פארס האט גראד פארשאפט הענטשיך אין מאסקעס ווען די נייעס האט אנגעפאנגען אריינציקומען פון בפ אין ווילי, אין עס געגעבען פאר אלע גראסעריס צי טיילען,


אזוי?! מ'דארף אויסטשעקן אויב די דעליווערי גוים האבן עס נישט גע'גנב'ט ווייל אין די גראסעריס איז דאס נישט פארטיילט געווארן.


לאנדא'ס גראסערי האט פארטיילט הענטשיך. מאסקעס האב איך נישט געזעהן פארטיילן
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

לא ימושו מפיך
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך לא ימושו מפיך » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:34 pm

בנין תלמוד תורה החדש בנין קליין ראצפערט וועי.

ביי א חלק פונעם בנין שטייט שוין די גאנצע זיבן שטאקעדיגע סטרוקטאר.

גייט זיין די סאמע גרעסטע בנין בעיר הצדק קרית יואל, סך הכל 160,000 סקווער פיס.
צוגעלייגטע
3243F6A1-09A1-4E79-B704-FAFEAAA6B82E.jpeg
3243F6A1-09A1-4E79-B704-FAFEAAA6B82E.jpeg (137.29 KiB) געזעהן 2228 מאל

קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך קלוגע חכם » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:34 pm

איך האב אויך אזוי געטראכט אז די סיבה פארוואס קרית יואל איז יעצט מער דא די קאראונע ווי די אנדערע שטעט, איז ווייל עס איז געווען דא שוואכער די הוירד עמיוניטי, איי איז שווער אויב אזוי פארוואס נאך פסח האט זיך עס געהאט אויפגעהערט, ווען דער עולם איז ארויס אין גאס, פארוואס האבן עס מענטשן דעמאלטס נישט געכאפט, עס איז נאך געווען געוויסע וואס האבן עס באקומען, און די חדרים זענען געהעריג אנגעגאנגען, נאך מער צושטופט, ווייל מען האט געלערענט ביי מענטשן אין שטוב, אבער אעפ"כ ווי עס קוקט יעצט אויס איז אז די סיבה פארוואס עס איז יעצט דא מער א אויסברוך אין קרית יואל ווי אין אינדערע מקומות, ווייל עס איז געווען ווייניגער הוירד אימיוניטי, אפילו א ריזן פראצענט האבן עס געהאט, אבער נאך אלץ פיל וואס האבן עס נישט געהאט.

איך טראכט נאר אז די אויסברוך אין קרית יואל גייט שוין 2-3 וואכן, און אלעס גייט אן געהעריג כאילוי לא הי', חדרים, ישיבות, מיידל שולע, פילע בתי מדרשים, איך רעד נישט פון א' סליחות מיט ראש השנה אין סתם א שול, און כש"כ ביי די גרויסע שול פון אדמו"ר מ'סאטמאר, קען זיין אז מען שטייט יעצט אין א שטאפל ווי נאך פסח, אז ווער עס איז אויסגעט=שטעלט דערצו האט עס באקומען, און ווער עס האט עס נישט באקומען, איז אדער שוין אימיונט, אדער באקומט ער עס נישט. איך זאג נאר א סברא, נישט אז איך ווייס

דער עיקר איז, מיר האלטן יעצט אין די טעג פון תשובה, טעג וואס מען איז ממליך דעם אויבערשטן, דארפן מיר וויסן אז פאניק טאר נישט זיין, מען דארף טון וואס די מומחים הייסן אלץ ונשמרתם, און גלייבן אז קוב"ה איז דער וואס גיבט עס פאר עם יא און פאר עם נישט, פאר יענעם שטערקער, און פאר דעם שוואכער, און זאל קוב"ה העלפן און אין די נייעם יאר עס אינגאנצן אוועקנעמען און זאל די יאר ת'הא ש'נת פ'דות א'מן

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 5:02 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:די וויליזש טעקס פארס האט גראד פארשאפט הענטשיך אין מאסקעס ווען די נייעס האט אנגעפאנגען אריינציקומען פון בפ אין ווילי, אין עס געגעבען פאר אלע גראסעריס צי טיילען,


אזוי?! מ'דארף אויסטשעקן אויב די דעליווערי גוים האבן עס נישט גע'גנב'ט ווייל אין די גראסעריס איז דאס נישט פארטיילט געווארן.

די קשיא איז נאך שווערער, ווי וואגט איר זיך דייקא אין די עשרת ימי תשובה צו זאגן א גוט ווארט אויף די ווילעדזש?

