נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ביללער » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:44 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
ggg האט געשריבן:די מוזיק אויף דח גאס איז זייער א גיטע זאך, למשל מיין מאמע זאגט מיר די מוזיק איז אריבער געפארן איר הויז איז זי ארויס אויפן פראנט פארטש זי האט זיך מחיה געווען סהאט איר אביסלע אויפגעפרישט, און דעיס איז זייער וויכטיג פאר זייער געזינט.
ישר כח פאר די עסקנים

געבענטשט זאלן זיין די עסקנים וואס טוען דאס, עס לאזט זיך נישט גלייבן וואס פאר א חיות עס ברענגט אריין אין די שטוב אין די אנגעצויגענע טעג.

נאר איין ביטע צו זיי, אויב מעגליך מאכן אביסל לענגער די מוזיק אויף איין פלאץ, נישט אזוי שנעל אוועקפארן...

סתם א יחיד על דעת עצמו, אן קיין עסקנים.
יא ס'דא אסאך אידן וואס לאכן יעצט ווי קיינמאל, זעט אויס ב"ה ביי זייער משפחה פילט זיך יעדער גוט, און קיינער ראנגלט זיך נישט אויפן חיות, די אלע טויזנטער וואס האבן געפערליכע קאפ שמערצן מיט פיבער זאלן צוקראכט ווערן פון די פורימ'דיגע מוזיק, און די אלע וואס ווארטן יעדע רגע אויף א נס מן השמים אויף זייערע עלטערן, וועם גייט עס אן, אבי אינגע חברה לאכן, א פלא נאר אז אלע רבנים פון די וועלט האבן געהייסן זאגן היינט אבינו מלכנו, זיי האלטן יא אז ס'איז עפעס א עת צרה ליעקב, מוזיק דאס איז וואס פעלט אונז.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:12 pm

ביללער מיט אזא עדיטוט איז פיל שווערער צו פייטן די קורונה נאר מיט שמחה שמחה איז די בעסטע זאך פארן אימיון סיסטעם

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:17 pm

איך האלט מיט אסאך קאראונע פעלער. די מוזיק וואס האט צוערשט אויסגעזען קינדיש, איז כמים כרים על נפש איפה פאר די יושבי חושך אין די פארדעמפטע קינדערלוסטיגע שטובער. עס ערוועקט די טויטע גאסן און גיבט פרישע האפענונג.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ביללער » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:23 pm

שמחה איז נישט דאס, ווען מ'טוט וואס מ'דארף איז מען בשמחה, שמחה איז נישט א צוקנייטשטע באק, ווען מ'איז מעורר רחמים כמחויבים בדינא בשעת צרה נוראה כזו, איז די גרעסטע שמחה.

דאס איז געלעכטער, אז מ'דארף מסביר זיין אזא דבר פשוט איז א סימן אז דער מצב איז זייער גוט ב"ה, ת"ש האט א איד אין אייראפע נישט געלאכט און געשפילט מוזיק.
לעצט פאראכטן דורך ביללער אום מיטוואך מארטש 25, 2020 10:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 23, 2013 6:11 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך רעדנער » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:24 pm

כמים כרים על נפש עיפה, יא א נפש עיפה דארף כרים גוטע קישענעס צו שלאפן, אבער ס'איז אויך גוט מים קרים, פשוטע קאלטע וואסער זיך צו בארוהיגן
טאקע א מאדיאר אבער דאך א חסידישער רעדנער

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ביללער » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:27 pm

רעדנער האט געשריבן:כמים כרים על נפש עיפה, יא א נפש עיפה דארף כרים גוטע קישענעס צו שלאפן, אבער ס'איז אויך גוט מים קרים, פשוטע קאלטע וואסער זיך צו בארוהיגן

לבשו כרים הצאן

ליבי ובשרי
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ליבי ובשרי » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:29 pm

היינט דערציילט מען ווער ס'האט געטאנצען און זיך מחזק געווען ביים מלחמה, נישט פארקערט.

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך Programming » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:37 pm

איינער האט שוין באזוכט די וועבסייט פון ריפרעש? מען קען שוין געהעריג מאכן א ארדער דארט? און וויאזוי קען מען זיך רעזשיסטערן?

