נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:50 am

ס'איז נאך טופח על מנת להטפיח

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3786
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:54 am

קוק וואו עס הענגט א צדקת העיר תשליך סיין און זאג דארט. מאכט נישט אויס צו עס איז דא וואסער צו נישט
בוי זיך זעלבסט

באטעמטקייטן
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך באטעמטקייטן » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:52 am

צו געזונט האט געשריבן:קוק וואו עס הענגט א צדקת העיר תשליך סיין און זאג דארט. מאכט נישט אויס צו עס איז דא וואסער צו נישט

הממ.... כ'מיין אז ס'מאכט יא אויס. קען זיין ס'דאכט זיך מיר נאר....
טעמו וראו. כי.....

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:51 am

קיקט אויס אז זיי האבן געזעהן ווי דער עולם דא רעדט זיך אפ אויף זייער געשריבענע עד'ס
צוגעלייגטע
Captur1e.JPG
Captur1e.JPG (126.65 KiB) געזעהן 2991 מאל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
אלטער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5330
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אלטער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 1:37 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:קיקט אויס אז זיי האבן געזעהן ווי דער עולם דא רעדט זיך אפ אויף זייער געשריבענע עד'ס

דער עיקור איז מ'זעט א הוט, פיאות, מיט ציצית...
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

ווען גייט זיין די וואלן?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך סיז מסודר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 2:04 pm

א הוט אן א רעקל... וואס פארשטייט א גוי...
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

מקשה זהב
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:02 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך מקשה זהב » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:28 pm

איז דא ערגעץ צו דינגען א טראק אויף א שעה-צוויי צו טראגן-ברענגן סוכה ברעטער פאר א ביליגער-ווי-פער-טאג פרייז?

(א שטייגער ווי דער טראק/ווען וואס האום דיפאו אדווערטייזד דא ארויפציר?).

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:44 pm

סיז מסודר האט געשריבן:א הוט אן א רעקל... וואס פארשטייט א גוי...


אלף
ווען מבויעט א סוכה און משלעפט העלצער לאזט מען די הוט און רעקל אין קלאזעט
בית
אין האום דיפאו נהגו אז מגייט נישט מיט קיין הוט
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:30 pm

די עד האט דאך א אידישע גראפיקס פירמע געמאכט.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך סיז מסודר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 5:39 pm

מקשה זהב האט געשריבן:איז דא ערגעץ צו דינגען א טראק אויף א שעה-צוויי צו טראגן-ברענגן סוכה ברעטער פאר א ביליגער-ווי-פער-טאג פרייז?

(א שטייגער ווי דער טראק/ווען וואס האום דיפאו אדווערטייזד דא ארויפציר?).

וואס איז שלעכט מיט א האום דיפאו טראק/ווען?
אלע טראק רענטלס פארדינגען פאר 19.99 א טאג פלאס בערך 0.79 פער מייל
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

יצחק ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך יצחק ברוך » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 6:12 pm

יו האול איז אויך בערך 20-30 דולר א טאג פלאס מיילידזש.
בעסט אז מ'באשטעלט פון פאראויס.

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך נישטאמת » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:08 pm

קרייסלער האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:א הוט אן א רעקל... וואס פארשטייט א גוי...


אלף
ווען מבויעט א סוכה און משלעפט העלצער לאזט מען די הוט און רעקל אין קלאזעט
בית
אין האום דיפאו נהגו אז מגייט נישט מיט קיין הוט

בין איך היינט געווען אין האום דיפאו און געזען א פאר אידן מיט היטן

האקט

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:54 pm

זײ פארקויפן אויך סוכה ברעטער?

