נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, טייטל-בוים, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג ינואר 06, 2019 1:50 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:ס׳הערשט אביסעל א צומישעניש. וויל איך בעהטן פון ווער ס׳פארשטייט דעם ענין עס ביטע אביסעל מער אויס קלארען.

פאריגע וואך איז יעדער אויף געווען מיט די מורא׳דיגע גוטע נייעס אז קרית יואל - מאנרא - האט געווינען צו ווערן א א אייגענע טאון פאר זיך ויקרא שמו בישראל טאון אף פאלם טרי. עד כאן הנייעס.

איך מיין אז רוב עולם (נישט קרית יואל׳ער) איז צומישט און וויל אביסעל בעסער און קלארער פארשטיין וואס די גוטע נייעס דא איז.

פון וויפעל איך ווייס/הער/פארשטיי, אז די גוטע נייע אז ביז יעצט האט מען זיך געדארפט רעכענען אויך מיט נישט יודן, און פון יעצט קען מען זיך אליינס באשליסען וואס מען וויל. אז וואס? אז למשל זאנינג וועט מען פון יעצט און ווייטער זיך אליינס קענען פסק׳נען, אז מען וועט קענען למשל, באשטעטיגען אז ס׳איז ליגאל צו בויען 10 שטאק וכדו׳ אקעי.. ס׳גרדי אביסעל שרעקעדיג צו בויען 10 שטאק - מיט האלץ - אזוי ווי מען בויעט יעצט, ניין...? עניוועי, וואס נאך חוץ פון זאנונג האט מען דא פארדינט?

ענעקסעישינס: פארוואס האט מען זיך ביז יעצט געמיטשעט מיט דעם, און אז מען איז א טאון פארוואס וועט דאס זיין גרינגער צו טוהן?

אויך הער איך עפעס אז מען וויל אז רוב פון קרית יואל זאל למעשה ווערן נאר א ווילידזש און נישט זיין די טאון, אויב איינער קען דאס אפשר מסביר זיין פארוואס מען וויל אזוי מסדר זיין?

טאטע לעבן...

עס איז דא סטעיט בילדינג קאוד רעגולעישנס וואס לאזט נישט בויען צו הויך מיט האלץ

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג ינואר 07, 2019 8:03 pm

א חבר מיינער זיכט א פריוואטע קליינע אפיס אין קר"י, בערך 200 סקווער פיס, נישט טיף אין דער ערד,

אז איר ווייסט עפעס, אדער ווי די זאכען זענענן אדווערטייזט, ביטע לאזט וויסען.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2382
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג ינואר 07, 2019 8:19 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:א חבר מיינער זיכט א פריוואטע קליינע אפיס אין קר"י, בערך 200 סקווער פיס, נישט טיף אין דער ערד,

אז איר ווייסט עפעס, אדער ווי די זאכען זענענן אדווערטייזט, ביטע לאזט וויסען.

http://www.yazory.com/wp-content/upload ... yazory.pdf
צוגעלייגטע
SmartSelect_20190107-201937_Google PDF Viewer.jpg
SmartSelect_20190107-201937_Google PDF Viewer.jpg (422.49 KiB) געזעהן 1283 מאל

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג ינואר 07, 2019 8:24 pm

שכוח

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:16 pm

די נעכעיגע עווענט מיט יעזרו און מארק הארוויץ איז געווען היסטעריש!

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:17 pm

די מוצאי שבת עווענט מיט גמח הצלה איז געווען נאריש

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:21 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:די נעכעיגע עווענט מיט יעזרו און מארק הארוויץ איז געווען היסטעריש!

איינער האט אפשר די ריקארדינג.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:21 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:די נעכעיגע עווענט מיט יעזרו און מארק הארוויץ איז געווען היסטעריש!

דהיינו?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:58 pm

@בארואיגט אייך
דיינע קאמענטארן איבער די אווענטן זענען זייער קורץ ביטע מער מסביר זיין, פארוואס היסטאריש, און פארוואס נאריש,

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:38 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:די מוצאי שבת עווענט מיט גמח הצלה איז געווען נאריש


וואט א סטעטמעינט, מענטשן האבן אריינגעלייגט אינעם עיווענט טעג וואכען און חדשים עס צו פלאנירען, מען האט אריינגעלייגט דערין הארץ מוח און מחשבה, און דא קומסטו מיט דריי ווערטער און מאכסט אלעס אוועק.

