נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 7:43 pm

בבנותינ"ו נלך כי חג ה' לנו:

יום טוב'דיגע שטימונג אינערהאלב בית רחל הויך-שולע צום אריבערגאנג בשעטו"מ אין נייער געביידע "בית רחל הויעך שולע אויף כהנא דריוו"

בנין געבויעט דורך הרבנית הצדיקת תליט"א און די לעידיס אקזולערי מיט די הילף פון חשוב'ע נדבנים

תלמידות שטארק באגייסטערט און איבערגענומען פון רחבות'דיגע קלאס צימערן און שטארקע הרחבת הדעת



הגיע היום! נאך לאנגע וואכן פון פיבערהאפטע צוגרייטונגען, מאסיווע אינוועסטירונגען און ווירבלדיגע טעטיגקייטן ארום דער אויפבוי און אויסשטאפירונג פונעם נייעם פרעכטיגן בית רחל געביידע אויף כהנא דריוו איז אנגעקומען דער פרייליכער מינוט פון פתיחת שערים, ווען די קרוב צו 1,000 הויך-שולע שילערניס בליעה"ר פון "בית רחל" ציען זיך אריין אין זייער נייער קעניגליכער היים, וואו מ'וועט קענען אנגיין מיט די לימודים מיט הרחבת הדעת און מנוחת הנפש בסייעתא דשמיא.

ברוך שהחיינו והגיענו לזמן הזה! יום זה בשורה לנו לתושבי קרית יואל! די יעצטיגע מאמענטן זענען ווירקליך גאר פריידיגע און היסטארישע בקורות דברי הימים לממלכת מוסדות סאטמאר קרית יואל, ווען ס'ווערט געפייערט דער ערפענונג פונעם גראנדיעזען "בנין בית רחל"; די הערליכע נייע בנין אויף כהנא דריוו וואס איז אויפגעבויעט געווארען דורך הרבנית הצדיקית תליט"א מיט די הילף פון די לעידיס אקזולערי און די חשובע נדבנים שיחיו

בסך הכל אנהאלט דער פרישער הערליכער בנין פרישע 44 רחבות'דיגע קלאסן ווי אויך געפונט זיך אויפן צווייטן שטאק די צענדליגע אלף בית קלאסן פאר די ערשטע קלאס תלמידות, און אויפן העכסטן שטאק געפונט זיך דער מעכטיגער אדאטארטים אויף וואס די חשובע תלמידות קוקן שוין ארויס אזויפיל יאר, און אלע שטאקן אינאיינעם איז די גרויסקייט פון 75,000 סקווער-פיס; פונעם פינאנציעלן שטאנדפונקט איז די רעדע פון א פרישער היסטארישער אונטערנעמונג וואס האט אפגעקאסט די אסטראנאמישע ריזיגע ציפערן פון קרוב צו 14 מיליאן דאלאר! וואס די הנהלת המוסדות האט אינטערגענומען פאר'ן ווייטערדיגן עתיד פון די הייליגע מבצרי התורה והחינוך אין דעם עיר גדולה לאלקים.

מיט'ן עפענונג/באנייאונג פונעם נייעם בנין ווערט געעפנט א פרישע בלעטל אין די גאלדענע תקופת השתלשלות של הרחבת גבולי הקדושה פון די הייליגע מוסדות, דער גלאררייכער חינוך-אימפעריע בתוככי עירנו, פלעכטנדיג פרישע דיאמאנטישע רינגעלעך אין די הייליגע קייט פון די מוסדות הקדושים והמפוארים, אשר יסודתו בהררי קודש דורך אבינו רועינו גאון עוזינו רבינו הקוה"ט זי"ע, וואס איז לאחריו נמשך ונתרחב געווארן ביתר שאת תחת הנהגתו פון רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע, און ס'ווערט בעז"ה היינט פארגעזעצט מיט א שטוינענדע בליה און וואוקס בלי עין הרע, אונטער די הדרכה ונשיאות הקודש פון איתן אדונינו כ"ק מרן רבינו עטרת ראשינו שליט"א, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!

