נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פרישע קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פרישע קוגל » דינסטאג יוני 30, 2020 10:22 pm

אפשר נישט האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:
Ebu2o16X0AE57TL.jpeg
ווער קען דעס לייגן ווען מקומט אראפ פון די 17 עקזיט 129

גוט...
אבער וואס האט עס מיט קרית יואל?

וואס האט וויליאמסבורג בריק מיט וויליאמסבורג ?
נישט לאנג צוריק האט גוי אריינגעזעצט אינטער מיר, פון דער ערשטע קאר אויף מיינע צוויי זייטן זענען 2 אידן ארויסגעוואקסן
ב"ה ארויס מיט עטליכע טויזענט
דרך אגב ס'זאל זיך נישט מאכן קענט איר אליין גיים צום אינשארענס קאמפעני און מאכן די טויזענטערס וואס אנדערע מאכן אויף אייער חשבון, נישט פון די גרינגסע זאכן אבער גרינגער ווי ארבעטן 40 שעה א וואך,
ארויס מיט בערך 4000

אה נישט באמערקט אז ער פרעגט ווער סקען עס לייגן אין קרית יואל... געמיינט סאיז סתם א בילד פון בארא פארק
בלא בלא בלא פאר ראשעקאל!

זיי מיר מסביר פארוואס ווען די ביסט געווען קליין און די האסט געמאלן א זין איז עס געווען א האלבע (אדער פערטל) באלי ביי די עק פון די פעיפער?
יא יא צו דיר רעד איך....

טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » מיטוואך יולי 01, 2020 12:14 am

טעם וריח האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:ווער קען דעס לייגן ווען מקומט אראפ פון די 17 עקזיט
129
129attachment=0]Ebu2o16X0AE57TL.jpeg[/attachment]

אזא שילד איז באמת אומלעגאל אויף די פאולס בעיני ראיתי א מאנרא ווילעדש פאליס מאן אראפרייסן א א ענדליכע שילד פון א פאול

ענדליכע מיינסטו א אידישע? אויב עפעס טאר מען נישט ווייל סבאלאנגט פאר o&r
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

פריילעכע נייעס
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2016 5:33 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פריילעכע נייעס » מיטוואך יולי 01, 2020 2:36 am

Kollel האט געשריבן:מ'קען באצאלען די ווילעדזש טעקס ביל ביז פרייטאג אן קיין פענעלטי

ווען מבאצאלט אנליין קומט צי עני דזשארזש ?

Kollel
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך Kollel » מיטוואך יולי 01, 2020 8:45 am

פריילעכע נייעס האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:מ'קען באצאלען די ווילעדזש טעקס ביל ביז פרייטאג אן קיין פענעלטי

ווען מבאצאלט אנליין קומט צי עני דזשארזש ?

יעפ 3%
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך יולי 01, 2020 11:31 am

ר' יום טוב האט געשריבן:
אראנדזש קאונטי פלאנירט הונדערט טויזנט דאלער צו העלפן פארמיידן קולטוראלע קאנפליקטן.

געזעצגעבער אין גוישען פלאנירן צו שטימען דעם דאנערשטאג אויף א רעזעלוציע צו אויפנעמען ראטגעבער פארן פרייז פון 100 טויזנט דאלער, וואס וועלן עצה'נען איבער פארלייכטערן פאטענציאלע אנגעצויגענע באציאונגען צווישן די וואקסענדע קרית יואל געמיינדע און אירע שכנים.

לעגיסלאטורן פון ביידע פארטייען האבן דאס שוין פאראייניגט באשטעטיגט אין די קאמיטע, נאכדעם וואס די איניצאטיוו איז פארברייטערט געווארן ארייצונעמען שליכטן ראסע און עטנישע אנגעצויגנקייט, אויפן פארלאנג פון די דעמאקראטן שטייצעך.

