נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פרוכט בוים
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פרוכט בוים » מיטוואך מאי 20, 2020 7:13 pm

אסאך יודן קומען פאר דר זעלענקא און פאר קערעסטיר אן הכרת הטוב פאר זייער ארבעט און די צייט ווען קאראנא האט געבוזשעוועט.

מיין פריימערי דאקטאר האט מיך נישט אריינגענומען אינמיטן טאג און קערעסטיר האט מיך אריינגענומען אינמיטן די נאכט

איך בין זיי שולדיג אסאך איך וועל זיי קיינמאל נישט פארגעסן

איך קויף נישט אפ קיין שום פראפאגאנדע קעגן זיי, און איך גלייב אז נאך אסאך תושבים וואס האבן זיי גענוצט און מיט געהאלטן פון די נאנט זייער ארבעט די לעצטע 2 חדשים באדערט וואס איז געשעהן מיט זיי

99 פראצענט פון די תושבים וואס האבן הנאה געהאט פון קערעסטיר האבן נישט קיין מייק צו זאגן הויך זייער מיינונג און צו שרייען אבער עס שרייט און הארץ.

איך האף זיי בלייבן דא ווייטער צו סערווירן
לעצט פאראכטן דורך פרוכט בוים אום מיטוואך מאי 20, 2020 7:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מאי 20, 2020 7:20 pm

נישטא וואס צו רעדן, ער איז פארלוסט פאר קרית יואל, הונדערטער (- צו טויזענטער) האבן שטארק ארויסגעקוקט אויף זיין עדווייס און זיך געשפירט רואיג אין פארזיכערט אין דעם רופא שניתנה לו רשות לרפאות.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך קיטשי » מיטוואך מאי 20, 2020 7:22 pm

פרוכט בוים האט געשריבן:אסאך יודן קומען פאר דר זעלענקא און פאר קערעסטיר אן הכרת הטוב פאר זייער ארבעט און די צייט ווען קאראנא האט געבוזשעוועט.

מיין פריימערי דאקטאר האט מיך נישט אריינגענומען אינמיטן טאג און קערעסטיר האט מיך אריינגענומען אינמיטן די נאכט

איך בין זיי שולדיג אסאך איך וועל זיי קיינמאל נישט פארגעסן

איך קויף נישט אפ קיין שום פראפאגאנדע קעגן זיי, און איך גלייב אז נאך אסאך תושבים וואס האבן זיי גענוצט און מיט געהאלטן פון די נאנט זייער ארבעט די לעצטע 2 חדשים באדערט וואס איז געשעהן מיט זיי

99 פראצענט פון די תושבים וואס האבן הנאה געהאט האבן נישט קיין מייק צו זאגן הויך זייער מיינונג און צו שרייען אבער עס שרייט און הארץ.

איך האף זיי בלייבן דא ווייטער צו סערווירן

איך קען נישט מער ווי צושטימען

ער האט מיך געטשעקט און געטריט אומזיסט ווען איך האב פארלוירן מיין אינשורענס, און זיכער געמאכט מיט די עקסרעי און בלוט לעבס אז אלע טעסטן זאלן קאסטן ביליגער פאר מיר
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

פאלעסיידס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך מאי 20, 2020 8:32 pm

ווען מען רעדט פון א היימישע איד בפרט אז סקען זיין אז ער גייט זעען -אדער איינער גייט אים ווייזען- דעי זאכען וואס משרייבט דא דארף מען זייער אבאכט געבען, און וואטשען אז א איד זאל נישט האבען קיין צער, בפרט ווען סקען זיין אז יעדער מיינט עס אמתדיג אין יעדער האט זיך זיין אויפגאבע אין זיין אחריות, אויב וואלט עס געווען א חלק פון די גרויסע אמעריקאנע פאליטיק, נו, מילא, (דעי אמת איז אז ווען מען רעדט פון א איד פערזענליך גייט אייביג אן אלע הלכות אפי' דא אויף אינטערנעט)