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:55 pm

ניין

נעה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך נעה » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 2:34 am

איך ווינדער מיר יעדע יאר פארוואס מקויפט סוכה ברעטער
ווען מקען קויפן פלייוואדס וואס נעמט אויף ווייניגער פלאץ און סאיז ווארעמער פלאס מדארף נישט אזוי פיל שטיקלעך
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24547
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:15 am

מ'קען טאקע מיט פילצאליגע אלגעמיינע מאטריאל בויען א סוכה, אבער מ'דארף האבן א גמרא קעפל מיט געניטע הענט דאס צו קענען באווייזן, ובכן גייען רוב אידישע קינדער די גרינגע וועג און נעמען מן המוכן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך יש בו » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:20 am

איך ניץ פליואד, נאר ווי באלד עס איז זייער ברייט האב איך דאס צישניטן אויף האלב, ווי אויך כדי דאס צו קענען מחבר זיין איינס צום אנדערן האב איך געמאכט אזא פרעים פון די בעק מיט 2X2

ויהי לפלא
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך סיז מסודר » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:29 am

די מעלות פון פלייוואד:
ביליג
האלט אסאך לענגער
האלט ווארעמער

חסרונות:
שווערער צו שלעפן, סוועגט און סהאט נישט ווי אנצוכאפן
סווערט נישט טייט איינס צום צווייטן און סבלייבט שפאלטן
מדארף זיין הענדי עס צו בויען (חוץ אויב מהאט א פרעים)
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:50 am

סיז מסודר האט געשריבן:די מעלות פון פלייוואד:
ביליג
האלט אסאך לענגער
האלט ווארעמער

חסרונות:
שווערער צו שלעפן, סוועגט און סהאט נישט ווי אנצוכאפן
סווערט נישט טייט איינס צום צווייטן און סבלייבט שפאלטן
מדארף זיין הענדי עס צו בויען (חוץ אויב מהאט א פרעים)

וויאזוי קען מען בויען מיט פלייוואד אן א פרעים?

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך סיז מסודר » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:51 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:די מעלות פון פלייוואד:
ביליג
האלט אסאך לענגער
האלט ווארעמער

חסרונות:
שווערער צו שלעפן, סוועגט און סהאט נישט ווי אנצוכאפן
סווערט נישט טייט איינס צום צווייטן און סבלייבט שפאלטן
מדארף זיין הענדי עס צו בויען (חוץ אויב מהאט א פרעים)

וויאזוי קען מען בויען מיט פלייוואד אן א פרעים?

ממאכט יעדעס יאר א פראוועזארישע פרעים מיט 2X4
לעצט פאראכטן דורך סיז מסודר אום מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:52 am

איינער ווייסט ווער עס פארקויפט סוכה ברעטער און דעליווערט צו די קעטסקילס?

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:52 am

סיז מסודר האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:די מעלות פון פלייוואד:
ביליג
האלט אסאך לענגער
האלט ווארעמער

חסרונות:
שווערער צו שלעפן, סוועגט און סהאט נישט ווי אנצוכאפן
סווערט נישט טייט איינס צום צווייטן און סבלייבט שפאלטן
מדארף זיין הענדי עס צו בויען (חוץ אויב מהאט א פרעים)

וויאזוי קען מען בויען מיט פלייוואד אן א פרעים?

ממאכט א פרעים מיט 2X4


אה.
:smile:

אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך טראכט א מינוט » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 7:43 pm

וואס איז די פלאן מיט תקועות שופר פאר די אידען וואס ליגען אין בעט?
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פעטער משה » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 8:24 pm

טראכט א מינוט האט געשריבן:וואס איז די פלאן מיט תקועות שופר פאר די אידען וואס ליגען אין בעט?

דער ניקעלשבורגער וועט שוין בלאזען מן הסתם אויף קול מבשר

אוועטאר
נחזור לענינינו
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך נחזור לענינינו » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 8:30 pm

טראכט א מינוט האט געשריבן:וואס איז די פלאן מיט תקועות שופר פאר די אידען וואס ליגען אין בעט?

דערמאנסטע מיר,.. בערך צען יאר צירוק אין די אהלים אין אומן איז דער עולם אפגעליגען אין די בעטן פון פארדארבענע עסן, און מ'איז געקומען בלאזן שופר פאר זיי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, וימאןX3 און 45 געסט