נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11238
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 1:07 pm

עכט נאריש האט געשריבן:האבן מיר א בר מצוה היינט און ק"י, איך זיך צו קויפן א visa gift card וכדומה פארן בר מצוה בחר, איז דא א אידישע געשעפט און ק"י וואס פארקויפט דאס ?

https://jiftcard.com/

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

העליש פייער אין אולם עטרת מאיר צבי

תגובהדורך קיסריה » זונטאג דעצמבער 29, 2019 10:11 am

נעכטן נאכט מוצ״ש״ק חנכה האט אויסגעבראכן א העליש פייער אין אולם עטרת מאיר צבי בגלילות קרית יואל בשעת א חנוכה מסיבה פון א מנורה.

ב״ה קיין געשעדיגטע.

בילדער ווער האט?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג דעצמבער 29, 2019 10:22 am

וועלט אייך אויס וועלכע נוסח איר ווילט, איר קענט אויך צולייגן אייגענע השערות, פאר די זעלבע פרייז...
Screenshot_20191229-101410.png
Screenshot_20191229-101410.png (568.86 KiB) געזעהן 4075 מאל
Screenshot_20191229-101619.png
Screenshot_20191229-101619.png (523.42 KiB) געזעהן 4075 מאל
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » זונטאג דעצמבער 29, 2019 11:52 am

די פייער קומט עטליכע וואכן נאכדעם וואס די בנ''י קאמפלעקס האט געהאט א פייער אין די באס מעינטענעס גראדטש
קיקט אויס ווי די פייער אינשורענס וועט ארויפגיין

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג דעצמבער 29, 2019 12:04 pm

פייער איז געשעהן פון א בלויע לעכט וואס מנוצט צו וואראמען עסן וואס איז איבער געבליבן דארטן דורך א משפחה וואס האט געפראוועט א סעודת חנוכה (נישט דורך א מנורה) און איז אויסגעלאשען געווארן דורך א באטייליגטער מיט א פייער עקסטיגניזשער (נישט דורך פייער לעשער)

טראק דרייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג דעצמבער 29, 2019 12:08 pm

ערנסטע שאדנס אדער גארנישט מיט גארנישט?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג דעצמבער 29, 2019 12:13 pm

איבער געבלאזענע נייעס:

אפאר בענקלעך זענען פארכאפט געווארן און פייער, אינעם עטרת מאיר צבי חתונה זאל, נאכדעם וואס א פארטי קענדל איז געפאלען אויף א טושטעך ביי א פריוואטע חנוכה מסיבה.

די פייער איז געקומען אונטער קאנטראל, און צו א באלדיגען אפשטעל, דורך א פערצען יעריג בחור'ל מיט א פייער עקסטינגוויטשער.

די פייער דיפארטמענט איז אנגעקומען נאך זיבן מינוט, און האט תיכף דערקלערט אז מען וועט די בענקלעך מער נישט קענען ניצן. די הנהלת ה'זאל איז יעצט דן בכובד ראש, אויב מען זאל קלאגען אינשורענס, אדער זאל מען איינפאך ארויס נעמען עטליכע נייע בענקלעך פון סטארידזש, און ריפלעיסן דו שאדן.

קול מבשר פרובירט זיך צו פארבינדן מיטן העראישען בחור'ל. אבער אזוי ווי ער איז נאך בלי חתימת זקן, לויפט ער ווארשיינליך היצט ארום ביי די מנינים צו זאמלען חנוכה געלט כמנהג המקום.

אוועטאר
בארג
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 4:01 pm

תגובהדורך בארג » זונטאג דעצמבער 29, 2019 12:16 pm

blue moon האט געשריבן:איבער געבלאזענע נייעס:

אפאר בענקלעך זענען פארכאפט געווארן און פייער, אינעם עטרת מאיר צבי חתונה זאל, נאכדעם וואס א פארטי קענדל איז געפאלען אויף א טושטעך ביי א פריוואטע חנוכה מסיבה.

