נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:19 pm

הרב_שלום האט געשריבן:די וואך מוצ"ש איז פארגעקומען א סעודת הודאה ביי איינער פון די וואס זענען אראפ געקלאפט געווארען ביי די עקסידענט ערב סוכות
די טאטע האט גערעדט און ארויס געברענגט איבער די אחדות וואס קומט פאר אין קרית יואל
די עקסידענט איז פארגעקומען אין די פארנומענסטע טאג פון יאהר מיט דעם איז יעדע געשטאנען גרייט מיט הילף. סיי פון די פילע ארגנעזאציע הצלה, גמ"ח הצלה, רפואה העלפ ליין א.א.וו.
און סיי פון פריווייטע מענטשען וואס זענען געשטאנען גרייט מיט סיי וואס מעגליך (נישט פארגעסן אז עס פארגעקומען אין די פארנומענסטע טאג פון יאהר אלע שכנים האבן געמוזט בויען א סוכה פון דאס ניי)
באשעפער אויב איז די ביהמ"ק חרוב געווארען צוליב שנאת חינם דאן בוי עס אויף צוליב די אהבת חנם

זיי ביטע מסביר איך פארשטיי נישט

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:27 pm

עפעס זע איך די לעצטע 2 וואכן אדווערטייזט אין "יעזורו" איבער א ארגאנאזאציע "עולם חסד יבנה".

עמיצער מיט מער פרטים?
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

הרב_שלום
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:31 pm

פאטעטא קוגל האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:די וואך מוצ"ש איז פארגעקומען א סעודת הודאה ביי איינער פון די וואס זענען אראפ געקלאפט געווארען ביי די עקסידענט ערב סוכות
די טאטע האט גערעדט און ארויס געברענגט איבער די אחדות וואס קומט פאר אין קרית יואל
די עקסידענט איז פארגעקומען אין די פארנומענסטע טאג פון יאהר מיט דעם איז יעדע געשטאנען גרייט מיט הילף. סיי פון די פילע ארגנעזאציע הצלה, גמ"ח הצלה, רפואה העלפ ליין א.א.וו.
און סיי פון פריווייטע מענטשען וואס זענען געשטאנען גרייט מיט סיי וואס מעגליך (נישט פארגעסן אז עס פארגעקומען אין די פארנומענסטע טאג פון יאהר אלע שכנים האבן געמוזט בויען א סוכה פון דאס ניי)
באשעפער אויב איז די ביהמ"ק חרוב געווארען צוליב שנאת חינם דאן בוי עס אויף צוליב די אהבת חנם

זיי ביטע מסביר איך פארשטיי נישט


תושבי קרעסטיר האבן זיך נארוואס אריין געצויגען אין זייער דירה
Last Minute Deal
https://amzn.to/2EkuCrR
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 8:33 am

ערשטע פאל פון "מיזעלס" אין קרית יואל באשטעטיגט נעכטן מאנטאג ביי א 10 חדשים'דיג קינד.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 9:43 am

one of the Lev Tahor escapees was reportedly kidnapped from the Monroe area on Monday afternoon

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 9:45 am

ר' יום טוב האט געשריבן:ערשטע פאל פון "מיזעלס" אין קרית יואל באשטעטיגט נעכטן מאנטאג ביי א 10 חדשים'דיג קינד.

מיזעלס.jpg
מיזעלס.jpg (146.43 KiB) געזעהן 3277 מאל

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 9:54 am

משה11 האט געשריבן:one of the Lev Tahor escapees was reportedly kidnapped from the Monroe area on Monday afternoon

??any more info

קאנסילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 10:00 am

אהער און אהין האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:one of the Lev Tahor escapees was reportedly kidnapped from the Monroe area on Monday afternoon

??a
ny more info


יאפס, אבער ראנג אשכול, עס איז גווען בגלילות קר"י.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:10 pm

עס איז שוין געמאלדן געווארן אינעם אלגעמיינעם בד"ה אשכול, אבער פארט קען זיין אז אמאל פעלט אויס צו דערמאנען אזא נייעס אין אן אשכול וואס באהאנדלט קרית יואל'ער נייעס, אלס והחי יתן אל לבו.

ליידער איז היינט אוועקגעריסן געווארן אין קרית יואל נאך א אינגע מאמע צו די ביטערע מחלה רח"ל, האשה מרת מלכה בת ר' קלמן (קאהן) וויזענפעלד ע"ה האט צוריקגעגעבן איר לייטערע נשמה צום אדון כל הנשמות אין א אינגען עלטער פון בלויז 36 יאר, נאכן ליידן יסורים ומכאובים פאר א לאנגע צייט, איבערלאזנדיג עטליכע אינגע יתומים און צובראכענע מאן רח"ל.

עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין וואס עס מיינט ווען א טייער אינגל אברהמי וויזענפעלד שלא טעם טעם חטא, פון כתה ב', ווערט אהיימגערופען אין א מאנטאג נאכמיטאג דורך זיין עלטערע ברודער אז מ'גייט יעצט פארן אין שפיטאל צו מאמי זיך געזעגענען. דאס הארץ רייסט ווען ר' יושע ארי' גראס שליט"א דארף זאגן פאר די אנדערע קינדער: אונזער טייערער אברהמי פארט יעצט אין שפיטאל, זיין מאמע איז זייער נישט געזונט, און ליידער קען עס זיין די לעצטע מאל וואס ער גייט זעהן זיין מאמע ביז תחיית המתים בעת שתעלה רצון מאת הבורא ברוך הוא.

כתה ב' קינדער קומען אהיים אין באדויער, דערציילן פאר די עלטערן וואס האט זיך היינט אפגעשפילט אין חדר, ניין נישט קיין אפשערן, נישט א אינגל וואס זיין ברודער האט חתונה געהאט, און נישט איינעמס מאמע האט געבוירן א קינד למז"ט, דאסמאל איז עס גאר א פארקערטע בשורה, נאך א אינגל פון זייער חדר גייט גיין יעדן טאג צו מנחה מיט די גרויסע קינדער צו זאגן קדיש. דוד שמעון בערנאטה גייט מער נישט גיין אליין צום קדיש יתום, ער גייט גיין אנגעכאפט מיט אברהמ'לע וויזענפעלד און אינאיינעם גייען די אינגע עופה'ליך בעטן ביים טאטן אין הימל 'יתגדל ויתקדש שמיה רבא'. טאטע זיסער, מיר ווערן אויפגעצויגן אן די ליבשאפט פון א מאמע, און אן די ווארימע קוש יעדן טאג וואס באגלייט דעם 'א גוטן טאג', ווען וועט שוין זיין דער יתגדל ויתקדש שמיה רבא, וואס וועט צוריקברענגען און אונז פאראייניגען מיט אונזער מאמע?! דאס הארץ רייסט ווען די דינע קעלעכליך זאגן 'ויצמח פורקניה ויקרב משיחיה'

א מאמע וואס האט מיטגעמאכט שבעה מדורי גיהנם, אזויפיל נשים צדקניות זענען נתעורר געווארן לתשובה ותיקון המעשים בזכותה, אזויפיל אידישע קינדער האבן געבעטן ביים קל רחום וחנון אז אברהמ'י זאל בלייבן מיט זיין מאמע, אזויפיל טרערן זענען פארגאסן געווארן אז דער אינגערמאן דער לב טוב ר' יואל וויזענפעלד הי"ו זאל האבן אן עקרת הבית און אינאיינעם פירן די קינדער אונטער די חופה, אזויפיל תפלות זענען געזאגט געווארן אז הרבני החסיד שייף עייל ושייף נפיק ר' קלמן הכהן קאהן הי"ו זאל נאך קענען זעהן זיין טאכטער און שעפן נחת פון אברהמ'לע באנפין נהירין מיט פרייליכע הערצער, אבער ליידער איז געווען שערי שמים ושערי דמעות ננעלו, און די טרערן האבן ליידער באקומען היינט צופרי א פרישן פלוס מיטן הערן די בשורת איוב אז מרת וויזענפעלד האט נארוואס געאטעמט איר לעצטן אטעם מיט די הילף פונעם רעספירעיטאר צו וועלכע זי איז געווען צוגעשמידט די לעצטע פאר וואכן, און מקבל געווען יסוריה אן קיין תרעומות.

עס כאפט א פחד, קרית יואל איז טאקע א גרויסע שטאט, אבער נישט גענוג גרויס אז מיר זאלן קענען אדורכשפרייזן אזעלכע נייעסן אזוי אפט! עס איז צו נאנט צווישן איין בשורה מחרידה און דאס צווייטע, ווען יעדעס איינע פאר זיך איז בעצם צו סאך, מיר קענען נישט און מיר טארן נישט שטיין גלייכגילטיג ווען אינגע מאמעס און טאטעס ווערן אוועקגעריסן, והחי יתן אל לבו, וואס קענען מיר יחידים טאן לאמר למלאך המשחית הרף.