אוועטאר
covfefe
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:39 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך covfefe » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:48 pm

ביללער האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
ggg האט געשריבן:די מוזיק אויף דח גאס איז זייער א גיטע זאך, למשל מיין מאמע זאגט מיר די מוזיק איז אריבער געפארן איר הויז איז זי ארויס אויפן פראנט פארטש זי האט זיך מחיה געווען סהאט איר אביסלע אויפגעפרישט, און דעיס איז זייער וויכטיג פאר זייער געזינט.
ישר כח פאר די עסקנים

געבענטשט זאלן זיין די עסקנים וואס טוען דאס, עס לאזט זיך נישט גלייבן וואס פאר א חיות עס ברענגט אריין אין די שטוב אין די אנגעצויגענע טעג.

נאר איין ביטע צו זיי, אויב מעגליך מאכן אביסל לענגער די מוזיק אויף איין פלאץ, נישט אזוי שנעל אוועקפארן...

סתם א יחיד על דעת עצמו, אן קיין עסקנים.
יא ס'דא אסאך אידן וואס לאכן יעצט ווי קיינמאל, זעט אויס ב"ה ביי זייער משפחה פילט זיך יעדער גוט, און קיינער ראנגלט זיך נישט אויפן חיות, די אלע טויזנטער וואס האבן געפערליכע קאפ שמערצן מיט פיבער זאלן צוקראכט ווערן פון די פורימ'דיגע מוזיק, און די אלע וואס ווארטן יעדע רגע אויף א נס מן השמים אויף זייערע עלטערן, וועם גייט עס אן, אבי אינגע חברה לאכן, א פלא נאר אז אלע רבנים פון די וועלט האבן געהייסן זאגן היינט אבינו מלכנו, זיי האלטן יא אז ס'איז עפעס א עת צרה ליעקב, מוזיק דאס איז וואס פעלט אונז.

איך ליג ליידער אין בעט די לעצטע פאר טעג און עס האט מיר און מיין משפחה אריין געברענגט א פרישקייט
און אזוי אויך פאר מיין שווער און שוויגער וואס זענען איינגעשפארט אינדערהיים

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:54 pm

ביללער האט געשריבן:שמחה איז נישט דאס, ווען מ'טוט וואס מ'דארף איז מען בשמחה, שמחה איז נישט א צוקנייטשטע באק, ווען מ'איז מעורר רחמים כמחויבים בדינא בשעת צרה נוראה כזו, איז די גרעסטע שמחה.

דאס איז געלעכטער, אז מ'דארף מסביר זיין אזא דבר פשוט איז א סימן אז דער מצב איז זייער גוט ב"ה, ת"ש האט א איד אין אייראפע נישט געלאכט און געשפילט מוזיק.

ביללער, די ביסט אפעקטירט פון די וויירוס? אזעלכע נארישקייטן צו שרייבן, דאס פאסט נישט פאר דיר
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ביללער » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:57 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
ביללער האט געשריבן:שמחה איז נישט דאס, ווען מ'טוט וואס מ'דארף איז מען בשמחה, שמחה איז נישט א צוקנייטשטע באק, ווען מ'איז מעורר רחמים כמחויבים בדינא בשעת צרה נוראה כזו, איז די גרעסטע שמחה.

דאס איז געלעכטער, אז מ'דארף מסביר זיין אזא דבר פשוט איז א סימן אז דער מצב איז זייער גוט ב"ה, ת"ש האט א איד אין אייראפע נישט געלאכט און געשפילט מוזיק.

ביללער, די ביסט אפעקטירט פון די וויירוס? אזעלכע נארישקייטן צו שרייבן, דאס פאסט נישט פאר דיר

און איך בין נאך נאריש, השתגעתם, מענטשן פאלן ל"ע ווי פליגן, ס'ווערט יעדע מינוט ערגער, די מצב איז נישט אויסצוהאלטן און די געזונטע אידן לאכן ב"ה

אוודאי אלץ אזוי געווען ביי אידן, ווען מ'איז געווען א שעת צרה האט מען אנגעצינדן די ספיקערס, אזוי שטייט מסתמא אין רמב"ם צו וואו. דאס איז דער רצון השי"ת

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:03 pm

ביללער בארואיגט אייך. איך האב אייך נישט וואס צו ענטפערן, היות עס זעהט מיר נישט אויס ווי מיר זענען אויפ'ן זעלבן ערד קוגל, ממילא וועט איר ממילא נישט פארשטיין וואס איך וועל אייך מסביר זיין די מצב דא אויפ'ן עולם השפל.

