נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך לייטער » מוצ"ש אוקטובער 17, 2020 9:51 pm

וועגן מאסקעס האב איך באמערקט פאריגע גאנצע וואך, מהר"א און מהרי"י מוסדות האבן יא זייער געוואטשט אז יעדער אן אויסנאם זאל גיין מיט מאסקעס

אגב ביי ביידע בנינים פון מוסדות מהרי"י זענען פאליציי העליקאפטער זיך ארימגעדרייט ארים א היפשע צייט דאנרשטאג און מיינע קינדער האבן געזאגט אז זיי האבן געקוקט צו מהאט מאסקעס(יעדר האט ארויסגעקוקט פון ווינדאס מיט מאסקעס צו זעען די ריזן העליקאפטער נידריג מאכן אסאך הקפות )און אויך אריינגעזומט מיט די קעמערע אין די קלאסן, כהאב זיי אזוי.. געגלייבט אבער יעצט קען זיין אז זיי האבן טאקע דעיס געוואלט זען
לעצט פאראכטן דורך לייטער אום מוצ"ש אוקטובער 17, 2020 10:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך קלוגע חכם » מוצ"ש אוקטובער 17, 2020 9:59 pm

פאריגע וואך פרייטאג אויפגעפאסט ביי איינע פון די מוסדות ווי רוב קינדער גייען טאקע מיט מאסקעס, אבער די מלמדים שטייען אינדרויסן, און אלע אן מאסקעס

איך קריטיקיר נישט קיינעם, אבער עס איז זייער וויכטיג די פאר קלייניקייטן צו אבאכט געבן

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך בחורהזעצער » מוצ"ש אוקטובער 17, 2020 10:04 pm

איך ווייס נישט אויף זיכער, אבער זיי שרייבן אין די לאוסוט אז בנ״י האט נישט געוואלט איבערנעמען די ״סיעס ענד דיסיזט״ ארדער (לעצטע ווארענונג), די אנדערע מוסדות האבן עס לכאורה יא איבערגענומען, ממילא געבן זיי צייט צו פאלגן די ארדער, אבער ביי בנ״י זענען זיי גלייך געגאנגען צו די נעקסטע סטעפ.

אוועטאר
אדמיראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » מוצ"ש אוקטובער 17, 2020 10:11 pm

לייטער האט געשריבן:אגב ביי ביידע בנינים פון מוסדות מהרי"י זענען פאליציי העליקאפטער זיך ארימגעדרייט ארים א היפשע צייט... און אויך אריינגעזומט מיט די קעמערע אין די קלאסן...

גוט צו וויסן אז פון די סאטעליטן קען די פאליציי נאכנישט זען.
⛵ קפזת רהרגו ⚓ | הנאה געהאט? לאז גריסן!

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am

Re:

תגובהדורך בחורהזעצער » מוצ"ש אוקטובער 17, 2020 10:13 pm

אדמיראל האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:אגב ביי ביידע בנינים פון מוסדות מהרי"י זענען פאליציי העליקאפטער זיך ארימגעדרייט ארים א היפשע צייט... און אויך אריינגעזומט מיט די קעמערע אין די קלאסן...

גוט צו וויסן אז פון די סאטעליטן קען די פאליציי נאכנישט זען.

עס איז נישט אין קיין רעד זאון, די אויבנדערמאנטע סקול איז יא.

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אפענע וועלט » מוצ"ש אוקטובער 17, 2020 10:15 pm

Rates are down again
Other counties are up
Let's wait and see the new red zones
צוגעלייגטע
Screenshot_20201017-221314_Chrome.jpg
Screenshot_20201017-221314_Chrome.jpg (532.27 KiB) געזעהן 2743 מאל
Screenshot_20201017-221357_Chrome.jpg
Screenshot_20201017-221357_Chrome.jpg (670.25 KiB) געזעהן 2743 מאל

אוועטאר
א גוטן יונה
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך א גוטן יונה » מוצ"ש אוקטובער 17, 2020 10:23 pm

ווי קען מען זעהן די קלאגע?
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך מצב כללי » מוצ"ש אוקטובער 17, 2020 10:27 pm

א גוטן יונה האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די קלאגע?


viewtopic.php?p=2424480#p2424480

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך בחורהזעצער » מוצ"ש אוקטובער 17, 2020 10:30 pm

די פולע קלאגע קענסטו ליינען דא https://iapps.courts.state.ny.us/nyscef ... isplay=all

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 18, 2020 2:04 am

די דרייוערס און באס רביס דארפן עס אויך אנטון זיי זעט מען מער ווי די קינדער.