בפרט ווען איך ווייס נאך פון יארען צירוק (פאר ער איז געווען באקאנט) ווען ער האט געהאלפען א חבר מיינער וואס האט זיך געמוטשעט מיט עפעס א פראבלעם און זיך איבער געגעבען פאר אים בלב ובנפש, , ער זאל ארויסקריכען פון די פראבלעם וואס ער האט נישט געקענט ארויסקריכען מיט א דייעגנאז, און איינע פון די עסקנים פון הצלה האט געשיקט צי אים,
נו דארף מען נישט וואטשען וואס מרעדט?
און איך וואלט געזאגט מזאל נישט רעדען גוט אויך נישט נאר בכלל נישט רעדען דא (סאיז נישט אייגענס)
פארפאלען נישט אייביג מעג מען אריינבייסען אין א גוטע טשיז קעיק מדארף זיך קענען איינהאלטען

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך מאי 20, 2020 9:57 pm

איי זולענקא אדער רבי זולענקא אוי וועט מען זיך בענקן נאך דיר.

איך האב מיט געהאלטן ווי ער האט געראטעוועט ביי קוראנא צענדליגע אידן בחינם!

אויב מע רעדט זיך איין אז מע ווייסט זיינע אופטיען, זאל מען וויסן אז מע ווייסט נאך גארנישט. וד''ל.

די שווערסטע מצבים ווען ריזיגע פאסילעטי'ס האבן געוואלט אוספלאגן, ביסטו געווען פון די תומכים אין זיכער געמאכט אז מע קומט נאך אהיים.

מנדב געווען א טייערע אמבולנס פאר חברי הצלה.

באמת א פארלוסט פאר אונז תושבי קרית יואל.

לאמיר האפן אז דאס זאל זיין דאס לעצטע קארונא סיפטאמען אין כלל ישראל זאל זוכה זיין צו זיין פאראייניגט לייק נעווער בעפאר.

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך לייטער » מיטוואך מאי 20, 2020 10:03 pm

איך האלט אז ער וועט חרטה האבן און זיך בארעכענען און דא בלייבן אין קרית יואל, יעצט איז ער אינטער סטרעס זאכן וועלן זיך בארואיגן בעז"ה און ער וועט דא בלייבן, אגב איך בין נישט זיין פאציענט

טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » מיטוואך מאי 20, 2020 10:05 pm

לייטער האט געשריבן:איך האלט אז ער וועט חרטה האבן און זיך בארעכענען און דא בלייבן אין קרית יואל, יעצט איז ער אינטער סטרעס זאכן וועלן זיך בארואיגן בעז"ה און ער וועט דא בלייבן, אגב איך בין נישט זיין פאציענט


ער דארף חרטה האבן אדער זיינע פאציענטן?
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

Browsing
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך Browsing » מיטוואך מאי 20, 2020 10:48 pm

לאמיר האפן אז זיינע ווערטער זענען געזאגט געווארן אונטער אנגעצויגנקייט, און ער וועט שנעל צוריקציען פון זיין חמין במוצאי שבת באשלוס..

ער איז אלס געווען געטריי פאר קרית יואל, און קרית יואל האט אלעמאל שטאלצירט מיט אים אלס דער בארימטער דאקטאר בה"א הידועה.

נאך יעצט בעפארן צושפארן די שולן האט מען ביי איינע פון די מיטונגען (פון קהלת מהר"א) געהערט זיין מיינונג, וואס האט שטארק צוגעגעבן צום באשלוס דעמאלטס.


--
א איד וואס איז א תלמיד חכם, מוז נישט אלס זיין א 'חכם-קלוג', אבער ער קען נאך אלס קענען גוט לערנען. וד"ל

פאלעסיידס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך מאי 20, 2020 11:00 pm

לייטער האט געשריבן:איך האלט אז ער וועט חרטה האבן און זיך בארעכענען און דא בלייבן אין קרית יואל, יעצט איז ער אינטער סטרעס זאכן וועלן זיך בארואיגן בעז"ה און ער וועט דא בלייבן, אגב איך בין נישט זיין פאציענט

סטרעס איט איז

פרוכט בוים
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פרוכט בוים » מיטוואך מאי 20, 2020 11:22 pm

סטרעס פון וואס?