ווי פארשטענדליך איז דער פריידיגער שעה נישט אזוי לייכט אנגעקומען. שוין נאך די פאקטישע בוי-ארבעט, איז דורכאויס די פארגאגנענע וואכן אריינגעלייגט געווארן אומערמידליכע כוחות אויף אלע פראנטן. רונדע דעם זייגער האט מען געארבעט צו קענען פולקאם אויסרישן אלע קלאס-רומ'ס, עס-זאלן, אפיסעס וכדו', אז מ'זאל דאס קענען עפענען וואס פריער מעגליך, נאכצוקומען דער דרינגענדער געברויך צו לינדערן דאס דחקות אין אלע בניני בית רחל.

במשך די פארגאנגענע טעג, איז געווארען דורכגעפירט די מאסיווע מופען-פראצעדור אויף א מוסטערהאפטיגן סדר און ארדענונג בס"ד, קאארדיאנירט און באגלייט דורכ'ן געטרייען מענעדזשער פון די בית רחל-הויך-שולע אפטיילונגען, הרה"ח ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו, וועמענ'ס אויסטערלישע אקטיווע ראלע במסירות נאמנה טוט בעז"ה אסאך באשטייערן צום הצלחה פון דעם היסטארישן איבערגאנג וחנוכת הבנין.

לעת עתה איז נאר פארענדיגט געווארען די דריי הויעך שולע שטאקן, אין די יעצטיגע טעג גייט אן די לעצטע ארבייט אויף די ערשטע צוויי שטאקן פונעם בנין, ווי אויך אינעם העכסטן שטאק פונעם בנין ווי עס וועט זיך געפונען דעם אדאטארים, די ארבייט איז ערווארטעט צו ווערן פערטיג תיכף נאך יום טוב צו די פרייד פון אלע חשובע תלמידות שיחיו.

כי עתה הרחיב ה' לנו! די עפענונג פון די נייע שטאקן פארשפרעכט צו ברענגען אן עטוואסע לינדערונג אינעם אומגעהויערן דחקות אין פלאץ וואס פלאגט אלע בניני בית רחל. גלייכצייטיג אזוי ווי מיט'ן עפענען דעם נייעם בנין פאר די הויך-שולע קלאסן, קומט מיט שינוי מקומות אינערהאלב אלע ברענטשעס פון בית רחל, ווערט די שמחת פתיחת שערי הבנין פארוואנדלט ווי א פערזענליכע פריידיגע געשעעהניש וואס נעמט ארום אלע טויזנטער תלמידות בליעה"ר פון אלע סניפי ובניני בית רחל.

הבונה בית חדש מברך שהחיינו! הרחיבי מקום אהלך ויריעות משכנותיך יטו!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24507
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:15 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:הענגט דאס שוין אין א ביהמ"ד?

געקריגן פון קהל'ס אפיציעלע אימעיל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1836
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:19 pm

farshlufen האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:הענגט דאס שוין אין א ביהמ"ד?

געקריגן פון קהל'ס אפיציעלע אימעיל

יא עס הענגט
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

Browsing
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך Browsing » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:23 pm

קהל יטב לב מהרי"י קרית יואל
צוגעלייגטע
IMG-20200916-WA0019.jpg
IMG-20200916-WA0019.jpg (172.28 KiB) געזעהן 1378 מאל

יעקער
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 20, 2017 1:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך יעקער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:38 pm

שמייכל תמיד האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:דער צעטל קוקט אויס ווי געשריבן דורך פורים קהל
ואתחם הסליחה

די צעטל איך עכט, יעצט באקומען פון קהלס אימעיל
ברויך נאר א פירוש

וויאזוי גייט מען ארויף אויף קהל׳ס אימעיל ליסט?

אפשר נישט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 11:12 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אפשר נישט » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:49 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:וואס איז דו אויפטו פון פראווען אין גרויסן ביהמ"ד קר"י אדער וויליאמסבורג?

די צעטל ליינט זיך אביסל צומישט. די אסיפה בענין יו"כ, החלטה בענין ר"ה.

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? די מיטינג איז געווען פארריפן וועגן יו"כ און מהאט גערעדט פון ר"ה אויך

וואס האט רופאים מומחים מיטן החלטה פון בלייבין אין קרית יואל?
מ'רעד א פלאן אז דער רבי זאל ארויפגיין אויפן ארון קודש זאגן לשנה טובה

אוועטאר
נחזור לענינינו
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך נחזור לענינינו » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:53 pm

געהערט האב איך אז די רופאים מומחים האבען געזאגט, אז אויב יעדער איינער בלייבט ווי ער איז, איז עס בעסער.