מיין כמעט דריי יעריגע איז נאך קיין איין טאג נישט אהיים מיטן מאסק..כאניש קיינאנונג ביי וועלכע פוינט עס ווערט פארלוירן. פון וועלכע עלטער איז עס מענדעטארי? כהאב בעשלאסן אז גויאישע קינדער זענען ראבאטן.
שויתי ה' לנגדי תמיד

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 2:43 am

מצב כללי האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
אפסטעיט איד האט געשריבן:אראנדש קאנטי און ניו יארק סטעיט העלט דיפארטמענט האבען אריינגעגעבן א לאו סאוט קעגן מוסדות בני יואל פארן בלייבען אפען און די רויטע זאנע.


https://www.dailyfreeman.com/news/local ... a.amp.html

די אנדערע מוסדות לאזן זיי צירי?


דערווייל

זיי שרייבן אז אין בני יואל איז מען נישט געגאנגען מיט מאסקעס און סאשעל דיסטענס ווען די קינדער זענען אראפגעקומען פון באס.


ווי שרייבן זיי אזוי?

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג אוקטובער 18, 2020 7:40 am

יום א'

די פרייטאג'דיגע פאזיטיוו % ראטע איז עטוואס ארויף צו 6.47% - ווארשיינליך איז נישט געווען קיין מאסן טעסטינג פרייטיג.
דינסטאג עקספייערט די צוויי וואכן פארבאט מצד די קאונטי אויף די סקול'ס, און אזוי ווי די וועכענטליכע פאזיטיוו עווערידזש איז ביי 5.99%, ווייט אונטער די 9% וואס די קאונטי האט געשריבן אינעם דעמאלסדיגן ארדער, וועט זי מוזן טרעפן עפעס פריש צו קענען באנייען דעם פארבאט.

די איינציגסטע זאך וואס גייט מעגליך מאכן די ראטע ווינציגער ווי 2%, איז טעסטן מינימום 1500 מענטשן פער טאג. דאס קען מען בלויז באווייזן אז יעדעס קינד ברענגט יעדע וואך אן איינטריט קארד אז ביידע עלטערן האבן זיך געטעסט.

עס איז אויך וויכטיג צו באטאנען פאר די באהערדע אדער מידיא, אז די סיבה פארוואס קרוב צו א דריטל פון אלע פאזיטיוו'ס פאריגע וואך אין די קאונטי קומט פון קרית יואל, איז ווייל א גרויסע פראצענט טעסטינג קומט פון קרית יואל, און די מספר פאזיטיוו'ס קען נישט גענוצט ווערן אלס אן אנדייטער, נאר די צאל פון % פאזיטיוו'ס קעגן וויפיל טעסטס.

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אפענע וועלט » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:41 am

ר' יום טוב האט געשריבן:יום א'



עס איז אויך וויכטיג צו באטאנען פאר די באהערדע אדער מידיא, אז די סיבה פארוואס קרוב צו א דריטל פון אלע פאזיטיוו'ס פאריגע וואך אין די קאונטי קומט פון קרית יואל, איז ווייל א גרויסע פראצענט טעסטינג קומט פון קרית יואל, און די מספר פאזיטיוו'ס קען נישט גענוצט ווערן אלס אן אנדייטער, נאר די צאל פון % פאזיטיוו'ס קעגן וויפיל טעסטס.


על זה אנו דנין

איז בכלל דא צו וועם צו רעדן?

עס איז דא אזויפיל צו באטאנען,
צענדליגע סתירות, קשיות און פירכות,
אבער צו וועם? ווי אזוי?
די איצטיגע סתירה'גע צומישטע גיידליינס שטימט נישט מיט קיין שום סייענס און מאטאמעטיקס, נאך פאר מ'קאמפעירט צו אנדערע נישט אידישע געגענטער.
נעווער מיינד ווען מ'הייבט אן קאמפעירן. שטעלט זיך ארויס א סטאלין/קאמאניסטישע/היטלער/דייטשע בילד.

נו צו וועם דארף מען/קען מען רעדן?

(קוק וואס איך האב געשריבן פאריגע וואך, א יעדע פאזיטיוו טעסט פון 14 טעג צוריק און ארויף און יעצט אן אטאמאטישע נעגעטיוו.)

אוועטאר
א גוטן יונה
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך א גוטן יונה » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:21 am

היינט אינדערפרי איז ארויפגעהאנגען געווארן אויף אלע פראפעטיס פון די בניני המוסדות אז ס'איז א private property.. אויך שטייט אויף די סיינס אז ס'איז פארבאטן צו מאכן בילדער אדער קליפס...
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:22 am

א גוטן יונה האט געשריבן:היינט אינדערפרי איז ארויפגעהאנגען געווארן אויף אלע פראפעטיס פון די בניני המוסדות אז ס'איז א private property.. אויך שטייט אויף די סיינס אז ס'איז פארבאטן צו מאכן בילדער אדער קליפס...

