נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ראש חדשים
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ראש חדשים » זונטאג יוני 28, 2020 6:29 pm

ggg האט געשריבן:שוין ווייטער....

ווי ליגט די דאזיגע מודעה?

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג יוני 28, 2020 11:06 pm

סקולענער רבי שליט"א וועט אי"ה וויילן אויף קומענדיגע פאר וואכן אין קרית יואל למנוחת הנפש
האכסניא בבית הרבני הנגיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש

אוועטאר
מארגן
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך מארגן » זונטאג יוני 28, 2020 11:08 pm

ער גייט פירן טיש דא?
שמחי פליס קום צוריק
------------------------------------
Morganivelt@gmail.com

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג יוני 28, 2020 11:11 pm

מארגן האט געשריבן:ער גייט פירן טיש דא?

לויט ווי איך האב געהערט דעם שב"ק פון רבינ'ס קינדער הייסט עס אז דער רבי שליט"א וועט וויילן אין קרית יואל אויף 3 שבתים, און וועט מסתם פירן טיש אין איינע פון די שבתים צו אפילו 2, לכאורה וועט איין שב"ק זיין פריוואט.
אבער אין סקולען קענען זיך אלץ זאכן טוישן, דעריבער וועלן מיר אי"ה אפדעיטן ווי נאר עס קומט אריין עפעס נייעס

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג יוני 28, 2020 11:12 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:סקולענער רבי שליט"א וועט אי"ה וויילן אויף קומענדיגע פאר וואכן אין קרית יואל למנוחת הנפש
האכסניא בבית הרבני הנגיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש

ער איז שוין דארט? כ'האב אים נאך געוואלט כאפן אין בארא פארק פאר מ'פאר מיר אין קאנטרי
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג יוני 28, 2020 11:13 pm

lebediger berel האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:סקולענער רבי שליט"א וועט אי"ה וויילן אויף קומענדיגע פאר וואכן אין קרית יואל למנוחת הנפש
האכסניא בבית הרבני הנגיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש

ער איז שוין דארט? כ'האב אים נאך געוואלט כאפן אין בארא פארק פאר מ'פאר מיר אין קאנטרי

דער רבי איז יעצט אין מאנסי אויף א וואך-נאכט פון די ערשטע אור-אייניקל, לויט ווי עס הייסט יעצט וועט ער נישט אנקומען קיין קרית יואל ביז ליל ששי
אז איר ווילט כאפן דעם רבי'ן דאן קומט אריין מארגן כחצות היום צום ביהמ"ד אין בארא פארק וואו עס וועט אי"ה פארקומען דער ברית.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג יוני 28, 2020 11:17 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:סקולענער רבי שליט"א וועט אי"ה וויילן אויף קומענדיגע פאר וואכן אין קרית יואל למנוחת הנפש
האכסניא בבית הרבני הנגיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש

ער איז שוין דארט? כ'האב אים נאך געוואלט כאפן אין בארא פארק פאר מ'פאר מיר אין קאנטרי

דער רבי איז יעצט אין מאנסי אויף א וואך-נאכט פון די ערשטע אור-אייניקל, לויט ווי עס הייסט יעצט וועט ער נישט אנקומען קיין קרית יואל ביז ליל ששי
אז איר ווילט כאפן דעם רבי'ן דאן קומט אריין מארגן כחצות היום צום ביהמ"ד אין בארא פארק וואו עס וועט אי"ה פארקומען דער ברית.

שכח
אז מ'לעבט דערלעבט מען

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך Programming » זונטאג יוני 28, 2020 11:19 pm

אזוי פרי מאכט מען די ברית'ן? ביים טאטן פלעגט מען אריין כאפן אנטון תפילין און וואשן די הענט און סנדקאות סעקונדן פאר די שקיעה (איך רעד פון א לאנגן זומערדיגן נאכמיטאג)

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג יוני 28, 2020 11:21 pm

Programming האט געשריבן:אזוי פרי מאכט מען די ברית'ן? ביים טאטן פלעגט מען אריין כאפן אנטון תפילין און וואשן די הענט און סנדקאות סעקונדן פאר די שקיעה (איך רעד פון א לאנגן זומערדיגן נאכמיטאג)

ירידת הדורות, ליידער...