אוועטאר
שמייכל תמיד
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך שמייכל תמיד » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 9:31 pm

יעקער האט געשריבן:
שמייכל תמיד האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:דער צעטל קוקט אויס ווי געשריבן דורך פורים קהל
ואתחם הסליחה

די צעטל איך עכט, יעצט באקומען פון קהלס אימעיל
ברויך נאר א פירוש

וויאזוי גייט מען ארויף אויף קהל׳ס אימעיל ליסט?

בלייב שילדיג מעמבערשיפ :lol:
(איך ווייס ניטאמאל פון ווי זיי האבן מיין אימעיל)
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד

אוועטאר
נחזור לענינינו
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך נחזור לענינינו » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 9:38 pm

וואסי פשט מ'האט אוועקגענומען די טרעפיק לייט ביי העיס און פארעסט ?

חסד השם
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך חסד השם » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 9:58 pm

נחזור לענינינו האט געשריבן:געהערט האב איך אז די רופאים מומחים האבען געזאגט, אז אויב יעדער איינער בלייבט ווי ער איז, איז עס בעסער.

מקען נאר קומען אויף יום טוב פון קר"י צו וויליאמסבורג?
פון ווילי אויף קר"י קען מען נישט?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 10:07 pm

חסד השם האט געשריבן:
נחזור לענינינו האט געשריבן:געהערט האב איך אז די רופאים מומחים האבען געזאגט, אז אויב יעדער איינער בלייבט ווי ער איז, איז עס בעסער.

מקען נאר קומען אויף יום טוב פון קר"י צו וויליאמסבורג?
פון ווילי אויף קר"י קען מען נישט?


ביטע, נישט אריינגיין אין פרטים, עס איז נישט קיין טובה, והמבין יבין.

ככתוב, שומרים הפקד לעירך כל היום וכל הלילה, שועלים הלכו בו, עין רואה ואוזן שומעת וכל מעשיך בספר נכתבים,
אבל, אם אני כאן הכל כאן, עין לא ראתה, שתום העין, לא ירעו ולא ישחיתו, ולא מצאתי לגוף טוב אלא שתיקה, ודי לחכימא ברמיזא.

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 10:17 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:סאיז עכט נישט אזוי שווער צו פארשטיין
אבער מסביר זיין קען מען נישט אין פובליק
עיין ערך א' סליחות

אויב עפעס איז קרית יואל יעצט אינטער א גרעסערע פארגרעסען גלאז ווי וויליאמסבורג

נחזור לענינינו האט געשריבן:געהערט האב איך אז די רופאים מומחים האבען געזאגט, אז אויב יעדער איינער בלייבט ווי ער איז, איז עס בעסער.

א גרויסע עולם פלעגט אריינפארן?
וואס מיינט יעדער בלייבט ווי ער איז? פארוואס ווען די רבי איז אין וויליאמסבורג בלייבט נישט יעדער ווי ער איז, און ווען די רבי איז דא בלייבט יא יעדער ווי ער איז?

וויליאמסבורג גייט יעצט צוריקגעבן געלט פאר ווער סהאט געדינגען זיצן?

כזעה קיינער קען עס דערווייל נישט געהעריג מסביר זיין. נישט די ערשטע זאך וואס איך פארשטיי נישט
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2029
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re:

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 10:54 pm

סיז מסודר האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:סאיז עכט נישט אזוי שווער צו פארשטיין
אבער מסביר זיין קען מען נישט אין פובליק
עיין ערך א' סליחות

אויב עפעס איז קרית יואל יעצט אינטער א גרעסערע פארגרעסען גלאז ווי וויליאמסבורג

נחזור לענינינו האט געשריבן:געהערט האב איך אז די רופאים מומחים האבען געזאגט, אז אויב יעדער איינער בלייבט ווי ער איז, איז עס בעסער.

א גרויסע עולם פלעגט אריינפארן?
וואס מיינט יעדער בלייבט ווי ער איז? פארוואס ווען די רבי איז אין וויליאמסבורג בלייבט נישט יעדער ווי ער איז, און ווען די רבי איז דא בלייבט יא יעדער ווי ער איז?

וויליאמסבורג גייט יעצט צוריקגעבן געלט פאר ווער סהאט געדינגען זיצן?