מייקל עימא, דער לעגיסלאטור וואס פארטרעט די קרית יואל קאמיוניטי, האט אויפגעברענגט דעם געדאנק א צייט צוריק, אנווייזנדיג אז די קאונטי האט שוין פלאנירט א ענליכע שטודיע יארן צוריק אבער ס'איז גארנישט געווארן. און יעצט מיט די נאציאנאלע דיסקוסיע איבער ראסע-גלייכע איז די צייט רייף דערצו. ער האט אנגעוויזן אויף א קאונטי שטודיע פון 2015 וועלכע שאצט די קרית יואל וואוקס ביי א באפעלקערונג פון 75,000 פערזאנען 20 יאר שפעטער. "אויב א קאמיוניטי פון 20,000 פלאגט זיך אויסצוארבעטן קאנפליקטן, וויאזוי וועלן מיר צוגיין דערצו ווען ס'וועט זיין 70-80 טויזנט?" פרעגט עימא. "עס מיינט נישט אז ס'איז יעצט דא א פראבלעם, אבער מיר מוזן זיין גרייט". פירט ער אויס.

עימא האט צוערשט געצילט אז דאס זאל זיין א פיילאט פראגראם בלויז איבער קרית יואל, און דערנאך זאל זיין די אפציע עס צו פארברייטערן אין אנדערע געגנטער אין די קאונטי. די פלאן איז קודם צו נעמען א פראפאזעל פון קאנסאלטענט'ס וויאזוי צוצוגיין דערצו, וואס ס'דארף געטאן ווערן און וויפיל ס'דארף אפקאסטן, און דערנאך קענען די געזעצגעבער באשליסן צו זיי ווילן גיין ווייטער מיט די שטודיע.

רעפאבליקאנער מיאריטעט פירער קעיטי באנעלי וועלכע פארטרעט צווישן אנדערן א חלק פון קרית יואל און די וואקסנדע חסידישע פאפולאציע אין בלומינג גראוו האט געזאגט ביי די מיטונג אז טראץ וואס עס קען זיך ארויסשטעלן אז די שטודיע איז זייער קאסטבאר, לוינט זיך אבער עס צו קאנסידערן בכדי צו פארלייכטערן אנגעצויגנקייט צווישן קאמיוניטי'ס.

די לויער פאר די לעגיסלעטאר מיס. ריעד האט ארויסגעהויבן אז די קאסטן איז טאקע אסאך ביי $100,000, אבער דאס איז די פרייז פאר די גרינטליכע קוואליפיצירטע ארבעט וואס די קאונטי פארלאנגט. ווייל נאך אביסל גייען קאנסאלטענט פירמע'ס זיין פארנומען צו טרענירן פאליציי דעפארטעמענט'ס איבערן לאנד צוליב נייע רעגולאציעס.

דער דעמאקראטישער מינאריטעט פירער מייקל פאדוך האט געפרעגט אויב די טרייעל שטודיע איז בלויז שמאל באגרעניצט צו די קרית יואל געגנט, און אויב יא איז ער דערקעגן. אבער ביי די שפעטערדיגע סעסיע האט ער ווי געזאגט יא געשטימט דערפאר, איינמאל עס איז געטוישט געווארן אריינצונעמען א ברייטערע ספעקטרום לענגאויס אראנדזש קאונטי.

(גענומען אן רשות פון טיימס העראלד רעקארד)

ישר כח ר' יום טוב.
"אויב א קאמיוניטי פון 20,000 פלאגט זיך אויסצוארבעטן קאנפליקטן, וויאזוי וועלן מיר צוגיין דערצו ווען ס'וועט זיין 70-80 טויזנט?" פרעגט עימא."
ווען אזאנע ווערטער זאלן קומען פון א "דרויסענדיגער" וואלט ער באלד אראפגעריסן געווארן...

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 01, 2020 11:32 am

אהער און אהין האט געשריבן:

אודאי ס'איז פארשטענדליך

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך יולי 01, 2020 11:40 am

זיי רעדן פון אינערליכע שטרייטן, אדער פון שטרייטן צווישן ק"י און די שכנים?

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך נעם אין אכט » מיטוואך יולי 01, 2020 11:51 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:זיי רעדן פון אינערליכע שטרייטן, אדער פון שטרייטן צווישן ק"י און די שכנים?