עס איז זיכער געווען חלקים פון וואס דו האסט אויך הנאה געהאט, אסאך מענטשן האבן הנאה געהאט פונעם גאנצן נאכט, טייל פון רוב דערפון, אא"וו.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג ינואר 08, 2019 12:40 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:די נעכעיגע עווענט מיט יעזרו און מארק הארוויץ איז געווען היסטעריש!

היסטעריש?
אוי גאטעניו.
מ׳האט גערעדט דארט פון קענען בעסער ענגליש, ווייזט אויס אז בעפאר איז נאך דא א אידיש זיך אויסצולערנען

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג ינואר 08, 2019 8:46 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:די נעכעיגע עווענט מיט יעזרו און מארק הארוויץ איז געווען היסטאריש!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2500
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג ינואר 08, 2019 9:10 am

אפשר האט ער מכוון געווען צו די ווארט וואס ווערט צומאל גענוצט אלץ אן אויסדרוק

Hysterical

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג ינואר 08, 2019 9:36 am

א גוט מארגן.

געשריבן א סטעיטמענט אין אונגעמאכט א שטיקל סאמאטוכע, אלזא וועט מען דאס עלקרערן.

נומער 1: די נעכעיגע עווענט מיט יעזרו און מארק הארוויץ איז געווען היסטאריש!

היסטאריש פאר קרית יואל צו זען אזא שיינע עולם בעיקר אינגע, וואס שטרעבן צו אונקומען ערגעץ ווייטער ווי 750$ א וואך, געווען זייער א קאלירפולע עולם, אין די עיקר וואס מע האט הנאה געהאט איז געווען פון קוי-עי סעסיע געפירט דורך אלעמען באקאנטן שמאול שטערן פון מארקעטינג בלא בלא.

צו מארק איז גוט געווען? ווער עס האט שוין געהערט ווי ער רעדט, ערווארט נישט קיין תירוץ פון מיר, פליט פון איין טאפיק צום צווייטן, רעדט פון זיך, מאכט אוועק יעדן, בקיצור אבער ער ברענגט אריין א מורעגידע מאטעוואציע (א מאטעוואציע צו וואס?) , וואס דאס לייקענט נישט קיינער.

די עולם איז באשטאנען פון:
מערסטענ'ס ארבייטער'ס אין אביסל בעל הבתים.

יעזרו איז אונגעקומען צום זייער ציל ווען די זאל איז געווען איבערגעפילט עד אפס מקום.

די עד אינמיטן פון A START איז געווען עפעס וואס די עולם האט נישט געקאנט אוועק מישן.

סע איז זיכער אז סע האט געהאלפן פאר געוויסע צו דרימען אדער צו שטיפן די נאכט פון ניטל אויף א איידעלע און אויסגעהאלטענע וועג.

היבש פראפעשענעל צוגעשטעלט מיט א סעקויריטי גארד (וועיטער) ביים טיר, קאמפויטער ווי מע האט זיך געדארפט איינסיינען, אביסל האט פאד, טרינקן במשך המעמד, א קעמערע וואס האט עס אויפגעכאפט, און שוין.

#די נעכעיגע עווענט מיט יעזרו און מארק הארוויץ איז געווען היסטאריש!

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג ינואר 08, 2019 9:42 am

קאנסילמאן האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:די מוצאי שבת עווענט מיט גמח הצלה איז געווען נאריש


וואט א סטעטמעינט, מענטשן האבן אריינגעלייגט אינעם עיווענט טעג וואכען און חדשים עס צו פלאנירען, מען האט אריינגעלייגט דערין הארץ מוח און מחשבה, און דא קומסטו מיט דריי ווערטער און מאכסט אלעס אוועק.

עס איז זיכער געווען חלקים פון וואס דו האסט אויך הנאה געהאט, אסאך מענטשן האבן הנאה געהאט פונעם גאנצן נאכט, טייל פון רוב דערפון, אא"וו.


לאמיר אייך עפעס מסביר זיין, יעדע עווענט איז דא זאכן וואס מע קען נישט פאר שרייבן, אבער ביי געמ"ח הצלה איז אזוי טשיפ אז מע צאלט נישט פאר קיין עווענט קארדינעיטער, סטעידזש קארדינעיטער, וואס דאס איז קרישטיש וויכטיג ביי אזא עווענט, אין מע באמערקט יעדע זאך ווי מע איז אום באלימפערט.