איך וואלט אייך שטארק מייעץ געווען זיך צו גיין אויסרוען, שלאפן איז זייער וויכטיג אין די צייט פונעם וויירוס. רוה'ט אייך גיט אויס, און ביטע לאזן צענדליגער טויזענטער אידישע קינדער שעפן עטוואס חיות ושמחה אין די אנגעצויגענע מצבים.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ביללער » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:11 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:ביללער בארואיגט אייך. איך האב אייך נישט וואס צו ענטפערן, היות עס זעהט מיר נישט אויס ווי מיר זענען אויפ'ן זעלבן ערד קוגל, ממילא וועט איר ממילא נישט פארשטיין וואס איך וועל אייך מסביר זיין די מצב דא אויפ'ן עולם השפל.

איך וואלט אייך שטארק מייעץ געווען זיך צו גיין אויסרוען, שלאפן איז זייער וויכטיג אין די צייט פונעם וויירוס. רוה'ט אייך גיט אויס, און ביטע לאזן צענדליגער טויזענטער אידישע קינדער שעפן עטוואס חיות ושמחה אין די אנגעצויגענע מצבים.

איר האט רעכט, מיר זענען נישט אויפן זעלבן ערדקוגעל. עיי' בדרשות חת"ס אחר המגיפה, ווי ער לייגט אראפ די אלע אנגעצויגענע וואס האבן נישט געקענט אנגיין מיט זייער לעבן, ווייניג געקימערט פאר אידישע נפשות.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:36 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:ס'נישט קיין וויץ, די ארגאנעזאציעס וואס שטייען מכלומר'שט אונטער די ליין וואלטן ווען געדארפט זיין די ארויסצוגיבן א בריוו אז מען זאל נישט רופן דעם ליין. פונקטט אים האט מען געדארפט נעמען צי בארואיגן אדער אינפארמירן דעם עולם?

שוין כשר וישר פאר יעדן, מ'האט שוין געלייגט א שמועס מיט ר' אייזיק דאסקאל

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:37 pm

מען דארף האבן ביידע, לב נשבר און שמחה -
דער אייבערשטער וויל מיר זאלן זיין צובראכן אויף צרות ישראל און אסאך בעטן רחמי שמים אויף ווייטער און תשובה טון, און דער אייבערשטער וויל אויך מען זאל זיין פרייליך ווייל מען ווייסט אז אלעס איז פונעם אייבערשטן לטובה, און ווי די הלכה פסקנ'ט 'חייב' אדם לברך על הרעה וכו', און מען האפט אז דער אייבערשטער וועט העלפן אויף ווייטער לטובה כפשוטו.
איז דען יעצט נישט שייך 'תחת אשר לא עבדת את ה''א בשמחה', וואס שטייט טאקע אינעם סאמע תוכחה... נאר אוודאי דארף זיין ביידע.

דאס איז אויך אין טאג טעגליכן לעבן און אין יעדן ענין, בגשמיות און אויך אין עבודת ה', ווי דארף מען זיין צובראכן אויף די נישט גוטע זאכן און תשובה טון, און פרייליך מיט די גוטע זאכן און דינען דעם אייבערשטן ווייטער מיט א שמחה. דאס האט אונז חסידות אויסגעלערנט.

ויש הרבה הרבה להאריך ביסודות אלו, ועיקר לעובדא למעשה, שרייען צום אייבערשטן זאל אונז העלפן און תשובה טון און עוסק זיין אין תיקון המעשים, און אויך זיין פרייליך אז אלעס איז לטובה און מיט אלע גוטע זאכן וואס דער אייבערשטער געט אונז, און האפן אויף די בעסטע.
זייטס געזונד און פרייליך! :-( :cry: :P :grin:
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:42 pm

לא לנו האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:ס'נישט קיין וויץ, די ארגאנעזאציעס וואס שטייען מכלומר'שט אונטער די ליין וואלטן ווען געדארפט זיין די ארויסצוגיבן א בריוו אז מען זאל נישט רופן דעם ליין. פונקטט אים האט מען געדארפט נעמען צי בארואיגן אדער אינפארמירן דעם עולם?