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 6:06 pm

דער אויפקומענדער פאליטישער קאמפיין איז אין שוואונג. די פאסט קעסטלעך ווערן באפאלן פון קאמפיין ליטעראטור, א שטייגער ווי א פרוי וואס לויפט קעגן קאנגרעסמאן שאן פעטריק מעלאוני, וואס זי לייגט אים אראפ מיט טונקעלע פארבן, און זי ברענגט א אינדארסמענט פון דאנאלד טראמפ דער יונגער.
דערנאך איז דא א פארמעסט פארן סטעיט סענאט, וואס ווערט יעצט געהאלטן דורך דזשעמיס סקופיס, ווי דארט לויפט קעגן אים אויף די רעפובליקאנער ליניע סטיוו ברעסקיע, א קאונטי לעגיסטלאטור.
ווי מען האט געהערט פון עסקנים האמערן און שטורמען אז דער טורונאט אין די חרדישע געגנטער איז א ליצי ליצנות, און דאס איז א דירעקטע גורם פאר די אידיש בלוט וואס האט זיך געגאסן אין די שפיטעלער.
די עסקנים זאגן אז ס'נישט קיין חילוק פאר וועמען מען שטימט, זאל מען אבער גיין שטימען, אפי' דו מאכסט א רייט אין, ווייזטו אבער אז דו 'נעמסט א טייל אין די פאליטישע פראסעס'.
היות מיר זעען דאך אז ריזיג טייל פון ציבור פילט נישט פאר וויכטיג צו שטימען, אין געוויסע געגנטן איז דאס לעצטע מאהל ארויסגעקומען בלויז ארום 35 פאצענט פון די שטים בארעכטיגטע, רוף איך דא אויס צו מאכן א "Grassroot" מאוומענט אין די היימישע געגנטן, ווי מען זאל זיך צוזאמנעמען און 'ארויסגיין שטימען', צו פאר א ספעציפישן קאנדידאט, צו פאר א רייט אין.
אודאי איז מיין רוף נישט געוואנדן צו די וואס שטימען פאר די אינדארסירטע, אדער פאר די וואס האבן אן אייגענעם פאליטישן אויסוואל. מיר רעדן פון די טויזענטער און טויזענטער וואס זענען נישט געגאנגען שטימען לעצנס, אין געוויסע געגנטער איז דאס אזויפיל ווי 65 פראצענט פון די היימישע באפעלקערונג.
רבותי, איר דארפט ווערן רעפרעזענטירט!
מיר האפן צו גיין ''פון אונטן, נישט פון אויבען'', ונזכה ונחי' ונראה.
איך וואלט געוואלט בעטן פון ידידינו היקרים ר' שמואל בארג און ר' פומפדיתא, צו קומען אנטייל נעמען.

הרב_שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8076
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 6:26 pm

קלוגע חכם האט געשריבן:איך האב אויך אזוי געטראכט אז די סיבה פארוואס קרית יואל איז יעצט מער דא די קאראונע ווי די אנדערע שטעט, איז ווייל עס איז געווען דא שוואכער די הוירד עמיוניטי, איי איז שווער אויב אזוי פארוואס נאך פסח האט זיך עס געהאט אויפגעהערט, ווען דער עולם איז ארויס אין גאס, פארוואס האבן עס מענטשן דעמאלטס נישט געכאפט, עס איז נאך געווען געוויסע וואס האבן עס באקומען, און די חדרים זענען געהעריג אנגעגאנגען, נאך מער צושטופט, ווייל מען האט געלערענט ביי מענטשן אין שטוב, אבער אעפ"כ ווי עס קוקט יעצט אויס איז אז די סיבה פארוואס עס איז יעצט דא מער א אויסברוך אין קרית יואל ווי אין אינדערע מקומות, ווייל עס איז געווען ווייניגער הוירד אימיוניטי, אפילו א ריזן פראצענט האבן עס געהאט, אבער נאך אלץ פיל וואס האבן עס נישט געהאט.