אפילו די טשערמאן אין פאר פרי, סע איז נישט קיין אופטי! די ריפסט א ציבור יודן , מאך נישט קיין לצנות פון זיי, און פרעפער א געהעריגע פראגראם, די דינער וועט זיין מער ערנסט, מער ערוואקסן, און סע וועט אריין קומען מער געלט.

עקסעמפל, איינער דערצייל מיר אז ביי די רופא חולים דינער שעמט ער זיך צו געבן 50, ער געבט א מינימום פון 100, אויב נישט קומט ער נישט, דא בעט עם קיינער נישט קיין געלט, נישט דא קיין באצאלטע פאנדרעיזער, קיינער קימערט נישט, יא א גרויסע זכיה אבער, מע דארף יא זיין אביסל דיפלעמאטיש מיטן ציבור, פארשטאנען???

#די מוצאי שבת עווענט מיט גמ"ח הצלה איז געווען נאריש.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג ינואר 08, 2019 9:44 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:א גוט מארגן.

געשריבן א סטעיטמענט אין אונגעמאכט א שטיקל סאמאטוכע, אלזא וועט מען דאס עלקרערן.

נומער 1: די נעכעיגע עווענט מיט יעזרו און מארק הארוויץ איז געווען היסטאריש!

היסטאריש פאר קרית יואל צו זען אזא שיינע עולם בעיקר אינגע, וואס שטרעבן צו אונקומען ערגעץ ווייטער ווי 750$ א וואך, געווען זייער א קאלירפולע עולם, אין די עיקר וואס מע האט הנאה געהאט איז געווען פון קוי-עי סעסיע געפירט דורך אלעמען באקאנטן שמאול שטערן פון מארקעטינג בלא בלא.

צו מארק איז גוט געווען? ווער עס האט שוין געהערט ווי ער רעדט, ערווארט נישט קיין תירוץ פון מיר, פליט פון איין טאפיק צום צווייטן, רעדט פון זיך, מאכט אוועק יעדן, בקיצור אבער ער ברענגט אריין א מורעגידע מאטעוואציע (א מאטעוואציע צו וואס?) , וואס דאס לייקענט נישט קיינער.

די עולם איז באשטאנען פון:
מערסטענ'ס ארבייטער'ס אין אביסל בעל הבתים.

יעזרו איז אונגעקומען צום זייער ציל ווען די זאל איז געווען איבערגעפילט עד אפס מקום.

די עד אינמיטן פון A START איז געווען עפעס וואס די עולם האט נישט געקאנט אוועק מישן.

סע איז זיכער אז סע האט געהאלפן פאר געוויסע צו דרימען אדער צו שטיפן די נאכט פון ניטל אויף א איידעלע און אויסגעהאלטענע וועג.

היבש פראפעשענעל צוגעשטעלט מיט א סעקויריטי גארד (וועיטער) ביים טיר, קאמפויטער ווי מע האט זיך געדארפט איינסיינען, אביסל האט פאד, טרינקן במשך המעמד, א קעמערע וואס האט עס אויפגעכאפט, און שוין.

#די נעכעיגע עווענט מיט יעזרו און מארק הארוויץ איז געווען היסטאריש!


איז פרובירסט צוביסלעך פארענטפערן אז האסט יא געמיינט היסטעריש? ס'וועט דיר גארנישט העלפן, ענדערש עדמיט אפן אז דו האסט געמאכט א טעות ווייל בשעתן שרייבן דיין סטעיטמענט, אן קיין קעספלענעשן, האסטו זיכער נישט געהאלטן דאס אלעס וואס דו שרייבסט דא נאכדעם.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5300
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:00 am

קאנסילמאן האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:די מוצאי שבת עווענט מיט גמח הצלה איז געווען נאריש


וואט א סטעטמעינט, מענטשן האבן אריינגעלייגט אינעם עיווענט טעג וואכען און חדשים עס צו פלאנירען, מען האט אריינגעלייגט דערין הארץ מוח און מחשבה, און דא קומסטו מיט דריי ווערטער און מאכסט אלעס אוועק.

עס איז זיכער געווען חלקים פון וואס דו האסט אויך הנאה געהאט, אסאך מענטשן האבן הנאה געהאט פונעם גאנצן נאכט, טייל פון רוב דערפון, אא"וו.