סטרעס האט ער מיט די קערעסטיר סטעף געדארפט האבן ווען covid-19 איז געווען שטארק אקטיוו און די סטעף האט געארבעט איבערמידלעך און צודרייטע שעות און אנגעצויגענע צייטן פון פסח, צו סערווירן יעדעם נישט דוקא זייער פעישענס. ווען מיין פריימרי דאקטאר האט מיך נישט אריינגענומען.

וואס האט זיי יעצט געכאפט?

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פיטום » מיטוואך מאי 20, 2020 11:32 pm

פרוכט בוים האט געשריבן:סטרעס פון וואס?

סטרעס האט ער מיט די קערעסטיר סטעף געדארפט האבן ווען covid-19 איז געווען שטארק אקטיוו און די סטעף האט געארבעט איבערמידלעך און צודרייטע שעות און אנגעצויגענע צייטן פון פסח, צו סערווירן יעדעם נישט דוקא זייער פעישענס. ווען מיין פריימרי דאקטאר האט מיך נישט אריינגענומען.

וואס האט זיי יעצט געכאפט?

ס'קומטאך הערשט ארויס 14 טעג שפעטער
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:01 am

וואס מיינט קערעסטיר?

אוועטאר
פרישע קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פרישע קוגל » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:07 am

fiena nieas האט געשריבן:וואס מיינט קערעסטיר?

וואס מיינט חיי קעיר?
זיי מיר מסביר פארוואס ווען די ביסט געווען קליין און די האסט געמאלן א זין איז עס געווען א האלבע (אדער פערטל) באלי ביי די עק פון די פעיפער?
יא יא צו דיר רעד איך....

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:34 am

פרוכט בוים האט געשריבן:סטרעס פון וואס?

סטרעס האט ער מיט די קערעסטיר סטעף געדארפט האבן ווען covid-19 איז געווען שטארק אקטיוו און די סטעף האט געארבעט איבערמידלעך און צודרייטע שעות און אנגעצויגענע צייטן פון פסח, צו סערווירן יעדעם נישט דוקא זייער פעישענס. ווען מיין פריימרי דאקטאר האט מיך נישט אריינגענומען.

וואס האט זיי יעצט געכאפט?

האסט געזען זיין ווידיאו?
הער עס העסטו פארשטיין.

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:44 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
פרוכט בוים האט געשריבן:סטרעס פון וואס?

סטרעס האט ער מיט די קערעסטיר סטעף געדארפט האבן ווען covid-19 איז געווען שטארק אקטיוו און די סטעף האט געארבעט איבערמידלעך און צודרייטע שעות און אנגעצויגענע צייטן פון פסח, צו סערווירן יעדעם נישט דוקא זייער פעישענס. ווען מיין פריימרי דאקטאר האט מיך נישט אריינגענומען.

וואס האט זיי יעצט געכאפט?

האסט געזען זיין ווידיאו?
הער עס העסטו פארשטיין.

קענסט עס אישין ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

א סוקסעס
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 24, 2017 1:25 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך א סוקסעס » דאנארשטאג מאי 21, 2020 1:19 am

איך בין פאר קארנא ביי זאלענקא קיינמאל געווען יעצט ביי קאראנא ביים זיך שטיקן פאר א אטעם איז ביי מיין דאקטער אין קרית יואל נישט געווען צו וועם צו רעדן מיין משפחה האט מיך געשטיפט צו רופן זאלענקא'ס אפיס איך האב געטראכט אז זיי וועלן מיך זעכער אפווארפען איך בין דאך קיין פאציענט קיינמאל געווען
גלייבטס מיר נאך א שעה זענען געווען צוויי מענטשען ביי מיין טיר פין דעמאלטס קער גענומען ביז איך בין ארוסגעקראכן ב"ה
חבל חבל חבל
פאר אביסל נארישע פאליטיק אין געלט

