Don't worry האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:Don't worry האט געשריבן:WCBS און די טיימס רעקארד האבען געמאלדען היינט אז מהאט געטראפן פאליו אין די הערימען און אין די מידעלטאון סוער סעמפעלס. איך האף אז דאס מיינט נישט קרית יואל. עצה טובה, אלע מיט בעיביס עלטער פון צוויי חדשים זאלן זיי גיין וואקסינירן.
וואס הייסט סוער סעמפלס?
לכאורה טעסטען זיי די סוער, און אז מטרעפט טרעיסעס פון פאליו, איז א סימן אז פאליו דרייט זיך ביים עולם.
yiddish 24 שרייבט וואַסער סעמפּלס. קאן זיין געטריעטע סוער וואסער ? - אבער מאכט נישט קיין סענס די וואסער וואס גייט ארויס פונעם סוער פלענט זאל האבן סיי וועלעכע פריערדיגע שריים
-
ניו יארק סטעיט באאמטע זאגן אז פרישע טעסטס אויף וואסער אין אראנדזש און ראקלענד קאונטיס צייגן פאליא פארשפרייטונג
ו' דברים פ״ב
ביז יעצט האָבן די באַאַמטע געטעסט נאָר וואַסער סעמפּלס פון די צוויי קאַונטיס אויף איין פּלאַץ, אָבער יעצט זענען צוריקגעקומען טעסטס פון אַנדערע געגנטער אין ביידע קאַונטיס, און עס צייגט אַז די פּאָליאָ וויירוס איז שוין געווען אָנוועזנד דאָרטן אין דזשון און דזשוליי. די העלט דעפּאַרטמענט זאָגט אַז די פרישע טעסט רעזולטאַטן צייגן ווי ווייט די פּאָליאָ וויירוס איז פאַרשפּרייט אין אָראַנדזש און ראַקלענד קאַונטיס, און די וויכטיגקייט אַז די מאַסן וואָס זענען נישט וואקסינירט קעגן פּאָליאָ, זאָלן דאָס ערלעדיגן וואָס שנעלער.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/67263