די פייער איז געקומען אונטער קאנטראל, און צו א באלדיגען אפשטעל, דורך א פערצען יעריג בחור'ל מיט א פייער עקסטינגוויטשער.

די פייער דיפארטמענט איז אנגעקומען נאך זיבן מינוט, און האט תיכף דערקלערט אז מען וועט די בענקלעך מער קענען ניצן. די הנהלת ה'זאל איז יעצט דן בכובד ראש, אויב מען זאל קלאגען אינשורענס, אדער זאל מען איינפאך ארויס נעמען עטליכע נייע בענקלעך פון סטארידזש, און ריפלעיסן דו שאדן.

קול מבשר פרובירט זיך צו פארבינדן מיטן העראישען בחור'ל. אבער אזוי ווי ער איז נאך בלי חתימת זקן, לויפט ער ווארשיינליך היצט ארום ביי די מנינים צו זאמלען חנוכה געלט כמנהג המקום.

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג דעצמבער 29, 2019 12:33 pm

blue moon האט געשריבן:איבער געבלאזענע נייעס:

אפאר בענקלעך זענען פארכאפט געווארן און פייער, אינעם עטרת מאיר צבי חתונה זאל, נאכדעם וואס א פארטי קענדל איז געפאלען אויף א טושטעך ביי א פריוואטע חנוכה מסיבה.

די פייער איז געקומען אונטער קאנטראל, און צו א באלדיגען אפשטעל, דורך א פערצען יעריג בחור'ל מיט א פייער עקסטינגוויטשער.

די פייער דיפארטמענט איז אנגעקומען נאך זיבן מינוט, און האט תיכף דערקלערט אז מען וועט די בענקלעך מער נישט קענען ניצן. די הנהלת ה'זאל איז יעצט דן בכובד ראש, אויב מען זאל קלאגען אינשורענס, אדער זאל מען איינפאך ארויס נעמען עטליכע נייע בענקלעך פון סטארידזש, און ריפלעיסן דו שאדן.

קול מבשר פרובירט זיך צו פארבינדן מיטן העראישען בחור'ל. אבער אזוי ווי ער איז נאך בלי חתימת זקן, לויפט ער ווארשיינליך היצט ארום ביי די מנינים צו זאמלען חנוכה געלט כמנהג המקום.

חוץ די טיש און בענקלעך איז דא נאך עפעס דעמידזש? די וואנט, פלאר, סמאוק
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6616
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 10:56 pm

די מעשה איז געווען אזוי:

ער איז געגאנגען מיט א שיינעם אנצוג אנגעטאן נישט אויסצוקוקן פארדעכטיגט און ציען אויפמערקזאמקייט ביי איינעם. רואיגערהייט אראפ און ארויף שפאצירט גארפיעלד רד פונעם ביהמ״ד הג׳ ביז איהעל קט. אהין און צוריק עטליכע מאל. דער יונגערמאן האט קלאר געזעהן אז זיינע אויגן ווענדן זיך כסדר צום שטח הביהמ״ד און אנאלאזירט דעם ארום. ער האט באשלאסן צו שטיין אין א זייט און צוקוקן אויף די באוועגונגען פון דעם פארשוין.

נאך אפאר לענגערע מינוטן האט זיך דער פארדעכטיגטער גוי אריינגעזעצט אין זיין קאר וועלכע איז געווען אינעם פארקינג לאט פארענט פון ביהמ״ד. ארויסגעפארן פון העיס צו פארעסט, צוריק אריין פון ווען ביורן ארויף צו גארפיעלד. נאכאמאל א בליק געטאן אויף דעם הלוך ילך פונעם גאנצן ארום ביפאר ער איז אנטרינען פון די געגענט.