:lol: :lol: ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 01, 2020 11:55 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:זיי רעדן פון אינערליכע שטרייטן, אדער פון שטרייטן צווישן ק"י און די שכנים?

נע... האלטסט מען וועט דאס קענען מאכן מיט א בלויזע 100 אלפים? מען וואלט דאס שוין לאנג געטוהן

פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פייערקרעקערס » מיטוואך יולי 01, 2020 1:05 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:זיי רעדן פון אינערליכע שטרייטן, אדער פון שטרייטן צווישן ק"י און די שכנים?

מעגליך אז מ'רעדט פון יעדע סארט שטרייט, נו איך שלאג מיר מיט א שכן מיינער סאו גיימיר אי''ה אפלייען, ווי שרייבט מען זיך איין?

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך יולי 01, 2020 1:38 pm

פייערקרעקערס האט געשריבן:...

אומלעגאלע פייערקרעקערס פאראורזאכן 2-אלארם פייער אין ניובוירג

אויפרייסנדע פייער-ווערק האבן דעם פארגאנגענעם פרייטאג אום 5:30 נאכמיטאג בטעות אינטערגעצינדען א צוויי אלארעם פייער אין א ליידיגע 3 שטאקיגע הויז אויף טשעמבערס סטריט אין ניובוירג סיטי, די פייער אין די הילצערנע געביידע האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט צו די וואנט וועלכע איז באהאפטן צו א דערנעבנדיגע אקאפירטע מולטי-פאמיליע היים, אין וועלכע א מאן האט געברויכט ערוועקט ווערן בעת ער איז געשלאפן אויפן אויבערשטן שטאק.

פייער אינוועסטיגעיטער האבן אויסגעפארשט מערערע שכנים אין די געגנט, און זענען געקומען צום אויספיר אז פייער קרעקערס האבן ווארשיינליך אינטערגעצינדען א הויפן מיסט פארנט פון די הויז, און דערנאך האבן די פייער צינגען געמאכט א קאצן שפרינג אויף ארויף. "קיינער איז נישט געווען אינעווייניג אין די הויז בשעת די פייער האט אויסגעבראכן" האט פייער טשיף ביל הארטאן געזאגט.

דאס קומט נאכדעם וואס מיט דריי וואכן צוריק האט א פייער קרעקער ארויסשיסער געלאנדעט אינערהאלב א צווייטע שטאק אפארטעמענט אין ניובורג נאכן אויסשיסן די פענסטער. דאס אלעס קומט אין ליכט פון די שטייגונג אין פייער-ארבעט נאצינאל, לכבוד די יולי 4 פייערונג.

גאווערנער קאומא האט אדרעסירט די טעמע דעם מאנטאג זאגנדיג "טייל נעכט אין ניו יארק סיטי הערט זיך אזוי ווי די ווילדע מערב וויסטענישן, איך האב קיינמאל בעפאר אזוינס געהערט". ער האט גלייכצייטיג דירעקטירט די סטעיט-פאליציי זאל דערגיין די שורש פון ווי די פייערקרעקער קומען און זיי אפשטעלן איידער עס קומט אריין אין די סטעיט, עס איז מערקבאר אז רוב פון די דיווייסעס קומען פון פענסילוועניע.

אזוי אויך האט די ניובורג סיטי קאנסיל א צייט צוריק באשטעטיגט א געזעץ וואס פארבאט די באנוץ פון די שעדליכע ווארע, אבער דערווייל אן סוקסעס.

(גענומען אן רשות פון טיימס העראלד רעקארד)
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

יש לו מנה
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך יולי 01, 2020 3:01 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:זיי רעדן פון אינערליכע שטרייטן, אדער פון שטרייטן צווישן ק"י און די שכנים?

נע... האלטסט מען וועט דאס קענען מאכן מיט א בלויזע 100 אלפים? מען וואלט דאס שוין לאנג געטוהן

האהאהאה.......