איך טראכט נאר אז די אויסברוך אין קרית יואל גייט שוין 2-3 וואכן, און אלעס גייט אן געהעריג כאילוי לא הי', חדרים, ישיבות, מיידל שולע, פילע בתי מדרשים, איך רעד נישט פון א' סליחות מיט ראש השנה אין סתם א שול, און כש"כ ביי די גרויסע שול פון אדמו"ר מ'סאטמאר, קען זיין אז מען שטייט יעצט אין א שטאפל ווי נאך פסח, אז ווער עס איז אויסגעט=שטעלט דערצו האט עס באקומען, און ווער עס האט עס נישט באקומען, איז אדער שוין אימיונט, אדער באקומט ער עס נישט. איך זאג נאר א סברא, נישט אז איך ווייס

דער עיקר איז, מיר האלטן יעצט אין די טעג פון תשובה, טעג וואס מען איז ממליך דעם אויבערשטן, דארפן מיר וויסן אז פאניק טאר נישט זיין, מען דארף טון וואס די מומחים הייסן אלץ ונשמרתם, און גלייבן אז קוב"ה איז דער וואס גיבט עס פאר עם יא און פאר עם נישט, פאר יענעם שטערקער, און פאר דעם שוואכער, און זאל קוב"ה העלפן און אין די נייעם יאר עס אינגאנצן אוועקנעמען און זאל די יאר ת'הא ש'נת פ'דות א'מן


עס דרייט זיך ארום ליידער אין וויליאמסבורג און בארא פארק
Ecco Men's Melbourne Slip On Slip-On Loafer $65
https://amzn.to/34zrfdT

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

רויט
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך רויט » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 6:33 pm

קלוגע חכם האט געשריבן:איך האב אויך אזוי געטראכט אז די סיבה פארוואס קרית יואל איז יעצט מער דא די קאראונע ווי די אנדערע שטעט,

אל תפתח פה....
דאס אז די ווייסט פון קרית יואל איז פשוט אדער ווייל די וואוינסט דארט, אדער ווייל די האסט געזעהן צעטלעך וואס מאכן א מצב דערפון, אין מציאות איז עס נישט אנדערש וואו ערגעץ אנדערש, אדרבא פרעג דיך נאך וויפיל קאלס די הצלה וואלענטירן האבן א טאג אין אלע היימישע מקומות, און דאן פארגלייך עס פרעצענטאל צו די צאל תושבים פון דעם מקום.
יא, מדארף איבעראל צוקומען צו רחמי שמים מרובים!
מען דארף אכטונג געבן ביים שרייבן אויף א פאבליק פלאץ איבער א ספצעפישע שטאט אדער קאמיונטי ווייל עס איז איז דא גרויסע און ברייטע אויגן, וועלכע זוכן און לעכצען אויף אביסל סחורה.

אין די עבר האט עס געברענגט:
א מאנגעל אין נורסעס און מעדיקעל באמטע אין קרית יואל - צוגעשפארט אשת חיל - נישט געווען קיין הילפערענס אין די שטובער - ווען איך בין אריין אין א געשעפט אינדרויסן פון קרית יואל איז א "נישט איד" אוועקגעלאפן פון נעבן מיר (ב"ה...) וואו נאר ער האט באמערקט אז א איד שטייט אין זיינע 10 פיס, -
ווער געדענקט נאך די העצעריי פסח צייט? כדערמאן מיך ביי שריפת חמץ וואו עס שטייט א ריפארטער און ווארט נאך יעצט... צו טרעפן מענטשען ארויסקומען פון די קארס און מאכן א פיקטשער דערפון...
ועוד ועוד, ותוצאותיו מי יושירנה. חכמים הזהרו בדבריכם!

הרב_שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8076
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 6:43 pm

איינער ווייסט פון א הכנסת אורחים שטוב אדער א דירה צו דינגען אין קרית יואל פאר א וואך
Ecco Men's Melbourne Slip On Slip-On Loafer $65
https://amzn.to/34zrfdT

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

חסד השם
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך חסד השם » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:30 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:אין קרית יואל דארף מען בלויז נישט גיין אין ביהמ"ד און גראסערי, און מ'טרעפט קיינעם נישט, אין שטאט איז נישט מעגליך אויסצומיידן די מענטשהייט.

גערעכט,

און די הייזער על פי רוב פון די עלטערע זענען סך גרעסער געבויעט מיט עקסטערע בעסמענטס וואס סאיז געווען סך גרינגער צי מענעזשען,

די צענטראלע בתי מדרשים זענען געווען ציגעשפארט און לכבוד די גרעסערע הייזער אין באקוועמערע חצירות זענען שטארק אנגעגאנגען סאושעל דיסטעסינג מנינים אויף א שטערקערע פארנעם ווי סאיז אפי געווען באשריבען אין די גויאישע צייטונגען,

ביי די פאר גרויסע גראסערעריס האט מען זייער זייער געוואטשט אויף מאסקעס הענטשיך וכו, פלאס וואס דארט איז סך מער אויסגעשטעלט צי פאון ארדערס ובפרט ביי עלטערע אידען,