שוין כשר וישר פאר יעדן, מ'האט שוין געלייגט א שמועס מיט ר' אייזיק דאסקאל

פארדרייעט דעם שמועס. מען האט נישט גערעדט פון חסידות, מען האט גערעדט פון עפעס אנדערש, ליינט איבער וואס עס שטייט אויבן (נישט אלעס דרייעט זיך ארום פאליטיק)
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:48 pm

אוודאי רעדט מען נישט דא פון חסידות, ס'איז דאך אסור ע"פ תקנת המקום, אבער דערווייל איז אלעס געפארן מער ווייניגער אויף פארטיי ליניעס, דו"ק ותשכח

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:48 pm

שוא ושקר
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:50 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:ס'נישט קיין וויץ, די ארגאנעזאציעס וואס שטייען מכלומר'שט אונטער די ליין וואלטן ווען געדארפט זיין די ארויסצוגיבן א בריוו אז מען זאל נישט רופן דעם ליין. פונקטט אים האט מען געדארפט נעמען צי בארואיגן אדער אינפארמירן דעם עולם?

שוין כשר וישר פאר יעדן, מ'האט שוין געלייגט א שמועס מיט ר' אייזיק דאסקאל

פארדרייעט דעם שמועס. מען האט נישט גערעדט פון חסידות, מען האט גערעדט פון עפעס אנדערש, ליינט איבער וואס עס שטייט אויבן (נישט אלעס דרייעט זיך ארום פאליטיק)

אוודאי רעדט מען נישט דא פון חסידות, ס'איז דאך אסור ע"פ תקנת המקום, אבער דערווייל איז אלעס געפארן מער ווייניגער אויף פארטיי ליניעס, דו"ק ותשכח

שוא ושקר

כ'מיין ח"ו נישט אייך, כ'בעט אייך שוין איבער, כ'רעדט פון אנדערע

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:51 pm

Programming האט געשריבן:איינער האט שוין באזוכט די וועבסייט פון ריפרעש? מען קען שוין געהעריג מאכן א ארדער דארט? און וויאזוי קען מען זיך רעזשיסטערן?

עס ארבעט נאכנישט
דו האסט א גמ"ח פון שיסן אומזיסטע נעגעטיוויטי? אדער דו טוסט עס גאר פאר פרנסה?

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:03 am

לא לנו האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:שוין כשר וישר פאר יעדן, מ'האט שוין געלייגט א שמועס מיט ר' אייזיק דאסקאל

פארדרייעט דעם שמועס. מען האט נישט גערעדט פון חסידות, מען האט גערעדט פון עפעס אנדערש, ליינט איבער וואס עס שטייט אויבן (נישט אלעס דרייעט זיך ארום פאליטיק)

אוודאי רעדט מען נישט דא פון חסידות, ס'איז דאך אסור ע"פ תקנת המקום, אבער דערווייל איז אלעס געפארן מער ווייניגער אויף פארטיי ליניעס, דו"ק ותשכח

שוא ושקר

כ'מיין ח"ו נישט אייך, כ'בעט אייך שוין איבער, כ'רעדט פון אנדערע

כ'וויל נישט דא מאריך זיין איבער די פאניק וואס די האטליין האט אנגעמאכט, עכ"פ די ערשטע צוויי טאג, אבער די טענות האב איך געהערט פון אידן פון אלע שיכטן און קרייזן פון אלע עקן קרית יואל, עס האט נישט מיט פארטיי ליניע'ס בכלל.

א גיטן טאג.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ישתבח שמו לעד » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:03 am

ביללער האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
ביללער האט געשריבן:שמחה איז נישט דאס, ווען מ'טוט וואס מ'דארף איז מען בשמחה, שמחה איז נישט א צוקנייטשטע באק, ווען מ'איז מעורר רחמים כמחויבים בדינא בשעת צרה נוראה כזו, איז די גרעסטע שמחה.