איך בין נישט קיין מגיד מישרים און נישט קיין מורה דרך, בתוך עמי אנכי יושב, אבער אם אין אני לי מי לי, לאמיר זיך אפירנעמען, לכו ונשובה אל ה', לאמיר זיך אונטערגארטלען און זיך פארנעמען א דבר טוב לעילוי נשמתה פון מרת מלכה בת ר' קלמן הכהן ע"ה, לב יודע מרת נפשו, יעדער ביי זיך ווייסט וואס ער קען מתקן זיין, וחשב עם קונהו, און לאמיר אלע תפלה טאן צום אבי היתומים ער זאל שטארקן אברהמ'לע און זיינע געשוויסטער, געבן כח פאר ר' יואל הי"ו זיי זאלן עס קענען איבערטראגן און מער נישט וויסן פון קיין צער.

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ויבולע המוות לנצח בביאת משיח בן דוד גואלינו בב"א

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:15 pm

דאס הארץ רייסט!
באמת עס איז געשמאקער אויסצולאזן דעם בד"ה אשכול און פארגעסן, אבער מיללער איז גערעכט, די טרויריגע און ביטערע מציאות פאטשט אין פנים!
יא, ליידער נאכאמאל קרית יואל, און נאכאמאל קרית יואל, עס נעמט נישט קיין עק, מען דארף מפשפש במעשים זיין.
און לאמיר בעטן פאר די וועלכע איז נאך נישט צו שפעט ולעורר רחמי שמים פאר הרה"צ רבי שאול יצחק בן רבקה ראבינאוויטש לרפו"ש.
ומי שאמר לעולמי די יאמר לצרותינו די. ונאמר אמן.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:26 pm

ווען ס'טוט וויי וויינט מען.
א אידישע מאמע, וואס מיט אזויפיל פלאג האט זי ערצויגן אירע לעכטיגע קינדערלעך, זיי אויסגעלערנט זאגן מודה אני, און אמונה פשוטה אין בורא עולם.
און יעצט...
דאס הארץ גייט אויס און פילט מיט מיט די גאנצע פאמיליע, זייער צער איז אונזער צער.
זאל השי''ת זיי טרייסטן, מיט אונז אלעמען, משיח'ן ברענגען נאך היינט, און צוריק פאראייניגן מאמע מיט קינד, ביי משפחת וויזענפעלד בפרטיות, און גאנץ כלל ישראל מיט די שכינה הק', בכלליות.
לעצט פאראכטן דורך אהער און אהין אום דינסטאג נובעמבער 20, 2018 7:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וויל נישט
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

תגובהדורך וויל נישט » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:26 pm

איך וויין... טאטע געוואלד...

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:53 pm

מיללער האט געשריבן:עס איז שוין געמאלדן געווארן אינעם אלגעמיינעם בד"ה אשכול, אבער פארט קען זיין אז אמאל פעלט אויס צו דערמאנען אזא נייעס אין אן אשכול וואס באהאנדלט קרית יואל'ער נייעס, אלס והחי יתן אל לבו.

ליידער איז היינט אוועקגעריסן געווארן אין קרית יואל נאך א אינגע מאמע צו די ביטערע מחלה רח"ל, האשה מרת מלכה בת ר' קלמן (קאהן) וויזענפעלד ע"ה האט צוריקגעגעבן איר לייטערע נשמה צום אדון כל הנשמות אין א אינגען עלטער פון בלויז 36 יאר, נאכן ליידן יסורים ומכאובים פאר א לאנגע צייט, איבערלאזנדיג עטליכע אינגע יתומים און צובראכענע מאן רח"ל.

עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין וואס עס מיינט ווען א טייער אינגל אברהמי וויזענפעלד שלא טעם טעם חטא, פון כתה ב', ווערט אהיימגערופען אין א מאנטאג נאכמיטאג דורך זיין עלטערע ברודער אז מ'גייט יעצט פארן אין שפיטאל צו מאמי זיך געזעגענען. דאס הארץ רייסט ווען ר' יושע ארי' גראס שליט"א דארף זאגן פאר די אנדערע קינדער: אונזער טייערער אברהמי פארט יעצט אין שפיטאל, זיין מאמע איז זייער נישט געזונט, און ליידער קען עס זיין די לעצטע מאל וואס ער גייט זעהן זיין מאמע ביז תחיית המתים בעת שתעלה רצון מאת הבורא ברוך הוא.