ס׳איז פאר דעם יונגערמאן קלאר געוועזן אז דאס וואס ער האט נארוואס מיטגעהאלטן איז פארדעכטיגט. הגם די וועג וויזוי יענער איז געווען געקליידעדט האט אים געשטופט צו קלערן אז ער חלומט, קיין שאנסן האט ער אבער נישט געוואלט נעמען. ס׳איז ענדערש צו ווערן חוזק פאר די פאליס אז יענער איז למעשה א ארבעטער אין די געגענט ווי איידער הערשט נאך א שרעקליכע זאך צו זיין א עדות וועלכע האט שוין אויפגעפאסט זאכן ביפארדעם, נאר נישט געשפירט פאר וויכטיג מיטצוטיילן זיינע אינפארמאציע פאר די באאמטע..

פארט שטייט מען אין א מצב פון אנגעצויגנקייט.. מ׳הערט ליידער אזויפיל מעשות, איך מיז גיין פארציילן! און ער האט אנגערופן משה לייב וויטריאל פון פובליק סעיפטי.

ביז געציילטע מינוטן זענען די סטעיט טרופער׳ס דארט געווען, ק״י איז דאך יעדע אינטש פון שטעטל פולקאם געדעקט דרוך הויעך סעפיסטעקירטע סערוועליענס קעמערא׳ס, ס׳האט נישט גענומען לאנג און זיי האבן געהאט דעם פולן דיסקריפציע פונעם קאר. קורצליך נאך א שעה נאך וואס דער יונגערמאן האט אנגערופן משה לייב׳ן האבן די פאליציי שוין אינטערוויאו׳ט דעם פארדעכטיגטער פארשוין.

און.. זיינע מאטיוון.. ער האט געוואלט אויספראבירן די סיקיורעטי! פשוטו כמשמעו!

כ׳האב נאכנישט געהערט קלאר צו יענער איז א דזשורנאליסט, אדער א סטעיט אינספעקאר גאר.. דאס איז אבער גאר א גוטע מעשה וואס צייגט ווי וויכטיג ס׳איז מיטצוטיילן אינפארמאציע אויב זעהט מען עפעס פארדעכטיגט. און אין דעם פאל האט מען געפעסט דעם טעסט.

א גוטע נאכט.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 11:04 pm

blue moon האט געשריבן:איבער געבלאזענע נייעס:

אפאר בענקלעך זענען פארכאפט געווארן און פייער, אינעם עטרת מאיר צבי חתונה זאל, נאכדעם וואס א פארטי קענדל איז געפאלען אויף א טושטעך ביי א פריוואטע חנוכה מסיבה.

די פייער איז געקומען אונטער קאנטראל, און צו א באלדיגען אפשטעל, דורך א פערצען יעריג בחור'ל מיט א פייער עקסטינגוויטשער.

די פייער דיפארטמענט איז אנגעקומען נאך זיבן מינוט, און האט תיכף דערקלערט אז מען וועט די בענקלעך מער נישט קענען ניצן. די הנהלת ה'זאל איז יעצט דן בכובד ראש, אויב מען זאל קלאגען אינשורענס, אדער זאל מען איינפאך ארויס נעמען עטליכע נייע בענקלעך פון סטארידזש, און ריפלעיסן דו שאדן.

קול מבשר פרובירט זיך צו פארבינדן מיטן העראישען בחור'ל. אבער אזוי ווי ער איז נאך בלי חתימת זקן, לויפט ער ווארשיינליך היצט ארום ביי די מנינים צו זאמלען חנוכה געלט כמנהג המקום.


לאל

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 11:17 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די מעשה איז געווען אזוי:

ער איז געגאנגען מיט א שיינעם אנצוג אנגעטאן נישט אויסצוקוקן פארדעכטיגט און ציען אויפמערקזאמקייט ביי איינעם. רואיגערהייט אראפ און ארויף שפאצירט גארפיעלד רד פונעם ביהמ״ד הג׳ ביז איהעל קט. אהין און צוריק עטליכע מאל. דער יונגערמאן האט קלאר געזעהן אז זיינע אויגן ווענדן זיך כסדר צום שטח הביהמ״ד און אנאלאזירט דעם ארום. ער האט באשלאסן צו שטיין אין א זייט און צוקוקן אויף די באוועגונגען פון דעם פארשוין.