דאס איז געלעכטער, אז מ'דארף מסביר זיין אזא דבר פשוט איז א סימן אז דער מצב איז זייער גוט ב"ה, ת"ש האט א איד אין אייראפע נישט געלאכט און געשפילט מוזיק.

ביללער, די ביסט אפעקטירט פון די וויירוס? אזעלכע נארישקייטן צו שרייבן, דאס פאסט נישט פאר דיר

און איך בין נאך נאריש, השתגעתם, מענטשן פאלן ל"ע ווי פליגן, ס'ווערט יעדע מינוט ערגער, די מצב איז נישט אויסצוהאלטן און די געזונטע אידן לאכן ב"ה

אוודאי אלץ אזוי געווען ביי אידן, ווען מ'איז געווען א שעת צרה האט מען אנגעצינדן די ספיקערס, אזוי שטייט מסתמא אין רמב"ם צו וואו. דאס איז דער רצון השי"ת

שיחות הר׳ן קלא
כשכתבתי לפניו התורה ואלה המשפטים (בסימן י' חלק ראשון מלקוטי מוהר"ן) המתחלת כשיש דינים חס ושלום על ישראל, על ידי רקודין והמחאת כף נעשה המתקת הדינים וכו'. אמר לי: כך אמרתי, שעכשו נשמע גזרות חס ושלום על ישראל. והנה הולכים וממשמשים לבוא ימי הפורים האלה (כי התורה הזאת נאמרה סמוך לפורים) ויהיו ישראל מרקדים וימחאו כף ועל ידי זה ימתיקו הדינים. וחזר וכפל דבריו ואמר בפה מלא: כך אמרתי. וכונתו היתה להעיר לבבנו שנדע ונבין שכל דברי תורתו הקדושה אף על פי שיש בה עמקות גדול ונורא מאד מאד ורזין עלאין וסודי סודות עמקים ורחבים מני ים בכל דבור ודבור, אף על פי כן עקר כונתו שנשמע ונקבל דבריו הקדושים בפשיטות לשמר ולעשות ולקים את כל דברי תורתו בפשיטות ובתמימות. כמו למשל התורה הקדושה הזאת שנאמר שם שעל ידי המחאת כף ורקודין נמתקין הדינים היתה כוונתו כפשוטו שיחזקו עצמן לשמח בימי שמחה כגון פורים וחנכה וימים טובים או חתנה וכיוצא בזה כל מיני שמחה של מצוות שיחזקו עצמן בשמחה גדולה עד שיזכו להתעורר לרקודין והמחאת כף ועל ידי זה ימתיקו הדינים.

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:26 am

רעק"א שרייבט אויך אין בריוו אז מען זאל זיין בשמחה

ליבי ובשרי
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ליבי ובשרי » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:46 am

לא לנו האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:שוין כשר וישר פאר יעדן, מ'האט שוין געלייגט א שמועס מיט ר' אייזיק דאסקאל

פארדרייעט דעם שמועס. מען האט נישט גערעדט פון חסידות, מען האט גערעדט פון עפעס אנדערש, ליינט איבער וואס עס שטייט אויבן (נישט אלעס דרייעט זיך ארום פאליטיק)

אוודאי רעדט מען נישט דא פון חסידות, ס'איז דאך אסור ע"פ תקנת המקום, אבער דערווייל איז אלעס געפארן מער ווייניגער אויף פארטיי ליניעס, דו"ק ותשכח

שוא ושקר

כ'מיין ח"ו נישט אייך, כ'בעט אייך שוין איבער, כ'רעדט פון אנדערע

איך בין נישט פון סאטמאר אבער יעצט בין איך שוין דן לכף זכות די פאניק אנזייערס.........

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 8:23 am

די היינטיגע חלוקה ביי מוסדות מהר"א פארט א מחי' אריין אין ארויס
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Kollel, private, א חסיד, אביסל טיפער, בלי לחץ, בלייב געזונט, בן הצעיר, והיתם נקיים, זזה, לענדבסד, מאן דאמר, ממושניק, שלים און 125 געסט