ר' בערל ווייס האט דאס שוין פראבירט מיט 100,000,000
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

קאלט
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:48 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך קאלט » מיטוואך יולי 01, 2020 3:30 pm

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:ווער קען דעס לייגן ווען מקומט אראפ פון די 17 עקזיט
129
129attachment=0]Ebu2o16X0AE57TL.jpeg[/attachment]

ווי איז עקזיט 129? ווי מ'קומט אן צו מיוזיאם ווילידש ראוד?

מגדים
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך מגדים » מיטוואך יולי 01, 2020 3:49 pm

קאלט האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:ווער קען דעס לייגן ווען מקומט אראפ פון די 17 עקזיט
129
129attachment=0]Ebu2o16X0AE57TL.jpeg[/attachment]

ווי איז עקזיט 129? ווי מ'קומט אן צו מיוזיאם ווילידש ראוד?

יא

Browsing
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך Browsing » דאנארשטאג יולי 02, 2020 11:10 am

עסן חלוקות ווייטער ביי י. ד. גאלדבערגער
צוגעלייגטע
עסן חלוקות.JPG
עסן חלוקות.JPG (115.38 KiB) געזעהן 1293 מאל

הרב_שלום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7853
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך הרב_שלום » דאנארשטאג יולי 02, 2020 7:29 pm

עס קומט א וואלקען קראצער אן קרית יואל
צוגעלייגטע
kj45.pdf
(134.47 KiB) דאונלאודעד 438 מאל
Get 3 for the price of 2
https://amzn.to/3gkEKRh

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
מארגן
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך מארגן » דאנארשטאג יולי 02, 2020 7:40 pm

ווי גייט עס זיין?
וואויט פאר סענד....... אאאאאאם פאר.... איך ווייס נאכנישט
-----------------------------------
Morganivelt@gmail.com

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3706
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג יולי 02, 2020 7:41 pm

5 שטאק איז שוין נישט קיין נייעס
דאס איז די פארפאלק דירות ביי המספיק
בוי זיך זעלבסט

פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פייערקרעקערס » דאנארשטאג יולי 02, 2020 8:55 pm

הרב_שלום האט געשריבן:עס קומט א וואלקען קראצער אן קרית יואל

ארומגענימען מיט א בית השחיטה, מצה בעקעריי, סוער פלענט, המספיק, ת''ת חדר, ישיבה קטנה, און נאך..

פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פייערקרעקערס » דאנארשטאג יולי 02, 2020 8:58 pm

אופסס, שיעור פארגעסן פון די ניי געבויטע סאלאמי סענטער וועלכע איז געבויעט געווארן צופיסנס דערפון

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג יולי 02, 2020 9:26 pm

א (ביטער) געלעכטער
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך שמערלער » דאנארשטאג יולי 02, 2020 9:49 pm

הרב_שלום האט געשריבן:עס קומט א וואלקען קראצער אן קרית יואל

עס קומט ? די בנין שטייט שוין בתקפו
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג יולי 02, 2020 10:33 pm

ווער עס וויל נישט, מוז נישט דארט זיך אריינציען.
וואס איז דאס ענין פון אראפקלאפן יענעמס א חפץ, אן אינוועסטמענט וואס קען גורם זיין שאדן?
איך ווייס אז מען האט זיך נישט געכאפט, אבער קומענדיגן מאל טראכט פאר איר שרייבט עפעס

וויפיל
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 12:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך וויפיל » דאנארשטאג יולי 02, 2020 10:50 pm

ארענדזש קאונטי סוער דיסטריקט האט צוגעלייגט א נייע אפציע צו קענען באצאלן דעם ביל מיט קרעדיט קארד.
איז עמיצער באקאנט צי זיי רעכענען אן עקסטערן טשארדזש פאר דעם פריוויליגיע?

טראכט א מינוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך טראכט א מינוט » פרייטאג יולי 03, 2020 9:33 am

אור זרוע לצדיק ולישרי לב שמחה
Annotation 2020-07-03 093407.png
Annotation 2020-07-03 093407.png (653.77 KiB) געזעהן 289 מאל

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, אברהם אלבוים, בארג, גיזוגט און 14 געסט