כזעה קיינער קען עס דערווייל נישט געהעריג מסביר זיין. נישט די ערשטע זאך וואס איך פארשטיי נישט

מפלעגט כמעט נישט אריינפארן פון קרית יואל, די ביהמ"ד אין קרית יואל איז פוהל יעדע ראש השנה

שב ואל תעשה עדיף, כדי שלא יאמרו הבריות, מוטב יהו שוגגין ואל יהו מזידין, טוב השם לכל ורחמיו על כל מעשיו
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

Kollel
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך Kollel » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:14 pm

נחזור לענינינו האט געשריבן:וואסי פשט מ'האט אוועקגענומען די טרעפיק לייט ביי העיס און פארעסט ?

קוק צוריק 1 בלאט.
viewtopic.php?p=2394294#p2394294
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:02 am

איך מיין אז עס איז מער צו שיקן די מעסידטש בלייבטס אינדערהיים.
מען דארף מתפלל זיין ראש השנה ווייל עס איז ליידער נאך נישט קיין פארגאנגענהייט.

אפשר קען אויך זיין ווייל קרית יואל ביהמ"ד כמעט דאבעל אזוי גרויס ווי אין וומ"ס וועט עכ"פ נישט זיין אזוי שטארק אנגעלייגט. געדענקט עס מעג נאר זיין ביז 50% עקאפעסעטי. אין קרית יואל איז עס מער שכל'דיג,.....
לעצט פאראכטן דורך סאדאם חוסעין אום דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

געטרייער חסיד
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2020 10:04 pm

תגובהדורך געטרייער חסיד » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:17 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך מיין אז עס איז מער צו שיקן די מעסידטש בלייבטס אינדערהיים.
מען דארף מתפלל זיין ראש השנה ווייל עס איז ליידער נאך נישט קיין פארגאנגענהייט.

אפשר קען אויך זיין ווייל קרית יואל ביהמ"ד כמעט דאבעל אזוי גרויס ווי אין וומ"ס וועט עכ"פ נישט זיין אזוי שטארק אנגעלייגט. געדענקט עס מעג נאר זיין ביז 50% עקאפעסעטי. אין קרית יואל איז עס מער שכל'דיג,.....

ביידע בתי מדרשים איז די זעלבע פול אלע זיצן, קיין חילוק צו דער רבי איז דארט אדער נישט, סה"כ איז דער דורכגאנג מער אנגעלייגט דארט וואו דער רבי איז, ווייטער קיין חילוק צו ווילי אדער מאנרא.
סא חילוק? קאראנא! א תירוץ פאר די ...

zurich
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך zurich » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:20 am

זיי זאלן יעצט זאגן דע פלענער אויף צווייטע טעג נישט אינמיטען משנה תורה.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:24 am

zurich האט געשריבן:וואס סאיז בעסער קר"י כלפי די וויירוס אליין אדער פארן

ווייסט איינער צו דעס מיינט שוין שמחת תורה אויכעט??.... איך מיין אז זיי כאפן נישט וויפעל מענטשען אזא לעצט מינוטיגע טויש עפעקט.[/quote]
סתם נייגעריג וואס וואלט געווען ווען 'זיי כאפן' ווען יא.
דאס איז אמאל זיכער, אז 'כאפן' דארפן זיי..[/quote]
זיי זאלן יעצט זאגן דע פלענער אויף צווייטע טעג נישט אינמיטען משנה תורה.[/quote]
זיי קענען דיר זאגן די יעצטיגע פלענער, לויט די יעצטיגע מצב, קיינער האט נישט קיין רוח הקודש.

היינט האט מען ליידער ארויף געלייגט א איד אויף א רעספערעטער איז געווארן געצויגן די שטריק אזוי,
דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל האבן רואיגע דריי וואכן ביז שמחת תורה, וועט מען קענען בעזהשי"ת זיין אין וויליאמסבורג.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

געטרייער חסיד
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2020 10:04 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך געטרייער חסיד » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:34 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:זיי זאלן יעצט זאגן דע פלענער אויף צווייטע טעג נישט אינמיטען משנה תורה.

זיי קענען דיר זאגן די יעצטיגע פלענער, לויט די יעצטיגע מצב, קיינער האט נישט קיין רוח הקודש.