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג מאי 21, 2020 1:39 am

א סוקסעס האט געשריבן:איך בין פאר קארנא ביי זאלענקא קיינמאל געווען יעצט ביי קאראנא ביים זיך שטיקן פאר א אטעם איז ביי מיין דאקטער אין קרית יואל נישט געווען צו וועם צו רעדן מיין משפחה האט מיך געשטיפט צו רופן זאלענקא'ס אפיס איך האב געטראכט אז זיי וועלן מיך זעכער אפווארפען איך בין דאך קיין פאציענט קיינמאל געווען
גלייבטס מיר נאך א שעה זענען געווען צוויי מענטשען ביי מיין טיר פין דעמאלטס קער גענומען ביז איך בין ארוסגעקראכן ב"ה
חבל חבל חבל
פאר אביסל נארישע פאליטיק אין געלט

איר דארפט נישט אזוי קלאגן, דאס גייט ווייטער אנגיין, די אפיס מאכט זיך דאך נישט צו,

פייערקרעקערס
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פייערקרעקערס » דאנארשטאג מאי 21, 2020 1:44 am

ווייסט איינער פון א גוטע דשים אין קרית יואל אומגעגענט ?

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 21, 2020 1:49 am

לא לנו האט געשריבן:
א סוקסעס האט געשריבן:איך בין פאר קארנא ביי זאלענקא קיינמאל געווען יעצט ביי קאראנא ביים זיך שטיקן פאר א אטעם איז ביי מיין דאקטער אין קרית יואל נישט געווען צו וועם צו רעדן מיין משפחה האט מיך געשטיפט צו רופן זאלענקא'ס אפיס איך האב געטראכט אז זיי וועלן מיך זעכער אפווארפען איך בין דאך קיין פאציענט קיינמאל געווען
גלייבטס מיר נאך א שעה זענען געווען צוויי מענטשען ביי מיין טיר פין דעמאלטס קער גענומען ביז איך בין ארוסגעקראכן ב"ה
חבל חבל חבל
פאר אביסל נארישע פאליטיק אין געלט

איר דארפט נישט אזוי קלאגן, דאס גייט ווייטער אנגיין, די אפיס מאכט זיך דאך נישט צו,

סאונד אזויווי די פאסאזשירן אויף א שיף קלאגען אז די קאפיטאן האט באשלאסען אראפצוגייען אינמיטן וועג און זיי דארפן נאך אנקומען צו א דעסטינאציע, זאגט איינער, מ'דארף נישט קלאגען די מאטראזן זענען געבליבן מיט אונז....

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג מאי 21, 2020 7:37 am

פייערקרעקערס האט געשריבן:ווייסט איינער פון א גוטע דשים אין קרית יואל אומגעגענט ?

סאיז דא עטליכע אין טאון, וויפיל איך ווייס איז א פראבלעם צו טרעפן א דשים וואס איז אויסגעהאלטן בצניעות אפשר 3 פארטאגס איז עס אויסגעהאלטן , פאר די עזרת נשים איז דא איינס אין טאון וואס איז געמאכט פאר פרויען( קירב, א טשעין דשים פאר פרויען, סא אין טאון גייען אהין אסאך )
אין קרית יואל איז דא א אינסטראקטער שלעיזינגער אויף לעמבערג, די איינציגסטע פלאץ פאר אינגעלייט וואס איך ווייס אין קרית יואל

דא האט איר א אשכול וועגן עקסרסייז
viewtopic.php?f=71&t=39969&p=1951243&hilit=עקסרסייז#p1951243

אוועטאר
זבולון ווייס
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך זבולון ווייס » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:00 am

איך בין אמאל געגאנגען צו זעלענקא אהיים ערב שבת א האלבע שעה פארן זמן!

[והשאר נמחק משום פאליטיק - נא ליזהר בזה]

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:12 am

האט טראמפ רי-טוויטערט דעם פארווערד טוויט אז דר. זאלענקא פארלאזט די שטאט?

(עטליכע טעג צוריק האט דער פרעזידענט זייער שיין גערעדט פון דעם דאקטער, כאטש נישט דערמאנט ביים נאמען)

משהלע
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:27 am

Kiryas Joel led region in population growth in last decade

By Chris McKenna
Times Herald-Record

Kiryas Joel gained about 6,600 residents since the 2010 census by the middle of last year and accounted for more than half of the overall population growth in Orange County over those nine years, according to the latest municipal population estimates released Thursday by the Census Bureau.