כתה ב' קינדער קומען אהיים אין באדויער, דערציילן פאר די עלטערן וואס האט זיך היינט אפגעשפילט אין חדר, ניין נישט קיין אפשערן, נישט א אינגל וואס זיין ברודער האט חתונה געהאט, און נישט איינעמס מאמע האט געבוירן א קינד למז"ט, דאסמאל איז עס גאר א פארקערטע בשורה, נאך א אינגל פון זייער חדר גייט גיין יעדן טאג צו מנחה מיט די גרויסע קינדער צו זאגן קדיש. דוד שמעון בערנאטה גייט מער נישט גיין אליין צום קדיש יתום, ער גייט גיין אנגעכאפט מיט אברהמ'לע וויזענפעלד און אינאיינעם גייען די אינגע עופה'ליך בעטן ביים טאטן אין הימל 'יתגדל ויתקדש שמיה רבא'. טאטע זיסער, מיר ווערן אויפגעצויגן אן די ליבשאפט פון א מאמע, און אן די ווארימע קוש יעדן טאג וואס באגלייט דעם 'א גוטן טאג', ווען וועט שוין זיין דער יתגדל ויתקדש שמיה רבא, וואס וועט צוריקברענגען און אונז פאראייניגען מיט אונזער מאמע?! דאס הארץ רייסט ווען די דינע קעלעכליך זאגן 'ויצמח פורקניה ויקרב משיחיה'

א מאמע וואס האט מיטגעמאכט שבעה מדורי גיהנם, אזויפיל נשים צדקניות זענען נתעורר געווארן לתשובה ותיקון המעשים בזכותה, אזויפיל אידישע קינדער האבן געבעטן ביים קל רחום וחנון אז אברהמ'י זאל בלייבן מיט זיין מאמע, אזויפיל טרערן זענען פארגאסן געווארן אז דער אינגערמאן דער לב טוב ר' יואל וויזענפעלד הי"ו זאל האבן אן עקרת הבית און אינאיינעם פירן די קינדער אונטער די חופה, אזויפיל תפלות זענען געזאגט געווארן אז הרבני החסיד שייף עייל ושייף נפיק ר' קלמן הכהן קאהן הי"ו זאל נאך קענען זעהן זיין טאכטער און שעפן נחת פון אברהמ'לע באנפין נהירין מיט פרייליכע הערצער, אבער ליידער איז געווען שערי שמים ושערי דמעות ננעלו, און די טרערן האבן ליידער באקומען היינט צופרי א פרישן פלוס מיטן הערן די בשורת איוב אז מרת וויזענפעלד האט נארוואס געאטעמט איר לעצטן אטעם מיט די הילף פונעם רעספירעיטאר צו וועלכע זי איז געווען צוגעשמידט די לעצטע פאר וואכן, און מקבל געווען יסוריה אן קיין תרעומות.

עס כאפט א פחד, קרית יואל איז טאקע א גרויסע שטאט, אבער נישט גענוג גרויס אז מיר זאלן קענען אדורכשפרייזן אזעלכע נייעסן אזוי אפט! עס איז צו נאנט צווישן איין בשורה מחרידה און דאס צווייטע, ווען יעדעס איינע פאר זיך איז בעצם צו סאך, מיר קענען נישט און מיר טארן נישט שטיין גלייכגילטיג ווען אינגע מאמעס און טאטעס ווערן אוועקגעריסן, והחי יתן אל לבו, וואס קענען מיר יחידים טאן לאמר למלאך המשחית הרף.

איך בין נישט קיין מגיד מישרים און נישט קיין מורה דרך, בתוך עמי אנכי יושב, אבער אם אין אני לי מי לי, לאמיר זיך אפירנעמען, לכו ונשובה אל ה', לאמיר זיך אונטערגארטלען און זיך פארנעמען א דבר טוב לעילוי נשמתה פון מרת מלכה בת ר' קלמן הכהן ע"ה, לב יודע מרת נפשו, יעדער ביי זיך ווייסט וואס ער קען מתקן זיין, וחשב עם קונהו, און לאמיר אלע תפלה טאן צום אבי היתומים ער זאל שטארקן אברהמ'לע און זיינע געשוויסטער, געבן כח פאר ר' יואל הי"ו זיי זאלן עס קענען איבערטראגן און מער נישט וויסן פון קיין צער.

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ויבולע המוות לנצח בביאת משיח בן דוד גואלינו בב"א


מיר האבען דא ליידער דער יזכיר לו יום המיתה כמעט טעגליך, אוי משיח ווי ביסטי, משיח מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אויף דיר.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 9:56 pm

אוי געוואלד!
מיללער, געקומען אפאר טרערן ביים ליינען דיינע שורות.