נאך אפאר לענגערע מינוטן האט זיך דער פארדעכטיגטער גוי אריינגעזעצט אין זיין קאר וועלכע איז געווען אינעם פארקינג לאט פארענט פון ביהמ״ד. ארויסגעפארן פון העיס צו פארעסט, צוריק אריין פון ווען ביורן ארויף צו גארפיעלד. נאכאמאל א בליק געטאן אויף דעם הלוך ילך פונעם גאנצן ארום ביפאר ער איז אנטרינען פון די געגענט.

ס׳איז פאר דעם יונגערמאן קלאר געוועזן אז דאס וואס ער האט נארוואס מיטגעהאלטן איז פארדעכטיגט. הגם די וועג וויזוי יענער איז געווען געקליידעדט האט אים געשטופט צו קלערן אז ער חלומט, קיין שאנסן האט ער אבער נישט געוואלט נעמען. ס׳איז ענדערש צו ווערן חוזק פאר די פאליס אז יענער איז למעשה א ארבעטער אין די געגענט ווי איידער הערשט נאך א שרעקליכע זאך צו זיין א עדות וועלכע האט שוין אויפגעפאסט זאכן ביפארדעם, נאר נישט געשפירט פאר וויכטיג מיטצוטיילן זיינע אינפארמאציע פאר די באאמטע..

פארט שטייט מען אין א מצב פון אנגעצויגנקייט.. מ׳הערט ליידער אזויפיל מעשות, איך מיז גיין פארציילן! און ער האט אנגערופן משה לייב וויטריאל פון פובליק סעיפטי.

ביז געציילטע מינוטן זענען די סטעיט טרופער׳ס דארט געווען, ק״י איז דאך יעדע אינטש פון שטעטל פולקאם געדעקט דרוך הויעך סעפיסטעקירטע סערוועליענס קעמערא׳ס, ס׳האט נישט גענומען לאנג און זיי האבן געהאט דעם פולן דיסקריפציע פונעם קאר. קורצליך נאך א שעה נאך וואס דער יונגערמאן האט אנגערופן משה לייב׳ן האבן די פאליציי שוין אינטערוויאו׳ט דעם פארדעכטיגטער פארשוין.

און.. זיינע מאטיוון.. ער האט געוואלט אויספראבירן די סיקיורעטי! פשוטו כמשמעו!

כ׳האב נאכנישט געהערט קלאר צו יענער איז א דזשורנאליסט, אדער א סטעיט אינספעקאר גאר.. דאס איז אבער גאר א גוטע מעשה וואס צייגט ווי וויכטיג ס׳איז מיטצוטיילן אינפארמאציע אויב זעהט מען עפעס פארדעכטיגט. און אין דעם פאל האט מען געפעסט דעם טעסט.

א גוטע נאכט.


דאס איז א מעשה פון היינט? :roll:

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מיטוואך ינואר 01, 2020 10:03 am

היינט ציפרי האט די פאליס וואס שטייט אין פראנט פין גרויסען ביהמ"ד
אפגעהאלטען עפעס א גוי אין הצלה האט אים אריינגעפירט

אוועטאר
ספיקער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:52 pm
לאקאציע: און חתונה זאל

תגובהדורך ספיקער » מיטוואך ינואר 01, 2020 11:05 am

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:היינט ציפרי האט די פאליס וואס שטייט אין פראנט פין גרויסען ביהמ"ד
אפגעהאלטען עפעס א גוי אין הצלה האט אים אריינגעפירט

די פאליס איז פאר סעקירעטי אדער צו טיילען טיקעטס ?

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 01, 2020 11:21 am

ספיקער האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:היינט ציפרי האט די פאליס וואס שטייט אין פראנט פין גרויסען ביהמ"ד
אפגעהאלטען עפעס א גוי אין הצלה האט אים אריינגעפירט

די פאליס איז פאר סעקירעטי אדער צו טיילען טיקעטס ?