Only that village and four Orange County towns grew by any significant amount during that period of population stagnation in the region. Those other four growing municipalities were New Windsor, which added nearly 2,500 people, and the towns of Newburgh, Wallkill and Montgomery, which each grew by roughly 1,400 to 1,700.

More typical were the 71 towns, villages and cities in Orange, Ulster and Sullivan counties that lost population or gained fewer than 100 people over those nine years, according to the new data. The City of Kingston in Ulster County had the largest decrease, dropping by 1,100 residents - or 4.6 percent - to an estimated 22,793 by mid-2019.

By contrast, Kiryas Joel grew by nearly 33 percent, or 3.7 percent per year.

Orange County as a whole grew by an estimated 12,127, or 3.3 percent, to 384,940 by 2019. Sullivan and Ulster counties each shrank by about 2.7 percent, to an estimated 75,432 for Sullivan and 177,573 for Ulster.

The Census Bureau is in the midst of conducting the 2020 census, a more precise count that requires responses from every household. According to the bureau, the local response rates so far are 57.2 percent in Orange, 52 percent in Ulster and 27 percent in Sullivan County.

Growth leaders
Below are the latest population estimates for the five towns and villages in Orange, Ulster and Sullivan counties that have grown the most since the last census in 2010. Figures are based on July 1, 2019 population estimates released by the Census Bureau on Thursday. In parentheses are increases over that nine-year period.

Kiryas Joel: 26,813 (+6,638, 32.9%)

New Windsor: 27,703 (+2,459, 9.7%)

Town of Newburgh: 31,494 (+1,693, 5.7%)

Town of Wallkill: 28,987 (+1,561, 5.7%)

Town of Montgomery: 24,065 (+1,459, 6.5%)

Keneinehure!!

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך עמקות שלמה » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:22 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:איך האלט אז ער וועט חרטה האבן און זיך בארעכענען און דא בלייבן אין קרית יואל, יעצט איז ער אינטער סטרעס זאכן וועלן זיך בארואיגן בעז"ה .....

סטרעס איט איז


סטרעס פון וואס?[/quote]

די לעצטע דריי וואכן איז ער אין די העדליינס אין די גרעסטע צייטונגען און מידיע, און ווערט געגרילט דורך דעם פרעזידענטס שונאים ווי באריכטעט, אבער נאך אלעם קען זיין אז ער וועט נאך האבן ערגעץ א שיינע שטעלע און וועט גארנישט אזוי חרטה האבן פאר זיין באשלוס.

אגב, פון די גאנצע סומאטוכע איז דא א שיינער מוסר השכל וואס CNN לייגט אינעם קעפל:
Check your email before you hit send: Mistaken address leads to hydroxychloroquine probe
By Katelyn Polantz, Sara Murray and Shimon Prokupecz, CNN

Fri May 1, 2020

(CNN)Vladimir Zelenko, a doctor who has pushed hydroxychloroquine usage for coronavirus to the White House and on Fox News, now may have the Justice Department looking into his efforts, after conservative podcaster Jerome Corsi mistakenly sent a former Mueller prosecutor an email.