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג יוני 29, 2020 11:26 am

געווען מיטן קינד יעצט ביים קינדער דאקטאר,
דער דאקטאר האט אויסגעזעהן זייער נערוועז, און געזאגט אז מען זאל זיך רישן אז עפעס ערענסט איז לכאורה אויפן וועג ה"י
ער טענה'ט אז ער זעהט ווי דער קינדער וויירוס רוקט זיך אן, און ס'איז לע"ע גארנישט דא וואס מען קען טוהן חוץ זאגן א עקסטערע קאפיטל תהלים יעדן טאג
זאל דער אייבערשטער האלטן זיין רעכטער האנט

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג יוני 29, 2020 11:33 am

צייט שטיפער האט געשריבן:געווען מיטן קינד יעצט ביים קינדער דאקטאר,
דער דאקטאר האט אויסגעזעהן זייער נערוועז, און געזאגט אז מען זאל זיך רישן אז עפעס ערענסט איז לכאורה אויפן וועג ה"י
ער טענה'ט אז ער זעהט ווי דער קינדער וויירוס רוקט זיך אן, און ס'איז לע"ע גארנישט דא וואס מען קען טוהן חוץ זאגן א עקסטערע קאפיטל תהלים יעדן טאג
זאל דער אייבערשטער האלטן זיין רעכטער האנט

קודם גיי צום בעסטן קינדער דאקטער וואס איז עוועלעבל שוין, פארשטייט זיך מיט א קאפיטל תהלים און אפאר דאלער צדקה
אבער שוין, בלייב נישט ביי קיין פשוט'ן דאקטער און געלט טאר נישט זיין קיין אפהאלט. רעד מיט מרס. לאנדאס אפיס אויב ספעלט אויס
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג יוני 29, 2020 11:36 am

צייט שטיפער האט געשריבן:געווען מיטן קינד יעצט ביים קינדער דאקטאר,
דער דאקטאר האט אויסגעזעהן זייער נערוועז, און געזאגט אז מען זאל זיך רישן אז עפעס ערענסט איז לכאורה אויפן וועג ה"י
ער טענה'ט אז ער זעהט ווי דער קינדער וויירוס רוקט זיך אן, און ס'איז לע"ע גארנישט דא וואס מען קען טוהן חוץ זאגן א עקסטערע קאפיטל תהלים יעדן טאג
זאל דער אייבערשטער האלטן זיין רעכטער האנט

פון וואס רעדט איר? קאוואסאקי? איז דאס טאקע אן ערענסטע זאך? מען רעדט שוין וואכן לאנג דערפון. עס איז סך הכל ריפארטעד אין גאנץ נ.י. סטעיט עטוואס מער ווי 200 קעיסעס איבער די לעצטע 2 חדשים. זייער ווייניג איז געווען פאטאל.
איז דא עפעס פרישע אינפארמאציע דערוועגן?

monroe10950
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך monroe10950 » מאנטאג יוני 29, 2020 11:36 am

צייט שטיפער האט געשריבן:געווען מיטן קינד יעצט ביים קינדער דאקטאר,
דער דאקטאר האט אויסגעזעהן זייער נערוועז, און געזאגט אז מען זאל זיך רישן אז עפעס ערענסט איז לכאורה אויפן וועג ה"י
ער טענה'ט אז ער זעהט ווי דער קינדער וויירוס רוקט זיך אן, און ס'איז לע"ע גארנישט דא וואס מען קען טוהן חוץ זאגן א עקסטערע קאפיטל תהלים יעדן טאג
זאל דער אייבערשטער האלטן זיין רעכטער האנט

געוואלד, מען דארף רייסן הימלען....

monroe10950
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך monroe10950 » מאנטאג יוני 29, 2020 11:39 am

אחד הרבנים האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:געווען מיטן קינד יעצט ביים קינדער דאקטאר,
דער דאקטאר האט אויסגעזעהן זייער נערוועז, און געזאגט אז מען זאל זיך רישן אז עפעס ערענסט איז לכאורה אויפן וועג ה"י
ער טענה'ט אז ער זעהט ווי דער קינדער וויירוס רוקט זיך אן, און ס'איז לע"ע גארנישט דא וואס מען קען טוהן חוץ זאגן א עקסטערע קאפיטל תהלים יעדן טאג
זאל דער אייבערשטער האלטן זיין רעכטער האנט

פון וואס רעדט איר? קאוואסאקי? איז דאס טאקע אן ערענסטע זאך? מען רעדט שוין וואכן לאנג דערפון. עס איז סך הכל ריפארטעד אין גאנץ נ.י. סטעיט עטוואס מער ווי 200 קעיסעס איבער די לעצטע 2 חדשים. זייער ווייניג איז געווען פאטאל.
איז דא עפעס פרישע אינפארמאציע דערוועגן?

קאוואסקי איז א ביטערליכער קרענק וואס קומט ארויס נאך א וויירוס

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג יוני 29, 2020 1:17 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:סקולענער רבי שליט"א וועט אי"ה וויילן אויף קומענדיגע פאר וואכן אין קרית יואל למנוחת הנפש
האכסניא בבית הרבני הנגיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש

ער איז שוין דארט? כ'האב אים נאך געוואלט כאפן אין בארא פארק פאר מ'פאר מיר אין קאנטרי

דער רבי איז יעצט אין מאנסי אויף א וואך-נאכט פון די ערשטע אור-אייניקל, לויט ווי עס הייסט יעצט וועט ער נישט אנקומען קיין קרית יואל ביז ליל ששי
אז איר ווילט כאפן דעם רבי'ן דאן קומט אריין מארגן כחצות היום צום ביהמ"ד אין בארא פארק וואו עס וועט אי"ה פארקומען דער ברית.