וועלכע מוסדות?
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
א גוטן יונה
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך א גוטן יונה » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:23 am

מהר"א
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

א מוח
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 18, 2013 9:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך א מוח » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:52 am

א גוטן יונה האט געשריבן:היינט אינדערפרי איז ארויפגעהאנגען געווארן אויף אלע פראפעטיס פון די בניני המוסדות אז ס'איז א private property.. אויך שטייט אויף די סיינס אז ס'איז פארבאטן צו מאכן בילדער אדער קליפס...


There is no such a thing. Whatever you can see with your eyes is allowed to photograph

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:55 am

ס'איז א שרעקליכע מעשה וואס שפילט זיך אצינד אפ פאר די אויגן.

ווי איך הער איז בני יואל די ערשטע אויף די ליסטע, און די אנדערע מוסדות האבן באקומען סיגנאלן אז זיי זענען נעקסט.

די פרייוועט פראפערטי טאוולען ווייס איך נישט וויפיל עס קען העלפן, ווען די אינספעקטארס באנוצן זיך מיט העליקאפטערס צו אבזערווירן.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:57 am

שמואל בארג האט געשריבן:ס'איז א שרעקליכע מעשה וואס שפילט זיך אצינד אפ פאר די אויגן.

ווי איך הער איז בני יואל די ערשטע אויף די ליסטע, און די אנדערע מוסדות האבן באקומען סיגנאלן אז זיי זענען נעקסט.

די פרייוועט פראפערטי טאוולען ווייס איך נישט וויפיל עס קען העלפן, ווען די אינספעקטארס באנוצן זיך מיט העליקאפטערס צו אבזערווירן.

דארף. ישט אפיציעל זיך ענדיגן די סטאפ די לאקדאון לויט די קאונטי און מיר זענען ב״ה אונטער ניין פראצענט?
שויתי ה' לנגדי תמיד

קאלט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:48 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך קאלט » זונטאג אוקטובער 18, 2020 11:06 am

נעכטן מוצ"ש שפעט ביינאכט (בערך 12) האט זיך ארום געדרייט א עראפלאן/העליקאפטער (נישט געזעהן פונקטליך, עס האט אויסגעקוקט מער ווי א עראפלאן, און עס האט נישט געמאכט קיין הויכע גרודער, אבער די וועג וויאזוי עס איז געפארן און זיך געדרייט האט אויסגעקוקט מער ווי א העליקאפטער) העכער די קרית יואל'ע קעפ, און זיך ארום געדרייט אסאך מאל, מיט אינטערעסאנטע לייטס, עס האט אויסגעזעהן זייער זייער שרעקעדיג...

נאך איינער האט באמערקט?

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך בארואיגט-אייך » זונטאג אוקטובער 18, 2020 11:16 am

דאס סיטואציע איז נישט פשוט

so now what
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך so now what » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:10 pm

שמואל בארג האט געשריבן:ס'איז א שרעקליכע מעשה וואס שפילט זיך אצינד אפ פאר די אויגן.

ווי איך הער איז בני יואל די ערשטע אויף די ליסטע, און די אנדערע מוסדות האבן באקומען סיגנאלן אז זיי זענען נעקסט.

די פרייוועט פראפערטי טאוולען ווייס איך נישט וויפיל עס קען העלפן, ווען די אינספעקטארס באנוצן זיך מיט העליקאפטערס צו אבזערווירן.


דאדא שטייט אז מען טאר נישט נעמען פיקטשערס פין א פרייוועט פראפערטי

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 1:06 pm

Screenshot 2020-10-18 180257.jpg
Screenshot 2020-10-18 180257.jpg (37.06 KiB) געזעהן 691 מאל
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג אוקטובער 18, 2020 2:26 pm

די אראנדזש קאונטי פאזיטיווע ראטע פון נעכטן שטייט ביי 1.2% - מן הסתם די נידריגסטע אין חדשים.
די רויטע זאנע ראטע סטעיטווייד האט געטראסקעט צו 3.9%

קען איינער פרעגן קאומא וויפיל די אראנדזש קאונטי רויטע זאנע ראטע איז געווען נעכטן? אדער דאס איז שוין געווארן קאנפידענשאל...

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אפענע וועלט » זונטאג אוקטובער 18, 2020 2:38 pm

Anybody with a phone number to the governor? Seems like he is very busy stopping weddings in the non red zone he forgot to look on the updated numbers for the red zone.
צוגעלייגטע
20201018_144226.jpg
20201018_144226.jpg (302.38 KiB) געזעהן 260 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo, Toyota, א קאנאדער, אזוי וויל איך, חבצלת השרון, חלה לכבוד שבת, כאפצעם, פארקלערטער, פינחס, פרא-חסיד, שרייב ווערק און 66 געסט