עפטער אלל איז שוין לאנג נישט געווען פאר מיר אזא באארינג דינער. ממש גארנישט חידושים אדער אינטערסאנט. עס קוקט מיר אויס ווי עס איז לכתחילה אזוי געווען געפלאנט.

אידערוועי דארף זיי שטיצן און גיבן אסאך, ניין אסאך אסאך געלט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

הרים כדונג
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 2:58 am

תגובהדורך הרים כדונג » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:19 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:א גוט מארגן.

געשריבן א סטעיטמענט אין אונגעמאכט א שטיקל סאמאטוכע, אלזא וועט מען דאס עלקרערן.

נומער 1: די נעכעיגע עווענט מיט יעזרו און מארק הארוויץ איז געווען היסטאריש!

היסטאריש פאר קרית יואל צו זען אזא שיינע עולם בעיקר אינגע, וואס שטרעבן צו אונקומען ערגעץ ווייטער ווי 750$ א וואך, געווען זייער א קאלירפולע עולם, אין די עיקר וואס מע האט הנאה געהאט איז געווען פון קוי-עי סעסיע געפירט דורך אלעמען באקאנטן שמאול שטערן פון מארקעטינג בלא בלא.

צו מארק איז גוט געווען? ווער עס האט שוין געהערט ווי ער רעדט, ערווארט נישט קיין תירוץ פון מיר, פליט פון איין טאפיק צום צווייטן, רעדט פון זיך, מאכט אוועק יעדן, בקיצור אבער ער ברענגט אריין א מורעגידע מאטעוואציע (א מאטעוואציע צו וואס?) , וואס דאס לייקענט נישט קיינער.

די עולם איז באשטאנען פון:
מערסטענ'ס ארבייטער'ס אין אביסל בעל הבתים.

יעזרו איז אונגעקומען צום זייער ציל ווען די זאל איז געווען איבערגעפילט עד אפס מקום.

די עד אינמיטן פון A START איז געווען עפעס וואס די עולם האט נישט געקאנט אוועק מישן.

סע איז זיכער אז סע האט געהאלפן פאר געוויסע צו דרימען אדער צו שטיפן די נאכט פון ניטל אויף א איידעלע און אויסגעהאלטענע וועג.

היבש פראפעשענעל צוגעשטעלט מיט א סעקויריטי גארד (וועיטער) ביים טיר, קאמפויטער ווי מע האט זיך געדארפט איינסיינען, אביסל האט פאד, טרינקן במשך המעמד, א קעמערע וואס האט עס אויפגעכאפט, און שוין.

#די נעכעיגע עווענט מיט יעזרו און מארק הארוויץ איז געווען היסטאריש!


די היסטארישקייט איז אפשר אלס אריינברענגען אזא ביזנעס עווענט ביים יונגען ציבור פון אביסל א דרויסענדיגן און ביזנעס'דיגן סטייל וואס געשענט כמעט נישט אין דעם שטאט. וואס גיבט פאר די פוילע און דערשראקענע שיכטע פונם ציבור א שטופ צו גיין ברענגען פרנסה און אריינגיין אין א ביזנעס. דער נפתלי הורוויץ האט פיין געזאגט און געווען אינפארמאטיוו. דער שטערן'ס 10 מינוטיג'ע אדווערטייזמענט דרשה האט אויפגערעגט מיין שכן וואס איז געזיצן צו מיין לינקע זייט טענה'דיג אז זיין 50 דאללער וואס ער האט איינגעצאלט איז נישט געווען צו זיצן און הערן יענעם'ס קאמערשל עד אפילו ער האט גע'ספאנסערט דעם אווענט און ער האט זיך פשוט אויפגעשטעלט און ארויסגעוואקט מאכנדי'ג א ליידיגע פלאץ פאר מיין הוט. די Q ַַA סעסיע איז געווען פיין אבער מיט די צייט אנגעהויבן ווערן אביסל באורינג, איך האב געוואלט אין דעם צייט הערן מער לענגערע אפשאצונגען פון נפתלי אויף נאך ביזנעס טאפיק'ס. אבער אווער אלל וואס ער האט יא געזאגט איז געווען אינטערסאנט און שטארק. און עס קומט זיך פאר יעזורו א שטארקע דאנק פארן אהערשטעלן אזא געוואלדיגע אווענט

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:23 am

איבער דער עצם אווענט ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז יעזורו מאכט שיינע עדס..
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ואב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

מאנרא באס קא

תגובהדורך בבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:42 am

נעכטן האט געדארפט זיין א קארט וועגן די באס פראפעטי אין ווילי. ווייסט איינער וואס איז געבליבן?
עס האט געהייסן אז יונוואר 1 תש19 שפארט זיך אפ די באס קאמפאני. איך זעה אז עס פארט ווייטער מיט א פעסטקייט נאך אלץ מיט די גאר פינקטלעכע צייטליך סערוויס ב. ה.