ערשטע אור אייניקל, וואס פאלט אייך ביי?

יש לו מנה
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג יוני 29, 2020 1:22 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:געווען מיטן קינד יעצט ביים קינדער דאקטאר,
דער דאקטאר האט אויסגעזעהן זייער נערוועז, און געזאגט אז מען זאל זיך רישן אז עפעס ערענסט איז לכאורה אויפן וועג ה"י
ער טענה'ט אז ער זעהט ווי דער קינדער וויירוס רוקט זיך אן, און ס'איז לע"ע גארנישט דא וואס מען קען טוהן חוץ זאגן א עקסטערע קאפיטל תהלים יעדן טאג
זאל דער אייבערשטער האלטן זיין רעכטער האנט

ביי וועלכע דאקטאר ביסטו געווען?
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יוני 29, 2020 1:29 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:געווען מיטן קינד יעצט ביים קינדער דאקטאר,
דער דאקטאר האט אויסגעזעהן זייער נערוועז, און געזאגט אז מען זאל זיך רישן אז עפעס ערענסט איז לכאורה אויפן וועג ה"י
ער טענה'ט אז ער זעהט ווי דער קינדער וויירוס רוקט זיך אן, און ס'איז לע"ע גארנישט דא וואס מען קען טוהן חוץ זאגן א עקסטערע קאפיטל תהלים יעדן טאג
זאל דער אייבערשטער האלטן זיין רעכטער האנט

ביי וועלכע דאקטאר ביסטו געווען?

געמיינט עס קומט ארויס אין די וואכן נאכן וויירוס קען עס קומען חדשים שפעטער?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אפשר נישט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 11:12 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אפשר נישט » מאנטאג יוני 29, 2020 1:46 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אזוי פרי מאכט מען די ברית'ן? ביים טאטן פלעגט מען אריין כאפן אנטון תפילין און וואשן די הענט און סנדקאות סעקונדן פאר די שקיעה (איך רעד פון א לאנגן זומערדיגן נאכמיטאג)

ירידת הדורות, ליידער...

געלייגט תפילין ביים רבין ז"ל מיט 12 יאר צוריק, צוויי אזייגער שוין געווען נאך עלינו

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יוני 29, 2020 2:21 pm

אפשר נישט האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אזוי פרי מאכט מען די ברית'ן? ביים טאטן פלעגט מען אריין כאפן אנטון תפילין און וואשן די הענט און סנדקאות סעקונדן פאר די שקיעה (איך רעד פון א לאנגן זומערדיגן נאכמיטאג)

ירידת הדורות, ליידער...

געלייגט תפילין ביים רבין ז"ל מיט 12 יאר צוריק, צוויי אזייגער שוין געווען נאך עלינו


נו, מאכט זיך א שוואכע מינוט....

בדרך כלל איז נישט געווען אזוי.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג יוני 29, 2020 2:58 pm

lebediger berel האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:געווען מיטן קינד יעצט ביים קינדער דאקטאר,
דער דאקטאר האט אויסגעזעהן זייער נערוועז, און געזאגט אז מען זאל זיך רישן אז עפעס ערענסט איז לכאורה אויפן וועג ה"י
ער טענה'ט אז ער זעהט ווי דער קינדער וויירוס רוקט זיך אן, און ס'איז לע"ע גארנישט דא וואס מען קען טוהן חוץ זאגן א עקסטערע קאפיטל תהלים יעדן טאג
זאל דער אייבערשטער האלטן זיין רעכטער האנט

קודם גיי צום בעסטן קינדער דאקטער וואס איז עוועלעבל שוין, פארשטייט זיך מיט א קאפיטל תהלים און אפאר דאלער צדקה
אבער שוין, בלייב נישט ביי קיין פשוט'ן דאקטער און געלט טאר נישט זיין קיין אפהאלט. רעד מיט מרס. לאנדאס אפיס אויב ספעלט אויס

ב"ה פאר מיר איז עס דערווייל נישט געווען נוגע, איך בין געגאנגען פאר א רוטינער אויער אינפעקציע וויזיט.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג יוני 29, 2020 3:12 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:געווען מיטן קינד יעצט ביים קינדער דאקטאר,
דער דאקטאר האט אויסגעזעהן זייער נערוועז, און געזאגט אז מען זאל זיך רישן אז עפעס ערענסט איז לכאורה אויפן וועג ה"י
ער טענה'ט אז ער זעהט ווי דער קינדער וויירוס רוקט זיך אן, און ס'איז לע"ע גארנישט דא וואס מען קען טוהן חוץ זאגן א עקסטערע קאפיטל תהלים יעדן טאג
זאל דער אייבערשטער האלטן זיין רעכטער האנט

פון וואס רעדט איר? קאוואסאקי? איז דאס טאקע אן ערענסטע זאך? מען רעדט שוין וואכן לאנג דערפון. עס איז סך הכל ריפארטעד אין גאנץ נ.י. סטעיט עטוואס מער ווי 200 קעיסעס איבער די לעצטע 2 חדשים. זייער ווייניג איז געווען פאטאל.
איז דא עפעס פרישע אינפארמאציע דערוועגן?