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 11:25 am

HVHC Bulletin #2 (5x2).jpg
HVHC Bulletin #2 (5x2).jpg (79.81 KiB) געזעהן 1744 מאל

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 6:07 pm

די כעוורע רייבן זיך דאס בייכל אז ס'איז דא א חשד אז איינער האט געהאט די מיזעל'ס,
לכתחילה האב איך מיר געווינדערט וואס עס גייט שוין קענען שטיין אויף א בולעטין באורד,
שטעלט אייך פאר ריפרעש שטעלט ארויס א בולעטין באורד

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 8:29 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:די כעוורע רייבן זיך דאס בייכל אז ס'איז דא א חשד אז איינער האט געהאט די מיזעל'ס,
לכתחילה האב איך מיר געווינדערט וואס עס גייט שוין קענען שטיין אויף א בולעטין באורד,
שטעלט אייך פאר ריפרעש שטעלט ארויס א בולעטין באורד

וועלכע חברה? וועלכע בייכל? עפעס באדערט דיר? שעם זיך נישט, זאג

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 8:49 pm

משה11 האט געשריבן:
HVHC Bulletin #2 (5x2).jpg

Hudson valley health coalition

nmi
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 8:58 pm

וואס איז דאס בולעטין באורד? א אויסגאבע?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:02 pm

דאס איז הויפט נייעסן וואס זיי אנאנסירן אין די לאקאלע טעגליכע אדער וועכנטליכע אויסגאבע. צ.ב.ש. היום יום, יעזורו א.ד.ג.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 2:35 pm

וועלטניק האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:די כעוורע רייבן זיך דאס בייכל אז ס'איז דא א חשד אז איינער האט געהאט די מיזעל'ס,
לכתחילה האב איך מיר געווינדערט וואס עס גייט שוין קענען שטיין אויף א בולעטין באורד,
שטעלט אייך פאר ריפרעש שטעלט ארויס א בולעטין באורד

וועלכע חברה? וועלכע בייכל? עפעס באדערט דיר? שעם זיך נישט, זאג


לא הביישן למד, ניין איך שעם זיך נישט ב"ה, כאטש אין די אקטואלער וועלט בין איך יא אביסל צירוק געצויגן, אבער דא אויפן ווירטואלן וועלט עכ"פ נישט,

איך שרייב פשוט אז איך האב מיר געוואונדערט וואס עס קען שוין דארט שטיין, און דער מזל האט זיי צוגעשפילט,

ווייל דא איז א ק"י אשכול מוז זיין אז איך מיין דא עפעס צוזאגן? סתם קאמיש,
בהצלחה

מקשה זהב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:02 pm

תגובהדורך מקשה זהב » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 2:45 pm

דער בולעטין באורד האט עזרת חולים אנגעהויבן דעם זונטאג צו אינפארמירן דעם עולם איבער דעם מיזעלס אונטערגאנג אין קרית יואל.

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 2:54 pm

עס איז שוין געווען ליידער א דריטע פאל מיט מיזעלס אין קרית יואל

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 3:24 pm

אין אנדערע נייעס, האט מען אין מוסד שערי חמלה באשטעטיגט נעכטן א מיזעל'ס פאל, ביי איינע פון אירע סטודענטן,

אין רעאקציע האט מען נעכטן ארום געקאלט אלע אייגעשטעלטע אז ביז פרייטאג מוז יעדע איינגעשטעלטע ברענגען פרוף אז זיי זענען וואקציאנירט אנטקעגן די מיזעל'ס, ווער עס וועט נישט ברענגען קיין פרוף אז זיי זענען וואקציאנירט וועט מוזן זיין אינדרויסן ביז 21 טעג פון די לעצטע מיזעל'ס פאל.

ס'איז נאכנישט קלאר וואס די הלכות זענען ביי די סטודענטן, קען איינער ארויפקומען אויפן פלאטפארמע מיט באריכטן?

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 3:29 pm

אין באזונדערע נייעס גרייטן זיך תושבי קר"י צום גרויסארטיגן דינער דעם מוצש"ק וישלח להתחזיק מוסדותינו הק'

בייגעייגט א בילד פונעם דינער דאשתקד
צוגעלייגטע
A9Ro0jqb3_xmz27a_juc.jpg
A9Ro0jqb3_xmz27a_juc.jpg (191.25 KiB) געזעהן 610 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, גאפל, קנעטענע קיגעל און 38 געסט