למעשה זע איך אין בארא פארק נישט די סטעיט פאליס און נישט די סיטי וואס שטייען אלץ עקסטערע סעקיוריטי געבן טיקעטס, איך האב נעכטן דאבל פארקט (זאג נישט אויס פאר קיינעם) און אריין געלאפן אין באבוב אין פראנט פון זיי, כ'האב געדארפט איינעם עפעס איבערגעבן עמערדזשענסי האב איך גענומען א טשענס, למעשה כ'בין ארויס געקומען גארנישט געווען אויפן קאר, כ'האב דערציילט פאר אנדערע זאגן זיי אויך אז דא געבן די סארט חברה נישט קיין טיקעטס יעצט נאר די געווענליכע טיילערס.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך ינואר 01, 2020 11:22 am

די פאליס איז פאר סקיורעטי.
די מעשה מיטן יונגערמאן איז געווען נעכטן צופרי.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מיטוואך ינואר 01, 2020 3:32 pm

ספיקער האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:היינט ציפרי האט די פאליס וואס שטייט אין פראנט פין גרויסען ביהמ"ד
אפגעהאלטען עפעס א גוי אין הצלה האט אים אריינגעפירט

די פאליס איז פאר סעקירעטי אדער צו טיילען טיקעטס ?

עס האט אוסגעקיקט פאר סעקירעטי
איך האב געזען איינער פארט ראנג וועי אויף גארפילט איך בין געווען זיכער אז ער גייט כאפען א טיקעט
אבער גארנישט

פיין מסכים
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 2:46 pm

תגובהדורך פיין מסכים » מיטוואך ינואר 01, 2020 7:09 pm

2020 Poster 3.jpg
2020 Poster 3.jpg (596.6 KiB) געזעהן 2093 מאל

מיני מזונות
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 3:56 pm
לאקאציע: עיר הצדק

תגובהדורך מיני מזונות » מיטוואך ינואר 01, 2020 9:08 pm

זיי לאזן נישט מנוחה דעי חברה!
בורא מיני מזונות

פייערקרעקערס
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » מיטוואך ינואר 01, 2020 11:01 pm

כא כא כא האט געשריבן:די פאליס איז פאר סקיורעטי.
די מעשה מיטן יונגערמאן איז געווען נעכטן צופרי.

וואסע געווען די מאנסע?

פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » מיטוואך ינואר 01, 2020 11:53 pm

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:
ספיקער האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:היינט ציפרי האט די פאליס וואס שטייט אין פראנט פין גרויסען ביהמ"ד
אפגעהאלטען עפעס א גוי אין הצלה האט אים אריינגעפירט

די פאליס איז פאר סעקירעטי אדער צו טיילען טיקעטס ?

עס האט אוסגעקיקט פאר סעקירעטי
איך האב געזען איינער פארט ראנג וועי אויף גארפילט איך בין געווען זיכער אז ער גייט כאפען א טיקעט
אבער גארנישט

ליידער און מאנרא ארבייט עס אנדערש,
ווען די פאליס איז שוין דא, טיילט ער טיקעטס וויפיל עס גייט,
איך האב היינט געזעהן אפאר קארס אפגעשטעלט פון די פאליס וואס איז מכלומרשט דא פאר סעפעטי.

קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

תגובהדורך קאניאק » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 12:02 am

שעריף ביי הצלה גאראזש
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין

להבא
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:47 pm

תגובהדורך להבא » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 4:04 pm

זייער שרעקדיג דער מערדער פון מאנסי איז געווען אין מאנרא וואלמארט

https://www.yiddish24.com/cat/12

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » פרייטאג ינואר 03, 2020 9:07 am

קאניאק האט געשריבן:שעריף ביי הצלה גאראזש

נעכטן זענען געווען 2 קארן ביים פארקינג פון די גרויסע ביהמ"ד ק''י מיט א הינט וואס האט זיך געלאזט הערן

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג ינואר 03, 2020 11:08 am

להבא האט געשריבן:זייער שרעקדיג דער מערדער פון מאנסי איז געווען אין מאנרא וואלמארט

https://www.yiddish24.com/cat/12

דמיונות


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אנפין נהירין, שווארץ אפעל און 28 געסט