לאמיר נישט רופן דאס קינד ביים נאמען, אבער יא פון דעם רעדט ער,
לכאורה איז דער דאקטער נערוועז ווייל ער זעהט זאכן וואס מען האט נישט געזעהן ביז יעצט, און אלעס וואס מען האט געוואוסט ביז היינט איז נישט רעלאוואנט ווי געזעהן ביז היינט.
לאמיר האפן אז ער ווייסט נישט פון וואס ער רעדט.
און בעיקר, נישט אריינפאלן אין א פאניק...

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג יוני 29, 2020 3:13 pm

Goodmorning האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:געווען מיטן קינד יעצט ביים קינדער דאקטאר,
דער דאקטאר האט אויסגעזעהן זייער נערוועז, און געזאגט אז מען זאל זיך רישן אז עפעס ערענסט איז לכאורה אויפן וועג ה"י
ער טענה'ט אז ער זעהט ווי דער קינדער וויירוס רוקט זיך אן, און ס'איז לע"ע גארנישט דא וואס מען קען טוהן חוץ זאגן א עקסטערע קאפיטל תהלים יעדן טאג
זאל דער אייבערשטער האלטן זיין רעכטער האנט

ביי וועלכע דאקטאר ביסטו געווען?

געמיינט עס קומט ארויס אין די וואכן נאכן וויירוס קען עס קומען חדשים שפעטער?

איך רעדט פון פאלינדזשער
-
אויך געמיינט

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג יוני 29, 2020 4:50 pm

לא לנו האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:סקולענער רבי שליט"א וועט אי"ה וויילן אויף קומענדיגע פאר וואכן אין קרית יואל למנוחת הנפש
האכסניא בבית הרבני הנגיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש

ער איז שוין דארט? כ'האב אים נאך געוואלט כאפן אין בארא פארק פאר מ'פאר מיר אין קאנטרי

דער רבי איז יעצט אין מאנסי אויף א וואך-נאכט פון די ערשטע אור-אייניקל, לויט ווי עס הייסט יעצט וועט ער נישט אנקומען קיין קרית יואל ביז ליל ששי
אז איר ווילט כאפן דעם רבי'ן דאן קומט אריין מארגן כחצות היום צום ביהמ"ד אין בארא פארק וואו עס וועט אי"ה פארקומען דער ברית.

ערשטע אור אייניקל, וואס פאלט אייך ביי?

וואס פונקטליך איז דיר שווער?

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1665
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג יוני 29, 2020 5:09 pm

וואלט געווען א גוטע איידיע פון די ווילידזש באערדע צו פארמאכן די גריב אויף סאטמאר קארנער היעס.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג יוני 29, 2020 5:16 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:געווען מיטן קינד יעצט ביים קינדער דאקטאר,
דער דאקטאר האט אויסגעזעהן זייער נערוועז, און געזאגט אז מען זאל זיך רישן אז עפעס ערענסט איז לכאורה אויפן וועג ה"י
ער טענה'ט אז ער זעהט ווי דער קינדער וויירוס רוקט זיך אן, און ס'איז לע"ע גארנישט דא וואס מען קען טוהן חוץ זאגן א עקסטערע קאפיטל תהלים יעדן טאג
זאל דער אייבערשטער האלטן זיין רעכטער האנט

קודם גיי צום בעסטן קינדער דאקטער וואס איז עוועלעבל שוין, פארשטייט זיך מיט א קאפיטל תהלים און אפאר דאלער צדקה
אבער שוין, בלייב נישט ביי קיין פשוט'ן דאקטער און געלט טאר נישט זיין קיין אפהאלט. רעד מיט מרס. לאנדאס אפיס אויב ספעלט אויס

ב"ה פאר מיר איז עס דערווייל נישט געווען נוגע, איך בין געגאנגען פאר א רוטינער אויער אינפעקציע וויזיט.

איין מינוט, סא דו רעדסט בכלל נישט אז דו האסט געהאט א פראבלעם, נאר אז דער דאקטאר איז נערוועז וועגן אנדערע, כ'הער
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בן הצעיר, יאנקעל פעדראטשיק, שיעלע בהמה און 45 געסט