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג ינואר 08, 2019 11:11 am

גמח הצלה איז נאך אביסל פון די אלדטיימערס, שוין צייט צו דראפן די דיננערס, איינער זאל זיי פארציילן אז אנליין קאמפיינס האבן איבערגענומען די מארקעט.

אוועטאר
קלמן הלוי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

תגובהדורך קלמן הלוי » דינסטאג ינואר 08, 2019 11:15 am

בבל האט געשריבן:נעכטן האט געדארפט זיין א קארט וועגן די באס פראפעטי אין ווילי. ווייסט איינער וואס איז געבליבן?

עס איז היינט די קארט.
לאמיר מתפלל זיין פאר אים!
איך פרעג נאר!

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג ינואר 08, 2019 11:19 am

דער 8'טער איז א הירינג
בוי זיך זעלבסט

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דינסטאג ינואר 08, 2019 11:36 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:א גוט מארגן.

געשריבן א סטעיטמענט אין אונגעמאכט א שטיקל סאמאטוכע, אלזא וועט מען דאס עלקרערן.

נומער 1: די נעכעיגע עווענט מיט יעזרו און מארק הארוויץ איז געווען היסטאריש!

היסטאריש פאר קרית יואל צו זען אזא שיינע עולם בעיקר אינגע, וואס שטרעבן צו אונקומען ערגעץ ווייטער ווי 750$ א וואך, געווען זייער א קאלירפולע עולם, אין די עיקר וואס מע האט הנאה געהאט איז געווען פון קוי-עי סעסיע געפירט דורך אלעמען באקאנטן שמאול שטערן פון מארקעטינג בלא בלא.

צו מארק איז גוט געווען? ווער עס האט שוין געהערט ווי ער רעדט, ערווארט נישט קיין תירוץ פון מיר, פליט פון איין טאפיק צום צווייטן, רעדט פון זיך, מאכט אוועק יעדן, בקיצור אבער ער ברענגט אריין א מורעגידע מאטעוואציע (א מאטעוואציע צו וואס?) , וואס דאס לייקענט נישט קיינער.

די עולם איז באשטאנען פון:
מערסטענ'ס ארבייטער'ס אין אביסל בעל הבתים.

יעזרו איז אונגעקומען צום זייער ציל ווען די זאל איז געווען איבערגעפילט עד אפס מקום.

די עד אינמיטן פון A START איז געווען עפעס וואס די עולם האט נישט געקאנט אוועק מישן.

סע איז זיכער אז סע האט געהאלפן פאר געוויסע צו דרימען אדער צו שטיפן די נאכט פון ניטל אויף א איידעלע און אויסגעהאלטענע וועג.

היבש פראפעשענעל צוגעשטעלט מיט א סעקויריטי גארד (וועיטער) ביים טיר, קאמפויטער ווי מע האט זיך געדארפט איינסיינען, אביסל האט פאד, טרינקן במשך המעמד, א קעמערע וואס האט עס אויפגעכאפט, און שוין.

#די נעכעיגע עווענט מיט יעזרו און מארק הארוויץ איז געווען היסטאריש!

די עיקר עד איז געווען אז מיט 1500 א וואך קען מען נישט לעבן ווי א יוד !!!
מאכט טאקע דער עולם מער ווי 15 מאות א וואך?

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג ינואר 08, 2019 12:16 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:עפטער אלל איז שוין לאנג נישט געווען פאר מיר אזא באארינג דינער. ממש גארנישט חידושים אדער אינטערסאנט. עס קוקט מיר אויס ווי עס איז לכתחילה אזוי געווען געפלאנט.

מאכט סענס, כ'מיין ער האט נישט געהאט קיין מארקעטער דאס יאר


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, farmer, Google [Bot], דניאל אויערבאך, טעם וריח, פארשטייסט?, קהל עדתינו, קליינקעפיק, שטיל, שליו ודגים און 98 געסט