Corsi -- who styles his name as "Dr. Corsi" because he has a political science degree -- sent an email on April 20 to those he calls his "tele-health" partners about public relations and business opportunities for Zelenko because of his work on hydroxychloroquine. Instead of emailing Zelenko, however, Corsi mistakenly copied federal prosecutor Aaron Zelinsky, a former special counsel's office investigator now based in Maryland.
Zelinksy and his colleagues in special counsel Robert Mueller's office had considered charging Corsi with lying during the investigation into President Donald Trump's longtime friend Roger Stone.
The Washington Post first reported on the email and possible investigation.
When Zelinsky responded to Corsi, asking him if he had a lawyer for the matter, Corsi said he realized Zelinsky must be investigating. It's unclear, however, what an investigation may be focusing on, or even if it's a serious inquiry. A spokesperson for the Maryland US Attorney's Office wouldn't confirm or deny the existence of an ongoing investigation. Zelinsky and Zelenko did not respond to requests for comment.
Corsi spoke about the accidental email in a three-hour video posted to YouTube on Thursday, after The Washington Post inquired about the situation.
Trump administration gets 10-day delay to turn over Mueller docs to House
Trump administration gets 10-day delay to turn over Mueller docs to House
"All these emails this morning and all my text messages, we have copied and sent to Zelinksy," Corsi said in his Thursday podcast. "Everything Zelinksy wants to see, we are voluntarily handing over to him as quickly as we can. ... If he wants my computers, he can have them; my cell phones, he can have them."
Corsi told CNN on Friday he was certainly surprised when he realized he had emailed Zelinsky. He reiterated that he has cooperated with Zelinsky's requests.
"I've done nothing wrong," Corsi said.
"The doctors can prescribe hydroxychloroquine or anything else if they want to," he said. "I'm not qualified to give medical advice."
Zelenko has drawn attention in New York, in right-wing circles and from the Trump administration for experimenting with hydroxychloroquine to treat coronavirus. President Donald Trump has touted the use of the drug as a potential treatment. But the Food and Drug Administration has said the drug has not been shown to be "safe and effective" for treating the illness, and its usage for coronavirus patients has risks of severe complications, even death, the FDA has said recently.
The Department of Veterans Affairs has said it is continuing to use the anti-malarial drug to treat coronavirus cases in a manner "consistent with current FDA guidance." The FDA said on April 24 that hydroxychloroquine and the related medication chloroquine should be used for coronavirus only in clinical trials and for treating certain hospitalized patients.
In a video provided to CNN where Zelenko speaks about medications to use with coronavirus, he describes the "confusion" of governments considering the drug.
"When I know something l will let you know. I'm in contact with the highest levels of the federal government right now," Zelenko says in the video. "So if they respond to me, I will let you know."
Corsi said he believes Zelenko made an innocent error in touting he had FDA approval.
"I went through a process of trying to educate Zelenko on his mistake," Corsi said. "The FDA is like a Good Housekeeping seal, and you can't say you have one if you don't have one."
Corsi's lawyer, David Gray, said his client's account of what transpired was correct.
"Everything he said is accurate to my understanding," Gray said. Gray said they provided Zelinsky with materials Thursday. So far Zelinksy's team has not asked for an interview.
Corsi also reflected on his past interactions with Zelinsky. During the Mueller investigation, Corsi testified to a federal grand jury, then made public a plea agreement he had refused to sign in which he would have been charged with lying about Stone's efforts. He was never charged with a crime.
Stone, however, was, and his efforts to use Corsi as a back channel to reach WikiLeaks in 2016 and became a key point at Stone's criminal trial. Stone was convicted of lying to Congress about the back channel.
"Dr. Zelenko hasn't been through what I've been through with the law enforcement authorities," Corsi added. "I try to be much more careful with what I'm saying."
Roger Stone to appeal guilty verdict, denial of new trial
Roger Stone to appeal guilty verdict, denial of new trial
Zelinsky had been the lead prosecutor from the special counsel's office on Stone's case, and had stayed in Washington to try the case last year after Mueller's investigation ended.
He was one of four trial prosecutors to quit the case after Attorney General William Barr intervened to soften the Justice Department's sentencing recommendation for Stone, after Trump tweeted about the case. Zelinsky returned to his position in Baltimore, where he's working on fraud and public corruption cases, including ones related to coronavirus, for the Maryland US Attorney's Office.
The Justice Department has focused on investigating a wide swath of crimes related to the pandemic, so far largely about fraudulent offers of vaccines and cures, as well as computer crimes, price-gouging and hoarding of supplies. Zelinsky hasn't appeared in any public active Covid-related cases yet, according to federal court records.
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1861
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג מאי 21, 2020 1:40 pm

לויט די צענסוס שאצונג פון 2019 האט קרית צוגעזען א וואוקס פון 1521 אין די איינע יאר.

פיינעלי האבן זיי פאראכטן זייער צובראכענע מעסטער, נאכדעם וואס אין די פארגאנגענע יארן איז דאס געווען ביי בלויז געציילטע הונדערט פער יאר.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], א גולם, חלה לכבוד שבת, חנוך, לעב און שטרעב, מה שמו, מי יודע, מנחם אבראמאוויטש, נודניק, קאסאניער, קיטשי און 71 געסט