היינט האט מען ליידער ארויף געלייגט א איד אויף א רעספערעטער איז געווארן געצויגן די שטריק אזוי,
דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל האבן רואיגע דריי וואכן ביז שמחת תורה, וועט מען קענען בעזהשי"ת זיין אין וויליאמסבורג.

איך וואלט ג'עצה'ט אז אזווי מ'האט ליידער היינט ארויפגעלייגט א איד אויף א רעספירעיטאר, זאל דער שמש טיילן ערב יוה"ק בראוני קעיק אנשטאט מארבל, והכל על מקומו יבא בשאלעם

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 2:11 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:קיינער האט נישט קיין רוח הקודש.

ח"ו אזוי צו רעדן
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 7:49 am

ארויפגעלייגט א איד אויף א רעספערעיטאר, וואו? אין וועלכע שטאט?

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:45 am

שואלכענין האט געשריבן:ארויפגעלייגט א איד אויף א רעספערעיטאר, וואו? אין וועלכע שטאט?

קרית יואל,
ב''ה שוין אראפגענומען די רעספרעטאר פון די אנדערע אינגערמאן וואס מהאט ארויפגעלייגט זינטאג

אדערווייל זענען גייען א מיעוט מחמת חסרון ידיעה צישטיפט אין פאבליק מענטשן מיט פיבער און מיט שטארקע היסן אן מאסקעס און אן סאשל דיסטינס

געלט גייערס גייען צו 1800 מענטשן א טאג מבייגט זיך איין צו בעטן געלט טשענטנש נישט טראכטנדיג אז איינער פון די 1800 האבן די וויירוס און 4 טעג שפעטער גייען זיי ווייטער נאך געלט צו 1800 מענטשן אן קיין מאסק נישט טראכטנדיג אז די קאפ וואס טיט וויי און די היס איז די וויירוס
שמשים גייען שערן היינט נאכט עטליכע 100 מענטשן אן מאסקעס און ערב יום כיפור טיילן פארן פאר קעיק
נארמאל מענטשן קומען נישט אין פאבליק ווען זיי פילן נישט גוט אבער סאיז דא א מיעוט מחמת חסרון ידיעה וואס קומען יא
לעצט פאראכטן דורך לייטער אום דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:58 am

איך פארשטיי נישט וואס ענק פארשטייען נישט, למעשה איז דא פרישע קאראנא קעיסעס, די רוגירונג דרייט אין קאפ, אין קרית יואל איז גרינגער ווייל די קרית יואל׳ער רעגירונג מאכט נישט אזוי משוגע.
איך מיין אז קיינער וויל נישט אז די פאליציי אין וויליאמסבורג זאל אנקומען אינמיטן יו״ט און פארשיקן דעם עולם.

אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אחראי » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:28 am

טייערע אידן, א דערמאנונג, ס'איז א טאג פאר ראש השנה.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:20 am

בס"ד
מיינע צוויי צענט, א גוטן ערב ראש השנה, א כתיבה וחתימה טובה, ת'כלה ש'נת פ'אליטיק - ת'חל ש'נת פ'שוט א'חדות.
איך פארשטיי אז צו זיין אין נ.י. סיטי מיט אונזער שוטה ארוך אומאויסגערעכנטער פירער - נאכן זען וואס ער האט געטון ביי די לוי' פון ר' חיים זצוק"ל - פעלט נישט אויס מער ווי א רעפארטער זאל אים פרעגן, און ער אליין זאל זיין דא ביי די זעקסטע הקפה מיט די שעריפס אויב די פאליציי וועט נישט וועלן קומען.
אין קרית יואל, בדרך הטבע מיט ר' אברהם ווידער'ן וועט מען זיך דורך קומען ער וועט איינזיצן.
כנלע"ד.
און ליידער ביי קאראנע וואס איז שוין מיט אונז איבער א האלבע יאר זעט נישט אויס אז ס'וועט זיין עפעס א זאכליכע טויש אין פאליסי און אין די מידיע איידער נאוועמבער וואלן, אויב יא נאר צו מאכן די פאניק און שרעק גרעסער. אלזא בדרך הטבע וואלט איך נישט איינגעשטעקט געלט אז די הקפות וועט זיין אין די סיטי. פינטל.
זייט מיר מוחל אבער דאס איז די מצב אין מיינע אויגן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, באגלייבט, ענגלישע בירגער, שופר און 25 געסט