די וויליזש טעקס פארס האט גראד פארשאפט הענטשיך אין מאסקעס ווען די נייעס האט אנגעפאנגען אריינציקומען פון בפ אין ווילי, אין עס געגעבען פאר אלע גראסעריס צי טיילען,

אין די גראסעריס זענען געווען זייער שטרענג ביז צוויי וואכען נאך פסח מיט קינדער זאלען נישט קומען שאפינג vs וויליאמסבורג זענען שוין קינדער געווען געהעריג אין גראסערי פאר פסח, ווי דען האט מען זיי געקענט לאזען גיין אויסליפטערען

ווען מהאט געעפענט די גרויסע בתי מדרשים אין מקואות איז עס געגאנגען מוראדיג מסודר אין זייער שטאטליך פאר עטליכע וואכען ציזאמען מיט די העלט באאמטע פון קרית יואל אין אומאפציעל מיט די סטעיט העלט,

מאיז למשל דורך געגאנגען מיט די שעריפ'ס און די העלט אפישעלס די היכל התורה און אויף זייער רעקאמענדעישענס האט מען אויסגעשטעלט די טישען דאבעל אז מזאל זיצען ווייט אין מהאט געקענט אריינקומען פאר עטליכע וואכען נאר מיט א מאסק וואס מהאט געקענט אויסטון נאר ווען מאיז געזיצען אויפן פלאץ, מהאט נישט געלאזט שמועסען אין די לאביס, און מהאט געטשעקט יעדעמס פיבער יעדעס מאל מאיז אריינגעקומען אין בנין, אין מקוה איז געווען א פארמאכטע קאפסול אויף יעדעמס פלאץ,


הכלל מהאט פיין געוואטשט דארטען,

וועגן מנינים ביסטו אפשר גערעכט.

אבער גראסערי האביך געהאט אייגענע עקספיריענס ווען און ווילי איז מען נאך היפש געגאנגען מאסקעס איז און ריפערש און ביי לאנדאס און קר"י נישט געווען קיין זכר פון קיין מאסקעס
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 9:52 pm

הרב_שלום האט געשריבן:איינער ווייסט פון א הכנסת אורחים שטוב אדער א דירה צו דינגען אין קרית יואל פאר א וואך

פילמאר גארדענס
סעפייער
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
נחזור לענינינו
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך נחזור לענינינו » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 10:54 pm

שמערלער האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:איינער ווייסט פון א הכנסת אורחים שטוב אדער א דירה צו דינגען אין קרית יואל פאר א וואך

פילמאר גארדענס
סעפייער


פילמאר גארדאנ'ס 8455005600

אפשר נישט
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 11:12 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אפשר נישט » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 11:30 pm

נחזור לענינינו האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:איינער ווייסט פון א הכנסת אורחים שטוב אדער א דירה צו דינגען אין קרית יואל פאר א וואך

פילמאר גארדענס
סעפייער


פילמאר גארדאנ'ס 8455005600

שטוב אדער דירה?
ס'איז דא א דירה אויף ישראל זופנוק (בערך 6 בעטן, שיינע דייניגרום, קליינע קאך) אויב דו דארפסט דעם נומער קען איך מיר נאכפרעגן

אוועטאר
milech fried
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך milech fried » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 3:38 pm

קען מיר איינער גיבן א לינק צו לעצטע פאר הקריה אויסגאבעס?
א שיינעם דאנק פון פאראויס

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5604
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך eller » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 4:11 pm

וויפיל איז די עוורידזש וואס עס קאסט רענט פאר א 3 בעדרום דירה (אדער א 5 רומיגע דירה) ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 4:23 pm

1600-1700
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 4:28 pm

אחת ואחת האט געשריבן:1600-1700

שווער צו טרעפן בכלל, אויב עפעס פאר 1800 אפי׳ עס איז א אלטע
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך IMBZ » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 4:28 pm

אחת ואחת האט געשריבן:1600-1700

מיינסט אזוי ווילסטי ליידער איז עס אסאך העכער

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 4:29 pm

eller האט געשריבן:וויפיל איז די עוורידזש וואס עס קאסט רענט פאר א 3 בעדרום דירה (אדער א 5 רומיגע דירה) ?

1800
2000
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: IMBZ, Kosher Travel, בבקשה, בילדער, בעסער אזוי, פּינטער, קיטשי, שיעלע בהמה און 80 געסט